Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • די נארט אטלאנטיק טריטי ארגאניזאציע (נאטא)

    אום אפריל 1949 למספרם איז געגרינדעט געווארן די נאטא ארגאניזאציע וואס האט צוזאם גענומען פילע מערב וועלט לענדער אין אן אליאנץ כדי צו זיין א קאנטער כח קעגן די סאוויעטישע פאראיין וואס האט געדראעט איינצושלינגען גאנץ אייראפע אונטער איר סאציאליסטישע/קאמוניסטישע רעדזשים.   די אריגינעלע מיטגלידער פונעם פאראיין זענען געווען איטאליע, אייסלאנד, אמעריקע (יו-עס-עי), בעלגיע, דענמארק, לוקסעמבורג, נארוועגיע, ענגלאנד (יו-קעי), פארטוגאל, פראנקרייך און קאנאדא. וואס האבן זיך צוזאם גענומען צו פארמירן א מאכטפולע מיליטערישע בלאק אפצושרעקן דעם רוסישן בער פון אייננעמען פרישע לענדער אוטער אירע נעגל.   נאכן צוזאמפאל פונעם סאוויעטשן פארבאנד האט די פאראיין אנגעהאלטן און זיך צוגעפאסט צו די פרישע מצבים פון די וועלט, ווי זיך ארויסהעלפן אין צייט פון נויט, טעראריזם געפארן וכדומה.   מיט די יארן זענען צוגעקומען צו נאטא נאך פילע לענדער, היינט צו טאגס פארמאגט זי דרייסיג פולקאמע מיטגלידער, צוויי לענדער וואס האלטן אינמיטן די פראצעדור פון זיך אנשליסן, און נאך עטליכע לענדער וואס ווילן זיך אנשליסן. די צוגעקומענע לענדער זענען אונגארן, אלבעניע, בולגאריע, גריננלאד, דייטשלאנד, האללאנד, טערקיי, טשעכיי, ליטא, לעטלאנד, מאנטאנעגרא, סלאוואקיע, סאלוועניע, עסטאניע, פוילן, צפון מעקאדאניע, קראאטיע, רומעניע, שפאניע. טייל פון די לענדער זענען פריער געווען א טייל פונעם סאוויעטשן פארבאנד. די לענדער וואס זענען אינמיטן די פראצעדור פון אנגענומען ווערן זענען פינלאנד און שוועדן שכנים פון רוסלאנד וועלכע האבן באשלאסן זיך אנצושליסן נאכדעם וואס רוסלאנד האט אינוואדירט אוקריינע מיט צוויי יאר צוריק. פאלגענדע דריי לענדער זענען אין געשפרעכן און ווילן זיך אנשליסן באסניע-הערצאגוואניע, גרוזיע, און אוקריינא.   נאטא - און בעיקר דאס וואס זיי האבן אריינגענומען פילע לענדער וואס זענען פריער געווען א טייל פון די סאוויעטישע פארבאנד, ווערט אנגעקוקט דורך רוסלאנד אלץ די הויפט סיבה פארוואס זיי בארעכטיגן די אינוואזיע אויף אוקריינא. פונעם רוסשן פערספעקטיוו האבן זיי מורא געהאט אז זיי וועלן פארלירן א שטארק סטראטעגישע ארט ביים שווארצן ים, וואס האט זיי אנגערייצט איינצונעמען קרימיע מיט צען יאר צוריק, און דערנאך זיי אריינגעפירט צו די גרעסערע אינוואזיע קיין אוקריינא וואס זאל זיי געבן צוטריט צו קרימיע פון די יבשה נאכדעם וואס אוקראינע האט אין רעאקציע צום אינוואזיע אפגעהאקט דאס וואסער פלוס פונעם טרוקנענעם האלב אינזל קרימיע.   על אפם ועל חמתם פון רוסלאנד האט עס אבער גורם געווען פונקט דאס פארקערטע. די לענדער שוועדן און פינלאנד וואס האבן אלע יארן זיך געהאלטן נייטראל - אזוי צו זאגן, און נישט וועלנדיג אויפברויזן רוסלאנד האבן זיי זיך צוריק געהאלטן פון זיך אנשליסן אין נאטא. דאס האט זיך אבער געטוישט אין די רגע רוסלאנד האט אנגעגריפן אוקריינא - ווי די וועלט קוקט עס אן - על לא עוול בכפם, האבן די צוויי שכנים פון רוסלאנד באשלאסן אז עס איז צייט פאר זיי זיך אנצושליסן אין נאטא, איידער רוסלאנד'ס אפעטיט פאר נאך שטח שלינגט זיי איין.   נאטא לערנט אונז אויס די גרויסע כח פון אחדות און זיך צוזאם נעמען, חז"ל איז פול מיט ממרות פון די גרויסע כח פון אחדות, ווי ס'איז באקאנט די משל פון א קנה א דינע שטעקן וואס מ'קען גרינג צוברעכן, אבער ווען מ'בינדט צוזאם א גרויסע בינטל פון דינע שטעקענס איז עס כמעט אוממעגליך צו צוברעכן. חז"ל זאגן אז ווען אידן זענען באחדות, אפילו עס איז דא צווישן זיי אפילו עבודה זרה רח"ל קען דער מידת הדין נישט שולט זיין אויף זיי. אחדות איז די שליסל צו הצלחה ברוחניות ובגשמיות.   פונקט ווי די מערב וועלט האבן זיך צוזאם גענומען און געמאכט א פאראיין, און רוסלאנד חלומ'ט נישט אפילו פון צורירן אן אינטש פון נאטא, נאך מער איז דאס ביי אידישע קינדער. דער רבי זאגט אין ספר המידות אות פחד סימן כד, "כשישראל באחדות האומות מתפחדים מהם," ווען אידן זאלן לייגן אלע מחלוקת אין א זייט און זיך ליב האבן אפילו אלע מיינונגס פארשידענהייטן וואלט אלע שונאי ישראל זיי נישט געקענט צורירן. אויך שטייט אין מדרש "גדול השלום שאפילו בשעת מלחמה אין פותחין אלא בשלום" (ויקרא רבה פרשה ט) אז אפילו בשעת מען האלט מלחמה דארף מען צוערשט פרובירן מיט שלום.   די ערשטע זאך דארף א מענטש שלום מאכן מיט זיך אליינס. א מענטש דארף זיך קענען אננעמען און זיין צופרידן פון וויאזוי דער אויבערשטער האט אים געמאכט. דערנאך דארף ער זיין צופרידן פון זיין טאטע מאמע, ווייב אדער מאן, פון זיינע קינדער, און זיי אננעמען אזוי וויי זיי זענען, און ווען עס איז דא שלום איז דא א ברכה "לא מצא הקדוש ברוך הוא כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום", "כינוס לצדיקים נאה להם ונאה לעולם", לאמיר אנהייבן קוקן גוט אויף זיך אויף די ווייב און קינדער און אויף אלע ערליכע אידן, וועלן מיר זיין אמת'ע ערליכע אידן, און דער אויבערשטער וועט האבן נחת פון זיינע קינדער ווי זיי האבן זיך ליב.

    < זעה מער טו טבת תשפ"ד 📝
  • פארוואס ווערט זילבער געל?

    ערב שבת קודש אינדערפרי, זאת חנוכה, ר' יעקב קוקט אויף זיין זילבערנעם מנורה אין וואס ער האט געצינדן די לעצטע אכט טעג, און פארברענגט מיט זיין משפחה, געזונגען אינאיינעם, גערעדט צום אויבערשטן פארענט פון די הייליגע ליכט, ער כאפט אן די מנורה מיט ליבשאפט, און לייגט עס פארזיכטיג אוועק אויף א וועג, וויסענדיג אז זילבער וואס איז אויסגעשטעלט צו די לופט ווערט גאנץ שנעל געל. &nbsp; אבער וואס מאכט זילבער זאל געל ווערן (טארניש)? די געלקייט וואס מען זעט אויף די זילבער איז א רעאקציע פון זילבער וואס רירט אן שוועבל (סולפור), איינע פון די מאטריאלן וואס שוועבן ארום אין לופט איבעראל אין די וועלט. זילבער וועט שנעלער געל ווערן אין נאסע (הומיד) פלעצער, אדער פלעצער מיט אומריינע לופט (פאלושן). &nbsp; מענטשן - אזוי ווי זילבער - ווערן אויך געל אויב מען איז אויסגעשטעלט צו די וועלט צופיל, חז"ל זאגן (ברכות ו ע"ב) "ר' יוחנן ור' אלעזר דאמרי תרוייהו כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום", ווען א מענטש דארף צוקומען צו מענטשן, ער מוז געפעלן פאר יעדעם, ווערט ער נעבעך פארשווארצט. &nbsp; מען זעט מענטשן מאכן שמחות, וואס באמת איז דאס די שענסטע צייט אין לעבן, וואס קען זיין שענער ווי מען האט געבוירן א אינגל אדער א מיידל, מען מאכט פיאות פאר א קינד, מען מאכט בר מצוה, מען טוט א שידוך, מען מאכט חתונה און אזוי ווייטער, דער מענטש דארף יעצט שיינען און גלאנצן ווי זילבער צווישן זיך און דער אויבערשטער, ער קען זאגן שירה צום אויבערשטן, דאנקען און בעטן אויף ווייטער, ער קען זאגן גאנץ נשמת "עד הנה עזרוני רחמיך... ואל תטשינו ה' אלוקינו לנצח". דאס איז אבער נאר ווען ער ווערט נישט צו שטארק עקספאזט צו די פארפעסטעטע שוועבל לופט פון די גאס, ער זיצט ביי זיך אינדערהיים און איז נהנה מזיו השכינה, און דאנקט און לויבט דעם אויבערשטן פאר זיינע אלע חסדים. ווער איז נאך אזא גליקליכע מענטש ווי אים? &nbsp; ווען מען רירט אבער צו די גפרית ומלח שריפה כל ארצה, מען קוקט אויף רעכט און לינקס, "וואס טוט דער שכן?", "איז עס 'נארמאל'?", מען "מוז" מאכן א שיינע שמחה, יעדער זאל זען, יעדער זאל רעדן, יעדער זאל קומען, מען דארף פרעגן יעדעמ'ס דעות, און מען הערט פון די אזוי גערופענע "חברים", "דו מוזט זיך אהערשטעלן באלעבאטיש", "קענסט נישט זיין קיין שנארער", ווערט נעבעך די פנים שווארץ, געל, און גרין. מען מוז בארגן פון די גאנצע שטאט, און מען קען נישט קומען דאווענען אין קיין אין שול, ווייל מען קען נישט קוקן די בעלי חובות אין פנים. &nbsp; טייערע אידן אין אמעריקע, לאמיר אנהייבן לעבן פאר זיך, און טון וואס איז גוט אין די אויגן פון אויבערשטן, וועלן מיר לעבן א גליקליך לעבן אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.

    < זעה מער ו טבת תשפ"ד 📝
  • איד פון ארץ ישראל באפרייט פון וויניצע תפיסה ב"ה

    אידן איבער די וועלט דאנקען דעם אויבערשטן אז א ברסלב'ע חסיד א טאטע פון צוויי קינדער איז באפרייט געווארן פון תפיסה אין אוקריינא און איז אהיים געפארן קיין ארץ ישראל גענצליך ריין פון שולד. &nbsp; די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן פארגאנגענעם חודש אלול ווען ער איז געפארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, און האט געוואלט אויסנוצן די געלעגענהייט צו פארן צו קברי צדיקים צום הייליגן רבי נתן און צום בעל שם טוב זי"ע אין מעזיבוז, און פארענדיג אין א קאר האט פאסירט אן עקסידענט ל"ע ווי אן אוקרייניש מיידל איז רח"ל אומגעקומען. אויפן פלאץ האבן די אויטאריטעטן איינגעשפארט אלע וואס זענען געווען אין די קאר, אבער ב"ה נאך עטליכע טעג האבן זיי אלעמען באפרייט אויסער דעם דרייווער וועלכע זיי האבן געהאלטן אין הויז ארעסט, ווי דער חשובער חב"ד שליח אין וויניצע האט אריינגענומען דעם אינגערמאן צו זיך אהיים פאר די אלע חדשים ביז יעצט ווען זיין געריכט פראצעדור האט זיך געענדיגט, און יעצט געלויבט דעם אויבערשטן איז אנגעקומען די גוטע בשורה אז דער חשובער אינגערמאן איז געווארן פריי און איז שוין אינדערהיים. &nbsp; די באפרייאונג האט פאסירט דוקא אין דעם מסוגל'דיגע טאג כ"א כסלו, דער זעלבער טאג וואס דער הייליגער סאטמארע רבי זי"ע איז באפרייט געווארן פון די נאצישע נעגל. אזוי אויך האט דער טאג כ"א כסלו א ספעציעלע באדייט ביי די היימישע אידן אנשי שלומינו וואס רעדן אידיש, וואס אין דעם טאג כ"א כסלו תש"ע האט מוהרא"ש אנגעהויבן צו שרייבן די אידישע בריוו פון אשר בנחל ספעציעל פאר די תלמידים פון אמעריקע. &nbsp; עס האט אמאל פאסירט איינער האט פארלוירן געלט, און יענער איז געקומען צום הייליגן רבי'ן ער זאל אים מחזק זיין האט דער רבי געפרעגט "פארוואס געבסטו נישט אכטונג?, א איד פלאגט זיך אויף דאס געלט דארף מען אכטונג געבן דערויף". פון דעם זעט מען אז כאטש מ'דארף מחזק זיין יעדן איד, דארף מען אבער נוצן יעדע זאך זיך לערנען דערפון. &nbsp; כאטש דער דרייווער האט באמת געדרייווט פארזיכטיג, און עס איז באמת גארנישט געווען וואס ער וואלט געקענט טון עס צו פארמיידן, קען מען אבער אויסנוצן דעם געלעגענהייט זיך אויפצופרישן און זיך דערמאנען וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן איבער דרייוון אז א קאר איז ווי א גאן, און מ'דארף זייער נזהר זיין אפצוהיטן די לאקאלע געזעצן פון דרייוון, נישט פאר שנעל, און נישט אריבערפארן ביי א רויט לייט, און בכלל זיין רואיג און נאכגעביג ווען מען פירט א קאר, און חלילה נישט דרייווען ווען מען איז מיד. &nbsp; אויך איז כדי צו וויסן אז יעדע לאנד האט זיך זיינע געזעצן, און קוקן אן אנדערש יעדע זאך, און אפילו מען טראכט אז מען קען זיך שפארן עטליכע דאלער ווען מען דרייווט אליינס, אבער פון דא זעט מען אז די געשעפט האט זיך בכלל נישט געלוינט, ווייל צום סוף האט עס נעבעך געקאסט דעם אומשולדיגן אינגערמאן צענדליגע טויזנעט דאלער, ער איז נעבעך געווען אפוועזענט פונדערהיים פאר אזוי לאנג.

    < זעה מער כד כסלו תשפ"ד 📝
  • אוויאציע און פליגערס

    אונזער באקאנטער ר' יעקב וועמען מיר האבן שוין קענען געלערנט פאריגע וואך שפאצירט צווישן די ביימער - ווי ער טוט כסדר - און דאנקט דעם אויבערשטן אויף זיינע פילע חסדים וואס ער טוט מיט אים יעדן טאג און יעדע מינוט, ער גייט דורך די אל"ף בי"ת, כדי דאס זאל אים ארויסהעלפן אין זיין התבודדות מיסיע, א' אומאן, "שכח אייבישטער אז איך האב זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבין אין אומאן", ב' באשעפער, "שכח אייבישטער אז איך ווייס פון דיר באשעפער דו האסט מיר באשאפן אין א משפחה וואס ווייסט פון דיר." און אזוי ווייטער. &nbsp; די גראז און ביימער העלפן אים ארויס מיט זיין שפאציר און שמועס מיטן אויבערשטן, ווען פון אלע זייטן טשוויטשקען זיך אזוי זיס די פייגעלעך, ווען אויך זיי זינגען שירה צום אויבערשטן, בשעת זיי פליען אזוי פריי צווישן די ביימער און גראז. &nbsp; יעקל באטראכט די פייגעלעך, און קוקט זיך צו ווי זיי פליען אזוי גרינג מיט בלויז א שאקל פון די פליגלען, "וויאזוי פליען זיך די פייגלעך אזוי גרינג?", ער כאפט זיך אז אייגענטליך האט דער אויבערשטער אריינגעגעבן חכמה אין די מענטשן מען זאל קענען נאכמאכן די פייגלעך, היינט צו טאגס זענען פארהאן א געשאצטע פינף און צוואנציג טויזענט פליגערס אין באנוצליכע צושטאנד, און יעדע מינוט געפינען זיך א געשאצטע צען טויזענט פליגערס אנגעפילט מיט פאסאנזשירן אין די לופט. &nbsp; טראכטענדיג פון די פליגערס איז די וואונדער אסאך גרעסער: א באואינג 747 פליגער וועגט היבש איבער 400,000 פונט (בערך 200,000 קילאגראם) און ווען עס איז אנגעפילט וועגט עס אן עוורידזש גאנץ נאנט צו א מיליאן פונט (איבער 400,000 ק"ג), לופט איז ממש א "גארנישט", איז וויאזוי קען דער "גארנישט" האלטן אזא שווערע פליגער? &nbsp; דער ענטפער דערצו ליגט אינעם קאצעפט וואס מען רופט "ליפט" (נישט זיך אויסמישן מיט "לופט"), דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין "ליפט" א געוואלדיגע כח, וואס ערמעגליכט אז ריזיגע פליגערס זאלן זיך קענען הייבן אין די לופט גרינגערהייט. כדי צו באקומען ליפט דארפן די פליגלען זיין פארמירט אין א ספעציעלע פארעם וואס שטופט ארויף דעם עראפלאן. &nbsp; כדי א פליגער זאל זיך קענען הייבן מוז עס פארן שנעל, און די פארעם פון די פליגלען זענען געבויעט אויף אזא וועג אז אויבן איז עס מער געדרייט און אונטן מער פלאך און ווען עס פארט שנעל פארט דורך לופט פון אונטן און העכער די פליגל, די לופט פון העכערן פליגל דארף פארן שנעלער צוליב די לענגערע וועג ביז די אנדערע עק, און דאס איז גורם א שטארקע לופט דורק פון אונטערן פליגל און א נידעדיגע לופט דרוק פון אויבן, דאס איז די באדייט פון א "ליפט" וואס אויף דעם קאנצעפט איז געבויעט דאס פליען פון פליגערס. &nbsp; "כל העולם לא נברא אלא בשבילי," טראכט ר' יעקב צו זיך, מיליאנען גויים ארבעטן יעדן טאג אין די אוויאציע אינדוסטריע, דער ביים בויען די פליגער, און די אנדערע ביי די לופטפעלדער, אלעס ווערט מעינטעינד, אן דעם וואס איך דארף אפילו טראכטן דערפון, אלעס האט דער אויבערשטער צוגעגרייט אז ווען איך וועל דארפן פארן ערגעץ מיט א פליגער, אויף שמחות, אדער צום רבין קיין אומאן, דארף איך בלויז שאקלען מיט די ליפן און בעטן תפילות פונעם אויבערשטן, און הונדערטער עירליינס און עירפארטס, קאנטראל צענטערן, סעקיוריטי באאמטע, אלע שטייען און ווארטן אז איך זאל קומען צום באשטימטן רייזע. אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, ווען אנשי שלומינו האבן געוואלט פארן פון אביסל ווייטערע לענדער - צום ביישפיל ארץ ישראל - קיין אומאן, פלעגט מען זיך דארפן ארויסלאזן וואכן פריער, שוין אנפאנג חודש אלול, און זיך געוואלגערט אויף די וועגן מיט וועגענער קיין איסטאנבול טערקיי, און פון דארט מיט א שיף קיין אדעסע. ווער רעדט נאך אויב איינער וואלט געוואלט פארן פון אמעריקע קיין אומאן. &nbsp; היינט אפילו ווען די וועגן זענען אביסל שווערער פון עטליכע יאר צוריק, איז עס רעליטיוו ממש גארנישט, דאנקען מיר דעם אויבערשטן אז מען קען פארן צום הייליגן רבין און סיי וואו מיר ווילן ממש ווי א מלך, און אין ווייניגער פון צוויי טעג קענען מיר אנקומען פון ניו יארק ביז אומאן. &nbsp; ר' אברהם בן ר' נחמן האט זיך אויסגעדרוקט בשנת תר"ע, ווען עס האט נאך געדויערט חדשים צו פארן אויפן שיף "עס וועט נאך קומען א צייט א מענטש שטייט אויף עס איז אים שווער אויפן הארץ, וועט ער קענען דאווענען אין ארץ ישראל שחרית, מנחה ביים רבינס ציון, און מעריב אינדערהיים."

    < זעה מער כג כסלו תשפ"ד 📝
  • האנטער ביידען קורופציע סקאנדאל

    די סקאנדאל האט זיך אנגעהויבן דורך אן ארטיקל אין א ניו יארקע צייטונג וואס האט פארעפענטליכט אימעילס געפונען אויף א לעפטאפ וואס האנטער ביידען האט איבערגעלאזט ביי א קאמפיוטער געשעפט עטליכע יאר צוריק. דאס האט פאסירט הארט איידער די עלעקשאנס מיט דריי יאר צוריק, וואס דאן האט די מידיע - וואס איז שטארק לינק געשטימט - דערשטיקט די געשיכטע, מיטן ציל אז טראמפ זאל עס נישט קענען נוצן אין זיין פארמעסט קעגן ביידען, און האט אנשטאט דעם נאך מהפך געווען קערה על פיה זאגענדיג אז די גאנצע געשיכטע - וואס האט זיך ארויסגעשטעלט למעשה אלץ וואר - איז נישט מער ווי "רוסישע פראפאגאנדע" וואס זוכט אז טראפ זאל געווינען. &nbsp; האנטער ווערט באשולדיגט אין באקומען באצלאט שווערע מיליאנען פון די אוקריינישע בוריסמא פירמע בשעת ער האט גארנישט געטון פאר זיי, אויסער שתדלן ביי זיין טאטן אלץ וויצע פרעזידענט פון אמעריקע אונטער באראק אבאמא לטובת די פירמע. אין די טעג קומען ארויס באווייזן אז האנטער האט געשיקט כסדר באצאלונגען דירעקט צו זיין טאטענ'ס באנק אקאונט, נוצנדיג פארדשידענע דריידלעך מען זאל נישט זען פון וואו עס קומט. &nbsp; וואס א טאג מער זעט עס אויס אלץ מער און מער ווי האנטער וועט אנגעקלאגט ווערן אויף הארבע קלאגעס, און עס איז נישט אויסגעשלאסן קלאגעס קעגן דעם פרעזידענט אליינס. דאס ברענגט ארויס דעם לימוד פון סוף גנב לתלי', א מענטש מיינט אז מען קען זיך באהאלטן פונעם אויבערשטן, אבער צום סוף אויב א מענטש טוט נישט תשובה ח"ו, איז עס גרויסע בזיונות. &nbsp; אבער פון די אנדערע זייט איז דא א סארט גניבה וואס איז דווקא יא געראטן. דאס איז ווען א מענטש גנב'עט צייט צו לערנען, ער האט נישט קיין צייט, ער קען נישט לערנען, אבער ער גנב'עט ארויס א מינוט דא, א מינוט דארט, און מיט דעם דערהאלט ער זיך דאס חיות, ער זאל קענען בלייבן מחובר צום אויבערשטן. אויב יעדע גניבה זעט דער אויבערשטער איז כל שכן די סארט גנבות וואס א מענטש כאפט זיך ארויס מינוטקעלעך צום לערנען, וואס פארא שכר עס ווארט אים אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט. &nbsp; דער רבי טייטש "קבעת עתים לתורה" אז מען וועט פארהאלטן א מענטש נאך די הונדערט און צוואנציג פארוואס ער האט נישט כאטש "געגנבעט" אפאר מינוט צו תורה. אפילו מען האט נישט קיין צייט, אבער דא מעג מען און דארף מען גנב'ענען.

    < זעה מער כב כסלו תשפ"ד 📝
  • מאנישעוויץ רופט צוריק פארעווע טשאקאלאד מטבעות

    די באקאנטע אמעריקאנע אידישע מאנישעוויץ פירמע האט געמאלדן א ריקאל אויף טויזנטער פעקלעך כשר'ע טאשקאלאד קוינס פארקויפט אין ניו יארק סטעיט און ארום, צוליב וואס אויף זיי זענען געלעיבלט אלץ פארעווע און עס איז בטעות אריינגעפאלן צווישן זיי עליכע מילכיגע מטבעות. די פירמע פראדוצירט סיי פארעווע און סיי מיליכיגע, און זיי זענען גרינג צו דערקענען, די מילכיג ווערן ארומגעוויקעלט מיט א גאלדענע פארפאקונג בשעת די פארעווע וועלן זיין אין זילבערנע, ווי די פרימע זאגט איז דא געשען א טעות ביים פארפאקן די פעקלעך זענען אריינגעפאלן ביי עטליכע פארעווע פעקלעך גאלדענע מילכיגע מטבעות, וואס אויב מען מיינט אז עס איז פארעווע קען מען חלילה נכשל ווערן אין די איסור פון בשר בחלב, אבער אויך קען עס זיין א סכנה פאר אזעלעכע וואס זענען אלערגיש צו מילכיגס. &nbsp; די ריקאל איז נאר פאר די פעקלעך וואס האבן די לאט קאוד 072700200387, און אויב מען זעט אז די שאקאלאד זענען נאר זילבערנע קען מען עס בעזרת השם רואיג עסן אלץ פארעווע, און אויב האט עס א גאלדענע איז דער מטבע א מילכיגע. די פירמע האט געבעטן אלע געשעפטן אראפ צו נעמען דעם פראדוקט פון די שעלפס און זיך פארבינדן מיט זיי. &nbsp; ערליכע אידן ווייסן ווי וויכטיג עס איז אכטונג צו געבן אויף די כשרות פון וואס מען עסט, לאמיר זען וואס דער ראש ישיבה שליט"א ברענגט נאך פון מוהרא"ש בנוגע כשרות און הכשרים. אויף א שאלה אום חודש תמוז תשפ"ב וואס איינער פרעגט צי מען מעג טרינקען סאדע וואס האט נאר אן או-יו, ענטפערט דער ראש ישיבה ווי פאלגענד: דא האסטו א בריוו פון מוהרא"ש, וואו ער זאגט מען זאל נאר טרינקען און נאר עסן מיט גוטע הכשרים: בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם ה' לְסֵדֶר וַיְחִי, עַשָׂרָה בְּטֵבֵת ה'תשע"ב, שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל הָאַבְרֵךְ ... נֵרוֹ יָאִיר, אִיךְ הָאבּ דֶערְהַאלְטְן דַיין לַאנְגֶען בִּיטֶערְן בְּרִיוו, אִיךְ מוּז מְקַצֵר זַיין, וָוארוּם אִיךְ פַאסְט זֵייעֶר שְׁוֶוער וְכוּ'. בְּעִנְיָן מַאֲכָלוֹת אַסוּרוֹת וְכוּ', דַארְף מֶען זֵייעֶר זֵייעֶר אַכְטוּנְג גֶעבְּן הַיינְטִיגֶע צַייטְן נִישְׁט קוֹיפְן קַיין שׁוּם מַאֲכָל וָואס עֶס הָאט אוֹיף דֶעם אַ חֲשַׁש דְחֲשַׁשׁ וְכוּ', אַ סָפֵק אוּן אַ סָפֵק סְפֵיקָא וְכוּ' פוּן עֶפֶּעס אַן אִיסוּר פוּן מַאֲכָלוֹת אֲסוּרוֹת, הַיינְטִיגֶע צַייטְן אִיז נִישְׁטָא קַיין תֵּירוּץ צוּ קוֹיפְן אַ מַאֲכָל אַבִּי וָואס וְכוּ' אֲפִילוּ מִיט אַן הֶכְשֵׁר פוּן "אָהּ יוּ" OU וָואס דָאס אִיז בַּאוואוּסְט נָאר אַן הֶכְשֵׁר בְּדִיעֶבֶד דְבְּדִיעֶבֶד וְכוּ', אוּן אוֹיכֶעט נָאר פַּארֶעוֶוע זַאכְן וָואס סְ'וֶוערְט נִישְׁט אַרַיינְגֶעמִישְׁט אִין דֶעם קַיין שׁוּם חָלָב עַכּוּ"ם אָדֶער חָלִילָה וְחַס בָּשָׂר טְרֵיפוֹת, אָבֶּער אַזוֹי טָאר מֶען דָאס נִישְׁט נִיצְן, "אָהּ יוּ" OU אִיז אַן הֶכְשֵׁר בְּדִיעֶבֶד שֶׁבְּדִיעֶבֶד אוֹיכֶעט נָאר אוֹיף אַזֶעלְכֶע זַאכְן וָואס מֶען וֵוייסְט זִיכֶער אַז סְ'וֶוערְט אִין דֶעם גָארְנִישְׁט אַרַיינְגֶעמִישְׁט וְכוּ' וְכוּ'. הַיינְט קֶען מֶען בַּאקוּמֶען אַלֶע מַאֲכָלִים מִיט דִי בֶּעסְטֶע הֶכְשֵׁרִים פוּן עֶרְלִיכֶע רַבָּנִים יִרְאֵי הַשֵׁם. &nbsp; אַוַדַאי אוּן אַוַדַאי אִין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל דַארְף מֶען אַכְטוּנְג גֶעבְּן מֶער אוּן מֶער, וַוייל דָארְטְן זֶענֶען זֵיי אִינְטֶערֶעסִירְט מַכְשִׁיל צוּ זַיין אִידְן מִיט מַאֲכָלוֹת אֲסוּרוֹת, וָוארוּם דֶער רַמְבַּ"ם בְּרֶענְגְט (אִגֶרֶת תֵּימָן) דָאס וֶוען אַ מֶענְטְשׁ עֶסְט טְרֵיפוֹת אוּן נְבֵילוֹת אִיז אִים שׁוֹין שְׁוֶוער מְקַבֵּל צוּ זַיין דִי אֱמוּנָה, אִיבֶּערְדֶעם אִיז גַאנְץ אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל פַארְפְלֵייצְט מִיט נְבֵילוֹת אוּן טְרֵיפוֹת פְּשׁוּטוֹ כְּמַשְׁמָעוֹ, בְּשַׂר הַשְׁפַנִים וְהַחֲזִירִים וְכוּ' וְכוּ', אוּן אַלֶעס בְּהֶכְשֵׁר פוּן דִי 'רַבַּנוּתּ' וְכוּ', אוּן דָאס אִיז נִישְׁט קַיין גוּזְמָא, וֶוער סְ'וואוֹינְט אִין יַבְנְאֵל אוּן זֶעט וָואס דָארְטְן טוּט זִיךְ אָפּ מִיט דִי רַע-הַמְקוֹמִי (מִיטְ'ן 'שְׁטְרָאף' פוּן שְׁטֶעטְל), וָואסֶערֶע הֶכְשֵׁרִים עֶר גֶעבְּט אוֹיף טְרֵיפוֹת אוּן נְבֵילוֹת, אִיז שׁוֹין נִישְׁט קַיין וואוּנְדֶער, אִיבֶּערְדֶעם אִיז נִישְׁטָא קַיין תֵּירוּץ הַיינְטִיגֶע צַייטְן צוּ קוֹיפְן אַ מַאֲכָל אָן אַן הֶכְשֵׁר פוּן אַן עֶרְלִיכְן רָב, סְ'אִיז דָא! &nbsp; דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (סֵפֶר הַמִדוֹת, אוֹת אַכִילָה, חֵלֶק ב', סִימָן י') מִי שֶׁנִזְהָר מִמַאֲכָלוֹת אֲסוּרוֹת, הוּא נִצוֹל מִחַיוֹת רָעוֹת; אִיבֶּערְדֶעם דַארְף מֶען זֵייעֶר זֵייעֶר אַכְטוּנְג גֶעבְּן נִישְׁט עֶסְן קַיין שׁוּם מַאֲכָל וָואס עֶס אִיז דָא אִין דֶעם אַ פִּקְפּוּק וְכוּ', אֲפִילוּ סָאדֶע אִיז נִישְׁט גְלַייךְ צוּ קוֹיפְן נָאר מִיט אַן הֵיימִישְׁן הֶכְשֵׁר! מֶען טָאר זִיךְ נִישְׁט פַארְלָאזְן אוֹיפְ'ן "אָהּ יוּ" OU, דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (סֵפֶר הַמִדוֹת, אוֹת דַעַת, סִימָן כ"ב) מִי שֶׁיִשְׁמוֹר אֶת עַצְמוֹ מִבִּשׁוּלֵי עַכּוּ"ם וּמִנֶסֶךְ, זוֹכֶה לְחָכְמָה וּמֵבִין בְּכָל סֵפֶר; דֶערְפַאר זֶעט מֶען עֶס אִיז דָא לֵיידֶער אַזוֹיפִיל קִינְדֶער וָואס דֶער קָאפּ אִיז פַארְשְׁטָאפְּט, אַלֶעס וַוייל דִי עֶלְטֶערְן זֶענֶען נִישְׁט נִזְהָר גֶעוֶוען מִיט מַאֲכָלוֹת אֲסוּרוֹת, אוּן מֶען הָאט אַרַיינְגֶעבְּרֶענְגְט אִין שְׁטוּבּ עֶסְנְוַוארְג אָן קַיין שׁוּם הֶכְשֵׁר וְכוּ', לֵיידֶער גֵייעֶן אַרוֹיס אַזוֹיפִיל אִידִישֶׁע קִינְדֶערְלֶעךְ לְתַּרְבוּת רָעָה, אַלֶעס וַוייל דִי עֶלְטֶערְן זֶענֶען נִישְׁט נִזְהָר וָואס זֵיי בְּרֶענְגֶען אַרַיין אִין שְׁטוּבּ, מַאֲכָלוֹת אַסוּרוֹת זֶענֶען מְטַמְטֵם אֶת הַלֵב, אִיבֶּערְדֶעם בֶּעט אִיךְ דִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק פוּן הַיינְט אָן זָאלְסְטוּ זֵייעֶר אַכְטוּנְג גֶעבְּן, וּבִּפְרַט פְלֵיישׁ זָאלְסְטוּ נִישְׁט קוֹיפְן, נָאר מִיט אַן הֵיימִישְׁן הֶכְשֵׁר, מִיט הֵיימִישֶׁע רַבָּנִים וָואס מֶען קֶען זֵיי, מְפוּרְסָם בְּיִרְאַת הַשֵׁם, אוּן סְ'אִיז הַיינְט דָא אַזֶעלְכֶע, אִיז פַארְוָואס דַארְף מֶען גֵיין קוֹיפְן פְלֵיישׁ פוּן אַ פְּלַאץ וָואס מֶען אִיז נִישְׁט זִיכֶער? אִיבֶּערְדֶעם בֶּעט אִיךְ דִיר זֵייעֶר, דוּ זָאלְסְט זֵייעֶר אַכְטוּנְג גֶעבְּן פוּן הַיינְט אָן נִישְׁט עֶסְן קַיין שׁוּם מַאֲכָלִים וָואס זֵיי הָאבְּן נִישְׁט קַיין הֶכְשֵׁר, אַז דוּ וֶועסְט מִיר פָאלְגְן וֶועסְטוּ נִישְׁט חֲרָטָה הָאבְּן. זָאלְסְט הָאבְּן אַ לֶעכְטִיגְן טָאג מִיט אַ פְרֵיילִיכְן תָּמִיד." &nbsp; &nbsp;דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט ווייטער "נאך א בריוו פון מוהרא"ש אויף דעם ענין: בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם ג' לְסֵדֶר וַיֵּשֶׁב, כ' כִּסְלֵיו ה'תשע"ג. שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל ... נֵרוֹ יָאִיר אִיךְ הָאבּ דֶערְהַאלְטְן דַיין בְּרִיוו. אִיךְ בֶּעט דִיר זֵייעֶר לָאז זִיךְ נִישְׁט פַארְפִירְן פוּן קֵיינֶעם נִישְׁט, הַיינְט קֶען מֶען קוֹיפְן אַלֶע כָּשֶׁרֶ'ע פְּרָאדוּקְטְן מִיט דִי בֶּעסְטֶע הֶכְשֵׁר, פַארְוָואס דַארְף מֶען קוֹיפְן מִיט אַ מְפוּקְפָּקְ'דִיגֶע הֶכְשֵׁר? מִיט אַן אָהּ-יוּ, אֲפִילוּ סָאדֶע אִיז אוֹיךְ נִישְׁט גְלַייךְ צוּ טְרִינְקְן מִיט זֵייעֶר הֶכְשֵׁר וֶוען עֶס אִיז דָא אַזֶעלְכֶע גוּטֶע הֶכְשֵׁרִים פוּן הֵיימִישֶׁע עֶרְלִיכֶע רַבָּנִים. &nbsp; אִיךְ פַארְשְׁטֵיי נִישְׁט וִויפִיל מָאל אִיךְ דַארְף רֶעדְן פוּן דֶעם אוּן שְׁרַייבְּן פוּן דֶעם וְכוּ', וָואס מַאכְט מֶען דַוְקָא לְהַכְעִיס? צוּ דֶערְצֶערֶענֶען אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן? דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז אוֹיסְגֶעלֶערְנְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק א', סִימָן ס"ב) אַז מֶען דַארְף אַכְטוּנְג גֶעבְּן פוּן יֶעדְן מַאֲכָל וָואס עֶס הָאט אִין זִיךְ אַ סְפֶק סְפֵיקָא פוּן אַן אִיסוּר, וָואס דָאס הֵייסְט אַ מַאֲכָל שֶׁלֹא נִתְבָּרֵר, פְּרָאסְט אוּן פָּשׁוּט, סְ'אִיז נָאכְנִישְׁט נִתְבָּרֵר גֶעוָוארְן אוֹיבּ סְ'אִיז אִינְגַאנְצְן כָּשֵׁר, דָאס הֵייסְט בִּירוּר הַמַּאֲכָלִים וְכוּ', דֶעמָאלְט וֶוען אַ אִיד גִיט אַכְטוּנְג וָואס עֶר עֶסְט אוּן וָואס עֶר טְרִינְקְט זָאל הָאבְּן אַן הֵיימִישְׁן הֶכְשֵׁר פוּן עֶרְלִיכֶע רַבָּנִים יִרְאֵי הַשֵׁם דֶעמָאלְט אִיז עֶר זוֹכֶה אַז פוּן זַיין עֶסְן וֶוערְט אַ יִחוּד קֻדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא וּשְׁכִינְתֵּה, אִיךְ פַארְשְׁטֵיי נִישְׁט פַארְוָואס אִיךְ דַארְף פוּן דֶעם אַזוֹיפִיל רֶעדְן, הַיינְטִיגֶע צַייטְן קֶען מֶען גְרִינְג נִכְשָׁל וֶוערְן מִיט טְרֵיפוֹת אוּן נְבֵילוֹת פְּשׁוּטוֹ כְּמַשְׁמָעוֹ, נָאר וֶועגְן קַאלְטְקֵייט וְכוּ' וָואס דֶער מֶענְטְשׁ אִיז קַאלְט וִוי אַייז צוּ אַ מִצְוָה, וָואס דָאס אִיז קְלִיפַּת עֲמָלֵק, וָואס עֶס שְׁטֵייט בַּיי אִים (דְבָרִים כ"ה, י"ח) "אֲשֶׁר קָרְךָ בַּדֶרֶךְ" עֶר קִילְט אָפּ פוּן אִידִישְׁקֵייט, וִוי דִי חֲזַ"ל זָאגְן (מִדְרָשׁ אַגָדָה) וֶוען אִידְן זֶענֶען דוּרְכְגֶעגַאנְגֶען דֶעם יַם סוּף הָאבְּן אַלֶע אוּמוֹת הָעוֹלָם אָנְגֶעהוֹיבְּן זִיךְ צוּ שְׁרֶעקְן פוּן דִי אִידְן, בִּיז סְ'אִיז גֶעקוּמֶען עֲמָלֵק אוּן עֶר הָאט אַלֶעמֶען אָפְּגֶעקִילְט, אוּן זֵיי גְלַייכְן אִים צוּ, צוּ יֶענֶער עַזוּת פָּנִים, סְ'אִיז גֶעוֶוען אַן הֵייסֶע בָּאד אוּן אַלֶע הָאבְּן נִישְׁט גֶעקֶענְט אַרַיינְגֵיין אוּן דֶער עַזוּת פָּנִים הָאט אַרֵיינְגֶעטַאנְצְט אִין דִי קָאכֶעדִיגֶע בָּאד אוּן בַּאוִויזְן פַאר יֶעדְן אֵיינֶעם אַז מֶען קֶען יָא אָפְּקִילְן, זֶעט מֶען פוּן דֶעם אַז דֶער גַאנְצֶער קְלִיפָּה פוּן עֲמָלֵק'ן אִיז אָפְּקִילְן אַ אִיד פוּן וַוארִימְקֵייט, אֲפִילוּ אַזַא קְלֵיינֶע זַאךְ וֶוען מֶען קֶען קוֹיפְן סָאדֶע מִיט כָּשֵׁרֶ'ע הֶכְשֵׁרִים, וָואס דַארְף מֶען קוֹיפְן סָאדֶע מִיט מְפוּקְפָּקְ'דִיגֶע הֶכְשֵׁרִים? עֶס אַזַי בַּאוואוּסְט דָאס גֶעטְרַאנְק "קָאקָא קָאלֶע" אוּן "פֶּעפְּסִי קָאלֶע" הָאט נִישְׁט אִין אַמֶערִיקֶע קַיין שׁוּם הֶכְשֵׁר נָאר אָהּ-יוּ, נָאר אִין אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל הָאט דָאס אַן הֶכְשֵׁר פוּן בַּדַ"ץ עֵדָה הַחֲרֵדִית אוּן פוּן הֲרַב לָאנְדָא, אָבֶּער דָא אִין אַמֶערִיקֶע הָאט דָאס קַיין שׁוּם הֶכְשֵׁר נִישְׁט נָאר פוּן אָהּ יָא, אִיז וָואס דַארְף מֶען דָאס טְרִינְקְן? מֶען קֶען זִיךְ נִישְׁט בַּאגֶענִיגְן מִיט אַנְדֶערֶע עֶרְלֵיי סָאדֶע? וָואס הָאבְּן יָא אַ גוּטְן עֶרְלִיכְן הֶכְשֵׁר? וְכוּ', אִיךְ גֶעבּ נָאר דָאס אַ בֵּיישְׁפִּיל וִוי דֶער סַמֶ"ךְ מֶ"ם אַרְבֶּעט אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ אַבִּי אִים אָפְּצוּקִילְן פוּן אִידִישְׁקֵייט, עֶס אִיז בַּאוואוּסְט אַז דֶער סַמֶ"ךְ מֶ"ם עֶר אִיז דֶער שַׂר פוּן עֲמָלֵק'ן, אִיךְ הָאף צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אַז דוּ וֶועסְט דָאס אֵיינְמָאל פַאר אַלֶעמָאל אַרַיינְלֵייגְן אִין הַארְץ אוּן דוּ וֶועסְט אוֹיפְהֶערְן מִיט דִי קַאלְטְקֵייט אִין אִידִישְׁקֵייט, דָאס אִיז קְלִיפַּת עֲמָלֵק וָואס סְ'קִילְט אָפּ דֶעם מֶענְטְשׁ פוּן אִידִישְׁקֵייט. &nbsp; אַדְרַבָּה מֶען דַארְף שְׁטֶענְדִיג רֶעדְן פוּן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים וָואס דָאס אִיז אַלֵיין אַ מִלְחָמָה אַקֶעגְן עֲמָלֵק, וִוי דִי חֲזַ"ל זָאגְן (בְּרָכוֹת נ"ח.) "לְךָ הֲוָיָ"ה הַמַמְלָכָה" זוּ מִלְחֶמֶת עֲמָלֵק; מִיט דֶעם וָואס מֶען אִיז מְגַלֶה פַאר יֶעדְן אֵיינֶעם אַז עֶס אִיז דָא אַ בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, מִיט דֶעם אַלֵיין אִיז מֶען מַכְנִיעַ עֲמָלֵק'ן וָואס עֶר מַאכְט לֵיצָנוּת פוּן אִידִישְׁקֵייט, אוּן עֶר מַאכְט קַאלְט דֶעם אִיד, דִי חֲזַ"ל זָאגְן (מִדְרָשׁ שְׁמוּאֵל, י"ב) "לֵץ תַּכֶּה" זֶה עֲמָלֵק; דֶער גַאנְצֶער עֲמָלֵק אִיז גֶעוֶוען נָאר לֵיצָנוּת, אָפְּשְׁפֶּעטְן פוּן אִידִישְׁקֵייט, אוּן פוּן אִידִישֶׁע מִנְהָגִים, אוּן דֶעם עֲמָלֵק מוּזְן מִיר אוֹיסְרַייסְן אֵיינְמָאל פַאר אַלֶעמָאל פוּן זִיךְ, אִיךְ הָאף צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אַז אִיךְ וֶועל נִישְׁט דַארְפְן מֶער פוּן דֶעם רֶעדְן, אוּן מִכָּל שֶׁכֵּן שְׁרַייבְּן. &nbsp; זָאלְסְט וִויסְן דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּינְ'ס וֶועג אִיז נָאר תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוּת אָן קַיין שׁוּם חָכְמוֹת, רֶעדְן צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אַזוֹי וִוי מֶען רֶעדְט זִיךְ אוֹיס צוּ אַן אֱמֶת'ן גוּטְן פְרַיינְד, אַזוֹי וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט אַמָאל גֶעזָאגְט (שִׂיחוֹת הָרַ"ן, סִימָן קנ"ד) אַז דֶער עִיקָר וָואס עֶר אִיז גֶעקוּמֶען צוּ זַיין גְרוֹיסֶע מַדְרֵיגָה אִיז נָאר גֶעוֶוען וַוייל עֶר הָאט זִיךְ גֶעפִירְט וִוי אַ פְּרָאסְטִיק, דָאס הֵייסְט עֶר הָאט זִיךְ גֶעפִירְט בִּתְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוּת, גֶערֶעדְט זֵייעֶר אַסַאךְ צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אוֹיף אִידִישׁ, אוּן גֶעזָאגְט אַסַאךְ תְּהִלִים, אוּן עֶר הָאט בְּפֵירוּשׁ גֶעזָאגְט וֶוען אִיךְ זָאל וִויסְן אִין דֶער יוּגְנְט צוּ וָואס מֶען קֶען קוּמֶען דוּרְךְ הִתְבּוֹדְדוּת דָאס הֵייסְט רֶעדְן צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אוֹיף פְּרָאסְט אִידִישׁ, וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעטוּן אַ גַאנְץ יָאר וָואלְט אִיךְ גֶעטוּן אִין אֵיין טָאג, אוּן עֶר הָאט זֵייעֶר גֶעבֶּענְקְט נָאךְ דִי עֲבוֹדָה פוּן תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוּת, אַסַאךְ צוּ רֶעדְן צוּם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אוֹיף אִידִישׁ, אַזוֹי וִוי אַ פְּרָאסְטֶער פָּשׁוּטֶ'ער מֶענְטְשׁ. &nbsp; זָאלְסְט הָאבְּן אַ לֶעכְטִיגְן טָאג אוּן אַ פְרֵיילִיכְן תָּמִיד. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים." &nbsp; מִי שֶׁיִשְׁמוֹר אֶת עַצְמוֹ מִבִּשׁוּלֵי עַכּוּ"ם וּמִנֶסֶךְ, זוֹכֶה לְחָכְמָה וּמֵבִין בְּכָל סֵפֶר

    < זעה מער כא כסלו תשפ"ד 📝
  • באפרייטע פון אמעריקאנע תפיסות פון די קאוויד תקופה בלייבן אינדערהיים ב"ה

    א גרויע וואלקן האט געהויערט אויף די אידן וועלכע זענען ארויסגעגאנגען פון טורמע דורכאויס די קאוויד תקופה, אויף וועלכע עס האט געדרויעט א געפאר אז יעצט ווען די קאוויד איז דערקלערט געווארן אלץ געענדיגט, אז זיי זאלן ח"ו צוריק גיין אין תפיסה. &nbsp; פארשידענע סענאטארן אין קאנגרעס האבן געשטיפט אז מען זאל צוריק לייגן די מענטשן אין תפיסה ח"ו, און געלויבט דעם אויבערשטן אז מען האט באוויזן צו איבערצייגן די פילע געזעצגעבער אז דא רעדט מען נאר פון ארעסטאנטן וואס האבן נישט קיין שום רעקארד פון געוואלדטאטן, און מען זאל זיי צורוה לאזן. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע פלעגט זאגן אז תפיסות דארפן ווען זיין געמאכט נאר פאר מענטשן וואס טוען קראנקע זאכן מיט קינדער, און זענען א סכנה פאר די מענטשהייט, אויף זיי טאר מען נישט קיין רחמנות האבן, נאר מען מוז איינשפארן לעולם ועד, זיי זאלן נישט זען די שיין פון די זון; אבער מענטשן וואס זענען דורכגעפאלן מיט געלט זאכן קומט נישט אזא זאך ווי תפיסה. זיכער דארף מען באצאלן דאס געלט וואס מען איז שולדיג, אבער אין תפיסה געהערן זיי נישט. &nbsp; אידישע קינדער טאטעס און מאמעס און גוטע פריינט האבן געוויינט צום אויבערשטן יעדן טאג אז מען זאל די אלע באפרייטע ארעסטאנטן שוין לאזן אינדערהיים, און קענען בלייבן אויף די פריי, און וועלן קענען דינען דעם אויבערשטן אומגעשטערט. יעצט זעט מען ווי תפילות פון אידישע קינדער זענען געענטפערט געווארן. &nbsp; אויך זעט מען אז אפילו ווען עס זעט אויס ווי א צרה ח"ו, עס איז געקומען די קאוויד תקופה, וואס ווי שווער עס איז געווען אין אלגעמיין איז עס אין תפיסה געווען שרעקליך. ארעסטאנטן פארציילן ווי אין יענע צייט האט מען זיי אלע איינגעשפארט פאר וואכן לאנג אליינס און איינזאם, זיי האבן כמעט נישט געהאט קיין שאנס צו זען די שיין פון די זין, כאפן א שויער, אדער מאכן א טעלעפאן רוף, און ווער רעדט נאך פון דאווענען מיט מנין. אבער פאר די אלע איז עס געווען צום סוף זייער ישועה, ווען דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין געדאנק פארן איש החסד ר' משה מארגערעטן פון די חשובע צדק ארגאניזאציע אז מען זאל דורכפירן א געזעץ צו באפרייען אלע ארעסטאנטן וואס האבן סיי וועלכע געזונט אישו, אדער זענען שוין אביסל עלטער. און געלויבט דעם אויבערשטן אז פילע משפחות האבן זיך געקענט פאראייניגן מיט זייערע באליבטע אין די פארגאנגענע יארן, און יעצט האט דער אויבערשטער ווייטער געהאלפן אז דאס וועט שוין בלייבן פערמענאנט בסייעתא דשמיא. &nbsp; ברוך מתיר אסירים

    < זעה מער יז כסלו תשפ"ד 📝
  • טייערער איד פון מאנסי מו"ה ישי אונגאר ז"ל אומגעקומען אין עקסידענט

    מאנסי. - נעכטן האט כלל ישראל פארלוירן א טייערע איד מו"ה אהרן ישי בן ר' יחיאל מיכאל אונגאר ז"ל, וועלכע איז טראגיש אומגעקומען אין א שווערע עקסידענט אויפן פאליסעידס פארקוועי, און האט צוריק געגעבן זיין לויטערע נשמה אין אינגן עלטער פון בלויז 62 יאר. &nbsp; טראץ זיינע פילע מיטמאכעניש, האט דער נפטר אלץ געהאט א שמייכל אויפן פנים, און איז אלץ געווען גוטהארציג און ווארים צו יעדן איד, און מיט זיינע אלע יסורים האט ער קיינאמל נישט געהאט קיין טענות אויפן אויבערשטן, און נאך מער ער האט פארגינען א צווייטן זאל גיין גוט, טראץ וואס ער האט נישט געהאט, און זיך מיטגעפריידט מיט אנדערע און זיך קיינמאל מתרעם געווען אויפן אויבערשטן. אזוי ווי דער נפטר האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, בעט מען פון ווער עס קען זאל לערנען משניות, זאגן תהלים און טון מעשים טובים לעילוי נשמת אהרן ישי בן ר' יחיאל מיכל ז"ל. &nbsp; נאך מער וועט זיין א טובה פאר די נשמה אז מיר וועלן זיך אפלערנען פונעם נפטר צו דאנקבאר זיין דעם אויבערשטן פאר אלעס גוטס וואס דער אויבערשטער געבט אונז, און קיינמאל נישט האבן קיין קשיות, און אנשטאט קאמפלעינען "פארוואס האב איך נישט דאס, פארוואס האב איך נישט יענץ", וועלן מיר דאנקען דעם אויבערשטן פאר אלעמען, און נאך בעטן אז עס זאל גיין גוט פאר אנדערע. דער רבי זאגט אז אז פארגינען א צווייטן זאל גיין גוט אפילו אים גייט נישט גוט איז גאר א גרויסע מדריגה.&nbsp; &nbsp; די לוי' וועט ארויסגיין היינט מיטוואך 7:30 אווענט פון ביהמ"ד פאפא אין מאנסי אויף סוזען רד. נאכדעם וועט עס אריבערגיין דעם מעליצער ביהמ"ד אויף טשארלס רד, און אום 9:00 וועט עס קומען קיין שיכון סקווירא. &nbsp; אין מלוין לו לאדם אלא מצוות ומעשים טובים &nbsp;

    < זעה מער טז כסלו תשפ"ד 📝
  • לאמיר זיך דערמאנען פון זומער: שוויצן און היצן

    ר' יעקב שפאצירט געמיטליך אין א רואיגן זומערדיגן שבת נאכמיטאג, ער זעט אז יעצט איז זייער א געשמאקע וועטער ארויסצוגיין כאפן א שפאציר מיטן אויבערשטן, עס בלאזט א לייכטע ווינטל, די זון שמייכעלט אונטער די וואלקענעס, און ער שפירט דעם באשעפער'ס וועלטל ווי עס רופט אים, "קום ארויס רעדן צום אויבערשטן צווישן אונז, קום אריין אין פעלד צווישן די ביימער און גראז און שמועס דיך אויס דיין הארץ", אומר ועושה, ער עפענט אויף דעם טיר פון זיין פארטש, גייט אראפ עטליכע טרעפ צו די גראז, און הייבט אן זיין שפאציר שמועס צווישן די גראז און ביימער, ווי ער עפענט זיך אויף זיין הארץ ווי ער בענקט צום אויבערשטן, און דאנקט דעם אויבערשטן פאר אלע זיינע חסדים וואס ער טוט מיט אים, ביי בערך פופצן צוואנציג מינוט אין זיין שפאציר הייבט ער אן צו שפירן ווי עס הייבט אן צו קומען טראפענס וואסער פון זיין פנים, און אזוי נישט מיר נישט דיר, איז זיך די זון ארויסגעקומען, און די טעמפעראטור האט זיך געהויבן מיט א שיינע פאר נומערן. דאס האט געמאכט ר' יעקל טראכטן "פארוואס האט דער באשעפער געמאכט מיר זאלן שוויצן ווען מיר ווערן הייס?", "וואס איז די תועלת פון שוויצן?", שטייענדיג יעצט אנפאנג ווינטער ווען מיר דארפן זיך ארומוויקלען מיט שאלן און הענטשוך ווען מיר גייען ארויס אין גאס, איז געשמאק צו טראכטן פון די זומערדיגע דאגות פון שוויצן... &nbsp; מיר אויף דער וועלט רעדן זיך נישט איין אפילו פאר איין רגע אז מיר פארשטייען דעם אויבערשטענ'ס דרכים, און אז מיר ווייסן "פארוואס" עפעס פאסירט, אבער פארט איז כדאי צו זען די וואונדער פון באשעפער און זען די גרויסע חסדים וואס דאר אויבערשטער טוט מיט אונז יעדע רגע, און אפילו זאכן וואס זעען אויס אומבאקוועם, זענען באמת א געוואלדיגע טובה פארן מענטש, און עס איז אויך עפעס וואס ער דארף דאנקען דערפאר דעם אויבערשטן. &nbsp; שוויצן איז א קריטיש וויכטיגע זאך פאר א מענטש, אויב א מענטש וואלט נישט געשוויצט וואלט ער געווען אין א גאר גרויסע סכנה טאג טעגליך. דער אויבערשטער האט באשאפן אז די טעמפעראטור אין א מענטש'ס קערפער דארף זיין ביי 98.6 פערנהייט (אדער 37 צעלסיוס), אויב א מענטש איז אויסגעשטעלט פאר א לענגערע צייט צו מער היץ, צי דורך וויילן אין א הייסע סביבה, צי זאל עס זיין דורך ארבעטן שווער, האט דער אויבערשטער באשאפן אינעם מענטש ספעציעלע "שווייס גלענדס" וועלכע געבן ארויס פיצעלעך טראפעלעך וואסער ארויס צו די אויבערפלאך פון די הויט, און דער אויבערשטער האט אזוי איינגעשטעלט אז ווען וואסער ווערט עוועפארירט (וואס מיר זעען דאס אלץ "וואסער וואס האט זיך אויסגעטרוקענט") וועט עס ארויסצוען ענעריגע-היץ פון די פלאץ אויף וואס ער זיצט, און דערמיט וועט זיך די וואסער טוישן פון א פליסיגע פארעם צו א געז, און ווערן וואסער וואס איז אויסגעמישט מיט די לופט, און דאס איז בכח אפצוקילן א מענטש. &nbsp; האט איר שוין אמאל געטראכט פארוואס ווען מען קומט ארויס פון מקוה שפירט מען זייער קאלט, אבער ווען מען ענדיגט זיך אפווישן איז די טעמפעראטור געשמאק? דאס קומט צוליב וואס די פילע וואסער טראפענס וואס ווערן "אויסגעטרוקענט" פונעם קערפער וואס קילט אפ דעם מענטש. &nbsp; אבער, דאס איז נאר אויב דער מענטש איז אין א טרוקענע פלאץ, ווייל ווי געזאגט, וואו גייט דאס וואסער? עס ווערט "אויסגעמישט" מיט די לופט, און לופט האט א שיעור וויפיל וואסער עס קען אריינעמען. קאלטע לופט קען נעמען ווייניגער וואסער, און הייסע לופט קען נעמען מער וואסער, און דערפאר ווען א מענטש וועט נעמען א שויער אין א קליינע פלאץ און די גאנצע לופט וועט שוין זיין דאס מערסטע "נאס" וואס מעגליך, וועט מען בכלל נישט שפירן אז די נאסקייט מאכט אים קאלט, אבער אין די רגע עס קומט אריין טרוקענע לופט אינעם צימער הייבט מען גלייך אן צו שפירן א קעלט. &nbsp; עס זענען דא מענטשן וואס די שוויצן מעכאניזם ארבעט נישט אזוי גוט, געווענליך קליינע קינדער און עלטערע מענטשן, ביי זיי איז וויכטיג אז מען זאל אכטונג געבן אז זיי זאלן נישט זיין אויסגעשטעלט צו קיין גרויסע היצן, כדי אויסצומיידן סכנות. &nbsp; אויך איז כדי צו באטאנען אז ווען מען שוויצט געבט די קערפער ארויס איר אייגענע וואסער וואס זי דארף זייער וויכטיג האבן צו קענען פונקציאנירן געזונט, און ווען מען איז אויסגעשטעלט צו שוויצן איז זייער וויכטיג צו טרונקען גענוג כדי צו צוריק אנפילן די רעזערווארן פון וואסער. און אויך ביי דעם זענען קינדער און עלטערע געווענליך שוואכער, זייער דורשט חוש איז שוואך, און מיר דארפן זיכער מאכן אז די קינדער און די עלטערע אויף וועמען דער באשעפער האט אונז געגעבן אחריות זאלן טרונקען גענוג. &nbsp; נאכדעם וואס ר' יעקב האט אריינגעטראכט אין די געוואלדיגע חסד פון אויבערשטן וואס פאר טובה דער באשעפער טוט מיט אים אז ער קען שוויצן, האט ער צוגעלייגט נאך א דאנק צום אויבערשטן "ישר כח באשעפער אז איך שוויץ"!

    < זעה מער טו כסלו תשפ"ד 📝
  • פאברעכער פרובירט צו גנב'ענען תפילין פון ביהמ"ד אין וויליאמסבורג

    אין א שאקירענדע ווידיא וואס איז פארעפענטליכט געווארן זעט מען א רעקארדירונג פון נעכטן זונטאג אינדערפרי, א געווענליכע זונטאג אין בית המדרש סאטמאר אויף קליימער סט. ווי מען זעט ווי א גוי קומט אריין אין שול, און דרייט זיך אהער און אהין, פרובירט צו ווארטן אז קיינער זאל נישט זען, און נעמט א טלית ותפילין בייטל, און ווען די ארומיגע באמערקן דאס, האמפערט ער זיך ארום מיט זיי און אנטלויפט מיט די תפילין. &nbsp; ברוך השם אז מען האט באוויזן צו כאפן דעם פארברעכער איידער ער האט באוויזן גענצליך צו פארשוואונדן ווערן, אבער דאס האט געעפעט א דעבאטע איבער די פילע הונדערטער פאר תפילין וואס ליגן ארום אין די בתי מדרשים וואס זענען גענצליך אפן אין די היימישע געגענטער און זענען אויסגעשטעלט צו ווערן בארויבט אינמיטן העלן טאג. &nbsp; אידישע קינדער וואס האבן עס געזען זענען אויפגעשוידערט געווארן פון די מראה ווי א גוי פרובירט לעיני השמש צו גנב'ענען די טייערע הייליגע תפילין, וואס איז נישט טייער ווייל עס קאסט געלט, עס איז טייער ווייל עס איז א מצוה פונעם באשעפער וואס האט אונז געהייסן צו אנטון די תפילין אויפן קאפ און אויף די האנט, ווי מען זאגט ביי די לשם יחוד אז תפילין של ראש איז מסוגל אז "הנשמה שבמוחי יהיו משעובדים לעבדתו יתברך שמו" אז מיר זאלן געדענקען אז מיר זענען קענכט פארן אויבערשטן, און די תפילין של יד וואס איז קעגן די הארץ איז מסוגל "לשעבד בזה תאוות ומחשבות לבנו לעבודתו יתברך שמו" אז מיט דעם זאל מען נייגן דאס הארץ און אונזערע תאוות זאלן זיין נאר צו דינען דעם אויבערשטן. &nbsp; מען קען אמאל הערן ווי א מענטש זאגט "יענער האט מצליח געווען ווייל ער האט אן אייזענעם קאפ", אדער "יענער האט גאלדענע הענט", מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס איז פשט וואס די גמרא זאגט אז די שכינה קלאגט (סנהדרין מ"ו ע"א) "קלני מראשי קלני מזרועי" עס טוט מיר וויי אז ער גרויסט זיך מיט זיין קאפ, ער גרויסט זיך מיט זיינע הענט. דערפאר בעטן מיר דעם אויבערשטן יעדן אינדערפרי ווען מיר טוען אן די תפילין אז מיר זאלן געדענקען אז די קאפ, די הענט און אלע אונזערע טאלאנטן זענען א ברכה פונעם אויבערשטן, און מיר זאלן זיך נישט גרויסן דערמיט. &nbsp; ביי ערליכע אידן פלעגט מען זען א געוואלדיגע עבודה און שמחה ביים לייגן תפילין, בפרט ביי די גרויסע צדיקים וואס האבן געוויסט וואס עס טוט זיך אויף יענע וועלט ווען א איד טוט אן תפילין האט מען געזען גרויסע זאכן. און אפילו ביי צדיקים וואס אין אלגעמיין פלעגט מען נישט זען ביי זיי קיין שום תנועות האט מען צומאל געקענט זען ביי תפילין לייגן ווי זיי האבן זיך נישט געקענט איינהאלטן, און מען האט געזען אז דאס איז נישט קיין פשוטע זאך. &nbsp; ווי עס איז באקאנט אז דער סיפור ביי דער הייליגער סאטמארע רב זי"ע, וואס ווי באקאנט פלעגט ער נישט מאכן קיין שום רבי'שע תנועות ביי קיין שום געלעגענהייט, אויסער ביים לייגן תפילין. איינמאל האט דער רבי געזען ווי איינער מאכט אים נאך ביים לייגן תפילין און ער שאקעלט די הענט אויפן וועג ווי ער פלעגט טון, און עס האט אים וויי געטון, און ער האט יענעם געזאגט "איך מאך שוין לאנג נישט אזוי...", דאס איז צוליב וואס ווען א צדיק מאכט עפעס א תנועה איז עס נישט ווייל ער וויל זיך ווייזן, און עס איז נאריש נאכצומאכן יענעם. &nbsp; אז מיר וועלן זיך פרייען מיט די הייליגע תפילין וועלן מיר זוכה זיין צו זיין אמת'ע ערליכע אידן.

    < זעה מער יד כסלו תשפ"ד 📝
  • די אידישע שפראך

    לינגוויסטן (שפראך מומחים) טיילן איין שפראכן אין "משפחות", איינע פון די גרעסטע שפראך משפחות זענען די "אינדאגערמאנישע" שפראכן, וואס באשטייט פון אזעלכע שפראך משפחות ווי "גערמאנישע שפראכן", וואס אנטהאלטן פילע שפראכן אריינגערעכענט ענגליש, דייטש, האלענדיש, שוועדיש, דעניש, נארוועגיש, איסלאנדיש, און אונזער באליבטע אידיש. נאך פילע שפראך משפחות געפונען זיך אונטער די אינדאגערמאנישע משפחה ווי צום ביישפיל די "ראמאנישע" משפחה (שפאניש, פראנצויזיש, איטאליעניש), די "סלאווישע" משפחה (רוסיש, פויליש, טשעכיש), און נאך. &nbsp; דערפאר ווען אידיש רעדנדע באמערקן אז ווערטער אין אידיש וועלכע זענען זייער ענליך צו ענגליש, זאלן זיי נישט מאכן א טעות אז דאס איז נישט קיין אידישע ווארט, און עס א ווארט וואס איז געבארגט געווארן פון ענגליש, ווייל דאס איז זייער אסאך מאל נישט אזוי, ווייל אידיש און ענגליש זענען גאנץ נאנטע קרובים, און אין די שפראך וועלט זענען זיי גאנץ נאנט. אויסער די פילע ווערטער וואס אידיש און ענגליש זענען ממש די זעלבע ווי פינגער, גרין, מוזיק, און נאך הונדערטער זענען דא נאך טויזנטער ווערטער וואס זענען "כמעט" אייניג, ווי צום ביישפיל טרונק, הוט, נאז, נאגן, האמער, האנט, וואס די ווערטער האבן ביידע שפראכן גענומען פון דייטש. &nbsp; עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז אידישע קינדער אין אלע דורות במשך די גלות האבן אלץ אדאפטירט די שפראך ווי זיי זענען געווען און אנטוויקעלט דערפון א שפראך אנדערש ווי די גוים פונקט ווי אונזערע רבי'ס האבן געטון מיט די דייטשע שפראך, עס איז באקאנט אז די אידן אין די אראבישע לענדער האבן געהאט אן אייגענע אראביש וואס מען האט געשריבן מיט אל"ף בית, אזוי אויך אין די שפאנישע לענדער האבן אידישע קינדער אנטוויקעלט די "לאדינא" שפראך וואס איז געווען א אידישע שפאניש, און באמת איז דאס אויך די זעלבע זאך וואס די אמוראים האבן געטון אין די צייטן פון די גמרא, ווען זיי האבן גערעדט אראמיש אבער אויף א אידישע וועג. &nbsp; ביי אלע פון די אויבנדערמאנטע פעלער, טרעפט מען עטליכע זאכן וואס די שפראכן זענען געווען אנדערש ווי די גויאישע שפראך פון וואו זיי זענען געקומען, מען האט עס ארויסגעזאגט אנדערש, מען האט עס געשריבן מיט אל"ף בית, און מען האט אריינגעמישט דערין לשון הקודש. &nbsp; צדיקים האבן געזאגט אז אידיש איז א הייליג שפראך ווי מען זעט פון עטליכע בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א ווי צום ביישפיל א בריוו פון פאריאר חודש טבת תשפ"ג ווי דער ראש ישיבה שליט"א דרוקט זיך אויס "איך פריי זיך זייער אז די מיידלעך וואס זענען אריינגעקומען אין שולע אן קענען אידיש - קענען שוין א גוטע אידיש, און אלע רעדן נאר די הייליגע שפראך אידיש." אזוי אויך זעט מען א בריוו פון פארגאנגענעם חודש סיון ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט "זייער גוט אז איר האט אנגעהויבן רעדן אידיש אין שטוב, אזוי וועלן די קינדער קענען די שפראך. אידיש איז א הייליגע שפראך, איז כדאי צו רעדן אין שטוב אידיש, אז די קינדער זאלן אויפוואקסן מיט די שפראך. מאכט זיך נישט צו טון פון די וואס לאכן און שפעטן; מען טוט וואס איז ריכטיג, נישט וואס די משפחה טוט." &nbsp; כאטש אידיש האט א ספעציעלע חשיבות און אויך האט דער הייליגער רבי אסאך גערעדט איבער די גרויסקייט אז א מענטש זאל זיך אויסרעדן אויף זיין שפראך מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן, זאגט דער ראש ישיבה שליט"א אז דאס מיינט נישט אז אלע מוזן רעדן צום אויבערשטן דווקא אויף אידיש, דארט ווי דער רבי האט געוואוינט האט מען טאקע גערעדט אידיש, האט דער רבי געוואלט מען זאל רעדן צום אויבערשטן אויף אידיש, ווייל ווען מען רעדט אין די שפראך וואס מען איז געוואוינט, קען מען אסאך בעסער זיך אויסדרוקן, און מען קען זיך בעסער עפענען דאס הארץ, דערפאר ווען עס קומט צו רעדן צום אויבערשטן זאל מען רעדן אין די שפראך וואס איז די מערסטע באקוועם, זאל עס זיין ענגליש, רוסיש, שפאניש, אדער סיי וואס. &nbsp; און בכלל זאגט דער רבי אז לשון הקודש מיינט עפעס אנדערש וואס אסאך מיינען, מען קען רעדן אידיש אדער אפילו ענגליש און נאך אלץ רעדן לשון הקודש. דער רבי זאגט אז לשון הקודש מיינט א "הייליגע שפראך" און א איד וואס רעדט וועלכע שפראך עס זאל נאר זיין, אבער ער געבט אכטונג נאר צו רעדן הייליג און רעדט נישט קיין ניבול פה, דער רעדט לשון הקודש, אבער אויב איינער רעדט אידיש אבער ער שטעכט אנדערע, ער רעדט מיאוסע ווערטער, ער דארף תשובה טון, עס העלפט נישט אז ער רעדט אידיש. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אייביג קענען היטן דאס מויל, קיינמאל נישט רעדן קיין שקר, חנופה, לשון הרע, רכילות, נאר רעדן אסאך פונעם אויבערשטן, אסאך רעדן צום אויבערשטן, און לערנען און דאווענען, וועלן מיר האבן א הייליגע שפראך.

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ד 📝
  • פילע פארכאפטע ביי כאמאס גרייטן זיך אהיים צו קומען אין די קומענדיגע טעג בעז"ה

    &nbsp; נאך וואכן פארהאנדלונגען האט דער אויבערשטער געהאלפן, און ווי עס זעט אויס זענען זיך כאמאס און מדינת ישראל דורכגעקומען אויף אן אפמאך וואס וועט העלפן אהיים ברענגען פילע משכונות פון עזה. מארגן ערב שבת קודש אינדערפרי גייט אריין א פייער אפשטעל פאר עטליכע שעה, וואס וועט פארגעזעצט ווערן מיט דעם וואס כאמאס וועט באפרייען דרייצן משכונות פרויען און קינדער, און דערנאך וועט מדינת ישראל באפרייען עטליכע צענדליגע ארעסטאנטן פון טורמע. דאס דארף צו אנהאלטן פאר לכל הפחות פיר טעג ווען יעדן טאג וועט זיין עטליכע שעה א פייער שטילשטאנד, כאמאס וועט יעדן טאג באפרייען צוועלף-דרייצן משכונות, און מדינת ישראל וועט באפרייען ארעסטאנטן, בסך הכל רעדט מען יעצט צו באפרייען פופציג משכונות פון עזה, און בערך הונדערט און פופציג ארעסטירטע וועלן ווערן באפרייט. די אפמאך לויטעט אז די שטילשטאנד קען פארלענגערט ווערן אזוי לאנג ווי כאמאס באפרייט לכל הפחות צען פארכאפטע א טאג. עס ווערט געשאצט אז צווישן די 240 משכונות געפינען זיך בערך הונדערט פרויען און קינדער. &nbsp; קאטאר וועלכע איז געווען די הויפט פארהאנדלער צווישן די צוויי זייטן זאגט אז אין די טעג וועט מען אויך צושטעלן מער הומאניטערישע ליפערונגען קיין עזה, אריינגערעכענט געזאלין, און אז זיי האפן אז דאס איז די אנפאנג פון נאך פארהאנדלונגען וואס וועט ברענגען צו באפרייען נאך פארכאפטע אין עזה. &nbsp; לויטן פלאן וועלן די משכונות געברענגט ווערן דורך די רויטע קרייץ צום גרעניץ פון עגיפטן, פון ווי זיי וועלן אהיים פליען מיט פליגער פונעם על אריש לופט פעלד אין מצרים, און א דעלעגאציע פון מצרים וועט קומען קיין מדינת ישראל אפנעמען די באפרייטע ארעסטאנטן און זיי אהיים נעמען. &nbsp; מען דארף מתפלל זיין אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן כשורה, און די פארכאפטע זאלן טאקע אהיים געלאזט ווערן, און זיי זאלן זיך קענען ערהוילן פון זייערע שרעקליכע מיטמאכענישן אין די לעצטע וואכן, און מען זאל שוין נישט הערן פון קיין רציחות און טעראר. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט זאגט אז דער סמ"ך מ"ם קריצט געפערליך מיט די ציין קעגן היכל הקודש, צוליב וואס דער סמ"ך מ"ם האט פאר זיך א מיסיע צו צוברעכן אידישע קינדער, בפרט די טייערע בחורים. דאס טוט ער דורכדעם וואס צוערשט ווארפט ער זיי אראפ אין אן עבירה, און נאכדעם זאגט ער פאר דעם מענטש ביסט שוין סייווי גארנישט ווערט, קוק וויאזוי דו זעסט אויס, קיינער דארף דיך נישט, דער אויבערשטער דארף דיך נישט, און דער סמ"ך מ"ם שפירט אז ער האט שוין פארכאפט אידישע נשמה טיף אין זיין בוזעם טאש, און אז זיי וועלן שוין קיינמאל מער נישט זיך קענען ארויסדראפענען פון זיי. פלוצלינג שפירט ער ווי איינער קומט מיט א דזשילעט און פשוט און פראסט ער שניידט אויף זיינע טאשן, עס קומט א צדיק און זאגט פאר די אידישע נשמות "הייב אן זאגן משניות", וואס דאס איז די זשילעט מיט וואס מען שניידט אויף די טאשן, דער סמ"ך מ"ם ווערט צושפרינגען, דא עמי בבית וואגסטו זיך? דו שלעפסט ארויס מענטשן וואס זענען שוין געווען טיף פארכאפט אונטער מיינע נעגל? ער הייבט אן מיט א העץ קאמפיין, "מען האט נישט געהאלטן דערפון", "די זקנים זאגן אז עס איז נישט אזוי פשוט", דא קומט דער סמ"ך מ"ם פארשטעלט אין א שיינע איד מיט א לאנגע ווייסע בארד, "וואס טוסטו דארט? דו זאגטס משניות? דו ווייסט נישט אז זיי זענען פון די סטרא אחרא?" און אזוי פרובירט ער מיט אלע מיטלען אנצוהאלטן דעם מענטש זאל חלילה נישט אנהייבן צו זאגן משניות. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז זאגן משניות גייט נישט אינאיינעם מיט עבירות, דער וואס עקשנ'ט זיך, און אפילו ער איז טיף פארכאפט ביים סמ"ך מ"ם, ער האט זיך שוין געמאכט באקוועם ביים סמ"ך מ"ם, אויב וועט ער זאגן משניות יעדן טאג, וועט אים די הייליגע תורה אויסהיילן פון זיינע עדיקשענס. אבער בתנאי מען זאל זיין אן עקשן און נישט קוקן אויף גארנישט, איך פארשטיי יא, איך פארשטיי נישט, דו האלט דיך פעסט, בינד זיך צו מיט א פעסטע שטריק צו די תורה, און די תורה וועט דיר ארויסנעמען פון די טיפסטע שאול תחתית וואס איז נאר דא. &nbsp; איין טאג וועסטו נאך באפרייט ווערן פון כאמאס, געב נישט אויף האפענונג, עס וועט קומען גוטע צייטן.

    < זעה מער י כסלו תשפ"ד 📝
  • משכונות פארהאנדלונגען

    אין די טעג איז די נייעס פארנומען מיט די ערנסטע פארהאנדלונגען צווישן כאמאס און מדינת ישראל מיט די פארמיטלונג פון די קאטארישע רעגירונג איבער באפרייען די בערך 240 פארכאפטע משכונות ה"י. &nbsp; די באריכטן זאגן אז מען רעדט איבער אז כאמאס זאל ארויסלאזן צען משכונות פער טאג, און אין אויסטויש זאל מדינת ישראל געבן עטליכע שעה פייער אפשטעל פארן קומענדיגן טאג, ארויסלאזן א צאל פאלעסטינער פון תפיסות, און אריינלאזן א גרעסערע צאל הילף טראקס קיין עזה, און דאס דארף צו אנהאלטן פאר עטליכע טעג. &nbsp; אלע באריכטן איבערדעם זענען זייער פארנעפעלט צוליב וואס די נאטור פון די סארט פארהאנדלונגען זענען צו זיין אין געהיים, דערפאר וועלן מיר דא רעדן פון משכונות פארהאנלדונגען אין אלגעמיין, וויאזוי עס גייט צו אין אמעריקע, ווען עס זאל זיך נישט מאכן אזא סיטואציע אינדערהיים. &nbsp; א משכונות סיטואציע קען זיין זייער קאמפליצירט און פארהאנדלען מיט פארכאפער דארף געטון ווערן מיט גרויס פארזיכטיגקייט. די פארהאנדלער דארפן זיין באהאווענט אין געזעץ, קריזיס מענעדזשמענט, און אין פסיכאלאיגע. און זייער אסאך מאל דארף מען אריינעמען אין די געשפרעכן פילע אנדערע אגענטורן און ארגאניזאציעס כדי מען זאל קענען מצליח זיין. &nbsp; די "פעדעראלע ביורא אף אינוועסטיגעשאנס" אדער ווי באקאנט אלץ די עף בי איי פארמאגט א ספעציעלע איינהייט פון טרענירטע אגענטן וואס ספעציעלירן זיך אין משכונות פארהאנדלונגען, די איינהייט רופט זיך די "קריזיס פארהאנדלונג איינהייט" אדער "סי ען יו", וואס איז פאראנטווארטליך פאר אזעלעכע מצבים פון משכנות. די איינהייט מיטגלידער זענען ספעציעל טרענירט צו איינפעדימען קאמיוניקאציע מיט פארכאפער, און צו ענדיגן משכונות סיטואציע פרידליך. &nbsp; די "צענטראלע אינטעליגעץ אגענטור" אדער ווי באוויסט די "סי איי עי" פארמאגט אויך אזא איינהייט, זיי רופן זיך די "ספעציעלע אקטיוויטעטן אפטיילונג" אדער "עס עי די", זיי קומען געווענליך אריין ווען מען האנדעלט מיט אינטערנאציאנאלע משכונות סיטואציעס. &nbsp; דאס לענדל קאטאר האט זיך באקאנט געמאכט אלץ א לאנד וואס האט שוין מצליח געווען דורכצופירן פארהאנדלונגען צווישן בלוט שונאים, ביי פארשידענע געלעגענהייטן. קאטאר איז באוואוסט אלץ א לאנד וואס איז גוט מיט יעדעם, ווי צום ביישפיל איז זי פון די איינציגסטע לענדער אין די וועלט ווי כאמאס פארמאגט אן אפיס אפענערהייט, און איז אויך צווישן די אראבישע לענדער וואס פארמאגן באציאונגען מיט מדינת ישראל. דאס האט געמאכט קאטאר אלץ א פאסיגע פארמיטלער אינעם יעצטיגן סיטואציע, ווען ביידע האבן א געוויסע טראסט אין זיי. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז אלע וואס זענען פארכאפט זאלן באפרייט ווערן וואס שנעלער, און אידישע קינדער זאלן מער נישט וויסן פון קיין צרות און טראגעדיעס, אין די זעלבע צייט גייען אויך אן די באמיאונגען דורך די הייליגע צדיקים וואס ארבעטן שווערן צוריק צו ברענגען אידישע קינדער וואס די סמ"ך מ"ם האט נעבעך פארכאפט, און נישט נאר דאס, דער סמ"ך מ"ם פרובירט נאך איינצורעדן די פארכאפטע נפשות כאילו זייער טאטע דארף זיי שוין נישט, און פון די אנדערע זייט איז ער מלשין ביים בית דין של מעלה אז אידישע קינדער דארפן חלילה נישט דעם אויבערשטן. ווי דער רבי פארציילט א מעשה (געברענגט אין ספר כוכבי אור) פון א איד וואס דער קעניג האט אים זייער ליב געהאט, און איינער פון די נאנטע לייט האבן זייער מקנה געווען דעם איד, האט ער געזאגט פאר איד "איך מיין גארנישט, אבער זאלסט וויסן אז כאטש די קעניג האט דיר זייער ליב, קען ער אבער נישט דערליידן די גערוך פון דיין מויל", דער איד האט אים געפרעגט, "אמת'דיג? איך וויל נישט מצער זיין דעם קעניג, וואס זאל איך טון?" האט ער אים געזאגט "פון יעצט זאלסטו זיך אנטון א מאסק ווען דו גייסט צום קעניג", דערנאך איז ער אריבער צום קעניג און אים געזאגט, "דער איד זאגט מיר אז ער קען נישט דערליידן דעם גערוך פונעם קעניג'ס מויל", און ווען דער קעניג האט אים געזאגט אז עס קען נישט זיין, האט אים דער שונא ישראל געזאגט "וועסט זען מארגן, ווי ער טוט זיך אן א מאסק, ווייל ער וויל נישט שמעקן דעם קעניג'ס גערוך". &nbsp; און דאס איז די ארבעט פון די צדיקים און זייער תלמידים וואס פארשפרייטן און דרוקן די הייליגע ספרים וואס אזוי זענען זיי די פארמיטלער כביכול צווישן אידישע קינדער און זייער טאטע, ווען זיי זאגן פאר אידישע קינדער ווי דער אויבערשטער האט זיי יא ליב, דיינע ווערטער האבן זייער א גוטע גערוך ביים אויבערשטן, דער אויבערשטער ווארט זאלסט רעדן צו אים, און פון די אנדערע זייט זענען זיי כסדר ממליץ טוב אויף אידישע קינדער און טענה'ן זיך מיטן אויבערשטן, אז אידישע קינדער זענען נישט שלעכט, עס איז דער סמ"ך מ"ם וואס רעדט זיי איין אז זיי קענען שוין נישט צוריק קומען. &nbsp; זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן אלע צוריק קומען צום אויבערשטן, און מיט דעם וועלן מיר ברענגען משיח צדקינו אמן.

    < זעה מער ח כסלו תשפ"ד 📝
  • ארגענטינא ערוויילט א נייע פרעזידענט

    כאוויער מיילי איז די נאמען פונעם קוראיזן טראמפ סטייל פארשוין וועלכע האט געווינען די פרעזידענטליכע וואלן נעכטן אין ארגענטינע, נאכדעם וואס ער האט פארלוירן די ערשטע רונדע צו זיין קעגנער מיט זיבן פראצענט, האט ער יעצט געווינען מיט עלף פראצענט. &nbsp; מייל איז א רעכט גענויגטע ליבערטעריען וועלכער איז געלאפן אויף אן אנטי עסטאבלישמענט פלאטפארמע, און האט ווילדע געדאנקען איבער וויאזוי צו פאררעכטן די עקאנאמיע, בשעת ארגענטינע גייט איבער אין די טעג א פינאנציעלע קריזיס וואס איז געווען א גרויסע אישו אין די וואלן. &nbsp; מיילי האלט זיך זייער נאנט מיט אידן, בפרט האט ער גאר גוטע באציאונגען מיט חב"ד, ער גלייכט צו באזוכן ביים אהל פון לובאוויטש אין קווינס. &nbsp; דער נייער פרעזידענט איז א שטיצער פון באגרענצן די רעגירונג, און וויל מאכן גרויסע טוישונגען אין די ארגענטינע רעגירונג, ער זאגט אז ער וועט פארשפארן די ארגענטינע פעדעראלע באנק, צוליב וואס זיי האבן נישט געקענט באקעמפן די שרעקליכע 150% אינפלאציע אין ארגענטינע, און ער וועט טוישן די וואלוטע צו אמעריקאנע דאלארן. &nbsp; די וועלט זאגט אז א נאר א שוטה טראכט אז ער וועט אריינלייגן די זעלבע אינגרידיענטס אין די קעיק, אבער דאס מאל וועט עס האבן אנדערע רעזולטאטן. אין ארגענטינע האבן די בירגער באשלאסן אז עס איז צייט איבערצוקלערן די נייע וועגן און אפשר מעג מען צוריק גיין צו די פריערדיגע קאנסערוואטיווע וועגן, אפשר וועט עס זיי העלפן. איך בין נישט זיכער, אבער עס איז א גוטע טריי. &nbsp; אויב מיר גייען דורך א קריזיס אין אונזערע שטובער, אפשר מעגן מיר צוריק גיין און אנהייבן פאלגן די ווערטער פון די תורה, חז"ל און די הייליגע צדיקים כפשטון. ביי אונז איז עס נישט קיין שאלה צי עס וועט העלפן, עס וועט זיכער העלפן. &nbsp; אפשר מעגן מיר שוין אנהייבן צו רעדן צו אונזערע קינדער פון קדושה? אפשר איז שוין צייט אוועקצואווארפן די אלע כלים און אנהייבן אויסצוהערן די ווייב און קינדער. אפשר איז שוין צייט מיר זאלן זיך ברעכן אונזער גאוה און זאגן די עברי פון משניות ווי א כיתה אלף אינגל. אפשר מעגן מיר שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין פון זונטאג, און נישט ווארטן אויף פרייטאג ווען מיר ווייסן אז מיר יאגן עס נישט אן אפילו אין א זומערדיגע פרייטאג. אפשר מעג מען שוין רעדן אפן פון אמונה, אן דעם וואס מען זאל זיך דארפן פארענטפערן דערויף. אפשר איז שוין צייט מען זאל אפלאזן מחלוקת און אויפהערן צו קוקן שלעכט איינע אויפן צווייטן, אפשר איז שוין צייט מיר זאלן אנהייבן קוקן גוט אויף זיך, אויף די ווייב, אויף די קינדער, אויף די שכנים, אויפן רב, און אויפן אויבערשטן. אפשר איז שוין צייט מיר זאלן אויסהערן שידוכים פאר די קינדער אפילו מיין שכן וועט פרעגן "אזוי אינג", אפשר איז שוין צייט צו קוקן אויף וואס איז גוט פאר מיר, און אויפהערן לעבן פאר יענעם? &nbsp; די אלע זאכן קאסטן נישט קיין געלט. פרוביר עס אויס דעם געשמאקן וועג, און לאזט מיר וויסן וויאזוי עס איז געווען. גוט שבת!

    < זעה מער ז כסלו תשפ"ד 📝
  • עלעקטראנישע קארס און טשארדשינג סטעישאנס

    &nbsp; &nbsp; די וועלט איז היינט אויף מיט עלעקטראנישע קארס, בעיקר פון די טעסלא פירמע וואס האט זיך געמאכט א באקאנטע נאמען. ווייניג ווייסן אבער אז די ערשטע עלעקטראנישע קארס זענען שוין ארויסגעקומען מיט איבער הונדערט יאר צוריק. אין די יארן ווען די קאר אינדוסטריע איז נאך געווען אין די וויגעלע, האבן שוין אינזשענירן ארויסגעגעבן די ערשטע עלעקטריק קארס. פארשטייט זיך אז די קארס זענען געווען זייער פרימיטיוו, און עס איז געווען אין פראקטישן זין זייער שווער צו נוצן. בעיקר האט עס געמאנגעלט אין צוויי טעכנאלגישע דורכברוכן, איינס איז געווען די בעטעריס, וואס כדי עס זאל זיין פראקטיש עס צו נוצן דארפן די בעטעריס זיין גענוג גרינג, און קענען טראגן גענוג עלעקטריק צו טראגן די קאר א שטיקל וועג. און די צווייטע איז טשארדינג סטעישאנס, וואס דאס איז בכלל נישט געווען בנמצא דעמאלטס. &nbsp; במשך די יארן האט די אינדוסטריע געהאט פארשידענע דורכברוכן, אבער די גרעסטע דורכברוכן זענען געווען טאקע אין די צוויי זאכן, צוערשט איז אנטוויקעלט געווארן די "ליטיום אייאן בעטערי" וואס האט געקענט האלטן אסאך מער ענערגיע אין אסאך א קלענערע פלאץ, און די צווייטע איז געווען אין טשארדזשיג טעכנאלאגיע, וואס ערמעגליכט אנצופילן די בעטעריס גענוג שנעל אז עס זאל זיך לוינען. &nbsp; פארשידענע פירמעס לייגן אריין גרויסע כחות צו מאכן די נייערע קארס בעסער און מער סעיף, צווישן אנדערע ארבעט מען צו טרעפן אנדערע מאטיריאלן פאר די בעטעריס וואס וועט געבן מער ענעריגע און וועט זיך לאזן נאך שנעלער טשארדזשן, אזוי אויך ארבעטן ריסוירטשערס צו פארבעסערן די ווייערלעס טשארדזשינג מעגליכקייטן, וואס וועט ערמעגליכן צו מאכן די טשארדזשיג אויפן פארקינג און די קאר וועט בלויז מיטן פארקן העכער דעם זיך נעמען טשארדזשן. &nbsp; היינט צו טאגס פארמאגן די עלעקטריק קארס א שיינע טייל פון די קאר מארקעט, און עס שטייט היינט ביי בערך 8% פון אלע קאר פארקויפונגען, און גייט נאר ארויף מיט יעדעס יאר, כמעט יעדע קאר פירמע האט שוין היינט צו טאגס כאטש איין קאר וואס לויפט אויף עלעקטריק, און גרויסע פירמעס פלאנען צו האבן זייער גאנצע אדער לכל הפחות גאר א גרויסע טייל פון אלע זייערע קארס נאר עלעקטריק אין די קומענדיגע פינף ביז פופצן יאר. &nbsp; עס זענען דא פארשידענע מעלות און חסרונות פון עלעקטריק קארס, צווישן די מעלות ציילן זיך אז די קארס באדארפן אסאך ווייניג מעינטענעס, עס האט נישט קיין אויל טשעינדזש, און האלט זיך אסאך לענגער בכלל, אזוי אויך זענען די קאסטן פון ענעריגע זייער ביליג, עס קאסט כמעט גארנישט קעגן געז קארס צו אנפילן די קארס, אזוי אויך פארט עס אסאך שטילער און מער געשמירט. צווישן די חסרונות ציילן זיך, אז אויב מען וויל פארן לאנגע שטרעקעס מער ווי וויפיל די בעטעריס קענען פארנעמען דארף מען זיך אפשטעלן פאר גאנץ לאנג צומאל א האלבע שעה אדער אפילו א שעה צו אנפילן, אזוי אויך קען די פרייז צו קויפן אזא קאר זיין אביסל טייערער. די גוטע נייעס איז אז די היינטיגע קארס קענען פארן לענגער און לענגער אויף א איינמאליגע טשארדזש, רוב קארס קענען שוין פארן אין די געגענט פון דריי הונדערט מייל, אן דארפן פריש טשארדזשן, אזוי אויך ווערן די טשארדזשערס שנעלער און שנעלער, און דאס געלט פון די קאר ווערט צוריק געצאלן מיט די צייט וואס מען צאלט זייער ווייניג אויף עלעקטריק און מעינטענענס. &nbsp; עס זענען דא לעגיטימע סיבות פארוואס מענטשן זאלן נישט וועלן קויפן קיין עלעקטירק קאר, אבער קיינער וועט נישט זאגן "פאר מיין טאטע און מיין זיידע איז א געז קאר גוט געווען, וואס זוך איך מיך נייע זאכן?"... יעדער בר דעת פארשטייט אז דאס איז נישט קיין מסורה וועלכע סארט ענעריגע די קאר זאל האבן... &nbsp; די זעלבע זאך וועס עס קומט צו רוחניות. דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און געשיקט דעם הייליגן רבין מיט זיינע תלמידים, און בפרט דער צדיק וואס האט נאך געלעבט אין אונזער דור מוהרא"ש זי"ע וואס האט מגלה און מפרסם געווען די עצות פון הייליגן רבין פאר די גאנצע וועלט. עס איז גאר נאריש די טענה פון מענטשן וואס זאגן "וואס זוכסטו זיך נייע זאכן?", דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אויף דעם אז די וועלט געבט קרעדיט פאר קריסטאפער קאלאמבוס פארן "אנטדעקן" אמעריקע, וואס קומט זיך אים קרעדיט, אמעריקע איז אייביג דא געווען פון ששת ימי בראשית, אבער פארט ער האט עס מגלה געווען. די זעלבע זאך איז לגבי אידישקייט. רעדן צום אויבערשטן איז נישט קיין נייע זאך, די סדר דרך הלימוד איז נישט קיין נייע זאך, רעדן שיין צו די ווייב איז נישט קיין נייע זאך, וויסן די חשיבות פון יעדע קליינע זאך וואס מען טוט פארן אויבערשטן איז נישט קיין חידוש, חזר'ן די גרויסע רחמנות פון אויבערשטן ווי ער ווארט אז יעדער איד באשר הוא שם זאל צוריק קומען צו אים איז נישט קיין נייע זאך. דאן פארוואס זענען מיר אזוי דאנקבאר דעם אויבערשטן אז ער האט געשיקט דעם רבין אויף דער וועלט. דער אמת איז אז די אלע זאכן זענען געווען באהאלטן פון "אונז", מיר זענען געווען צובראכן, מיר האבן שוין נישט געזען קיין האפענונג, און דער רבי בלאזט אריין אין אונז א חיות, מאכט אונז עפענען א ספר, מאכט אונז דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר האבן חתונה געהאט. &nbsp; אז מיר וועלן ווייטער לעבן מיט די הייליגע עצות וועלן מיר האבן א זיס לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. &nbsp;

    < זעה מער ו כסלו תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 50 results

1 2 3 4
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com