Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • ברסלב טשערידי "הארץ" קאמפיין גרייכט איבער 25 פראצענט פון די האלבע מיליאן דאלער קאמפיין!

    בחסדי ה' יבתרך האבן זיך אידן פון איבער די גאנצע וועלט זייער ווארעם אנגערופן צום "ברסלב הארץ קאמפיין", און בלויז אין די ערשטע 2 א האלב שעה איז שוין נתנדב געווארן איבער 130 טויזענט דאלער דורך ווארימע הערצער. פון דא גייט ארויס די רוף צו אלע וואס ליינען דעם נייעס, און האבן הנאה פון דעם וועבסייט וואס בסך געבן מיר נישט מער ווי איבער ווייטער וואס דער ראש ישיבה שליט"א געט אונז. ביטע העלפט ארויס אז די ווארימע הארץ וואס קלאפט זאל ווייטער קענען אנגיין. דער הארץ וואס געט חיות פאר אזויפיל אידישע הערצער, און בלאזט אריין אקסיגען צו אטעמען, פאר אידן פון נאנט און ווייט, נישט קיין חילוק ווי חשוב אדער חלילה ווי געפאלן מען איז. ווייזט ארויס אייער הכרת הטוב, און מאכט זיכער אז דער האלבע מיליאן דאלער ציל ווערט דערגרייכט. געדענקט: פרוטה ופרוטה מצרפת. יא, "אייער דאלער מאכט אויס!". בפרט יעצט ווען איר האט די געלעגענהייט אז יעדע דאלער וואס איר געט פאר די ברסלבע מוסדות איז 4$ ביז די קומענדיגע 33 איבערגעליבענע שעה. אזוי אויך קענט איר געבן אייער נדבה לכבוד איינע פון די איבער הונדערט אידן וואס האבן זיך אונטערגענומען א ציל. אחד המרבה, ואחד הממעיט ובלבד שיכיון לבו לשמים. https://www.charidy.com/breslev

    < זעה מער ה תמוז תשע"ח 📝
  • טשערידי וועבסייט פיעדזש פאר "ברסלב הארץ קאמפיין" ווערט צוביסליך אויפגעבויעט

    אזוי פיל אידן פון איבער די וועלט שעפן זייער גאנצע חיות, זייער גאנצע אידישקייט, זייער גאנצע שייכות מיטן באשעפער, פונעם הייליגן ברסלבן ישיבה.&nbsp;יעדער שפירט פאר א זכיה צו&nbsp;העלפן און שטיצן דעם געוואלדיגן פראיעקט. "דער ישיבה מיטן ראש ישיבה האבן מיר געטוישן מיין לעבן", איז א סטעיטמענט וואס מ'הערט זייער אפט. דער פארציילט ווי ער האט זיך געמוטשעט מיט די קינדער, און א דאנק א דרשה, אדער א קונטרס האט ער באקומען א קלארע מהלך וויאזוי צו גיין, דער פארציילט דאס זעלבע איבער זיין שלום בית, אויף וועלכע ער האט שוין לאנג אויפגעגעבן. א דריטער האט שוין זייט זיין חתונה זיך געזעגענט פון יעדע ספר, און האט באקומען א ליבשאפט צו די תורה, דורך די עצות פון ראש ישיבה. און ליסטע גייט ווייטער און ווייטער. יעצט דארפן די מוסדות האבן א נייע פלאץ פאר די מיידלעך, וואס האבן נישט ווי צו גיין קומענדיגע זמן. אזוי אויך איז די חדר פון די אינגלעך שוין אויסגעוואקסן. בעזרת ה' יתברך וועט מען אויפטרייבן די געלט צו קענען אהערשטלן א פרישע פלאץ פאר די סקול און פאר די חדר. דער קאמפיין האט א ספעציעלע חשיבות, ווייל חשובע נדבנים האבן זיך אונטערגענומען צו "מעטשן" 3 מאל יעדע דאלער וואס ווערט געגעבן. דאס הייסט אז יעדע&nbsp;דאלער וואס וועט געגעבן ווערן פארן קאמפיין קומענדיגן מאנטאג און דינסטאג וועט ווערן 4 דאלער. און ווי די טשערידי סיסטעם ארבעט, וועט עס זיין "אלעס אדער גארנישט", אויב אין 36 שעה וועט נישט ווערן אויפגעטריבן די גאנצע סומע ביז $500,000&nbsp;וועט אלעס צוריק גיין. דערפאר&nbsp;וואס א טאג נענטער עס קומט צום קאמפיין ווערט מען מער און מער געשפאנט, און מען קוקט ארויס אויפן הצלחה פונעם קאמפיין, בעזהשי"ת. די עסקנים ארבעטן יעצט אויפן פעידזש פונעם וועבסייט, איר קענט זען וואו די ארבעט האלט יעצט אויפן פאלגענדן לינק charidy.com/breslev

    < זעה מער ל סיון תשע"ח 📝
  • שידוך שליסן / תנאים פון הב' יעקב הלל ני"ו בן מוה"ר יואל פארקאש הי"ו

    מיט גרויס שמחה האבן אנ"ש אויפגענומען די פרייליכע בשורה פונעם שידוך שליסן פון הב' החשוב יעקב הלל פארקאש הי"ו תלמיד הישיבה, בן מוה"ר יואל הי"ו, עב"ג הכלה החשובה בת מוה"ר מנחם גאלדשטיין הי"ו אב"י בעיר מאנסי. דער שידוך שליסן / לחיים איז פארגעקומען נעכט שפעט אויף דער נאכט אויף א שיינע באשיידענע אופן, מיט די באטייליגונג פון אן ענגע צאל קרובים און ידידים, וועלכע זענען זיך געקומען מיטפרייען און אנווינטשן פאר'ן חתן און די מחותנים. די מחותנים האבן געהאט חשק שוין אויפן פלאץ צו פארליינען דעם תנאים, אזוי מוהרא"ש זי"ע האט אלץ געוואלט. איינע פון אנ"ש וואס האט זיך באטייליגט, האט פארשאפט אויפן פלאץ א "שטר התנאים", וואס איז פארגעליינט געווארן דורך מו"ה מאיר דוד פארקאש הי"ו, א פעטער פונעם חתן ני"ו. די מחותנים דארפן אויסגעלויבט ווערן פארן האבן דעם קאפ אויפן פלאץ בעת די גרויסע שמחה, און האבן זיך געשפארט די אלע קאפ וויי וואס די אלע מסיבות ברענגען געווענליך מיט. די מחותנים, די חתן כלה און די געשוויסטער דארפן זיך פריש אויסשטאפירן, מ'דארף דינגען א זאל, קויפן בלומען, מטריח זיין די קרובים און ידידים איינמאל און נאכאמאל ארויס צו קומען, נאר אנשטאט דעם האבן זיי געמאכט דעם שידוך שליסן / לחיים / ווארט / תנאים וכו' אויף איין מאל אויף א בא'חנ'טע און באשיידענע פארנעם. "ווען מ'פאלגט מוהרא"ש, האט מען נחת פון די קינדער, און די שידוכים קומען אן גרינג אן קיין קאפ וויי און דאגות", האט זיך דער מחותן אויסגעדריקט. "ווילאנג מ'האט א בחור אין ישיבה, איז דא עקספענסעס, שכר לימוד א.א.וו. אבער, ווען מ'טוט א שידוך בשטו"מ, איז מער נישטא קיין הוצאות". דער חתן ני"ו איז געווען נישט לאנג צוריק ביים ציון הק' פון מוהרא"ש זי"ע און אויסגעזאגט גאנץ תהלים, ווי ער האט אויסגעבעטן און אויסגעפועלט אזא שיינעם שידוך. &nbsp; דער מחותן מוה"ר ר' יואל הי"ו איז דער גבאי אין ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל אין צענטער פון שטאט אויף העיס קט. ווי דער מחותן לערנט פאר יעדע וואך סיפורי מעשיות און זאגט ד"ת ביי שלש סעודות, וואס איז א מאגנעט פאר אידן פון די גאנצע אומגעגענט צו הערן דברי חיזוק און עצות וויאזוי זיך אומצוגיין אין טאג טעגליכן לעבן.

    < זעה מער כה סיון תשע"ח 📝
  • דרשה פאר די מסיבה פון די "אחוות תורה" ארגאניזאציע אין ארץ ישראל

    "אחוות תורה" איז א נעץ פון צענדליגער כוללים פאר ארבעטס אינגעלייט אין די לענג און די ברייט פון ארץ ישראל, וואו מ'לערנט אינאיינעם גמרא און הלכה. אין יעדער בית מדרש איז דא א ראש הכולל וואס איז אחראי אויפן פלאץ. די כוללים נעץ איז געגרינדעט געווארן צו לעזן צו דעם פּראָבלעם אַז אסאך אינגעלייט וואס זענען געגאנען ארבעטן, האבן אינגאצן איבערגעלאזט די גמרא. און שטעלט צו פארן ציבור אַרבעטס-אינגעלייט אַ וואַרעמער פלאץ צו קענען שטייגן אין תורה און יראת שמים. יעדעס יאר מאכט דער חשובער ארגאניזאציע א גרויסער מסיבה, ווי רבנים און בעלי דרשנים זענען מחזק זיין דעם ציבור אינגעלייט צו ווייטער אנגיין און לערנען תורה טראץ זייערע גרויסע טירדות פון פרנסה א.א.וו. היי יאר איז אראפ געקומען צום ראש ישיבה א דעלעגאציע פון די הנהלה פונעם ארגאניזאציע, און געבעטן פונעם ראש ישיבה שליט"א, אז אזוי ווי זיי און אסאך אינגעלייט נעמען זייער חיזוק און חיות פונעם ראש ישיבה שליט"א, בפרט פון די חיזוק יומי המתורגם וואס ווערט געהערט דורך טויזנטער אין ארץ ישראל, און די אינגעלייט ווילן אז דער ראש ישיבה זאל זאגן אפאר ווערטער זיי מחזק צו זיין ביים היי יאריגן מסיבה. דער ראש ישיבה שליט"א אנגענומען זייער פארלאנג און האט טאקע געזאגט א שיינע דרשה, וואס איז אויפגעשפילט געווארן ביים גרויסן מסיבה וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם י"ז סיון העעל"ט אין ירושלים, וואו איבער הונדערט טויזנט אידן האבן זיך באטייליגט, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט מחזק און מעודד געווען אז תורה היילט אויס פון אלע שמוץ וואו מ'איז נאר אריינגעפאלן ר"ל, און אויך געט עס א חן פאר א מענטש, אז זיינע תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון. &nbsp;דרשה

    < זעה מער כג סיון תשע"ח 📝
  • פייער אין בנין התלמוד תורה, מיט גרויס ניסים זענען אלע צייטליך ארויס ב"ה

    פארגאנגענעם דינסטאג פרשת נשא בערך 12:30 מיטאג, האט זיך די פייער אלארם פונעם בנין צעקלינגען. פאר די בחורים אין ביהמ"ד האט עס אויסגעזען ווי א פייער דריל, ווייל עס האט גארנישט געשמעקט, און עס איז בכלל נישט געווען קיין רויעך. די הנהלה האט געהייסן אז אלע בחורים אין קינדער דארף ארויסגיין פון בנין, און אלע קינדער זענען ארויס פונעם בנין מיט די באגלייטונג פון די מלמדים מיט א שיינע סדר. נאך עטליכע מינוט זענען די פייערלעשער אנגעקומען, נאך א קורצע אונטערזיכונג האבן זיי באמערקט אז די עלעקטריק רום איז פארייכערט, זיי האבן אויסגעשאלטערט די עלקעטריק, און האבן אונטערגעזוכט דעם גאנצן געביידע זיכער צו מאכן אז עס האט זיך נישט אנגעכאפט אין ערגעץ, און ב"ה אז דער פייער האט זיך נאך בכלל נישט געהאט צושפרייט. עס האט נאר שאדן געמאכט די עלקטעריק פון די עלעוועיטער. ווי די פייערלערשער האבן געזאגט איז עס געווען אן ערנסטער עלעקטריק פייער, און איז געווען גאר א גרויסער נס, אז דער געביידע האט נישט אויפגעריסן אין פלאמען, און מען איז ב"ה אפגעקומען מיט גאר קליינע שאדענס. דער הייליגער רבי נתן שרייבט אין חיי מוהר"ן (שנ"ה), אז "דער רבי האט געזאגט אז אפילו נאר האלטן זיינע ספרים אין שאנק איז א מורא'דיגע טובה פאר א מענטש, ווייל האלטן זיינע ספרים אין הויז איז א געוואלדיגע שמירה צו אפילו אפהיטן דאס געלט און די עשירות פון א מענטש פון אלע שאדנעס", און מוהרא"ש פלעגט אלץ ארויף שרייבן דעם שיחה אויף אלעס ספרים וואס ער פלעגט דרוקן. נאכן בערך א האלבע שעה האבן זיי צוריק געלאזט אין בנין, און מען האט זיך צוריק געקערט לערנען די הייליגע תורה מיט גרויס שמחה. צו מארגענס ביים שיעור האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאנקט דעם אייבערשטן ברבים אויף זיינע גרויסע חסדים, אז מען איז גרינג אפגעקומען און מען אזוי שנעל געקענט ב"ה זיין צוריק און מען האט א דאך איבערן קאפ. &nbsp;כי הם חיינו ואורך ימינו די פייערלערשער ביים בנין פון מוסדות היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג

    < זעה מער יא סיון תשע"ח 📝
  • הב' שמעון ענדצווייג ענדיגט ש"ס צום צווייטן מאל אין צוויי יאר

    מיט גרויס שמחה איז געפראוועט געווארן א שיינע סיום צום געלגענהייט וואס הב' שמעון ענדצווייג לרפו"ש האט זוכה געווען צום צווייטן מאל צו ענדיגן ש"ס, מען האט געזונגען שיינע ניגונים, און דערנאך האט דער בעל שמחה הב' שמעון ני"ו זיך באדאנקט פארן ראש ישיבה שליט"א, און געווינטשן אז אלע בחורים זאלן אויך זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס. דערנאך האט ער געזונגען דער ניגון וואס ער האט פארפאסט, "משיח וואו ביסטו? משיח איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר", וואס דער גאנצער עולם האט ווארעם מיטגעזינגען. נאכדעם האבן אויפגעטרעטן עטליכע חברים פונעם בעל שמחה. החתן שמחה בלאך, האט ארויסגעברענגט אז אונזער שמעון כאטש ער וואלט געקענט נוצן אלע תירוצים צו זיין א רחמנות און קוקן פלעיס און מואוויס א גאנצן טאג, וואס ער וואלט גארנישט געהאט פון דעם, אנשטאט דעם זיצט ער אין ישיבה און האקט שטיקער א גאנצן טאג, שמייכעלט און איז פרייליך. "מיר דארפן זיך אפלערנען פון אים, מיר זענען ב"ה געזונט דארפן מיר אוודאי אויסנוצן אונזערע טעג צו לערנען און דינען דעם אייבערשטן" האט ער אויסגעפירט. ר' אברהם לאנגער, האט פארציילט ווי ער האט פארברענגט מיט שמעון ני"ו אין "קעמפ שמחה" צוויי וואכן, "שמעון איז געווען דער איינציגסטער בחור, וואס האט "יעדן טאג" געלערענט", האט ער געזאגט. ער האט פארציילט אז שמעון האט געזאגט אז ער טוט &nbsp;גארנישט איידער ער לערנט זיין בלאט גמרא, 18 פרקים משניות, זאגט דעם יום תהלים, און לערנט אביסל חומש, "איך האב עס אויך געמוזט נאכמאכן". האט ער געזאגט. הב' אליעזר שמן, האט געזאגט ווי שמעון מאכט יעדעם פרייליך מיט זיין שמייכל, בשעת ווען איינער צוברעכט זיך נאר זיין פיס, ווי שווער מ'קרעכצט, "אוי אויך יעצט דארף איך גיין אין ישיבה?". ר' יושע אליעזר גליק, האט פארציילט אז אמאל פלעגט ער נישט יעדן טאג אניאגן גאנצע 18 פרקים משניות, אבער זינט שמעון איז אריינגעקומען אין ישיבה, און ער זעט ווי ער ענדיגט אפילו א גאנצע סדר משניות, האט עס אים געמאכט טראכטן "וואו בין איך?", און זייט דעמאלטס - טאקע אדאנק שמעון, איז נישט דורך א טאג וואס ער האט האט נישט געענדיגט 18 פרקים משניות. החתן יענקי יאקאבאוויטש, האט געזאגט אז פון זיין אייגענע עקספריענס, "ענדיגן ש"ס נעמט מינימום 15,000 שעה, אפילו מ'זאל עס נאר זאגן. ענדיגן ש"ס איז שוין איינמאל א גרויסע זאך". נאכדעם האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט ווי שמעון איז מחייב יעדעם איינעם. "האסט א שווערע שטוב? האסט פראבלעמען? האסטו דען מער תירוצים פון שמעון? ער קומט די ערשטע אין בית המדרש. ער מאכט זיך א הויפן ספרים, אנדערע דארפן אים עס ברענגען, ער קען עס אפילו נישט אליינס טון, ער וואלט געקענט האבן אלע תירוצים. מיט דעם אלעם האט ער יעצט שוין צום צווייטן מאל געענדיגט גאנצע צוויי טויזענט זיבן הונדערט און עלף בלאט גמרא". האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט. דערנאך האט מען געזונגען נאך ניגונים איבער די גרויסקייט פון די הייליגע תורה. בילדער די סיום

    < זעה מער כא אייר תשע"ח 📝
  • שיינע שידוך געשלאסן צווישן אנ"ש חסידי ברסלב

    מיט גרויס שמחה האבן אנ"ש אויפגענומען די נייעס איבער די פרישע שידוך וואס איז געשלאסן געווארן. דער חתן איז הבחור החשוב יואליש קרויס ני"ו פון די תלמדים פון&nbsp;די הייליגע ישיבה תפארת התורה ברסלב וויליאמסבורג, א זון פון הרה"ח ר' משה קרויס שליט"א פון מאנשעסטער, די חשובע כלה איז א טאכטער פון הרה"ח המשפיע רבי פנחס בונקער שליט"א פון ירושלים עיה"ק. דער חתן ני"ו האט&nbsp;זוכה געווען&nbsp;מפיץ זיין אן א שיעור ברסלבע&nbsp;ספרים און קונטרסים טאג טעגליך. אזוי אויך&nbsp;האט ער געלערענט אין ישיבה מיט גרויס התמדה ווי ער האט שוין געענדיגט אומצאליגע מאל משניות, דורכגעלערענט גאנץ ש"ס, מדרשים, זוהר, וכו'. די עלטערן פונעם חתן זענען די עורכים פונעם גליון היכל הקודש אויף ענגליש&nbsp;און געבן זיך אוועק שעות יעדע וואך צו פארשפרייטן דעם רבי'נס אור פאר ענגליש רעדנדע ליינער. דער גליון האט געמאכט א געוואלדיגע מהפכה ביי טויזנטער אידן איבער די וועלט. יעצט ווען דער חשוב'ער חתן איז זוכה און האט געטראפן זיין שידוך, איז דער וואונטש פון אנ"ש אז ער זאל זוכה זיין צו אויפשטעלן א שיינע ערליכע אידישע שטוב, און ווייטער פארשפרייטן און פארפלייצן דעם רבי'נס ספרים און קונטרסים מיט גרויס פלייס, און באקומען אלע ברכות וואס חז"ל זאגן אז מען באקומט ווען מען האט חתונה. בילדער

    < זעה מער ב אייר תשע"ח 📝
  • הערליכע סיום הש"ס אין ישיבה

    די וואך מיטוואך איז פארגעקומען א הערליכע סעודה לכבודה של תורה, ווען הבחור החשוב יענקי יאקאבאוויטש ני"ו&nbsp;האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. עס גלויבט זיך נישט, אבער ס'איז דאך א פאקט, אז פילע בחורים אין ישיבה זענען זוכה צו ענדיגן ש"ס. ס'זעט אויס ווי א&nbsp;געלעכטער, וואס איז שוין ווערד ווען מ'זאגט דורך ש"ס? דער אמת איז אבער אז 'לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטער, ווען עס וועט קומען דעם לעצטן טאג וועט מען זען אויבן אין הימל די חשיבות פון א איד וואס האט זוכה געווען צו זאגן אסאך די הייליגע תורה, אין פארגלייך צו א צווייטן וואס האט פארברענגט זיינע יארן מיט נארישקייטן, מיט'ן פרובירן אויפצואווייזן אז זאגן הייסט נישט געלערנט... ביי די סעודה האט דער חשובער בחור המסיים גערעדט עטליכע ווערטער דאנקענדיג דעם אייבערשטן אז ער האט זוכה&nbsp;געווען אריינצוקומען אין ישיבה וואו ער האט באקומען א חשק צו לערנען די הייליגע תורה, און גלייכצייטיג זיך באדאנקט פאר'ן ראש ישיבה פאר'ן אים אויסלערנען דעם סדר דרך הלימוד, וואס דורך דעם האט ער יעצט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריין אין א לענגערע שמועס איבער די גרויסקייט פון לערנען די הייליגע תורה, וואס דאס מיינט פאר איד, די פילע גוטע זאכן וואס דאס ברענגט אויפ'ן איד ברוחניות ובגשמיות. מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, און נאך ברכת המזון איז דער עולם זיך צעגאנגען מיט א געוואלדיגע התעוררות און&nbsp;התחזקות, זיך צו שטארקן ווייטער אין לערנען די הייליגע תורה מיט גרויס פלייס. בילדער &nbsp;דרשה פון ראש ישיבה שליט"א

    < זעה מער ו ניסן תשע"ח 📝
  • אידן פון איבער גרעיטער ניו יארק נעמען אויף שיין די תלמדי הישיבה פארגאנגענעם פורים העעל"ט

    ווי באקאנט איז ישיבה תפארת התורה א חידוש אין די וועלט, ישיבת תפארת התורה איז א ישיבה ווי יעדע בחור לערנט יעדן טאג תורה, יעדער בחור רעדט כסדר צום אייבערשטן, און יעדער בחור ווערט אויפגעבויעט און אנגעגרייט צום לעבן פון נאך די חתונה. ישיבה תפארת התורה איז א ישיבה ווי מ'האט נאך קיינמאל נישט ארויסגעווארפן א תלמיד צוליב וואס ער האט נישט געצאלט שכר לימוד. דעפאר זענען דא אסאך אידן תומכי תורה מיט שכל וואס זוכן צו וואו זיי קענען שטיצן און העלפן די ישיבה אנגיין. גאר אסאך אידן פון אלע היימישע געגענטער האבן אריינגערופן צום ישיבה אז זיי ווילן אז די בחורים זאלן ארויפקומען צו זיי אום יום טוב פורים, און זינגען ביי זיי אין שטוב די הערליכע אידישע ניגונים וואס זענען ברייט באקאנט, איבער רעדן צום אייבערשטן, און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן. דערפאר האבן זיך די בחורים ארגאניזירט אין עטליכע גרופעס, עקסטער פאר וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, און קרית יואל, וועלכע זענען ארום געגאנען אום פורים און מהנה געווען די תמוכי הישיבה. דער היימישער ציבור האט שטארק הנאה געהאט און געשטיצט די ישיבה מיט א ברייטע האנט. צוליב מאנגל אין צייט איז מען נישט אנגעקומען צו אלע שטובער ווי מ'האט געדארפט באזוכן.

    < זעה מער יז אדר תשע"ח 📝
  • בחורים גרייטן זיך אויף פורים

    &nbsp;גאר א גרויסע פארלאנג איז געקומען דאס יאר דורך די חשובע נגידים נדיבי עם אז די בחורי הישיבה זאלן ארויפקומען און משמח זיין בעצם יום הפורים. די הייליגע ברסלבע ישיבה איז שוין גאר שטארק באקאנט אין די היינטיגע טעג, עס איז ברייט באוואוסט די גרויסע פעולות פון די הייליגע ישיבה, סיי וואס מען קען זען אויף די טייערע בחורים, הכרת פניהם ענתה בם, די תורה און תפלה, די יראת שמים און מדות טובות, וואס זיי האבן זיך איינגעקויפט בין כותלי הישיבה; און סיי די געוואלדיגע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט יעדן טאג אין ישיבה, און ווערט געהערט דורך פילע צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט, וועלכע זענען זיך מחי' מיט די דרשות, און גלייכצייטיג מיט די "חיזוק יומי" - טעגליכע קורצע אויסצוגן פון די דרשות, גאר אסאך אידן זאגן עדות אז די דרשות האבן געטוישט זייער לעבן צום גוטן אין אלע הינזיכטן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. ווי אויך די הערליכע ניגונים פון אמונה וואס האט איינגענומען די וועלט עס איז מערקווערדיג צו זען דער חילוק פון ווען די ישיבה איז געעפנט געווארן, ביז היינט צו טאגס צען יאר שפעטער. אין אנהויב האט מען פארטריבן די בחורים און נישט געוואלט הערן בכלל פון די ישיבה, נישט באגרייפנדיג די געוואלדיגע תועלת וואס די הייליגע ישיבה ברענגט פאר די בחורים און פאר יעדן איינעם, און אצינד איז דאס פונקט פארקערט ווען עס הערשט אזא גרויסע נאכפראגע אויף די ישיבה, אידן שפירן פאר א גרויסע זכי' צו קענען האבן א חלק אין די געוואלדיגע פעולות פון די הייליגע ישיבה. די פארגאנגענע יאר האט מען נישט געקענט נאכקומען דער גרויסער פארלאנג, פון אלע זייטן האט מען זיך געבעטן ביי די בחורים ארויפצוקומען אום פורים, און ב"ה אז דאס איז געווען גאר א גרויסע הכנסה פאר די הייליגע ישיבה. דאס יאר וועט מען נישט קענען ארויפגיין צו קיינעם נאר מיט א פאראויס באשטימטע אפוינטמענט, זע בייגעלייגטע קעסטל פאר דעטאלן. &nbsp; אבן מעסו הבונים היתה לראש פנה!

    < זעה מער ז אדר תשע"ח 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א וועט געבן א שיעור אין מאנסי היינט נאכט

    אויפ'ן פארלאנג פון פילע אנשי שלומינו תושבי מאנסי יצ"ו, וועט הרה"ג דער ראש ישיבה שליט"א געבן א שיעור היינט נאכט, מיטוואך פ' משפטים, אינעם ברסלב'ער בית המדרש אין מאנסי אויף&nbsp;32 דאלסאן רד. אום 9:30 ביינאכט. דער ברסלב'ער בית המדרש אין מאנסי איז ברייט באקאנט אין די גאנצע אומגעגענט אלס א תל תלפיות וואו מ'קומט זיך צוזאם יעדן שבת קודש צו דאווענען אינאיינעם און זיך מחזק צו זיין מיט די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. פילע אידן תושבי מאנסי שעפן הויפענעס חיזוק יעדן שבת קודש אין דעם בית המדרש. די מאנסי אידן האבן גע'טענה'ט 'למה נגרע?', מיר ווילן אויך האבן א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א ביי&nbsp;אונז אין שטאט, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער ראש ישיבה שליט"א ארויספארן דעם מיטוואך נאכט צו געבן דארט א שיעור. עס איז ערווארטעט א גרויסער עולם פון מאנסי וואס זענען מתחזק מיט די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אנטייל צו נעמען ביים שיעור. שמעו ותחי נפשכם!

    < זעה מער כב שבט תשע"ח 📝
  • בליץ באזוך פון הגה"צ ראש הישיבה שליט"א אין ארה"ק

    מיט א חודש צוריק ווען איז דער ראש ישיבה'ס באבע הרבנית הצדקת מקארלסבורג ע"ה איז נפטר געווארן, האט דער ראש ישיבה באשלאסן דאן צו פארן צום לוי' וואס איז פארגעקומען אין חצר פון התנא האלוקי רשב"י אין מירון. יעצט ווען עס שליסט זיך די שלושים, און עס גייט פארקומען די הקמת המצבה, האט דער ראש ישיבה באשלאסן נאכאמאל צו פארן. דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די בחורים פאר ער איז ארויסגעפארן אז ער איז זייער מכיר טובה זיין באבע ע"ה וואס האט אים אייביג מורא'דיג מחזק געווען, אפילו אין די שווערסטע צייטן. דינסטאג נאכט גלייך נאך די טעגליכע דרשה פאר די בחורים איז דער ראש ישיבה געפארן צום עירפארט צו פארן אויף גאר א קורצע באזוך קיין ארה"ק. דער ראש ישיבה פלאנט בעז"ה אויסער דאס זיין אין מירון צום הקמת המצבה פון זיין באבע הרבנית הצדיקת ע"ה, אויך צו באזוכן אויף קברי אבות, און זיין ביי מוהרא"ש'ס ציון אין יבניאל זיך אויסצובעטן. דער ראש ישיבה האט באקומען גאר אסאך בקשות פון ישיבות און קהלות אין ארה"ק צו קומען זאגן א דרשה ביי זיי, אבער דער ראש ישיבה האט נישט געוואלט איבערלאזן די בחורים פון זיין ישיבה אויף א לענגערע צייט, זאגענדיג אז די ישיבה און זיינע תלמידים זענען ביי אים די חשובסטע. דער ראש ישיבה שליט"א וועט אבער פרובירן צו קומען צו עטליכע פלעצער פאר א שיעור, לויט וויפיל די צייט וועט ערלויבן.

    < זעה מער ח שבט תשע"ח 📝
  • מסיבת הכרת הטוב פאר תומכים פון מוסדותינו הקדושים

    נעכטן מוצש"ק זענען זיך צוזאם געקומען פילע אנ"ש צו א סעודת מלוה מלכה אין היכל הביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג ווי עס געווען צוגעגרייט אן עלעגאנטע מלוה מלכה, ווי עס זענען באערט די אלע וואס נעמען א חלק און העלפן צו א גאנץ יאר אז די הייליגע ישיבה זאל קענען אנגיין. עס זענען פארטיילט געווארן שיינע מתנות און פלעקס פאר די חשובע תומכים. דער יושב ראש איז געווען מו"ה מיכל ראזענפעלד נ"י, מחשובי אנ"ש בוויליאמסבורג, וואס האט מיט זייך געשמאקער שפראך שיין ארויסגעברענגט דער באדייט פון דעם נאכט. "אמאל בין איך געגאגען אין א געשעפט", האט ער פארציילט "איך האב זיך געקויפט א סענדוויטש &ndash; א פשוטער ביליגער פלייש סענדוויטש. א חבר וואס איז געווען מיט מיר האט אויך געקויפט א סענדוויטש, ער האט געקויפט א טייערע סענדוויטש מיט גרילד פלייש. פרעגט ער מיר "וואס איז מיט דיר? פארוואס קויפסטו נאר דאס?", "איך בין אין די ליין", האב איך אים געענטפערט, "פרישע פלייש איז געשמאק האט נישט קיין עקסטערע צונעמען, ווען פלייש ווערט א טאג אלט, געט מען עס א נאמען "אווערנייט", און מען בעט שוין דערפאר אביסל מער כדי עס זאל האב א חשיבות. ביי דריי טעג אלט, מוז מען עס שוין גרילן און מען פארקויפט עס אלץ טייערע "גרילד פלייש", אז עס איז שוין פיר טעג אלט, מאכט מען עס שוין פיקלט, און אזוי ווייטער וואס שוואכערע סחורה, געט מען עס אנדערע און מער פענסי נעמען. און דער עולם כאפט עס. איך ווייס וואס טוט זיך דערביי ווייל בין אין די ליין. דעפאר האב איך געקויפט פשוט פריש און ביליג", האט דער יושב ראש אויסגעפירט: "אנדערע ישיבות מוזן פארדעקן זייערע שוואכקייטן, ארבעטן זיי אויף דעם "אימעדזש", עס מוז האבן א "נאמען" פון א "גוטע ישיבה", דערפאר מוז יעדער גיין אנגעטון די זעלבע, אלעס מוז קלאפן פאר די פיקטשער, וואס טוט זיך אונטער דעם? ווייסט איין באשעפער. דא אבער" האט דער טשערמאן צוגעענדיגט זיינע פערל ווערטער "איז דא פרישע סחורה! דא דארף מען נישט די אלע פענסי לעיבלס, ווייל עס איז נישטא נאך א פלאץ אויף דער וועלט, ווי מען קען שעפן אזעלכע התחתקות עצות, און שכל". דערנאך האט אויפגעטרען דער נואם הכבוד הר"ר מנשה איצקאוויטש שליט"א, מחשובי אנ"ש פון בארא פארק, וואס האט ארויסגעברענט אז פארוואס ביי אלע ארגענעזאציעס גיסט זיך געלט אין די מיליאנען? ווייל אלע מאכן וויינען, די געפילן עפענען זיך, און דערמיט די בערזלעך. אבער דא מאכט מען יעדעם פרייליך, עס זעט אויס ווי עס גיסט זיך דא געלט.. "אפשר" האט ער געזאגט "וואלט מען דא אויך געדארפט אויסלעשן די לייטס, אראפברענגען איינעם וואס זאל אראפלייגן ווי ער געליגן קראנק אויף א שרעקליכע מחלה אויף די אויגן (שמירת עינים) און דערנאך האט זיך די מחלה צעשפרייט אויף די נאז (כעס) און דערנאך צום מויל, אויער א.א.וו. די שלום בית איז צעפאלן, די קינדער גייען א גאנג, ביז דער אייבישטער האט געהאלפן אז ער האט געהערט אז אויף סקילמאן אז דא א דאקטער, און ער האט אנגעהויבן נעמען טריטמענטס, קודם יעדע מאנטאג נאכט א דאזע, דערנאך משניות, חומש רש"י, גמרא, א.א.וו. צוביסלעך צוביסלעך האט ער זיך אנגעהויבן אויסהיילן פון איין קרענק נאך די אנדערע, ער האט אנגעהויבן אלעס צו בעטן דעם אייבערשטן, ער האט אנגעהויבן האבן געדולד צו זיין ווייב און קינדער, די אויגן, די נאז די מויל, אלעס האט זיך אויסגעהיילט". דערנאך האט דער טשערמאן צוריק גענומען דאס ווארט און געזאגט אז באמת וואלטן מיר געדארפט מאכן א מיסבת הכרת הטוב פאר שבתי מארקוס און ר' אשר בער אינדארסקי, וואס זענען זיך מוסר נפש אז די מוסדות בודשעט זאל זיין באצאלט יעדע חודש, נישט אז זיי דארפן אונז מכיר טובה זיין. דערנאך האט מען געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט, דער ראש ישיבה האט ארויס געברענגט רגשי לבבו די הכרת הטוב וואס ער האט פאר יעדן באזונדער פארן ארויסהעלפן אזא הייליגע פלאץ פון וואו עס קומט ארויס א התחזקות פאר די גאנצע וועלט ממש. "ליידער" האט דער ראש ישיבה געזאגט "זענען מענטשן נישט באקאנט אין די גרויסקייט פון היכל הקודש, און עס שפירט זיך נישט א חשיבות צו געבן פאר דעם מקום קדוש, ממילא מוז מען אנקומען נאר צו די הילף פון די תלמידים וואס זיי ווייסן שוין זייער גוט וואס דעי הייליגע פלאץ האט זיי געטוישט דעם לעבן מקצה אל הקצה". איין עסקן האט זיך אמאל אויסגעדריקט פארן ראש ישיבה שליט"א "איך פארשטיי נישט פארוואס דו מאכסט נישט א גרויסע קאמפיין צו אויפטרייבן גרויסע סכומים פאר דעם פלאץ, דו האסט דאך סחורה וואס צו פארקויפן! א ישיבה, א חדר, א סקול, א בית הדפוס, און אזוי ווייטער?", "איך" האט דער עסקן געזאגט "האב דאך גארנישט, און איך מאך 4 מיליאן דאלער א יאר פאר מיין מוסד!". האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט, "עס גייט נישט אזוי, פאר היכל הקודש דארף מען האבן אן עקסטערע זכיה צו געבן". אויך האט די ראש ישיבה ארומגערעדט אז דעי פלאץ איז כולל אין זיך אלע מיני צוועקן: הכנסת כלה, ביקור חולים, העלפן ארימעלייט, א.א.וו. ווייל אין דעם פלאץ לערנט מען אויס וויאזוי חתונה צו האבן, וויאזוי מען זעט זיך ארויס פון א צרה, ווען מען פילט נישט גוט, און וויאזוי מען קען האבן פרנסה וכו' וכו'. ועל כולם די לימוד פון בעטן יעדע זאך דעם אייבערשטן וואס דאס העלפט פאר יעדע צרה. דער ראש ישיבה האט אויך ארויסגעברענגט די הכרת הטוב פאר יעדן אינגערמאן באזונדער, וואס יעדער האט א נקודה וואס ער העלפט ארויס די מוסד אויף זיין וועג, און ער האט זיך באדאנקט פאר יעדן עקסטער, און ארויס געברענגט די חשיבות פון זיך געפינען אין אזא הייליגע קהלה. די ציבור איז אהיים מיט פרישע קבלות צו העלפן דעם הייליגן פלאץ ביתר שאת וביתר עוז. &nbsp; בילדער פונעם מעמד הכרת הטוב

    < זעה מער ה שבט תשע"ח 📝
  • צענטע יאר אנגעהויבן אין ישיבה

    מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען יעצט אנגעהויבן דעם פרישן זמן, און מען האפט עס אנצופילן מיט אסאך תורה ותפלה&nbsp;ומעשים טובים. עס גלויבט זיך נישט צו זען אז מען האלט שוין ביי&nbsp;די צענטע יאר&nbsp;זינט די ישיבה האט זיך געעפנט, נאך אזויפיל שוועריקייטן און מניעות וואס מען איז דורך די גאנצע צייט, און די ישיבה שטייט נאך מיטן פולן פראכט און עס קומען נאך צו מער און מער בחורים וואס ווילן אויך שעפן פון דעם ריינעם קוואל, זיך לערנען א וועג אין לעבן אזוי ווי דער רבי לערנט אונז. פאר צען יאר צוריק, ערב יום כיפור, האט מוהרא"ש ז"ל געשריבן א בריוו פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז אזוי ווי מען האט אים ארויסגעווארפן פון די ישיבה וואו ער איז געווען דער מנהל, בלויז פאר דעם חטא אז ער האט מעורר געווען די בחורים צו לערנען אסאך משניות און גמרא, דעריבער זאל ער עפענען אן אייגענע ישיבה, און נאך מער מעורר זיין די בחורים אויף התמדה אין לימוד התורה הקדושה. אינעם בריוו האט מוהרא"ש געשריבן אז די נייע ישיבה דארף נישט הייסן א ברסלב'ע ישיבה, כדי נישט צו מאכן קיין מחלוקת, דער עיקר איז נאר אריינצוברענגען אין די בחורים די אלע הייליגע געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן. און אזוי האט דער ראש ישיבה געטון, ער האט געעפנט א נייע ישיבה מיט מסירת נפש, און אנגעהויבן מיט א פרישקייט אריינצולייגן אין די בחורים די ריינע אמונה, צו שפירן און וויסן אז דער אייבערשטער איז שטענדיג מיט אונז, און אז מען קען אייביג רעדן צו אים, און גלייכצייטיג אריינגעלייגט אין די בחורים א געוואלדיגע געשמאק צו זיצן און לערנען די הייליגע תורה מיט א געוואלדיגע התמדה. אין א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטנס געשריבן פאר איינעם, זעט מען אביסל ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען די בראשית-יארן פון די ישיבה, פאלגנד איז אן אויסצוג פונ'ם בריוו:&nbsp;"מוהרא"ש ז"ל האט מיר געשריבן א בריוו איך זאל עפענען א ישיבה, מוהרא"ש ז"ל שרייבט אין די בריוו, עס דארף נישט זיין מיט'ן נאמען "ברסלב", ווייל דער רבי האט בפירוש געזאגט מען זאל רעדן דיבורי אמונה מיט מענטשן נישט אין זיין נאמען, "וואס גייט מיר אן א מענטש וועט בענטשן ברכת המזון בכוונה ווען ער וועט נישט וויסן אז דאס קומט פון מיר" -&nbsp; האט דער רבי געזאגט. און אזוי האב איך געטון, איך האב געעפענט די ישיבה מיט'ן נאמען "תפארת צבי" אויפ'ן נאמען פונעם קרעטשניפער רבי ז"ל, ווייל קיינער האט מיר נישט געוואלט פארדינגען א פלאץ וואו צו לערנען מיט די בחורים, איך האב נישט געהאט קיין ברירה, איך האב נישט געהאט וואו צו גיין, מיר זענען געגאנגען אין א זאל וואו מען מאכט שמחות, מיר האבן צעטיילט די זאל מיט מחיצות אויף כיתות און אזוי געלערנט. נאך א וואך האט איינער געזאגט ער איז מסכים אריין צו נעמען די ישיבה בתנאי זיך צו בויען א חסידות, איך האב געפרעגט מוהרא"ש ז"ל איבער דעם, "אוודאי" - האט מוהרא"ש געזאגט - "דער עיקר לייג אריין אין די בחורים לימוד משניות, די בחורים זאלן זאגן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין", דאס פלעג איך הערן טאג און נאכט פון מוהרא"ש ז"ל, "לייג אריין אין די בחורים לימוד משניות, די בחורים זאלן זאגן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין". "נאך א פאר וואכן איז מען געקומען צו דעם רב און מען האט אים געסטראשעט אז מען גייט אים באשמוצן מיט כתבי פלסתר וכו', דער רב האט זיך דערשראקן און אונז ארויס געווארפן און אראפ גענומען די נאמען "תפארת צבי", האט מוהרא"ש מיר געזאגט צו געבן דעם נאמען "תפארת התורה", אבער עס האט נאך אלץ נישט געהייסן ברסלב, ביי די שיעורים וואס איך פלעג געבן אין ישיבה האב איך נישט גערעדט בשם דעם רבי'ן, נאר "עס שטייט אין די הייליגע ספרים... צדיקים האבן געזאגט... איך האב קיינמאל נישט נאכגעזאגט בשם דעם רבי'ן, די בחורים האבן ניטאמאל געוואוסט ווער מוהרא"ש איז, ווער רבי נתן איז וכו'. "נאכדעם האבן זיי אנגעהויבן צו פארשפרייטן, מען האט מפרסם געווען אז איך בין ברסלב, און איך מאך מיינע תלמידים ברסלב, מען האט ארויס געגעבן ספרים און קונטרסים קעגן מיר אז איך בין פארכאפט אין ברסלב און איך בין זייער סכנה'דיג ווייל איך מאך די בחורים ברסלב, האב איך געטראכט צו מיר, אז עס איז יא אזוי אז מען שרייבט אויף מיר איך בין ברסלב, פארוואס זאל איך זיך פארשטעקן? בעסער געזאגט, פון וועמען זאל איך זיך פארשטעקן? האבן מיר געטוישט די נאמען פון די ישיבה צו "תפארת התורה היכל הקודש ברסלב". "דאס אלעס שרייב איך דיר, דו זאלסט נישט אנקוקן מיט א זלזול א ברסלב'ער אינגערמאן וואס עס זעט אויס ווי ער זוכט ארויס צו שטארן, ווען אונטער דאס וואס ער שטארט ארויס ליגט אסאך פארגאסענע בלוט. וויפיל איך זאל דיר שרייבן וואס עס איז אריבער אויף מיר בזיונות, וועסטו קיינמאל נישט גלייבן וואס א ברסלב'ער איד גייט אריבער ווען ער קומט צום רבי'ן, ווי די גאנצע משפחה נעמט זיך אויף אים, מען הייבט אן רודפ'ן, מען הייבט אן טרינקן זיין בלוט שטילערהייט, בשעת ווען די אנדערע קינדער טון וואס זיי ווילן וכו'. "מוהרא"ש ז"ל איז מקורב געווארן ביי די פופצן יאר צום הייליגן רבי'ן, ער האט געלעבט פאר זיך ער איז געווען דבוק צום אייבערשטן, נאך מוהרא"ש'ס חתונה איז געקומען א פעטער פון מוהרא"ש'ס ווייב, ער איז געוואויר געווארן אז מוהרא"ש לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן, האט ער געשוואוירן אז ער גייט אים אוועק נעמען פון ברסלב, ער האט אנגעהויבן רודפ'ן מוהרא"ש, דער אייבערשטער זאל אפהיטן. ביז מוהרא"ש האט געזען אז עס רירט אן זיין שלום בית, האט מוהרא"ש געטון א זאך, און מוהרא"ש פלעגט זאגן אז עס איז געווען א ווילדע זאך, ער האט געדרוקט אלע ספרים פון רבי'ן, און אונטן וואו מען שרייבט נדפס על ידי... האט מוהרא"ש געשריבן "נדפס על ידי אליעזר שלמה ברסלבער ני"ו"... (מיר האבן דא אין ישיבה נאך פון די אלטע ספרים וואו מען קען דאס זען), מוהרא"ש האט אים געוואלט זאגן מיט דעם, אז מיר קענסטו נישט אוועק נעמען פון רבי'ן, דאס איז מיין לעבן דאס איז מיין נאמען, דעמאלט האט דער פעטער געזען אז עס איז נישט דא וואס צו טון. דאס אלעס שרייב איך דיר דו זאלסט וויסן אז נישט אלעס ווייסטו, ווען דו זעסט ווי א מענטש גייט און קומט און עס זעט אויס כאילו ער זוכט צו מאכן מחלוקות, אז אונטער די "ארויס שטארן", ווי דו רופסט דאס, ליגט אסאך רדיפות. "דערפאר איז זיכער נישט כדאי צו מאכן מחלוקות ווען מען ווערט מקורב, אז מען קען עס אויס באהאלטן איז זיכער כדאי, אבער מען דארף געדענקען וואס דער רבי האט געזאגט אויף זיין חולק, ווען ער האט אנגעפאנגען קריגן אויף אים: "אויב וועט ער מיר לאזן א וועג פון דער זייט, וועל איך אים גארנישט טון; אבער אז ער וועט מיר אינגאנצן שטערן, וועל איך אים צושניידן אויף שטיקער". דאס גייט ארויף אויף יעדן מקורב, אויב קען מען לערנען דעם הייליגן רבי'נס ספרים בהצנע לכת, מען קען מקיים זיין אלעס וואס דער רבי זאגט אן קיין מחלוקות, מה טוב ומה נעים; אבער אז מען זעט אז מען גייט פארלירן דעם רבי'ן וכו', דעמאלט איז נישט שייך צו קוקן אויף א צווייטן עס איז א בחינה פון חייך קודמין". ברוך ה', יעצט אז מען איז שוין אריינגעגאנגען אין די צענטע יאר פון די הייליגע ישיבה, זעט מען באשיינפערליך די סייעתא דשמיא וואס באגלייט די ישיבה אויף טריט און שריט, ווי שיין די ישיבה האט זיך צעוואקסן. און אויסער די בחורים וואס לערנען אין ישיבה, זענען דא נאך טויזנטער בחורים און אינגעלייט פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע האלטן אויך מיט אלע דרשות פון ישיבה, און זיי פרובירן אויך זיך צו שטארקן מיט די הייליגע און געוואלדיגע עצות פון רבי'ן וואס דער ראש ישיבה געבט איבער אין זיינע טייערע שיעורים. יעדן טאג אינדערפרי פאר'ן דאווענען לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א שנעלער שיעור פון א דף גמרא, און נאכ'ן דאווענען און פת שחרית לערנט דער ראש ישיבה פאר יעדן טאג א שיעור אין גמרא רש"י תוספות בעיון ביז להלכה למעשה אין שלחן ערוך, און דערנאך א הערליכער שיעור אין נ"ך געפלאכטן מיט הערליכע דיבורים. שפעטער נאכמיטאג קומט פאר א שיעור התחזקות, ווי אזוי זיך צו דערהאלטן אויף די וועלט מיט די לימודים פון רבי'ן. אין די פתיחה דרשה האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט איבער די גרינד פרונציפן אויף וואס די ישיבה איז געשטעלט, בעיקר אויף די הויפט צוויי עצות פונעם רבי'ן, די ערשטע צו רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, ווען א איד ווייסט אז דער אייבערשטער איז איבעראל, וועט ער עפענען די מויל און אנהייבן רעדן צו אים, און אים דערציילן אלעס וואס עס ליגט אים אויפ'ן הארץ, און מען זעט טאקע בחוש אז די אלע וואס געוואוינען זיך איין צו רעדן צום אייבערשטן, האבן גאר אן אנדער סארט לעבן, מען איז רואיג און פרייליך, וויסנדיג אז דער אייבערשטער איז ביי מיין זייט און ער וועט מיר שטענדיג העלפן. די צווייטע זאך וואס דער רבי האט אונז געגעבן, איז דער "סדר דרך הלימוד", וואס אויף דעם וועג קען יעדער איד זוכה זיין צו לערנען תורה, אז מען קען בלויז זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ווען מען פארשטייט נישט, און ווער עס וועט זאגן אסאך תורה וועט מיט די צייט זיין קאפ זיך עפענען און ער וועט אלעס פארשטיין. און דערפאר איז נישטא קיין תירוץ "איך פארשטיי נישט קיין לערנען", "איך האב נישט קיין געדולד צו לערנען", ווייל מיט דעם וועג קען יעדער לערנען די הייליגע תורה. און מען זעט ווי די בחורים ניצן אויס די צייט, יעדער לערנט זיך זיינע אייגענע שיעורים אין די אייגענע צייטן, איינער אין משניות איינער אין גמרא, א.א.וו. יעדער לויט זיין דרגא, און במשך די יארן וואס די ישיבה שטייט האט מען געזען ווי די בחורים וואס האבן געפאלגט און געלערנט אויף דעם וועג, האבן גאר שטארק מצליח געווען, און זענען בקי אין אסאך חלקי התורה. בחורים ענדיגן צענדליגע מאל ששה סדרי משנה, בחורים ענדיגן ש"ס, בחורים לערנען אסאך אנדערע שיעורים יעדער אויף זיין שטייגער, טייל ענדיגן א מסכת הונדערט און איין מאל, און דאן נעמען זיי נאך א מסכת צו ענדיגן 101 מאל, און אזוי ווייטער. עס דערפריידט דאס הארץ צו זעהן די שיינע פירות וואס זענען שוין ארויסגעקומען פון ישיבה, די צענדליגע אינגעלייט יוצאי ישיבתינו וואס האבן זוכה געווען אויפצושטעלן בתים נאמנים לה' לשם ולתפארת, מיטנעמענדיג די אלע לימודים וואס זיי האבן געלערנט אין ישיבה אויך אויף נאך די חתונה. והתפארת זו מתן תורה!

    < זעה מער ג חשון תשע"ח 📝
  • שיינער סיום הש"ס אין קעמפ

    די וואך דינסטאג (פ'ראה) איז פארגעקומען אין קעמפ א שיינער סיום הש"ס, הרה"ח ר' יעקב משה אינדארסקי שליט"א האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס צום פינפטן מאל. אזוי ווי ער האט זיך איינגעפירט די לעצטע פאר יאר צו לערנען יעדן טאג זיבן בלאט גמרא און אזוי ענדיגן יעדעס יאר גאנץ ש"ס, און ער קומט יעדעס יאר אין קעמפ צו מאכן דעם סיום. א שיינע סעודה איז סערווירט געווארן, עס זענען זיך צוזאמגעקומען די תושבי המחנה, מיט פילע געסט פון אנשי שלומינו און קרובי המשפחה וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט זיך משתתף צו זיין מיט די שמחה. נאכ'ן מסיים זיין, האט ר' יעקב משה גערעדט אפאר ווערטער, דאנקענדיג דעם אייבערשטן, און זאגנדיג א יישר כח פאר'ן ראש ישיבה, וואס ער האט אים געגעבן די חיזוק און התעוררות צו לערנען יעדן טאג אסאך גמרא, אויסער די פילע אנדערע שיעורים וואס ער איז זוכה צו לערנען יעדן טאג. נאכדעם האט מען געהערט דברי תורה פון זיין חשוב'ן שווער הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט בשבחו פון ר' יעקב משה, וואס טראץ זיין פארנומענקייט, זייענדיג פאריאגט על המחיה ועל הכלכלה, האט ער זוכה געווען אראפצו'גנב'ן צייט צו לערנען אזויפיל תורה, ווען ער האט זוכה געווען אין די לעצטע פיר יאר צו מאכן יעדעס יאר א סיום הש"ס, און דאס יאר האט ער צום פינפטן מאל זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס. און דאס איז מחייב אלע אינגעלייט וואס זענען פאריאגט און פארפלאגט און נעמען דאס פאר א תירוץ אז זיי האבן נישט קיין צייט צו לערנען, אבער ר' יעקב משה ווייזט אויף אז אויב מען מיינט עס אמת'דיג קען מען טרעפן גענוג צייט צו לערנען יעדן טאג אביסל תורה. מען האט געזינגען ווארימע הארציגע ניגונים, און דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט פרישע חיזוק און התעוררות זיך שטארקן מיט א פרישקייט צו לערנען די הייליגע תורה. כי הם חיינו ואורך ימינו! &nbsp; צו זען די ווידיא דרוקט דא

    < זעה מער כג אב תשע"ז 📝
« Previous Next »

Showing 91 to 105 of 114 results

1 2 3 4 5 6 7 8
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ב
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com