Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • ישיבה תפארת התורה האט זיך שוין צוריק געקערט קיין וויליאמסבורג

    געלויבט השם יתברך, אז עס איז דורך א הערליכע זומער אין מחנה תפארת התורה אין מאנטיסעלא, ווי די בחורים און אינגעלייט האבן אויסגענוצט די זומער וואכן מיט טויזנטער בלעטער גמרא, משניות, און נאך פילע לימודים, אזוי אויך האט עס געדינט אלץ א "ריהעב פון אמונה", ווי מען האט זיך אנגעשעפט מיט אמונה אקסיזשען פארן גאנצן קאלטן ווינטער. יעצט ווען דער זומער סעזאן האט זיך שוין געענדיגט, איז די ישיבה גלייך ממשיך מיטן סדר היום אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. ווי די בחורים וועלן זיצן און לערנען פלייסיג א גאנצן טאג, און אזוי אויך וועלן די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א ווייטער פארקומען טעגליך און וועכענטליך מיטן אייבערשטנס הילף. אזוי אויך זענען די בחורים ממשיך מיט'ן לערנען יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, וואס וועט בעז"ה אנהאלטן ביז ראש השנה, און מיט דעם זענען די בחורים מקיים די סגולה וואס מוהרא"ש האט געגעבן פאר די בחורים מיט אכט יאר צוריק ווען ער האט באזוכט אין קעמפ, אז ווער עס וועט ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית פאר פערציג טעג און א ציה, אנגעהויבן פון חמשה עשר באב, וועט טרעפן זיין שידוך. און אזוי האלטן די בחורים אן דעם איינפיר זינט דעמאלטס, און ב"ה זעען אפענע ישועות. די בחורים טרעפן גוטע שידוכים איינע נאכן צווייטן. דער סדר היום אין ישיבה אין וויליאמסבורג איז ווי פאלגענד: אכט אזייגער אינדערפרי הייבט זיך אן די שיעורים; דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר א בלאט גמרא בבלי יעדן טאג, זונטאג איז דאס ניין אזייגער. דעם שבת'דיגן דף לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר מוצאי שבת קודש גלייך נאכ'ן זמן. בערך אכט דרייסיג – גלייך נאכ'ן בלאט גמרא לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א בלאט ירושלמי; היינט האט מען זוכה געווען מסיים צו זיין תלמוד ירושלמי – סדר זרעים, מארגן הייבט מען אן ירושלמי סדר מועד, מסכת שבת. נאך די צוויי שיעורים גיבט דער ראש ישיבה שליט"א א שמועס פאר די מלמדים; עצות און חיזוק ווי אזוי צו זיין א גוטע מלמד. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מלמדים דארפן יעדן טאג הערן חיזוק, ווייל זייער אמט אז זייער אן אחריות'דיגער. צען אזייגער דאווענט מען שחרית, נאכדעם לערנען די בחורים – יעדער פאר זיך – זייערע שיעורים; חומש רש"י, ח"י פרקים משניות און גמרא; נאכדעם צוויי אזייגער לערט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א שיעור אין גמרא רש"י ביז הלכה. דריי אזייגער דאוונט מען מנחה און פינף אזייגער לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר די טעגליכע וועלט בארימטע שיעור התחזקות, געפלאכטן מיט דיבורים פון רבי'ן און מוהרא"ש. אין דריי וואכן ארום פארט די גאנצע ישיבה בעזר השם אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א קיין אומאן; מיר אלע בעטן דעם אייבערשטן צו קומען, און צעברעכן אלע מניעות. ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לא יֵעָדֵר. כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און עס איז מיר א וואונדער אויף די מענטשן וואס גלייבן אין מיר, און זיי זענען מקורב צו מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מודיע זיין פאר אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה? קיינער טאר נישט פעלן, ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה".   נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה; לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ, תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אז איך ווייס וואס איז 'ראש השנה', און נישט נאר ענק, נאר די גאנצע וועלט איז געוואנדן אין מיין ראש השנה.

    < זעה מער ג אלול תשע"ט 📝
  • א הערליכע זומער איז דורך אין מחנה תפארת התורה

    נאך צוויי לעכטיגע חדשים וואס די בחורים האבן זוכה געווען צו זיין אין קעמפ, און זיך אנגעפילט מיט תורה ותפלה און יראת שמים מיט התחזקות, פארן די בחורים יעצט צוריק אין שטאט, און נעמען מיט אלעס וואס מען האט זיך איינגעזאפט אין די זומער צווישן די בערג צו די&nbsp;שטאט, צו ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עז מיט די אלע הייליגע לימודים וואס מען האט אריינגעכאפט אין קעמפ. דער יעצטיגער זומער איז געווען גאר א ספעציעלער זומער, די בחורים האבן אויסגענוצט די צייט און זיך אנגעפילט מיט תורה, עבודה און יראת שמים. טויזנטער פרקים משניות און בלעטער גמרא זענען געלערנט געווארן אין קעמפ, אויסער די פילע אנדערע שיעורי תורה וואס די בחורים האבן אריינגעכאפט. עס פארט זיך אהיים גאר אנדערש וויסענדיג אז מען נעמט עפעס מיט אין די האנט, מען פארט אהיים אנגעפולט מיט תורה ועבודה. יעצט הייבט מען שוין אן דעם סדר הלימודים אין ישיבה אין וויליאמסבורג, און זיך גרייטן צו די געהויבענע נסיעה צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה אין אומאן, די גאנצע ישיבה וועט אי"ה פארן אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה, זיך אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר, און זוכה זיין צו די אלע גוטע הבטחות וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה. אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו!

    < זעה מער א אלול תשע"ט 📝
  • בחורי הישיבה פארן ארויס צום ציון הקדוש פון רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל ביומא דהילולא

    היינט דינסטאג גייען די בחורים בעז"ה ארויספארן אינאיינעם צום ציון הקדוש אין קרית יואל זיך אויסצובעטן אלעס גוטס אין טאג פונעם יארצייט פון רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל. אזוי ווי עס איז שוין איינגעפירט אלע יארן, פארן די בחורים ארויס אינאיינעם יעדעס יאר צו די יארצייט, אויסצונוצן דעם גרויסן טאג און זיך אויסבעטן בדבר ישועה ורחמים ביים ציון הק'. דאס איז אויסער עטליכע מאל במשך די יאר וואס די גאנצע ישיבה כאפט זיך אריבער אינאיינעם זיך אויסצובעטן ביים ציון הק' אין יעדע דערהויבענע געלעגנהייט. פאריאר נאכן פוקד זיין דעם הייליגן ציון אין קרית יואל זענען די בחורים זיך צוזאמגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש אין קרית יואל וואו עס איז פארגעקומען א סעודת הילולא. ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן הר"ר יואל פארקאש שליט"א וואס האט ארומגערעדט שיינע ענינים פונעם בעל הילולא. צווישן אנדערע האט ער דערציילט אז ווען מוהרא"ש איז געקומען אמאל צו א הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דארט אין בית המדרש, בהשתתפות הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש, האט מוהרא"ש געזאגט דעמאלט אז רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל האט זיכער א נחת רוח אז אין זיין שטעטל וואס ער האט געבויעט מיט בלוט און שווייס, געפונט זיך א הייליגע ברסלב'ע שול, וואו אידן דינען דעם אייבערשטן מיט די חיזוק און לימודים פון הייליגן רבי'ן, און גלייכצייטיג רירט מען זיךנישט אוועק פון די הייליגע מסורה וואס ער האט געלערנט אלע יארן. מוהרא"ש פלעגט אסאך נאכזאגן וואס ער האט אליין מיטגעלעבט און געהערט פון רבי'ן פון די יארן ווען ער האט זוכה געווען זיך אסאך צו דרייען ביי אים, צוצוקוקן צו זיין עבודת הקודש, און צו הערן זיינע הייליגע תורות. און מוהרא"ש פלעגט זיך אויך כסדר אריבערכאפן קיין קרית יואל זיך אויסצובעטן ביים ציון הק'. תורתו מגן לנו, הוא מאירת עינינו! &nbsp; אויפן בילד, דער ראש ישיבה שליט"א איז פוקד דעם ציון פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע אין די פריע פארטאגס שעה'ן

    < זעה מער כו אב תשע"ט 📝
  • גרויסער קידוש ה' ווען א ריזיגער ציבור פון קרוב צו 4,000 נדבנים געבן צושטייער פאר "מיין לעבן" מיליאן דאלאר קאמפיין

    יעצט פרייטאג מיטאג ווען די דאזיגע שורות ווערן געשריבן האלטן די סכום נדבנים אין די געגענט פון 4,000. כדי צו געבן די געלעגענהייט פאר די פילע אידן וואס ווילן זיך נאך משתתף זיין האט מען פארלענגערט דעם קאמפיין אויף ביז קומענדיגן זונטאג שלח אווענט. א שטארקע ווארימקייט האט זיך אנגעזען ביים ציבור ווען מ'האט זיי געבעטן זיך צו משתתף זיין, אין בארא פארק איז אראפ געשטעלט געווארן א גרויסער קאמפיין צענטער נעבן ביהמ"ד שומר שבת, ווי אידן האבן זיך צוגעהערט צו די דרשות פון ראש ישיבה שליט"א וואס איז געווארן אויפגעשפילט דארט אויפן פלאץ, און דערביי האט מען זיך משתתף געווען יעדער איינער לפי יכלתו. מורי ורבותי, לאזט נישט ארויס דעם געוואלדיגן געלעגענהייט, כאפט אריין זיך צו משתתף זיין פאר די הייליגע מוסודת, און פארגרינגערט מיט דעם די לאסט פון ראש ישיבה שליט"א, ער זאל זיך קענען אפגעבן מיט די הייליגע פעולות פון אונז אלע ברענגען צום אייבערשטן, און אונז געבן עצות און הדרכה פאר אונזער לעבן, אן דעם וואס ער זאל זיך דארפן זארגן איבער געלט. דער זכות וועט אייך אוודאי ביישטיין צו באקומען ישועות פון הימל וואס איר דארפט. &nbsp; דרוקט דא צו מנדב זיין: https://www.charidy.com/breslev ליסטע פון אלע טיעמס צו געבן לכבודם (די ליסטע איז אונטן) &nbsp; דער קאמפיין אין שומר שבת (2 ווידיאס) (בילדער) &nbsp; דער קאמפיין אין ארץ ישראל

    < זעה מער יח סיון תשע"ט 📝
  • נאך בלויז 10 שעה צו גיין, צום "מיין לעבן" מיליאן דאלאר קאמפיין

    די הייליגע ברסלבע מוסדות איז שוין באקאנט אויף די גאנצע וועלט, אבער וויפיל אידן די הייליגע מוסדות די דרשות און גליונות האבן שוין צוריק געברענגט צום אייבערשטן איז אוממעגליך צו וויסן. די צענדליגע מעסעדזשעס וואס קומען אריין צום אפיס טעגליך נעמט איבער דאס הארץ: * וויפיל אידן פארציילן ווי זיי האבן אנגעהויבן האבן אן אמתדיגע לעבן אינדערהיים מיט זייער משפחה, זיי זענען געוואר געווארן אז אויך זיי קענען האבן שלום בית און זיך דורכקומען מיט די בני בית. * וויפיל בחורים לאזן מעסעדזשעס ווי א דרשה האט זיי געראטעוועט אין די לעצטע מינוט פון אריינפאלן אין שאול תחתית ר"ל. * וויפיל משפחות געבן איבער אז זיי האבן זיך אויסגעלערענט אז די געשוויסטער קענען זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן אפילו מ'האט חילוקי דעות. * וויפיל טויזנטער אידן האבן אנגעהויבן צו לערנען יעדן טאג, נאכן געוואר ווערן אז אפילו זיי האבן נישט די כשרות / מוט / קאפ וכו' וכו' איז נאך אלץ דא א וועג פאר זיי צו זיין צוגעבינדן צו די תורה, און דורך די גרויסע כח פון די הייליגע תורה זענען זיי ארויסגעקראכן פון אלע זייערע פלאנטערנישן אין וואס זיי זענען אריינגעפאלן * ועל כולם, וויפיל קינדער בחורים אינגעלייט מיידלעך ווייבלעך האבן אנגעהויבן צו לעבן יעדן טאג מיטן אייבערשטן. זיי האבן אנגעהויבן צו וויסן און געדענקען אז דער אייבישטער איז דא און פירט זיי אויף טריט און שריט, און ווען איינער בעוול'ט זיי ווערן זיי שוין נישט אזוי אנטוישט, און ווען זיי האבן א הצלחה אדער א דורכפאל ווייסן זיי שוין צו וועמען זיי דארפן זיך באמת ווענדן, און גיסן זיך אויס דאס הארץ כסדר צום אייבערשטן, און הייבן אן א נייע לעבן. דער ראש ישיבה וואס געט זיך אזוי שטארק איבער צו אויפלעבן און מחזק זיין אידן, און געבט כסדר די ווארימע דרשות אין ישיבה וואס פלאמט אויף צענדליגע טויזנטער אידישע הערצער פון איבער די גאנצע וועלט, ער טוט די אלע פעולות און פירט אן די הייליגע מוסדות שלא על מנת לקבל פרס, אין דעם איז אריינגערעכט די חדר, די סקול, און די ישיבה, און נאך פילע וואוילטעטיגע פעולות וואס די הייליגע מוסדות טוען פאר אידישע קינדער. דער ראש ישיבה האט נאך קיינמאל נישט ארויסגעשיקט אדער אפילו פארשעמט א קינד צוליב דעם וואס די עלטערן צאלן נישט קיין שכר לימוד, נישט קיין חילוק פארוואס. די בנינים זענען שוין לאנג אויסגעוואקסן און צו קליין, און עס פעלט זיך גאר נויטיג אויס א נייע בנין פאר די הייליגע מוסדות. לאמיר ארויסווייזן אונזער הכרת הטוב, און אנטקעגן קומען דעם געטרייען ראש ישיבה און צושטייער געבן ביים יעצטיגן קאמפיין, אז ער זאל זיך ווייטער קענען אפגעבן מיט די הייליגע פעולות פון פירן די מוסדות, און נישט דארפן טראגן דעם פינאנציעלן עול. יעצט דאנערשטאג מיטאג קומט אריין די אפדעיטס פונעם קאמפיין, אז דער סכום האלט יעצט ביי ארום $280,000, רבותי עס איז נישטא מער פון קנאפע 10 שעה ביז די קאמפיין וועט פארטיג ווערן, רופט אייך אן ווארים, און געט צושטייער לכבוד איינע פון אייערע ידידים אדער באקאנטע און מאכט דעם קאמפיין פאר א קנאקעדיגע סוקסעס. בשם השם נעשה ונצליח &nbsp; דא האט איר די ליסטע פון די טיעמס הכרת הטוב לראש ישיבה לע"נ הב' שמעון הכהן ענדצווייג ע"ה C J פישער Garry S. E. G. UK Team אברהם אלי' פרידריך אברהם טיקאלסקי אברהם יושע וועבערמאן אברהם משה שטראססער אברמי אלטמאן אברמי פיש אברמי רוטנער אהרן בלוי אהרן שלמה שווארטץ אייזיק אפעל אייזיק ב"ר ברוך דוד ראטה אייזיק ווייס אייזיק ראטה אלחנן שטויבער אלי מזרחי אלי ניישטיין אלי קנאלל אלימלך שארף אפרים פראממער ארי אלבוים ארי גוטמאן ארי היילפערין ארי וועבערמאן ארי לעווי ארי פארטוגאל ארי פיש ארי קרויס אריה לייב עפשטיין אשר יעקב בלום אשר לעמל זוסמאן ב. ג. בנימין בלייך בנציון ב"ר שמחה יאקאבאוויטש בנציון בר"נ יאקאבאוויטש בנציון לאנדא בערל שניטצלער ברוך יאקאבאוויטש ברוך לעזעראוויטש ברוך מרדכי פעקעטע ברסלבער אייוועלט ברסלבער קאווע שטיבל גדלי' אפעל דובי טעסללער דוד ווייזער דוד ניישטיין דוד פאמעראנץ דוד ראבינאוויטש דודי טייטש דודי לאקס הילל לעבאוויטש העניך אינדיג הערשי בוים הערשי זאבעל הערשי כ"ץ הערשי שניטצלער זאבי דייטש זלמן לייב זילבער חבורת ברסלב אש צפת טבריה חזקי זיגלער חזקי סאמעט חזקי שארץ חי' ע. גליק חיזוק יומי חיזוק יומי מתורגם אימייל חיזוק יומי מתורגם אינסטגרם חיזוק יומי מתורגם וואטסאפ חיזוק יומי מתורגם טוויטר חיזוק יומי מתורגם טלגרם חיזוק יומי מתורגם פייסבוק חיים זיינוויל אפעלדארפער חיים יוסף ראזענבערג חיים שלום קרויס חנה ראטה טלפון בא"י י. מ. כ. יאסי ג'ברא יאסי ווייס / פראממער יאסי יאקאבאוויטש יאסי לונגער יאסי פרערא ידי פאפלאנאש ידי פריינד יהושע העשיל דובדבני יואל גאלדבערגער - Goldberger's Law Offices יואל טייטלבוים יואל פעדער יואל ראזענבערג יואל שניטצלער יואלי אירגאס יואלי לאנדא יואלי מאשקאוויטש יואלי מאשקאוויטש יואלי מענדלאוויטש יואלי פיש יואליש קרויס יודא לייב ווייס יודל ליכטענשטיין יודל פעלדמאן יום טוב ארי' יונה זאבעל יוסף אירגאס יוסף פריעדמאן יושע אליעזר גליק יושע ראבינאוויטש יענקי היילפערין יענקי יאקאבאוויטש יענקי לעססער יענקי פריעד יענקי ראטטענבערג יעקב איידליס יעקב הלל פארקאש יעקב פיש יעקב צבי יונגרייז יצחק אהרן וויינבערג יצחק אפעלבוים יצחק האפמאן יצחק ליכטענשטיין יצחק לעווי יצחק מנדלוביץ יצחק משה רייך יצחק סאלי יצחק רוטנער יקותיאל פעלדמאן ישעי' איידליס ישראל יעקב ווייס ישראל מ. גאלדמאן ישראל מאיר קארסיאנסקי ישראל מאיר ראטענבערג ישראל שלום זעלקאוויטש לוי יצחק זאפיר לייבי אפעל לייבי ראטה ליפא מאנדעל ליפא שווארטץ לעזער מאסרי מאטי היימליך מאטי הערצאג מאטי פיינשטיין מאטי ראזענפעלד מאיר רייניץ מוישי פארקאש מנחם יעקובזון מנחם שטיינבערג מנשה איצקאוויטש מעכל ראזענפעלד מענדי פישביין מענדל געפנער מרדכי אינדיג מרת מארקוס (גאטהערער) מרת קאהן משה אירגאס משה ארי' שניטצלער משה זוסמאן הרב משה יעקב הורוויץ משה מארגענשטערן משה מסרי משה פעלדמאן משה ראזענבערג משפחת בלעדי משפחת לעווי משפחת פריעדמאן נ.י. יאקאבאוויטש נחום בריל נחמן נתן ברא"מ ברדוגא נחמן נתן ברדוגו נחמן פילמר נחמן שטרול נחמן שמואל יאקאבאוויטש נפתלי זאבעל נתי קרויס נתן שווארטץ נתנאל פארקאש סאלאמאן סענדי ראטה עזרא שרייבער עפי לעווי פייוול ראזענוואסער פנחס דוד וועבערמאן צעירי אשרינו קלמן וועבערמאן קרן הדפסה היכל הקודש ברסלב ראובן בירנבוים רפאל כ"ץ שאול יצחק גאנץ שבתי מארקוס שבתי מזרחי שולי פינטער שולם שווארטצ שימי וואגעל שימי זיגלער שימי פארטוגאל שימי פיש שימי שווארטץ שלום יוסף ניישטיין שלום פאלמאן המפיץ שלום שניטלער שלמה שלמה האמער שלמה יאקאבאוויטש שלמה יאקאבאוויטש שלמה קרויס שלמה ראטה שלמה שווארטץ שלמה שווארטץ שלמה שטראה שמואל דוד ברוין שמואל חיים זאבעל שמחה בלאק שמעי' וואקס שרגי שטראססער שרולי קרויס

    < זעה מער יז סיון תשע"ט 📝
  • יעצט דינסטאג נאכט בהעלותך - פרייליכע חתונה אין בית המדרש פון החתן נחתן נתן בוים ני"ו

    היינט נאכט גייט אונטער די חופה החתן נחמן נתן בוים ני"ו בן הר"ר עזרא הי"ו, עב"ג די טאכטער הר"ר אייזיק אפעל הי"ו, ביידע מחותנים זענען פון אנשי שלומינו לאנג יעריגע תלמדים פון מוהרא"ש זי"ע, אזוי אויך די חתן און די כלה זענען ביידע תלמידים פון די הייליגע ברסלבע מוסדות, און פרייען זיך און דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם פייענם שידוך וואס זיי האבן געטון, און דארפן גארנישט מער פון א פשוטע חתונה אין בית המדרש. ברוך השם, אז די חתונות אין בית המדרש איז שוין בכלל נישט קיין נייעס, עס איז שוין יעצט די אכט חתונה, וואס וועט "גארנישט" קאסטן פאר די מחותנים, עס וועט בעז"ה זיין א גאר פרייליכע חתונה, מיט אן אמתן אידישן טעם. זאל דער אייבישטער העלפן אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, און זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע אידישע שטוב. עוד ישמע בערי יהודה &nbsp;

    < זעה מער טו סיון תשע"ט 📝
  • מיין לעבן מיליאן דאלאר קאמפיין לטובת די הייליגע ברסלבע מוסדות גייט אריין אין שוואונג

    די געוואלדיגע ווייטגרייכנדע פעולות פונעם ראש ישיבה שליט"א, איז שוין היינט ברייט באקאנט. זיינע געוואלדיגע דרשות און שיעורים, חיזוק און עצות, בריוון און ענטפערס, האבן שוין געהאלפן טויזנטער אידן איבער די גארער וועלט מיט שלום בית, חינוך, פרנסה, בין אדם לחברו, בין אדם למקום, און פיל מער, און טייל האט ער ממש געראטעוועט דאס לעבן, מיט'ן פשוט'ן אפטייטש פון ווארט. פילע אידן קענען עדות זאגן איבער די פילע שוועריקייטן און צרות וואס זיי דורכגעגאנגען אין לעבן, פיזיש און גייסטיש, רוחניות און גשמיות, ביז זיי האבן זיך איין טאג אנגעשטויסן אין די חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א און דאס האט זיי ממש געראטעוועט דאס לעבן. אסאך ווייסן פון קרובים און באקאנטע וועלכע האבן געטוישט זייער לעבנס שטייגער צום גוטן א דאנק די שיעורים, כאטש וואס טייל שעמען זיך צו זאגן אז דאס איז געווען וואס האט זיי געברענגט זייער ישועה אין לעבן. דער ראש ישיבה אליין ברויך נישט קיין געלט פאר זיך, ער בעט נישט קיין געלט פאר זיך, ווען עס קומט אבער צו זיינע מוסדות התורה, קען ער נישט זיך אליין אן עצה געבן. אויף א טעגליכן און חודש'ליכן פארנעם פרובירט מען דאס בעסטע, יעצט אבער ווען מ'דארף קויפן א נייעם בנין פאר די מוסדות צו קענען פלאצירן די הונדערטער קינדער קע"ה אויף א נארמאלן ארט, ברויך מען דרינגנד שאפן גרויסע סכומים דערפאר, און דערפאר שטרעקט ער אויס די האנט צו אידישע קינדער וואס האבן א געפיל פאר דעם פלאץ. פילע ידידים און תלמידים האבן זיך אונטערגענומען א ציל צו שאפן שיינע סכומים פון קרובים און באקאנטע, צו קענען ארויסהעלפן דעם "מיין לעבן" קאמפיין, דעם דינסטאג, מיטוואך און דאנערשטאג בהעלותך, אנצוקומען צו די סומע פון איין מיליאן דאלער. ביטע זיי אנטקעגן קומען און זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים לכבודם, און זיי העלפן אנקומען צו מיין ציל. דער גרויסער זכות וועט אוודאי ביישטיין פאר אלע משתתפים, געהאלפן צו ווערן בכל משאלות לבך לטובה, מיט געזונט און פרנסה בריווח, צו זען נחת ביי די קינדער, און אלע גוטע זאכן ברוחניות ובגשמיות. איר קענט מנדב זיין אויפ'ן לינק: https://www.charidy.com/breslev אדער קענט איר מנדב זיין אויפ'ן טעלעפאן דורכ'ן רופן 929-624-6677 תזכה למצות &nbsp;

    < זעה מער יד סיון תשע"ט 📝
  • הערליכע סיום הש"ס אין ישיבה

    צום דריטן וואך נאכאנאנד האבן מיר זוכה געווען מיטצוהאלטן א סיום הש"ס אין ישיבה. די וואך האבן די בחורים זיך מיטגעפריידט מיט די שמחה פון ווען הבחור החשוב דוד ניישטיין ני"ו האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. עס איז פארגעקומען א שיינע סעודה לכבודה של תורה, ביי די סעודה האט מען געזינגען אינאיינעם שיינע ניגונים, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט א דרשה, ער האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון אזא יונגער בחור, קוים בר מצוה געהאט, וואס האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס, און זוכה געווען צו א צלם אלקים, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט אז ווער ס'איז זוכה צו ענדיגן ש"ס באקומט א צלם אלקים, א ליכטיג פנים. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פונעם הייליגן יום טוב שבועות וואס דערנענטערט זיך שוין, ווען מיר זענען זוכה צו מקבל זיין די הייליגע תורה, און יעדער איד קען זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, נאר אידן זענען דאך פאריאגט און פארפלאגט און נישט יעדער קומט אן צו לערנען, און נישט יעדער פארשטייט לערנען, און אזוי ווייטער איז דא פילע שטערונגען וואס מאכן אז מענטשן זאלן מיינען אז לימוד התורה איז נישט געמאכט געווארן פאר זיי; ווען מען פאלגט אבער דעם הייליגן רבי'ן, מ'נעמט דעם "סדר דרך הלימוד" פון רבי'ן, אז מ'קען זאגן די ווערטער פון תורה, אפילו מ'פארשטייט וואס מ'זאגט, דעמאלט קען יעדער זוכה זיין צו לערנען תורה יעדן טאג, און מיט די צייט באקומט מען א געשמאק אין די הייליגע תורה, און צוביסלעך פארשטייט מען מער און מער וואס מ'לערנט. צום שלוס האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעפירט אז יעדער זאל זיך אפלערנען פון דעם בחור, און אויך אנהויבן לערנען תורה יעדן טאג, וועט מען האבן א געשמאק און א סיפוק אין לעבן, און זוכה זיין צו אלעס גוטס. נאכ'ן סיום איז דער עולם זיך צעגאנגען מיט א שטארקע התעוררות און התחזקות, זיך מחזק צו זיין ווייטער אין לערנען די הייליגע תורה מיט גרויס פלייס. פאלגענד איז לינקס פונעם שיינעם סיום קליפ - אוידיא - בילדער שישו ושמחו בשמחת התורה!

    < זעה מער כה אייר תשע"ט 📝
  • הערליכע סיום הש"ס אין ישיבה

    פארגאנגענעם מיטוואך איז פארגעקומען א הערליכע סעודה לכבודה של תורה, ווען הבחור החשוב שלום יוסף ניישטיין ני"ו האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. די פארגאנגענע וואך האבן מיר שוין געהאט א סיום הש"ס אין ישיבה, און די וואך איז געווען נאך איינס, און אין די קומענדיגן וואכן וועט אי"ה נאך עטליכע בחורים זוכה זיין מסיים צו זיין ש"ס. ביים סיום האט מען געזינגען אינאיינעם שיינע ניגונים, דערנאך האט מען גערעדט עטליכע ווערטער פונעם חשוב'ן טאטן פונ'ם בעל שמחה, מוה"ר נחמן ניישטיין שליט"א, מלמד מומחה במוסדותינו, וואס האט געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, און ארויסגעברענגט זיין פרייד אז זיין בחור איז זוכה צו לערנען אין אזא ישיבה וואו מ'לערנט אויס די עצות ווי אזוי אנצוקומען צו דעם צו קענען ענדיגן גאנץ ש"ס, מיט אלע איבריגע עצות פון הייליגן רבי'ן. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריין אין א לענגערע שמועס איבער די גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, וואס דאס מיינט פאר איד, די פילע גוטע זאכן וואס דאס ברענגט אויפ'ן איד ברוחניות ובגשמיות. ער האט ארויסגעברענגט ווי יעדער דארף זיך אפלערנען פון אזא יונגער בחור וואס האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, אבער גלייכצייטיג נישט ווערן צעבראכן דערפון, צו טראכטן אז ער האלט שוין אזוי ווייט און איך נישט, נאר יעדער זאל זיך שטארקן אויף זיין אייגענע וועג צו לערנען אביסל תורה יעדן טאג. נאכ'ן סיום איז דער עולם זיך צעגאנגען מיט א געוואלדיגע התעוררות און התחזקות, זיך צו שטארקן ווייטער אין לערנען די הייליגע תורה מיט גרויס פלייס. אין שמחה כשמחת התורה! קליפ: דער שיינער סיום

    < זעה מער כא אייר תשע"ט 📝
  • זעקסטע פרייליכע "רייכע" חתונה אין ביהמ"ד, קאסט נישט קיין פרוטה פאר די מחותנים

    נעכטן אווענט איז געגאנגען אונטער די חופה החתן ישראל סאמעט ני"ו עב"ג בת הרב דניאל בוים שליט"א. די פרייליכע חתונה איז פארגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, ווי א שיינע ציבור משפחה און באקאנטע זענען זיך צוזאם געקומען נישט זיך צו פרייען מיט'ן רייכן בענד, אדער מיט די טייערע סטעיק וכו' וכו' נאר זענען געקומען זיך מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה חתן וכלה, וואס האבן יעצט זוכה געווען אויפצושטעלן זייער נייער שטוב. די חתונה - אזוי ווי די פריערדיגע 5 חתונות אין ישיבה - איז פארגעקומען אויף די פשוטסטער אופן וואס שייך אבער די שמחה וואס איז געווען ביי די חתונה האט מען פאר קיין געלט אויף דער וועלט נישט געקענט קויפן, בשעת עס האט אין מציאות נישט געקאסט קיין איין צענט פאר די מחותנים. צוערשט איז מען זיך צוזאם געקומען צום קבלת פנים אין בית המדרש, ווי מען האט געזונגען שיינע ווארימע ניגונים. די געהויבענע חופה איז פארגעקומען אין הויף פון בית המדרש, און בשעת די חופה האבן די בחורים אנגעגרייט די סעודת החתונה אין בית המדרש. נאך די חופה איז מען אריינגעקומען אין בית המדרש, ווי עס איז געווען אנגעגרייט בילקעלעך, פיש און דיפס, און אין די זייט איז געווען ווארימע עסן, וואס יעדער האט געקענט נעמען וויפיל ער האט געוואלט. די עסן ביי די חתונה איז צוגעשטעלט געווארן דורך די פרויען פון אנשי שלומינו, איינע די פיש, א צווייטע די קוגלען, א דריטע די דיפס און סאלאטן, און אזוי ווייטער. און די פליישן ווערט צוגעשטעלט דורך די "בית התבשיל" פון די קהלה, וואס זיי נעמען צוזאם די איבריגע מאכלים וואס בלייבט איבער לרחצה פון שמחה זאלן. און דאס אלעס ווערט צוגעשטעלט אין פלאסטיק געשיר פון די ישיבה. ביי די חתונה איז נישט געווען קיין שום באצאלטע סארווירער אדער רוימער. ביי די מענער האבן די בחורים פון ישיבה צוגעגרייט און אראפגערוימט, און די זעלבע ביי פרויען האבן די מיידלעך פון די סקול געטוען די אלע ארבעט. און א פרוי פון אנשי שלומינו האבן גענומען די בילדער ביי די פרויען. די ריכטיגע שמחה האט זיך אנגעהויבן ווען דער חתן איז אריינגעקומען, וינעו אמות הסיפים, די טענץ און די שמחה איז געווען נישט אראפ צו שרייבן, און ווען איינער האט געזוכט די "7 מען בענד" וואס האט געשפילט אזוי שיין האט ער עס בשום אופן נישט געקענט טרעפן, ווייל די גאנצע מוזיק איז געווען נישט מער פון א פשוטער טעיפ פון א רעקארדיטער טייערער חתונה, וואס יענע ארימע מחותנים בעלי חובות האבן נעבעך אריינגעלייגט עטליכע טויזנט דאלער פאר די מוזיק, אבער האט דא משמח געווען ביי די רייכע חתונה אן קיין פרוטה אחת. די מצוה טאנץ איז צוגעגאנגען מיט וואויל באקאנטער "יעמוד יעמוד" סיסטעם, וואס האט גענומען נישט מער פון א האלבע שעה, וואס די זיידעס, מחותנים, און חתן כלה האבן געטאנצט די ריקודין לפני הכלה. דערנאך איז יעדער אהיים פרייליכערהייט, און די זעלבע צייט זענען זיך חתן כלה, און די מחותנים אויך יעדער אהיים צו זיך מיט פרייליכע געמיטער און א גרינגע געוויסן, וויסנדיג אז מען האט נישט געבארגט אדער געשנארט פאר די פרייליכע חתונה קיין איין דאלער, און מ'איז נישט געווארן קיין בעל חוב צוליב חתונה מאכן. &nbsp; זאל דער אייבישטער העלפן אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, און זיי זאלן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, און כמותם ירבו בישראל, עס זאל צוריק קומען די ריכטיגע געשמאק ביי א אידישע שמחה, ווען מ'פרייט זיך אז מ'איז זוכה אז נאך א פארפאלק שטעלט אויף א ערליכע אידישע שטוב אזוי ווי דער אייבישטער וויל, און מ'זוכט נישט צו געפעלן פאר מענטשן נאר מ'טוט נאר וואס דער אייבישטער וויל, וואס דאס האט אלע חן אויף דער וועלט.

    < זעה מער יט אייר תשע"ט 📝
  • חתונה אין ישיבה היינט דאנערשטאג בעז"ה

    מארגן דאנערשטאג פ' בהר וועט אי"ה פארקומען די חתונה פון הבה"ח ישראל סאמעט הי"ו, עב"ג בת הרה"ח מוה"ר דניאל בוים שליט"א מחשובי אנ"ש. די חתונה וועט פארקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג. ווי ביי די פריערדיגע חתונות, וועט דאס מאל אויך אלעס ווערן צוגעשטעלט גענצליך אומזיסט פאר ביידע זייטן, אלע משפחות פון די קהלה לייגן צו א האנט צוצושטעלן אלע געברויכן פון די חתונה, און גלייכצייטיג איז ערווארטעט אז דאס וואס זיין גאר א פרייליכע חתונה, ווי ביי די פריערדיגע חתונות אין ישיבה. מיט יעדע פרישע חתונה וואס קומט פאר אין שול, ווערן די חתונות נאך מער שטילער און באשיידענער. ביי יעדע פרישע חתונה קומען אויף פרישע געדאנקען ווי אזוי צו מאכן די חתונה נאך מער היימיש און אידיש, ווי אזוי אויסצוגעבן נאך ווייניגער געלט פאר אומנויטיגע צוועקן, און די חתונות ווערן מער פרייליך און מער פשוט און איינפאך. צו די זעלבע צייט, מאכן אבער די חתונות גאר הויכע קולות. פאר די פילע מחותנים וואס ברעכן אונטער די לאסט פון די אומגעהויערע גרויסע הוצאות החתונה, וואס איז פאר כמעט יעדן אוממעגליך צו באצאלן אן חובות; פאר די מחותנים הערט זיך די נייעס איבער די אומזיסטע חתונות אין זייערע אויערן ווי קולות וברקים אויף די העכסטע טענער. די אומזיסטע חתונות מאנען און פאדערן, זיי ווייזן קלאר שווארץ אויף ווייס אז ס'איז מעגליך חתונה צו מאכן די קינדער מיט אן אמת'ע רואיגקייט און שלוות הנפש, נישט ווי ס'איז שוין איינגעגעסן געווארן ביי מענטשן אז א חתונה מוז קראנק מאכן די עלטערן פון ביידע זייטן רחמנא ליצלן. ווען עס ענדיגט זיך די פאר שעה פון די חתונה, וואס האט מען דעמאלט פון די אלע געלטער וואס מ'האט געווארפן אין מיסט? די איינציגסטע זאך וואס בלייבט, איז דאך נאר די נחת וואס מ'וועט האבן שפעטער פון דעם פרישן פאר-פאלק, און אויך - אויב האט מען נישט דעם ריכטיגן שכל - די פילע חובות מיט וואס מ'וועט זיך מוטשען צו באצאלן פאר די קומענדיגע יארן. דעריבער איז ווערד צו באגריסן די קלוגע מחותנים, די קלוגע חתן כלה, וואס טוען די ריכטיגע שריט, זיי געבן נישט אויס קיין איבריגע געלטער פאר די נאכט פון חתונה, זיי טראכטן נאר פון תכלית, וואס וועט זיין נאך די חתונה, דער עיקר ציל איז אויפצושטעלן א אידישע שטוב, א בית נאמן בישראל. דער אייבערשטער זאל זיי טאקע העלפן אז ס'איז זאל א קשר של קימא און א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים געזונטערהייט. &nbsp; כי טובה חכמה מפנינים!

    < זעה מער יז אייר תשע"ט 📝
  • הערליכע סיום הש"ס אין ישיבה

    די וואך מיטוואך איז פארגעקומען א הערליכע סעודה לכבודה של תורה, ווען הבחור החשוב לייבי ראטה ני"ו האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. אויסער די חברים פון לייבי ני"ו, האבן האבן זיך באטייליגט פילע קרובי המשפחה. עס האבן אויפגעטרעטן זיין זיידע, הרב אהרן וועבערמאן שליט"א פון די הנהלת הישיבה, און א פעטער. וואס האבן אלע ארויסגעברענגט די נחת וואס זיי האבן צו זען ווי עס איז קוים דורך א יאר פון לייבי איז אריין אין ישיבה, און ווי ער האט גענומען אויף זיך צו פאלגן דעם ראש ישיבה און אויסער דעם וואס ער איז א געשמאקער בחור, וואס האט צייט צו העלפן אנדערע און געבן א גוט ווארט פאר יעדעם, זיצט ער גאנצעטע שעות און לערנט פלייסיג די הייליגע תורה. לייבי האט געזאגט עטליכע ווערטער ווי ער האט ארויסגעברענגט זיין הכרת הטוב צום ראש ישיבה וואס האט אים אויסגעלערענט דעם הייליגן רבינ'ס דרך הלימוד, וואס האט אים געהאלפן זיך צובינדן צו די הייליגע תורה. עס לאזט זיך שווער גלייבן, ווען מ'העט ווי פילע בחורים אין ישיבה זענען זוכה צו ענדיגן ש"ס. ס'זעט אויס ווי א געלעכטער, "וואס, מ'זאגט דורך ש"ס?" דער אמת איז אבער אז 'לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטער', ווען עס וועט קומען דעם לעצטן טאג וועט מען זען אויבן אין הימל די חשיבות פון א איד וואס האט זוכה געווען צו זאגן אסאך די הייליגע תורה, אין פארגלייך צו א צווייטן וואס האט פארברענגט זיינע יארן מיט נארישקייטן, מיט'ן פרובירן אויפצואווייזן אז זאגן הייסט נישט געלערנט... ביים סיום איז דער ראש ישיבה שליט"א אריין אין א לענגערע שמועס איבער די גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, וואס דאס מיינט פאר איד, די פילע גוטע זאכן וואס דאס ברענגט אויפ'ן איד ברוחניות ובגשמיות. מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, און נאכ'ן סיום איז דער עולם זיך צעגאנגען מיט א געוואלדיגע התעוררות און התחזקות, זיך צו שטארקן ווייטער אין לערנען די הייליגע תורה מיט גרויס פלייס. ותשחק ליום אחרון! קליפ: דער שיינער סיום בילדער: דער שיינער סיום

    < זעה מער יב אייר תשע"ט 📝
  • שבת התוועדות סיום הש"ס בעז"ה קומענדיגע יאר אין קראון פלאזא האטעל

    אנשי שלומינו חסידי ברסלב היכל הקודש גרייטן זיך מיט גרויס שמחה צום גרויסן סיום הש"ס קומענדיגע יאר שבת קודש פרשת ויגש ז' טבת, וואס וועט בעזרת השם יתברך געפראוועט ווערן אינעם שיינעם "קראון פלאזא האטעל", אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. ביי יעדער אינגערמאן מאנשי שלומינו איז א פשוטע זאך אז איינע פון די ערשטע שיעורים איז צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. מוהרא"ש פלעגט כסדר נאכזאגן פון ספר ווי העמודים אז "א בלאט גמרא א טאג איז א חיוב אויף א מענטש ווי הנחת תפילין". איי דו האסט נישט קיין קאפ? דו האסט טירדות? דיין חבורתא קומט נישט? נעם דיר דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן און זאג די הייליגע ווערטער פון די גמרא, אזוי וועסטו זוכה זיין דורכצוגיין כל התורה כולה. פאר זיבן יאר צוריק זענען געווען פילע אינגעלייט און בחורים וואס האבן זיך צוגעהערט וואס מוהרא"ש זאגט, און טאג איין טאג אויס האבן זיי זיך נישט געלייגט שלאפן איידערן לערנען א בלאט גמרא. יעצט נאכ'ן הארעווען זיבן יאר, הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, וועלן זיי יעצט זוכה זיין זיך צו פרייען מיט דעם גרויסן שמחת התורה, צו ענדיגן כל הש"ס כולה. צו דעם גרויסן געלעגנהייט האט מען אפגעדינגען דעם גאנצן האטעל מיט אלע צימערן, וואו אלע תלמידי היכל הקודש וועלן ארויסקומען מיט זייערע משפחות און פארברענגען דעם גאנצן שבת קודש מיט א רייכער פראגראם. בקרוב וועט געמאלדן ווערן די דעטאלן איבער רעזערווירן צימערן. כי הם חיינו!

    < זעה מער ז אייר תשע"ט 📝
  • נסיעה קיין ארץ ישראל פונעם ראש ישיבה שליט"א מיט די תלמידים

    א קורצע איבערבליק פון די געהויבענע נסיעה פונעם ראש ישיבה שליט"א מיט די תלמידים קיין ארץ ישראל פארגאנגע וואך פרשת אחרי העעל"ט, ווי מען איז געגאנגען זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן ביי די פילע ציונים הקדושים אין ארץ הקודש. זונטאג: מען איז ארויסגעפארן זונטאג אחרי אסרו חג פסח העעל"ט, מען האט געדאווענט מעריב אין קענעדי עירפארט. מאנטאג: מען איז אנגעקומען נאכמטאג קיין ארץ ישראל, מנחה האט מען געדאווענט אין עירפארט. צוערשט איז מען געפארן קיין עיה"ק צפת צום אלטן בית החיים, ווי מען האט געכאפט א טבילה אין מקוה פונעם אר"י הק'. דערנאך איז מען צוגעגאנען די ציונים הקדושים דער אריה"ק, רבי שלמה אלקבץ, בית יוסף, און אלע אנדערע ציונים הקדושים. דערנאך איז מען געפארן איבערשלאפן אין מירון, פארן זיך לייגן האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם דף גמרא בבלי און ירושלמי. דינסטאג: פארטאגס האט מען זיך ארויסגעלאזט צו יבנאל עיר ברסלב, ווי מען איז געגאנגען אין מקוה, און געדאווענט אינעם גרויסן ביהמ"ד אין יבנאל (וואס ווערט גענוצט נאר שב"ק, אבער מען האט דאס ספעציעל געעפענט פארן ראש ישיבה). נאכן דאווענען איז מען ארויפגעפארן צום ציון הק' פון מוהרא"ש, ווי מען האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים, און געפועלט שידוכים פאר די בחורים, ווי מוהרא"ש שרייבט "אז וועלכע בחור אדער מיידל עס וועט קומען צו זיין ציון און אויסזאגן תהלים לזכותו וועט ער פועלן פאר אים א שידוך". קליפ: דער ראש ישיבה ליינט פאר פאר די תלמידים די מצבה פון מוהרא"ש אז ער וועט פועלן א שידוך דערנאך איז מען אריבער אין שטוב מו"ה דוד יעקב ב"ר נתן יאקאבאוויטש הי"ו, ווי מען האט געגעסן פרישטאג. דאן איז מען געגאנגען באזוכן ביים נייעם בית הדפוס פון גרויסן מפיץ און מדפיס מו"ה מאור בנזרי הי"ו. נאכדעם איז מען געפארן קיין עמוקה, צום ציון פון התנא רבי יונתן בן עוזיאל. דערנאך האט מען פוקד געווען די ציונים פון אביי ורבא, רבי יהודה הנשיא, בניהו בן יהוידע, חנן הנחבא און אבא אומנא, חוני המעגל, נחום איש גמזו, אלקנה אבי שמואל, און נאך. דערנאך איז מען צוריק געפארן איבערשלאפן אין מירון, און פארן זיך לייגן האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט דעם דף בבלי און ירושלמי. מיטוואך: אינדערפרי איז מען געפארן קיין יביאל און נאך מקוה איז מען ווידער ארויף צום ציון הק' פון מוהרא"ש זי"ע ווי מען האט געדאווענט, געזאגט תיקון הכללי און געגעסן פרישטאג, דערנאך האט דארט דער ראש ישיבה פארגעלערענט דעם דף בבלי. מען האט זיך ארויסגעלאזט קיין עיה"ק טבריה, ווי מען האט מתפלל געווען ביי די חלקת תלמדי בעש"ט, ווי עס ליגן רבי נחמן הארידענקער (דער זיידע פונעם רבין), רבי אברהם קאליסקער, און נאך, דערנאך האט מען באזוכט ביים ביהמ"ד ווי דער רבי האט געדאווענט ווען ער איז געווען אין טבריה, דערנאך איז מען געווען ביי די תנאים רבי עקיבא און רבי טרפון. מען האט זיך אפגעשטעלט ביים ציון פון רבי חייא ובניו, ווי דער ראש ישיבה האט פארגעלערענט דעם ירושלמי און דעם פרק תוספתא. מען איז נאכדעם געווען ביי רבי יהודה בר אילעא, רבי כרוספדאי, רבי יוסי סרגוסי, ווי דער ראש ישיבה האט געזאגט עטליכע ווערטער. דאן איז מען געפארן קיין עיה"ק מירון, ביי רבי יוחנן הסנדלר, דער ראש ישיבה מיט זיין זון שלמה זענען דערנאך צוגעגאנען צו זייער באבע'ס קבר און איר געלאדענט צום חתונה וואס וועט בעז"ה פארקומען אין ישיבה אסרו חג שבועות הבעל"ט, דערנאך האט מען ממשיך געווען צו בית הלל, דערנאך איבערן בארג ביי בית שמאי, און דערנאך ביים ציום פון התנא האלקי רשב"י אין מירון. דערנאך האט מען זיך געלייגט שלאפן אין אכסניא אין מירון. דאנערשטאג: שחרית האט מען געדאווענט כוותיקין ביים ציון הק' פון מוהרא"ש זי"ע. פרישטאג האט מען געגעסן ביים בית התבשיל אין יבנאל, ווי דער ראש ישיבה האט געגעבן א שיינע שמועס, און ארויסגעברענגט ווי שיין עס איז צו זען דא אין יבנאל אינגעלייט פון 16 יאר, פירן אזא שיינע לעבן. דערנאך האט מען זיך ארויס געלאזט קיין ירושלים עיה"ק, ווי מען האט פוקד געווען ביי שמעון הצדיק, און קבר שמואל הנביא. דערנאך איז מען אהיים געפארן קיין ניו יארק מיט פילע זעק ישועות. &nbsp; בילדער פון די נסיעה

    < זעה מער ל ניסן תשע"ט 📝
  • סיום מסכת חולין אין ישיבה

    מיטוואך איז פארגעקומען אין ישיבה א הערליכע סיום מסכת חולין וואס איז פארגעלערענט געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א במשך די פארגאנגענע פינף חדשים העעל"ט. דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר דעם שיעור יעדן אינדערפרי פארן דאווענען, דער שיעור איז ב"ה אויסגערופן מיט די קלארקייט וואס דער ראש ישיבה לייגט אראפ דעם בלאט גמרא, קורץ און שארף, בפרט איז דער שיעור בארימט מיט די שמועסן נאכן שיעור, ווי דער ראש ישיבה נעמט ארויס פונעם בלאט הלכה למעשה חיזוק און עצות אויפן טאג טעגליכן לעבן. היינט האט מען ב"ה זוכה געווען צו ענדיגן נאך א מסכת, און לכבוד דעם איז געפראוועט געווארן א שיינע סיום ברוב עם. דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה אז מיר האבן ב"ה זוכה געווען צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, און אז נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט, און מעורר געווען אז מ'זאל פון יעצט אנהייבן צו לערנען יעדן טאג חק ולא יעבור א דף גמרא. אז דו פארשטייסט נישט, דאן זאג די גמרא, עס דארף זיין א חיוב צו לערנען יעדן טאג צו לערנען לכל הפחות א דף גמרא". אמר אביי תיתי לי דכי חזינא צורבא מרבנן דשלים מסכתיה (רש"י: דשלים מסכתיה. שגרסה) עבידנא יומא טבא לרבנן (רש"י: עבידנא יומא טבא לרבנן. לתלמידים, ראש ישיבה היה) (שבת קיח ע"ב)

    < זעה מער יג ניסן תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 61 to 75 of 114 results

1 2 3 4 5 6 7 8
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ב
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תש״פ
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com