Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • נייער ספר "ותחיין את הילדים" חלק א', גייט שוין אט צום דרוק

        עס ערשט א גרויסע שמחה ביי אנשי שלומינו, ווען אין די נאנטע טעג גייט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף אריינגיין צום דרוק, דער פרישער ספר פונעם ראש ישיבה וואס וועט טראגן דעם נאמען "ותחיין את הילדים."   נאכדעם וואס דער בארימטער "קרן הדפסה היכל הקודש" האט אין די לעצטע חדשים אריינגעלייגט גאר אסאך כחות צייט און געלט, מיט'ן צוזאם נעמען, איבערשרייבן, מגיה זיין, און אויסשטעלן די צענדליגע שיעורים פון חינוך פונעם ראש ישיבה שליט"א, האלט מען שוין ביי דעם לעצטן שטאפל אינעם לאנגען וועג, און מען האפט אז אין די קומענדיגע עטליכע וואכן וועט דער ערשטער שיפמענט פונעם ספר שוין קענען באלייכטן די וועלט מיט זיינע זיסע, פראקטישע און תורה'דיגע הדרכות און עצות אין חינוך, און "אויפלעבן די קינדער" דורכן לויטערן קוואל וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט איבער וואס ער האט געלערענט ביי מוהרא"ש זי"ע.   די שיעורים אין חינוך פונעם ראש ישיבה שליט"א זענען שוין ביז יעצט גאר גוט באקאנט, סיי פון רעקארדירטע שיעורים אויפ'ן וועבסייט און אויף די קול ברסלב ליין, און אזוי אויך פון די גליונות "שיעורי חינוך" וואס ווערט פארשפרייט וועכענטליך פון וואס טויזנטער אידן זענען זיך שוין ביז יעצט מחי', און לעבט אויף אידישע שטובער, און באלייכט זיי דעם וועג, וויאזוי צו קענען ערציען דעם קומענדיגן דור זיי זאלן ווייטער ציען דעם גאלדענעם קייט וואס מיר האבן במסורה פון משה רבינו, טראץ די פילע שוועריקייטן און נסיונות ברוחניות ובגשמיות וואס פלאגט דעם היינטיגן דור.   אינעם ספר האט דער "קרן הדפסה" אינוועסירט צענדליגע טויזנטער דאלער און אויפגענומען שרייבער און מגיהים, יראי השם פון אנשי שלומינו, וואס האבן אוועקגעגעבן זייער הארץ און נשמה. און ברוך השם זיי האבן מצליח געווען און מיט גרויס סייעתא דשמיא איז ארויסגעקומען א ספר העכער ערווארטונגען, א הערליכע געשמאקע ספר וואס ליינט זיך פליסיג כשלחן הערוך ומוכן לאכול, און עס ברענגט ארויס קלאר די עצות און חיזוק וואס איז גרייט מען זאל דאס אימפלימענטירן טאג טעגליך הלכה למעשה.   מען האט געלייגט א שטארקע דגוש אז דער ספר זאל זיין גרינג צו ליינען, און פארמאגן א קלארע און געשמאקע לשון, כדי אז דער ספר זאל ברענגען דעם ריכטיגן תועלת, און ליינער זאלן קענען ארויסנעמען די אלע שיינע זאכן וואס דער ראש ישיבה שליט"א ברענגט ארויס אין די שיעורים, אויף הלכה למעשה.   דער זכות מהדורה איז אפגעקויפט געווארן דרוכ'ן גבאי פון מוסדות היכל הקודש בארץ ישראל לצדקת רבי מאיר בעל הנס הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א לעילו נשמת זיין אומפארגעסליכן שווער הרה"ח ר' מנחם מענדל בן הר"ר יושע ווייס ז"ל, און וועט טראגן דעם נאמען "מהדורת וועבערמאן." יהא זכרו ברוך.   אנשי שלומינו האבן נאך געציילטע טעג צו קענען אינוועסטירן און ארויסנעמען דערפון רווחים נצחיים דורכן אייקויפן זכותים אינעם ספר וואס אנטשפרעכט צו ראטעווען דורות, און אוועקשטעלן אידישע שטובער אויף שטארקע און קראנטע יסודות. די פרייז פון א זכות אינעם ספר איז בלויז $500.   רופט שוין דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו זיך אנצושליסן אינעם פראיעקט מען זאל קענען ארויסגעבן בקרוב דעם ספר וואס וועט באלייכטן די וועלט 347-578-4449.

    < זעה מער כז טבת תשפ"ה 📝
  • עצתו אמונה חלק א' ווערט איבערגעדרוקט

    דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר, "ווער עס וויל וויסן וואס דער ראש ישיבה האלט, זאל קוקן אין עצתו אמונה". דער ספר עצתו אמונה געבט חיות פאר אומצאליגע אידן איבער די וועלט, ווי יעדער וואס האט עס שוין געלערענט קען עדות זאגן. "עצתו אמונה איז מיין לעבן" הערט מען פון פילע אידן, "מיין עונג שבת איז צו לערנען עצתו אמונה". &nbsp; אידן איבער די וועלט בכלל און אנשי שלומינו בפרט ווייסן אז אויב וויל מען קענען אנגיין, און טרעפן חיזוק און עצות אין סיי וועלכע מצב,טרעפט מען עס אין עצתו אמונה;&nbsp; די וועכענטליכע קונטרס עצתו אמונה איז יעדע וואך מחזק טויזענטער שטובער, אבער בפרט די הערליכע געבינדענע ספרים וואס מכון עצתו אמונה גיבט ארויס, גייט נישט אראפ פון טיש ביי טויזענטער אידן. די ספרים זענען כשמו כן הוא "עצתו אמונה", עס דערמאנט און לערנט אויס אז די עצה פאר יעדע פראבלעם איז צו גיין צום אייבערשטן. &nbsp; עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן אפילו א טראפקעלע וואס עצתו אמונה האט שוין אלס אויפגעטון, וויאזוי איז מעגליך צו וויסן וויפיל הונדערטער טויזענטער אידן שעפן חיזוק פון עצתו אמונה, וויפיל זענען זיך מחי' אפן אדער באהאלטן דורך די בריוו וואס ווערט פארשפרייט אויף אלע מיני וועגן. &nbsp; וואס יא? מיר קענען אפשאצן זיך אליינס און אריינטראכטן וויאזוי וואלט איך אויסגעזען אן עצתו אמונה, אנשי שלומינו קענען עדות זאגן אז זייער גאנצע טאג איז געבויט אויף וואס מען לערנט אין עצתו אמונה, די שטוב פירט זיך ווי ראש ישיבה לערנט אין עצתו אמונה, די קינדער הערן איין מאל און נאכאמאל "בעט דעם אויבערשטן" ביז עס גייט אריין אין זייערע ביינער, א דאנק זיי ליינען די שיינע מעשיות פאר קינדער אין עצתו אמונה. &nbsp; אפילו דאס קען מען נישט ארויסברענגען גענוג, ווייל אויך&nbsp; די שול ווי איך דאווען ווערט געפירט מיט די אנווייזונגען וואס דער גבאי באקומט פון ראש ישיבה שליט"א אין עצתו אמונה, די מלמדים, און די הנהלה פון די מוסדות ווי מיינע קינדער לערנען באקומען כסדר חיזוק און עצות אויף חינוך פונעם הייליגן ספר עצתו אמונה. &nbsp; יעצט איז די צייט וואס אנשי שלומינו קענען ארויסווייזן זייער הכרת הטוב צו עצתו אמונה און אין די זעלבע צייט זוכה זיין צו די אויסנאמליכע ישועות וואס מוהרא"ש זצ"ל האט צוגעזאגט פאר די וואס דרוקן אשר בנחל, און דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז דער זעלבער הבטחה גייט אן אויך פאר די וואס העלפן דרוקן די הייליגע ספרים פון עצתו אמונה. &nbsp; מכון עצתו אמונה גרייט זיך יעצט איבערצודרוקן עצתו אמונה חלק א', און פילע אנשי שלימינו זענען זוכה צו קויפן זכותים אינעם הערליכען ספר. און ווי מען געבט אונז איבער פונעם מכון, איז נאך דא די זעלטענע גרויסע זכות פון אפקויפן די זכות מהדורה פונעם הייליגן ספר - חלק א'. &nbsp; אזוי אויך האט מכון עצתו אמונה אנגעהויבן פארקויפן זכותים פאר אנשי שלומינו, צו קענען קויפן די "זכות מהדורה" פון די וועכענטליכע קונטרסים.&nbsp;

    < זעה מער כב טבת תשפ"ה 📝
  • אינספירירענדע נייע אלבום פאר די אידישע מאמע - מיין בעסטע פרענד

    "דער אלבום האט מיר ממש איבערגענומען, איך קען עס נישט סטאפן צו הערן" זאגט אונז איינער, "איך בין זיך מחי' דערמיט, אויסדער די רייכע מוזיקאלישע ערענידזשמענטס, איז די תוכן עפעס שלא מעלמא הדין; אפגערעדט מיין ווייב, איז זיך מחי' דערמיט, זי זאגט אז דאס געבט איר א חיות און ענערדזשי, אבער אפילו פאר איך - א אינגערמאן - קען רילעיטן דערצו, איך דארף אויך חיזוק נישט צו קוקן וואס אנדערע זאגן, נישט צו טראכטן אז די גליק ליגט ביים גוי, און נישט צו ווערן פארקויפט פאר חברים" זאגט אונז א חשוב'ער אינגערמאן. "דער נייער סידי וועט מאכן א ראוואלוציע", טראכט איינער פון די צוהערער הויעך "עס רעדט אזא פשוטע און צוגעלאזענע שפראך, און עפנט אויף די אויגן צו זיין פרייליך און גליקליך מיט וואס מיר זענען אידן, און מיר היטן תורה ומצוות". &nbsp; עס איז שווער אלץ שרייבער אראפ צו לייגן די געפילן נאכן הערן דעם סידי. פון וואס זאל מען שרייבן פון די ווארימער שטימע וואס דער ראש ישיבה זינגט אזוי הארציג? פון די זיסע נעימות'דיגע קלאנגען פונעם בחור הפלא שמעון פארקאש? זאל מען רעדן פון די אומצאליגע שעות וואס ר' חיים מאיר ערפס האט אריינגעלייגט ארויסצוברענגען דאס בעסטע און שענסטע פון די מוזקאלישע וועלט? זאל מען אראפלייגן די הארציגע מעלאדיעס וואס די פילע בעסטע שפילער ובראשם ר' סענדער ראטה האבן אריינגעלייגט? זאל מען רעדן פון די טיפע, קלארע און ריינע אינספירירנדע געדאנקען וואס דער סידי ברענגט ארויס? אזוי קען מען רעדן און רעדן פון יעדע פון די אלע און נאך זאכן פילע בלעטער. &nbsp; דער סידי איז א קאמבינאציע פון די בעסטע טאלאנטן, אראנדזשירט געווארן דורך מו"ה סענדי ראטה הי"ו, פראדוצירט געווארן דורך מו"ה חיים מאיר ערפס הי"ו (באוויסט אלס CME), רעקארדירט געווארן ביי דימדאם סטודיאס, מיקס און מעסטערד דורך מו"ה אלי מלמד הי"ו, די גראמען זענען געשריבן געווארן דורך מו"ה משה ארי' שניטצלער הי"ו, געזונגען געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א און דורכן בחור הפלא שמעון פארקאש הי"ו, די שפילער זענען אויסגעקליבן געווארן דורך מו"ה סענדי הי"ו די בעסטע פון אמעריקע און ארץ ישראל, די מעלאדיעס זענען גאר שיינע אלטע הארציגע און לעבעדיגע, טייל פון זיי באקנטע, און טייל זענען נאך נישט באקאנט פאר אונז. &nbsp; די ניגונים זענען מחזק אויף טשעלענדזשעס און נסיונות וואס אידישע קינדער גייען דורך טאג טעגליך, בפרט פרויען. די ערשטע ניגון "אידישע מאמע" רעדט פון די געפילן וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט צו צעברעכן אידישע מאמעס, און איז זיי מחזק זיך נישט צו לאזן דערפון. דער צווייטער ניגון "צניעות" הערט מען וואס מיינט באמת שיין, און נישט ווערן פארכאפט פון די גויים צו טראכטן וואס מיינט שיין, דער דריטער ניגון "מיין בעסטע פרענד", רעדט פון ווער איז באמת א גוטע פרענד, ניגון נומער פיר "אפשערן די האר" רעדט ווי שטארק א פרוי וואלט זיך געפרייט אפצושערן אירע האר ווען זי ווייסט פארוואס זי טוט עס, נומער פינף "שמחה" וויאזוי מ'קען זיין פרייליך ווען איך שפיר אז אלעס גייט מיר פארקערט, דער זעקסטער ניגון "שבת", הערט מען וויאזוי א אידישע מאמע בעט זיך אויס ביי די לעכט צו טון וואס דער אייבישטער וויל, זיבן "נעגל", וואס פארא צרות ה"י שמירן די נעגל ברענגט, אכט "א גרויסע משפחה" די שיינקייט אין די שמחה וואס עס הערשט אין א גרויסע אידישע משפחה, ווי גליקלעך עס איז צו האבן נאך און נאך א בעיבי. נומער ניין "טערעפי" רעדט פון א טערעפיסט וואס מ'קען צו אים אייביג צוקומען, און קען באמת העלפן - דער אויבערשטער, דער לעצטער ניגון נומער צען "צוואת מוהרא"ש" לייגט דער ראש ישיבה שליט"א אראפ די הייליגע לעכטיגע ווערטער וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן פאר אונז ווי מ'זאל אלץ געדענקען אז דער אויבערשטער איז דא, נישט קוקן אויף אנדערע מענטשן, רעדן צו אים, און אזוי ווערן דבוק אין אים. געדענקען אז מיר האבן נאר אים, און אויסער אים קען אונז קיינער קען גארנישט טון, און אויב מיר פארגעסן דאס קענען מיר ווערן זייער אנטוישט, און פארקערט אזוי וועלן מיר זייער מצליח זיין. דא ברענגען מיר די ווערטער די גראמען פון די נוגינים. דרוקט דא עס צו הערן דא אויפן סייט אדער דרוקט דא צו דאונלאודן - שמעו ותחי נפשכם! 1 אידישע מאמע &nbsp; איך זע א שווארץ בילד, די סינק איז אנגעפולט, דישעס אן א שיעור, איך האב נישט צייט פאר מיר, די באס האב איך פארפאסט, די בעיבי שמוציג נאס, לאנדרי ביז'ן דאך, איך פיל איך ווער צוקראכט. &nbsp; אידישע מאמע, אין הימל ביסטו טייער, אידישע מאמע, די ארבעט לוינט זיך זייער, בעט דעם באשעפער, טאטע מאך מיך גרינגער, בעט דעם באשעפער, כח צו די קינדער. &nbsp; מאנאפאלי, סטראטיגא, אלעס אויף דער ערד, דאליס געימס לעגאס, די שטוב איבערגעקערט, איך קען עס נישט פארטראגן, איך הייב זיי אן צו שלאג, איך קען עס נישט פארנעמען, איך הייב זיי אן פארשעמען. &nbsp; אידישע מאמע, אין הימל ביסטו טייער, אידישע מאמע, די ארבעט לוינט זיך זייער... &nbsp; ביי יעדעם איינעם פינקעלט, אלעס גלאנצט און שיינט, ביי מיר איז אייביג טונקל, אייביג אומבא'טעמ'ט, פארוואס ביי מיר די קינדער, פאלגן נישט קיין זאך, שלאפן גייט נישט קיינער, איך רעג מיך יעדע נאכט. &nbsp; אידישע מאמע, אין הימל ביסטו טייער, אידישע מאמע, די ארבעט לוינט זיך זייער... &nbsp; הייליגער באשעפער, איך האב שוין נישט קיין כח, איך האב אזויפיל פרעשור, ס'דרוקט מיר אויפן מח, העלף מיר איך זאל קענען, טון מיין ארבעט גרינג, רעדן שיין צו יעדן, געדולד צו יעדן קינד. &nbsp; אידישע מאמע, אין הימל ביסטו טייער, אידישע מאמע, די ארבעט לוינט זיך זייער... 2 צניעות ס'איז היינט א שווערע צייט, צניעות איז פארשעמט, איידלקייט איז ווייט, מ'פילט זיך אומבאקוועם, וואס איך זע ביים גוי, וויל איך שוין נאכטון, איך וויל נאר גיין אזוי, ווי די פעשן מעגעזין. אדער קורץ און טייט, אדער זייער לאנג, א פלעינע שיינע קלייד, איז נישט אינטרעסאנט, יעדער זאל מיך זען, ווען איך געב מיך א ריר, דא גייט א פרוי נישט פלעין, יעדער קוקט אויף מיר. &nbsp; טאטע געב מיר שכל שוין, איידלקייט זאל זיין מיין קרוין, העלף איך זאל נאר אייביג גיין, מיט די עכטע אידישע חן. יעדן טאג ביי יעדע ריר, א נייע פריצות ברענט אין מיר, טאטע העלף איך זאל פארשטיין, אז די תורה וועג איז שיין. &nbsp; איך וויל גיין מיט א בעלט, איך וויל גיין נאר מיט דענים, געפעלן פאר די וועלט, געפעלן נאר פאר יענעם, מיין מיידל א רויטע קלייד, ס'זאל זען די גאנצע שטאט, מיין יונגל'ס הויזן טייט, דאס איז די נייע קיוט. די ווערטער אויף מיין קויט, זעט יעדער אודאי, איך בין דאך זייער פראוד, אז איך גיי מיט פראדא, קארל לאגערפעלד, אויף מיין העמד קלאר און שיין, אין פעשן בין איך א העלד, איך גיי מיט די גוי'אישע חן. &nbsp; טאטע געב מיר שכל שוין, איידלקייט זאל זיין מיין קרוין, העלף איך זאל נאר אייביג גיין, מיט די עכטע אידישע חן. &nbsp; מעיקאפ אויעררינגלעך, וויפיל איז די שיעור, וואס איז ערליך, און וואס איז גוט אויף מיר, וועלכע קאלער קלייד, ווי הויך איז מיין שיך, וועלכע קאלער שרייט, און וואס איז שיין אויף מיך. ווי קען מען וויסן עכט, צו מיין קלייד איז מותר, קיינער איז נישט שלעכט, תפלה איז די עיקר, א תפלה יעדן טאג, באשעפער וואס איז שיין? צום באשעפער זאג, איך וויל די עכטע חן. &nbsp; טאטע געב מיר שכל שוין, איידלקייט זאל זיין מיין קרוין, העלף איך זאל נאר אייביג גיין, מיט די עכטע אידישע חן.&nbsp; 3 מיין בעסטע פרענד &nbsp; איך טראכט אז מיין מאמע איז אלט, איך רעד צו איר באבלאזן און קאלט, מוסר און קריטיג צו זי געבן, ממש זי לאזט נישט לעבן. פרענדס האב איך א דיים א דאזען, אבי די מאמע איבערצולאזן, אפלאזן די מאמע מיט פרענדס צו לויפן אין די מאלל קליידער צו קויפן. &nbsp; איך וויל דיר דערציילן א סוד, די בעסטע פרענד וואס מ'האט, געפינט זיך ביי דיר אין שטוב, "דיין מאמע", זי האט דיך זייער ליב. דיין פרענד וועט מארגן נישט קוקן אויף דיר, זי קוקט וואס איז גוט פאר איר, דיין מאמע וועט דיר אלעס געבן, דיך ליב האבן דיין גאנצן לעבן. &nbsp; מיין מאמע קען נאר איין זאך, מיך נישט לאזן ארויסגיין ביינאכט, מיט פרענדס אין די סטעיק האוז ארומצוהענגען, אין די גאסן פארברענגען. מיין מאמע קען נאר זאגן "מ'טאר נישט" אויסער דעם קען זי גארנישט, זי לאזט נישט ארויסגיין מיט שארפע קאלירן זי לאזט מיר נישט ביי נאכט שפאצירן. &nbsp; איך וויל דיר דערציילן א סוד, די בעסטע פרענד וואס מ'האט... &nbsp; מיין מאמע געבט מיר אנצוהערן, אז איך דארף רוימען און קערן, וואשן ווישן קאכן באקן, די וועש אוועקצופאקן. מיין מאמע האט א גאנצע פלאן, איך זאל נישט ארויסגיין היינט, שפריצן ווינדעקס אויף די טישן, די דישעס אוועקציווישן. &nbsp; איך וויל דיר דערציילן א סוד, די בעסטע פרענד וואס מ'האט... &nbsp; מיין מאמע האט נישט קיין טעיסט, זי לאזט נישט קאלער'ן מיין פעיס, מיין קלייד איז רעש'יג מיין שיך איז נישט איידל, אזוי ווי א צוויי יעריג מיידל. מיין מאמע פארשטייט נישט צו פעשאן, א גאנצן טאג זי טוט מיך בעשן, דיין בלאוז איז אפן דיין סקורט איז טייט, ס'איז צו קורץ דיין קלייד. &nbsp; איך וויל דיר דערציילן א סוד, די בעסטע פרענד וואס מ'האט... 4 אפשערן די האר &nbsp; ווען פרויען זאלן וויסן, די גרויסע זכותים, ווען מ'שערט זיך אפ די האר. קינדער צדיקים, גוטע שידוכים, נחת ביז די הונדערט און צוואנציג יאר. פרנסה בריוח, א שטוב וואס מ'איז פרייליך, א געשמאקע זיסע שלום בית. אן ערליכע שטוב, וואו אידישקייט בליעט, קינדער מיט בארד און פיאות. &nbsp; איך גיי מיך שערן, ישועות פארמערן, און נישט לאזן פון קיינעם זיך שטערן, דאס איז מיין שיינקייט, דאס איז מיין גאנצע פרייד, אז אין די וועג פון צדיקים מ'גייט. &nbsp; ס'שטייט אין זוהר, אין די הייליגע זוהר, אז אויב מ'זעט די האר איז זייער שלעכט. א שאד צו פרובירן, וואס קען אלץ פאסירן, נאכדעם וויינט מען נעבעך טעג און נעכט. פאלגן א צדיק, נאכגיין א צדיק, אוי ווי זיס ווען מ'קוקט צוריק. נישטא עפעס בעסער, נישטא עפעס זיסער, ווי ערליכע וואוילע לעכטיגע קינדער. &nbsp; איך גיי מיך שערן, ישועות פארמערן, און נישט לאזן פון קיינעם זיך שטערן, דאס איז מיין שיינקייט, דאס איז מיין גאנצע פרייד, אז אין די וועג פון צדיקים מ'גייט. 5 שמחה &nbsp; איך שריי און איך רעג מיך אויף די קינדער, ווען זיי קומען אהיים פון חדר, מיין מאן איז א בטלן א צופלויגענער, ביי מיין שווער איז ער דער אומגעלונגענער. &nbsp; ווען מ'איז פרייליך איז אלעס גוט, לאמיר פרובירן איין מינוט, נאר מיט שמחה פאלט אוועק, אלע פראבלעמען אלע שרעק! &nbsp; אלע שוועגערינס בין איך מקנא, ס'פלאצט מיר די אויגן פון מיין שכינה, יעדער איינער האט א בעסערע לעבן, מיר האט מען גארנישט נארמאל געגעבן. &nbsp; ווען מ'איז פרייליך איז אלעס גוט, לאמיר פרובירן איין מינוט, נאר מיט שמחה פאלט אוועק, אלע פראבלעמען אלע שרעק! &nbsp; איך האב א שוואכע מאן כ'האב א נאריש קינד, גארנישט אין לעבן איז אינטרעסטינג, אלעס איז ליידיג אלעס איז אומעטיג, לייף איז סטופּיד לייף איז באורינג. &nbsp; ווען מ'איז פרייליך איז אלעס גוט, לאמיר פרובירן איין מינוט, נאר מיט שמחה פאלט אוועק, אלע פראבלעמען אלע שרעק! &nbsp; איך גיי מיט קליידער ביז אראפ ביז דער ערד, ווייל איך מוז זיין פון יעדן פארקערט. איך פיר זיך נישט איידל צווישן מענטשן, איך חלש פאר אטענשן. &nbsp; ווען מ'איז פרייליך איז אלעס גוט, לאמיר פרובירן איין מינוט, נאר מיט שמחה פאלט אוועק, אלע פראבלעמען אלע שרעק! &nbsp; איך גיי צו מאנהעטן מארגן אינדערפרי, ביי מעיסי'ס איז "ביי וואן געט וואן פרי", נאך א שאבאטאן נאך א וואקעישן, נאך א בורטדעי סעלעברעישן. &nbsp; ווען מ'איז פרייליך איז אלעס גוט, לאמיר פרובירן איין מינוט, נאר מיט שמחה פאלט אוועק, אלע פראבלעמען אלע שרעק! &nbsp; דיימענדס און פור קאוטס אויף די קרעדיט קארד, ווייל לייף איז טאף לייף איז האַרד, איף יו דאנט סטיק אָפּ פאָר יורסעלף נאו וואן וויל, א רחמנות אויף מענטשן, וואס ספענדן אויף וואס מען וויל. &nbsp; ווען מ'איז פרייליך איז מען שטארק, נאר אויף שמחה זיי נישט קארג, כאפ א טענצל געב א שפרינג, מאך זיך פרייליך קלאטש און זינג! 6 שבת &nbsp; די טיש געדעקט, די הויז שמעקט, אלעס ציכטיג ריין. מען מאכט זיך גרייט, עס קומט די צייט, די מלכה קומט צו גיין. לקראת כלה, מען גרייט זיך אלע, ס'קומט שבת אויף די וועלט. א זיסקייט אין הויז, די וואכן ארויס, ס'איז ליכטיג אין יעדע געצעלט. ברוך אתה, השם, אלוקינו. מלך העולם, אשר קדשנו, במצותיו וצוונו. להדליק נר, של שבת. באשעפער, א גוט שבת. &nbsp; טאטע הער וואס איך בעט פון דיר, און ברענג א ברכה אין מיין טיר, געב מיר נחת און געזונט, געדולד צו יעדן קינד. שלום בית זאל דא זיין, נאר רעדן שיין צו מיין מאן, גוטע ווערטער געבן פאר אים, נאר גוטס אין אים זען. &nbsp; טאטע זע מיינע טרערן, דעם רבינ'ס אור זאל זיך מערן, רעדן צו דיר, אויף יעדע ריר. לעבן נאר מיט תפלה, דאס איז די בעסטע סגולה. טאטע נאר דו פארשטייסט, נאר דו מיין ווייטאג ווייסט, מיט דיר זאל איך שמועסן, מיין הארץ אויסגיסן, יעדע זאך וואס טוט מיר וויי, נאר צום באשעפער איך גיי. &nbsp; טאטע הער וואס איך בעט פון דיר, און ברענג א ברכה אין מיין טיר... &nbsp; טאטע איך בעט דיך איבער, וואס איך האב געטון ביז אהער, מיין מאן באליידיגט, די הויז נישט גערייניגט, איך נעם זיך פאר צו זיין ערליך, איך גיי שוין זיין פרייליך. טאטע איך קען נישט אליין, איך וויל דאך א ווארעמע היים, איך גיי שוין פרובירן, אין שטוב אינוועסטירן, האלטן מיין מאן ווי א קרוין, גענוג מיט מחלוקת שוין. &nbsp; טאטע הער וואס איך בעט פון דיר, און ברענג א ברכה אין מיין טיר... 7 נעגל &nbsp; די תורה זאגט וואס ס'איז שיין, שמירן נעגל איז אומריין, שמירן נעגל טוט ברענגען, אזויפיל צרות און פראבלעמען. &nbsp; איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין גוט, אייבערשטער, איך וויל זיין גוט, אייבערשטער, איך וויל זיין גוט, זיך פירן ערליך אויף טריט און שריט. איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין פיין, אייבערשטער, איך וויל זיין ריין, אייבערשטער, איך וויל זיין ריין, זיך פירן ערליך, וואויל און פיין. &nbsp; שמירן נעגל איז נישט איידל, דו ווילסט דאך זיין א וואוילע מיידל, דאס איז קליפות, דאס איז טומאה, דאס פארטרייבט פון דיר די שכינה. &nbsp; איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין גוט, אייבערשטער, איך וויל זיין גוט... &nbsp; געשמירטע נעגל ברענגט דינים, מען קען דערפון גארנישט פארדינען, א חציצה איז זייער ביטער, ס'איז נישט דא אויף דעם קיין היתר. &nbsp; איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין גוט, אייבערשטער, איך וויל זיין גוט... &nbsp; זאל דיך קיינער נישט פארפירן, אויף די פיס מעג מען שמירן, דער באשעפער קען אלעס זען, דו דארפסט געפעלן נאר פאר אים. &nbsp; איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין גוט, אייבערשטער, איך וויל זיין גוט... &nbsp; לאמיר פאלגן די צדיקים, און נישט זיין אויבער חכמים, די תורה לעבן איז זייער זיס, נאכגיין גוים איז זייער מיאוס. &nbsp; איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין גוט, אייבערשטער, איך וויל זיין גוט... 8 א גרויסע משפחה &nbsp; שכח אייבערשטער, אז איך בין א איד, אויסגערוט און קיינמאל נישט מיד. שכח פאר מיינע וואוילע קינדער, ממש דעם באשעפער'ס וואונדער. &nbsp; אהוי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי אוי ווי גוט צו זיין א אידעלע. אהוי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א אינגל נאך א מיידעלע. &nbsp; דער באשעפער האט אויסגעוועלט נאר מיך אליין, אידישע נשמות מאכן ריין. אפווישן, אפבאדן און וואשן לאנדרי, ווי גליקליך ווער עס נעמט זיך די מי. &nbsp; אהוי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי אוי ווי גוט צו זיין א אידעלע... &nbsp; דער גרויסער באשעפער האט מיך געטראסט, צו ווארטן פאר די קינדער אויפ'ן באס. א גוטן טאג שעפעלע איך פריי מיך צו דיר, דו ברענגסט מיר נחת אן א שיעור. &nbsp; אהוי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי אוי ווי גוט צו זיין א אידעלע... &nbsp; שלאפן האט נישט מיט וויפל קינדער, שלאפן ווענדט זיך אין באשעפער, בעט דעם באשעפער ער זאל דיר העלפן, טאטע איך וויל אביסל שלאפן. &nbsp; אהוי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי אוי ווי גוט צו זיין א אידעלע... &nbsp; א מחי' צו לייגן די קינדער אין בעט, איך געב זיי א גוט ווארט און א גלעט. א מחי' צו זינגען קריאת שמע מיט זיי, זיי זאלן וואקסן הייליג און געטריי. &nbsp; אהוי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי נאך א בעיבי אוי ווי גוט צו זיין א אידעלע... &nbsp; א גוטע נאכט צדיק'ל אמאל איז געווען, א צדיק וואס האט אלעס געזען, דער רבי ר' זושא מיט ר' מיילעך, טראכט פון זיי וועסטו זיין ערליך. 9 טערעפי &nbsp; נאך א טערעפיסט, נאך א טערעפיסט אלעס איז א דמיון, אלעס איז אומזיסט. א לעכערליכע זאך, ס'קאסט אזוי סאך, נאך אלץ האסטו מורא, בייטאג און ביינאכט. &nbsp; רעד צום באשעפער, רעד צום באשעפער, פרוביר עס נאכאמאל, רעד צום באשעפער, דאס איז די בעסטע טערעפי וואס איז דא, אין אלע שפראכן פיר און צוואנציג שעה רעד צום באשעפער, רעד צום באשעפער, פרוביר עס נאכאמאל, רעד צום באשעפער, רעד צו אים א פאר מינוט, און אלעס וועט דיר ווערן גוט. &nbsp; דער טערעפיסט אליין, ער רעדט אזוי שיין, ער שרעקט זיך אויך ווען ער איז אליין אינדערהיים. דער טערעפיסט אליין, אזוי זיס און שיין, מיט זיינע אייגענע פראבלעמען ער קען זיך נישט באגיין. &nbsp; רעד צום באשעפער, רעד צום באשעפער, פרוביר עס נאכאמאל, רעד צום באשעפער... &nbsp; איך לעב מיט א שולד, איך לעב מיט א גילט, מיין לעבן איז נאר מיט פרעשור אנגעפילט. איך האב אזויפיל פּעין, איך מוז עפעס זען, רעדן צו איינעם, איך ווייס נישט צו וועם, &nbsp; רעד צום באשעפער, רעד צום באשעפער, פרוביר עס נאכאמאל, רעד צום באשעפער... &nbsp; באשעפער העלף איך זאל, רעדן צו דיר, איך קען מיך נישט בארואיגן, איך לייד אן א שיעור. א שאד אויף די צייט, א שאד אויף די געלט, רעד צום באשעפער, דער קעניג פון די וועלט. &nbsp; רעד צום באשעפער, רעד צום באשעפער, פרוביר עס נאכאמאל, רעד צום באשעפער... 10 צוואת מוהרא"ש &nbsp; אות ח' מיינע טייערע קינדער און תלמידים, איך בעט אייך איר זאלט זיך שטארקן מיט די פשוטע אמונה צו לייבן אינעם אויבערשטן, שטענדיג זאלט איר האלטן פאר די אויגן אז נאר דער אויבערשטער פירט די וועלט מיט א געוואלדיגע השגחה פרטית, און אז עס איז גארנישט דא אויסערן אויבערשטן. &nbsp; איר זאלט קיינאמל נישט קוקן אויף א צווייטן. די וועלט איז נישט אייערס, נאר דער אויבערשטער פירט די וועלט, און דעריבער דארפט איר זיך נישט זארגן פאר א וועלט וואס געהערט נישט פאר אייך. איר דארפט אייך קיינמאל נישט מבלבל זיין פון אנדערע מענטשן, נישט קוקן אויף קיין אנדערע מענטשן. וואס איר דארפט האבן זאלט איר זיך צוגעוואוינען צו רעדן און צו בעטן נאר פונעם אויבערשטן אויף אידיש, אדער אויף סיי וועלכע שפראך איר זענט צוגעוואוינט צו רעדן. &nbsp; דאס רעדן צום אויבערשטן בויעט אויף די אמונה פונעם מענטש, מיט דעם וואס א מענטש רעדט צום אויבערשטן, ער בעט דעם אויבערשטן אלעס וואס ער דארף, מיט דעם ווייזט ער אז ער ווייסט און גלייבט קלאר אז עס איז גארנישט דא אויסערן אויבערשטן, און אז נאר דער אויבערשטער פירט די גאנצע וועלט. &nbsp; אמונה איז דער יסוד פון אידישקייט, אמונה קלעבט צו דער מענשט צום אויבערשטן. ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך דעם אויבערשטן, ער שטעלט זיך פאר אין זיין מח אז די גאנצע וועלט איז איין שטיק אויבערשטער און ער שטייט אינדערמיט, דאס איז די גרעסטע הנאה און געשמאק וואס מען קען האבן אויף דער וועלט, מען שפירט שוין אויף די וועלט די געוואלדיגע גוטע געשמאק און הנאה פון גן עדן. און צו דעם קען מען נאר זוכה זיין ווען מען לייגט זיך אריין אין די פשוטע אמונה, צו גלייבן אינעם אייבערשטן און צו רעדן צו אים מיט תמימות ופשיטות אזוי ווי א מענטש רעדט צו זיין חבר און אזוי ווי א קינד רעדט צו זיין טאטן. &nbsp; אות ט. איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך גוט אריין נעמען אין קאפ אז איר האט נישט קיינעם אויף דער וועלט. קיין שום מענטש אויף דער וועלט קען אייך נישט העלפן, און זיכער קען קיינער אייך נישט שלעכטס טון. דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן פון קיין שום מענטש, און איר זאלט זיך נישט חנפ'ענען צו קיין שום מענטש, ווייל דאס וועט אייך גארנישט העלפן. &nbsp; פארקערט, דאס וועט אייך נאר שאטן צום געזנט, ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויף מענטשן, און דערנאך זעט מען אז יענער האט גארנישט געקענט העלפן, יענער איז בכלל נישט אינטערעסירט דיר צו הלעפן, דאן ווערט מען זייער אנטושיט, מען ווערט זייער צובראכן און צוקלאפט פון דעם. א איד וואס גלייבט אבער אינעם אייבערשטן, ער פארלאזט זיך אינגאנצן נאר אויפן אייבערשטן, דאן איז ער זייער מצליח.

    < זעה מער יב טבת תשפ"ה 📝
  • היינט ווערט אפגעצייכעט דער טאג פון התחלת כתיבת ספר הקדוש אשר בנחל

    היינט כ"ד כסלו איז א גרויסע טאג, היינט ווערט אפגעצייכענט דער טאג וואס מוהרא"ש זי"ע האט אנגעהויבן צו שרייבן די הייליגע ספרים אשר בנחל. דער ערשטער בריוו פון אשר בנחל איז געשריבן געווארן דינסטאג מקץ, כ"ד כסלו, ערב חנוכה תשכ"ד, און פון דעמאלטס ביז זיין פטירה האט מוהרא"ש נישט אראפגעלייגט דעם פעדער, נאר געשריבן און געשריבן, ער האט נישט געקוקט צי מען האלט יא פון אים אדער נישט, ער האט געוויסט אז ער האט א תפקיד אויף דער וועלט צו מחזק זיין און מעודד זיין אידישע קינדער, וואס די הייליגע בריוו וועלן אויפלעבן אידישע קינדער ביז משיח'ס טאג. &nbsp; אין ספר שיחת מוהרא"ש ווערט דערציילט די פלא'דיגע געשיכטע וויאזוי דאס האט זיך אנגעהויבן, אין די טעג פון חודש כסלו תשכ"ד האבן זיך אנגעהויבן צוזאם נעמען בחורים ארום מוהרא"ש זי"ע, מוהרא"ש האט זיי אלע מקרב געווען, און גערעדט מיט זיי די עצות פון הייליגן רבין, די בחורים האבן דאן געלערענט אין א געוויסע ישיבה, און דער ראש ישיבה דארט האט זיי אנגעהויבן צו מאכן ענג, און די בחורים האבן אנגעהויבן צו שרייבן בריוו פאר מוהרא"ש ווי זיי האבן זיך אויסגערעדט אלעס וואס עס גייט זיי דורך, מוהרא"ש איז נאך דאן געווען זייער אינג, און כאטש ער האט שוין דאן געקענט אויסענווייניג אלע ספרים פון הייליגן רבין, אזוי אויך האט ער געקענט די פילע ספרי האריז"ל זי"ע, מוהרא"ש האט אסאך געלערענט גמרא פוסקים מדרשים ספרי חסידות און אזוי ווייטער, אבער ער האט זיך נישט געשפירט באקוועם מיט דעם אז מענטשן קומען זיך אויסרעדן צו אים, ווי זיי פאלן נעבעך דורך, ווי דער סמ"ך מ"ם ווארפט זיי אראפ, דערפאר האט ער נישט געוואלט ענפטערן די אלע בריוו, ער האט געשפירט אז דאס איז זייער א גרויסע אחריות. מוהרא"ש האט דאן נאכגעזאגט פון הייליגן רבי נתן זי"ע וואס האט זיך אויסגעדרוקט אזוי: "צו רעדן צו מענטשן, און אים געבן עצות, דאס איז די גרעסטע אחריות, ווייל אפשר וועל איך אים געבן התחזקות, אבער ער דארף יעצט הערן התעוררות, אדער פארקערט, איך וועל אים זאגן מוסר, אבער ער דארף יעצט הערן התחזקות, און דערמיט קען איך אים צוברעכן". דערפאר האט מוהרא"ש זייער שטארק נישט געוואלט אריינגיין דערין, אבער נאכדעם וואס פילע בחורים זענען געקומען צו אים אהיים, און אויך האבן זיי אנגעהויבן צו שרייבן בריוון מיט זייערע פראבלעמען, האט ער דאן איין טאג אסאך געוויינט צום אויבערשטן שעות ארוכות, און געבעטן דעם אויבערשטן ער זאל וויסן וואס צו טון, וואס ער זאל שרייבן, און וואס צו ענטפערן, אזוי האט זיך מוהרא"ש געלייגט שלאפן וויינענדיג אינמיטן התבודדות. ווען ער איז איינגעשלאפן האט מוהרא"ש געזען דעם הייליגן רבין אין חלום, ער האט געזען דעם רבי שפאצירן מיט זיין גרויסער תלמוד דער הייליגן רבי נתן, און זיי קומען צו אים, ער איז געשטאנען אויף זיין פלאץ און האט געקוקט אויף זיי ווי זיי ווערן נענטער, דער רבי האט גערעדט מיט רבי נתן א טיפע זאך (אזוי האט מוהרא"ש פארציילט, אז ער האט געזען לויט די באוועגונגען פון רבי נתן ווי ער קוקט אויפן רבין, און ער שטרענגט זיך אן צו פארשטיין יעדע ווארט, ווי איינער וואס הערט אויס א קאמפליצירטע זאך) און אזוי זענען זיי געגאנגען צוזאמען, דער רבי רעדט, און רבי נתן הערט אויס, ביז זיי זענען אנגעקומען צו די פלאץ ווי ער איז געשטאנען, און דאן האט זיך דער רבי אפגעשטעלט און געשמייכעלט צו אים, און מוהרא"ש איז צוגעגאנגען צום רבין און אים געזאגט פארשידענע זאכן, און אויך איבער דעם וואס די בחורים ווילן פון אים, און ער האט זייער געווייינט צום רבין, "וואס זאל איך טון? וואס זאל איך זיי ענטפערן?" דאס אלעס האט מוהרא"ש אריינגעזאגט שטילערהייט אין די אויערן פון הייליגן רבין אז רבי נתן זאל נישט הערן, ווייל עס האט אויסגעזען ווי רבי נתן בייזערט זיך, ווייל ער געוויזן א פנים ווי איינער וואס פרעגט "פארוואס האקסטו מיר אריין אינמיטן וואס איך רעד מיט'ן רבי'ן". אבער מוהרא"ש האט נישט געקוקט דערויף, נאר גערעדט צום רבין און אים אלעס פארציילט, דער רבי האט געשמייכעלט צו אים און אים געזאגט בזה הלשון "שרייב מיין קינד שרייב, איך וועל דיר מגלה זיין שיינס אין מיין תורה, איך וועל זיין מיט דיר", און דערנאך זענען זיי געגאנגען ווייטער. מוהרא"ש איז געבליבן אויף זיין פלאץ און געקוקט ווי זיי גייען אוועק, דער רבי רעדט און רבי נתן קוקט אויפן רבי'ן און הערט זיך צו, אזוי איז מוהרא"ש געשטאנען ביז מען האט זיי שוין מער נישט געזען. דאס איז געווען אין א פעלד, און דערנאך האט מוהרא"ש זיך גענומען רעדן צום אויבערשטן. אינמיטן התבודדות האט מוהרא"ש געזען פלוצלינג ווי איינער קומט צו לויפן פונעם ריכטונג ווי דער רבי און רבי נתן זענען געגאנגען, און ער לויפט צו אים מיט א געוואלדיגע שמחה, ביז ער איז אנגעקומען צו אים און אים געגעבן די הענט "שלום עליכם", און געזאגט פאר מוהרא"ש "יעצט ווייס איך ווער דו ביסט", און האט אים געגעבן א קלאפ אויף די פלייצע, און אים געקושט אין די שטערן און האט אים געזאגט "האב נישט מורא, איך וועל זיין מיט דיר שטענדיג, און אין אלע דיינע חידושים וועל איך שטענדיג זיין מיט דיר", און דאס איז געווען דער הייליגער רבי נתן אליינס. און טאקע פון דעם ערב חנוכה תשכ"ד, האט מוהרא"ש זי"ע אנגעהויבן צו שרייבן, און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז זינט דאן האט מוהרא"ש פאר פופציג יאר בלי הפסק געשריבן אן א שיעור ספרים און בריוון, וואס איז בכח אריינצוגעבן כח אין יעדן איד אין יעדן מצב באשר הוא שם, און האט שוין צוריק געברענגט אן א שיעור אידישע קינדער צום אויבערשטן. &nbsp; היינט איז דער ריכטיגער זמן ווען דארפן זיך פארנעמען צו לערנען יעדן טאג פון דעם ספר, כאטש אביסל. מוהרא"ש זי"ע שרייבט אין אשר בנחל חלק ל"ז מכתב ו' רל"ד, איינמאל עס איז שוין ארויס אויף דער וועלט די הייליגע ספרים אשר בנחל, קען זיך א מענטש מער נישט אפרעדן אז ער קען נישט אריבערטראגן די צרות וואס ער האט, ווייל אויב וועלט ער געלערענט אשר בנחל וואלט ער געהאט חיזוק אויף אלעס. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט היינט אינעם בריוו: "היינט נאכט גייען מיר צינדן די הייליגע מנורה. מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט מיט אונז אז חנוכה איז א יום טוב פון חינוך הבנים והבנות, וויל איך דיר בעטן זאלסט זיין צייטליך אין שטוב. מאך אלע הכנות פארויס, מקוה וכדומה, אלעס זאלסטו טון פריער אין טאג - אז ביים זמן זאלסטו שוין צינדן. מיר פירן זיך אנצוטון שטריימל און בעקיטשע ביים צינדן, מען זינגט זמירות און מען איז זייער פרייליך, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צום אור הגנוז, אנהויבן לערנען די הייליגע תורה, שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מקרא משנה גמרא הלכה ואגדה, און מען בעט פאר די קינדער און פאר די קינד'ס קינדער, אלע זאלן זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, און גיין אין די וועג פון די תורה. היינט ערב חנוכה האט מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן אשר בנחל פאר איין אין זעכציג יאר צוריק, פון שנת תשכ"ד ביז תשע"ה האט מוהרא"ש געשריבן בריוו פאר אידישע קינדער; מוהרא"ש האט געשריבן א חשבון פון זיבעציג טויזנט בריוו. בריוו וואס זענען מחזק יעדן איינעם אין יעדן מצב וואו ער געפינט זיך, ווי וואלטן מיר געווען ווי וואלטן מיר אויסגעזען ווען נישט די ספרים און די בריוו וואס איז אונז אזוי מחי' ומחזק. ווער עס דארף א ישועה זאל מנדב זיין געלט פארן בית הדפוס פאר דרוקן אשר בנחל, און אזוי אויך די אנדערע ספרים און קונטרסים. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מען וועט זען ישועות, און אזוי פיר איך זיך ווען איך דארף א ישועה, איך בין מנדב געלט צו דרוקן די ספרים און קונטרסים. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים. א פרייליכן חנוכה."

    < זעה מער כד כסלו תשפ"ה 📝
  • דריטער באנד "לייט אף אמונה" מהדורת אונגאר - ארויס פון דרוק

    נאכפאלגנדיג די געוואלדיגע הצלחה פון די ערשטע צוויי בענדער, וואס איז געווארן א בעסט-סעלער און איז באגריסט געווארן מיט גרויס ענטוזיאזם דורך די ענגליש-רעדנדע אידן איבער דער וועלט, ערווארט מען אין די טעג דער דריטער באנד לייט אף אמונה. מען הערט צוריק גריסן פון די וואס האבן געלערנט די פריערדיגע בענדער אז זיי קענען שוין קוים ווארטן צו לערנען דעם נייעם באנד. &nbsp; די הערליכע ספרים "די לייט אף אמונה" - איז אן איבערזעצונג אין ענגליש פונעם הייליגן ספר "עצתו אמונה" וואס איז געשריבן געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; ווער עס האט שוין געזען אמאל דעם ספר, און זוכה געווען צו לערנען דערין, דארף מען שוין נישט צופיל מער ערקלערן פון וואס מען רעדט. אין דעם הייליגן ספר טרעפט יעדער זאכליכע ענטפערס אויף אלע שאלות און ספיקות מיט וואס יעדער מוטשעט זיך. און דער ראש ישיבה ענטפערט פאר די שואלים בטוב טעם ודעת אלעס בלויז מיטן תורה'דיגע צוגאנג געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל, פוסקים, פון הייליגן רבי'ן און זיינע הייליגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז איבערגעגעבן. &nbsp; די הייליגע בריוו האבן שוין באלויכטן אן א צאל אידישע קינדער, און געראטעוועט פילע אידישע שטובער פון אונטערגאנג ברוחניות ובגשמיות. עס האט שוין אויפגעהויבן פילע ערליכע אידן מיט עצות און הדרכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, דורך גיין אויף א שפאציר און זיך אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, און צוגעבינדן טויזנטער אידישע נשמות צום אייבערשטן און זיין הייליגע תורה, מיט די זיסע עצה פון סדר דרך הלימוד און זאגן גמרא און משניות טאג טעגליך. עס ראטעוועט טאג טעגליך אידישע שטובער דעם שלום בית, ווען אידן נעמען טעגליך א טעגליכע דאזע פון התחקות און עצות, און ווערן דערמאנט דורך די הייליגע בריוו צו האבן סבלנות, און רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, און נישט אויפגעבן. &nbsp; יעצט איז אונז א גרויסע שמחה צו מעלדן אז אין די טעג איז פארטיג געווארן דער דריטער באנד, וואס וועט טראגן דעם נאמען "מהדורת אונגאר" אויפן נאמען פונעם נדבן מו"ה בניהו אונגאר הי"ו, מחשובי אנשי שלומינו, וואס האט זוכה געווען אפצוקויפן דעם זכות פון דעם באנד. Light of Emunah, Volume III &ndash; Ungar Edition Now Released! Following the tremendous success of the first two volumes, which became bestsellers and were warmly embraced by English-speaking Jews worldwide, the much-anticipated third volume of Light of Emunah is now available. Readers who were deeply moved by the earlier volumes have eagerly awaited this continuation. This magnificent work, Light of Emunah, is the English translation of Atzoso Emunah. For anyone who has had the privilege of studying from this holy sefer, no further explanation is needed. Within its pages, readers find practical and insightful answers to life&rsquo;s challenges and doubts, addressing the struggles that many face. The Rosh Yeshiva responds to questions with profound wisdom and clarity, offering guidance rooted solely in Torah, Chazal, and the teachings of our holy Rebbe and his devoted Talmidim. These teachings have been transmitted to us by Mohorash, with unparalleled dedication. The letters contained in this sefer have illuminated the lives of countless Jews, saving many families from spiritual and material collapse. They have uplifted sincere individuals, providing them with guidance on how to strengthen their bond with Hashem. Whether it&rsquo;s through taking a walk and pouring out one&rsquo;s heart to the Creator, following the sweet advice of Seder Derech Halimud, or committing to daily study of Gemara and Mishnayos, this sefer has brought thousands closer to Hashem and His holy Torah. Every day, Jewish homes are transformed by the practical guidance within these pages. Families find peace and harmony when they embrace the teachings and adopt the recommended daily "dosage" of self-reflection and advice. These letters remind readers to cultivate patience, speak kindly to their spouses and children, and never lose hope. We are thrilled to announce the release of the third volume, which will bear the title Ungar Edition in honor of R&rsquo; Binyahu Ungar, a distinguished supporter of our work, who merited the privilege of sponsoring this edition. &nbsp; May this new volume continue to illuminate and inspire the lives of its readers! &nbsp;

    < זעה מער יז כסלו תשפ"ה 📝
  • עגלישע קונטרסים ווערן איבערגעדרוקט

    קרן הדפסה, דער קרוין פון די קהלה ומוסדות היכל הקודש, שפארט נישט קיין כח און מיה צו ערפילן איר ציל, און מיט פיל תפלה צום אויבערשטן און סייעתא דשמיא איז עס אויסגעוואקסן א ריזיגע אימפעריע וואס דרוקט און פארשפרייט אויף פילע פארמען און פארמאטן דעם דבר ה', וואס ווערט דערנאך צושפרייט ביי כלל ישראל דורך די טייערע מפיצים, וואס ווערן אויפגענומען דורך אלע שיכטן און קרייזן מיט גרויס שמחה. &nbsp; מען גייט כסדר דורך די אינווענטארי, און מען זעט וועלכע קונטרסים זענען שוין דא ווייניג און מען דרוקט איבער, אזוי אויך שטייט מען אויף די וואך אז דער דרוק זאל זיין ווי מען רופט עס "אפ טו דעיט", עס זאל נישט אויסזען אלט און נעבעכדיג, כדי עס זאל רעדן צום היינטיגן דור. דערפאר דארף מען כסדר אויפפרישן דעם דרוק און די דעקלעך עס זאל זיין צוגעפאסט צו די היינטיגע וועג וואס מען קען מאכן הערליכע שיינע גרעפיקס און קענען קאמפיטן מיט די אויסגאבעס וואס דער סמ"ך מ"ם פארשפרייט. &nbsp; די וואך האט מען איבערגעדרוקט דעם באקאנטן ענגלישן קונטרס Thats Me, וואס איז געשריבן געווארן דורך הר"ר משה זאב שווארטץ ע"ה אלץ א תרגום פון מוהרא"ש'ס קונטרס אויף לשון הקודש "זה אני". ווער עס האט נאר אמאל גענומען דעם קונטרס אויף ענגליש אדער לשון הקודש אין די האנט, קען עדות זאגן דער גרויסער רושם וואס דער קונטרס האט געמאכט אויף אים, דער קונטרס געבט אריין א זעלבסט זיכערקייט אין א מענטש ער זאל וויסן זיין חשיבות, און ער איז גוט דווקא ווען ער איז זיך אליינס אזוי ווי דער אויבערשטער האט אים באשאפן, און דער גרעסטער שטער פאר די הצלחה פון א מענטש אז ער איז מקנא א צווייטן, ער קוקט אויף אים און טראכט "הלוואי קען איך זיין ווי אים". &nbsp; אזוי אויך גייט אן די ארבעט אויף די כסדר'דיגע פרישע ספרים גליונות און קונטרסים וואס קומען ארויס יעדן טאג און יעדע וואך, צום ביישפיל דער ענגלישער קונטרס "The Lihgt Of Emunah" וואס איז מתורגם פון די קונטרסים עצתו אמונה, וואס קומט ארויס יעדע עטליכע וואך א פרישער קונטרס, איז אנגעקומען אין די טעג צום נומער 40. דאס זענען הונדערטער בריוו פון ראש ישיבה שליט"א געשריבן פאר די היינטיגע שוועריקייטן וואס מענטשן גייען דורך און טוט זיי מחזק זיין און געבט עצות וואס צדיקים האבן אונז איבערגעלאזט וויאזוי ארויסצוקריכן. &nbsp; מען קען נעמען א חלק אין די הייליגע ארבעט דורך זיך פארבינדן מיט'ן גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו.

    < זעה מער ט כסלו תשפ"ה 📝
  • פארשריט אויפן נייעם אלבום וואס וועט זיין ספעציפיש פאר פרויען

    אזוי ווי ביז יעצט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעגעבן שוין פילע הערליכע מוזיק אלבומס פון וואס די אידישע וועלט האט זיך מחי' געווען, און ארויסגענומען חיזוק און הדרכה אויף למעשה, ארבעט מען יעצט אויף א פרישע אלבום. דער אלבום, אזוי ווי פילע פריערדיע ווערט אראנדזשירט דורך דער מייסטער אראנדזשירער מו"ה סענדי ראטה הי"ו מיט די הילף פונעם באקאנטן בעל מנגן מו"ה חיים מאיר ערפס הי"ו. אבער דאס מאל קומט א חידוש, דער אלבום וועט קעיטערן ספעציעל פאר די חשובע פרויען. &nbsp; עס איז אמת אז יעדער איינער קען נוצן חיזוק אין אמונה, תפלה, שלום בית, און אזוי ווייטער, אבער פילע ענינים וואס די פריערדיגע אלבומס האבן גערעדט האבן מער גערעדט צו מענער, און די פרויען האבן געבעטן אז מען זאל זיי אויך געבן אן אלבום. דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן פאר דעם נייעם אלבום הערליכער הארציגע גראמען, וואס מען וועט ווי אייביג רעדן פונעם אויבערשטן, אז ער איז אלץ דא מיט אונז, און פון תפלה, מידות טובות און אזוי ווייטער, וועלן זיי אויך רעדן איבער ענינים וואס זענען נוגע בעיקר פאר פרויען און מיידלעך, צום ביישפיל צניעות, זיך שערן די האר נאך די חתונה, און טרעפן דעם אויבערשטן אין די טאג טעגליכע שטוב ווערטשאפט. &nbsp; אזוי ווי ביז היינט, שפארט מען נישט קיין צייט כח און געלט, מען נעמט די בעסטע שפילערס וואס מען קען, יעצט איז דא געווען צוגאסט א מייסטער גיטאריסט פון ארץ ישראל וואס זיין נאמען וואס פיגורירט שוין אויף חסידישע אלבום פאר צענדליגע יארן, אלס א גיטראריסט וואס ספעציאלירט זיך אין די חסידישע סטיל מוזיק. אין ארץ ישראל האט ער שוין ביז יעצט רעקארדירט כמעט אלע ניגונים, אבער יעצט אז איז ער געווען אין ניו יארק אויף א באזוך, האט מו"ה סענדי הי"ו אויסגענוצט די געלעגענהייט און ער איז אריבערגעגאנגען אין סוטדיא מיט זיין ברודער מו"ה אייזיק הי"ו אין סטודיא און רעקארדירט מוזיק פאר די איבעריגע ניגונים. &nbsp; מו"ה אייזיק הי"ו פארציילט אז דער גיטאריסט האט אים געזאגט אז ער גלייכט זייער צו ארבעטן מיט זיין ברודער צוליב וואס ער פארשטייט גוט אן עסק ווען עס קומט צו מוזיק, און אייביג קומט ער אויף מיט שעפערישע געדאנקען וויאזוי צו ארויסגעבן הערליכע שטיקלעך. &nbsp; אויפן אלבום וועט מען אויך בעז"ה ארויפלייגן א הערליכע קינדער כאר, אין באגלייטונג פונעם בחור הפלא שמעון פארקאש הי"ו וואס לייגט אראפ א הערליכע ארבעט, און באנעמט די הארץ מיט זיין מתיקות'דיגע שטימע. אזוי אויך וועט מען הערן די גראמען אריינגעזינגען דורכן ראש ישיבה שליט"א, וואס וועט אראפ זינגען די גראמען פון טיפעניש פון זיין הארץ, און עס וועט זיכער זיין נכנסים אל הלב, און וועט אריינדרינגען אין די הערצער פון די ציהערער, וואס וועלן ארויסגיין דערפון מיט א הרהור תשובה, און עצות און חיזוק אויף למעשה. &nbsp; די מעלאדיעס אויף וואס די גראמען לויפן זענען פון אלטע הערליכע חסידישע ניגונים, טייל באקאנטע, און צוגאב וועלן זיין עטליכע גאר שיינע אלטע פארגעסענע ניגונים, פון וואס מען וועט זייער הנאה האבן.&nbsp; &nbsp; נאך די שווערע ארבעט פון עטליכע חדשים, זעט מען שוין ב"ה בסייעתא דשמיא די ליכטיגקייט פון די ענדע פונעם טונעל, די מוזיק פאר די צען ניגונים זענען שוין כמעט פארטיג,&nbsp; מען האפט צו פארטיג ווערן גענצליך נאך אינמיטן ווינטער בסייעתא דשמיא.

    < זעה מער ג כסלו תשפ"ה 📝
  • ערשטע באנד פונעם חינוך ספר "ותחיין את הילדים" גייט שוין אט צום דרוק

    בעזרת ה' גרייט מען זיך אין "קרן הדפסה היכל הקודש" צו ארויסקומען מיט די ערשטע באנד פון די סעריע ספרים אויף חינוך וואס וועט טראגן דעם פאסיגן נאמען "ותחיין את הילידים", וואס איז כשמו כן הוא, עצות און חיזוק צו געבן לעבן פאר אונזערע קינדער, די חשוב'סטע זאך וואס מיר פארמאגן די קומענדיגע דורות, א לעבן ברוחניות, זיי זאלן ליב האבן דעם אייבערשטן, ליב האבן תורה ומצות, ליב האבן יעדן איד, און לעבן בגשמיות זיי זאלן זיין געזונט פיזיש און גייסטיש, זעלבסט זיכער, צופרידן, און לעבן א פרודאקטיוו לעבן. &nbsp; דער ספר איז באזירט אויף די בארימטע שיעורי חינוך וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט כסדר פאר עלטערן און מחנכים, וואס טייל זענען שוין ארויס לאור עולם דורך די וועכענטליכע "שיעורי חינוך" גליונות וואס די וועלט שלונגט מיט דורשט. &nbsp; דאס איז באקאנט אז דער ראש ישיבה שליט"א נעמט די אלע עצות נאר פון ערליכע ריינע מקורות, פון די תורה, פון חז"ל, און פון די פריערידגע צדיקים, וואס זיי האבן אראפ געשטעלט א וועג וויאזוי מען קען אין די היינטיגע דורות אויפציען קינדער וואס זאלן זיין געטריי צום אויבערשטן, און דאס ווילן אלע די זעלבע זאך. און דערפאר זעט מען אז די שיעורי חינוך פון ראש ישיבה שליט"א זענען פאפולער אין אלע קרייזן און שיכטן, וויייל אלע ווילן הצלחה אין חינוך. &nbsp; קרן הדפסה האט אריינגעלייגט צענדליגע טויזנטער דאלער אין דעם פראיעקט, און אויפגענומען פראפעסיאנאלע ערפארענע שרייבער און מגיהים יראי השם פון אנשי שלומינו. און ברוך השם זיי האבן מצליח געווען און מיט גרויס סייעתא דשמיא איז ארויסגעקומען א ספר העכער ערווארטונגען, א הערליכע געשמאקע ספר וואס ליינט זיך פליסיג כשלחן הערוך ומוכן לאכול, און עס ברענגט ארויס קלאר די עצות און חיזוק וואס איז גרייט מען זאל דאס אימפלימענטירן טאג טעגליך הלכה למעשה. &nbsp; עס קומט א גרויסע ישר כח פאר די פילע וואס האבן צוגעהאלפן בטירחא ובממון, פאר הר"ר אהרן שלעזינגער שליט"א מיט זיינע חשובע שותפים די שטאב וואס האבן געשריבן, אויסגעשטעלט, מגיה געווען, און אלעס געטון מיטן גאנצן הארץ, זיך אוועקגעגעבן טעג און נעכט פאר די הצלחה פון דעם ספר. און פאר הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א וואס האט אפגעקויפט דעם "זכות מהדורה", לע"נ זיין אומפארגעסליכן שווער הרה"ח ר' מנחם מענדל בן הר"ר יושע ווייס ז"ל וואס איז נישט לאנג אוועק פון דער וועלט, און וועט דערפאר טראגן מיט שטאלץ דעם נאמען "מהדורת וועבערמאן." &nbsp; מ'קען נאך האבן די זכיה איינצוקויפן זכותים נצחיים אין דעם הייליגן ספר וואס אנטשפרעכט צו ראטעווען דורות, און אוועקשטעלן אידישע שטובער אויף שטארקע און קראנטע יסודות, וואס דער זכות איז אומשאצבאר. מ'קען קויפן די זכות פון א פרק פאר טויזנט דאלער, נאר נאך עטליכע פרקים זענען נאך אוועילעבל, צום ווייניגסטענס זאל מען קויפן א זכות אינעם ספר, וואס ווערט פארקויפט פאר בלויז $500. &nbsp; רופט שוין דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו זיך אנצושליסן אינעם פראיעקט מען זאל קענען ארויסגעבן בקרוב דעם ספר וואס וועט באלייכטן די וועלט 347-578-4449 &nbsp;

    < זעה מער כו חשון תשפ"ה 📝
  • קרן הדפסה גרייט זיך אויף חנוכה

    אין די קאלטע ווינטער נעכט קומט אראפ דער אור די הייליגע חנוכה נעכט וואס איז לילה כיום יאיר, עס באלייכט דעם גאנצן ווינטער. &nbsp; אין די לאנגע קאלטע ווינטער נעכט, ווען עס קען זיך דאכטן פאר א מענטש אז עס איז טונקל, שיינט אראפ דער ליכטיגער אור פון חנוכה וואס מאכט לילה כיום יאיר, און טוט באלייכן די נשמה, וואס מען נעמט מיט אויף א גאנצע יאר. &nbsp; לכבוד די הייליגע טעג האט דער קרן הדפסה ווידער איבערגעדרוקט א גרויסע צאל פון דעם הערליכן קונטרס "סדר הדלקת נר חנוכה". דער קונטרס באשטייט פונעם סדר הדלקת נרות, מיט אלע מזמורים, פיוטים און מנהגים, לויט ווי מוהרא"ש זי"ע האט איינגעפירט. צוגעלייגט דערצו שיינע געדאנקען און חיזוק ווערטער מלוקט פון פילע הייליגע ספרים, וואס רעדן פון די גרויסקייט פון די הייליגע מצוה פון אנצינדן חנוכה ליכט. די קונטרס וועקט אויף א מענטש אויסצונוצן די גרויסע עת רצון בשעת די חנוכה ליכט ברענען, צו פועל'ן גרויסע ישועות אין אלע ענינים. &nbsp; אין דעם קונטרס קען מען אויך טרעפן ווארעמע און הארץ-אויפענדע תפילות אויף פילע ענינים: קינדער, נחת, שידוכים, פרנסה און נאך. די תפילות, געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע, זענען ספעציעל צוגעפאסט צו זאגן ווען די לעכט ברענען, א צייט וואס די הימלישע טויערן זענען אפן. &nbsp; דער "סדר הדלקת נר חנוכה" איז זייער פאפולער צווישן אנשי שלומינו, און ווערט צוכאפט יעדעס יאר. לעצטנס איז עס איבערגעארבעט געווארן מיט שיינע גרויסע אותיות מאירת עינים, וואס איז זייער געשמאק צו נוצן. &nbsp; מען קען יעצט קויפן דעם נייעם איבערגעמאכטן "סדר הדלקת נר חנוכה" אויף אונזער וועבסייט און עס וועט אנקומען דירעקט צום טיר. ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט! באשטעלט שוין היינט, כדי עס זאל נאך אנקומען בעפאר חנוכה. &nbsp; לכבוד חנוכה האט מען אויך ארויסגעגעבן אנדערע הערליכע ספרים און קונטרסים: "חנוכה שמח" אויף לשון הקודש: איז מחזק איבער די גרויסקייט פון נר חנוכה און וויאזוי אויסצונצן די הייליגע טעג. "נר להצדיק": דער גאנצער סדר הדלקת נר חנוכה מיט הלכות, מנהגים און שיחות אויף לשון הקודש. "ליקוטי תפילות לזמני השנה": תפלות מסודר לויט די זמנים פונעם יאר, ארויסגענומען פון ליקוטי תפילות פון רבי נתן זי"ע, וואס עפענען דאס הארץ צום אייבערשטן. מתנות לכבוד חנוכה:ווען איר טראכט וואס צו געבן אלס חנוכה מתנה, איז דער "מתנה קארטל" פונעם ברסלב שאפ וועבסייט דער בעסטער אויסוואל. עס איז דער פאסיגסטער מתנה וואס לאזט אייערע נאנטע זיך אליין אויסקלויבן פון די פילע שיינע ספרים און קונטרסים. &nbsp;

    < זעה מער כה חשון תשפ"ה 📝
  • דראמאטישע פארזעצונג "יאקאב" בארייכערט דעם קרית ברסלב בלעטל

    ילכו מחיל אל חיל, דער באליבטער ברסלב'ער וועכענטליכער מאגאזין ווערט אלץ שענער און בעסער, מיט יעדע וואך ווערט צוגלייגט נאך פרישע רובריקן און אפטיילונגען, מיט'ן ציל אז יעדער זאל דארט טרעפן עפעס אינטערעסאנט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א פאדערט כסדר אויף אנשי שלומינו אז מען זאל אכטונג געבן וואס מען נעמט אריין אין שטוב, אפגערעדט אז מען זאל נישט אריינעמען קיין צייטונגען און מאגאזינען, נישט קיין חילוק צי זיי זענען געאייגענט פאר ערוואקסענע אדער פאר קינדער, ווייל ווער ווייסט ווער די שרייבער זענען, וואס זייערע השקפות זענען, נאר אפילו פון אדווערטייזמענט ביכלעך דארף מען אכטונג געבן, ווייל ווי באקאנט פלעגן צדיקים זאגן אז "ביכל" איז ראשי תיבות "כל באיה לא ישובון" ווייל די השקפה און די וועלט בליק פונעם שרייבער גייט אומדירעקט אריין טיף אינעם מח פונעם ליינער, און בפרט ביי קינדער וואס זייער מח איז אפן און זאפן איין אלעס וואס זיי ליינען. &nbsp; דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א זאל ארויסגעבן א וועכענטליכע אויסגאבע פאר די משפחה מיט אלע סארטן ארטיקלען, געשריבן דורך שרייבער וועלכע טרונקען פונעם קוואל פונעם הייליגן רבי'ן און פון זיינע תלמידים, און אזוי ארום וועט מען קענען הנאה האבן פון געשמאקע ארטיקלען, נייעס, מעשיות און בילדער גענומען פון ריינע מקורות. &nbsp; אנגעהויבן פון די וואך פרשת וירא האט דער באגאבטער שרייבער ש. טראכטער אנגעהויבן א גענצליך נייע קאלום, א חידוש וואס איז נאכנישט געווען אינעם בלעטל, א זאך וואס פילע ליינער בעטן שוין א לאנגע צייט, "א מעשה אין פארזעצונגען", דער מעשה וועט זיך ציען א לאנגע צייט און וועט דורכגיין קאנטיענטן לענדער און תקופות. פון די מעשה וועט מען זיך קענען לערנען וואס דאס מיינט תמימות און מסירות נפש פון ערליכע אידן, און וועט זיין געשריבן אויף א גאר דראמאטישע וועג אבער אין די זעלבע צייט וועט מען זיך קענען לערנען אויף למעשה היינטיגע צייטן ווען דאס לעבן איז רעלאטיוו גרינג אויך צו קענען דינען דעם אויבערשטן מיט די זאכן וואס היינט איז אסאך שווערער פון אמאל. &nbsp; עס קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די רעדאקציע פאר די אלע שרייבער, גראפיקער, און מגיהים וואס לייגן אריין וועכענטליך גאר אסאך כחות, מיט'ן ציל צו העלפן אנשי שלומינו. אזוי אויך קומט זיך א געוואלדיגע אנערקענוג פאר הר"ר אשר יעקב בלום שליט"א וואס פירט די "קרן הדפסה" וואס האט גענומען די גאנצע קאסט אויף אירע פלייצעס. ישלם ה' פעלם ותהי משכורתם שלימה מעם ה'.

    < זעה מער יג חשון תשפ"ה 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך מיט גרויסע זכותים צו קומען צום רבי'ן

    אין די יעצטיגע טעג זענען אלע פארנומען זיך צו גרייטן צום לאנג ערווארטעטן נסיעה. אויסער אנגרייטן דעם פאספארט, קויפן עראפלאן און באן טיקעטס, איז דא נאך ארבעט. מען איז מרבה מיט מצוות און מעשים טובים, מען זאגט מער תהלים, מען לייגט צו נאך א שיעור אין תיקוני זוהר, אלעס כדי צו פארמערן זכותים מיט וואס צו קענען צוגיין צום יום הדין. די צענדליגע טויזנטער אידן וועלכע קומען צום רבי'ן שפירן אז מען דארף פארשטערקערן דעם קשר מיט'ן צדיק, בעפאר מען קומט צו זיין ציון, וואס דערמיט וועט דער הייליגער רבי קענען שתדלען פאר אונז פאר א כתיבה וחתימה טובה, מען לייגט צו נאך שיעורים אין רבי'נס ספרים, בפרט די פינף ספרים ליקוטי מוהר"ן, סיפורי מעשיות, ספר המידות, שיחת הר"ן און חיי מוהר"ן און מען פרובירט מקיים צו זיין די עצות און הדרכות וואס דער רבי שרייבט אונז. &nbsp; העולה על כולנה, אז מען קומט צום רבי'ן, זאגט דער ראש ישיבה שליט"א, וואס קען זיין בעסער ווי אז מען האט געפאלגט זיין הייליגע צוואה און געטון פאר הדפסה והפצה? דער בעסטער זכות פאר'ן יום הדין איז צו צוריק ברענגען נאך א איד צום אויבערשטן, ווי דער זוהר הקדוש (חלק ב', קכח) שרייבט, און מוהרא"ש ברענגט עס צו אין זיינע הייליגע בריוו הונדערטער צי טויזנטער מאל "תא חזי, כל מאן דאחיד בידא דחייבא (ותב לגביה), ואשתדל ביה למשבק ארחא בישא, איהו אסתלק בתלת סלוקין, מה דלא אסתלק הכי בר נש אחרא, גרים לאכפייא סטרא אחרא, וגרים דיסתלק קודשא בריך הוא ביקריה, וגרים לקיימא כל עלמא בקיומיה לעילא ותתא, ועל האי בר נש כתיב, בריתי היתה אתו החיים והשלום, וזכי למחמי בנין לבנוי, וזכי בהאי עלמא, וזכי לעלמא דאתי, כל מארי דינין לא יכלין למידן ליה בהאי עלמא, ובעלמא דאתי עאל בתריסר תרעי ולית מאן דימחי בידיה, ועל דא כתיב (תהלים קיב ג) גבור בארץ יהיה זרעו דור ישרים יבורך, הון ועשר בביתו וצדקתו עומדת לעד, זרח בחשך אור לישרים וגו'." א הבטחה פון הייליגן רבי שמעון, אז איינער וואס העלפט מקרב זיין אידן צום אויבערשטן, איז זוכה צו גאר גרויסע זאכן, צווישן אנדערע אז די מקטריגים קענען זיך נישט עפענען דאס מויל קעגן אים, ער איז זוכה צו גוטע ערליכע קינדער און אייניקלעך, צו עשירות און אלע טויערן אין הימל ווערן געעפענט פאר אים. &nbsp; מען קען נאך אריינכאפן די גרויסע זכותים דורך קויפן א זכות אינעם קרן הדפסה, וואס איז אגב פארנומען ביז איבערן קאפ אין די טעג צו צוגרייטן הונדערטער טויזנטער קונטרסים פאר אומאן. פרנס השנה פאר'ן קומענדיגן יאר תשפ"ה, קען מען קויפן פאר $10,000, אדער $200 א וואך. פרנס החודש איז $5,000 אדער $100 א וואך. פרנס השבוע $2,600 - $50 א וואך, און פרנס היום קען מען קויפן פאר $1,000 - א נישטיגע צוואנציגער א וואך. &nbsp; ומתן שכרה בצדה, ווער עס שליסט זיך אן און געבט א מינימום פון $1,000 ביז ערב ראש השנה הבעל"ט גייט אריין אין דעם זעלטענעם גורל צו געווינען דער הערליכער פאכמאנישן האנט געשריבענעם "תיקון הכללי" אויף קלף פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; רופט שוין אן דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449, און וועלט אויס דעם פרנס וואס איר קענט זיך ערלויבן, און דער זכות וועט אייך ביישטיין זוכה צו זיין בדין, און צו באקומען די אלע השפעות וואס דער זוהר הקדוש איז מבטיח.

    < זעה מער כא אלול תשפ"ד 📝
  • ברסלב ספרים צענטער אין קרית יואל באלייכט דער שטאט

    דער ברסלב ספרים צענטער אין קרית יואל איז א הפצה געשעפט וואס איז נישטא איר'ס גלייכן. דער געשעפט איז אויסגעשטאט מיט הונדערטער ספרים און קונטרסים אנגהויבן פון ספרים פון הייליגן רבי'ן, דער הייליגער רבי נתן, און בעיקר פון די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש, ספרים וואס מען קען אין ערגעץ נישט באקומען. און דאס אלעס פאר גאר גאר ביליגער פרייזן, ממש קאסט פרייז. רוב ספרים זענען געפרייזט פאר בערך 3 ביז 5 דאלער. &nbsp; ממש יעצט איז אנגעקומען א פרישע שיפמענט פון ספרים וואס מען האט באשטעלט פון ארץ ישראל, עס איז דא דארט א ריזיגע אויסוואל, צום ביישפיל עס איז דא די ספרי אשר בנחל פון חלק א' ביז קכ"ד, גאנצע סעטס פון שו"ת ברסלב, גאנצע סעטס פון "אוצר קוטרסים", פילע ספרים אויף ראש השנה, און אנדערע ימים טובים, ספרי ברית שלום, אוצר הקדושה, אוצר שלום בית, ארך אפים, אלעס הערליכע נייע דרוק מיט הארטע דעקלעך. &nbsp; מען קען אויך דארט קויפן די ספרים וואס אנשי שלומינו וואס לערנען אויפן סדר דרך הלימוד וועלן זיך מחי' זיין, צום ביישפיל די "אוצר היומי" די פופצן שיעורים (חומש, תנ"ך, משניות, ש"ס בבלי, ש"ס ירושלמי, תוספתא, רמב"ם, מדרש רבה, מדרש תנחומא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, זוהר הק', תיקוני זוהר, ליקוטי מוהר"ן, און ליקוטי הלכות) וואס מוהרא"ש האט אהערגעשטעלט, געדרוקט מסודר עס צו ענדיגן צוזאמען מיט ש"ס. &nbsp; אנשי שלומינו וועלכע זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג, ווי מוהרא"ש זי"ע פלעגט אייביג מעודד זיין, וועלן זיך מחי' זיין מיט די נייע משניות וואס איז יעצט דא צו באקומען. דאס איז א סעט פון 29 קליינע בענדער, וואס יעדעס איינע פארמאגט די ח"י פרקים פאר איין טאג אין חודש, און איז גענוג קליין אריינצוגיין אין טאש, וואס דערמיט וועט מען שטארק פארגרינגערן דאס ענדיגן די פרקים משניות טעגליך. &nbsp; דער געשעפט געפונט זיך אין צענטער פון שטאט, אין חצר פון בית המדרש היכל הקודש ברסלב אויף 8 העיס קאורט, און איז אפן טעגליך צווישן 2:00 און 4:00 נאכמיטאג, פאר אנדערע שעות קען מען רופן דעם געטרייען גבאי פון בית המדרש הר"ר יואל פארקאש שליט"א אויף 845-662-4888. &nbsp; עס איז ממש א נחת אריינצוקומען אינעם געשעפט ווען מען זעט די ריזיגע אויסוואל פון ספרים אזוי שיין מסודר, די ספרים גייען אויס זייער שנעל, דערפאר איז כדי אריינצוכאפן יעצט ווען דער אויסוואל איז נאך גרויס. &nbsp; מיט'ן לערענען און פאלגן וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערענט וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן אמת'ע ערליכע אידן.

    < זעה מער ט אלול תשפ"ד 📝
  • בלויז צוויי וואכן פארבליבן צום גורל אויף דעם ראש ישיבה'ס תיקון הכללי אויף קלף

    עס קומען אריין גאר פאזיטיווע גריסן פונעם גבאי קרן הדפסה מו"ה לייבי ראטה הי"ו וויאזוי אנשי שלומינו רופן זיך אן ווארעם צו שטיצן דעם קרן הדפסה. יעדער איינער זוכט צו האבן א חלק אין הדפסה והפצה, פילע נעמען ספרים און גליונות און מאכן הפצה בגוף, און דער וואס שפירט אז ער קען עס נישט טון, פריידט זיך צו העלפן די חשובע אינגעלייט וואס זענען זיך מוסר נפש און שטיצן מיט א ברייטע האנט די אלע פעולות. &nbsp; אלץ א מיטל צו העלפן געבן א שטופ און ארויסהעלפן דעם קרן הדפסה דעקן די פילע הייליגע פעולות האט דער ראש ישיבה אוועקגעגעבן זיין תיקון הכללי אויף קלף וואס ער האט באקומען א מתנה פאר עטליכע יאר צוריק, מען זאל עס קענען אויסראפלען, און די אלע וואס האבן זיך משתתף געווען מיט סכומים הגונים פאר'ן קרן הדפסה וועלן באקומען א שאנס דער תיקון הכללי זאל ווערן זייערס. &nbsp; דער תיקון הכללי אויף קלף איז געשריבן אויף פארמעט בכתב אשורית מיט שיינע גרויסע אותיות, אזוי ווי א מגילה פון 11 שורות. צו לאזן שרייבן אזא מגילה קאסט אויף די פרייע מארקעט פופצן טויזענט דאלער, און מיט דעם וואס דאס איז געווען דעם ראש ישיבה'ס, איז בכלל נישט מעגליך צו אפשאצן די ווערט פונעם דעם חפץ קודש. &nbsp; די אלע וואס וועלן זיך האבן משתתף געווען פון נאך פורים העעל"ט ביז'ן קומענדיגן ערב ראש השנה הבעל"ט מיט טויזענט דאלער פאר'ן קרן הדפסה, וועלן אריינגיין אינעם זעלטענעם גורל, און עס קען זיין אז אויף דעם ראש השנה תשפ"ה הבעל"ט וועט איר האבן די זכי' צו זיין דער אייגענטומער פונעם זעלטענעם "תיקון הכללי" פונעם ראש ישיבה שליט"א. פון טויזענט דאלער און ווייטער, וועט יעדע $250 געבן נאך א שאנס אינעם גורל. &nbsp; רופט שוין דעם גבאי מו"ה לייבי הי"ו, צו טשעקן וויפיל איר האט שוין געגעבן פאר'ן קרן הדפסה במשך די לעצטע חדשים, און וויפיל איר דארפט נאך משלים זיין ביז טויזענט דאלער, רופט אים שוין אויף 347-578-4449. &nbsp; דערמיט וועט איר האבן די זכי' צו נעמען א חלק אינעם ריזיגן הפצה פארבריק וואס געבט ארויס טויזנטער ספרים, קונטרסים, גליונות, סידיס, און פירט אן מיט די קרית ברסלב בלעטל, דרוקן אשר בנחל, דרוקן קונטרסים, און נאך ספרי הראש ישיבה שליט"א, די ברסלב סענטער וועבסייט, שאפ ברסלב, קול ברסלב. און די אלע חיזוק און הדרכה וואס צענדליגע טויזנטער מענטשן באקומען דורכדעם וועט אלעס גיין אויף אייער זכות, צו געבענטש ווערן מיט אלע ברכות, און זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה און שנת גאולה וישועה.

    < זעה מער ח אלול תשפ"ד 📝
  • עצתו אמונה חלק י' ברוך השם ארויס פון דרוק

    מכון עצתו אמונה גייט אן מיט'ן גאנצן פרישקייט, מען געבט ברוך השם איין באנד נאכן צווייטן. אין די יעצטיגע טעג האט דער מכון געלאזט וויסן, אז חלק י' איז שוין ארויס פון דרוק, און וועט בקרוב פארטיילט ווערן פאר די חשובע נדבנים. &nbsp; אבער אין די זעלבע צייט לאזט מען נישט אפ די פריערדיגע בענדער, ברוך השם געלויבט דעם אויבערשטן אז די ספרים גייען זייער שטארק, די מפיצים זאגן אז עס איז דא א שטארקע פארלאנג, און כאטש מען האט געדרוקט גאר אסאך פון די ערשטע בענדער זענען שוין פילע בענדער מער נישטא צו באקומען. אין די יעצטיגע טעג גרייט מען זיך אויך איבערצודרוקן די ערשטע באנד וועלכע איז שוין נישטא צו באקומען פאר א לענגערע וויילע. &nbsp; עס איז אינטערעסאנט צו זען א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אום חודש אלול שנת תשע"ט, ווען מען האט געדרוקט עצתו אמונה חלק א' דעם ערשטן מאל, שרייבט דער ראש ישיבה צווישן אנדערע אז מען זאל דאס דרוקן און איבערדרוקן. &nbsp; "לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר. איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע בשורה אז עס איז יעצט ארויס פון דרוק די ערשטע חלק פון ספר "עצתו אמונה", שאלות ותשובות וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו ענטפערן פאר בחורים און מיידלעך, זיי מחזק זיין זיי זאלן נישט זיין ביי זיך געפאלן און אויפגעגעבן, נאר זיי זאלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן. &nbsp; באמת האב איך גארנישט מחדש געווען, איך האב נאר גענומען די ווערטער וואס מוהרא"ש האט מיט אונז געלערנט, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן און דאס אראפגעשריבן אויף א שפראך וואס די היינטיגע דור פארשטייט, אבער אלעס וואס שטייט אין די בריוו איז פון מוהרא"ש; עצות און הדרכה פון הייליגן רבי'ן. &nbsp; שטארק זיך ווייטער מיט די הייליגע ארבעט, ווייטער אנגרייטן און מגיה זיין די בריוו פון עצתו אמונה און דאס דרוקן און נאכאמאל דרוקן. וואויל איז פאר אלע וואס העלפן דרוקן די ספרים וואס איז מחזק אידישע קינדער, דער וועט זוכה זיין צו די הבטחה וואס מוהרא"ש האט מבטיח געווען פאר ווער עס וועט דרוקן דעם ספר אשר בנחל, אז מען וועט זען גרויסע ישועות. &nbsp; א כתיבה וחתימה טובה" &nbsp; עס איז יעצט דא דער געוואלדיגער געלעגענהייט צו קענען קויפן א זכות ווען מען דרוקט דעם הייליגן ספר וועלכע גייט צום דרוק ממש בקרוב, רופט שוין מוה"ר ישעי' איידליס הי"ו אויף: 347.831.1391 אדער מוה"ר שמואל אייכנשטיין הי"ו אויף: 917.589.3382. &nbsp; גלייכצייטיג טוט מכון עצתו אמונה מעלדן אז מען קען נאך קויפן דעם זעלטענעם "זכות מהדורה". &nbsp; דער זכות פון העלפן דרוקן די הייליגע ספרים וואס זענען מגלה און מפרסם דעם אויבערשטן וועט זיכער מגין זיין פאר אלע משתתפים צו פארשריבן ווערן מיט א כתיבה וחתימה טובה און א זיס געבענטשט יאר.

    < זעה מער ו אלול תשפ"ד 📝
  • מיין חלק הפצה - קרן הדפסה קאמפיין תשפ"ה

    דער שפיגעלע פון היכל הקודש איז בלי ספק דער קרן הדפסה. נאך אנגעהויבן פון די צייטן פון הייליגן רבין און רבי נתן איז הדפסה געווען א גאר שטארקע יסוד אין ברסלב, ווי דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט "איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע זאכן, אבער דער עיקר עסק דארף זיין צו אנטרונקען ביימער", דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט אז נאך אסאך התבודדות איז ער געקומען צום מסקנה אז דער עיקר הפצה דארף זיין דורך דרוקן און מפיץ זיין. מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן פון הפצה, מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ חזר'ן זיין אייגענע סיפור התקרבות, וויאזוי ער איז געטוישט געווארן פון א ווילדע בחור וואס האט נישט געהאלטן ביים לערנען, איז ער נאכן זיך אנטרעפן מיט א קליין ספר משיבת נפש, געווארן א גרויסער מתמיד, און עובד השם, ביז ער איז אויסגעוואקסן דער גרויסער צדיק וואס האט געשריבן די אלע הייליגע ספרים און קונרטסים געבויעט אויף די ווערטער פון אונזערע הייליגע רבי'ס. &nbsp; ווען מוהרא"ש איז אריינגעקומען דער ערשטער מאל אינעם ערשטן קליינעם בית הדפוס וואס האט זיך דאן געפונען אינעם בנין הישיבה אויף 27 סקילמאן סט. איז מוהרא"ש געווען אזוי פרייליך, ווען איינער האט זיך אנגערופן אז דער הייליגער רבי נתן וואלט זיכער געווען זייער פרייליך צו האבן אזא בית הדפוס, האט מוהרא"ש געזאגט נישט ער וואלט געווען, נאר דער הייליגער רבי נתן פריידט זיך זיכער מיט דעם וואס זיינע הייליגע פעולות פון פארשפרייטן די זיסע און לעכטיגע עצות זעצן פאר. &nbsp; המפורסמות אינם צריכות ראיה, יעדער זעט דעם ריזן בנין אין וואס דער בית הדפוס געפונט זיך, דאס איז נישט קיין טרוקענע קאלטער בנין, דארט קאכט זיך אויף קעסל און כלים, עס טוט זיך און עס לעבט זיך מען טייפט, מען שרייבט, מען שטעלט אויס, מען איז מגיה, מען דיזיינט, מען רעקארדירט, מען באשטלעט, און מען שיקט. פילע היימישע אינגעלייט געבן זיך אוועק יומם ולילה צו באגלייטן און העלפן מיט די הייליגע ארבעט, און פון דארט גייט ארויס הפצה אויף יעדן מעגליכן וועג וואס מען קען נאר טראכטן. &nbsp; זאל עס זיין קונטרסים, ספרים, אויסגאבעס, אדער גליונות, צי זאל מען רעדן פון די כתבים פון הייליגן רבין, רבי נתן, מוהרא"ש אדער יבדלחט"א דער ראש ישיבה שליט"א, מען קען רעדן פון סידיס פון דרשות, הערליכע פראפעסיאנאלע מוזיק סידיס, אדער מוזיק ווידיאס, אפשר קען מען אריינקוקן צו די אפיסעס פונעם וועבסייט, קול ברסלב, אדער שאפ ברסלב. כאפט א שפאציר אין די אפיסעס פונעם קרית ברסלב בלעטל אדער די גליונות, אלע ארבעטן פלייסיג יעדער מיט זיין אויפגאבע, שרייבער, טייפער, מגיהים, דיזיינערס, רעדאקטארן. און מען קען נאך ווייטער זען פיל מער, אלע מיט איין ציל: צו טרעפן א שליסל צו עפענען נאך א אידיש הארץ אז דער אויבערשטער זאל דארט טרעפן א פלאץ צו וואוינען. מיט אונזער גלות אמעריקע, מיט די נסיונות פון נערוון, און טעראפי. מיט די שווערע טשעלענדזעס פונעם הייטיגן אינסטענט דור, זוכט דער אויבערשטער א וואוינונג. &nbsp; דאס אלעס קאסט אסאך געלט צו קענען אויפהאלטן, נאך אלע הכנסות וואס עס קומט אריין אינעם בית הדפוס בלייבט נאך איבער א חודש'ליכע דעפעציט פון כמעט פערציג טויזענט דאלאר. אבער דאס האלט נישט אפ די געטרייע אינגעלייט פון ווייטער אנגיין. אבער דערפאר קומט דער בית הדפוס ארויס מיט א רוף צו אנשי שלומינו מען זאל זיך אנשליסן אינעם קאמפיין וואס ווערט יעצט אייגעפעדימט צו שטיצן און אויפהאלטן די אלע הייליגע פעולות וואס טראגט דער נאמען "מיין חלק הפצה", ווייל נישט יעדער קען פיזיש טון אין הפצה אויף די זעלבע וועג, אבער יעדער תלמיד היכל הקודש קען נעמען זיין חלק אין הפצה דורך קויפן איינע פון די זכותים. &nbsp; אין די קומענדיגע טעג וועט דער גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אנפאנגען צו פארקויפן די גרויסע זכותים, מען וועט קענען קויפן דער זכות פרנס השנה פאר בלויז $200 דאלאר א וואך, און פרנס החודש פאר בלויז $100 א וואך, פרנס השבוע פאר בלויז $50 א וואך, און פרנס היום פאר א נישטיגע $20 א וואך, ווייניגער וויפיל עס קאסט א טעגליכע קאווע. &nbsp; און בעזרת השם יתברך וועט פארקומען א הערליכע מעמד הכרת הטוב קומענדיגעס יאר ראש חודש אלול תשפ"ה פאר אלע וואס נעמען א חלק אין שטיצן דעם הייליגן מוסד, וואס וועט פארקומען אינעם גיגאנטישן בנין פונעם קרן הדפסה. עס וועלט פארטיילט ווערן שיינע פרסים פאר אלעמען און מען וועט האבן די זכי' בעז"ה צו הערן דברי התחזקות פונעם ראש ישיבה שליט"א.

    < זעה מער ו אלול תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 31 to 45 of 292 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 19 20
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com