Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אויפן ציון אין קערעסטיר ווארעמט אן הערצער

      מיט עטליכע וואכן צוריק ווען דער ראש ישיבה האט זיך געפונען מיט אנשי שלומינו אויפן נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, האט דער ראש ישיבה שליט"א זיכער געמאכט אז מען שטעלט זיך אפ ביים ציון פונעם הייליגן צדיק דער מופת הדור רבי וואס איז באקאנט מיטן לשון חיבה "רבי ישעי'לע קערעסטירער" זי"ע, וואס ווי באקאנט האט ער כל ימיו עוסק געווען אין די הייליגע מצוה פון געבן צו עסן פאר אידן "לשובע ולא לרזון". ביים הייליגן ציון, איז געווען א געוואלדיגע התעוררות, ווי אנשי שלומינו און דער ראש ישיבה שליט"א האבן איינגעריסן ביים אייבערשטן פאר ישועות און רפואות. נאכדעם וואס מען איז ארויסגעקומען פון הייליגן ציון, און אויסגעפועלט אלעס גוטס, האט דער ראש ישיבה געשריבן א בריוו פאר אנשי שלומינו, אז מען זאל גיין אין די וועגן פון הייליגן צדיק און שטיצן דעם בית התבשיל וואס טוט טאקע אט דאס, געט צו עסן פאר אידישע קינדער מיט א ברייטע האנט, און מאכט זיכער בס"ד אז אידן האבן צו עסן בהרחבה. אט איז דער בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן: "בס"ד, י"ט כסלו, פה קערעסטיר אצל ציון הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש האברך היקר שלמה יאקאבאוויטש ני"ו מקרית ברסלב איז עוסק אין די גרויסע מצווה פון העלפן משפחות נצרכים זאל האבן עסן לשבת ולחול. אנא עפענט ענקערע הערצער אים צו העלפן קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די מצווה. ובזכות די מצווה זאלט איר האבן שפע ברכה והצלחה. החותם למען המצווה ביים ציון פון הרה"ק זי"ע וואס האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין די מצוה" דער בית התבשיל האט א וועכענטליכע בודזשעט פון $2,500 און ימים טובים איז דער בודזשעט איבער $10,000 וואס ווערט צוזאם געשטעלט כסדר פון נדבות פון אנשי שלומינו וואס האבן די ווארעמקייט און געפיל און געבן צדקה פאר הונגעריגע אידן. צו נעמען א חלק אין די גרויסע מצוה קען מען רופן 718-306-2448. לשובע ולא לרזון 💳 לינק צו מנדב זיין אנליין פארן בית התבשיל 📰 דער ראש ישיבה קערט זיך צוריק פון א שיינע נסיעה צו מקומות הקדושים

    < זעה מער יח טבת תשפ"ב 📝
  • הערליכע קונטרס אויף אידיש "סדר הנסיעה קיין ארץ ישראל" שוין דא צו באקומען

    &nbsp; צוליב דעם גרויסן פארלאנג, האט דער ברסלב סענטער סטאר ארויסגעלייגט אויפן וועבסייט פארן ציבור דער נייער קונטרס "סדר הנסיעה לארץ ישראל והתייסדות בית המדרש היכל הקודש בירושלים ובני ברק פרשת ויגש ה'תשפ"ב", געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א. אין דעם קונטרס לייגט דער ראש ישיבה אראפ די גאנצע השתלשלות פון די דראמאטישע נסיעה, אנגעהויבן פונעם ארויספארן פון ניו יארק ביזן קומען צוריק, די באזוכן צו די חבורות היכל הקודש אין ארץ ישראל, דאס אהערשטעלן די בתי מדרשים אין ירושלים עיה"ק און אין בני ברק, די געהויבענע שבת מעין עולם הבא מיט אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש אין ירושלים, דער מלוה מלכה מוצש"ק אין א זאל אין ירושלים, די באזוכן ביי די מקומות הקדושים אין צפת און טבריה, דער געהויבענע באזוך ביים ציון התנא הרשב"י אין מירון, דער באזוך אין שטאט יבניאל און די התעוררות ביים ציון פון מוהרא"ש. דער ראש ישיבה פארציילט דארט גאר אסאך אינטערעסאנטע עפיזאדן פון דעם באזוך, און פון די שמועסן וואס ער האט געהאט מיט אנשי שלומינו פון וואס מען קען ארויסנעמען גאר אסאך חיזוק און עצות פארן לעבן. מען קען עס קויפן אויפן וועבסייט פארן ביליגן פרייז פון $1.49 און עס באקומען דעליווערט אין די גאנצע וועלט צום טיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף על ידי השתוקקות לארץ ישראל, נשפע פרנסה גדולה (ספר המידות) 📰 הערליכע נייע איבערגעבויעטער "ברסלב סענטער" אנליין סטאר, מחיה די פילע קאסטומערס 📚 דער נייער קונטרס "סדר הנסיעה לארץ ישראל והתייסדות בית המדרש היכל הקודש בירושלים ובני ברק פרשת ויגש ה'תשפ"ב" פאר בלויז $1.49 📚 דער נייער קונטרס צו זען און דאונלאודן אויף ברסלב סענטער 📰 דער באזוך פונעם ראש ישיבה קיין ארץ ישראל

    < זעה מער יז טבת תשפ"ב 📝
  • הערליכע באזוך פון ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל

    שוין א לענגערע צייט וואס אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, תלמידי היכל הקודש, ווארטן און בענקען אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זיי קומען באזוכן און מחזק זיין. כאטש וואס מ'וואוינט ווייט, האלט מען מיט אלע שיעורים פון ישיבה, מען לערנט די ספרים, מען לערנט די בריוו, מ'לעבט מיט די געוואלדיגע עצות און לימודים, און מ'שטארקט זיך מיט די חיזוק און התעוררות, פון דעסטוועגן האבן זיי געהאפט און געגארט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל פערזענליך אמאל אריבערקומען און זיי מחזק זיין. צוליב דעם מצב העולם איז זייער שווער געווען דאס אויסצופירן למעשה, אבער מיט פילע תפילות און השתוקקות האט דער אייבערשטער געהאלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א האט באקומען רשות צו פארן קיין ארץ ישראל, און ער האט זיך ארויסגעלאזט דעם פארגאנגענעם מיטוואך אויף די נסיעה, מיט איין באגלייטער וואס איז מיט אים מיטגעגאנגען. אויפ'ן וועג האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן פילע בריוו פאר אידן וואס ווארטן אויף עצה ותושיה אין אלע ענינים. דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן אין ארץ ישראל פון דאנערשטאג ויגש ביז זונטאג ויחי, און די גאנצע צייט איז געווען איין לאנגע קייט פון ארומפארן און מחזק זיין פילע חבורות און בתי מדרשים היכל הקודש אין ארץ ישראל. אנגעהויבן אין בני ברק, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט אפגעשטאט א באזוך אינעם נייעם בית המדרש היכל הקודש אין שטאט, נאכדעם וואס מ'קומט זיך שוין צוזאם פאר א לענגערע צייט מיט חבורות זיך מחזק צו זיין אינאיינעם. דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן א שיעור און שטארק מחזק געווען די בני ברק'ער אידן. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין בית שמש וואו ער האט געגעבן דעם וועכנטליכן ליל שישי שיעור, פילע אידן זענען זיך צוזאמגעקומען פון נאנט און ווייט, און זיך מחי' געווען מיט די ווערטער פון הייליגן רבי'ן. דאן איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבערגעגאנגען צו א שמחת שבע ברכות פון החתן חיים הי"ו בן מו"ה נפתלי יאקאבאוויטש שליט"א, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט אויך גערעדט אפאר ווערטער. פון דארט איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין ירושלים עיה"ק, וואו ער האט געוויילט אויף שבת קודש. אנשי שלומינו פון ירושלים עיה"ק, אין צוגאב צו די נאך פילע אנשי שלומינו פון איבער גאנץ ארץ ישראל וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם שיינעם שבת, געבן איבער אז אזא שיינער שבת האבן זיי נאך קיינמאל נישט געהאט, די תפילות, די שיעורים, די באטעס, און אזוי ווייטער דער גאנצער שבת, וואס איז אפגעראכטן געווארן אין בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים, איז געווען ממש מעין עולם הבא; דאס האט זיי אריינגעגעבן פרישע כוחות וואס וועט זיי טראגן און האלטן פאר גאר א לאנגע צייט. מוצאי שב"ק זענען געקומען צו פארן נאך פילע אנשי שלומינו וועלכע האבן נישט געקענט קומען אויף שבת, דעריבער האט מען געדארפט ארויסנעמען א גרעסערע זאל וואס זאל קענען ארייננעמען די פילע הונדערטער אידן. א שיינע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן לכבוד מלוה מלכה, מען האט געזינגען די זמירות און נאך ווארעמע ניגונים, און דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט גערעדט פאר א לענגערע צייט און מחזק געווען דעם עולם מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. זונטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט די גמרא שיעור אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים, און מסיים געווען מסכת תענית וואס מ'לערנט יעצט אין די ראמען פונעם דף הקהלה. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א אריינגעשריבן אן אות אין עטליכע פרישע ספרי תורה וואס אנשי שלומינו הויבן יעצט אן צו שרייבן. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין מירון, צום ציון פון הייליגן רבי שמעון בר יוחאי, אינאיינעם מיט א גרויסע קבוצה פון אנשי שלומינו. מען האט זיך אויסגעבעטן ביים ציון הקדוש אלע גוטע ישועות, און דערנאך איז מען ארויף אויפ'ן דאך פון די מערה וואו מען האט געזינגען אינאיינעם ווארעמע ניגונים און דערנאך זיך ארויסלאזט אין פרייליכע טענץ. פון דארט איז מען געפארן צום ציון הקדוש פון רבי מאיר בעל הנס אין טבריה, וואו מען האט געדאווענט מנחה און דערנאך מתפלל געווען און זיך אויסגעבעטן ביים אייבערשטן אלעס גוטס. דאן איז מען געפארן קיין יבנאל, צום ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע. מען האט געזאגט תהלים מיט גרויס התעוררות, דער ראש ישיבה שליט"א האט מחזק געווען די בחורים אויסצוזאגן דארט גאנץ תהלים בלי הפסק, אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז יעדער בחור און מיידל וואס וועט אויסזאגן תהלים ביי זיין קבר, וועט ער זיך משתדל זיין זיי זאלן טרעפן זייער שידוך בקרוב ובניקל. פון דארט איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן צום לופט פעלד אויפ'ן וועג אהיים קיין ניו יארק. אנשי שלומינו פון ארץ ישראל האבן זיך גאר שטארק מחי' געווען מיט דעם באזוך, און דאס וועט זיי בלייבן אין די ביינער פאר א לאנגע צייט. אלע דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל, קען מען זען אדער דאולאודן דא אויפן וועבסייט, אזוי אויך קען מען עס הערן אויפן "קול ברסלב" האטליין. מער דעטאלן איבער די געהויבענע וועט בעז"ה נאכפאלגן. חזק חזק ונתחזק! 🎞️ פילע קליפס פונעם באזוך פון ראש ישיבה אין ארץ ישראל ▶️ דער שיעור פון ראש ישיבה אין בני ברק

    < זעה מער יג טבת תשפ"ב 📝
  • סעודת הילולא פון רבי נתן זי"ע

    א גרויסער ציבור אנשי שלומינו זענען זיך צוזאם געקומען דעם מאנטאג נאכט אין בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג צום יארצייט פון הייליגן רבי נתן, דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבי'ן. דער עולם האט זיך געוואשן צו די סעודה, וואס איז אויך געווען לכבוד די סיום מסכת תענית. דער חשובער מגיד שיעור הרה"ג מו"ה אלחנן רוטה שליט"א האט געזאגט דעם הדרן, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דברות קודש, שטארקע דברי התחזקות פון הייליגן רבי'ן און פון רבי נתן זי"ע. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ס'האט זיך זייער שיין אויסגעשטעלט דאס יאר אז די יארצייט סעודה איז אינאיינעם מיט א סיום מסכתא, ווייל דאס איז איינע פון די גרעסטע עצות פון הייליגן רבי'ן, דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז נישט קיין חילוק ווי ווייט א מענטש איז געפאלן, זאל ער זיך אנכאפן אין די הייליגע תורה, לערנען יעדן טאג תורה, און דאס וועט אים זיכער ארויסשלעפן פון אלעם שלעכטס, און וועט אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג, דאס וועט אים ברענגען די גרעסטע הצלחה ברוחניות ובגשמיות. אין די זעלבע צייט געבט אונז דער הייליגער רבי אויך דער וועג וויאזוי מיר זאלן קענען זוכה זיין לכתרה של תורה. דער רבי האט אונז געגעבן דער מתנה דער זיסער סדר דרך הלימוד, זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. מיר דארפן לערנען די ספרים פון הייליגן רבי'ן און פון רבי נתן, ובפרט היינטיגע צייטן ווען מיר האבן די ספרים פון מוהרא"ש זי"ע, וואס האט אראפגעשריבן זייערע עצות אויף אזא גרינגע וועג אז יעדער זאל עס קענען פארשטיין און מקיים זיין, דארפן מיר עס לערנען און חזר'ן און טון, וועלן מיר מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. ווי אויך דארפן מיר נאכמאכן רבי נתן וואס איז אים געגאנגען אין לעבן צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר נאך אידן, מיר דארפן מאכן הפצה און זיכער מאכן אז יעדער איד אויף דער וועלט ווייסט אז ס'איז דא א רבי וואס קען אים העלפן, א רבי וואס האט אויך פאר אים א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, און מצליח זיין אין לעבן ברוחניות ובגשמיות. דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט פון די לעצטע טעג פון הייליגן רבי נתן פאר זיין הסתלקות, וואס פון דעם קען מען ארויסנעמען אסאך חיזוק און התעוררות צו וואס א איד דארף שטרעבן. נאך ברכת המזון איז מען זיך צוגאנגען מיט פרישע כוחות זיך צו שטארקן אין עבודת ה' מיט די עצות וואס רבי נתן האט אונז איבערגעגעבן פון הייליגן רבי'ן, און מיט א קבלה טובה עוסק צו זיין מער אין הפצה, יעדער איינער אויף זיין וועג. ווי יעדעס יאר, איז אויך היי יאר אויך פארגעקומען דער גרויסער אפיעל פארן "קרן הדפסה" ביים טאג פון יארצייט פון הייליגן רבי נתן, וואס האט גענומען אויף זיך דער ציל צו דרוקן און צושטעלן די ספרים, קונרסים, סידיס, קארטלעך פאר די מפיצים, און מקיים זיין די צוואה פון הייליגן רבי נתן "דער עיקר וואס איר זאלט עוסק זיין איז צו דורקן די ספרים, עס זאל זיין יפוצו מעיינותיך חוצה". דער ציבור האט זיך טאקע אנגערופן מיט שיינע סכומים און מיט דעם גענומען א חלק אין די הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן דעם רבי'נס אור פאר נאך אידן. אין די זעלבע צייט איז מען זיך אויך צוזאם געקומען אין די שולן פון היכל הקודש אין אלע אנדערע שטעט און לענדער ווי אנשי שלומינו וואוינען, ווי מען האט זיך געוואשן צו א סעודה און זיך מחזק געווען מיט די הייליגע ווערטער פון רבין, פון רבי נתן, און זייערע תלמידים. אזוי אויך האט מען געמאכט אפיעלס און געגעבן פארן ציבור די געוואלדיגע געלעגענהייט צו מחזק זיין די וואס דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים. ▶️ סעודת הילולא פון רבי נתן אין וויליאמסבורג 📸 סעודת הילולא פון רבין נתן אין בלומינג גראוו 🎞️ סעודת הילולא פון רבי נתן אין קרית ברסלב תורתו מגן לנו! &nbsp;

    < זעה מער יא טבת תשפ"ב 📝
  • סעודת הילולא פון הייליגן רבי נתן, מארגן מאנטאג אווענט אין וויליאמסבורג

    קומענדיגן דינסטאג עשרה בטבת, ווערט אפגעצייכעט דער 178'סטער יארצייט פונעם גרויסן תלמיד פון הייליגן רבי'ן - דער הייליגער רבי נתן זי"ע. דער הייליגער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויפן הייליגן רבי נתן: "מען דארף דאנקען רבי נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר א בלעטל שמות" (חיי מוהר"ן, סימן ש"ע). אזוי אויך האט דער רבי געזאגט ביי א געלעגענהייט, "קיינער פארשטייט מיר נישט נאר נתן, און נפתלי א ביסל". דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו איבער די גרויסקייט פון רבי נתן זי"ע: "רבי נתן איז געווען א תלמוד חכם מופלג, ער איז געווען א שטארקע מתמיד און בקי בש"ס ופוסקים, רבי נתן האט געקענט אויסעווייניג גאנץ ש"ס מיט אלע תוספות. ביי זיין בר מצוה איז ער א חתן געווארן מיט א טאכטער פון הגאון הצדיק הרב ר' דוד צבי אויערבאך זכרונו לברכה וואס איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט - שאריגראד, קרעמניץ, מאהליב; זיין שווער האט געזאגט: "מען האט מיר אנגעטראגן אסאך תלמידי חכמים פאר מיין טאכטער, אבער אזא גלאטע האלז ווי נתנ'לע האב איך נאך נישט געזען". "בעפאר רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געווען ביי גרויסע צדיקים; ער איז געווען ביים הייליגן רבי ברוך'ל ממעזיבוזש זכותו יגן עלינו, אויך איז ער געפארן צום הייליגן רבי ר' זושא מהאניפאלי זי"ע. ער איז געפארן צום צדיק הרה"ק ר' מרדכי מקרעמניץ זי"ע, צו הרה"ק ר' שלום מפראהביטש און צו הרה"ק ר' אברהם דוב מחמעלניק זי"ע; אלע צדיקים האבן אים זייער מקרב געווען, און זיך מיט אים משעשע געווען. "צום סוף איז ער מקורב געווארן צום גרויסן צדיק הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו, אבער ער האט זיך נישט געקענט דורך קומען מיט די בארדיטשובע חסידים. דער הייליגער קדושת לוי פלעגט אים זייער ליב האבן מיט א באזונדערע ליבשאפט, ער פלעגט אים רופן בלשון חיבה "מיין נתנ'לע", אבער וויבאלד רבי נתן איז געווען א גרויסער מתמיד און א גרויסער למדן, האט ער נישט געקענט דערליידן די פארברענגען וכו' מיט די סעודות וכו', ער האט דאס אנגעקוקט ווי מען פארברענגט סתם די צייט. ער פלעגט ארום גיין מיט ספיקות און בלבולים וואס צו טון, 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין אן ערליכער איד?' 'ווי אזוי איז מען זוכה צו דינען דעם אייבערשטן?' ער האט נישט געקענט טרעפן א תירוץ אויף דעם. "ביז איין מאל איז ער געזיצן מיט די תלמידים פון הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע ביי סעודת מלוה דמלכה, מען האט געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל, און ר' נתנ'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל אז ער דארף גיין איינקויפן בייגל, איז ער געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה. אויפן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט געטראכט צו זיך: 'אויף דעם בין איך באשאפן געווארן, צו גיין קויפן בייגל?' ער איז געווארן זייער צעבראכן פון דעם, ער איז אריין געקראכן אין א פארמאכטע שול דורכן פענסטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און ער איז איינגעשלאפן. "ער חלומ'ט זיך ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלינג זעט ער א מענטש זאגט אים די ווערטער: "דראפע דיר און האלט זיך, שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות". "שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער גלייך געכאפט אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים "דראפע דיר און האלט זיך", איז נישט קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי. (זעט דעם גאנצן בריוו פון ראש ישיבה "ווער איז געווען רבי נתן זצ"ל"?) אי"ה קומענדיגן מארגן מאנטאג נאכט ויחי, אור ליום עשרה בטבת, וועט מען פראווען דעם יארצייט סעודה אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסוברג, אויף 27 סקילמאן סט.&nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א, וועלכער וועט שוין זיין צוריק בעז"ה פונעם געהויבענעם נסיעה קיין ארץ ישראל וועט זיך בעז"ה משתתף זיין און זאגן א שיינע שמועס ביים יארצייט סעודה, ווי מען וועט זיך מחזק זיין צו גיין ווייטער אין די הייליגע וועגן וואס ער האט אונז אויסגעלערענט, נוצן די עצות און הדרכה, און עס ווייטער פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט. אזוי אויך וועט מען אויסנוצן דעם געלעגענהייט צו שטיצן און מחזק זיין דעם קרן הדפסה וועלכע דרוקט און פארשפרייט די ספרים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, וואס דאס איז געווען דער שאיפה דעם גאנצן לעבן פון רבי נתן זי"ע, צו דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע עצות פאר די גאנצע וועלט. כל הקהל מזומנים 🎞️ דברות קודש פון מוהרא"ש זי"ע ביים יארצייט פון רבי נתן תשע"ג 📚 קונטרס "דער הייליגער רבי נתן" $1.99 📖 כל כתבי רבינו - כתבי רבי נתן $24.99

    < זעה מער ח טבת תשפ"ב 📝
  • ברעיקינג ניוס: דער ראש ישיבה שליט"א אויף א בליץ באזוך אין ארץ ישראל

    אין גאר פרייליכע בשורה פאר אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, קומט יעצט אריין די גאר פרייליכע נייעס אז דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אריבערגעכאפט קיין ארץ ישראל ווי ער וועט זיך אויפהאלטן פאר עטליכע טעג. דער ראש ישיבה שליט"א איז ארויסגעפארן פון ניו יארק נעכטן נאכט, און וועט גיין צום ציון פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל, און אזוי אויך וועט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכן אנשי שלומינו אין עטליכע שטעט איבער ארץ ישראל און איבערגעבן שיעורי התחזקות פאר אנשי שלומינו. היינט דאנערשטאג ויגש פלאנט דער ראש ישיבה שליט"א אפצושטאטן באזוכן אין אפאר געגענטער ווי עס געפונען זיך פרישע חבורות פון תלמידי היכל הקודש, ווי דער ראש ישיבה וועט זיי מחזק זיין און געבן פאר זיי א שיעור. היינט ביינאכט וועט פארקומען דער וועכנטליכער ליל שישי שיעור אין שטאט בית שמש, מען וועט זיך צאמקומען און הערן דעם שיעור התחזקות אין שטוב פון איינע פון די חשובע אנשי שלומינו אין שטאט. פרטים וועט נאכפאלגן אם ירצה השם. 📸 דער ראש ישיבה אין שטוב פון מו"ה נתן לעוו הי"ו מנהל בית הדפוס בני ברק, דאנערשטאג ויגש תשפ"ב 🎞️ דער ראש ישיבה אין שטוב פון מו"ה נתן לעוו הי"ו מנהל בית הדפוס בני ברק, דאנערשטאג ויגש תשפ"ב 🎞️ מיטוואך נאכט ויגש תשפ"ב, דער ראש ישיבה אויפן פליגער אויפן וועג קיין ארץ ישראל

    < זעה מער ה טבת תשפ"ב 📝
  • שבת קודש פרשת ויקרא הבעל"ט - ענדגילטיג באשטימט אלץ שבת התוועדות בעזהשי"ת

    מיט גרויס צופרידנהייט נעמען אויף אנשי שלומינו, אז דער דאטום פארן גרויסן "שבת הוועדות" "שבת סיום סדר מועד" וועט בעזרת השם פארקומען ברוב פאר והדר קומענדיגן חודש אדר ב' שבת קודש פרשת ויקרא הבעל"ט אינעם הערליכן געשמאקן האטעל "קראון פלאזא" אינעם שטעטל סטעמפארד, קאנעטיקוט. ווי שוין באריכטעט, ווערט צוגעגרייט א הערליכע געשמאקע שבת קודש פראגראם פונעם אנקומען ערב שבת קודש, ביז מוצש"ק ביים אהיים פארן, געשמאקע סעודות כיד המלך, הערליכע דרשות, שיינע ריינע צימערן, באטעס, און מעמדים וואס וועלן אריינגיין אין די ביינער פון אלע אנשי שלומינו מענער פרויען און קינדער, און וועט מקרב זיין די הערצער צום אייבערשטן מיט אהבת תורה און יראת שמים, וואס וועט געדענקט ווערן דורך די באטייליגטע אויף לאנגע חדשים שפעטער. פילע האבן זיך שוין איינגעשריבן און זיך פארזיכערט בס"ד א צימער פאר זיך און די משפחה. די אלע וואס האבן נאך נישט אנגעיאגט, קענען נאך אריינכאפן און רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו 917-232-9070. האלט אייך געשפאנט פאר ווייטערדיגע מעלדונגען!

    < זעה מער ג טבת תשפ"ב 📝
  • ליכטיגע חנוכה טעג אין ישיבה

    די געהויבענע טעג פונעם יום טוב חנוכה, ווערן אויסגענוצט געווארן אין ישיבה מיט א שטארקייט, די בחורים לערנען זייער פלייסיג, אויסנוצענדיג די השפעות פונעם הייליגן יום טוב אויפ'ן בעסטן פארנעם. ביי די שיעורים אין חנוכה האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך ארומגערעדט פון די חיזוק וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די נסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט די אידישע קינדער בימים ההם בזמן הזה, ווי אזוי די קליינע הייפעלע פון די הייליגע חשמונאים האבן באזיגט די גרויסע און מעכטיגע מיליטער פון די יוונים, ווי אזוי זיי האבן צוריק אויפגעבויעט דעם צעבראכענעם בית המקדש, און כאטש וואס די יוונים האבן מטמא געווען אלע אויל, האט דער אייבערשטער אבער געהאלפן אז מ'האט געטראפן א קליין קריגעלע אויל וואס איז געווען גענוג נאר פאר איין טאג, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז ס'האט געברענט פאר אכט טעג. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז כאטש וואס ס'איז דאך געווען אזויפיל צרות דעמאלטס, דער גאנצער בית המקדש איז געווען צעבראכן און טמא, וואלטן דאך די חשמונאים געקענט מאכן אויף דעם א טרויער טאג, האבן זיי זיך אבער זייער געפריידט און געמאכט א פרייליכער יום טוב מיט די קליין ביסל טהור'ע אויל וואס זיי האבן געטראפן. דאס לערנט אונז אז אפילו א מענטש שפירט ביי זיך אז ער אינגאנצן צעבראכן און טמא, זאל ער נישט אויפגעבן און אריינפאלן אין א יאוש, נאר ער זאל זיך שטארקן און אויפזוכן דאס קליין קריגעלע טהור'ע אויל וואס ער האט נאך יא, און זיך פרייען דערמיט. יעדער איד איז פול מיט מצוות ומעשים טובים, חז"ל זאגן אז אפילו פושעי ישראל זענען מלאים מצות כרמון, און זיך זייער פרייען אז ער איז זוכה צו עסן כשר'ס, ער היט שבת, ער גייט מיט ציצית, ער טוט אן תפלין, ער האט א בארד און פאות, און אזוי ווייטער האט יעדער איד גענוג און נאך גוטע זאכן מיט וואס ער קען זיך זייער פרייען. און אז ער וועט זיך פרייען מיט די ביסל גוטס וואס ער האט אין זיך, וועט דאס שוין ברענגען אז ער וועט ווערן אינגאנצן גוט. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה שליט"א ביי די שיעורים ארויסגענומען אסאך התחזקות פונעם יום טוב חנוכה, וואס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר. די גאר הערליכע און אינהאלטסרייכע דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, פול מיט עצות און הדרכות ווי אזוי זיך צו קענען אן עצה געבן אין לעבן ברוחניות ובגשמיות, און מצליח זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם. זענען שוין היינט ברייט באקאנט איבער די גאנצע וועלט. מ'קען מיטהאלטן יעדן טאג אלע שיעורים דא אויפן וועבסייט ביי די אלבומם/שיעורים אפטיילונג. אזוי אויך קען מען הערן אלע שיעורים אויף בארימטן "קול ברסלב" ליין, 212-444-9191, אזוי אויך האט דער קול ברסלב האטליין א גאר אינהאלטסרייכע אפטיילונג ספעציעל פאר חנוכה, ווי מ'קען הערט פילע שיעורים, דרשות, און מעשיות, לכבוד חנוכה. דרוקט 1 פאר אידיש, 1 און 9 פאר עניני דיומא, און דערנאך 4 פאר די חנוכה אפטיילונג. בני בינה ימי שמונה קבעו שיר ורננים! 🎞️ הדלקת הנרות ביים ראש ישיבה אינדערהיים 📚 די הייליגע שובבי"ם טעג - 18 קונטרסים, יעדע פאר בלויז $1.49

    < זעה מער כז כסלו תשפ"ב 📝
  • היכל הקודש בני ברק ברייטערט זיך אויס

    מרכז הפצה בני ברק דער מרכז הפצה אין ארץ הקודש האט שוין מער נישט געקענט אפזאגן, צוליב דעם גרויסן פארלנאנג פארן הייליגן רבינס ספרים וואס ווערט נאר שטערקער און שטערקער פון טאג צו טאג. פארגאנגעם ליל שישי, איז אפגעהאלט געווארן א געהויבענעם מעמד "פתיחת מרכז הפצה" אין אויף רחוב אברבנאל 48 אין קרית הערצאג אין בני ברק, ווי די מפיצים זענען געקומען זיך באטייליגן. אינעם מרכז הפצה אין בני ברק וועט מען קענען באקומען אלע ספרים פון הייליגן רבין, און זיינע תלמדים, מורהא"ש, דער ראש ישיבה, קמיעות, סידיס, יו-עס-בי און עס-די קארטלעך מיט שיעורים, הפצה קארטלעך, ספרים, קונטרסים, גליונות און נאך... יעדער אין בני ברק וועט שוין וויסן אז דער אדרעס פאר חיזוק אין אמונה, תורה, שלום בית, און עצות אויפן טאג טעגליכן לעבן, און אזוי ווייטער איז דער נייער מרכז הפצה אויף רחוב אברבנאל 48 ווי מען קען אהיים נעמען פון אלעם גוטן. אזוי אויך וועלן די מפיצים פון בני ברק שוין האבן א לאקאלע הפצה צענטער פאר אלע זייערע הפצה געברויכן, און מער נישט דארפן ברענגען פון דערווייטענס די ספרים, גליונות און סידיס. בית המדרש היכל הקודש בני ברק פארגאנגעם שבת קודש, איז צוגעקומען נאך א הערליכע שטיינדל, צום קרוין פון היכל הקודש, א דיימאנט שטיין וואס וועט פארשפרייטן די ליכטיגקייט פון הייליגן רבין אין שטאט בני ברק. נאך מער פון איינס און א האלב יאר זינט דער עפענונג פונעם וועכענטליכן חבורה, האט די חבורה פון בני ברק זוכה געווען צו באקומען מיטוואך פרשת וישלח א שמועס פון עטליכע מינוט פונעם ראש ישיבה, דורך א טעלעפאן הוק אפ. צווישן אנדערע האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט פאר אנשי שלומינו אין בני ברק "ס'איז צייט צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין בני ברק" איינע פון אנוועזענדע פון אנשי שלומינו, האט תיכף וואלונטירט אוועקצוגעבן זיין שטוב מען זאל עס קענען נוצן פאר די תפילות ליל שבת קודש און שלש סעודות. און טאקע דעם שבת קודש, נאכן זמן הדלקת הנרות, זענען אנשי שלומינו געקומען צום פרישן בית המדרש היכל הקודש בני ברק צו מנחה ערב שבת קודש, ווי מען האט געדאווענט א געשמאקע דאווענען, מנחה, קבלת שבת און מעריב. נאכן דאווענען האט מען זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגע טאנץ, און מען איז זיך צוגאנגען יעדער צו זיך אהיים, מיט גרויס שמחה. אזוי אויך שבת קודש נאכמיטאג איז מען זיך ווידער צוזאם געקומען, ווי מען האט אפגעראכט א שיינעם שלש סעודות אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, מען האט געזונגען אינאיינעם זמירות בשבת אחים. יפוצו מעיינותיך חוצה!

    < זעה מער כה כסלו תשפ"ב 📝
  • ערליכע אידן לויבן דעם אייבערשטן אין דעם היינטיגן טאג כ"א כסלו

    היינט דאנערשטאג וישב, כ"א כסלו, ווערט אפגעצייכענט דורך ערליכע אידן איבער די וועלט דער יום ההצלה והשיחרור, ווען דער אייבערשטער האט געראטעוועט דעם גרויסן צדיק דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע, נאכדעם וואס דער צר הצורר די דייטשן מיט זייערע שותפים האבן אויסגעהרגעט רח"ל מיליאנען אידן מיט די גרעסטע מאס אכזריות און רשעות, און חרוב געמאכט אלע קהילות הקודש אין אייראפע, האט דער גרויסער צדיק וקדוש - שוין זייענדיג אויף די עלטערע יארן - אנגעהויבן פון פריש אויפצובויען קהילות קדושת בישראל און אריינגעבלאזן אין די עצמות היבשות א פרישע חיות און האפענונג. עס איז זייער שווער צו טראכטן וויאזוי מיר וואלטן אויסגעזען ווען נישט דער גרויסער צדיק, שטעלט זיך אראפ ווי א לייב, און פלאנצט איבער די אידישקייט פונדערהיים צו די נייע וועלט פון נאך די מלחמה. דער גרויסער צדיק האט אויפגעפלאמט די ריינע אמונה אין אידישע קינדער, מען זאל וויסן אז נאר דער אייבערשטער פירט די וועלט, און עס איז נישטא אזא זאך ווי "כחי ועוצם ידי", און כסדר דערמאנט פאר די גאנצע וועלט די יסודות פון די הייליגע אמונה אינעם אייבערשטן און נישט ווערן איבערגענומען פון אזוי גערופענע נסים פון רשעים און אפיקרוסים. אזוי אויך האט ער איינגעפלאנצט ביי אידישע קינדער, די מיאוסקייט פון חנופה לרשעים, און פון זוכן זייער כבוד און געלט, נאר מען זאל געדענקען אז נאר תורה ותפילה איז דער איינציגסטער תכלית אויף דער וועלט. דערפאר אין דעם גרויסן טאג, טוען אלע ערליכע אידן פון די גאנצע וועלט פון אלע שיכטן און קרייזן אויסנוצן דעם גרויסן טאג מיט תודה והודאה צום באשעפער, דאנקען השי"ת "ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדלנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת". דער הייליגער צדיק דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע ווען ער שרייבט איבערן הייליגן רבין דרוקט ער זיך אויס זייער גרויס, אויף א וועג וואס ער האט קיינמאל גענוצט. אין זיין צוואה וואס ער האט אונז איבערגעלאזט דער ספר הקדוש "ויואל משה" ברענגט דער רבי אראפ דעם משל פון הייליגן רבין איבער די חשיבות פון די פשוטע "תהלים זאגערס", און איבער די גרויסע נסיונות זיך צו האלטן מיט די פשוטע אמונה וואס אידן אין די צייטן פון עקבתא דמשיחא וועלן דארפן דורכגיין, און דער הייליגער סאטמארע רבי פירט אויס "עס איז נישט געווען א צדיק וואס האט אזוי פארשטאנען צום היינטיגן דור ווי דער הייליגער רבי מוהר"ן מברסלב זי"ע". אויך איז באקאנט צווישן סאטמארע חסידים, ווי דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע פלעגט צו הייסן אריינדרוקן אינעם תהלים "תיקון הכללי פון הרה"ק מוהר"ן מסרסלב זי"ע צו זאגן די צען קאפיטלעך טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ". און ערליכע אידן וואס גייען אין די וועגן פונעם הייליגן סאטמארער רבין זי"ע פירן זיך טאקע צו זאגן דעם תיקון הכללי יעדן טאג, און אזוי אויך ווערט עס אריינגעדרוקט אין די סאטמארע תהלימ'ס, ביזן היינטיגן טאג.&nbsp; אי לאו האי יומא, כמה יוסף איכא בשוקא 📚 דער נייער "סדר הדלקת נר חנוכה" פאר בלויז $2.99 🕎 אין ברסלב סענטער סטאר איז יעצט אלעס 10% ביליגער לכבוד חנוכה 🎁בעסטע חנוכה מתנה: מתנה קארטל פון "ברסלב סענטער" 💳 BreslevCenter.com gift card

    < זעה מער כא כסלו תשפ"ב 📝
  • דער ראש ישיבה קערט זיך צוריק פון א שיינע נסיעה צו מקומות הקדושים

    יעצט בעת מיר שרייבן די שורות, מיטוואך אווענט, איז דער ראש ישיבה שליט"א אויפן פליגער און וועט לאנדן בעזהשי"ת אין די קומענדיגע שעות, מיטברענגענדיג פילע זעק ישועות און רפואות פאר אנשי שלומינו און גאנץ כלל ישראל. דא וועלן מיר געבן דעם צווייטן העלפט פונעם באריכט פונעם נסיעה, ווי מיר האבן געענדיגט ביים פאריגן באריכט אנפאנג וואך. ווי געמאלדן איז מען מאנטאג נאכט אנגעקומען צום הייליגן ציון פונעם צדיק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, וואו מען האט מתפלל געווען מיט גרויס התעוררות. דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען פאר'ן אנקומען צום ציון אז מ'דערציילט גאר גרויסע ניסים און ישועות וואס אידן פועל'ן אויס אין קערעסטיר, און מ'זאל זען גוט אויסצונוצן דאס פלאץ זיך אויסצובעטן בדבר ישועה ורחמים. ווייטער איז מען געפארן צום שטאט מאדע, וואו עס ליגן די גרויסע צדיקים דער הייליגער קול ארי' זי"ע, דער לבושי מרדכי זי"ע, און נאך. פון דארט איז מען געפארן ווייטער קיין קאלוב, צום הייליגן רבי אייזיקל קאלובער זי"ע. דארט האט מען געדאווענט מעריב. ביינאכט איז מען אנגעקומען צום שטאט סיגוט ווי מען האט געדאווענט מעריב אינעם נייעם הערליכע סאטמארן בית המדרש, דערנאך איז מען געגאנגען צו די ציונים פון די הייליגע צדיקים פונעם הייליגן יטב לב זי"ע, און דער עצי חיים זי"ע, ווי מען האט מתפלל געווען און געפועלט אלעס גוטס. דערנאך איז מען צוריק צום סאטמארן בנין הכנסת אורחים ווי מען האט געגעסן א שיינע סעודה, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ "חסדי ה', בך בטחו" צום גרויסן טאג כ"א כסלו. אויסער די אלע הייליגע ציונים האט מען זיך אפגעשטעלט ביי נאך פילע קברי צדיקים אויפ'ן וועג. אויפ'ן באס צווישן איין ציון און א צווייטן, האט דער ראש ישיבה שליט"א כסדר גערעדט און פארגעלערנט, ס'איז געווען גאר שיינע שמועסן אויפ'ן וועג. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פון די גרויסקייט פון די צדיקים וואו מ'איז געפארן, נאכגעזאגט מימרות פון זיי און געזינגען אינאיינעם זייערע ניגונים. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז אנשי שלומינו פארשטייען נישט צומאל פארוואס מ'דארף פארן צו קברי צדיקים, מיר זענען דאך צוגעוואוינט צו רעדן צום אייבערשטן אלעמאל און איבעראל, מיר ווייסן אז מ'קען זיך אלץ אויסבעטן ביים אייבערשטן אלעס וואס מ'וויל, אבער דער הייליגער רבי זאגט אז ביי קברי צדיקים קען מען גרינגער און שנעלער פועל'ן, אפילו ווען מ'איז נישט ראוי געהאלפן צו ווערן. ביי קברי צדיקים מאכט מען אזוי ווי א שנעלערע וועג, גרינגער און שנעלער געהאלפן צו ווערן. ביי יעדן ציון האט מען געזאגט אינאיינעם תהלים, מ'האט געמאכט א סדר אנצוהויבן תהלים ביים ערשטן ציון, און ווייטער ממשיך געווען ביים צווייטן ציון, ביז מ'האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים אין לויף פון די נסיעה. דאס איז אויסער די תפלות און התבודדות וואס יעדער האט זיך אויסגעבעטן ביי די אלע הייליגע צדיקים. עס האט זיך דערקענט אז עס פארן א חבורה פון היכל הקודש, ווען יעדער איז געווען פארנומען צו ענדיגן זיינע שיעורים אויפ'ן וועג, יעדער מיט זיין חומש, משניות, גמרא, און אזוי ווייטער. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט יעדן טאג דעם טעגליכן שיעור אינעם דף הקהלה, שטייענדיג אויפ'ן באס, מיט וואס דער עולם האט זיך מחי' געווען, ווי אויך האט ער פארגעלערנט ווייטער שיעורי התחזקות. די אלע שיעורים און דרשות פון ראש ישיבה, און נאך פילע אפדעיטס קען מען הערן אויפ'ן "קול ברסלב" (נומער 6 פונעם מעין מעניו) טעלעפאן ליין. על ידי השתטחות על קברי צדיקים, הקב"ה עושה לו טובות, אף על פי שאינו ראוי לכך (ספר המידות, אות צדיק, קעג). דא אויפן וועבסייט קען מען זען פילע בילדער און קליפס פון די שיינע נסיעה. 📚 דער נייער "סדר הדלקת נר חנוכה" פאר בלויז $2.99 🕎 אין ברסלב סענטער סטאר איז יעצט אלעס 10% ביליגער לכבוד חנוכה 🎁בעסטע חנוכה מתנה: מתנה קארטל פון "ברסלב סענטער" 💳 BreslevCenter.com gift card

    < זעה מער כ כסלו תשפ"ב 📝
  • דער ראש ישיבה לאזט זיך ארויס אויף א קורצע נסיעה צו די מקומות הקודשים אין אייראפע

    דער ראש ישיבה האט זיך ארויסגעלאזט אויף א קורצע נסיעה צו די ציון פון די צדיקים וקדושים אין אייראפע, אין באגלייטונג פון בערך 40 תלמידים פון ניו יארק און ארץ ישראל, וועלכע האבן אריינגעברענגט ביים לעצטן קאמפיין פאר די ישיבה גרעסערע סכומים. מען האט זיך ארויסגעלאזט פון ניו יארק זונטאג אווענט, און מען איז אנגעקומען קיין וויען עסטרייך מאנטאג אינדערפרי, אויפן פליגער איז דער ראש ישיבה געזעצן און געשריבן בריוו פאר שאלות א גאנצע צייט. אין וויען אין עירפארט האט מען זיך צוזאם געטראפן מיט די חבורה פון תלמידים פון ארץ ישראל. דאן איז מען געגאנגען אין וויען אין מקוה, געדאווענט אינעם לאקאלן בית המדרש, ווי דער ראש ישיבה האט עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל, און מוציא געווען אלע מיטרייזענדע, דערנאך האט מען געגעסן א נארהאפטיגע פרישטאג. נאכן עסן האט מען זיך ארויסגעלאזט מיט א באס קיין סלאוואקיע צום שטאט פרעשבורג צום ציון פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע. עס האט געהערשט א גרויס התעוררות ביים ציון, מען האט געזאגט תהלים, און מתפלל געווען יעדער וואס ער דארף, און מען האט געזונגען ווארימע ניגונים. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט קיין אונגארן, צום שטאט איהעל, צום ציון פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע, ווי מען האט מתפלל געווען מיט גרויס התעוררות און געזונגען מיט גרויס ווארעמקייט. דערנאך איז מען געפארן קיין ליסקא, זיך אויסבעטן ביים הייליגן צום ציון פון רבי הערשעלע ליסקער זי"ע. יעצט בשעת מען שרייבט די שורות איז מען ביים ציון פונעם צדיק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, ווי מען איז מתפלל און מען פועלט גרויסע ישועות. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען זיין צוריק אין ניו יארק אום מיטוואך אווענט. על ידי השתטחות על קברי צדיקים, הקב"ה עושה לו טובות, אף על פי שאינו ראוי לכך. (ספר המידות, אות צדיק, קעג)&nbsp; 📸 נאכטמאל אין קערעסטיר 🎞️ ניגוני התעוררות ביים ציון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע 🎞️ ניגוני התעוררות ביים ציון הרה"ק רבי הערשלע ליסקער זי"ע 🎞️ תהלים ביים ציון הרה"ק בעל חתם סופר זי"ע

    < זעה מער יח כסלו תשפ"ב 📝
  • עמוירדזשענסי "ורפא ירפא" קאמפיין - לרפואת יצחק בן פיגלא

    אין די יעצטיגע טעג ווערן אידן אנגעווארעמט צו א גאר קריטישע עמערזשענסי קאמפיין אונטערן נאמען "ורפא ירפא", מיט'ן ציל צו שאפן געלט צו קענען ראטעווען דאס לעבן פון אונזער טייערער חבר ר' יצחק בן פיגלא לרפואה שלמה במהרה. אונזער טייערער באליבטער חבר ר' יצחק איז ליידער אנגעשטעקט געווארן מיט די וויירוס אויף גאר א שווערע פארנעם מיט צוויי חדשים צוריק, פון וואס זיינע לונגען זענען זייער שטארק אפגעשוואכט געווארן, און ער איז יעצט צוגעבינדן צו אן עקמא מאשין צו קענען אטעמען. די משפחה און עסקנים האבן שוין אריין געלייגט איבערמידליכע כוחות און טוען ווייטער אלעס וואס מעגליך אים צו היילן, אבער פארשטייט זיך אז דאס שלעפט אריין אין ריזיגע געלטער, ביז עס איז געקומען צו א מצב וואס מען האט זיך שוין אריינגעלייגט אין שווערע חובות און מען זעט זיך נאך ווייטער מיט גאר גרויסע הוצאות וואס מען דארף באצאלן צו קענען אריינברענגען די ריכטיגע גרויסע ספעציעליסטן צו קענען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ברענגען צו זיין גאנצע רפואה ווי אמשנעלסטן. עס מוז קריטיש געשאפן ווערן די סומע פון $250,000 צו קענען ווייטער אנגיין אז מיר זאלן נישט דארפן זיך אפשטעלן חס ושלום צוליב געלט. מיר פארגעסן נישט ווי ר' יצחק האט געהאלפן אזויפיל פילע אידישע קינדער מיט זיין געוואלדיגע עקספערטיז, ווי פילע פון אונז קענען מעיד זיין. ער האט אוועקגעגעבן זיין לעבן צו העלפן אנדערע אידן מיט זיין גאנצע הארץ, ער האט געראטעוועט פילע חולי ישראל, און יעצט איז די צייט אים ארויסצוהעלפן. ומכאן הקריאה יוצאת: טייערע אידן, עפנט אייער הארץ און קעשענע און געבט א ווארעמע נדבה אין די הצלת נפשות קאמפיין, מיט וואס מען וועט ווייטער טון וואס מען קען נאר צו ברענגען די ערווארטעטע ישועה און רפואה ווי שנעלער. דער "ורפא ירפא" קאמפיין לויפט די וואך. מ'קען מנדב זיין אויפ'ן טעלעפאן 718-540-5728, אדער קען מען געבן אויפן וועבסייט charidy.com/vrapoi ווי מען קען זיך משתתף זיין לכבוד פילע טעימס. דער עיקר דארף מען געדענקען ווייטער צו מתפלל זיין און נישט פארגעסן פון בעטן דעם אייבערשטן פאר א גאנצע רפואה פאר יצחק בן פיגלא, ער זאל זיין געזונט און שטארק ברמ"ח אבריו ושס"ה גידיו, פאר לאנגע געזונטע יארן. רפאנו ה' ונרפא! 💳 דעם ראש ישיבה שליט"א'ס פיעדזש אויפן קאמפיין 📚 קונטרס get well soon פאר בלויז $1.49 📅 דער ראש ישיבה רופט מען זאל זיך משתתף זיין

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ב 📝
  • סיום מסכת ראש השנה געפייערט דורך אנשי שלומינו

    פארגאנגעם שבת קודש פרשת ויצא האבן אנשי שלומינו איבער די גאנצע וועלט געפייערט דעם סיום מסכת ראש השנה וואס איז געלערענט געווארן אינאיינעם זינט אנהייב חודש אלול העל"ט ווען מען האט יעדן איינציגן טאג - געלויבט דעם אייבערשטן - געלערענט א בלאט גמרא. דער ראש ישיבה שליט"א וועלכע לערנט פאר דעם דף גמרא יעדן טאג בטוב טעם ודעת מיט א גאר געשמאקן און קורצן וועג, איז אלץ מיט א בלאט פאראויס, אזוי אז עס זאל שוין זיין ארויפגעלייגט יעדן טאג אינדערפרי דעם בלאט פון יענעם טאג. טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט האלטן מיט דעם געשמאקן שיעור פון ראש ישיבה וואס ווערט אלץ ארויפגעלייגט דא אויף אונזער וועבסייט. אויך איז מען זיך מחיה מיט די קורצע חיזוק ווערטער וואס ווערט אלץ געזאגט נאכן שיעור, ווי דער ראש ישיבה נעמט ארויס וואס די גמרא וויל פון אונז הלכה למעשה, אויף טאג טעגליך. אזוי אויך רעדט דער ראש ישיבה אלץ איבער חינוך, און וויאזוי מען קען מצליח זיין אויפצוציען ערליכע שיינע דורות אין די היינטיג וועלט. פאריגע וואך דאנערשטאג נאכט, ביים בארימטן שיעור וואס ווערט פארגעלערענט יעדן ליל שישי ספציעל פאר די אינגעלייט, האט מען צוגעשטעלט א שיינע סעודה לכבוד דעם סיום, און דער ראש ישיבה האט געזאגט זייער שיינע דיבורים נאכן מסיים זיין דעם מסכת ברבים. דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער דעם וואס מ'זאגט נאכן סיום "אנו עמלים ומקבלים שכר, והם עמלים ואינם מקבלים שכר", אז יעדע איינער אויף דער וועלט פלאגט זיך, נישטא קיינער אויף דער וועלט וואס עס גייט אויף אים נישט דורך. עס איז נישטא קיין עצה וואו צו אנטלויפן אויסער צום אייבערשטן און צו די תורה. מ'קען אויפטוישן די פלאג וואס איז מיר באשערט, אנשטאט עס זאל גיין אויף פיס ווייטאג, רוקן ווייטאג, חובות, שלום בית, גייט עס אויף זיך פלאגן אויף די תורה, "אנו עמלים ומקבלים שכר" מיר פלאגן זיך, מיר שטעלן אויף א שטוב מיט קינדער, מען מאכט נישט ח"ו א "משפחה פלאן" ר"ל ווי די גויים, וואס מען האט סייווי גארנישט דערפון. ווייל דו וועסט ממילא זיך דארפן פלאגן פונקטליך וויפיל עס איז דיר באשערט. מיר פלאגן זיך מיט הייליגע זאכן מיט מקיים זיין די הייליגע תורה וואס דאס בלייבט מיט אונז אויף אייביג. דער ראש ישיבה האט שטארק געבעטן אנשי שלומינו מ'זאל זיך נעמען אויף זיך צו לערנען יעדן טאג דעם נייעם מסכת תענית וואס מ'הייבט יעצט אן, "אז דו וועסט "זאגן" דעם דף גמרא יעדן טאג, קען זיין אז דו וועסט לערנען יעדן טאג דעם דף, אז דו וועסט וועלן "לערנען" דעם דף וועסטו זען וואס עס וועט זיך אויסלאזן דערפון" האט דער ראש ישיבה געזאגט, זוך נישט קיין שלימות, פאלג דעם צדיק וואס האט געזאגט (שיחת הר"ן סימן ע"ו) "אין צריכים בלימוד רק האמירה לבד". דער ראש ישיבה האט דערנאך אסאך גערעדט איבער שלום בית, "אז דו האסט פייגעלעך אין קאפ, אז דער און יענער האט א בעסערע ווייב, אדער א בעסער שלום בית, דארפסט עמוירדזשענסי א בלאט גמרא, דאס וועט דיך אויסהיילן", אזוי וועסטו וויסן אז דו האסט די בעסטע ווייב, דו וועסט זיך פרייען אהיים צו קומען און לעבן א הייליג לעבן. ▶️ דער ראש ישיבה לערנט שוין פאר מסכת תענית ▶️ דער סיום און שיעור אין ישיבה ▶️ גאנץ מסכת ראש השנה געשמאק פארגעלערענט דורכן ראש ישיבה שליט"א 📚 קונטרס "חנוכה שמח" $1.49

    < זעה מער יא כסלו תשפ"ב 📝
  • הכנסת ספר תורה דעם שבת קודש אין היכל הקודש פרעמישלאן קרית יואל

    א גרויס שמחה הערשט אין בית המדרש היכל הקודש פרעמישלאן, ווען דעם שבת קודש פרשת ויצא הבא עלינו לטובה וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף אריינגעגעבן ווערן א נייע ספר תורה. דער נייער ספר תורה איז געשריבן געווארן לעילוי נשמת דעם אומפארגעסליכן הרה"ח ר' ראובן וויינבערג ז"ל, וואס כאטש עס זענען געווען שולן נענטער צו זיין הויז פלעגט אלץ קומען דאווענען נאר אין בית המדרש היכל הקודש.&nbsp; אין די עלטער פון 96 יאר אין די גרעסטע פרעסטן פון ווינטער, און אין די גרעסטע היצן פון זומער פלעגט ער קומען מיט די גרעסטע שמחה אין בית המדרש אלעס נאר כדי צו קענען זאגן נאך א קדיש, נאך א קריאת שמע, און ענטפערן נאך אן אמן. ר' ראובן וויינבערג זכרונו לברכה איז געווען א מסירת נפש איד וואס איז אויפגעוואקסן אין רוסלאנד אונטער די קאמוניסטישע רשעים, און האט מיט אלע שוועריקייטן זוכה געווען צו היטן אידישקייט מיט די גרעסטע מסירת נפש, ער האט זוכה געווען אויפגעשטעלט א הערליכע אידישע דור פון קינדער און אייניקלעך וואס לעבן מיטן אייבערשטן, און היטן די תורה. ר' ראובן איז באוויסט געווען אין בית המדרש היכל הקודש מיט זיין ספר פנים יפות ווי ער פלעגט אויפנעמען יעדן איד מיט א גרויסע שמייכל. די מתפללים קענען נישט פארגעסן ווי ער פלעגט זיך אלץ אינטערעסירן וואס ער און די משפחה טוען, און כמים פנים אל פנים איז ר' ראובן געווען שטארק באליבט אין בית המדרש היכל הקודש פרעמישלאן, ווי ער פלעגט באשיינען דעם בית המדרש פאר לאנגע יארן, מיט האלטן די תפילות שבת ויום טוב, סיפורי מעשיות, שלש סעודות, ווי ער פלעגט זיך צוהערן מיט דורשט צו די דברי אלקים חיים די ווערטער פון הייליגן רבין מיט וואס ער פלעגט זיך מחי' זיין, און טרונקען די הייליגע דיבורים וואס מען רעדט אין בית המדרש היכל הקודש. יעצט האט זיין אייניקל ר' נחום וויינבערג הי"ו וואס האט אים אלץ אזוי געטריי באדינט ביים לעבן, זוכה געווען ענדיגן שרייבן א ספר תורה לעילוי נשמתו פון זיין גרויסן זיידן, און איז עס מנדב זיין פאר דעם הייליגן בית המדרש ווי דער זיידע איז געווען א שטענדיגער מתפלל. ווי דער פלאן איז וועט אם ירצה השם דעם שבת קודש פרשת ויצא, געפראוועט ווערן א שיינער הכנסת ספר תורה, ווי דער נייער ספר תורה וועט אי"ה ארויסגיין פארן ליינען פון שטוב ווי ר' ראובן האט געוואוינט אויף מעזיבוזש רד. און וועט גיין צום בית המדרש היכל הקודש אויף פרעמישלאן רד. מיט שמחה, טענץ און געזאנג, ווי דער ספר תורה וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף גענוצט ווערן פאר קרית התורה מדי שבת בשבתו. &nbsp;

    < זעה מער ד כסלו תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 52 results

1 2 3 4
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com