Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • וועד הכשרות היכל הקודש ברסלב געגרינדעט

    ווי באקאנט האט מוהרא"ש זי"ע געלייגט גאר א שטארקער דגוש אכטונג צו געבן אויף כשרות המאכלים, און דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר ארום ווי שטארק מ'דארף נזהר זיין אויף וואס מען נעמט אריין אין מויל. יעצט האט א תלמיד הישיבה געעפענט אן עסן געשעפט אין בארא פארק, און וועלנדיג זיכער זיין אז אלעס אויסגעהאלטן אויפן בעסטן וועג, האט ער זייער געבטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל אים געבן א תעודת הכשר. דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א געגרינדעט א "וועד הכשרות", וואס ווערט בעז"ה געפירט דורך די תלמדי חכמים רבני הכולל, וועלכע מאכן זיכער אז יעדע אינגרידיענט וואס קומט אריין אין די מאכלים איז אויסגעהאלטן בתכלית הכשרות למהדרין מן המהדרין. די משגיחים נעמען אלע הוראות און הדרכות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס מאכט זיכער אז אלעס ווערט געפירט בעזהשי"ת על צד היותר טוב. "מי שנזהר ממאכלות-אסורות, הוא ניצול מחיות-רעות" (ספר המידות, אות אכילה)

    < זעה מער טז טבת תשע"ט 📝
  • סיום מסכת דמאי ירושלמי

    מוצש"ק פרשת ויחי איז פארגעקומען א שיינע סיום אין שטוב פון מו"ה מרדכי היימליך הי"ו. דער שיעור פון א דף ירושלמי א טאג ווערט פארגעלערנט יעדן אינדערפרי דורכן ראש ישיבה שליט"א תיכף נאכן שיעור פון גמרא בבלי אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג, אויף 27 סקילמאן סט. דער שיעור ציעט א שיינע ציבור משתתפים וואס זענען זיך מחי' מיטן שיעור וואס ווערט פארגעלערענט דורכן ראש ישיבה שליט"א, וואס לערנט פאר די גמרא מיט א שטארקע קלארקייט, יעדן טאג גייט דער ראש ישיבה איבער דעם בלאט, צו זען עצות און חיזוק וואס מ'קען ארויסנעמען פון די דברי חז"ל הק' ע"פ די הקדמות פונעם הייליגן רבין לויט ווי מוהרא"ש ז"ל האט עס אונז איבערגעגעבן, מיטצונעמען אויפן גאנצן לעבן. מען האט זיך געוואשן צו א סעודת מלוה מלכה, און געזינגען זמירות, דערנאך האט דער ראש ישיבה מחזק געווען די יונגעלייט. דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט "א ישר כח קומט פאר די פרויען וואס זענען מסכים אליינס צו בלייבן אין שטוב זיך פארען מיט די קינדער, אבי דער מאן זאל גיין צום שיעור". "לימוד גמרא דארף זיין א חיוב פארן מענטש אזוי ווי לייגן תפילין" (עצתו אמונה, א' חוה"מ פסח תשע"ח, בשם החיד"א בשם 'שם הגדולים' מערכת ספרים, אות ת) בילדער דרשה פון ראש ישיבה (וועט נאכקומען בעז"ה)

    < זעה מער טו טבת תשע"ט 📝
  • סעודת הילולא פון רבי נתן זצ"ל אין קרית יואל

    א שיינער ציבור איז זיך צוזאם געקומען ליל עשרה בטבת אין ביהמ"ד היכל הקודש אין בלומינג גראוו, ווי מ'האט זיך געוואשן צו א סעודה, און געהערט התחזקות פון אנ"ש. קודם האט אויפגעטרעטן הרב יואל פארקאש שליט"א, גבאי ביהמ"ד היכל הקודש (העיס קט.), און ארויסגעברענגט אז דער ביהמ"ד האט זוכה געווען מער פון אלע בתי מדרשים פון היכל הקודש קרית יואל אז מען איז זיך צוזאם געקומען דא, ווייל דא קומען זיך צוזאם יעדן אוונעט אינגעלייט וואס ארבעטן שווער א גאנצן טאג און מען לערנט א דף גמרא. דאס איז עולה על הכל. דערנאך האט ער ארויסגעברענגט אז ב"ה אכשר דרא היינט שטעלט יעדע קהילה צו א סדר צו לערנען גמרא, אבער אז מען לייגט צו דערצו דעם רבינס סדר דרך הלימוד, קען עס האבן א קיום. ווייל א מענטש האט טירדות און מצבים וואס ער קען בשום אופן נישט זיך קאנצענטרירן. דארף ער וויסן אז ער דארף זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. אויך האט ער ארויסגעברעגט די וויכטיגקייט פון פארשטיין די ווייב, וואס גייט אלץ איבער אויף איר. ווי עס ליגט א פליכט אויפן מאן זיי אויפצוהייבן און פרייליך מאכן. דערנאך האט ער פארציילט אביסל איבער רבי נתן'ס התקרבות, און ווי אלעס וואס איז אונז געבליבן פון הייליגן רבין איז נאר א דאנק רבי נתן. און האט ארויסגעברענט אז ער וואלט גרינג געקענט זיין א גרויסע רבי מיט חסידים וכו', אבער האט אלעס אוועקגעגעבן נאר אריינצוברענגען די התחזקות פון רבין אין נאך א איד. היינט - האט ער אויסגעפירט - מיט די הקדמות פון הייליגן רבין, ווי מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, קען יעדער איד און דארף יעדער איד זיין א משפיע און אריינברעגען דעם אור פון הייליגן רבין און אזוי מקרב זיין אידן צום אייבערשטן. נאכדעם האט גערעדט הרב יוסף פאנעט מחשובי אנ"ש, ער האט ארויסגעברענגט מיט זיין געשמאקע שפראך ווי מיר כאפן גארנישט וואס מיר באקומען פון היכל הקודש, בפרט האט ער ארויסגעברענגט דער שבח פון דעם בית המדרש, ווי איינער האט אים פארציילט אז ער איז אמאל אריינגעפאלן אין א שבת צופרי, און געהערט די שמועסן נאכן דאווענען פון איינפאכע אינגעלייט וואס ארבעטן א גאנצע וואך על המחיה, און אנשטאט רעדן פון געלט, פאליטיק, אדער נייעס, האבן זיי זיך מחזק געווען איינער דעם צווייטן. מ'האט זיך פארציילט מעשיות פון תפלה וכו', און ארויסגעברענגט אז מ'דערף בעטן אלעס דעם אייבערשטן און נאר דאס העלפט. און דאס איז אים געווען אזא חידוש, אז ער האט זיך געווינדערט צי ער געפינט זיך אין יארע 2018 אין אמעריקע און נישט אין אייראפע פאר צוויי הונדערט יאר צוריק צווישן די הייליגע תלמידי הבעל שם טוב זי"ע. דערנאך האט ער ארויסגעברענגט עטליכע נקודות. "התחזקות" - דאס גאנצע זאך פון רבי נתן זצ"ל איז געווען זיך מזחק צו זיין. "ליקוטי הלכות" - ווי מוהרא"ש זצ"ל פלעגט בעטן יעדעס יאר ביים יארצייט מ'זאל כאטש איין מאל אין לעבן דורכלערנען דעם הייליגן ספר ליקוטי הלכות. "מורה דרך" - כדי צו זיין אן ערליכער איד, מיז מען האבן אמונת חכמים, מען דארף האבן אן ערליכע איז וואס מ'פרעגט אים אלע ספקות און שאלות, ווייל דער טריק פון יצר הרע איז צו מאכן עבירות אויסזען ווי מצוות, און מ'קען זיך זייער נערן אויף דער וועלט. און ווי גרויס איז אונזער זכי' אז מיר האבן דעם ראש ישיבה, וואס איז זיך מוסר נפש אונז מחזק צו זיין און ווייטער איבערגעבן און מפיץ זיין וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערענט. דערנאך איז מען ארויס א ריקוד, און זיך געפריידט מיט דעם זכות וואס דער אייבישטער האט אונז געגעבן אז מיר זענען מקורב צו א אזא צדיק וואס פארשטייט אונז, און האט די עצות און חיזוק פאר אונזער דור. תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו &nbsp; בילדער

    < זעה מער י טבת תשע"ט 📝
  • יארצייט פון רבי נתן זצ"ל ביים ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג

    א גרויסע ציבור אנ"ש זענען זיך צוזאם געקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. מען האט זיך געוואשן צו א רייכע סעודה, וואס איז נתנדב געווארן דורך מו"ה חיים ווייס הי"ו. מען האט געהאט א גאסט פון ארץ ישראל הרה"ג רבי משה קורץ שליט"א גאב"ד יבניאל, וואס האט אויפגעטרעטן, בתוך דבריו האט ער ארויסגעברענגט אז אס געווען תלמידים פון הייליגן רבין וואס זענען געוואך סאך מער יארן ביים רבין, רבי נתן איז נאר געווען די לעצטע אכט יאר פון רבין, און וויאזוי האט דוקא ער אזוי מצליח געווען? נאר - האט ער נאכגעזאגט פון טולטשינער רב - אז ער האט נישט געזען א תלמיד זאל זיין אזוי איבערגעגעבן צו זיין רבין ווי רבי נתן, רבי נתן האט אמאל געזאגט "איך האב מיר אויסגעהוילט מיין שכל, יעדע ווארט וואס איך האב געהערט פון רבין איז געווען נאך א שטיק שכל", דערפאר - האט געזאגט דער רב פון יבנאל - דארפן מיר פאלגן די עצות פון הייליגן רבין, וועלן מיר אויך מצליח זיין. דער ראש ישיבה שליט"א האט דערנאך שטארק ארום גערעדט די גרויסקייט פון הפצה, רבי נתן'ס עיקר זאך איז געווען "הפצה", דערפאר דארף יעדער זען וויאזוי ער קען אויף זיין וועג טוון אין הפצה, צי בפועל, צי מיט געלט, און שטיצן די מפיצים אויף סיי וועלכע וועג. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכע רקידה. על ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדיקנו בילדער דרשה

    < זעה מער י טבת תשע"ט 📝
  • סעודת הילולא פון רבי נתן זצ"ל קומענדיגע מאנטאג נאכט ויחי אין וויליאמסבורג

    ווי יאר יערליך וועלן זיך אנשי שלומינו בעז"ה צוזאם קומען אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. צו פראווען דעם יארצייט פון רבי נתן זצ"ל וואס פאלט אויס אום עשרה בטבת, ווי מען וועט זיך מחזק זיין מיט די עצות וואס דער בעל הילולא האט אונז איבערגעלאזט. אום 7:30 אווענט וועט מען זיך וואשן צום סעודה, און דערנאך וועט ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט שיינע דברי התחזקות וואס מיר קענען ארויסנעמען פונעם הייליגן רבי נתן אויף למעשה. דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אויף רבי נתן: "מען דארף דאנקען רבי נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר בלעטל שמות" (חיי מוהר"ן, סימן שע): א הערליכער בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א פאר איינער וואס פרעגט "ווער איז געווען רבי נתן זצ"ל?" דברות קודש פון מוהרא"ש זי"ע ביים יארצייט פון רבי נתן תשע"ג

    < זעה מער ד טבת תשע"ט 📝
  • סדר דרך הלימוד פראגראמען פאר אינגע קינדער ב"ה מיט גרויס סוקסעס

    ווי אנ"ש געדענקען וואס מוהרא"ש פלעגט אלעמאל מעורר זיין און מאנען די תלמידים צו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, און אלץ צוברענגען וואס דער הייליגער האט אונז געשריבן אין שיחת הר"ן (סימן ע"ו) זיין הייליגער סדר דרך הלימוד וואס איז א דבר השוה לכל נפש. בפרט איז די עצה צוגעפאסט פאר די טייערע קינדער תינוקות של בית רבן, וואס האבן פרייע צייט נאך חדר, ווי קינדער קענען אריינכאפן גאנצע מסכתות משניות און פילע בלעטער גמרא יעדן איינציגן טאג. קינדער וואס זענען זוכה צו באקומען דעם סדר דרך הלימוד אין די אינגע יארן קענען גאר גרינג זוכה זיין צו ענדיגן לכל הפחות איין מאל משניות צו זייער בר מצוה, און לכל הפחות ענדיגן איין מאל ש"ס צו זייער חופה. דאס איז אויסער דעם וואס זייער צייט איז אויסגעפילט מיט גוטס, און עס דערקענט זיך אויף זיי אז זיי זענען פרייליכע קינדער וואס זענען אנגעפילט מיט אמת'ע סיפוק און שפייז פאר זייער הונגעריגע נשמה. צוליב דעם האבן אלע שולן פון היכל הקודש סיי וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, עצי תמרים ק"י, בלומינג גראוו, אא"וו, פראגראמען וואס ברענגען אריין אין די קינדער א רייץ צו לערנען טעגליך פרקים משניות און בלעטער גמרא, און זיי געבן א ידיעות התורה, ווי זיי באקומען געשאנקען און טשאטשקעלעך פאר יעדע פרק אדער בלאט זיי לערנען. ווי מ'זעט נאכדעם, נעמט נישט קיין לאנגע צייט, און זיי דארפן שוין גארנישט נאר דעם פרק משניות און בלאט גמרא, דאס איז זייער שענסטע מתנה וואס זיי האבן נאר געקענט באקומען אין זייער לעבן. &nbsp;

    < זעה מער כט כסלו תשע"ט 📝
  • מסיבת כ"א כסלו אין בלומינג גראוו

    נעכטן מיטוואך אווענט, אור ליום כ"א כסלו זענען זיך צוזאם געקומען א שיינע ציבור אנ"ש אין שטוב פון מו"ה אברהם יושע וועבערמאן הי"ו, צו פייערן דעם יום הצלה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע צוזאמען מיטן סיום מסכת מנחות וואס ווערט פארגעלערענט יעדע נאכט דורך הר"ר בערל לעווי שליט"א אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 24 מעריוואלד לעין יעדע נאכט אום 9:00. עס איז געווען צוגעגרייט א שיינע מסיבה מיט כלי זמר, דער עולם האט זיך צוגעזעצט &nbsp;צו שיינע געדעקטע טישן, און מען האט געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה האט זיך ספעציעל אנגעשטרענגט ארויסצוקומען זיך צו באטייליגן. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז עס איז ביי אים די גרעסטע חשיבות דאס וואס אינגעלייט נאך די ארבעט רייסן זיך אראפ אפאר מינוט און קומען צו א שיעור אין גמרא, אז כאטש ער איז נאך זייער אויסגעמוטשעט פון זיין שווערע נסיעה צו ארה"ק און אומאן פון וואס ער איז נארוואס צוריק געקומען, "ביי מיר איז דאס די חשובסטע זאך", האט דער ראש ישיבה געזאגט. מען האט זיך ארויסגעלאזט און א ריקוד פון "חסדי השם" און "בך בטחו", און נאך שיינע ניגונים פון הודאה, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט א לענגערע שמועס פאר די אינגעלייט און בע"ב, דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט פון צדיקים אז "א בלאט גמרא א טאג, דארף זיין א חיוב אויף א מענטש ווי הנחת תפילין", דערנאך האט ראש ישיבה געזאגט פארשידענע וויכטיגע דברי הדרכה פאר אינגעלייט נאך די חתונה וויאזוי מען פירט א שיינע לעבן בקדושה וטהרה. צו וואס פארא שיינע לעבן מ'קומט צו אז מ'לעבט מיט די תורה, אן צולייגן איבעריגע חומרות ופרושות אזוי ווי מוהרא"ש ז"ל האט אונז אויסגעלערענט. דער ראש ישיבה האט מחזק געווען דעם עולם אז מען זאל שוין מארגן אנהייבן מסכת חולין, וואס איז זייער א שיינע מסכת. דערנאך איז זיך דער שיינער ציבור צוגאנגען אנגעשעפט מיט חיזוק ווייטער אנצוגיין בעזר ה' יתברך. "בך בטחו אבותינו, בטחו ותפלטמו, אליך זעקו ונמלטו, בך בטחו ולא בושו" בילדער רעקארדיג פון דרשה

    < זעה מער כא כסלו תשע"ט 📝
  • י"ט כסלו פארברענג אין שטוב פון הר"ר יחזקאל סאטמעט שליט"א

    נעכטן איז מען זיך צוזאם געקומען אין שטוב פון הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א מלמד מומחה, לרגל דעם גרויסן טאג י"ט כסלו און לרגל וואס מ'האט זוכה געווען צו מסיים זיין מסכת מנחות, ביים שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר יעדן אינדערפרי פאר די יונגעלייט. מען האט זיך געוואשן צו א שיינע סעודה, און געזונגען ווארימע ניגונים לרגל דעם סיום און לרגל דעם גרויסן טאג י"ט כסלו. דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט טרעפליכע ווערטער. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז דאס האט ער מקבל געווען פון מוהרא"ש אז מ'קען נישט זיין א ברסלבע חסיד אן לערנען כאטש איין בלאט א טאג. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מ'קען נישט מצליח זיין מיטן לערנען א בלאט א טאג נאר מיטן דרך הלימוד. ווייל אויב א מענטש מוז אייביג אלעס פארשטיין ווי איז מעגליך צו לערנען "יעדן" טאג? עס איז לא ימלט אז עס מאכט זיך טעג וואס די קאפ איז נישטא, אדער די צייט איז נישטא, עס זענען דא משפחה טרידות, שמחות, ימים טובים, סתם שווערע טעג. א מענטש איז נישט א מאשין. א איד דארף אפמאכן ביי זיך, יעבור עלי מה, איך וועל אפזאגן דעם בלאט גמרא יעדן טאג, אז דער באשעפער וועט העלפן וועל איך עס אויך פארשטיין. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברעגט די געוואלדיגע תועלת פון עפענען די גמרא אינדערהיים, וואס פארא גוטע השפעה עס האט אויף די שלום בית און אויף די חינוך. א ווייב באקומט א רעספעקט פארן מאן אויב ער לערנט, די קינדער וואקסן אויף מיט דעם אז דער טאטע עפענט א אידיש ספר. טוב לי תורך פיך מאלפי זהב וכסף דרשה פונעם ראש ישיבה

    < זעה מער כ כסלו תשע"ט 📝
  • דער ראש ישיבה שטעקן אין קיעוו עירפארט פאר לאנגע שעות

    אויפן וועג צוריק פון ארץ ישראל, האט דער פליגער געזאלט מאכן א סטאפ אין קיעוו לופטפעלד פאר עטליכע שעה, אבער צוליב וואס דער פליגער וואס האט זיי געדארפט נעמען קיין ניו יארק איז געווען צובראכן האט מען געדארפט ווארטן 15 שעה (!) אויף אן אנדערן פליגער. דער ראש ישיבה האט זיך נישט פארלוירן נאר עס אנגענומען באהבה, און אויסגענוצט די צייט און געלערענט זיינע שיעורים כסדרן. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז ב"ה היינט אינדערפרי אנגעקומען אין א מזל'דיגע שעה. אויפן בילד זעט מען דער ראש ישיבה לערנט דעם שיעור אין גמרא ווארטענדיג אין עירפארט

    < זעה מער יט כסלו תשע"ט 📝
  • דער ראש ישיבה באזוכט אין ארץ ישראל צום יארצייט פון זיין באבע ע"ה א"ח הגאון רבי יחזקאל ראטה שליט"א

    פארגאנגענעם דינסטאג האט זיך דער ראש ישיבה ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ארץ ישראל צו זיין אויף זיין באבע'ס יארצייט. &nbsp;דער ראש ישיבה איז געווען אין מירון צום יארצייט אויף שבת קודש. פרייטאג צו נאכטס האט מען געדאווענט אויבן אין די מערה. שבת אינדערפרי האט מען געדאווענט אין די דירה פון זיין גרויסן זיידן דער קארלסבורגער רב שליט"א אין זיין בית המדרש מראה יחזקאל. דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט שחרית פארן עמוד. מוצאי שבת איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש, און איז דארט געווען א גאנצע נאכט און געדאווענט שחרית ביים ציון. &nbsp; אויפן וועג צוריק האט דער ראש ישיבה געמאכט א סטאפ אין אומאן צו זיין ביים ציון פון הייליגן רבין.

    < זעה מער יט כסלו תשע"ט 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א ביי די ציונים פון די לובאוויטשע רבי'ס אין קווינס

    היינט זונטאג וישלח אינדערפרי האט זיך דער ראש ישיבה אריבערגעכאפט צום אהל הק' פון די לובאוויטשער רבי'ס אין קווינס, ווי דער ראש ישיבה איז געגאנגען מתפלל זיין. ווי באקאנט האט דער רבי שטארק גערעדט פון די מעלה פון גיין צו א קבר פון א צדיק, און זיך דארט אויסבעטן ביים אייבערשטן. מוהרא"ש ז"ל האט געשריבן עטליכע קונטרסים אויף דעם ענין, מוהרא"ש שרייבט אז די לופט ביים א קבר פון א צדיק איז ריין, און מ'קען זיך דארט אסאך בעסער אויסבעטן, און פועלן וואס מ'דארף נאר. דער הייליגער רבי ווען ער האט געוואוינט אלץ קינד אין מעזעביש, אין הויז פון זיין הייליגן זיידן דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, איז כסדר געגאנגען צום ציון הק' פון זיין זיידע דער בעש"ט הק' און זיך אויסגגעגאסן דארט זיין הארץ. אזוי אויך יעדעס מאל ווען מוהרא"ש ז"ל פלעגט זיין אין מאנסי, איז ער אלץ אריבערגעגאנגען צום ציון הק' פון הייליגן ריבניצער רבי זי"ע. אויך ווען נאר עס איז אים אויסגעקומען דורכצופארן קרית יואל, האט ער זיך שטענדיג אפגעשטעלט ביים ציון הק' פונם הייליגן סאטמארער רבי זי"ע. ער פלעגט אלץ פארהאלטן תלמידים וואס וואינען אין קרית יואל: "עטס האטס נעבן זיך&nbsp;א קבר פון אזא צדיק, און מ'גייט נישט ארויף!?" און טאקע שטענדיג ווען תלמדי היכל הקודש האבן נאר אפילו עטליכע מינוט, כאפן זיי זיך אייביג אריבער צום הייליגן ציון, און זיי האבן גאר אסאך מעשיות פון תפלה צו פארציילן, וואס אלץ זיי האבן געפועלט ביים הייליגן ציון. "על ידי השתטחות על קברי הצדיקים, הקדוש ברוך הוא עושה לו טובות אף על פי שאינו ראוי לכך" (ספר המדות - אות צדיק, קע"ג)

    < זעה מער י כסלו תשע"ט 📝
  • הערליכע צווייטע טעג סוכות ביי אנשי שלומינו

    גאר א שיינער יום טוב איז אריבער אויף אנשי שלומינו דעם סוכות, ווען מיר האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פונעם יום טוב, וואס דאס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר. עס האט געהערשט א גרויס התעוררות הושענא רבה ביי די תפלות. דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און מעורר געווען אריינצוכאפן זיך אויסצובעטן און זיך איינטענה'ן מיטן אייבערשטן, און אויספועלן א גוט יאר. אויף די צווייטע טעג יום טוב זענען אריינגעקומען פילע אנשי שלומינו פון אנדערע שטעט מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג פון יום טוב אין וויליאמסבורג ביים ראש ישיבה. די הקפות האט מען געטאנצן מיט גרויס פרייד, מען האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה, אז מען האט זוכה געווען די גאנצע יאר צו לערנען אסאך די הייליגע תורה, און אז עס קומט א פרישע יאר וואס מען וועט אנפילן מיט אסאך לימוד התורה און מיט מצות ומעשים טובים. במשך דעם יום טוב האבן מיר געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. ביי נעילת החג האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט אז אזוי ווי עס הויבט זיך אן דער נייער יאר, זאלן מיר זיך נישט לאזן נארן, נאר מיר זאלן אנהויבן מיט א פרישקייט צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, און דאן ווען עס וועט קומען דעם קומענדיגן יאר שמחת תורה וועלן מיר זיך האבן מיט וואס צו פרייען אז מיר האבן אנגעפילט דאס יאר מיט גוטע זאכן, און ווען עס וועט קומען דער לעצטער טאג פונעם מענטש וועט ער האבן מיט וואס צו גיין צום טיש, ווייל נאר די תורה און מצות וואס דער מענטש כאפט אריין אויף די וועלט, נאר דאס בלייבט פון אים, און נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט. ספעציעל - האט דער ראש ישיבה געזאגט - דארף מען זיך פארנעמען צו מעביר סדרה זיין די פרשת השבוע יעדע וואך, א זאך וואס איז ליידער זייער נאכגעלאזט ביי אסאך מענטשן, ווייל מען וויל עס טון דוקא פרייטאג, און מען יאגט נישט אן דאס צו פארענדיגן. האט דער ראש ישיבה געזאגט - זאל מען טון ווי דער שלחן ערוך לערנט אונז, אז פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין די וואכעדיגע פרשה, אזוי וועט מען עס געקענען באווייזן. זונטאג לערנט מען ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער די גאנצע וואך, און ווען עס קומט סוף וואך האט מען געענדיגט די גאנצע סדרה. אויסער דער חיוב וואס ס'איז דא צו לערנען די פרשה יעדע וואך שנים מקרא ואחד תרגום, איז מען אויך זוכה צו די געוואלדיגע הבטחה וואס חז"ל זאגן צו: "כל המשלים פרשיותיו עם הציבור, משלימין לו ימיו ושנותיו" - אז ווען א איד איז מעביר סדרה, איז ער זוכה צו א גוטע לאנגע לעבן. דער הערליכער יום טוב האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אנשי שלומינו וועלכע האבן געשעפט פרישע חיזוק והתעוררות צום נייעם יאר. &nbsp; שישו ושמחו בשמחת התורה!

    < זעה מער כה תשרי תשע"ט 📝
  • סעודת הילולא פונעם הייליגן רבין אין קרית יואל

    א שיינער ציבור פון אנ"ש זענען זיך צוזאם געקומען צום סעודת הילולא דאנערשטאג נאכמיטאג אין די גרויסע סוכה פון ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב קרית יואל אויף 8 פרעמישלאן, מען האט זיך געגעסן א סעודה, און געזונגען שיינע ניגונים. דערנאך האט מען געשמועסט שיינע דיבורים און זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון הייליגן רבין, הרה"ח ר' יואל פארקאש שליט"א האט ארום גערעדט וואס דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מיר קענען זיך אייביג אויפפרישן פון דאסניי. דערנאך איז מען אריין אין היכל הבית המדרש, ווי מען האט זיך משמח געווען לכבוד שמחת בית השואבה. &nbsp; תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו.

    < זעה מער יח תשרי תשע"ט 📝
  • סעודת הילולא פונעם הייליגן רבין אין וויליאמסבורג

    א גרויסע ציבור פון אנ"ש זענען זיך צוזאם געקומען צום סעודת הילולא מיטוואך אווענט אין די גרויסע סוכה פון ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג, מען האט זיך געוואשן צו א שיינע סעודה, די קאפעליע האט מהנה געווען מיט שירה וזמרה. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויפגעטרען מיט טרעפליכע ווערטער. דער ראש ישיבה האט ארום גערעדט וואס דער רבי געט אונז, ער געט אריין א חיות אין אונזער לעבן, און טוישט אונזער לעבן צו פאזיטיוו. דערנאך איז מען אריין אין היכל הבית המדרש, ווי מען האט זיך משמח געווען לכבוד שמחת בית השואבה. דערנאך איז אהיים געגאנגען מיט פילע זעק פון אוצרות פונעם רבין. תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו.

    < זעה מער יח תשרי תשע"ט 📝
  • שיינער ערשטע טעג סוכות אריבער אויף אנ"ש

    אין אלע שולן פון היכל הקודש ברסלב זענען די ערשטע טעג יום טוב אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט און שמחה, מען האט מקיים געווען די מצוות היום סוכה און ד' מינים, און שמחת החג. אין וויליאמסבורג איז דורך א שיינע יום טוב, עס איז אויפגעשטעלט געווארן א שיינער גרויסער סוכה אינעם אויף קעגן איבערן בית המדרש, דורך אליעזר שמן און שלמה ראטה. דער ערשטער נאכט איז צוגעגאנגען צו מערבית הרה"ח ר' אהרן וועבערמאן שליט"א, נאכן דאווענען האט מען זיך ארויסגעלאזט מיט רקידה וואס האט אנגעהאלטן פאר לאנגע מינוטן. דער צווייטער נאכט האט דער גבאי פונם ביהמ"ד, הרה"ח ר' העניך אינידיג שליט"א געדאווענט מעריב. צו די שחרית און הלל ביידע טעג איז דער ראש ישיבה שליט"א צוגעגאנגען, וואס האט אראפגעלייגט א ווארימע דאווענען. ביי די הושענות האט דער ראש ישיבה שליט"א גאר שטארק איינגעריסן פאר ישועות פאר גאנץ כלל ישראל, און האט קוים געקענט קומען צום ווארט פון גרויס בכיות. דער ערשטער טאג יום טוב נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער קידושא רבה לרגל דאס געבורט פון א קינד ביי הרה"ח ר' מרדכי היימליך נ"י, ווי מ'האט געזינגען פרייליכע ניגונים. פאר מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' הערשל שניטצלער שליט"א צו פארלערנען דעם טעגליכן שיעור אין גמרא, און דעם צווייטן טאג איז מכובד געווארן פארצולערנען הרה"ח ר' יעקב לעססער שליט"א. דער עולם האט זיך צוגעהערן צום שיעור מיט גרויס פארגעניגן. &nbsp; ושמחת בחגך והיית אך שמח

    < זעה מער יז תשרי תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 39 results

1 2 3
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com