Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • מער קינדער געבוירן אין עיר התורה לעיקוואד, ווי אין סיי וועלכע שטאט אין ניו דזשערסי

    אין א נארוואס ערשינענע באריכט פון די רעגירונג, זעט מען אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע, עס זענען געבוירן געווארן אינעם עיר התורה לעיקוואוד מער קינדער ווי סיי וועלכע אנדערע שטאט אינעם גאנצן סטעיט פון ניו דזשערסי.   דער באריכט זאגט אז לעיקוואוד (אן די ארומיגע אידישע געגענטער) האט געהאט 5,420 געבורטן אינעם יאר 24 למספרם. צו לייגן אין פרעספעקטיוו: די צוויי גרעסטע שטעט אינעם סטעיט, נואַרק און דזשערסי סיטי האבן געהאט בערך 3,800 געבורטן אינעם זעלבן יאר, טראצדעם וואס זיי זענען סאך גרעסערע שטעט.   דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דאס פאסירט, דאס גייט שוין אן עטליכע יאר אזוי, וואס דער אידישער תורה'דיגער שטאט, שטארט ארויס מיט אירע פילע קינדערלעך וואס ווערט דארט געבוירן יערליך קע"ה.   אין א וועלט וואס שטופט צו הפקירות און ליבעראליזם, שטייען די תורה טרייע אידן פעלזן פעסט מיט זייער אמונה אינעם אויבערשטן, און בלייבן פאלגן די צדיקים וואס דערמאנען אונז כסדר אז נאר פאלגן די תורה ברענגט סיפוק, נאר ווען מען לעבט מיט תכלית קען מען זיין פרייליך   אין א שמועס אויפן "קרעמל" אפטיילונג אויף "קול ברסלב" האט מען פאריגע וואך געהערט א שמועס מיט הר"ר יואל מנחם גרשון שניטצלער שליט"א דער געטרייער יושב ראש פונעם מכון "עצתו אמונה", צווישן אנדערע האט ער דערציילט ווי זיי האבן לאנגע יארן געווארט אויף קינדער, און ווי זיי האבן זיך געשטארקט מיט אמונת חכמים, און ווען דער אויבערשטער האט זיי געהאלפן אז נאך די שווערע זיבן יאר האבן זיי באקומען א מתנה פונעם אויבערשטן א לעבעדיגע געזונטע קינד, האט זיי דער ראש ישיבה געזאגט, "יעצט דארפן ענק דאנקען דעם אויבערשטן טויזנטע מאל יעדן טאג", ר' יואל האט געזאגט אז דאס איז אזא אמת, ווייל ווען מען דארף א ישועה, קען מען בעטן דעם אויבערשטן טויזנט מאל א טאג און אפילו מער, אבער אז דו האסט קינדער, טראכט, האסטו געזאגט א ישר כח אויבערשער היינט?   קינדער זענען א ברכה - חזר'ט דער ראש ישיבה מיט אונז יעדן טאג - עס איז אמת אז מיט די קינדער קומען טשאלאנדזשעס, שלאפלאזע נעכט, מען דארף האבן אסאך געדולד. אבער ווען דו ווייסט ווען די צער פון נישט האבן קינדער, וויפיל געדולד, שלאפלאזע נעכט, און נסיונות דאס איז וואלסטו געדאנקט דעם אויבערשטן יעדע מינוט פאר די קינדער.   די חרדישע שטעט, נישט קיין חילוק צי עס איז אין ברוקלין, אפסטעיט ניו דשערסי אדער אויסלאנד זענען עדות פאר די זיסע געשמאקע לעבן וואס מען האט ווען מיין גייט אין די וועגן פון אויבערשטן, און מען לעבט מיט זיין הייליגע תורה.   נאך א בעיבי, נאך א בעיבי, נאך א אינגל, נאך א מיידעלע!

    < זעה מער ח תמוז תשפ"ה 📝
  • שלום אין מיטל מזרח

    נאך כמעט צוויי וואכן פון מלחמה, האט פרעזידענט טראמפ אויסגערופן אז פייער שטילשטאנד אפמאך איז דערגרייכט געווארן צווישן די קריגערישע צדדים, און עס איז ברוך השם צוריק געשטעלט געווארן רואיגקייט אינעם געגענט, די געשעפטן עפענען זיך צוריק אויף, פליגערס הייבן זיך שוין פונעם לופטפעלד, און שמחות און גרעסערע פארזאמלונגען קענען שוין ווידער פארקומען ברוב עם. &nbsp; דוראויס דעם קריג זענען געפלויגן טויזנטער מיסלס און באמבעס צווישן די לענדער אינעם מיטל מזרח, די לופט פארטיידיגונס האבן געארבעט אווער טיים און אראפ געשאסן א גרויס חלק דערפון ב"ה, אמעריקע האט זיך אריינגעמישט און געשיקט זייערע פליגערס און באמבעס וואס נאר זיי פארמאגן צו צושטערן איראנ'ס נוקלעארע חלומות. &nbsp; דורכאויס די כאאטישע צוועלף טעג האט איראן געליטן גאר גרויסע שאדנס צו אירע מיליטערישע עקוויפמענט, זייערע פליגער און פארטיידיגונגס מיטלען אויף וואס זיי ארבעטן שוין פערציג יאר, ליגט יעצט פארברענט אין אש, און לויט באריכטן האבן זיי שוין זייער ווייניג פון זייערע באמבעס איבערגעבליבן. &nbsp; יעצט האט זיך שוין די מלחמה געענדיגט ב"ה, און די מצב איז צוריק רואיג, אבער מיט וואס זענען מיר געבליבן? &nbsp; פילע געביידעס פארניכטעט, הונדערטע מענטשן - צווישן זיי עטליכע אידן זענען מער נישט ביים לעבן, פילע מענטשן האבן דערלייגט זייערע הייזער האב און גוטס. איראן ווערט געשאצט צו האבן שאדנס פון הונדערעטער ביליאנען דאלער, מדינת ישראל האט געצאלט עטליכע ביליאן דאלער אינעם געשעפט, און אמעריקע האט אויך ארייגעטשיפט אזוי נישט מיר נישט דיר, אן ערך פון א פערטל ביליאן דאלער. &nbsp; אויסער פארניכטונג און טויט האט די מלחמה גארנישט געברענגט, ווייל אין א מלחמה, אין א מחלוקת פארלירט יעדער. &nbsp; די קונץ איז נישט ארויסצוקומען א זיגער, די קונץ איז וויאזוי צו זיין קלוג, און נישט ווערן אריינגעשלעפט אין קיין מחלוקת, ווייל די פייער פון מחלוקת פארברענט אלעס. &nbsp; דו מעגסט זיין גערעכט, דו מעגסט זיין זיגער, אבער בעסער צו זיין קלוג. וואס איז ענדערש, געבן יענעם גערעכט און לעבן א חיים טובים, אדער אומקומען על מזבח הצדק, און מען זאל קענען שרייבן אויפן מצבה "פה נטמן איש צדק"... &nbsp; לאמיר בעטן דעם אויבערשטן מיר זאלן קוקן מיט רחמנות איינע אויפן צווייטן, און נישט קוקן מיט קנאה און שנאה, אפילו יענער בא'עוול'ט מיר אמת'דיג, און עס קומט אים, און איך קען אים געבן מנה אחת אפים, לאמיר געדענקען "מענה רך ישיב חמה", אויב דו וועסט קוקן אויף יענעם מיט א רחמנות'דיגע בליק, וועסטו פארשטיין אז יענער שרייעט בכלל נישט אויף דיר, יענער איז נעבעך צובראכן פון זיינע צרות, און דו שטייסט פונקט נעבן אים. &nbsp; דרכיה דרכי נועם וכל נתיבתיה שלום

    < זעה מער כז סיון תשפ"ה 📝
  • אמעריקאנער בונקער באסטערס פארניכטן איראנ'ס דריי הויפט נוקלעארע איינריכטונגען

    שבת נאכמיטאג האט אמעריקע דורכגעפירט א איבעראשנעדע אטאקע וואס זי האט א נאמען געגעבן מיטלנאכט האמער, (מידנייט האמער) אטאקירט דריי איראנער נוקלעארע אייריכטונגען אין פארדוי, איספאהאן און נאטאנז. בשעת פארדוי וועלכע איז א פלענט פארפאנצטער מיט בערך צוויי-דריי הונדער פיס אונטער די ערד איז געווען דער עיקר ציל. &nbsp; צווישן אנדערע האט אמעריקע גענוצט פילע העכסט פארגעשניטענע B-2 פליגער אנגעלאדענט מיט פערצן דרייסיג-טויזענט פונטיגע בונקער באסטער באמבעס וועלכע זענען געפארן אכצן שעה אן אפשטעל אין די לופטן פון מיזורי אמעריקע קיין איראן, וועלכע זענען כסדר געפיטערט געווארן מיט ברענשטאף דורך עטליכע מיליטערישע ריפיול פליגער וועלכע האבן זיין באגלייט. &nbsp; "מענטשן פרעגן" - האט דער ראש ישיבה היינט געשריבן - "צי די מלחמה יצעט מיט איראן איז מלחמת גוג ומגוג." אויף דעם זאגט דער ראש ישיבה אז ער האט מקובל פון מוהרא"ש זי"ע אז די מלמחה צווישן גוג און מגוג איז אינעם מענטש אליין, אינעם מח, און אינעם הארץ, ווי דער רבי האט געזאגט (און ווערט געברענגט אין ספר הקדוש ויואל משה) אז "פאר משיח וועט קומען וועט אראפ קומען א מבול פון כפירות און אפיקורסות." &nbsp; דער ראש ישיבה בעט זיך ביי דיר ליבער ברודער, "קוק נישט קיין שום פאדקעסט, קוק נישט קיין קליפס. ווארף אוועק די טעלעפאן, עס איז א גרויסע סכנה, מען קען אינגאנצן אוועק פאלן." דער ראש ישבה בעט זיך ווייטער, "ווער איז דיין רבי? וועם פרעגסטו דיינע שאלות? פרעג אים אויב דו זאלסט האבן דיין טעלעפאון, אדרבה, איך וויל הערן ווי דיין ערליכער איד, דיין מורה דרך - זאגט דיר אז דו קענסט האבן א טעלעפאן, טעבלעט לעפטאפ - וואו מען זעט קליפס, אינטערוויאס, פאדקעסט פון ליצנות און פון כופרים בה'; איך גלייב אז קיין איין דיין וועט דיר דאס מתיר זיין." &nbsp; נאר אמעריקע - זאגט מען - האט די שרעקליכע בונקער באסטער באמבעס וואס קענען אריינגיין אזוי טיף, ביז צוויי הונדער פיס אונטער די ערד און דארט אויפרייסן, אבער עס איז דא א בונקער באסטער באמבע וואס מענטשן נעמען זיך אליינס, דער ראש ישיבה שרייבט "מען הערט אין די נייעס ווי מען קען איינפלאנצן א באמבע אין א טעלעפאן און דער מענטש ווערט גע'הרג'עט, איז דאס פאר מיר א לימוד אז דער טעלעפאן איז א באמבע וואס הרג'ט מיך, עס נעמט אוועק מיין יראת שמים, מיין תמימות, מיין נאאיווקייט." "מען איז פארנומען מיט די נייעס, מיט די מלחמה פון איראן; די מלחמה מיט די טעלעפאן איז סאך א שווערערע מלחמה ווי די מלחמה יעצט מיט איראן, עס איז סאך א גרעסערע סכנה; וויפיל באמבעס פלאצן טאג טעגליך, וויפיל יראת שמים ווערן אוועק גענומען, וויפיל פארלירט מען פון דעם..." "עס טוט מיר זייער וויי אז אלעס פרעגסטו מיר און אלעס טוסטו - ביז די טעלעפאן, דאס פארשטייסטו בעסער." טראמפ זאגט אז ער האפט אז מיט דעם איז אמעריקע פערטיג, און איראן וועט שוין זיין וואויל, ווייל אויב נישט, וועלן זיי ביטער חרטה האבן. איראן זעט נישט אויס ווי זיי ברעכן זיך, און סטראשען ווייטער און זאגן אז זיי געבן זיך נאך אלץ נישט אונטער.&nbsp; &nbsp; לאמיר זיך פארנעמען און ארויסנעמען פון די נייעס אז מיר דארפן שטיין ווייט פון די טעלעפאנען און כלים וועלכע זענען אנגעפילט מיט בונקער באסטערס, און קענען אריינרינגען טיף אין א אידיש הארץ און נעבעך אויפרייסן דארט.

    < זעה מער כו סיון תשפ"ה 📝
  • פעדעראל רעזערוו לאזט ראטעס ביים יעצטיגן שטאפל

    ווי עקאנאמיסטן האבן ערווארטעט, האט דער פארזיצער פון די פעדעראלע רעזערוו באנק געמאלדן אז די בארגן אינטערעסט ראטעס וועלן יעצט נישט געשניטן ווערן, און עס וועט בלייבן ביי די יעצטיגע שטאפלען פון 4.5 ביז 4.25 פראצענט, וואס איז געשטעלט געווארן מיט א האלבע יאר צוריק. &nbsp; די בארגן ראטע פון די פעדעראלע רעזערוו האט א השפעה אויף אלע בארגן ראטעס אין אמעריקע, סיי וויפיל די בענק בעטן ביים ארויסנעמען א מארטגעדזש, ביים קרעדיט קארד, און אזוי אויך פארקערט, וויפיל די באנק וועט צאלן פאר די וואס האבן געלט אין זייערע סעיווינגס אקאונט. &nbsp; מיר אלע ווייסן די גרויסע חורבן פון בארגן געלט, דער ראש ישיבה איז אלץ מעורר ווי שטארק&nbsp; חובות קענען חרוב מאכן א מענטש, בשעת גאר אסאך פון די גרעסטע הוצאות פון לעבן - בפרט ביים חתונה מאכן - זענען גענצליך איבעריג. די איינציגסטע סיבה פארוואס מען געבט אויס אזעלעכע געלטער איז נאר צו הייסן "נארמאל" און צו געפעלן פאר אנדערע. &nbsp; די אלגעמיינע אמעריקאנער לעבנס שטייגער - אבער, לעבט אויף הלוואות און אויף חובות. מיליאנען אמעריקאנער מעקסן נעבעך אויס זייערע קרעדיט, און די זעלבע זאך די ביזנעסער לעבן זייער אסאך אויף קרעדיט ליינס. און פארשטייט זיך יעדער וויל באצאלן וואס ווייניגער ריבית אויף זייערע הלוואות. &nbsp; טראמפ וועלכער רעדט זיך איין אז ער פירט די וועלט איז געווען זייער ברוגז אז די פעדעראל רעזערוו - וועלכע איז א זעלבסטשטענדיגע אפטיילונג אין די רעגירונג - האט זיך נישט גערעכענט מיט זיינע רעקאמענדאציעס, און האט ווי א טיפישער גוי - אנגערופן דעם פארזיצער מיט נעגאטיווע צונעמען. &nbsp; די פעדעראלע רעזערוו האט געזאגט אז כאטש זיי שניידן נישט יעצט די ראטעס, האפן זיי עס צו שניידן אין די נאנטע צוקונפט צוביסלעך, און עס נידערן עווענטועל מיט א גאנצע פראצענט. &nbsp; מיר וועלן ווייטער אויסהערן צדיקים וואס לערנען אונז אויס א זיסע וועג וויאזוי צו לעבן ברוחניות ובגשמיות, דער ראש ישיבה זאגט אלץ אז ענדערש זאל מען זיין שולדיג פאר זיך, "איך וועל ענדערש זיין שולדיג פאר מיר א נייע הוט, אדער א נייע קאר, ווי איידער זיין א קענכט פאר אנדערע מענטשן, זיך אנבארגן, און נישט קענען אפילו הנאה האבן פונעם קאר אדער קאוטש, ווען דער מח איז צוקוועטשט און אנגעשטרענגט צוליב די חובות. &nbsp; פאר'ן אויבערשטן זענען מיר אבער שולדיג אסאך, מיר האבן גרויסע חובות, מיר זענען אים שולדיג אונזער לעבן, אונזערע עלטערן, אונזערע מאן/ווייב, אונזערע קינדער, און יעדע זאך וואס מיר פארמאגן. דער אויבערשטער בעט פון אונז אז מיר זאלן עס אנערקענען, ער וויל אונז געבן נאך אסאך גוטע השפעות, מיר דארפן אבער אים דאנקען און זאגן "באשעפער, א יישר כח", וועט ער אונז געבן נאך אסאך מער. &nbsp; שכן חובת כל היצורים לפניך ה' אלוקינו להודות

    < זעה מער כג סיון תשפ"ה 📝
  • מלחמה אין מדינת ישראל גייט אריין אין א פרישע פאזע

    פארגאנגענעם ליל שישי איז די וועלט געכאפט געווארן אין א סורפרייז ווען מדינת ישראל האט זיך א לאז געטון אינמיטן די נאכט איבער פארשידענע סענסיטיווע איראנישע מיליטערישע ערטער, און האבן שטארק באמבאדירט דארט, ווען אין די זעלבע צייט האבן זיי אומגעברענגט פילע הויכראנגיגע פירער, בעיקר פון די מערסט פארגעשריטענע "רעוואלונציאנערישע גווארדיע" און פון זייערע פירער און סייענטיסטן וועלכע פירן אן זייער נוקלעארע פראגראם. &nbsp; ביים שיעור ליל שישי פונעם ראש ישיבה שליט"א האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט אז א מלמחה איז א שרעקליכע זאך, און עס קען לא עלינו קאסטן קרבנות השם ישמרינו, און האט אויפגעפארדערט אלע זאלן מתפלל זיין אז דער אויבערשטער זאל האלטן אויף אונז זיין רעכטע האנט, און אידישע קינדער זאל ווערן אפגעהיטן פון אלעם בייזן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געבעטן אלע מלמדים זאלן זאגן מיט די קינדער קאפיטל פ"ג נאכ'ן דאווענען, און בעטן מיט זיי צוזאמען אז מען זאל נאר הערן גוטע בשורות, און בעיקר זאל מען מתפלל זיין מען זאל נישט מורא האבן, און געדענקען אז דער אויבערשטער היט אונז אפ, און קיינער קען אונז נישט גוטס טון אדער שלעכטס טון, נאר ווען דער אויבערשטער לאזט. די זכות פון די תפלות, בפרט פון די ריינע תינוקות של בית רבן וועט זיכער ביישטיין פאר אלעמען. &nbsp; די מלחמה האט זיך שוין זינט דאן פארברייטערט, ווען איראן האט צוריק געשאסן גאר אסאך באמבעס דראונס און מיסלס, בפרט האבן זיי געשיקט הונדערטער גאר שעדליכע ביאליסטישע מיסלס, וואס עטליכע פון זיי זענען ליידער געפאלן, און האט ליידער געקאסט אידישע קרבנות, און אסאך פארוואונדעטע. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אויך ארויסגעברענגט ביים שיעור א געדאנק וואס נוגע סיי אחינו בני ישראל וואס וואוינען אין ארץ ישראל, און פונקט אזוי די אלע וואס וואוינען אין חוץ לארץ. חז"ל זאגן "קשה תרבות רעה בתוך ביתו של אדם, יותר ממלחמת גוג ומגוג", עס איז ביטער ווען עס קומט פאר א מלחמה, עס קומען צו פליען באמבעס, מען לויפט אריין אין די שעלטערס, די פחד איז גרויס. לאמיר זיך נישט נארן, די שאנסן אז עפעס זאל געשען פאר דיר איז ב"ה זייער קליין; און אויב מען הערט נישט אויס קיין נייעס, איז אלעס פיין און וואויל, איך גיי אהיים, איך לעש אויס דעם טעלעפאן, איך הער נישט אויס קיין האטליינס, מען שמועסט דיבורי אמונה און מען לעבט א זיסע געשמאקע לעבן מיט'ן אויבערשטן. &nbsp; אבער אויב די מאן און ווייב קריגן זיך ארום, מען שטעכט זיך איינער דעם צווייטן, וואו זאל מען אנטלויפן פון די מיסלס? די אטמאספערע אין שטוב איז אנגעפולט מיט פולווער, און יעדע קליינקייט דראעט ח"ו אז די גאנצע שטוב זאל אויפרייסן אין פלאמען. דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א מעודד געווען און מחזק געווען אנשי שלומינו מען זאל האלטן טייער די ווייב, רעדן שיין און שטוב, און נישט נעמען פערזענליך ווען די ווייב איז אנגעשטרענגט. &nbsp; אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט זענען מתפלל ביים אויבערשטן מיר זאלן אפגעהיטן ווערן פון יעדע צרה וצוקה, מיר זאלן לעבן רואיג און קענען דינען דעם אויבערשטן מיט שלום ושלוה, בביאת משיח צדקינו בב"א.

    < זעה מער יט סיון תשפ"ה 📝
  • טראמפ-מאסק חבורתא'שאפט ברוטאל צושמעטערט

    עס איז הויך יום טוב אין די סאשל מידיע וועלט, עס טוט זיך אויף טישן און בענק, די צוויי געשוואורענע חברים דער גרעסטער בעל גאווה מיסטער דאנאלד טראמפ יר"ה דער פרעזידענט פון אמעריקע און דער ארימסטער מענשט וואס האט גארנישט אויסער געלט מיסטער אילאן מאסק האבן זיך צושלאגן ווי קליינע קינדער. &nbsp; למיר גיין פאוואליע, און אביסל צוריק גיין. ווען די וואלן סעזאן האט זיך געריקט נענטער און נענטער האבן צוויי מענטשן געזען אז איינער קען דא שטארק ארויסהעלפן דעם צווייטן, טראמפ האט געדארפט א שטופ, ער זאל קענען איבערקומען און געווינען די עטליכע סווינג שטאטן, און אילאן מאסק האט געזען דא א געלעגענהייט צו שטופן זיין אגענדע אפצואווישן אמעריקע'ס חובות. מיט גרויס פאמפע האבן די צווי גרויסהאלטערישע פערזאנען זיך צוזאם געשטעלט, זיי האבן ממש געשוואוירן פריינטשאפט, און מאסק האט אינוועסירט ביליאנען פון זיין געלט צו העלפן טראמפ, בשעת טראמפ רימט אויס דעם מאסק אויף זיינע וואונדערליכע אויפטרעפונגען און טעכנאלאגישע ערפינדונגען. &nbsp; די לינקע שטיצער פון טעסלע האט עס נישט צו שטארק געפאלן, אבער מאסק האט זיך אוועקגעגעבן זיין ביזנעס זיינע שטיצער אבי צו העלפן זיין חבר דעם פרעזידענט, און האט געדינט דעם פרעזידענט אלץ דער פירער פון "דאודזש" פאר די לענגסטע וואס ער איז געווען ערלויבט לעגאל, הונדערט און דרייסיג טעג. ער האט מצליח געווען צו שניידן מיליאנען פון איבעריגע הוצאות פון די רעגירונג, אבער ער האט געוויסט אז דער עיקר געלט "ביליאנען" דארף קומען פון קאנגרעס, און ווען דער פרעזידענט האט געשטופט דעם "ביג ביוטיפיל ביל" וואס האט אפגעווישט אלעס וואס "דאודזש" האט געשפארט, מיט א שמוץ אריבער, איז מאסק געווארן זייער אנטוישט, און אנגהויבן בלאזן, "הזאת נעמי"? האט ער געשריגן, פארדעם האב איך מיך מוסר נפש געווען צו העלפן די רעגירונג אז מיין גאנצע ארבעט זאל גיין לטמיון? פאר טראמפ איז עס קלאר נישט געפאלן, "קריטיק - נישט מיר", און עס האט זיך אנגעהויבן א קינדערישע פליקעריי פון איינעם צו צווייטן, טראמפ האט אנגעהויבן צו טרייבן שפאס פון מאסק, און מאסק האט צוריקגעענטפערט מנה אחת אפים, עס האבן אנגעהויבן צו פליען פליקערייען אז די גויאישע מידיע גאס האט זיך באלעקט די פינגערס פון די זאפטיגע עקלדיגע לשון הרע' וואס זענען געפלויגן אהין און צוריק. &nbsp; "ווער איז גערעכט?" האבן אלע געפרעגט, אויב איך וועל געדענקען אז דאס אלעס איז בלויז א נסיון צו זען צי איך וועל האלטן קאפ, ווער עס פירט באמת די וועלט, דעמאלטס בין איך דער געווינער. &nbsp; וויאזוי אבער קען דאס זיין, צוויי געשוואוירענע חברים, זיי גייען צוזאמען אריין און ארויס, זיי רימען זיך אויס איינע דעם צווייטן, לאזן אפ אלע זייערע פערזענליכע וויכטיגע זאכן, ווייל "איך האב א חבר"; אבער דער אמת איז, אין די רגע וואס די חברותא'שאפט דינט שוין נישט מיינע אינטערעסן, איז דער "בעסטער חבר" נישטא מער צו געפינען, נישט נאר ער איז שוין נישט דיין חבר, ער ווייסט אפילו נישט ווער דו ביסט, און אין א סעקונדע שפעטער איז ער שוין דיין גרעסטער שונא. &nbsp; אויב האסטו א חבר - פלעגט מוהרא"ש זאגן - איז עס דיין ווייב!

    < זעה מער יב סיון תשפ"ה 📝
  • טראמפ'ס "גרויסע הערליכע ביל" גייט דורך אין קאנגרעס

    די לאנג ערווארטעטע בודזשעט געזעץ, וואס פרעזידענט טראמפ האט גערופן די "וואן&nbsp; ביג ביוטיפול ביל" - די "איין גרויסע הערליכע ביל" איז אריבער אין קאנגרעס. נאך לאנגע אמפערייען צווישן די קאנגרעסלייט איז דער ביל ענדליך דורכגעגאנגען מיט געוויסע טוישונגען, אויף וואס טראמפ האט זיך געמוזט בייגן צום דרוק פון געוויסע קאנגרעסלייט פון זיין אייגענע פארטיי. &nbsp; דער עיקר קענגנערשאפט איז געקומען פון קאגרעסלייט פון סאציאלע דעמאקראטישע סטיעטס ווי ניו יארק און קאליפארניע, וואס ליידן פון די שטארקע רעדוקציע פון סאלט טעקס דעדאקשן וועלכע פלעגט לאזן אראפ רעכענען די סטעיט שטייערן פונעם איינקופט, און אזוי זיך שפארן פעדעראלע שטייערן. צום סוף האט מען עס געדארפט נאכגעבן און ארויפגערוקט די דעדאקשן פון צען טויזענט צו דרייסיג טויזענט דאלער. צווישן די הויפט זאכן וואס דער ביל טוט אויף איז: &nbsp; פארגעסערט די גרעניץ וואך בודזשעט פארלענגערט די טעקס ברעיק פון טראמפ'ס ערשטע טערמין - וואס האט געהאלטן ביים אפלויפן נישטא מער קיין שטייערן אויף טיפס און אווערטיים שטעלט אוועק א פאנד ווי די רעיגרונג וועט אריינלייגן טויזנט דאלער פאר יעדע קינד וואס ווערט געבוירן פון יעצט, אין וואס עלטערן וועלן קענען צולייגן געלט דערצו, און דאס קינד וועט עס ארויסנעמען ווען ער ווערט ערוואקסן. פארלאנגט פון שטאַטן צו צאלן א גרעסערע טייל פון פוד סטעמפס און מעדיקעיד, פארלאנגט בדרך כלל - א מינימום פון אכציג שעה א חודש ארבעט צו באקומען וועלפעיר פראגראמען &nbsp; טראצדעם וואס דער ביל האט נישט קיין סאך געטוישט דער דעפעציט, וואס ווערט ערווארטע צו בלייבן ביי די צוויי טריליאן געגענט, האט דער שטאלצער טראמפ טראומפואירט דערמיט אלץ א "הערליכער גרויסער" ביל... עס האט בסך הכל געמאכט איבסל העדליינס, און געריקט אביסל געלט פון איין טאש צום צווייטן... &nbsp; וואס מען זעט פון דעם ביל, איז אז עס א שאד זיך צו נעמען צום הארצן דער פאליטישער מצב, איידער די וואלן קענען די געמיטער ווערן אנגעהיצט און די ווינט פרובירט אונז צו איבערצייגן אז אז דער פאליטישן וועט זיין אונזער מציל ומושיע, און דער פארטיי וועט אונז אויסלייזן, און אויב חס וחלילה דער אנדערער וועט אריינקומען וועט חלילה זיין א גזירת כלי'. &nbsp; יעצט ווען טראמפ איז אין אמט, און טייל האבן געטראכט אז ער איז ממש די ישועה פאר כלל ישראל, זעט מען אז ער קען גארנישט, אויסער איבסל אסאך בלאזן פון זיך האט קען ער גארנישט... אונזער ישועה קומט נאר פון אויבערשטן, און פאליטיק איז סך הכל אן אויג פארבלענדעניש און נאך א וועג פונעם יצר הרע מיר זאלן פארגעסן ווער עס איז באמת אין טשארדזש, און מיט וועם עס לוינט זיך צו זיין גוט. ב"ה אז מיר האבן די ריכטיגע קאנעקשאנס, מיר ווייסן וויאזוי צו באקומען אן אפוינטמענט ביים עכטן פרעזידענט, דער וואס קען אונז באמת העלפן, ער געבט פרנסה, ער געבט קינדער, ער געבט רופואות, און נאר צו אים וועלן מיר זיך ווענדן. &nbsp; אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים. &nbsp;

    < זעה מער כד אייר תשפ"ה 📝
  • מיסל פון תימן רייסט אויף אינעם לוד לופטפעלד

    היינט זונטאג איז געלונגען צום ערשטן מאל פאר די האוטי רעבעלן פון תימן צו שיסן א לאנג שטרעקיגע מיסל דירעקט צום לוד לופטפעלד אין תל אביב, א פאקט וואס האט געברענגט אסאך לופטליניעס צו אפרופן זייערע רייזעס, צווישן זיי ציילן זיך לופטהאנזא, סוויס, ברוסלס, אמעריקען, יונייטעד, בריטיש, עיר פרענס, דעלטא, עיר קאנאדא, אויסטריען, און א צאל אנדערע. &nbsp; שפעטער זענען די האוטי רעבעלן פון תימן ארויסגעקומען מיט א דעקלעראציע אז די לוד לופטפעלד איז מער נישט פארזיכערט און מענטשען זאלן זיין געווארענט. א הויעך ראנגיקע מיטגליד פון די גרופע, האט געסטראשעט, אז אטאקעס אויף מדינת ישראל וועלן ווערן מער און מער אויב די מלחמה אין עזה האלט אן. ער זאגט אז די רעבעלן האבן געוויזן אז זיי קענען איבערקומען אמעריקא, ענגלאנד מיט מדינת ישראל אינאיינעם, און מען דארף וויסן אז זיי האבן נישט קיין שום רויטע ליניעס ווען עס קומט צום קאנפליקט מיט מדינת ישראל. &nbsp; די האוטי רעבעלען האבן שוין אסאך מאל פרובירט דאס צו טון אבער עס איז אדורכגעפאלן, יעצט אבער האט דער אייבערשטער געפירט אז דאס איז זיי געלונגען, נאכדעם וואס די לופט פארטיידיגונגס סיסטעמס האט אויפגעכאפט די מיסל און עס פראבירט אראפ צו שיסן, אבער איז דורכגעפאלן, דאן האט די אמעריקאנער 'טאַד' לופט פארטיידיגונגס סיסטעם עס פראבירט צו אראפ שיסן, אבער אויך זיי זענען דורכגעפאלן.&nbsp; &nbsp; ברוך השם קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, און עס האט נישט חרוב געמאכט גארנישט פונעם טערמינאל בנין, נאר האט געמאכט א גרויסע לאך אין א ליידיגע שטח אין הויף. &nbsp; דאס קומט שוין שוין נאכדעם וואס אמעריקע באשיסן די הוטיס גאר שטארק טאג טעגליך, און האבן שוין פארברענט אינעם קריג מיט זיי איבער א ביליאן דאלער, אבער דערווייל איז עס אן ערפאלג, זיי שיסן ווייטער, און פרובירן אנצוזייען חרבנות וויפיל עס גייט. אמעריקע האט שוין ביז היינט באשאסן מער פון אכט הונדערט פלעצער אין תימן. די מיליטער זאגט אז די באמבארדירונגען האבן באטראפן מערערע קאמאנד און קאנטראל איינריכטונגען, לופט דעפענס סיסטעמען, פארגעשריטענע וואפן פאבריקן און פארגעשריטענע וואפן סטארעדזשעס וואס די הוטיס האבן פארמאגט. &nbsp; עס איז נאכאמאל אויפגעוויזן געווארן אז די כוחי ועוצם ידי מיט וואס די ציונים שטאלצירן, איז גארנישט ווערד, אויב מען האט ביז יעצט געמיינט אז די טעכנאלאגישע אויבערהאנט וואס זיי האבן, דאס טוט זיי באשיצן, האט דער אויבערשטער יעצט געוויזן אז די שוואכע צוריקגעבליבענע רעבעלן קענען באווייזן צו שיסן א מיסל ביזן לופטפעלד, און גארנישט אינדערמיטן קען זיי שטערן. און דאס וואס עס איז גארנישט געשעדיגט געווארן, מוזן אלע יעצט מודה זיין אז נאר דער אייבערשטער האט אונז געראטעוועט אלעם בייזן, און נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן ווען מען וויל געראטעוועט ווערן פון א צרה. אונז אליין טויגן אויף גארנישט, אבער ווען מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אינעם בילד, ווערט אלעס מסודר. &nbsp; פארוואס זאלן מיר ווארטן ביז מיר כאפן באמבעס אין קאפ אריין איינצוזען אז נאר ער קען אונז העלפן, ענדערש לאמיר שוין יעצט איינערקענען ווער עס איז דער וועלט פירער, און אים בעטן און דאנקען פאר אלעס וואס עס גייט אונז דורך. &nbsp; אויך איז אינטערעסאנט צו באמערקן די כח פון א שטארקע רצון וואס מען קען זיך אפלערנען אפילו פון די טעראריסטן, די הוטיס האבן געהאט א ציל פאר זייערע אויגן, דער לוד לופטפעלד, און אפילו זיי האבן שוין פרובירט אומצאליגע מאל, און עס איז געווארן אראפ געשאסן, האבן זיי נישט אויפגעגעבן, ביז יעצט ווען עס איז זיי געלונגען; דאס קומט אונז ווייזן וואס עס מיינט אז מען האט די רצון קומט מען אן; מיר קענען עס דאס נוצן פאר אונזע לעבן, זיך שטארקן מיט אונזערע גוטע רצונות, נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען ווארפט מיר אראפ, אויב מיר וועלן נישט אויפגעבן און פרובירן איין מאל און נאכאמאל, און בעטן דעם אויבערשטן, וועלן מיר צום סוף זיכער דערגרייכן אונזער ציל צו ווערן באמת אן ערליכער איד.

    < זעה מער ו אייר תשפ"ה 📝
  • גפן דינגט ארויס טייערע בילבארד צו העלפן אידישע קינדער מיט שמירת עינים

    אין די לעצטע טעג זענען די היימישע אידן וואס פארן אריין צום היימישן שפרודלענדען געגענט "לינדען" אין ניו דזשערסי געכאפט געווארן אין סורפרייז, זעענדיג א שיינע גרויסע אדווערטייזמענט פון די היימישע גפן פירמע אויפן ריזיגן בילבארד נעבן דעם סאנאקא גאז סטאנציע, הר"ר יודל איינהארן שליט"א דער גבאי פון ביהמ"ד היכל הקודש אין לינדען זאגט אונז מיט א שמחה אז דאס איז א מעשה פון תפלה, ווייל אויף יענעם פלאץ - וואס איז דער אריינגאנג צום שטאט - איז ביז יעצט געווען א מיאוסער גוי'אישער אדווערטייזמענט, און יעדער וואס איז דארט דורכגעפארן האט אלץ געבעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל אוועקנעמען דאס בילד. &nbsp; דער אויבערשטער האט ציגעהערט די תפלות פון אידישע קינדער און מיט א צייט צוריק האבן עסקנים וועמען עס האט געשטערט אזא בילד אויף א פלאץ ווי הונדערטער אידן פארן דורך טעגליך צווישן זיי טויזנטער קינדערלעך תינוקות של בית רבן וועלכע פארן דארט דורך ביים אריינפארן אין שטאט צו לערנען און דאווענען, און אזא בילד ווארט זיי אפ טאג טאגליך. &nbsp; וווען די עסקנים האבן אנגעהויבן טון דערין האבן זיי געזען אז עס איז נישט אזוי פשוט, ווייל די פירמע וואס פארפיגט אויפן טאוול האבן געבעטן א גאר גרויסע און איבערגעטריבענע פרייז ווען מען האט זיי געבעטן אז מען וויל טוישן דעם אדווערטייזמענט, און האבן זיך בכלל נישט צוגעהערט צו די בקשות פון די עסקנים אז אפשר קען מען בלויז טוישן דעם בילד אויף עפעס אנדערש. &nbsp; דער אויבערשטער האט אבער נישט פארלאזט די אידישע קינדער, און עס איז איינגעפאלן פאר איינעם אז אפשר זאל מען זיך פארבינדן מיט א היימישע פירמע אז זיי זאלן עס ארויסדינגען און לייגן דערויף זייער אייגענע אדווערטייזמענט. ווען מען האט גערעדט מיט ר' מאטי לאנדא פון די "הארט ווארקס" מארקעטינג פירמע, האט ער זיך תיכף אריינגעלייגט דערין, און אנגעהויבן זוכן א געדאנק ווער עס וואלט געקענט זיין דער פאסיגסטער קאנדידאט דערפאר, און ב"ה אז ער האט אנגעטראפן ר' מרדכי הערצאג, דער אייגעטומען פון די כשר'ע "קענאווער" אימפעריע, וועלכע פארמאגט אונטער זיך א רייע פון היימישע כשר'ע פירמעס, צווישן זיי די באקאנטע "גפן" פירמע, וואס האט זיך תיכף צוגעכאפט צו געשעפט, הערנדיג וואס דא גייט פאר, און וויאזוי הונדערטע אידן האבן טעגליך שמירת עינים נסיונות פונעם בילבארד, האט ער תיכף אפגעדינגען דעם בילבארד פאר די קומענדיגע עטליכע חדשים, צאלענדיג דערויף גרויסע געלטער, אסאך מער ווי די מארקעט ווערד, נאר כדי צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אויבערשטן, דורך אוועקנעמען דעם אומווירדיגן בילבארד פון די אויגן פון די הייליגע אידישע קינדער.

    < זעה מער כט ניסן תשפ"ה 📝
  • טראמפ שפילט אויס כינע מיט'ן צייטווייליג אראפ נעמען טאריפס פון יעדעם - אויסער זיי

    askgershon@gmail.com אין א באמבאסטישע מעסעדזש האט טראמפ - ווי זיין שטייגער - אויסגערופן פאריגע וואך מיטוואך אז היינט איז "ליבערעישאן דעי" - וואס מיינט באפרייאונגס טאג - אין אמעריקע. אמעריקע גייט זיך יעצט באפרייען פון די יאך פון די וועלט וואס טרעט אויף זיי. &nbsp; וואס באדערט אזוי פאר טראמפ? ער טענה'ט אז אמעריקע ווערט אויסגענוצט דורך די וועלט, אמעריקע איז ביים שפיץ פון די לענדער וואס האבן א האנדעלס דעפיציט מיט אנדערע לענדער. בסך הכל קויפט אמעריקע איין מיט איבער א טריליאן דאלער מער ווי מען קויפט פון זיי. פון די אנדערע זייט שטייט כינע אויפן שפיץ אויבן אָן פון די ליסטע פון לענדער וואס האבן א האנדעלס סורפלוס מיט די וועלט, זייער סורפלוס שטייט ביי בערך איין טריליאן דאלער. &nbsp; כינע - זאגט מען - איז פאראנטווארטליך פאר א פערטל פון אמעריקע'ס האנדלס דעפיציט, לויט טראמפ איז עס נישט בלויז ווייל זי האט וואס צו פארקויפן, און אמעריקע נישט, נאר זיי טרעטן במזיד אויף אמעריקע בריש גלי, זיי לייגן גרויסע טאריפס קעגן אמעריקע, בשעת אמעריקע האט נישט, אזוי אויך מאניפולירן זיי זייער "יואַן" וואלוטע עס צו האלטן ביליגער פונעם דאלער, כדי צו צוציען קאנסומערס פון די וועלט איינצוקויפן ביי זיי. &nbsp; די מארקעטס איבער די וועלט האבן רעאגירט צו די טאריף נייעס פאריגע וואך מיט גרויס זארג, זיי מיינען נעבעך אז טראמפ קען ברענגען אדער אוועקנעמען געלט, אינוועסטארס האבן זיך געזארגט אז די טאריף מלחמה וועט אנברענגען א רעסעסיע אויף אמעריקע. &nbsp; במשך די עטליכע טעג האט מען געזען די רעאקציע פון פארשידענע לענדער, טייל האבן אויסגעדרוקט שטוינונג, טייל האבן זיך נעבעך גע'חנפ'עט צום מלך בשר ודם און געזאגט אז זיי נעמען אראפ אלע טאריפס פון אמעריקע, זאגענדיג אז זיי האפן אז מיט דעם וועט אמעריקע אראפנעמען די טאריפס פון זיי, אבער כינע איז געווען הארטנעקיג, זיי האבן געזאגט אז זיי וועלן ארויפלייגן פרישע טאריפס קעגן אמעריקע, אויף וואס אמעריקע האט געזאגט אז זיי וועלן לייגן נאך פרישע טאריפס, וחוזר חלילה. &nbsp; היינט איז געקומען די נייעס פון טראמפ אז אזוי ווי רוב לענדער האבן זיך פארבינדן און געבעטן פארהאדלונגען, אבער כינע האט מיט חוצפה זיך גערייצט, לייגט מען אלע טאריפס אויף האלד פאר דריי חדשים, כדי צו געבן צייט פאר פארהאנדלונגען, אבער כינע'ס טאריפס בלייבן אין פלאץ. &nbsp; מיר דא האבן אויך א ליבערעישאן דעי, דער פרעזידענט פון דער וועלט - דער מלך מלכי המלכים האט דערקלערט היינט - נישט קיין חילוק וועלכע טאג איר ליינט דעם ארטיקל - אז מיר קענען ארויסגיין לחירות, מיר דארפן מער נישט זיין אונטערדרוקט אונטער די וועלט, אונטער די "הַעֲלָמָה" דער סמ"ך מ"ם וואס פרובירט מיט אלע כחות צו פארשטעלט דעם אויבערשטן פון אונז, אויב מיר וועלן רעדן צום אויבערשטן - מיר וועלן נוצן דעם "פה סח", וועלן מיר געדענקען ווער עס קען אונז העלפן, און ווער וויל אונז העלפן, און אזוי ארויסגיין פון "מצר ים". &nbsp; כימי צאתנו ממצרים אראנו נפלאות

    < זעה מער יא ניסן תשפ"ה 📝
  • אמעריקע פארקויפט בירגערשאפט

    אין די לעצטע וואכן זענען געווען פילע אנטוויקלונגען אין אמעריקע בנוגע אימיגראציע, צום ערשט האט זיך די רעגירונג גענומען זייער שטרענג, די אייס אגענטור לויפט ארום אין די שטעט און נעמט אויף פילע פארברעכערישע באנדעס פון אימיגראנטן, א טייל פון זיי האט מען אפגעשיקט צום לאנד "על סאלוואדאר" וואס פארמאגט די שטרענגסטע תפיסה אין דער וועלט. דער תפיסה איז געמאכט פאר די ערגסטע פון די ערגסטע פארברעכער רוצחים און אכזרים, וואס זענען פאראורטיילט געווארן אן איין וועג טיקעט צום טורמע, און עס האט נישט אפיציעל קיין לעבעדיגע וועג ארויס. &nbsp; פילע אימיגראנטן וואס זענען אומלעגאל אין אמעריקע האבן שטארק מורא פאר זייער צושטאנד אין אמעריקע, און פארשטייט זיך, די אומלעגאלע אימיגראציע איז דראסטיש געפאלן צו איבער נייציג פראצענט נידעריגער. די אימיגראנטן וואס האבן אזוי שווער געארבעט אריבערצוגיין הונדערטער מיילן פון אויסמאטערנדע וועגן, צאלנדיג זייער אפגעשפארטע גרייצער פאר די שווערצער, ווערן יעצט פון איין מינוט אויפן צווייטן צוריק געשיקט צו זייער היימלאנד, ווי זיי דארפן זיך ווידער ספראווען מיט די פילע שוועריקייטן דארט, ווי ארעמקייט, קרענק, און קרימינאלע באנדעס וואס קאנטראלירן דארט. &nbsp; אסאך מענטשן טראכטן אז נאר זיי מאכן מיט, נאר זיי האבן פראבלעמען, פאר יעדעם גייט אלעס גוט, יעדער קומט, יעדער גייט, נאר ביי מיר גייט אלעס פארקערט ווי איך וויל, אבער דער אמת איז אז יעדער מאכט מיט, און יעדער האט שוועריקייטן, און עס איז אזא גרויסע רחמנות אויף א מענטש נאכדעם וואס ער האט מיטגעמאכט די זיבעציג יאר, ער קומט שוין ארויף אויף יענער וועלט זאגט מען אים, גיי צוריק, האסט נישט אויפגעטון וואס דו האסט געדארפט, און דו דארפסט נאכאמאל איבערגיין כיתה א', דורכגיין די שווערע בחורישע יארן, זוכן א שידוך, ברענגען פרנסה.&nbsp; &nbsp; פון די אנדערע זייט האט אמעריקע אנאנסירט א נייע וועג אריין, מען רופט עס די "גאלד קארד", פאר פינף מיליאן דאלער, קען מען קויפן לעגאלע בירגערשאפט קיין אמעריקע, און ווערן א פערמענאנטע רעזידענט מיט אלע רעכטן. עס זענען באריכטע געווארן אז בערך טויזענט אזעלכע קארטלעך זענען שוין פארקויפט אין די לעצטע וואכן, אריינברענגענדיג פינף ביליאן דאלער פאר אמעריקע. פארשטייט זיך עס זענען דא וואס ברענגען ארויס אז דאס וועט אריינברענגען שפע קיין אמעריקע, מענטשן וואס וועלן עפענען ביזנעסער און געבן דזשאבס פאר אמעריקאנער, פון די אנדערע זייט זאגן קריטיקירער אז דאס בעפארצוגט געלט איבער ווירדן, און נישט דאס איז וואס דארף אויסמאכן וועמען אריינצונעמען קיין אמעריקע. &nbsp; פאר אונז אבער איז דאס גוטע נייעס, ווייל מיר קענען באקומען א גאלד קארד אויך אָן געלט. מיר האבן פראטעקציע, דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א גאלד קארד וואס הייסט "תיקון הכללי", דער וואס זאגט די צען קאפיטלעך תהלים - ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ, ק"ה, קל"ז, ק"נ, דער פאררעכט אלעס. ווען ער קומט ארויף אויף יענער וועלט הייסט מען אים נישט צוריק קומען. די גרויסקייט פון די צען קאפיטלעך זענען אזוי גרויס, אז כאטש דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, אז ווען א מענטש קומט ארויף אויף יענער וועלט זאל ער זיך עקשנ'ען, און זאגן אז יעבור עלי מה, מען זאל נעמען אלעס אבער נישט צוריק קומען, האט דער הייליגער רבי נתן געזאגט דערויף, אז אויב מען זאגט אים אין הימל אז אויב ער קומט צוריק וועט ער קענען זאגן נאך א תיקון הכללי, לוינט זיך אלעס. &nbsp; בפרט אויב מען קען זיך אריבערכאפן צום הייליגן ציון פון רבי'ן, גיין אין מקוה, געבן א פרוטה לצדקה, איז נישט דא קיין גרעסערס פון דעם, דער רבי האט צוגעזאגט אז נאכדעם זאגט אז די צען קאפיטלעך, אויסער וואס עס איז מסוגל צו פרנסה, צו רפואות, איז עס א תיקון אויף אלעם. אבער מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן עס טאקע טון, ווייל דער רבי האט געזאגט, אז אפילו עס איז אזוי גרינג, אבער וויבאלד עס איז אזא גרויסע זאך, איז דא דערויף א גרויסע יצר הרע.

    < זעה מער ה ניסן תשפ"ה 📝
  • ב"ה אייער פרייזן שטארק געפאלן אין אמעריקע

    ווער עס האט נאר אריינגעטרעטן אין א גראסערי במשך די לעצטע חדשים האט עס געמוזט באמערקן, אלע פורים וויצן זענען געגאנגען אויף די חשבון פון די אייער "קענסט מיר אפשר צוקראכן א צענער" איז געווען איינע פון די וויצן "יא, געב מיר א דאזן אייער און איך לאז עס אראפ אויף דער ערד, און האסט א צוקראכטע צענער". אסאך האבן טאקע געמאכט געשמאקע דזשאוקס אויפן די חשבון פון די הינער, אבער ביי אנדערע איז עס נישט געווען אזוי "איי איי", "וואס וועט זיין מיט פסח?" האט דער נוזשענדע פליג אונז געדזשומעט אין קאפ, "וואס וועט מען עסן פסח אויב א דאזן אייער וועט קאסטן צען דאלער?", דער ראש ישיבה שליט"א האט אבער געהאלטן אין איין דערמאנען - ווען עס איז אויסגעקומען צו רעדן פון אייער אז עס איז נישטא וואס צו זארגן, דער אייבערשטער האט געהאלפן ביז יעצט, ער וועט ווייטער העלפן, און וויאזוי עס וועט זיין וועט ער בלייבן פירן די וועלט, און דער זעלבער באשעפער וואס איז זן ומפרנס מקרני ראמים עד ביצי כינים, וועט אונז אויך שפייזן, ביז פסח, אין פסח, נאך פסח, צי פרייזן פון אייער וועט זיין איין דאלער, צען דאלער אדער סיי וועלכע אנדערע פרייז. &nbsp; די אלע נבואות זאגער און נייעס ברענגער האבן פארשפרייט שמועות אז די פרייזן פון אייער וועט נאך ארויפגיין כאטש ביז פופצן דאלער א דאזן, און פאר דריי פיר חדשים וועט עס נישט פאלן, און דערפאר - איז זייער וויכטיג צו זיין באזארגט - האבן זיי אויסגעפירט מיט פאטאס. די אלע וואס זענען נעבעך פארקויפט פאר די נייעס זענען נעבעך שטארק אויסגעשפילט געווארן ווען דער אויבערשטער האט געהאלפן אז יעצט עטליכע וואכן פאר פסח האט זיך די פרייז פון אייער פלוצליג גענומען פאלן גאר גאר שטארק, אין די צייט וואס אידן קויפן איין ריזיגע טרעילארס מיט אייער, זענען די פרייזן שוין געפאלן ביז אונטער דריי דאלער א דאזן. &nbsp; אבער זארגט אייך נישט - אוי, כ'מיין צו זאגן - זארגט אייך יא... - די צייטונגען האבן יעצט פרישע שווארצע נבואות'ער וואס קומט. עס איז נישט כדאי זיי אראפ צו ברענגען, ווייל די יצר הרע פון ערווארטן ביטערע צייטן איז אזוי שטארק, אז מען קען נאך חלילה פארכאפט ווערן פון די אלע זארגערייען. &nbsp; יעצט קומט דער הייליגער יום טוב פסח, דארפן מיר געדענקען אז מה דאך אויף אייער האט דער אייבערשטער געהאלפן און עס איז געווארן אסאך ביליגער, און מען עס שוין איינקויפן פאר אסאך ביליגער, כל שכן אויף די הייליגע מצות - מיכלא דמהימנותא - א מאכל פון אמונה, דארפן מיר געדענקען אז עס איז ווערד יעדע דאלער וואס מען געבט אויס דערויף. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלעמאל, אז מען זאל נישט מאכן קיין אנגעצויגנקייט אין שטוב "מצות זענען אזוי טייער! יעדע ביס קאסט א דאלער! עס נישט אזוי סאך!", נאר מען זאל לאזן די שטוב עסן פון די הייליגע מצה וואס געבט אריין אמונה אין אונז און אין די קינדער, אזוי אויך איז עס א "מיכלא דאסותא", א מעדיצין, א נאטורליכע וויטאמין, וואס היילט אויס. מוהרא"ש זי"ע פלעגט זאגן אז דאס וואס עס זענען דא מענטשן וואס באקלאגן זיך אויף די מאגן נאך פסח, אז די מצות זענען אזוי שווער אויפן מאגן, דאס איז א סימן אז דער מעדיצין ווירקט. ווען א מענטש גייט דורך טריעטמענטס רח"ל אויף א שווערע מחלה, קען עס האבן זייט ווירקונגען. &nbsp; דעם פסח וועלן מיר זיין זייער פרייליך מיט די מצות, מיט די ד' כוסות, מיט די מרור, מיר וועלן זיין פרייליך אז מיר האבן א ווייב, מיר האבן קינדער, און מיר דארפן זיי קויפן קליידער און עסן, און אנשטאט זינגען דעם ביטערן ניגון "יום טוב קאסט" וועלן מיר זינגען דעם פרייליכן ניגון "א מחי' יום טוב, א מחיה מצות, א מחיה קינדער, א מחיה פסח", און דאס וועט זיין די בעסטע חינוך פאר די קינדער, זיי זאלן ליב האבן דעם אויבערשטן, ליב האבן תורה ומצות, און וואקסן געזונטע קינדער ברוחניות ובגשמיות.

    < זעה מער כח אדר תשפ"ה 📝
  • שלום געשפרעכן צווישן רוסלאנד און אוקראינע שטויסט זיך אן אין שטיינער

    ווי אלע האבן מן הסתם שוין געהערט האט זיך געטון א גאנצע סומאטוכע אינעם ווייסן הויז נישט לאנג צוריק, דאן איז זעלענסקי אריבערגעקומען צו טראמפ, מיט'ן ציל צו אונטערשרייבן א "מינעראלן אפמאך" מיט אמעריקע, דאס הייסט וויבאלד אוקראינע האט זייער רייכע ערד, פול מיט זעלטענע מינעראלן וואס אמעריקע האט נישט, האט עס געהייסן אז אמעריקע וועט שליסן א געשעפט מיט אוקראינע אז אמעריקאנע פירמעס וועלן אריינקומען און אינוועסטירן אין ארויסגראבן די פארשידענע וויכטיגע מינעראלן, פון וואס ביידע וועלן פארדינען, און בדרך אגב וועט עס אויך דינען אלץ א מיטל צו מאכן שפירן אוקראינע עטוואס רואיגער, וויבאלד רוב פון די מינעראלן געפונען זיך אין די גרעניץ געגענט מיט רוסלאנד, און וועט פארשווערן פאר רוסלאנד אריינצוקומען ווייטער קיין אוקראינע און זיך טשעפען מיט אמעריקע וואס איז דארט א שותף. &nbsp; טראמפ מיט זיין וויצע האבן ווארעם אויפגענומען דעם אוקראינער פרעזידענט, און מען האט געשמועסט און זיך גע'חנפ'עט איינער צום צווייטן ווען נאך א האלבע שעה האט זיך דער שמועס פלוצלונג גערוקט שארף קיין דרום אן קיין פריערדיגע ווארענונג, דאס איז געקומען ווען זעלענסקי האט איבערגעהאקט וועינס און אים פרובירט צו איבערצייגן אז רוסלאנד איז א לאנד מיט וועמען מען קען נישט פארהאנדלען, און אפילו ווען יא וועלן זיי פארלעצן יעדן אפמאך, אזוי ווי זייער היסטאריע האט געוויזן. דא האט זיך אנגעהויבן א ברוגז צווישן די אלע, ווען דער פרעזידענט אינאיינעם מיט זיין וויצע האבן אנגעהויבן באשייגעצן דעם אוקראינער פרעזידענט, בשעת ער פרובירט זיך צו פארטיידיגן. &nbsp; זייט דעמאלטס האבן זיך שוין די באציאונגען צווישן די צוויי עטוואס פארבעסערט, מען האט זיך שוין אביסל איבערגעבעטן, אבער וויאזוי עס זאל נישט זיין טוט יעדער אויסטייטשן דעם דעם אינצידענט אין ווייסן הויז לויט זיין רצון. זאך קענער זאגן אבער, אז דאס איז זיכער אז סיי רוסלאנד און סיי אוקראינע וואלטן שוין לאנג געקענט אויפהערן דעם בלוט פארגיסונג, דער הויפט שטער איז די איינדרוק וואס דאס וועט מאכן. יעדער ציטערט פאר זיין אייגענעם שאטן. רוסלאנד האט מורא זי וועט אויסזען ווי א שוואכלינג וואס קען נישט באזיגן דעם שוואכן אוקראינע, און קוקט זיך אן ווי זי "מוז" באשיצן איר נאמען אלץ א "וועלטס מאכט" (בשעת די וועלט לאכט אונטער איר רוקן, זעענדיג ווי זי האט זיך שוין געמוזט אראפ לאזן אזוי נידעריג צו בעטן הילף פון די מעכטיגע "נארט קאריע" און "איראן") פון די אנדערע זייט, שטייט אוקראינע און לעבט אויף "לייף סופארט", זי מוז צוקומען צו א רעספירעיטאר יעדע מינוט צו קענען איבערלעבן, אבער שפילט "העלד", זיי "פייטן" און "לאזן זיך נישט פון די רוסישע אגרעסיע", און וויל מיט דעם "שיקן א מעסעדזש פאר אלע דיקטאטורן" אז מען קען נישט "סתם אזוי איינעמען לענדער". בשעת מיליאנען סאלדאטן שטארבן, זייער עקאנאמיע גייט אונטער, אלע אינגע מענער אנטלויפן צו אלע רוחות אבי נישט צו דארפן דינען אלס קאנאנען פלייש, אבער זיי שפילן ווייטער "העלד". &nbsp; מיר אלע ביי אונז אינדערהיים קענען האבן אזא זיסע לעבן, אויב מיר וועלן אויך אויפהערן קוקן אויף אנדערע, וואס פארא טייערע פרייז וועלן מיר דארפן באצאלן אויפצוהערן צו לעבן פאר יענעם? דארפן מיר האלטן ביי א מיליאן טויטע און נאך צוויי מיליאן פארוואונדעטע מיר זאלן זיך אויפוועקן? וואלסט שוין לאנג געקענט לעבן מיט'ן אייבערשטן אויב דו וואלסט געקוקט אויפן תכלית און אויפגעהערט קוקן צי דיין שכן האלט דערפון. וואלסט שוין לאנג געקענט טרעפן א דזשאב אויב דו האסט ווען נישט מורא צי עס פאסט. וואלסט שוין לאנג געקענט א שידוך טון מיט דיין קינד ווען דו הערסט אויף קוקן ווער דיין מחותן'ס מחותן איז. &nbsp; לאמיר אנהייבן בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן קוקן נאר אויף די תורה, און פרעגן נאר צדיקים וואס איז ריכטיג צו טון און וואס איז נישט ריכטיג, וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, און אזוי וועלן מיר לעבן א זיסע לעבן אין גן עדן נאך אויף דער וועלט.

    < זעה מער כד אדר תשפ"ה 📝
  • מלחמה אין מיטל מזרח פלאקערט ווידער אויף

    די מלחמה אין ארץ ישראל איז ווידער אין די נייעס ווען מדינת ישראל האט נעכטן געצילט פילע געגענטן אין צענטראל און דרום פון די עזה פאס מיט פליגערס און באמבעס וואס האבן געהרגעט פילע כאמאס פירער, און אנגעבליך אויך אומגעברענגט נאך הונדערטער אנדערע. דערמיט איז געשלאסן געווארן די צייטווייליגער צוויי חדשים'דיגע פייער אפשטעל וואס האט באפרייט בערך דרייסיג אידישע משכונות וואס זענען געווען פארכאפט און בערך פופצן הונדערט פאלעסטינער ארעסטאנטן פון די איזראעלישע תפיסות. &nbsp; נעכטן האט מען געהערט גאר שטארקע אויפרייסן אין עזה ווען פליגערס האבן אראפ געלאזט שווערע באמבעס אין פילע פאזיציעס פון כאמאס פירער, וואס האט צוריק אויפגעפלאקערט דעם קריג אינעם ראיאן, ברענגענדיג פארדאמונגען פון פילע ריכטונגען, און שטיצע פון אנדערע - אריינגערעכענט פרעזידענט טראמפ פון אמעריקע. &nbsp; דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע אידישע קינדער - בפרט די וואס זענען נאך געבליבן פארכאפט אונטער די רוצחים - און זיי זאלן ווערן באפרייט וואס שנעלער. מיר זענען מתפלל פאר זייער שנעלע באפרייאונג, אבער אויך זענען מיר מתפלל אז ביי אונז אינדערהיים זאל נישט אויפלאקערן קיין מלחמה, ביי אונז אין שטוב זאל נישט פאלן קיין באמבעס וואס דאס איז אסאך ערגער פון א וועלט מלחמה. די גמרא זאגט אין מסכת ברכות דף ז' עמוד ב' "אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן מִשּׁוּם רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחַי קָשָׁה תַּרְבּוּת רָעָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם יוֹתֵר מִמִּלְחֶמֶת גּוֹג וּמָגוֹג" מוהרא"ש זי"ע פלעגט עס כסדר זאגן, וואס קען זיין ערגער פון א וועלט מלחמה, מלחמת גוג ומגוג, אויב מיר קריגן זיך אינדערהיים, ווען עס איז דא א מלחמה אין גאס עס פליען באמבעס, סאלדאטן שטארבן, איז נאך נישט געפערליך, איך קוק נישט קיין נייעס, איך הער נישט קיין נייעס, איך קום אהיים מיט א שמייכל, עס איז מיר גוט, איך האב א ווארימע ווינקל, אבער אויב קוקט מען אויף די ווייב מיט א שלעכטע אויג, זי איז מיר נישט גוט, אפילו די גאנצע וועלט קומט זיך דורך איינע מיט'ן צווייטן, אפילו ווען טראמפ וועט שוין מצליח זיין צו מאכן שלום צווישן רוסלאנד מיט אוקריינא, צווישן אמעריקע און צפון קאריע, צווישן מדינת ישראל מיט איראן - כיזבאלא און כאמאס, אבער עס איז מיר ביטער. &nbsp; וואס איז די עצה - פלעגט מוהרא"ש אלץ זאגן - מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן שכל, ווייל שלום בית קען מען נאר האבן אויב מען איז קלוג און נישט גערעכט, און וואס מיינט האבן שכל? אז מיט א ווייב טענה'ט מען נישט, א ווייב איז אלץ גערעכט, און מען איז מוותר אין שטוב. &nbsp; עטליכע מערקווירדיגע פאקטן איבער די משכונות: דער עלטסטער משכון איז געווען א 79 יעריגער איד, און די אינגסטע איז די באקאנטע רויטע ביבאס בעיבי פון 9 חדשים אלט; טייל משכונות האבן אנטוויקעלט די טרויעריג בארימטע "שטאקהאלם סינדראם" וואס מיינט זיי האבן באקומען א גוטע געפיל איבער זייערע פארכאפער; אסאך משכונות האבן געזאגט אז זיי האבן גענצליך פארלוירן חשבון פון צייט זיצנדיג גענצליך אפגעהאקט פון די וועלט אין טונעלן טיף אונטער די ערד. &nbsp; מיר זענען מתפלל אז אלע פארכאפטע אונטער די כאמאס רוצחים אדער אונטער די נעגל פונעם סמ"ך מ"ם זאלן באפרייט ווערן וואס שנעלער בביאת משיח צדקינו, ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים אמן.

    < זעה מער יט אדר תשפ"ה 📝
  • ברעיקינג נייעס: אוקריינע מסכים צו א דרייסיג טאגיגער פייער-אפשטעל

    דריי יאר נאך דעם אויסברוך פונעם מלחמה צווישן רוסלאנד און אוקריינע, און אין א צייט ווען די באציאונגען צווישן אמעריקע און אוקריינע איז געווען זייער אנגעצויגן, ווערט היינט באריכטעט איבער סוקסעספולע פארהאנדלונגען צווישן אמעריקע און אוקריינע וואס איז פארגעקומען אין סאַודי-אַראַביע. &nbsp; די באריכטן לויטן אז אוקריינע האט זיך געבויגן, און מסכים געווען צו א 30-טאגיגן פייער-אפשטעל, וועלכער וועט ארייננעמען דאס אויפהערן זיך באנוצן מיט מיסילס, דראָונס, וכדומה, סיי אויפן ים, און סיי לענגאויס דער גאנצער פראָנט ליניע. &nbsp; אמעריקאנער פארהאנדלער זאגן אז יעצט וועלן זיי ברענגען דעם פארשלאג פאר רוסלאנד און לייגן דרוק אויפן קרעמלין אז זיי זאלן אויך איינגיין אין דעם פייער-אפשטעל. &nbsp; אוקריינע'ס פרעזידענט, זעלענסקי, האט ארויסגעגעבן א מעסעדזש זאגענדיג אז אוקריינע איז געווען גרייט צו שלום פון דעם ערשטן רגע פון דער מלחמה, און זיי זוכן בלויז צו פארזיכערן אז די ענדע פונעם קריג מיינט א לאנג טערמיניגער שלום, וואס וועט נישט צוריק אויפפלאקערן א קורצע צייט שפעטער. דער זעלבער באריכט געבט אויך אן אז אמעריקע האט באשלאסן ווידער צו באנייען שפיאנאזש הילף פאר אוקריינע, איבער וואס מען האט גערעדט אין די לעצטע צייט אז טראמפ האט אפגעשטעלט, צוליב דעם אומאנגענעמען ווערטער אויסטויש צווישן אים און זעלענסקי, וואס ווייזט אז אמעריקע זעט אין דעם אז אוקראינע ברעכט זיך צו אירע פארלאנגען. &nbsp; פאר אונז אנשי שלומינו חסידי ברסלב וועלכע האבן די זכיה צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה איז דאס גאר גוטע נייעס, מיר זענען כסדר מתפלל אז מען זאל שוין קענען קומען קיין אומאן אומגעשטערט, און ווער ווייסט אפשר גאר וועט ארויסקומען א גרויסע טובה פאר אנשי שלומינו, איידער די מלחמה האט עס אויסגעזען זייער שווער צו פארן דריי פיר שעה פונעם עירפארט אין קיעוו אדער אדעסע, זוכן טעקסיס און פארן אויף די שמאלע צוהאקטע הייוועיס, און מען האט דאן מתפלל געווען אז מען זאל עפענען די עירפארט אין אומאן וואס פלעגט זיין א מיליטערישע עירפארט אין די צייטן פון די סאוויעטן, אבער איז געווען גענצליך פארלאזט אין די לעצטערע יארן און מען האט עס שוין נישט געקענט נוצן, יעצט צוליב די מלחמה האט מען זיך געכאפט ווי גרינג עס איז דאן געווען צו פארן, און מען האט געדארפט איבערקומען אסאך גרעסערע מניעות אנצוקומען צום רבין אויף ראש השנה, מען האט נישט געקענט פארן דירעקט קיין אוקראינע, און די גליקליכע האבן זוכה געווען צו פארן מיט א טשארטער קיין פוילן, און פון דארט איבער צען שעה מיט'ן באן. &nbsp; אבער בשעת די אלע אומאנגענעמליכקייטן האט די אוקריינער רעגירונג צוריק אויפגעבויעט דעם עירפארט אין אומאן, און זיי פלעגן רעגלמעסיג נוצן דעם עירפארט אין די לעצטע דריי יאר בשעת די מלחמה האט געפלאקערט צו פליען פון דארט מיליטערישע פליגער. דער אויבערשטער וועט זיכער העלפן אז די נארישע מלחמה און אומזיסטע בלוט פארגיסונג וועט זיך אויפהערן, און ווען די קריג וועט קומען צו אן ענדע, קען דאס שטארק פארגרינגערן די נסיעה, אז מיר זאלן קענען פליען גלייך קיין אומאן אן קיין שוועריקייטן. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן, אז עס זאל זיין שלום ביי אונז, מיר זאלן שלום מאכן מיט זיך אליינס, אויפהערן באשולדיגן יעדעם איינעם אין די צרות, מאכן שלום מיט די ווייב און קינדער, ווערן בשלום מיט די קינדער און עלטערן, און מיר זאלן קענען זיי אמת'ע ערליכע אידן.

    < זעה מער יב אדר תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 46 to 60 of 213 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 14 15
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com