Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • דער פארלוירענער משנה אין מסכת כלאים פרק ז'

    שאלה: איך לערן ברוך השם משניות כסדר אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א איז כסדר מעורר, יעדעס מאל וואס איך קום אן צו מסכת כלאים פרק ז' וואונדער איך מיר וואס גייט פאר מיט די פערטע און פינפטע משנה. פארוואס שטייט ביים פערטן משנה ד'-ה', און דער פינפטער משנה הייסט ו', וואס האט פאסירט אז עס פעלט איין משנה. וואו איז איין משנה פארלוירן געווארן, אדער פארוואס גייען די צוויי משניות אינאיינעם?   ענטפער: א יישר כח פאר דיין אינטרעסאנטע שאלה. האסט גוט באמערקט, אין משניות מסכת כלאים איז נישטא קיין באזונדערע משנה ד און ה, נאר זיי ווערן אין רוב דפוסים גערעכענט צוזאמען אלס "ד-ה", און דערנאך גייט די פרק ווייטער צו משנה ו, ז, און ח. דאס איז נישט קיין טעות אדער פארלוירענע משנה.   איך וויל אבער באטאנען, אז עס זענען דא פארשידענע דרוקן וואס צוטיילן עס יא אין צוויי באזונדערע משנות, משנה ד' איז די ערשטע האלב "הַמְסַכֵּךְ אֶת גַּפְנוֹ עַל גַּבֵּי תְבוּאָתוֹ שֶׁל חֲבֵרוֹ, הֲרֵי זֶה קִדֵּשׁ, וְחַיָּב בְּאַחֲרָיוּתוֹ. רַבִּי יוֹסֵי וְרַבִּי שִׁמְעוֹן אוֹמְרִים, אֵין אָדָם מְקַדֵּשׁ דָּבָר שֶׁאֵינוֹ שֶׁלּוֹ," און משנה ה' איז די צווייטע האלב "אָמַר רַבִּי יוֹסֵי, מַעֲשֶׂה בְּאֶחָד שֶׁזָּרַע אֶת כַּרְמוֹ בַּשְּׁבִיעִית, וּבָא מַעֲשֶׂה לִפְנֵי רַבִּי עֲקִיבָא, וְאָמַר, אֵין אָדָם מְקַדֵּשׁ דָּבָר שֶׁאֵינוֹ שֶׁלּוֹ,".   פאר איך גיי ווייטער וויל איך דיר פרעגן "דו זאגסט, אדער דו לערנסט?...", ווייל אויב דו מוזט אלעס פארשטיין איז א גרויסע שאד, ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט אז זאגן הייסט געלערנט, און זייער אסאך אידן האבן צום סוף גענצליך אפגעלאזט די הייליגע זיסע תורה, ווייל זיי האבן זיך צופיל מאל אנגעשטויסן אין זאכן וואס זיי האבן נישט פארשטאנען, און מיינענדיג אז נאר פארשטיין הייסט לערנען, האבן זיי אפגעמאכט אז די תורה איז נישט פאר זיי. און פון די אנדערע זייט זענען מיר עדות צו אומצאליגע אידן וואס האבן אנגענומען דעם הייליגן רבינ'ס סדר דרך הלימוד און זענען דורכדעם געווארן צוגעקלעבט צו די תורה, זיי האבן אנגעהויבן שפירן די זיסקייט פון די תורה, און זענען געווארן גרויסע מתמידים און תלמידי חכמים.   ווי עס זעט מיר אויס ווער רבינו הקדוש האט מסדר געווען די משניות, האט ער עס איינגעטיילט אין מסכתות, אין פרקים, און אין הלכות, די פרקים האבן נישט געהאט קיין ציפערן, נאר מען האט עס גערופן אויפן נאמען פון די ערשטע ווערטער פונעם פרק, ווי מען זעט כסדר אין די ראשונים ווען זיי ברענגען צו א משנה שרייבן זיי כדאיתא בפרק "שנים אוחזין", און דאס האלט נאך אן ביז היינט אין די גמרא זעט מען אויבן אויפן דף שטייט "יציאות השבת, פרק ראשון, שבת", וואס דאס איז נאך געבליבן פון די צייטן ווען מען פלעגט נישט רופן דעם פרק "פרק ראשון פון מסכת שבת" נאר "יציאת השבת". אויך איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז אין מסכת שבת איז דא דריי פרקים וואס הייבן זיך אן מיט די ווערטער "רבי אליעזר אומר", פרק י"ג, וואס הייסט "האורג", פרק י"ט וואס הייסט "רבי אליעזר דמילה", און פרק כ' וואס הייסט "תולין".   די נומערן פון די פרקים און די נומערן פון די משנות זענען געמאכט געווארן אסאך שפעטער דורך די דרוקערס, וואס האבן געוואלט אז עס זאל זיין מער מסודר און גרינגער צו אנצייכענען מראי מקומות, און ביי אונזער פרק ז' אין מסכת כלאים איז געווען צוויי אנדערע גרסאות ביי פארשידענע דרוקערס, טייל האבן עס גערעכענט ווי איין משנה, און טייל האבן עס צוטיילט אויף צוויי, מיט די צייט האט עס אנגעמאכט א צימישעניש, האבן די שפעטערע דרוקערס זעט אויס באשלאסן עס צוזאם צו שמעלצן, אבער האבן געמאכט א פשרה, און צוגעצייכעט "ד-ה", ווי צו זאגן אז עס זענען דא וואס רעכענען דאס פאר צוויי באזונדערע משניות.   אין כל הגליות הללו מתכנשות אלא בזכות משניות

    < זעה מער ב אייר תשפ"ה 📝
  • מורפי'ס געזעץ

    שאלה: וואס מיינט דאס "מורפי'ס געזעץ" (Murphy's law), און פון וואו שטאמט דאס? ח. רייזמאן &nbsp; ענטפער: מורפי'ס געזעץ זאגט אין קורצן "אלעס וואס קען גיין שלעכט וועט גיין שלעכט". פון וואו קומט דער נארישער "געזעץ"? און פארוואס רופט מען עס "געזעץ"? צום ערשט איז אינטערעסאנט צו וויסן אז כאטש געווענליך באדייט "געזעץ" עפעס וואס די רעגירונג האט באפוילן, און עס קען האבן שטראפן אויב מען שטעלט זיך נישט צו דערצו, קען עס אויך גענוצט ווערן צו באצייכענען זאכן וואס זענען אין די יסודות פון די בריאה, זאכן וואס ליגן אין די טבע וואס אויסער א נס קען עס נישט טוישן. וואס דארף מען מער, ווי דער באקאנטער אויסדרוק "חוקי הטבע", וואס בוכשטעבליך באדייט דאס "די געזעצן פון די טבע". &nbsp; ערליכע אידן וואס לעבן מיט'ן אויבערשטן, חזר'ן אמונה, גלייבן אז דער אויבערשטער פירט די וועלט, ער זוכט נאר אונזער גוטס, און נאר ער האט די מעגליכקייט צו טוישן סיי וואס אויף דער וועלט, און יעדע זאך וואס פאסירט איז מיט א פונקטליכע חשבון פארוואס עס מוז זיין פונקט אזוי, לעבן מיט אנדערע געזעצן, מורפי'ס געזעץ איז אז אלעס וואס קען גיין שלעכט, וועט גיין שלעכט, אבער מיר זאגן פונקט פארקערט, דער אויבערשטער פירט זיין וועלט מיט גרויס רחמנות, און עס איז דא בלויז איין געזעץ אויף דער וועלט, אלעס וואס פאסירט, קומט נאר פון אויבערשטן, און אלעס וואס קומט פון אויבערשטן איז כולו גוטס. &nbsp; וואס איז געווען די מעשה מיט דעם מורפי, אז ער האט אויסגערופן אזא "געזעץ"? אין די אמעריקאנער עיר פארס האט געארבעט אן אינדזשעניר מיט'ן נאמען עדווארד מורפי, זומער תש"ט (1949 למספרם) האט ער געארבעט אויף א פראיעקט צו טעסטן וויפיל כח (G force) א מענטש קען אויסהאלטן ווען ער ווערט שנעל אפגעשטעלט, ערגעץ ווי במשך די טעסט האט איינע פון די ארבייטער אריינגעלייגט א שרויף אינעם מאשין פארקערטערהייט, און דאס האט גורם געווען אז דער גאנצער טעסט איז געגאנגען א גאנג. מורפי - א פשוטער גוי, וואס לעבט אן אמונה, איז געווען זייער פרוסטרירט, און זיך אנגערופן צארנדיג "אויב עס איז דא עפעס וואס קען גיין שלעכט, וועט עס אזוי זיין.", די וועלט - פונקט ווי דער מורפי - וואס לעבט נישט מיט'ן אויבערשטן, האט אנגעהויבן צו נוצן דעם אויסדרוק "מורפי זאגט, אז אויב איז דא עפעס וואס קען גיין שלעכט, וועט עס גיין שלעכט", און ווי עס זעט אויס, איז דער שלאג ווארט געווארן גאר שטארק פארשפרייט, און יעדעס מאל עפעס איז געגאנגען שלעכט ביי א גוי, האט ער נישט מער ווי געדארפסט זאגן, "אה, מורפי'ס געזעץ", ווי צו זאגן, אז אזוי "מוז" עס זיין, דאס איז פון די חוקי הטבע, אז אלעס איז שלעכט, און אלעס וועט זיין שלעכט&hellip; &nbsp; עס איז א גרויסע רחמנות אויף די מענטשן וואס לעבן אן דעם אויבערשטן, ווייל וויאזוי קענען זיי זיך אויפהייבן נאך א דורכפאל? אנשטאט זיי זאלן זיך קענען שטארקן אז מען קען מתפלל זיין צום אויבערשטן וואס פירט די וועלט, און איי עס איך האב עס פארלוירן, עפעס א ווערטפולע זאך האט זיך צובראכן, איך האב פארשפעטיגט א וויכטיגע אפוינטמענט? דאס איז זיכער אז אלעס איז לטובה, עס קען גאר זיין אז עס וועט נישט דורכגיין קיין סאך צייט, און דו וועסט געוואר ווערן אז טאקע פון דיין דורכפאל, איז ארויסגעקומען א גרויסע טובה, מען האט דיר געווארפן פון דיין דזשאב? אפשר א דאנק דעם וועסטו מצליח זיין אליינס. האסט געטראפן א נגע אויפן וואנט, אונטער דעם ליגט באגראבן אן אוצר. &nbsp; מורפי זאגט "עס איז ביטער, און עס גייט זיין שלעכט", אבער צדיקים זאגן, "טראכט גוט, וועט זיין גוט".

    < זעה מער ל ניסן תשפ"ה 📝
  • ראונדאבאוטס‎

    שאלה: איך וואונדער מיר פארוואס מען בויעט נישט מער ראונדאבאוטס ביי אונז אין ניו יארק סטעיט. אין אנדערע פלעצער אין די וועלט זעט מען עס אסאך מער, און די טראפיק פליסט דארט אסאך בעסער. &nbsp; יואל ב. קרית יואל &nbsp; ענטפער: מען זאגט אז אידן ענטפערן אלץ מיט א שאלה, בפרט יעצט אז מען האלט ביים יום טוב פסח דער יום טוב פון שאלות. איך האב אן אנדערע קשיא, ביטע שריי נישט אריין פאר דו ענדיגסט, איך האף אז צום סוף וועסטו פארשטיין מה ענין שמיטה אצל הר סיני. &nbsp; איך וואונדער מיר עפעס אנדערש, פארוואס איז דעם הייליגן רבינ'ס סדר דרך הלימוד נאך אלץ א סוד. טויזנטער בחורים דרייען זיך ארום סיי אין ישיבה, און כל שכן יעצט אין די אזוי גערופענע בין הזמנים טעג, זיי גייען אויס פאר ליידיג גיין. פארוואס זאל מען זיין נישט אויסזאגן דעם סוד אז מען קען "זאגן" גמרא, מען קען "זאגן" משניות, און זאגן כל התורה כולה? &nbsp; איידער מיר גייען ענטפערן דעם צווייטן שאלה, לאמיר צוריק גיין צו דיין שאלה, און אביסל באטראכטן די ראונדאבאוטס. פאר די וואס ווייסן נישט פון וואס מען רעדט: א ראונד אבאוט איז אן אינטערסעקשאן (ווי איינס אדער מערערע ראודס טרעפן זיך צוזאם) וואס איז אנדערש ווי דער אמאליגער פשוטער ווינקל'דיגער אינטערסעקשאן. דער ראונד אבאוט לייגט א סוירקל ראוד ביים צוזאם טרעף, ווי אלע מוזן זיך דרייען צו רעכטס (אין ענגלאנד צו לינקס) נישט קיין חילוק וואו מען וויל פארן, ביי די אלטמאדישע אינטערסעקשאן, לייגט מען געווענליך א סטאפ סיין אדער טרעפיק ליכט, בשעת ביים ראונד אבאוט פארט מען געמיטליך דורך דעם אינטערסעקשאן.&nbsp; דו פרעגסט זייער גוט, ווייל די מעלות פון א ראונד אבאוט קעגן א פיר ווינקלען אינטערסעקשאן איז זייער שטארק, לאמיר אביסל באטראכטן איינע קעגן צווייטן: דער ווינקל'דיגער אינטערסעקשאן, דארף מען כמעט אלעמאל סטאפן, און די ריזיגע פון אן עקסידענט ח"ו איז סאך מער, עס קען דערהייבן ווייניגער קארס. מה שאין כן דער ראונדאבאוט דארף מען כמעט קיינמאל נישט סטאפן, און אפילו ווען עס פאסירט שוין אן עקסידענט ח"ו איז עס געווענליך לייכטער, די גאנצע טרעפיק פליסט אסאך בעסער, און קען דערהייבן אסאך מער קארס. &nbsp; איז פארוואס טאקע מאכט מען עס נישט, היינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה. וויאזוי זעט אויס איינער וואס לערנט סדר דרך הלימוד? מען לערנט געשמאק, עס פארט פליסיג, מען בלייבט נישט שטעקן אויב מען פארשטייט נישט, און מען קומט אן אסאך מער. איינער געבט א מאך מיט די הענט "זאגסט אדער דו לערנסט", און מפטירין כדאתמול, פאר דעם אדער אזעלעכע זינלאזע ליצנות, וועלן טויזנטער בחורים גיין ליידיג און צינדן פייערס, ווייל זיי גייען שוין אראפ פון זינען פון נישט האבן וואס צו טון מיט די צייט. &nbsp; אין אמעריקע איז מען נישט אזוי שטארק צוגעוואוינט צו ראונדאבאוטס, און מען קוקט עס אן מיט פארדאכט, און כאטש די טענות קעגן די ראונדאבאוטס זענען נישט אמת, מאכט עס אז די לאקאלע רעגירונגען כאפן זיך נישט צו דערצו. מען זאגט - צום ביישפיל - אז ראונדאבאוטס זענען טייערער אויפצוהאלטן, אזאך וואס איז נישט אמת, אזוי אויך געוואוינהייט שפילט א גרויסע ראלע, די לאקאלע רעגירונג אינדזשענירן קענען זיך בדרך כלל נישט צו גוט אויס מיט ראונדאבאוטס, וואס האלט זיי צוריק פון עס איינפירן. &nbsp; די גוטע נייעס אבער איז אז די זאך טוישט זיך ב"ה. מער און מער בחורים, אינגעלייט, הערן פונעם סדר דרך הלימוד, צו פון א קארטל, א גליון, א סידי, און ווער עס קאסט די טעם דערפון, דארף שוין גארנישט, עס זענען שוין פארהאן טויזנטער בחורים וואס לערנען דעם סדר דרך הלימוד, און שפירן די זיסע טעם פון די הייליגע תורה, זיי האבן שיעורים אין כל התורה כולה, משניות, גמרא, מדרשים, זוהר, און אזוי ווייטער. &nbsp; די זעלבע זאך פאסירט מיט די ראונדאבאוטס. צוביסלעך קומט עס אריין מער און מער, אפילו ביי אונז אין ניו יארק, און ווי עס זעט אויס וועט מען עס אנהייבן צו מאכן מער אין מער אין די קומענדיגע יארן.

    < זעה מער ט ניסן תשפ"ה 📝
  • אייזן און מאגנעטן

    שאלה:איך האב געליינט וואס איר האט געשריבן איבער וויאזוי מאגנעטן ציען זיך איינער צום צווייטן צוליב זייער דרום און צפון פאולס וואס ציען זיך איינע צום צווייטן. עס איז אבער באקאנט אז מאגנעטן ציען זיך אויך צו אייזן. מיין שאלה איז וואס מאכט אייזן זיך ציען צום מאגנעט, און צי זענען דא נאך מאטריאלן וואס ציען צום מאגנעט? &nbsp; מ.פ. קרית יואל &nbsp; ענטפער:ווען מיר ברענגען אַ מאַגנעט מיט א שטיקל אייזן נאנט איינע צום צווייטן, פּאַסירט אַ מאָדנע זאַך &ndash; דער שטיקל אייזן ווערט אויך מאגנעטיש און קלעבט זיך צוזאם צום מאגנעט. וואס פּאַסירט דא?&nbsp; כדי צו ענטפערן די שאלה דארף מען קודם רעדן איבער "פעראָמאגנעטישע מאטריאלן" &ndash; דאָס זענען מעטאלן ווי אייזן, ניקל, און קאָבאַלט, וואס זיי ווערן צוגעצויגן צו מאגנעטן. אסאך מעטאלן, צום ביישפיל גאלד, זילבער און קופער זענען בכלל נישט "פעראמאגנעטיש", זיי ווערן נישט מחובר צום מאגנעט. וואס זענען די פעראמאגנעטישע מעטאלן אנדערש? זיי האבן נאטירליך פיצעלע מאגנעטישע פעלדער אין זיך, אין געווענליכע אומשטענדן - זענען די קליינע מאגנעטישע פעלדער געוואנדן צומישט אין אלע ריכטונגען, און זיי זענען זיך מבטל איינע דעם צווייטן, און עס באקומט נישט קיין מאגנעטישער כח, אבער ווען עס קומט אריין א מאגנעט נעבן זיי, צוויגט דער מאגנעטישער פעלד פון מאגנעט אלע קליינע מאגנעטישע פעלדער זיך אויסצוגראדן אינעם זעלבן ריכטונג פונעם מאגנעט, און דער אייזן ווערט אליינס צייווייליג מאגנעטיש. &nbsp; קענסט עס אליינס אויספרובירן. נעם צוויי אייזערנע פאפיר קליפס, און לייג זיי איינע נעבן צווייטן. עס וועט גארנישט פאסירן, הענג אן איין פאפיר קליפ אויף א שטארקע מאגנעט, און וואונדער איבער וואונדער וועסט קענען צוטשעפענען דעם צווייטן קליפ צום ערשטן, און אזוי מאכן א לאנגע קייטל פון קליפס. &nbsp; אין אונזער לעבן האבן מיר ממש די זעלבע זאך, מיר דרייען זיך דא אויף דער וועלט, און דער סמ"ך מ"ם פרובירט מיט אלע כחות אונז צו מאכן פארגעסן ווער עס פירט די וועלט, און פארוואס מיר זענען דא, אבער די גוטע נייעס איז אז מיר זענען "פעראמאגנעטיש", מיר קענען ווערן מאגנעטיש און ציען צום אייבערשטן, דאס איז אויב מיר זענען זיך מדבק צום צדיק, מיר לערנען זיינע ספרים, מיר פאלגן זיינע זיסע עצות, און אויב מיר טוען אזוי ווערן מיר נישט נאר צוגעצויגן צום אייבערשטן, נאר מיר ווערן אליינס מאגנעטן, מענטשן וואנדערן זיך פון ווי די תלמידים פונעם צדיק האבן אזעלכע דיבורים, "פון וואו קומט אזא שפראך צו פשוטע מענטשן", מען זעט מענטשן וואס לעבן דא אויף דער וועלט מיט ביידע פוס, זיי האבן ביזנעסער, שיינע הייזער, שיינע קארס, אבער זענען אין די זעלבע צייט דבוק צום אייבערשטן אויף די מדריגה פון צדיקים. מען קען הערן פון בעלי דרשנים וואס פרעדיגן "אויף דער וועלט קען מען נישט האבן ביידע, עס גייט נישט צוזאמען, אדער א שיינע קאר, אדער ביסטו אן ערליכער איד", דער דרשן ווייסט נעבעך נישט פונעם סוד, אז אויב מען גייט צום צדיק האט מען ביידע וועלטן. נישט נאר דאס, מען קען נאר האבן דער וועלט אויב מען האט א צדיק, און מען לעבט מיטן אייבערשטן. &nbsp; עס איז זייער אינטערסאנט דער וועלט פון מאגנעטן, צום ביישפיל מיר האבן יעצט געשריבן איבער די פעראמאגנעטישע מאטריאלן וואס קענען ווערן צייטווייליגע מאגנעטן אויב מען לייגט זיי נאנט צו א מאגנעט, אבער עס זענען פארהאן פארשידענע מעטאדן צו מאכן די אייזן אין א פערמענאנטע מאגנעט, דורך היץ און אנדערע וועגן. &nbsp; וואס מיר קענען ארויסנעמען דערפון למעשה איז אז אויב חס ושלום מיר לאזן אפ דעם צדיק, קען מען חלילה אוועקפאלן פונעם אייבערשטן, אבער מען קען אלץ תשובה טון, צוריק קומען צום אייבערשטן און פאלגן זיינע צדיקים און אזוי וועלן מיר זיין אמת'ע ערליכע אידן. &nbsp; askgershon@gmail.com

    < זעה מער ג ניסן תשפ"ה 📝
  • וויאזוי מאכט מען תכריכים?

    שאלה: עס איז מיר זייער אינטרעסאנט ווי אזוי מען נייעט תכריכים, ווייל ווי איך פארשטיי איז תכריכים א שטיקל פלאַקס סחורה (פשתן), וואס מען וויקלט ארום דעם נפטר. אבער פון דער צווייטער זייט הער איך אז עס זענען דא פרויען וואס נייען תכריכים, איז וואס איז דא צו נייען, אויב עס איז סתם א שטיקל סחורה? א ליינער פון ירושלים עיר הקודש &nbsp; ענטפער: די גמרא (מועד קטן כ"ז ע"ב) זאגט "בראשונה היתה הוצאת המת קשה לקרוביו יותר ממיתתו עד שהיו קרוביו מניחין אותו ובורחין עד שבא רבן גמליאל ונהג קלות ראש בעצמו ויצא בכלי פשתן ונהגו העם אחריו לצאת בכלי פשתן אמר רב פפא והאידנא נהוג עלמא אפילו בצרדא בר זוזא", אמאל פלעגן די הוצאות פון באערדיגן דעם נפטר זיין אזוי גרויס, די קאנקורענץ צו ווייזן ווי שטארק עס טוט וויי דער נפטר האט צוגעברענגט אז יעדער האט געמוזט איבערשטייגן מיט מער און מער טייערע תכריכים, ביז עס איז געקומען צו א מצב אז די הוצאות צו באערדיגן האבן ממש פאר'חוב'סט אידן און עס איז שוין געווארן א גרעסערע צרה, ווי דאס וואס איינער איז ליידער נפטר געווארן, דער הייליגער תנא רבן גמליאל האט רחמנות געהאט אויף זיין דור, און האט באפוילן מען זאל אים באערדיגן מיט פשוטע ביליגע קליידער פון "פלאַקס", און דער ביישפיל האט גורם געווען אז אלע זאלן אים נאכמאכן, און עס האט זיך אויפגעהערט דער נארישער קאנקורענץ, און יעדער האט אנגעהויבן צו באערדיגן מיט פלאַקס תכריכים. די גמרא ענדיגט צו אז רב פפא האט געזאגט אז היינט איז שוין אזוי ביליג צו קויפן תכריכים, אז עס קאסט נישט מער פון איין זוז. (היינט געשאצט צו זיין ווערט צווישן פינף און צען דאלער.) &nbsp; ווי מיר לעבן היינט, זעט אויס אז תכריכים איז שוין געווארן צוריק זייער טייער, היינט איז דא א גרויסע קאמפעטישן צווישן מענטשן וואס לעבן נעבעך נישט, (זיי גייען טאקע ארום, זיי אטעמען אקסיגען - אָן קיין רעספירעיטאר) יעדער וויל ווייזן אז ער האט שענערע תכריכים פונעם צווייטן. היינט קען מען קויפן גאר שיינע "תכריכים", פאר פסח, פארקויפן די "מענ'ס קלאודינג סטארס" גאר שיינע תכריכים מיט הערליכע דיזיינס, היינט גייען אסאך מענטשן ארום מיט "פעשאן" בעקיטשעס, טרי-די דיזיינס, גליטער דיזיינס, ברייטע גארטלעך אדער שמאלע גארטלעך, גארטלעך מיט אדער אָן קנעפלעך... מען קען אפילו קויפן תכריכים מיט אלע קאלירן... &nbsp; דאס איז אבער נאר אויב א מענטש לעבט נישט מיט'ן אייבערשטן, ער פארגעסט אז דער אייבערשטער איז דא מיט אים און ער קען רעדן צו אים, ער איז נעבעך א "געשטארבענע" מענטש וואס זעט אויס ווי לעבעדיג... דער הייליגער רבי לערנט אונז אויס אז פסח מיינט "פה סח", מיין מויל רעדט צום אויבערשטן, דאס קען מאכן תחיית המתים, און מען קען בלייבן מיט די שיינע בעקיטשע, אבער ווען מען לייגסט צו אביסל אמונה, און מען הייבט אן רעדן צום אייבערשטן וועט מען ממש פריש אויפשטיין תחיית המתים. &nbsp; למעשה איז תכריכים נישט קיין פשוטע שטיקל סחורה, עס איז טאקע זייער פשוט, אבער מען נייעט עס אויף, עס באשטייט צווישן אנדערע פון א העמד, הויזן, א קאפ צודעק, א גארטל און נאך. אמאל פלעגן זיין ערליכע אידישע פרויען וואס פלעגן זיך פרייען צו האבן די זכיה צו נעמען א חלק אין דער מצוה פון "חסד של אמת" א חסד וואס מען טוט מיט א נפטר, אָן דעם וואס מען זאל אפילו קענען צוריק באקומען א "ישר כח" פון אים.

    < זעה מער כו אדר תשפ"ה 📝
  • קעניג אדער קיסר‎

    שאלה: וואס איז דער חילוק צווישן א קעניג מיט א קייזער (אדער קייסער)? &nbsp; ענטפער: א "קעניג&ldquo; און א "קייזער&ldquo; זענען ביידע הערשער, אבער עס זענען דא חילוקים צווישן זיי: א "קעניג" איז דער הערשער פון א לאנד אדער קעניגרייך. ער באקומט זיין מאכט דורך ירושה אדער וויילע, און זיין מלוכה איז באגרעניצט צו איין לאנד (ווי דער קעניג פון ענגלאנד, פראַנקרייך, אדער שפאניע). א "קייסער" הערשט איבער אן אימפעריע, וואס איז געווענליך א גרופע פון עטליכע לענדער, פעלקער, אדער ראיאנען. ער האט מער מאכט ווי א קעניג און איז א הערשער איבער קעניגן (ווי דער קייזער פון רוים אדער דער רוסישער צאר). עטליכע ביישפילן פון קעניגן און קייסערן אין די לעצטע היסטאָריע פון אייראָפּע: קעניגן: דער קעניג פון ענגלאנד (בריטישע מאנארכיע) &ndash; קעניג דזשארדזש, קעניגן עליזאַבעט, וואָס האָט געהערשט פאַר איבער 70 יאָר. היינט קעניגט אין ענגלאנד קעניג טשאַרלס דער דריטער. קעניג פון שפאניע &ndash; קעניג כואן קאַרלאָס, היינט קעניגט אין שפאניע קעניג פעליפּע דער פערטער. אין בעלגיע איז פיליפ דער יעצטיגער קעניג. אין שוועדן דינט קעניג קאַרל גוסטאַף דער זעכצנטער אלס קעניג זינט תשל"ג. אין נארוועיגע הערשט קעניג האראַלד דער פינפטער אלס קעניג פון תשנ"א. &nbsp; קייסערן: דער לעצטער קייזער פון די עסטרייך-אונגארישע אימפעריע איז געווען קייזער קאַרל דער ערשטער, נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז די אימפעריע צעפאלן. דער לעצטער דייטשער קייזער איז געווען קייזער וויליאם דער צווייטער ער האט געדינט אויף די פאזיציע ביז נאך דער ערשטער וועלט מלחמה. אין רוסלאנד איז ליידער שלעכט בארימט "צאר ניקאליי" דער צווייטער, דער לעצטער צאר פון די רוסישע אימפעריע, וואס איז אומגעברענגט געווארן דורך די באָלשעוויקן אין יאר תרע"ח. &nbsp; אונז ברסלב'ע חסידים זענען שטארק באקאנט מיט די צוויי ווערטער, וויבאלד מיר לערנען דעם הייליגן ספר "סיפורי מעשיות" ווי דער רבי פארציילט די מעשה פון די מלך מיט'ן קייסער וואס האבן צוגעזאגט זיך משדך צו זיין, אויב מען ווייסט דער חילוק צווישן א קעניג מיט א קייסער פארשטייט מען בעסער די מעשה, מ'זעט אז דער קייסער האט נישט געפאסט זיך משדך צו זיין מיט א קעניג, ער האט געוואלט זען צי דער בן מלך קען פירן "מדינות", די מעשה האט אין זיך פילע סודות התורה, און לערנען די מעשה איז מסוגל צו ווערן אן ערליכער איד, איינען פון די זאכן זעט מען זיי האבן אלע געטראכט אז דאס איז א גוטע שידוך, אבער זיי האבן זיך געשעמט צו רעדן דערפון - זיי האבן דאן געמיינט אז דער בת קייסער איז א דאקטאר, און נאכן טרונקען וויין האבן זיי געזאגט "ווי שיין וואלט געווען די קעניגן זאל חתונה האבן מיט'ן דאקטאר", האט דער דאקטער געזאגט "זייער שיין, אבער איך וויל עס הערן פון ענק ניכטערערהייט", דאס גייט ארויף אויף אונז, עס קומט פורים, מען טרונקט וויין, און עס קומט ארויס די פנימיות פון אידישע קינדער, מען וויל זיך מדבק זיין אינעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער זאגט אונז, זייער שיין, אבער איך וויל עס הערן פון ענק א גאנץ יאר. דאס וועט געשען ווען מיר וועלן אויפהערן דינען דעם "פאסטוך" און אנהייבן דינען דעם אייבערשטן. א גאנץ יאר "פאסט נישט" צו רעדן פון אמונה, א גאנץ יאר "פאסט" צו זיין "נארמאלע" מענטשן, דער אייבערשטער בעט אונז מיר זאלן אוועק ווארפן אלע חשבונות און רעדן פון אמונה אפן א גאנץ יאר. &nbsp; בנוגע צי מען שרייבט "קייזער" אדער "קייסער" - די ריכטיגע וועג צו שרייבן איז "קייסער", מיט אַ סמך. אבער מען זאגט עס ארויס מער ווייניגער מיט א ז'. דער מקור פון דער ווארט קומט פונעם לאטיינישן ווארט Caesar, און ווערט ארויסגעזאגט אין פארשידענע שפראכן אויף אנדערע וועגן, ערגעץ צווישן "סיסער" און קייזער". דרך אגב "צאר" איז דער רוסישער ווארט פאר "קייסער", און אויף ענגליש זאגט מען עס גענצליך אנדערש "עמפּאַראָר". &nbsp; מיר אלע ווייסן אז דער אייבערשטער איז דער "מלך מלכי המלכים", דאס מיינט לכאורה דאס. עס איז דא א "קעניג" א מלך, דערנאך איז דא א "קייסער" ער איז א "מלך המלכים", און דער אייבערשטער איז קעניג אויף אלעם אריינגערעכענט די "קייסערן" דאס מיינט א "מלך מלכי המלכים".

    < זעה מער כ אדר תשפ"ה 📝
  • קוואל וואסער

    שאלה: פון וואו קומט קוואל וואסער? צו קען זיך עס אויסנוצן? &nbsp; ענטפער: ווען עס רעגנט אדער שנייעט, גייט די וואסער צוביסלעך אריין אין דער ערד, צווישן די זאמד און שטיינער קען זיך דורכשטופן פיצעלע טראפנס וואסער, וואס צוביסלעך א טראפ נאך א טראפ רינען זיי אראפ טיף אונטער די ערד, טייל מאל עטליכע פוס, אבער געווענליך וועט עס זיין אביסל טיפער, וועלן זיך צוזאם נעמען אסאך טראפנס וואסער אין אדערן אדער הוילקייטן אונטער די ערד ווי דאס וואסער וועט דארט שיין ווארטן אז מען זאל זיי ארויסשעפן פון דארט. &nbsp; דער הייליגער תנא רבי עקיבא איז שוין געווען פערציג יאר, און ער האט נאך נישט געקענט קיין תורה, ער האט געזען א שטראם וואסער וואס טראפט אויף א שטיין לאנגע יארן, און צום סוף נאך אזויפיל טראפנס וואסער איז דער שטיין געלעכערט געווארן. דאס האט אים געמאכט טראכטן, אז אפילו איך בין שוין פערציג, מיין הארץ איז נאך נישט קיין שטיין, און די תורה האט אזא כח, זיכער אסאך מער פון וואסער, וועט די תורה זיכער קענען לעכערן און אריינגיין אין מיין הארץ. די איבעריגע איז היסטאריע - זאגט די וועלט. &nbsp; דאס קען אונז אויך שטארק מחזק זיין, חז"ל און אלע צדיקים האבן אונז אלץ מעודד געווען איבער די גרויסע כח התורה, ווי שטארק עס איז, עס היילט אויס א מענטש, עס מאכט פרייליך א מענטש, ווען מען לערנט משניות טוישט עס די נשמה, מען ווערט פריש געבוירן, אבער דער יצר הרע טוט דאס זייניגע, ער זשומעט אין קאפ און לאזט נישט קיין מנוחה, "קוק וויאזוי דו זעסט אויס, נאך אזויפיל לערנען וואלסטו שוין געדארפט זיין א קדוש וטהור, און נאך אלץ ביסטו וואו דו ביסט", אבער ניין, גיי נישט אוועק פון די קוואל וואסער, גיי נישט אוועק פון די שטראם וואסער וואס טראפט אויף דיין הארץ, יעדע ווארט תורה מאכט אויס, אנטלויף נישט פאר שולחן עורך, עס גייט איין טאג געשען, דו וועסט זען וואס די תורה וועט מאכן פון דיר, איין טאג וועט זיך דיין הארץ עפענען, און אריינגיין אין דיין נשמה, און וועסט זוכה זיין צו זיין אן אמת'ע ערליכער איד. &nbsp; ווען מען זוכט צו האבן טרונק וואסער וועט די קוואל גראבונג פירמע אראפ גראבן א טיפע לאך ביז זיי באגעגענען די הוילקייטן אונטער די ערד, און אט - א שפרודעלדיגע קוואל איז געשאפן געווארן, פון וואס דער אויבערשטער געבט פון זיינע גוטע השפעות פאר די גאנצע בריאה, די מענטש, להבדיל די בהמות און געוויקסן. &nbsp; די קוועלער זענען באגרעניצט וויפיל וואסער זיי פארמאגן, עס איז נישט אנלימיטעד, עס ווענדט זיך ווי גרויס דער וואסער רעזערוואר אונטער דער ערד איז, ווי סאך וואסער מען שעפט ארויס דערפון טעגליך, ווי סאך עס רעגנט און שנייעט אין די געגענט, און וויפיל קוועלער שעפן ארויס פונעם זעלבן רעזערוואר. עס מאכט זיך אפט אז מען טרעפט א קוואל וואס איז באמת נישט מער ווי נאך א לאך צום זעלבן קוואל. אזוי אויך מאכט שטארק אויס ווי באוואוינט א פלאץ איז. אין א פארבויעטע פלאץ איז די ערד אסאך מער אויסגעפלאסטערט און פארדעקט, און זייער ווייניג וואסער ווערט אריינגעזאפט אין דער ערד. דאס איז די סיבה פארוואס אין א שטאט איז דא אפלויף סיסטעמס. די וואסער וואס וואלט נאטורליך אריינגעגאנגען אין דער ערד, האט יעצט נישט וואו צו גיין, דערפאר ווערן זיי אריינגעלאזט אין לעכער און אין פייפס וואס פירן זיי אוועק, כדי די רעגן זאל נישט פארפלייצן די שטאט. &nbsp;

    < זעה מער יג אדר תשפ"ה 📝
  • פרעזידענט טראמפ דערקלערט אין רעדע צום קאנגרעס: אמעריקע איז צוריק

    ווי איינגעפירט אין אמעריקע, טרעט דער פרעזידענט אויף מיט א "סטעיט אף די יוניאן" (וואס מיינט "מצב פונעם לאנד") רעדע יעדעס יאר פאר ביידע חלקים פון קאנגרעס, נעכטן מאנטאג האט טראמפ געהאט די געלעגענהייט צו געבן דעם רעדע, ווי ער האט דערקלערט מיט פאטאס, אז מיט זיין אדמיניסטראציע הייבט זיך אן א פרישע קאפיטל אין אמעריקע, ווי לענדער וועלן מער נישט קענען טרעטן אויף אמעריקע, און די לינקע אגענדעס וועלן מער נישט אונטערברענגען אמעריקע פון אינעווייניג. &nbsp; טראמפ האט געגעבן די לענגסטע דרשה אין פרעזידענטליכע קאנגרעס רעדע היסטאריע - כמעט צוויי און א האלב שעה, איבערשטייגענדיג דעם לעצטן רעקארד געשאפן דורך ביל קלינטאן אין תש"ס, וואס האט גענומען א גאנצע שעה ווייניגער. &nbsp; אויספרעגן אויף די צוהערער ווייזן אז רוב רובם פון די צוהערער פונעם רעדע זענען געווען צופרידן, און די רעדע האט זיי געמאכט שפירן אז דער פרעזידענט זארגט זיך אויף זאכן וואס קימערט זיי, און האט זיי געגעבן האפענונג אז זאכן גייען צום בעסערונג. &nbsp; צווישן אנדערע האט ער געטריבן שפאס פון פילע פראגראמען וואס זיין אדמיניסטראציע האט געפונען אין די פילע רעגירונגס אגענטורן וואס פלעגט שיקן ביליאנען און מיליאנען פאר אבסורדע פראגראמען וואס טייל פון זיי זענען פארשלייערט אונטער נעמען וואס קיינער פארשטייט ניטאמאל זייער באדייט... ער האט פארשפראכן אז ער וועט זיין דער ערשטער פרעזידענט אין לאנגע יארן וואס וועט דורכפירן א באלאנצירטע בודזשעט, וואס מיינט אז מען גייט נישט אויסגעבן מער געלט ווי עס קומט אריין. &nbsp; די חובות פון די רעגירונג דערטרענקט אונז אין א זומפ וואס מיר קענען זיך קוים ארויסזען, האט ער געשריגן, וואס איז א נושא וואס איז באמת זייער אקטועל ביי יעדעם איינעם. דער ראש ישיבה שליט"א רעדט כסדר פון די חורבן וואס קומט ארויס פון חובות, פארוואס דארפן מיר עס הערן פון דעם פרעזידענט? אבער קבל את האמת, מענטשן לעבן אין שוואוילטאג, און קויפן וואס נאר די הארץ באגערט, און מען ווישט דעם קארטל איין מאל און נאכאמאל. די זעלבע זאך איז ביי שמחות. &nbsp; "זאגסט זייער שיין" זאגסטו אפשר, "אבער איך בין שוין אין חובות, וואס טו איך יעצט"? די ערשטע זאך ווארף אוועק דיינע קרעדיט קארדס, מאך דיר א חשבון הנפש אויף וואס די שפענדסט דיין געלט, און סטאפ דאס בלוטיגן. יעצט ווען עס דערנענטערט זיך דער הייליגער יום טוב פורים איז עס א געוואלדיגער געלעגענהייט ארויסצוקריכן אויך פון די אלטע חובות, פורים איז א צייט פון כל הפושט יד נותנים לו, מיר נעמען אן ביידע פשטים, בעט דעם אויבערשטן אז זאלסט קענען ארויסגיין פון דיינע חובות, און פשוט שטרעק אויס דיין האנט, אידישע קינדער רחמנים בני רחמנים געבן זייער גערן, בפרט אין די הייליגע פרייליכע טאג פון פורים גייט ארויס אזויפיל צדקה וחסד. און דו דארפסט נישט זאגן אז דו גייסט פאר דיינע חובות, אויב טרעפסטו א חבר אין דיינע שיך, מאך א שותפות מיט אים, ער וועט גיין פאר דיר, און דו פאר אים, וועסט קענען זאגן אז דו גייסט פאר דיין חבר וואס איז א גרויסע בעל חוב, און אויב נישט קענסטו סתם גיין נאך געלט פאר "א איד" אין שווערע חובות. דו ביסט נישט קיין איד? עס איז בושות צו גיין נאך געלט? עס איז אסאך גרעסערע בושות צו מאכן חובות, און נאך גרעסערע בושות איז צו האבן חובות און נישט באצאלן. &nbsp; און די זעלבע זאך איז יעצט די צייט זיך אלעס אויסצובעטן ביים אויבערשטן, מיר זענען זייער גרויסע בעלי חובות צום אויבערשטן, און מיר דארפן מאכן א חשבון הנפש, און סטאפן דאס בלוטיגן, אבער מיר קענען נישט אליינס, מיר דארפן נוצן דעם כל הפושט יד, בעטן דעם אויבערשטן אז ער זאל אונז ארויסנעמען פון אונזער פלאנטער און מיר זאלן אים קענען דינען באהבה בשמחה וביראה, פורים און א גאנץ יאר. &nbsp; כל הפושט יד נותנים לו!

    < זעה מער ו אדר תשפ"ה 📝
  • אגריקולטור סעקרעטאר שטעלט פאר פלאן צו נידערן אייער-פרייזן

    די נייע אגריקולטור סעקרעטארשע פון די טראמפ אדמיניסטראציע ברוק ראלינס האט געמאלדן א ברייטע פינף-שטאפלדיגע פלאן צו באקעמפן דעם ערנסטן פייגל-פלו-קריזיס און צו נידערן די אייער-פרייזן, וועלכע זענען אין די לעצטע צייטן געשטיגן צו אומגלויבליך הויכע שטאפלען.&nbsp;&nbsp; &nbsp; אין די לעצטע פאר יאר איז די אמעריקאנער אייער-אינדוסטריע אויסגעשטאנען ערנסטע פראבלעמען צוליב די פילע אויסברוכן פון פייגל פלו. די קרענק האט געפירט צו די מאסן-פארניכטיגונג פון ביליאנען הינער, וואס האט צוגעפירט א מאסיווע רעדוקציע אין פראדוקציע און צום סוף אנגעברענגט געפערליכע פרייז שטייגונגען. יעצט ווען עס דערנענטערט זיך דער יום טוב פסח ווען מיר נוצן אסאך אייער, איז ערווארטעט אז אייער וועט צולייגן עטליכע הונדערט דאלער צו די הוצאות יום טוב, וואס דער אויבערשטער וועט בלי ספק אונז צושטעלן, מאן דיהיב חיי, יהיב מזוני, דער אויבערשטער וואס געבט אונז לעבן - קיינער רעדט זיך נישט איין אז ער קען אליינס אריינגעבן א נשמה און חיות אין א קערפער, דער זעלבער באשעפער שיקט צו פרנסה. עס איז נישטא וואס זיך צו זארגן. &nbsp; מיר וועלן לאזן די דאגות פאר די אגריקולטור דעפּאַרטמענט. ראלינס זאגט אז זיי פלאנען צו אינוועסטירן דעם ריזיגן סכום פון א ביליאן דאלער צו באקעמפן דעם קריזיס. זייער פלאן באשטייט פון פינף פונקטן:&nbsp;&nbsp; &nbsp; איינס. די רעגירונגס וועט אינוועסטירן אסאך געלט פאר ריסוירטש און פראגראמען צו פארמינערן די פארשפרייטונג פון די פייגל-פלו ווירוס צווישן הינער. עס וועלן ווערן ארויפגעלייגט פארשידנע נויטיגע זיכערהייטס מיטלען אין פארמעס און פלייש-פראדוקציע צענטערן.&nbsp;&nbsp; &nbsp;&nbsp;&nbsp; צוויי. טויזנטער אייער-פארמער אין אמעריקע האבן געליטן גרויסע שאדן צוליב די פילע פלו אויסברוכן. די רעגירונג פלאנט צו צושטעלן געלט פאר די אלע פארמער, כדי זיי זאלן קענען זיך שנעל צוריק בויען צוריקקומען צו זייער געוועזענע פראדוקציע שטאפלען.&nbsp;&nbsp; &nbsp; דריי. אין די לעצטע יארן זענען געווען געוויסע באמיאונגען צו שאפן וואקסינען קעגן פייגל-פלו, די רעגירונג וועט אינוועסטירן צו אַנטוויקלען וואקסינען וואס קענען זיין אפעקטיוו אין באשיצן הינער פונעם פלו.&nbsp;&nbsp; &nbsp; פיר. לויט ראלינס האבן די פריערדיגע אדמיניסטראציע ארויפגעלייגט פארשידענע רעגולאציעס וועלכע שטערן די אייער-אינדוסטריע. די אדמיניסטראציע האט צוגעזאגט איבערצוקוקן און אויסמעקן געוויסע רעגולאציעס כדי צו פארגרינגערן די פראדוקציע קאסטן און סוף כל סוף ברענגען צו ביליגערע אייער פאר קאנסומערס.&nbsp;&nbsp; &nbsp; פינף. די אדמיניסטראציע וועט ערלויבן און מוטיגן דאס צייטווייליגע אימפארטירונג פון מיליאנען אייער פון אויסלאנד, בעיקר פון טורקיע, כדי צו פארגרינגערן דעם מאנגל אין די אמעריקאנער מארק און סטאביליזירן די פרייזן.&nbsp;&nbsp; &nbsp; די אגריקולטור סעקרעטאר האט געזאגט אז זי האלט אז די ביידען אדמיניסטראציע איז פאראנטווארטליך פארן קריזיס. לויט איר, האט די פריערדיגע אדמיניסטראציע איגנארירט די ערנסטע פראבלעמען אין דער אייער-אינדוסטריע, וואס האט געברענגט צו די עקסטרעמע פרייז שטייגונגען. זי האפט אז מיט די נייע פאליסיס וועט די סיטואציע זיך סטאביליזירן אין די קומענדיגע דריי צו זעקס מאנאטן.&nbsp; &nbsp; ווי געזאגט לאזן מיר די אין די "הויכע פענסטער" זיך "זארגן", און אנדרייען, מיר וועלן ווייטער זיין רואיג און צופרידן, וויסנדיג אז מיר זענען אין גוטע הענט, די ריכטיגע פירער פון די אגריקולטור אדמיניסטראציע און פון די גאנצע וועלט איז דער אויבערשטער, און ער האט א גוטע טרעק רעקארד מיט עקספיריענס וויאזוי צו פירן די וועלט וואס איז נישטא זיינס גלייכן.

    < זעה מער ל שבט תשפ"ה 📝
  • מילך אדער מילעך

    שאלה: עס איז מיר זייער אינטרעסאנט פארוואס שרייבט מען "מילך", און נישט "מילעך" אדער "מילאך"? עס איז דאך א אידישע ווארט, און אויף אידיש ניצט מען דאך וואקאלן? &nbsp; &nbsp; בית פיגא ירושלים &nbsp; ענטפער: פון אייער שאלה פארשטיי איך אז עס זעט אויס ווי מען שרייבט עס ווי א לשון הקודש ווארט, און נישט ווי אידיש, וויבאלד מען זאגט עס ארויס "מילעך" (אין אמעריקע) אדער "מילאך" (אין ארץ ישראל), אבער מען שרייבט עס "מילך". &nbsp; פון וואו שטאמט אידיש? דער שפראך האט זיך שוין אנטוויקלט מיט איבער טויזענט יאר צוריק אין די אידישע קהילות פון אשכנז (דייטשלאנד, און צפון פראנקרייך) אלץ א מיטל צו זיין אפגעטיילט פון די גוים. די שפראך איז געבויט אויף די דעמאלטסדיגע דייטשע שפראך (וואס מען רופט היינט "מיטל הויך דייטש") און עס האט אריינגעמישט פילע לשון הקודש ווערטער, און געשריבן מיט די הייליגע אל"ף בי"ת. &nbsp; נאך די שוידערליכע קרייצצוג תקופה, זענען זייער אסאך אידן אנטלאפן פון דייטשלאנד, און מען האט זיך פארשפרייט אין פילע סלאווישע לענדער פון אייראפע ווי פוילן, ליטע, אוקריינע און רוסלאנד, דארט האבן זיך אריינגעכאפט זייער אסאך סלאווישע ווערטער אין אידיש, וואס מיר נוצן נאך ביז היינט. &nbsp; אין פארשידענע סלאווישע שפראכן זאגט מען ארויס דאס ווארט מילך מיט א שטיקל דגוש נאכ'ן ל' ווי "מאלאקא" (רוסיש) אדער "מילעקא" (סלאוואקיש), דאס האט ווארשיינליך געהאט א השפעה אויף אידיש אויך, וואס כאטש מען האט עס ווייטער געשריבן "מילך" ווי מען שרייבט עס און מען זאגט עס אויף דייטש (נאך ביז היינט) האט מען עס אנגעהויבן זאגן "מילעך". דאס איז אן אלטער כלל, אז אפילו שפראכן אנטוויקלען זיך כסדר, אבער אויפן שרייבן נעמט עס אסאך לענגער. &nbsp; יעצט שטייען מיר פאר'ן יום טוב פורים, מען גייט מקיים זיין די פילע מצוות היום, הערן מגילה ליינען, וואס צדיקים האבן געזאגט דערויף אז פאר דעם אליינס לוינט זיך שוין דורכצוגיין דעם גאנצן לעבן מיט אלע שוועריקייטן... משלוח מנות, וואס חז"ל זאגן אז דאס איז צו מרבה זיין שלום וריעות צווישן אידישע קינדער, סעודות היום, זיך פרייען מיט'ן אויבערשטן, און מתנות לאביונים. וואס אויף דעם ווילן מיר זיך דא אפשטעלן. עס זענען דא מענטשן וואס מיינען אז נאר ביי די וואס מען שטייט דארט אין לאנגע שורות און מען טיילט דארט גלאטע הונדערטערס, און זיי טראכטן אז וואס פארא פורים איז דאס ביי מיר אז איך האב גארנישט צו געבן... איך וועל דיר זאגן א סוד, דו האסט עפעס וואס דער עושר האט נישט, דו קענסט עפעס טיילן א זאך וואס איז דא זייער ווייניג דערפון, א זייער א טייערע זאך, אבער דו האסט דערפון גענוג און נאך, א איד וואס איז אנגעזאפט מיט אשר בנחל קען געבן "ולבן שנים מחלב", איינער קען טיילן מילך און ווייס מאכן יענעמ'ס ציין, אבער דו קענסט אים געבן פון דיין חיזוק, פון דיין שמחה, און אים געבן די מוט צו לעבן. גיי ארום - נישט נאר פורים - מיט א גרויסע שמייכל אויף דיין מויל, ווען דו באגעגענסט איינעם, קוק נישט צי ער גריסט דיר אדער נישט, זאג אים הויך מיט א שמייכל "גוט מארגן, וואס מאכט איר?", דו קענסט נישט וויסן וויפיל מענטשן עס דרייען זיך ארום "נארמאל", אבער זיי זעען גארנישט, ער זעט שטערנס, ער גייט יעצט דורך א שוועריקייט וואס קיינער ווייסט נישט, און קיינער זעט נישט, אין זיין קאפ זוכט ער וואו קען מען אנטלויפן, ער טראכט "וואס האב איך פון מיין לעבן", און א פרייליכער איד גייט דורך און גריסט אים "גוט מארגן" דאס קען אים ראטעווען בוכשטעבליך, איינער טראכט נאך פון מיר, איינער אינטערסירט נאך אין מיר. וועסטו מיר זיכער זאגן, "איך בין דאך דער וואס גייט דורך דער גיהנום אויף דער וועלט, און איך זוך איינער זאל "מיך" מאכן שמייכלען, וויאזוי קענסטו דאס פארלאנגען פון מיר?", בעט איך דיר, טראכט נישט אזוי, ווייל דער קארענסי וואס הייסט "ולבן שיניים מחלב" איז זייער טייער, און עס איז דא א גרויסע מאנגל דערפון. און אז דו שפירסט אז דו דארפסט חיזוק, ווייסטו די אדרעס, עפן אויף אן אשר בנחל, אן עצתו אמונה, רוף אן די האטליין, הער אביסל חיזוק, און די שמחה וועט זיך איבערגיסן אויף אלע זייטן. חזק ואמץ!

    < זעה מער כז שבט תשפ"ה 📝
  • פארוואס געניצט מען ווען מען איז מיד?

    שאלה: פארוואס געניצט מען ווען מען איז מיד? &nbsp; ענטפער: רוב מענטשן וועלן אפילו נישט כאפן, עס געשעט כמעט אויטאמאטיש, א איד איז אויפגעשטאנען אינדערפרי, אפגעגאסן נעגל וואסער, געלאפן אין מקוה, אנגעטון תפילן, געדאווענט, ארויסגעגאנגען ארבעטן און ברענגען פרנסה, ער האט געלערנט זיינע שיעורים אין משניות גמרא הלכה, און אזוי ווייטער, זיך אפגעגעבן מיט די קינדער, יעצט דארף ער גיין אויף א חתונה, און שוין נאכן טאנצן עטליכע שעה, שטייט דער בדחן איינס אזייגער ביינאכט און רעדט צוזאם שטותים מיט הבלים, קיינער אין זאל איז נישט אינטערעסירט צו הערן וואס ער האט צו זאגן, זיכער נישט נאך א גאנצן טאג, אבער זעט אויס אז דער מחותן וויל זיין "נארמאל", אזוי נישט מיר נישט דיר, עפנט זיך אויף מיין מויל גרויס און ברייט, און מיין הענט געבט א פאר ארויף עס צו באדעקן - א געניץ. וואס איז פשט? איך האב עס נישט געפלאנט, און נישט געטראכט, פארוואס האט דער באשעפער אריינגעלייגט אין די טבע אז א מענטש געניצט ווען ער איז מיד? &nbsp; דער אמת'ער תירוץ פארוואס עס איז אזוי ווייסן מיר נישט, אויב איינער קען מיר ווייזן אין די ספרי חז"ל אדער פון די צדיקים וואס שרייבן דערוועגן, וועלן מיר וויסן פארוואס דאס איז אזוי. די סייענטיסטן כדרכם שפעקולירן, טראכטן, און חקר'נען, אבער אפילו זיי זענען מודה אז זיי ווייסן נישט. זיי געבן אן עטליכע סיבות פארוואס אפשר דאס איז אזוי. &nbsp; ווען א מענטש איז מיד און אפגעמוטשעט דארף דער מענטש האבן מער כח - ענערגיע אנצוגיין, און ווען מען געניצט ציעט מען אריין אסאך אקסיגען, וואס טוט מעגליך אויפפרישן דעם מח. עס זענען דא שטודיעס וואס זאגן אז א געניץ קילט אפ דער מח ווען עס ווערט צו הייס, וואס העלפט אויסקלארן דעם מח, צו קענען טראכטן בעסער. אדער טוען אנדערע שפעקולירן אז דאס איז פשוט א וועג וויאזוי דער באשעפער האט געמאכט צו געבן א סיגנאל פאר'ן מענטש אז ער איז מיד און ער דארף זיך לייגן שלאפן. פונקט ווי הונגער קען זיין א סיגנאל פאר א מענטש אז ער דארף גיין עסן. &nbsp; עס איז זייער אינטערסאנט צו באמערקן אז געניצן איז "אנשטעקיג" און זייער אסאך מאל ווען איינער געניצט, וועלן די אנדערע ארומיגע אויך אנהייבן צו געניצן. וואס איז פשט דערפון איז זייער אומקלאר, נאך מער אינטערעסאנט איז, אז טייל פארשער זאגן אז א סימפאטישער מענשט וואס שפירט מיט מיט אנדערע, וועט ענדערש אנהייבן געניצן ווען זיינע ארומיגע געניצן. עס זעט אויס ווי עס האט עפעס צו טון מיט די קשר וואס איין מענטש האט מיט'ן צווייטן. &nbsp; עס איז זייער וויכטיג פאר אן ערליכער איד צו האבן א גוטע חבר, איינער וואס וועט אים מחזק זיין ווען ער שפירט זיך געפאלן און מיד, כדי מען זאל נישט איינשלאפן, און אפלאזן די גוטע וועג וואס דער הייליגער רבי געבט אונז. אונזערע חברים און סביבה קען אונז אנשטעקן, און עס איז זייער וויכטיג מען זאל זיין ארומגענומען מיט חברים וואס וועלן אונז אויפהייבן, און געבן עצות פון די הייליגע תורה, אזוי וועלן מיר זיין אמת'ע ערליכע אידן.

    < זעה מער כג שבט תשפ"ה 📝
  • פארוואס אלקאהאל ווערט נישט פארפרוירן

    שאלה: פארוואס ווערט נישט אלקאהאל פארפרוירן? ח. רייזמאן &nbsp; ענטפער: צוערשט לאמיר קלארשטעלן אז אלקאהאל קען יא ווערן פארפרוירן, איי וועסטו מיר פרעגן, איך זעה דאך אז די אלקאהאל אין פריזער איז נאך פליסיג אפילו נאך א וואך צווייט, בשעת די וואסער ווערט פארפרוירן אין עטליכע שעה, פרעגסט זייער גוט. יעדע מאטריאל האט זיך זיין נאטור וואס דער אויבערשטער האט אים באשאפן ווען ער ווערט פליסיג, און ווען ער ווערט פארפרוירן, פשוטע וואסער ווערט פארפרוירן ביי &deg;32 פערנהייט (0&deg; צעלסיוס) און אלקאהאל דארף זיין גאר גאר קאלט צו ווערן פארפרוירן, אזא קעלט וואס מיר באגעגענען נישט טאג טעגליך, מען דארף עס לייגן אין א פריזער וואס קען אראפ ברענגען דער טעמפעראטור צו 173.5&deg; אונטער זערא פערנהייט (114.1 אונטער זערא צעלסיוס) כדי עס זאל ווערן "אייז". &nbsp; ווען מען זעט א איד איז פארפרוירן, ער איז א שטיק אייז, זאג נישט "ער האט נישט קיין אמונה", ווייל יעדער איד באשר הוא שם האט אמונה, די שאלה איז נאר ביי וועלכע טעמפעראטור זיין אייז וועט זיך אויפלאזן, ווען הייבט ער אן זיך צו דערמאנען פון גאט, ווען דער דאקטער האט שוין אויפגעגעבן ער זאגט אז עס איז נישטא מער וואס צו טון, וועט יעדער "מתיר זיין" צו זאגן תהלים, עס זענען דא וואס וועלן שוין לויפן צום אויבערשטן אויך ווען מען דארף מאכן א שווערע טעסט, און מען דערמאנט זיך פונעם באשעפער, און מען בעט אים מען זאגט תהלים, אנדערע וועלן שוין גיין אביסל פריער, ווען מען האט סיי וועלכע צרה, וועט מען זיך דערמאנען אז "אלעס איז באשערט" און מען קען בעטן דעם אויבערשטן, אבער יעדער קען שטייגן אין אמונה. פונקט ווי מיר האבן דא ערקלערט אז מען קען נישט זאגן אויף א איד "ער האט נישט קיין אמונה", ווייל כאטש א פינטל אמונה האט יעדער איד, קען מען אויך נישט זאגן אויף זיך אז מען האט שוין אמונה, ווייל אמונה איז א זאך וואס מען קען שטייגן דערין עד אין סוף, מיר דארפן בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן אים זען אין יעדע זאך, מיר זאלן ווערן דבוק אינעם אויבערשטן, וואס דאס מיינט אויף פשוט אידיש "צוגעקלעבט" צום אויבערשטן, ווי מוהרא"ש פלעגט עס אזוי שיין אראפ לייגן, אז ווען מען קעלבט צוזאם צוויי פאפירן מיט שטארקע גלו, קען מען מער נישט פולקאם צוטיילן, און אייביג וועט מיטקומען כאטש אביסל פונעם אנדערן פאפיר ווען מען זאל עס וועלן צוטיילן, אזוי דארף א איד זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אויבערשטן ביי יעדע געלעגענהייט, וואס דאס בויעט אים אויף די אמונה, און אפילו מיר פשוטע מגושם'דיגע פיצא עסנדע מענטשן זאלן אויך קענען צוקומען צו די גרויסע מדריגה פון דביקות בהשם, און אפילו מיר זעען אויס ווי מיר זעען נעבעך אויס, קרעצן מיר צום אויבערשטן דארט ווי מיר זענען. &nbsp; דאס עס איז אביסל ענליך צו וואס מיר האבן געשריבן מיט עטליכע וואך צוריק איבער זאלץ אויף די אייז. און אז מען רעדט שוין דערפון ווילן מיר דא פאררעכטן א טעות וואס איז דארט אריינגעפאלן אז מען קען אויך נוצן זאמד צו צעלזאזן אייז. דער אמת איז אז אין דארפישע געגענטער ווי מען פארט נישט אזוי סאך קען מען נישט נוצן קיין זאלץ צו צולאזן שניי, ווייל די קארס וואס פארן אויף די זאלציגע שניי העלפן צו אויסמישן די זאלץ מיט די שניי, ווייל אויב האט מען נישט קיין קארס, וועט די שניי ברעקל בלויז מאכן א לאך אין די שניי און אלעס אנדערש וועט בלייבן אייז. דערפאר נוצט מען זאמד פשוט אז די שניי און אייז זאל נישט זיין אזוי גליטשיג, און מען זאל קענען פארן אויף די שניי. ווען די זון שיינט וועט די טונקעלע זאמט אביסל העלפן צו צולאזן די שניי, ווייל די זאמד זאפט בעסער איין די זון שטראלן און ווערן אביסל אנגעווארימט פון די זון וואס וועט צוביסלעך אביסל אויפלאזן די שניי.

    < זעה מער כ שבט תשפ"ה 📝
  • פארוואס קוויטשעט א מיקראפאן?

    &nbsp; שאלה: פארוואס קוויטשעט דער ספיקער אויב מען האלט דעם מייקראפאן נעבן אים? &nbsp; ענטפער: שטעל אפ א מענטש, און פרעג אים וואס ענטפערסטו פאר דיין קינד ווען ער פרעגט דיר פארוואס טוט מען אזוי און אזוי, איך האף אז ער וועט דיר זאגן אז ער ענטפערט אים אז ער זוכט נאר צו טון וואס דער אויבערשטער וויל פון אים, און ווען ער האט א ספק פרעגט ער א רב וואס צו טון. &nbsp; אבער אויב ענטפערט ער דיר אז ער זאגט אים אז ער פרעגט דעם שכן, ער קוקט ארויס אויפן גאס צו קוקן וואס "יעדער" טוט, ווייל מען דארף זיין א "נארמאלער מענטש", האסטו דא באקומען די תשובה אויף דיין שאלה, פארוואס קוויטשעט דער מייק ווען מען דרייט אים אויס צום ריכטונג פונעם ספיקער, איינער רעדט אריין אינעם מייק, דער ספיקער (וואס איז אויסגעדרייט צום מייק) געבט עס ארויס און געבט עס ווידער אריין אינעם מייק, און אין עטליכע סעקונדעס לויפט דער קול העכער און העכער ווי א קעצל וואס לויפט נאך זיין וויידל, און דאס איז דער רעזולטאט דערפון א הויכע גריצלענדען קוויטש וואס מאכט א לאך אינעם אויער... &nbsp; ווען דארף מען חתונה האבן? ווי אלט דארף מען זיין? ווענדט זיך, אויב דרייעט מען זיך צווישן גוים, וועט מען הערן "נישט פאר די פינף און דרייסיג", אין לעיקוואוד וועט מען זאגן מען קען שוין אויסהערן ביי די זעקס און צוואנציג, אין בארא פארק וועט שוין צוואנציג אויך גוט זיין, אין וויליאמסבורג איז נייצן "פונקט גוט" און אין קרית יואל וועט מען זאגן "בן שמונה עשרה לחופה - נישט אזוי שטייט?", דו וועסט פרעגן דיינע שכנים, און באקומען א לאך אין די אויער? אדער וועסטו קוקן אין די תורה, וועסט עפענען א שולחן ערוך און זען וואס דארט שטייט. &nbsp; וויאזוי דארף א "אידישע שמחה" אויסזען? וועמען דארף מען געפעלן? דארף מען געבן "עכטע" צירינג, אדער פאלשע חובות איז אויך גוט? דארף מען ספענדן אויף א גרויסע שיינע זאל, אדער ענדערש האבן הרחבת הדעת אן א לאך אין טאש? פארוואס זאלסטו פרעגן דיין שכן צו זאגן הייסט געלערענט, פרוביר עס אויס און קוק וואס עס וועט טון מיט דיר. &nbsp; אויב וויל מען פארמיידן דעם מייק פון קוויטשען האלט נישט דעם מייק נאנט צו די ספיקערס, נידער דעם מייק'ס סענסיטיוועטעט, נוץ א מיקראפאן וואס איז א "דירעקשאנעל מייק" וואס נעמט די קול נאר פון איין ריכטונג.

    < זעה מער יד שבט תשפ"ה 📝
  • מאגנעטן

    שאלה: איך וואלט געוואלט וויסן פארוואס א מאגנעט איז ציענד פון איין זייט און פארקערט פון די אנדערע זייט?&nbsp; ר. וועבערמאן &nbsp; א גרויסן שכח פאר די הערליכע אפטיילונג פון אלץ און אלעמען ענטפער: עס איז א געוואלדיגע וואונדער פונעם אויבערשטן, צוויי דוממ'ס שלעפן איינע דעם צווייטן פון איין וועג, און אנטלויפן איינע פון צווייטן אויף די צווייטע זייט, אבער פארוואס געשעט דאס? לאמיר אריינגיין אביסל טיפער, און זען די כחות וואס דער אויבערשטער האט אריינגלייגט אינעם מאגנעט, אויף א באהאלטענע וועג. &nbsp; די צוויי זייטן פונעם מאגנעט רופט מען פאולס, איינס איז א צפון פאול, און דער צווייטער איז א דרום פאול. אויב וועסטו נעמען צוויי מאגנעטן און לייגן א "צפון" אויף א "דרום" וועט זיך עס באהעפטן, אבער אויב לייגט מען ביידע דרומ'ס אדער ביידע צפון'ס וועלן זיי זיך נישט לאזן קומען נאנט. &nbsp; דאס פאסירט צוליב עפעס וואס מען רופט א מאגנעטישע פעלד. א מאגנעטישע פעלד איז אן אומזעבארע כח וואס נעמט ארום דעם מאגנעט, דער כח הייבט זיך אן ביים "צפון פאול" און נעמט גענצליך ארום דעם מאגנעט ביזן "דרום פאול", אזוי דרייען זיך ארום די מאנעטישע כחות א גאנצן צייט. &nbsp; יעצט ווען מען לייגט צוזאם צוויי מאגנעטן אויף די פארקערטע כחות, ווערן ביידע שטיקלעך באהאפטן, און די מאגנעטישע כחות הייבן זיך יעצט אן פון אויבן פון די אויבערשטע צפון, און נעמט ארום ביידע "אינאיינעם" ביז "דרום", אבער אויב וויל מען צוזאם שטעלן ביידע זעלבע כחות אינאיינעם, שטערן זיי איינע דעם צווייטן דעם מאגנעטישן פעלד, ביידע זעלבע זייטן האקן אריין איינע אינעם צווייטן, און לאזן זיך נישט נאנט קומען. &nbsp; א מענטש האט אין זיך צוויי זייטן, ער האט א נשמה וואס ציעט צום אויבערשטן, ער וויל נאר זיין דבוק בה', לערנען און דאווענען פיר און צוואנציג שעה, נישט עסן, נישט שלאפן; פון די אנדערע זייט האט אים דער אויבערשטער געגעבן א גוף וואס וויל עסן, ער וויל שלאפן, ער וויל פארוויילן, ווען א מענטש זאל געבן פאר זיך אלעס פאר נאר איין זייט טויג נישט, מען קען נישט נאר א גאנצן צייט גיין "דרום", נאר לערנען, נאר רוחניות, אזא מענטש וועט צוזאם ברעכן, מען קען עס נישט אנהאלטן, ווען מען עסט נישט, מען שלאפט נישט קען מען נישט לערנען און דאווענען, דער אויבערשטער וויל דאס נישט. די זעלבע זאך פארקערט, אז א מענטש וועט א גאנצן טאג נאר זיך אפגעבן מיט גוף, פארוויילן מיט עסן, און פארברענגען, וועט ער זיך שפירן ליידיג, ער וועט נישט וויסן פארוואס רעג איך מיך, פארוואס שפיר איך ליידיג, און אפילו נאכן צוגיין צום פרידזשידער צום פופציגסטן מאל און ארויסנעמען נאך א שטיקל טשיז קעיק שפיר איך נאך נישט זאט. די סיבה דערצו איז אז ער איז געגנגען נאר צו "צפון" א גאנצן צייט, עס טויג נישט, מען ווערט דיפרעסט און מרה שחורה. מען דארף צוזאם ברענגען רוחניות מיט גשמיות צוזאמען, "דרום" מיט "צפון" ארבעטן זייער גוט, זיין קערפער איז אויסגערוט, זאט, יעצט לערנט ער, דאווענט ער און גייט אן מיט זיין עבודת הקודש אויף לאנגע געזונטע יארן. &nbsp; צום שלוס, מאגנעטן זענען א וואונדערליכע כח וואס דער אויבערשטער האט ארייגעלייגט אין די בריאה, דער ערד קוגל אליינס איז אויך א מאגנעט (מיר רעדן דא נישט פון "גרעוויטי", וואס איז א באזונדערע כח) וואס האט א "צפון פאול" און א "דרום פאול" און די מאגנעטישע פעלד נעמט ארום די גאנצע וועלט. און איז זייער צופרידן זיך צוזאם צו שטעלן מיט די פארקערטע פון אים, אבער קען נישט ליידן צו זיין אינאיינעם מיט די זעלבע זייט פון אים.

    < זעה מער יב שבט תשפ"ה 📝
  • די שווארץ ווייסע בעל חי - זעברע

    לכבוד ר' גרשון קרעמער, איך בין א בחור פון פופצן יאר, מיין משפחה האט זיך ארויסגעצויגן צו א שיינע געגענט אין פענסילוועניע. איך האב עפעס וואס שטערט מיר, אפשר קענסטו מיר פארענטפערן, מיין גוי'אישער שכן נעבן אונז פארמאגט א שטיקל פארם, און האט עטליכע זיברעס, און איך קען נישט דערגיין צי דער זיברע איז א שווארצער פערד מיט ווייסע שטרייפן, אדער איז עס א ווייסער פערד מיט שווארצע שטרייפן, איך וואלט זייער הנאה געהאט צו הערן אן ענטפער. אליעזר ר. &nbsp; ענטפער: טייערער אליעזר נ"י, ביז דארט איז שוין אלעס גוט? האסט שיין היינט געקוקט אויפן הימל, דו לעבסט דארט צווישן די ביימער און די פעלדער, ביזט דאך אין גן עדן, קענסט שפאצירן צווישן די וועלדער און געוויקסן און רעדן צום אויבערשטן אינעם שויס פונעם נאטור. וואס קען זיין שענער פון דעם? &nbsp; דער אמת איז אז פון יעדע זאך קען מען ארויסנעמען שיינע זאכן. צוערשט דער זיברע איז נישט קיין פערד, אבער זענען פון די זעלבע משפחה פון בעלי חיים (גערופן עקידיע) וואס נעמט אריין אין זיך פילע בעלי חיים, די באקאנטע צווישן זיי זענען די פערד, אייזלען און זיברעס. &nbsp; צו דיין שאלה צי זיי זענען א שווארצע בעל חי אדער א ווייסע, באמת קען מען זאגן וואס מען וויל, אבער אויב פרעגסטו מיר וועל איך זאגן אז עס איז א שווארצע בעל חי, פארוואס? ווייל די הויט אונטער די שווארץ און ווייסע האר פונעם זיברע, איז גענצליך שווארץ, און נאר די האר איז א חלק שווארץ און ווייס. &nbsp; די שטרייפן פונעם זיברע זענען זייער וויכטיג פאר אים, קודם כל מאכט עס שווער פאר די פארצוקענדע חיות צו קענען פאקוסן אויף אים, די פילע שטרייפן צומישן די לייבן און די טיגערס און מאכט זיי שווער זיי צו כאפן, און אזוי אויך צווישן זיך דינען די שטרייפן אזוי ווי די פינגער אפדרוקן פון א מענטש. קיין איין זיברע האט נישט די זעלבע שטרייפן פון א צווייטן, און דאס העלפט זיי זיך צו קענען אידענטיפיצירן איינע פונעם צווייטן. &nbsp; מענטשן זענען אויך אזוי, נישט נאר אונזערע פינגער אפדרוקן זענען אנדערש איינע פון צווייטן, נאר אויך די תכונת הנפש, די שטארקייטן און די כחות פארמאגט יעדער עפעס אנדערש, יעדער האט אנדערע נסיונות, אנדערע פארמעסטונגען, און דער אויבערשטער האט דיר באשאפן אויף דער וועלט ווייל ער דארף האבן אזא מענטש ווי דו מיט דיינע פראבלעמען און דיינע נפילות, פון דארט זאל קומען א איד און אים זאגן "באשעפער אין געהער פאר דיר", די נחת וואס דער באשעפער האט פון דיר קען ער נישט האבן פון קיינעם אנדערש. שטארק דיר, גיי אן, ווייל דער באשעפער האט דיר ליב, און דארף דיר האבן.

    < זעה מער כח טבת תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 46 to 60 of 94 results

1 2 3 4 5 6 7
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com