Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שמעון ענדצווייג ע"ה קומט אין חלום אין מיהט זיך פאר די רפואה פון האשה צארטל בת אסתר מלכה תחי'

    פאלגענד איז אן עפיזאד וואס איז ערשינען אינעם גליון "אן אוצר" פון דעם פסח תשע"ט. מיטן קעפל "לא נתנשי מנן". "נישט לאנג צוריק איז א היימישע פרוי אראפגעפאלן פון א פערד און זי איז אריינגעפאלן אין א שווערע קאומא רח"ל. די נאמען פון די פרוי, מרת צארטל בת אסתר מלכה, איז שוין היינט שגור בפיו פון אסאך טייערע אידן, וועלכע זאגן תהלים און זענען מתפלל לרפואתה. איר מאן האט געדאווענט אין בית-המדרש נעבן הבחור שמעון הכהן ענדצווייג ע"ה, וועלכער איז נפטר געווארן מיט בערך א צוויי וואכן צוריק נאך א לענגערע מחלה ל"ע. דער מאן האט זיך אסאך אפגעגעבן מיט זיין שכן און מיט פיל געטריישאפט אים באדינט, און דער בחור'ל האט געשפירט א געוואלדיגע הכרת הטוב צו אים. דער וואך האט זיך דער מאן גע'חלומ'ט, ווי דער בחור'ל קומט צו אים הימל און זאגט אים: "זאלסט וויסן, אז איך טו שתדל'ן דא אין הימל און איך ארבעט זייער שווער פאר דיין ווייב'ס רפואה." דער מאן האט זיך ערוועקט פונעם חלום, אבער באלד האט ער זיך צוריקגעלייגט. ווי נאר ער שלאפט צוריק איין, חלומ'ט ער זיך ווידער ווי דער בחור רעדט צו אים: "איך וויל דיר קלאר מאכן, אז עס איז נישט בלויז א חלום, עס איז וואָר! אויב ווילסטו זיך איבערצייגן אין מיינע ווערטער, גיי יעצט אריבער אין בית-המדרש און קוק אין די צווייטע שאפע וואו די רויטע סידורים ליגן, וועסטו אין איין סידור טרעפן דיין פרוי'ס נאמען געשריבן ביי 'רפאינו'." דער יונגערמאן האט זיך נישט געפוילט, נאר איז באלד אריבער אין בית המדרש, וואו ער האט אויפגעזוכט צווישן די סידורים, ביז ער האט געפונען זיין פרוי'ס נאמען, אויפ'ן אנגעצייגטן פלאץ."   עד כאן פונעם גליון "אן אוצר".

    < זעה מער יב ניסן תשע"ט 📝
  • דער ראש ישיבה איז מנחם אבל ר' פנחס ענדצווייג הי"ו

    דינסטאג פרשת טהרה איז דער ראש ישיבה געגאנגען מנחם אבל זיין ר' פנחס ענדצווייג מיט א חלק תלמידי ישיבה, צו די פטירה פון זיין טייערע זון הב' שמעון ע"ה, וואס איז געווען א תלמיד הישיבה פאר די לעצטע 4 יאר. ר' פנחס האט דערציילט פארן ראש ישיבה פארשידענע עפיזאדן איבער די יראת שמים פון שמעון ע"ה, ער האט פארציילט וואזוי שמעי פלעגט יעדע נאכט זיך נישט לייגן שלאפן איידער ער האט געלייט קריאת שמע של אר"י ז"ל, מיט די ווידוי, אזוי אז ער איז נישט געגאנגען שלאפן אן ווידוי יעדע נאכט. אויך האט ער פארציילט ווי שטארק שמעי ע"ה האט געהיטן זיינע אויגן, און זינט ווען ער איז אריין געקומען אין ישיבה, האט ער נישט אויפגעהויבן זיינע אויגן, און אפילו ווען די דאקוטוירם און נוירסעס פלעגן אים באהאנדלען האט ער נישט געעפענט זיינע אויגן. &nbsp; תהא נשמתו צרורה בצרור החיים

    < זעה מער י ניסן תשע"ט 📝
  • הונדערטער באגלייטן מיט גרויס צער הבחור החשוב שמעון ענדצווייג ע"ה

    נעכטן איז פארגעקומען די לוי פון הבחור החשוב שמעון ענדצווייג ע"ה וואס איז אוועקגעריסן געווארן פון אונז אין אינגן עלטער פון 18 יאר, נאכדעם וואס ער איז אריבערגאנגען עטליכע יאר פון יסורים און מוטשענישן, וואס ער האט אלעס מקבל געווען באהבה. דער נפטר ע"ה האט פארברענגט די לעצטע 3 יאר אין די הייליגע ווענט פון ישיבה תפארת התורה ברסלב וויליאמסבורג, ווי ער איז געזיצן און געלערענט מן הבוקר ועד הערב, מיט גאנצע הויפענעס ספרים. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט ביים הספד ווי מ'האט געזען די קבלת יסורים באהבה פון שמעון, ווי טראץ אלע זיינע ווייטאגן און יסורים - צו די וואונדער פון אלע דאקטוירים וואס האבן געוויסט וואס אלץ ער גייט דורך - האט ער אייביג געהאט א שמייכל אויפן פנים, און אלץ געענטפערט "ברוך השם" מיט א שמייכל פאר יעדעם וואס האט אים געפרעגט וואס ער מאכט. דער ראש ישיבה האט אראפ געלייגט ווי ער פלעגט זיך אויסמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, בפרט פלעגט ער מאכן א סטאנציע ביי ברכת "רפאינו" ביי שמונה עשרה פון יעדע תפלה יעדן טאג, וואו ער פלעגט פארריגסן טייכן טרערן און זיך איינבעטן ביים אייבערשטן כבן המתחטא לפני אביו, און ווען די בחורים פלעגן צוריק קומען פון פרישטאג פלעגט מען אים נאך טרעפן אויף זיין פלאץ אינמיטן שמו"ע. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט וויפיל ער האט אלץ אנגעיאגט אין די קורצע צייט דורכצולערענען כמעט כל התורה כולה, אריינגערעכענט צוויי מאל ש"ס, און בערך אכציג מאל משניות. והחי יתן אל לבו שמעון ע"ה'ס צווייטע סיום הש"ס א יאר צוריק שמעון ווערט אויפגענומען מיט פרייד אין קעמפ נאכן אהיים קומען פון שפיטאל די הספד פונעם ראש ישיבה ביים לוי' בריוו פון דינסטאג איבער די פטירה פון שמעון ע"ה בריוו פון מיטוואך איבער די הספד אויף שמעון ע"ה

    < זעה מער ה ניסן תשע"ט 📝
  • ברוך דיין האמת: הבחור החשוב שמעון ענדצווייג ע"ה

    מיט גרויס צער און ווייטאג ווערט אויפגענומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הבחור החשוב שמעון ענדצווייג ע"ה בן ר' פנחס הי"ו, מחשובי תלמידי ישיבתינו הק', אין יונגן עלטער פון 18 יאר. שמעון איז געווען א לעבעדיג קינד ביז די אכט יאר ווען ער איז דיאגניזירט געווארן מיט זעלטענע מחלה, ענליך צו די ביטערע מחלה ALS, וואס פאראורזאכט רח"ל אז די קערפער זאל צוביסלעך צעגיין. מיט יעדע יאר שפעטער, איז געווארן שווערער און שווערער פאר שמעי'ן צו גיין אויף די פיס. במשך פונ'ם זומער שנת תשע"ה, ווען די ישיבה איז שוין געווען ברייט באקאנט אין די וועלט מיט די געוואלדיגע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, איז דער טאטע ר' פנחס ארויפגעקומען אין ישיבה איבערשמועסן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א דער מצב פון זיין זון, און דער ראש ישיבה האט געזען אין דעם א געוואלדיגע תועלת סיי פאר שמעי אז ער וועט קענען דא שטייגן און אויסניצן די צייט אומגעשטערט, און סיי פאר די אנדערע בחורים אז זיי זאלן זען פאר זיך א ביישפיל פון א בחור וואס לעבט מיט אזעלכע שוועריקייטן און נוצט אויס די צייט ווי עס דארף צו זיין. ראש חודש חשוון האבן די בחורים אנטפאנגען שמעי אין ישיבה, און פון דאן איז ער געווארן א פערמענאנטע חלק פון די ישיבה. שמעי האט זיך באלד צוגעכאפט צו די שיעורים פונעם ראש ישיבה, סיי צום סדר דרך הלימוד ווי ער איז געזעסן פון צופרי ביז ביינאכט אין זיין רעדער שטול מיט א הויפן ספרים נעבן זיך, און האט נישט אויפגעהערט גורס צו זיין די הייליגע תורה, טויזנטער בלעטער גמרא מיט טויזנטער פרקים משניות, מיט נאך פילע שיעורים בכל חלקי התורה, מיט א געשמאק און א חיות. ביי די שיעורים פלעגט דער ראש ישיבה כסדר באטאנען די געוואלדיגע התמדה פון שמעי, און ווי מ'דארף זיך לערנען פון אים. אין ווייניגער פון א יאר זינט ער איז אנגעקומען אין ישיבה האט שמעי זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס. און אין יענע צייטן פלעגט ער אויך ענדיגן יעדע וואך גאנץ ששה סדרי משנה. און מיט אומגעפער א יאר צוריק האט ער געמאכט זיין צווייטע סיום הש"ס. מיט די צייט האט ער זיך געמאכט נאך שיעורים אין כל התורה כולה, און ער האט אנגעיאגט צו לערנען א געוואלד אין די קארגע דריי יאר וואס ער האט פארברענגט דא אין ישיבה. ווי אויך האט ער זיך שטארק צוגעכאפט צו די געוואלדיגע מתנה וואס דער רבי האט אונז געגעבן פון רעדן צום אייבערשטן, דאס האט זיך ספעציעל אנגעזען ביי יעדע תפלה, ווען ער האט געמאכט יעדעס מאל אן עמטליכע סטאנציע ביי ברכת רפאינו, און מיט גרויסע בכיות זיך געבעטן אויף זיין מאמע לשון אז דער אייבערשטער זאל אים העלפן ארויסגיין פון זיין שווערע מצב. ועל כולם האט ער מיט זיין ריין הארץ אויפגענומען דיע שיעורים פונ'ם ראש ישיבה וואס רעדט אלעמאל אז א מענטש זאל נישט האבן קיין טענות קעגן דעם אייבערשטן, מ'זאל אננעמען באהבה אלעס וואס דער אייבערשטער שיקט פאר'ן מענטש, און טראץ זיינע שווערע יסורים איז געווען ממש א זעלטענהייט צו זען ווי ער האט קיינמאל נישט אראפגענומען די שמייכל פון זיין פנים. אלע וואס האט געארבעט מיט שמעי, די דאקטורים און אנדערע געהילפן, האבן כסדר באוואונדערט זיין שטענדיגע שמייכל. וויסענדיג זיין גאר שווערע געזונט צושטאנד, די ביטערע שווערע יסורים מיט וואס ער ראנגלט זיך טאג טעגליך, האבן זיי נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי אזא מענטש קען זיך האלטן פרייליך און גוטמוטיג צו יעדע צייט, און נאך מחזק זיין און פרייליך מאכן יעדן ארום זיך. מיט געציילטע טעג צוריק איז שמעי אריין אין שפיטאל אין אן עמערדשענסי צושטאנד, און ליידער האט ער היינט מאנטאג טהרה אויסגעהויכט זיין הייליגע און אויסגעלייטערטע נשמה. די לויה וועט פארקומען היינט אוונט אום זיבן אזייגער, ביים בית המדרש קהל מאור התפלה אין בארא פארק, אויף 5910 20 עוו. זאל דער אייבערשטער העלפן מיר זאלן מער נישט הערן קיין ביטערע בשורות, ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים. שמעון ע"ה'ס צווייטע סיום הש"ס א יאר צוריק שמעון ווערט אויפגענומען מיט פרייד נאכן אהיים קומען פון שפיטאל די הספד פונעם ראש ישיבה ביים לוי'

    < זעה מער ד ניסן תשע"ט 📝
  • קמחא דפסחא קאמפיין

    אין די יעצטיגע טעג, גייט אן די יערליכע קמחא דפסחא קאמפיין צוזאם צו שטעלן געלט צו קענען אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע אין אונזערע מוסדות אויף פסח. דאס יאר איז דער פינאנציעלע מצב אין וואס די מוסדות געפונען זיך יעצט אן אויסנאם שווערע. ברוך ה' אז די מוסדות האלטן אין איין וואקסן, און מיט דעם וואקסט מיט די גרויסע הוצאות. עס האלט יעצט ביי א מצב אז מען איז שולדיג גאר אסאך געלט פאר די איינגעשטעלטע פון די מוסדות, פון די ישיבה, פון די תלמוד תורה און די מיידל סקול. דעריבער האפט מען אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן זיך אידישע קינדער אנרופן זייער ווארעם ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות. אין די לעצטע יארן איז דער קאמפיין געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אידן האבן זיך זייער ווארעם אנגערופן מיט גרעסערע סכומים, און מען האט געקענט אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע פאר פסח און זיי פארשאפט א שמחת יום טוב. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן אידן זיך אנרופן ווארעם אויך דאס יאר, און מיט דעם האבן א גלייכע חלק אין די הייליגע ארבעט. אויף זיך צו באטייליגן אינעם קאמפיין, רופט אריין אין אפיס איבערצוגעבן אייער ברייטהארציגע נדבה, #101 718-384-1652 כל דכפין ייתי ויכול! &nbsp; צו מנדב זיין דורך "פּעי-פּאַל"

    < זעה מער ג ניסן תשע"ט 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א מיט תלמידים בעטן זיך אויס היינט ערב ר"ח ניסן פארטאגס ביי די ציונים פון די לובאוויטשע רבי'ס אין קווינס

    היינט ערב שבת קודש תזריע - ערב ראש חודש ניסן פארטאגס האט זיך דער ראש ישיבה אין באגלייטונג פון פילע תלמידים אריבערגעכאפט צום אהל הק' פון די לובאוויטשער רבי'ס אין קווינס, ווי דער ראש ישיבה איז געגאנגען מתפלל זיין. ווי באקאנט האט דער רבי שטארק גערעדט פון די מעלה פון גיין צו א קבר פון א צדיק, און זיך דארט אויסבעטן ביים אייבערשטן. מוהרא"ש ז"ל האט געשריבן עטליכע קונטרסים אויף דעם ענין, מוהרא"ש שרייבט אז די לופט ביים א קבר פון א צדיק איז ריין, און מ'קען זיך דארט אסאך בעסער אויסבעטן, און פועלן וואס מ'דארף נאר. דער הייליגער רבי ווען ער האט געוואוינט אלץ קינד אין מעזעביש, אין הויז פון זיין הייליגן זיידן דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, איז כסדר געגאנגען צום ציון הק' פון זיין זיידע דער בעש"ט הק' און זיך אויסגגעגאסן דארט זיין הארץ. אזוי אויך יעדעס מאל ווען מוהרא"ש ז"ל פלעגט זיין אין מאנסי, איז ער אלץ אריבערגעגאנגען צום ציון הק' פון הייליגן ריבניצער רבי זי"ע. אויך ווען נאר עס איז אים אויסגעקומען דורכצופארן קרית יואל, האט ער זיך שטענדיג אפגעשטעלט ביים ציון הק' פונם הייליגן סאטמארער רבי זי"ע. ער פלעגט אלץ פארהאלטן תלמידים וואס וואינען אין קרית יואל: "עטס האטס נעבן זיך א קבר פון אזא צדיק, און מ'גייט נישט ארויף!?" און טאקע שטענדיג ווען תלמדי היכל הקודש בכל מקומות מושבותיהם האבן נאר אפילו עטליכע מינוט, כאפן זיי זיך אייביג אריבער צו די ציונים פון די צדיקים וואס ליגן אין זייער שטאט, און זיי האבן גאר אסאך מעשיות פון תפלה צו פארציילן, וואס אלץ זיי האבן געפועלט ביי קברי צדיקים. "על ידי השתטחות על קברי הצדיקים, הקדוש ברוך הוא עושה לו טובות אף על פי שאינו ראוי לכך" (ספר המדות - אות צדיק, קע"ג)

    < זעה מער כט אדר ב' תשע"ט 📝
  • ישיבה תפארת התורה פורים גרופעס גרייטן זיך צום הייליגן יום טוב

    צוליב די גרויסע פארלאנג אז די בחורים תלמידי ישיבה תפארת התורה זאלן ארויף קומען דעם קומענדיגע פורים הבעל"ט און משמח זיין און זינגען די באקאנטע הארציגע אידישע ניגונים ביי אייך אין שטוב, האט מען בעז"ה מסדר געווען אז אויף דאס יאר פורים וועלן די בחורים זיין צוטיילט אין עטליכע עקסטרע גרופעס, עס וועט בעז"ה זיין באזונדערע גרופעס פאר וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל און מאנסי. &nbsp; אזוי ווי דער פארלאנג איז זייער גרויס, און עס איז נישט מעגליך אנצוקומען איבעראל, דארף מען באשטעלן אן אפוינטמענט ווי פריער. איר קענט רופן 917-530-2556 צו באשטעלן א צייט ווען מען זאל ארויפקומען צו אייך.

    < זעה מער ו אדר ב' תשע"ט 📝
  • "20 טויזנט דאלער אין 3 שעה" קאמפיין, געקרוינט מיט הצלחה

    אין די לעצטיגע טעג איז פארגעקומען צווישן אנשי שלומינו א שטילע בליץ קאמפיין צווישן אלע תלמידים און ידידים, הויפזעכליך די אלע וואס שעפען זייער חיות פון די שיעורים וואס ווערן געגעבן אין ישיבה, און ווערן פארשפרייט איבער די וועלט. אזוי ווי אין די לעצטיגע טעג האט די הנהלת המוסדות זיך געזען מיט א גרויסע לאך וואס דאס האט פאראורזאכט דאס פארשפעטינונג פון באצאלן די געטרייע איינגעשטעלטע, די מלמדים אין תלמוד תורה און די לערערינס אין בית פיגא, וואס האבן נישט באקומען זייער געהאלט אין די לעצטע וואכן. זייענדיג געדריקט, איז דער ראש ישיבה ארויסגעקומען מיט א רוף דעם פארגאנגענעם זונטאג ויגש - אז יעדער זאל זיך אנשטרענגען אין די דריי שעה צו געבן שיינע סכומים, מיט'ן ציל צו שאפן די סכום פון 20 טויזנט דאלער, אז מען זאל כאטש קענען דעקן א חלק פון די הוצאות המוסדות. ב"ה די שטילע און שנעלע קאמפיין איז געקרוינט געווארן מיט הצלחה, נאכדעם וואס אלע תלמידי וידידי המוסד האבן זיך ווארעם אנגערופן צום בליץ מעסעדזש וואס האט גערופן אז יעדער זאל נעמען א חלק און העלפן אנקומען צו די פארלאנגטע סכום כדי אפצוצאלן א חלק פון די געהאלטן פון די געטרייע איינגעשטעלטע. מען קען נאך אלץ מנדב זיין ארויסצוהעלפן די מוסדות דורכן רופן די האטליין 212-444-9191 און דערנאך דרוק נומבער 9. אויך קען מעג געבן דורך פעיפאל https://www.paypal.me/YeshivaTiferesTorah אדער https://secure.cardknox.com/yeshivatiferestorah &nbsp; די גרויסע זכותים צו שטיצן און ארויסהעלפן די הייליגע מוסדות, וועט זיכער ביישטיין פאר אלע משתתפים צו געהאלפן ווערן מיט אלע גוטע ישועות, בני חיי ומזוני, מיט אלע גוטע זאכן.

    < זעה מער ה טבת תשע"ט 📝
  • בעל מסירות נפש הרב הלל זאלצמאן שליט"א פון סאמארקאנד באזוכט אין ישיבה

    דער ראש ישיבה שליט"א איז כסדר מעורר די תלמידים אז אנשטאטס צו ליינען די אלע נערישע ביכער און מאגאזינען וואס קומען כסדר ארויס, זאל מען ליינען ביכער וואס עס ווערט דארט באשריבן דאס לעבן פון מסירת נפש וואס אידן האבן געהאט אין די אלע שווערע גלות צייטן, ווי אידן האבן זיך מוסר נפש געווען, און גרייט געווען צו זיצן אין די ארגסטע תפיסות אבי נאר צו קענען היטן שבת, לייגן תפילין און עסן כשרס.אזוי אויך - האט דער ראש ישיבה געזאגט - איז רעקאמענדיט צו ליינען מעשיות וואס ווי מען זעט די גרוילטאטן פון די פעלקער, ווי אזוי זיי זענען זיך באגאנגן קעגן אונזערע עלטערן און אור עלטערן במשך פונ'ם לאנגן גלות, מען זאל וויסן וואס א גוי איז און וואס זיי זענען אומשטאנד צו טון, און זיך פארעקלען פון וועלן געפעלן אין די אויגן פון פעלקער, וואס זענען נישט מער ווי חיות בצורות אדם.לעצטענס ביי איינע פון די שיעורים, האט דער ראש ישיבה שליט"א שטארק ארומגערעדט דערוועגן. דער ראש ישיבה האט פארציילט עטליכע קליינע מעשה'לעך ווי פשוטע אידן, קינדער און בחורים האבן געהאט מסירת נפש אויף אידישקייט, וואס ער האט געזען אינעם ספר "סאמארקאנד". דער ספר "סאמארקאנד", וואס איז ארויסגעקומען מיט עטליכע יאר צוריק, באשרייבט די אונטערגרונד פון די חב"ד'סקער חסידים אין סאמארקאנד, אנגעהויבן פון די ערשטע וועלט מלחמה יארן ביזן אונטערגאנג פון קאמוניזם. דער מחבר איז דער בעל מסירת נפש הרב הלל זאלצמאן שליט"א, וואס איז אליינס אנטלאפן אלץ קינד מיט זיין משפחה פון אוקריינא קיין סאמארקאנד אין יאר תרצ"ט אינמיטן די ברען פון די מלחמה, און איז דארט אויפגעוואקסן מיט א חסידישער ברען, און איז מיט די יארן אליינס געווארן איינער פון די אונטערגרונד פירער. ער מיט אנדערע מסירת נפש אידן האבן דארט אויפגעשטעלט אונטער די נאז פון די קאמוניסטן א ישיבה, א בית המדרש, מיט אלע אידישע געברויכן. וויסנדיג אז אויב די ממשלה ווערט עפעס געוואר, איז אחת דתם ר"ל.דער ראש ישיבה שליט"א - נישט וויסענדיג ווער דער איד איז, און צו ער לעבט נאך בכלל - האט דערציילט עטליכע מעשיות - ווי פריער דערמאנט - פון דעם ספר. דער שיעור מיט די צייט איז שטארק פארשפרייט געווארן, נאכדעם וואס דער חלק פון דעם שיעור איז אריין אין די סעריע פון די באקאנטע "חיזוק יומי המתורגם". און ווען עס איז אנגעקומען צום מחבר פונעם דעם ספר "סאמארקאנד". האט ער גענומען די מי און איז אריבערגעקומען אין ישיבה זיך צו טרעפן מיטן ראש ישיבה, צו זען מיט זיינע אויגן די פלאץ ווי מען איז מחנך די תלמידים זיך צו לערנען פון די מסירת נפש פון אמאל.דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט געקענט קומען צו זיך פון התרגשות ווען ער האט געזען ר' הלל, ער האט אים געגעבן א קיש און די האנט און אים געפרעגט "פון וואו האט מען גענומען די כוחות אויף מסירת נפש, בשעת היינט מוז מען נעבעך אזויפיל נייטן בחורים און יונגעלייט צו לייגן תפילין, היטן שבת און אזוי ווייטער, ווען עס איז נישט דא קיין שטערונגען זיך צו פירן ווי אידן און מקיים זיין די מצוות?"ר' הלל האט געזאגט פאר'ן ראש ישיבה, אז ער אליין גלייבט אויך נישט אז ער האט געקענט טון די אלע זאכן.ער האט אויסגעפירט מיט דאס ווארט וואס דער פריערדיגע ליובאווישטע רבי דער מהרייץ זי"ע האט געזאגט ווען ער איז געקומען קיין אמעריקא: "מען זאל מיר געבן דאס גאנצע געלט פון די וועלט, וואלט איך נישט פארקויפט די זכות פון מיין זיצן אין תפיסה און מסירת נפש פאר אידישקייט, און אז מען זאל מיר געבן די גאנצע געלט פון די וועלט וואלט איך נישט בוחר געווען איבערצוגיין די אלע יסורים און תפיסה"... "נֶחְשבְנוּ כְּצֹּאן לַטֶּבַח יוּבָל. לַהֲרוֹג וּלְאַבֵּד וּלְמַכָּה וּלְחֶרְפָּה, וּבְכָל זֹאת שמְךָ לֹא שכָחְנוּ" &nbsp; דער חיזוק יומי המתורגם וואס רעדט וועגן דעם ספר "סאמארקאנד" &nbsp; בילדער פונעם באזוך פון הרב הילל זאלצמאן שליט"א &nbsp;

    < זעה מער ה טבת תשע"ט 📝
  • חנוכה אין ישיבה

    די געהויבענע טעג פונעם יום טוב חנוכה, ווערט אויסגענוצט אין ישיבה מיט א שטארקייט, ווען די בחורים זיצן און לערנען זייער פלייסיג, ניצנדיג די השפעות פונעם הייליגן יום טוב אויפ'ן בעסטן פארנעם. ביי די שיעורים אין חנוכה האט דער ראש ישיבה אסאך ארומגערעדט פון די חיזוק וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די נסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט די אידישע קינדער בימים ההם בזמן הזה, ווי אזוי די קליינע הייפעלע פון די הייליגע חשמונאים האבן באזיגט די גרויסע און מעכטיגע מיליטער פון די יוונים, ווי אזוי זיי האבן צוריק אויפגעבויעט דעם צעבראכענעם בית המקדש, כאטש די יוונים האבן מטמא געווען אלע אויל, האט דער אייבערשטער געהאלפן אז מ'האט געטראפן א קליין קריגל אויל גענוג נאר פאר איין טאג, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז ס'האט געברענט פאר אכט טעג. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז כאטש וואס ס'איז דאך געווען אזויפיל צרות דעמאלט, דער גאנצער בית המקדש איז געווען צעבראכן און טמא, וואלטן דאך די חשמונאים געקענט מאכן אויף דעם א טרויער טאג, האבן זיי זיך אבער זייער געפריידט און געמאכט א פרייליכער יום טוב מיט די קליין ביסל טהור'ע אויל וואס זיי האבן געטראפן. דאס לערנט אונז אז אפילו א מענטש שפירט ביי זיך אז ער אינגאנצן צעבראכן און טמא, זאל ער נישט אויפגעבן און אריינפאלן אין א יאוש, נאר ער זאל זיך שטארקן און אויפזוכן דאס קליין קריגעלע טהור'ע אויל וואס ער האט נאך יא, יעדער איד איז פול מיט מצות ומעשים טובים, אפילו פושעי ישראל מלאים מצות כרמון, און מיט דעם זאל זיך דער איד זייער פרייען, ער זאל זיך פרייען אז ער איז זוכה צו עסן כשר'ס, ער היט שבת, ער גייט מיט ציצית, ער טוט אן תפלין, ער האט א בארד און פאות, און אזוי ווייטער האט יעדער איד גענוג און נאך גוטע זאכן מיט וואס ער קען זיך זייער פרייען. און אז ער וועט זיך פרייען מיט די ביסל גוטס וואס ער האט אין זיך, וועט דאס שוין ברענגען אז ער וועט ווערן אינגאנצן גוט. דערפאר איז די מצוה צו צינדען די חנוכה ליכט אינדרויסן אויפ'ן גאס ברשות הרבים, ביינאכט ווען ס'איז טונקל, און גאר נידריג למטה מעשרה טפחים; אונז צו ווייזן אז אין סיי וועלכע מצב א איד געפונט זיך נאר, האט ער נאך אייביג אן האפענונג, ער קען זיך נאך צוריק אנצינדען זיין הייליגע נשמה, נר ה' נשמת אדם. ווען מ'זיצט ביי די הייליגע חנוכה ליכט, איז דאן די בעסטע צייט זיך אויסצובעטן ביים אייבערשטן, עס הערשט דאן א געוואלדיגער עת רצון, מ'קען זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן אלעס וואס מ'וויל און וואס מ'דארף. און דאס בעסטע איז ווען מ'רעדט צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אזוי ווי מ'וואלט זיך אויסגערעדט פאר א גוטער און נאנטער חבר. דער אייבערשטער הערט אויס יעדעס ווארט וואס מ'רעדט צו אים, און ער וועט זיכער העלפן די אלע וואס ווענדען זיך צו אים. ביים שיעור פאר אינגעלייט דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א אויך גערעדט אז חנוכה איז א צייט פון חינוך, מ'דארף זיצן אינדערהיים מיט די קינדער, זיי דערציילן די גרויסע נסים וואס דער אייבערשטער האט מיט אונז געטון, און אז דער אייבערשטער טוט אויך היינט גרויסע נסים און העלפט יעדן וואס רעדט צו אים און בעט זיך ביי אים. נישט ווי געוויסע ווילן זאגן אז מ'דארף פארן קיין אומאן אויף שבת חנוכה, דער הייליגער רבי האט נאר געזאגט אז מ'זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, אבער שבת חנוכה דארף מען זיין אינדערהיים מיט די פאמיליע, און אריינברענגען אין זיי די הייליגע אמונה. ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים! &nbsp;

    < זעה מער כח כסלו תשע"ט 📝
  • נייע באקוועמע אַפּציעס אויפן קול ברלסב האטליין

    מיט גרויס צופרידנהייט איז געווארן אויפגענומען דורך די טויזנטער צוהערער פונעם פאפולערן טעלעפאן ליין "קול ברסלב" די נייע געשמאקע אפציעס וואס זענען לעצטענס געווארן צוגעלייגט. 1) &nbsp;צוריק קומען צום שיעור עס איז געווארן צוגעלייגט א געוואלדיגע אפציע, אז ווען מ'דרוקט דעם סטאר קנעפל (*) אויפן טעלעפאן פון די מעין מעניו, וועט מען גראד אנקומען צום פלאץ אינעם שיעור וואו מ'האט געהאלטן ווען מ'האט אראפגעלייגט דעם טעלעפאן פאריגעס מאל. עס קומט זייער צוניץ ווען דער טעלעפאן ווערט אראפ געלייגט אינמיטן הערן א שיעור צוליב סיי וועלכע סיבה, און מ'רופט צוריק פונעם זעלבן טעלעפאן נומער, קען מען דורכן סטאר קנעפל צוריק אנקומען וואו מען האט געהאלטן. 2) &nbsp;מוזיק שאָפל אין די היכל נגינה אפטיילונג פונעם האט ליין (5 פונעם מעין מעניו), איז געווארן צוגעלייגט א "שאפל" קנעפל. "שאפל" באדייט אז מען הערט די ניגונים יעדעס מאל וואס מ'רופט אריין אויף א נייעם סדר. אנצוקומען צו שאפל, דוקט 5 אנצוקומען צו היכל ניגנה, דערנאך דרוקט 0 פאר "שאפל". שמעו ותחי נפשכם.

    < זעה מער כ חשון תשע"ט 📝
  • פדיון נפש ערב ראש השנה אין אומאן

    ווי באקאנט פלעגן אנשי שלומינו זיך פירן צו געבן פאר מוהרא"ש יעדעס יאר אום ערב ראש השנה אין אומאן "פדיון נפש", אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רי"ד) אז ערב ראש השנה זאל מען געבן א פדיון. מוהרא"ש האט געזאגט אז די גרעסטע צדקה וואס עס איז פארהאן איז צו געבן געלט צו קענען מער און מער פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף דער וועלט, דאס איז די בעסטע וועג ווי אזוי מחי' צו זיין מענטשן, און דאס בלייבט פאר די מענטשן אויף אייביג. דעריבער פלעגט מוהרא"ש נוצן די געלט פון די פדיונות אויף צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און צו בויען דעם רבינ'ס מוסדות, צו קענען מיט דעם ווייטער פארשפרייטן דעם רבינ'ס אור אויף דער וועלט. דאס יאר וועלן אנשי שלומינו ווייטער געבן "פדיון נפש" אין אומאן פאר דעם זעלבן צוועק, מען וועט קענען געבן דעם "פדיון נפש" פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ערב ראש השנה אין אומאן, מ'קען זען די זמנים פאר פדיון נפש אין אומאן אין א באזונדערע קעסטל אינעם גליון, ווי אויך וועט זיין טישלעך ביים ציון הקדוש און אויף די הויפט גאסן אין אומאן, וואו מ'וועט קענען געבן די פדיון נפש. דאס ארויסהעלפן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף דער וועלט, איז די בעסטע הכנה צום הייליגן ראש השנה. פדה בשלום נפשי! &nbsp; מ'קען אויך מנדב זיין פאר פדיון נפש דא אויפן וועבסייט

    < זעה מער כב אלול תשע"ח 📝
  • סיום הש"ס פון הרבני הנגיד מו"ה שבתי מזרחי הי"ו געפראוועט אין קעמפ

    זונטאג איז פארגעקומען א שיינע סיום אינעם קעמפ, ווען הרבני הנגיד מו"ה שבתי מזרחי הי"ו האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס, עס זענען זיך צוזאם געקומען ידידים און קרובי המשפחה, זיך מיטצופרייען מיטן בעל שמחה. מען האט זיך געזעצט צו א סעודה, און מ'האט געזונגען שיינע ניגונים. צו ערשט האט דער בעל שמחה מו"ה שבתי הי"ו אויפגעטרעטן, און געדאנקט דעם אויבערשטן אז ער האט זוכה געווען צו ענדיגן דורכזאגן גאנץ ש"ס, און ער האט געדאנקט זיינע עלטערן און שווער און שוויגער און בפרט זיין אשת חיל וואס האבן אים געגעבן חיזוק און שטיצע די אלע יארן. נאכדעם האבן גערעדט עטליכע ידידים און באגריסט ר' שבתי'ן וועלכער געט זיך אזויפיל אוועק פאר'ן ראש ישיבה און די הייליגע מוסדות, און בפרט פארן קעמפ. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט עטליכע ווערטער ווי ער האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון ענדיגן ש"ס, ווי דער הייליגער רבי זאגט, אז ווען מ'ענדיגט ש"ס באקומט מען א "צלם אלוקים". דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי ער האט אמאל געזען ר' שבתי אהיים קומען פון די ארבעט אויסגעמוטשעט אום 3:00 פארטאגס, און האט אים געזאגט "לייג דיך שלאפן, עס איז שפעט", האט אים ר' שבתי געענטפענט "איך האב נאך נישט געענדיגט מיינע שיעורים, איך קען מיך נאך נישט לייגן שלאפן". מ'האט געזינגען שיינע ניגונים איבער די גרויסקייט פון תורה, און זיך געפרייט מיט די גרויסע שמחה. שישו ושמחו בשמחת התורה בילדער פונעם סיום הש"ס דרשה פונעם ראש ישיבה ביים סיום הש"ס

    < זעה מער כה אב תשע"ח 📝
  • "הארץ קאמפיין" געווען א גרויסער סוקסעס ברוך ה'

    דער "הארץ קאמפיין" וואס איז פארגעקומען די וואך מאנטאג און דינסטאג לטובת די מוסדות היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג איז ב"ה געווען א געוואלדיגער סוקסעס. ווען מ'איז ב"ה אנגעקומען צו די סומע פון איבער א מיליאן דאלער אין די קורצע צייט פון 36 שעה וואס די קאמפיין איז אנגעגאנגען. די מוסדות האבן געשטעלט דעם ציל אנצוקומען צו א האלב מיליאן דאלער, עס האט אבער נישט גענומען צו לאנג אנצוקומען צו דעם ציל, און דאן האט מען ארויפגערוקט דעם ציל צו א דריי-א-פערטל מיליאן, און ווען אום דינסטאג נאכמיטאג איז שוין אויך דער ציל דערגרייכט געווארן, האט מען עס ארויפגערוקט צו א מיליאן דאלער, און ביים ענדיגן דעם קאמפיין, דינסטאג צוועלף אזייגער ביינאכט, איז מען אנגעקומען צו די סומע פון איבער א מיליאן דאלער. דער רבי האט געזאגט, "פון געלט זאלט איר צו מיר נישט רעדן", ביים רבי'ן האט מען נישט געמאכט קיין עסק פון געלט. פארשטייט זיך אז מ'דארף האבן געלט, און זיכער ווען עס קומט צו גוטע זאכן, צו בויען מוסדות התורה, צו דרוקן ספרים וואס זענען מקרב אידישע קינדער צום אייבערשטן; אבער מ'דארף געדענקען אז געלט איז נישט דער עיקר, וואס עס בלייבט איבער איז נאר די תורה ומצות ומעשים טובים וואס מ'טוט אויף דער וועלט. דער חידוש איז אבער געווען אז אזויפיל טויזנטער אידן האבן אנטייל גענומען אינעם קאמפיין. ווי עס האט זיך ארויסגעוויזן איז היבש אונטערגעשאצט געווארן די גרויסע צאל אידן וואס הערן די דברי חיזוק און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וויפיל אידן זענען זיך מחיה און שעפן חיזוק און הדרכה אין לעבן פון די לימודים פון הייליגן רבי'ן ווי מוהרא"ש זי"ע האט אונז געלערנט, און דער ראש ישיבה שליט"א איז דאס מפרסם איבער די גאנצע וועלט. אזויפיל אידן האבן זיך משתתף געווען אינעם קאמפיין, טייל אפילו מיט גאר קליינע סכומים, אבער מיט דעם האבן זיי ארויסגעוויזן זייער הכרת הטוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף די פילע גוטס וואס זיי האבן גענאסן פון אים. דעם הייליגן רבינ'ס דיבורים און עצות קענען העלפן יעדן איד אין סיי וועלכע מצב ער געפונט זיך נאר. עס קומט זיך א גרויסער דאנק פאר די חשובע עסקנים וועלכע האבן צושטאנד געברענגט דעם קאמפיין, און אריינגעלייגט אזויפיל צייט און כח פאר די הצלחה פונעם קאמפיין. דינסטאג נאכט, ווען דער קאמפיין האט זיך געענדיגט, האבן די עסקנים ארויסגעשטעלט א מעלדונג זיך צו באדאנקען פאר די אלע וועלכע האבן זיך משתתף געווען אינעם קאמפיין, און צוגעהאלפן צום סוקסעס. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען אנגיין רואיגערהייט מיט זיין הייליגע ארבעט צו מחזק זיין אידישע קינדער און זיי דערנענטערן צום אייבערשטן. ישראל אין להם אלא לב אחד לאביהם שבשמים! דער קאמפיין אין ביהמ"ד שומר שבת בארא פארק

    < זעה מער ז תמוז תשע"ח 📝
  • הארץ קאמפיין פון ברסלב וויליאמסבורג גרייכט האלב מיליאן דאלער ציל - באנוס גאול פון 750,000$ ווערט ארויפגעלייגט

    געלויבט השי"ת אז טויזנטער אידן פון איבער די וועלט האבן זיך אנגערופן מיט זייער ווארים הארץ און ביישטייערט צום קאמפיין, און האט היינט אינדערפרי 10:00 שוין דערגרייכט דעם ארגינעלן ציל פון א האלבע מיליאן דאלער. תיכף האבן זיך פרישע מעטשערס אנגערופן אויפצוהייבן דעם ציל ביז 750 טויזענט. און ב"ה אז דער עולם רופט זיך ווארעם אן און יעצט 2:40 נאכמיטאג איז שוין אריינגעקומען איבער האלב פונעם באנוס גאול. דער קאמפיין קומט שוין נענטער און נענטער צום ענדיגן, מורי ורבותי: איר האט יעצט א זעלטענע געלעגענהייט צו מנדב זיין פאר די הייליגע ברסלבע מוסדות וואס פארשפרייט אזויפיל ליכטיגקייט אויף דער וועלט, אזויפיל אמונה, אזויפיל שטארקייט אין אידישע הערצער, און יעדע דאלער וואס איר געט וועט ווערן 4 דאלער. 50 דאלער וועט ווערן 200. כאפטס אריין ווילאנג דער קאמפיין האלט אן. איר קענט געבן דעם נדבה לכבוד איינע פון די איבער הונדערט טיעמס פון עסקנים וואס האבן אויף זיך גענומען א ציל. איר קענט צושרייבן עטליכע ווארימע ווערטער לכבוד, אדער לכבוד וועם נאר איר ווילט Arele Shapiro Ari Fisch Ari Kraus Ari Weberman Avraham Baruch Lazarovitsh Avraimel Tikolski Avrum Duvid Lax Avrum Eli Friedrich Avrum Hersh Weberman Avrum Moshe Strasser Avrum Shia Altman Avrum Shia Weberman Avrumy Ruttner Bentzi Cziment Bentzi Jacobowitz Bentzi Landau Binyamin Bleich Burech Jacobowitz Burech Mordechai Fekete Chaim Meir Erps Chaim Yitzchok Goldstein Chaim Yoel Fischer Chaim Yosef Rosenberg Chaim Zanvil Appeldorfer Chesky Samet Chizik Yomi Members Chizik Yomi Status Devorie Neuman / Fromer Duddy Deutch Duddy Ruttner Duvid Pamerantz Duvid Rabinowitz Efraim Levy Efroiyem Frommer Eli Knoll Eli Mizrahi Family Levy - Chesky, Yoely, Ushy, Lipa Gedalya Appel Heinech Indig Hershy Baum Hershy Katz Hershy Sabel Hershy Schnitzler Hillel Lebowitz Isaac Appel Isaac Roth Issac Roth Leiby Appel Leiby Roth Leivy Yitzchok Zafer Lipa Mandel Lipa Schwartz Mechy Rosenfeld Meilech Gross S.E.G. Meilech Sharf Meilich Weiser Meir Reinitz Menachem Steinberg Menashe Itzkowitz Michoel Altman Mordechai Aron Halpern Mordechai Caplan Mordechai Heimlich Moshe Arya Schnitzler Moshe Einhorn Moshe Farkas Moshe Rosenberg Moshe Yechial Feldman Motty Herzog Motty Rosenfeld Nachman Nussen Kraus Nachmen Yakobovitch Nachmen Yisroel Jacobowitz Nuchem Brill Nussen Shwartz Pinny Glick &amp; Mendy Gold R' Yiddel Lichtenshtein Reuven Berenbaum Sendy Roth Shabsi Marcus Shabsi Mizrachi Shaul Yitzchok Gantz Shaya Eidlis Shia Lazer Glick Shimmy Endsweig Shimmy Portugal Shimmy Schwartz Shimmy Ziegler Shimon Levy Shimshon Hersh Teitelbaum Shloimy Kraus Shlome Jacobowitz Shlome Shtrau Shlomo Dana Shlomy Shwartz Shmiel Duvid Braun Shmilly Schmeltzer Shmily Sabovitz Shulem Follman Shulem Schnitzler Shuly Pinter Sol Gross Sruly Kraus Usher Ber Indorsky Usher Yakov Blum Yaakov Fried Yaakov Jacobowitz Yakov Tzvi Jungreisz Yanky Fisch Yanky Lesser Yida Leib Weiss Yiddy Freund Yisroel Menachem Rosenberg Yisroel Moshe Goldman Yitzchok Aron Weinberg Yitzchok Hersh Hoffman Yitzchok Levy Yitzchok Moshe Reich Yitzchok Ruttner Yoel Feder Yoel Landau Yoel Mendlowitz Yoel Moskowitz Yoel Rosenberg Yoel Teitelbaum Yoel Weberman Yoelish Krausz Yoina Zabel Yoinah Zinger Yosef Shaul Friedman Yossi Jacobowitz Yossi Mermelstein Yossy Lunger Yossy Prero YSFR Zalmen Leib Zilber Zevy Deutsch איציק מנדלוביץ חיזוק יומי מתורגם נתנאל פארקאש שומר שבת שמוליק בלעדי &nbsp;

    < זעה מער ו תמוז תשע"ח 📝
« Previous Next »

Showing 76 to 90 of 114 results

1 2 3 4 5 6 7 8
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ב
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com