Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • הערליכע סיום הלכות שבת אָפּגעראָכטן ביים ראש ישיבה אינדערהיים

    עס הערשט א גרויס שמחה ביי די בחורים אין ישיבה תפארת התורה. מען האט זוכה געווען צו פראווען א שיינע סיום אויף א שיינע חלק פון הלכות שבת. צום דעם פרייליכן געלעגענהייט האט מען האט געפראוועט א שיינער סיום ביים ראש ישיבה אינדערהיים. דער ראש ישיבה געווען זייער אויפגעלייגט ביים גאנצן סיום, און שטארק מחזק געווען די בחורים מען זאל ווייטער אנגיין און לערנען פלייסיג. דער שיעור האט דער ראש ישיבה מייסד געווען מיט עטליכע יאר צוריק, דער ערשטער מגיד שיעור איז געווען דער דיין שליט"א וואס וואוינט שוין היינט אין קרית ברסלב, דעם זמן האט הרה"ג ר' אלחנן ראטה שליט"א איבערגענומען דעם שיעור. דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט אז דער רבי בעט יעדן טאג דארף מען טון צוויי זאכן: מען דארף יעדן טאג לערנען הלכה, און רעדן צום אייבערשטן. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז נאר אזוי קען מען זיך רופן  א ברסלב'ע חסיד. דער ראש ישיבה מסביר געווען אז כאטש דער רבי האט גערעדט פון אסאך זאכן, אבער די צוויי זאכן איז דער יסוד. רעדן צום אייבערשטן בינדט צו א איד צום אייבערשטן, און לערען הלכות לערנט אויס דעם איד וואס דער אייבישטער וויל א איד זאל טון. די צוויי זאכן מוזן גיין אינאיינעם, מען דארף לעבן מיט אמונה, און לעבן מיט הלכה. דער ראש ישיבה האט געזאגט אויף די בחורים פונעם שיעור "זיי זענען העלדן פון די קהילה! דאס איז אונזער ישיבה!". דער שיעור ווערט פארגעלערענט אין די הייליגע ישיבה תפארת התורה יעדן טאג דורכן חשובן מגיד שיעור הרה"ג אלחנן ראטה שליט"א 4:15 און ציעט זיך ביז 5:00, ווען דער ראש ישיבה שליט"א זאגט זיין טעגליכע בארימטער חיזוק שיעור, וואס די רעקארדינגס דערפון גייען ארום אין די גאנצע וועלט, און איז מחיה צענדליגע טויזנטער אידן טאג טעגליך. דערנאך האט דער מנהל המוסדות הר"ר מרדכי אינדיג אויפגעטרעטן, און ארויסגעברענגט אז אויב מיר האבן שוין יא אזא ראש ישיבה, דארפן מיר אים פאלגן, און אזוי וועלן מיר מצליח זיין אין אלעם ברוחניות ובגשמיות. דערנאך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פונעם מנהל פון ישיבה הר"ר נתנאל פארקאש שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פונעם שיעור, און פון לערנען הלכות שבת. אויך האט מען געהערט טרעפליכע ווערטער פונעם מגיד שיעור הר"ר אלחנן ראטה שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה אז מען האלט שוין דא, מען האט מסיים געווען נאך א מקצוע אין די וויכטיגע הלכות פון הלכות שבת. ▶️ דרשה פון ראש ישיבה ביים סיום 📸 בילד פונעם סיום

    < זעה מער ה כסלו תשפ"ב 📝
  • נייע געשמאקע שיעור אין א פרק משניות טעגליך פארגעלערענט דורכן ראש ישיבה שליט"א

    קרעדיט: מו"ה שמואלי וועבער הי"ו ווי באקאנט איז איינע פון די שטארקסטע יסודות וואס מוהרא"ש זי"ע האט אראפ געלייגט אין די הייליגע ישיבה תפארת התורה, איז דער שיעור משניות. ווי עס ווערט גע'פסק'נט להלכה אז דאס דארף זיין דער ערשטער שיעור פון א איד, "וְשִׁעוּר מִשְׁנָיוֹת קוֹדֵם לְכָל דָּבָר, וְעַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה לִנְשָׁמָה, מִשְׁנָה אוֹתִיּוֹת נְשָׁמָה" (קשו"ע סימן א', סעיף ה) וואס דער מקור דערפון איז פון הייליגן אר"י ז"ל. אנשי שלומינו געדענקען ווי מוהרא"ש פלעגט כסדר חזרן מיט אונז די גרויסקיין פון זאגן ח"י פרקים משניות, אז עס רייניגט די נשמה, עס נעמט ארויס דעם מענטש פון די טיפע בלאטע ווי ער איז נעבעך אריינגעפאלן, און איז פשוט משנ"ה דעם מענטש לטובה.&nbsp; מען זעט טאקע אלץ אנשי שלומינו מיט א משניות אין די האנט, ווי מוהרא"ש פלעגט כסדר זאגן "א סימן אז מען איז אין היכל הקודש, אז מען האט א משניות אין טאש". אין די הייליגע ישיבה לערנען טייל בחורים יעדן טאג אכצן פרקים משניות כסדרן און ענדיגן יעדן חודש גאנץ ששה סדרי משנה. אנדערע לערנען יעדן טאג אכצן מאל דעם זעלבן פרק, און דערנאך קומענדיגע טאג אכצן מאל דעם קומענדיגן פרק, אזוי אז נאך איינס און א האלב יאר ענדיגן זיי אויף איין מאל אכצן מאל ששה סדרי משנה. דערפאר האט דער ראש ישיבה אויף די בקשה פון די טייערע בחורים וואס ווילן בשעת'ן זאגן פארשטיין וואס זיי לערנען, אנגעהויבן פארצולערנען ששה סדרי משנה אויפן סדר, יעדן טאג א פרק, וואס ווערט ווי אלע שיעורים פונעם ראש ישיבה פארגעלערענט מיט א מורא'דיגע געשמאקע קלארע שפראך, און נאך דערצו מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן וואס לייגט צו אלע טעמים צום שיעור. דער שיעור קומט פאר טעגליך אום 2:15 מיטאג, און תיכף נאכן שיעור אום 3:00 דאווענט מען מנחה אין ישיבה. דאס איז אויסער די פילע אנדערע שיעורים וואס דער ראש ישיבה לערנט פאר טעגליך אין ישיבה, ווי דער דף שיעור אינדעפרי, דער חיזוק שיעור אין סיפורי מעשיות נאכמיטאג, און די פילע שיעורים פאר אינגעלייט, פרויען, און קינדער, וואס מען קען מיטהאלטן דא אויף אונזער וועבסייט, מיט וואס פילע טויזנטער זענען זיך מחיה דערמיט טאג טעגליך, און דערנענטערט זיי צום הייליגן באשעפער. "תאמר ח"י פרקים משניות בלי שום פירוש בכל יום, כדי שתגמור בכל חודש הששה סדרים משניות, כן תנהוג כל ימי חייך, משניות הוא תיקון לנשמה" (ליקוטי תורה להרה"ק רבי מרדכי מטשערנאבל זי"ע) 🛒 סעט טאשן משניות $12 ▶️ האלט מיט דעם שיעור דא

    < זעה מער א חשון תשפ"ב 📝
  • פרישער ווינטער זמן אין ישיבה קטנה היכל הקודש

    יעצט נאך סוכות, הויבט זיך אן - מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף - דער נייער זמן אין ישיבה קטנה היכל הקודש ברסלב. די פרישע בחורים, וואס קומען יעצט ארויס פון די הייליגע תלמוד תורה היכל הקודש אין וויליאמסבורג, און האבן ברוך ה' זייער שיין מצליח געווען אין חדר, ווי עס זאגן עדות אלע וועלכע זעען די טייערע קינדער פון די תלמוד תורה, אז אזעלכע קינדער איז שווער צו טרעפן, קינדער וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן, קינדער וואס זענען צו גאט און צו לייט, קינדער ביי וועמען דער הייליגער רבי איז איינגעקריצט ביי זיי אין די ביינער און זיי לעבן מיט די אלע הייליגע עצות, ממש לשם ולתפארת. אלס מגיד שיעור איז אויפגענומען געווארן הרה"ג מוה"ר אלחנן רוטה שליט"א וואס איז ברייט באקאנט מיט זיין כח ההסברה, פון וואס די בחורים וועלן זיכער הנאה האבן, און וועלן שטייגן על במתי התורה והיראה. דער מנהל פון די ישיבה קטנה איז מוה"ר נתנאל פארקאש שליט"א, וואס וועט אי"ה באגלייטן די בחורים טאג טעגליך, אז זיי זאלן מצליח זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם. מיר זענען מתפלל צום אייבערשטן אז די בחורים זאלן גאר שיין מצליח זיין דעם קומענדיגן זמן, לערנען און דאווענען און זיך שטארקן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז. מעלין בקודש! &nbsp;

    < זעה מער כח תשרי תשפ"ב 📝
  • ישיבה תפארת התורה האט זיך שוין צוריק געקערט קיין וויליאמסבורג

    קרעדיט: מו"ה שמואלי וועבער הי"ו געלויבט השם יתברך, אז עס איז דורך א הערליכע זומער אין קרית ברסלב ליבערטי, ווי די בחורים און אינגעלייט האבן אויסגענוצט די זומער וואכן מיט טויזנטער בלעטער גמרא, משניות, און נאך פילע לימודים, אזוי אויך האט עס געדינט אלץ א "ריהעב פון אמונה", ווי מען האט זיך אנגעשעפט מיט אמונה אקסיזשען פארן גאנצן קאלטן ווינטער. יעצט ווען דער זומער סעזאן האט זיך שוין געענדיגט, איז די ישיבה גלייך ממשיך מיטן סדר היום אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. ווי די בחורים זיצן ווייטער און לערנען פלייסיג א גאנצן טאג, און אזוי אויך וועלן די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א ווייטער פארקומען טעגליך און וועכענטליך מיטן אייבערשטנס הילף. אזוי אויך זענען די בחורים ממשיך מיט'ן לערנען יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, וואס וועט בעז"ה אנהאלטן ביז ראש השנה, און מיט דעם זענען די בחורים מקיים די סגולה וואס מוהרא"ש האט געגעבן פאר די בחורים מיט אכט יאר צוריק ווען ער האט באזוכט אין קעמפ, אז ווער עס וועט ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית פאר פערציג טעג און א ציה, אנגעהויבן פון חמשה עשר באב, וועט טרעפן זיין שידוך. און אזוי האלטן די בחורים אן דעם איינפיר זינט דעמאלטס, און ב"ה זעען אפענע ישועות. די בחורים טרעפן גוטע שידוכים איינע נאכן צווייטן. דער סדר היום אין ישיבה אין וויליאמסבורג איז ווי פאלגענד: 🕗 אכט אזייגער אינדערפרי הייבט זיך אן די שיעורים; דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר א בלאט גמרא בבלי יעדן טאג, זונטאג איז דאס ניין אזייגער. דעם שבת'דיגן דף לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר מוצאי שבת קודש גלייך נאכ'ן זמן. 🕣 דערנאך גיבט דער ראש ישיבה שליט"א א שמועס פאר די מלמדים; עצות און חיזוק ווי אזוי צו זיין א גוטע מלמד. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מלמדים דארפן יעדן טאג הערן חיזוק, ווייל זייער אמט אז זייער אן אחריות'דיגער. 🕙 צען אזייגער דאווענט מען שחרית, נאכדעם לערנען די בחורים &ndash; יעדער פאר זיך &ndash; זייערע שיעורים; חומש רש"י, ח"י פרקים משניות און גמרא. 🕑 נאכדעם צוויי אזייגער לערט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א שיעור אין גמרא רש"י ביז הלכה. 🕒 דריי אזייגער דאוונט מען מנחה 🕓 א פערטל נאך 4 לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א הערליכער שיעור אין ירושלמי און רמב"ם. 🕔 פינף אזייגער לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר די טעגליכע וועלט בארימטע שיעור התחזקות אין סיפורי מעשיות, געפלאכטן מיט דיבורים פון רבי'ן און מוהרא"ש. קומענדיגע וואך פארט די גאנצע ישיבה בעזר השם אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א קיין אומאן; מיר אלע בעטן דעם אייבערשטן צו קומען, און צעברעכן אלע מניעות. ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לא יֵעָדֵר. כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און עס איז מיר א וואונדער אויף די מענטשן וואס גלייבן אין מיר, און זיי זענען מקורב צו מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מודיע זיין פאר אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה? קיינער טאר נישט פעלן, ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה". נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה; לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ, תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אז איך ווייס וואס איז 'ראש השנה', און נישט נאר ענק, נאר די גאנצע וועלט איז געוואנדן אין מיין ראש השנה. כי הם חיינו ואורך ימינו 📰 פרישע אפדעיטס פון די נסיעה קיין אומאן 📚לוח ברסלב תשפ"ב אידיש 🎹 נייער מוזיק ווידיא "מאך מיר אויף די טיר"! 📰 בחורים לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה 🎦 בחורים לערנען מיט מסירת נפש מסכת תענית זומער תשע"א ביי האריקעין איירין 📚 עצות לבחור ישיבה 💿 קום צוריק 📚 ראש השנה ביי צדיקים

    < זעה מער טז אלול תשפ"א 📝
  • די קינדער און בחורים פון ברסלבע מוסדות זענען מתפלל ביים ציון הקדוש אין קרית יואל ביומא דהילולא

    ווי שוין איינגעפירט אלע יארן, זענען די בחורים תלמידים פון ישיבה תפארת התורה ברסלב ארויסגעפארן אינאיינעם צום ציון הקדוש פון מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין דעם גרויסן טאג כ"ו אב ווען עס פאלט אויס די יארצייט, און האבן אויסגענוצט דעם גרויסן טאג זיך אויסצובעטן בדבר ישועה ורחמים ביים ציון הק'. אזוי אויך די אינגלעך פון די ברסלב'ע קעמפ באגלייט פון די געטרייע מלמדים זענען נעכטן מיטוואך ארויסגעפארן קיין קרית יואל, ווי מען האט פוקד געווען דעם הייליגן ציון און זיך אויסגעבעטן אלעס גוטס. דאס איז אויסער וואס במשך די יאר פארט די גאנצע ישיבה און חדר כסדר אריבער אינאיינעם זיך אויסצובעטן ביים ציון הק' אין יעדע געלעגנהייט. מיט עטליכע יאר צוריק ווען די בחורים זענען אריבערגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש אין קרית יואל אויף העיס קט. נאכן מתפלל זיין ביים הייליגן ציון אין קרית יואל, האט מען זיך געוואשן צום א סעודת הילולא, און הר"ר יואל פארקאש שליט"א האט פארציילט שיינע ענינים פונעם בעל הילולא. האט ער צווישן אנדערע דערציילט, אז ווען עס איז געווען דער הכנסת ספר תורה אין ביהמ"ד היכל הקודש אין קרית יואל, בהשתתפות הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש, האט מוהרא"ש זי"ע דאן געזאגט אז "רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט זיכער א נחת רוח אויבן אין הימל אז אין זיין שטעטל וואס ער האט געבויעט מיט בלוט און שווייס, געפונט זיך א הייליגע ברסלב'ע שטיבל, וואו אידן דינען דעם אייבערשטן מיט די חיזוק און לימודים פון הייליגן רבי'ן, און אין די זעלבע צייט רירט מען זיך נישט אוועק פון די הייליגע מסורה וואס רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט אוועקגעשטעלט". מוהרא"ש זי"ע פלעגט אסאך נאכזאגן וואס ער האט אליין מיטגעלעבט און געהערט פון רבי'ן פון די יארן ווען ער האט זוכה געווען זיך אסאך צו דרייען ביי אים, און געהאט די זכיה צוצוקוקן צו זיין עבודת הקודש, און צו הערן זיינע הייליגע תורות. און מוהרא"ש פלעגט זיך אויך כסדר אריבערכאפן קיין קרית יואל זיך אויסצובעטן ביים ציון הק'. און פלעגט אלץ מעודד און מעורר זיין די תלמידים - בפרט די וואס וואוינען אין אפסטעיט - אלץ זיך אריבערצוכאפן צום דעם מקום קודש, מקום מסוגל לקיבול תפילות, און זיך דארט אויסבעטן אלעס גוטס ביים אייבערשטן. און טאקע כמעט יעדעס מאל ווען אידן קומען נאר אן צום הייליגן ציון אין קרית יואל, זעט מען תלמידי היכל הקודש וואס גיסן זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן ביים ציון פון די הייליגן צדיק וקדוש עליון, וואס האט זוכה געווען אוועק צו שטעלן דאס אידישקייט אין אמעריקע על תילה, און איז צו פארדאנקען אז דאס אידישקייט נאך די ביטערע מלחמה איז צוריקגעשטעלט געווארן, ווי אין דער אלטער היים, און זיין גרויסער זכות איז זיכער מגין פאר אלע וואס זענען מתפלל זיין ביים ציון פון דעם הייליגן צדיק. תורתו מגן לנו, הוא מאירת עינינו!

    < זעה מער כז אב תשפ"א 📝
  • בחורים לערנען פערציג מאל מסכת תענית ביז ראש השנה

    קרעדיט: מו"ה יודל אייזנער הי"ו פארגאנגענעם שבת קודש, האט זיך אנגעהויבן דער "מסכת תענית טומל" אין ישיבה, די בחורים זיצן צוגענאגלט צו די בענקלעך, די אויגן צוגעבינדען צו א גמרא מסכת תענית, דער עולם זיצט אויף די פלעצער און לערנט פלייסיג מיט חשק, און מ'ענדיגט יעדן טאג נאכאמאל גאנץ מסכת תענית. אנגעהויבן האט זיך עס אין יאר תשע"א. עטליכע טעג פאר חמשה עשר באב האט מוהרא"ש זי"ע געזאגט פאר'ן ראש ישיבה אז ער וויל אריבערקומען אין קעמפ אום חמשה עשר באב, א טאג וואס איז מסוגל פאר שידוכים, און ער וועט פועל'ן שידוכים פאר די בחורים. חמשה עשר באב תשע"א איז מוהרא"ש טאקע געקומען אין קעמפ, מען האט געמאכט א גרויסע סעודה, מוהרא"ש האט גערעדט א לאנגע צייט צו די בחורים, און ביים סוף פון די דרשה האט מוהרא"ש געזאגט פאר די בחורים אז "אלע בחורים פון זיבעצן יאר און העכער וואס וועלן ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית אין די פערציג טעג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וועלן זיי אי"ה טרעפן זייער שידוך גלייך נאך ראש השנה". פון דעם קומענדיגן טאג האט מען מער נישט געקענט רעדן צו קיין בחור אין קעמפ, אלע בחורים האבן זיך צוגעכאפט דערצו און אנגעהויבן לערנען מסכת תענית מיט'ן ציל צו ענדיגן די גאנצע מסכת יעדן טאג פון פריש. עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט, דער יצר הרע האט נישט געקענט אויסהאלטן צו זען ווי די בחורים לערנען אזוי פלייסיג, און אז באלד וועלן זיי שוין אלע חתנים ווערן, האט זיך אנגערוקט שווערע שטורעם ווינטן, דער האריקעין "איירין" איז דאן אנגעקומען מיט פולן קראפט, און ווען מען האט זיך אויפגעוועקט אינדערפרי, האט מען געזען אז דער טייכל וואס לויפט נעבן קעמפ האט זיך געהויבן מיט איבער צען פיס העכער ווי געווענליך, און די קעמפ האט אנגעהויבן ווערן מער און מער פארפלייצט מיט וואסער. די לעקטער און וואסער איז געווארן אפגעהאקט, און די גאנצע קעמפ האט געמוזט זאפארט אוועקואירט ווערן, די שטאטישע רעטונג איינהייטן זענען אנגעקומען מיט פאליציי קארס און פייער טראקס צו נעמען דעם עולם, צוליב וואס די גאסן און וועגן זענען שוין געווען פארפלייצט און מען האט שוין נישט געקענט פארן מיט געווענליכע אויטאס. די באאמטע האבן גענומען א טייל עולם צום פייער סטאנציע, און די אנדערע האבן זיך אויסגעשפרייט צו אנדערע געגנטער וואס זענען געווען אביסל העכער און נישט געווארן אזוי שטארק אפעקטירט פונעם האריקעין. יעדער איז ארויסגעלאפן מיט די נשמה אין די הענט, איידער די גאנצע קעמפ געפונט זיך שוין אונטער'ן וואסער. די בחורים האבן אבער מיטגעשלעפט זייער תפלין זעקל אין איין האנט, און די גמרא מסכת תענית אין די אנדערע האנט, ווייל זיי האבן נישט געוואלט פארפאסן אפילו נאר איין טאג פון צו לערנען מסכת תענית. וואו די בחורים זענען נאר אנגעקומען, טייל אין די פייער סטאנציע, טייל אין א גאז סטאנציע, טייל אין אנדערע קעמפס און קאנטריס, האבן אלע געענדיגט די גאנצע מסכת, טראץ די אלע טלטולים און שוועריקייטן. ווען די שטורעמעס האבן נאכגעלאזט און מען האט שוין ענדליך געקענט זיך צוריק קערן אין קעמפ, איז אבער נאכאלץ נישט געווען קיין לעקטער אין קעמפ. אבער די בחורים האבן ווייטער געמוזט ענדיגן די גאנצע מסכת יעדן טאג, און צו די שיין פון ליכט זענען די בחורים געזעסן ביז אין די שפעטע נאכט שעות און געלערנט פלייסיג א בלאט גמרא און נאך א בלאט גמרא. למעשה האבן די בחורים אויסגעפירט און האבן זוכה צו ענדיגן פערציג מאל מסכת תענית, יעדן טאג ביז ראש השנה. צדיק גוזר והקדוש ברוך הוא מקיים, גלייך נאך ראש השנה האבן אנגעהויבן קומען גוטע שידוכים פאר די בחורים אין ישיבה, און אין לויף פונעם ווינטער זמן תשע"ב, האבן אלע בחורים געטראפן זייער שידוך, זיי האבן ב"ה שיין חתונה געהאט און אויפגעשטעלט ערליכע אידישע שטובער לשם ולתפארת. במשך די יארן זינט דעמאלט, האט עס ווייטער אנגעהאלטן יאר יערליך, די פרישע בחורים האבן יעדעס יאר געענדיגט מסכת תענית פערציג מאל פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, און ב"ה פילע שידוכים זענען געשלאסן געווארן אין דעם זכות אין לויף פון די יארן. אויך פילע בחורים פון אנדערע ישיבות, וואס האלטן מיט די דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, כאפן זיך אויך צו דערצו, זיי האבן אויך געלערנט מסכת תענית פערציג מאל, און זענען ב"ה אויך געהאלפן געווארן מיט שיינע שידוכים. פאריגע וואך דאנערשטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א נאכאמאל מעורר געווען די בחורים זיך צוצוגרייטן די מסכת תענית, ווייל שבת קודש חמשה עשר באב וועט מען אנהויבן לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה. פארשטייט זיך אז די בחורים האבן קוים געקענט ווארטן אויף דעם טאג, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט דאס יאר אויך קומען פילע חתנים אין ישיבה. "גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן", א צדיק אויף יענע וועלט האט ער נאך א גרעסערער כח, און מוהרא"ש וועט זיכער אויס'פועל'ן פאר די אלע בחורים אז זיי זאלן טרעפן זייערע באשערטע בקרוב ובניקל. 🎦 היסטארישע קאפיטלען קעמפ תשע"א האריקעין איירין (לכבוד א שמחה) 📚 עצות לבחור ישיבה 💿 קום צוריק 📚 ראש השנה ביי צדיקים אין שמחה כשמחת התורה!

    < זעה מער יז אב תשפ"א 📝
  • סיומי הש"ס ביים ראש ישיבה שליט"א דורך פיר תלמידי ישיבה קטנה

    קרעדיט: הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א אין די לעצטע וואך איז פארגעקומען עטליכע סיומי הש"ס דורך בחורים און אינגלעך פון די ישיבה קטנה. די חשובע תלמידים לערנען פלייסיג אין ישיבה און האלטן מיט אלע שיעורים, און אין די זייטיגע זמנים, אינדרויסן פון די צייטן וואס זיי לערנען אין חדר און אין ישיבה, האבן זיי אויך גוט אויסגענוצט די צייט, און געלערנט בלעטער גמרא איינס נאך די אנדערע, און ביז זיי האבן זוכה געווען אנצוקומען צו דעם פרייליכן מאמענט, און זוכה צו זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס, און מיט דעם זוכה געווען צו א צלם אלקים, ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט, "דער וואס לערנט און איז מסיים גאנץ ש"ס, איז ממשיך אויף זיך א צלם אלקים". די חשובע מסיימים זענען: הבחור החשוב שמעון ניישטיין ני"ו, א זון פונעם חשוב'ן מלמד מו"ה נחמן ניישטיין שליט"א, וואס האט יעצט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס שוין צום צווייטן מאל; הבחור החשוב שמעון רוטה ני"ו, א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א; הילד החשוב אליעזר שלמה מזרחי ני"ו, א זון פון מו"ה יוסף חיים מזרחי הי"ו; און הילד החשוב אברהם מנחם דעפריס ני"ו, א זון פון מו"ה יודל דעפריס הי"ו פון קענווי איילענד, ענגלאנד, וואס האט זוכה געווען געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס אין יונגן עלטער פון 11 יאר, און איז ספעציעל געקומען צו פארן קיין ניו יארק צו מאכן דעם סיום ביים ראש ישיבה שליט"א. די סיומים זענען פארגעקומען ברוב פאר והדר, דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן זייער שיינע שמועסן ביי די סיומים, און מחזק געווען אלע פארזאמעלטע מען זאל זיך נישט לאזן נארן און זיך נעמען צום לערנען, אויך האבן זיך באטייליגט פילע אנשי שלומינו און קרובי המשפחה, וואס האבן זיך מיטגעפריידט מיט די גרויסע שמחות, און געוואונטשן פאר די חשובע מסיימים אז זיי זאלן ווייטער זיך האלטן מיט די הייליגע תורה זייער גאנץ לעבן, וואס דאס וועט זיי ברענגען אלעס גוטס אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. כי הם חיינו ואורך ימינו! 🎦 סיום פון אברהם מנחם דעפריס נ"י 🎦 סיום פון אליעזר שלמה מזרחי נ"י, שמעון ראטה נ"י, און שמעון ניישטיין נ"י

    < זעה מער ה אב תשפ"א 📝
  • א וועלט פון חיזוק קאמפיין שטעלט פאר "פּריים סאָנדעי" זונטאג חוקת הבעל"ט

    קרעדיט מו"ה יצחק יונה זאבעל הי"ו ווי שוין באריכטעט, וועט דער ראש ישיבה שליט"א זיך ארויסצולאזן אויף א נסיעה קיין אייראפע, מיטן אייבערשטנס הילף, קומענדיגן ווינטער; דער נסיעה ווערט יעצט אויסגעארבעט און אויספלאנירט מיט אלע דעטאלן בס"ד. מען גייט בעז"ה פארן אויף א קנאפע וואך צו פילע קברי צדיקים אין אייראפע, וואס וועט בעז"ה זיין א נסיעה צום געדענקען. אזוי אויך איז ווי שוין געמאלדן וועלן די אלע וואס האבן באוויזן אריינצוברענגען פינף טויזנט דאלער און העכער קענען מיטפארן. דערפאר האבן פילע טיעם מעמבערס געבעטן "למה נגרע", זיי ווילן נאך עטליכע טעג צו קענען אנקומען צום ציל.&nbsp; דערפאר האט "א וועלט פון חיזוק" קאמפיין באשטימט דעם קומענדיגן זונטאג פרשת חוקת הבא עלינו לטובה, ווען אסאך ארבעטן נישט, אלץ "פּריים זונטאג", און וועט געבן נאך איין שאנס פאר אלע צו קענען אנקומען צום ציל, און קענען מיטצופארן מיטן נסיעה. נאך א פריידיגע אנטוויקלונג האט מען געמאלדן אז אויך די וואס וועלן אנקומען צום ציפער פון צוויי און א האלב טויזנט דאלער וועלן באקומען א שאנס צו ארייניגיין אין א גורל. זונטאג נאכט וועט אפגעהאלטן ווערן נאך א גורל, וואס וועט האבן פיר פרישע געווינער, פאר אלע וואס וועלן האבן אנגעקומען ביז זונטאג נאכט צו לכל הפחות צוויי און א האלב טויזענט דאלער, און דער געווינער וועט באקומען פון א חשובער נדבן די איבעריגע סכום ביז פינף טויזנט דאלער פאר זייער טיעם, און אזוי ארום וועלן זיי אויך באקומען די זכות צו קענען מיטפארן מיט די נסיעה.&nbsp; מטעם דער קאמפיין איז מען זייער דאנקבאר פאר אלע מענער און פרויען וואס האבן אריינגעלייגט אסאך הארץ צייט און כח אויפצוטרייבן נדבות פון אחינו בני ישראל, אזוי אויך איז מען זייער מכיר טוב פאר אלע נדבים פון איבער די גאנצע וועלט וואס האבן זיך אזוי שיין ביישטייערט, און מחזק געווען די עסקנים וואס האבן גערופן פאר נדבות. געלויבט דעם אייבערשטן אז מען איז אנגעקומען צו דעם שיינעם סכום און איבערגעשטיגן אלע ערווארטונגען. ווי געזאגט, וועט מען מיטן אייבערשטנ'ס הילף ממשיך זיין מיטן קאמפיין ביז זונטאג נאכט, און דער אייבישטער וואס האט געהאלפן ביז אהער וועט ווייטער העלפן אז יעדער וואס וויל וועט קענען אנקומען זייער ציל, און אזוי ארום ארויסהעלפן פאר די הייליגע מוסדות זאלן ווייטער קענען אנגיין מיטן פארשפרייטן די הייליגע אמונה און די הייליגע עצות לכל דורש ומבקש. ינתן גם מחר לעשות כדת היום 💳 צו נעמען אנטייל אינעם קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 🔗 צו עפענען אן אייגענע "טעים" אינעם קאמפיין 📰 אומגלויבליכע אפרוף צום "וועלט פון חיזוק" קאמפיין לטובת די הייליגע ברסלבע מוסדות 🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א 📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן

    < זעה מער ל סיון תשפ"א 📝
  • א וועלט פון חיזוק: ציל געהעכערט צו $400,000 - כינוסים יעדער אין זיין שטאט

    קרעדיט: מו"ה ארי פיש הי"ו ווי דער ציבור האלט מיט, גייט דער קאמפיין אן מיט גרויס הצלחה ברוך השם. עס קומען אריין ממש יעדע מינוט שיינע באשטייערונגען פון אלע עקן וועלט. בפרטיות זענען שוין דא 11 טיעמס וואס האבן שוין ב"ה מצליח געווען אריבערצוגיין דעם $5,000 וואס איז אריינגעקומען פון די איבערגעגעבענע אינגעלייט מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, מו"ה יוסי פרערא הי"ו, מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, מו"ה אברהם פריעדריך הי"ו, מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, מו"ה אברהם ראטה הי"ו, מו"ה ישעי' בערגער הי"ו, מו"ה יוסף פריעדמאן הי"ו, מו"ה שמואליק בלעדי הי"ו, מו"ה יצחק אייזיק ראטה (קרית ברסלב) הי"ו און מו"ה מאטי פאנעטה הי"ו, וואס האבן זיך אוועקגעגעבן שעות און כחות אריינצוברענגען שיינע סכומים.&nbsp; בנוסף זענען דא 20 טיעמס פון טייערע איבערגעגעבענע אינגעלייט וואס האלטן שוין צווישן $2,500 ביז $5,000. נאך דעם זענען דא נאך איבער 400 טיעמס פון טייערע איבערגעגעבענע מענער אדער פרויען וואס יעדער לייגט אריין אסאך צייט און כח פאר די הצלחה פונעם קאמפיין און רופן ארום צו זייערע קרובים און באקאנטע און געבן זיי די געלעגענהייט צו האבן די זכיה צו געבן פאר די הייליגע מוסדות היכל הקודש, וואס איז דער מוסד בה"א הידועה, וואס איז מחזק, מעודד און משמח יעדער איד פון דער וועלט באשר הוא שם. יעדער איד אָן אַן אויסנאם וואס זוכט חיזוק אויף סיי וואס פארא ענין, זאל עס זיין אין אידישקייט, ער פילט אז ער דארף א "בוסט", ער וויל אויפפרישן זיין קשר צווישן זיך און דער אויבערשטער, אדער ער דארף חיזוק אין שלום בית, ער זאל נישט אויפגעבן אז זיין ווייב איז נישט ווי ער האט געחלומט, אדער סיי וואס פארא פלאנטער מען זאל נאר נישט אריינפאלן, ווייסט מען אז "היכל הקודש" איז דער אדרעס וואו מען קען זיך אויפפרישן, ער שאפט זיך איין פון די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש אדער פון ראש ישיבה, צי ער קומט אריין אין איינע פון די פילע שולן פון היכל הקודש און הערט א שיעור חיזוק, אדער רופט ער אריין צום קול ברסלב טעלעפאן ליין און וועלט אויס פון די פילע אפטיילונגען, צי נעמט ער ארויס א סידי און הערט א ניגון פון התחזקות פון ראש ישיבה, אדער ווענדט ער זיך צו אונזער וועבסייט "ברסלב סענטער" ווי ער טרעפט א ריזיער אויסוואל צו זען און הערן, פילע שיעורים בריוון און ארטיקלען, און אזוי ווייטער. אזוי אז יעדער איד קען טרעפן חיזוק און פרישקייט פון היכל הקודש וואס איז צוגעפאסט צו אים אין זיין מצב, און ווען מען געבט זיי די געלעגענהייט פרייען זיי זיך צו קענען מחזק זיין דעם הייליגן צוועק. בסייעתא דשמיא איז דער קאמפיין ב"ה שוין אריבערגעגאנגען דעם ערשטן ציל פון $300,000 און מיט נאך א גוטע צען שעה צו גיין, איז ארויפגערוקט געווארן דער ציל צו $400,000 דאלער. וואס מען האפט בעזר השם אז מען וועט שנעל דערגרייכן. אין אן עקסטערע נייעס, איז געמאלדן געווארן אז היינט נאכט אום 12:30 וועלן ארויסגעצויגן ווערן בעז"ה 4 געווינער פון אלע וואס זייערע טיעמס האבן דערגרייכט לכה"פ $2,500 (צווישן די מאן און ווייב אינאיינעם) וואס וועלן צובאקומען די איבעריגע סכום ביז $5,000 צו זייער טיעם, און וועלן בעז"ה קענען מיטפארן מיט די גרויסע נסיעה מיט'ן ראש ישיבה. די פיר גורלות זענען נתנדב געווארן דורך "פעסט בוילד", און "די ענד עס אפּליינעסעס" און נאך צווי אנאנימע נדבנים. אזוי אויך ווערן אלע טיעם מעמבערס איינגעלאדנעט צו א גרויסע אווענט, יעדער אין זיין שטאט, ווי די קאמפּיין וועט אויפשטעלן א מעכטיגע הויפטקווארטיר, ווי מען וועט זיך מחזק זיין בשבת אחים, עס וועט בעז"ה זיין עסן צו טועם זיין, אזוי אויך וועט זיין צוגעשטעלט קאמפיוטערס און טעלעפאנען, און עס וועט געגעבן ווען די מעגליכקייט אויפצוטרייבן נאך סכומים.&nbsp; &nbsp; מען וועט זיך צוזאם קומען היינט נאכט אום 8:00 אום: בארא פארק: ביהמ"ד היכל הקודש, 1012 41 סט. וויליאמסבורג: ביהמ"ד היכל הקודש, 27 סקילמאן סט. מאנסי: 988 טשעסטנאט רידזש רד. ספרינג וואלי קרית יואל: ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו, 24 מעריוואלד רד. סאוט קרית ברסלב: ביהמ"ד היכל הקודש, 181 האשקי רד. בעזר השם נעשה ונצליח &nbsp; 💳 צו נעמען אנטייל אינעם קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 🔗 צו עפענען אן אייגענע "טעים" אינעם קאמפיין 📰 אומגלויבליכע אפרוף צום "וועלט פון חיזוק" קאמפיין לטובת די הייליגע ברסלבע מוסדות 🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א 📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן

    < זעה מער כט סיון תשפ"א 📝
  • אומגלויבליכע אפרוף צום "וועלט פון חיזוק" קאמפיין לטובת די הייליגע ברסלבע מוסדות

    קרעדיט: מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו מיר האלטן נאך 21 שעה איידער דער אנהייב פונעם "וועלט פון חיזוק" קאמפיין, אבער די ווארעמקייט פון ציבור גיסט זיך איבער אלע ברעגעס. עס זענען שוין יעצט דא 348 טעימס, עס זענען שוין אריינגעקומען איבער 1,000 נדבות, און דער סכום פון נדבות האלט שוין ביי $76,578. אויפן האטליין פון ברסלב סענטער זענען ארויפגעגאנגען עטליכע אינטערוויוס ווי מען קען הערן זייער שיינע טיפס און עצות איבער פאנדרעיזינג, אזוי אויך פארשידענע אפדעיטס און נייעס איבער דעם קאמפיין. דער פייער ביים ציבור זעט זיך אן איבעראל. ביי די מענער זעט מען ווי עס שרייבן זיך כסדר איין צענדליגע נייע טעימס, מ'זעט אפילו אינגעלייט וואס זענען פארנומען ביז איבערן קאפ, אדער וואס האבן בכלל נישט קיין פאנדרעיזינג סקיללס; ביי די פרויען איז דא א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט, די פרויען האבן זיך צוזאם גענומען און ארבייטן אויף שיינע סכומים, מען העלפט זיך ארויס, און מען האט מסדר געווען א ראפעל. אין ארץ ישראל פלאקערט: די אינגעלייט זענען ארום געפארן פון שטאט צו שטאט איבעראל ווי אנשי שלומינו וואוינען, און מען ווארעמט אן דעם ציבור, מען איז שוין געווען אין ירושלים, בני ברק, בית שמש, טבריה, צפת, מען האט דארט איינגעשריבן דעם עולם אין טעימס, ועוד ידם נטויה. אויך זענען דא געוואלדיגע פעולות אין לאנדאן, און אייראפע און אין נאך פילע שטעט איבער די וועלט. פון די אנדערע זייט געבן אנשי שלומינו איבער אז אויך די קרובים ידידים שכנים פון וועמען מ'בעט נדבות רופן זיך אלע זייער שיין אן. דער עולם איז זייער ווארעם, רוב רובם זאגן קלאר, אז אויך זיי הערן אויס דעם ראש ישיבות דרשות און נעמען פון דארט חיות און חיזוק אנצוגיין. מען פריידט זיך צו האבן די געלעגענהייט כאטש איין מאל א יאר צו געבן פאר די הייליגע מוסדות. מען זעט ווי ממש יעדע סעקונדע קומען אריין נדבות פון איבעראל איבער די וועלט, שיינע סכומים, מענטש שטרענגען זיך אן און זעען פאר זיך די גרעסטע זכיה צו קענען מנדב זיין פאר א פלאץ פון ווי עס גייט ארויס אזויפיל אמונה, אזויפיל תורה, אזויפיל קדושה וטהרה, אזויפיל חיזוק, אזויפיל שלום בית, אזויפיל עצות, אזויפיל שכל, אזויפיל תפילות והתבודדות, אזויפיל שמחה, וכו' וכו'. אונזער סדר געווענליך איז אז מיר ברענגען אראפ אלע טיעמס פאר וועמען צו געבן, אבער ב"ה בעת מיר שרייבן די שורות זענען שוין איינגעשריבן 348 טעימס און וואקסט פון מינוט צו מינוט (בשעת מיר זענען מגיה דעם באריכט 10 מינוט שפעטער האלט עס שוין ביי 357) דערפאר איז פשוט אוממעגליך אראפ צו ברענגען אזא לאנגע ליסטע פון נעמען. דעריבער איז אונזער בקשה צו אלע וואס ליינען דעם באריכט, נעמט זיך די פאר מינוט, און זוכט אויף אייערע באקאנטע און קרובים ביים "סוירטש" קנעפל און געבט לכבודם וויפיל איר קענט, און מער וויפיל איר קענט. און מיט דעם וועט איר האבן דער זכות פון בויען די הייליגע מוסדות וואס וואקסט און בליעט בליעה"ר, און דער זכות וועט אייך זיכער ביישטיין דער אייבישטער וועט אייך באצאלן און צוהערן אייערע תפילות וואס איר בעטן אים. חזק ויאמץ לבך וקוה אל ה' 💳 צו נעמען אנטייל אינעם קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 🔗 צו עפענען אן אייגענע "טעים" אינעם קאמפיין 📰 הכרת הטוב פאר די עסקנים וואס האבן אנטייל גענומען אינעם קאמפיין 🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א 📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן &nbsp;

    < זעה מער כו סיון תשפ"א 📝
  • גרויסע צוגרייטונגען צום קאמפיין "א וועלט פון חיזוק"

    די עסקנים פון די יערליכע קאמפיין פאר די הייליגע מוסדות זיצן די טעג און גרייטן זיך צום עפענונג פונעם קאמפיין וואס וועט פארקומען קומענדיגע וואך אין די טעג פון מאנטאג, דינסטאג און מיטוואך פרשת קרח הבעל"ט. מען זיצט אויף מיטינגען און מען ארבעט אויס אלע דעטאלן וויאזוי ארויסצוברענגען די שטערקסטע כחות, און אריינצוברענגען די מערסטע הכנסה פאר די הייליגע מוסדות. יעצט ביים שרייבן די שורות האלט שוין דער ציפער פון אנשי שלומינו וואס האבן געעפענט א פעידש אינעם קאמפיין ביי 135, און דער נומער גייט ארויף מיט יעדע מינוט דורך פיל אנשי שלומינו וועלכע ווילן האבן די זכיה אז אידן זאלן געבן לכבודם נדבת לבם פאר די הייליגע מוסדות, און מיט דעם ארויסהעלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער האבן די כחות און די מעגליכקייט זיך צו קענען קאנצעטרירן אויף פירן די מוסדות און אריינברענגען די ליכטיגע לימודים אין די גאנצע וועלט, און ער זאל נישט דארפן טראגן די פינאנציעלע עול אויף זיינע פלייצעס וואס רויבט צו די שלוות הנפש און די צייט. בשם ה' נעשה ונצליח 📰 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א 🔗 דרוקט דא און עפענט אויפ אייער אייגענע "טעים" 💳 דער טשערידי קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 📜 ישר כח פארן העלפן די קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 📅 נעם אנטייל אינעם קאמפיין, א וועלט פון חיזוק

    < זעה מער כ סיון תשפ"א 📝
  • א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א

    געלויבט דעם אויבערשטן אז די "טשערידי" קאמפיינס פון די לעצטע יארן זענען געקרוינט געווארן מיט גרויס הצלחה. די קאמפיינס זענען ברוך השם געווען א שטארקע הילף פאר דער ראש ישיבה שליט"א אז ער זאל קענען ווייטער אנגיין מיט די הייליגע ארבעט פון אויפשטעלן מוסדות החינוך, צו מחנך זיין די קומענדיגע דורות אויפן ערליכן וועג ווי דער הייליגער רבי זי"ע האט אונז געלערנט אויף די יסודות וואס מוהרא"ש זי"ע האט אונז אוועק געשטעלט, אזוי אויך מיט די ארבעט פון פארשפרייטן דאס לעכטיגקייט פון הייליגן רבי'ן אויף דער גאנצער וועלט. היי יאר מאכט מען בעזרת השם יתברך א פרישע קאמפיין, אבער דאס מאל מיט פילע חידושים און נייע געדאנקען. דער נאמען פונעם קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" - רעדט שוין פאר זיך אליינס.&nbsp; ווי יעדער זעט גייען די שיעורים און דרשות פון ראש ישיבה שליט"א אריין צוביסלעך אין די וועלט מער און מער, און זייט פאריאר ביי די פרוטה'לעך קאמפיין איז די נאמען פון די הייליגע מוסדות שוין געווארן נאך אסאך מער באקאנט. הונדעטער טויזענטער מענטשן פון איבער דער גאנצער וועלט האלטן מיט די דרשות און שיעורים פון ישיבה וואס ווערן פארשפרייט אויף אלע סארטן וועגן, אידן הייבן אן צו לעבן מיט די עצות און חיזוק וואס מען הערט פון דער ראש ישיבה שליט"א. פילע וואס האבן בכלל נישט געוואוסט פון ברסלב צו זאגן, אדער וואס האבן גאר געהאט א אנדערע סארט רושם אויף ברסלב - ווייסן שוין היינט דער אמת וואס ברסלב איז, און שפירן אז זייער לעבן איז אינגאנצן געטוישט געווארן צום גוטן אין זכות פון די שיעורים און דרשות פון דער ראש ישיבה שליט"א. עס איז נישט מעגליך צו ציילן וויפיל אידן האבן אנגעהויבן באקומען א פערזענליכן קשר מיטן אייבערשטן; וויפיל אידן האבן אנגעהויבן זיך צו פרייען מיט זייערע אידישקייט, און זייער דאווענען און תורה ומצוות האבן אנגעהויבן צו לייכטן ביי זיי; ווער קען ציילן וויפיל פסוקים חומש, פרקים משניות און בלעטער גמרא זענען דורכגעלערענט געווארן דורך די חיזוק וואס זיי האבן באקומען פונעם ראש ישיבה שליט"א; וויפיל אידישע שטובער האבן אנגעהויבן צו בליען און שיינען פון ווען די עלטערן האבן באקומען א געפיל איינע צום צווייטן ווען זיי האבן "פריש חתונה געהאט" דורך די שכל פון די שיעורים; וויאזוי קען מען שאצן וויפיל תפילות און תהלים זענען געזאגט געווארן דורך אומצאליגע מענער פרויען און קינדער; ווער ווייסט וויפיל אידישע נשמות זענען געראטעוועט געווארן פון שאול תחתית און פון נישט ערליכע מענטשן - דורך די וואכזאמקייט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט זיי געגעבן; אפילו מען וועט שרייבן פאר גאנצע טעג און וואכן וועט מען נישט קענען אויסצורעכענען אויפן שפיץ גאפל די גרויסע זכותים וואס מען קויפט זיך איין דורכן שטיצן די הייליגע ישיבה. די אלע וואס האבן נאר אמאל געטרינקען פון די "אונגארישע וויין" וועלן זיכער פארשטיין דאס וויכטיגקייט פון שטיצן די הייליגע מוסדות, און וועלן זיך איבערשטרענגען מיט אלע כוחות ארויסצוהעלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען אנגייין אין זיין וועג אריין צו בלאזן פרישע לופט פון חיזוק און עצות אין אונז אלע. מיטן אראפנעמען די פינאנציעלע עול פונעם ראש ישיבה שליט"א און מנדב זיין געלט אויסצוהאלטן די ישיבה און מוסדות החינוך וועלן מיר זייער שטארק ארויסהעלפן דער ראש ישיבה שליט"א צו קענען ווייטער פירן די מוסדות מיט א רואיגקייט און יישוב הדעת און מיר וועלן אלע הנאה האבן ווייטער פון די אלע שיעורים און דרשות עצות און חיזוק וואס וועט אונז העלפן האבן א שיינע לעבן. יעצט איז די צייט אז יעדע וואס שפירט הכרת הטוב צום ראש ישיבה שליט"א זאל נעמען א "ציל" וויפיל געלט זיי ווילן אויפטרייבן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פון זייערע קרובים און באקאנטע, דרוקט דא און פילט אויס דעם פארם צו פארמירן אייער "טעים". דער איצטיגער קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" וועט אי"ה לויפן כ"ז כ"ח און כ"ט סיון (מאנטאג דינסטאג און מיטוואך קרח) הבעל"ט. און יעצט קומען מיר צו צו די גרויסע חידושים פונעם היי יעריגן קאמפיין: צום ערשט וועלן אלע וואס גרייכן דעם ציל פון פינף טויזנט דאלער האבן די געלעגענהייט מיטצופארן אויף א היסטארישע נסיעה קיין אייראפע מיטן ראש ישיבה שליט"א וואס וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגן יאר חודש כסלו תשפ"ב. באזונדער גרייט מען זיך צום גאר רייכן דינער וואס וועט אפגעהאלטן ווערן אין די לעצטע שעות פונעם קאמפיין וואס בלויז מיט'ן מאכן א טיעם וועט מען באקומען אן איינטריט טיקעט בחנם. (רעגולער פרייז איז $250) דער רייכער אווענט וועט אפגעהאלטן ווערן אינעם גרויסן "דאבל טרי הילטאן האטעל" אין פעירפיעלד ניו דזשערסי, דער אווענט וועט זיך אנהייבן אום 6:00 אווענט, ווי עס וועט סערווירט ווערן גאר א ברייטע און געשמאקע מאלצייט און וועט באגלייט ווערן מיט באקאנטע זינגערס ווי ליפא שמעלצער, חיים מאיר ערפס און די שירה כאר, און מיט זיי וועט מיטשפילן דער באקאנטער בענד פון מענדי הערשקאוויטש. די עסקנים אנטשפרעכן א גאר רייכער פראגראם וואס לוינט זיך צו קומען. &nbsp; 📸&nbsp; מען גרייט זיך צום גרויסן אווענט "א וועלט פון חיזוק" 🎞️ הכרת הטוב פאר די וואס האבן געהאלפן די קאמפיינס 🎞️ פינף און צוואנציג מיליאן פרוטהלעך קאמפיין - טיי אווענטס 📸 מען פארקויפט די ראפעל לטובת מוסדותינו הקדושים אין ביהמ"ד שומר שבת אין בארא פארק 🎞️ ליפא שמעלצער נעמט זיך אונטער צו ענדיגן שיחת הר"ן ביזן קאמפיין אווענט 🔗 צו פארמירן אייער "טעים" 📜 יעדער זאל צולייגן א האנט צום קאפיין 📸 די "הארץ קאמפיין" - א מיטינג מיט "טשערידי דאט קאם" 📰 "מיין לעבן" קאמפיין - תשע"ט 📰 "פרוטה'לעך קאמפיין" - תש"פ &nbsp; 🎦 הערליכע שפיל דורך די תלמידים

    < זעה מער יב סיון תשפ"א 📝
  • שיקט א קוויטל צום הייליגן רבינס ציון אין אומאן דורכן רענט קאמפיין

    דער ציבור אנשי שלומינו נעמט גאר ווארעם אויף די נייעס פונעם נייעם אונטערנעמונג דורכן רענט קאמפיין, דהיינו צו שיקן הזכרות און מתפלל זיין ביים ציון פון הייליגן רבין אין אומאן, דער מקום מיוחד ומסוגל אויסצופועלן ישועות און רפואות. ווי דער הייליגער רבי שרייבט&nbsp; ביי סיי וועלכע געלעגענהייט, ביי א שמחה צי ווען מען דארף א ישועה, וועט מען קענען רופן דעם רענט קאמפיין וואס וועלן שיקן א שליח מיוחד צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן און דארט מזכיר זיין א נאמען און די בקשות. אויסער דעם וועלן אלע נדבנים וואס געבן פון $100 א חודש און ארויף, דערמאנט ווערן זייערע נעמען ביים ציון פון הייליגן רבין בעז"ה יעדן ערב ראש חודש. דער "רענט קאמפיין" באשטייט פון טייערע אינגעלייט וואס האבן גענומען אויף זיך דעם עול פון באצאלן די רענט פארן בנין פון די הייליגע מוסדות, און מיט דעם נעמען זיי אראפ א שווערע לאסט פונעם ראש ישיבה, וואס קען אין די צייט זיך אפגעבן מיט די תלמידים און מיט ענטפערן שאלות מיט הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס דער ראש ישיבה האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע. און חפץ ה' בידם הצליחו, דער ציבור נעמט זייער שיין אויף די גבאים פונעם רענט קאמפיין, און מיטן אייבערשט'נס הילף האט מען ברוך השם באוויזן צו דעקן דעם רענט הונדערט פראצענט. יעצט האט דער רענט קאמפיין ארויסגעשטעלט א ספעציעלע קוויטל פארם וואס אלע נדבנים קענען מען קען אויספילן פאר הזכרות.&nbsp; עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ (ספר המידות, אות צדיק, סימן קע"ג) 🔗 שיקט א קוויטל צום הייליגן רבינס ציון אין אומאן דורכן רענט קאמפיין&nbsp; 📸 מסיבת הכרות הטוב - מוצש"ק יתרו תשפ"א 📸 מסיבת הכרת הטוב - מוצש"ק תרומה תש"פ 📰 מען גרייט זיך צום "מסיבת הכרת הטוב" מוצש"ק יתרו העעל"ט 📰 נאך און נאך שיעורים פון מוהרא"ש ווערן כסדר ארויפגעלייגט 📰 קורצע תיקון ליל שבועות איבערגעדרוקט דורך קרן הדפסה שוין דא צו באקומען 📰 נייע ברסלב סענטער אנליין געשעפט 📸&nbsp;מוהרא"ש ז"ל ביים געבן צדקה פארן קרן הדפסה מיט א געוואלדיגע שמחה 📰&nbsp;הכנסת ספר תורה אין שטעטל דורכן ראש ישיבה קומענדיגן שבועות הבעל"ט 🛡️&nbsp;קמיע פון מוהרא"ש זי"ע לשמירה ולהצלחה 📰&nbsp;דעדליין אנצוהאלטן די חזקות פאר א בעט אין אומאן איז שבועות הבעל"ט 🎹&nbsp;איך לויף קיין אומאן צום רבין 📚 קונטרס "השתטחות על קברי צדיקים" 📚 קונטרס "ראש השנה ביי צדיקים"

    < זעה מער ט סיון תשפ"א 📝
  • בחורים פארברענגען א הערליכע שבת מיטן ראש ישיבה שליט"א אין טשעסטער

    דער ראש ישיבה שליט"א איז שטענדיג מעורר די בחורים, אז ווער עס וויל זיין א תלמוד פון ישיבה מוז גיין נאך געלט. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט שטענדיג פאר די בחורים אז ווען מען העלפט די ישיבה העלפט מען זיך אליינס. די בחורים תלמידי הישיבה גייען טאקע כסדר נאך געלט, און געבן איבער דאס געלט וואס זיי האבן צוזאם גענומען פארן ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז די קליינע סכומים וואס ווערן צוזאם געשטעלט פון די בחורים איז אים אסאך מער חשוב ווי איינער וואס געט אפילו א גרעסערע סכום פון זיין מעשר געלט. פארגאנגענע וואך שב"ק פרשת בהר בחוקותי איז דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעפארן מיט די בחורים צו א שיינע פלאץ אין טשעסטער, ווי מען האט געפראוועט מיט די בחורים א שיינע שבת. די בחורים האבן געדאווענט און געגעסן אלע סעודות שבת קודש אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א. אזוי אויך האבן די בחורים מיטגעהאלטן די תפלות מיטן ראש ישיבה שליט"א וואס האט געדאווענט אלע תפלות פארן עמוד. ביי די סעודות האבן זיך אנטוויקעלט זייער שיינע און געשמאקע שמועסן מיטן ראש ישיבה שליט"א. שבת ביינאכט ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט פון דעם אז א מענטש באקומט אמאל א גרויסע סכום געלט זאל ער עס געבן פאר א גוטע פלאץ, אזוי וועט מען נישט חרטה האבן שפעטער. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט דאס געלט וועט סייווי מוזן אויסגיין ערגעץ, בעסער געב עס פאר צדקה וואס העלפט אידן צוריק קומען צום אייבערשטן ווי איידער עס געבן דערנאך פאר א דאקטער אדער א לאיער. שב"ק אינדערפרי פארן דאווענען ביים שיעור פון פעולות הצדיק האט דער ראש ישיבה שליט"א געשמועסט מיט די תלמידים ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן נישט צו האבן צו טון מיט לצים, מיט מענטשן וואס מאכן אוועק ערליכע אידן. אויב מ'טענה'ט זיך מיט לצים וועט מען זיי סייווי נישט קענען איבערמאכן, נאר דו וועסט חס ושלום ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א געשמועסט אז עס איז וויכטיג צו וויסן אז נישט יעדער וואס דרייט זיך אין היכל הקודש איז שוין א תלמיד היכל הקודש. א תלמיד איז איינער וואס פאלגט, אפילו ער דרייט זיך נישט דא. איינע פון די בחורים האבן געפרעגט דעם ראש ישיבה שליט"א איבער די השכלה וואס איז ליידער פארגעקומען פאר די וועלט מלחמה וואס האט אוועקגעריסן גרויסע שטיקער ר"ל פון כלל ישראל, וויאזוי האט עס אויסגעזען, האט דער ראש ישיבה שליט"א אים געזאגט "אזוי ווי היינט", ליידער איז מען היינט ביי אזא מצב ווי דעמאלטס, אז עס זענען דא צווישן ערליכע אידן אפילו מיט פולן פרומען חסידישן לבוש, וואס האבן ר"ל נישט קיין אמונה. האט דער בחור געפרעגט, "ווי אזוי האט מען זיך געהאלט ערליך דעמאלטס"? האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט "די וואס האבן געהאט א צדיק האבן געהאט די כחות זיך צו האלטן ערליך". ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם שטיקל אין ספה"ק נועם אלימלך "וכי תאמרו מה נאכל, וצויתי את ברכתי", ווי דער הייליגער ר"ר אלימלך ברענגט פון זיין הייליגן ברודער ר"ר זושא, אז מ'האט קשיות אויפן אייבערשטן שטעלט זיך אפ די שפע פון באשעפער. דערפאר דארפן מיר זיך שטארק ןאון נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן, אזוי וועט מען האבן א גוטע לעבן. מוצש"ק איז געווען א הערליכע מלוה מלכה, עס האט זיך באטייליגט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש עצי תמרים, וואס האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון הפצה, זוכן ווי מען קען געבן פאר נאך א איד די געשמאקע לעבן וואס דו האסט. די בחורים זענען שוין טאקע אהיים, אבער דער געשמאקער שבת מיטן ראש ישיבה שליט"א וועט נאך לאנג פארבלייבן אין זכרון ביי אלע באטייליגטע. &nbsp; 📰 שיינער סיום אין הלכות שבת ביים ראש ישיבה שליט"א אין שטוב 📰 בחורי הישיבה גייען ארויס פון שובבי"ם מיט פולע קעשענעס 📰 בלומינג גראוו אונטערן רושם פון הערליכע שבת מיטן ראש ישיבה שליט"א 📸 שבת התוועדות מיט א צאל תלמידי ישיבה - שבת בהר בחוקותי תשפ"א 📸 שבת התוועדות - בא תשפ"א 📸 שבת התוועדות תש"ע לעיק האוז האטעל 📸 שבת התוועדות תשע"ב ראלי האטעל 💬 ווי אזוי געב איך מיין מעשר געלט פאר הפצה? 📸 מוהרא"ש ז"ל ביים געבן צדקה פארן קרן הדפסה אין וויליאמסבורג מיט א געוואלדיגע שמחה

    < זעה מער כח אייר תשפ"א 📝
  • שיינער סיום אין הלכות שבת ביים ראש ישיבה שליט"א אין שטוב

    שוין א לענגערע צייט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט אז הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א דער דיין פון די קהילה, לערנט פאר יעדן נאכמיטאג א שיעור אין שלחן עורך אין כולל, ווי פילע בחורים פון ישיבה קומען יעדן טאג צום שיעור לערנען שלחן ערוך הלכה למעשה. דער שיעור ווערט פארגעלערענט דורכן דיין שליט"א מיט גרויס גרונטליכקייט אויפן וועג וואס מוהרא"ש האט אראפגעשטעלט וויאזוי צו לערנען הלכה. ביי יעדע סעיף ווערט צוערשט געלערנט די גמרות אויף וואס דער הלכה איז געבויט, מען לערנט די מפרשי הש"ס צו פארשטיין די גמרא על בריו, דערנאך נעמט מען ארויס דעם רמב"ם און די ראשונים און מען זעט וויאזוי זיי האבן ארויסגענומען פון די גמרא די הלכה למעשה, ערשט דערנאך לערנט מען אינעווייניג שולחן ערוך, און מען זעט הלכה למעשה וואס דער מחבר פסק'נט. דערנאך גייט מען ווייטער און מען זעט וויאזוי די אחרונים שטעלן צו די הלכה פון שולחן ערוך לויט די מציאות פון היינטיגע צייטן, און אזוי ווייסט מען וויאזוי זיך צו פירן הלכה למעשה. מען האט גוט דורכגעאקערט די לאנגע סימנים פון שולחן ערוך אורח חיים הלכות שבת סימנים ש"א און ש"ב, די הלכות פון "הוצאה מרשות לרשות בשבת", און "ניקוי וקיפול בגדים בשבת" וואשן און רייניגן אום שבת. מען האט אויסגעשמועסט פילע הונדערטער שאלות וואס מאכט זיך היינטיגע צייטן, און וואס די הלכה איז אין פארשידענע מציאות'ער, צום ביישפיל, "וויפיל און וויאזוי מעג מען זיך אפפיצן אדער אפוואשן ווען בגדים ווערן שמוציג אום שבת?"; "מעג מען זיך אפפיצן פון שניי אום שבת?"; "מען מעג טראגן דעם שאל, הענטשוך, אדער די גארטל פון טיש בעקיטשע ווען עס איז נישטא קיין עירוב?" און אזוי ווייטער. יעצט לכבוד די גרויסע שמחה אז מען האט זוכה געווען צו ענדיגן די שווערע הלכות, איז מען זיך צוזאם געקומען ביים ראש ישיבה שליט"א אינדערהיים, ווי מען האט געזונגען שיינע ניגונים איבער די גרויסקייט פון לערנען די הייליגע תורה. דערנאך האט דער דיין שליט"א געזאגט אפאר טרעפליכע ווערטער, צווישן אנדערע האט דער דיין ארויסגעברענגט אז רבי שמעון בן יוחאי זאגט, "חס ושלום שתשתכח תורה מישראל, כי לא תשכח מפי זרעו", אז כדי איבערצוגעבן די תורה פון די פריערדיגע דורות, דארפן מיר זיך אראפלאזן און שמועסן מיט די קינדער און אריינברענגען אין זיי די גליקליכקייט פון אידישקייט, אזוי וועט נישט פארגעסן ווערן די הייליגע תורה פון אידישע קינדער. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט אפאר ווערטער, חז"ל זאגן "אין לו להקדוש ברוך הוא אלא ארבע אמות של הלכה", דער הייליגער סאטמאר רב זי"ע האט געשריבן אין זיין הייליג ספר ויואל משה וואס ער האט געשריבן מיט די בלוט פון זיין הארץ "וואס איז תורה לשמה? איז ער מברר, אז דאס איז אויב מ'לערנט שמעתתא אליבא דהלכתא". דער ראש ישיבה שליט"א האט אביסל גערעדט איבער די היסטאריע פון די ישיבה, און איבער די גרויסקייט פון די כולל. מען קען הערן דעם גאנצן שיעור ביי די אפטיילונג פון טעגליכע שיעורים. דער שיעור אין שלחן ערוך גייט ברוך השם ווייטער אן יעדן טאג, יעצט לערנט מען סימן ש"ג, הלכות "תכשוטי נשים בשבת", ווי מען לערנט שלחן ערוך הלכה למעשה, און די טייערע בחורים זענען זיך מחיה מיט די געשמאקע שיעורים. דער שיעור קומט פאר יעדן טאג צווישן 4:15 און 5:00 נאכמיטאג אין היכל הכולל, און תיכף דערנאך אום 5:00 קומט פאר דער טעגליכע שיעור התחזקות פון ראש ישיבה. אוֹהֵב ה' שַׁעֲרֵי צִיּוֹן מִכֹּל מִשְׁכְּנוֹת יַעֲקֹב - אֵין לוֹ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶלָּא אַרְבַּע אַמּוֹת שֶׁל הֲלָכָה 📚 קונטרס "גוט שבת" 📰 געראטעוועט פון עקסידענט נאכן קויפן זכות "תורה מגינה ומצלא" אין כולל היכל הקודש 📜 הלכות שבת מוז מען לערנען און גוט קענען 📜 מיטהאלטן דעם שיעור כללי פון דיין אין הלכות פסח 💬 קען מען יוצא זיין לימוד הלכה מיט'ן לערנען קיצור שלחן ערוך? 💬 ווי אזוי לערנט מען שלחן ערוך אויפ'ן סדר דרך הלימוד? 📸 דער שיינער סיום 🎞️ דער שיינער סיום 🎞️&nbsp; פילע סיומים פון שנת תשפ"א

    < זעה מער כז אייר תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 31 to 45 of 113 results

1 2 3 4 5 6 7 8
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ב
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com