Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • לכבוד פרשת מקץ: געטראפן די ביינער פון די קוען פון פרעה'ס חלום

    לכבוד פרשת מקץ, האבן מיר באזוכט אין א מוזעאום, ווי זיי זאגן האבן זיי געטראפן די ביינער פון די קוען פון פרעה'ס חלום. ארכעלאגן האבן געגראבן אין מצרים, מען האט געוואלט בויען א בנין, און מען האט געטראפן פרעה'ס חלום בהקיץ: מיר האבן זיך נישט געפוילט און געגאנגען קוקן, אין פרעה'ס חלום האט מען געזען דארע קיען, וואס פארמאגן נישט צו זייער נאמען גארנישט (אויסער אסאך חובות...), און מען האט זיי געזען אריינגיין אין א מלחמה מיט די פעטע קוען. מען גייט זיי באקעמפן און אויפעסן.   א חתונה קאסט הונדערט טויזענט דאלער? מער נישט. מען גייט מאכן א "כח", מען עסט אויף דער ערשטער פעטע קו, דער תנאים, מען גייט עס נאר מעגן מאכן אין די תקנות זאל, מסודר. דער צווייטער קו, דער שריימל. מעג מען קויפן נאר איינס, און עס מעג נישט קאסטן מער פון 1,500 דאלער; מוזיק? מען גייט נעמען די זשעי - כמעט בחנם, פאר די חתונה נאכט, מען שטעלט צו חתונה נאכט פעקעדזש פאר האלב/דריטל פרייז, מען מאכט שטרענגע תקנות (וואס "יעדער" פאלגט זיכער) נישט קויפן מתנות אויף ט"ו בשבט און ט"ו באב און שבת נחמו, קיינער קויפט מער נישט קיין מגילה און אתרוג פושקע פאר זיין חתן. מיר האבן עס באוויזן! תקנות איז נישט די עצה? קוק אהער, מיר האבן אויפגעגעסן אלע פעטע קוען!   אבער ויהי לפלא, מיר קוקן אויף די דארע קוען, און מיר שטעלן זיך פאר אז עס וועט זיך "עפעס" אנזען אז זיי האבן אויפגעגעסן אזלעכע פעטע קוען, אבער "לא נודע כי באו אל קרבנה...", מען נעמט א פען און א פאפיר, די חתונה קאסט נאך אלץ הונדערט טויזענט דאלער. און יעדער וואונדערט זיך, וואס גייט דא פאר, פארוואס הערט מען נאך אזוי פיל קרעכצן? וויאזוי קען זיין אז מען האט נאכנישט באוויזן צו לייזן דעם פראבלעם?   לאמיר זען וואס יוסף האט אן עצה געגעבן, און פארוואס פרעה האט נישט אויסגעהערט די פתרון פון די אלע חרטימים, אבער האט אנגענומען יוסף'ס עצה. די כישוף מאכערס האבן געזאגט, וועסט האבן זיבן טעכטער, און דערנאך וועלן זיי שטארבן, וועסט בויען זיבן שטעט, און זיי וועלן חרוב ווערן. אבער יוסף האט אנגעהויבן אנדערש, "בלעדי, אלקים יענה את שלום פרעה", איך האב נישט קיין עצה, איך וועל בעטן דעם אויבערשן, און אזוי וועלן מיר טרעפן אן עצה. דא ליגט די שליסל צום פראבלעם. אויב א מענטש טראכט "כח היחיד", "כח הציבור", "כח התקנות", וועט מען גארנישט אויפטון, אויב דארף איך ווייזן אז "איך קען", דארף איך אויך ווייזן ווער איך בין, "איך" שטעל צו בשר, און "איך" טראג א שטריימל פון צען טויזענט דאלער. אבער אויב נוצט מען דעם "כח הצדיק", מען הערט וואס דער צדיק זאגט, און מען גייט צום אויבערשטן, כאפט מען אז אויף דער וועלט וועט מען סייווי נישט האבן קיין כבוד. אדרבה, קוקט זיך אום אויף דער וואס כאפט עס נישט, ער האט אזעלעכע בזיונות פאר די מינוטן איינגערעטע כבוד. עס איז אפשר נישט שיין, אבער קוק וואס מען רעדט אויף אים אונטער זיין רוקן, מיר ווילן נישט שמוציג מאכן דעם פאפיר דערמיט. אבער זאגט אליינס: קען מען באקומען כבוד פון מענטשן? עס איז א זאך וואס מען קען נישט דערגרייכן, אבער כבוד פון באשעפער קען מען יא באקומען. וויאזוי? מיט יעדע קליינע זאך וואס מען טוט פאר זיינעט וועגן, באקומט מען כבוד אין הימל, דארט רעש'ן אלע עולמות "קוק דארט פארט א טראק דרייווער מיט א משניות אין זיין טאש, ער זיצט אין טרעפיק און ער עפענט אויף זיין משניות", אלע מלאכים זענען מקנא דעם מענטש, דער זוהר הקדוש איז אונז מגלה, און דער צדיק חזר'ט עס מיט אונז כסדר וואס פארא באגלייטן דער פשוט'סטער איד האט ווען ער גייט אין שול צו גיין דאווענען, אלע מלאכים שרייען "מאכטס פלאץ פאר'ן בן מלך וואס קומט צו זיין טאטן".   מענטשן וואונדערן זיך וואס האט חתונה מאכן מיט שכל מיט ברסלב? און דער ענטפער איז דער וועג וויאזוי מען מאכט חתונה האט גארנישט דירעקט מיט ברסלב, דער צדיק געבט אין אונז אריין אזא דעת, אזא אמונה, אזא שכל, דער מענטש ווערט אזוי פרייליך מיט זיין לעבן, ער באקומט אזויפיל סיפוק פון די מצוות ומעשים טובים, ער באקומט אזא חיזוק אזא פאזעטיווע בליק אויפן לעבן, ער שפירט די כבוד פונעם אויבערשטן, און ער פארעקלט זיך פון די איינגערעדעט כבוד, און דאס ווערט גערופן "כח הצדיק" וואס איז בכח אויסצוהיילן א מענטש פון די פיער פרעשור דיזיס, ער ווערט באפרייט פון די קנעכטשאפט פון וואס וועלן מענטשן זאגן. און דערפאר מאכט מען חתונה אזוי ווי מען וויל באמת, און מען געבט אויס געלט נאר פאר זאכן וואס מען דארף באמת האבן.

    < זעה מער כו כסלו תשפ"ה 📝
  • עף די עי מעלדט שטרענגע ריקאל אויף אייער פון קאסטקא

    די עף די עי (די אגעטור פאר עסן און מעדיצין זיכערהייט פון די אמעריקאנער רעגירונג) האט ארויסגלייגט א שטרענגע ווארענונג, און געזאגט אז דער ריקאל אויף אייער פארקויפט דורך קאסטקא האלסעיל געשעפט איז אויפן העכסטן שטאפל. זיי זאגן אז דער חשש אז עס געפונט זיך סאלמאנעלא אין די אייער איז צו גרויס, און קען חלילה שעדיגן די געזונט פון א מענטש אויף א גאר ערנסטע פארנעם. &nbsp; אייער איז פון די מערסט באנוצטע און געזונטע עסן וואס עס איז דא צו באקומען, און די פרייזן פון א טוץ (דאזען) אייער האבן זיך ממש נישט געטוישט פאר לאנגע יארן, די פרייזן האבן זיך געדרייט בדרך כלל אין די געגענט פון אכציג צענט ביז א דאלער צווישן די יארן תש"מ ביז תש"ס. פון דאן ביז בערך תש"ע האבן זיך די פרייזן געהויבן צובילסיך ביז בערך איינס און א האלב דאלער, אבער זינט דעמאלטס האבן זיך די פרייזן דראסטיש געהויבן, און דרייעט זיך שוין א לענגער צייט אין די געגענט פון פיר ביז פינף דאלער. &nbsp; מיר קענען זיך רעגן אויף די גראסעריס, אויף די האלסעילערס, אדער אויף די רעגירונג פארוואס זיי טוען גארנישט דערצו, "פינף דאלער א דאזן אייער, וואו האט מען געהערט אזוינס?", אבער עס וועט אונז גארנישט העלפן. מיר קענען אבער נעמען דעם אנדערן מהלך, מיר וועלן דאנקען דעם אויבערשטן אז די באקטעריעס זענען נאר אריין צו די הינער, מען הרג'עט מיליאנען פון זיי, מען נעמט די הינדלעך און מען זאגט "זה חלפתי זה כפרתי זה תמורתי, זה התרנגול ילך למיתה, ואני אכנס לחיים טובים וארוכים ולשלום", און דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר זענען געזונט, און מיר האבן א געזונטע אפעטיט. &nbsp; די הויכע פרייזן קומט אין דירעקטע רעזולטאט פון דעם וואס די רעגירונג זוכט כסדר אונטער די פארמס צי עס כאפט זיך נישט אריין דארט קיין סאלמאנעלע - א שעדליכע באקטעריע וואס קען זיך צומאל אריינכאפן אין די הינער. בכלל איז גוט צו וויסן אז געזונטהייט מומחים רעקאמענדירן שטענדיג מען זאל נישט עסן קיין רויע אייער, נאר זיי גוט אויפקאכן, וואס דאס טוט הרג'ענען די באקטעריעס אין פאל עס איז אנגעשטעקט. &nbsp; און ווען מען טרעפט הינער וואס זענען קראנק וועלן די באאמטע פאדערן אויסצוהרגענען אלע הינער, וואס שאפט א מאנגל אין אייער, וואס הייבט די פרייזן. &nbsp; "אבער למעשה" - וועט איינער פרעגן - "וויאזוי וועט מען באצאלן פאר די אייער?" פאר דעם דארפן מיר געדענקען אז דער זעלבער באשעפער וואס האט אונז זאט געמאכט ווען די אייער האט געקאסט 0.89 סענט, וועט אונז געבן צו עסן אויך ווען אייער עס קאסט 5.99. &nbsp; שפך חמתו על בצים...

    < זעה מער כג כסלו תשפ"ה 📝
  • חסדי ה' כי לא תמנו - יום הצלת רביה"ק מסאטמאר זי"ע

    היינטיגן טאג טוען אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט דאנקען דעם אויבערשטן אויף דעם גרויסן חסד וואס ער האט געטון מיט אידישע קינדער אז אינעם גרויסן הסתר פנים ביים צווייטן וועלטס קריג האט דער אויבערשטער איבערגעלאזט דעם גרויס צדיק אמת דער לוחם מלחמות ה' הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס האט מיט זיין גרויסע כח הקדושה באוויזן צוריק צו בויען כלל ישראל נאכן גרויס בראך, ווען כלל ישראל איז ארויסגעקומען פון אייראפע צוקלאפט און צובראכן, אידישע קינדער האבן געדארפט אנהייבן אלעס פון אל"ף. נישטא קיין משפחות, נישטא קיין קהילות, נישטא קיין רבנים, אלעס איז געווען איין שטיק תוהו ובוהו, און נאך ערגער, אינעם גרויס צומישניש איז נאך אריינגעקומען איינע פון די שווערסטע נסיונות וואס אידישע קינדער האבן נאר דורכגעמאכט אין גלות, דאס איז געווען די נסיון הציונות וועלכע האט פארפראכן פאר די עצמות היבשות גאלדענע גליקן מען זאל נאר קומען צו זיי, זיי האבן געהעצט קעגן די אמונה, קעגן דעם אויבערשטן, און געזוכט צו פארכאפן אלעמען אונטער זייערע לאפעס, און איינרעדן אז מען קען זיך אליינס נעמען א גאולה, בויען א מדינה א מיליטער, א נאציאנאליטעט מיט א שפראך און קולטור, און זיין ככל הגוים רחמנא ליצלן, האט דער אויבערשטער רחמנות געהאט אויף אונז און געמאכט א נס אז דער הייליגער צדיק יסוד עולם, דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו איז געווארן ארויסגעראטעוועט געווארן אין דעם גרויסן טאג.&nbsp;דערפאר זענען אנשי שלומינו ספעצעל פרייליך אין דעם טאג, און מען לויבט און דאנקט דעם אויבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען זיך צו דרייען ביי צדיקים תלמידים פון דעם גרויסן צדיק וואס האט און אונזער דור ווייטער אריינגעפרעדיגט מיר זאל האלטן די קאפ קלאר און נישט ווערן פאדרייט פון די ווינטן פון די גויאישע גאס, וואס פרובירט מיט אלע כחות אראפ צו ווארפן אידישע קינדער צו עבירות, און זיי מאכן פארגעסן פונעם אויבערשטן. און דערפאר דארפן מיר כסדר חזר'ן די הייליגע אמונה, רעדן צום אויבערשטן, רעדן פון אויבערשטן, און אזוי וועלן מיר מקרב זיין די גאולה שלימה.&nbsp;דער ראש ישיבה שרייבט אין א בריוו אום חודש שבט תשפ"א איבער דעם הייליגן סאטמארן רבין זי"ע: "דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו ברענגט אין ספר הקדוש ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) פון ספר שיחות הר"ן (סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין גרויסע אפיקורסים, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁיַּחֲזִיק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה בְּאֵלּוּ הָעִתִּים", וואויל איז פאר די וואס וועלן זיין שטארק אין די אמונה אינעם אייבערשטן און דער רבי האט געזאגט: "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל כְּלָל מַה שֶּׁהוּא מְסַפֵּר זֹאת, שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם וְשֶׁצְּרִיכִין לְהִתְחַזֵּק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה, כִּי אַף עַל פִּי שֶׁהוּא אוֹמֵר זֹאת אַף עַל פִּי כֵן מִתְגַּבֶּרֶת הָאֱפִּיקוֹרְסוּת וְהַבִּלְבּוּלִים", איך ווייס עס וועט נישט העלפן אז איך זאג שוין דאס אלעס פאראויס, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן אֲנִי מוֹדִיעַ זֹאת מִקֹּדֶם", דאך זאג איך יעצט וואס גייט זיין, "בִּשְׁבִיל אוֹתָן מְעַט הַכְּשֵׁרִים שֶׁיְּחַזְּקוּ עַצְמָן בֶּאֱמוּנָתָן", פאר די געציילטע ערליכע אידן, זיי זאלן זיך שטארקן, "וּבְוַדַּאי יִהְיֶה לָהֶם מִלְחָמוֹת גְּדוֹלוֹת בְּדַעְתָּן", זיי וועלן זיך דארפן אסאך שלאגן מיט די ביטערע נסיונות, "לְמַעַן יִהְיֶה לָהֶם לְמֵשִׁיב נֶפֶשׁ וְהִתְחַזְּקוּת וְהִתְאַמְּצוּת יוֹתֵר כְּשֶׁיִּרְאוּ שֶׁכְּבָר דִּבְּרוּ מִזֶּה מִקֹּדֶם", דאס וועט זיין פאר זיי גרויסע חיזוק ווען זיי וועלן זען אז מען האט שוין פון פריער געוויסט וואס עס גייט זיין.&nbsp;אויך ברענגט ער דעם שיחה (שם, סימן רכ) וואס דער רבי האט געזאגט: "שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל בָּעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין אין די וועלט אפיקורסות, "כִּי מִלְמַעְלָה יָבוֹא אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם", פון הימל וועט מען ברענגען אפיקורסות, "בִּשְׁבִיל נִּסָּיוֹן", כדי צו אויספרובירן ווער עס וועט זיין שטארק אין די אמונה, עס וועט זיין זייער שווער פאר די ערליכע אידן, דער רבי האט געקרעכצט און געזאגט: "אוֹי, אֵיךְ יוּכְלוּ לַעֲמֹד אֲנָשִׁים מוּעָטִים נֶגֶד כָּל הָעוֹלָם", ווי אזוי וועלן אזוי ווייניג מענטשן קענען שטיין קעגן די גאנצע וועלט...&nbsp;דער רבי זכותו יגן עלינו פירט אויס אין ויואל משה: "וְזֶה עִנְיָן שֶׁל רוּחַ הַקּוֹדֶשׁ שֶׁרָאָה מָה הִגִּיעַ אֵלֵינוּ בְּעִיקְבָא דִּמְשִׁיחָא", דאס איז א רוח הקודש פון רבי'ן, ער האט שוין דעמאלט געזען וואס וועט זיין אינעם היינטיגן דור.&nbsp;וואויל זענען די וואס האבן נישט קיין שום שייכות מיט די מינים ואפיקורסים, די ערב רב; מען האלט זיך שטארק אין אמונה, מען גלייבט אינעם אייבערשטן און מען גייט אין די וועג פון די תורה, און ווארטן צו ווערן אויסגעלייזט דורך משיח צדקינו במהרה בימינו.

    < זעה מער כא כסלו תשפ"ה 📝
  • טראמפ מעלדט פלאן צו מבטל זיין זומער זייגער

    היינט איז עס א פשוטע זאך: אז די זייגערס זענען פאריקט במשך רוב חדשים פון יאר, דאס האט מען איינגעפירט מיט בערך הונדערט פופציג יאר צוריק כדי מען זאל זיך לייגן א שעה שפעטער במשך די חלק פון יאר וואס די זון איז אינדרויסן פאר לענגערע שעות, מיט'ן ציל אויסצונוצן די ליכטיגקייט פון די זון יעדן אווענט. &nbsp; היינט צו טאגס איז דער גאנצער זייגער רוקעריי זייער נישט פאפולער אין אמעריקע, עס זענען שוין דא אסאך לענדער וואס האבן עס מבטל געווען. רוב רובם ווילן טאקע מען זאל אויפהערן דעם איינפיר פון רוקן די זייגערס צוויי מאל א יאר, אבער עס איז זייער שווער זיך צו פאראייניגן וועלכע זייגער מען זאל לאזן. &nbsp; מיט עטליכע יאר צוריק איז געווען א פארשלאג אין די געזעץ הייזער אין אמעריקע ווען מען האט געוואלט מבטל זיין דעם "ווינטער זייגער", אזוי אז דער פאריקטער זייגער זאל אנהאלטן א גאנץ יאר, וואס איז גאנץ לייכט דורך אין קאנגרעס, אבער איז דורכגעפאלן אין סענטאט. &nbsp; די צייט איז דער גרעסטער שונא פאר'ן מענטש אויב מען איז נישט וואכזאם צו אים, דאס לעבן פליעט דרוך זייער שנעל, און עס נעמט נישט לאנג און מען דערזעט זיך אז עס איז דורך פילע יארן וואס איך האב עוסק געווען אין "וויכטיגע" זאכן, אבער עס איז גארנישט געבליבן. היינט - ווען מיר שרייבן די שורות - כ"א כסלו דאנקט מען דעם אויבערשטן אז דער אויבערשטער האט געראטעוועט דעם הייליגן סאטמארן רבי'ן זי"ע, ווען דער קאנדאקטער האט באשלאסן אריבער צו פארן דעם גרעניץ קיין שווייץ. אבער וואס וועט זיין מיט דיר? וואו קען מען טרעפן דעם באן וואו זיך ארויפצוכאפן און זיך ראטעווען דערמיט פון די נאציס, פון די כפירה, פון די שמוץ שטורעמעס וואס בוזשעווען? דער אויבערשטער האט דיר אויך אנגעגרייט א באן. דער באן האט זיך נארוואס אפגעשטעלט אויף א סטאנציע וואס הייסט "מסכת סנהדרין", כאפ זיך ארויף דערויף היינט, און ווילאנג דו וועסט זיך האלטן אויף דעם באן, וועסטו בלייבן אן ערליכער איד. &nbsp; דער פריערדיגער פארשלאג וואס וואלט איינגעפירט דער גערוקטער זומער זייגער א גאנץ יאר וואלט שטארק אויסגעמאכט פאר אונז לגבי שחרית אין די ווינטער חדשים, צום ביישפיל אין די יעצטיגע צייט איז דער נץ החמה ווען מען קען דאווענען שמונה עשרה פון שחרית בערך 7:15 אין ניו יארק, אויב וואלט מען געלאזט דעם זומער זייגער אויך אום ווינטער וואלט מען נישט געקענט דאווענען שמונה עשרה פאר בערך 8:15 וואס וואלט זייער שווער געמאכט פאר די ארבייטער וואס דארפן זיין אין די ארבעט זייער פרי. פון די אנדערע זייט וואלט עס אפשר געהאלפן די וואס שטייען אויף שפעטער זיי זאלן קענען דאווענען טעגליך ביים נץ. &nbsp; דער יעצטיגער פארשלאג וואס טראמפ וויל דורכפירן וועט טוישן די זמנים פון זומער. צום ביישפיל ווען די זמן ווערט דאס שפעטסטע אום זומער, קען מען נישט דאווענען מעריב (רבינו תם) פאר בערך 9:45, אבער לויטן נייעם ביל וועט דער זמן זיין בערך 8:45, וואס וועט שטארק ארויסהעלפן די וואס ווילן זיך לייגן פריער צו קענען אויפשטיין פריער. &nbsp; נישט קיין חילוק צי דער פרישער פארשלאג וועט דורכגיין אדער דורכפאלן, מאך זיכער אז דו ביסט נישט קיין דורכפאל. נעם דיר נאר אפאר מינוט יעדן טאג, הייב אן צו מעביר סדרה זיין פון זונטאג, און דו וועסט אנקומען זייער ווייט, "וועסט וויסן וואו דער אויבערשטער וואוינט" (הרה"ק רבי מרדכי מנודבורנא זי"ע) און וועסט ווערן אן ערליכער איד.

    < זעה מער כא כסלו תשפ"ה 📝
  • אילאן מאסק דערקלערט אלס רייכסטער מענטש אין דער וועלט

    די פילע ביזנעסער פונעם דער באקאנטער ביזנעסמאן אילאן מאסק זענען לעצטענס שטארק געשטיגן אין ווערט, און בסך הכל ווערט עס היינט צו טאגס געשאצט אז עס האט א מארקעט ווערט פון נאנט צו א האלבע טריליאן דאלער. &nbsp; ער ווערט פאררעכענט אין דער וועלט אלץ א גאר סוקסעספולער מענטש וואס האט אויפגעבויט פילע אייגענארטיגע און געוואגטע ביזנעסער וואס האבן געטוישט פארשידענע אינדרוסטיעס און באוויזן פארשידנע אויפטרעפונגען אסאך ווייטער ווי די פילע סקעפטיקער האבן געטראכט. &nbsp; דער שאלה ווערט אבער צי דאס הייסט סוקסעס. לאמיר זען וואס די פסוק זאגט (בראשת לט, ב) "וַיְהִי יְהֹוָה אֶת יוֹסֵף וַיְהִי אִישׁ מַצְלִיחַ וַיְהִי בְּבֵית אֲדֹנָיו הַמִּצְרִי", וויפיל ביזנעסער האט יוסף געהאט? וויפיל געלט האט ער געהאט אין זיין באנק אקאונט? האט ער געהאט עפעס א פאליטישע פאזיצע אין מצרים? אז נישט מיט וואס איז ער סוקסעספול? ניין ער האט בכלל נישט געהאט די אלע זאכן, אפשר האט ער געהאט א שטוב מיט קינדער וואס אלע האבן זיך געשאקעלט די זעלבע, און אלע זענען געזיצן מיט רויטע בעקעלעך ביים שבת טיש און זיך נישט גערירט, ניין בכלל נישט, ער איז געווען דאן געווען אן אלטער בחור א קנעכט ביים עקלדיגן פוטיפר, לאמיר זען דעם קומענדיגן פסוק "וַיַּרְא אֲדֹנָיו כִּי יְהֹוָה אִתּוֹ וְכֹל אֲשֶׁר הוּא עֹשֶׂה יְהֹוָה מַצְלִיחַ בְּיָדוֹ" דער טמא'נער פוטיפר האט געזען אז דער אויבערשטער איז מיט אים, אפשר קענט איר מיר מסביר זיין וויאזוי דער גוי טמא ווייסט אז דער אויבערשטער איז מיט אים? לאמיר זען וואס רש"י זאגט: "שם שמים שגור בפיו", דא ליגט דער סוד, און אזוי אויך פארשטייט מען שוין פארוואס דער פסוק זאגט "וַיְהִי אִישׁ מַצְלִיחַ", און "וְכֹל אֲשֶׁר הוּא עֹשֶׂה יְהֹוָה מַצְלִיחַ בְּיָדוֹ" און אזוי אויך פון "וַיִּמְצָא יוֹסֵף חֵן בְּעֵינָיו", ווייל א מענטש וואס געדענקט דעם אויבערשטן וואו נאר ער געפונט זיך, דער איז איז א סוקסעספולער מענטש, און אזא מענטש האט חן אין אלעמענס אויגן. &nbsp; דער אילאן מאסק האט געבויעט פילע פירמעס ווי "טעסלא" וואס פארקויפט עלעקטראנישע קאַרן, און "ספעיס עקס" וואס שיקט ארויף כסדר ראקעטס צו די ספערן, "ניורא לינק" וואס ארבעט צו קענען אריינפלאנצן א טשיפ אין א מענטשליכע מח, און נאך, אזוי אויך האט ער געגרינדעט פירמעס וואס ער האט שוין פארקויפט, ווי "פעי פאל", אזוי אויך האט ער אפגעקויפט פירמעס וואס ער האט געטוישט ווי "טוויטער - עקס". &nbsp; לעצטענס האט ער זיך צוגעשארט צום נארוואס פריש ערוועלטן פרעזידענט טראמפ וואס דאס האט שטארק געהויבן די ווערט פון זיינע סטאקס, און דערמיט האט זיך געדאפלעט זיין ווערט פון אביסל מער פון 200 טריליאן דאלער פאר צוויי יאר צוריק, ביז היבש איבער 400 טרילאן היינט צו טאגס. &nbsp; מיר קענען אבער זיין אסאך מער סוקסעספול ווי אים, מיר קענען אנטון תפילין יעדן טאג. וויפיל איז ווערט תפילין? דא זעט עס נישט אויס ווערטפול, אילאן מאסק אינוועסטירט נישט דערין, אבער באלד גייען מיר אהיים, דאן וועלן מיר זען ווי גליקליך מיר זענען אז מיר האבן אריינגעכאפט א בלעטל גמרא, א פרק משניות, א שמחה של מצוה. &nbsp; די פארבס ליסטע פון די רייכסטע מענטשן קענען שוין קוים ווארטן ארויפצולייגן דעם ערשטן "טריליאנער" אויף זייער ליסטע, עס זעט זיי אויס אז עס וועט נישט לאנג נעמען און זיי וועלן פובליצירן די ליסטע פון די צען רייכסטע טרילאנערן. זאגט זיי נישט אויס דעם סוד, איך און דו זענען שוין פון לאנג טריליאנערן, און מען דארף אפילו נישט ווארטן אויף נאך די הונדערט און צוואנציג עס צו זען פובליצירט, אפילו דא אויף דער וועלט איז דער פשוטער איז דער אמת'ער "איש מצליח".

    < זעה מער יח כסלו תשפ"ה 📝
  • פינף אידן אומגעקומען אין שרעקליכע טראגעדיע אין מאראקא

    א שרעקליכע טראגעדיע האט פאסירט דעם פארגאנגענעם פרייטאג אין מאראקא, ווען א קאר וועלכע האט געטראגן מיט זיך פינף טייערע אידן פון שטאט צפת, אינטערוועגנס אויף קברי צדיקים, איז געווען פארמישט אין א שווערע עקסידענט, און ליידער זענען אלע פינף אומגעקומען רחמנא ליצלן. &nbsp; די שווערע נייעס האט אויפגעציטערט יעדעס אידיש הארץ, אויף די טייערע אידישע קרבנות וואס זענען אזוי טראגיש און פלוצים אוועקגעריסן געווארן פון די וועלט. אין א בריוו האט א איד אנגעפרעגט דעם ראש ישיבה שליט"א ווי אזוי מען קען זיך שטארקן אין אזא שווערע מצב, ווי אזוי קען מען זיך טרייסטן אין א צייט וואס דאס הארץ צאפלט פאר די טייערע נפטרים ז"ל. "דעם פארגאנגענעם פרייטאג" שרייבט דער איד פארן ראש ישיבה שליט"א, "זענען אזוי טראגיש אומגעקומען פינף טייערע אידן פון שטאט צפת, אין א שרעקליכן עקסידענט אין מאראקא. איך פלעג דאווענען זיי אין איין בית המדרש, איך האב זיי גוט געקענט און זיך געטראפן מיט זיי יעדן טאג, און איך בין געווארן שרעקליך צעטראגן און צעבראכן פון די שוידערליכע טראגעדיע. איך מוז האבן חיזוק אנצוגיין, איך האב נישט קיין מח צו קיין שום זאך, איך שפיר ווי איך קען גארנישט טון מער. אלע אידן אין צפת זענען שרעקליך צעבראכן פון די מעשה, פרייטאג האבן דא מענטשן געוויינט אויפ'ן גאס. אין מקוה האב איך געהערט ווי איינער פרעגט דעם צווייטן ווי אזוי מען וועט קענען זיין פרייליך דעם שבת, און יענער האט אים געענטפערט, "מען קען נעמען עפעס א גרינע זאך, אדער קען מען זיך אנטרינקען מיט אלקאהאל", איך נעם נישט ביידע זאכן ברוך ה'. מוצאי שבת בין איך אריבער קיין מירון און זיך אויסגעוויינט דאס הארץ ביים ציון פון רבי שמעון בר יוחאי, מיר האט מען אויסגעלערנט אז ווען עס דרוקט אויפ'ן הארץ גייט מען צו א ציון פון א צדיק און מען גיסט זיך אויס דאס הארץ, אבער עס איז מיר נאכאלץ זייער שווער. איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר עפעס מחזק זיין. יישר כח". דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אים צוריק "די הייליגע חכמים זאגן (שבת קו.): "אחד מבני חבורה שמת תדאג כל החבורה כולה", ווען איינער פון די חבורה גייט אוועק פון דער וועלט דארפן אלע תשובה טון; אריינכאפן גוטע זאכן, מצוות ומעשים טובים, וואס מען וועט מיט נעמען אויף אייביג. &nbsp; מוהרא"ש זאגט, ווען מען הערט די נייעס אז דער איז געשטארבן, יענער איז געשטארבן &ndash; זענען דא מענטשן וואס טראכטן 'עס איז דא א חברה של מתים', א חברה שטארבערס, אנשטאט תשובה טון און טראכטן 'ווער ווייסט ווער איז דער קומענדיגער אין די רייע? בין איך אין די רייע?' טרייבט מען אוועק די מחשבות, און מען טראכט 'די זאכן פאסירן נאר מיט די חברה שטארבערס. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם, לא:) אויפן פסוק (תהלים מד, יד): "זה דרכם כסל למו", דאס איז זייער נארישע וועג, זיירעדן פון שטארבן אבערזיי טראכטן אז דאס האט נישט מיט זיי. &nbsp; וואויל איז דער מענטש וואס ווען מען הערט וואס פאסירט אויף דער וועלט טוט מען תשובה, און מען הויבט אן לעבן מיט תכלית. אזוי ווי עס שטייט )קהלת ז, ב(: "טוב ללכת אל בית אבל" עס איז גוט צו גיין מנחם אבלזיין, "מלכת אל בית משתה", ווי צו גיין צו חתונות, "באשר הוא סוף כל האדם", אזוי פארשטייט מען וואס איז דער סוף פונעם מענטש, "והחי יתן אל לבו", און מען טוט תשובה. &nbsp; זע צו לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא, הלכה ואגדה, און זיי זיך מתבודד. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוואוסט פון מיר אבער האבן מיך נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיך נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיך געפאלגט, וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף דער וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען דערצו, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט נוצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט". &nbsp; די נעמען פון די טייערע אידן זענען ר' נתן שפירא ע"ה, ר' שמעון תפילינסקי ע"ה, זיין ברודער הב' יוסף חיים ע"ה, הב' משה גאלאנט ע"ה, און הבח' ישראל מאיר שאשא ע"ה. &nbsp; תהא נשמתם צרורה בצרור החיים

    < זעה מער יא כסלו תשפ"ה 📝
  • ביטקוין גרייכט איבער $100,000

    ביטקוין, די וועלט'ס גרעסטע קריפטא-וואלוטע, איז לעצטענס שטארק געוואקסן אין ווערט, און איז אריבערגעגאנגען איבער $101,000. א יאר צוריק אין די זעלבע צייט איז א ביטקוין געווען אונטער האלב פון דעם פרייז, און אסאך מענטשן טראכטן יעצט מיט באדויער "וואו איז געווען מיין שכל? איך האב פארפאסט א גאלדענע געלעגנהייט." &nbsp; א מענטש קען יעצט טראכטן "וואו איז געווען מיין שכל? פאר זעקס חדשים צוריק וואלט איך געקענט קויפן ביטקוין פאר אונטער זיבעציג טויזענט, און איך וואלט געמאכט אסאך געלט". אבער א מענטש כאפט נישט אז די זעלבע זאך וועט זיין נאך זיין הונדערט און צוואנציג, יעדע מצוה'לע יעדע שמייכל וועט זיין ווערט אן א שיעור, יעצט זעט עס אפשר אויס ביליג, וואס קאסט שוין א ציצית? וואס קאסט צו היטן שבת? אבער דעמאלטס וועט זיך א מענטש רייסן די האר פון קאפ, פארוואס האב איך נישט אינוועסטעט אין די נצחית'דיגע פארמעגנס, יעצט וואלט איך געווען אן עושר אדיר. אבער עס איז נישט צו שפעט, דו אטעמסט נאך, דו לעבסט, אינוועסטיר יעצט אין מצוות, אינוועסט אין דיין שלום בית, אינוועסט אין דיינע קינדער, איין טאג וועסטו צוריק קוקן מיט צופרידנהייט און זאגן מיט א פולע מויל, געלויבט דעם אויבערשטן אז איך האב געהאט די ריכטיגע "פיינענשל עדווייזערס" וואס האבן מיר אנגעוויזן וואו צו אינוועסטירן, און יעצט שנייד איך די פירות. &nbsp; ביי ביקטקוין איז דער אמת אז די מחשבות פון חרטה זענען נישט לאגיש. יעצט ווען מיר האלטן נאך בעפאר דעם צוקונפט איז נישט מעגליך פאר א ילוד אשה צו וויסן וויאזוי דער אויבערשטער וועט פירן דעם מארקעט. פאר אונזערע אויגן איז דא די זעלבע מעגליכקייט אז ביטקוין וועט ווייטער שטייגן, און אויב איינער וועט יעצט אינוועסטן וועט ער שיין פארדינען דערפון, און פון די אנדערע זייט קען פונקט אזוי זיין אז דער יעצטיגער הויכקייט איז איבערגעטריבן און וועט שטארק פאלן, און די וואס קויפן יעצט וועלן שטארק איבערצאלן און וועלן דערלייגן שפעטער. &nbsp; אנדערש איז אבער ביי תורה ומצוות וואס איז אן איוועסטמענט אן קיין ריזיקעס. יעדע ווארט תורה, יעדע ווארט צום אויבערשטן, יעדע מצוה'לע, זאל עס זיין השבת אבידה, הכנסת אורחים, כיבוד אב ואם און אזוי ווייטער ווערט נישט פארלוירן, די מעשים טובים ווערן אוועקגעלייגט אין א זיכערע סעיף וואס קען נישט געבראכן ווערן דורך קיין גנבים. ווער רעדט נאך אויב א מענשט אינוועסטירט אין זאכן וואס וואקסן, ווי צום ביישפיל מען שמועסט מיט די ווייב, מען ענטפערט נישט צוריק, מען גייט שפאצירן, מען געבט זיך אפ מיט די קינדער מען בויעט זיי אויף, אדער גאר א מענטש נעמט עס צום נעקסט לעוול, ער געבט א טעלעפאן נומער פאר א איד וואס לעבט אויף דערפון, ער איז מזכה א אינגערמאן מיט א קונטרס וואס ראטעוועט זיין שטוב, די זכותים וואקסן כסדר מיט יעדן טאג וואס גייט דורך, און נאך זיין הונדערט און צוואנציג וועט ער זען א רייכטום וואס ער האט נישט געקענט חלומ'ען און טראכטן. &nbsp; אנשטאט דער קאפ זאל ליגן ווי קען איך קויפן נאך א הויז, ווי קען איך עפענען נאך א ביזנעס, לאמיר גיין צום הייליגן רבי'ן וואס וועט אונז קאוטשן צו עוסק זיין אין די ביזנעס וואס וועט אונז ברענגען רווחים לעד ולנצח נצחים. &nbsp; &nbsp; 📰 ביטקוין הייבט זיך צו איבער $35,000

    < זעה מער י כסלו תשפ"ה 📝
  • מיליאנען ניו יארקער וועלן באקומען איינמאליגע "אינפלאציע הילף טשעקלעך"

    נאכדעם וואס עס איז אריינגעקומען אסאך מער געלט אין די קאסע פון ניו יארק סטעיט רעגירונג צוליב וואס מער מענטשן האבן איינגעקויפט און געצאלט שטייערן, האט גאווערנאר האוקאול געמאלדן אז מען גייט צוריק געבן געלט פאר די בירגער פון די סטעיט. &nbsp; פון די פילע שאפינגס וואס מענטשן האבן איינגעקויפט פאר צענדליגע טויזנטער דאלארן וועלן זיי יעצט צוריק באקומען אפאר הונדערט דאלער, אבער פון דעם וואס א מענטש כאפט אריין די גמרא'לעך, משניות'לעך, רעדן צוים אויבערשטן, א גוט ווארט פאר א צווייטן, זיין פרייליך א מינוטקעלע, פאר דעם ווארט אפ פאר'ן מענטש אזעלכע ריבעיט טשעקלעך וואס עין לא ראתה, פאר דעם וועט דער מענטש זוכה זיין צו א נחלה בלי מצרים, פון וואס מען וועט שעפן תענוג לנצח נצחים. &nbsp; די גאָווערנאָר האט ביים מעלדן דעם נייעס געזאָגט אז "ניו יאָרקער איינוואוינער זענען שווער באַטראָפן געוואָרן פון די אינפלאציע קריזיס אין די לעצטע פּאָר יאָר, דעריבער וויל איך פאַרטיילן די טשעקס פון בסך הכל 3 ביליאָן דאָלער פאַר ניו יאָרקער שטייערצאָלער."&nbsp; &nbsp; עס איז באמת מער פון דעם ווי דער שכר וואס א מענטש קען באקומען, ווען א מענטש איז פרייליך מיט די מצוות, ער פריידט זיך מיט'ן שבת, ער האט ליב תורה ומצוות, דארף ער נישט קיין ריבעיט, ער ברויך נישט קיין שכר, ער דארף שוין גארנישט, בשעת געלט קען נישט געבן פאר א מענטש צופרידנהייט, ווען די רעגירונג וואלט געמאלדן פאר א מענטש אז ער וועט באקומען א מיליאן דאלער ריבעיט, וואלט ער געווארן זייער פרייליך, ווייל ער טראכט ווען איך וועל האבן די מיליאן דאלער וועלן זיך אלע מיינע פראבלעמען ענדיגן. אבער דאס איז לגמרי נישט אמת. מען קען נישט איינקויפן שלום בית מיט געלט, מען קען נישט קויפן געזונט מיט געלט, און מען קען נישט קויפן צופרידנקייט מיט געלט. עס איז פונקט פארקערט, יעדע דאלער וואס א מענשט האט איז עס נאך א קאפ וויי און נאך א צרה. דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטענס געזאגט, "ווען דיין בוילער צוברעכט זיך, דארפסטו יעצט האבן די קאפ וויי פון זיך זארגן אז דער בלויער זאל זיין צוריק געשטעלט, פארוואס דארפסטו נעמען דריי בוילערס?". &nbsp; לויטן פּלאַן וועלן מער פון אכט און א האלב מיליאן מענטשן אין ניו יארק וועלן באקומען די טשעקס. די וואָס האבן פארדינט אונטער 150 טויזנט דאָלער לעצטע יאָר וועלן באַקומען א טשעק פון 300 דאָלער, און משפחות וועלן באקומען א טשעק פון 500 דאלער, אויב זיי האבן פארדינט ביז 300,000 דאָלער א יאָר. וואס וועט זיכער צוניץ קומען פאר ערליכע אידן וואס לעבן מיט'ן אויבערשטן און זענען צופרידן מיט וואס עס פאסירט מיט זיי אז זיי זאלן האבן נאך עפעס אויף וואס צו דאנקען דעם אויבערשטן.

    < זעה מער ט כסלו תשפ"ה 📝
  • תפלת ישראל וועלן זיכער צושטערן די גזירות קעגן די אידישע חינוך

    די וואך איז אנגעקומען א שטרענגע אימעיל פון די לאקאלע סקול דיסטריקטן פאר די ישיבות און חדרים וואס האבן נישט אויסגעוועלט קיין "פעטוועי", אינעם אימעיל באקלאגן זיי זיך הלמאי מען איגנארט זיי און מען וועלט נישט אויס קיין וועג וויאזוי מען וועט פאלגן דעם געזעץ, און דעריבער וויבאלד מען האט נישט אליינס אויסגעוועלט קיין פעטוועי לייגט זיי ארויף דעם מוסד מדעת עצמם אויף "פעטוועי נומער 7". &nbsp; בקיצור וואס דא גייט פאר, די ניו יארק סטעיט האט זיך לעצטענס פארלייגט אויף די מוסדות התורה און פאדערן זיי אויף מען זאל זיי אויפווייזן אז מען קומט נאך דעם געזעץ אז יעדע אפיציעלע סקול אין די סעיט מוז זיין - נישט מער און נישט ווייניגער - אזוי ווי א פאבליק סקול(!), אויך פריוואטע און רעליגיעזע שולעס פאלן אונטער דעם געזעץ. דער פלאג גייט שוין אן אין די לעצטע יארן, דער געזעץ איז שוין אפילו געווען אין געריכט עטליכע מאל, און דערפאר האט זיך עס פארשלעפט ביז יעצט &nbsp; אויספאלגן דעם געזעץ כמו שהוא קען נישט קומען אין באטראכט. מיר זענען מחנך אונזערע קינדער אויף די וועגן פון די תורה, אויף דעם הערליכן אויסגעטרעטענעם וועג וואס מיר גיין שוין פון מעמד הר סיני, און דא אין אמעריקע איז דער וועג שטאנדהאפטיג אוועקגעשטעלט געווארן דורך די פריערדיגע צדיקים ובראשם דער הייליגער סאטמארע רבי זי"ע. און ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געגרינדעט די ברלסב'ע מוסדות, האט מוהרא"ש געהייסן פארן ראש ישיבה שליט"א אז ער זאל איבערשמועסן די יסודות וויאזוי אן ערליכער מוסד דארף זיף פירן מיט די עלטערע תלמידים פון הייליגן סאטמאר'ן רבי'ן זי"ע און אזוי זאל ער פירן דעם מוסד, און זיך נישט אוועק רירן פון דעם קיין זוז כל שהוא. &nbsp; געלויבט דעם אויבערשטן אז די הייליגע ערליכע חינוך ברענגט זיסע פירות, עס קומען ארויס פון די ערליכע אידישע חדרים שיינע דורות פון ערליכע בעלי בתים יראי השם וואס לעבן מיט א ציל, זיי זענען עוסק אין ברענגען פרנסה ערליכערהייט מיט'ן ציל צו ברענגען אויף דער וועלט א פרישע דור אידן וואס לעבן מיט'ן אויבערשטן, עס קומען ארויס געטרייע אידישע צניעות'דיגע מאמעס מיט יראת שמים, וואס זענען זיך מוסר נפש פאר זייערע קינדער'ס וועגן און געבן זיך אפ מיט זייערע קינדער זיי אויפצוברענגען לתורה ויראת שמים. &nbsp; פון די אנדערע זייט זענען די פאבליק סקולס א דורכפאלן וואס איז נישטא איר'ס גלייכן, ביי די טויערן פון יעדע פאבליק סקול שטייען באוואפענטע וועכטער צו היטן אויף די צעווילדעוועטע אינגעטליכע, און זייערע ווענט זענען אנגעפילט מיט אלע מיני פארברעכערערישע אקטיוויטעטן, אזוי ווייט אז א טיטשער איז נישט פארזיכערט אהיים צו קומען לעבעדיג ביינאכט, ווער ווייסט וואס אן אויפגערעגטע סטודעט וועט ברענגען אין שולע. &nbsp; ווען די ליבעראלן וואלט געהאט נאר אביסעלע שכל וואלטן זיי געמאכט א געזעץ אז די פאבליק שולעס דארפן נאכמאכן די מסודות התורה, זיי זאלן קומען פרעגן די רבנים וויאזוי מען קען מחנך זיין קינדער זאל זיין געזונט פיזיש און גייסטיש. א אידישע מוסד זאל זיך פארגלייכן צום פאבליק סקול? קומט אפילו נישט אין באטראכט! &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז אונזערע קינדער האבן נישט קיין פרייז, און אויב די רעגירונג וועט אוועקנעמען עטליכע מיליאן דאלער פון די מוסדות צוליב מען קומט נישט נאך דעם געזעץ, איז נישט עק וועלט. עס איז נישט קיין אפציע מיר זאלן פארקויפן אונזערע קינדער צו די סטעיט. אונזערע קינדער זענען נישט פאר סעיל... &nbsp; מען בעט אנשי שלומינו זאלן ווייטער אינזין האבן אונזערע טייערע קינדערלעך און בעטן דעם אויבערשטן אז די השתדלות וואס פארשידענע עסקנים לייגן אריין אין פילע פראנטן זאלן מצליח זיין, און די גזירה קעגן דעם ערליכן חינוך זאל בטל ווערן.

    < זעה מער ח כסלו תשפ"ה 📝
  • אסאד רעזשים פון סיריע געפאלן

    היסטאריע שפילט זיך אפ אין סיריע: די רעבעלן גרופע "האַיאַיט טאַכריר אַל-שאַם" האבן איבערגענומען די הויפט שטאט דמשק, און דער לאנג-יעריגער דיקטאטור באשאר אל-אסאד איז געווען געצווינגען צו אנטלויפן, לויט טייל באריכטן קיין רוסלאנד. &nbsp; אביסל בעקגראונד: נייציג פראצענט סיריע באשטייט פון סוני-מוסלמענער, און בלויז בערך צען פראצענט זענען שיא-מוסלמענער, הויפטזעכליך אלאוויטן. די אלאוויטן זענען שטארק פארפיינטעט ביי די סוניס, וועלכע באטראכטן זיי אלס "כופרים". די אסאד משפחה, וועלכע שטאמט פון די אלאוויטן, האט געפירט דאס לאנד מיט אייזענע פויסט מער ווי פופציג יאר, ערשט דורך כאפעז אל-אסאד, און דערנאך דורך זיין זון באשאר. &nbsp; די צוזאמפאל פון אסאד'ס רעזשים ברענגט אונז צו טראכטן ווי וויכטיג עס איז ריכטיג אויסצונוצן א צייט פון רואיגקייט. אסאד האט געהאט גענוג צייט געהאט צו פארבעסערן זיין מיליטער און זיך גרייטן פאר א פרישע אפענסיווע, אבער ער האט אויסגענוצט די רואיגע צייט צו שלאָפן. און ער איז געכאפט געווארן אין סורפרייז ווען די רעבעלן האבן זיך גענומען איבער זיינע קרעפטן מיט א בליץ-אפענסיווע און אים ארויסגעווארפן. &nbsp; מיר דארפן דאס אריינעמען אין אונזער לעבן. און דוקא ווען מיר שפירן אז עס גייט אונז גוט, און מיר קענען טראכטן "ווער דארף חיזוק? וואס דארף איך דעם צדיק?" אבער דווקא דעמאלטס איז דאס דער בעסטער צייט זיך צו אנצושעפן מיט חיזוק, הדרכה און אמונת צדיקים. מיר קענען קיינמאל וויסן ווען דער קומענדיגער נסיון גייט אנקומען. מיר דארף זיין גרייט מיט די נויטיגע כלים און געווער. &nbsp; די סירישע בירגער-קריג, ציט זיך שוין דרייצן יאר, און עס איז אינטערערסאנט צו זען די קאלירפולע אויסוואל פון פילע לענדער האבן געשטיצט די קעגנזייטיגע צדדים, פיל מאל האבן זיך פיינטליכע לענדער זיך געטראפן אין א מאדנע סיטואציע ביים ביים שטיצן די זעלבע זייט פון איינע פון די צוויי צדדים. אסאד האט געהאט די מערסטע שטיצע פון רוסלאנד און איראן, יעדער איינער מיט זייערע חשבונות וואס מיט זייער הילף האט ער אנגעהאלטן זיין שליטה כאטש טיילווייז ביז יעצט. &nbsp; אין די לעצטע וואכן האבן די רעבעלן באשלאסן אז יעצט איז זייער צייט, נאכדעם וואס זיי האבן זיך צוגעגרייט אין די לעצטע יארן שטילערהייט, האבן זיי געמאכט דעם חשבון אז כיזבאלא פון איראן און רוסלאנד זענען יעצט ביידע פארנומען מיט זייערע אייגענע פראבלעמען און מלחמות, און ווי דער ראש ישיבה זאגט אייביג, א חבר איז נאר דא ווען ער קען עפעס בענעפיטירן, אבער אין צייט פון קריזיס זעט מען ווער עס האט נאר געמיינט זיך, און אזוי איז טאקע געווען די רוסן און די איראנער זענען שנעל אנטלאפן און די רעבעלן האבן גרינגערהייט ארויסגעשופט די אסאד קרעפטן פון די גרויסע שטעט און האבן בליץ שנעל איבערגענומען די מאכט, ביז אסאד האט געמוזט אנטלויפן. &nbsp; לאמיר אויך אויסנוצן די צייט ווען עס איז שטיל, די קאפ איז אפן און מען קען פארנעמען צו הערן הדרכה און חיזוק פונעם צדיק, יעדער גייט דורך א צייט אין לעבן ווען ער דארף די חיזוק ווי אקסיגען צום אטעמען, און מען קען קיינמאל נישט וויסן ווען עס וועט אנקומען. לערן נאך א בריוו אשר בנחל, הער אויס נאך א חיזוק שיעור פון ראש ישיבה שליט"א, דאס איז דיין געווער וואס וועט דיר געבן די כחות צו געווינען דיין קריג. &nbsp;

    < זעה מער ז כסלו תשפ"ה 📝
  • פרעזידענט ביידען פארדאנירט זיין זון

    דער אמטירענדערע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דזשאו ביידען, וואס איז שוין מיט איין פיס אינדרויסן האט באשלאסן אין די לעצטע טעג פון זיין קאדענץ צו באגנאדיגן זיין זון האנטער. &nbsp; די געשיכטע פון האנטער ביידען גייט צוריק א לאנגע צייט, עס איז שווער איבערצוגיין אלע דעטאלן, אבער בשעת טראמפ איז באשולדיגט געווארן אין זיך אננעמען פאר רוסלאנד, און אז רוסלאנד האט אים צוגעהאלפן געווינען זיין ערשטער טערמין, האבן זיינע קעגנער באשולדיגט ביידען אין זיין משוחד פון אוקריינע, ווען ער איז געווען אין די באורד פון די אוקראינישער באריסמע אויל פירמע בשעת זיין טאטע איז געווען וויצע פרעזידענט. דער פאזיציע איז געווען בלויז א טיטל אן א מיטל, און זיינע באשולדיגער טענה'ן אז די סיבה פארוואס די פירמע האט אים באצאלט אזויפיל געלט איז בלויז צו קענען שטופן די אבאמא-ביידען אדמיניסטראציע צו אינטעווינירן אין אוקראינע לטובת דער פירמע. &nbsp; כאטש ביידען האט פארשפראכן אז טראץ וואס ער אלץ פרעזידענט האט די כח צו פארדאנירן וועם ער וויל, וועט ער עס נישט טון פאר זיין זון, צוליב "קאנפליקט אף אינטערעסט", און ער וועט נאטורליך אלס טאטע נאר זען די אומשולד פון זיין זון, האט ער היינט ארויסגעגעבן א דעקרעט וואס טוט ריינוואשן זיין זון און אים באגנאדיגן פון סיי וועלכע פארברעכן ער זאל נאר האבן געטון אין אמעריקע אין די לעצטע עלעף יאר. &nbsp; טראץ וואס פילע פאלטיקאנטן - בעיקר אויף די לינקע זייט - ברויזן, איז עס אבער געווען צו ערווארטן, ווייל א טאטע בלייבט א טאטע, טראצדעם וואס עס איז באקאנט אז דער האנטער האט געמאכט אסאך בזיונות פאר זיין טאטן, ער האט געליטן פון אים אסאך צער גידול בנים, קען קיינער נישט אוועקנעמען די רחמנות פון א טאטע צו זיינע קינדער. &nbsp; דאס דארפן מיר אויך געדענקען אין אונזער לעבן, מיר זענען טאקע נישט געווען וואויל, אבער דער אויבערשטער איז דער בעל הרחמים, דער מקור החסד, און זיין רחמנות איז אומבאגרענציט, אז מיר וועלן אים נאר איבערבעטן און מודה זיין אז מיר זענען נישט געווען גוט, וועט דער "חנון המרבה לסלוח" אונז באגנאדיגן נאך אסאך שטערקער און בעסער פון דעם פרעזידענט צו זיין זון. דער באשעפער וועט אונז שטעלן אויף א פלאץ ווי אפילו צדיקים גמורים קענען נישט גרייכן. דאס קען א פרעזידענט נישט טון. &nbsp; ווי דער ספעשל קאנסול וואס איז געשטעלט געווארן אויף דעם קעיס האט געזאגט אז ער גייט ווייטער מיט די קלאגעס, זאגענדיג אז ער האט טאקע באקומען פארדאן ער זאל נישט קענען באשטראפט ווערן, אבער ער קען נאך אנגעקלאגט ווערן. &nbsp; בשעת די אויספארשונגען זענען ארויפגעקומען נאך פילע באשולדיגונגען אויף אים, איינס אז ער האט ליגט געזאגט אויף זיין אפליקאציע צו קויפן א ביקס, שרייבענדיג אז ער נעמט נישט קיין דראגס, בשעת ער האט שטארק געליטן פון צוגעבינדעקייט צום סם המות. אזוי אויך ווערט ער באשוליגט אין שטייער שווינדל, אז ער האט נישט באצאלט באצייטענס זיינע שטייערן פאר די אמעריקאנער רעגירונג. &nbsp; מיר אבער וועלן ארויסגיין דורך וודוי דברים צום אויבערשטן מיט א פולקאמע פארדאן, א גענצליכע מחילה סליחה וכפרה, אן קיין שום פלעק.

    < זעה מער א כסלו תשפ"ה 📝
  • דער שווארצער פרייטאג

    קומענדיגע ערב שבת קודש ווערט אין די אלגעמיינע אמעריקאנער גאס גערופן דער "שווארצער פרייטאג" (בלעק פריידעי), דאס איז נישט ווייל עפעס שווארץ און שלעכט האט דאן פאסירט, נאר ווייל דאס איז דער סעזאן ווען די אלגעמיינע באפעלקערונג גרייטן זיך צו זייערע חגאות פייערונגען, דערמיט וואס זיי קויפן איין געשאנקען איינע פארן צווייטן, און דערפאר וואס די געשעפטן קאנקורירן איינע מיט'ן צווייטן יעדער וויל כאפן די קונדן זאלן קויפן ביי זיי, ווערט ארויסגעלייגט גאר ספעציעלע ביליגע פרייזן אין די טעג, וואס דערמיט האפן זיי אריינצוכאפן דעם ציבור צו זייער געשעפט. &nbsp; עס איז נאריש צו טראכטן אז מען קען אפקויפן די ווייב/מאן און קינדער מיט א מתנה, די מארקעטערס ווילן אונז איינרעדן אז אזוי קען מען זיך איבערבעטן, און אפילו א גאנץ יאר רעדט מען נישט און ווען יא קריגט מען זיך, קען מען אלעס פארגיטיגן מיט א שיינע "גיפט", בפרט אויב מען נעמט עס נאך ארום מיט שיינע איינפאק (רעפינג) פאפיר. &nbsp; טאקע ריכטיג, ווען די פאר פאלק רעדן שיין איינע צום צווייטן, מען איז מוותר, און דערנאך קומט א מתנה, איז נישט קיין שלעכטע זאך, עס שאדט נישט; אבער דאס וועט עס נישט מאכן. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אייביג אז דער עיקר איז דאס הארץ, אז דו געסט א מתנה, טראכט נישט אז דער ברענד נעים וועט ברענגען די הערצער נענעטער, רעד זיך נישט איין אז דער שטאקיגער איינפאק מיט די שיינע בענדלעך און שלייפן וועלן אלעס פארגלעטן; וואס יא? שרייב צו עטליכע גוטע ווערטער. מאך נישט ווידער קיין טעות אז דו דארפסט לויפן צום בארימטן חרוזים מומחה וואס וועט אריינפלעכטן די שענסטע מליצות און די קונסליכסטע ראשי תיבות און גימטריאות וואס אפילו ער פארשטייט נישט, אויסדרוקליך נישט, שרייב פשוטע ווערטער וואס גראמען נישט, אבער שטימט, שפאר נישט קיין גוטע ווערטער ווי שטארק דו שעצט און דו ביסט מכיר טובה. דאס ברענגט א קירוב לבבות און בויעט אויף א שטארקע קשר. &nbsp; די זעלבע זאך ווען עס קומט צו רעדן צום אויבערשטן, דארפסט נישט זאגן קיין קונצליך חרוזים און רעדן אויף לשון הקודש, רעד נישט פארמאל. רעד צום אויבערשטן וואס מער פשוט, זאג אים ווי שטארק דו האסט אים ליב, זאג אים ווי שטארק דו גלייבסט אז ער האט דיר ליב, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, פארצייל אים ווי שטארק עס טוט דיר וויי אז דו ביסט דורכגעפאלן. דארפסט נישט גיין צו עפעס א ספעצילע פלאץ אדער זיך אנטון מיט ספעציפישע מלבושים, ווארט נישט אז דו זאלסט האבן א התעוררות, און דו שפירסט אז דיין הארץ איז אפן, סטאפ יעצט ווי דו ביסט, און זאג אים א ישר כח פאר דיין לעבן, דאנק אים אז דו ביסט געזונט, זאג אים ווי שטארק דו ביסט אים מכיר טובה פאר דיין טאטע/מאמע/מאן/ווייב/קינדער. דאס וועט מאכן דיין קשר מיט'ן אויבערשטן א קשר של קיימא, וואס וועט דיר צובינדן אויף א וועג וואס דו וועסט זיך נישט קענען אפרייסן פון אים אויף אייביג. פרוביר עס אויס, וועסט נישט דערלייגן. &nbsp; לגבי בלעק פריידעי איז גוט צו זיין וואכזאם און נישט קויפן זאכן וואס מען דארף נישט. בעסער צו זיין שולדיג די אלע שיינע זאכן וואס די געשעפטן טוען יעצט אפערן פאר זיך אליינס, ווי איידער מען זאל זיך אנמאכן חובות און זיין שולידג פארן קרעדיט קארד אויף לאנגע חדשים.

    < זעה מער כז חשון תשפ"ה 📝
  • אומגעראכטענע שניי לאזט איבער שיינע ווייסע צודעק אויפן אפסטיעט ראיאן

    אידישע קינדער דאנקען דעם אויבערשטן אויף די רעגן און שניי וואס איז געקומען פאריגע וואך סוף וואך, בפרט נאכדעם וואס עס איז דורך א לאנגע תקופה אן קיין רעגנס, און מען האט געשפירט וואס דאס מיינט אז עס קומט נישט קיין רעגן א לאנגע צייט, וואס האט נאכגעפאלגט מיט די שטארקע טרוקעניש און די פייערס און רויעך. &nbsp; א מענטש קען צומאל פארגעסן וואס פארא טובה עס איז אז דער באשעפער שיקט אונז כסדר רעגן, און ווען עס גייט דורך א תקופה וואס עס רעגנט כסדר קען מען חלילה בועט זיין בטובה. דער אויבערשטער האט אונז אבער דאס מאל געשיקט א דערמאנונג אז רעגן איז א גרויסע טובה פאר אונז. &nbsp; די יעצטיגע תקופה איז נאך אביסל פרי פאר שניי, געווענליך שנייעט נאך נישט אין אונזער געגענט אזא צייט פון יאר, און ווען יא, כאפט עס ממש נישט. ווען די וועטער האט פארגעזאגט א שטיקל רעגן-שניי אויף סוף וואך, האבן זיי טאקע געזאגט אז כאטש עס וועט אפשר זיין אויסגעמישט פון שניי פון צייט צו צייט וועט עס אבער בכלל נישט כאפן. &nbsp; ווען מען האט געקוקט אויף די ביימער האט מען אויך געזען אז נישט אלע זענען שוין גרייט, דער אויבערשטער האט ברוב רחמיו וחסדיו איינגעשטעלט זיין וועלט אויף א הערליכע סדר, ווען עס קומט די ריכטיגע צייט, עס קומט שוין ווינטער, באפרייען די בוימער זייערע בלעטלעך, זיי לאזן עס גיין פריי, און אזוי ארום ווען עס קומט אן די שנייען, וועגן נישט די שניי צו שטארק אויף די ביימער, ווייל זיי האבן נאר די דינע צווייגן וואו זיך אראפ צו שטעלן. &nbsp; אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט אנדערש ווי די וועטער מומחים האבן געהאט געזאגט, דער אויבערשטער האט געשיקט א שטערקערע קעלט ווי די פאראויסשאצער האבן געמיינט, און דאנערשטאג נאכט האט זיך אראפ געלאזט א שטארקע שניי וואס האט האט איבערגעלאזט עטליכע אינטשעס שווערע נאסע שניי אויף פילע ראיאנען אין אפסטיעט. &nbsp; מען האט אבער געזען אן אינטערעסאנטע זאך, כאטש רוב ביימער האבן שוין געהאט באפרייט זייערע בלעטער און האבן גרינג דורכגעמאכט דעם שטורעם, זענען אבער געווען ביימער וואס האבן זיך מחמת איזה סיבה שהוא נישט געקענט שיידן פון זייערע באליבטע בלעטער, זיי האבן זיך געשפריט - זעט אויס - זייער צוגעטשעפעט צו זייערע בלטערע און האבן נישט געקענט פועלן ביי זיך זיי צו לאזן גיין, זיי האבן אפשר געטראכט - מען מוז זיי "שוין" יעצט לאזן גיין? אפשר קען מען עס לאזן אויף מארגן, כ'מיין וואס וועט שוין זיין אויב מען ווארט נאך א טאג צוויי? &nbsp; זיי האבן אבער געמאכט א טעות, ווען מען פארט דורך די גאסן זעט מען נעבעך די אלע ביימער וואס זענען געווען אזוי שיין באדעקט מיט די הערליכע בא'טעמ'טע רויטע בעקעלעך בלטעלעך שטייען יעצט ארעם און צובראכן, זיי ווייסן נישט וואס פארא שלאק האט זיי באטראפן, פלוצלינג איז אנגעקומען א ווינט מיט א שטורעם און נאך פאר וואס ווען האבן זיי זיך געטראפן אינגאנצן צובראכן און צוקלאפט, זייערע שיינע צווייגן זענען נעבעך אינגאצן אוועקגעפאלן. &nbsp; די אלע ביימער וואס האבן זיך אבער געמאכט דעם חשבון אז מען דארף לאזן די שיינע בלטער גיין ווען עס איז דער ריכטיגער צייט, זענען אבער געבליבן גאנץ און פרעכטיג.

    < זעה מער כג חשון תשפ"ה 📝
  • גרויסע אמעריקאנער ביליגע עירליין "ספיריט" באנקראטירט

    איינע פון די פראמינענטע אמעריקאנער ביליגע עירליינס "ספיריט עירליינס" האט געפיילט פאר בענקראט שוץ, נאכדעם וואס זייער פראבע זיך צוזאם צו שטעלן מיט אן אנדערע ביליגע עירליין "פראנטיער עירליין" איז דורכגעפאלן. &nbsp; די וועג וויאזוי די פירמע האט אפערירט איז געווען דורך פרובירן צו צושטלען די ביליגסטע פרייז אויף די מארקעט, אבער חוץ אויב קאסטומערס זענען געקומען אן קיין פעקלעך זענען זיי געווענליך געווארן אנטוישט ביים עירפארט ווען זיי האבן געדארפט צוצאלן פאר יעדע זאך, ווי פקעלעך, אויסוועלן א זיץ, אדער באקומען צו עסן אויפן פליגער. &nbsp; כאטש זיי האבן געהאט מער קאסטומערס פון פאריאר, און זייערע טיקעטס זענען געווען ביליגער, זענען אבער זייערע קאסטן שטארק ארויף, און היינט צו טאגסט טראגט זי א לאסט פון א ביליאן דאלער חובות, א זאך וואס האט ווייטער נישט געקענט אנגיין. די פירמע האט געזאגט אז זינט פינף יאר צוריק זענען ארויס יעדעס יאר אן קיין שום ריווח, און ביזדערווייל האט זיך אנגעזאמעלט דער גרויסער בארג פון חובות, פון וואס זיי קענען זיך נישט ארויסזען. &nbsp; דער עירליין האט געזאגט אז כאטש זיי האבן געפיילט באנקראט, גייט דער עירליין ווייטער אן, און אלע וואס האבן געקויפט טיקעטס וועלן ווייטער סערווירט ווערן, און נאך מער, מען קען נאך אויך בוקן טיקעטס אויף ווייטער. &nbsp; "אויב מען זוכט בלויז דער גרויסער נומער וואס יעדער זעט, איז עס א גוטע רעצעפט פאר באנקראט" האט זיך א פראמינענטער אנאליסט אויסגעדרוקט, "די קאסטומערס זענען נישט נאריש, זיי זעען זייער שנעל אז דער ביליגער פרייז איז געפאפּט, ווען באמת צאלט מען ארויף אויף די פעקלעך", די זעלבע זאך טוט דער סמ"ך מ"ם מיט אונז, ער פרובירט אונז אויסצונארן צו כאפן א גוטע דיעל וואס זעט אויס שיין, "שייד זיך אפ פון דיין משפחה, לעב מיט פרישות און חומרות", אבער מיר טארן זיך נישט לאזן פון אים, ווייל דערנאך צאלט מען ארויף א טייערע פרייז. צדיקים זאגן אונז אז מען קען נישט דינען דעם אויבערשטן אויב מען האט נישט קיין שלום בית. די זעלבע זאך מיט מחלוקת, ער פרובירט אונז צו דרייען דעם קאפ אז מען דארף קעיר נעמען פון דעם אדער פון יענעם, אבער מיר דארפן געדענקען אז אן ערליכער איד קען מען נישט דערקענען פון דרויסן, ער קען אויסזען פונקט ווי א פשוטער מענטש, אבער ווען מען טשעפעט אן ערליכער איז איז די פרייז זייער טייער. דערפאר דארפן מיר שטיין ווייט פון מחלוקת ווי פון פייער, און בעטן דעם אויבערשטן יעדן טאג מיר זאלן ארויסגיין מיט ריווח פון דער וועלט און זיך נישט לאזן נארן פון די גלאנציגע פאלשע גליקן.

    < זעה מער יט חשון תשפ"ה 📝
  • וויכטיגע אונטערוואסער קאמיוניקאציע קעיבל צווישן פינלאנד און דייטשלאנד געשעדיגט

    רוב פון די קאמוניקאציעס וואס פילסן פון איין עק וועלט צו די אנדערע, ווערן דורכגעפירט דורך פיזישע קעיבלס (דרונטן), דאס רעכענט אריין סיי טעלעפאן, איטערנעט און פילע אנדערע שנעלע קאמיוניקאציע מיטלען וואס די וועלט באנוצט זיך. דאס איז אנדערש ווי אסאך מיינען, אז היינט גייען זיי אלע דורך די סעטעלייטס. &nbsp; גאר אסאך קעיבלס זענען דורכגעצויגן צווישן די לענדער און קאנטינענטן אוטערן די ריזיגע אקעאנען, און לענדער זענען באזארגט איבער זייער זיכערהייט, נאכדעם וואס עס זענען פארגעקומען עטליכע אינצידענטן ווי פארשידענע לינעס זענען געווארן געשעדיגט. &nbsp; בשעת די וועלט איז פארנומען מיט'ן "פארזיכערן" די ווייערס וועלכע לויפן אונטער'ן וואסער, וועלן מיר לויפן זיך איינטינקען אונטערן וואסער, גיין אין מקוה יעדן טאג, און זיך פארנעמען פון יעצט צו זיין גוט, דאס איז "פארזיכערט" פון יעדע פגע, און אפילו מען ווערט חלילה געשעדיגט, דער יצר הרע ווארפט אראפ, האבן מיר דעם פארזיכערטן עצה פון הייליגן רבין, צו לויפן אונטערן וואסער, זיך איינטינקען און זיך מכניע זיין פאר'ן אויבערשטן, און תיכף זאגן דעם תיקון הכללי. ווען א מענטש זאל ווען וויסן וואס דער תיקון הכללי טוט פאר זיין נשמה, וואלט ער עס יעדן טאג געזאגט. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז אנשי שלומינו פירן זיך צו זאגן דעם תיקון הכללי יעדן טאג נאכן דאווענען, נאך איידער מען טוט אויס די תפילין. ווייל אויסער דעם וואס דאס פארעכעט אלעס, מען קומט ארויס פריש אפגעבאדן, איז עס מסוגל צו אלע ישועות, בפרט פרנסה. &nbsp; די נאטא באאמטע האבן שוין געלאזט וויסן אז זיי קוקן איבער די זיכערהייט פון די פילע לינעס וואס לויפן פון און צו זייערע לענדער, סיי פון קאמיוניקאציע און אזוי אויך פון פייפס וואס ברענגען און טראגן גאזן און אנדערע זאכן. &nbsp;

    < זעה מער יז חשון תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 87 results

1 2 3 4 5 6
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com