Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • בחורים פארברענגען א הערליכע שבת מיטן ראש ישיבה שליט"א אין טשעסטער

    דער ראש ישיבה שליט"א איז שטענדיג מעורר די בחורים, אז ווער עס וויל זיין א תלמוד פון ישיבה מוז גיין נאך געלט. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט שטענדיג פאר די בחורים אז ווען מען העלפט די ישיבה העלפט מען זיך אליינס. די בחורים תלמידי הישיבה גייען טאקע כסדר נאך געלט, און געבן איבער דאס געלט וואס זיי האבן צוזאם גענומען פארן ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז די קליינע סכומים וואס ווערן צוזאם געשטעלט פון די בחורים איז אים אסאך מער חשוב ווי איינער וואס געט אפילו א גרעסערע סכום פון זיין מעשר געלט. פארגאנגענע וואך שב"ק פרשת בהר בחוקותי איז דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעפארן מיט די בחורים צו א שיינע פלאץ אין טשעסטער, ווי מען האט געפראוועט מיט די בחורים א שיינע שבת. די בחורים האבן געדאווענט און געגעסן אלע סעודות שבת קודש אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א. אזוי אויך האבן די בחורים מיטגעהאלטן די תפלות מיטן ראש ישיבה שליט"א וואס האט געדאווענט אלע תפלות פארן עמוד. ביי די סעודות האבן זיך אנטוויקעלט זייער שיינע און געשמאקע שמועסן מיטן ראש ישיבה שליט"א. שבת ביינאכט ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט פון דעם אז א מענטש באקומט אמאל א גרויסע סכום געלט זאל ער עס געבן פאר א גוטע פלאץ, אזוי וועט מען נישט חרטה האבן שפעטער. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט דאס געלט וועט סייווי מוזן אויסגיין ערגעץ, בעסער געב עס פאר צדקה וואס העלפט אידן צוריק קומען צום אייבערשטן ווי איידער עס געבן דערנאך פאר א דאקטער אדער א לאיער. שב"ק אינדערפרי פארן דאווענען ביים שיעור פון פעולות הצדיק האט דער ראש ישיבה שליט"א געשמועסט מיט די תלמידים ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן נישט צו האבן צו טון מיט לצים, מיט מענטשן וואס מאכן אוועק ערליכע אידן. אויב מ'טענה'ט זיך מיט לצים וועט מען זיי סייווי נישט קענען איבערמאכן, נאר דו וועסט חס ושלום ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א געשמועסט אז עס איז וויכטיג צו וויסן אז נישט יעדער וואס דרייט זיך אין היכל הקודש איז שוין א תלמיד היכל הקודש. א תלמיד איז איינער וואס פאלגט, אפילו ער דרייט זיך נישט דא. איינע פון די בחורים האבן געפרעגט דעם ראש ישיבה שליט"א איבער די השכלה וואס איז ליידער פארגעקומען פאר די וועלט מלחמה וואס האט אוועקגעריסן גרויסע שטיקער ר"ל פון כלל ישראל, וויאזוי האט עס אויסגעזען, האט דער ראש ישיבה שליט"א אים געזאגט "אזוי ווי היינט", ליידער איז מען היינט ביי אזא מצב ווי דעמאלטס, אז עס זענען דא צווישן ערליכע אידן אפילו מיט פולן פרומען חסידישן לבוש, וואס האבן ר"ל נישט קיין אמונה. האט דער בחור געפרעגט, "ווי אזוי האט מען זיך געהאלט ערליך דעמאלטס"? האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט "די וואס האבן געהאט א צדיק האבן געהאט די כחות זיך צו האלטן ערליך". ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם שטיקל אין ספה"ק נועם אלימלך "וכי תאמרו מה נאכל, וצויתי את ברכתי", ווי דער הייליגער ר"ר אלימלך ברענגט פון זיין הייליגן ברודער ר"ר זושא, אז מ'האט קשיות אויפן אייבערשטן שטעלט זיך אפ די שפע פון באשעפער. דערפאר דארפן מיר זיך שטארק ןאון נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן, אזוי וועט מען האבן א גוטע לעבן. מוצש"ק איז געווען א הערליכע מלוה מלכה, עס האט זיך באטייליגט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש עצי תמרים, וואס האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון הפצה, זוכן ווי מען קען געבן פאר נאך א איד די געשמאקע לעבן וואס דו האסט. די בחורים זענען שוין טאקע אהיים, אבער דער געשמאקער שבת מיטן ראש ישיבה שליט"א וועט נאך לאנג פארבלייבן אין זכרון ביי אלע באטייליגטע.   📰 שיינער סיום אין הלכות שבת ביים ראש ישיבה שליט"א אין שטוב 📰 בחורי הישיבה גייען ארויס פון שובבי"ם מיט פולע קעשענעס 📰 בלומינג גראוו אונטערן רושם פון הערליכע שבת מיטן ראש ישיבה שליט"א 📸 שבת התוועדות מיט א צאל תלמידי ישיבה - שבת בהר בחוקותי תשפ"א 📸 שבת התוועדות - בא תשפ"א 📸 שבת התוועדות תש"ע לעיק האוז האטעל 📸 שבת התוועדות תשע"ב ראלי האטעל 💬 ווי אזוי געב איך מיין מעשר געלט פאר הפצה? 📸 מוהרא"ש ז"ל ביים געבן צדקה פארן קרן הדפסה אין וויליאמסבורג מיט א געוואלדיגע שמחה

    < זעה מער כח אייר תשפ"א 📝
  • שיינער סיום אין הלכות שבת ביים ראש ישיבה שליט"א אין שטוב

    שוין א לענגערע צייט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט אז הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א דער דיין פון די קהילה, לערנט פאר יעדן נאכמיטאג א שיעור אין שלחן עורך אין כולל, ווי פילע בחורים פון ישיבה קומען יעדן טאג צום שיעור לערנען שלחן ערוך הלכה למעשה. דער שיעור ווערט פארגעלערענט דורכן דיין שליט"א מיט גרויס גרונטליכקייט אויפן וועג וואס מוהרא"ש האט אראפגעשטעלט וויאזוי צו לערנען הלכה. ביי יעדע סעיף ווערט צוערשט געלערנט די גמרות אויף וואס דער הלכה איז געבויט, מען לערנט די מפרשי הש"ס צו פארשטיין די גמרא על בריו, דערנאך נעמט מען ארויס דעם רמב"ם און די ראשונים און מען זעט וויאזוי זיי האבן ארויסגענומען פון די גמרא די הלכה למעשה, ערשט דערנאך לערנט מען אינעווייניג שולחן ערוך, און מען זעט הלכה למעשה וואס דער מחבר פסק'נט. דערנאך גייט מען ווייטער און מען זעט וויאזוי די אחרונים שטעלן צו די הלכה פון שולחן ערוך לויט די מציאות פון היינטיגע צייטן, און אזוי ווייסט מען וויאזוי זיך צו פירן הלכה למעשה. מען האט גוט דורכגעאקערט די לאנגע סימנים פון שולחן ערוך אורח חיים הלכות שבת סימנים ש"א און ש"ב, די הלכות פון "הוצאה מרשות לרשות בשבת", און "ניקוי וקיפול בגדים בשבת" וואשן און רייניגן אום שבת. מען האט אויסגעשמועסט פילע הונדערטער שאלות וואס מאכט זיך היינטיגע צייטן, און וואס די הלכה איז אין פארשידענע מציאות'ער, צום ביישפיל, "וויפיל און וויאזוי מעג מען זיך אפפיצן אדער אפוואשן ווען בגדים ווערן שמוציג אום שבת?"; "מעג מען זיך אפפיצן פון שניי אום שבת?"; "מען מעג טראגן דעם שאל, הענטשוך, אדער די גארטל פון טיש בעקיטשע ווען עס איז נישטא קיין עירוב?" און אזוי ווייטער. יעצט לכבוד די גרויסע שמחה אז מען האט זוכה געווען צו ענדיגן די שווערע הלכות, איז מען זיך צוזאם געקומען ביים ראש ישיבה שליט"א אינדערהיים, ווי מען האט געזונגען שיינע ניגונים איבער די גרויסקייט פון לערנען די הייליגע תורה. דערנאך האט דער דיין שליט"א געזאגט אפאר טרעפליכע ווערטער, צווישן אנדערע האט דער דיין ארויסגעברענגט אז רבי שמעון בן יוחאי זאגט, "חס ושלום שתשתכח תורה מישראל, כי לא תשכח מפי זרעו", אז כדי איבערצוגעבן די תורה פון די פריערדיגע דורות, דארפן מיר זיך אראפלאזן און שמועסן מיט די קינדער און אריינברענגען אין זיי די גליקליכקייט פון אידישקייט, אזוי וועט נישט פארגעסן ווערן די הייליגע תורה פון אידישע קינדער. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט אפאר ווערטער, חז"ל זאגן "אין לו להקדוש ברוך הוא אלא ארבע אמות של הלכה", דער הייליגער סאטמאר רב זי"ע האט געשריבן אין זיין הייליג ספר ויואל משה וואס ער האט געשריבן מיט די בלוט פון זיין הארץ "וואס איז תורה לשמה? איז ער מברר, אז דאס איז אויב מ'לערנט שמעתתא אליבא דהלכתא". דער ראש ישיבה שליט"א האט אביסל גערעדט איבער די היסטאריע פון די ישיבה, און איבער די גרויסקייט פון די כולל. מען קען הערן דעם גאנצן שיעור ביי די אפטיילונג פון טעגליכע שיעורים. דער שיעור אין שלחן ערוך גייט ברוך השם ווייטער אן יעדן טאג, יעצט לערנט מען סימן ש"ג, הלכות "תכשוטי נשים בשבת", ווי מען לערנט שלחן ערוך הלכה למעשה, און די טייערע בחורים זענען זיך מחיה מיט די געשמאקע שיעורים. דער שיעור קומט פאר יעדן טאג צווישן 4:15 און 5:00 נאכמיטאג אין היכל הכולל, און תיכף דערנאך אום 5:00 קומט פאר דער טעגליכע שיעור התחזקות פון ראש ישיבה. אוֹהֵב ה' שַׁעֲרֵי צִיּוֹן מִכֹּל מִשְׁכְּנוֹת יַעֲקֹב - אֵין לוֹ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אֶלָּא אַרְבַּע אַמּוֹת שֶׁל הֲלָכָה 📚 קונטרס "גוט שבת" 📰 געראטעוועט פון עקסידענט נאכן קויפן זכות "תורה מגינה ומצלא" אין כולל היכל הקודש 📜 הלכות שבת מוז מען לערנען און גוט קענען 📜 מיטהאלטן דעם שיעור כללי פון דיין אין הלכות פסח 💬 קען מען יוצא זיין לימוד הלכה מיט'ן לערנען קיצור שלחן ערוך? 💬 ווי אזוי לערנט מען שלחן ערוך אויפ'ן סדר דרך הלימוד? 📸 דער שיינער סיום 🎞️ דער שיינער סיום 🎞️&nbsp; פילע סיומים פון שנת תשפ"א

    < זעה מער כז אייר תשפ"א 📝
  • סדר הלימודים אין ישיבה האלט ווייטער אן במשך בין הזמנים

    אזוי ווי עס איז שוין איינגעפירט אין ישיבתינו הק' אין די פארגאנגענע יארן, איז נישטא קיין בין הזמנים אין ישיבה. די בחורים זיצן ווייטער און לערנען מיט התמדה א גאנץ חודש ניסן, עס קומען ווייטער פאר די שיעורים פונעם ראש ישיבה, אלעס גייט ווייטער אן ווי געהעריג. ווי באקאנט האבן אלע צדיקים געבלוטיגט אויף דעם "בין הזמנים" ווען מען ברענגט אן די צייט מיט נארישקייטן. מוהרא"ש ברענגט אין קונטרס "בין הזמנים" אז עס איז נאר דא איין צייט וואס א מענטש האט "בין הזמנים", דאס איז בין מיתה לקבורה, נאכן שטארבן פארן באערדיגן. אבער א גאנץ לעבן דארף א איד שטענדיג אריינכאפן נאך תורה ומצות, און נישט חס ושלום פארברענגן די צייט, וואס דאס ברענגט דאס ערגסטע ה"י. די בחורים אין ישיבה פרייען זיך צו קענען ווייטער זיצן בין כותלי הישיבה, און לערנען די הייליגע תורה שיעורין כסדרן, ובנוסף צו קענען הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה וואס אחז מחי' נפשות, וואס געבט אריין חיות פאר די בחורים, און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן. כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ &nbsp; 📰 די בחורים גייען ארויס פון שובבי"ם פון פולע קעשענעס 📰 חנוכה אין ישיבה 📸 מוהרא"ש זי"ע זיצט ערב פסח ביים סדר טיש 📜 נישטא אזא זאך ווי 'בין הזמנים' 📖 קונטרס 'די טעג פון בין הזמנים' 💬 וואס טוט מען מיט א בחור וואס האלט ביי גארנישט? &nbsp;

    < זעה מער ג ניסן תשפ"א 📝
  • 🍷 די בחורים גרייטן זיך אויף פורים

    די הייליגע ברסלב'ע ישיבה איז שוין גאר שטארק באקאנט אין די היינטיגע טעג, עס איז גוט באוואוסט די ווייט גרייכענדע פעולות פון די הייליגע ישיבה, סיי וואס מען זעט וואס די טייערע בחורים האבן זיך איינגעקויפט בין כותלי הישיבה, וואס הכרת פניהם ענתה בם, די תורה און תפלה, די יראת שמים און מדות טובות מיט וואס זיי צייכענען זיך אויס; און סיי די געוואלדיגע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט יעדן טאג אין ישיבה, און ווערט געהערט דורך פילע צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט, וועלכע זענען לעבן מיט די דרשות, און מיט די "חיזוק יומי" אויסצוגן פון די דרשות. גאר אסאך אידן זאגן עדות אז די דרשות האבן געטוישט זייער לעבן צום גוטן אין אלע הינזיכטן, ברוחניות און בגשמיות. פילע זענען זיך מחיה מיט די הערליכע ניגונים אויף אידיש וואס איז מחזק די אמונה אין אייבערשטן. אויך שעפן פילע אידן זייער אידישקייט און זענען זיך מחיה מיט די הייליגע בריוו אין די קונטרסים "עצתו אמונה", וואס ווערט פארשפרייט און צוכאפט דורך טויזטער אידן טעגליך. זייער מערקווערדיג איז אבער דער גרויסער חילוק ווי עס האט אויסגעזען מיט יארן צוריק ווען די ישיבה איז געעפנט געווארן, ביז היינט. אנהויב פון די ישיבה, האט מען פארטריבן די בחורים און נישט געוואלט הערן בכלל פון די ישיבה. מען האט בכלל נישט באגריפן די תועלת וואס די הייליגע ישיבה ברענגט פאר אידישע קינדער. אצינד אבער איז דאס ב"ה פונקט פארקערט, עס הערשט אין די אידישע וועלט אזא געוואלדיגע צמאון און דורש אויף די ישיבה. אידישע קינדער זענען "לא צמא ללחם ולא צמא למים", מען שפירט פאר די גרעסטע זכי' צו קענען האבן א חלק און שטיצן די געוואלדיגע פעולות פון די הייליגע ישיבה, מען זוכט נאר "לשמוע את דבר ה'". די פארלאנג איז נאר געווארן מער און שטערקער מיט יעדע דורכגייענדע יאר. אין די פארגאנגענע עטליכע יאר האט מען שוין געווארן אוממעגליך נאכקומען דער גרויסער פארלאנג. פון אלע זייטן האט מען געבעטן אז די בחורים זאלן ארויפצוקומען צו זיי אום פורים, און דאס איז ב"ה געווען גאר שיינע הכנסה פאר די הייליגע ישיבה. כדי צו קענען נאכקומען די גרויסע פארלאנג און יעדעם קענען צופרידן שטעלן, האט מען היי יאר איינגעשטעלט אז מען וועט נישט ארויפגיין צו קיינעם אויסער די וואס מאכן א פאראויס באשטימטע אפוינטמענט. צו באשטעלן די בחורים צו קומען משמח זיין ביי אייך אום פורים רופט 917-232-9070.עקסטער גרייטן די בחורים און אינגעלייט מיט א שיינע פראגראם פאר מוצש"ק שושן פורים. מען וועט זיך בעז"ה צוזאם קומען און זיך משמח זיין לכבוד פורים אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג, מען וועט זיך וואשן צו מלוה מלכה און סעודת שושן פורים, דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן, און א הערליכע פלעי וועט בעז"ה געשפילט ווערן דורך די אינגעלייט און בחורים. דער ווייבער שול וועט בעז"ה זיין אפן. 📖 ספרים אויף פורים פון מוהרא"ש זי"ע 📁 קונטרס "א פרייליכן פורים" פון מוהרא"ש זי"ע 📰 ספר "איש יהודי" אויף מגילת אסתר פון ראש ישיבה שליט"א ▶️ מען טאנצט פורים ביי מוהרא"ש זי"ע - תשע"ג 🎦 שושן פורים פלעי תשע"ט אין ישיבה "דער בן מלך וואס איז געווארן אן אינדיג" ▶️ דרשה פון ראש ישיבה ביים סעודת שושן פורים תש"פ ליהודים היתה אורה ושמחה &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער ד אדר תשפ"א 📝
  • בחורי הישיבה גייען ארויס פון שובבי"ם מיט פולע קעשענעס

    דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען די בחורים פאר די שובבי"ם טעג מיט די ווערטער וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן: "ווען מען גייט ארויס פון די חנוכה טעג, מען האט געצינדן די הייליגע חנוכה ליכט, מען גייט אריין אין שובבי"ם, דארף מען זיך משלים זיין מיט תשובה, תורה, תפלה, ומעשים טובים, אזוי וועט מען אריינגיין אין אדר און אין פורים מיט שמחה ווי חז"ל זאגן "משנכנס אדר מרבין בשמחה", און פרייליך קען מען נאר זיין ווען מען טוט תשובה". דער ראש ישיבה האט יעדן טאג ביים שיעור חיזוק, געפאדערט און געמאנט פון די תלמידים, זיך צו נעמען אין די הענט אריין און נישט דורכלאזן די טעג מיט גארנישט, נאר אויסנוצן די צייט צו די מאקסימום, מיט תורה און תפלה. דער ראש ישיבה האט מעורר געווען אז מען דארף נוצן די מתנה וואס דער רבי האט אונז געגעבן דער "סדר דרך הלימוד", אז מען זאל שטענדיג לערנען נישט קיין חילוק צי מען האט דעם קאפ אויפן פלאץ אדער נישט, צי מען פארשטייט אדער נישט, צי מען געדענקט אדער נישט. די בחורים האבן טאקע אפגעראכטן די הייליגע שובבי"ם טעג אין ישיבה אויף אזא וועג ווי טרעפט נישט אין גאנצע וועלט. די בחורים האבן אויסגענוצט די צייט ווי עס דארף צו זיין, מיט תשובה און מעשים טובים. אלע בחורים האבן געענדיגט יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, וואס דאס אליינס קומט אן צו א סך הכל פון איבער "פופציג טויזענט בלאט גמרא", דאס איז אויסער די טויזענטער פרקים משניות, טויזענטער קאפיטלעך תהלים, און נאך שיעורים וואס יעדער בחור האט זוכה געווען צו ענדיגן. און אזוי גייען די בחורים צו צום שבת ראש חודש אדר, מיט פילע קעשענעס מיט תשובה, תורה און תפלה, וואס נאר אזוי איז מען זוכה צו די ריכטיגע שמחה. משנכנס אדר מרבין בשמחה!

    < זעה מער כט שבט תשפ"א 📝
  • פרישע אונטערנעמונג דורכן רענט קאמפיין: הזכרות ביים הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן

    דער "רענט קאמפיין" וואס האט גענומען אויף זיך א ציל צו באצאלן די רענט פארן בנין פון די מסדות מאכט אין די טעג די לעצטע צוגרייטונגען צום גאר שיינעם מלוה מלכה און מסיבת הכרות הטוב. ווי זיי געבן איבער ווארט אפ פאר אלע משתתפים א גאר הערליכע פראגראם און זייער שיינע דרשות. ווי אויך וועט פארטיילט ווערן גאר נוצבארע געשאנקען פאר אלע חשובע נדבנים און פאר זייערע בני בית שתחי'. דער מלוה מלכה וועט פארקומען בעז"ה דעם דעם מוצש"ק פרשת יתרו, אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. אויך געט דער רענט קאמפיין איבער אז עס וועט ווערן צוגעשטעלט א באס צום מלוה מלכה פונעם ביהמ"ד אויף די האשקי גאס אין ברסלב ליבערטי, וואס וועט ארויספארן מוצש"ק אום 7:25 און וועט צוריק פארן אום 12:30. (דער באס איז נאר פאר ערוואקסענע). דער ציבור אנשי שלומינו נעמט גאר ווארעם אויף די בשורה טובה אז דער רענט קאמפיין האט אנגעפאנגען א נייע אונטערנעמונג, צו אננעמען הזכרות און מתפלל זיין פאר די נדבנים ביים מקום מסוגל לקבלת התפלות ביים ציון פון הייליגן רבין אין אומאן. ביי סיי וועלכע געלעגענהייט ביי א שמחה צי ווען מען דארף א ישועה וועט מען קענען רופן דעם רענט קאמפיין צו מזכיר זיין אייער נאמען. אויך געבן זיי איבער אז אלע נדבנים וואס געבן פון $100 א חודש און מער, וועט מען מזכיר זיין זייערע נעמען ביים ציון פון הייליגן רבין בעז"ה יעדן ערב ראש חודש. &nbsp; 🌆 דער מלוה מלכה פארן רענט קאמפיין פארגאנעם יאר תש"פ

    < זעה מער כב שבט תשפ"א 📝
  • דער "רענט קאמפיין" גרייט זיך צום "מסיבת הכרת הטוב" אי"ה מוצש"ק יתרו הבעל"ט

    אין די אפיסעס פון די "רענט קאמפיין" רידערט זיך די טעג מיט די פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום יערליכן "מסיבת הכרת הטוב" פאר אלע נדיבים וואס באשטייערן זיך במשך די יאר מיט שיינע סכומים פארן רענט קאמפיין. די עסקנים פונעם רענט קאמפיין האבן גענומען אויף זיך אראפצונעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א פון דארפן צוזאם שטעלן די "רענט" פארן ישיבה, אזוי אז דער ראש ישיבה קען זיך בע"ה אפגעבן מיט די תלמידים מיט הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס ער האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע. און חפץ ה' בידם והצליחו, אז א שיינע ציבור שטרענגט זיך אן יעדע חודש און באשטייערט פאר די רענט מיט א ברייטע האנט, און דערפאר ווילן זיי יעצט אפגעבן פארן ציבור זייער פארדינטע אנערקענונג. היי יאר איז שוין דער פינפטער יאר וואס די רענט קאמפיין גרייט זיך אפצורעכטן א גרויסארטיגע מסיבת הכרת הטוב, און ווי אין די פארגאנגענע יארן, אנטשפערכט אויך דער היי יאריגע מסיבה צו זיין גאר א געשמאקע אווענט מיט געשמאקע דרשות און פראגראם. מען וועט דארט בעז"ה טיילן מתנות און פלעקס פאר די נדבנים און פאר זייערע משפחות. אזוי אויך וועט דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט א שיינע דרשה. &nbsp; דער מלוה מלכה וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגע מוצאי שבת קודש פרשת יתרו, און וועט בעז"ה איבערלאזן גאר א געשמאקע רושם פאר אלע באטייליגטע פאר לאנגע וואכן דערנאך.

    < זעה מער ו שבט תשפ"א 📝
  • ימי החנוכה אין ישיבה

    די געהויבענע טעג פונעם יום טוב חנוכה, זענען אויסגענוצט געווארן אין ישיבה מיט א שטארקייט, ווען די בחורים האבן געלערנט זייער פלייסיג, ניצנדיג די השפעות פונעם הייליגן יום טוב אויפ'ן בעסטן פארנעם. ביי די שיעורים אין חנוכה האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך ארומגערעדט פון די חיזוק וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די נסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט די אידישע קינדער בימים ההם בזמן הזה, ווי אזוי די קליינע הייפעלע פון די הייליגע חשמונאים האבן באזיצט די גרויסע און מעכטיגע מיליטער פון די יוונים, ווי אזוי זיי האבן צוריק אויפגעבויעט דעם צעבראכענעם בית המקדש, און כאטש וואס די יוונים האבן מטמא געווען אלע אויל, האט דער אייבערשטער אבער געהאלפן אז מ'האט געטראפן א קליין קריגעלע אויל וואס איז געווען גענוג נאר פאר איין טאג, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז ס'האט געברענט פאר אכט טעג. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז כאטש וואס ס'איז דאך געווען אזויפיל צרות דעמאלט, דער גאנצער בית המקדש איז געווען צעבראכן און טמא, וואלטן דאך די חשמונאים געקענט מאכן אויף דעם א טרויער טאג, האבן זיי זיך אבער זייער געפריידט און געמאכט א פרייליכער יום טוב מיט די קליין ביסל טהור'ע אויל וואס זיי האבן געטראפן. דאס לערנט אונז אז אפילו א מענטש שפירט ביי זיך אז ער אינגאנצן צעבראכן און טמא, זאל ער נישט אויפגעבן און אריינפאלן אין א יאוש, נאר ער זאל זיך שטארקן און אויפזוכן דאס קליין קריגעלע טהור'ע אויל וואס ער האט נאך יא, יעדער איד איז פול מיט מצות ומעשים טובים, אפילו פושעי ישראל מלאים מצות כרמון, און מיט דעם זאל זיך דער איד זייער פרייען, ער זאל זיך פרייען אז ער איז זוכה צו עסן כשר'ס, ער היט שבת, ער גייט מיט ציצית, ער טוט אן תפלין, ער האט א בארד און פאות, און אזוי ווייטער האט יעדער איד גענוג און נאך גוטע זאכן מיט וואס ער קען זיך זייער פרייען. און אז ער וועט זיך פרייען מיט די ביסל גוטס וואס ער האט אין זיך, וועט דאס שוין ברענגען אז ער וועט ווערן אינגאנצן גוט. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה שליט"א ביי די שיעורים ארויסגענומען אסאך התחזקות פונעם יום טוב חנוכה, וואס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר. די גאר הערליכע און אינהאלטסרייכע דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, פול מיט עצות און הדרכות ווי אזוי זיך צו קענען אן עצה געבן אין לעבן ברוחניות ובגשמיות, און מצליח זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם. זענען שוין היינט ברייט באקאנט איבער די גאנצע וועלט. מ'קען מיטהאלטן די אלע שיעורים דא אויפן ברסלב סענטער וועבסייט וואס ווערט מיטגעהאלטן טאג טעגליך דורך טויזנטער אידן פון איבער די וועלט. זעט די שיעורים פון פרשת וישב-חנוכה, זעט די שיעורים פון פרשת מקץ-חנוכה. גאר א שיינער שבת חנוכה איז אפגעראכטן געווארן אין קרית ברסלב ליבערטי, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט געפראוועט דעם שבת מיט די ארטיגע אנייוואוינער אינאיינעם מיט די פילע געסט וואס זענען געקומען צו פארן אויף שבת. במשך דעם שבת האט מען געהערט פילע שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט איבערגעלאזט גאר א שטארקן רושם. אום מוצאי שבת האט מען אפגעראכטן א ברייטע מלוה מלכה ברוב עם, מען האט שיין געזינגען אינאיינעם און געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. בילדער: דער ראש ישיבה דאווענט שחרית מיט די קינדער - זונטאג מקץ ג' דחנוכה תשפ"א אין קרית ברסלב ליבערטי בילדער: דער ראש ישיבה צינדט דעם פינפטן חנוכה ליכטל אין ישיבה - מאנטאג מקץ תשפ"א בילדער: דער ראש ישיבה צינדט דעם זעקסטן חנוכה ליכטל אין ישיבה - דינסטאג מקץ תשפ"א בילדער: ריקודין נאכן צינדן דעם פערטן חנוכה ליכטל אין קרית ברסלב ליבערטי - זונטאג מקץ תשפ"א בילדער: דער ראש ישיבה צינדט דעם זיבעטן חנוכה ליכטל אין ישיבה - מיטוואך מקץ תשפ"א &nbsp; בני בינה ימי שמונה קבעו שיר ורננים!

    < זעה מער ח טבת תשפ"א 📝
  • פרוטה'לעך קאמפיין דערגרייכט ציל ב"ה דורך מער פון 5 א האלב טויזנט נדבנים

    מיט שבח והודאה צום אייבערשטן איז די פרוטה'לעך קאמפיין געקרוינט געווארן מיט פיל סוקסעס. יעצט דינסטאג מיטאג ווען די שורות ווערן געשריבן, האלט שוין דער שיסל שוין ביי 26,605,200 פרוטות, און דאס איז צושטאנד געקומען דורך ביז יעצטיגע 5,553 נדבנים וואס האבן זיך אנגערופן אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שכיוון לבו לשם שמים, ווען די אלע אידן האלטן פאר די אויגן די געוואלדיגע זכיה ארויסצוהעלפן די הייליגע ברסלבע מוסדות, מיט אלע אירע סניפים, וואס זענען פקיע שמיהם, און מען זעט די ארבעט פון אלע מיטארבייטער וואס האלטן אלץ פאר די אויגן דער ציל וואס די הייליגע מוסדות דארפן אויפצוטון, נאר אריינצוברענגען אין אידישע קינדער די לויטערע אמונה, נאך א איד זאל געדענקען אז מען קען נאר אנטלויפן צום אייבערשטן, און אז ער איז מיט א איד אין יעדע מצב און יעדע צייט, און מען קען אלץ צוריק קומען צו אים, א.א.וו. עס איז נאכנישט צו שפעט מנדב צו זיין פארן קאמפיין. מען האט צוגעלייגט נאך ביז דעם דאנערשטאג נאכט ווי מען וועט קענען געבן פארן קאמפיין סיי אויפן טעלעפאן 212-444-9191 עקס. 8 און סיי אויף טשערידי.קאם/ברסלב (https://www.charidy.com/breslev), און ערשט דערנאך וועט מען ארויסציען דעם ראפעל וואס פאר $36 און העכער, קען מען געווינען $25,000. אין זכות פון באשטייערן פאר די הייליגע מוסדות, וועט דער אייבישטער אייך אוודאי באצאלן מיט בני חיי מזוני און אלעס גוטס.

    < זעה מער א תמוז תשפ 📝
  • פינף און צוואנציג טויזענט קעש ראפפעל ביים "פרוטהלעך קאמפיין" כט-ל סיון הבעל"ט

    די "25 מיליאן פרוטה'לעך" קאמפיין, גייט שוין אן מיט'ן פילן שוואונג זיך צוזאמצונעמען אינאיינעם ארויסצוהעלפן דעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען ווייטער אנגיין מיט זיין הייליגע ארבעט. אנשי שלומינו האבן זיך אנגערופן גאר ווארעם צום קאמפיין, מיט'ן נעמען א ציל אריינצוברענגען א געוויסע סומע צום קאמפיין. אינגעלייט שפרין אז זיי זענען שולדיג א גרויסער חוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלעס וואס זיי באקומען פון אים כסדר, און יעצט קענען זיי אביסעלע ארויסווייזן אן הכרת הטוב מיט'ן אים העלפן קענען ווייטער אנגיין מיט זיין עבודת הקודש מיט א רואיגקייט אן צו דארפן שלעפן דעם שווערן לאסט פון חובות. דער קאמפיין וועט לויפן אין אן אפשניט פון בלויז 36 שעה, דעם קומענדיגן כ"ט און ל' סיון, וואס קומט אויס קוים אין א וואך ארום, זונטאג און מאנטאג פרשת קרח ]אין ארץ ישראל פרשת חקת[, ווען אידישע קינדער וואס האבן געפיל צו די געוואלדיגע פעולות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן זיך אנשטרענגען און זיכער מאכן אז מ'זאל אנקומען צום ציל. פילע אינגעלייט ווארטן נישט אויף די לעצטע מינוט, נאר ברענגען שוין יעצט אריין גרעסערע סכומים פאר'ן קאמפיין. פאר'ן בלויזן סכום פון 36 $פאר'ן קאמפיין גייט מען אריין אין א ראפפעל צו געווינען 000,25 $ קעש, וואס וועט ווערן אויסגעראפפעלט אינעם נאכט פונעם קאמפיין. זונטאג נאכט ביים קאמפיין וועט פארקומען קלענערע טיי אוונטס אין אלע היימישע געגענטער, וואו אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאמנעמען אינאיינעם אנצורופן זייערע קרובים און באקאנטע זיי מזכה צו זיין ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות. פרטים איבער די טיי אוונטס וועט געמאלדן ווערן קומענדיגע וואך אי"ה. אויך די פרויען פון אנשי שלומינו האבן זיך צוזאמגענומען פאר די פרויען פארטי וואס וועט פארקומען דאס יאר אויפ'ן טעלעפאן, אלע פרויען זענען פארנומען צו רופן יעדן וועם זיי קענען, אריינצוברענגען ווי מער געלט פאר די הייליגע מוסדות, טייערע פרייזעס און גורלות וועלן זיין ביים טעלעפאן-פארטי פאר די וואס געבן א מינעמאלן סומע פאר די פארטי. מיר אלע ווייסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז, און פאר אזויפיל אידישע קינדער איבער דער גארער וועלט, די שיעורים, ניגונים, בריוו, פונעם ראש ישיבה שליט"א קומען אן צו יעדן פארשטעקטן ווינקל איבער די אידישע וועלט, אזויפיל טויזנטער אידישע קינדער קומען צום אייבערשטן, שטארקן זיך אין אידישקייט, יעדער אויף זיין דרגה, מיט די ווארעמע חיזוק ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א, אין צוגאב צום גרויסן נעץ פון מוסדות התורה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעשטעלט, אז די קינדער, בחורים, און אינגעלייט, זאלן לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און קענען זיין ערליכע אידן נאמנים לה' ולתורתו. ווי פארשטענדליך ציעט דאס אריין אין אומגעהויערע הוצאות וואס איז זייער שווער נאכצוקומען. און יעצט דארף דער ראש ישיבה שליט"א צוקומען צו אונזער הילף ער זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט זיין עבודת הקודש. ווער ס'וויל ארויסהעלפן מיט'ן קאמפיין, נעמען א ציל וויפיל פרוטות ער וויל אריינברענגען, אדער צו מנדב זיין פאר'ן קאמפיין, קען מען זיך פארבינדען צום קאמפיין אפיס, דורכ'ן רופן דעם קול ברסלב טעלעפאן ליין, און דרוקן נומער 8. ביים "קאמפיין אפטיילונג" אויף "קול ברסלב" קען מען אויך הערן די "חיזוק רופן" וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטנס אנגעהויבן צו שיקן טעגליך א קורצע מעסידזש פאר אנשי שלומינו, מיט חיזוק פאר'ן טאג. ווי אויך קען מען דארט הערן אלע אנטוויקלונגען פונעם קאמפיין, און נאך. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האפן מיר אז דער קאמפיין וועט געקרוינט ווערן מיט הצלחה, צו קענען אביסל פארגרינגען די שווערע לאסט וואס הויערט אויפ'ן ראש ישיבה שליט"א צו קענען דעקן די פילע הוצאות. פרוטה ופרוטה מצטרפת!

    < זעה מער יט סיון תשפ 📝
  • פינף און צוואנציג מיליאן פרוטהלעך קאמפיין כ"ט - ל סיון הבעל"ט

    אין די יעצטיגע טעג הויבט מען זיך אן גרייטן צום "25 מיליאן פרוטה'לעך" קאמפיין, זיך צוזאמצונעמען אינאיינעם ארויסצוהעלפן דעם ראש ישיבה שליט"א צו קענען ווייטער אנגיין מיט זיין הייליגע ארבעט. מיר אלע ווייסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז, און פאר אזויפיל אידישע קינדער איבער דער גארער וועלט, די שיעורים, ניגונים, בריוו, פונעם ראש ישיבה שליט"א קומען אן צו יעדן פארשטעקטן ווינקל איבער די אידישע וועלט, אזויפיל טויזנטער אידישע קינדער קומען צום אייבערשטן, שטארקן זיך אין אידישקייט, יעדער אויף זיין דרגה, מיט די ווארעמע חיזוק ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א, אין צוגאב צום גרויסן נעץ פון מוסדות התורה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעשטעלט, אז די קינדער, בחורים, און אינגעלייט, זאלן לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און קענען זיין ערליכע אידן נאמנים לה' ולתורתו. ווי פארשטענדליך ציעט דאס אריין אין אומגעהויערע הוצאות וואס איז זייער שווער נאכצוקומען. און יעצט דארף דער ראש ישיבה שליט"א צוקומען צו אונזער הילף ער זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט זיין עבודת הקודש. דעריבער איז יעצט פראקלאמירט געווארן דער פרישער קאמפיין, מיט'ן ציל אריינצוברענגען "25 מיליאן פרוטה'לעך" פאר די הייליגע מוסדות, פרוטה ופרוטה מצטרפת, אז יעדער וועט צולייגן א האנט אריינצוברענגען כאטש וויפיל ער קען, וועלן זיך צוזאמנעמען די אלע פרוטות לחשבון גדול. דער קאמפיין וועט לויפן אין אן אפשניט פון בלויז 36 שעה, דעם קומענדיגן כ"ט און ל' סיון, וואס קומט אויס זונטאג און מאנטאג פרשת קרח ]אין ארץ ישראל פרשת חקת[, ווען אידישע קינדער וואס האבן געפיל צו די געוואלדיגע פעולות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן זיך אנשטרענגען און זיכער מאכן אז מ'זאל אנקומען צום ציל. ווער ס'וויל ארויסהעלפן מיט'ן קאמפיין, נעמען א ציל וויפיל פרוטות ער וויל אריינברענגען, קען זיך פארבינדען צום קאמפיין אפיס, דורכ'ן רופן דעם קול ברסלב האטליין, און דרוקן נומער 8. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האפן מיר אז דער קאמפיין וועט געקרוינט ווערן מיט הצלחה, צו קענען אביסל פארגרינגען די שווערע לאסט וואס הויערט אויפ'ן ראש ישיבה שליט"א צו קענען דעקן די פילע הוצאות. פרוטה ופרוטה מצטרפת!

    < זעה מער יז סיון תשפ 📝
  • מסיבת הכרת הטוב דעם פארגאנגענעם מוצש"ק

    דעם פארגאנגענעם מוצאי שב"ק זענען פילע אנשי שלומינו זיך צוזאמגעקומען צו א הערליכע מלוה מלכה און מסיבת "הכרת הטוב" וואס איז אהערגעשטעלט געווארן לכבוד די אלע טייערע אינגעלייט וואס נעמען אנטייל און העלפן באצאלן די רענט פאר די בנינים פון די הייליגע מוסדות במשך די גאנצע יאר. די "רענט קאמפיין" ווערט אנגעפירט מיט גרויס איבערגעגעבנקייט דורך מו"ה שבתי דוד מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וועלכע טראגן דעם עול און העלפן באצאלן די חודש'ליכע רענט פאר'ן בנין פון די הייליגע ישיבה. די צוויי חשובע אינגעלייט ווערן אויפגענומען מיט גרויס ווארעמקייט יעדן חודש דורך אנשי שלומינו, וועלכע שפירן א זכיה צו קענען צולייגן א פלייצע און ארויסהעלפן באצאלן די חודש'ליכע רענט, וואס מיט דעם נעמען זיי אראפ דעם פינאנציעלן עול וואס איז געליגן אויפן ראש ישיבה שליט"א, אזוי אז דער ראש ישיבה שליט"א קען זיך אפגעבן מיט מער הרחבת הדעת מיט אונז, אריינצולייגן אין אונז די עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, אונז מקרב זיין צום אייבערשטן און אונז שטארקן מיט תורה און תפלה און חיזוק אנצוגיין אין לעבן. צום ערשט האבן גערעדט עטליכע בעלי דרשנים, און דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, מ'האט אויסגעטיילט מתנות פאר אלע נדבנים, דער עולם האט זייער הנאה געהאט פונעם הערליכן געשמאקן פראגראם. עזוב תעזוב עמו &nbsp; בילדער

    < זעה מער ח אדר תשפ 📝
  • די בחורים גרייטן זיך אויף פורים

    די הייליגע ברסלבע ישיבה איז שוין גאר שטארק באקאנט אין די היינטיגע טעג, עס איז ברייט באוואוסט די גרויסע פעולות פון די הייליגע ישיבה, סיי וואס מען קען זען אויף די טייערע בחורים, הכרת פניהם ענתה בם, די תורה און תפלה, די יראת שמים און מדות טובות, וואס זיי האבן זיך איינגעקויפט בין כותלי הישיבה; און סיי די געוואלדיגע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט יעדן טאג אין ישיבה, און ווערט געהערט דורך פילע צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט, וועלכע זענען זיך מחי' מיט די דרשות, און גלייכצייטיג מיט די "חיזוק יומי" - טעגליכע קורצע אויסצוגן פון די דרשות, גאר אסאך אידן זאגן עדות אז די דרשות האבן געטוישט זייער לעבן צום גוטן אין אלע הינזיכטן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. פילע זענען זיך מחיה מיט די הערליכע ניגונים פון אמונה וואס האט איינגענומען די וועלט. אזוי אויך שעפן פילע אידן זייער גאנצע אידישקייט און לעבן פון די הייליגע בריוו פון די קונטרסים "עצתו אמונה", וואס ווערט פארשפרייט און צוכאפט דורך טויזטער אידן טעגליך. עס איז זייער מערקווערדיג דער גרויסער חילוק וויאזוי עס האט אויסגעזען מיט צען יאר צוריק ווען די ישיבה איז געעפנט געווארן, ביז היינט. ווען אין אנהויב האט מען פארטריבן די בחורים און נישט געוואלט הערן בכלל פון די ישיבה, נישט באגרייפנדיג די געוואלדיגע תועלת וואס די הייליגע ישיבה ברענגט פאר די בחורים און פאר יעדן איינעם, און אצינד איז דאס פונקט פארקערט, ווען עס הערשט אזא צמאון א דורש אויף די ישיבה, לא צמא ללחם ולא צמא למים, אידן שפירן פאר א גרויסע זכי' צו קענען האבן א חלק אין די געוואלדיגע פעולות פון די הייליגע ישיבה, לשמוע את דבר ה'. די פארלאנג איז שוין אזוי שאטרק אז פארגאנגענעם יאר האט מען בשום אופן נישט געקענט נאכקומען דער פארלאנג, פון אלע זייטן האט מען געבעטן אז די בחורים זאלן ארויפצוקומען צו זיי אום פורים, און דאס איז ב"ה געווען גאר שיינע הכנסה פאר די הייליגע ישיבה. כדי דאס צו פארמיידן וועט מען היי יאר נישט קענען ארויפגיין צו קיינעם נאר מיט א פאראויס באשטימטע אפוינטמענט. רופט 917-232-9070 צו באשטעלן די בחורים צו קומען משמח זיין ביי אייך אום פורים. ליהודים היתה אורה ושמחה &nbsp;

    < זעה מער ז אדר תשפ 📝
  • "שכוח אייבירשטער פאר מיין לעבן, עס זענען געפלויגן קוילן איבעראל העכער מיר און איך בין גאנץ און געזונט"

    כלל ישראל איז אויפגעשוידערט און צוטרייסעלט פונעם שרעקליכן איבערפאל פון צוויי ברוטאלע רוצחים וואס זענען איבערגעפאלן דעם כשרן גראסערי אינעם נייעם אידישן געגענט אין גרינוויל, דזשערסי סיטי, ווי זיי האבן מיט די גרעסטע אכזריות געמארדעט יעדן איד וואס זיי האבן נאר געקענט. בשעת'ן גרויסן הסתר פנים, ווען דאס אידיש פאלק האט ליידער מקריב געווען צוויי טייערע הייליגע קרבנות, וואס זענען אומגעקומען על קידוש השם דורך די צוויי אנטיסעמיטן השם ינקום דמם, האט מען אויך געזען די גרויסע חסדים פון אייבערשטן וואס געראטעוועט און אפגעהיטן אלע אידן פון בית המדרש, און די פילע צאן קדשים פון חדר וואס איז אויך דארט אינעם זעלבן פלאץ. אזוי אויך א טייערע אינגערמאן מאנשי שלומי ר' דוד לאקס הי"ו, וואס האט נארוואס זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, וואס תורה מגיני ומצלי, איז בשעת מעשה געווען אינעם גראסערי וואס איז איבערגעפאלן געווארן, איז געראטעוועט געווארן פון די הענט פון די רוצחים בדרך נס. ר' דוד הי"ו איז תולה דעם נס אויף דעם וואס ער האט געהאט אויף זיך די קמיע פון מוהרא"ש, וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן דערויף "איך זאג צו ווער עס וועט טראגן דעם קמיע וועט ווערן באהיטן פון אלע טעראריסטן און משחיתים, און מחלות וחולאים רעים וואס זענען ליידער זייער מצוי היינט". ווי ר' דוד פארציילט עס מיט זיינע אייגענע ווערטער: "איך בין אריין אין גראסערי, אינמיטן אנגרייטן עסן זענען געקומען צו פליען 3 קוילן, איך האב מיך תיכף אראפ געבויגן און זיך באהאלטן אונטערן פרידזשידער צו באשיצן, עס האט אויסגעזען אז עס איז פארטיג, האב איך מיך אויפגעשטעלט, ווי נאר איך האב מיך אויפגעשטעלט, האבן אריינגעשטורעמט צוויי גויים אנגעטון אין שווארץ, איינער איז געשטאנען אויסגעשטרעקט מיט זיין גרויסן ביקס קעגן איבער מיך, און ב"ה דער אייבישטער האט מיר געגעבן די קוראדזש, איך האב אוועקגעשטיפט איר הענט מיטן ביקס, און ארויסגעלאפן פון גראסערי, אויפן וועג האב איך געטראפן א קליין אידיש אינגל וואס איז געווען אויפן גאס, האב איך אים שנעל אריינגעשלעפט אינעוויינג אין א הויז. שכוח אייבישטער פאר מיין לעבן, דער אייבירשטער איז זייער גוט צו מיר, און בין גאנץ און געזונט, עס זענען געפלויגן קוילן איבעראל העכער מיר, און ב"ה איך בין געראטעוועט געווארן", דער ראש ישיבה שליט"א האט נעכטן ביים שיעור גערעדט פונעם גרויסן נס וואס ר' דוד האט געהאט, און געזאגט אז "ווען דו גייסט ארויס פון שטוב, זאג אפאר ווערטער צום אייבערשטן ביים מזוזה, 'הייליגער באשעפער, ברענג מיך צוריק אהיים בשלום'. א מענטש ווייסט נישט וואס גייט זיין מיט אים היינט. איינע פון די אינגעלייט, דודי, ער איז געווען אין געשעפט, דער גוי האט אים אויסגעשטרעקט דעם גאן, א מלאך איז געקומען, א מענטש קען דאס נישט טון, ער האט געגעבן א קלאפ דעם גוי מיטן הענט און ארויסגעגאנגען. א מענטש ווייסט וואס גייט זיין מיט אים? מוהרא"ש האט געזאגט 'יעדעס מאל א מענטש גייט ארויס פון שטוב, לייג ארויף די הענט אויף די מזוזה, מאך מיט די ליפן 'באשעפער ברענג מיך צוריק אהיים בשלום''. "קומענדיגע יאר ווען דו וועסט זיין אין אומאן און דו וועסט זאגן "מי יחי' ומי ימות", וועט זיך עס שוין אנדערש זאגן" האט דער ראש ישיבה געזאגט. &nbsp; צו הערן דעם חיזוק יומי ווי דער ראש ישיבה רעדט פון דעם דרוקט דא &nbsp; צו הערן דעם גאנצן שיעור דרוקט דא

    < זעה מער יג כסלו תשפ 📝
  • פרישער ווינטער זמן אין ישיבה און אין די מוסדות

    געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר זענען אריין אינעם צוועלפטן יאר פון ווען די ישיבה האט זיך געעפנט, די ישיבה האט זיך געעפנט בשנת תשס"ט לפרט קטן; יעצט צום נייעם זמן זענען נתרבה געווארן ספסלי בית המדרש, עס זענען אנגעקומען פרישע טייערע ליכטיגע בחורים וואס עס איז נאך נישט געווען ביז יעצט. דער סדר היום אין ישיבה איז ווי פאלגעד: אינדערפרי אכט אזייגער הייבט זיך אן דער טאג מיט'ן שיעור גמרא, אכט אזייגער לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר דעם דף בבלי און דעם דף ירושלמי; שחרית דאוונט מען צען אזייגער; נאכדעם לערנען די בחורים - יעדער איינער זיינע שיעורים כסדרן, ח"י פרקים משניות, גמרא והלכה וכו'; צוויי אזייגער לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א שיעור אין גמרא, רש"י, תוספות - ביז הלכה; דריי אזייגער איז מנחה, און פינף אזייגער געט דער ראש ישיבה דער בארימטער טעגליכער שיעור התחזקות. די חדר גייט ב"ה אויך אן מיט א שטארקייט, און אזוי אויך גייט די סקול אן מיט די זעלבע וועג ווי אלע יארן; מען לערנט מיט די קינדער די ריינע אמונה, מען לערנט מיט די קינדער חכמת החיים - ווי אזוי צו קענען לעבן א חיים טובים, זיי זאלן וויסן ווי אזוי מען לעבט ווען דאס לעבן גייט נישט ווי אזוי מען וויל, נישט צו ווערן פארלוירן ווען זאכן גייען נישט ווי אזוי מען וויל, און ווי מען האט געפלאנט; מען זאל וויסן און לעבן מיט די ידיעה אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און אלעס אלעס איז ער אליינס, און מען קען נישט פארשטיין 'פארוואס', 'פאר ווען' און 'פאר ווי'; אויך דער כולל להוראה גייט אן מיט א שטארקייט, מען לערנט הלכות שבת און הלכות טהרה, די אינגעלייט לערנען מיט א שטארקע התמדה. פארגאנגענעם שבת פרשת בראשית האט דער ראש ישיבה שליט"א געוויילט אין שטעטל - קרית ברסלב ליבערטי; פון וואס דער ראש ישיבה איז זייער נתפעל געווארן, דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט "מען שפירט דארט אזא הייליגקייט, אלע אינגעלייט לעבן מיט א ליבשאפט, מען העלפט זיך איינער דעם צווייטן"; אלע דיבורים וואס מען רעדט אין שטעטל איז פון רבי'ן, מען שפירט דארט עפעס וואס מען שפירט נישט ערגעץ אנדערש. דער ראש ישיבה שליט"א האט געעפנט אין שטעטל א כולל בוקר להלכה וואו עס זיצן אינגעלייט תלמידי חכמים און לערנען הלכות טהרה, זעקס אזייגער אינדערפרי; ביינאכט איז דא א שיעור אין גמרא, מען לערנט פאר דעם בלאט גמרא, רוב איינוואוינער האלטן מיט דעם שיעור.

    < זעה מער א חשון תשפ 📝
« Previous Next »

Showing 46 to 60 of 115 results

1 2 3 4 5 6 7 8
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ב
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשע״ט
  • תשפ״ו
  • תשע״ח
  • תש״פ
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com