Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • די וועטער לויט די גריצלען פון די היישעריקן

    שאלה: איך האב אמאל געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א, אז מען קען וויסן די וועטער פון די קולות וואס די היישעריקן מאכן. קענט איר מיר ביטע מסביר זיין וויאזוי דאס ארבעט? איך וויל פארשטיין.   א גרויסן ישר כח. איך האב אמת'דיג הנאה פון אייערע ארטיקלען, ספעציעל וויאזוי איר ברענגט אריין דעם אויבערשטן אין יעדע הינזיכט.   זלמן לייב     ענטפער: א גרויסן ישר כח ר' זלמן לייב פאר דיין שאלה, און פאר דיינע ווארימע ווערטער.   עס איז מורא'דיג צו זען ווי די וואונדער פונעם אויבערשטן פולט אן די גאנצע וועלט, און אויב מיר וועלן צולייגן אביסל שימת לב, וועלן מיר זען גאר אינטערעסאנטע זאכן. די אויפפירונג פון קריקעטס (אן אינזעקט זייער ענליך צו היישעריקן - דאס זענען די וואס גריצלען אין די זומער נעכט) איז זייער אינטערעסאנט. און יא, פון זייערע גריצלערייען קען מען וויסן די פונקטליכע טעמפעראטור אין די נעכט. ווען עס ווערט ווארימער וועלן זיי גריצלען שנעלער, און ווען עס ווערט קילער, וועלן זיי פארשטאטערן זייערע גריצלערייען.   וויסנשאפטלער האבן אפילו אויסגעארבעט א וועג וויאזוי א מענטש זאל קענען וויסן די גענויע טעמפעראטור דורך דעם. אויב דו הערסט אן איינצעלעם היישעריק, צייל אפ וויפיל מאל ער גריצלט אין פערצן סעקונדעס, פלאס 40, דאס איז די יעצטיגע טעמפעראטור אין די גאס אין פערהייט (וואס מען נוצט אין אמעריקע).   וויאזוי ארבעט דאס? דער אויבערשטער האט זיי באשאפן "קאלט בלוטיג" דאס מיינט אז זייערע קערפערס קענען נישט קאנטראלירן זייער טעמפעראטור. (דער אויבערשטער האט געמאכט אז פארשידענע באשעפענישן קענען האלטן זייערע טעמפעראטור אויף א געוויסע שטאפל אפגעזען אויב עס איז הייס אדער קאלט ארום זיי. צום ביישפיל, אונז מענטשן, ווען מיר זענען הייס, שוויצן מיר, דאס קילט אונז אביסל אפ, ווען מיר זענען קאלט, ציטערן מיר, דאס ווארימט אביסל אן). און אויב ווערט הייס, ווערן זיי אויך הייס, און זיי ווערן מער אקטיוו, אריינגערעכענט אז זיי גריצלען מער. און ווען עס ווערט קעלטער, ווערן זיי מער פאמעליך. און אויב מען הערט זיך צו צו זיי קען מען וויסן די וועטער.   דאס איז א געוואלדיגע לימוד פאר אונז, דער אויבערשטער שיקט אונז רמזים א גאנצן טאג, מיר דארפן נאר צולייגן קאפ, און מיר וועלן הערן ווי דער אויבערשטער רעדט צו אונז.   מען דערציילט אויף פארשידענע צדיקים ענליכע מעשיות, ווי עפעס האט פאסירט און זיי האבן געזאגט אז זיי ווייסן וואס דער אויבערשטער וויל פון זיי. צו זיי דארפן איינעם איבערבעטן, אדער עפעס אנדערש פארבעסערן.   מיר קענען אויך הערן די אלע רמזים פון הימל, דער אויבערשטער רעדט צו אונז אויך. אויב עס גייט אויף אונז דורך א צרה, איז נישט ריכטיג צו באשולדיגן דעם אדער יענעם. איך האב נישט געזאגט אז דו דארפסט דיך באשולדיגן, אבער אויב דו וועסט מאכן התבודדות, זיך אויסשמועסן מיט'ן אויבערשטן, וועסטו "הערן אן ענטפער", דו וועסט זיך דורכשמועסן מיט'ן אויבערשטן, און זוכן וואס "דו" קענסט טון בעסער, און וועסט ארויסקומען קלאר.   אדרבה פרוביר עס אויס וועסטו זען וואונדערליכע זאכן.   ---   שאלות אדער קאמענטארן? שיקט עס צו 845-445-7447 אדער צו askgershon@gmail.com.   ---   האט איר הנאה געהאט פון דער ארטיקל און איר ווילט ארויסווייזן הכרת הטוב?   יעדע נדבה, נישט קיין חילוק וויפיל איר געבט העלפט איר דעם ראש ישיבה פארשפרייטן די שיינקייט און זיסקייט פון אידישקייט, און וועט מיר פערזענליך זיין א געוואלדיגע חיזוק.   אונזער פעידזש https://www.charidy.com/breslev/1370094.   א דאנק פון פאראויס פאר אייער שטיצע.   גרשון קרעמער

    < זעה מער כ אב תשפ"ה 📝
  • האנט שפראך

    שאלה: &nbsp; א גוטן ר' גרשון. &nbsp; צום ערשטן וויל איך אייך באדאנקען פאר אייער געוואלדיגע ארבעט. עס איז אזוי געשמאק צו ליינען אייערע ארטיקלען - אזוי רייך אין תוכן, און אזוי לעבעדיג מיט די רבינ'ס עצות. אסאך מאל ליין איך געדאנקען וואס איך האב שוין געהערט פון פריער, אבער ווען איך ליין עס אין אייערע ארטיקלען, האט עס א פרישע באדייט. &nbsp; יעצט צו מיין שאלה: לעצטענס האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעגעבן א נייע הערליכע מוזיק ווידיא "א מחי' א גרויסע משפחה" אינעם ווינקל אונטן אויף די רעכטע זייט, זעט מען א אינגל מאכט פארשידענע תנועות מיט די הענט. איך קען באשטיין צו וויסן וואס דאס מיינט? וואס טוט ער דארט, און וואס פרובירט ער ארויסצוברענגען? &nbsp; נאכאמאל א גרויסן ישר כח, זאל דער אויבערשטער העלפן זאלסט ווייטער האבן כח אריינצוברענגען אמונה אין אידישע הערצער. &nbsp; י. הורוויץ, לאנדאן הבירה ענטפער: א גרויסן ישר כח ר' יחיאל פאר אייערע ווארימע ווערטער. &nbsp; דאס וואס איר האט געזען אינעם ווידיא איז "האנט שפראך" (סיין לענגוויטש), דער אינגל מאכט פארשידענע תנועות מיט זיין הענט איבערצוטייטשן די ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א, אז אויך די וואס קענען נישט גוט הערן, זאלן אויך קענען הנאה האבן פון דעם ניגון, און באקומען די גוטע זיסע עצות פונעם הייליגן רבי'ן. &nbsp; דאס איז בעצם דאס וואס דער הייליגער רבי טוט מיט אונז אלע. א מענטש קען טראכטן, מילא די גרויסע צדיקים, זיי האבן געלעבט פיר און צוואנציג שעה א טאג מיט'ן אויבערשטן, זיי האבן "מיחד געווען יחודים", זיי האבן געהאט א גוטע לעבן. אבער איך, איך ווייס דאך זייער גוט ווער איך בין, איין מינוט שפיר איך וויל איך וויל נאר טון דעם רצון ה', און וויל זיין גוט, איך ווייין זיך אויס צום אויבערשטן; און א מינוט שפעטער, פאל איך אראפ. איך שפיר מיך ווי אזא דורכפאל, אזא גארנישט; און דער סמ"ך מ"ם מאכט אונז טראכטן אז עס איז א שאד די ארבעט, איך וועל שוין חלילה ממילא נישט זיין אן ערליכער איד. &nbsp; און טאקע פאר דעם קומט דער רבי אריין אין בילד. טאקע אונז מיינט מען. &nbsp; האסט שוין אמאל פרובירט צו געבן אן עפל פאר א בעיבי? עס איז דאך אזוי געזונט, אזוי געשמאק! ניין, ווייל זיי קענען נישט עסן א גאנצע עפל. ער קען זיך חלילה דערשטיקן דערמיט. וואס טוט מען? מען נעמט דעם שיינעם געשמאקן און געזונטן עפל, מען שיילט עס אפ, מען צושניידט עס, מען לייגט עס אריין אין א בלענדער, מען צומאלט עס גוט, אה מחי', פיינע פרישע עפל סאוס, דער קליינער איז זיך מחי' דערמיט, ער לעבט אויף. &nbsp; מיר זענען אויך אזוי. מיר ווילן אויך זיין צוגעקלעבט צום אויבערשטן ווי די גרויסע צדיקים, אבער אויב רעדט מען צו אונז א שפראך פון שמות, קבלה, מדריגות, דביקות, התעוררות, און אפילו התבודדות - קען עס נישט יעדער נעמען, מיר זענען צו ווייט דערפון. קומט דער הייליגער רבי, מיט זיינע תלמידים, דער היילגער רבי נתן, מוהרא"ש זי"ע און היינט דער ראש ישיבה שליט"א, און לייגן עס אריין אין אונזער מויל צומאלן ווי עפל סאוס. &nbsp; דער רבי רעדט צו אונז פשוטע ווערטער: דער אויבערשטער איז דא, ער וויל דיך העלפן, ער קען דיך העלפן, דארפסט פלעין עפענען דאס מויל. ווען דו פארסט אויפן וועג און דו האסט א שכן נעבן דיר פאר עטליכע שעה וועסטו רעדן צו אים? דער אויבערשטער איז מיט דיר טאג איין טאג אויס, רעד צו אים, פשוט אזוי, פונקט ווי דו וואלסט גערעדט צו דיין חבר. &nbsp; * &nbsp; * &nbsp; * &nbsp; פרייליכע נייעס! &nbsp; גרשון קרעמער האט שוין א טעלעפאן נומער. פון יעצט און ווייטער, קען מען שוין שיקן וואויס מעסעדזשעס און טעקסט מעסעדזשעס צו אונזער נייע טעלעפן נומער. &nbsp; 845-445-7447 &nbsp; דער טעלעפאן ווערט נישט אויפגעהויבן, מען קען בלויז לאזן מעסעזשעס. און די וואס גלייכן בעסער אימעל, וועט מען ווייטער קענען שיקן שאלות אויף אימעיל אויף askgershon@gmail.com. &nbsp; מיר ווארטן צו הערן פון אייך!

    < זעה מער יג אב תשפ"ה 📝
  • שניידן האר און נעגל דאנערשטאג

    שאלה: די הלכה איז אז מען שערט נישט די נעגל דאנערשטאג, כדי ס'זאל נישט אנהייבן צו וואקסן שבת. &nbsp; איר האט אמאל געשריבן אז די האר וואס וואקסט שוין ארויס איז שוין טויטע צעלן, און פארדעם שפירט מען נישט קיין ווייטאג ווען מען שניידט עס. &nbsp; ווי איך פארשטיי איז אויך נעגל אזוי - ווייל אויך ביי דעם שפירט מען נישט קיין ווייטאג ביים שערן. &nbsp; אויב אזוי, ווי אזוי ווייסן די ווארצלען אז מען האט זיי יעצט אפגעשוירן, אז ס'זאל נישט אנהייבן וואקסן שבת? &nbsp; משה אריה יוזשעף &nbsp; ענטפער: אין שלחן ערוך (אורח חיים, ר"ס, סעיף א) וואו מען רעדט פון זאכן וואס מען טוט לכבוד שבת, שטייט "ומצוה ... לגלח הצפרנים בערב שבת", עס איז א מצוה צו שניידן די נעגל ערב שבת. דער רמ"א לייגט צו "ואם היו שערות ראשו גדולות, מצוה לגלחן", אויב די האר איז גרויס איז עס א מצוה צו שניידן ערב שבת. &nbsp; דער טורי זהב אויפן פלאץ ברענגט פונעם מהרש"ל אז "עס איז דא א טעם" פארוואס מען זאל עס נישט טון דאנערשטאג, און דער טורי זהב שרייבט דערויף, "ומה שמסיים שיש טעם בנטילת צפרנים, שמעתי הטעם דדרך השערות והצפרנים המגולחים להתחיל לצמוח ביום ג' שאחר הנטילה ע"כ אין לעשות שיהיה זה בשבת, וע"כ גם בגילוח שערות אין לעשות ביום חמישי". אז ער האט געהערט אז די טעם איז אז האר און נעגל הייבן אן צו וואקסן דריי טעג נאכ'ן שניידן, דערפאר זאל מען נישט מאכן אז עס זאל זיין אום שבת, און דערפאר זאל מען זיך אויך נישט שערן די האר דאנערשטאג. &nbsp; פרעגסטו זייער גוט, ווער זאגט פאר די נעגל און די האר אז מען האט זיי יעצט געשוירן? &nbsp; די ערשטע זאך וואס מען קען דא זען, ווי שטארק מען דארף זיך פרייען אז שבת קומט, מען רוימט מען וואשט לכבוד שבת, און מ'נעמט אים אויף און מ'ווארט אויף אים ווי אויף א חשובע גאסט. און אז מען איז פרייליך שבת איז מען זוכה צו א נחלה בלי מצרים, מען קען אייביג לעבן מיט'ן אויבערשטן, נישט קיין חילוק וואס עס פאסירט. &nbsp; צוריק צו דיין שאלה, די נעגל און די האר ווארצלען אינעווייניג אינעם קערפער זענען נאך אלץ פארבינדן מיט די דרויסענדיגע צעלן, אפילו זיי זענען שוין נישט קיין לעבעדיגע צעלן, און זיי קענען "שפירן" ווען מען שניידט עס אפ, כאטש עס טוט אונז נישט וויי, כאפן זיי עס אבער יא אויף, און זיי הייבן אן צו שיקן מעסעדזשעס אז די האר און נעגל זאלן זיך נעמען וואקסן. &nbsp; "עַל יְדֵי שְׁמִירַת שַׁבָּת מַמְשִׁיךְ עַל עַצְמוֹ אוֹר שֶׁל מָשִׁיחַ גַּם עַל יְדֵי תְּשׁוּבָה" (ספר המידות חלק ב' אות ד)

    < זעה מער יא אב תשפ"ה 📝
  • קענען פשוטע מענטשן פארן צום ספעיס?

    שאלה: מיין עלטער זיידע האט זיכער נישט גע'חלומ'ט פון פליען אויף א פליגער, און היינט - געלויבט דעם אויבערשטן - מיט עטליכע יאר שפעטער, פליען מיליאנען מענטשן יעדן טאג. אויך איך גרייט מיך צו פארן צום רבי'ן מיט מיינע אינגלעך צום הייליגן רבי'ן, און איינער פון זיי וויל וויסן צי מען וועט אין די קומענדיגע יארן קענען פארן צום ספעיס, אזוי אויך ווילן זיי הערן וואס מען קען זיך לערנען דערפון. &nbsp; ענטפער: א שיינע שאלה, לאמיר עס צולייגן אביסל, יעצט נעמט א רייזע צום רבי'ן כאטש צוואנציג שעה, און דו וויסלט וויסן צי אין צוואציג דרייסיג יאר ארום וועט מען זיך אריינזעצן אין א ראקעט, און ביז ווייניגער פון א שעה וועט מען זיך זען ביים הייליגן רבי'ן ציון. נישט קיין שלעכטע פלאן! &nbsp; די ערשטע זאך, בעט דעם אויבערשטן, אז ער וויל וועט מען אנקומען דערצו. עס איז שוין היינט דא א מעגליכקייט פאר פשוט'ע בירגער צו פארן צום ספעיס, עס קאסט טאקע עטליכע הונדערט טויזענט דאלער א טיקעט, אבער טעכניש קען יעדער זיין אין ספעיס. &nbsp; און ווי זאכן גייען איז שטארק מעגליך אז אין עטליכע צענדליגע יאר ארום וועט מען קענען קויפן א "ספעיס טיקעט" קיין מירון אויף ל"ג בעומר אדער ראש השנה קיין אומאן. &nbsp; אבער לאמיר נישט פארפארן צו פאנטאזיעס, לאמיר זען א גאר אינטערעסאנטע מעשה וועס דער מדרש דערציילט. מיר באגלייטן יעצט א שטערן זעער, ער דרייט זיך ארום מיט זיין גרויסן שפאקטיוון, און שפאצירט אינאיינעם מיט א פשוטע מענטש אין גאס, ער איז יעצט גאר שטארק פארנומען. &nbsp; ער באטראכט די שטערנס ווי זיי דרייען זיך, און פלוצליג רופט ער אויס מיט שרעק "אין אפריקע וועלן אויסברעכן פינף מלחמות קומענדיגע יאר, און הונדערט טויזענט מענטשן וועלן שטארבן", דער עולם שטייט ארום פארגאפט און הערט אויס זיינע פערל ווערטער, נאך עטליכע מינוט ברענגט ער פרישע נייעס "אונזער באליבטער קעניג גייט קראנק ווערן נאך דעם יאר, און וועט עס נישט איבערלעבן", אזוי גייט ער און באטראכט, געבט אנאליזן און מיינונגען איבער אלץ און אלעמען, אינמיטן באמערקט זיין באגלייטער אז אט דערנענטערט מען זיך צו א טיפן גרוב וואס איינער האט דארט געגראבן, און זאגט פאר'ן שטערן זעער "געב אכטונג, דו פאלסט אריין", אבער דער איז נישט "דאהי"... און פלוצליג האט עס פאסירט... &nbsp; דער שטערן זעער האט שוין געהאט גאנץ אנדערע חשבונות, עס אינטערסירט אים נישט איבער רוסלאנד, שפאניע, אדער פראנקרייך, ער וויל וויסן "וויפיל ביינער זענען מיר נאך געבליבן גאנץ"&nbsp; &nbsp; די זעלבע זאך מיט אונז, פלעגט מוהרא"ש זאגן, דער וויל פליען צו די לבנה, דער צו מארס, אבער מיר דארפן קוקן אויף עפעס אנדערש, וויאזוי גייען דורך מיינע טעג? דער צדיק פרובירט צו שרייען צו אונז און זאגן, "געב דיך אכטונג" אבער מיר זענען פארנומען מיט די "נייעס", מיר "מוזן" וויסן וואס האט טראמפ געזאגט, האט איראן טאקע אויפגעגעבן? וועט רוסלאנד מאכן שלום?&nbsp; &nbsp; ענדרש לאמיר לערענען עטליכע פסוקים חומש, משניות גמרא. און דאס וועט אונז טראגן צום רייזע וואס מיר נעמען מיט אויף אייביג.

    < זעה מער ה אב תשפ"ה 📝
  • אינטערסעטיט הייוועי סיסטעם

    שאלה: איך וואוין אין שטעטל, איז זעה אז די הויפט ראודס האבן נומערן, צום ביישפיל די הויפט ראוד אין שטעטל איז די רוט 52, די הייוועי צום שטעטל איז דער רוט 17; איך וואלט געוואלט פארשטיין, וויאזוי ארבעטן די ציפערן? האבן די נומערן עפעס א באדייט, אדער עס איז סתם געשאסן א נומער? &nbsp; שלום א. עטפער: דו פרעגסט זייער גוט, אבער דער ענטפער איז נישט אזוי פשוט. &nbsp; ביידע ראודס איבער וואס דו פרעגסט זענען (דערווייל) סטיעט רוטס, דאס מיינט אז עס געהערט פאר'ן סטעיט, און איז נישט א חלק פונעם אינטערסטעיט (פעדעראלע) הייוועי סיסטעם וואס לויפן דורך פילע סטעיטס דורכאויס אמעריקע. &nbsp; די אינטערסטעיטס הייוועיס האבן א קלארע סיסטעם, וואס אויב מען ווייסט וויאזוי דאס ארבעט, קען מען וויסן פונעם נאמען אין וועלכע ריכטונג דער הייוועי לויפט, און בערך וואו אין אמעריקע עס איז. &nbsp; די אינטערסטעיט סיסטעם ארבעט אזוי: די הייוויעס וואס לויפן דורך פון אויבן (צפון) ביז אונטן (דרום) באקומען אומגלייכע (אָד) ציפערן (ענדיגט זיך מיט 1, 3, 5 א.א.וו.) און די הייוועיס וואס לויפן פון רעכטס (מזרח) צו לינקס (מערב) באקומען גלייכע ציפער (ענדיגט זיך מיט 2, 4, 6 וכו'). &nbsp; די צווייטע רול איז: די נומערן לויפן אויף א סדר פון לינק אויף רעכטס, און פון אונטן ארויף. צום ביישפיל, די הייוועי וואס דורכאויס די מערב ברעג (מעסט צו לינקס) פון אויבן וואשינגטאן סעטיט ביז אונטן קאליפארניע איז אינטערסטעיט 5, און די הייוועי וואס לויפט גאנץ אונטן (דרום), פון רעכטס פלארידע ביז לינסק קאליפארניע איז אינטערסעטעיט 10. &nbsp; די אויבערשטע (צפון) הייוועי פון רעכטס מעסעטשוסעטס ביז לינקס וואשינגטאן סעטיט (לויפט אויך אביסל דורך אין אפסטעיט ניו יארק נעבן אלבאני, סיריקיוז, ראטשעסטער און באפעלא) איז נומער 90, און די הייוועי וואס לויפט פון רעכטס (מזרח) פון אונטן פלארידע ביז אויבן מעין (גייט דורך נעבן אונז, נעבן נוארק ניו דזשערסי, העכערן דזשארדזש וואשינגטאן בריק, דערנאך פארט עס ווייטער ארויף קיין קאנעטיקוט) הייסט דער 95. &nbsp; אויך אין אונזער לעבן פארן אונז אויף א וועג, א הייוועי וואס דארף אונז ברענען צו אונזער ציל, אויב מיר זענען קלוג נוצן מיר א גוטע דזשי פי עס - אין אונזער פאל איז עס א צדיק, וואס ער ווייסט גענוי יעדע הייוועי און יעדע ראוד ווי עס פירט, פארוואס מען דארף יעצט פארן דא, און יעצט דייקא דארט, מיר קענען זיך צומאל צומישן, און פארגעסן די תכלית פארוואס מיר זענען בכלל דא, אבער אויב מיר פאלגן דעם צדיק וואס איז דבוק אינעם אויבערשטן דער באשעפער וואס ער האט געבויעט די אלע הייוויעס און רוטס מיט א פונקטליכע חשבון, קומט ער אן צום תכלית אפילו ער ווייסט נישט פארשטיין פונקטליך וואס איז די באדייט פארוואס דער מצוה איז מער חשוב, און פארוואס מען דארף זיך פארלייגן אויף דער ענין, מיר פארלאזן זיך אויפן צדיק, און ער ברענגט אונז צום דעסטינאציע אויף א געשמאקע הערליכע אויסגעטרעטענע וועג. &nbsp; די ציפערן קען אונז העלפן אידענטיטפיצירן די הייוועיס, צום ביישפיל דער באקאנטער טרואוועי הייסט אויך דער 87, פארוואס? עס לויפט פון אויבן אראפ (דערפאר ענדיגט זיך עס מיט א 7, אן אומגלייכע ציפער) און האט א ציפער גאנץ נאנט צו 100, וויבאלד עס איז זייער נאנט צום מזרח ברעג. &nbsp; די סטעיט ציפערן גייען נישט ממש אזוי, אבער פרובירן זיך צו האלטן צו די פאלגענדע מהלך. די העכערע ציפערן זענען ענדרש די נייע רוטס אדער נעבן די סיטי, און די נידעריגערע ציפער זענען מער ווייניגער אפסעיט, אדער עלטערע רוטס. &nbsp; בסך הכל זענען די רוטס זייער קאמפליצירטע חשבונות, און כאטש מען קען זאגן גאץ גוטע הסברים מען זאל האב א השגה וואס די נומערן באדייטן, זענען זיי אבער אסאך מער פארוויקעלט און פארדרייט, און מען קען גאנץ גרינג צומשיט ווערן פון די פילע סארטן ראודס ווי אינטערסטעיט, סטעיט רוטס, קאונטי רוטס און לאקאלער גאסן. בפרט ווען פילע סטעיט רוטס גייען צומאל אריבער גרעניצן צו אנדערע סטיעט, ווי זיי קענען זיך צומאל טוישן דעם נאמען... איר קענט פרעגן א שאלה דורך שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער יח תמוז תשפ"ה 📝
  • שטיינער אויפן נייעם ראוד

    שאלה: געלויבט דער אויבערשטער מען האט איבערגעמאכט די ראוד אויף האשקי, מען האט געזען א הערליכע פרישע גלאנציגע שווארצע ראוד, עס איז געווען סמוד און געשמאק צו פארן דערויף. &nbsp; אבער תיכף נאכדעם וואס זיי האבן געענדיגט, האב איך געזען ווי די ארבעטער קומען אן און גיסן ארויף א שווארצע קלעבעדיגע אויל, און איבער דעם האבן זיי אויסגעגאסן א טראק מיט קליינע שטיינדעלעך. &nbsp; עס איז מיר ממש א וואונדער, פארוואס האט מען גענומען דעם נארוואס געענדיגטן שיינעם גלאנציגן ראוד, און עס פארוואנדלעט אין א שמוציגע אפגענוצטע באמפי ראוד. פארוואס האבן זיי דאס געדארפט טון? &nbsp; נחמן נתן בוים ענטפער: דאס וואס דו לייגסט דא אראפ, איז א פראצעדור וואס מען רופט "טשיפ סינלינג", וואס איז א ספעציעלע מעטאד וואס די הייוועי דיפארטמענט נוצט צו באשיצן דעם נייעם ראוד, אז עס זאל זיך האלטן לענגער. &nbsp; ווען מען מאכט א נייע ראוד, איז עס טאקע "הערליך פריש און גלאנציג", אבער ווען עס גייט אריבער אביסל צייט, נאך עטליכע זומערס און ווינטערס, נאכדעם וואס הונדערטער קארס, טראקס און באסעס זענען געפארן דערויף, וועט דער נייער ראוד זיך אנפאנגען שפאלטן, און צופאלן - אזוי ווי עס האט אויסגעזען ממש ביז יעצט. &nbsp; כדי צו באשיצן דעם ראוד, וועט מען עס איבערדעקן מיט א באשיצענדע שיכט, וואס וועט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף האלטן דעם ראונד גאנץ פאר אסאך יארן. &nbsp; וואס זיי טוען איז ווי פאלגענד: מען גיסט ארויף הייסע פליסיגע אספאלט איבערן ראוד, דאס מאכט אז וואסער זאל נישט דורכגיין דעם ראוד, וואס איז דער עיקר גורם אז ראודס צוברעכן זיך אין פלעצער ווי עס איז דא קאלטע ווינטערס. דערנאך גיסט מען ארויף דערויף זייער קליינע שטיינער (טשיפס), דערנאך וועלן די קארס אראפדרוקן די שטיינער און זיי גוט אריינעסן אינעם אספאלט, וואס וועט העלפן אז די אספאלט זאל זיך האלטן, און וועט אויך העלפן אז די ראוד זאל זיין ווייניגער גליטשיג אין רעגנס און שנייען. &nbsp; ממש די זעלבע זאך געשעט אין אונזער לעבן. אסאך מאל שפירט א מענטש אמאל האב איך געהאט אזא שיינע גלאנציגע לעבן, וואס האט פאסירט מיט מיר? פארוואס האט מיר דער אויבערשטער אנגעגאסן מיט אזויפיל קלעבאכט, אזויפיל שטיינער, איך שפיר זיך אזוי אפגענוצט און אלט? &nbsp; אבער דער אמת איז אז דאס איז פאר דיין טובה, א ראוד וואס איז צו גלאט, קען מען זיך גרינג אראפגליטשן דערפון, די אלע טשעלענדזעס און שטיינער זענען נאר דא אז דו זאלסט האלטן שטארק, און נישט חלילה פארגעסן פונעם אויבערשטן. יעדע נסיון אזי בלויז דיר צו דערמאנען פארוואס דו געפינסט זיך דא, און דיך העלפן צו ווערן שטערקער און בעסער. &nbsp; צו פרעגן א שאלה שיקט צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ד תמוז תשפ"ה 📝
  • וויפיל פארדינט די וועלט במשך א יאר

    שאלה: לכבוד ר' "גרשון" שליט"א &nbsp; איך וואונדער מיך אויב איר ווייסט צו זאגן א נאמבער וויפיל געלט פארדינען אלע מענטשן פון דער וועלט צוזאמען גערעכנט אין א יאר, נאכמער וואנדער איך זיך וויאזוי דו וועסט דאס מקשר זיין מיט עבודת השם... &nbsp; יישר כח, איך האב זייער הנאה צו ליינען יעדע וואך אייערע נייעס און "אלעס'ן" אריינגעפלאכטן מיט מוסר השכל און אייבישטער. &nbsp; יואליש קרויס &nbsp; &nbsp; ענטפער: די "וועלט באנק" און די "אינטערנאציאנאלע מאניטערי פאנד" שאצן אז די "גראס וועלט פראדוקט" GWP (פער לאנד רופט מען עס גראס דאמעסטיק פראדוקט - GDP), וואס די ווערד פון אלעס וואס ווערט פראדוצירט און פארדינט דורך אלע מענטשן און ביזנעסער פון די גאנצע וועלט אינאיינעם איז געווען בערך $110,000,000,000,000.00 (הונדערט און צען טריליאן דאלער) פאר די גאנצע יאר 24' למספרם. דער ציפער רעכענט אריין וועידזשעס, פארדינסטן, רענט, און סערוויסעס וואס זענען געווארן צוגעשטעלט ארום די גאנצע וועלט. &nbsp; וויבאלד עס איז עכט כמעט אוממעגליך צו באגרייפן פאר א מענטשליכער מח דער ריזיגער ציפער, לאמיר עס צוטיילן צווישן די בערך אכט ביליאן מענטשן אויף דער וועלט, אויב מען וועט נעמען דעם סכום און צוטיילן אייניג פאר יעדע מענטש אינעם גלאוב, וועט עס אויסקומען אביסל ווייניגער פון פערצן טויזנטע דאלער פער מענטש פער יאר. &nbsp; יעצט ווילסטו וויסן וויאזוי מען קען עס מקשר זיין צו עבודה ה', עס איז דא א דיבור פון הייליגן רבי'ן "אדער נעמט מען אוועק דאס געלט פונעם מענטש, אדער דעם מענטש פונעם געלט", דא ליגט א מורא'דיגע לימוד, וואס איז מורא'דיג פשוט אבער גייט זייער טיף, קיינער בלייבט נישט אייביג צוזאמען מיט זיין געלט. - אויסער אויב ער איז מעלה זיין געלט, און מאכט דערפון עפעס א גוטע אינוועסטמענט, אינוועסטמענטס אויפ'ן סטאק מארקעט אדער ביטקוין וועט נישט העלפן, ווייל אויך ביי דעם גייט אן דעם כלל, אדער בלייבט דער מענטש אנעם געלט, אדער די געלט אנעם מענטש. עס זענען דא אסאך גוטע אינוועסטמענטס אוועליבל. יעדע וואך ווערט אדווערטייזט דא אין בלעלט גאר שטארקע אינוועסטמענטס, פון פראיעקטן וואס אויב מען לייגט דארט דאס געלט בלייבט דאס געלט מיט'ן מענטש אויף אייביג, מען קען בויען מוסדות, געבן פאר צדקה וחסד, שטיצן ארימעלייט, דרוקן ספרים וואס דערמאנט אידן פונעם אויבערשטן. &nbsp; ווען מען זעען די הונדערט און צען טריליאן דאלער וואס די וועלט פארדינט יעדעס יאר, וויפיל פון דעם בלייבט, און וויפיל גייט לטמיון פאר נארשקייטן? &nbsp; דער הייליגער רבי נתן האט געטייטשט "צדקתך צדק לעולם, ותורתך אמת", וועלכע צדקה בלייבט פאר אייביג, אויב מען געט עס פאר'ן דרוקן ספרים פונעם צדיק האמת. &nbsp; אין מלווין לו לאדם לא כסף ולא זהב, אלא מצוות ומעשים טובים צו פרעגן א שאלה שיקט צו askgershon@gmail.com &nbsp;

    < זעה מער כט סיון תשפ"ה 📝
  • די ווייסעכל פונעם איי

    שאלה: וויאזוי ווערט אייער פארהארטעוועט און ווייס נאכ'ן קאכן? אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע - וואס עס קען זיין אסאך האבן זיך שוין געוואונדערט, וויאזוי ווערט אן איי גענצליך איבערגעטוישט, סיי אין סטרוקטור און סיי אין קאליר נאכ'ן ווערן אפגעקאכט. &nbsp; די איי ווייסל באשטייט בעיקר פון וואסער און פון א געוויסע פראטין וואס הייסט אלבומען. ווען די איי איז רוי זענען שטייען די פראטין שטיקלעך יעדער פאר זיך, אויף א אזא וועג אז עס לאזט דורך ליכטיגקייט (וואס אזא צושטאנד רופט מען "דורכזיכטיג"), נאכדעם וואס עס ווערט אנגעהיצט, עפענען זיך די פראטין מאלעקיולן אויף און זיי שטעלן זיך צוזאם, כאפן זיך אן פעסט, וואס דאס איז גורם אז די ליכטיגקייט קען מער נישט דורכגיין, און מען זעט דעם ווייסן קאליר, אזוי אויך ווערט עס שטייף און הארט און לאזט זיך מער נישט רינען. &nbsp; ווען א מענטש גייט דורך א צרה, איז עס נישט "פערצופאל" עס איז אז דער איז שולדיג, יענער איז שולדיג, עס איז א שאד צו באשולדיגן דיין טאטע, דיין מאמע, דיין ווייב אדער מאן אין אלע דיינע צרות. ווייל עס איז נישט זיי. עס איז דא איינער דער באשעפער וואס האט באשאפן די גאנצע וועלט, וואס האלט די גאנצע וועלט, און יעדע דומם צומח חי אדער מדבר איז איין שטיק אלקות, עס איז גארנישט דא אויסער אים, ער שטייט אונטער אלעם, און די "היץ" וואס דו גייסט דורך איז נאר דיר בעסער צו מאכן. &nbsp; יעצט ביסטו ליידיג, דו פארגעסט ווער עס האט דיר באשאפן, דו פארגעסט פארוואס דו ביסט דא אויף דער וועלט, דער באשעפער קאכט דיר אביסל אויף, זאלס ווערן אויסגעלייטערט, ווייס און ריין, זאלסט באקומען שטארקייט. אלעס וואס דו גייסט אריבער איז נאר פאר דיין טובה. דריי דיך אויס און קוק ווער עס קלאפט דיר אויפן רוקן וועסטו זען אז עס איז דיין בעסטער חבר, וועסטו אויפהערן צו זיין ברוגז אויף די גאנצע וועלט. עס איז דער אויבערשטער וואס וויל זען וואס דו גייסט טון, און צו וועם דו וועסט אנטלויפן ווען דו האסט א צרה. &nbsp; עס איז נישטא וואו צו לויפן ווען מען גייט דורך שוועריקייטן. נאר דער אויבערשטער קען דיר העלפן, און נאר ער וויל דיר העלפן, און אויב דו אנטלויפסט צו אים ביסטו א געהאלפענער. &nbsp; צום הייליגן סאטמארן רבי'ן זי"ע איז אמאל אריינגעלאפן א פאר'צרה'טער איד מיט בכיות נוראות, דער איז האט מיטגעמאכט שבעה מדורי גהנום אין אוישוויץ, איבערגעלאזט על קידוש השם א גאנצע משפחה, א ווייב מיט קינדער, און נאך די מלחמה האט ער ווידער אויפגעשטעלט א משפחה, און יעצט איז מען אים געקומען זאגן די בשורה, אז זיין איינציג קינד איז נעבעך אומגעקומען אין אן עקסידענט ל"ע. דער הייליגער צדיק האט אים אנגעקוקט און מיטגעוויינט. נאך עטליכע מינוט זאגט אים דער רבי, "איך האב אויך פארלוירן א ווייב, אלע מיינע קינדער, ווען איך שפיר אז איך האלט עס מער נישט אויס, אנטלויף איך צו די גמרא". ווייל נאר ביים אויבערשטן און ביי די הייליגע תורה, קען מען טרעפן א טרייסט. נאר דאס קען העלפן א מענטש. &nbsp; שיקט אריין אייער שאלה צו askgershon@gmail.com

    < זעה מער כא סיון תשפ"ה 📝
  • יזדזע העולם, הרעישו תבל ומלואו

    א גאר שארפע קול קורא איז ארויסגעקומען קעגן א שרעקליכע פירצה וואס פרובירט אריינצוקומען במחנינו, און דארעט חלילה צו אפקילן יעדן ערליכן איד שומרי תורה ומצוות און אים אנפילן זיין מח מיט געפערליכע דעות נפסדות, ותוצאותיו מי ישורנה. &nbsp; דער קול קורא רופט יעדן איד אשר בשם ישראל יכונה, אז מען זאל וויסן אז די וואס זענען נעבעך פארכאפט אין די דיעות כוזבות, מען זאל וויסן אז זייערע השקפות זענען קעגן דעם דרך התורה והמסורה, און די יעניגע השקפה איז שקר מיסודו, און דאס קומט פונעם סמ"ך מ"ם דער מלך זקן וכסיל וואס זוכט אלע מיטלען אפצופירן אידישע קינדער מדרך התורה המסורה לנו מדור דור. &nbsp; פון וועלכע שרעקליכע פירצה רעדט מען דא? לאמיר אנהייבן דעם קול קורא פון אנפנאג, און מיר וועלן עס איבערטייטשן אויף מאמע לשון המדברת בינינו, כדי מיר אלע זאלן וויסן זיך אפצוהיטן פון דעם שרעקליכן פירצה. &nbsp; "יזדעזע העולם, הרעישו תבל ומלואו", שרייט דער קעפל פונעם צעטל, "די וועלט זאל אויפציטערן, מען דארף שרייען אויף די גאנצע וועלט!". &nbsp; עס איז באקאנט - הייבט דער קול קורא אן מיט די קליינע ווערטער - פון אונזערע הייליגע רבי'ס, שרפי מעלה קדושים וטהורים, דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע און זיינע תלמידים, וואס האבן מפרסם געווען פאר די גאנצע וועלט אז: &nbsp; א) יעדער איד, נישט קיין חילוק ווער, איז זייער באליבט ביים אייבערשטן, און דער אויבערשטער בארימט זיך און איז זיך משתשע מיט יעדעם איינעם, ממש ווי ער וואלט געווען א בן יחיד. &nbsp; ב) יעדע מחשבה, יעדע ווארט, יעדע מצוה'לע, איז זייער באליבט ביים אויבערשטן, און ער האט א געוואלדיגע תענוג דערפון, און ער פריידט זיך זייער שטארק דערמיט. &nbsp; ג) יעדע נסיון, יעדע שוועריקייט וואס א איד גייט דורך, אלעס איז כולו חסד ורחמים פונעם אויבערשטן, אלעס איז מיט'ן ציל אז א מענטשן זאל ווערן נענטער צום אויבערשט, און ער זאל שטייגן דורכדעם. &nbsp; און היות - זאגט דער קול קורא - אז עס קומען אן שרעקליכע שמועות, וואס עס איז שווער צו גלייבן, אז עס זענען ליידער דא אידן, וואס פירן זיך ווי שומרי תורה ומצוות, און רחמנא ליצלן גייען זיי ארום מיט א זויערע פנים, מיט א געבויגענעם רוקן, צובראכן און טרויעריג, און ווערן נערוועז פון יעדע זאך, און דערפאר איז בכלל נישט קיין חידוש אז זיי פאלן נעבעך אריין זייער גרינג אינעם נעץ פונעם יצר הרע. &nbsp; דערפאר - פירט דער צעטל אויס - ווי אויבנדערמאנט - אז דער השקפה איז קעגן די דרך התורה והמסורה. &nbsp; דער צעטל פירט אויס מיט א תפלה צום אויבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו גלייבן אינעם אויבערשטן, גלייבן אין זיינע חסדים, גלייבן אין די הייליגע תורה, און חז"ל און אין אלע צדיקים, גלייבן אין זיך אז מיר זענען באליבט ביים אויבערשטן, און אין דעם זכות וועלן מיר זוכה זיין צו מקרב זיין ביאת משיח צדקינו. &nbsp; אונטערגעשריבן, היהדות הנאמנה באמעריקא

    < זעה מער כ סיון תשפ"ה 📝
  • פון וואו קומט זאלץ?

    פראגע: פון וואו קומט זאלץ?&nbsp; &nbsp; ענטפער: זייער א גוטע שאלה, זאלץ קומט בעקיר פון צוויי מקורות, די ערשטע רופט מען "שטיין זאלץ" דאס איז זאלץ וואס מען גראבט ארויס פון די ערד פון "זאלץ מינעס", אבער בעיקר נעמט מען זאלץ פונעם ריזיגן אקעאן - די ריזיגע ימים וואס נעמען ארום בערך צוויי דריטל פונעם ערד קוגל. &nbsp; די וועג וויאזוי מען באקומט די זאלץ איז זייער פשוט, די זאלץ פירמעס פילן אן ריזיגע פלאכע דינע באסיינען מיט ים וואסער וואס אנטהאלט אין זיך אסאך מינעראלן, ובתוכם אונזער זאלץ, מען לאזט די וואסער אויסוועפן אונטער די הייסע זון, און מען בלייבט איבער מיט א דינע ווייסע שיכט, ישר כח אויבערשטער, מיר האבן זאלץ. &nbsp; די ביליגע ביטערע פשוטע זאלץ איז נישט עפעס וואס די וועלט קען זיך באגיין אן דעם, כמעט יעדע מאכל זאלציג צי זיס, אנטהאלט כאטש אביסל זאלץ דערין; יעדע באלעבאסטע וועט עדות זאגן ווי זאלץ העלפט ארויסברענגען די גוטע טעם אפילו פון זיסע קעיקס, ישר כח אויבערשטער פאר די געשמאקע טעם וואס מיר שפירן אין עסן! &nbsp; אבער נישט בלויז פארן געשמאקן טעם דארף מען זאלץ, דער מענטשליכער קערפער מוז האבן זאלץ (טעכניש הייסט עס "סאדיום") אינעם סיסטעם כדי צו קענען געהעריג פונקציאנירן; אבער ונשמרתם מאד לנפשתיכם, מען דארף עסן זאלץ מיט א מאס, ווייל פאר טייל מענטשן קען צופיל זאלץ גורם זיין הויכע בלוט דרוק. אבער ווידער שקויעך אויבערשטער, אונזער הארץ און מוסקלען קענען גוט פונצינירן מיט די ריכטיגע מאס סאדיום! &nbsp; ווען מיר פאלגן א צדיק, און מיר לייגן אוועק אונזער שכל וועלן מיר אנקומען זייער ווייט, מיר וועלן שפירן דעם אויבערשטן, און האבן א זיסע אמונה'דיגע לעבן. קענען מיר דען אפשאצן מיט אונזער באגרענציטע שכל וועלכע מצוה איז טייער און וועלכע מנהג איז וויכטיג, מיר הערן אויס דעם צדיק וואס זאגט אונז אז די פשוטע מצוות וואס די וועלט מאכט אוועק - דאס איז וואס געבט אונז חיות, מעביר סדרה זיין דאס וועט אונז צוקלעבן צום אויבערשטן, מיט אמונה וועלן מיר קענען דורכגיין יעדע שוועריקייט, א מקוה וועט אונז אויפוועקן צוריק צו קומען צום אויבערשטן, אז דו וועסט דאווענען מיט מנין - וועסטו האבן פרסה, שלום בית איז די שליסל צו א פרייליכע לעבן, און אזוי ווייטער. &nbsp; נישט קיין חילוק צי דו גלייכסט א צוקערדיגע בונדאש אדער א זאצליגע, געדענק אז דו ביסט א חלק אלוקי ממעל, און פאר'ן אויבערשטן ביסטו צוקער זיס!

    < זעה מער יד סיון תשפ"ה 📝
  • שאלה: וואו געפונט זיך דער הר סיני

    ענטפער: דער בארג סיני אויף דער אויבערשטער האט אונז געגעבן די תורה געפונט זיך אין מדבר סיני, וואס הייסט היינט דער סיני האלב אינזל וואס געפונט זיך אין די היינטיגע מצרים (עגיפטן), נישט ווייט פונעם ים סוף (דער רויטער ים). &nbsp; לויט די חוקרים איז די פונקטליכע פלאץ ווי דער בארג געפונט זיך תלוי במחלוקת, אבער ביי מיר איז קלאר דער פונקטליכער ארט פונעם הר סיני, און נישט נאר וואס עס איז באקאנט דער פלאץ, נאר מען קען גרינג צוקומען דערצו - אריינגערעכענט דו. דארפסט אפילו נישט פארן מיט קיין פליגער, און גיין לאנגע שעות מיט קעמלען אין א הייסע טרוקנע מדבר, ווייל הר סיני געפונט זיך אין דיין דיינינג רום, דארפסט פלעין ארויסנעמען א חומש, א משניות אדער א גמרא און אנהייבן זאגן די ווערטער. &nbsp; פון וואו נעם איך דאס אז דאס איז דער ריכטיגער הר סיני, מיש אויף שיחות הר"ן סימן ע"ו, דער רבי זאגט קלאר אז דו קענסט זאגן די ווערטער, און דאס הייסט געלערענט. און דאס האט מוהרא"ש גע'חזר'ט מיט אונז, נישט איין מאל, און נישט הונדערט מאל, נאר כמעט טאג טעגליך האט ער זיך געבעטן ביי אונז, "פרוביר אויס די זיסע וועג פונעם רבי'ן", האטס שוין פרובירט מיט א חברותא, אבער איין טאג האסטו א שמחה, און דער צווייטער טאג האט ער אן אפוינטמענט, האסט שוין פרובירט א שיעור, אבער דו שלאפסט איין; אפשר איז צייט צו פרובירן צו פאלגן דעם רבי'ן, וועסט זען אז די תורה וועט דיר באלייכטן די אויגן, הייב אן זאגן די ווערטער, פלעין זאג די עברי ווי א פינף יעריג אינגל, "וממילא יבין", איבערצייג דיך עס אליינס. און אויב נישט, "ואם לא יבין", זאגט דער הייליגער רבי "מה בכך", איז וואס? "כי מעלת ריבוי הלימוד עולה על הכל", עס לוינט זיך. און אויסער דעם וועט עס דיר אפרייניגן פון דיינע שלעכטע געוואוינהייטן, עס וועט זיך ארויסנעמען פון דיינע עדיקשאנס מיט וואס דו פלאגסט זיך און וועט דיר אנפילן מיט אמת'ע סיפוק און שמחת החיים. &nbsp; די אראבער אינעם געגענט פון מדבר סיני האבן א בארג וואס זיי רופן "דזשאבל מוסא" וואס מיינט אויף אידיש "משה בארג", דער בארג איז אין דרום זייט פון מדבר סיני, און שטייט ביי א הויכקייט פון בערך 7,500 פוס (בערך 2,300 מעטער), און שטארט שטארק ארויס אלץ א הויכער בארג צווישן די ארומיגע בערג (עס איז דער צווייט העכסטער בארג אינעם סיני האלבאינזל), וואס ווארפט אפ די מעגליכקייט אז דאס זאל זיין דער בארג, ווי חז"ל זאגן אונז קלאר פארוואס האט דער אויבערשטער אויסגעקליבן דעם בארג סיני ווייל ער דער נידעריגיסטער בארג, צו ווייזן אז מיר דארפן זיך האלטן קליין. &nbsp;

    < זעה מער ב סיון תשפ"ה 📝
  • די פארקערטער אותיות פון ם' און ס'

    שאלה: ווי באקאנט זענען דא אותיות מרבעות, (אפשר הייסט עס "לשון הקודש אותיות"), "רש"י אותיות", און "געשריבענע אותיות", וואס ביי אונז אין חדר האט מען עס גערופן "אידישע אותיות". וואס איך וואונדער זיך איז אזוי: פארוואס זענען די אותיות "ס" און "ם" ממש פארטוישט צווישן די "אידישע אותיות" און "רש"י אותיות" - די "ס" פון אידיש איז די "ם" פון רש"י, און די "ם" פון אידיש איז די "ס" פון רש"י. אזוי אויך וויל איך וויסן וואס איז די ריכטיגע וועג צו רופן די אלע דריי סארטן אותיות, און פון וואו עס שטאמט. &nbsp; ענטפער: זייער אן איטערעסנאטע פראגע. א מלמד האט מיר טאקע אמאל געזאגט אז ער מוטשעט זיך אין חדר אויסצולערענען די קינדער די "ס" מיט'ן "ם" צוליב וואס זיי זענען פארטוישט. דער אויבערשטער האט מיר דאן חונן דעת געווען, איך האב אים געזאגט אז ער קען זאגן פאר די קינדער אז די "אידישע אותיות" זענען בערך ווי די "לשון הקודש אותיות", דער "ס" איז רינדיג, און דער "ם" האט אן עק וואס דערמאנט דער "ם". און ביי די רש"י אותיות זענען ביידע אותיות די זעלבע, אבער ביים "ס" איז דא א "ס'ימן" צו וויסן אז דער איז דער "סמך"... &nbsp; יעצט צו דיין פראגע פארוואס זיי זענען פארטוישט, דאס איז ווייל זיי זענען אנטוויקעלט געווארן אין גאנץ אנדערע פלעצער. די "כתב רש"י" איז אנטוויקעלט געווארן אין שפאניע און אין איטאליע פאר הונדערטער יארן צוריק, און איז גענוצט געווארן פונקט ווי די "אידישע" אותיות אלץ א וועג צו שרייבן אויף א גרינגע וועג. דער סיבה פארוואס עס האט באקומען דער נאמען "רש"י אותיות" איז ווייל אינעם ערשטן דרוק האט מען געדרוקט דעם פירוש רש"י מיט בערך די אותיות (די אותיות זענען אביסל פארדרייט געווארן פונעם אריגנעל ווען מען האט עס געוואלט צופאסן מען זאל עס גרינג קענען דרוקן), מיט'ן ציל עס זאל זיין גרינג צו פונאדערשיידן רש"י פון די גמרא. (מען האט נאך דאן נישט געקענט דרוקן אזויפיל סארטן אותיות ווי היינט מיט א דרוק פון א קנעפל...) &nbsp; די "אידישע אותיות" זענען אבער אנטוויקעלט געווארן אין בערך די זעלבע תקופה אבער אין די אשכנזישע לענדער, אין די זעלבע צייט וואס די שפראך אידיש האט זיך אנטוויקעלט. דאס איז אויך גענוצט געווארן - און ווערט נאך אלץ גענוצט - בעיקר צו שרייבן. &nbsp; די ביידע פלעצער זענען זיך כמעט נישט צוזאם געקומען אין יענע צייט, און דער אויבערשטער האט אזוי צוגעפירט אז ביידע זאלן נעמען בערך די זעלבע זאך נאר פארקערט פאר די צוויי אותיות. &nbsp; ווען מען שרייבט א ספר תורה, אויב לאזט מען אויס איין אות איז דער ספר תורה פסול. דער ספר תורה מוז האבן אלע ששים ריבוא אותיות, מיר זענען אויך אזוי, דער אויבערשטער דארף יעדן איד. נישט קיין חילוק ווי נישטיג דו שפירסט זיך ביסטו א חלק פונעם ספר תורה וואס שטעלט צוזאם כלל ישראל, און דו ביסט א וויכטיגע חלק דערפון. מאך דיך נישט אוועק, אפילו דו ביסט ווי דו ביסט קענסטו נאך אלץ צוריק קומען. &nbsp; וויאזוי זאל מען זיי רופן? די אותיות וואס מען לערנט אין כתה א', קען מען רופן "אותיות מרובעות" (זיי זענען מער געקעסטלט), אדער "דרוק אותיות" (אין אלגעמיין נוצט מען די אותיות ביים פרינטן). "רש"י אותיות" איז איבעראל אנגענומען עס צו רופן אזוי; און די אותיות וואס מיר שרייבן, רופט מען טייל פלעצער "אידיש אותיות", צוליב וואס דאס איז געווען די שריפט וואס אידן במשך אסאך דורות האבן גענוצט צו שרייבן אידיש, עס איז דא וואס רופן עס "כתב אשכנזי", און אנדערע רופן דאס "שרייבן אותיות" אדער "כתב יד אותיות", צוליב וואס דאס נוצט מען ביים שרייבן. &nbsp;

    < זעה מער כט אייר תשפ"ה 📝
  • וויאזוי וואקסט האר?

    שאלה: וויאזוי וואקסט האר? ענטפער: אויך אין אזא פשוטע שאלה "וויאזוי וואקסט האר?" קען מען טרעפן דעם אויבערשטן, און עצות וויאזוי צו קענען אנגיין אין לעבן אויך אין שווערע אומשטעדן. &nbsp; די נושא איז פאסיג בפרט יעצט ווען מיר שטייען ממש איידער דעם הייליגן יום טוב שבועות ווען אלע אידן גיין זיך פריש שערן לכבוד יום טוב, נאכדעם וואס מען האט איינגעהאלטן ערליך די הלכות פון אבילות פון די ספירה טעג. &nbsp; אויף אונזערע קעפ געפונען זיך אין דורכשניט איבער הונדערט טויזענט קליינע האר-ווארצלען וואס הייסטן "פאליקלען", יעדע פאליקל איז א פולקאמער האר פאבריק וואס פאבריצירט אונטער די הויט כסדר פרישע לעבעדיגע האר צעלן, און די פרישע האר צעלן שטופן ארויס די אלטע האר צעלן וואס "שטארבן אפ" איינמאל זיי געפונען זיך אינדרויסן. &nbsp; די סיבה פארוואס מיר רופן עס "שטארבן" איז ווייל עס איז שוין בכלל נישט מחובר צום מענטש אויסער פיזיש צוגעקלעבט צו די נייע האר צעלן. דערפאר וועט מען נישט שפירן קיין ווייטאג ווען מען שערט אפ האר, אבער אויב מען וועט "ארויסרייסן" האר, וועט מען עס שוין איינמאל שפירן, ווייל דאן רירט מען צו צו די פרישע האר וואס "לעבט" און האט ווייטאג נערוון דערין. &nbsp; דער אויבערשטער געבט פאר יעדעם אן אייגענארטיגע האר קאליר, טעסטור אין אויסזען, קיינער האט נישט די זעלבע האר פון א צווייטן, א זאך וואס די פאליציי נוצט פיל מאל ביי אויספארשונגען אויב טרעפט מען א האר אלס א באווייז אויפן פארברעכער. &nbsp; די האר וואקסן אזוי שטאט אז עס אוממעגליך צו באמערקן ווי זיי וואקסן, אין דורכשניט וואסט עס צווישן א האלבע און איין מילימעטער א חודש, דאס מיינט אז כאטש עס קען נעמען עטליכע יאר אז די האר וואס וואקסט היינט ארויס זאל אנקומען אונטן די פיאות, וועלן זיי צום סוף אנקומען, א מענשט בכלליות איז אויך אזוי, אויב מען וואקסט שטייטעלעך וועט מען אנקומען זייער ווייט... ווי דער רבי האט אונז געלערענט "מעט גם כן טוב", אויב א מענטש פרובירט צו טאנצן גרויסע טרעפ אויף אמאל וועט ער זיך איבערדרייען און צוקלאפן, ענדערש גיין קליינע אבער כסדר'דיגע טרעפ און מען וועט אנקומען אסאך ווייטער. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט טיישטן די גמרא "הרבה עשו כרבי שמעון - ולא עלתה בידם", אויב מען וויל נאכמאכן דעם הייליגן רבי שמעון אינגאנצן, דאס קען מען נישט, ענדערש מאך נאך איין זאך, דאס וואס דו קענסט, פריי דיך מיט'ן הייליגן שבת, זיי מכבד דעם שבת אזוי ווי רבי שמעון, קענסט נישט לערנען צוועלף יאר אין א מערה ווי רבי שמעון? אבער קענסט זיצן ביי דיר אין דיינינג רום אין "זאגן" איין בלאט גמרא יעדן טאג, אין זיבן יאר ארום וועסטו מאכן א סיום הש"ס, פון פינף מינוט א טאג.

    < זעה מער כז אייר תשפ"ה 📝
  • די קאמפליצירטע קרעדיט קארד ציפערן

    שאלה: ווען איך באצאל עפעס אנליין, און איך לייג אריין מיין דעביט אדער קרעדיט קארד, אויב איך האב געמאכט א טעות און געלייגט א נישט ריכטיגע נומער, ווייסט עס די וועבסייט תיכף אויפן פלאץ אפילו אן פרובירן. וויאזוי ווייסן זיי גלייך אז די נומער איז נישט ריכטיג? &nbsp; ענטפער: זייער אן אינטערעסאנטע פראגע, און עס איז טאקע ריכטיג, בדרך כלל וועלן וועבסייטס וויסן צי די נומערן פונעם קארטל זענען בכלל ריכטיג אדער נישט נאך איידער זיי פרובירן עס צו טשארדזשן. די סיבה דערצו איז אז קרעדיט קארד ציפערן זענען נישט אבי ציפערן אין די וועלט אריין. קאמפיוטערס היינט האבן אריינגעבויט אינעם סיסטעם היינט צו טאג צו קענען אויפכאפן נומערן פון קארטלעך אויב עס קען זיין ריכטיג אדער נישט. &nbsp; צום ערשט דארף מען שטארק אכטונג געבן פון קרעדיט קארטלעך, א קרעדיט קארטל איז א איינלאדענונג פון א פירמע צום מענטש "ווילסט עפעס קויפן און דו האסט נישט יעצט קיין געלט, זארג דיך נישט, מיר וועלן עס דיר אויסלייגן, און וועסט שוין שפעטער באצאלן,", עס זעט אויס ווי דאס איז א פשוטע גוטסקייט פון די פירמעס; אבער באמת ליגט דא א גרויסע ריזיקע, דער רבי זאגט אז מען דארף זייער אכטונג געבן פון חובות, און עס איז זייער גוט אוועקצושטיין פון קרעדיט קארדס. ב"ה אז מען קען אויך נוצן דעביט קארטלעך איינצוקויפן, און מען מוז נישט האבן קיין קרעדיט קארט בכלל. &nbsp; וויאזוי ווייסט די קאמפיוטער צי די ציפערן זענען ריכטיג? די ציפערן פונעם קארטל זענען געבויעט אויף קאמפליצירטע חשבונות, און אין די רגע מען לייגט אריין די ציפערן אינעם שורה ווי עס באלאנגט, וועט עס די קאמפיוטער אליינס אויסרעכענען, נאך איידער זיי געבן עס ווייטער צום פירמע, און אזוי ארום אויב איינער האט געמאכט א טעות זאל מען עס תיכף אויפכאפן, און קענען אריינגעבן דעם ריכטיגן ציפער נאך איידער מען פרובירט עס צו טשארדזשן און עס קומט צוריק אז עס ארבעט נישט. &nbsp; די ערשטע זאך וואס דער קאמפיוטער טשעקט איז די "לוהן אלגעריטעם", עס מאכט א לאנגע חשבון וואס איז געוואנדן יעדע ציפער דער וויפילטער ער איז, יעדע ציפער ווערט אראפ גערעכענט 9 אויב עס איז העכער 9, דערנאך רעכענט מען צוזאם די אלע ציפערן, און אויב די סך הכל ענדיגט זיך מיט 0 (צום ביישפיל 90) איז עס מעגליך א ריכטיגע קארטל ציפער, אויב קומט עס אויס סיי וועלכע אנדערע ציפער, שפייט דער קאמפיוטער אויס "אינוועליד קארטל נומער", און ער לאזט עס דיר נישט אריינגעבן. &nbsp; די צווייטע זאך אויף וואס דער קאמפיוטער קוקט איז פשוט די ערשטע עטליכע ציפערן פונעם קארטל. אויב הייבט זיך עס אן מיט 4 איז עס א וויזע, אויב הייבט זיך עס אן מיט 51, 55, 2221, אדער 2720 איז עס א מעסטער קארד, אויב הייבט זיך עס אן מיט 34 אדער 37 איז עס אמעריקען עקספרעס. און אויב איינער לייגט אריין די ערשטע ציפערן עפעס אנדערש, וועט ער תיכף וויסן אז דאס קען נישט זיין א ריכטיגער קארטל ציפער. &nbsp; די דריטע זאך אויף וואס דער קאמפיוטער האלט אן אויג איז אויף וויפיל ציפערן די קארטל פארמאגט, די באקאנטע פירמעס האבן א באשטימטע צאל ציפערן, און אויב עס הייבט זיך צום ביישפיל אן מיט 4, וואס מיינט אז עס איז א וויזע, און מען לייגט אריין ווייניגער אדער מער פון 16 ציפערן, איז עפעס נישט גוט מיט די ציפערן. &nbsp; אז א מענטש זעט אז עס גייט אים עפעס נישט, דארף מען זיך נישט זארגן, עס איז דא איין ציפער וואס עס פעלט און אז דו וועסט עס אריינלייגן ריכטיג וועט אלעס פאלן אין פלאץ, די קארטל וועט דורכגיין. ביי אונז איז עס די ציפער איינס, איינס באדייט איך מיט'ן אויבערשטן, אז א מענטש לייגט אריין דעם ציפער ביי יעדע פלאץ, ער זוכט אויף דארט ווי ער איז, וואס וויל דער אויבערשטער דער אחד יחיד ומיוחד פון מיר יעצט, און ער וועט בעטן דעם אויבערשטן ער זאל אים באלייכטן די אויגן, וועט ער זען ווי אלע טויערן וועלן זיך אים עפענען, און ער וועט מצליח זיין אין יעדע זאך. &nbsp; אֱמוּנָה חָשׁוּב כִּצְדָקָה. (ספר המידות - אמונה)

    < זעה מער טז אייר תשפ"ה 📝
  • שאלה: וויאזוי ארבעט א באר קאוד?

    שאלה: וויאזו ארבעט א באר קאוד? &nbsp; ענטפער: זייער א גוטע פראגע. עס איז ערב שבת קודש, ר' תנחום גייט אין גראסער, ער זינגט זיך אונטער א פרייליך לידל, מען גייט איינקויפן לכבוד שבת קודש. אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, פלעגט יעדע אייטעם אין גראסערי האבן א קליינע סטיקער מיט די פרייז דערויף, און אזוי האט דער מענטש ביים רעכענער מאשין אויסגערעכענט איינס פלאס איינס, און געוויסט וויפיל דער ארדער קאסט, אבער ר' תנחום לעבט אין יאר תשפ"ה, ער קויפט איין מיט גרויס שמחה אלעס וואס ער דארף פאר שבת, גרעיפ דזשוס, דיפס, נאש, און אזוי ווייטער, ער ברענגט זיין וועגעלע צום רעדזשיסטער, און עפעס א קונץ געשעט, מען פירט דורך אלע פראדוקטן דורך עפעס א מאשין און וואונדער איבער וואונדער, עס קומט ארויף אויפן סקרין די פונקטליכע דעסקריפשאן פונעם פראדוקט, דער פרייז, און דאס אלעס ווערט דערנאך צוזאם גערעכענט, און ר' תנחום גייט ארויס נאכן באצאלן דעם ארדער זאגענדיג "לכבוד שבת קודש". &nbsp; פון וואו ווייסט דער מאשין וואס איך האב געקויפט דורך בלויז דורכפירן די זאכן העכער אים? דער ענטפער איז זייער אינטערעסאנט. עס זענען דא פארשידענע סארטן בארקאודס, אבער מיר וועלן דא רעדן פון די פשוטע יו-פי-סי באר קאוד וואס יעדע אייטעם אין גראסער פארמאגט היינט. &nbsp; די ערשטע ציל פון די באר קאודס איז טאקע דאס וואס מיר האבן געברענגט אינעם משל, צו פארשנעלערן צו קענען רעכענען זאכן אין געשעפטן. וויאזוי ארבעט דאס? צוערשט געבט מען פאר יעדע אייטעם א נומער, פאר אונזער ביישפיל וועט מען האבן נאר צען אייטעמס אין געשעפט, און יעדע וועט באקומען איין נומער פון איינס ביז צען, מען לייגט אריין אין קאמפיוטער די ליסטע פון אייטעמס וועלכע נומער דאס וועט זיין, וויפיל עס קאסט און אזוי ווייטער. דער באר קאוד נוצט א פעטערן פון שווארצע און ווייסע ליניעס פון א געוויסע לענג, פאר אונזער ביישפיל וועלן מיר רעדן פון "על" קאוד וואס יעדע נומער פארנוצט זיבן אייניגע ערטער וואס קען זיין שווארץ אדער ווייס. דער פאלגענדער צירוף ⬛⬜⬜⬛⬛⬜⬜ וואס איז (פון רעכטס אויף לינקס) שווארץ, ווייס, ווייס, שווארץ, שווארץ, ווייס, ווייס, מיינט "פינף", פאר אונזערע אויגן זעט עס אויס ווי בלויז צוויי שווארצע לינעס, איין דינע שווארצע לינע, און איין דיקערע שווארצע ליניע, מיר קענען ווערן שטארק צומישט פון פרובירן צו ליינען א באר קאוד, אבער מאשינען ארבעטן אנדערש, א מאשין קען נישט אזוי גרינג ליינע פשוטע אותיות אדער ציפערן, פאר זיי איז אסאך גרינגער צו קוקן אויף די ליניעס און אפמעסטן וויפיל פלאץ די ווייסע און שווארצע נעמען אויף, און אין א רגע כמימרא כאפט עס אויף דער ציפער (אדער ציפערן) און ער שפייעט אויס די אינפארמאציע אין קאמפיוטער, אייטעם נומער 0124538 איז דער און דער פראדוקט, עס קאסט אזויפיל, ער ווייסט פונקטליך וויפיל עס איז נאך דא אין סטאק, וועלכע פירמע האט עס פראדוצירט. &nbsp; מיר מענטשעלעך דא אויף דער וועלט באגרייפן נישט וויאזוי מען קוקט אן אין הימל אונזערע מעשים, מיר אויף די גשמיות'דיגע וועלט פארשטייען צו געלט, צו עסן, צו פארגעניגנס, מען קען זיך טענה'ן צי בונדאש איז גוט מיט צוקער, אדער ענדערש מיט זאלץ, מיר קענען באטראכטן צי טראמפ טוט גוט מיט'ן לייגן טאריפס אדער נישט, אבער אן א צדיק ווייסן מיר נישט וואס איז חשוב אין הימל און וואס נישט, מיט אונזערע גשמיות'דיגע חושים איז שווער צו באגרייפן וויאזוי "זאגן" משניות קען "אויסהיילן" א מענטש. קענסט מיר מסביר זיין וויאזוי לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג וועט מיר פארבעסערן דעם שלום בית? ניין איך קען עס נישט מסביר זיין, אבער דער סקענער דארף נישט קיין הסברים, ער גיט א בליק רגע כמימרא, און אט קומט ארויף די גאנצע אינפארמאציע אויפן סקרין, צי איך פארשטיי יא, וויאזוי תיקון הכללי פאררעכט א מענטש אדער נישט, ארבעט עס, נאכדעם וואס א מענשט זאגט דעם תיקון הכללי וואס דער הייליגער רבי האט געגעבן, האט א מענשט א נייע נשמה, נישטא וואס צו קוקן אויף צוריק, איך דארף טראכטן נאר אויף פאראויס, דער אויבערשטער דארף מיך, און איך דארף אים. &nbsp;

    < זעה מער ז אייר תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 31 to 45 of 94 results

1 2 3 4 5 6 7
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com