Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שלום געשפרעכן צווישן רוסלאנד און אוקראינע שטויסט זיך אן אין שטיינער

    ווי אלע האבן מן הסתם שוין געהערט האט זיך געטון א גאנצע סומאטוכע אינעם ווייסן הויז נישט לאנג צוריק, דאן איז זעלענסקי אריבערגעקומען צו טראמפ, מיט'ן ציל צו אונטערשרייבן א "מינעראלן אפמאך" מיט אמעריקע, דאס הייסט וויבאלד אוקראינע האט זייער רייכע ערד, פול מיט זעלטענע מינעראלן וואס אמעריקע האט נישט, האט עס געהייסן אז אמעריקע וועט שליסן א געשעפט מיט אוקראינע אז אמעריקאנע פירמעס וועלן אריינקומען און אינוועסטירן אין ארויסגראבן די פארשידענע וויכטיגע מינעראלן, פון וואס ביידע וועלן פארדינען, און בדרך אגב וועט עס אויך דינען אלץ א מיטל צו מאכן שפירן אוקראינע עטוואס רואיגער, וויבאלד רוב פון די מינעראלן געפונען זיך אין די גרעניץ געגענט מיט רוסלאנד, און וועט פארשווערן פאר רוסלאנד אריינצוקומען ווייטער קיין אוקראינע און זיך טשעפען מיט אמעריקע וואס איז דארט א שותף.   טראמפ מיט זיין וויצע האבן ווארעם אויפגענומען דעם אוקראינער פרעזידענט, און מען האט געשמועסט און זיך גע'חנפ'עט איינער צום צווייטן ווען נאך א האלבע שעה האט זיך דער שמועס פלוצלונג גערוקט שארף קיין דרום אן קיין פריערדיגע ווארענונג, דאס איז געקומען ווען זעלענסקי האט איבערגעהאקט וועינס און אים פרובירט צו איבערצייגן אז רוסלאנד איז א לאנד מיט וועמען מען קען נישט פארהאנדלען, און אפילו ווען יא וועלן זיי פארלעצן יעדן אפמאך, אזוי ווי זייער היסטאריע האט געוויזן. דא האט זיך אנגעהויבן א ברוגז צווישן די אלע, ווען דער פרעזידענט אינאיינעם מיט זיין וויצע האבן אנגעהויבן באשייגעצן דעם אוקראינער פרעזידענט, בשעת ער פרובירט זיך צו פארטיידיגן.   זייט דעמאלטס האבן זיך שוין די באציאונגען צווישן די צוויי עטוואס פארבעסערט, מען האט זיך שוין אביסל איבערגעבעטן, אבער וויאזוי עס זאל נישט זיין טוט יעדער אויסטייטשן דעם דעם אינצידענט אין ווייסן הויז לויט זיין רצון. זאך קענער זאגן אבער, אז דאס איז זיכער אז סיי רוסלאנד און סיי אוקראינע וואלטן שוין לאנג געקענט אויפהערן דעם בלוט פארגיסונג, דער הויפט שטער איז די איינדרוק וואס דאס וועט מאכן. יעדער ציטערט פאר זיין אייגענעם שאטן. רוסלאנד האט מורא זי וועט אויסזען ווי א שוואכלינג וואס קען נישט באזיגן דעם שוואכן אוקראינע, און קוקט זיך אן ווי זי "מוז" באשיצן איר נאמען אלץ א "וועלטס מאכט" (בשעת די וועלט לאכט אונטער איר רוקן, זעענדיג ווי זי האט זיך שוין געמוזט אראפ לאזן אזוי נידעריג צו בעטן הילף פון די מעכטיגע "נארט קאריע" און "איראן") פון די אנדערע זייט, שטייט אוקראינע און לעבט אויף "לייף סופארט", זי מוז צוקומען צו א רעספירעיטאר יעדע מינוט צו קענען איבערלעבן, אבער שפילט "העלד", זיי "פייטן" און "לאזן זיך נישט פון די רוסישע אגרעסיע", און וויל מיט דעם "שיקן א מעסעדזש פאר אלע דיקטאטורן" אז מען קען נישט "סתם אזוי איינעמען לענדער". בשעת מיליאנען סאלדאטן שטארבן, זייער עקאנאמיע גייט אונטער, אלע אינגע מענער אנטלויפן צו אלע רוחות אבי נישט צו דארפן דינען אלס קאנאנען פלייש, אבער זיי שפילן ווייטער "העלד".   מיר אלע ביי אונז אינדערהיים קענען האבן אזא זיסע לעבן, אויב מיר וועלן אויך אויפהערן קוקן אויף אנדערע, וואס פארא טייערע פרייז וועלן מיר דארפן באצאלן אויפצוהערן צו לעבן פאר יענעם? דארפן מיר האלטן ביי א מיליאן טויטע און נאך צוויי מיליאן פארוואונדעטע מיר זאלן זיך אויפוועקן? וואלסט שוין לאנג געקענט לעבן מיט'ן אייבערשטן אויב דו וואלסט געקוקט אויפן תכלית און אויפגעהערט קוקן צי דיין שכן האלט דערפון. וואלסט שוין לאנג געקענט טרעפן א דזשאב אויב דו האסט ווען נישט מורא צי עס פאסט. וואלסט שוין לאנג געקענט א שידוך טון מיט דיין קינד ווען דו הערסט אויף קוקן ווער דיין מחותן'ס מחותן איז.   לאמיר אנהייבן בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן קוקן נאר אויף די תורה, און פרעגן נאר צדיקים וואס איז ריכטיג צו טון און וואס איז נישט ריכטיג, וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, און אזוי וועלן מיר לעבן א זיסע לעבן אין גן עדן נאך אויף דער וועלט.

    < זעה מער כד אדר תשפ"ה 📝
  • מלחמה אין מיטל מזרח פלאקערט ווידער אויף

    די מלחמה אין ארץ ישראל איז ווידער אין די נייעס ווען מדינת ישראל האט נעכטן געצילט פילע געגענטן אין צענטראל און דרום פון די עזה פאס מיט פליגערס און באמבעס וואס האבן געהרגעט פילע כאמאס פירער, און אנגעבליך אויך אומגעברענגט נאך הונדערטער אנדערע. דערמיט איז געשלאסן געווארן די צייטווייליגער צוויי חדשים'דיגע פייער אפשטעל וואס האט באפרייט בערך דרייסיג אידישע משכונות וואס זענען געווען פארכאפט און בערך פופצן הונדערט פאלעסטינער ארעסטאנטן פון די איזראעלישע תפיסות. &nbsp; נעכטן האט מען געהערט גאר שטארקע אויפרייסן אין עזה ווען פליגערס האבן אראפ געלאזט שווערע באמבעס אין פילע פאזיציעס פון כאמאס פירער, וואס האט צוריק אויפגעפלאקערט דעם קריג אינעם ראיאן, ברענגענדיג פארדאמונגען פון פילע ריכטונגען, און שטיצע פון אנדערע - אריינגערעכענט פרעזידענט טראמפ פון אמעריקע. &nbsp; דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע אידישע קינדער - בפרט די וואס זענען נאך געבליבן פארכאפט אונטער די רוצחים - און זיי זאלן ווערן באפרייט וואס שנעלער. מיר זענען מתפלל פאר זייער שנעלע באפרייאונג, אבער אויך זענען מיר מתפלל אז ביי אונז אינדערהיים זאל נישט אויפלאקערן קיין מלחמה, ביי אונז אין שטוב זאל נישט פאלן קיין באמבעס וואס דאס איז אסאך ערגער פון א וועלט מלחמה. די גמרא זאגט אין מסכת ברכות דף ז' עמוד ב' "אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן מִשּׁוּם רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחַי קָשָׁה תַּרְבּוּת רָעָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם יוֹתֵר מִמִּלְחֶמֶת גּוֹג וּמָגוֹג" מוהרא"ש זי"ע פלעגט עס כסדר זאגן, וואס קען זיין ערגער פון א וועלט מלחמה, מלחמת גוג ומגוג, אויב מיר קריגן זיך אינדערהיים, ווען עס איז דא א מלחמה אין גאס עס פליען באמבעס, סאלדאטן שטארבן, איז נאך נישט געפערליך, איך קוק נישט קיין נייעס, איך הער נישט קיין נייעס, איך קום אהיים מיט א שמייכל, עס איז מיר גוט, איך האב א ווארימע ווינקל, אבער אויב קוקט מען אויף די ווייב מיט א שלעכטע אויג, זי איז מיר נישט גוט, אפילו די גאנצע וועלט קומט זיך דורך איינע מיט'ן צווייטן, אפילו ווען טראמפ וועט שוין מצליח זיין צו מאכן שלום צווישן רוסלאנד מיט אוקריינא, צווישן אמעריקע און צפון קאריע, צווישן מדינת ישראל מיט איראן - כיזבאלא און כאמאס, אבער עס איז מיר ביטער. &nbsp; וואס איז די עצה - פלעגט מוהרא"ש אלץ זאגן - מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן שכל, ווייל שלום בית קען מען נאר האבן אויב מען איז קלוג און נישט גערעכט, און וואס מיינט האבן שכל? אז מיט א ווייב טענה'ט מען נישט, א ווייב איז אלץ גערעכט, און מען איז מוותר אין שטוב. &nbsp; עטליכע מערקווירדיגע פאקטן איבער די משכונות: דער עלטסטער משכון איז געווען א 79 יעריגער איד, און די אינגסטע איז די באקאנטע רויטע ביבאס בעיבי פון 9 חדשים אלט; טייל משכונות האבן אנטוויקעלט די טרויעריג בארימטע "שטאקהאלם סינדראם" וואס מיינט זיי האבן באקומען א גוטע געפיל איבער זייערע פארכאפער; אסאך משכונות האבן געזאגט אז זיי האבן גענצליך פארלוירן חשבון פון צייט זיצנדיג גענצליך אפגעהאקט פון די וועלט אין טונעלן טיף אונטער די ערד. &nbsp; מיר זענען מתפלל אז אלע פארכאפטע אונטער די כאמאס רוצחים אדער אונטער די נעגל פונעם סמ"ך מ"ם זאלן באפרייט ווערן וואס שנעלער בביאת משיח צדקינו, ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים אמן.

    < זעה מער יט אדר תשפ"ה 📝
  • ברעיקינג נייעס: אוקריינע מסכים צו א דרייסיג טאגיגער פייער-אפשטעל

    דריי יאר נאך דעם אויסברוך פונעם מלחמה צווישן רוסלאנד און אוקריינע, און אין א צייט ווען די באציאונגען צווישן אמעריקע און אוקריינע איז געווען זייער אנגעצויגן, ווערט היינט באריכטעט איבער סוקסעספולע פארהאנדלונגען צווישן אמעריקע און אוקריינע וואס איז פארגעקומען אין סאַודי-אַראַביע. &nbsp; די באריכטן לויטן אז אוקריינע האט זיך געבויגן, און מסכים געווען צו א 30-טאגיגן פייער-אפשטעל, וועלכער וועט ארייננעמען דאס אויפהערן זיך באנוצן מיט מיסילס, דראָונס, וכדומה, סיי אויפן ים, און סיי לענגאויס דער גאנצער פראָנט ליניע. &nbsp; אמעריקאנער פארהאנדלער זאגן אז יעצט וועלן זיי ברענגען דעם פארשלאג פאר רוסלאנד און לייגן דרוק אויפן קרעמלין אז זיי זאלן אויך איינגיין אין דעם פייער-אפשטעל. &nbsp; אוקריינע'ס פרעזידענט, זעלענסקי, האט ארויסגעגעבן א מעסעדזש זאגענדיג אז אוקריינע איז געווען גרייט צו שלום פון דעם ערשטן רגע פון דער מלחמה, און זיי זוכן בלויז צו פארזיכערן אז די ענדע פונעם קריג מיינט א לאנג טערמיניגער שלום, וואס וועט נישט צוריק אויפפלאקערן א קורצע צייט שפעטער. דער זעלבער באריכט געבט אויך אן אז אמעריקע האט באשלאסן ווידער צו באנייען שפיאנאזש הילף פאר אוקריינע, איבער וואס מען האט גערעדט אין די לעצטע צייט אז טראמפ האט אפגעשטעלט, צוליב דעם אומאנגענעמען ווערטער אויסטויש צווישן אים און זעלענסקי, וואס ווייזט אז אמעריקע זעט אין דעם אז אוקראינע ברעכט זיך צו אירע פארלאנגען. &nbsp; פאר אונז אנשי שלומינו חסידי ברסלב וועלכע האבן די זכיה צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה איז דאס גאר גוטע נייעס, מיר זענען כסדר מתפלל אז מען זאל שוין קענען קומען קיין אומאן אומגעשטערט, און ווער ווייסט אפשר גאר וועט ארויסקומען א גרויסע טובה פאר אנשי שלומינו, איידער די מלחמה האט עס אויסגעזען זייער שווער צו פארן דריי פיר שעה פונעם עירפארט אין קיעוו אדער אדעסע, זוכן טעקסיס און פארן אויף די שמאלע צוהאקטע הייוועיס, און מען האט דאן מתפלל געווען אז מען זאל עפענען די עירפארט אין אומאן וואס פלעגט זיין א מיליטערישע עירפארט אין די צייטן פון די סאוויעטן, אבער איז געווען גענצליך פארלאזט אין די לעצטערע יארן און מען האט עס שוין נישט געקענט נוצן, יעצט צוליב די מלחמה האט מען זיך געכאפט ווי גרינג עס איז דאן געווען צו פארן, און מען האט געדארפט איבערקומען אסאך גרעסערע מניעות אנצוקומען צום רבין אויף ראש השנה, מען האט נישט געקענט פארן דירעקט קיין אוקראינע, און די גליקליכע האבן זוכה געווען צו פארן מיט א טשארטער קיין פוילן, און פון דארט איבער צען שעה מיט'ן באן. &nbsp; אבער בשעת די אלע אומאנגענעמליכקייטן האט די אוקריינער רעגירונג צוריק אויפגעבויעט דעם עירפארט אין אומאן, און זיי פלעגן רעגלמעסיג נוצן דעם עירפארט אין די לעצטע דריי יאר בשעת די מלחמה האט געפלאקערט צו פליען פון דארט מיליטערישע פליגער. דער אויבערשטער וועט זיכער העלפן אז די נארישע מלחמה און אומזיסטע בלוט פארגיסונג וועט זיך אויפהערן, און ווען די קריג וועט קומען צו אן ענדע, קען דאס שטארק פארגרינגערן די נסיעה, אז מיר זאלן קענען פליען גלייך קיין אומאן אן קיין שוועריקייטן. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן, אז עס זאל זיין שלום ביי אונז, מיר זאלן שלום מאכן מיט זיך אליינס, אויפהערן באשולדיגן יעדעם איינעם אין די צרות, מאכן שלום מיט די ווייב און קינדער, ווערן בשלום מיט די קינדער און עלטערן, און מיר זאלן קענען זיי אמת'ע ערליכע אידן.

    < זעה מער יב אדר תשפ"ה 📝
  • אלטע פארלאזטע באמבע, שטעלט אפ באן סערוויס צווישן פאריז און לאנדאן

    אין די צענטראלע גרויסע באן סטאנציע אין פאריז פראנקרייך איז דעם פארגאנגענעם ערב שבת קודש אנטשטאנען א גרויסע פאניק. וואס האט פאסירט? באאמטע אינעם געגענט האבן געפונען אן אלטן באמבע, אן איבערבלייבעניש נאך פון אכציג יאר צוריק פון די צווייטע וועלט מלחמה, וואס מען האט געטראפן א קארגע מייל אוועק פונעם באן סטאנציע פון ווי די יורא סטאַר באן פארט ארויס קיין לאנדאן ענגלאנד, און האט געפירט אז די באן סערוויס צווישן די צוויי לענדער זאל טאטאל אפגעשטעלט ווערן פאר עטליכע שעה. &nbsp; די דייטשן האבן געווארפן מיליאנען באמבעס איינצונעמען די שכינות'דיגע לענדער, טייל האבן אויפגעריסן, אבער פילע האבן "איבערגעלעבט" דעם פאל און זענען געליבן גאנץ און איינגעגעסן אין די ערד ווארטנדיג אז איינער זאל עס חס ושלום אנרירן, און האט די פאטענציאל חרוב צו מאכן גאנצע גאסן פאר איבער אכציג יאר שפעטער, דאס איז א זאך וואס האט שוין ליידער פאסירט פילע מאל אין לענדער וואס אסאך אסאך יארן נאך א מלחמה, קען מען זיך אנשטויסן אין אן אומאויפגעריסענע באמבע וואס רייסט פלוצלינג אויף. &nbsp; זה לעומת זה עשה אלקים, דער אויבערשטער וויל זיך טרעפן מיט זיינע קינדער, עס זענען ליידער דא קינדער וואס זענען גענצליך פארלוירן, זיי ווייסן ניטמאל אז זיי שטאמען פון אידן, עס זענען אויך דא אידן וואס ווייסן אז זיי זענען אידן, אבער מיינען נעבעך אז אידישקייט באשטייט פון פראווען א "באר מיצווע" מיט ליינען די "האפטוירע" ביים "דרייצנטן בוירטדעי" און אויך חלילה נישט פארגעסן פון עסן קניידלעך אום פסח. ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו, מיר גייען אין די וועגן פון אונזערע גרויסע רבי'ס די תלמידי החתם סופר זי"ע וואס האבן אראפגעשטעלט די ארטאדאקסיע, און אראפ געשטעלט א יסוד אז אידישקייט איז "שולחן ערוך" און פון דעם קען מען זיך נישט אוועק רירן, און אזוי אויך תלמידים פון די שפעטערדיגע צדיקים גאונים וקדושים נ"ע דער בעל שם טוב זי"ע און זיינע הייליגע תלמידים זי"ע, אבער מיר קענען אויך פארגעסן "פארוואס" מיר האלטן דעם שלחן ערוך, דער הו הא פונעם לעבן, ביזנעס, פעישן, כבוד, נייעס און פאליטיק קען אונז מאכן פארלוירן, מיר ווייסן טאקע אז דער אויבערשטער איז גאט און מיר דארפן אים פאלגן, אבער מיר פארגעסן טייל מאל פון אים. און דערפאר האט דער אויבערשטער אראפ געשיקט דעם גרויסן צדיק דער הייליגער רבי מיט זיינע תלמידים, בפרט דער צדיק וואס האט נאך געלעבט אין אונזער דור מוהרא"ש זי"ע וואס האט גענומען אויף זיך א ציל א מטרה צו ווארפן פאזיטיווע באמבעס, הייליגע באמבעס, און אייננעמען די וועלט צום אויבערשטן, דערמאנען אלע קינדער אז דער טאטע וויל ענק זען, ער ווארט אויף דיין באזוך, ביסט פארנומען מיט ביזנעס און האסט פארגעסן פון דיין טאטן. טייל פון די הייליגע ספרים און קונטרסים טוען א פעולה תיכף ומיד, עס וועקט אויף דעם מענטש צו רעדן צו זיין טאטן וואס בענקט זיך שוין אזוי שטארק צו אים, און טייל ווערן פארגעסן אין בוזעם טאש, אין ספרים שאנק אדער אפילו אין שמות באקס, און נאך פילע יארן שפעטער פירט דער אויבערשטער צו אז איינער זאל עס אנרירן און נתעורר ווערן צום אויבערשטן. &nbsp; לאמיר אויסנוצן די הייליגע פרייליכע טעג פון אדר און ניסן זיך צו דערנענטערן צום אויבערשטן, וועלן מיר זיין אמת'ע ערליכע אידן.

    < זעה מער י אדר תשפ"ה 📝
  • עלטסטע קריגס איבערלעבערין נפטר געווארן

    נעכטן איז נפטר געווארן אין ניו יארק א הונדערט און דרייצן יעריגע אידישע פרוי מיט'ן נאמען רויזא גיראָון. קיינער בלייבט נישט דא אויף דעם עולם פאר אייביג, זינט בריאת העולם האט יעדער איין טאג צוריק געגעבן די נשמה פאר'ן אויבערשטן. די סיבה פארוואס די פטירה פון די פרוי איז אין די נייעס איז צוליב זי איז געווען גערעכנט צו זיין די עלטסטע קריגס איבערלעבער אין די וועלט. &nbsp; די פרוי - וואס איז נעכטן נפטר געווארן אין א מושב זקנים נארט בעלמאור - אין נעסאו קאונטי - ניו יארק, איז געבוירן געווארן אין אין פוילן, זי האט געוואוינט א שטיק צייט אין דייטשלאנד, ביי די מלחמה איז זי אנטלאפן קיין שאנכיי, כינע. און שפעטער האט זי זיך אריבערגעצויגן קיין קווינס ניו יארק, ווי זי האט געוואוינט ביז צען יאר צוריק. אין יאר תשע"ה איז זי אריבער צו א נוירסינג היים, ווי זי האט זיך אויפגעהאלטן ביז איר פטירה אין טיפן עלטער פון הונדערט און דרייצן יאר. &nbsp; מען קען ליינען די נייעס פשוט, און זען די היסטארישע מאמענט, די עלסטע קריג איבערלעבער איז אוועק, אדער קען מען נתפעל ווערן אז א מענטש לעבן הונדערט און דרייצן יאר, אבער ווייניג כאפן אז די נייעס דארף געבן א טרייסל פאר א מענטש, ווייל דאס זאגט אז סוף כל סוף וועלן מיר אלע דארפן צוריק געבן אונזער נשמה צום אויבערשטן. &nbsp; מוהרא"ש פארציילט אז ווען ער איז געווען א קינד, איז ער געווען א ווילד קינד, און איין מאל ביי א לויה האט זיך געשטופט צו מיטהאלטן וואס טוט מען מיט'ן נפטר, ער האט געזאגט אז ער האט געזען אז יא, מען נעמט דעם נפטר, מען לייגט אים אריין אין א גרוב אין דער ערד, מען לאזט אים דארט איבער אליינס, און מען דעקט עס צוריק איבער, און דאס האט אים איבערגעלאזט א טיפער רושם, און געמאכט טראכטן, "פארוואס זענען מיר דא אויף דער וועלט"?, "וואס איז דער תכלית"? געדאנקען וואס האבן אים אלעמאל געדרוקט. אבער ווען ער האט געטראפן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים איז אים לעכטיג געווארן, אוועקגיין פון דער וועלט איז נישט אזוי שרעקעדיג - עס איז ווי מען גייט אריבער פון איין צימער צו א צווייטן. &nbsp; אבער מיר דארפן בעטן דעם אויבערשטן מיר זאלן נישט פארשפילט ווערן פון די הבלי עולם הזה בשעת מיר זענען נאך דא, ווייל יעצט איז ממש גרינג זיך איינצופאקן צידה לדרך פאר'ן עולם הנצחי, אין די פאר יאר קענען מיר איינקויפן גאנצע סטארעדזשעס מיט עסן, טרונקען, קליידער און הייזער פון וואס מיר וועלן נהנה זיין לנצח נצחים, א באגריף וואס אונזער באגרעניצטע מח קען נישט באגרייפן. וויאזוי קענען מיר בייקומען די גלאנציגע וועלט וואס זוכט נאר צו פארדעקן דעם אויבערשטן, דאס גייט נאר דורך תפלה, אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו בעטן דעם אויבערשטן אז ער זאל זוכה זיין אויסצונוצן זיינע טעג, וועט ער זוכה זיין דערצו. עס גייט טאקע נישט אין איין מינוט, אבער מיט סבלנות, יעדן טאג פריש בעטן דעם אויבערשטן און נישט אויפגעבן, וועסטו זוכה זיין צו זיין אן אמת'ער ערליכער איד.

    < זעה מער כח שבט תשפ"ה 📝
  • גרויסער נס ראטעוועט הונדערטער אידן פון א גרויסע אומגליק רח"ל אין ארץ ישראל

    פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט האט דער אויבערשטער באוויזן גרויסע נסים פאר אידישע קינדער אין ארץ ישראל, ווען עטליכע טעראריסטן האבן געוואלט אויפרייסן פילע באסעס אין די פריע פארמיטאג שעות פון ערב שבת קודש ווען זיי זענען פול מיט פאסאדזשירן, און דער אויבערשטער האט געהאלפן, און געראטעוועט אידישע קינדער פון דעם גרויסן אומגליק. &nbsp; עס האט זיך אנגעהויבן ווען איינער האט באמערקט דאנערשטאג עטליכע מינוט פאר ניין אזייגער אווענט אז עס אזי דא א פעקל איבערגעלאזט אויפן באס, און האט אויפגעמערקט דעם דרייווער וועלכע האט תיכף אראפגעשיקט אלעמען פונעם באס, און עטליכע מינוט דערויף האט דער באס עקספלאדירט אין א גרויסע פייער באל, דאס האט אנגעצינדן אן אלארם ביי די אינסטאנצן וועלכע האבן זיך געיאגט צו אונטערזוכן אלע אנדערע באסעס, און מען האט געטראפן נאך פינף באמבעס וואס זענען אלע געווען אנגעשטעלט צו אויפרייסן ניין אזייגער AM פרייטאג, דער אויבערשטער וועלכע האלט אויף אונז זיין רעכטע האנט, האט געמאכט אז דער רוצח זאל מאכן א טעות און אויף איין באמבע האט ער אנגעשטעלט דעם זייגער אז עס זאל אויפרייסן דעם באמבע 9:00 PM וואס האט אויפגעוועקט אלעמען צו די סכנה, און אזוי האט אונז דער אויבערשטער געראטעוועט. און קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן דערפון ב"ה. &nbsp; מיר זענען מתפלל יעדן טאג "השיבה שופטינו כבראשונה, ויועצנו כבתחלה, והסר ממנה יגון ואנחה" אז דער אויבערשטער זאל שיקן פאר אונז ערליכע מנהיגים געטרייע פאסטוכער, וואס האבן רחמנות אויף זייערע שאף, ווי דער רבי זאגט, אז אזוי ווי ביי משה רבינו, און דוד המלך, און נאך האט דער אויבערשטער זיי אויסגעוועלט אלץ פאסטוך פאר זיינע שאף זעענדיג ווי זיי האבן די מדה פון רחמנות, וואס דאס איז די וויכטיגסטע מדה וואס א מנהיג דארף האבן, ער דארף קוקן מיט רחמנות ווי מיר פלאגן זיך, עס גייט שווער מיט פרנסה, שידוכים, שלום בית, חתונה מאכן די קינדער, און דער צדיק דער בעל הרחמים איז אונז מקרב און געבט אונז עצות, אפעקטיווע עצות וואס העלפט, פראקטישע עצות וואס מיר קענען נאכטון. און דער עיקר רחמנות איז וואס מיר גייען דורך ברוחניות, דער יצר הרע ברענט אין אונז, מיר שפירן נישט קיין טעם אין דאווענען, מיר האבן נישט קיין קאפ און קיין געדולד צו לערנען, קומט דער צדיק און לערנט אונז אויס א וועג, ער כאפט אונז אן און געבט אונז אריין דעם לעפל "עפל סאוס" אין מויל, דאוון און טו מצות אפילו אן געפיל, לערן אפילו אן פארשטיין, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז דאס וועט אונז ארויסנעמען פון אלעם שלעכטס. &nbsp; און אין די זעלבע צייט בעטן מיר דעם אויבערשטן אז די מלכות הרשעה, מלכות הרצח, מלכות האכזריות זאל שוין אונטערגיין, און מיר זאלן שוין מער נישט ליידן פון די ערב רב אין ארץ ישראל, וואס זוכט נאר איין זאך, אני אמלוך, און אויסרייסן די אמונה פון אידישע קינדער. &nbsp; אבער מיט דעם אלעם וואס מיר גייען דורך פון זיי דאנקען מיר דעם אויבערשטן "ועל נסיך שבכל יום עמנו", דא האבן מיר געזען דער נס שלא על פי דרך הטבע, ווי די רוצחים האבן זיך געגרייזט און אנגעשטעלט דעם זייגער שלעכט, און דערמיט געראטעוועט זיינע שעפעלעך פון א גרויסע אומגליג רחמנא ליצלן.

    < זעה מער כו שבט תשפ"ה 📝
  • פיר וואכן פונעם טראמפ 47 אדמיניסטראציע

    שטייענדיג פיר וואכן אריין אין די צווייטע טראמפ טערמין אלץ זיבן-און-פערציגסטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן איז אינטערעסאנט צו באטראכטן וואס עס טוט זיך אין זיין אדמיניסטראציע. &nbsp; די לעצטע נייעס וואס איז ארויסגעקומען פונעם ווייסן הויז זענען פאזיטיוו לטובת אחינו בני ישראל, צוויי עקזעקוטיווע באפעלן וואס דער פרעזידענט האט אונטערגעשריבן, איינס אז אינשורענס זאל באצאלן פאר דאקטאר באזוכן פאר מענטשן וואס ווארטן געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, און די צווייטע צו מבטל זיין די "קאנדזשעקטשאן פרייסינג טאלס" אריינצופארן קיין מאנהעטן. &nbsp; בנוגע די מלחמה אין אוקריינא מיט רוסלאנד, וואס מיר זענען מתפלל אז דאס זאל זיך שוין ענדיגן וואס שנעלער, די נארישע מלחמה וואס ברענגט גארנישט אויסער טויט און פארניכטונג האט געברענגט אסאך שוועריקייטן צו קענען פארן צו קברי צדיקים, אנשי שלומינו האבן טאקע נישט געקוקט אויף די אלע שוועריקייטן, עס קאסט צייט געלט און כחות, אבער זענען מתפלל אז דער שוועריקייט זאל שוין אוועקגיין. באאמטע פון די טראמפ אדמיניסטראציע האבן זיך געטראפן אין סאודי אראביע מיט רוסישע באאמטע און האבן אנגעקניפט שטארקערע באציאונגען, דערנאך האט טראמפ שארף אטאקירט דעם אוקראינער פרעזידענט אים באשלודיגדיגן אין די מלחה, און אים רופנדיג א דיקטאטור וואס האט נישט קיין שטיצע פון זיינע בירגער, און דערפאר האט ער אפגעשטיפט די וואלן. &nbsp; ביים גרעניץ זענען זאכן אסאך שטילער, טראמפ האט דערקערט אן "עמוירזשענסי צושטאנד" און געשיקט הונדערטער זעלנער צו באשיצן דעם גרעניץ, אין די זעלבע צייט זענען פארשיקט געווארן פילע פארברעכער אימיגראנטן צו זייערע היימלענדער, וואס דאס אלעס האט געשיקט א שטארקע מעסעדזש צו פאטענציאלע אימיגראנטן אז יעצט איז נישט די צייט. די סטאטיסטיקס ווייזן אן איבער נייציג פראצענט רעדוקציע אין פרישע אומלעגאלע אימיגראנטן אין פארגלייך צו די פאריגע חודש אונטער ביידען. &nbsp; אין פילע אינדוסטריעס קראצן זיך די סוחרים די קאפ וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די פילע טאריפס וואס טראמפ לייגט ארויף אויף אימפארטן פון אנדערע לענדער, צווישן אנדערע איז ארויפגעלייגט געווארן טאריפס אויף כינע, אויף אימפארטירטע קארס, אויף שטאל און פארמאסיוטיקל אימפארטן. טראמפ טענה'ט אז אנדערע לענדער נעמען אדוועטענדזש אויף אמעריקאנער פרייע האנדלס פאליסיס, זיי העלפן זייערע ביזנעסער מאכן ביליגערע פראדוקטן, און נעמען הויכע שטייערן פאר פראדוקטן וואס קומען פון אמעריקע. &nbsp; אינעם דאדזש אגעטור אנגעפירט דורך אילאן מאסק גייען זיין דורך אגענטור נאך אגעטור, זיי שניידן גרויסע שטיקער פון די רעגירונג, מאכן צו גאנצעטע אפטיילונגען, פארשיקן אומנויטיגע ארבעטער. די יו-עס עיד אגענטור איז געווען פון די ערשטע צו ווערן פארמאכט, מאסק האט געזאגט אז יו עס עיד איז נישט אן עפל וואס האט א ווארעם, נאר איז א קאנע פון ווערים, די אגענטור איז אנגענגאנען יארן לאנג אן דעם וואס איינער זאל זיך קימערן מיט וואס זיי טוען, און האבן געשיקט מיליאנען פאר פיינטליכע לענדער, נארישע צוועקן, און ליבראלע לינקע אקטיוויזם. לויט ווי די דאדזש אגעטור זאגט האבן זיי שוין געשפארט פאר די רעגירונג פינף און פופציג ביליאן דאלער, וואס איז בערך דריי פראצענט פון זייער ציל פון צוויי טריליאן דאלער. זיי זאגן אז דאס קומט אויס צו איבער דריי הונדערט פופציג דאלער פער שטייער צאלער. &nbsp; ווען מען רעדט פון די נייעס אין די רעגירונג און מען הערט פון טראמפ, און מאסק, מען רעדט כאילו זיי זענען "מאכטפול", "רייך", "קלוג", אדער אפשר גאר פארקערט, זיי זענען "נאריש", "ווילד", "דיקטאטורן", דארפן מיר געדענקען אז דאס איז נישט די ווארהייט, דאס אלעס איז בלויז א שפיל, דער אויבערשטער האט די גאנצע מאכט, ער איז קלוגער און רייכער פון סיי וועם, און נישט קיין חילוק פון וועלכע זייט פונעם פאליטישן שפיל מען קוקט עס אן, איז עס דער אויבערשטער וואס לייגט אריין אין זיי פונקט ווי אין אונז זייערע איידיעס, און געבט זיי די כח יא אדער נישט אויסצופירן זייערערע פלענער. אויב הערט איר פון א פלאן וואס געפעלט אייך, בעט דעם אויבערשטן עס זאל מצליח זיין, אויב האלט איר אז זייערע פלענער זענען געפערליך, און עס טאר נישט דורכגעפירט ווערן, זייט נישט אין פאניק, בעט דעם אויבערשטן, און אלעס וועט זיין גוט.

    < זעה מער כא שבט תשפ"ה 📝
  • דעלטא פליגער לאנדעט מיט'ן קאפ אראפ אין טאראנטא קאנאדע

    מ'האלט שוין דא נאך דעם שלשים יום קודם לחג, און ווי עס שיינט האט א דעלטא פליגער זיך שוין געשפירט אביסל בגילופין, און האט זיך געשטעלט אויפן קאפ בשעת'ן לאנדן אין קאנאדא. &nbsp; דער פליגער האט געמאכט דער "ונהפוך הוא" אויף א זייער נישט בא'טעמ'טע וועג, און יעצט ווען מיר גרייטן זיך צו פורים דארף מיר זיך גרייטן מיט די ריכטיגע "ונהפוך הוא", אז מיר וועלן איבערדרייען אלע אונזערע עצבות, עצלות און מרה שחורה צו שמחה של מצוה, לעבן מיט'ן אויבערשטן, אנשטאט קריטיקירן ווי עס קומט אריין, אויפקלערן די ווייב, וועלן מיר שיסן קאמפלימענטן אין די וועלט אריין אפילו עס שטימט נישט, מיר וועלן זיין דער וואס וועט איבערבעטן אפילו זי איז גערעכט. ווייל דער סמ"ך מ"ם ארבעט אויך אויף קעסל און כלים צו מאכן אן אנדערע ונהפוך הוא, ער וויל מיר זאלן איבערדרייען דעם פליגער מיט'ן קאפ אראפ און ער וויל מיר זאלן חלילה אפברענען, מאכן א כלי' פון כלל ישראל היל"ת. די גמרא אין מסכת מגילה דף טו זאגט, "תנו רבנן: ארבע נשים יפיפיות היו בעולם: שרה רחב ואביגיל ואסתר", עס זענען געווען פיר שיינע פרויען אויף דער וועלט, שרה, רחב, אביגיל, און אסתר, זאגט די גמרא ווייטער "ולמאן דאמר אסתר ירקרוקת היתה", עס זענען דא וואס זאגן אז אסתר איז געווען א גרינע - קומט דאך אויס אז זי איז נישט געווען פון די שיינע פרויען, "מפיק אסתר ומעייל ושתי", דעמאלסט נעם ארויס פון די ליסטע אסתר, און לייג אנשטאט איר וושתי. שטעלט זיך א קשיא, קודם כל וואס וויל מיר די גמרא דא זאגן? וואס איז אונז נוגע וועלכע פרויען זענען שיין? און בכלל קען מען דען זיך קריגן מיט א פאקט, איז אסתר געווען אויף די ליסטע, אדער ושתי? זאגט דער ראש ישיבה שליט"א אז די גמרא וויל אונז דא זאגן גאר עפעס אנדערש, עפעס וואס מיר דארפן זייער וויכטיג וויסן, ווייל דאס קען מאכן א חילוק צי מיר לעבן אויף דער וועלט אין גן עדן אדער חלילה מיר בראטן זיך אין גיהנום נאך ביים לעבן. מ'קען הערן נעבעך מענטשן וואס מאכן חוזק פון שלום בית, זיי האבן נישט ליב צו זיין אינדערהיים, זיי ווייסן נישט פארוואס זייער ווייב איז נישט אויף די שיינע ליסטע אין זייער אויגן, זיי טראכטן נעבעך "אסתר ירקרקות היתה", אין זייערע אויגן זענען זיי נעבעך אריינגעפאלן מיט אזא נעבעכדיגע יאנטשי גרינע ווייב, אויף דעם זאגט די גמרא "מפיק אסתר ומעייל ושתי", ווייל דו היטסט נישט דיינע אויגן נעבעך, דו טראכסט אז ושתי - די שמוציגע גאס איז שיין, דערפאר ווערט נעבעך אסתר דיין הייליגע ערליכע אידישע אשת חיל ארויסגענומען. &nbsp; יעצט ווען עס קומט פאר פורים זאגט דער הייליגער רבי נתן די עצה מען זאל געראטוועט ווערן פון דעם גהנום - אז א מענטש זאל בעטן דעם אויבערשטן מען זאל געראטעוועט ווערן פון קליפת המן עמלק, וואס דאס מיינט בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל זיך פארמיאוסן אין די מיאוסע אינטערנעט בילדער, די גויאישע ווידיאס, וואס דאס איז קליפת המן ושתי און עמלק, און מען זאל באקומען א געפיל צו מרדכי ואסתר, מען זאל ליב האבן אהיים צו גיין און לעבן באהבה אחוה שלום וריעות אזוי ווי די תורה האט געזאגט. &nbsp; דער דעלטא פליגער וואס איז אפגעפלויגן פון מיניאפעליס - אינדיאנע, אפערירט דורך ענדיוואר עירליינס, האט זיך אנגעשטויסן אין גאר שטארקע ווינטן בשעת'ן לאנדן אין טאראנטא פיערסאן לופטפעלד אין קאנאדע, און האט זיך איבערגעדרייט מיט'ן קאפ-אראפ-פוס-ארויף בשעת'ן לאנדן, דער צוזאם שטויס מיט'ן ראנוועי האט גורם געווען אז דער פליגער האט אנגעהויבן צו ברענען פון דרויסן, אבער דער אויבערשטער האט געהאלפן אז אלע פאסאנדזשירן האבן באצייטענס עוואקואירט, און טראץ דעם שווערן עקסידענט איז קיינער פון די אכציג מענטשן אויפן פליגער נישט אומגעקומען. עס זענען באריכטעט געווארן פופצן פארוואונדעטע, צווישן זיי דריי ערנסט פארוואנדעט, און איינער גאר ערנסט, אבער קיינער זעט נישט אויס צו זיין אין א לעבנ'ס געפאר. &nbsp; הצליני מקליפת המן עמלק, וזכני לקדושת מרדכי ואסתר

    < זעה מער כ שבט תשפ"ה 📝
  • טראמפ סטראשעט כאמאס מיט גהינום אויב זיי באפרייען נישט די משכונות ביז שבת

    "איך וועל עפענען אויף זיי די טויערן פון גהנום" האט טראמפ געשריגן רעדנדיג צו רעפארטערס וואס האבן אים געפרעגט איבער דעם וואס כאמאס האט אנגעהויבן צעגערן איבער זיך האלטן צום פייער אפשטעל דורך וואס זיי דארפן איבערגעבן יעדן שבת דריי משכונות אין אויסטויש פאר הונדערט פופציג ארעסטירע פאלעסטינער אין מדינת ישראל, "אויב ביז שבת צוועלף אזייגער ווערט נישט יעדע פון די משכונות ארויסגעלאזט, וועלן זיי געווארן ווערן וואס גהנום מיינט" האט ער געשוימט, "די משכונות וועלכע זענען ארויסגעלאזט געווארן פאריגע וואך שבת האבן אויסגעזען ווי מלחמה איבערלעבער, עס קען ווייטער נישט אזוי גיין, איך פארליר מיין געדולד". &nbsp; טראמפ ווי זיין שטייגער האט אין א שטוינענדע מעלדונג געלאזט וויסן אז ער וויל מער נישט הערן פון קיין אפמאך מיט כאמאס איבער משכונות, און האט נישט געוואלט זאגן קיין פרטים וואס ער מיינט מיט "גהנום", זאגענדיגט "זיי זאלן בעסער נישט פרובירן". אזוי אויך האט ער גענומען א גאר פרישע צוגאנג צו עזה, א געוואגטע פלאן וואס קיינער האט זיך ביז היינט נישט געוואגט צו דערמאנען, ער וויל ארויסטרייבן אלע פאלעסטינער פון דארט, און זאגט אז די ארומיגע אראבישע מדינות וועלן זיך מוזן צושטעלן און זיי אריינעמען, "זיי באקומען ביליאנען יעדעס יאר פון אמעריקע" זיי זאלן בעסער קאאפערירן. ער זאגט אז ער פלאנט זיי נישט צוריק צו לאזן נאכדעם וואס אמעריקע בשותפות מיט נאך לענדער וועלן עס איבערבויען, "עס איז א חורבן דארט, מען דארף אלעס צואווארפן, יעדער דארף עוועקואירן". &nbsp; "וואס איז ערגער פון אן אטאם באמבע"? האט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א אמאל געפרעגט אין בית המדרש היכל הקודש, דער עולם האט זיך געוואונדערט "וואו ווילסטו צוקומען?", האט ער געזאגט, עס איז היינט ווייסט מען אז ווען אמעריקע האט ערצייגט די אטאם באמבע סוף פון די צווייטע וועלט מלחמה, האבן זיי בלויז געהאט צווי פארטיגע באמבעס, ווען יאפאן האט זיך נישט געוואלט אונטערגעבן און ענדיגן די קריג, דער ערשטער אטאם באמבע וואס אמעריקע האט געווארפן אויפן שטאט היראשימע אין יאפאן אום כ"ז אב תש"ה האט אין סעקונדעס אומגעברענגט די אומגעהויערע צאל פון איבער אכציג טויזענט מענטשן, אבער יאפאן איז געבליבן עקשנות'דיג, עטליכע טעג שפעטער אום ג' אלול האט אמעריקע געשיקט דעם צווייטן באמבע וואס האט אומגעברענגט תיכף א געשאצטע פערציג טויזענט יאפאנעזער, אבער יאפאן שרעקט זיך ווייטער נישט. וויאזוי האבן זיי זיך געבראכן, אמעריקע האט דאן געזאגט פאר יאפאן אז זי גייט שיקן א דריטע באמבע, און דאס האט זיי געבראכן, זיי האבן זיך גענצליך אונטערגעגעבן אן קיין שום תנאים. "שרעק און פאניק איז ערגער פון אן אטאם באמבע" האט הר"ר יואל געזאגט, "אויב וואלטן זיי זיך געהאלטן נאך אביסל, וואלטן זיי געזען אז די סטראשערייען זענען סתם אין די וועלט אריין, אמעריקע וואלט דאן גענומען כאטש צוויי חדשים צו ערצייגן א פרישע באמבע, אבער די פאניק אז מען גייט שיקן א פרישע האט זיי געבראכן". &nbsp; ביי אונזער פאל, די כאמאסניקעס, זענען מיר מתפלל אז זיי זאלן זיך טאקע ברעכן, און פאניקן און באפרייען אלע משכונות, זיי זאלן אהיים גיין בשלום צו זייערע משפחות, אבער ווען דער סמ"ך מ"ם סטראשעט אונז, פרובירט אונז אנצושרעקן אויב מיר גייען צום צדיק וועט מען נישט קענען טון קיין שידוכים (ער האט פארגעסן אז א מינוט פריער האט ער געסטראשעט אז דארט טוט מען זייער אינג שידוכים - אבער צו זיין דערשראקן דארף מען נישט רעדן מיט שכל...) אויב מען גייט צום צדיק וועט מען ווערן פארכאפט... מיר דארפן זיך נישט טענה'ן מיט'ן סמ"ך מ"ם, אויב איך וועל אויפווייזן אז ב"ה אלע טוען פיינע שידוכים, וועט ער האבן א פרישע שרעק, מיר דארפן בלויז זוכן צו טון דעם רצון השם, און דער אויבערשטער וועט שוין טון דאס זייניגע. איך גלייב באמונה שלימה אז אויב איך גיי צו א פלאץ וואס העלפט מיר אין עבודת השם, עס העלפט מיר באקומען א קשר מיט'ן אויבערשטן, עס העלפט מיר זיין א בעסערע טאטע צו מיינע קינדער, א בעסערע מאן אדער ווייב אין שטוב, וועט עס נאר העלפן ברוחניות ובגשמיות!

    < זעה מער יג שבט תשפ"ה 📝
  • טראמפ'ס גראנדיעזע פלענער פאר'ן וועלט ארדענונג

    ווען מען קוקט אויף די העדליינס זינט טראמפ האט זיך געזעצט אויפן פרעזידענט'ס שטוהל, זעט עס אויס ווי אן ADHD קינד האט נארוואס אריינשפאצירט אין קלאס. זיינע פלענער וואס ער שטעלט פאר שוועבט ערגעץ צווישן פאנטאזיע און אילוזיע... טייל פון זיי האט ער ערלעדיגט דורך אן "עקזעקוטיוו ארדער" וואס איז ווי א קעניגליכע דעקרעט אויף וואס די באדינער ענטפערן צוריק "צום באפעל", ווי צום ביישפיל ער האט געטוישט דעם נאמען פונעם "גאלף אף מעקסיקא" צו "גאלף אף אמעריקע", זאגענדיג אז דער גאלף גרענציט זיך אסאך מער מיט אמעריקע ווי מיט מעקסיקא. ער סטראשעט פאנאמע מיט צוריק כאפן דעם פאנאמע קאנאל, ווייל קארטער האט זיך באנארישט מיט'ן עס אוועקגעבן, און פאנאמע לייגט אין געפאר אמעריקע'ס זיכערהייט, מיט'ן איבערגעבן די קאנאל פירערשאפט פאר כינע. טראמפ רעדט אין גרויסן פון זיין טרוים צו פארוואנדלען קאנאדע אלץ דער איין און פופציגסטער שטאַט פון אמעריקע, ווען ער באשוליגט קאנאדא אז זיי ווערן סייווי אויסגעהאלטן דורך אמעריקע, איז נישט מער ווי יושר אז אמעריקע זאל געניסן פון אירע פילע נאטורליכע אוצרות. דער פרעזידענט פארהאנדלעט מיט דענמארק אפצוקויפן פון זיי דעם ריזיגן קאלטן אייזיגן "גרינלאד" אינזל. און צום לעצט האט ער אויסגערופן אז אמעריקע וועט איבערנעמען פון מדינת ישראל די עזה שטח, און וועט עס גענצליך איבערבויען, צוליב וואס קיינער פון די אראבישע שכנות'דיגע לענדער קימערן זיך נישט אמת'דיג וואס עס גייט דארט פאר. איך בין זיכער אז טראמפ טראכט עכט אז ער פירט די וועלט, ער איז זיך מחי' ווען די לענדער רעגן זיך אויף זיינע ווילדע שריט און קומען זיך דערנאך בוקן און לעקן צו אים, ער האט שוין פארגעסן וואס האט פאסירט מיט אים פאר נישט לאנג צוריק ווען איין צורידערטער פארשוין האט טראץ די ריזיגע זיכערהייט פון די בעסטע שוץ סיסטעם וואס די וועלט פארמאגט די "סיקרעט סערוויס" אים געשאסן א קויל איין מילימעטער אוועק פון זיין מח. ער האט דאן מודה געווען אז דער אויבערשטער האט אים געראטעוועט. די שאלה איז אבער צי מיר געדענקען עס. ווערן מיר אויך פארשלעפט פון די נייעס? טראכטן מיר אז טראמפ און מאסק ראטעווען אמעריקע, אדער געדענקען אז זיי זענען נישט מער ווי פשוטע פארשטעלטע מענטשן אויף א פלעי וואס עס זעט באמת אויס שרעקעדיג, דער איז א מעכטיגער פריץ, א קעניג פון פילע לענדער, א העלדישער גענעראל וואס געווינט מלחמות, וואס האבן באמת נישט קיין שום מאכט מער ווי מיר און דיר. &nbsp; עס טוט זיך גאנצע שפעקולאציעס אין די קרעמלעך, צי טראמפ איז א גרויסער בעל דמיון, און רעדט ברייט ווייל ער מיינט אז וואס ער וויל איז די מציאות, אדער טענה'ט דער אנדערער ער איז א געניאלער סטראטעגיסט וואס ווייסט וואס צו זאגן און וויאזוי צו אנדרייען כדי צו מאכן אנדערע טון וואס ער וויל באמת. &nbsp; מיר דא וועלן הנאה האבן פונעם שיינעם פלעי און זען וויאזוי דער אויבערשטער פירט אזוי שיין די וועלט, און אונטער די אלע מעכטיגע מענטשן געפונען זיך בלויז שוואכע מענטשעלעך פאפעטס וואס דער אויבערשטער פירט זיי, טראגט זיי, און לאזט זיי זיך איינרעדן אז זיי האבן עס ארויס, און פירן אלעמען ביי די נאז. &nbsp; יש מנהיג לבירה.

    < זעה מער יא שבט תשפ"ה 📝
  • אייראפע וועט ערלויבן צו לייגן ווערים אין ברויט

    די פאלגענדע נייעס איז נישט רעקאמענדירט צו ליינען איידער מען עסט - אויסער אויב איר ווילט גיין אויף דייעט, און איר ווילט עס זאל אייך פארגיין דער אפטעטיט... &nbsp; די קאמיסיע וואס באשטימט די רעגולאציעס פון עסנווארג אין די אייראפעאישע פאראיין האט געמאלדן אז אנגעהויבן פון פעברואר 10 וועלן פירמעס אין אייראפע זיין ערלויבט אריינצולייגן ווערים פוידער אין די עסן, ביז אזויפיל ווי פיר פראצענט פון די עסן. &nbsp; עס ווילט זיך כאפן א טענצל ווען מען הערט די נייעס, ווען מען הערט וואס די גויאישע עסן מארקעט לייגט אריין אין זייערע עסן, און ווי דער אויבערשטער האט אונז אפגעשיידט פון די אלע גרויליגע זאכן. זיי זענען בלויז פארנומען מיט די אינווייראמענט און זיי זאגן אז זייער ליסטע פון שרצים זענען א ביליגע פראטין וואס זיי ווילן מען זאל פיטערן דעם המון אנשטאט פיש פלייש און אייער וויבאלד עס איז גוט פאר די ענווייראמענט... &nbsp; אנגעהויבן פונעם אויבנדערמאנטען דאטום וועלן פילע טריפה'נע ברויטן קרעקערס לאקשן און דאס גלייכן קענען פארמאגן צומאלענע ווערים אדער היישעריקן. &nbsp; ברוך השם אז פאר אונז מאכט עס נישט אויס, ווייל מיר ערליכע אידן עסן נישט אן קיין גוטע הכשר, און אויסער דעם זאגט דער נייער רעגולאציע אז די פירמעס וועלן עס מוזן קלאר ארויסשרייבן צווישן די ליסטע פון באשטאנדטיילן, אבער עס דערמאנט אונז מיר זאלן זיך וויסן ווי וויכטיג עס איז אכטונג צו געבן וואס מען נעמט אריין אין מויל - אן אומשולדיג אויסזעענדע שטיקל ברויט אין אייראפע קען האבן אין זיך שקצים ורמשים לויטן ארטיגן געזעץ. &nbsp; א בעל מכשיר האט אמאל פארציילט ווי א ירקות פירמע האט זיך געבעטן ביי אים און גרייט געווען צו צאלן אסאך געלט ער זאל לייגן זיין נאמען אויף זיינע ירקות וואס איז געווען קלאר מוחזק בתולעים, זאגענדיג אז ער קען שרייבן אונטער זיין הכשר וואס ער וויל אויף לשון הקודש, קענסט שרייבן מוחזק בתולעים און אז מען דארף עס באקוקן, פרעגנדיג פונעם בעל הפירמע "אויב אזוי צי וואס דארפסטו א הכשר? ירקות זענען סייווי כשר", האט יענער געזאגט "זייער אסאך מענטשן ליידער קוקן בלויז אויב עס האט אידישע אותיות, און מען קויפט עס אלס כשר". פארשטייט זיך דער רב איז א ירא שמים האט נישט מסכים געווען, אבער דאס ווייזט אונז ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן און נישט אננעמען יעדע זאך וואס האט א סימבאל אדער אידישע אותיות אז עס איז טאקע כשר. &nbsp; די צדיקים האבן אונז געזאגט אז עסן שרצים שאדט פאר די אמונה, אזוי שרייבט דער רמב"ם, און נאך, און נאכדעם פארשטייט נישט דער מענטש פארוואס ער האט קשיות אויף די אמונה, דער אויבערשטער האט אונז געגעבן די תרי"ג מצוות כדי מיר זאלן האבן א קשר מיט אים. וויאזוי קען מען טאקע זיין אפגעהיטן פון מאכלות אסורות? אויף דעם דארף מען תפלה, ווען מען גייט איינקויפן איז גוט אריינצולייגן צווישן די תפלות א בקשה "הייליגער באשעפער העלף איך זאל טרעפן וואס איך דארף, עס זאל זיין כשר, עס זאל זיין געזונט, איך זאל עס קענען באצאלן".

    < זעה מער ט שבט תשפ"ה 📝
  • תפלה פון אידישע מאמע באפרייט פארכאפטע משכון אָן חילול שבת

    שוין פופצן חדשים וואס מרת בערגער שלאפט נישט, איר באליבטע טאכטער געפונט זיך נעבעך פארכאפט אלץ משכון אין עזה אונטער די נעגל פון גרויזאמע טעראריסטן, זי ווייסט נישט וואס די קומענדיגע מינוט וועט ברענגען, אבער ווען מרת בערגער האט געהערט אז איר טאכטער איז אויף די ליסטע צו ווערן באפרייט שבת קודש, האט זי געבעטן פון די מידיע און פון די צייטונגען זיי זאלן פארמיידן פון חילול שבת דאס מערסטע וואס איז שייך, און האט געבעטן אז די מידיע זאל זיי נישט באגלייטן און מען זאל נישט כאפן קיין בילדער אדער באשרייבן די נייעס, וואס די אלע זאכן גייען זיכער נישט אריין בגדר פיקוח נפש, וואס דער אויבערשטער לאזט נישט טון אום שבת. &nbsp; אזוי אויך האט זי געזאגט אז אויב איר טאכטער ווערט טאקע באפרייט אום שבת - כאטש זי קען שוין קוים ווארטן איר צו זען, וועט זי אויסווארטן ביז נאך שבת צו צופארן צו זען איר באליבטע טאכטער. אויך נאכדעם וואס זי האט זיך דורכגערעדט מיט א רב, וואס האט איר געזאגט אז זי מעג פארן אום שבת אפצונעמען איר טאכטער אויב עס פעלט אויס, האט זי ווייטער געזאגט אז זי איז מתפלל אז מען זאל וואס ווייניגער מחלל שבת זיין צוליב איר באפרייאונג. און זי האט ווייטער געזאגט פאר די מידיע און מחזק געווען אז יעדער איינער אנדערש דארף זיך פרייען אויף די זכי' אז זיי קענען היטן דעם הייליגן שבת אינאיינעם מיט די משפחות, און ווידערהאלט איר בקשה צו די מידיע אז זיי זאלן זיך צוריק האלטן פון באריכטן און מיטקומען. "די בילדער און די באריכטן קען מען טון נאך שבת אויך" האט זי געזאגט. &nbsp; במשך די וואך האט זיך איבערגעדרייט די מידיע איבער א פארכאפטע מיטן נאמען "ארבעל" וואס כאמאס וויל יא אדער נישט באפרייען, די מדינה האט פארהאנדעלט איבער דעם סאלדאט'ס באפרייאונג און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די תפילות פון די ערליכע אידישע מאמע האט אנגעדרייט א גאנצע שטורעם וואס האט אויסגעלאזט אז ארבעל מיט די טאכטער פון מרת בערגער וועלן ביידע באפרייט ווערן דאנערשטאג. &nbsp; ברוך השם יעצט קען מען שוין באריכטן די פריידיגע נייעס, אז דער אויבערשטער האט געהאלפן אז זיי זענען שוין אינדערהיים מיט די משפחה - א דאנק די פילע תפלות פון אידישע קינדער. דאס האט אויפגעוועקט פילע אידישע קינדער זאלן זען די חשיבות און שיינקייט פון שבת, די זיסע מתנה וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן, אז איין טאג אין וואך לאזן מיר אפ אלע ביזנעס, אלע טעלעפאנען, אלע וויכטיגע מיטינגען און נייעס, און מען פארברענגט מיט די משפחה, מען עסט און מען טרונקט גוטע זאכן, מען זינגט שירות ותשבחות צום אויבערשטן. אזוי אויך זעט מען די כח פון תמימות די כח פון תפלות וואס קען איבערדרייען א וועלט.

    < זעה מער כט טבת תשפ"ה 📝
  • אמעריקע אונטער טראמפ ווערט שטרענג אויף אימיגראציע

    ווי ערווארטעט, טוט דער נייער פרעזידענט כסדר זיכער מאכן אז ער איז אין די נייעס, אין די געציילטע טעג וואס ער איז אין אפיס, האט ער שוין באוויזן צו ארויסנעמען די מידיע פון די כלים אזויפיל מאל. &nbsp; בפרט האט זיך טראמפ מיט זיין "גרעניץ צאר" פארלייגט אויף צו פארשפארן די גרענצין, אפשטעלן אומלעגאלע אימיגראציע, און זיך אפגעבן מיט די אלע וואס זענען דא אומלעגאל. די פעדעראלע "אייס אגענטור" האט שוין געמאכט פילע אבלאוועס אויף צענטערן ווי די אומלעגאלע אימיגראנטן האלטן זיך אויף, און א דין קדימה צו ווערן פארשיקט ווערט געגעבן פאר די אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע זענען באגאנגען סיי וועלכע פארברעכן. &nbsp; איינע פון קאנטראוועסיאלע זאכן וואס טראמפ האט געמאלדן אין באצוג צו די אימיגראנטן איז אפשטעלן די לאנג יעריגע "געבורט רעכטן" וואס אמעריקע פלעגט אייביג געבן. דאס מיינט אז א קינד וואס ווערט געבוירן אין אמעריקע ווערט אויטאמאטיש א בירגער, וואס זייער אסאך ווייסן נישט, איז אמעריקע פון די געציילטע לענדער אין די וועלט וואס געבן נאך היינט צו טאגס אזא רעכט. אין רוב לענדער דארפן כאטש איינע פון די עלטערן זיין א בירגער, אז דאס קינד זאל אויך ווערן א בירגער. &nbsp; דער עקזעקוטיווע באפעל וואס טראמפ האט געשריבן אפצושטעלן "געבורט רעכטן" האט שוין געברענגט געריכט קלאגעס, וואס טענה'ן אז לויט ווי מען האט ביז יעצט אויסגעטייטשט די קאנסטיטוציע, ווערט יעדער מענטש געבוירן אין אמעריקע א בירגער. &nbsp; טראמפ האט אויך געמאלדן אז ער פארארדענט זיין יוסטיץ דעפארטמענט מען זאל צוגרייטן דעם ריזיגן לאגער וואס אמעריקע פארמאגט אין גואטאמאנע בעי אין קובא, עס זאל דינען אלץ א שעלטער פאר דרייסיג טויזענט שעדליכע אימגראנטן, וואס ער וויל דארט האלטן. &nbsp; אזוי האט האט ער געמאלדן אז יעדע אויסלענדישע סטודענט וועלכע שטיצט כאמאס וועט פארלירן זיין וויזע, און וועט פארשיקט ווערן פון אמעריקע. &nbsp; די אלע אימיגראנטן האבן אינוועסטירט גרויסע כחות אנצוקומען קיין אמעריקע, און האבן געארבעט שווער און געטריי, צו פרובירן אנוצקומען צום אמריקאנעם חלום, אבער אלעס האט זיך זיי אויסגעלאזט ווי א זייפן בלאז. מיר דארפן געדענקען זיך נישט צו לאזן ארייננארן אינעם זאק פונעם יצר הרע וואס פרובירט אונז איינצורעדן אז מען קען אנקומען און כאפן עולם הזה, ווייל איין טאג וועלן מיר אלעס דארפן איבערלאזן, מען וועט אונז נישט פרעגן צי מיר זענען גרייט, ווייל מען דארף זיך פאקן פעק און צוריק גיין צום אויבערשטן. און אויף דעם דארפן מיר לייגן אונזער דגוש, אז אונזערע פעק זאלן זיין גרייט מיט סחורה וואס מען לאזט דורך יענע גרעניץ, דארט קען מען נישט מיטנעמען קיין קאר, קיין הויז, קיין ביזנעס, קיין באנק אקואנט, דארט לאזט מען דורך שלום בית, משניות, מקוה, מנין.

    < זעה מער כח טבת תשפ"ה 📝
  • אמעריקע גרייט זיך צום פרישן טראמפ טערמין אלס 47סטע פרעזידענט

    מארגן מאנטאג פרשת וארא, למספרם יאנואר 20 2025 איז דער טאג וואס איז באשטמיט אז עס קומט אריין דער נייער אדמיניסטראציע, וועט טראמפ ווערט ווידער איינגעשוואוירן - דאס מאל אלץ 47'סטער פרעזידענט, און נעמט איבער די לייצעס פונעם יעצטיגן פרעזידענט ביידען. &nbsp; אנדער ווי אכט יאר צוריק ווען טראמפ איז אריינגעקומען אין אמט צום ערשטן מאל, איז ער שוין נישט קיין נייער פנים אין וואשינגטאן, און מיט דעם אלעם זעט אויס ווי די מידיע פאלט פאר זיינע שטיקעס כאילו מען ווייסט נישט ווער ער איז. און די סיבה איז פשוט, זיי לעבן אויף סענזאציע, און טראמפ וואס פארשטייט דאס גוט, פיטערט זיי דערמיט טאג טעגליך. &nbsp; שטעלט אייך פאר א צייטונג וואס זאגט אז אלעס איז גוט, די סענזאציע איז נישט ממש אזוי געפערליך, וואס ברענגען זיי צום טיש? די צייטונגען רייטן אויף די געפילן פון א מענטש, און מאכן שפירן די ליינער ווי זיי ראטעווען די וועלט מיט'ן ברענגען יעדן טאג "געפערליכע אויפדעקונען" וואס זענען ממש "פרעצעדענטלאז". &nbsp; דערפאר איז גוט צו האלטן דעם קאפ גראד, און וויסן פון פאראויס, אז מען קען זיך רישן אז אין די קומענדיגע פיר יאר וועט יעדן טאג ארויסשפראצן סקאנדאלן, שרעקליכע סטעיטמענטס, ליעקס און טוויטס (כ'מיין טרוטס) איינס שרעקליכער פון צווייטן, אבער מען קען רואיג שלאפן, כך דרכם כסל למו, די צייטונגען טוען דאס זייעריגע, פרובירן צו פארפּאניקן און צו דערשרעקן זייערע ליינערס, און מיר וועלן טון אונזעריגע און וויסן אז דאנאלד טראמפ איז א בשר ודם וואס קען גארנישט טון אליינס, ער איז א פאפעט אין די הענט פונעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער וויל זען צי מיר געדענקען אז ער איז דער וואס שטייט אונטער אלעם, איבער אלעם, און מיט אלעם. &nbsp; דער אויבערשטער האט נישט מיטגעשפילט מיט די פאמפע און טראסק וואס דער פרעזידענט האט געוואלט מאכן פאר זיך, דער אויבערשטער האט געשיקט קיין צפון אמעריקע א סיבירישע פראסט וואס וועט קומען פונקט אין די טעג פונעם איינשווערונגס צערעמאניע. דערפאר וועט דער צערעמאניע אפגעהאלטן ווערן אינעווייניג אינעם "קעפיטל" געביידע, אנשטאט פון דרויסן. דאס לעצטע מאל מען האט עס אפגעהאלטן אינעווייניג איז געווען מיט כמעט פערציג יאר צוריק, ווען ראנאלד רעיגען איז געווארן אייגעשוואוירן, און אויך דאן איז געווען זייער קאלט. &nbsp; לב מלכים ושרים ביד ה'

    < זעה מער יט טבת תשפ"ה 📝
  • פייער אפשטעל און משכונות אויסטויש צווישן מדינת ישראל און כאמאס

    אין די יעצטיגע טעג ווערט באקאנט אז נאך ארבעט פון לאנגע חדשים איז אויסגעארבעט געווארן א שטיקל פייער אפשטעל און משכנות און ארעסטאנטן אויסטויש צווישן מדינת ישראל און כאמאס. דאס איז בלויז די ערשטע פאזע, און אויב וועט עס מצליח זיין וועט מען גיין ווייטער מיט'ן צווייטן און דריטן פאזע וואס אנטשפרעכט גענצליך צו ענדיגן די מלחמה, און ארויסלאזן אלע איבעריגע משכונות אויף דער פריי. &nbsp; לויט באריכטן איז עס צושטאנד געקומען דורך די זעלטענע צוזאמען ארבעט פון די צוויי אמעריקאנער קענגזייטיגע אדמיניסטראציעס די ארויסגייענדע ליבעראלע ביידען אדמיניסטראציע מיט'ן אריינקומענדיגן אויסגעשפראכענע טראמפ אדמיניסטרציע, וואס ברענגט ווידער צום אויבערפלאך וואס מען קען אויפטון ווען מען לייגט אין א זייט די מחלוקת. &nbsp; לויטן אפמאך וועט יעצט זיין א 42 טאג פייער אפשטעל, ווען אין די טעג וועלן צוביסלעך ארויסגעלאזט ווערן א סך הכל פון 33 משכונות, רוב פרויען, קינדער אדער מיט געזונט פראבלעמען, און אין אויסטויש וועט מדינת ישראל ארויסלאזן טויזענט פאלעסטינע ארעסטאנטן פון זייערע טורמעס. &nbsp; אזוי אויך וועט די איזראעלי מיליטער זיך צוביסלעך ארויסצוען פון צפון עזה און ערלויבן די איינוואוינער זיך צוריק צו קערן צו זייערע היימען.&nbsp; &nbsp; אונז אידישע קינדער זענען מתפלל אז אלע פארכאפטע זאלן זיך צוריק קערן און באפרייט ווערן ווי אמשנעלסטן, און אז דעם אויבערשטענ'ס נאמען זאל שוין גרויס ווערן אויף דער וועלט דורך משיח צדקינו, און אלע וועלן קלאר זען אז נאר ער קען באשיצן אידישע קינדער, און אזוי אויך זאל שוין אפגעטון ווערן פון דער וועלט די שנאה פון די פעלקער צום אידישן פאלק. &nbsp; עס איז נישט קלאר וויפיל פון די פארכאפטע זענען נאך ביים לעבן, און וויפיל זענען שוין ליידער אומגעקומען, אבער מיט דעם אלעם איז עס א גרויסע שמחה ווען מען באווייזט ארויסצוכאפן עפעס. מיר וועלן זיך אפלערנען דערפון אז אפילו דער סמ"ך מ"ם צוברעכט אונז אז אונזערע מצוות זענען נישט לעבעדיג, אן קיין חיות, איז עס א געוואלדיגע שמחה ווען מיר קענען ארויסכאפן א שחרית, א כיבוד אב ואם, א תפילין, א מקוה'לע, נישט קיין חילוק לעבעדיג אדער נישט, אלעס איז זייער חשוב און טייער.

    < זעה מער טז טבת תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 31 to 45 of 186 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com