Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • ענגלאנד פירט צוביסלעך איין א גענצליכע פארבאט צו רייכערן

    אין ענגלאנד האט דער פארלאמענט באשטעטיגט א געזעץ וואס פארבאט פאר יעדן וואס איז געבוירן פונעם יאר 2008 למספרם און ווייטער צו קויפן לעגאל סיי וועלכע ציגארעטל אדער טאבאקע פראדוקט.   די בריטישע רעגירונג וויל דערמיט שאפן די וועלטס ערשטע "רייכערן-פרייע געזעלשאפט". וויבאלד זיי פארשטייען אז עס איז נישט רעאליסטיש צו פארבאטן רייכערן פאר יעדן איינעם אויפאיינמאל, האבן זיי אנשטאט דעם איינגעפירט א "ראלינג עלטער-פארבאט". דאס מיינט אז יעדעס יאר וועט די לעגאלע עלטער צו מעגן קויפן טאבאקאו ארויפגיין מיט איין יאר, אזוי אז די וואס זענען היינט אונטער 15-16 יאר וועלן קיינמאל נישט אנקומען צו די לעגאלע עלטער.   דער פארבאט נעמט אריין אלע טאבאקאו פראדוקטן, אריינגערעכנט ציגארן און אנדערע סארטן טאבאקאו וואס מען ניצט צום רייכערן. לויטן געזעץ וועלן געשעפטן וואס וועלן געכאפט ווערן פארקויפן טאבאקאו פאר די וואס זענען נישט ערלויבט, באקומען גרויסע געלט-שטראפן און זייער גאנצע סחורה וועט קאנפיסקירט ווערן.   כאטש דער נייער געזעץ איז בעיקר געצילט אויף טאבאקאו, לייגט עס אבער אויך שטארקע באגרעניצונגען אויף עלעקטראנישע סיגארעטן (וועיפינג), ווען פארשידענע פלעיווארס און קאלירפולע פעקעדזשינג וועלן פארבאטן ווערן.   עס זענען דא עטליכע צילן פארן פארבאט, אבער דער הויפט ציל איז געזונטהייט: רייכערן ווערט פארעכנט אלס די גרעסטע טויט-אורזאך אין רוב לענדער. לויט די סטאטיסטיקס פירט רייכערן צו הונדערטער טויזנטער פעלער פון יענע מחלה און הארץ קראנקהייטן ל"ע יעדעס יאר אין ענגלאנד.   אויך טענה'ט די רעגירונג אז די קאסטן וואס די "נאציאנאלע העלט סערוויס" (NHS) צאלט צו היילן די פילע מחלות ל"ע וואס קומען פון רייכערן, זענען פיל העכער ווי די שטייערן וואס דאס לאנד פארדינט פון טאבאקאו פארקויף.   וואס זאגט דער ראש ישיבה איבער רייכערן? "רייכער נישט, טו נישט די נארישקייט. דו ביסט א יונג קינד, א שאד פאר דיין לעבן. דער רבי האט נישט געוואלט מען זאל רייכערן (חיי מוהר"ן, סימן רעג, תעב), פארוואס זאלסטו דאס טון? איך וועל רעדן צו דיין מגיד שיעור ר' משה שמואל נרו יאיר, ער זאל דיך מחזק זיין אויף דעם אז דו זאלסט נישט רייכערן. רייכערן לופטערט נישט אויס, עס מאכט נאר מער אנגעצויגן; אויב דו ווילסט זיך אויסלופטערן - זאלסטו גיין הפצה, הפצה לופטערט אויס דעם מח; אנשטאט שטיין אינדרויסן פון ישיבה אדער פונעם בית המדרש און בטל'ן צייט - גיי הפצה."   איבער עלעקטראנישע ציגארעטלעך שרייבט דער ראש ישיבה: "זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט אוועקגעווארפן דאס עלעקטראנישע ציגארעטל. עס איז נישט גוט דאס עלעקטראנישע ציגארעטל, מען ווערט אזוי צוגעקלעבט צו דעם, אז וואו מען גייט און וואו מען שטייט דארף מען דאס האבן, השם ישמרינו. דו שרייבסט: 'איך האב אוועקגעווארפן דאס עלעקטראנישע ציגארעטל נאך אסאך אסאך תפילות'; טאקע נאר אזוי קען מען זיך אפגעוויינען פון שלעכטס, נאר דורך תפילה, מיט אסאך סבלנות, און בעטן דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל."   רייכערן ברענגט אויך מיט זיך גרויסע מכשולות פון חילול שבת און חילול יום טוב, אזוי ווי דער ראש ישיבה שרייבט: "רייכערן יום טוב איז חילול יום טוב. מוהרא"ש פלעגט זאגן אלע יארן ביי די דרשות אין אומאן אז רייכערן יום טוב איז חילול יום טוב (איין יאר האט זיך מוהרא"ש אויסגעדרייט צו זיין איידעם, דער דיין הרב משה עסטרייכער שליט"א, אים פרעגן אויב עס איז טאקע אזוי). דו ביסט געקומען רעדן צו מיר יום טוב און דו האסט געשטינקען פון סיגארעטלעך, דאס האט מיר זייער פארדראסן, דעריבער האב איך נישט געוואלט רעדן מיט דיר. יעצט אז דו זאגסט מיר אז דו נעמסט אויף זיך מער נישט צו רייכערן יום טוב, בין איך זייער צופרידן. עס האט מיר זייער געשטערט אז ביי אונז אין בנין רייכערט מען יום טוב. באניי זיך מיט'ן לימוד פון ח"י פרקים משניות יעדן טאג, און אויך מיט'ן זאגן דעם 'יום תהילים'; זיי נישט מוותר אויף די צוויי שיעורים, וועסטו זען גרויסע ישועות בגשמיות וברוחניות."

    < זעה מער ה אייר תשפ"ו 📝
  • פרעמיער מיניסטער מאדזשיאר נעמט איבער די לייצעס אין אונגארן

    גרשון קרעמער &nbsp; אין אונגארן קומט יעצט פאר א גרויסע פאליטישע איבערקערעניש. דער לאנגיעריגער פירער, פרעמיער מיניסטער וויקטאר אורבאן, האט איבערגעגעבן די לייצעס פון די רעגירונג פאר א נייעם פרעמיער מיניסטער, פיטער מאדזשיאר, נאכן דינען אין דעם פאזיציע פאר זעכצן יאר. אורבאן האט געהאט א גאנץ אנדערע בליק אויף די וועלט ווי רוב פון זיינע אייראפעאישע קאלעגעס; ער איז געווען באפריינדעט מיט פוטין און טראמפ, און האט זיך אפט אקעגן געשטעלט די שטיצע וואס אייראפע האט געוואלט געבן פאר אוקראינע. נאך זיין געווינס האבן אסאך זיך געזארגט צי רוסלאנד און אמעריקע וועלן דאס קענען גרינג אראפשלינגען. &nbsp; אבער למעשה האט מען געזען אז די שרעק איז געווען אומזיסט. די וועלט פירער האבן זיך שנעל צוגעוואוינט צום נייעם מצב. סיי פון אמעריקע און אפילו פונעם קרעמלין אין מאסקווע זענען געקומען ווארעמע גריסן צום נייעם פרעמיער מיניסטער. פרעזידענט טראמפ האט אויסגעדריקט צוטרוי אין מאדזשיאר, און אלע זענען געלאפן זיך חנפ'נען צו אים, מיינענדיג אז דערמיט פארזיכערן זיי אז די באציאונגען צווישן זיי און אונגארן וועלן בלייבן אויף גוטע טערמינען. &nbsp; דאס דערמאנט אונז די ווערטער פונעם הייליגן רבי'ן. עס ווערט דערציילט אז שטייענדיג ביים פענצטער אין זלאטיפאלי און קוקנדיג אויפן מארק, וואו ער האט געזען די סוחרים, די פערד און די וועגענער, האט ער זיך אויסגעדרוקט: "אין פופציג יאר ארום וועט דא ווייטער זיין א מארק, עס וועלן ווייטער זיין וועגענער און פערד &mdash; נאר עס וועלן זיין אנדערע פערד..." &nbsp; מיר זעען פאר אונזערע אויגן דעם "דור הולך ודור בא". אזוי גערופענע פירער קומען און פירער גייען, רעגירונגען טוישן זיך, אבער די וועלט גייט אן מיט איר רוטין כאילו גארנישט איז געשען. "אין כל חדש תחת השמש" - פאליטיק בלייבט פאליטיק, אינטערעסן בלייבן אינטערעסן, נאר די פנימ'ער טוישן זיך. &nbsp; צי מיר וועלן נאך דא זיין אין פופציג יאר ארום אדער נישט, קען קיינער נישט וויסן; אבער דאס איז זיכער, אז מיר זענען נישט דא פאר אייביג. חנפ'ענען מענטשן וועט אונז גארנישט ברענגען, ווייל אפילו ווען א מענטש זאל שוין יא וועלן העלפן, קען ער אונז נישט העלפן; ער קען אפילו זיך אליינס נישט העלפן. וואס בלייבט יא? תורה און תפלה. דער הייליגער רבי נתן האט זיך אמאל צופייערט: "די וועלט איז נישטא און מען קען איר נישט האבן, יענע וועלט איז יא דא און מען קען איר דערגרייכן." דאס ווארט איז זייער א פשוטע, אבער אין די זעלבע צייט א טיף ווארט. &nbsp; דער סמ"ך מ"ם וויל אונז פארדרייען דעם קאפ דאפלט. יעדער איד ציט צום אויבערשטן, ער וויל זיין גוט און ער וויל שפירן א קרבת אלוקים. וואס טוט אבער דער סמ"ך מ"ם? פון איין זייט מאכט ער די וועלט אויסזען גלאנציג; ער נעמט ארום די גשמיות'דיגע זאכן מיט בלישקעדיגע "רעפינג" פאפיר, און ער פרובירט מיט אלע כוחות מיר זאלן טראכטן אז דארט ליגט דאס גליק &mdash; אז "עפעס איז דארט דא"... אבער דאס איז אים נישט גענוג; ער ווארפט אונז אראפ מיר זאלן דורכפאלן, און דערנאך זאגט ער פארן מענטש: "דו ביסט א דורכפאל, דו וועסט שוין סייווי נישט קענען זיין קיין ערליכער איד. קוק וויפיל מאל דו האסט שוין צוגעזאגט אז 'גענוג איז גענוג', אויב דו ביסט שוין סייווי דערנאך, מאך כאטש א לעבן אויף דער וועלט". &nbsp; דאס שרייען דער רבי און רבי נתן צו אונז: "אין שום יאוש בעולם כלל!" יא, אויך דו קענסט נאך זיין אן ערליכער איד; עס איז נישט עפעס וואס דו קענסט נישט באווייזן. "שבע יפול צדיק וקם" &mdash; אז מען פאלט אראפ מיינט עס נאך נישט אז מען איז נישט קיין צדיק. די שאלה איז נאר וואס דו טוסט יעצט. שטעל דיך אויף, און דו ביסט א צדיק! מען קען עס יא דערגרייכן, נאר געב נישט אויף. &nbsp; דער אמת'ער קנין וואס א מענטש נעמט מיט מיט זיך, זענען נישט קיין פאליטישע קשרים (שקרים...), נאר די שעה'ן וואס מיר כאפן אריין מיט א פרק משניות, א קאפיטל תהילים, אדער אן אמת'ער קרעכץ און א ווארט צום אויבערשטן. אינמיטן דעם יאגעניש פון די גשמיות'דיגע וועלט, לאמיר נישט פארגעסן אז אונזער ציל איז קונה צו זיין נצחיות אין א וועלט וואס איז בלויז א דורכגאנג.

    < זעה מער כט ניסן תשפ"ו 📝
  • א געוואגטע רעטונגס אקציע אין איראן

    א גאר דראמאטישע רעטונג אפעראציע האט זיך אפגעשפילט אין איראן דעם פארגאנגענעם שבת חול המועד פסח, ווען דאס אמעריקאנער מיליטער האט דורכגעפירט א רעטונג-מיסיע טיף אין איראנער טעריטאריע, צו ראטעווען צוויי פארוואונדעטע סאלדאטן נאכדעם וואס זייער קאמף-פליגער איז אראפגעשאסן געווארן. &nbsp; די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן ווען אן אמעריקאנער F-15 אי סטרייק איגל פליגער איז אראפגעשאסן געווארן איבער איראן. אויפן פליגער זענען געווען צוויי מאנשאפט-מיטגלידער, וועלכע האבן זיך געמוזט ראטעווען און ארויסטאנצן מיט פאראשוטן אין די לעצטע מינוט. ביידע זענען אראפגעפאלן אין א געפארפולע געגנט &mdash; טיף אין פיינטליכע טעריטאריע. &nbsp; איינער פון זיי איז שנעל געפונען און ארויסגעפירט געווארן, אבער דער צווייטער איז פארשוואונדן געווארן אין א שווערע בארגיגע געגנט &mdash; פארוואונדעט און אליין. &nbsp; דער פארוואונדעטער סאלדאט האט איבערגעלעבט כמעט 48 שעה אין די בערג פון איראן אונטער גאר שווערע אומשטענדן. ער האט זיך געדארפט באהאלטן פון די איראנער טרופן וואס האבן אים געזוכט, אליין באהאנדלען זיינע וואונדן, און ניצן זיין טרענירונג צו בלייבן לעבן און פארמיידן ווערן געפונען דורך לאקאלע מענטשן אדער מיליטערישע פאטראלן. אין דער זעלבער צייט האבן איראנער קרעפטן אינטענסיוו געזוכט דעם סאלדאט, און האבן ארויסגעשטעלט א גרויסע באלוינונג פאר ווער עס וועט אים טרעפן. &nbsp; דאס אמעריקאנער מיליטער האט נישט געווארט עס זאל זיך ענדיגן מיט א טראגעדיע, און זיי האבן צוגעגרייט א גרויסע און קאמפליצירטע רעטונג-אפעראציע. א גרויסע צאל פליגער און העליקאפטערס האבן זיך באטייליגט אין דער אקציע, אריינגערעכנט עליטע-איינהייטן ווי די 'ספעשל פארסעס' און 'נעיווי סיעלס' וועלכע זענען אריינגעגאנגען טיף אין איראן, און האבן גענוצט גאר פארגעשריטענע טעכנאלאגיע און מאנעוורעס צו פארדרייען דעם פיינט. &nbsp; בעת די רעטונגס אקציע האט זיך אנטוויקלט א גאר העפטיגע קאמף מיט די איראנער קרעפטן: די אמעריקאנער העליקאפטערס זענען געקומען אונטער פייער, און עטליכע זענען אפילו געשעדיגט געווארן. טייל פליגער האט מען געדארפט חרוב מאכן, כדי זיי זאלן נישט אריינפאלן אין די פיינטליכע הענט. די סיטואציע איז געווען שרעקליך געפארפול, אבער דאס מיליטער האט ווייטער דורכגעפירט זייער מיסיע און נישט אויפגעגעבן. &nbsp; צום סוף האבן זיי מצליח געווען צו געפינען דעם פארוואונדעטן סאלדאט אין די בערג. מען האט אים ארויסגעפירט מיט א העליקאפטער און ער איז איבערגעגעבן געווארן פאר מעדיצינישע באהאנדלונג. &nbsp; דאס לערנט אונז א גאר וויכטיגע לימוד. אפילו אויב דו געפינסט זיך טיף אינעם שונא'ס טעריטאריע, דו ביסט שווער פארוואונדעט, און ער זוכט דיך צו כאפן אויף יעדע וועג, געב נישט אויף! דער אויבערשטער ווארט אויף דיר, פייט ביזן סוף. זאג פאר דיין אויבערהאר, דער אויבערשטער, אין וועלכע בלאטע דו ביסט אריינגעפאלן; זאג אים אז כאטש דו ביסט וואו דו ביסט, געהערסטו צו אים, און בעט אים ער זאל דיר העלפן. &nbsp; &nbsp; ווייל ווי ביטער די מצב זאל נאר נישט זיין וועסטו זען ווי דער אויבערשטער וועט דיר שיקן הילף און דו וועסט געראטעוועט ווערן; צום סוף וועסטו זוכה זיין צו זיין אן אמת'ער ערליכער איד.

    < זעה מער כח ניסן תשפ"ו 📝
  • די הארמוז וואסער-וועג סאמאטוכע

    די ביזנעס וועלט פאלגט נאך מיט גרויס שפאנונג די עסקאלאציע אינעם הארמוז וואסער-וועג, וואו כמעט צוואנציג פראצענט פון די וועלט'ס אויל פארט דורך אין א געווענליכע טאג. נאך די לעצטיגע מיליטערישע קאנפליקט, שטייען צענדליגער טאנקער-שיפן געשטראנדעט, און פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעגעבן א שארפע ווארענונג צו איראן אז אויב דער וועג ווערט נישט פולשטענדיג געעפנט, וועט די אמעריקאנער ארמיי רעאגירן גאר מאכטפול. דאס האט געפירט אז די אויל פרייזן זאלן זיך שטארק הייבן, א זאך וואס לאזט נישט פילע ביזנעסלייט שלאפן רואיג. &nbsp; אמת אז עס שטייען צענדליגער גיגאנטישע טאנקער-שיפן געשטראנדעט ביי ביידע זייטן פונעם שמאלן וואסער-וועג, אבער די שאלה איז: וואס טוט זיך מיט אונז? מיר דארפן דאך אויך א וועג דורכצופארן דעם שמאלן וואסער-וועג. נישט נאר איין וואסער-וועג, נאר יעדן טאג קומען פרישע כוואליעס און שטורעמס וואס ווילן אונז דערטרענקען. וויאזוי קענען מיר דאס אלעס דורכשווימען? דער הייליגער רבי דערציילט (אין סיפורי מעשיות) איבער דעם מענטש וואס איז דורכגעגאנגען די "זיבן וואסערן". די זיבן וואסערן זענען נישט קיין פיזישע וואסערן; דאס זענען די שוועריקייטן און די מניעות וואס מיר אלע באגעגענען טאג-טעגליך אין אונזער לעבן. אמאל איז עס א דאגה פון געלט &mdash; וויאזוי וועל איך דעקן דעם חודש &mdash; און אמאל איז א מענטש פארלוירן אין זיך אליינס. &nbsp; דער רבי אבער לאזט אונז נישט איבער אויפ'ן וואסער בלויז מיט א פראבלעם, נאר ער געבט אונז עצות למעשה. די עצה איז אמונה און בטחון: צו וויסן אז דער אויבערשטער פירט אלעס, סיי צי דער "סטרעיט אוף הארמוז" זאל זיין אפן, און סיי צי מיין באנק אקאונט זאל האבן דעקונג. &nbsp; די צווייטע עצה וואס דער הייליגער רבי געבט אונז, איז א שליסל וואס עפנט אויף אלע פארשפארטע וועגן: די תורה פון "אזמרה" &ndash; זיך צו פאקוסן אויף די גוטע פינטלעך. אפילו ווען אלעס זעט אויס שווארץ, טרעף דאס ביסל גוטס; דאס וועט דיר העלפן זיך האלטן העכערן וואסער ביז דער קריזיס וועט דורכגיין בסעייתא דשמיא. &nbsp; טראמפ זאגט אז ער וועט ברענגען שלום אויף דער וועלט. אבער וואס האב איך דערפון ווען אלע לענדער שמייכלען איינס צום צווייטן, אבער איך בין צוריסן פון אינעווייניג? אויב מ'בעט נישט דעם אויבערשטן מען זאל זיין פרייליך און צופרידן, איז עס פיל ערגער ווי ווען איראן און אמעריקע קריגן זיך. אויב איך קען נישט שלאפן ביינאכט פון פחדים און פאביעס, אין שלום בעצמי קען מען זיך פיל גרינגער דערטרענקען ווי ווען מען פארט דורך דעם הארמוז. &nbsp; לאמיר זיך אנגארטלען מיט די זיסע עצות און וויסן אז דער גאנצער טומל איז בלויז א נסיון, צו זען אויב מיר וועלן האלטן דעם קאפ גראד און געדענקען אז ער איז דער וואס פירט אלעס. אזוי וועלן מיר זוכה זיין צו דעם וואס דוד המלך זאגט אין תהלים: "בנאות דשא ירביצנו על מי מנוחות ינהלני". אפילו ווען אינדרויסן שטורמט, בין איך רואיג, ווייל איך ווייס אז דער אויבערשטער פירט אונז דורך רואיגע וואסערן. &nbsp;

    < זעה מער ו ניסן תשפ"ו 📝
  • פאטאלער אינצידענט אין ניו יארקער לופטפעלד

    פארגאנגענעם זונטאג אווענט בערך 11:40 איז פארגעקומען א שרעקליכע טראגעדיע אין לא גווארדיע לופטפעלד, ווען א פייערלעשער טראק האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט אן אריינקומענדיגן "עיר קאנאדע" פליגער וואס האט געהאלטן אינמיטן לאנדן. אויפן פליגער האבן זיך געפונען 72 פאסאזשירן, אריינגערעכענט א שיינע צאל היימישע אידן, און 4 מאנשאפט מיטגלידער. &nbsp; דער קראך האט איבערגעלאזט די צוויי פילאטן נישט ביים לעבן, און פערציג אנדערע זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט וואונדן. עס איז דערווייל נישט קלאר וויאזוי אזא פאטאלער טעות האט געקענט פאסירן, אז מען זאל געבן רשות פארן פייערלעשער טראק אריבערצוקרייזן דעם ראנוועי פונקט אין די זעלבע צייט וואס מען האט געגעבן קלערענס פארן פליגער צו לאנדן דארט. &nbsp; דאס דערמאנט אונז אז ווען אימער עס האט פאסירט אז איינער האט באקומען א גרויסע שטראף פון הימל נאכדעם וואס ער האט זיך קעגן געשטעלט מוהרא"ש, צי דורך מסירה אדער אנדערע זאכן, פלעגט מוהרא"ש זאגן אז האבן הקפדות אויף מענטשן איז בכלל נישט קיין גרויסקייט. ער איז נישט געקומען אויף דער וועלט צו באשטראפן די וואס טשעפען אים; זיין גאנצע ציל איז בלויז צו פארשפרייטן דעם אויבערשטן אויף די גאנצע וועלט. אבער ווען מען איז דבוק אינעם אויבערשטן באקומט מען א גרויסע סייעתא דשמיא, און פונקט ווי איינער וואס לייגט זיך אונטער א גרויסן בולדאזער וואס פארט וועט מען נישט זאגן אז ער איז "באשטראפט געווארן" פארן זיך קעגן שטעלן דעם טראקטאר, די זעלבע זאך איז ווען עס קומט צו פארשפרייטן די הייליגע עצות פונעם רבי'ן - די זיסע דרך אין עבודת ה' וואס יעדער פשוט'ער מענטש קען דורך דעם אנקומען צו די גרויסע מדריגה פון דביקות בה' - איז ער גלייך צו א בולדאזער, און מען דארף זיין א גרויסער נאר זיך צו לייגן אונטער די רעדער פון א פארענדיגן טראק. &nbsp; די זעלבע זאך איז אמת טאג-טעגליך אין לעבן. דער אויבערשטער האט דיר געגעבן עלטערן, א מאן אדער א ווייב, קינדער, שכנים און אזוי ווייטער; ער האט דיר געגעבן געוויסע נאטורן, און אזוי אויך פאר זיי. דו קענסט פרובירן זיך קעגן צו שטעלן, אבער עס וועט גארנישט העלפן. א בולדאזער איז א נארישע משל דערצו: דו קענסט גארנישט טון קעגן דעם רצון ה', און ווער וועט צום סוף ליידן? נאר דו אליין. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט געבן א משל דערויף צו צוויי מענטשן וואס זענען אפגעשטעלט געווארן דורך א פאליציאנט, ווען ביידע זענען באמת געווען אומשולדיג. איינער האט זיך קעגן געשטעלט און פארפירט, בשעת דער צווייטער האט בלויז געזאגט: "איך מיין אז עס איז א טעות". דער ערשטער איז געווארן אנגעשפריצט מיט פעפער-ספרעי, זיין גאנצע קערפער איז געווען פארוואונדעט און בלוטיג פון פרובירן זיך ארויסצורייסן פון די קייטן, ער האט געהאט צובראכענע ביינער פון זיך שלאגן מיט די אפיצירן, און צום סוף איז ער נאך געווארן אנגעקלאגט אויף "זיך קעגן שטעלן א פאליציאנט". דער צווייטער אבער, איז געזעסן שטיל; ער האט טאקע אביסל געליטן פון די אומבאקוועמע קייטן און פון די אויספארשונגען, אבער נאך א קורצע צייט איז ער גענצליך באפרייט געווארן ווען מען האט איינגעזען דעם טעות. &nbsp; לאמיר בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן זיין צופרידן מיט דעם וועג וויאזוי ער פירט אונז, דעמאלט וועט אונז גוט זיין סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענער וועלט.

    < זעה מער ה ניסן תשפ"ו 📝
  • צפון קארעא - וואו די פארטיי "מוז" געווינען די וואלן

    אין דעם ווייטן מזרח געפינט זיך דאס לאנד קארעא, וועלכע איז נאך א לאנגע און בלוטיגע מלחמה צעטיילט געווארן אין צוויי באזונדערע וועלטן. בשעת דרום קארעא ווערט געפירט דורך א דעמאקראטישע רעגירונג, ווערן די בירגער פון צפון קארעא שוין צענדליגע יארן פארשקלאפט אונטער א קאמוניסטישן רעזשים, וואס ווערט היינט אנגעפירט דורך דעם דיקטאטור קים יאנג אן. &nbsp; כאטש עס קומען דארט פאר "וואלן", ווייסט יעדער קינד אז דאס איז בלויז א שפיל. די רעזולטאטן פון די וואלן - וואס זענען געווען 99.93% - זענען שוין באשטימט נאך פאר דער ערשטער מענטש איז ארויסגעגאנגען שטימען, ווייל עס עקזיסטירט דארט נישט קיין עכטע אויסוואל; מען שטימט נישט ווייל מען וויל, נאר ווייל מען "מוז". &nbsp; געלויבט דעם אויבערשטן אז מיר לעבן אין א פרייע וועלט וואו מיר קענען טאן כמעט אלעס וואס אונזער הארץ גלוסט. אבער אויב מיר וועלן טיף אריינקוקן, וועלן מיר זען אן ענליכע בילד: צי טוען מיר טאקע וואס מיר ווילן, אדער זענען מיר אליין פארשקלאפט צו דעם "מען מוז"? &nbsp; פילע מענטשן פירן זיך אויף א געוויסן אופן נאר ווייל "יעדער טוט אזוי". מען קויפט געוויסע גלעזער אדער מלבושים נאר ווייל א "סעלעבריטי" גייט אזוי, און מען רעדט זיך איין אז מיט דעם וועט מען ווערן פרייליך. מען פארגעסט נעבעך פונעם אמת'ן תכלית: אז יעדער איד איז א "חלק אלוק ממעל" מיט א הייליגע שליחות וואס דער אויבערשטער וויל ער זאל אויפטון דא אויף דער וועלט. &nbsp; קוק גוט אריין אין דיר, וועסטו זען וואס דו ווילסט באמת. דו ווילסט עסן, דו ווילסט טרינקען, דו ווילסט וואוינען אין א שיינע דירה &ndash; דאס איז זייער גוט; אבער אויב עס וועט דורכגיין א טאג אן א קאפיטל תהלים, וועסטו זיך שפירן הונגעריג, אפילו אויב דו וועסט האבן אלע מטעמים און מדענים. אויב דו וועסט נישט רעדן צום אויבערשטן, וועסטו נישט זיין פרייליך, און אן א פרק משניות וועסטו נישט שפירן קיין סיפוק. דאס איז וואס דו ווילסט באמת, און דאס וועט דיר פירן צום תכלית. &nbsp; בכלל איז דאס לעבן א שיינע שפיל וואס דער אויבערשטער מאכט פאר אונז. עס קען אויסזען ווי מיר האבן אן אויסוואל &ndash; איך וויל אנקומען אהין, אדער ערלעדיגן דאס &ndash; עס זעט אויס ווי עס ליגט אין אונזערע הענט צו קענען פירן אונזער לעבן, אבער באמת איז שוין אלעס לאנג באשטימט. "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה". מיר דארפן בלויז הנאה האבן פונעם שיינעם שפיל און דאנקען דעם אויבערשטן אויף די זכיה וואס מיר האבן, אז מיר זענען אידישע קינדער און קענען אים דינען.

    < זעה מער כח אדר תשפ"ו 📝
  • אמעריקע אין מלחמה מיט איראן מיטן ציל אראפצוווארפן דעם רעזשים

    נאכן אפרעכטן א פרייליכע שבת זכור, ווען מען האט זיך געפרייט מיטן הייליגן שבת און אויסגעמעקט דעם עמלק און מען האט ברוך השם נישט געהערט קיין נייעס, איז די היימישע וועלט אין חוץ לארץ געכאפט געווארן אין שאק נעכטן מוצאי שבת קודש, ווען מען האט געהערט אז אמעריקע מיט אירע אליאירטע האבן זיך ארויסגעלאזט אין א מאסיווע פולקאמע קריג קעגן דעם איסלאמישן רעפובליק פון איראן, שוין אנגעהויבן שבת קודש אינדערפרי. אויך איז געקומען באריכטן אז איראן האט צוריק געענטפערט מיט א כוואליע פון מיסילס, ראקעטן, און דראונס צו א רייע לענדער אינעם מיטל מזרח, אריינגערעכנט באזעס פון די פאראייניגטע שטאטן, די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, סאודי אראביע, קאטאר, קואוועיט, ירדן, באכריין, אמאן, סיריע, און ציפערן. בפרט האט מען געהערט מיט זארג אז זיי שיקן פילע מיסילס קיין ארץ הקודש, ווי עס זענען שוין ליידער באריכטעט געווארן אומגעקומענע און פארוואונדעטע. &nbsp; דא אין חוץ לארץ פאלן ברוך השם נישט קיין באמבעס, אבער דער שונא פרובירט צו שיקן באמבעס אויך דא. די אלע וואס זענען אריינגעטון אין די נייעס מוזן וויסן פונקטליך וואו עס פייפט, וואו עס פאלט א באמבע; אפילו ווען מען איז גענצליך אינדרויסן פון די מלחמה זאנע, אבער ביי זיי פליען מיסלס אין קאפ, און זיי קענען נעבעך אריינפאלן אין פאניק. דערפאר בעט מען יעדן איינעם אז מען זאל מתפלל זיין פאר אחינו בני ישראל תושבי ארץ הקודש, זיי זאלן ארויסגיין פון דעם שווערן מצב אן קיין שום שאדנס נישט בגוף און נישט בממון, אזוי אויך אז מען זאל נישט אריינפאלן אין קיין פארלוירנקייט. מען זאל געדענקען אז דער אויבערשטער פירט די וועלט, און ער היט אונז. &nbsp; די צווייטע זאך איז וויכטיג, אז כאטש אלץ איז די נייעס זייער נישט גוט צו מיטהאלטן, עס קען אסאך שעדיגן, אבער בפרט אין אזא צייט ווען די נייעס שרייעט פאניק און פארלוירנקייט, איז עס נאך וויכטיגער אוועקצושטיין פון די אלע מידיע, אפילו די אידישע, כדי עס זאלן נישט פליען קיין באמבעס ביי אונז אין קאפ. מיר זאלן ווייטער אנגיין מיט אונזער עבודת ה', לערנען און דאווענען און זיך אפגעבן מיט אונזערע ווייבער און קינדער. &nbsp; פון וואשינגטאן האט מען געמאלדן אז די אקציע איז געווארן אונטערגענומען אלס א פרי-עמטיוו שריט צו פארמיידן די געפאר פון האבן א באוואפנטע איראן, נאכדעם וואס זיי האבן נישט געוואלט מאכן קיין דיעל מיט אמעריקע אויפצוגעבן זייערע שווערע וואפנס. &nbsp; גלייך אין די ערשטע אטאקעס פון דער מלחמה האבן די אליאירטע באמבעס געצילט אויף איראן'ס רעליגיעזע, רעגירונג און מיליטערישע פירער, און באריכטן באשטעטיגן טאקע דעם אומקום פון איראן'ס העכסטן רעליגיעזן פירער אַיאַטאלאַ עלי כאַמענעי, וואס האט גענצליך געטוישט דעם גאנצן בילד. אזוי אויך איז אומגעברענגט געווארן דער העכסטער מיליטערישער פירער פון דער רעוואלוציאנערער גוואַרדיע, דער איראנער פארטיידיגונגס מיניסטער, דער הויפט פון די איראנער מיליטער, צווישן בערך פערציג אנדערע הויכראנגיגע פירער פון איראן. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג פון פורים וועלן מיר צולייגן א דאנק פאר'ן אויבערשטן פאר'ן אומברענגען דעם המן פון איראן בתוך שאר כל צוררי היהודים, און אים לויבן און דאנקען אויף די פילע נסים וואס געשעען מיט אונז יעדע רגע און יעדע שעה, און מיר וועלן ווייטער מתפלל זיין אז ער זאל אפהיטן יעדן איד ברוחניות ובגשמיות.

    < זעה מער יב אדר תשפ"ו 📝
  • טראמפ'ס סטעיט אוו די יוניאן רעדע

    טראץ וואס אין די לעצטע טעג האט טראמפ געהאט עטליכע ערנסטע דורכפעלער, צווישן זיי אז דער דזשאב-מארקעט אין אמעריקע איז אריינגעקומען פארן גאנצן למספרם יאר 2025 זייער שוואך, צו א סך הכל פון אונטער צוויי הונדערט טויזנט דזשאבס אין גאנץ אמעריקע פארן גאנצן יאר. דערנאך האט דער סופרים קאורט מבטל געווען טראמפ'ס טאריפס, זאגנדיג אז עס איז אומקאנסטיטוציאנעל, און דערנאך קומט אריין זיין צופרידנהייט ראטע זייער נידעריג. &nbsp; אבער דאס האט נישט אפגעהאלטן טראמפ - ווי זיין שטייגער - פון טרומפואירן ביי זיין "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע נעכטן, כאילו אלעס אין אמעריקע איז "צוריק, גרעסער, בעסער, רייכער און שטארקער ווי קיינמאל בעפאר." זיין רעדע האט געדויערט כמעט צוויי שעה, וואס מאכט עס פאר די לענגסטע "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע אין די היסטאריע פון אמעריקע. &nbsp; טראמפ האט זיך בארימט מיט דעם שטארקן סטאק מארקעט, נידעריגע אינפלאציע און העכערע פארדינסטן. ער האט אונטערגעשטראכן זיינע שטייער-שניטן און געמאלדן זיין פלאן אז די רעגירונג זאל "מעטשן" פענסיע-אינוועסטמענטס. ער האט ארויסגעהויבן זיינע באמיאונגען צו רעדוצירן מעדיצין פרייזן און האט שטאלצירט מיט זיינע אפמאכן מיט גרויסע טעכנאלאגיע פירמעס צו בויען זייערע אייגענע ענערגיע אינפראסטרוקטור, כדי עס זאל נישט עפעקטירן די עלעקטריציטעט פרייזן. טראמפ האט ווידערהאלט זיינע שטרענגע אימיגראציע פאליסיס און וויפיל בעסער די גרעניץ זיכערהייט איז היינט. ער האט גערעדט איבער זיינע פלענער צו פארבעסערן וואלן פארלעסליכקייט דורך פארלאנגען וואוטער איי-די. ער האט אויך גערעדט איבער איראן און האט זיי געווארנט אז זיי מוזן אויפגעבן זייערע נוקלעארע אמביציעס, אויסדרוקנדיג גרייטקייט צו אן אפמאך, אבער געווארנט אז ער איז גרייט אויף יעדן פאל. טראמפ האט נישט אויסגעלאזט זיינע פאליטישע אטאקעס; ער האט שארף אטאקירט די דעמאקראטן, זאגנדיג אז זייערע פאליסיס מאכן חרוב אמעריקע. &nbsp; עס זעט אויס אביסל ווי א חוכא וטלולא. דער טראמפ קומט ארויס א צוביילטער פון פילע דורכפעלער וואס ער האט נארוואס געהאט, אבער ער איז דא און שרייעט אז ער איז שוין פשוט "מיד פון אזויפיל געווינען". טראמפ, וואס רעדט זיך איין אז ער פירט די וועלט, קוקט עס אבער אנדערש אן. אויב מען זינגט א פאזיטיווע ניגון, עפנט מען אויף די טירן צו הצלחה. ווען ער זאל רעדן ווי א רעזיגנירטער, וואלט ער שוין לאנג נישט דא געווען. מיר קענען נעמען דעם מעטאד פאר אונזער לעבן, דעם אמת'ן תכלית פון לעבן, און דארט ניצן דעם מיטל. וועלן מיר מצליח זיין אין אונזער אויפגאבע. מיר וועלן רעדן פון די הצלחות וואס מיר האבן, מיר וועלן זינגען "מיר זענען געווינערס". איך האב היינט גערעדט א ווארט צום אויבערשטן, איך האב געלייגט תפילין, איך האב געגעבן איין קוק ווייניגער, און דאס וועט אונז הייבן נאך העכער און העכער, און מיר וועלן זוכה זיין צו ווערן אמת'ע ערליכע אידן. &nbsp; ולא יכלמו לנצח כל החוסים בך

    < זעה מער ח אדר תשפ"ו 📝
  • אמעריקאנער אמבאסאדאר קיין בעלגיע פארלאנגט אפצושטעלן די קלאגעס קעגן די אנטווערפענער מוהלים

    א שארפע דיפלאמאטישע שטורעם האט אויסגעבראכן אין בעלגיע, נאכדעם וואס דער אמעריקאנער אמבאסאדאר אין דעם לאנד, ביל ווייט, האט אפן געפאדערט אין א מעלדונג אז די בעלגישע רעגירונג זאל שוין אפשטעלן די געריכטליכע פראצעדורן קעגן דריי מוהלים וואס ווערן באשולדיגט אין דורכפירן ברית מילה קעגן די ארטיגע געזעצן, וואס ער האט אנגערופן אלס "אנטיסעמיטיש". &nbsp; אין זיין מעסעדזש האט דער אמבאסאדאר ארויסגעהויבן אז אנטיסעמיטיזם איז "אומאקצעפטירבאר אין סיי וועלכע פארעם" און האט געבעטן בעלגיע "צו טון א פיל בעסערע ארבעט אויף דעם ענין". ער האט ספעציפיש פארלאנגט אז די קלאגעס קעגן די דריי מוהלים אין אנטווערפן זאלן ווערן אפגעווארפן, אונטערשטרייכנדיג אז זיי טוען בסך הכל דאס וואס אידן טוען שוין טויזנטער יארן. ער האט ווייטער געשריבן אז ער פלאנט צו באזוכן אין אנטווערפן קומענדיגע וואך זיך צו טרעפן מיט די מוהלים און זייערע משפחות, און ער האט גערופן דעם בעלגישן העלט מיניסטער, פרענק וואנדענברוקע, אז ער זאל מיטקומען מיט אים. &nbsp; די דאזיגע פרשה ציט זיך שוין איבער א יאר צייט. לויטן בעלגישן געזעץ מעג נאר א לייסענסד דאקטאר דורכפירן ברית'ן, און אלס רעזולטאט זענען היימישע מוהלים אונטער אינוועסטיגעשאנס. די היימישע קהילה אין אנטווערפן האט חלילה נישט אויפגעהערט צו פראקטיצירן די מצוה פון ברית מילה, אבער עס ווערט געטון מיט גרויס פארזיכטיגקייט. מ'פובליצירט נישט קיין שום צעטלעך אדער מודעות וואו און ווען די ברית'ן קומען פאר, כדי מ'זאל עס נישט קענען נאכגיין. די מוהלים אליין פרובירן אויך צו זיין זייער געווארנט, זאגנדיג אז מ'קען קיינמאל נישט וויסן צי מ'האלט אן אויג אויף זיי. &nbsp; אין א שארפן מעסעדזש האט דער אמעריקאנער אמבאסאדאר אראפגעריסן די גאנצע מעשה אלס אנטיסעמיטיזם, און ער האט געפאדערט פונעם בעלגישן געזונטהייט מיניסטער, פראנק וואנדענברוקע, אז ער זאל תיכף ומיד אפשטעלן די געריכט פראצעדורן. דער אמבאסאדאר האט קלאר געשטעלט אז ער האט פערזענליך גערעדט מיטן מיניסטער דערוועגן, אבער אן קיין שום הצלחה. &nbsp; די דאזיגע ווערטער האבן ארויסגערופן א שטורעם ביי די בעלגישע פאליטיקאנטן. אלע האבן אראפגעריסן דעם אמבאסאדאר פארן זיך "אריינמישן אין אינערליכע ענינים", בפרט ביי א זאך וואס ליגט יעצט אין געריכט. זיי האבן געטענה'ט אז אין בעלגיע איז דא א פולשטענדיגע טיילונג צווישן פאליטיק און דאס געריכט, און א פרעמדער דיפלאמאט האט נישט קיין שום רעכט זיך אריינצומישן אדער פרובירן משפיע צו זיין אויף א פסק פון א ריכטער. &nbsp; צוקוקער זאגן אז די גאנצע שארפע רעאקציע קומט נאר ווייל זיי שפירן אז מ'האט באליידיגט זייער נאציאנאלע כבוד. דאס איז ביי זיי געווען אזא גרויסע זאך, אז זיי האבן גענומען אן אומגעווענליכן שריט און אריבערגערופן דעם אמבאסאדאר אים אויסצומוסר'ן אויף דעם וואס ער האט זיך געלאזט הערן מיט אזא שפראך קעגן בעלגיע. זיי זענען געווען ספעציעל אויפגעברויזט אויף דעם וואס ער האט גענוצט דאס ווארט "אנטיסעמיטיזם". &nbsp; אבער טראץ דעם גרויסן דרוק, האלט דער אמבאסאדאר פעסט ביי זיין מיינונג און ער וויל זיך נישט אנטשולדיגן דערויף. ער טענה'ט אז אין דער דיפלאמאטישער וועלט ווערט ברית מילה פארעכנט אלס א רעליגיעז רעכט מיט א היסטאריע פון טויזנטער יארן, און ס'איז נאכנישט געהערט געווארן אז א לאנד זאל פרובירן זיך אריינצומישן דערין. &nbsp; בעלגיע איז שוין יארן באקאנט מיט אירע ליבעראלע געזעצן, בפרט ווען עס קומט צו רעליגיעזע ענינים. אין געוויסע טיילן פון בעלגיע, אריינגערעכנט די אנטווערפענער געגנט, איז שחיטה געזעצליך פארבאטן געווארן, וואס דאס האט געפירט דערצו אז מ'מוז אימפארטירן כשר'ע פלייש קיין אנטווערפן פון אויסלאנד. דאך לאזן זיך אידן נישט אפשרעקן פון די דאזיגע גזירות און אורטיילן. מיר טוען דעם רצון השם פאר יעדן פרייז, און מיר וועלן ווייטער ממשיך זיין צו היטן די מצוות מיט מסירות נפש, נישט קוקנדיג אויף די אלע שוועריגקייטן. &nbsp;

    < זעה מער ל שבט תשפ"ו 📝
  • קאנגרעס פירט דורך געזעץ וואס פארלאנגט "איי-די" ביים וויילן

    אין די לעצטע טעג האט דער אמעריקאנער קאנגרעס, וואס ווערט קאנטראלירט דורך די רעפובליקאנער, דורכגעפירט מיט א שמאלע מערהייט א נייע רעגולאציע איבער די רעכטן פון וויילן. לויט דעם פארשלאג וועלן אמעריקאנער בירגער מוזן אויפווייזן אז זיי זענען בירגער סיי ווען זיי רעגיסטרירן זיך צו שטימען און סיי ווען זיי גייען אפגעבן זייער שטימע ביי פעדעראלע וואלן. דער ביל, באקאנט אלס די "סעיוו אמעריקע אקט", איז אריבער אינעם הויז מיט 218 שטימען קעגן 213, מערסטנס לויט די פארטייאישע ליניעס. &nbsp; אויב דאס געזעץ וועט דורכגיין ביז'ן סוף, וועט עס פארלאנגען פון יעדן איינעם וואס רעגיסטרירט זיך צו שטימען ביי פעדעראלע וואלן אויפצואווייזן מיט דאקומענטן אז ער איז א לעגאלער בירגער. דאס געזעץ וועט אויך מחייב זיין וויילער צו ווייזן א בילד "איי-די" ביים שטים-בודקע. אזוי אויך הייסט דאס געזעץ פאר די סטעיטס איבערצוגיין די וויילער ליסטעס צו פארזיכערן אז אומלעגאלע זענען נישט דארט, און עס וועט פארשטערקערן פעדעראלע אויפזיכט אויף די סטעיט רעגיסטראציע ליסטעס. &nbsp; די שטיצער פונעם געזעץ טענה'ן אז דאס וועט פארשטערקערן די באגלייבטקייט פון די וואלן און וועט צוריקהאלטן אומלעגאלע פון זיך רעגיסטרירן און וויילן. פון דער אנדערער זייט טענה'ן די קעגנער אז דאס וועט מאכן שווער פאר מיליאנען מענטשן און וועט צוריקהאלטן בארעכטיגטע וויילער פון ארויסגיין שטימען צוליב די פילע שוועריגקייטן וואס דאס וועט גורם זיין. &nbsp; וואס עס וועט למעשה בלייבן פון דעם דאזיגן געזעץ, צי עס וועט דורכגיין דעם סענאט צי נישט, איז נאך דערווייל נישט קלאר, אבער מיר דא דארפן זיך נישט זארגן. מיר זענען דאך אלע לעגאלע סיטיזענס, אידישע קינדער פון אידישע עלטערן, וואס דאס גיט אונז די פולע רעכט צו גיין שטימען, אויפצוהויבן אונזער שטימע און לאזן הערן אונזער געשריי. מיר וועלן אויסנוצן אונזערע רעכטן און ארויסגיין יעדן טאג אויף א שפאציר, רעדן מיט אונזער טאטע וואס ווארט צו הערן פון אונז, און זיך אויסגיסן דאס הארץ און אים דערציילן אלעס וואס דריקט אונז. מיר וועלן אים דאנקען פאר אלע זיינע חסדים, דורכשמועסן מיט אים אונזערע ספיקות, און אים בעטן ער זאל אונז העלפן און מיטגיין מיט אונז וואו אימער מיר גייען. &nbsp; קודם כל און איבער אלעס וועלן מיר אים דאנקען פאר'ן זיין געבוירן צו אידישע עלטערן און פאר'ן באקומען אן ערליכע אידישע חינוך. מען האט אונז געלערנט פון גאר יונג אן איבער אמונה, שבת, דאווענען און אלעס וואס א איד דארף וויסן. בשעת מיר האבן פונקט אזוי געקענט געבוירן ווערן ביי א גוי, און אפילו אויב מיר וואלטן דאן געהאט די זכיה זיך צו געוואויר ווערן פון די הייליגע אמונה, וואלטן מיר געמוזט דורכגיין א גאר שווערן און קאמפליצירטן וועג זיך אנצושליסן אינעם עם הנבחר. און דערנאך אז מיר האבן געטראפן א רבי וואס פארשטייט אונז, א צדיק וואס רעדט דירעקט צו אונזער דור, און האט עצות פאר די היינטיגע שוועריקייטן, און מיר קריגן נישט אויף אים. &nbsp; ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו. &nbsp;

    < זעה מער כה שבט תשפ"ו 📝
  • א ריזיגע זאל ווערט געבויעט ביים ווייסן הויז

    אין די יעצטיגע טעג קומט פאר ביים ווייסן הויז איינע פון די גרעסטע בוי-פראיעקטן אין איר היסטאריע: מ'בויעט צו א ריזיגן נייעם זאַל פאר מלכות'דיגע מסיבות - וואס וועט גענצליך ענדערן דעם מזרח טייל פונעם ווייסן הויז. דער נייער זאַל ערווארטעט צו זיין גיגאנטיש גרויס. לויט די אפיציעלע פלענער, וועט עס אנטהאלטן ארום 90,000 סקווער פיס, וואס איז גרעסער ווי דער הויפט חלק פון ווייסן הויז, וואס איז ארום 55,000 סקווער פיס. און וועט קענען אריינעמען ביז טויזנעט געסט אויף אמאל. &nbsp; דער נייער זאל ווערט געבויעט אויף פלאץ פונעם ביז יעצטיגן מזרח פליגל, וואס פלעגט אלץ דינען אלץ די אפיס פונעם פרעזידענט'ס פרוי, און אלס א הויפט אריינגאנג פאר די באזוכער. דער גאנצער פליגל איז גענצליך אראפגעווארפן געווארן צו מאכן פלאץ פאר די נייע געביידע, וואס וועט זיין פארבינדן מיט די הויפט געביידע פונעם ווייסן הויז, וואס און וועט זיין געבויט אויפן זעלבן קלאסישן ארכיטעקטור סטיל. &nbsp; דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס ביי עטליכע קהלות אין ניו יארק בויעט מען יעצט גרויסע הערליכע חתונה זאלן פאר די פרייז פון צענדליגע מיליאנען דאלארן, און מיט די הילף פון נדבות פון אחינו בני ישראל וואס קויפן אפ די זכותים פונעם בויען, וועלן זיי גענוצט ווערן צו פארגרינגערן די הוצאות החתונה פאר די בני הקהלה אויפן שטייגער וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט אין היכל הקודש, און וועט געגעבן ווערן גענצליך בחנם פאר די מחותנים, זיי זאלן קענען חתונה מאכן זייערע קינדער מיט הרחבת הדעת, און נישט דארפן חלילה זיך צוריקהאלטן פון טון דעם רצון ה' און חתונה מאכן די קינדער צוליב די דרוק פון חובות וואס איז מעביר את האדם מדעתו ומדעת קונו רח"ל. &nbsp; דער זאל פונעם ווייסן הויז ווערט געשאצט צו קאסטן לכל הפחות 200 מיליאן דאלער, און אויך דא ווערט עס געבויטע מיט נדבות פון פריוואטע מענטשן, ביזנעסלייט וואס שטיצן דעם פרעזידענט.

    < זעה מער כב שבט תשפ"ו 📝
  • ווער איז דער רייכסטער מענטש אויף דער וועלט?

    "ווער אימער עס האט געזאגט אז געלט קען נישט קויפן קיין פרייליכקייט, האט עכט געוואוסט וואס ער רעדט 😔," אזוי האט אילאן מאסק, דער רייכסטער מענטש אויף דער וועלט, היינט געשריבן. &nbsp; ווער פונקטליך איז דאס אילאן מאסק? פאר אונז פארמאגט ער נישט קיין שום ספעציעלע באדייט מער ווי יעדער אנדערער מענטש. ער איז א פשוט'ער בשר ודם, ער האט א פאמיליע, ער פירט א ביזנעס, און איין טאג וועט ער אויך שטארבן &ndash; פונקט ווי יעדער אנדערער מענטש. אבער אין דער גרויסער וועלט ווערט אילאן מאסק פאררעכנט אלס איינער פון די מערסט באקאנטע און איינפלוסרייכסטע פיגורן. ער איז א ביזנעסמאן און אן אנטרעפרענור, דער בעל הבית פון עטליכע ריזיגע קאמפאניס, צווישן זיי: "טעסלא", וואס פראדוצירט עלעקטרישע קארס; "ספעיס-עקס", וואס פראדוצירט ראקעטן; און נאך פארשידענע טעכנאלאגישע פראיעקטן אין די פעלדער פון קאמיוניקאציע און עי איי. &nbsp; זיין השפעה אין דער אלגעמיינער וועלט גייט אסאך ווייטער ווי סתם ביזנעס. די וועלט, וואס מאכט א גאנצע עבודה זרה פון געלט, נעמט אויף יעדע זאך וואס ער זאגט אדער שרייבט, ספעציעל אויף סאשעל מידיא, מיט דער גרעסטער מאס וויכטיגקייט. מען קוקט אויף אים ווי אויף איינעם וואס קען טוישן גאנצע אינדוסטריעס מיט בלויז איין ווארט וואס קומט ארויס פון זיין מויל. &nbsp; וויפיל געלט פארמאגט ער? לויט די לעצטע שאצונגען איז ער ווערט בערך 180 ביליאן דאלאר, וואס דאס מאכט אים פאר'ן מענטש מיט'ן גרעסטן פארמעגן (מיר האבן בכוונה נישט געשריבן "דער רייכסטער מענטש", ווייל דער רייכסטער מענטש אויף דער וועלט בין איך) &ndash; א פארמעגן וואס איז מער ווי דריי מאל אזוי סאך ווי דער נעקסטער מענטש אויף דער ליסטע פון די גרעסטע גבירים. &nbsp; און יא, אילאן מאסק, מיט זיין גאנצן כבוד, מאכט, עשירות און פרסום, שרייבט דאס אזוי קלאר און פשוט. אבער מיר דארפן נישט קוקן אויף אילאן מאסק; ער איז נישט אונזער וועגווייזער. אפילו אויב ער זאל שרייען און אויסרופן אז נאר געלט קען ברענגען גליק, וואלט עס אונז נישט בארירט אפילו אויף א כי הוא זה. ווייל נאר וואס די תורה זאגט איז דער אמת; די גאנצע וועלט קען זאגן פארקערט, אבער די תורה קען מען נישט ענדערן אפילו מיט א קוץ של יוד. &nbsp; איזהו עשיר? השמח בחלקו. אילאן מאסק קען נישט שלאפן אויף א גאלדענע מאטראץ, אפילו אויב ער קען זיך דאס ערלויבן. ער קען נישט עסן אדער טרינקען קיין גאלד; עס זעטיגט נישט זאט. און אפילו א גביר וואס עסט סטעיק און דזשערקי יעדן טאג און וואוינט אין א מיליאן-דאלערדיגן פאלאץ, איז נישט באמת גליקליך אויב ער עפנט נישט קיין משניות. א מענטש קען זיך נישט שפירן זאט אויב ער "טרינקט" נישט קיין תהילים יעדן טאג; מען קען נישט זיין צופרידן אויב מען טוט נישט קיין חסד פאר א צווייטן יעדן טאג. &nbsp; אפילו אויב עס קוקט אויס אזוי גלאנציג און ציענדיג, איז עס נישט כדאי צו טוישן דיין לעבן פאר יענעמ'ס לעבן. ווייל אויב דו ביסט נישט צופרידן מיט דיין חלק, אויב דו קרעכצסט אפ, האסט טענות אויפן אויבערשטן, וועט עס גארנישט העלפן. אפילו אויב דו וואלסט באקומען אלעס וואס יענער האט, וואלסטו נאך אלץ געזען וואס עס פעלט דיר. &nbsp; די איינציגסטע עצה איז נאר צו לעבן מיטן אויבערשטן, און זען זיינע חסדים אין דיין יעצטיגן לעבן. אפילו מיט דיינע שוועריגקייטן, זוך אויף די פינטעלעך גוטס און הייב אן זיך צו פאקוסן דערויף; הער אויף צו קרעכצן, הייב אן זאגן "יישר כח אויבערשטער" אויף יעדן אטעם וואס דו כאפסט, הייב אן צו דאנקען אז דו ביסט אן איד. און דעמאלטס וועסטו זיין דער רייכסטער מענטש אין דער גאנצער וועלט.

    < זעה מער יח שבט תשפ"ו 📝
  • כלל ישראל באוויינט די פטירה פונעם גאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצוק"ל

    מיט גרויס צער און טרויער האט גאנץ כלל ישראל אויפגענומען די ביטערע בשורה פון לאנדאן איבער די פטירה פונעם זקן ראשי הישיבות, הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער זצוק"ל, ראש ישיבת הרמ"א אין לאנדאן, וועלכער איז נסתלק געווארן אין די הויכע עלטער פון 104 יאר. &nbsp; דער ראש ישיבה זצ"ל איז געווען א לייכטורעם פון תורה און יראת שמים. זיין גאנץ לעבן איז געווען איין שטיק עבודת השם אן קיין שום פשרות, אויסנוצנדיג יעדע מינוט פאר לערנען און דאווענען. זיינע טעגליכע תפילות זענען געווען מיט א מורא'דיגע ברען, מיט טרערן און בכיות, און די איבעריגע צייט איז ער געזעסן און געלערנט די תורה הקדושה מיט א געוואלדיגע התמדה אן קיין שום שטער. &nbsp; דער ראש ישיבה זצ"ל איז געבוירן אין וויען אין א רייכע "יעקישע" משפחה, אבער שוין פון גאר יונג האט ער געלערנט תורה מיט א געוואלדיגע ריינקייט. אין זיינע יונגע יארן האט ער זוכה געווען צו לערנען ביי גרויסע גדולי ישראל און ער האט פערזענליך געקענט די גרעסטע גדולים פונעם פריערדיגן דור, צווישן זיי: דער הייליגער סאטמארער רב זצ"ל, דער מהרי"ץ דושינסקיא זצ"ל, דער בריסקער רב זצ"ל, און דער הייליגער חזון איש זצ"ל. נאך מיט אכציג יאר צוריק האט ער אויסגעפירט פארשידענע האקעלע שליחות'ן פאר די דעמאלטסדיגע גדולי הדור. &nbsp; ער האט חתונה געהאט אין ירושלים עיה"ק מיט די טאכטער פון הרה"ח ר' משה בלוי ז"ל. אויפן באפעל פון זיין רבין, דער בריסקער רב זצ"ל, האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין לאנדאן; דער בריסקער רב האט אים דעמאלטס געזאגט אז כדי ער זאל מצליח זיין אויפצושטעלן ערליכע דורות זאל ער זיך אהין ציען. &nbsp; אין לאנדאן האט ער מייסד געווען די ישיבה הרמה ד'לאנדאן און אנגעפירט דערמיט פאר איבער זעכציג יאר. די ישיבה איז געווען די ערשטע כולל אין לאנדאן. פון דארט האט דער ראש ישיבה זכרונו לברכה אויפגעשטעלט טויזנטער דורות פון תלמידים און אויפגעצויגן זיינע אייגענע קינדער. &nbsp; ווי שטארק און פעסט ער איז געווען אין זיין עבודת השם און קנאות, איז ער פון די אנדערע זייט געווען א ווארעם-הארציגער מענטש און ווייך ווי פוטער. ער איז געווען צוגענגליך פאר יעדן איינעם און אלעמאל געבליבן פרייליך און בשמחה טראץ זיין שווער לעבן. זיין שטוב אין לאנדאן איז אלעמאל געווען אפן לרווחה; אסאך יתומים און צובראכענע אידן האבן דארט געפונען א ווארעמע היים. &nbsp; אין די לעצטע תקופה איז דער ראש ישיבה זצ"ל געווען שטארק אריינגעטון צו די די פארשידענע גזירות אויף חינוך אין לאנדאן און איבער די גאנצע וועלט. אפילו אין זיין הויכע עלטער פלעגט ער ארומפארן וואו אימער עס האט אויסגעפעלט אינטערווענירן און ראטעווען בתי חיים און קברי ישראל. ער האט אסאך געטון פאר חיזוק הדת, פאר די עדה החרדית און פאר קרן הצלה. ער האט מיטגעמאכט גרויסע רדיפות פאר זיינע פעולות אבער ער האט קיינמאל אפגעשטעלט. &nbsp; דער ראש ישיבה זצ"ל האט געלעבט ביז די 104 יאר און איז געווען בדעה צלולה ביז די לעצטע מינוט. ער האט ממשיך געווען צו זאגן שיעורים ביז ממש לעצטנס, און פאר אונזער דור איז ער געווען א מתנה מן השמים. כלל ישראל האט פארלוירן א לייב. &nbsp; מיר וועלן זיך לערנען פון דעם דאזיגן ערליכן איד און צדיק וויאזוי צו דינען דעם באשעפער טראץ אלע שוועריגקייטן און נסיונות, זיך צו שטארקן ווי א לייב און קיינמאל נישט אפנייגן פונעם דרך התורה, און אין די זעלבע צייט פארמאגן א גוט הארץ און עוסק זיין אין מעשי חסד. מיר וועלן ווייטער איבערגעבן פאר אונזערע קינדער דעם וועג פון די תורה און די זיסקייט פון אונזער הייליגער אמונה. &nbsp; דער ראש ישיבה זכרונו לברכה האט איבערגעלאזט א הערליכן דור ישרים מבורך, בנים ובני בנים, הונדערטער קינדער און אייניקלעך, אלעס ערליכע אידן ההולכים בדרך התורה והמסורה. &nbsp;

    < זעה מער יז שבט תשפ"ו 📝
  • צפון־מזרח ראיאן איינגעטונקען אונטער שווערער ארקטישער קעלט־כוואליע

    מיר אלע האלטן מיט אין די לעצטע טעג די ציפעדיגע 'ארקטיק' קעלט-כוואליע וואס האט ארומגענומען אונזער געגנט. דער גאנצער נארט-איסט ראיאן פון אמעריקע, אריינגערעכנט ניו יארק און ניו דזשערסי, גייט יעצט דורך גאר שווערע קאלטע טעג מיט טעמפעראטורן וואס מ'האט זעלטן ווען געזען אין דער היסטאריע פון דעם דאזיגן געגנט. וועטער עקספערטן זאגן אז מיר זענען נאכנישט אריבער די סאמע קעלטסטע טעג. &nbsp; אין די לעצטע פאר טעג איז די וועטער געווען גאר קאלט, ווען אין אפסטעיט ניו יארק האט מען געהאט עטליכע נעכט מיט טעמפעראטורן אונטערן זערא. אבער דאס איז נאך גארנישט קעגן וואס מען ערווארט אין די קומענדיגע טעג, ווען די קעלט וועט גרייכן איר שפיץ פרייטאג צו נאכטס. אין קרית יואל ערווארט מען אז די טעמפעראטורן זאלן פאלן צו מער ווי 10 דעגרי אונטער זערא (וואס איז -23 צעלזיוס), בעת וואס אין שטעטל קרית ברסלב אין ליבערטי וועט די קעלט האלטן צווישן 5 און 10 דעגרי אונטערן זערא (-22 צעלזיוס). אין ברוקלין זאגט מען פאר אז עס וועט זיין בערך צען דעגרי פערנהייט (-12 צעלזיוס). &nbsp; בשעת מיר קוקן איבער די מיטלען וואס מ'דארף האבן כדי אויסצוהאלטן די ביטערע קעלט - מען קוקט איבער צי מען האט גענוג ווארעמע מאנטלען, שאלן, אויערן־שיצער און הענטשקעס, און מיר קוקן איבער די הייצונג סיסטעמען צו זיין פארזיכערט אז אלעס ארבעט געהעריג כדי די שטוב זאל בלייבן ווארעם &ndash; איז דאס אויך די פאסיגע צייט צו באטראכטן אונזערע שטובער צו זען אויב מיר קענען ביישטיין די שרעקליכע רוחניות'דיגע פראסטן און ווינטן וואס בלאזן ארום אונז. &nbsp; דער רבי האט געזאגט, אז פאר משיח וועט קומען וועט זיין א שטורעם. נישט קיין שטורעם פון שניי, רעגן אדער ווינט, נאר א רוחניות'דיגער שטורעם. און מיר מוזן זיך צוגרייטן דערצו מיט די ריכטיגע "הייצונג סיסטעם". דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור, אז אין די זעלבע צייט וואס עס איז דא דער טריפה'נער אינטערנעט, וואו יעדער לץ פארמאגט א מייקראפאן און שטעלט זיך אהער אלס דער ווארטזאגער פאר גאנץ כלל ישראל, זענען פארהאן הייליגע ספרים וואס זענען מפרסם און מגלה דעם אויבערשטן אויף אזא פארנעם אז מ'האט מיט וואס זיך צו דערווארעמען די ביינער. &nbsp; אפילו דער ווארימסטער מאנטל איז גארנישט ווערט אויב ער בלייבט הענגען אין קלאזעט. וואס העלפט א פארגעשריטענע הייצונג סיסטעם אויב דער סוויטש איז אויסגעלאשן? דערפאר מוזן מיר זיך כסדר אויפפרישן און זיך מחזק זיין דורכ'ן לערנען יעדן טאג די ספרים ווי "אשר בנחל" און "עצתו אמונה", און אריינרופן צו 'קול ברסלב' צו הערן א חיזוק שיעור. דאס דינט אלס דער בעסטער אימיון-בוסטער צו קענען בלייבן ווארעם אפילו אין די סאמע קעלטסטע וועטערס.

    < זעה מער יא שבט תשפ"ו 📝
  • וואס זוכט אמעריקע אין גרינלאנד?

    דער שיטער באוואוינטער אינזל-לאנד גרינלאנד, האט זיך לעצטנס געטראפן אין צענטער פון די נייעס ווען פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט נאכאמאל ארויסגעוויזן זיין אינטערעסע אינעם ארקטיק אינזל, א שריט וואס פילע האבן באטראכט אלס אגרעסיוו און פראוואקאטיוו. &nbsp; גרינלאנד איז אן אויטאנאמישע טעריטאריע וואס באלאנגט צום קעניגרייך פון דענמארק. כאטש עס רעדט זיך פון א ריזיגער שטח לאנד, איז דאך די צאל איינוואוינער דארט נישט פיל גרעסער ווי די באפעלקערונג פון קרית יואל. די גאנצע חשיבות פון דעם ארט ליגט נישט אין איר גרויסקייט אדער אין די מענטשן וואס וואוינען דארט, נאר עס ווענדט זיך אין איר וויכטיגע סטראטעגישע לאקאציע. היות עס געפינט זיך טיף אריינגערוקט אינעם ארקטיק ראיאן, שפילט גרינלאנד א קריטישע ראלע אין די וועלט'ס זיכערהייט און מיליטערישע פארטיידיגונג סיסטעמען, ווי אויך פארן צוקונפט פון נייע ים-וועגן פאר שיפן און די מעגליכקייט צו געפינען דארט נאטורליכע אוצרות. &nbsp; פרעזידענט טראמפ'ס פריערדיגע סטעיטמענטס איבערן "אפקויפן" גרינלאנד זענען דורך די גאנצע וועלט באטראכט געווארן אלס א נארישקייט. אבער ביי די לעצטיגע געשפרעכן אין שווייץ האט זיך ארויסגעשטעלט, אזוי ווי זיין טיפישן שטייגער, אז ער האט עס נישט ממש געמיינט. טראמפ האט שפעטער געמאלדן אז מ'איז געקומען צו א "פארשטענדעניש" און אז אמעריקע האט דערגרייכט אירע צילן, טראץ דעם וואס גרינלאנד בלייבט אינגאנצן אינדרויסן פון אמעריקאנער בעלות. &nbsp; עס קוקט אויס אז וואס די פאראייניגטע שטאטן האט דא פארדינט איז נישט קיין נייע שטח, נאר ענדערש מער השפעה: א שטערקערע קאאפעראציע אין זיכערהייט ענינים, א ברייטערע צוטריט פארן מיליטער, און הבטחות אז פיינטליכע לענדער וועלן נישט קענען באקומען קיין דריסת הרגל אין דעם ראיאן. דענמארק און גרינלאנד האבן פון זייער זייט קלאר געשטעלט אז דאס לאנד שטייט נישט צום פארקויפן &ndash; א פונקט וואס עס זעט אויס אז יעדער איז מסכים דערויף. &nbsp; פון דעם זעט מען ארויס די וויכטיגקייט פון דעם "לאקעישאן", דאס פלאץ וואו מ'געפינט זיך. עס קען זיין אז דו זעסט נישט קיין שום חשיבות אין דיר אליין, דו טראכסט ביי דיר: אנדערע טוען אויף אסאך מער פון מיר; מיינע חברים זענען פאפולער, מיין שכן איז א געוואלדיגער בעל כשרון, מיין ברודער איז א שארפער קאפ &ndash; און איך &ndash; וואס בין איך שוין ווערט? איך טו סך הכל מיינע טעגליכע פליכטן, איך דאוון, איך לערן, איך גיי אהיים צו מיין משפחה, איך בין גארנישט עפעס ספעציעל. &nbsp; מיין טייערער ברודער, דער גאנצער חילוק ליגט אינעם פלאץ. וואו איז דיין קאפ? זע צו טראכטן פונעם אייבערשטן. פארוואס שטיי איך אויף אינדערפרי? פארוואס דאוון איך? פאר וועלכע תכלית לערן איך? פאר וואסארא סיבה געב איך זיך אפ מיט מיין ווייב און קינדער? אויב דיין "לאקעישאן" איז ביים רבונו של עולם, דעמאלטס ביסטו זייער חשוב און באדייטנד. אין הימל מאכט מען פון דיר גרויסע העדליינס. די נייעס-באריכטן דארט שרייבן מיט קידוש-לבנה אותיות איבער דיין ווארט תורה, איבער א קרעכץ וואס דו געבסט ארויס צום באשעפער. שאץ דיך נישט אונטער.

    < זעה מער ט שבט תשפ"ו 📝
« Previous Next »

Showing 16 to 30 of 230 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 15 16
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com