Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • בחורים וועלן אי"ה משמח זיין אין אמעריקע און ארץ ישראל

    בחורים וועלן אי"ה משמח זיין אין אמעריקע און ארץ ישראל   אין די פרייליכע טעג פון פורים זוכן אלע אז פרייליכע בחורים וואס נוצן אויס די טעג א גאנץ יאר מיט לערנען און יראת שמים זאל קומען משמח זיין אין שטוב, אזוי אויך וויל מען שטיצן תורה און יראת שמים, דערפאר וועלן די בחורים פון די הייליגע ישיבה תפארת התורה היכל הקודש ברסלב אזוי ווי אלע יארן, אויך דאס יאר ארומגיין משמח זיין אין די טעג פון פורים, אין די שטיבער וואס שפירן א זכיה ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס העלפן אזויפיל אידישע קינדער איבער דער גארער וועלט.   בפרט אז די הייליגע מוסדות שטייען יעצט אין גאר א שווערע פינאנציעלע מצב, וועט מען דאס יאר אויסברייטערן די אקטיוויטעטן אום יום טוב פורים, צו מאכן מערערע גרופעס צו קענען אנגעקומען צו אלע היימישע געגנטער, ווי די בחורים וועלן ארויפקומען און גאר פרייליך מאכן אין די שטיבער פון די נדיבים וואס העלפן ארויס די הייליגע ישיבה זיך צו קענען שטעלן אויף די פיס, און אנפילן די טיפע חובות לעכער וואס צועפענען זיך לעצטנס מער און מער. דאס יאר האט מען אויך אריינגענומען דערין די תלמידי הישיבה אין ירושלים עיה"ק אונטער די פירערשאפט פונעם חשובן מגיד שיעור מו"ה משה שמואל שטעסל שליט"א, וואס וועלן אויך ארומגיין צו די נדיבים בעם אין ארץ ישראל.   אויב ווילט איר געבן גרעסערע סכומים פאר די הייליגע ישיבה, אדער ווייסט איר פון א שכן, קרוב, אדער גוטער פריינט וואס וואלט געהאט חשק די בחורים זאלן ארויפקומען צו אים אום יום טוב פורים, זעט צו רופן ווי פריער, ווייל מען וועט נאר קענען אננעמען ביז ווילאנג די ליסטע ווערט פול.   אין אמעריקע קען מען רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו אויף 917-232-9070 , אדער דער חשובער מגיד שיעור מו"ה ישראל שמעון שטיינבערג שליט"א אויף 347-786-4760, אין ארץ ישראל קען מען רופן 0548572849.   אז מען רעדט שוין וועגן פורים איז דא דאס פלאץ איבערצוגעבן דעם סדר היום פון די פורים טעג אין היכל הקודש אין וויליאמסבורג. מנחה דאנערשטאג נאכט תענית אסתר (מיט מחצית השקל) וועט זיין אום 7:00, קריאת המגילה וועט זיין אום 8:10, שחרית ערב שבת קודש פורים אינדערפרי 9:00, קריאת המגילה 10:00. מוצאי שבת קודש שושן פורים וועט געפראוועט ווערן א שיינע מלוה מלכה וסעודת שושן פורים נטילת ידים אום 9:30, און דערנאך וועט מען טאנצן לכבוד היום. שושן פורים נאכמיטאג אום 6:00 ווען מען פראווען א שיינע שושן פורים סעודה, און עס וועט פארגעשטעלט ווערן א שיינע שפיל דורך טאלאנטפולע אינגעלייט בחורים און קינדער פון וואס אלע וועלן הנאה האבן. די ווייבער שול וועט זיין אפן אין אלע זמנים.   דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין ארויסצוגיין פון קליפת המן עמלק און זוכה זיין צו קדושת מרדכי ואסתר.   ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר

    < זעה מער י אדר תשפ"ה 📝
  • אנטדעקט געווארן אויטענטישע פתח המערה פון רבי שמעון בר יוחאי

    נאכן חורבן הבית איז ארץ ישראל געווען פארלאזט פאר הונדערטער יארן, כמעט קיינער האט זיך נישט דארט געדרייט, אויסער וואנדערדיגע בעדואינער וועלכע פלעגן באזוכן די ארץ ישראל'דיגע מדבריות פון צייט צו צייט, איז עס געווען פוסט אין וויסט, און כאטש מען האט געוויסט אז דער הייליגער רבי שמעון ליגט אין מירון, האט אבער דער הייליגער אר"י הקדוש מגלה געווען וואו דער ציון איז. מיט די צייט האט מען אויפגעבויעט א בנין, און מען האט עס צוביסלעך פארגרעסערט לויטן געברויך ביז עס איז געווארן אויפן היינטיגן גרויסן פארנעם. &nbsp; מיט די יארן אבער איז אבער פארגעסן געווארן וואו פונקטליך איז די פתח המערה. מען ווייסט אז ער ליגט דארט ערגעץ אינעם בנין. אבער וואו איז די פתח המערה? וואו ליגט ער. עס זענען דא ארגאניזאציעס וואס זענען גרייט פאר די ריכיטגע פרייז, פאר אכצן טויזענט דאלער וועלן זיי שטילערהייט צופירן אהין, די שאלה איז צי זיי ווייסן וואס זיי רעדן. איז עס טאקע דארט וואו זיי זאגן? &nbsp; עס איז באקאנט אז דער גרויסער בעל מקובל הגה"צ רבי אשר זעליג מרגליות זצ"ל וואס איז געווען דבוק ומקושר צום הייליגן רבי שמעון האט געוואוסט פונקטליך אוואו דאס געפונט זיך, אבער נישט געוואלט עס מגלה זיין פאר'ן המון עם. מען זאגט אז ער האט נישט געוואלט אז די מדינה זאל מאכן דערפון א מערת פריצים, און עס זאל פארשוועכט ווערן דער מקום קדוש. דער ראש ישיבה'ס זיידע הגה"צ רבי יחזקאל ראטה זצ"ל וואס איז אויך געווען שטארק מקושר מיטן הייליגן רבי שמעון, און פלעגט פארברענגען טעג און וואכן לערנענדיג נגלה און נסתר אינעם הייליגן ציון האט געהאט די זכי' צו מקבל זיין פון רבי אשר זעליג דער פונקטליכע פלאץ. &nbsp; יעצט ווען די ישיבה מיט די תלמידים האבן זיך אריבערגעצויגן פאר א וואך קיין מירון אויף בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א, האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט נאכן דאווענען א שיעור פאר די בחורים, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געבעטן די בחורים אויב איינער וויל עפעס פרעגן, זאל מען פרעגן. די בחורים האבן זיך גענומען די מוט, און געבעטן דעם ראש ישיבה אז אזוי ווי זיי ווייסן אז זיין זיידע האט געוויסט דער פלאץ אפשר קען דער ראש ישיבה זיי מגלה זיין און זיי זאלן האבן די זכי' צו מתפלל זיין דארט ביים אריגינעלן פתח המערה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט קודם פרובירט אפצורעדן די בחורים, "עס איז א היבשע מהלך צו גיין פון דא דער קארלסבורגע הויף אין מירון ביז דארט, און עס איז זייער הייס" אבער די בחורים האבן נישט נאכגעלאזט, זיי ווילן נאכאלץ גיין. האט זיי דער ראש ישיבה געזאגט "אבער מען האלט נאך פאר פרישטאג, עסט זענטס זיכער הונגעריג", דאס האט אויך נישט געהאלפן. די בחורים זאגן אז זיי זענען גרייט אויף אלעם, אבי מען זאל גיין. &nbsp; דער ראש ישיבה האט צוגערופן די בחורים נענטער צו זיך און זיי געזאגט שטילערהייט "אויב אזוי וועל איך ענק מגלה זיין יעצט וואו דער עכטער פתח המערה איז, און עטס וועטס קענען גיין מתפלל זיין דארט און עטס וועט זיכער פועלן." דער ראש ישיבה שליט"א האט געוויזן אויף זיין מויל און זיי געזאגט "עטס זעטס, דא איז די פתח המערה, אויב מען עפנט די מויל און מען רעדט צום אויבערשטן, איז מען ביי די אויטענטישע פתח המערה, און מען קען מתפלל זיין בזכות דער היילגער רבי שמעון, און בזכות אלע צדיקים, אז מען זאל זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, מען קען רעדן צום אויבערשטן אויפן פשוטן שפראך און זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס מען זוכה זיין בזה העולם, און מען וועט זיכער פולען אלע ישועות" &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט, אז צו גיין צום פתח המערה קאסט נישט קיין געלט, מען דארף נישט קיין פראטעקציע, און מען דארף נישט מאכן קיין אפוינטמען. יעדע איד ווילאנג ער לעבט, און נישט קיין חילוק וואו אויף דער וועלט ער געפונט זיך, און וואס עס איז אלץ דורכגעגאנגען אויף אים קען ער יעצט זוכה זיין דערצו. ער שטייט יעצט נעבן דעם פתח המערה, און ער קען יעצט אנהייבן צו רעדן. דער אויבערשטער ווארט צו הערן פון דיר. &nbsp; מען קען הערן מער דעטאלן איבער דעם געוואלדיגן התגלות וואס דער ראש ישיבה האט מגלה געווען אויף די אינטערוויו אויף קול ברסלב מיט'ן מגיד שיעור הר"ר משה שמואל שטעסל שליט"א.

    < זעה מער יח אייר תשפ"ד 📝
  • רענט קאמפיין שיקט קוויטל מיטן ראש ישיבה שליט"א אויף מירון

    אזוי ווי ביז יעצט ביי אלע נסיעות וואס דער ראש ישיבה האט אונטערגענומען צו די מקומות הקדושים, זאל עס זיין אין אייראפע, אדער ארץ ישראל, בפרט יעדעס יאר פאר ל"ג בעומר, האט דער רענט קאמפיין מיטגעשיקט א קוויטל פון אלע אנשי שלומינו וועלכע שטיצן דעם הייליגן אונטערנעמונג, כדי דער ראש ישיבה זאל אלעמען קענען אינזין האבן בדבר ישועה ורחמים. &nbsp; ווי באקאנט איז דער רענט קאמפיין א הערליכע אונטערנעמונג פון צוויי געטרייע אינגעלייט מאנשי שלומינו וועלכע האבן געזען די גרויסע עול וואס צאלן רענט פאר'ן בנין הבית המדרש האט אויפן ראש ישיבה, וועלכע פלעגט דארפן אוועק געבן זייער אסאך צייט צו קענען דעקן די רענט. זענען די צוויי תלמידים מוה"ר אשר בער אינדארסקי הי"ו און מוה"ר שבתי מארקוס הי"ו אריינגעשפרינגען אין די זאך, און געזאגט פארן ראש ישיבה שליט"א אז זיי נעמען זיך אונטער בסייעתא דשמיא צו צוזאם קלויבן דעם סכום דעפאר פון אנשי שלומינו, און דערמיט געבן דעם ראש ישיבה די הרחבת הדעת ער זאל זיך קענען אפגעבן מיט די תלמידים די קינדער בחורים אינגעלייט וואס דארפן האבן די חיזוק און הדרכה טאג טעגליך. עס איז שווער זיך פארצושטעלן וויאזוי די מוסדות וואלט אויסגעזען ווען דער ראש ישיבה דארף ווען זיין פארנומען מיט די געלט זאכן. &nbsp; די רענט קאמפיין האט זיך נישט אפגעשטעלט דא, אויפן בקשה פונעם ראש ישיבה האבן זיי אויך גענומען אונטער זיך צו צאלן די רענט פאר נאך עטליכע שולן במשך די יארן. היינט צו טאגס זענען זיי פאראנטווארטליך פאר די רענט פון די בנינים אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, און סטעטן איילענד. &nbsp; מען זעט ווי אנשי שלומינו זענען זייער ווארעם דערצו, עס איז פשוט ווען מען זעט די געטרייע עסקנים געבן זיך אוועק מיט אזא הארץ און ארבעטן פאר'ן אויבערשטנ'ס וועגן, שפירט מען פאר א זכי' ארויסצוהעלפן, און געלויבט דעם אויבערשטן אז זיי האבן שוין געקענט דעקן די רענט פאר אזויפיל יארן.&nbsp; &nbsp; בפרט נאכדעם וואס אנשי שלומינו האבן געזען אין א בריוו ווי דער ראש ישיבה שרייבט פאר איינע פון די תלמדים "מיט'ן געבן דיין מעשר, דיינע צדקות &ndash; פאר די רענט, ביסטו יוצא אלע צדקות פונעם מוסד, אנגעהויבן מיט די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול, כולל, הדפסה און אזוי ווייטער", און ווי די גבאים זאגן, רופט זיך דער עולם אן זייער שיין. יעצט ווען דער ראש ישיבה שליט"א איז געפארן קיין ארץ ישראל, האט די רענט קאמפיין ווידער געשיקט מיט'ן ראש ישיבה שליט"א א קוויטל מיט אלע נעמען וואס געבן, און דער ראש ישיבה שליט"א, ליינט דעם קוויטל ביי די פילע קברי צדיקים, בפרט ביי מוהרא"ש'ס ציון און און מירון ביים הייליגן רבי שמעון. &nbsp; מען קען זיך משתתף זיין אינעם רענט קאמפיין דורך רופן דעם גבאי מו"ה שבתי מארקוס הי"ו אויף 347-735-9688, אדער אויפן לינק.&nbsp;

    < זעה מער טו אייר תשפ"ד 📝
  • פורים מאביל פארברייטערט אקטיוויטעטן

    ווי באקאנט פון אלע יארן גייען ארום די בחורים פון ישיבה יעדעס יאר אום פורים צו די חשובע נדיבי עם וואס נוצן אויס דעם גרויסן טאג פורים צו שטיצן און ארויסהעלפן די הייליגע ישיבה וואס האט שוין געהאלפן און העלפט ארויס אזויפיל אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט, א זכות וואס איז אומשאצבאר. &nbsp; אזוי ווי די הייליגע מוסדות שטייען יעצט אין גאר א שווערע פינאנציעלע מצב, וועט מען דאס יאר אויסברייטערן די אקטיוויטעטן אום יום טוב פורים, צו מאכן מערערע גרופעס צו קענען אנגעקומען צו אלע היימישע געגנטער אין ניו יארק און ניו דזשערסי און ארום, ווי די בחורים וועלן ארויפקומען און גאר פרייליך מאכן אין די שטיבער פון די נדיבים וואס העלפן ארויס די הייליגע ישיבה זיך צו קענען שטעלן אויף די פיס, און אנפילן די טיפע חובות-לעכער וואס צועפענען זיך לעצטנס מער און מער. &nbsp; אויב ווילט איר געבן גרעסערע סכומים פאר די הייליגע ישיבה, אדער ווייסט איר פון א שכן, קרוב, אדער גוטער פריינט וואס וואלט געהאט חשק די בחורים זאלן ארויפקומען צו אים אום יום טוב פורים, זעט צו רופן ווי פריער, ווייל מען וועט נאר קענען אננעמען ביז ווילאנג די ליסטע ווערט פול. פאר ברוקלין רופט מו"ה שמעון פיש הי"ו אויף 917-232-9070, און פאר קרית יואל (נאר די ערשטע נאכט) רופט מו"ה מרדכי לייב טירנויער הי"ו אויף 845-537-7477. &nbsp; די בחורים פון ישיבה זענען איידעלע בחורים וואס דרייען נישט איבער די שטוב, נאר זינגען מיט הארץ און נשמה, מען זינגט הארציגע און פרייליכע ניגונים פון חיזוק אמונה און תשובה, וואס וועט זיין א תעניג רוחני יעדע רגע.&nbsp; &nbsp; ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר! &nbsp;

    < זעה מער ח אדר ב' תשפ"ד 📝
  • שובבי"ם אין די ברסלבע ישיבה

    אין ישיבה תפארת התורה לעבט מען מיט די צייט, דאס מיינט אז מען לערנט נישט די סדרה ווי אן אלטע מעשה וואס איז געווען טויזנטער יארן צוריק, נאר מען לערנט עס אויף זיך אליינס, יעצט ווען מען איז אריין אין שובבי"ם, מען לערנט די פרשיות ווי די אידן זענען ארויס פון מצרים, נעמען עס די בחורים פערזענליך. מען זעט אין די פרשה אז אויך איך קען ארויסגיין פון מיין "מצר ים" וואס מיינט די ענגשאפט אין מח, און אפילו מען איז משעובד צו פרעה, קען מען טון וואס די אידן האבן געטון דעמאלטס, און שרייען צום אויבערשטן, און פאלגן דעם צדיק משה רבינו, וואס נעמט אונז אויך היינט ארויס פון מצרים, און ברענגט אונז צום בארג סיני און געבט אונז די זיסע און הייליגע תורה, אויף א וועג אז מיר זאלן וויסן אז אויך אונז קענען זוכה זיין צו זיין צדיקים און אויך אונז קענען לערנען די תורה. &nbsp; ווען מען קומט אריין אין ישיבה סיי אין שטעטל און סיי אין שטאט שפירט מען א שובבי"ם לופט, די טייערע תלמידים וואס לערנען פלייסיג א גאנץ יאר לייגן צו נאך שיעורים און נאך לימודים, פילע בחורים לערנען פילע בלעטער גמרא כסדרן, די בחורים זאגן אויס גאנץ תהלים יעדע וואך, אויסער די פילע אנדערע שיעורים ווי חומש רש"י מיט תרגום,, אכצן פרקים משניות יעדן טאג, לייגן נאך פילע צו א בלאט ירושלמי, א פרק תוספתא, רבמ"ם, טור, שלחן ערוך, מדרשים, זוהר הקדוש, חסידישע ספרים און אזוי ווייטער. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען אז אין די טעג זאל מען זיין מער נזהר און זאגן די צען קאפיטלעך פון תיקון הכללי (ט"ז, מ"א, מ"ב, ל"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ), און מען זאל נישט טראכטן "אזא גרינגע זאך צען קאפיטלעך תהלים" און זיך לאזן פונעם סמ"ך מ"ם וואס וויל אונז איינרעדן אז נאר שווערע עבודות קענען אונז מתקן זיין, אזוי ווי דער רבי טייטשט "ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשה", אידישע קינדער האבן נישט צוגעהערט צו משה מיינענדיג אז מען דארף טון עבודות קשות ארויסצוגיין פון מצרים. דער ראש ישיבה האט געבעטן מען זאל נישט אוועקלייגן די תיקון הכללי אויף שפעטער, נאר תיכף נאכן דאווענען מיט די רבינו תם תפילין זאל מען זאגן די צען קאפיטלעך תהלים וואס דאס איז די גרעסטע תיקון שובבי"ם. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אין איינע פון די טעג ביים פארלערענען פרקי אבות פארן דאווענען אנגעצייכענט די משנה אין פרק ד' "אלישע בן אבויה אומר, הלומד ילד למה הוא דומה, לדיו כתובה על ניר חדש. והלומד זקן למה הוא דומה, לדיו כתובה על ניר מחוק." האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ווי באקאנט איז דאס געווען "אחר", האט דער ראש ישיבה געזאגט אז אפשר איז דאס געווען זיין טעות, פארוואס ער האט נישט תשובה געטון נאכדעם וואס ער איז נעבעך דורך וואס ער איז דורך, ווייל ער האט געוואלט זיין נאר ווי א ריינע פאפיר וואס מען האט נאך גארנישט געשריבן דערויף נאר גוטע זאכן, ער האט נישט געקענט דולדן זיין דורכפאל. אבער דאס איז נישט ריכטיג, ווייל מען קען אייביג אנהייבן פון פריש און זיין ווי א קינד וואס איז היינט געבוירן אויב מען טוט תשובה. &nbsp; שובו בנים שובבים

    < זעה מער כט טבת תשפ"ד 📝
  • געקלאוזט אויף א בנין פאר די ישיבה קטנה אין וויליעדזש אף ליבערטי

    היינט קומט אריין די פרייליכע בשורה אז די הנהלה האט היינט געשלאסן דעם מקח צו קויפן א בנין אין ווילעדזש אויף ליבערטי אויף לינקאלן פלעיס ממש נעבן די עקזעסטירנדע בנין פון די תלמוד תורה וואס וועט דינען אלץ די אכסניה של תורה פאר די טייערע בחורים פון די נייע ישיבה קטנה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געגרינדעט אין שטעטל. &nbsp; די הנהלה האט שוין געלייגט אן אויג דערויף א לאנגע צייט און די פארהאנדלונגען גייען שוין אן פאר עטליכע חדשים וואס האט זיך ב"ה געענדיגט מיטן אונטערשרייבן דעם געשעפט און דער בנין גייט אריין אונטערן בעלות פון די ישיבה. &nbsp; דער בנין דארף דורכגיין מילדע קאנסטראקשען כדי מען זאל עס קענען נוצן פאר א ישיבה, און מען האפט אז די ארבעט וועט נישט נעמען מער פון צוויי וואכן. מען וועט דארט בעז"ה אריינלייגן שיעור צימערן, א בית המדרש, אן עס זאל און אזוי ווייטער וואס עס פעלט אויס. א קאך פעלט נישט אויס צוליב וואס עס איז ממש נעבן די תלמוד תורה, און דאס עסן וועט מען נעמען פון די חדר קאך. &nbsp; די ישיבה גייט שוין ב"ה אן אין א צייטווייליגע לאקאציע מיט גרויס הצלחה, די בחורים לערנען מיט גרויס התמדה, און פירן זיך אויף מיט דרך ארץ און יראת שמים, און אויסער די פילע שיעורי הישיבה לערנען די תלמידים משניות גמרא און נאך פילע לימודים אויף זייער אייגענע צייט אויפן סדר דרך הלימוד וואס דער רבי האט אויסגעלערענט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א געבט זיך אפ מיט די תלמידים מיט גרויס געטריישאפט, ער באגלייט און פרעגט זיך נאך אויף יעדן תלמיד און העלפט זיי שטייגן בתורה ויראת שמים. די מגידי שיעור גרייטן אן די בחורים פארן לעבן, און אויסער די שיעורי הישיבה איז דא א געוואלדיגע דגוש אויף מדות טובות און דרך ארץ וואס איז קדמה לתורה.

    < זעה מער ח חשון תשפ"ד 📝
  • פרישע ישיבה קטנה געעפענט אין שטעטל

    שוין א לענגערע תקופה וואס דער ראש ישיבה שליט"א רעדט ארום איבער זיין ווילן ארויסצוברענגען די הייליגע ישיבה תפארת התורה צום שטעטל, א זאך וואס האט זיך דערווייל נישט אויסגעארבעט. &nbsp; אבער יעצט געלויבט דעם אויבערשטן אז די קהלה וואקסט, און מער און מער בחורים פון ישיבה זענען קינדער וואס זענען שוין אויפגעוואקסן אין היכל הקודש, און יעצט ביים אנהייב פון די נייע זמן האבן עטליכע עלטערן וואס וואוינען אין שטעטל געטראכט אריינצושיקן די אינגע בחורים קיין וויליאמסבורג צום ישיבה, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער זעט די יעצטיגע געלעגענהייט אלץ א פאסיגע צייט אנצוהייבן איבערפלאנצן די ישיבה אין שטעטל צוביסלעך. &nbsp; און דערפאר האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז מען עפענט אויף א פרישע ישיבה קטנה פאר די אינגע בחרוים אין שטעטל. דער נייער ישיבה וואס שטייט בראש פונעם ראש ישיבה שליט"א איז שוין אפן ב"ה און גייט אן מיט א שטארקייט, דער ראש ישיבה שליט"א געבט יעדן טאג א דרשה פאר די בחורים דורך א הוק אפ, מיט חיזוק און הדרכה. &nbsp; בחורים פון אויסער די שטעטל וואס ווילן וועלן קענען קומען לערנען לערנען אין די נייע ישיבה, אבער דערווייל וועט עס זיין אן קיין דארמיטארי, און זיי וועלן זיך דארפן טרעפן א פלאץ וואו איינצושטיין. &nbsp; דער ראש ישיבה איז זייער פרייליך מיט די נייע ישיבה, און האט עס גענומען ווי זיין נייע פראיעקט, און זאגט אז ער וועט זיך בעז"ה אריינלייגן אריינצוגעבן אין די בחורים די אלע עצות פון רבין ווי מוהרא"ש האט געלערענט, בפרט די סדר דרך הלימוד, דרך ארץ און מידות טובות, אמונה און תמימות, רעדן צום אויבערשטן, און און אזוי ווייטער. &nbsp; לעת עתה האט מען אויפגענומען די ערשטע מגידי שיעור פאר די נייע ישיבה תלמידי חכמים און יראי ה' הר"ר יוסף שניצלער שליט"א און הר"ר אלחנן ראטה שליט"א. &nbsp; דערווייל האט מען זיך פלאצירט אויף צייטווייליג אין בית המדרש אין שטעטל, אבער אין די יעצטיגע טעג ענדיגט מען בויען א בנין ספעציעל פאר די ישיבה קטנה, וואס מען האפט צו קענען אריינגיין אין די נאנטע וואכן.

    < זעה מער ג חשון תשפ"ד 📝
  • א טרער צום פטירה פון הבחור החשוב שמעון ברייער ז"ל

    מיט א טיפע שאק און טרויער נעמען אנשי שלומינו אויף די שוידערלעכע בשורה אז איינע פון תלמדים פון היכל הקודש הבחור החשוב שמעון ברייער ע"ה פון לאנדאן האט צוריקגעקערט זיין נשמה צום אייבערשטן! &nbsp; שימי ע"ה איז געווען אויפן וועג קיין אמעריקע צו קענען זיין דורכאויס די זומער חדשים מיט א נישט געזונטע קינד ל"ע, פארמאגענדיג א גאלדענע הארץ וואס האט געזוכט צו טון חסד מיט אנדערע. &nbsp; דער חשובער נפטר ע"ה האט שוין געענדיגט צענדליגע מאל מסכת תענית, נאך מיט צוויי יאר צוריק האט ער שוין געזאגט פאר איינע פון אנשי שלומינו אז ער האט שוין געענדיגט מער פון פערציג מאל די מסכת. &nbsp; אזוי אויך האט ער געענדיגט אן א שיעור מאל משניות, שמעון פלעגט זיך אלץ דרייען מיט א משניות אין די הענט, אויסער די פילע אנדערע שיעורים וואס ער פלעגט לערנען תימידים כסדרן. &nbsp; שמעון איז געווען א געוואלדיגע חידוש אין התחזקות, אייביג האט מען אים געזען מיט א פרייליך פנים. ווי געזאגט איז ער יעצט געווען אויפן פליגער קיין אמעריקע ווי ער האט געפלאנט צו וויילן אין די קעטסקילס, און ער האט שוין קוים געקענט אויסווארטן זיך צו קענען אריינכאפן אין שטעטל צו קענען גיין הערן שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א פון וועמען ער האט געשעפּט זיין גאנצע חיות די לעצטע זעקס יאר. אבער דער אויבערשטער האט אנדערש געוואלט, ווען אינמיטן וועג האט אים געכאפט א שרעקליכא אסטמא אטאקע פון וואס דער נפטר האט ליידער אויסגעהויכט זיין לויטערע נשמה. &nbsp; יעצט דארפן מיר זיך מחזק זיין מיט דער ראש ישיבה'ס לימודים וואס דער ראש ישיבה זאגט אייביג "לאכן לאכט ווער ס'לאכט לעצט!" שמעון ע"ה קערט צוריק זיין נשמה צום אייבערשטן, ווען ער האט אנגעפילט זיינע טעג מיט תורה מצוות און מעשים טובים. &nbsp; אונזער חבר שמעון בן ישכר שלמה איז אוועק אינגערהייט, ער האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות, אז מיר וועלן אים נאכמאכן, דאווענען מיט מנין, לערנען שיעורים כסדרן, זיין פרייליך טראץ אלעס וואס גייט אונז אריבער, אנגיין ווייטער און נישט קוקן אויף אלע שוועריקייטן וועט עס זיכער זיין א טובה פאר זיין נשמה. &nbsp; זאל דער אייבערשטער העלפן ער זאל זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע און מיר זאלן הערן נאר גוטע בשורות און מיר זאלן זיך קענען מחזק זיין און זיך גוט אנגרייטן פאר די לעצטע טאג. &nbsp; עוז והדר לבושה ותשחק ליום אחרון

    < זעה מער ז תמוז תשפ"ג 📝
  • סדר הלימודים אין ישיבה תפארת התורה גייט ווייטער אן אויך דורכאויס בין הזמנים

    ווען איר קומט אריין אין די טעג אינעם הייליגן ברסלב ישיבה תפארת התורה אין וויליאמסבורג, וועט זיך אייך דאכטן אז יעצט איז אינמיטן זמן, דער ישיבה גייט אן ווי געהעריג, דער ראש ישיבה און די בחורים דאווענען און לערנען, דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר די געשמאקע שיעורים, פונקט ווי א גאנץ יאר. אין די צייט וואס אנדערע ישיבות פארמאכן זיך אויף גאנץ חודש צו "בין הזמנים", טוט מען אין ישיבה תפארת התורה נישט אנערקענען דעם טערמין בין הזמנים אויף צו גיין ליידיג און פארברענגען די צייט. &nbsp; פון די אנדערע זייט טוט דער ראש ישיבה שליט"א מוטיגן אז אלע בחורים אפילו די וואס וואוינען אין אויסלאנד אדער אנדערע פעלער זאלן טון אלעס וואס זיי קענען צו זיין אינדערהיים אויף פסח זעלבסט. דער ראש ישיבה זאגט אז פסח איז א צייט וואס מען דארף זיין אין שטוב, אבער די וואכן פאר פסח און נאך פסח דארף מען נישט גיין ליידיג.&nbsp; &nbsp; אלע צדיקים פלעגן בלוטיגן אויף דעם אזוי גערופענעם "בין הזמנים" צייט וואס די בחורים נישט האבנדיג קיין סדר, ווערן זיי משוגע פונעם טאג און וואס ליידיג גיין קען ברענגען, דארף מען נישט מסביר זיין. &nbsp; צדיקים האבן געזאגט אז א איד דארף שטענדיג לערנען און דאווענען און דינען דעם אייבערשטן, נישט קיין חילוק צי עס איז חודש טבת, ניסן, אב אדער תשרי. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דער טערמין "בין הזמנים" גייט ארויף נאר אויף די צייט בין מיתה לקבורה, אבער אויסער דעם איז נישט פארהאן אזא זאך ווי בין הזמנים. &nbsp; די תלמידים פון ישיבה תפארת התורה דארף מען נישט צווינגען צו קומען אין ישיבה בין הזמנים פונקט ווי א גאנץ יאר, די תלמידים ווערן נתחנך מיט אהבת התורה און אהבת השי"ת, זיי פרייען זיך און זענען דאנקבאר פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס שטרענגט זיך אן יעדן טאג אפילו אין די פארנומענע ערב פסח טעג און האלט אפן די ישיבה און געט די געשמאקע שיעורים ווייטער ווי א גאנץ יאר. &nbsp; כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ

    < זעה מער ז ניסן תשפ"ג 📝
  • דער ראש ישיבה רופט צו אנשי שלומינו: אלע איינגעשטעלטע מוזן ווערן באצאלט אויף יום טוב!

    מיט צוויי חדשים צוריק האט דער ראש ישיבה געלאזט רופן מו"ה יעקב משה אינדארסקי הי"ו, און זיך אויסגעדוקט פאר אים: "וואס גייט מען טון אויף פסח? אויף פסח מוז יעדער ווערן באצאלט!", דער ראש ישיבה האט אים געזאגט אז ער ווייסט אז עס זענען דא איינגעשטעלטע וואס זענען שוין נישט געהעריג באצאלט געווארן די לעצטע עטליכע חדשים. מען האט ארום געשלעפט מיט זיי, דער ראש ישיבה האט אים געזאגט "אויף פסח מוז יעדער ווערן באצאלט. מיר טארן נישט בלייבן שולדיג איין צענט פאר קיין שום איינגעשטעלטער אין די מוסדות!" &nbsp; מען געבט איבער פון די אפיס פון די מוסדות אז לעת עתה איז מען הונטערשטעליג פעיראל מיט כמעט א פערטל מיליאן דאלער, וואס דאס אלעס דארף ווערן אויפגעטריבן ביי אנשי שלומינו אין די קומענדיגע וואך צוויי. ר' יעקב משה זאגט אונז: "עס ליגט אויף אונז א חוב זיכער צו מאכן אז אויף יום טוב זענען אלע וואס ארבעטן פאר די מוסדות פון אל"ף ביז ת"וו באצאלט. זיי אלע דארפן באצאלן זייער לעקטער ביל, זייער מארטגעדזש, זיי דארפן איינקויפן אויף יום טוב. מיר קענען זיי נישט לאזן מער ווארטן!" &nbsp; ווי באקאנט ווערט פון דא באצאלט די איינגעשטעלטע פון אלע מוסדות היכל הקודש, וואס אנטהאלט שוין היינט 5 חדרים, 3 מיידל שולעס, און 2 ישיבות. וואס איז אויסגעשפרייט און עטליכע שטעט אין אמעריקע און אין ארץ ישראל. די פעיראל פון די מוסדות שטייט היינט ביי איבער פינף און דרייסטיג טויזנעט דאלער יעדע וואך. די הנהלה פרובירט מיט אלע כחות אויפצוקומען מיט דאס געלט יעדע וואך, און לייגט א פריאריטעט אויף די מלמדים און טיטשערס אז זיי זאלן ווערן באצאלט אין צייט, אבער יעצט אויף פסח האט דער ראש ישיבה באפוילן אז מען זאל טון וואס מען קען אז אלע זאלן ווערן אינגאנצן אויסגעצאלט. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געבעטן אז אפילו די וואס האבן נישט די מעגליכקייט צו געבן אליינס, זאלן גיין נאך געלט ארויסצוהעלפן באצאלן די חובות וואס ער האט פון די מוסדות. דער ראש ישיבה זאגט אז ווען מען העלפט די מוסדות העלפט מען זיך אליינס, מען טוט אים נישט קיין טובה. פארוועם דארף ער די מוסודות אויב נישט פאר אונז? &nbsp; דערפאר ליגט אויף אונז א פליכט זיך אנצושטרענגען און זיך באשטייערן מיט וויפיל מען קען נאר, און מיט דעם אראפ נעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה, אז ער זאל קענען גיין צום סדר מיט א רואיגע געוויסן, וויסענדיג אז אלע זענען געווארן באצאלט, און ער טראגט נישט קיין פעיראל חובות ווייטער. &nbsp; שפירט פאר א זכיה זיך משתתף צו זיין צום קמחא דפסחא קאמפיין פון די מוסדות, און רופט אדער טעקסט שוין דעם מנהל המוסודות מו"ה אברהם משה שטראסער הי"ו אויף 917-578-0495, אדער דעם גבאי צדקה מו"ה יעקב משה אינדארסקי הי"ו אויף 845-662-3207, צו געבן אייער ברייטהארציגע נדבה, אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכון לבו לשמים, ופרוטה ופרוטה מצטרפת! &nbsp; דער אויבערשטער וועט זיכער באצאלן פון אלעם גוטן פאר אלע נדבנים וואס לאזן זיך קאסטן פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן, צו שטיצן די הייליגע מוסדות וואס לערנט אמונה מיט די קינדער, וואס לערנט די קינדער ליבשאפט צום אייבערשטן און צו זיין תורה.

    < זעה מער כ אדר תשפ"ג 📝
  • די ברסלב בחורים וועלן משמח זיין פורים

    אידן איבער די וועלט גרייטן זיך צום פרייליכן טאג פורים. דער היילגער יום טוב ווען מען דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויס חסדים בימים ההם בזמן הזה, ווען צוררי ישראל ווילן אונז מאבד און מכלה זיין, און טראץ די גרויסע הסתרת פנים, טוט דער אייבישטער גרויסע נסים און ווען מיר זעען איין אז עס איז נישטא צו וועם צו גיין נאר צו אים און מען בעט דעם איינציגער באשעפער ראטעוועט ער אונז פון אלע וואס ווילן אונז שלעכטס טון. &nbsp; אנשי שלומינו אזוי ווי אלע ערליכע אידן גרייטן זיך צום גרויסן טאג, ווען מען מרבה זיין מיט צדקה, גמילת חסדים און אהבת ישראל, יעדער איינער לויט זיין וועג. די בחורים שטעלן זיך צוזאם אין גרופעס וואס וועלן אינאיינעם ארום פארן צו די שטובער פון אנשי שלומינו וועלכע ווילן האבן דעם תענוג רוחני זיך משמח זיין מיט די בחורים תלמידים פון די הייליגע ישיבה, מען וועט זינגען די שיינע ניגונים פון ראש ישיבה וואס וועט אויפלאמען דאס הארץ צום אייבערשטן אין דעם געהויבענעם טאג. &nbsp; ווי מען זעט ווערט פון יאר צו יאר די פארלאנג גרעסער און גרעסער, פילע אידן ווילן האבן די ברסלב'ע בחורים אין שטוב אום פורים, אבער במציאות איז נישט מעגליך אנצוקומען צו יעדעם, עס איז דא א באגרעניצטע צאל גרופעס, און די צייט איז זייער קורץ, דערפאר וועט מען מוזן באשטעלן די בחורים פאראויס, און נאר פאר א באשטימטע סכום צדקה פאר די הייליגע ישיבה וועט מען קענען קומען. &nbsp; צו באשטעלן די בחורים קען מען רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו אויף 917-232-9070. רופט וואס פריער, ווייל מען וועט נאר קענען אננעמען ביז ווילאנג די ליסטע ווערט פול. &nbsp; ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר

    < זעה מער כח שבט תשפ"ג 📝
  • מסיבת הכרת הטוב פונעם רענט קאמפיין מוצש"ק תרומה הבעל"ט

    די געטרייע עסקים פון די "רענט קאמפיין" זענען אין די טעג פארנומען מיט פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום יערליכן "מסיבת הכרת הטוב" פאר אלע נדיבים וואס באשטייערן זיך במשך די יאר מיט שיינע סכומים. &nbsp; מיט עטליכע יאר צוריק האבן די געטרייע עסקנים מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו און מו"ה מארקוס הי"ו אראפגענוןמען דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א פון דארפן צוזאם שטעלן די "רענט" פארן ישיבה, און מיט דעם האבן זיי באפרייט טייערע צייט פונעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען זיך בע"ה אפגעבן מיט די תלמידים מיט מער הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס ער האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; זיי האבן געזאגט פארן ראש ישיבה אז זיי נעמען איבער דעם עול, און זינט דאן האבן זיי ברוך השם מצליח געווען אין מיט די הילף פון אנשי שלומינו וועלכע שטרענגען זיך אן יעדן חודש און באשטייערן שיינע סכומים פאר די רענט. &nbsp; ווען עס האט זיך געעפענט דער נייער בית המדרש אין בארא פארק, וואס איז א געדינגענע פלאץ, האבן זיי עס אויך גענומען אויף זיך אויף די פערזענליכע בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; די עסקנים האבן א געוואלדיגע הכרת הטוב צום ציבור, און ווילן כאטש איינמאל א יאר זיך באדאנקען פאר די פילע נדברים, דערפאר האבן זיי פאררופן א מסיבת הכרת הטוב אויפן קומענדיגן מוצאי שבת קודש פרשת תרומה, אין בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג. &nbsp; און ווי אין די פארגאנגענע יארן, אנטשפערכט אויך דער היי יאריגע מסיבה צו זיין גאר א געשמאקע אווענט מיט געשמאקע דרשות און פראגראם. מען וועט דארט בעז"ה טיילן מתנות און פלעקס פאר די נדבנים און פאר זייערע משפחות. אזוי אויך וועט דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט א שיינע חיזוק שמועס, וואס וועט בעז"ה איבערלאזן א גאר א געשמאקע רושם פאר אלע באטייליגטע פאר לאנגע וואכן דערנאך.

    < זעה מער כא שבט תשפ"ג 📝
  • סיום הש"ס פון הבחור דוד אסקאל ני"ו

    אין ישיבה תפארת התורה ברסלב אין וויליאמסבורג הערשט א גרויס שמחה. איינע פון די חשובע תלמידים הבחור החשוב דוד אסקאל הי"ו וואס איז אריינגעקומען אין ישיבה מיט ווייניגער פון א יאר, און נאכן הערן פונעם ראש ישיבה די גרויסקייט פון זאגן און ענדיגן ש"ס, האט ער עס גענומען און געפאלגט מיט תמימות ופשיטות, און אויסערדעם וואס ער איז א געשמאקע בחור מיט מידות טובות, און חוץ זיינע פילע שיעורים און חומש, משניות, הלכה, מדרשים און אזוי ווייטער האט ער געלערנט יעדן טאג עטליכע שעה ש"ס כסדרן, ביז דער אויבערשטער האט געהאלפן אז אין די טעג איז ער אנגעקומען און האט זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ ש"ס. &nbsp; צום גרויסן טאג זענען זיינע עלטערן און משפחה געקומען צו פארן פון ארץ ישראל, און דער סיום איז אפגעראכטן געווארן אויף א הערליכן פארנעם אין שטוב פון זיינע חשובע קרובים וואס וואוינען דא אין וויליאמסבורג. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז זיך ספעציעל געקומען באטייליגן ביים סיום, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, מען האט געזונגען שיינע ניגונים, און מען האט געהערט עטליכע שיינע דרשות. א טייל פון די סיום קען מען זען דא אויף ברסלב סענטער וועבסייט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעטרעטן און האט ארויסגעברענגט ביי זיין דרשה ווי איבערגענומען ער איז אז די משפחה מאכט אזא שיינע סיום, בשעת אין ישיבה זענען שוין געווען צענדליגע סיום הש"ס, אבער רוב מאל קומט עס פאר אין ישיבה, ווי אסאך מאל "טוט דער טאטע א טובה" און קומט. אבער דא, האט דער ראש ישיבה געזאגט - זעט מען א ווארימע משפחה וואס פריידט זיך מיט און העלפט און שטיצט, און מען ווייזט ארויס כבוד פאר די תורה, און מען פראוועט א שיינע סיום, ווי עס שטייט אין חז"ל אז ווען מען עדיגט א מסכת, איז א "יומא טבא לרבנן". דער ראש ישיבה האט געזאגט אז כאטש היינט האט מען געענדיגט מסכת נדרים אין די קהילה, און מ'האט אים גערופן צי ער קען קומען מחזק זיין די אינגעלייט אין שטעטל ביים סיום, אבער האט אלעס געלייגט אין די זייט. ביי אים האט א גאר שטארקע חשיבות ווען א בחור ענדיגט ש"ס. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייניגער פון א יאר צוריק, ווען דער בחור איז ארויפגעקומען צו א שיעור, און אויף די פראגע פון ראש ישיבה וויאזוי ער הייסט זאגט ער "דוד אסקאל", דער ראש ישיבה האט אים געפרעגט וואס איז די מעשה? ווילסט לערנען דא? האט ער געזאגט, ער איז דא צוגאסט פון ארץ ישראל ווי ער האט געהערט פון די ישיבה, ער וויל עס פשוט קומען זען, אבער דוד איז צוריק געקומען יעדן טאג צום שיעור, און נאך אפאר טעג, האט ער באשלאסן ער בלייבט דא.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז איינער האט אמאל געזאגט פארן צאנזער רב, אז ער האט געלערנט ש"ס, האט אים צאנזער רב צוריק געפרעגט "וואס האט ש"ס דיר געלערענט?" דא&nbsp; - האט דער ראש ישיבה געזאגט - דוד האט ש"ס געלערענט, און ש"ס האט אים געלערענט, אויסער וואס דוד לערנט פלייסיג איז ער א בעל מידות טובות. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז ער האט אמאל געהערט א טעיפ ווי קלויזענבורגער רב זאגט נאך פון ספר רחמי האב וואס שרייבט אז ער האט געקענט א פשוטע שוסטער וואס האט געהאט א צלם אלוקים, די פנים האט אים געלאכטן, ווען מען האט אים געפרעגט וויאזוי איז ער זוכה דערצו? האט ער געזאגט אז ער קען נישט לערנען, אבער ער זאגט ש"ס בגירסה, און ווען מען זאגט די ווערטער פון די הייליגע תורה, ווערט די נשמה לויטער און ריין. &nbsp; דער חתן-תורה הבחור דוד ני"ו האט אויפגעטרען און געזאגט אפאר ווערטער, ווי ער האט געדאנקט דעם אייבערשטן, און זיינע חשבוע עלטערן וואס האבן אים מחזק געווען, אזוי אויך זיינע חשובע קרובים פון וויליאמסבורג, וואס האבן אים אריינגענומען אין שטוב, אין די צייט וואס ער לערנט דא. &nbsp; דערנאך האט מען געהערט אפאר ווערטער פונעם חשובן פאטער שליט"א וואס האט געדאנקט דעם אייבערשטן שהחיינו וקיימנו והגענו, ער האט זיך קיינמאל נישט געגלייבט אז ער וועט זוכה זיין א זון זאל ענדיגן ש"ס, און האט געזאגט אז עס איז בבחינת "ברא מזכה אבא", אויך האט ער זיך באדאנקט פארן ראש ישיבה, וואס האט מחזק געווען זיין זון, זאל האבן די כחות דורכצופירן אזא שווערע זאך ווי ענדיגן ש"ס וואס נעמט שעות טאג טעגליך. &nbsp; דער עולם איז ארויס מיט שטארקע חיזוק, זיך צו נעמען אין די הענט אריין, און אננעמען די שיינע זיסע עצות פון הייליגן רבין, וואס מיט דעם קען מען האבן א זיסע און געשמאקע לעבן.

    < זעה מער ג שבט תשפ"ג 📝
  • שבת התוועדות מיט געקליבענע צאל בחורים אין גלילות קרית יואל

    איינע פון די זאכן וואס דער ראש ישיבה מאנט פון די בחורים, איז אז ווער איז וויל זיין א תלמוד פון ישיבה, מוז גיין נאך געלט. דער ראש ישיבה זאגט פאר די בחורים, אז ווען מען העלפט די ישיבה העלפט מען זיך אליינס. די בחורים תלמידי הישיבה, גייען טאקע כסדר נאך געלט, און געבן איבער דאס געלט וואס זיי האבן צוזאם גענומען פארן ראש ישיבה. דער ראש ישיבה זאגט אז די קליינע סכומים צוזאם געשטעלט דורך די בחורים, איז אים אסאך מער חשוב ווי איינער וואס געט אפילו א גרעסערע סכום פון זיין מעשר געלט. &nbsp; פארגאנגענע וואך שב"ק פרשת חיי שרה, איז דער ראש ישיבה ארויסגעפארן מיט זיין משפחה צו א שיינע פלאץ אין גלילות פון קרית יואל, ווי מען האט געפראוועט א שיינע שבת מיט די בחורים וואס גייען נאך געלט. &nbsp; די בחורים האבן געדאווענט און געגעסן אלע סעודות שבת קודש אינאיינעם מיטן ראש ישיבה. אזוי אויך האבן די בחורים מיטגעהאלטן די תפלות מיטן ראש ישיבה וואס האט געדאווענט אלע תפלות פארן עמוד. &nbsp; במשך די סעודות שבת האבן די בחורים געשמועסט שעות לאנג מיטן ראש ישיבה פון די זיסע עצות פון רבין, בעיקר האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז ווער עס וויל זיך האלטן ביים הייליגן רבין, מוז האבן א גוטע חבר מיט וועם צו שמועסן, א חבר וועט מחזק זיין. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז נאר אזוי האט ער זיך געקענט האלטן ביים רבין, ווייל ווען ער איז נתקרב געווען צום רבין האט ער געהאט א גוטע חבר הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א וואס זיי פלעגן זיך אלץ מחזק זיין איינע דעם צווייטן, בפרט האט דער ראש ישיבה געזאגט, איז עס וויכטיג נאכדעם וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט אלץ צו מאכן פאר א מקורב חלישת הדעת, ער מאכט שפירן דעם מענטש "מ'דארף דיך נישט", אדער מענטשן זאגן אים "עס איז נישט פאר דיר, דאס איז א פלאץ פון שוואכע", אדער ווען די משפחה מישט זיך אריין, און אזוי ווייטער מוז מען האבן א גוטע חבר, כדי מען זאל נישט צופאלן. &nbsp; איינער פון די תלמידים האבן געפרעגט דעם ראש ישיבה וויאזוי קען מען צוקומען צו אזעלכע גרויסע מדרגות ווי דער היילגער רבי און מוהרא"ש זענען צוגעקומען. האט דער ראש ישיבה געענטפערט "אז דו וועסט זיין גרייט צו דינען דעם אייבערשטן אפילו מ'שטופט דיר אוועק, דו וועסט גארנישט וועלן אויסער דינען דעם אייבערשטן, וועסטו אנקומען צו זייער שיינע זאכן". &nbsp; דער ראש ישיבה איז אריין אין א שמועס איבער "עין הרע", פון אלע זייטן שרעקט מען אן און מען פרובירט צו שטופן דעם מענטש זיך כסדר "אפצושפרעכן", דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז אויב מ'לעבט מיט אייבערשטן, דארף מען נישט מורא האבן פון קיינעם, אויך נישט פון קיין עין הרע, דער אייבישטער היט. &nbsp; מוצש"ק האט מען געהאט צוגאסט הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א מיט זיין זון הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א. דער ראש ישיבה האט מכבד געווען רבי אברהם חיים צו רעדן, וואס האט מהנה געווען דעם עולם מיט שיינע דברי תורה. &nbsp; דערנאך האט ראש ישיבה מכבד געווען רבי זלמן לייב צו פארציילן א מעשה פון א צדיק, ווי מען פירט זיך מוצש"ק כדי אנצוהייבן די וואך מיט אמונת חכמים. &nbsp; דער ראש ישיבה איז אריין אין א שמועס איבער רבי נתן'ס התקרבות וואס האט זיך אנגעהויבן א מוצש"ק, דער ראש ישיבה האט פארציילט אז רבי נתן איז געווען אין א חבורה פון חסידישע אינגעלייט וואס פלעגן פראווען מלוה מלכה אינאיינעם, זיי פלעגן מאכן א גורל יעדע וואך ווער עס זאל ברענגען די בייגעלעך, איינמאל ווען עס איז געפאלן דעם גורל אויף רבי נתן, האט ער אויפן וועג געטראכט צו זיך "פאר דעם בין איך געקומען אויף דער וועלט צו קויפן בייגעלעך?" ער איז געווען זייער צובראכן, און האט געטראפן א שול וואס די עזרת נשים איז געווען אפן, און ער האט זיך געזעצט זאגן תהלים מיט גרויס געוויין, און ביי קאפיטל נ"א איז ער אנטשלאפן געווארן אויפן תהלים, און ער האט זיך געחלומט ווי ער פרובירט ארויפצוגיין אויף א לייטער, אבער ער פאלט כסדר אראפ, און וואס העכער ער באווייזט צו גיין, אלץ גרעסער איז דער קלאפ נאכדעם וואס ער איז אראפ געפאלן, אינמיטן קומט א איד און זאגט אים "דראפע דיך און דערהאלט דיך". שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום הייליגן רבין האט ער דערקענט אז דער מענשט וואס האט אים מחזק געווען אינעם חלום אז ער זאל זיך דערהאלטן איז געווען דער הייליגער רבי. &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארויסגעברעגט אז דאס איז דער הייליגער רבינ'ס לימוד, מען זאל גיין ווייטער און נישט קוקן אויף צוריק, נאר אלץ אנהייבן פון יעצט, און אזוי וועט מען צום סוף אנקומען צו גאר גרויסע מדריגות. &nbsp; די בחורים זענען אהיים מיט די געשמאקע טעם פון א שבת מיטן ראש ישיבה וואס וועט זיי פארבלייבן אין זכרון פאר גאר לאנג.

    < זעה מער א כסלו תשפ"ג 📝
  • שיעורים אין ירושלמי ווערן אויפגעכאפט אויף ווידיא

    הונדערטער אידן זענען זיך מחיה יעדן טאג מיט די פילע שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, אנגעהויבן מיט די באקאנטע חיזוק שיעורים פאר די בחורים, וואס איז שוין היינט דא קרוב צו צוויי טויזנט אפגעכאפטע שיעורים אויף ווידיא, דערנאך מיט די בארימטע שיעור ליל שישי פאר אינגעלייט, וואס איז שוין אנגעהויפענט נאך עטליכע הונדערט רעקארדירטע שיעורים, אזוי אויך זענען זיך די פרויען מחיה מיט די בערך הונדערט שיעורים פאר פרויען, די וואס פארשטייען נאר לשון הקודש דערקוויקן זיך מיט די בערך פופציג שיעורים אין די ארכיוון פון שיעורים אויף לשון הקודש, די ענגליש רעדנדע שלונגען מיט דורשט די קרוב צו פופציג ענגלישע שיעורים, אזוי אויך זענען זיך פילע מחיה מיט די בערך דרייסיג דרשות וואס איז אפגעכאפט פון פארשידענע געלעגענהייטן, מיט די עטליכע הונדערט שיעורים אין משניות, מעשה'לעך פאר קינדער, שיעורים אין חינוך, שיעורים אין שיר השירים, און קנאפע טויזנט שיעורים אין גמרא בבלי אנגעהויבן פון מסכת ברכות ביזן יעצטיגן דף אין מסכת נדרים, וואס דאס אלעס איז אפגעכאפט געווארן מיט א קלארע ווידיא קאמערע וואס מען קען אייביג איבערהערן אויף די "אוצרות ברסלב דראפ באקס".&nbsp; &nbsp; יעצט האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז לכבוד די אנהייב פונעם מחזור ירושלמי פון היינט מאנטאג וירא, וועט מען אנהייבן אויפצוכאפן די שיעורים אויף ירושלמי, וואס וועט בארייכערן אלע צוהערערס, ווען מען וועט קענען הערן די הייליגע ווערטער פון חז"ל מיט די הקדמות פון הייליגין רבי'ן וואס ווארפט א פרישע ליכט אין די ווערטער פון די הייליגע תנאים און אמוראים, ווען מען שפריט ווי זיי רעדן צו מיר און געבן מיר א וועג צו קענען לעבן א גוט לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. &nbsp; די שיעורים זענען קורץ און שארף, און נעמט נישט מער פון בערך צען-פופצן מינוט א טאג, אבער מיט דעם אלעם איז עס קלאר און געשמאק אראפגעלייגט אז אפילו א מענטש וואס איז פאריאגט און פארפלאגט און האט נישט די קאפ אויפן פלאץ זאל אויך קענען פארשטיין און מיטהאלטן די הייליגע ווערטער פון חז"ל. &nbsp; יעצט ביי דעם געלעגעהיינט איז דער ריכטיגער צייט זיך מיטצוכאפן מיטן שיעור, און אי"ה אין בערך פיר יאר ארום קענען זינגען מיט פרייד "הדרן עלך תלמוד ירושלמי, ודעתן עלך תלמוד ירושלמי". &nbsp; די שיעורים אין ירושלמי אויף "אוצרות ברסלב דראַפּ-באַקס"

    < זעה מער כ חשון תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 113 results

1 2 3 4 5 6 7 8
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ב
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com