Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אמעריקע'ס חובות פאר כינע

    שאלה: איך וואונדער מיר איבער די פינאנציעלע ווירטשאפט צווישן אמעריקע און כינע (טשיינע): 1. איז עס אמת אז אמעריקע איז שולדיג טריליאנען פאר כינע, אויב יא פארוואס? 2. פארוואס האט נישט אמעריקע גענוג געלט צו דעקן אירע הוצאות בשעת כינע האט יא? 3. אויב אמעריקע האט נישט גענוג צו דעקן איר הוצאות, פארוואס געבט זי אויס אזויפיל?   ענטפער, קודם לאמיר קלאר מאכן פון וויפיל מען רעדט, היינט צו טאגס איז אמעריקע שולדיג פאר כינע כמעט א טריליאן דאלער, צו האבן א השגה ווי סאך דאס איז: אויב אנשי חיל וועט מאכן "יעדן טאג" א פרישע טשערידי קאמפיין אויפצוטרייבן מיליאן דאלער פאר צדקה, וועט עס נעמען בערך 3 גאנצע יאר אנצוקומען צו א טריליאן דאלער.   אמעריקע האט אבער אסאך מער חובות ווי דאס. בסך הכל האט אמעריקע בערך 35 טריליאן (35,000,000,000) דאלער חובות, די חובות פאר כינע איז נישט מער ווי בערך 3 פראצענט דערפון. זיבעציג פראצענט פון די חובות איז אמעריקע שולדיג פאר זיך אליינס. יא, איר האט גוט געליינט, אמעריקע בארגט פון איין טאש, צו די אנדערע. אין דעם איז אריינגערעכעט, חובות וואס די אמעריקאנער רעגירונג איז שולדיג פאר די פעדעראלע רעזערוו, די סאשעל סעקיוריטי טראסט פאנד, און אמעריקאנע פירמעס און אינסטיטוציעס. די איבעריגע איז אמעריקע שוליג פאר אנדערע אויסלענדישע אינוועסטירער, רעגירונגען און בענק.   די אמעריקאנע פאליטיק לאזט נישט אמעריקע פירן א באלאנצירטע בודזשעט, ביידע פארטייען זענען מודה אז מען דארף אויסגעבן געלט אחריות'דיג, אבער "מיין" געלט זאלסטו חלילה נישט שניידן... דערפאר לעבט אמעריקע ווי א געספוילטע קינד וואס דער טאטע געבט אים יעדע זאך וואס גלוסט אים, איי עס איז נישטא קיין געלט, וועט מען נוצן דעם "קרעדיט קארד", אין אונזער פאל איז עס "באנדס".   די רעגירונג שטעלט כסדר ארויס אזא צעטל וואס דארט שטייט אז "אמעריקע איז שולידיג כך וכך פאר דער וואס האלט דעם שטר". די באנדס שטעלט די אמעריקאנער רעגירונג ארויס צום פארקויפן כסדר, און זאגט צו א סכום געלט ריבית במשך די צייט וואס זי האט דעם חוב. כינע קויפט כסדר באנדס פון פרעמדע לענדער כדי צו עררייכן דערמיט איינפלוס אויף אויסלענדישע רעגירונגען.   די כינעזע רעגירונג וואס ווערט געפירט דורך איין פארטיי - די קאמוניסטישע פארטיי - פרעגט נישט זייערע בירגער וואס צו טון, און דערפאר קענען זיי זיך ערלויבן צו איינקויפן אויסלענדישע חובות דורך די געלט וואס עס קומט זיי אריין פון די פילע פאבריקן וואס פראדוצירן סחורה פאר גאר ביליג און ווערט צוכאפט דורך די גאנצע וועלט.   אז מען האט שוין דערמאנט דעם אנשי חיל קאמפיין, דארף מען דערמאנען אנשי שלומינו אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן מען זאל מאכן א פרישע גאול, און כאטש מען האט ב"ה דערגרייכט צום סוף דער מיליאן דאלער, האט דער ראש ישיבה שליט"א זייער געבעטן אז מען זאל זיך אנשטרענגען און זיך ווידער אונטערנעמען א ציל. מען קען נישט בעטן יעדעם צו נעמען דעם זעלבן סכום, נישט יעדער איז אייניג, אבער יעדער זאל אויפטרייבן די מערסטע מינוטן א יעדן טאג צו זיין פרייליך. עס קומט יעצט א נייע יאר, זאל מען זען אז לכל הפחות "איין מינוט" יעדן טאג זאל מען זיין פרייליך, מען זאל ארויפקוקן צום הימל און זאגן פאר'ן אויבערשטן א "ישר כח פאר מיין לעבן". און ווער עס קען זאל צולייגן נאך א מינוט דא, און נאך א מינוט דארט, און מיט דעם וועט מען דערגרייכן גאר הויך. דער אר"י הקדוש האט עדות געזאגט אויף זיך, אז ער איז נישט צוגעקומען צו זיינע מדרגות נאר דורך דעם וואס ער האט זיך געפריידט מיט יעדע מצוה ווי ער וואלט ווען פארדינט כל הון דעלמא.   וועגן די חובות פון אמעריקע, דארף מען זיך נישט זארגן, מען קען ווייטער לערנען און דאווענען, און דער אויבערשטער נעמט שוין זייער גוט קעיר אז די עקאנאמיע זאל פארן גוט, און עס זאל נישט קומען קיין רעסיסע, נישט קיין אינפלעישאן, און נישט קיין קראך.   תחל שנה וברכתיה   שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער כ אלול תשפ"ד 📝
  • דער קאמפיוטער קיבארד

    שאלה: ווער איז אויפגעקומען מיט'ן קאמפיוטער קיבארד, און פארוואס איז עס פארדרייט און נישט אויפן סדר פון די אל"ף בי"ת? &nbsp; ענטפער: די מערסט אויפגעכאפטע סדר פון די קיבארדס רופט מען QWERTY (לויט די ערשטע קנעפלעך פונעם קיבארד) דאס איז אנטוויקעלט געווארן דורך אן אמעריקאנער פארשוין מיט'ן נאמען קריסטאפער לאטאם שולס, וואס האט אויך געמאכט דער ערשטער מאסן פראדוצירטע טייפרייטער מאשין מיט בערך בערך 150 יאר צוריק. &nbsp; די סיבה פארוואס ער האט געמאכט די אותיות פארדרייט איז בעיקר צוליב וואס ער האט געוואלט אפטיילן די אותיות וואס מען נוצט אפט איינע נאכן צווייטן אין ענגליש, אז זיי זאלן נישט זיין צוזאמען, ווייל די דעמאלטסדיגע טייפרייטערס פלעגן גרינג ווערן פארהאנקערט אויב מען האט צו שנעל געדרוקט צוויי קנעפלעך איינע נעבן צווייטן. &nbsp; מיט בערך פופציג יאר שפעטער האט א איד מיט'ן נאמען ר' דוד יאנקלאוויטש וואס האט געהאלפן ערצייגן א אידישע טייפרייטער אויסגעשטעלט אונזער באקאנטער אידיש / לשון הקודש קיבארד. און אזוי ווי ביים ענגלישן סדר האט ער אויך בעיקר געזוכט אפצוטיילן אותיות וואס מען נוצט אפט אינאיינעם, אבער ער האט אויך געלייגט א געוויכט אז די אותיות וואס מען אפט זאל זיין אין צענטער און גרינג צו גרייכן, דערפאר זענען די אותיות "ו, מ, ה, א, י, און ע" אין צענטער, ווייל דאס זענען גאר אפטע אותיות אין אידיש און לשון הקודש. &nbsp; ווען זאכן גייען אונז "שלא כסדר" זאכן זענען צומיש, עס גייט אונז נישט וויאזוי מיר ווילן, דארפן מיר געדענקען אז "שלא כסדר" איז "כסדר", פונקט ווי ביים קיבארד האט מען אויסגעשטעלט א צומשיטע סדר, ווייל דאס איז פאר די טובה פון די באנוצער, כל שכן וכל שכן דער רבונו של עולם, וואס מיר האבן נישט די מינדעסטע השגה וויאזוי ער פירט די וועלט, קענען מיר האבן פארשטיין אז דאס איז די בעסטע פאר אונזער תכלית. &nbsp; אידישע קינדער פרעגן נישט קיין קשיות, מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן "למה, יאמרו הגוים", א גוי פרעגט פארוואס, און "אשרי העם, שככה, לו", וואויל איז פאר אידישע קינדער וואס זאגן אט אזוי. וויאזוי? אט אזוי. ווייל אז א איד גלייבט באמונה שלימה אז דאס וואס עס גייט דורך אויף אים איז פאר זיין טובה, דאס איז מעין עולם הבא, אזא מענטש קען נישט ווערן באשטראפט, ווייל וויאזוי עס זאל אים גיין, און וואס עס זאל נאר נישט פאסירן מיט אים, וועט ער אייביג בלייבן פרייליך און צופרידן. ווי דוד המלך דרוקט זיך אויס אין תהלים ווי ער שפירט זיך פארזיכערט אינעם הענט פונעם אייבערשטן "כגמל עלי אמו כגמל עלי נפשי", אזוי ווי א ניי געבוירן קינד אינעם שויס פון די מאמע. &nbsp; איר קענט שיקן א שאלה צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער טו אלול תשפ"ד 📝
  • וויאזוי ארבעט א קרעדיט קארד?

    שאלה: וויאזוי צאלט מען מיט א קרעדיט קארד? וויאזוי ארבעט עס אז מען געט א "סווייפ" און דער ארדער איז באצאלט? ר. ז. &nbsp; ענטפער: מען קען באמת באצויבערט ווערן, איך קויף איין א גרויסע וואגן פון פראדוקטן פון שענסטן און בעסטן, עס קומט צו רעכענען, אפס, דער בערזל איז ליידיג, נישט קיין פראבלעם, מען נעמט ארויס א בליטשקעדיגע פלעסטיק קאטל, מען געבט עס א וויש אריין אינעם מאשין, און דער געשעפט באפרייט דיין ארדער, קענסט עס אהיים נעמען. עפעס א כישוף קארד, א געלט בוים. &nbsp; אבער ניין, עס איז בכלל נישט אזוי גלאציג ווי עס זעט אויס, דער קליינער אומשולדיגער קארטל האט שוין אריינגעלייגט זייער אסאך מענטשן אין שווערע חובות, פון וואס זיי זעען נישט קיין וועג ארויס, זיי זענען באגייסטערט געווארן פון די רייצענדע בריוו פון די קרעדיט פירמעס, מען זאל נאר נוצן זייערע קארטלעך, און זיי וועלן געבן ריווארדס - מתנות פאר יעדן דאלער וואס מען געבט אויס. "וועסט קענען גיין אויף וואקאציע אומזיסט", שרייען זיי. &nbsp; וויאזוי ארבעט עס? די פירמעס שאצן אפ די קאסטומערס ווי שטארק מען קען זיי געטרויען, און לויט דעם באשטימען זיי וויפיל "קרעדיט" (סכום וויפיל זיי מעגן בארגן) זיי געבן, נאכדעם שיקן זיי ארויס א קארטל מיט א נומער, יעדע קארטל האט אן אנדערע נומער, אזוי ווייסן זיי ווער עס נוצט עס, און ווען מען "באצאלט" דערמיט אין געשעפט, שיקט דער מאשינקע אריין צום פירמע, אז דער קארטל האט "געקויפט" פאר דער און דער סכום. און פאקטיש האט מען יעצט "געבארגט" דעם סכום פונעם קרעדיט קארד פירמע. &nbsp; דערווייל איז נאך אלעס גלאנציג, ער קויפט אלעס וואס גלוסט זיך אים, און ער דארף נישט ארויסנעמען א פעני פון טאש. אבער אלעס קומט צו א האסטיגע אפשטעל סוף חודש ווען עס קומט אן דער ביל, דער חשבון, יעדע זאך וואס ער האט איינגעקויפט איז אויפגעשריבן פונקטליך וואו ער האט עס געקויפט, ווען ער האט עס געקויפט, און וויפיל געלט ער האט געבארגט, און אונטן איז דא א גרויסע נומער, א סך הכל, וויפיל געלט ער האט געבארגט דעם חודש. און אויב האט מען נישט צו באצאלן, "נישט קיין פראבלעם, פאר דעם זענען מיר דא", זאגן די "גוטהארציגע" קרעדיט פירמעס, "צאל יעצט וויפיל דו קענסט, אויף די איבעריגע חוב וועסטו באצאלן ריבית". דאס איז א ריזיגע נעץ וואס כאפט אריין טויזנטער מענטשן אין חובות. דאס איז אויסער די גרויסע ריזיקע אז מענטשן שפירן נישט ווי זיי געבן אויס געלט בשעת'ן קויפן, און מען קויפט זיך מער ווי מען קען זיך באמת ערלויבן, און דערנאך דארף מען באצאלן גרויסע אינטערעסט שטראפן פאר די פירמעס, וואס מאכן א לעבן אויף די אומשולדיגע מענטשן. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א בעט אלץ אז מען זאל זייער אכטונג געבן פון קרעדיט קארדס, ווייל דער רבי האט געזאגט אז מען דארף זייער אכטונג געבן פון חובות, חובות נעמט אוועק דער ישוב הדעת פון א מענטש, מען קען נישט לערנען, מען קען נישט דאווענען, און מען קען נישט פירן א שטוב. עס נעמט אוועק דער קאפ פונעם מענטש. &nbsp; דערפאר דארף מען זיך זייער אכטונג געבן דערפון, און פרעגן אן ערליכער איד צי עס איז כדאי זיך אריינצולאזן אין דעם. &nbsp; שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער יג אלול תשפ"ד 📝
  • שאלה: וואס איז פאפיר, און וויאזוי מאכט מען דאס?

    שאלה: וואס איז פאפיר, און וויאזוי מאכט מען דאס? משה'לע &nbsp; ענטפער: טייערער משה'לע, עס איז גוט אז דו האסט מיר געפרעגט איבער פאפיר, ווייל דאס איז איינע פון די זאכן אויף וואס מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן יעדן טאג אז ער האט אונז געגעבן די מעגליכקייט היינט צו טאגס צו האבן גוטע שיינע שטארקע פאפיר פאר אזוי ביליג, און דערמיט געבט עס דער מעגליקייט פאר אונז איינצוקויפן הונדערטער ספרי קודש, הערליך און שפאט ביליג, אז אפילו ווער עס פארדינט ווייניג קען זיך ברוך השם ערלויבן צו האבן חומשים, משניות, גאנצע סעטס פון ש"ס, און די ספרים פון אלע אנדערע גדולי ישראל און צדיקים וואס דערמיט קענען מיר ווערן ערליכע אידן, און וויסן וואס דער באשעפער וויל פון אונז. &nbsp; איידער עס איז געווארן באקאנט פאר די וועלט וויאזוי מען מאכט פאפיר זענען ספרים געווען זייער טייער, ווער האט זיך געקענט ערלויבן צו קויפן א ש"ס? אפשר דער רב און דער דיין האבן געהאט אן אייגענע ש"ס, די אנדערע אידן פון שטאט האבן זיך געדארפט איינטיילן אין בית המדרש, ווען איך לערן קידושין, וועט דער צווייטער מוזן לערנען פסחים און אזוי ווייטער. &nbsp; ווער רעדט נאך פון אפשרייבן די תורה און די חיזוק פון די צדיקים. ווער האט זיך דאס געקענט ערלויבן איידער עס איז געווען פאפיר? היינט קומט מען אריין אין בית הדפוס, און מען זעט ווי עס קומט אן א טרעילאר פון פעלעטס פאפיר, וואס קאסט רעלאטיוו צו אמאל זייער זייער ביליג. א פאלעט וואס ליגט דערין 200,000 (צוויי הונדערט טויזענט!) פאפיר, קאסט היינט בערך $2,000. &nbsp; וויאזוי מאכט מען טאקע פאפיר אז עס קאסט אזוי ביליג? פאפיר מאכט מען פון "האלץ", מען שיילט אפ די שאלאכט פון די ביימער, און מען צוהאקט און צומאלט די האלץ גאר שטארק, מען מישט עס אויס מיט וואסער, מען לייגט צו פארשידענע כעמיקאלן וואס העלפן די פייבער פון די האלץ זאל ווערן גענצליך צענימען, ביז עס ווערט א מאטריאל וואס מען רופט "פּולפּ". דער פּולפּ זעט אויס ווי א געדעכטע טייג פון וואס מען וועט מאכן שפעטער די פאפיר. &nbsp; דערנאך הייבט זיך אן דער פראצעס פון ארויסנעמען די וואסער און די נאסקייט פון די צומאלענע האלץ טייג, די טייג וואס איז שוין היבש טרוקן ווערט דערנאך ארויף געלייגט אויף גרויסע ברייטע פאסיקעס, און עס הייבט זיך אן אויספארמען פאפירן, דער פייכטע פאפיר פארט דורך א ווארימע פלאץ ווי די וואסער ווערט גענציך אויסגעטרוקענט, און פון די אנדערע זייט פארט ארויף דער פרישער טרוקענע פאפיר אויף ריזיגע ראלס וואס וועט שפעטער צושניטן ווערן לויט די מאס וואס דער קאסטומער האט באשטעלט. &nbsp; די פאפיר קומט דערנאך אן צום בית הדפוס ווי מען דרוק ארויף דערויף די אלע הייליגע דיבורים פון אונזערע רבי'ס, מען דרוקט ארויף די התחקזות און עצות פונעם ראש ישיבה שליט"א, און פאר עטליכע פרוטות קען יעדער זוכה זיין צו לערנען די אלע הייליגע ספרים און אויסוואקסן א צדיק. &nbsp; איר קענט שיקן אייער שאלה צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער ט אלול תשפ"ד 📝
  • דער באדייט פונעם עלעפאנט און דער אייזל פאר די פארטייען

    שאלה: ווען עס איז פארגעקומען די דעבאטע צווישן טראמפ און ביידען האט איר געלייגט א בילד פון אן עלעפאנט און אן אייזל ביי א פאדיום, אין מיינע אויגן קוקט דאס אויס ווי איר ווילט אראפ שטעלן ווי די קאנדידאטן זענען בהמות, איך מיין אז מען דארף שרייבן מער רעספעקטפול ווען מען רעדט איבער זיי. בפרט ווען טראמפ האט אזויפיל געהאלפן אידישע קינדער. &nbsp; ענטפער: זייער גוט אז איר פרעגט. די סיבה פארוואס מיר לייגן א בילד פון די צוויי חיות ווען מען רעדט איבער די וואלן איז צווייפאכיג, איינס דער ראש ישיבה שליט"א האט אראפ געשטעלט א פאליסי אז מען זאל נישט לייגן קיין בילדער פון קיין גוים אונזערע אויסגאבעס, דערפאר האבן מיר געטראכט אז מיר וועלן לייגן עפעס אנדערש. פארוואס די צוויי חיות? ווייל דאס איז דער סימבאל פון די צוויי פארטייען. שוין איבער הונדערט יאר ווערט דער "אייזל" געזען ווי דער סימבאל פאר די דעמאקרטישע פארטיי, און דער "עלעפאנט" ווי דער סיבמאל פאר די רעפאבליקאנער פארטיי. &nbsp; דער אייזל סימבאל האט זיך אנגעהויבן מיט דעם וואס א רעפאבליקאנער קאנדידאט דעמאלטס האט גערופן דעם דעמאקראט אן "אייזל", ווי צו זאגן אז זיי זענען נאריש, אבער די דעמאקראטן האבן אנשטאט דאס אפווארפן עס גענומען אלץ זייער סימבאל, און פון דאן פלעגט מען מאלן די דעמאקראטן אין די קארטונס אלץ אן אייזל, און שפעטער האט איינער געמאלן א קארטון ווי אן אייזל פארשטעלט ווי א לייב פארטרייבט און דערשרעקט אלע חיות פון וואלד אריינגערעכענט אן עלעפאנט, און זינט דאן איז דאס געווארן אנגענומען אלץ זייער סימבאל. &nbsp; כאטש מיר פרובירן צו דעקן ביידע צדדים און נישט נעמען קיין שטעלונג, וועלן מיר אבער דאס מאל קלאר שטעלן אז ביי אונז אין די רעדאקציע איז מען בכלל נישט אומפארטייאיש, מיר זענען קלאר איינזייטיג און מיר שטיצן דעם קאנדידאט וואס האט די ריכטיגע פאליסיס וואס איז וויכטיג פאר אונז. עס איז קלאר אז מיר דארפן א פירער מיט עקספיריענס און איינער וואס פארשטייט וויאזוי אמעריקע דארף זיך פירן סיי אינערליך און סיי אויסערליך, עס איז אן ערנסטע צייט היינט, עס קומען פאר שווערע מלחמות איבער די וועלט, מען מאכט קריטישע לעבנסוויכטיגע באשלוסן וואס וועט האבן ווייטגרייכענדע אויסווירקונגען אויף מיליאנען מענטשן. עס קומט פאר א בלוטיגע שלאכט אין אוקריינא, און אזוי אויך דער מיטל מזרח קאכט ווי א קעסל. &nbsp; מיר וועלן יעצט איינמאל אינדארסירן א קאנדידאט און מיר בעטן אלע, אז וויבאלד דאס מאל זענען די וואלן גאר וויכטיג, און אפילו מיר וואוינען אין ניו יארק וואס ווערט ערווארטעט צו גיין גרינג פאר די דעמאקראטן, דארפן מיר אבער ארויסגיין און וועלן צו מאכן א סטעיטמענט וועם מיר שטיצן. &nbsp; אויב מיר אלע וועלן אויסוועלן אלץ אונזער פירער דעם הייליגן באשעפער, וואס ער קען אונז העלפן, און ער וויל אונז העלפן וועלן מיר האבן א זיסע לעבן, דער אויבערשטער שטייט און ווארט מיר זאלן אים בעטן און ארויסקוקן צו אים, ווייל ער האט אונז ליב און ער ווארט צו הערן פון אונז. &nbsp; מיר דארפן "אלעס" בעטן דעם אויבערשטן, סיי וואס עס דרוקט אונז נאר, אויב מיר שפירן אז טראמפ מוז געווינען, ווייל אז נישט וועט... בעט עס פונעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער וועט צופירן אז דער קאנדידאט וואס איז די בעסטע טובה פאר אונז וועט געווינען ווייל לב מלכים ושרים ביד השם. &nbsp; איר קענט פרעגן א שאלה דורך שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ז אלול תשפ"ד 📝
  • מוסלמענער און אראבער

    שאלה: איך הער אסאך מאל ווען מען רעדט פון די ישמעאלים, אסאך מאל רופט מען זיי "אראבער", און אסאך מאל "מוסלמענער", איז עס די זעלבע זאך אדער עס איז אן אנדערע זאך, און אויב יא וואס איז דער חילוק? &nbsp; ענטפער: זייער א גוטע שאלה, פארוואס רופט מען זיי אמאל ארארבער און אמאל מוסלמענער. דער חילוק איז זייער פשוט, ווען מען רעדט פון "אראבער" רעדט מען פון א פאלק, פון אן אפשטאם, מען רעדט פון די גויים וואס שטאמען פון ישמעאל. אבער ווען מען רעדט פון "מוסלמענער" רעדן מען פון א רעליגיע א גלויבן. עס זענען דא זייער אסאך מוסלמענער וואס זענען נישט אראבער, צום ביישפיל די גויים פון איראן זענען טאקע מוסלמענער זיי גלויבן אינעם נביא שקר מוכאמאד, אבער זיי זענען נישט קיין בני ישמעאל, זיי זענען פערסן, זיי שטאמען פונעם אלטן פאלק פון "פרס". אזוי אויך די גויים פון די מוסלמענער לאנד טערקיי זענען טערקן, אזוי אויך זענען דא עטליכע אייראפעאישע לענדער נעבן רוסלאנד וואס האבן אסאך מוסלמענער און אזוי אויך אין אפריקע. &nbsp; די אראבער זענען די אלע שבטים אינעם אראבישן האלב אינזל, היינט געפונען זיך דארט די לענדער פון תימן, אָמאַן, די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, קאטאר, באכריין, קואוועיט, איראק, סיריע, לבנון און ירדן, און בעיקר באשטייט עס פונעם ריזן לאנד סאודי אראביע. &nbsp; יעצט ווען עס טוט זיך דארט אינעם מיטל מזרח די אנגעשטרענגטע מצב איז נישט כדאי אויסצוהערן די נייעס וואס וועט בלויז אנשטרענגען די נערוון, עס וועט גארנישט העלפן אדער צוגעבן ברוחניות אדער בגשמיות אויב דו וועסט ליינען אדער הערן יעדן טאג אז "אין די קומענדיגע פיר און צוואנציג שעה וועט איראן שיקן זייערע ריזיגע ארסאנעל פון באמבעס קיין ארץ ישראל", ווייל דאס וועט בלויז מאכן דערשראקן און פארפאניקט, ענדערש איז כדי צו לערנען ספרים פון אמונה און בטחון, לערנען בריוו פון אשר בנחל און עצתו אמונה וואס חזר'ן כסדר אז דער אויבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, און עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דער אויבערשטער, און אז אלעס וואס דו זעסט איז נישט מער פון א לבוש ווי דער אויבערשטער פארשטעלט זיך אין דער וועלט. מוהרא"ש חזר'ט איבער מיליאנען מאל אין זיינע הייליגער בריוו, אז דערפאר ווערט דער וועלט אנגערופון "עולם" וואס קומט פון דער לשון "העלם" וואס מיינט "פארשטעלט" ווייל דער אויבערשטער פארשטעלט זיך אין די פאסירונגען פון דער וועלט, און ער וויל זען צי דו גייסט אים אויפזוכן, און ווען דו וועסט אים אויפזוכן וועסטו אים טרעפן איבעראל. &nbsp; ווי עס איז באקאנט די מעשה ווי דער גלח האט געזאגט דעם קליינעם קלוגן אינגל יונתן וואס איז שפעטער אויסגעוואקסן דער גרויסער גאון רבי יונתן אייבעשיץ "איך געב דיר א גילדן אויב דו זאגסט מיר וואו דער אויבערשטער געפונט זיך", האט דער אינגל תיכף געענטפערט "איך געב דיר צוויי אויב דו זאגטס מיר וואו דער אויבערשטער געפונט זיך נישט"... &nbsp; 💡 פרעגט א שאלה דורך שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com &nbsp; 💳 לייגט אריין איינער נדבה צו אונזער טעים אויף "אנשי חיל - געטרייע סאלדאטן" גרשון קרעמער

    < זעה מער כג אב תשפ"ד 📝
  • די היסטאריע פון אידיש

    שאלה: א גוטן, קודם כל א גרויסע יישר כוח פאר אלע ארטיקלען. מיין שאלה איז וואו און ווען האט זיך אנגעפאנגען די הייליגע שפראך אידיש? ל.ל. &nbsp; ענטפער: אידיש האט זיך אנגעהויבן פאר איבער טויזענט יאר צוריק אין מערב אייראפע בעיקר אין דייטשלאנד און אין פראנקרייך, ווען אידן האבן געוואלט זיין אפגעטיילט פון די גויים און האבן נישט געוואלט רעדן דעם דייטשן שפראך אזוי ווי דער גוי, און כדי צו מאכן א צווישנשייד האט מען געשריבן די שפראך מיט די הייליגע כ"ב אותיות די אל"ף בי"ת, אזוי אויך האט מען עס אויסגעמישט מיט לשון הקודש און אראמיש, און מען האט אנטוויקעלט אן אנדערע דיאלעקט. &nbsp; אונזער הייטיגער אידיש איז שוין דורך זייער אסאך גלגולים, צוהערשט האט עס מיטגעוואנדערט מיט די אידן ארויס פון דייטשלאנד נאך די פילע גזירות ווי ת"ח ת"ט די קרייצצוגן ווען פילע אידן האבן זיך ארויסגעצויגן צו מזרח אייראפע, וואס דערפון איז אנטוויקעלט געווארן די מזרח אידיש דיאלעקט וואס איז גערעדט געווארן אין פוילן רוסלאנד געגענט וואס האט אנגעהויבן אריינעמען פילע סלאווישע ווערטער, אנדערש ווי אין די אנדערע לענדער ווי דער שפראך איז געבליבן מער ענליך צו אלט דייטש. &nbsp; פילע צדיקים במשך די דורות האבן שטארק געפאדערט און מעודד געווען אז מען זאל רעדן אידיש, צוליב דעם וואס דאס איז א שטארקע מיטל זיך צו האלטן אפגעזונדערט פון די גויים און זיין אפגעשיידט פון די וועלט וואס ווייסט נישט פון באשעפער. &nbsp; דאס איז א געוואלדיגע לימוד וואס מיר דארפן נעמען מיט זיך יעדן טאג נישט צו ווערן נתפעל פונעם גוי, און טראכטן אז מען קען אדער מען דארף געפעלן פאר זיי. עס איז היינט נאך נישט קיין אכציג יאר זינט דער "נאבעלער", "איידעלער", "בעסערע" גוי, די נאציס אין דייטשלאנד האבן מיט די גרעסטע מאס אכזריות און "פונקטליכקייט" פארגאזט און גערצחעט דאס אידישע פאלק. נעמט אין אכט אז דייטשלאנד איז געווען דער סימבאל פון די שיינע פראזן ווי "דעמאקראטיע" און "גלייכבארעכטיגקייט" אין די וועלט, און מיט דעם אלעם שטעלט זיך ארויס אז דער "אפ טו דעיט" גוי האט אונז פיינט, און עס וועט גארנישט העלפן, די שנאה פון די גויים צום איד איז נישט לאגיש, און עס וועט גארנישט העלפן אויב מיר וועלן זיך צוגלייכן צו אים (אפשר גאר פארקערט). &nbsp; פארשטייט זיך אז מיר טארן נישט אביוזן דעם תירוץ און זאגן שלום עלי נפשי, מיר דארפן געדענקען אז מיר זענען אין גלות, און מיר דארפן זיך אונטערווארפן אונטערן רצון פון באשעפער וואס האט אויף אונז גוזר געווען די גזרת הגלות, און נישט זיך רייצן מיט א גוי. בפרט - פלעגט מוהרא"ש אלץ זאגן - אויפן הייוועי, זאל מען זיך קיינמאל רייצן ח"ו מיט א גוי, לאז אים פעסן, רוק דיך אין די זייט אפילו די ביסט הונדערט פראצענט גערעכט, ווייל דער גוי קען נאך חלילה אריינגיין אין אזא רציחה אז ער וועט זיין גרייט רח"ל צו באגיין זעלבסטמארד אבי צו שעדיגן דעם איד. &nbsp; דער עיקר זאל מען מתפלל זיין מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון דעם גלות הכלל וגלות הפרט בבית משיח צדקינו. &nbsp; ביי דער געלעגענהייט ווילן מיר בעטן אז אלע וואס האבן הנאה פון אונזערע ארטיקלען זאלן ביטע ארויסווייזן הכרת הטוב און מנדב זיין פאר אונזער לינק ביים "אנשי חיל" קאמפיין. א גרויסן ישר כח, ותזכו למצוות. אנשי חיל/גרשון קרעמער. &nbsp; צו פרעגן א שאלה ביטע שיקט צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יח אב תשפ"ד 📝
  • וואס איז דער חילוק צווישן געזאלין און דיזעל?

    שאלה: וואס איז דער חילוק צווישן געזאלין און דיזעל? פארוואס ארבעטן טייל וויהקלס מיט געזאלין און טייל מיט דיזעל? איך זעה אז רוב קארס פארן נאר אויף געזאלין און רוב טראקס נוצן דיזעל. קען איר מיר מסביר זיין פארוואס דאס איז אזוי און וואס זענען די מעלות און חסרונות פון זיי? נחמן נתן. &nbsp; תשובה: זייער א גוטע שאלה! געזאלין און דיזעל זענען צוויי באזונדערע סארטן ברענשטאף וואס ווערן גענוצט פאר מאטארס, און יעדער האט זיינע באזונדערע מעלות און חסרונות. &nbsp; געזאלין איז מער לייכט און וואסערדיג און וועט מאכן די קארס פארן מער געשמירט און שנעל, און וועט זיין ווייניגער וויברירענד און שטילער, און דערפאר איז עס מער צוגעפאסט פאר פאסאדזשיר קארס, בשעת דיזעל איז א מער דיקערע שווערע אויליגע ברענשטאף, וואס כאטש עס מאכט מער קולות אינעם מאטאר און וועט זיך מער שאקלען וועט עס אבער קענען גרינגער שלעפן שווערע מסעות פאר ווייניגער ברענשטאף וואס מאכט עס ממש פאסיג פאר גרויסע טראקס און באסעס. &nbsp; מענטשן זענען אויך אנדרערש איינע פון צווייטן, יעדער האט אן אנדערע געזאלין וואס צינדט אים אן און מאכט אים גיין, און יעדער האט אנדערע כלים און כחות וואס ער דארף אויפטון, און פונקט ווי ביי די קארס וועט עס חרוב לייגן דעם מאטאר אויב ער וועט מקנא זיין דעם טראק, פארוואס קען איך נישט באקומען דעם שטארקן מעכטיגן דיזעל און שלעפן שווערע מסעות, ווייל אויב איינער וועט לייגן דיזעל אינעם קאר וועט עס נישט נאר נישט קענען שלעפן, נאר עס וועט חרוב לייגן דעם מאטאר און וועט עס שנעל צוברעכן, די זעלבע זאך טאר מען נישט קוקן אויף א צווייטן און באקומען חלישת הדעת, אין ירושלים איז דא א אינגערמאן וואס קען זיצן אכצן שעה א טאג און לערנען און ענדיגן כל התורה כולה יעדעס יאר, אבער איך קען געבן א שמייכל פאר א איד, און לערנען ח"י פרקים משניות, איינער איז א דיין און פסק'ענט שאלות פאר כלל ישראל, אבער איך קען גיין באזוכן א איד אין תפיסה און אים ארויסנעמען עטליכע מינוט פון זיין גרויסע צרה, און אזוי ווייטער. &nbsp; אויב מיר וועלן בלייבן זיך און נוצן די כלים וואס מיר האבן באקומען צו דינען דעם אויבערשטן אויף אונזער וועג, וועלן מיר זיכער דערגרייכן גאר ווייט און אויספירן אונזער תפקיד אויף וואס מיר זענען אראפ געקומען אויף דער וועלט. &nbsp;

    < זעה מער טז אב תשפ"ד 📝
  • די CMYK סיסטעם

    שאלה: איך פארמאג א קאלער פרינטער, און איך וואונדער מיך וויאזוי מען קען באקומען מיליאנען קאלירן, בשעת איך לייג אריין דערין בלויז פיר קאלירן טינט. נחמן נתן &nbsp; ענטפער: א קאלער פרינטער נוצן די פיר קאלירן וואס מען רופט CMYK, דער C שטייט פאר Cyan "סייען" (וואס איז א ליכטיג הימל בלוי), דער M שטייט פאר Magenta "מאדזענטע" (וואס איז א רויטלעך-פינקע קאליר), דער Y באדייט Yellow (געל) און דער K איז פאר Black (שווארץ). דער פרינטער קאמבינירט די דריי אויבנדערמאנטע קאלירן אין פארשידענע מאסן צוזאמען מיט שווארצע טינט צו שאפן מיליאנען סארטן קאלירן. &nbsp; די פרינטער קען ארויסגעבן די אלע קאלירן דורך מישן די קאלירן אין פארשידענע וועגן. צום ביישפיל, דורכן מישן די C מיט'ן M וועט מען באקומען פילע סארטן בלוי און פוירפל. C און Y וועלן געבן פילע סארטן גרין, M מיט Y וועט ארויסגעבן די רויט-אראנדזש משפחה. אויב מען מישט אלע דריי צוזאמען וועט עס ארויסגעבן ברוין און אנדערע טונקעלע קאלירן. דער שווארצער טינט ווערט צוגעלייגט צו בארייכערן די בילדער און צו דרוקן פשוטע טונקל שווארצע טינט וואס אלע דריי צוזאמען וואלט נישט געווען גענוג שטארק. &nbsp; ווען מען נעמט א געדרוקטע פאפיר וועט מען זען אז די בילדער זענען צוזאם געשטעלט פון טויזנטער פיצעלע פינטעלעך פון די קאלירן, יעדעס איינס אין זיין ריכטיגע מאס, וואס אינאיינעם שטעלט עס צוזאם א הערליכע בילד. &nbsp; ווען מען קוקט מיט א פארגרעסערונג גלאז אויף די פרינטער זעט מען בכלל נישט קיין שיינע בילד, מען זעט בלויז מאדנע פינטלעך וואס זענען ארומגעווארפן אן קיין פשט און אן קיין סדר, אזוי ווי ווען א מענטש איז אין א קטנת הדעת ער איז צובראכן ער זעט גארנישט אויף זיך, ער קוקט זיך אן שלעכט און צומישט, דערנאך קוקט ער אן זיינע נאנטע נישט גוט, ביז ער קומט צו צו האבן ח"ו קשיות אויפ'ן אויבערשטן, ער פארשטייט נישט פארוואס ער דארף ליידן, פארוואס ער איז געבוירן געווארן ביי אזא משפחה, פארוואס ער האט געדארפט באקומען דעם פרוי, און אזוי ווייטער. &nbsp; אבער ווען מען זומט אביסל ארויס מען זאל קוקן די גאנצע בילד וועט מען זען א הערליכע וועלט וואס איז צוזאם געשטעלט פון אומצאליגע קאלירפולע נקודות טובות, יעדעס תפילין, יעדע ברכה, א פסוק חומש, אן אמן יהא שמיה רבה, יעדעס איינס איז ריכטיג אויף זיין פלאץ וואס דאס שטעלט צוזאם א הערליכע בילד. &nbsp; מען קוקט אויף די וועלט שיין זעט מען ווי דער אויבערשטער פירט זיין וועלט אזוי געניט, ער לייגט יעדע זאך פונקטליך אויף זיין פלאץ, יעדער פונקטליך וואס ער דארף און ווען ער דארף עס און צוזאמען ווערט צוזאם געשטעלט א הערליכע בילד, וואס דער וואס איז זוכה און ער דאנק דערויף דעם אויבערשטן, לעבט ער שוין דא אויף דער וועלט אין א גן עדן, איך בין גוט, מיין ווייב איז גוט. ווי דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט "דער גן עדן און דער גיהנום געפונען זיך דא אויף דער וועלט", וואויל איז דער מענטש וואס פאלגט דעם אויבערשטן ער האט אמונת צדיקים וועט אים גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. &nbsp; צו שיקן א שאלה שרייבט צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער א אב תשפ"ד 📝
  • שאלה: וויאזוי ארבעט WD-40, און וואס איז פשט פון די מאדנע נאמען?

    תשובה: די נאמען WD-40 שטייט פאר "Water Displacement, 40th formula." וואס מיינט "וואסער פארטרייבונג, פערציגסטע פארמולע", דער נאמען קומט פון דעם ווייל דאס איז געווען דער פערציגסטער פרואוו צו שאפן א פליסיגקייט וואס קען פארטרייבן וואסער און פארמיידן ראָסט און דזשאווער. דאס איז געווען אן אין יאר 1953 למספרם, ווען א קליינע פירמע אין סאן דיעגא, קאליפארניע האט פרובירט צו ערצייגן אזא פראדוקט, און אפילו זיי האבן שוין געהאלטן נאך 39 דורכפעלער, איז די פערציגסטע פארמולע געווען די אייציגסטע וואס האט געארבעט ווי עס דארף צו זיין. אזוי איז WD-40 געבוירן געווארן. די גענויער רעצעפט פון דעם פראדוקט איז א סוד וואס די פירמע וויל פארשטייט זיך נישט ארויסגעבן, אבער עס איז דא עפעס אנדערש דערפון וואס איז בכלל נישט קיין סוד, און מען קען עס נאכמאכן בחנם, און זען דערפון געוואלדיגע רעזולטאטן. &nbsp; הצלחה קומט נישט איבערנאכט, קיינער איז נאכנישט אויפגעשטאנען פלוצינג א תלמוד חכם א מתמיד און א בעל מידות, מען דארף יעדן טאג פריש אנהייבן און בעטן דעם אויבערשטן "הורנו השם דרכך אהלך באמתיך, יחד לבבי ליראה את שמיך", און אפילו דו האסט איין דורכפאל נאכן צווייטן, דערשרעק דיך נישט דערפון, ווייל אויב דו וועסט אנהאלטן דיין פלאץ און נישט אויפגעבן דעם קאמף, וועסט האלטן פאר דיינע אויגן דעם ציל, און אנהייבן פון פריש יעדן טאג, יעדע שעה און יעדע מינוט וועסטו צום סוף אנקומען זייער ווייט. &nbsp; דער הייליגער רבי זאגט אז האבן אמונה מיינט נישט נאר אמונה אינעם אויבערשטן, דער רבי זאגט אז ריכטיג אמונה איז טייטש אמונה אינעם אויבערשטן, אמונת צדיקים, גלייבן אינעם צדיק און אים פאלגן, און דער עיקר אמונה אין זיך, גלייבן אז דער אויבערשטער האט נישט געמאכט ח"ו קיין טעות ווען ער האט דיר אראפ געשיקט אויף דער וועלט, דו האסט א תפקיד, און דו קענסט צושטעלן א נחת פאר'ן אויבערשטן וואס קיינער קען נישט ערזעצן. &nbsp; שטעל דיך אויף און הייב אן פון פריש, וועסט אנקומען אסאך ווייטער ווי דו טראכסט. &nbsp; שיקט אריין אייער שאלה צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער כו תמוז תשפ"ד 📝
  • וואסער

    שאלה: איך בין זייער נייגעריג אויב וואסער איז א בריאה פאר זיך און אלע וואסערן וואס עקזיסטירט זייט בריאת העולם איז די זעלבע, אדער עס קומט כסדר צו נייע וואסער? יאסי &nbsp; ענטפער: דו פרעגסט זייער גוט, די קורצע תשובה אויף דיין שאלה איז אז אלע וואסערן פון בריאת העולם ביז היינט איז אלעס די זעלבע, עס קומט נישט צו קיין פרישע וואסער, און עס ווערט נישט אויס. די וואסער קען זיך טאקע טוישן אין פארעם, עס קען זיין פשוט "וואסער" ווי מיר קענען עס, עס קען זיין "לופטיג" (געז) אזוי ווי ווען עס ווערט פארוואנדעלט אין א וואלקן, נעפל אדער פּאַרע, און עס קען זיין "אייז". דער אויבערשטער האלט אין איין ארומרוקן די וואסער פון די ריזיגע אקעאנען ווי עס איז אויסגעמישט מיט זאלץ און אנדערע מינעראלן וואס א מענטש קען נישט טרונקען, דער אויבערשטער שיקט ארויף יעדן טאג זייער אסאך וואסער פון די אקעאנען צו ווערן וואלקענעס ווי די זאלץ קומט נישט אן, און קומט אראפ אלס רעגן וואסער וואס רינט דערנאך אראפ פון די בערג אין די טייכן און קוועלער וואס איז זיס, געשמאק און געזונט צו טרונקען, און א איד קומט עס טרונקען מיט א ברכה, און דאנקט דערנאך דעם אויבערשטן וואס האט עס באשאפן להחיות בהם נפש כל חי. &nbsp; וואסער איז אבער נישט א בריאה פאר זיך, דאס מיינט אז עס איז נישט פון די בערך הונדערט יסודות'דיגע "עלעמענטן" פון וואס אלעס אויף דער וועלט איז צוזאם געשטעלט, וואסער ווערט אנגערופן אין די סייענטיפישע וועלט h2o, וואס מיינט היידראגין און 2 אקסיגען, ווייל וואסער איז א א "מאלעקיול" (א טייג פון צוויי אדער מערערע "עלעמענטן") פון די דריי עלעמענטן, יעדע מאלעקיל פון וואסער באשטייט פון איין היידראגין אטאם, און 2 אקסיגען אטאמען.&nbsp; &nbsp; עס איז א געוואלדיג פלא פונעם אויבערשטן, וויאזוי ער האט צוזאם געשטעלט די צוויי גאר פלאמעדיגע עלעמענטן, אקסיגען און היידראגין, וואס איז פון די בעסטע ברענשטאף וואס עס איז נאר פארהאן, אבער ווען ער שטעלט זיי צוזאם צו טון דעם רצון הבורא צו ווערן איין מאלעקיול, ווערן זיי פונקט פארקערט, נישט נאר וואס וואסער קען נישט ברענען, נאר עס וועט אויסלעשן יעדע פייער מיט וועם ער קומט אין בארירונג. דאס איז ווען מיר קוקן אריין אין וואסער אין זיין "קליינע וועלט". &nbsp; אין אונזער "גרויסע" וועלט שטעלט דער אויבערשטער צוזאם א אידישע שטוב פון א מאן און א פרוי, יעדער איינער קומט פון א צווייטע בעקגראונד, מיט אדערע כאראקטערן, מידות און רצונות. אויב שטעלט מען זיך צוזאם פשוט איינע נעבן צווייטן און יעדער וויל נאר זיך און מיך, קען אויסברעכן א פייער וואס קען אלעס פארלענדן רח"ל, אבער אויב מען שטעלט צוזאם די צוויי יסודותדיגע "עלעמענטן" מיט'ן אויבערשטן, עס זאל ווערן איין "מאלעקיול", יעדער איז דא מיט איין ציל צו טון דעם רצון הבורא, דאן ווערט עס א הערליכע נייע בריאה, א אידישע שטוב פון ווי עס וועט ארויסקומען הערליכע אידישע דורות וואס וועלן באלייכטן די וועלט. קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב ווי די טאטע און מאמע האבן זיך ליב, מען רעדט שיין איינע צום צווייטן, מען העלפט זיך ארויס, קיינער איז נישט באלעבאס, נאר דער אויבערשטער, וועלן די קינדער באשיינען און באלייכטן די וועלט. &nbsp; שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער כד תמוז תשפ"ד 📝
  • וואס מיינט פראצענט?

    שאלה: איך שעם זיך אביסל צו פרעגן מיין שאלה, ווייל איך מיין אז עס איז ממש א פשוט'ע זאך וואס יעדער ווייסט. מיין שאלה איז וואס מיינט "פראצענט", וואס מיינט אז עפעס איז 15 פראצענט ביליגער? וויאזוי רעכנט מען עס אויס? &nbsp; ענטפער: חז"ל זאגן אונז "לא הביישן למד", האסט זייער גוט געטון אז דו פרעגסט, ווייל נאר אזוי קען מען זיך אויסלערנען נייע זאכן. די ענטפער צו דיין שאלה אויף א פשוטע וועג ליגט אין די ווערטער "פראצענט", וואס איז א ווארט וואס שטאמט פון "פּער הונדערט", דאס מיינט אז ווען איך נעם דעם נומער וואס איך וויל רעכענען דערפון פראצענט דארף איך עס קודם צעטיילן אויף הונדערט, און דערנאך נעמען כך וכך הונדערטערס דערפון. אין אנדערע ווערטער פופצן פראצענט פון עפעס, מיינט פופצן הונדערטלעך דערפון. &nbsp; צום ביישפיל ווען דו גייסט אין געשעפט און האסט אן אויסוואל צו באקומען $20 הנחה פון יעדע ארדער העכער הונדער דאלער, אדער קענסטו נעמען 15%, וואס לוינט זיך בעסער? אויב קויפסטו פאר הונדערט דאלער לוינט זיך זיכער צו נעמען $20 הנחה, אבער ווען דו קויפסט פאר $150 דאלער, וועסטו באקומען $22.50 הנחה אויב דו נעמסט די 15%. וויאזוי ארבעט עס? צוטייל $150 אין הונדערט, יעדע הונדערטסטל (דאס מיינט איין פראצענט, אדער ווי מען שרייבט עס 1%) איז $1.50. פופצן הונדערטסלעך (פופצן טיימס איינס און א האלב) קומט אויס $22.50. &nbsp; א גרינגע וועג דאס צו רעכענען מיט א קאלקיולעטאר איז 150*0.15. &nbsp; עס איז זייער נוצבאר צו וויסן וואס פראצענט מיינט און וויאזוי מען רעכענט עס גרינג אויס, אבער עס איז אסאך מער וויכטיג ארויסצוהייבן דאס וואס דו שעמסט זיך נישט צו פרעגן א זאך וואס דו טראכסט איז אפשר צו פשוט. מען מעג זיך אפלערנען פון דיר זיך נישט צו שעמען און פרעגן. ווילסט עפעס פארשטיין, האסט א שאלה? פרעג דיין טאטע אדער מאמע, פרעג דיין רבי, פרעג דעם ראש ישיבה שליט"א. אויב איינער שרייעט דיך אן אדער פארשעמט דיר פארן פרעגן איז עס יענעמ'ס פראבלעם. קוק אויף די פילע שאלות וואס מענטשן פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, שטעל דיך פאר ווען זיי שעמען זיך צו פרעגן, וויאזוי וואלטן מיר אויסגעזען? אפילו אויב דו שפירסט אז דו ביסט קלוג און פארשטענדליך, קענסט זיך אליינס באגיין דיין שטעטל, איז וויכטיג זאלסט נעמען א מורה דורך, איין מענטש אויף דער וועלט וואס איז קלוגער פון דיר, איינער וואס ווייסט אייביג אליינס וואס צו טון, קומט נעבעך זייער נישט גוט אן אין זיין לעבן ברוחניות ובגשמיות, אבער דער וואס שעמט זיך נישט און פרעגט יעדע זאך, וועט אנקומען זייער ווייט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף, ער וועט זוכה זיין צו ווערן אן אמת'ער ערליכער איד. &nbsp; איר קענט שיקן א שאלה צו ask gershon@gmail.com.

    < זעה מער יז תמוז תשפ"ד 📝
  • וואס איז פשט פון די נעמען פון די טעג פון די וואך, זונטאג, מאנטאג?

    שאלה: וואס איז פשט אז די נעמען פון די טעג פון די וואך הייסן "זון" טאג, "מאנ" טאג, "דינס" טאג, "דאנערש" טאג, "פריי" טאג, וואס באדייטן די ווערטער זון, מאן, דינסט, און אזוי ווייטער. בשעת אין לשון הקודש רופט מען זיי, יום א'/ראשון, יום ב'/שני וואס מיינט בסך הכל ערשטער און צווייטער טאג? און פארוואס הייסט נישט מיטוואך עפעס מיט "טאג" אזוי ווי די אנדערע טעג? &nbsp; ענטפער: ווי באקאנט קומט זייער אסאך ווערטער פון אידיש (און אויך פון ענגליש) פון די אלט-דייטשע שפראך, ווי מען קען זען אביסל פון די נעמען פון די וואך, זון - סאָן, טאג - דעי, מאנדעי, מיינט "לבנה" טאג, וואס אויף דייטש זאגט מען "מאנדע" פאר לבנה. די סיבה פארוואס אין דייטש האט עס באקומען די נעמען זענען צוליב אלטע איינרעדענישט איבער כחות און מזלות וואס הערשן אויף די טעג. דער זון האט באקומען די ערשטע טאג, די לבנה די צווייטע טאג, צדק האט באקומען די דריטע טאג - פרעג מיר נישט וואו דינסט קומט צו צדק, עפעס אן אלטע דייטשע איינרעדעניש. צו מיטוואך וועלן מיר באלד צוריק קומען, דאנערשטאג האט מען געגעבן פאר די "דונער" איינרעדעניש, און פרייטאג רעדט מען פון עפעס אן אנדערע דמיון. די אלטע דייטשן פלעגן געבן א ספעציעלע חשיבות פאר מיטוואך, זיי האבן געהאלטן אז וויבאלד ער איז "אינמיטן פון די וואך" פארמאגט ער ספעצילע כחות, און האבן אים אזוי גערופון "מיטוואך". יעצט קומען מיר צו שבת. ווי אומגלויבליך עס הערט זיך איז שבת פונקט פארקערט. די נאמען אין דייטש פאר שבת קומט פון אונז פון אונזער שבת קודש. &nbsp; די נאמען אין ענגליש סאַטורדעי, רעדט פונעם כוכב "שבתאי", אבער אין דייטש איז עס עפעס אנדערש. פאר הונדערטער יארן צוריק פלעגט מען רופן אין דייטשלאד דער טאג "סאַמבאַסטאַג" וואס מיינט פשוט "שבת טאג", וואס די נוצרים להבדיל האבן עס גערופן אויפן נאמען פונעם הייליגן שבת. היינט איז דער נאמען עטוואס פארדרייט געווארן אין די היינטיגע דייטש וואס הערט זיך בערך ווי "זאַמסטאַג".&nbsp; &nbsp; אשרינו מה טוב חלקינו, מיר אידישע קינדער פרייען זיך יעדן טאג פון די וואך אז "עס גייט שוין קומען שבת", מען זאגט ביים יום, היום יום ראשון "בשבת", פון זונטאג קוקט מען שוין ארויס אויף דעם זיסן מתנה וואס מיר אידישע קינדער האבן באקומען פונעם אויבערשטן, א טאג וואס דער קאר ליגט שיין געפארקט, די שליסלעך אוועקגלייגט, דער סעלפאן ליגט ביים טשארדזשער, און מיר באקומען שכר פארן פארברענגען געשמאק מיט די משפחה. דער אויבערשטער באצאלט אונז אפילו אויף די וועלט פארן עסן גוטע זאכן שבת, פארן שלאפן אום שבת קודש. &nbsp; דער ראש ישיבה זאגט אלץ אז מען דארף אויסנוצן דעם שבת צו רעדן אביסל מיט די קינדער, הערן וואס זיי מאכן, פארציילן א שיינע מעשה פון א צדיק, און אריינווארפן צווישן די ווערטער ווי דער ערליכער איד רעדט צום אויבערשטן, ער גרייט אן נעגל וואסער, ער מאכט ברכות, ער איז מוותר אפילו ווען עס איז שווער. ווען די מוסר גייט אריין אזוי אריינגעפלאכטן אין די מעשה גייט עס אסאך בעסער אריין ווי ווען מען זאגט אים "גרייט אן נעגל וואסער", "מאך ברכות". יעצט איז נאך פאר שבת איז כדאי זיך אנצוגרייטן א שיינע מעשה פון א צדיק און זיך אראפ לאזן צו אונזערע קינדער, און אזוי וועט אריינגיין אין זיי א געשמאקע טעם אין שבת, זיי וועלן ליב האבן צו היטן שבת. &nbsp; עס איז אויך כדאי זיך צו מאכן צייט שבת נאכמיטאג צו לערנען מיט די קינדער "אבות ובנים", זיי פארהערן. אבער דער ראש ישיבה זאגט אייביג אז מען זאל נישט שטעלן די קינדער אויף א קרייץ פארהער ביז מען "האט זיי געכאפט אז זיי קענען נישט", נאר פונקט פארקערט, העלף אים ארויס און ווייז אים "איך זעה אז דו קענסט זייער פיין", העלף דיינע קינדער וואקסן און בליען, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף מיט אסאך תפילות וועסטו זען פון זיי אסאך אידיש נחת. &nbsp; שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער יב תמוז תשפ"ד 📝
  • וויאזוי לעבט די עימיש געמיינדע אָן עלעקטעריציעט?

    שאלה: איז עס אמת אז די אמיש מענטשן נוצן בכלל נישט קיין עלעקטעריק? אויב יא, וויאזוי קענען זיי דאס באווייזן? יואליש &nbsp; ענטפער: די אמיש (אדער עימיש ווי מען זאגט עס אין ענגליש) געמיינדע ברענגט ארויף וואונדער ביי פילע מענטש, א גרופע וואס וואוינען אפגעזונדערט פון די וועלט, נוצט נישט קיין מאדערענע כלים, און דערווייטערן זיך אפילו פון קארס און עלעקטעריציטעט. &nbsp; דער אמת איז אז די אמישע מענטשן פארמאגן טאקע נישט קיין עלעקטערישע אפאראטן אין זייערע היימען. אבער כאטש זיי פארמאגן נישט קיין עלעקטעריציטעט אין זייערע הייזער, קען מען נישט זאגן אויף זיי אז זיי לעבן אן עלעקטעריציטעט. ווייל כאטש זיי שניידן נישט זייערע העלצער מיט עלעקטערישע זעגן, קויפן זיי עס פון די געשעפטן אין די דערנעבנדיגע שטעטלעך וואס אפערירן געהעריג לויט די היינטיגע טעכנאליגע. אזוי איז אלעס וואס זיי פארמאגן, זיי מאכן נישט אליינס זייערע פענסטער ווי אמאליגע צייטן, גאר אסאך פון זייערע זאכן וואס זיי נוצן טאג טעגיך איז פראדוצירט דירעקט אדער אומדירעקט מיט עלעקטעריציטעט און מיט קאמפיוטערעזירטע כלים. &nbsp; דער געדאנק אז אפילו עלעקטעריציטעט גייט שוין אן פאר איבער הונדערט יאר, קען מען נאך לעבן אן דעם איז אן איינרעדעניש, דערמאנט אונז א שיחה פון הייליגן רבי'ן וואס אסאך האבן א קשיא זיך דערויף, דער הייליגער רבי נתן שרייבט אין חיי מוהר"ן סימן רצ"ט, "פעם אחת דיבר עמי מענין שאי אפשר להיות איש כשר באמת, כי אם כשמתקרבין להצדיק האמת שבדור, ענה ואמר, קודם שנמצא הצדיק האמת בעולם, יכולים להתקרב להשם יבתרך מעצמו, אבל אחר שכבר נמצא הצדיק האמת בעולם, אי אפשר להתקרב להשם יתברך באמת בשום אופן, כי אם כשזוכין להתקרב אליו", וואס עס קומט ארויס פון דעם שיחה איז, אז איינמאל דער הייליגער רבי'ס נשמה איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, מוז מען צוקומען צו אים כדי צו זיין אן אמת'ער ערליכער איד. &nbsp; מאנכע וואונדערן זיך, זיי זעען אז עס זענען דא ערליכע אידן וואס זענען נישט קיין ברלסבע? א שטארקע קשיא, נישט אזוי? אבער דער אמת איז אז וואו אויף דער וועלט עס איז דא התחזקות היינטיגע צייטן, קומט עס דירעקט אדער אומדירעקט פון הייליגן רבין, די פילע משפיעים וואס דערווארימען אידישע קינדער היינט, האבן א שטארקע קשר מיט'ן הייליגן רבין, פילע לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, אדער זענען תלמידים פון רבי'ס וואס האבן געלערענט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים. &nbsp; איינמאל דער רבי איז אראפ געקומען אויף דער וועלט האט זיין נשמה געברענגט רוחניות'דיגע עלעקטעריציטעט אויף דער וועלט. עס איז א שאד זאלסט גיין קויפן דיין האלץ ביים דערנעבענדיגן לאמבער, ווען די עלעקטעריציטעט איז אוועיליבל ביי דיר אין שטוב. מיר דארפן נישט לעבן ווי די אמישע, רוף אן דיין עלעקטעריק פירמע, גיי אריין צו שאפ ברסלב און צי אריין די לעכטיגקייט פון הייליגן רבין צו דיר אין שטוב, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא. &nbsp; איר קענט אריינשיקן א פראגע צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער ט תמוז תשפ"ד 📝
  • פארוואס שרייבט מען ט"ז?

    שאלה: איך פארשטיי פארוואס אין לשון הקודש שרייבט מען ט"ו פאר פופצן ווייל מען וויל נישט שרייבן דעם אויבערשטנ'ס נאמען, אבער פארוואס ביי זעכצן שרייבט מען ט"ז? &nbsp; תשובה: דער שאלה איז זייער א גוטע, דער שרייבער פון די שורות האט זיך לאנג געמוטשעט צו טרעפן א תשובה, און באמת אחרי ככלות הכל האב איך נישט קיין קלארע תשובה דערויף. &nbsp; באמת איז די שאלה נאך שטארקער, ווייל מען זעט אין פילע פריערדיגע ספרים וואס שרייבן ט"ו און י"ו, אריינגערעכעט אין ליקוטי הלכות, און פון די אנדערע זייט קען מען ממש נישט טרעפן היינט איינער וואס זאל נישט שרייבן ט"ו און ט"ז. &nbsp; זוכענדיג פאר א תשובה האט אונז איין תלמוד חכם געזאגט אז עס זעט אים אויס אז דאס איז פשוט א פראקטישע זאך, עס זאגט זיך בעסער ט"ז נאך ט"ו, והא ראי' מען זעט פארשידענע פריערידגע האבן אמאל געשריבן אזוי און אמאל אזוי, אבער ט"ו האבן אלע געשריבן. &nbsp; אנדערע האבן געוואלט זאגן אז עס איז דא עפעס א קפידה דערויף וויבאלד ביידע אותיות פון י' און ו' ווערט גענוצט ביים אויבערשטענ'ס נאמען, און צוליב דעם שרייבט מען עס אזוי. אבער למען האמת האב איך נישט געטראפן קיין קלארע תשובה דערין. און אדרבה מיר בעטן די חשובע ליינער זאלן אונז ארויסהעלפן און אויסקלארן דער ענין דורך שיקן א טעקסט צו askgershon@gmail.com. &nbsp; וואס עס איז אונז נוגע למעשה איז די חשיבות פון אפילו נאר שרייבן דעם אויבערשטנעס נאמען אפילו ברמז. פון דעם קענען מיר עפעס פארשטיין די חשיבות ווען א איז זאגט ארויס אפילו נאר איין ווארט צום אויבערשטן. א מענטש וואס שפירט זיך ווייט, ער שפירט זיין הארץ איז אים פארשטאפט, ער האט נישט וואס צו רעדן צום אויבערשטן, ער איז פארמאכט, זאלסטו זאגן אפילו נאר איין ווארט "באשעפער", אדער וויאזוי דו שפירסט באקוועם, "טאטע", "גאט", "אייבישטער", "הקדוש ברוך הוא". דו ווייסט וואס פארא חשיבות עס פארמאגט? דאס וועט עפענען פאר דיר אלע טויערן, דער אויבערשטער איז זיך משתשע מיט דיר. פאר א משל קענסטו זיך פארשטעלן ווי דיין קליין קינד וואס האט קוים אנגעהויבן צו רעדן זאגט צום ערשטן מאל "טאטא", אפילו עס איז אומקלאר און שטומפיג, קיינער פארשטייט נישט וואס ער זאגט, אבער דו, זיין טאטע, וואס פארא תענוג איז עס, דו קענסט קוים ווארטן אז דער קליינער זאל "נאך איינמאל" זאגן "טאטי". &nbsp; אונזער טאטע ווארט מיר זאלן אים רופן. גיי צו אים, ער האלט זיין הענט אויסגעשטרעקט צו דיר מיט ליבשאפט. גיי צוריק צו אים. &nbsp; איר קענט שיקן א שאלה צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ד תמוז תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 76 to 90 of 93 results

1 2 3 4 5 6 7
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com