Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אנשי שלומינו אין בלומינג גראוו וועלן אויפנעמען דעם ראש ישיבה קומענדיגן מאנטאג אווענט בהילולת מוהרנ"ת זי"ע

    קומענדיגן וואך דינסטאג ויחי עשרה בטבת, ווערט אפגעצייכעט דער 179'סטער יארצייט פונעם גרויסן תלמיד פון הייליגן רבי'ן - דער הייליגער רבי נתן זי"ע. אביסל א השגה ווער דער הייליגער רבי נתן איז געווען קען מען פארשטיין פון די אויסדרוקן וואס דער הייליגער רבי געלאזט פאלן פון צייט צו צייט: "מען דארף דאנקען רבי נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר א בלעטל שמות" (חיי מוהר"ן, סימן ש"ע). אזוי אויך האט דער רבי געזאגט ביי א געלעגענהייט, "קיינער פארשטייט מיר נישט נאר נתן, און נפתלי א ביסל". אין א בריוו פונעם דער ראש ישיבה שליט"א פארציילט ער איבער די גרויסקייט פון הייליגן רבי נתן זי"ע: "רבי נתן איז געווען א תלמוד חכם מופלג, ער איז געווען א שטארקע מתמיד און בקי בש"ס ופוסקים, רבי נתן האט געקענט אויסעווייניג גאנץ ש"ס מיט אלע תוספות. ביי זיין בר מצוה איז ער א חתן געווארן מיט א טאכטער פון הגאון הצדיק הרב ר' דוד צבי אויערבאך זכרונו לברכה וואס איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט - שאריגראד, קרעמניץ, מאהליב; זיין שווער האט געזאגט: "מען האט מיר אנגעטראגן אסאך תלמידי חכמים פאר מיין טאכטער, אבער אזא גלאטע האלז ווי נתנ'לע האב איך נאך נישט געזען". "בעפאר רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געווען ביי גרויסע צדיקים; ער איז געווען ביים הייליגן רבי ברוך'ל ממעזיבוזש זכותו יגן עלינו, אויך איז ער געפארן צום הייליגן רבי ר' זושא מהאניפאלי זי"ע. ער איז געפארן צום צדיק הרה"ק ר' מרדכי מקרעמניץ זי"ע, צו הרה"ק ר' שלום מפראהביטש און צו הרה"ק ר' אברהם דוב מחמעלניק זי"ע; אלע צדיקים האבן אים זייער מקרב געווען, און זיך מיט אים משעשע געווען. "צום סוף איז ער מקורב געווארן צום גרויסן צדיק הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו, אבער ער האט זיך נישט געקענט דורך קומען מיט די בארדיטשובע חסידים. דער הייליגער קדושת לוי פלעגט אים זייער ליב האבן מיט א באזונדערע ליבשאפט, ער פלעגט אים רופן בלשון חיבה "מיין נתנ'לע", אבער וויבאלד רבי נתן איז געווען א גרויסער מתמיד און א גרויסער למדן, האט ער נישט געקענט דערליידן די פארברענגען וכו' מיט די סעודות וכו', ער האט דאס אנגעקוקט ווי מען פארברענגט סתם די צייט. ער פלעגט ארום גיין מיט ספיקות און בלבולים וואס צו טון, 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין אן ערליכער איד?' 'ווי אזוי איז מען זוכה צו דינען דעם אייבערשטן?' ער האט נישט געקענט טרעפן א תירוץ אויף דעם. "ביז איין מאל איז ער געזיצן מיט די תלמידים פון הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע ביי סעודת מלוה דמלכה, מען האט געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל, און ר' נתנ'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל אז ער דארף גיין איינקויפן בייגל, איז ער געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה. אויפן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט געטראכט צו זיך: 'אויף דעם בין איך באשאפן געווארן, צו גיין קויפן בייגל?' ער איז געווארן זייער צעבראכן פון דעם, ער איז אריין געקראכן אין א פארמאכטע שול דורכן פענסטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און ער איז איינגעשלאפן. "ער חלומ'ט זיך ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלינג זעט ער א מענטש זאגט אים די ווערטער: "דראפע דיר און האלט זיך, שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות". "שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער גלייך געכאפט אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים "דראפע דיר און האלט זיך", איז נישט קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי. אי"ה קומענדיגן וואך מאנטאג נאכט ויחי, אור ליום עשרה בטבת, וועט מען פראווען דעם יארצייט סעודה אין אלע ביתי מדרשים פון היכל הקודש, דער ראש ישיבה וועט זיך באטייליגן אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו, נעבן קרית יואל, אויף 24 מעריוואלד לעין סאוט, אום 8:30 אווענט. Address for the GPS: 24 Merriewold Ln S, Monroe, NY 10950   אינעם הייליגער יארצייט וועלן אנשי שלומינו אויסנוצן די געלעגענהייט צו שטיצן און מחזק זיין דעם קרן הדפסה וועלכע דרוקט און פארשפרייט די ספרים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, וואס דאס איז געווען דער שאיפה פון רבי נתן זי"ע זיין גאנצע לעבן, און דאס זענען געווען זיינע לעצטע ווערטער אויף דער וועלט, ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו "איידער רבי נתן איז נסתלק געווארן האט ער געזאגט די ווערטער (און דאס איז פאר אונז אזוי ווי א צוואה פון רבי נתן זכרונו לברכה): "עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזויפיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", און רבי נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'"; (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת; רבי נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר).   אז דו געבסט געלט פאר'ן דרוקן די ספרים האסטו די זעלבע חלק אין הפצה ווי די וואס גייען פארשפרייטן די ספרים; יעדע זאך וואס מען טוט צו העלפן פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן איז מקרב די גאולה, עס ברענגט נענטער און נענטער משיח זאל קומען. ווייל די ספרים און קונטרסים ברענגען צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן און דער רמב"ם פסק'נט (הלכות תשובה פרק ז, הלכה ה): "הִבְטִיחָה תּוֹרָה שֶׁסּוֹף יִשְׂרָאֵל לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה בְּסוֹף גָּלוּתָן, וּמִיַּד הֵן נִגְאָלִין", די הייליגע תורה זאגט, ווען אידישע קינדער וועלן תשובה טון וועט זיי דער אייבערשטער גלייך אויסלייזן."   כל הקהל מזומנים  

    < זעה מער ה טבת תשפ"ג 📝
  • הפצה פארברענג אין קרית יואל וועט פארקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש פרעמישלאן

    שוין איבער א יאר וואס עס איז נתייסד געווארן דעם שיינער פארברענג יעדע דינסטאג נאכט ווי אנשי שלומינו שמועסן און רעדן פון הייליגן רבין, מען איז זיך מחזק צו פאלגן זיינע היייליגע עצות. צו ערשט לערנט הר"ר יואל פארקאש שליט"א פאר אין הייליגן ספר "פעולות הצדיק" פון היייליגן רבין, דערנאך פארברענגט מען מיט שיחת חברים, מען איז זיך מחזק אינאיינעם, מען פארציילט מעשיות פון הפצה, און מעשיות פון תפלה. &nbsp; יעדע וואך קומט דער פארברענג פאר אום 8:45 אין ביהמ"ד היכל הקודש העיס און אום 9:45 נאכן פארברענג דאווענט מען אינאיינעם מעריב, און דערנאך לאזט מען זיך ארויס אין א פרייליגע טאנץ, און מען פריידט זיך מיט נועם חלקינו אשר בנחל שם גורלינו, אז מיר האבן די זכיה אז מיר ווייסן פון הייליגן רבין, וואס דערמאנט אונז כסדר צו "קוקן אויפן הימל" און געדענקען דעם אייבערשטן, טראץ די גרויסע הסתרה וואס די וועלט פרובירט אים צו באהאלטן. &nbsp; יעצט צוליב די גרויסע רענאוואציעס וואס ווערן דורכגעפירט אין ביהמ"ד העיס, ווי מען רוקט אוועק די בתי כבוד אין א ווינקל, כדי צו קענען פארגרעסערן דעם היכל הבית המדרש, אזוי אויך ווערן די לייטס אינגאנצן איבערגעלייגט, און מען פעינט, מען סקרעיפט, פארשידענע פייפס ווערן ארויסגענומען און אריינגעלייגט אין די ווענט און אין די דאך, און דערווייל ווילאנג די ארבעט גייט אָן זענען די ווענט האלב רוי, האלב פון די לייטס פעלן, אלעס איז שטויביג, אזוי אויך ארבעט נישט די הייצונג דערווייל כדבעי, צוליב דעם וועט דער פארברענג צייטווייליג אריבערגערוקט ווערן צום ביהמ"ד היכל הקודש אויף 8 פרעמלישאן, ווי אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען היינט דינסטאג נאכט פרשת ויגש, און מען וועט זיך אינאיינעם מחזק זיין אינאיינעם.

    < זעה מער ג טבת תשפ"ג 📝
  • תומכי הכולל באקומען מאיאסטעטישע איינלאדענונג צום סעודת ראש חודש מיטן ראש ישיבה

    ווי שוין איינגעפירט אין די לעצטע חדשים טוט דער ראש ישיבה אפרעכטן א געשמאקע סעודת ראש חודש צו וועלכע עס ווערן געלאדענט די גדולי תומכי הכולל, די וועלכע זענען מנדב גרויסע סכומים אז די אינגעלייט זאלן קענען זיצן און לערנען. &nbsp; קומעדיגע סעודת ראש חודש מיטן ראש ישיבה וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגן זונטאג חנוכה, צו וואס די חשובע תומכי הכולל האבן באקומען א הערליכע איינלאדענונג. צווישן זיי געפונען זיך מו"ה מרדכי אהרן היילפערן הי"ו, מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו, מו"ה משולם פינטער הי"ו, מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, מו"ה יוסף הכהן פריעדמאן הי"ו און מו"ה שבתי מזרחי הי"ו וועלכע האבן מנדב געווען פארן כולל פאנטאסטישע סכומים, וועלנדיג האבן די זכיה צו נעמען א חלק אין די לימוד התורה פון די חשובע אינגעלייט, וועלכע זיצן און לערנען בהתמדה רבה, און זענען זיך משלים אין אלע מקצועות התורה. &nbsp; דער מסיבה אנטשפרעכט צו זיין גאר געשמאק, ווי דער ראש ישיבה שמועסט דורך אינטערעסאנטע און געשמאקע נושאים, פון וואס אלע וועלן בעז"ה ארויסגיין מיט פולע קעשענעס חיזוק און אינספיראציע. &nbsp; ווי דער ראש ישיבה זאגט כסדר איז דער כולל דער שמירה פארן שטעטל, און איז א שמירה פאר אלע וואס שטיצן איר, אלע וואס ווילן נעמען א חלק אין שטיצן דעם כולל קענען זיך ווענדן צום גבאי פונעם כולל מו"ה ארי' שניטצלער הי"ו וואס מאכט זיכער בסייעתא דשמיא אז די געהאלט פאר די תלמידי חכמים די לומדי הכולל זאל ווערן פולקאם באצאלט יעדע וואך. &nbsp;

    < זעה מער כח כסלו תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו תושבי ברסלב דערפרייען די אידישע ארעסטאנטן אין ניו יארק סטעיט תפיסות

    ליבערטי - דער נייער ארגאניזאציע אנגעפירט דורך מו"ה משה עקשטיין הי"ו, דערפרייט אידישע ארעסטאנטן אין די ניו יארק סטעיט תפיסות ארום ליבערטי. דער ארגאניזאציע וואס האט נאך דערווייל נישט קיין אפיציעלע נאמען, באשטייט פון בערך 20 געטרייע אקטיווע וואלונטירן וואס גייען ארום באזוכן אידישע ארעסטאנטן וואס זיצן נעבעך איינזאם אין די תפיסות אין נעפאנעק, וואודבארן, שוואנגאג, און גרין העווען. &nbsp; אין די אלע טורמעס געפונען זיך לעת עתה בערך 11 אידישע ארעסטאנטן וואס קוקן ארויס אויף באזוכער יעדן טאג, וואס פארגרינגערט זיי אביסל און מאכט זיי פארגעסן פון זייער צער. דער יעצטיגער ציל איז אז יעדער ארעסטאנט זאל באקומען כאטש איין באזוכער יעדע צוויי וואכן, וואס דאס איז וואס מ'קען דערווייל דערגרייכן מיט די צאל וואלונטירן וואס מען פארמאגט. יעצט אין די פרייליכע חנוכה טעג זוכט מען צו פארגרעסערן דעם מעמבערשיפ באזע, אזוי ארום אז מען זאל קענען אנקומען צו באזוכן יעדן ארעסטאנט לכל הפחות איין מאל במשך די חנוכה טעג. &nbsp; ווי מען הערט צוריק פון די ארעסטאנטן, ברענגען די באזוכן פון אנשי שלומינו תושבי קרית ברסלב א גרויסע הנאה פאר זיי, זיי קוקן שטארק ארויס אויף די באזוכן, זיי שלינגען מיט דורשט די ווערטער פון די באזוכער וואס זענען אנגעפילט מיט אמונה און מיט די עצות פון הייליגן רבין וואס האט די כח צו שטארק און באלייכטן אידן אין אלע מצבים פון לעבן. &nbsp; אויב זענט איר אינטערסירט זיך אנצושליסן מיט דעם געוואלדיגן גרויס חסד פראיעקט, ביטע רופט דעם גבאי מו"ה משה עקשטיין הי"ו אויף 845-428-2782. מיטן אייבערשטנ'ס הילף קען מען אויפלעבן און אריינברענגען פרישע האפענונג אין די אידישע ארעסטאנטן סיי במשך חנוכה, און במשך א גאנץ יאר.

    < זעה מער כז כסלו תשפ"ג 📝
  • לכבוד חנוכה קומט בית התבשיל ארויף אויפן בי-פעי סיסטעם

    קרית ברסלב - דער ראש ישיבה מאנט אלץ פון אונז אז ער וויל אז אין די קהילה זאל מען זיך זארגן איינע פארן צווייטנ'ס גשמיות. מען זאל גיין נאך געלט, זען ווי מען קען טון א טובה פאר א צווייטן, אזוי אויך וויל דער ראש ישיבה אז עס זאל זיך גיסן חסד אין שטעטל. דער ראש ישיבה האט אויפגעשטעלט אינעם אינגן שטעטל א ביקור חולים, חסד אין תפיסות, חברים, און נישט קיין ספק אז פון די גאר גרויסע חסד וואס טוט זיך אין שטעטל איז דער בית התבשיל. &nbsp; דער בית התבשיל לויפט היינט צו טאגס אויף א בודשעט פון איבער א פערטל מיליאן דאלער, אין דעם איז אריינגערעכענט וועכענטליכע שבת חלוקות פון קעש און גראסערי ארדערס פון בערך דריי טויזענט דאלער א וואך, אזוי אויך נעמט עס אין חשבון די גרערעסערע חלוקות פון ימים טובים, ווי די סוכות חלוקה וואס האט אפגעקאסט איבער דרייסיג טויזענט דאלער, ווי מען האט אפגעשיקט פלייש, פיש און גראסערי ארדערס פאר נויטבאדערפטיגטע משפחות, און דער פסח חלוקה וואס האט געשיקט מכל טוב וטוב פלייש, גרעיפ דזשוס, מצות, פיש, גראסערי און נאך וואס האט אריינגעצויגן צו בערך זיבעציג טויזענט דאלער, אזוי אויך א מתנות לאביונים חלוקה פון קעש געלט פון צענדליגע טויזנטער דאלער. דאס אלעס קומט אויס צו א חשבון פון איבער א האלבע מיליאן דאלער א יאר. &nbsp; אויסער די אויבנדערמאנטע חלוקה, ווערן אפגעהאלטן צענדליגע חלוקות א יאר פאר כל הקהל הקודש ווי מען טיילט בחנם פילע נוצבארע אייטעמס בהרחבה גדולה פון וואס אלע זענען זיך מחיה. איין אזא חלוקה איז פארגעקומען נעכטן זונטאג ערב חנוכה, ווי מען האט אויסגעפאקט טראקלאודס מיט צענדליגע געשמאקע פראדוקטן, ווי פיש, פלייש, אייער, אויל, גרעיפ דזשוס, צוויבל, פאטעיטעס, סנעקס, טשאקאלאד, דרינקס און נאך, וואס נאך די גרויסע אינפלאציע וואס הערשט היינט אין די גאס, זענען די רוב פון אויבנדערמאנטע פראדוקטן זייער שטארק ארויף, ווי צום ביישפיל א דאזען אייער קאסט היינט אין געשעפט איבער פינף דאלער, וואס מיט צוויי יאר צוריק האט צוויי דאלער א דאזען געהייסן טייער, אויל פלעגט גיין פאר בערך זעקס זיבן דאלער, און היינט איז עס ממש דאפעלט, אזוי אויך מיט פלייש, פיש, פאטעיטעס, צוויבל, ווי יעדער קען זיך עס איבערצייגן אין גראסערי. דעפאר איז עס געווען א געוואלדיגע דערלייכטערונג אז דער בית התבשיל האט אראנדזשירט דער גרויסער חלוקה. &nbsp; אזוי אויך האפט דער בית התבשיל צו אויסטיילן א ספעציעלע חלוקה פאר נויטבאדערפטיגע לכבוד חנוכה, פון טויזנטער דאלער, און לויט וויפיל עס וועט אריינקומען, אזויפיל וועט מען בעז"ה קענען אויסטיילן. &nbsp; די אלע חלוקות קען מען בעזרת השם דורכפירן מיט די ברייטהארציגע נדבות פון אנשי שלומינו וואס זענען ווארים צום בית התבשיל וואס דער ראש ישיבה האט אויפגעשטעלט, וואס ווערט אנגעפירט מיט גרויס געטריישאפט דורכן גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, מ'קען אים רופן צו מנדב זיין אויף 845-637-5367, אזוי אויך קען מען מנדב זיין אויף בית התבשיל אנליין פלאטפארמע פיר און צוואנציג שעה אין טאג, און די גרינגסטע וועג צו מנדב זיין איז דורכן בארימיט "בי-פעי" (ברסלב פעי) סיסטעם, אין וואס דער בית התבשיל האט זיך נארוואס אנגעשלאסן. &nbsp; אנשי שלומינו זאגן אז דער בי פעי איז א גאר געשמאקע וועג פון מנדב זיין געלט צו אלע ברסלבע צוועקן, און ווי די בי-פעי אנפירער זאגן, שליסן זיך יעדן טאג אן פרישע מעמבערס, וואס נוצן דאס בכל עת מצוא, ווען זיי ווילן געבן צדקה, ביי א ציון פון א צדיק, אינמיטן התבודדות, ערב שבת קודש, שיקט מען אריין א נדבה, יעדער לויט וויפיל ער קען דעמאלטס. &nbsp; צום ביישפיל נעכטן נאמיטאג פאר חנוכה לעכט צינדן, זענען אריינגעקומען גאר אסאך נדבות פון אנשי שלומינו יעדער איינער צום צוועק וואס ער האט אויסגעקליבן. &nbsp; זיך אנצושליסן אינעם בי-פעי סיסטעם קען מען טעקטסן דאס ווארט join צו 8453852400 און אויספאלגן די גרינגע אנווייזונגען וואס מען וועט באקומען אויף טעקסט. די קאוד פון קרן הדפסה אויף בי-פּעי איז BH05 &nbsp; פאר מער פרטים איבער בי-פעי סיסטעם, וויאזוי עס ארבעט, און וואס זענען די אפציעס, און וויאזוי מען ווערט א מעמבער קען מען זען דא.

    < זעה מער כה כסלו תשפ"ג 📝
  • שיינער שבת קודש מיט'ן ראש ישיבה

    דעם פארגאנגענעם שבת קודש פרשת ויצא האבן די איינוואוינער אין קרית ברסלב ליבערטי, מיט נאך פילע געסט וואס זענען געקומען צו פארן אויף שבת, געהאט די זכי' מיטצוהאלטן גאר א שיינעם שבת קודש אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. א גאנץ שבת האט דער ראש ישיבה גערעדט נאר דיבורים פון רבי'ן.&nbsp; &nbsp; שבת קודש האט זיך דער ראש ישיבה אויסגעדרוקט אויפן שטעטל "דא איז א ריינע פלאץ, פשוט'ע מענטשן, פשוט'ע ארבעטארערס, אבער זיי פירן זיך ווי גרויסע צדיקים. יעדער איינער - מקטן ועד גדול - איז אנגעפילט מיט אמונה, יעדער האט שיחות פון רבי'ן, מען לעבט מיטן אייבערשטן, איך האב אזוי הנאה דא צו זיין." &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער וואלט געבליבן דארט וואוינען, נאר לעת עתה איז די ישיבה אין וויליאמסבורג - און כאטש דער ראש ישיבה און זיין גאנצע משפחה וויל דארט בלייבן, מוז ער צוריק פארן אין שטאט ביז ווילאנג דער אייבישטער וועט העלפן מען וועט טרעפן א גוטע פלאץ פאר די ישיבה אין שטעטל. &nbsp; די תפלות און דרשות זענען פארגעקומען אינעם גרויסן בית המדרש אויף האשקי, פרייטאג צו נאכטס האט דער ראש ישיבה שליט"א געפירט א באטע ביי זיך אינדערהיים, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען פילע אידן פון איבער די שטאט, און מען האט גערעדט פון חינוך הבנים והבנות, אז דער עיקר איז אויסלערנען די קינדער דרך ארץ. &nbsp; דער ראש ישיבה האט דערציילט, וואס א מלמד דערציילט וואס ער האט געהאט די וואך. איינער פון די קינדער האבן זיך געשטעלט אין כיתה אונטער אים, אונטער זיין רוקן און געמאכט א פאקס מיט די האנט אויפ'ן נאז, אויפ'ן מלמד. דער מלמד האט זיך זייער דערשראקן צו האבן ביי זיך אין כיתה אזא קינד, ער ציטערט וואס גייט דא זיין מיט דעם קינד; וועט ער אויסוואקסן א איד אדער חס ושלום... &nbsp; האט דער ראש ישיבה געזאגט דעם מלמד, דער קינד איז נישט די פראבלעם, די עלטערן זענען; זיי זענען נישט מחנך זייערע קינדער. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער איז זייער שטרענג מיט זיינע קינדער אויף די איינע נקודה, אויף דרך ארץ. ער זאגט שטענדיג זיינע קינדער: "קענסט אויסוואקסן א פשוט'ער וואסער טרעגער, אבער דרך ארץ מוז זיין, אז דו וועסט נישט מיטהאלטן דאס לערנען - וועל איך דיר גארנישט טון, אבער אז איך וועל הערן פון דיינע מלמדים אז דו פירסט זיך נישט מיט דרך ארץ - וועל איך דיר באשטראפן". &nbsp; אויך זענען אנוועזענד געווען געסט וועלכע וואוינען נישט אין שטעטל, און זיי האבן זיך זייער געוואונדערט. איינער איז שפעטער צוגעקומען צום ראש ישיבה און געפרעגט: "די שמועס איז אמת? דער ראש ישיבה איז טאקע מסכים צו האבן קינדער וואסער טרעגערס?" האט דער ראש ישיבה געענטפערט: "איך וויל האבן קינדער תלמידי חכמים, איך וויל דאס בעסטע פון זיי, אבער איך שטעל זיך נאר אויף די איינע זאך". &nbsp; דער ראש ישיבה האט אים דערציילט: "יעדן טאג הער איך גרוסן, עלטערן שרייבן מיר סיומים פון זייערע קינדער. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, מיינע קינדער לערנען גארנישט, מיינע קינדער שפילן, מיינע קינדער זענען פארנומען מיט אלעס אויסער משניות און גמרא. איך טרייב זיי נישט צו לערנען, איך שטעל זיך אויף זייער יראת שמים און אויף זייער דרך ארץ. וועט ער נישט ענדיגן ש"ס, וועט ער נישט ענדיגן משניות - אבער א איד וועט ער זיין. איך שטעל זיך זיי זאלן זיך אנגרייטן נעגל וואסער, זיי זאלן ליינען קריאת שמע, זיי זאלן רעדן שיין צו עלטערע און בעיקר אין חדר, און אויף דעם געב איך פעטש". &nbsp; דער ראש ישיבה האט געבעטן פון אנשי שלומינו אז זיי זאלן רעדן צו זייערע קינדער פון דרך ארץ. יעדן טאג ווען די קינדער גייען אין חדר און אין סקול - דארף מען זיי זאגן מיט אן ערנסטע פנים: "איך האף צום אייבערשטן אז דו ביסט פון די דרך ארץ'דיגע קינדער", מען דארף רופן די קינדער'ס מלמדים און פרעג זיי: "וואס מאכט מיין קינד?" און זאג אים: "זאג מיר דעם אמת, ער איז דרך ארץ'דיג?" און אז דיין קינד איז דרך ארץ'דיג - זאלסטו רעדן אין שטוב פון דעם, און מאכן אן עסק; אים אויסלויבן פאר אלע קינדער, און אז נישט - זאלסטו אים געבן א קנס, ווייל אן דרך ארץ איז גארנישט דא. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז נאר דער וואס צאלט שכר לימוד - דער וועט זען נחת ביי זיינע קינדער, און דער וואס לאכט זיך אויס פון צאלן שכר לימוד - דער וועט קיין נחת נישט זען ביי די קינדער. דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט אז הערט זיך שרעקעדיג; אבער זאגט בלויז איבער וואס מוהרא"ש האט נאכגעזאגט בשם פריערדיגע צדיקים. דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט אז עס איז א פשוט'ע שכל, ווייל אז חינוך הבנים איז א חוזק, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג פון די מוסד, מען לאכט פון די מוסד, עס אינטערעסירט נישט די קינדער - איז נישטא קיין הצלחה. &nbsp; שבת אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית פאר'ן עמוד מיט גרויס ווארעמקייט, און נאכ'ן דאווענען איז געווען דער קידוש און דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט אינעם הייליגן ספר סיפורי מעשיות, און ארויסגענומען שיינע עצות והדרכות פאר'ן לעבן ברוחניות ובגשמיות, און אויך ביי שלש סעודות איז געווען גאר שיינע און וואמערע דברות קודש, מיט די לימודים פון הייליגן רבי'ן. &nbsp; השבת נועם הנשמות!

    < זעה מער יט כסלו תשפ"ג 📝
  • אמונה ניגון פון נייעם אלבום "תתחדש" ארויסגעקומען דורך די איינפלוס פון א חיזוק יומי

    א הערליכער אלבום איז נארוואס ערשינען אויף די אידשע מארק מיט צען שיינע ניגונים קאמפאזירט דורכן בארימטן קאמפאזיטער מו"ה הערשל ראזענבערג הי"ו פון מאנסי. ר' הערשל נ"י איז שוין א בעל תפילה פאר איבער דרייסיג יאר, און פארפאסט שוין ניגונים פון אלס אינג בחור. &nbsp; מיט בערך זעקס יאר צוריק האט פאסירט א שרקליכע טראגעדיע אין ארץ ישראל ווען א בחור א תלמיד היכל הקודש יעקב מאיר חשין ע"ה איז אוועקגעריסן געווארן פון דער וועלט פארנדיג אין א באס וואס איז געווען פארמישט אין א שרעקליכע עקסידענט, נאך די טראגעדיע גערעדט שטארקע דברי חיזוק ביים שיעור. דער ראש ישיבה האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז כאטש דאס איז א שרעקליכע טראגעדיגע, אבער ברוך השם אז דער בחור האט געהאט שכל און גוט אויסגענוצט די טעג און די יארן, אריינכאפנדיג צו ענדיגן אסאך מאל ששה סדרי משנה, מסכות אין ש"ס, און אזוי ווייטער, אויך האט ער אסאך מפיץ געווען, און מחי' געווען גאר אסאך אידן, און דאס נעמט ער מיט אויף יענע וועלט, און יעצט בלייבט איבער פאר אונז אנצופילן דעם חלל וואס יעקב מאיר האט איבערגעלאזט, און זיך שטארקן מיט התמדת התורה, הפצה און אזוי ווייטער. &nbsp; ר' הערשל האט געהערט דעם דאזיגן שיעור און עס האט אים גאר שטארק באנומען, ער האט געהערט ווי דער ראש ישיבה נעמט ארויס פון די פאסירונג א לימוד אויף למעשה וויאזוי איך קען נתעורר ווערן און טון עפעס נאך אזא טראגעדיע. זינט דאן האט ר' הערשל אנגעהויבן אויסצוהערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און אנגעהויבן באקומען א נייעם בליק אויפן לעבן. &nbsp; אין א שמועס מיט ר' הערשל אויף קול ברסלב לכבוד דעם ערשיינונג פון זיין נייעם אלבום פארציילט ער אז דריי האלב יאר צוריק איז געווען א שטארקע חיזוק יומי פונעם ראש ישיבה, וואס דער ראש ישיבה האט דארט געזאגט בזה הלשון: "עס איז דא א נייע תקנה אין ישיבה, קיין שום בחור טאר גארנישט בעטן פון קיין בשר ודם, קיין שום זאך וואס ער דארף, מען קען נאר בעטן פונעם אייבערשטן". די ווערטער האבן אים געוואלדיג שטארק באנומען, א טאג דערויף איז אים אריינגעקומען א ניגון אויף די הייליגע ווערטער &nbsp; וַאֲנִי בְּחַסְדְּךָ בָטַחְתִּי יָגֵל לִבִּי בִּישׁוּעָתֶךָ &nbsp; איך גלייב און גלייב, נאר דו קענסט מיר העלפן, &nbsp; איך דאנק און לויב אז דו טוסט מיר העלפן &nbsp; איך בעט און בעט אז דו זאלסט מיר ווייטער אלעמאל העלפן &nbsp; נאר דו קענסט העלפן &nbsp; ואני ואני ואני בחסדך בטחתי איך גלייב און גלייב איך בעט און בעט ווייל בחסדך בטחתי &nbsp; דער ניגון נעמט איבער דאס הארץ מען קען זיך מיט דעם ניגון גוט אויסדרוקן די גרויסע אמונה און האפענונג פון א איד אינעם אייבערשטן, וואס נאר ער קען אונז העלפן. &nbsp; גלייך דאן האט ער געשיקט דעם פריש פארפאסטן ניגון פארן ראש ישיבה פון וואס דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט און דאס שטארק אויסגעלויבט, יעצט ווען ר' הערשל האט ארויסגעגעבן דעם נייעם אלבום ווי ער האט אריינגעלייגט דעם ניגון (ניגון נומער 5) האט ר' הערשל געשפירט הכרת הטוב פאר'ן ראש ישיבה און איז געקומען ברענגען פאר'ן ראש ישיבה דעם נייעם אלבום פאר א מתנה. &nbsp; שפעטער האט זיך דער ראש ישיבה אויסגעדרוקט אז אסאך ניגונים היינט וואס רעדן פון אמונה קומט פון א דירעקטע השפעה פון די דרשות וואס מען הערט, און פון די ניגוני אמונה וואס מען געבט דא ארויס און פון דעם קומט ארויס די ניגונים. &nbsp; מען קען הערן דעם גאנצן אינהאלטסרייכן שמועס מיט ר' הערשל ווי מען גייט איבער מיט אים מער פרטים בנוגע דער הערליכן אלבום און די אלע צען ניגונים אויף קול ברסלב 845-299-2224 דאן 4 און דערנאך 2 פאר די אינטערוויוס אפטיילונג.

    < זעה מער יז כסלו תשפ"ג 📝
  • לעיקוואד וועט האבן די זכיה צו האבן דעם ראש ישיבה היינט דאנערשטאג נאכט

    די וועכענטליכע דאנערשטאג נאכט "ליל שישי שיעור" דארף נישט קיין הסברים, יעדע דאנערשטאג נאכט קומען זיך צוזאם צענדליגע אינגעלייט אין וויליאמסבורג צו מיטהאלטן דעם שיעור, וואס ווערט אויך לעבעדיג מיטגעהאלטן אין די היכל הקודש שולן אין קרית יואל, מאנסי, לעיקוואוד, קרית ברסלב. &nbsp; ביים שיעור חזרט דער ראש ישיבה מיט אונז די הייליגע ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע און געבט עצות און חיזוק געבויעט אויף די סדרה אדער יום טוב פון די וואך. דער ראש ישיבה איז מחזק צו לימוד התורה, מעביר סדרה זיין, רעדן שיין צו די ווייב, זיך אפגעבן מיט די קינדער, דאווענען דריי מאל א טאג מיט מנין, זיך פרייען מיט די פשוטע טאג טעגליכע מצות און אזוי ווייטער. &nbsp; ווען מען קומט אריין צום שיעור פארגעסט מען וואו מען איז אויף דער וועלט, צוערשט הייבט דער ראש ישיבה אן מיט א געשמאקע ניגון וואס פירט אריין צום שיעור. מען הערט ווי דער ראש ישיבה צולייגט אזוי שיין מיט קליין געלט וויאזוי מען רעדט צום אייבערשטן אפילו שפירסט ווי דו קענסט נישט עפענען דיין מויל, מאך פון דעם אליינס א תפלה. &nbsp; דער ראש ישיבה לאזט נישט אויס א וואך וואס ער זאל נישט רעדן פון שלום בית, און אז די ווייב און קינדער זענען נישט קיין גשמיות'דיגע זאכן וואס שטערן צו עבודת ה' נאר פארקערט דאס איז די גרעסעטע עבודת ה'. מען נעמט חיזוק פון דער ראש ישיבה אפצולאזן אלע כלים מכלים שונים און חלילה זיי נישט אהיים ברענגען. &nbsp; די וואך האט דער ראש ישיבה באשלאסן אויף די בקשה פון אנשי שלומינו אין לעיקוואוד אז דער שיעור וועט פארקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אין לעיקוואוד. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א וועט אי"ה פארקומען אום 9:00 אין בית המדרש אין צענטער פון שטאט לעיקוואוד אויף 215 איסט 5טע סטריט (אין בעק פון בנין).

    < זעה מער יד כסלו תשפ"ג 📝
  • פרישע אויפוואכונג שטענדיג צו גיין אנגטון מיט ריפלעקטארס

    פארגאנגענעם וואך האט פאסירט אין מאנסי אן אומגליק ווען א קאר האט אומוועלנדיג אראפגעקלאפט א פרוי, נישט באמערקענדיג צוליב די טונקעלקייט פון די נאכט, דאס האט אויפגעשאקעלט די אידישע וועלט צו זיין פארזיכטיג צו גיין שטענדיג אין די נאכט שעות מיט רעפלעקטער כדי די קארס אויף די וועגן זאלן באמערקן דעם פיסגייער. &nbsp; דער ראש ישיבה איז שטענדיג מעורר מען זאל זען צו גיין מיט ריפלעקטארס, נאך דעם פאסירונג האט דער ראש ישיבה נאכאמאל געפאדערט מען זאל פרישע מעורר זיין דעם מען זאל זען גיין מיט ריפלעקטארס סיי די מענער און סיי די פרויען בפרט אין שטעטל, וואו די גאסן זענען זייער טונקל און גרעניצט זיך מיט סכנת נפשות. &nbsp; אויך ביים שיעור ליל ששי שיעור פארגאנגענעם וואך האט דער ראש ישיבה גערעדט פון דעם טראגעדיע און געזאגט וואס מוהרא&rdquo;ש פלעגט שטענדיג זאגן אז ווען מען גייט ארויס פון הויז זאל מען לייגן די הענט אויף די מזוזה און בעטן א קליינע תפילה &ldquo;הייליגער באשעפער ברענג מיר און מיין משפחה צוריק געזונטערהייט&rdquo; דאס איז א געוואלדיגע זאך וואס מוהרא&rdquo;ש האט אויסגעלערנט, און אז מען געוואוינט זיך צו דאס צו טוהן און עס ווערט ווי א חלק פון די לעבן. &nbsp; פאר א צייט צוריק האט מען געמאכט אין שטעטל ספעציעלע וועסטל ריפלעקטארס מיט די ברסלב&rsquo;ע קרוין אויף דעם, עס איז נאך דא צובאקומען ביים באזאר אין שטעטל. אויך איז דא בעלטס ריפלעקטארס פאר די פרויען. &nbsp; די בעלט ריפלקעטאר קמיע מיטן ברסלב'ע קרוין און קמיע לשמירה פון מוהרא"ש &nbsp; ושמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלום מעתה ועד עולם

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ג 📝
  • הרב יודא לייב אשלג שליט"א בעל הסמנים באזוכט אין ישיבה

    פארגאנגעם מיטוואך איז הרב אשלג שליט"א פון ארץ הקודש וואס געפונט יעצט זיך דא אין אמעריקע צוגאסט געקומען זיך באטייליגן צום שיעור חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א, הרב אשלג האט גענומען אויף זיך א מיסיע צו מאכן סימנים אויף אלע מאמרי חז"ל צו קענען געדענקען אויף וועלכע בלאט עס שטייט. ער האלט אינמיטן שרייבן א חיבור מיטן נאמען "זכרינו בזכרון" ווי ער שרייבט אראפ אלע סימנים וואס ער האט געטראפן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אנגעהויבן דעם שיעור מיט די גמרא אין מסכת שבת דף פ"ב: "רב הונא פרעגט זיין זון רבה "פארוואס גייסטו נישט צו רב חסדא'ס שיעורים, ער רעדט שארפע זאכן", זאגט רבה פאר זיין טאטע, "ער רעדט וועלטליכע זאכן למשל וויאזוי מ'דארף זיך אכטונג געבן דאס געזונט ווען מ'גייט אין בית הכסא", זאגט רב הונא פאר זיין זיין "ער לערנט לעבן, כל שכן דארפסטו גיין צו אים!". &nbsp; דער ראש ישיבה האט געפרעגט הרב אשלג וועלכע סימן קען מען מאכן אויף די גמרא האט ער געזאגט "פלאות בגופו" געבויעט אויף די ווערטער פון אשר יצר "מפליא לעשות". &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז די ווערטער פון הייליגן רבין קען אויסזען ווי מ'רעדט מילי דעלמא, פשוטע זאכן, אבער למעשה דאס געבט לעבן, מיטן רבין קען מען האבן א גוטע לעבן. &nbsp; דער ראש ישיבה צוגעברענגט נאך גמרות ווי צום ביישפיל די גמרא פון שבת דף כ"ו "א שנור קען זיך נישט דורכקומען מיט א שוויגער, האט הרב אשלג געגעבן דעם סימן כ"ו איז ראשי תיבות "כלה וחמותה", אזוי האט ער געגעבן סימנים פאר נאך פארשידענע מאמרי חז"ל. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אים ארויפגערופן ער זאל זאגן אפאר ווערטער, ער האט פארציילט וואספארא חיזוק ער האט באקומען פונעם ראש ישיבה, און וויאזוי ער האט אנגעהויבן מיט די סימנים צו געדענקען אלע מאמרי חז"ל. ער האט געזאגט אז מענטשן פלעגן אים אפרעדן, און דער ערשטער וואס האט אים מחזק געווען ער זאל גיין ווייטער דערמיט איז געווען דער ראש ישיבה. ער האט מסביר געווען וויאזוי ער מאכט די סימנים. און האט געזאגט פאר די בחורים זיי זאלן וויסן וואס פארא אוצר זיי פארמאגן, ער האט פארציילט וויאזוי ער איז געוואר געווארן פונעם ראש ישיבה, ער האט געטראפן עטליכע מאל אידן אין ארץ ישראל וואס האבן אים "דער ראש ישיבה איז מיין רבי, איך האב אים קיינמאל געזען אבער מיין גאנצע רוחניות'דיגע לעבן קומט פון אים" און האט אויסגעפירט פאר די בחורים "אשרי חלקכם" אז איר זענט אויף אזא הייליג פלאץ.

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ג 📝
  • געהאלט פון די אינגעלייט וואס לערנען אין כולל היכל הקודש געהעכערט

    דער כולל היכל הקודש איז נישט א כולל ווי יעדער חתן א טאג נאך די חתונה מוז אריינגיין פשוט ווייל דער שווער וויל אן איידעם א כולל אינגערמאן, נאר דאס איז א כולל אזוי ווי די גדולי ישראל אין די פריערדיגע דור האבן עס אהער געשטעלט אלץ א פלאץ ווי אינגעלייט תורתם אומנתם זאלן קענען זיך משלים זיין אין אלע מקצועות התורה. &nbsp; די אינגעלייט אין דעם כולל בטל'ן נישט קיין צייט, זיי זיצן און לערנען מיט גרויס התמדה און אקערן דורך איין מקצוע נאך די אנדערע, און דערנאך לאזן זיי זיך פארהערן ביי גרויסע רבנים, וואס דרוקן אויס גרויס התפעלות ווי שטארק זיי זענען בקי אין די פילע הלכות. &nbsp; יעצט האט דער ראש ישיבה געבעטן דעם גבאי מו"ה משה אריה שניטצלער הי"ו אז ער זאל העכערן דעם געהאלט צו דריי הונדערט און פופציג דאלער א וואך כדי די אינגעלייט זאלן ווייטער קענען לערנען אומגעשטערט. &nbsp; פאלגענד איז א בריוו פון ראש ישיבה פון פאריגע וואך, איבער דעם: &nbsp; יום ה' פרשת תולדות, א' דראש חודש כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן &nbsp; לכבוד ... נרו יאיר &nbsp; שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי אז איינער ברענגט צוריק זיינע קינדער צו אים. זיי ממשיך מיט דרוקן די ספרים פון רבי'ן וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונזער דור, דאס וועט ברענגען די גאולה. &nbsp; פינף כולל אינגעלייט האבן זיך פארהערט הלכות מקוואות, איך האב יעצט באקומען די צעטלעך וואס די רבנים שרייבן זיי, די רבנים דרוקן זיך אויס אז זיי האבן זייער גוט געקענט. איך וויל געבן פאר די אינגעלייט וואס האבן זיך פארהערט - עפעס מער, זאלסטו אנגרייטן דעם חודש ווען מען צאלט די כולל אינגעלייט נאך א טויזנט דאללער, פאר די פינף אינגעלייט: ר' יונה, שלמה, יענקי, חזקי, און אלי' פערל. א גרויסן יישר כח. &nbsp; אויך וויל איך פון היינט און ווייטער ארויפגיין מיט די געהאלט פאר די כולל אינגעלייט, אנשטאט צוויי הונדערט און פופציג דאלער א וואך - דריי הונדערט און פופציג דאלער א וואך, איך וויל זיי צאלן יעדע דריי וואכן טויזנט פופציג. &nbsp; גרייט מיר אן פאר אלע אינגעלייט זייער געהאלט פאר פרשת חיי שרה, תולדות און פאר ויצא; איך האף צו קומען איין טאג קומענדיגע וואך אין שטעטל - וועל איך עס נעמען פון דיר. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים. &nbsp; אין לו להקב"ה אלא ד' אמות של הלכה

    < זעה מער יא כסלו תשפ"ג 📝
  • כולל מסיבה מיט סעודת ראש חודש ביים ראש ישיבה אינדערהיים

    גאר א שיינע מסיבה לטובת דעם כולל היכל הקודש צוזאמען מיט א סעודת ראש חודש איז פארגעקומען ביים ראש ישיבה שליט"א אינדערהיים ווי עס זענען געווען געלאדענט די וואס האבן די זכיה צו העלפן דעם כולל צו קענען צאלן פאר די חשובע אינגעלייט וואס לערנען פלייסיג די הייליגע תורה וואס אויף דעם שטייט די וועלט. &nbsp; די מסיבה איז פארגעקומען אויף א באשיידענעם אופן ביים ראש ישיבה אינדערהיים, מען האט סערווירט א סעודה, און אינצווישן האט מען געהאט די זכי' צו הערן שיינע שמועסן פונעם ראש ישיבה, הערליכע שכל וואס מען קען מיטנעמן אויף ווייטער פאר די גאנצע לעבן. &nbsp; ביים שמועס איז געווארן אויסגעשמועסן גאר שיינע נושאים צום ביישפיל האט מען גערעדט איבער די גרויסע זכות צו קענען העלפן אינגעלייט וואס זיצן און לערנען, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען זעט אין די משנה אין זבחים (פרק א' משנה ב') "שמעון אחי עזריה אומר", האט דער ראש ישיבה געפרעגט, וואס איז פשט אז ווען מען ווילן רעדן פון שמעון, שרייבט מען "שמעון דער ברודער פון עזריה"? נאר, האט דער ראש ישיבה געזאגט, דאס איז צוליב עזריה האט אויסגעהאלטן זיין ברודער שמעון זאל קענען לערנען, ממילא האט ער דעם זעלבן חלק אין זיין ברודער'ס לערנען, אזוי ווייט אז ווען מען שרייבט א מימרא פון שמעון, שרייבט מען "שמעון אחי עזריה אומר", ווייל נאר אין זיין זכות האט ער געקענט לערנען און אויסוואקסן א צדיק.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז די אינגעלייט פון כולל האבן זיך נארוואס פארהערט ביי חשובע רבנים הלכות מקוואות, און אז די רבנים האבן געשריבן אז זיי האבן נאכנישט געהאט אזאנע אינגעלייט וואס זאלן קענען אזוי גוט הלכות מקוואות דורך און אדורך.&nbsp; &nbsp; דערנאך איז ארויפגעקומען די נושא פון שידוכים, איינער האט געברענגט און געוויזן פאר'ן ראש ישיבה א ספר פון דעם גרויסן גאון רבי חיים קנייבסקי זי"ע וואס באשטייט פון בריוון וואס מען האט צוזאמגענומען פונעם גאון וואס ער האט געענטפערט איבער די נושא פון שידוכים. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער ארויסגענומען א געוואלדיגע שכל פון איינע פון די בריוון, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז איינער פרעגט דארט אן ביי רבי חיים'ען וואס מען זאל טון אויב די בחור אדער די מיידל האט א געוויסע באהאלטענע פראבלעם, אויב מען דארף דאס זאגן פאראויס, און אויב יא ווען זאל מען עס זאגן? האט אים רבי חיים געענטפערט אין צוויי ווערטער "לפני שגומרים" דאס הייסט ממש פאר מען ענדיגט דעם שידוך זאלסטו דאס זאגן, ווייל דעמאלט נאכן זיך טרעפן און זען אויב מען איז מסכים צום שידוך, קען מען גרינגער מחליט זיין אויב מען וויל יעצט נישט ווייטער גיין צוליב דעם פלעק און נישט קוקן דערויף. אבער אויב זאגט מען דאס ווען גלייך ווען מען טראגט אן דעם שידוך וועט יענער לכאורה גלייך אפזאגן דעם שידוך. דאס איז א הפלא'דיגע שכל.&nbsp; &nbsp; אויך האט מען ארום גערעדט נאך שיינע נושאים, פאר איבער צוויי שעה, מען קען עס זען און הערן אויף ברסלב סענטער ביי די שיעורים אפטיילונג אונטערן קעסטל פון די טעגליכע שיעורים פון פרשת תולדות, אזוי אויך קען מען עס הערן אויף קול ברסלב ביי די טעגליכע שיעורים פונעם ראש ישיבה, עס לוינט זיך אויסצוהערן.

    < זעה מער ג כסלו תשפ"ג 📝
  • סיום ש"ס ירושלמי קומענדיגע וואך זונטאג חיי שרה הבעל"ט

    עס איז יעצט א געוואלדיגע שמחה ביי אנשי שלומינו, ווען נאך איבער פיר יאר לערנען יעדן טאג א בלאט נאך א בלאט פון ירושלמי און ווען מען ווייסט אז מען האט פופצן הונדערט טעג וואס אין דעם איז אריינגערעכענט ימים טובים, שמחות, נסיעות, טעג וואס מען האט נישט גוט געפילט, טעג וואס מען איז געווען פארנומען, האט מען אבער געפאלגט דעם צדיק מוהרא"ש זי"ע וואס האט געבעטן אז אלע אנשי שלומינו זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי, און א פרק תוספתא. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז א מענטש האבן שטארק רחמנות ווען מען באגעגענט א היימלאזע פארשוין. איינע פון די חלומות פון יעדן אינגערמאן איז צו קויפן "אן אייגן הויז". מוהרא"ש פלעגט זאגן אז אויף יענע וועלט איז סאך א גרעסערע רחמנות צו זיין היימלאז, דא אויף דער וועלט אז איינער באגעגענט א איד וואס האט נישט קיין דאך איבערן קאפ, קען מען אים ארייננעמען אין שטוב, און אים העלפן, אבער אויף יענע וועלט איז שוין צו שפעט, דארט קען מען שוין נישט "קויפן קיין הויז". מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז מיט דעם וואס מען לערנט טעגליך די דריי לימודים בבלי ירושלמי און תוסתפתא וואס איז ראשי תיבות "בית", מיט דעם בויעט מען זיך אויף א "בית נצחי", מען זאל נישט זיין היימלאז אויף יענע וועלט. מוהרא"ש פלעגט אויך אלץ זאגן אז צו לערנען דעם "בית נצחי" טעגליך איז א סגולה מען זאל זיך קענען קויפן א הויז דא אויף דער וועלט. און מען זעט טאקע אז דאס איז בדוק ומנוסה, ווי אינגעלייט פארציילן אז זיי האבן אנגעהויבן לערנען די הייליגע ווערטער פון חז"ל יעדן טאג, און דער אייבישטער האט געהאלפן אז זיי האבן געקענט איבערקומען אלע שטרויכלונגען און זיך איינגעקויפט א שיינע דירה. &nbsp; קומענדיגע וואך זונטאג חיי שרה איז מען זוכה צו מסיים זיין דעם גאנצן ירושלמי, וואס אלע מסיימים וועלן פראווען מיט גרויס שמחה יעדער ביי זיך אינדערהיים. &nbsp; יעצט איז די צייט זיך מיטצוכאפן אויפן וואגן ווען מאנטאג הייבט זיך אן דער נייער מחזור. דער באן ווארט נישט אויף קיינעם נאר לאזט זיך תכף ארויס, און ווער עס האט שכל עפענט אויף די הייליגע גמרא יעדן טאג און זאגט די ווערטער פון די הייליגע תנאים און אמוראים. די אלע וואס האבן שפעקולירט פיר יאר צוריק צי עס הייסט יא געלערענט אדער נישט, וואס האבן זיי אויפגעטון אין די לעצטע פיר יאר? דערפאר דארפן מיר פאלגן דעם הייליגן רבין און נישט קוקן אויף קיינעם נאר זיך איינהאנדלען א שיינע גמרא ירושלמי ברכות און אין פיר יאר ארום, ווי גרויס וועט זיין די שמחה ווען מען וועט זוכה זיין צו ענדיגן צוזאמען מיט אנשי שלומינו דעם גאנצן ירושלמי. &nbsp; והאור זה תלמוד ירושלמי דנהיר נהורא דאורייתא (זוהר)

    < זעה מער טז חשון תשפ"ג 📝
  • הערליכע שיעור פון ראש ישיבה איבער שידוכים און שמחות

    ווי שוין גוט באקאנט פאר די ליינער פון "ברסלב סענטער" לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאָר עטליכע שיעורים יעדן טאג פאר די בחורים, צוערשט איז דא דער שיעור אין גמרא טעגליך אום 1:30, וואס איז מלא טעם ווי דער ראש ישיבה לייגט אראפ די הייליגע ווערטער פון חז"ל בטוב טעם ודעת, און דערנאך לערט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א געשמאקע שיעור אין משניות, וואס דאס ווערט מיטגעהאלטן דורך די בחורים אין ישיבה, און ווערט אויך מיטגעהאלטן דורך הונטדערטע אידן טעגליך אויף די וועבסייט און אויפן טעלעפאן. &nbsp; דער גולת הכותרת פון די שיעורים איז בלי ספק דער טעגליכער חיזוק שמועס פון סיפורי מעשיות וואס ווערט פארגעלערענט פאר די בחורים פינף אזייגער נאכמיטאג, דער שיעור איז גאר שטארק באקאנט אויף דער וועלט, און אויסער די בחורים פון ישיבה וואס מאכן זיך זיך צו באטייליגן יעדן טאג, קומען כסדר ארויף בחורים פון אנדערע ישיבות אזוי אויך אינגעלייט ווען מען האט נאר א געלעגענהייט, אזוי אויך ווערט עס צוגעהערט דורך די וועבסייטס און די טעלעפאן וואס ווערן טעגליך באלאגערט פון שווערע טויזנטער אידן וואס מאכן זיכער נישט צו פארפאסן קיין שיעור, און שעפן זיך אן פון די התחזקות פון הייליגן רבין וואס ווערט איבערגעגעבן דורכן ראש ישיבה, אויף די וועג וואס ער האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; אזוי אויך ווערט יעדן טאג פארשפרייט די "חיזוק יומי", וואס איז אויסצוגן ארויסגענומען פון דעם טעגליכן חיזוק שיעור פאר די בחורים, און ווערט אויך איבערגעטייטשט צו נאך שפראכן וואס מען איז מפיץ דורך פילע וועגן צו צענדליגע טויזנטער אידן טאג טעגליך בלי גוזמא וואס דערקוויקן זיך דאס הארץ דערמיט, און דערמאנען זיך פונעם באשעפער דורך די הייליגע דיבורים. &nbsp; באמת וואלט מען געקענט שרייבן אן נייעס פון יעדן אייציגן שיעור, וואס איז יעדן טאג פריש און מתוק מדבש, און איז אנגעפילט מיט עצות חיזוק און שכל וואס מען קען נוצן יעדן טאג און יעדע מינוט. אבער אז דער אייבישטער האט געהאלפן אז עס איז געקומען אן עקסטרע ספעציעלע דרשה וואס האט געמאכט א גאר שטארקע רושם אויף די צוהערער, ווי מיר הערן צוריק די גריסן פון די מקשיבי השיעור, איז זיכער וויכטיג מען זאל עס באריכטן און אנמערקן. &nbsp; פאריגע וואך מיטוואך, טראצדעם וואס דער ראש ישיבה איז נאך געווען אביסל הייזעריג, און האט זיך געדארפט אנשטרענגען צו געבן דעם שיעור, האט דער אייבישטער געהאלפן אז עס איז ארויסגעקומען א שיעור וואס איז שוין לאנג נישט געווען. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אנגעהויבט מיטן פרעגן די בחורים איבער וואס מען זאל רעדן, און ווען איינער האט זיך אנגערופן אז מען זאל רעדן איבערדעם אז "מען זאל זיך נישט קלויבן ביי שידוכים" האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דאס איז א גאר וויכטיגע נושא, וואס מוהרא"ש זי"ע האט אסאך גערעדט דערפון. &nbsp; "דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן" האט דער ראש ישיבה צוגעברענגט "א מענטש דארף ארויסגיין פון כח הדמיון, און קומען צום שכל" מענטשן ליגן אין דמיונות, 'איך גיי האבן אזא שידוך, אזא הויז, אזוי וועלן מיינע קינדער אויסזען'... "וואס איז שכל, און וואס איז דמיון?" האט דער ראש ישיבה געפרעגט "שכל איז אז א מענטש לעבט מיטן אייבערשטן, ער טראכט וואס 'וויל דער אייבישטער אז איך זאל טון'. און דער אייבישטער וויל אז מען זאל חתונה מאכן די קינדער". &nbsp; דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט פון מוהרא"ש אז מען דארף זיך זייער היטן פונעם גרויסע שונא וואס הייסט "צייט", מען שטופט אפ דעם שידוך אויף מארגן, און דערנאך אויף מארגן, ווייל אפשר דעמאלטס וועל איך טרעפן מיין גליק שידוך, אבער דער מענשט כאפט זיך נישט ווי דאס לעבן גייט דורך זייער שנעל. מוהרא"ש שרייבט אן א שיעור מאל אין אשר בנחל איבער שידוכים "אל תהי בררן" - "זיי נישט קלויבעריש"! &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט איבער דעם וואס מענטשן זאגן אפ שידוכים פאר נארישע סיבות, "וואס איז די כלה'ס משפחה נאמען"? דער ראש ישיבה האט געזאגט, מילא די מיידל רעדט זיך אפ אז דער בחור האט עפעס א מאדנע לעצטע נאמען וואס זי וועט באקומען נאך די חתונה; אבער דער חתן? וואס גייט דיר אָן איר נאמען, זי וועט דאך באקומען דיין "שיינע" נאמען...! &nbsp; "וויאזוי גייט מען דארט?" - "וויאזוי?" האט דער ראש ישיבה געזאגט "מיט א שמאטע אויפן קאפ...! וואס גייט דיר אן וויאזוי צו וועט גיין אויפן גאס? דו גייסט אפהאלטן א שידוך צוליב דיינע אזוי גערופענען חברים? דו מיינסט אז דו האסט חברים? ווען דיין בעסטע חבר איז נישט נעבן דיר, וואס רעדסטו אונטער זיין רוקן? פונקט אזוי רעדן דיינע "חברים" אונטער דיין רוקן...! אינדערהיים, נאכדעם וואס מען מאכט צו די טיר, גייען אלע פרויען מיט א שמאטע אויפן קאפ..., איינער רופט עס טרובאן, איינער סנוד, איינער שניעל, און איינער שטערן טיכל..." &nbsp; "איך וויל נישט דעם שידוך - דער בחור אדער מיידל קומען פון א צוטיילטע שטוב", דו ווייסט וויפיל שטובער זענען אומאפיציעל צוטיילט רח"ל נאר זיי ווילן פשוט קענען טון שידוכים מיט די קינדער, ווארטן זיי אויס אויפן "אפיציעלן" גט ביז נאכן חתונה מאכן די קינדער... "קוק אויפן קרן" האט דער ראש ישיבה געזאגט "אז דער קרן איז גוט, כאפ עס, און ענדיג עס אין א מזל'דיגע שעה". &nbsp; "זיי באקומען תומכי שבת פעקלעך... זיי האבן נישט קיין פרנסה" קען מען הערן א תירוץ. "נעמען א שבת פעקל ווען מען דארף עס האבן איז א בושה? אז דו פאפסט די גאנצע שטאט און דו בויעסט זיך אויף חובות, נאך א קרעדיט קארד, נאך א מארגעטזש, אבי נישט צו לעבן ווי א געזונטע מענטש, מיט דעם דארף מען זיך שעמען!" &nbsp; פון דא איז דער ראש ישיבה אריינגעפארן איבער דעם מכה אשר לא כתוב בתורה פון לעבן פאר יעדעם, "מילא דו געסט אויס דאס געלט פאר א שטריימל, מעבל, פאר א דירה, וועסט כאטש הנאה האבן פון דיין געלט אפאר יאר, אז דו האסט עס נישט, איז נאך אלץ נישט גערעכט עס צו טון, אבער אזוי נישט מיר נישט דיר אראפּפלאשן עטליכע צענדליגע טויזנטער דאלער פאר "איין נאכט", ביסט אויפן קאפ געפאלן? וואו איז דיין שכל? &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז איינער איז אמאל אריינגעקומען ביי א חתונה, ער איז צוגעגאנגען צו איינעם און אים געפרעגט "רבי איד, ווער איז דער בעל שמחה דא", דער איז איז געווען דער מחותן, האט זיך אנגערופן "קום איך וועל דיר ווייזן", ער טראגט אים צו באלעבאס פונעם זאל "ער איז דער בעל שמחה, ער האט היינט געמאכט אסאך געלט, איך בין דער בעל חוב"... &nbsp; אזוי האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער דעם נושא א לאנגע הערליכע שיעור וואס לוינט זיך אויסצוהערן. דער אייבישטער זאל העלפן אז די הייליגע דיבורים זאלן אריינגיין אין אונזערע הערצער, און אזוי וועלן מיר ווערן ערליכע אידן.

    < זעה מער יב חשון תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו מכיר טובה סענאטאר טשאק שומער

    אין די יעצטיגע טעג קומען פאר וואלן אין אלע סטעיטס אין אמעריקע, אויך אין ניו יארק קומען פאר וואלן פאר פילע אמטן אויף די פארשידענע שטאפלען פון די רעגירונג, סיי פעדעראלע, סטעיט, און לאקאל. &nbsp; אין קרית ברסלב קומען די איינוואוינער ארויס שטימען פאר די קאנדידאטן וואס די הנהלה האט אינדארסירט, לויט ווי זיי האבן פארשטאנען איז פאר די טובה פאר די וואוקס און די הצלחה פונעם שטעטל. &nbsp; ביים פארמעסט פונעם ניו יארק סטעיט סענאט האט די הנהלה האט געבעטן מען זאל שטיצן דעם אמיטרנדער סענאטער טשאק שומער וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג. אנשי שלומינו געדענקען וואס מען איז דורכגעגאנגען פאר צוויי יאר צוריק, אין די "קאראנע תקופה" ווען אלע שטאטישע אפיסעס זענען געווען פארמאכט. און טראץ דעם וואס פילע לענדער ארום די וועלט זענען געווען אפגעשפארט פאר באזוכער, האבן אבער אנשי שלומינו געמאכט פלענער צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, וואס דער רבי האט געבעטן אז קיינער טאר נישט פעלן, מען האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן, אזוי אויך האט מען זיך אנגעגרייט בגוף ובממון צו דעם גרויסן נסיעה. &nbsp; איין שטארקע שוועריקייט וואס האט זיך דאן געמאכט איז געווען אז די וואס האבן געדארפט באנייען זייער פאספארט, האבן עס נישט געקענט טון, צוליב וואס די פאספארט אפיסעס זענען געווען אפגעשפארט פאר זייער א לאנגע צייט, און ווען זיי האבן עס שוין ענדליך געעפענט, זענען זיי געווען הונטערשטעליג מיט איבער א האלבע יאר ארבעט, און עס איז כמעט נישט מעגליך געווען צו באקומען א פאספארט אין ווייניגער פון עטליכע חדשים צייט. &nbsp; דאן האט זיך סענאטאר שומער צוגעשטעלט און ארויסגעהאלפן די אלע וואס האבן שנעל געדארפט האבן דעם פאספארט, "דער שענסטער מידה איז הכרת הטוב" זאגט אלץ דער ראש ישיבה, דערפאר האבן אנשי שלומינו אויסגענוצט די די געלעגענהייט און געשטימט פאר טשאק שומער וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג אלץ דער פארטרעטער פון ניו יארק אינעם סענאט אין וואשינגטאן. &nbsp; אין די זעלבע צייט ווען די אלגעמיינע גאס ווערט אינגאנצן פארשוועמט פון די וואלן, מענשטן ווערן אינגאנצן צוקאכט און מען שרייט "מען מוז שטומען פאר דעם און דעם אז נישט וועט די וועלט אונטערגיין", און דער אנדערער שרייט פונקט פארקערט, "רחמנא ליצלן מען מוז וואוטן פארן אנדערן!", האט דער ראש ישיבה געשריבן נעכטן צו אנשי שלומינו, אז מיר זאלן געדענקען צו האלטן דעם קאפ גראד, און נישט אריינפאלן אינעם "עלעקשאן פאניק" אין וואס די מידיא פרובירט אונז אריינצושלעפן, אט זענען די לעכטיגע ווערטער פונעם ראש ישיבה "לאז זיך אפ פון די פאליטיק, עס וועט דיר גארנישט אויסמאכן ווער עס איז געווארן פרעמיער מיניסטער אין מדינת ישראל און ווער עס גייט ווערן גאווערנאר אין ניו יארק, אלעס וועט בלייבן די זעלבע. אלעס איז הבל הבלים; אלעס איז נאר אוועק צו שלעפן דעם מענטש ער זאל פארגעסן אז עס איז דא א באשעפער וואס ער פירט אלעס, מאכט אלעס און אין אים ווענדט זיך אלעס." "איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס אז דו האסט געוואונען, דו ביסט געווארן אן ערליכער איד." ותטה לב המלכות עלינו לטובה

    < זעה מער ט חשון תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 72 results

1 2 3 4 5
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com