Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • סיום הש"ס אויפ'ן טראק - מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו

    "וואס וועט וואקסן פון דיר, א טראק דרייווער?", אזוי געדענק איך ווי מיין מלמד אין כתה ו' זיך צומאל צושריגן אויף א אינגל, אין מיין דמיון אין כתה ו' איז א "טראק דרייווער" געווען עפעס א פראסטע בריה, איינער וואס קען נישט קיין צורת אות, און איז דער ביישפיל פון א דורכפאל פון א מענטש, און וואס עס וואקסט אויס, אויב מען פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין.   מיין גאנצער בנין איז פולקאם צוטראסקעט געווארן פארגאנגעם שבת קודש ווען א איד וואס זיצט א גאנצן טאג מיט א בלויע העמד און דרייווט א טראק האט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, א זאך וואס פילע אידן וואס טראגן א ווייסע געביגלטער העמד האבן נישט זוכה געווען דערצו.   דער טראק פון דעם בילד פון אויבן האט קרן הדפסה היכל הקודש דערווייל נאך נישט איינגעקויפט. אבער קרן הדפסה היכל הקודש האט אבער יא דעליווערט א טראק דרייווער זאל ענדיגן ש"ס. דער רעדע דא איז פון מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו, א חשובער מתפלל אין בית המדרש היכל הקודש אויף פרעמישלאן, וואס האט אנדערש פון זיינע קאלעגעס וואס זענען עוסק אין די צייט אין "גאר וויכטיגע זאכן", ער מוז וויסן די "סטעטוס" פון אלע זיינע "חברים", און "מוז" וויסן וויפיל פארוואונדעטע עס איז געווען פונעם עקסידענט היינט אינדערפרי, אדער גאר לערנען זיי "שיעור עיון" מיט'ן דיקן קובץ מפרשים אין זייער טראק, האט ער מיט גענומען אינעם טראק אנדערע חברים, ער האט זיך באפריינדעט מיט אביי ורבא, מיט זיי האט ער פארברענגט ווען ער איז געזעצן אין טרעפיק, און געזאגט זייערע הייליגע ווערטער ווען ער האט נאר געקענט.   דער בעל שמחה מו"ה ישראל יעקב הי"ו פארציילט ווי ער האט אנגעהויבן צו לערנען ש"ס מיט צוויי יאר צוריק, און כאטש ער האט געהאט א לענגערע תקופה פון עטליכע חדשים ווי ער האט נישט געקענט לערנען אזוי סאך,  צוליב דעם וואס ער האט זיך געלערענט צו ווערן א הצלה מעמבער און טון חסד מיט אידישע קינדער, און די קלאסן האבן אוועקגענומען פילע שעות פון זיין טאג, האט ער זיך אבער גלייך דערנאך צוריק גענומען דערצו, און יעצט ווען ער האלט צוויי יאר שפעטער איז ער זוכה צו ענדיגן ש"ס.   פאריגע וואך שבת קודש איז פארגעקומען דער גרויסער סיום הש"ס ברבים אין בית המדרש היכל הקודש קרית יואל, אויף די פרעמישלאן גאס. דער גבאי הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה וואס אלע מתפללים פרייען זיך מיט, און האט אים געווינטשן אז עס זאל זיין א "קשר של קיימא", ער זאל אייביג בלייבן צוגעבינדן צו די הייליגע תורה. און גערעדט פון דעם אז מיר אלע קענען זיך אפלערענען דערפון, דאס איז א זאך וואס מיר אלע קענען נאכמאכן, אויב מיר זאלן זיך נאר מכניע זיין פאר'ן הייליגן רבי'ן און אננעמען בפשיטות זיינע הייליגע ווערטער, וועלן מיר אנקומען זייער ווייט.   ששי ושמחו בשמחת התורה  

    < זעה מער כח כסלו תשפ"ה 📝
  • סיום בבא בתרא התחלת סנהדרין אין מאנסי מיטן ראש ישיבה שליט"א

    עס הערשט א גרויס שמחה ביי אנשי שלומינו ווען מען איז יעצט זוכה צו ענדיגן דעם צוויי און צוואנציגסטן מסכת אין ש"ס, דער לאנגער שיינער מסכת בבא בתרא, און מ'הייבט אן דער פרישער הערליכער מסכת סנהדרין. מיר האבן שוין זוכה געווען דורכצולערנען איבער 1,700 בלאט גמרא, און מיר האבן נאך צו גיין בערך 900 בלאט צום גרויס סיום הש"ס. &nbsp; ביי יעדן אינגערמאן מאנשי שלומינו איז א פשוטע זאך אז איינע פון די ערשטע שיעורים איז צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. מוהרא"ש ז"ל פלעגט כסדר נאכזאגן פון ספר ווי העמודים אז "א בלאט גמרא א טאג איז א חיוב אויף א מענטש ווי הנחת תפילין". איי דו האסט נישט קיין קאפ? דו האסט טירדות? דיין חבורתא קומט נישט? נעם דיר דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן און זאג די הייליגע ווערטער פון די גמרא, אזוי וועסטו זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס און גלייכצייטיג דורכגיין כל התורה כולה. &nbsp; ווען מען האט אנגעהויבן צו לערענען ש"ס אינאיינעם נאכן גרויסן שבת התוועדות אום חודש טבת תש"פ, מיט פינף יאר צוריק האבן הונדערטער אנשי שלומינו זיך מיטגעכאפט מיט'ן וואגן, און טאג איין טאג אויס לייגן זיי זיך נישט שלאפן איידערן לערנען א בלאט גמרא. איז עס א געוואלדיגע שמחה אז מען האלט שוין דא. &nbsp; אנשי שלומינו פון מאנסי בעטן שוין פון ראש ישיבה שליט"א א לאנגע צייט ער זאל קומען מחזק זיין. יעצט ווען מען האלט ביים סיום פון דעם גרויסן מסכת, האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן אז דאס איז א גוטע געלעגענהייט צו קומען קיין מאנסי און דארט אפרעכטן דעם סיום. &nbsp; די געטרייע גבאים מו"ה שמעון עוזר מיטלמאן הי"ו און מו"ה הערשל זאבעל הי"ו האבן זיך אריינגעלייגט צו מסדר זיין דעם סיום, און בעזרת השם וועט זיין צוגעשטעלט א שיינע סעודה לכבוד דעם שמחה פון מסיים זיין מסכת בבא בתרא און התחלת מסכת סנהדרין. &nbsp; אלע אנשי שלומינו האבן גענומען אן אקטיווע חלק אין צוגרייטן, בפרט האט די לעידיס אקוזילערי גענומען אויף זיך די עיקר חלק אין די הכנות. עס קומט זיך אויך א דאנק פאר מו"ה פייוול ראזענוואסער הי"ו פון "קרעיוו סאוער דאו" און פאר מו"ה יצחק אהרן וויינבערג הי"ו וואס האבן מנדב געווען א גרויס חלק פון די סעודה. &nbsp; דער סיום וועט פארקומען אינעם בית המדרש "היכל הקודש ברסלב" אויף 34 יוניאן רד. אין ספרינג וואלי. מעריב וועט זיין אום 7:45 און נטילת ידים וועט זיין בעז"ה 8:00. ווי געזאגט וועט מאנסי האבן די זכי' און געלעגענהייט אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט זיך באטייליגן און אויפטרעטן מיט דברי חיזוק והדרכה. &nbsp; עס ווערן ערווארטעט אסאך געסט פון אנשי שלומינו פון מאנסי און פון די אומגעגענט, און אזוי ווי עס איז נישטא קיין פארקינג ביים בית המדרש, די ווילידזש שלעפט אוועק קארס וואס פארקן אויפן ראוד, אזוי אויך איז נישט ערלויבט צו פארקן אין פריוואטע אדער פאבליק (בתי מדרשים אדער שמחה זאלן) פלעצער אין די געגענט, האבן די גבאים מסדר געווען א באגרענציטע צאל פארקינגס ביי א נייע דירות קאמפלעקס וואס איז נאכנישט באוואוינט אויף 17 יוניאן רד. אויב דאס וועט שוין זיין פיל זאל מען פארקן אויף די ארומיגע גאסן. מען בעט מען זאל אויספאלגן די אנווייזונגען פון די עסקנים וואס זענען געשטלעט געווארן דערויף. &nbsp; דער סיום איז נישט נאר פאר דער וואס האט זוכה געווען און געלערנט ביז יעצט, ווייל מען האט נאך נישט פארפאסט, איר קען יעצט אנהייבן דעם פרישן מסכת, און און זיבן א האלב יאר ארום ווען מען וועט ווידער האלטן ביים סיום מסכת בבא בתרא וועט איר זוכה זיין צו ענדיגן ש"ס. עס זענען דא אידן וואס האבן זיך גע'ישוב'ט זיבן א האלב יאר צוריק, און האלטן נאך אלץ ביים זעלבן פלאץ, יעצט ווען דער באן קומט אן צו א סטאנציע, כאפט אייך ארויף אויפן באן, איר וועט נישט חרטה האבן!

    < זעה מער טז כסלו תשפ"ה 📝
  • חסידי ברסלב באוויינען די פטירה פון הרב הצדיק ר' שמעון ישראל שפירא זצ"ל

    א גרויסע חלל שפירט זיך ביי ערליכע אידן בכלל און ביי חסידי ברסלב בפרט ווען אין ירושלים איז אוועק הרב הצדיק רבי שמעון ישראל שפירא, א זון פונעם באקאנטן צדיק ר' שמואל שפירא זצ"ל &nbsp; דער נפטר איז געבוירן געווארן אום ערב ר"ח אייר תש"ח, בשעת ווען די ציונים האבן געקעמפט זייער מלחמה קעגן דעם אויבערשטן, זה לעומת זה, אין דער זעלבער צייט איז אראפ געקומען די הייליגע נשמה. &nbsp; בשעת זיין געבורט אין אלט שטאט ירושלים איז דער געגענט געווען אונטער אראבישע קאנטראל, ווען דאס קינד איז געווען בלויז עטליכע טעג אלט האט מען ארויסגעלאזט די פרויען און קינדער, ווען מען איז אנגעקומען אינדרויסן, האט מען געזען אז דער בלענקעט איז ליידיג דאס קינד איז נישטא. ווען פלוצינג קומט צו לויפן א סאלדאט "וועמענ'ס איז דאס קינד", נאך די מלחמה האט זיך משפחת שפירא באזעצט אין די קאטאמאן געגענט אין ירושלים, שפעטער האבן זיי זיך אריבערגעצויגן צו מאה שערים ווי ר' שמעון איז אויפגעוואקסן און געוואוינט אלע זיינע יארן. &nbsp; ר' שמעון האט חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הרה"ח רבי יונה לעבל, א באקאנטע ברסלבע חסיד, מיט וועם ער האט געהאט עטליכע קינדער, נאך איר פטירה האט ער חתונה געהאט א צווייטע מאל און געהאט נאך עטליכע קינדער פון זיין צווייטע רעביצין. &nbsp; דער גרויסער צדיק ר' שמעון איז געווען באקאנט פאר זיין געוואלדיגע שמירת עינים, נישט משיג צו זיין. שבת פלעגט ער ווארטן עטליכע שעה אין שול נישט וועלנדיג ארויסגיין ווילאנג עס ווערט נישט ליידיגער די גאס. &nbsp; זיין דאווענען איז געווען אויסערגעווענליך בדחילי ורחימי, יעדע ברכה האט ער געזאגט מיט כוונה, יעדעס מאל ער האט דערמאנט דעם אויבערשטנס נאמען האט ער עס געזאגט מיט א ברען. מיט מענטשן אבער האט ער זיך געפירט ממש ווי אן איש פשוט, ער האט זיך געפירט ווי ער וואלט געווען דער שמש אין שול, ער האט גערוימט און געהאלפן. מוצאי שבת פלעגט ער צוזאם נעמען די שיריים פון שלש סעודות וואס ער האט פארטיילט פאר נויטבאדערפטיגע &nbsp; ווען ער האט זיך באקענט מיט די ספרים פון מוהרא"ש איז ער געווארן זייער דבוק דערין, ער האט געהאט ביי זיך אין שטוב גאנצע שעלפס פון ספרי מוהרא"ש אין וועלכע ער פלעגט כסדר לערנען. שפעטער האט ער אנטוויקעלט א גאר שטארקע ידידות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, וועם ער האט זייער מעריץ געווען. ער פלעגט אריבערקומען צום ראש ישיבה שליט"א יעדעס מאל דער ראש ישיבה האט באזוכט אין ארץ ישראל, אזוי אויך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער צום שול אין מאה שערים ווייל ער האט געוואלט טרעפן מיט דעם צדיק ר' שמעון. &nbsp; אין זיין לעבן האט ער זייער אסאך גערעדט פון תורה אזמרה (ליקוטי מוהר"ן סימן רפ"ב). בפרט אין די לעצטע צייט פאר זיין פטירה פלעגט ער חזרן אז עס איז נישטא קיין אנדערע וועג זיך צו האלטן נאר אויב מען פריידט זיך מיט די פשוטע זאכן ווי נעגל וואסער, מיט די בארד און פיאות, נאר אזוי קען מען היינט זיך קריגן מיט די יצר הרע. &nbsp; אין די לעצטע חדשים האט מען ליידער אנטדעקט ביי אים די ביטערע מחלה, און האט גענומען די שווערע טריטמענטס ל"ע, אבער האט זיך ארויסגעכאפט מיט מסירת נפש פארגאנגעם ערב ראש השנה צו פארן קיין אומאן צום הייליגן רבין צווישן איין טריעטמענט און צווייטן. &nbsp; היינט מאנטאג מיטאג איז ער פלוצינג געווארן שוואכער און שוואכער און ביז א קורצע צייט האט ער צוריק געגעבן זיין הייליגע נשמה צום כסא הכבוד אין עלטער פון 76 יאר. &nbsp; די לוי' גייט ארויס היינט נאכט 10:00 פונעם ברסלב'ער שול אויף מאה שערים, פון וואו מען וועט באגלייטן דעם נפטר צום הר הזתים. &nbsp; פאר אונז בלייבט נאר איבער צו ערפילן דעם חלל וואס דער נפטר האט איבערגעלאזט, מיר וועלן זיך פארנעמען לעילוי נשמתו צו היטן אונזערע אויגן, זיך שטארקן אין אמונה פשוטה, דביקות אין צדיקים און אין שמחת המצות. &nbsp;

    < זעה מער כד חשון תשפ"ה 📝
  • סיום און התחלת ששה סדרי תוספתא

    קומענדיגן מאנטאג פרשת תולדות וועלן פילע אנשי שלומינו זוכה זיין צו מסיים זיין סיום ששה סדרי תוספתא מיט'ן סדר פון די קהלה, וואס מיט דעם זענען פילע אידן זוכה צו ענדיגן א בי"ת נצחי, אן אייביגע הויז, אין וואס זיי וועלן קענען וואוינען און זיך באשיצן מיט הרחבת הדעת און שלוות הנפש אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, און גלייך א טאג שפעטער, דינסטאג תולדות, הויבט מען דעם פיר און צוואנציגסטע מחזור פון תוספתא יומי, מען הויבט אן דעם ערשטן פרק, ברכות פרק א'. &nbsp; שוין פילע צענדליגע יארן וואס ס'איז איינגעפירט ביי אנשי שלומינו צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא פון תלמוד בבלי און א דף פון תלמוד ירושלמי, אזוי ווי עס איז געדרוקט אין די לוח ברסלב. אין יאר תשנ"ח לפ"ק, אינעם יום טוב שבועות, דער טאג וואס מיר זענען מקבל די תורה פון דאסניי, האט מוהרא"ש צוגעלייגט אז מען זאל אויך לערנען יעדן טאג א פרק פון תוספתא, און מיט דעם האט מען א גאנצע "בית", ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא, און שפעטער האט דער ראש ישיבה שליט"א צוגעלייגט אויך די לימודים פון א פרק רמב"ם און צוויי פרקים נ"ך יעדן טאג. &nbsp; מען זעהט אז בגשמיות זוכט יעדער צו האבן א שיינע געשמאקע גרויסע הויז פאר זיך און פאר די משפחה מיט ישוב הדעת, און אזוי זאגן חז"ל (סוכה נ"ז:) אז א דירה נאה איז איינס פון די זאכן וואס זענען מרחיבין דעתו של אדם. און אויב אזוי דארף דאך א מענטש זיכער זוכן אז ער זאל האבן א שיינע גוטע הויז אויך אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט אויף אייביג, און מיט דעם וואס מען לערנט יעדן טאג ב'בלי י'רושלמי און ת'וספתא, וואס איז די ראשי תיבות "בית", און מען גייט עס איבער איין מאל און נאכאמאל, מיט דעם בויעט מען זיך אויף א שיינע הערליכע געשמאקע הויז אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט פארן מענטש אויף אייביג. &nbsp; מען זעט ליידער מענטשן וואס עס קען זיי דורכגיין די גאנצע זיבעציג יאר און זיי האבן נישט זוכה געווען אפילו איין מאל אדורך צו גיין און ענדיגן בבלי ירושלמי און תוספתא, און זיי גייען אוועק פון די וועלט אן קיין תורה, און עס איז א גרויס רחמנות אויף זייערע נשמות. דעריבער דארף מען האבן שכל און זעהן אריינצוכאפן צו לערנען יעדן טאג כאטש א דף בבלי, א דף ירושלמי און א פרק תוספתא, און מיט גרייט מען זיך אן גוטע שפעזן מיטצונעמען אויף יענע וועלט. &nbsp; אויך אויף די וועלט דערציילן פילע אנשי שלומינו אז זיי האבן זיך פארגענומען צו לערנען יעדן טאג בבלי ירושלמי און תוספתא, און דורך דעם האבן זיי זוכה געווען גרינגערהייט צו באקומען שיינע הערליכע גרויסע הייזער מיט הרחבת הדעת. &nbsp; דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן סימן ע"ו), א וועג צו לערנען, וואס איז געאייגנט פאר יעדן איינציגן איד, אין יעדע צייט, און אין יעדע מצב. מען קען זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט און אפילו מען געדענקט נישט וואס מען האט געלערנט. עס הערט זיך מאדנע צום ערשטן מאל, אבער אז מען פרובירט עס אויס זעט מען די געוואלדיגע תועלת און הצלחה וואס מען באקומט דערפון, טעמו וראו כי טוב ה', מען דארף עס פרובירן צו שפירן די געוואלדיגע זיסקייט פון די הייליג תורה, מען איז זוכה צו לערנען גאר אסאך די הייליגע תורה, און מען קען איבערקומען פילע שוועריקייטן וואס דער יצר הרע שטעלט אונטער אז מען זאל נישט לערנען יעדן טאג כאטש אביסל תורה. &nbsp; דער נייער מחזור אין תוספתא ברענגט א פרישע חשק פאר פילע אנשי שלומינו זיך אנצושליסן אין די לימודים. יעדע וואך קומט ארויס דער קונטרס "בי"ת נצחי", אין וואס עס איז אריינגעדרוקט די דריי לימודים פאר די גאנצע וואך, און אזוי קען מען עס גרינגערהייט מיטנעמען וואו מען גייט נאר, און אזוי וועט מען נישט פארפאסן א טאג אן די לימודים. &nbsp; 📖 הערליכע סעט תוסתפא ארויסגעגעבן דורך תלמידי מוהרא"ש זי"ע

    < זעה מער כ חשון תשפ"ה 📝
  • קהלת היכל הקודש אלעד

    עס קומט אריין א פרישע באריכט פון בית המדרש היכל הקודש אלעד וואס געפונט זיך אויף רחוב יוסף קארו 5. דער בית המדרש גייט שוין אן א לענגערע צייט, און ווער עס טרעט נאר אריין שפירט גלייך די געשמאקע פרייליכע אטמאספערע, "ממש טעם א גן עדן, לעכטיגע אינגעלייט און בחורים, א תענוג רוחני", זאגט אונז איינע פון די מתפללים. &nbsp; מען דאווענט אלע תפלות שבת קודש אין שול,&nbsp; דער געטרייער גבאי הר"ר חיים יאקאבאוויטש שליט"א לערנט פאר יעדן שבת נאך מוסף א שיינע שיעור אין סיפורי מעשיות, פון וואס מען נעמט ארויס עצות און חיזוק אויף למעשה, און דער רוח החיים פון בית המדרש הר"ר משה וויינבערגער שליט"א ליינט פאר א בריוו פון ראש ישיבה ביי שלש סעודות, וואס געבט חיות אויף א גאנצע וואך. &nbsp; אין א שמועס מיט איינע פון די חשובע אנשי שלומינו אין שטאט הר"ר משה וויינבערגער שליט"א פאר דעם באריכט, פארציילט ער אונז אז יעצט בשעת מיר רעדן האלט ער אינמיטן גיין הפצה, און כאטש אינמיטן זענען געווען סירענעס צוליב פליענדע באמבעס, און ער האט עטליכע מאל שוין געדארפט לויפן אין די שעלטערס, האלטן אים די אלע זאכן נישט צוריק פון גיין הפצה. "הפצה מאכט מיר פרייליך" זאגט ער אונז מיט א שמייכל. &nbsp; פאריגע וואך האט מען מייסד געווען א חבורה אין בית המדרש, ווי אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען יעדן דינסטאג בעזר ה', ווי מען פארציילט מעשיות פון הפצה, מעשיות פון תפלה, און מען שמועסט איבער די שיעורים און עצות וואס מען האט געהערט פון ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; אויסער דעם האט מען יעצט צוגעקויפט פרישע מעבל אין שול, בפרט זעט זיך אן דער שיינע נייע עמוד פאר'ן חזן מיט די שיינע לייכטער, צו באשיינען און מבכד זיין דעם אויבערשטנ'ס הויז, דער בית המקדש מעט. &nbsp; ר' משה טיילט מיט א סיפור וואס ער האט פארציילט פאריגע וואך ביים חבורה, אז ער איז א מלמד כיתה ה' אין א היימישע חסידישע חדר "תלמוד תורה כתב סופר ערלוי" אין שטאט, ווען קומט אריין זיין חדר, האט ער זיך געמאכט א מנהג אז ער בעט דעם אויבערשטן שטילערהייט פאר אלע תלמידים. איין טאג פרעגן אים די קינדער "וואס זאגט דער רבי שטילערהייט?", "איך דאוון יעדן טאג פאר ענקער הצלחה." האט ער זיי געענטפערט, זייט דעמאלטס זעט ער ווי אלע קינדער טוען די זעלבע זאך, בשעת ער דאווענט, זעט ער ווי זיי אויך בעטן "הייליגע באשעפער העלף איך זאל מצליח זיין אין חדר." &nbsp; די קינדער פון שטאט אלעד - וואס געפונט זיך בערך פופצן מינוט פון בני ברק - פאר אריין קיין בני ברק צום חדר פון היכל הקודש, כדי זיי זאלן קענען באקומען דעם ריינעם ערליכן חינוך וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט. &nbsp; ווען עס קומט צו רעדן הפצה, איז דער שטאט דער צענטער פון הפצה, אלע אינגעלייט און בחורים האבן א חלק אין הפצה. מו"ה יושע העשיל דבדבני הי"ו, שיקט כסדר אריבער גרויסע סקיטס פון קונטרסים, מאגנעטן, שמעקרעס, ספרים קונטרסים, פאר קאסט פרייז, און די אינגעלייט פארשפרייטן עס איבער די שטאט. לעצטענס איז דא א נייע אייטעם פאר הפצה "קאר פושקעס" וואס איז זייער אויפגעכאפט. &nbsp; צווישן די מפיצים אין שטאט ציילן זיך מו"ה נח לעווין הי"ו, מו"ה אברהם זעוואלד הי"ו, מו"ה חיים יאקאבאוויטש הי"ו, מו"ה משה וויינבערגער הי"ו, מו"ה יואל צבי לעווי הי"ו, און נאך בחורים און איגעלייט.

    < זעה מער יז חשון תשפ"ה 📝
  • מצה בעקעריי אין שטעטל שוין אנגעהויבן מיט די ארבעט

    אין א געוואלדיגע גוטע נייעס, קומט די מעלדונג פון די מצה בעקעריי אז היי יאר האט מען שוין אנגעהויבן די ארבעט אין די מהודר'דיגע ברסלבע מצה בעקעריי. &nbsp; דאס קומט נאכדעם וואס פאריאר האט מען געזען אז כאטש מען האט שטארק פרובירט נאכצוקומען די פארלאנג, האט מען בלית ברירה געמוזט אפזאגן די באשטעלונגען פון פילע אנשי שלומינו. &nbsp; דער ציבור אנשי שלומינו וויל האבן מצות געבאקן מיטן מהודר'דיגן הכשר פונעם דיין, און מצות וואס ווערט געבאקן דורך אידן וואס לעבן מיט אייבערשטן, און בשעת מען באקט די מצות שאקלען זיך די ליפן צום אייבערשטן, און אזוי אויך האט דער אייבישטער געהאלפן אז די מצות זענען ארויס געקומען מיט א גאר גוטן טעם. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט כסדר נאכזאגן דעם באקאנטן אר"י הקדוש, אז "אויב מען איז נזהר אין א משהו חמץ, וועט מען זיין אפגעהיטן פון עבירות א גאנץ יאר", פלעגט מוהרא"ש זאגן, אז דאס איז ווילאנג די שמחה של מצוה האלט אן און ער איז פרייליך מיט דעם אז ער האט נישט געגעסן קיין חמץ אום פסח, איז דאס א זיכערע סגולה אז ער וועט נישט חלילה אריינפאלן אינעם נעץ פונעם סמ"ך מ"ם, וואס זוכט נאר אונז אריינצואווארפן אין מרה שחורה און אזוי ארום אונז חלילה אראפווארפן אין אלעם שלעכטס. &nbsp; בזכות וואס מיר זענען עוסק מצוה פון מצה, וואס דער זוהר הקדוש רופט אָן "א מאכל פון אמונה", וועט דער אייבישטער משפיע זיין פאר אונז א קלארע "אמונה". &nbsp; &nbsp; "ווען מ'האלט די מצה אין דער האנט, האלט מען גאט אין דער האנט" (לשון רבינו) &nbsp;

    < זעה מער יא חשון תשפ"ה 📝
  • פרישע ניגון "ודע שלעתיד" פון ר' יוסי גרין ווערט שטארק אויפגעכאפט

    זייענדיג צוגאסט אין בארא פארק אין א פרעמדע בית המדרש אלס פרישע אינגערמאן, האט ער געזוכט עפעס מיט וואס צו זיין פארנומען, און האט געטראפן ערגעץ פארשטעקט צווישן די ספרים א קליין אומשולדיג קונטרס'ל "סדר דרך הלימוד", ער האט אנגעהויבן אריינצוקוקן דערין אבער האט עס נישט געקענט אראפלייגן, "וואס וועט זיין מיט מיר?" האט ער געטראכט צו זיך, "יעדן טאג זאג איך צו אז נעקסטע וואך, נעקסטע חודש הייב איך אן צו לערנען מיט אן אמת'דיגקייט, אבער עס אזוי איז שוין דורך עטליכע יאר אן דעם וואס איך זאל עפענען א אידיש ספר". ער האט באשלאסן צו פאלגן דעם הייליגן ספר וואס ער האט נאך דאן נישט געוויסט ווער עס האט איר מחבר געווען, און נאך יענע נאכט האט ער געמאכט א שיעור אין "זאגן" א בלאט גמרא, א זאך וואס ער האלט שוין אן פאר צענדליגע יארן, און האט שוין אזוי זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס עטליכע מאל. &nbsp; דאס פארציילט דער בארימטער קאמפאזיטער ר' יוסי גרין אויף אן אינטערוויו פאר ברסלב סענטער (אויך טיילווייז קען מען עס הערן דא) און דערפאר האט ער שוין געמאכט עטליכע ניגונים איבער דעם הייליגן רבינס סדר דרך הלימוד, איין בארימטע ניגון איז "מעלת ריבוי הלימוד" ווי ר' יוסי זינגט אפ דעם "סדר דרך הלימוד" אין שיחה ע"ו, און יעצט האט ער מחבר געווען א פרישע ניגון אויף די ווערטער פון הייליגן רבי'ן וואס באציעט זיך צו דעם אז א מענטש זאל וויסן אז נאך זיין פטירה וועט מען אים דערמאנען אלעס וואס ער האט געלערענט אפילו אויב ער האט עס שוין פארגעסן, אויך - זאגט דער הייליגער רבי דארט - ווען א מענטש הערט תורה פונעם צדיק און ער פארשטייט עס נישט, לעתיד לבוא וועט ער עס פארשטיין, ווייל דער עיקר תורה - זאגט דער רבי - איז פאר די נשמה. &nbsp; די נייעס קומט אין די זעלבע צייט וואס א איד פארציילט אין בית המדרש אז ער האט שוין אזויפיל מאל געהערט אין בית המדרש אז מען זאל מעביר סדרה זיין פון זונטאג, האט ער פאריגע וואך זונטאג נאכן דאווענען אנגעהויבן פרשת לך לך ביז שני, נאכן דאווענען האט ער געגעבן א היטש פאר א איד, אן ערליכער איד א תמים, ער מיינט זיכער נישט קיין שלעכטס, אבער איז נעבעך אפגעריסן פונעם רעאליטעט, און דער אינגערמאן פארציילט פאר דעם עלטערן איד מיט א שמחה "היינט האב איך געעפענט א חומש צו מעביר סדרה זיין, איך האב געענדיגט ביז שני, און אזוי האף איך צו ענדיגן מעביר סדרה זיין א פרשה צום ערשטן מאל אין פערצן יאר!", אבער דער ווייסער פרומער יצר הרע רופט זיך אן צו דעם אינגערמאן, "עס איז נישט אזוי פשוט, דאס איז נישט לכתחילה!", און ליידער איז דורך א פרישע וואך וואס דער אינגערמאן האט נישט מעביר סדרה געווען. &nbsp; איר האט שוין אמאל געזען דעם סארט אינגערמאן וואס וויל אוועקנעמען די אפעטיט פון זיין שכן ביים חתונה "איך מיין נישט גארנישט, איך וויל נאר זאלסט וויסן, די מעל פון די חלה איז געבליטשט, די פיש איז פול מיט אנטיביאטיק, און די פלייש איז דזשענטיקלי מאדיפייד, דו עס סם המוות", וואס וואלט איר געענטפערט פאר דעם אנשיקעניש? &nbsp; איך וואלט געשמייכעלט צו אים און געזאגט "אזוי?", און ווייטער געגעסן פון די פיינע געשמאקע געבליטשע חלה, גענידלטע אייער, און געווארן זאט, בשעת ער עסט קוקט מיט קנאה און בלייבט הונגעריג. מיר וועלן ווייטער מעביר סדרה זיין מיט די פיינע זיסע וועג וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן, דער פרומער יצר הרע האט נישט קיין וועג איך זאל אויך זאט ווערן, דאן וואס וויל ער פון מיר? &nbsp; די ווערטער פונעם ניגון (שיחת הר"ן, סימן כ"ו) איז "וְדַע, שֶׁלֶּעָתִיד מַזְכִּירִין אֶת הָאָדָם כָּל מַה שֶּׁלָּמַד, אַף אִם שָׁכַח. גַּם בְּנֵי אָדָם הַשּׁוֹמְעִים הַתּוֹרָה שֶׁל הַצַּדִּיק הָאֱמֶת וְאֵינָם מְבִינִים אוֹתָהּ, לֶעָתִיד בָּעוֹלָם הַבָּא יָבִינוּ. כִּי עִקַּר הַתּוֹרָה הִיא לְהַנְּשָׁמוֹת, שֶׁבָּעוֹלָם הַבָּא יִהְיוּ הַנְּשָׁמוֹת בְּקִיאִים וּמַשִּׂיגִים הֵיטֵב אֶת הַתּוֹרָה שֶׁלָּמַד וְשָׁמַע הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה".&nbsp; &nbsp; הערט דא דעם ניגון

    < זעה מער י חשון תשפ"ה 📝
  • נייעס פון שטעטל: א נייע אפטיילונג אויפן קול ברסלב ליין

    &nbsp; &nbsp; אין די לעצטע טעג איז געעפנט געווארן א פרישע קנעפל אויף דעם באקאנטן קול ברסלב האטליין, פון וואס טויזנטער אידן איבער די וועלט שעפן חיזוק און הדרכה. דער ליין פארמאגט א ברייטע אויסוואל פון פארשידענע דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף אלע פרטי החיים, צוזאמען מיט אינטערוויוס מיט אנשי שלומינו און נאך פארשידענע אינפארמאציע, מיט'ן ציל צו ברענגען געשמאקע שיעורים וואס זאל העלפן שטייגן אין עבודת השם. &nbsp; אויפן בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א, האט דער חשובער חבר הנהלה, מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, זיך אונטערגענומען א הערליכע איניציאטיוו ארויפצוקומען אויפן ליין בעז"ה יעדע וואך. אין זיינע שמועסן, וועלכע ער פירט צוזאמען מיט מו"ה שמעון עוזר גרינפעלד הי"ו, וועט ער בעז"ה דערציילן די נייעס און אפדעיטס פון די ארבעט וואס ווערט געטאן אין שטעטל לטובת הכלל, און האלטן דעם ציבור אינפארמירט מיט וואס עס טוט זיך אונטער די קוליסן אויף זיין געשמאקן שטייגער. &nbsp; דער אפטיילונג "נייעס פון שטעטל" איז תיכף געווארן גאר אויפגעכאפט ביים ציבור, ווי מען קען זען וויפיל מענטשן דרוקן דעם קנעפל זייט וואס עס איז איינגעשטעלט געווארן. אין די קורצע צייט האבן אנשי שלומינו גענאסן פון די פילע באריכטן און אינפארמאציע וואס ווערט דארט אויסגעלופטערט, ווי למשל די אנטוויקלונגען פון דעם נייעם חדר בנין ביים ווינקל פון דענמאן גאס און נאך וויכטיגע נושאים וואס זענען נוגע פאר אנשי שלומינו. &nbsp; איר קענט הערן די שמועסן דורך רופן קול ברסלב 212-444-9191 און דרוקן 1 פאר אידיש, דערנאך 4, און נאכדעם 7. &nbsp; הערט און האט הנאה! &nbsp;

    < זעה מער ג חשון תשפ"ה 📝
  • צוואנציג יאר היכל הקודש העיס

    פארגאנגענעם יום כיפור תשפ"ה איז אפגעצייכענט געווארן דער אומגלויבליכער ציפער פון 20 יאר וואס קהל קודש היכל הקודש קרית יואל אפערירט מיט א געוואלדיגע הצלחה. &nbsp; ווער עס האט געליינט דעם ארטיקל פארגאנגענעם ראש השנה אין קרית ברסלב בלטעל האט געקענט זען אביסל וואס עס ליגט אונטער דעם. דארט שטייט באריכות די השתשלות פונעם בית המדרש ווי מיט רצונות און תפלות פון אנשי שלומינו איז יענעם יום הקדוש נתייסד געווארן מיט גרויס סייעתא דשמיא דער הייליגער מנין, וואס פון דארט איז שוין ארויס אזויפיל תורה, תפלה און גמילת חסדים וואס מען קען נישט אפשאצן. &nbsp; פון דעם בית המדרש איז נאך די הייליגע קהלה שטארק געוואקסן, דערפון איז נאך ארויסגעקומען נאך בתי מדרשים היכל הקודש, און עס גייט נאך אן ביזן היינטיגן טאג ביתר שאת וביתר עוז, ווי עס ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א וואס פירט אן דעם בית המדרש און מיט אירע הייליגע אקטיוויטעטן מיט'ן גאנצן שטארקייט. &nbsp; דער בית המדרש איז אן אור פאר די גאנצע שטאט, אויסער די מתפללים קבוע וואס באקומען זייער חיות פון דעם בית המדרש, איז עס א ציאונגס קראפט פאר פילע שכנים וואס קומען כסדר ארויף שפירנדיג אז פון דארט קומט מען ארויס א נייע מענטש. &nbsp; עס איז נישט מעגליך ארויסצוגיין פונעם בית המדרש אן א הרהור תשובה. יעדער וואס טרעט איבער דעם שוועל באקומט א ווארימע אויפנאמע פון אנשי שלומינו, מען שפירט די געוואלדיגע ליבשאפט וואס הערשט אין די לופט, יעדער פארגינט זיך א גוט ווארט, קיינער זוכט נישט זיך צו גרויסן, נאר יעדער שפירט פאר א זכי' ווי מען קען צולייגן א האנט. &nbsp; יעדער שפירט זיך א חלק פון די הייליגע קהלה, איינער וואשט, איינער גרייט אן, איינער פאקט צוזאם, איינער ברענגט קידוש, איינער ברענגט שלש סעודות, און צוזאמען איז מען זיך מחזק מיט'ן הייליגן רבינס דיבורים. &nbsp; בפרט איז א שם דבר דער וועכענטליכער "הפצה פארברענג" יעדן דינסטאג נאכט אום 8:45, ווי דער גבאי לערנט פאר א שיעור אין הייליגן ספר פעולות הצדיק, און מען רעדט פון הפצה, תפלה, און אלע אנדערע עצות וואס דער רבי האט אונז געגעבן.

    < זעה מער ב חשון תשפ"ה 📝
  • כ"ו אב - יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע

    תלמידי היכל הקודש זענען נישט קיין פרעמדע געסט ביים ציון הקדוש אין קרית יואל, כמעט יעדעס מאל ווען מען גייט נאר ארויף צום הייליגן ציון זעט מען דארט אנשי שלומינו חסידי ברסלב, וואס לאזן נישט אויס קיין געלעגענהייט א גאנץ יאר, ארויפצוקומען צו דעם הייליגן פלאץ דער ציון פונעם הייליגן סאטמארן רבין זי"ע, אן ארט וואס איז מסוגל לישועות.&nbsp;דער הייליגער רבי האט אסאך גערעדט איבער די גרויסקייט פון גיין מתפלל זיין ביי קברי צדיקים. דער רבי שרייבט אין ספר המידות אז ווען מען איז מתפלל ביי א ציון פון א צדיק ווערט מען געהאלפן אפילו מען איז נישט ראוי דערצו.&nbsp;מוהרא"ש זי"ע פלעגט רעדן און מעודד זיין די תלמידים וואס וואוינען אינעם הייליגן שטאט קרית יואל, און אזוי טוט אויך דער ראש ישיבה שליט"א כסדר, אז מען זאל נישט זיין קיין בטלנים, און נישט פארגעסן פונעם גרויסן אוצר וואס זיי האבן אין זייער "בעק יארד", און אלעמאל ווען מען דארף א ישועה זאל מען זיך אריבערכאפן צום הייליגן ציון און דארט בעטן דעם אייבערשטן.&nbsp;מוהרא"ש פלעגט רעדן זייער גרויס איבערן הייליגן סאטמארע רבי'ן זי"ע, און פלעגט זאגן אז נאר אין זיין זכות איז געראטעוועט געווארן דאס אידישע פאלק נאכן גרויסן חורבן, מען זאל נישט חלילה פארכאפט ווערן פונעם סמ"ך מ"ם וואס האט אריינגערברענגט אין די וועלט די ציוניסטישע געדאקנען פון כחי ועוצם ידי, ער פלעגט זאגן אז עס האט געפעלט א האר אז אלע ממש זאלן פארכאפט ווערן דערפון, ווען נישט דער גרויסער צדיק דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע איז געשטאנען ממש איינער אליינס קעגן די גאנצע וועלט און אויסגעשריגן די ריינע אמונה, אז עס איז דא א באשעפער וואס פירט די וועלט, און מעודד געווען די צובראכענע אידן וואס זענען ארויסגעקומען נאכן וועלט מלחה און האבן אלעס אלעס פארלוירן, אז זיי זאלן נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן. אזוי האט ער אויפגעבויעט כלל ישראל פונדאסניי, איבערגעפלאנצט די יסודות פון די פריערדיגע צדיקים אויפן טריפה'נעם אמעריקע, און אויף זיינע יסודות לאנען מיר זיך אן ביזן היינטיגן טאג ווען מען בויעט פרישע קהילות און מוסדות אין די גאנצע וועלט און בפרט אין אמעריקע.&nbsp;יעצט אין דעם געהויבנענעם טאג זעט מען ווי אנשי שלומינו נוצן אויס דעם עת רצון און קומען ארויף צום ציון אין טאג פונעם יארצייט און מען טוט וואס מוהרא"ש האט אויסגעלערענט אז ביי א ציון פון א צדיק דארף מען נישט שטופן ח"ו מענטשן און זוכן צו זיין דווקא ביים מצבה, נאר מען זוכט זיך אויס א שטילע ווינקל פון ווי מען קען זען דעם ציון און מען זאגט קאפיטלעך תהלים, און מען בעט זיך אויס בינו לבין קונו אלע בקשות אויף מאמע לשון, מיט פשוטע ווערטער. און טאקע אנשי שלומינו פארציילן גאר אסאך מופתים וואס מען פועלט ביים הייליגן ציון אין קרית יואל.&nbsp;אזוי אויך נוצן די טייערע איבערגעגעבענע מפיצים אויס דעם הייליגן טאג און זיי קומען ארויס און נעמען צוזאם געלט פאר צדקה און טיילן אויס די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע וואס חזרט די זעלבע זאכן וואס דער הייליגער סאטמארע רבי האט געלערענט, אז מען זאל זיך קלאמערן צו די ריינע אמונה, און אז מען זאל זיך חס ושלום נישט איינרעדן קיין איין רגע אז די מדינה האט געברענגט עפעס נוצן פארן אידישן פאלק, נאר מען זאל וויסן אז די מדינה שטייט פאר איין זאך, זיי פרובירן אויסצומעקן די אמונה פון אידישע קינדער, זיי מאכן "רבנים" - אדער ווי מוהרא"ש פלעגט רופן די רבנות מטעם: "רע-בנים" - מיטן איינעם ציל אראפ צו פירן ריינע טייערע אידישע נשמות פון אידישקייט און פון אייבערשטן.די מפיצים פארציילן אז מען נעמט זיי אויף זייער שיין אין קרית יואל, מען געבט זיי צדקה מיט א ברייטע האנט, און מען נעמט די הייליגע ספרים מיט גרויס שמחה. בפרט נעמט דער ציבור דער נייער לוח ברסלב פון תשפ"ג וואס איז נארוואס ארויסגעקומען, וואס האט די טייערע ווערטער פון מוהרא"ש ביי יעדע זמן אויפצואוועקן די נשמה איבער די גרויסקייט פונעם יום טוב אדער צייט אין יאר וואס מען איז.&nbsp;תורתו מגן לנו, הוא מאירת עינינו!

    < זעה מער כו אב תשפ"ד 📝
  • העלישע פייער פארניכטעט גראסערי געביידע אין יבנאל עיר ברסלב

    יבנאל איז געווען דער שטאט וואו דער סמ"ך מ"ם האט פרובירט אויסצורייסן אידישקייט פון די עולים וועם זיי האבן ארויפגעברענגט פון איראן, איראק, תימן און טוניס. אבער היינט שפרודעלט דארט אידישקייט אויפן שענסטן פארנעם. דאס קומט נאכדעם וואס מוהרא"ש זי"ע האט אויפגעשטעלט אינעם שטאט א הערליכע קהילה היכל הקודש, וואס האט אויפגעהויבן די שטאט און איר פארוואנדעלט אלץ די היינט באקאנטע "יבניאל עיר ברסלב". אויך פאר איינוואוינער אויסער יבניאל, דינט דער שטאט ווי א מאגנעט, נאכדעם וואס מוהרא"ש האט באפוילן מען זאל אים באערדיגן אין שטאט, און דער הייליגער ציון איז באקאנט אלץ א מקום וואס איז מעורר צו תשובה און א פלאץ וואס איז מסוגל פאר כל מיני ישועות, בפרט פאר שידוכים. &nbsp; אין יבנאל איז דא צוגעשטעלט אלע געברויכן וואס א אידישע קהילה דארף האבן, און אפילו אויף די גשמיות'דיגע געברויכן איז אויך דארט צוגעשטעלט פון אלעם גוטן, איינע פון די גרעסטע גראסעריס אין שטאט טראגט דעם נאמען "סופר על אם הדרך", וואס געפינט זיך אויפן הויפט שאסיי וואס לויפט דורך די שטאט און ווערט געפירט דורך צוויי ברידער, חסידי ברסלב תלמידים פון מוהרא"ש שוין פאר לאנגע יארן. די אייגענטומער זענען ערליכע אידן און פאלגן די עצות לערנען בהתמדה, שטייען ווייט פון סיי וועלכע מחלוקת און פירן הערליכע חסידישע שטובער, און פון דעם געשעפט פלעגט ארויסגיין אסאך חסד שטילערהייט, דורך שטיצן עניים ובני תורה בדרך כבוד. &nbsp; פאר עטליכע חדשים צוריק האט דער געשעפט געליטן פון א גניבה, און ווען מען האט פרובירט צו קלעימען די אינשורענס האבן זיי נישט געוואלט דעקן פולקאם, טענה'נדיג אז עס איז נישט גענוג פארזיכערט לויט די היינטיגע רעגולאציעס, און מען דארף בעסער פארשפארן און פארמאכן אלע טירן און פענסטער. תיכף דערנאך האבן זיך די אייגענטומער גענומען דערצו און פעסט פארמאכט אלע אריינגענג צו נאכקומען די רעגולאציעס פון די אינשורענס פירמעס. &nbsp; נעכטן מאנטאג פארנאכט האט אויסגעבראכן א פייער אינעם געשעפט, בשעת מעשה איז דארט געווען א קליין מיידל א טאכטער פון איינע פון די אייגענטומער, איינע פון די ארבייטער האט עס פרובירט אויסצולעשן מיט א פייער עקסטיגנישער, אבער האט שנעל אייגעזען אז עס גייט ארויס פון קאנטראל מען האט גערופן די פייערלעשער, וואס די נענטסטע סטאנציע געפונט זיך אין טברי' און דערווייל האט דער פייער אין געשעפט זיך געהאלטן אין איין פארשפרייטן. &nbsp; דער טאטע פונעם מיידל האט פרובירט אריינצולויפן צו טרעפן און ראטעווען זיין טאכטער, אבער האט שנעל געמוזט ארויסגיין צוליב די געפערליכע היץ און רויך וואס איז געווען אומדערטרעגליך, דער טאטע האט געוויינט און פרובירט אריינצוטאנצן אין פענסטער אבער אלעס איז געווען פעסט פארקנאקט. &nbsp; געלויבט דעם אויבערשטן אז נאך עטליכע מינוט האט זיך ארויסגעשטעלט אז תיכף ווען דער פייער האט אויסגעבראכן, איז דאס מיידל ארויסגעלאפן און אנגעקומען אהיים בשלום, און יעצט זאגט דער טאטע אז ער דאנקט דעם אויבערשטן אויף די גניבה, ווייל ווען ער האט געמיינט אז זיין טאכטער איז פארכאפט וואלט ער זיכער געטון אלעס וואס ער קען און אפילו אריינגעטאנצן פון פענסטער, וואס וואלט זיך לכאורה אויסגעלאזט נישט גוט. &nbsp; מוהרא"ש האט נאך יארן צוריק געארבעט און פרובירט איינצושטעלן א וואלונטיר פייער קראפט אין יבנאל פון אנשי שלומינו, אבער איז שטארק געווארן באקעמפט פון די באצאלט פייערלעשער יוניאן וואס האט נישט געוואלט זען קיין קאמפאטישן צו זייער ארבעט, און יעצט טאקע האט זיך אנגעזען די גרויסע שאדן דערפון ווען זיי זענען אנגעקומען הערשט נאך איבער א האלבע שעה, און פארשטייט זיך עס איז שוין לאנג נישט געווען וואס צו ראטעווען, ווייל נאך צען מינוט איז דער גאנצער בנין שוין געווען איינגעהילט אין העלישע פלאמען. &nbsp; אבער מיט'ן אויבערשטענס הילף - זאגן די אייגענטימער - וועלן זיי עס יעצט פריש אויפבויען נאך שענער און בעסער פון פריער. &nbsp; גאר מערקווירדיג שטעלט זיך ארויס, אז פונעם בארג אש וואס איז איבערגעבליבן פון געשעפט האט מען געקענט ארויסראטעווען בלויז דריי זאכן, וואס דער פייער האט על פי נס נישט פארברענט, א ספר אשר בנחל, א בעג וואס דערין איז געווען א קונטרס פון מוהרא"ש, און א פאר תפילין. מו"ה דוד יעקב יאקאבאוויטש הי"ו פארציילט אונז אז ער האט היינט באזוכט ביים סופר ווי מען האט אריינגעגעבן די תפילין צו בודק זיין, און האט באשטעטיגט אז דער תפילין איז ארויס אומגעשעדיגט און כשר, און בלויז די רציעות זענען געווארן אביסל אפגעברענט. &nbsp; א גרויסע יישר כח פאר מו"ה דוד יעקב יאקאבאוויטש הי"ו און מו"ה פנחס דוד לעבאוויטש הי"ו פארן העלפן מיט'ן באריכט.

    < זעה מער כג אב תשפ"ד 📝
  • אנשי חיל געטרייע סאלדאטן

    אין די לעצטע וואך צייט האבן אנשי שלומינו געהאט די זכי' צו מזכה זיין כלל ישראל מיט די גרויסע מצוה פון שטיצן די הייליגע מוסדות און די קהילה וכל סניפיה בארבע כנפות הארץ, בנשיאות דעם ראש ישיבה שליט"א, ווי אלע פעולות וואס ווערן געטון, זאל עס זיין די חדר, די שולע, דער בית המדרש, די חסד ארגאניזאציעס, דער בית הדפוס און אזוי ווייטער, איז אלעס מיט איין ציל, צו טון דעם רצון הבורא, און געבן די געלעגענהייט פאר נאך אידישע קינדער צו טרעפן דעם געשמאק אין אידישקייט. &nbsp; במשך די אלע טעג האט מען געזען ווי ישראל נתבעים ונותנים כלל ישראל איז ווארעם צום הייליגן צוועק, און מען איז אנטקעגן געקומען אנשי שלומינו וועלכע האבן געדינט אלץ גבאי צדקה און זיי באווארפן מיט ווארימע נדבות יותר מכפי יכלתם, און טראץ דעם וואס דער מצב הפרנסה איז ליידער שווער אין די יעצטיגע טעג - האבן איבער עלף טויזענט נדבנים מנדב געווען דורך די כמעט זיבן הונדערט גבאי צדקה דעם סכום פון כמעט ניין הונדערט טויזענט דאלער. &nbsp; אנשי שלומינו זענען ארויס פון זייער "קאמפארט זאון" און זיך נישט געפוילט, נאר פאר'ן אויבערשטענ'ס כבוד האט מען אויפגעהויבן דעם טעלעפאן און זיך געבויגן דעם כבוד און געבעטן געלט פאר די הייליגע מוסדות וואס מוטשעט זיך שטארק אין די טעג פינאנציעל. &nbsp; דער הייליגער רבי רעדט אסאך ארום ווי מיאוס געלט איז, און מאכט לצנותא דעבודה זרה פון תאוות ממון, רעדט אבער דער הייליגער רבי ארום פון די גרויסקייט ווען מען נעמט דאס געלט און מען הייבט עס אויף צו די קדושה און מעגן געבט דאס פאר צדקה, די געלט איז שוין גאר א גרויסע זאך, ווען בשעת פשוט געלט קומט און גייט, און "אדער דארף זיך דער מענטש שיידן פון זיין געלט, אדער דאס געלט פונעם מענטש", איז אבער "צדקתו עומדת לעד", דאס געלט וואס א איד האט געגעבן פאר תורה, פאר אמונה, פאר א חדר, א מיידל שולע ווי מען איז מחנך די קומענדיגע דורות צו לעבן מיט'ן אויבערשטן, דאס נעמט מען יא מיט, און דאס בלייבט מיט'ן מענטשן לעד ולנצח נצחים. &nbsp; כאטש דער קאמפיין איז שוין אפיציעל פארטיג, זעט מען נאך ווי עס שטראמען נאך כסדר אריין פרישע נדבות פון אידן וועלכע ווילן נישט פארפאסן די גרויסע זכי' און כאפן אריין אין די יעצטיגע מינוט משלים צו זיין, און זיין א חלק פון דעם געוואלדיגן מצוה.

    < זעה מער כב אב תשפ"ד 📝
  • ט"ו אב: פילע בחורים שליסן זיך אן אינעם סגולה פון מסיים זיין מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה

    ווען די ישיבה תפארת התורה האט געהאלטן אין איר דירטע יאר, און יאר תשע"א, איז די ישיבה געווען סטאנציאנירט אין א קעמפ אין עלענוויל, ניו יארק, און ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו, "דעמאלט איז נישט געווען קיין איין חתן אין ישיבה, ווייל מען האט זייער מבזה געווען די ישיבה, און מען האט ארויסגעלאזט א שלעכטע נאמען אויף מיר און אויף די ישיבה וכו&rsquo;, וואס דאס האט געברענגט אז מענטשן האבן מורא געהאט צו נעמען א בחור פון ישיבה פאר אן איידעם. יעדעס מאל מען האט אנגעטראגן א שידוך פאר איינעם, און יענער האט געהערט אז דער בחור לערנט אין ברסלב, האט יענער גלייך אראפגעהאקט דעם טעלעפאן." &nbsp; דער ראש ישיבה פלעגט כסדר פרעגן פון מוהרא"ש זי"ע &ldquo;וואס וועט דא זיין, קיינער וויל נישט נעמען קיין בחור פון ישיבה?!&rdquo; און מוהרא"ש זי"ע פלעגט כסדר ענטפערן פארן ראש ישיבה שליט"א &ldquo;וועסט נאך זען, עס וועט קומען א צייט, וואס די מיידליך וועלן נאר וועלן בחורים פון דיין ישיבה&rdquo;, דער ראש ישיבה פארציילט, אז עס האט אים דעמאלטס אויסגעקוקט, ווי מוהרא"ש וויל אים סך הכל מחזק זיין, ווייל מען האט נישט געקענט דעמאלטס טראכטן אז עס זאל טאקע אזוי זיין במציאות. &nbsp; איר ווייסט וואס, לאמיר אינגאנצן איבערגעבן דאס ווארט פאר'ן ראש ישיבה, און זען וואס ער שרייבט אינעם בריוו ווייטער, "אבער היינט צו טאגס זעט מען וואס הייסט א ברכה פון א צדיק; צענדליגער שידוכים זענען געווארן נאר ווייל די מיידלעך האבן זיך איינג&rsquo;עקשנ&rsquo;ט אז זיי ווילן נאר א בחור פון ישיבה, ווייל זיי הערן די דרשות פון ישיבה, און זיי הערן ווי אזוי די בחורים וואקסן אויף מיט מידות טובות, מיט שכל, וואס מען הערט נישט אין אנדערע פלעצער. " &nbsp; "איך האב דעמאלט געשריבן בריוון פאר מוהרא&rdquo;ש זכרונו לברכה אז די בחורים וויינען צו מיר, זיי ווילן חתונה האבן, און מוהרא&rdquo;ש האט מיר געשריבן אז ער גייט קומען חמשה עשר באב אין קעמפ מאכן א סעודה, און ער גייט ברענגען שידוכים. אזוי איז געווען, מוהרא&rdquo;ש איז געקומען אין קעמפ, און מען האט געמאכט א סעודה לכבוד חמשה עשר באב." &nbsp; "ביי די דרשה האט מוהרא&rdquo;ש געזאגט אזוי: &ldquo;איך זאג צו פאר אלע בחורים וואס זענען זיבעצן יאר און העכער, יעדער בחור וואס וועט יעדן טאג לערנען גאנץ מסכת תענית - פון ט&rdquo;ו אב ביז ראש השנה, זאג איך צו אז ער וועט טרעפן זיין שידוך גלייך נאך ראש השנה&rdquo;; וואס זאל איך דיר זאגן, כאשר אמר כן היה, עס האט זיך גלייך אנגעפאנגען שידוכים איינס נאכן צווייטן, און אלע זענען חתנים געווארן און חתונה געהאט, און זיי האבן א שיינע לעבן. עס זענען געווען אפאר בחורים וואס האבן נישט געטראפן זייער שידוך גלייך דעמאלט, אין אנהייב האבן זיי געהאט קשיות - וואס הייסט? וואו איז מיין שידוך? איך האב דאך געזאגט מסכת תענית פערציג מאל? למעשה, שפעטער ווען זיי האבן געטראפן זייער שידוך, האבן זיי געזען אז זייער כלה איז נאך געווען יונג&rdquo;." &nbsp; און זייט דעמאלטס חזר'ט זיך דאס איבער יעדעס יאר חמשה עשר באב, און נישט נאר אין ישיבת תפארת התורה, נאר איבעראל אין אלע ישיבות, א געזונטע בחור וויל חתונה האבן, און וועט טון אלעס אויף דער וועלט צו טרעפן א שידוך, און דא הערט מען א סגולה פון א צדיק וואס האט מבטיח געווען. דערפאר זעט מען אין פילע ישיבות, וואס אפילו קיינער הייסט זיי נישט, נעמען פילע בחורים די עצה פונעם צדיק און שטרענגען זיך אן - און אזוי ווי א בחור וואס פאלגט די עצות פון צדיק, שטעלן זיי זיך צו צו אלע שיעורים פון די ישיבה און פלייסן זיך צו מיט אלע אנדערע שיעורים און לימודים - און די פרייע צייטן נוצן זיי אויס צו ענדיגן יעדן איינציגן טאג די גאנצע מסכת וואס באשטייט פון דרייסיג בלאט. און געלויבט דער אויבערשטער, די הבטחה פון מוהרא"ש זי"ע גייט נישט פארפאלן, די אלע בחורים טרעפן גוטע שידוכים שנעל און גרינג און שטעלן אויף אידישע שטובער.&nbsp; &nbsp; מיט דעם אפשר קען מען משלב זיין ביידע מאמרי חז"ל "לא הי&rsquo; ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב" אז מען האט דעמאלטס געטראפן שידוכים, צוזאמען מיט דעם וואס חז"ל זאגן זייער שארף אז פון חמשה עשר באב דארף מען מוסף זיין בלימוד התורה. ביי ברסלב'ע בחורים גייען די ביידע זאכן צוזאמען. &nbsp; 🎧 דרשה פון מוהרא"ש חמשה עשר באב תשע"א אין קעמפ פון ישיבה תפארת התורה ברסלב &nbsp; &nbsp; לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב &nbsp;

    < זעה מער טו אב תשפ"ד 📝
  • אנשי חיל קאמפיין תשפ"ד ווערט איינגעפעדימט

    אנשי שלומינו תלמידי וחסידי ברסלב זענען איינגעשפאנט ארויסצוהעלפן דעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען בויען ווייטער די הייליגע קהילה און מוסדות. &nbsp; די קהלה קדושה היכל הקודש בנשיאות דעם ראש ישיבה שליט"א איז פון די שנעלסטע וואקסענדע חרדישע קהילות אין די וועלט, עס גלייבט זיך שווער ווי אין בלויז עטליכע יאר איז זיך די קהילה צואוואקסן צו א גלאבאלע אימפעריע פון תורה וחסידות. &nbsp; קהילה היכל הקודש שטעלט צו אלעס וואס א חרדישע איד דארף צו האבן צו קענען דינען דעם אויבערשטן און ערציען די ווייטערדיגע דורות אויפן זעלבן וועג וואס די פריערדיגע צדיקים האבן אונז אויסגעטרעטן. די קהילה פארפיגט היינט אין פיר לענדער איבער די וועלט, די גרעסטע פון זיי איז אין אמעריקע און ארץ ישראל, און אויף א קלענערע פארנעם אין קאנאדע און ענגלאנד. עס איז אומגלויבליך צו ליינען די קהלה אין נומערן. צענדליגע איבער די וועלט טראגן מיט שטאלץ דעם נאמען "היכל הקודש", זעקס שטעט האבן די זכי' צו פארמאגן חדרים און מיידל שולעס פון "היכל הקודש" ווי עס ווערן נתחנך הונדערטער תלמידים ותלמידות. דער ראש ישיבה שליט"א פירט היינט צו טאגס דריי ישיבות ווי די בחורי חמד זענען זיך משלים בתורה ויראת שמים אונטער די שטענדיגע הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א. אויף זומער פארמאגט די קהלה 2 קעמפס, מחנה אילן החיים פאר די אינגלעך און בחורים, און מחנה בית פיגא פאר די מיידלעך. &nbsp; בפרט איז צום שטוינען ווי אין בלויז דריי יאר האט די קהילה אהערגעשטעלט א הערליכע נייע גאנץ יעריגע שטעטל אין די קעטסקילס ראיאן "קרית ברסלב" אין ליבערטי וואו עס וואוינען שוין איבער הונדערט און פופציג משפחות צושפרייט אין צענדליגע גאסן אין "אכט" שיינע שכונות, יעדע שכונה פאר זיך האט א שול מיט א מקוה. דאס איז אויסער צוויי מקוואות טהרה, א כולל פאר אינגעלייט, און אלע עמוירדזשענסי און חסד ארגאניזאציעס מיט וואלונטירן וועלכע שטייען גרייט צו העלפן יעדע איינוואוינער אדער באזוכער. &nbsp; און דאס ווילן אנשי שלומינו העלפן עס זאל ווייטער קענען אנגיין, וויסענדיג אז דער ראש ישיבה שליט"א נוצט דאס געלט מיט די גרעסטע מאס אחריות, יעדע דאלער וואס דער קאמפיין ברענגט אריין גייט פאר די אלע לעבנ'ס וויכטיגע צוועקן פון חינוך הבנים והבנות און פאר די הייליגע קהלה. דער ראש ישיבה שליט"א לייגט א גרויסע געוויכט אז מען זאל ארויסנעמען דאס מערסטע פון יעדן דאלער, און לאזט נישט פארשווענדן דאס געלט פאר פראפאגאנדע, לוקסוס אדער אנדערע נישט וויכטיגע צוועקן. &nbsp; יעצט ווען דער יערליכער קאמפיין פאר די מוסדות הייבט זיך אן, גרייטן זיך אלע אנשי שלומינו זיך אנצוגארטלען די כחות און זיך אנשליסן אלץ "אנשי חיל" געטרייע סאלדאטן, און רופן די קרובים, חברים, און שכנים און זיי אנווארימען די הערצער זיי זאלן צוהעלפן און אראפ שטעלן א שטארקע פינאנציעלע יסוד אז די הייליגע מוסדות זאלן ווייטער קענען וואקסן און בליען.

    < זעה מער יא אב תשפ"ד 📝
  • הערליכע מסיבה פארגעקומען אין ארץ ישראל אין בעפארברייטונג צום "אנשי חיל" קאמפיין

    אנשי שלומינו איבער די וועלט גרייטן זיך מיט גרויס עקסטאז צום יערליכע "אנשי חיל" קאמפיין, וואס צילט ארויסצוהעלפן דעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען אנהאלטן און ווייטער בויען די הייליגע קהילה און מוסדות התורה והחסד פון "היכל הקודש", וואס פארמאגט היינט אונטער זיך מוסדות און קהילות אין פילע לענדער און שטעט איבער די וועלט, וואס זענען דינען ווי לייכט טורעמס פאר אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וואס דערווארימען זיך צום הייליגן פייער פון הייליגן רבי'ן, וואס ווערט ווייטער איבערגעגעבן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, אויף יעדן מעגליך וועג. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז זיך מוסר נפש צו פירן און באגלייטן די הייליגע ברסלב'ע קהילה, וואס מוהרא"ש זי"ע האט איבערגעלאזט נאך זיין פטירה, און במשך די יארן איז זיך עס צואוואקסן קע"ה א ריזיגע אימפעריע פון תורה עבודה און גמילת חסדים, מיט א דגוש איבערצוגעבן פאר די תלמידים די ריינע אמונה און געבן א וועג וויאזוי מען קען מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות אפילו ווען מיר געפונען זיך אינעם יעצטיגן שווערן דור. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אייגעפירט אז דער היי יעריגער קאמפיין זאל לויפן אויף עקסטערע טיעמס, ווי יעדע טיעם וועט האבן באזונדערע עסקנים וואס וועלן באגלייטן אלע חברים מען זאל קענען בסעייתא דשמיא אויפרטייבן שיינע סכומים. &nbsp; אזוי ווי איבעראל איז אין ארץ ישראל אויך געווען גרויסע הכנות צום קאמפיין, שוין עטליכע וואכן וואס עס קומען פאר מיטינגען צווישן די גבאים פון אלע שטעט פון די שולן און די מוסדות התורה והחסד צו קענען אריינעמען אלעמען אינעם קאמפיין מיט הצלחה. מען האט באשטימט אז מאנטאג מטות מסעי וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען אויף אן אסיפה ווי מען וועט אנווארימען דעם ציבור צו ווערן גבאי צדקה. &nbsp; עס איז געווען א ריכטיגער היסטארישער מאמענט ווען עס איז פארגעקומען צום ערשטן מאל אין היסטארע וואס אלע אנשי שלומינו פון איבער גאנץ ארץ ישראל זענען זיך צוזאם געקומען אויף איין פלאץ, דער ראש ישיבה שליט"א האט געשיקט צוויי שלוחים צום מסיבה די צוויי פיש ברודער מו"ה אהרן הי"ו און מו"ה יעקב הי"ו וועלכע זאלן פערזענליך איבערגעבן פאר אנשי שלומינו ארץ ישראל די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; צום ערשט האט אויפגעטרעטן מו"ה אהרן פיש הי"ו וועלכע פירט שוין אן דעם "אנשי חיל" קאמפיין פאר אלע יארן צום גוטן, וועלכע האט מיט זיין לשון לימודים אנגעווארעמט דעם ציבור, צווישן אנדערע האט ער געזאגט אז ער האט שוין געהאט די זכי' איבערצוגעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א דורך די קאמפיינס שווערע מיליאנען דאלארן במשך די יארן, וואס דער ראש ישיבה שליט"א נוצט דאס געלט במשך די יאר לפי ראות עיניו, צו קענען בויען און אנהאלטן די הייליגע מוסדות אין קהילה. &nbsp; דערנאך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פונעם מנהל המוסודת פון ארץ ישראל מו"ה יצחק פאפענהיים הי"ו וואס איז זיך מוסר נפש פאר די מוסדות אין ארץ ישראל, און פארט ארום כסדר זיך אומקוקן פערזענליך אין אלע שטעט, ער האט פארציילט ווי ער האלט מיט ווי דער ראש ישיבה שליט"א געבט זיך אוועק בלב ונפש פאר די הייליגע מוסדות, דער ראש ישיבה שליט"א האלט מיט און אינטערעסירט זיך אין יעדן קינד, און שיקט יעדן חודש ריזיגע געלטער צו קענען אויפהאלטן די חדרים, מיידל שולעס און ישיבה, און בזכות די מוסדות האט די קהילה אויך גאר א שטארקע חיזוק בסייעתא דשמיא.שיקט אזויפיל געלט&nbsp; &nbsp; דערנאך האבן אלע אנשי שלומינו זיך אוועקגעזעצט אונטערשייבן שטרות, ווי מען האט אריינגעשריבן וויפיל געלט מ'נעמט זיך אונטער אריינברענגען ביים בעפארשטייענדן קאמפיין, וואס מו"ה אהרן הי"ו טראגט עס צום ראש ישיבה שליט"א אונטערצושרייבן, און וועט דערנאך צוריק געשיקט ווערן קיין ארץ ישראל. &nbsp; דער ציבור הנאספים האט זיך זייער ווארעם אנגערופן, און עס איז אריינגעקומען הבטחות פון איבער א האלב מיליאן שקל, וואס די חברים אין ארץ ישראל האפן בסייעתא דשמיא איבער צו געבן פאר ראש ישיבה. &nbsp; דערנאך האבן אנשי שלומינו געהאט די זכיה מיטצוהאלטן א לייוו הוקאפ שיעור פון ראש ישיבה שליט"א וואס ער האט געגעבן ספעציעל פאר די בני ארץ ישראל. דער ראש ישיבה שליט"א האט צוערשט געזאגט אז אמאל איז געווען שווער צו בעטן פון די ארץ ישראל'דיגע אידן זיי זאלן זיך צושטעלן און אריינברענגען געלט פאר די אמעריקאנער מוסדות, אבער היינט - האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט - איז שוין דא מוסדות אין אלע עקן פון ארץ ישראל, און מען בעט אז מען זאל זיך אליינס שטיצן. &nbsp; דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער צו א הערליכע שיעור ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט אלעמען מחזק געווען מען זאל זען צו נעמען און פאלגן די עצות פון הייליגן רבין, מעביר סדרה זיין, זען עס זאל זיין שלום און שטוב, און אזוי ווייטער. די פולע דרשה וועט בעז"ה זיין געדרוקט די וואך אינעם העליכן קונטרס "אשית עצות בנפשי" וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך הרב יואל לעווי שליט"א פון בני ברק. &nbsp; דער ראשי ישיבה שליט"א האט דערנאך געבעטן מען זאל אויסטיילן די מתנות וואס ער האט געשיקט פאר אלע וואס האבן זיך באטייליגט פאריאר מיט שיינע סכומים, א משניות אריינגעשריבן א שיינע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט ווארימע הערצער און מיט א קבלה כאיש אחד בלב אחד ווייטער צו שטיין צו די האנט פון ראש ישיבה מיט אלעם וואס מעגליך.

    < זעה מער כט תמוז תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 43 results

1 2 3
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com