Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • מסיבת כ"א כסלו אין בלומינג גראוו

    נעכטן מיטוואך אווענט, אור ליום כ"א כסלו זענען זיך צוזאם געקומען א שיינע ציבור אנ"ש אין שטוב פון מו"ה אברהם יושע וועבערמאן הי"ו, צו פייערן דעם יום הצלה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע צוזאמען מיטן סיום מסכת מנחות וואס ווערט פארגעלערענט יעדע נאכט דורך הר"ר בערל לעווי שליט"א אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 24 מעריוואלד לעין יעדע נאכט אום 9:00. עס איז געווען צוגעגרייט א שיינע מסיבה מיט כלי זמר, דער עולם האט זיך צוגעזעצט  צו שיינע געדעקטע טישן, און מען האט געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה האט זיך ספעציעל אנגעשטרענגט ארויסצוקומען זיך צו באטייליגן. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז עס איז ביי אים די גרעסטע חשיבות דאס וואס אינגעלייט נאך די ארבעט רייסן זיך אראפ אפאר מינוט און קומען צו א שיעור אין גמרא, אז כאטש ער איז נאך זייער אויסגעמוטשעט פון זיין שווערע נסיעה צו ארה"ק און אומאן פון וואס ער איז נארוואס צוריק געקומען, "ביי מיר איז דאס די חשובסטע זאך", האט דער ראש ישיבה געזאגט. מען האט זיך ארויסגעלאזט און א ריקוד פון "חסדי השם" און "בך בטחו", און נאך שיינע ניגונים פון הודאה, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט א לענגערע שמועס פאר די אינגעלייט און בע"ב, דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט פון צדיקים אז "א בלאט גמרא א טאג, דארף זיין א חיוב אויף א מענטש ווי הנחת תפילין", דערנאך האט ראש ישיבה געזאגט פארשידענע וויכטיגע דברי הדרכה פאר אינגעלייט נאך די חתונה וויאזוי מען פירט א שיינע לעבן בקדושה וטהרה. צו וואס פארא שיינע לעבן מ'קומט צו אז מ'לעבט מיט די תורה, אן צולייגן איבעריגע חומרות ופרושות אזוי ווי מוהרא"ש ז"ל האט אונז אויסגעלערענט. דער ראש ישיבה האט מחזק געווען דעם עולם אז מען זאל שוין מארגן אנהייבן מסכת חולין, וואס איז זייער א שיינע מסכת. דערנאך איז זיך דער שיינער ציבור צוגאנגען אנגעשעפט מיט חיזוק ווייטער אנצוגיין בעזר ה' יתברך. "בך בטחו אבותינו, בטחו ותפלטמו, אליך זעקו ונמלטו, בך בטחו ולא בושו" בילדער רעקארדיג פון דרשה

    < זעה מער כא כסלו תשע"ט 📝
  • י"ט כסלו פארברענג אין שטוב פון הר"ר יחזקאל סאטמעט שליט"א

    נעכטן איז מען זיך צוזאם געקומען אין שטוב פון הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א מלמד מומחה, לרגל דעם גרויסן טאג י"ט כסלו און לרגל וואס מ'האט זוכה געווען צו מסיים זיין מסכת מנחות, ביים שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר יעדן אינדערפרי פאר די יונגעלייט. מען האט זיך געוואשן צו א שיינע סעודה, און געזונגען ווארימע ניגונים לרגל דעם סיום און לרגל דעם גרויסן טאג י"ט כסלו. דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט טרעפליכע ווערטער. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז דאס האט ער מקבל געווען פון מוהרא"ש אז מ'קען נישט זיין א ברסלבע חסיד אן לערנען כאטש איין בלאט א טאג. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מ'קען נישט מצליח זיין מיטן לערנען א בלאט א טאג נאר מיטן דרך הלימוד. ווייל אויב א מענטש מוז אייביג אלעס פארשטיין ווי איז מעגליך צו לערנען "יעדן" טאג? עס איז לא ימלט אז עס מאכט זיך טעג וואס די קאפ איז נישטא, אדער די צייט איז נישטא, עס זענען דא משפחה טרידות, שמחות, ימים טובים, סתם שווערע טעג. א מענטש איז נישט א מאשין. א איד דארף אפמאכן ביי זיך, יעבור עלי מה, איך וועל אפזאגן דעם בלאט גמרא יעדן טאג, אז דער באשעפער וועט העלפן וועל איך עס אויך פארשטיין. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברעגט די געוואלדיגע תועלת פון עפענען די גמרא אינדערהיים, וואס פארא גוטע השפעה עס האט אויף די שלום בית און אויף די חינוך. א ווייב באקומט א רעספעקט פארן מאן אויב ער לערנט, די קינדער וואקסן אויף מיט דעם אז דער טאטע עפענט א אידיש ספר. טוב לי תורך פיך מאלפי זהב וכסף דרשה פונעם ראש ישיבה

    < זעה מער כ כסלו תשע"ט 📝
  • דער ראש ישיבה באזוכט אין ארץ ישראל צום יארצייט פון זיין באבע ע"ה א"ח הגאון רבי יחזקאל ראטה שליט"א

    פארגאנגענעם דינסטאג האט זיך דער ראש ישיבה ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ארץ ישראל צו זיין אויף זיין באבע'ס יארצייט. &nbsp;דער ראש ישיבה איז געווען אין מירון צום יארצייט אויף שבת קודש. פרייטאג צו נאכטס האט מען געדאווענט אויבן אין די מערה. שבת אינדערפרי האט מען געדאווענט אין די דירה פון זיין גרויסן זיידן דער קארלסבורגער רב שליט"א אין זיין בית המדרש מראה יחזקאל. דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט שחרית פארן עמוד. מוצאי שבת איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש, און איז דארט געווען א גאנצע נאכט און געדאווענט שחרית ביים ציון. &nbsp; אויפן וועג צוריק האט דער ראש ישיבה געמאכט א סטאפ אין אומאן צו זיין ביים ציון פון הייליגן רבין.

    < זעה מער יט כסלו תשע"ט 📝
  • דער ראש ישיבה שטעקן אין קיעוו עירפארט פאר לאנגע שעות

    אויפן וועג צוריק פון ארץ ישראל, האט דער פליגער געזאלט מאכן א סטאפ אין קיעוו לופטפעלד פאר עטליכע שעה, אבער צוליב וואס דער פליגער וואס האט זיי געדארפט נעמען קיין ניו יארק איז געווען צובראכן האט מען געדארפט ווארטן 15 שעה (!) אויף אן אנדערן פליגער. דער ראש ישיבה האט זיך נישט פארלוירן נאר עס אנגענומען באהבה, און אויסגענוצט די צייט און געלערענט זיינע שיעורים כסדרן. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז ב"ה היינט אינדערפרי אנגעקומען אין א מזל'דיגע שעה. אויפן בילד זעט מען דער ראש ישיבה לערנט דעם שיעור אין גמרא ווארטענדיג אין עירפארט

    < זעה מער יט כסלו תשע"ט 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א ביי די ציונים פון די לובאוויטשע רבי'ס אין קווינס

    היינט זונטאג וישלח אינדערפרי האט זיך דער ראש ישיבה אריבערגעכאפט צום אהל הק' פון די לובאוויטשער רבי'ס אין קווינס, ווי דער ראש ישיבה איז געגאנגען מתפלל זיין. ווי באקאנט האט דער רבי שטארק גערעדט פון די מעלה פון גיין צו א קבר פון א צדיק, און זיך דארט אויסבעטן ביים אייבערשטן. מוהרא"ש ז"ל האט געשריבן עטליכע קונטרסים אויף דעם ענין, מוהרא"ש שרייבט אז די לופט ביים א קבר פון א צדיק איז ריין, און מ'קען זיך דארט אסאך בעסער אויסבעטן, און פועלן וואס מ'דארף נאר. דער הייליגער רבי ווען ער האט געוואוינט אלץ קינד אין מעזעביש, אין הויז פון זיין הייליגן זיידן דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, איז כסדר געגאנגען צום ציון הק' פון זיין זיידע דער בעש"ט הק' און זיך אויסגגעגאסן דארט זיין הארץ. אזוי אויך יעדעס מאל ווען מוהרא"ש ז"ל פלעגט זיין אין מאנסי, איז ער אלץ אריבערגעגאנגען צום ציון הק' פון הייליגן ריבניצער רבי זי"ע. אויך ווען נאר עס איז אים אויסגעקומען דורכצופארן קרית יואל, האט ער זיך שטענדיג אפגעשטעלט ביים ציון הק' פונם הייליגן סאטמארער רבי זי"ע. ער פלעגט אלץ פארהאלטן תלמידים וואס וואינען אין קרית יואל: "עטס האטס נעבן זיך&nbsp;א קבר פון אזא צדיק, און מ'גייט נישט ארויף!?" און טאקע שטענדיג ווען תלמדי היכל הקודש האבן נאר אפילו עטליכע מינוט, כאפן זיי זיך אייביג אריבער צום הייליגן ציון, און זיי האבן גאר אסאך מעשיות פון תפלה צו פארציילן, וואס אלץ זיי האבן געפועלט ביים הייליגן ציון. "על ידי השתטחות על קברי הצדיקים, הקדוש ברוך הוא עושה לו טובות אף על פי שאינו ראוי לכך" (ספר המדות - אות צדיק, קע"ג)

    < זעה מער י כסלו תשע"ט 📝
  • הערליכע צווייטע טעג סוכות ביי אנשי שלומינו

    גאר א שיינער יום טוב איז אריבער אויף אנשי שלומינו דעם סוכות, ווען מיר האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פונעם יום טוב, וואס דאס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר. עס האט געהערשט א גרויס התעוררות הושענא רבה ביי די תפלות. דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און מעורר געווען אריינצוכאפן זיך אויסצובעטן און זיך איינטענה'ן מיטן אייבערשטן, און אויספועלן א גוט יאר. אויף די צווייטע טעג יום טוב זענען אריינגעקומען פילע אנשי שלומינו פון אנדערע שטעט מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג פון יום טוב אין וויליאמסבורג ביים ראש ישיבה. די הקפות האט מען געטאנצן מיט גרויס פרייד, מען האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה, אז מען האט זוכה געווען די גאנצע יאר צו לערנען אסאך די הייליגע תורה, און אז עס קומט א פרישע יאר וואס מען וועט אנפילן מיט אסאך לימוד התורה און מיט מצות ומעשים טובים. במשך דעם יום טוב האבן מיר געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. ביי נעילת החג האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט אז אזוי ווי עס הויבט זיך אן דער נייער יאר, זאלן מיר זיך נישט לאזן נארן, נאר מיר זאלן אנהויבן מיט א פרישקייט צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, און דאן ווען עס וועט קומען דעם קומענדיגן יאר שמחת תורה וועלן מיר זיך האבן מיט וואס צו פרייען אז מיר האבן אנגעפילט דאס יאר מיט גוטע זאכן, און ווען עס וועט קומען דער לעצטער טאג פונעם מענטש וועט ער האבן מיט וואס צו גיין צום טיש, ווייל נאר די תורה און מצות וואס דער מענטש כאפט אריין אויף די וועלט, נאר דאס בלייבט פון אים, און נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט. ספעציעל - האט דער ראש ישיבה געזאגט - דארף מען זיך פארנעמען צו מעביר סדרה זיין די פרשת השבוע יעדע וואך, א זאך וואס איז ליידער זייער נאכגעלאזט ביי אסאך מענטשן, ווייל מען וויל עס טון דוקא פרייטאג, און מען יאגט נישט אן דאס צו פארענדיגן. האט דער ראש ישיבה געזאגט - זאל מען טון ווי דער שלחן ערוך לערנט אונז, אז פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין די וואכעדיגע פרשה, אזוי וועט מען עס געקענען באווייזן. זונטאג לערנט מען ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער די גאנצע וואך, און ווען עס קומט סוף וואך האט מען געענדיגט די גאנצע סדרה. אויסער דער חיוב וואס ס'איז דא צו לערנען די פרשה יעדע וואך שנים מקרא ואחד תרגום, איז מען אויך זוכה צו די געוואלדיגע הבטחה וואס חז"ל זאגן צו: "כל המשלים פרשיותיו עם הציבור, משלימין לו ימיו ושנותיו" - אז ווען א איד איז מעביר סדרה, איז ער זוכה צו א גוטע לאנגע לעבן. דער הערליכער יום טוב האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אנשי שלומינו וועלכע האבן געשעפט פרישע חיזוק והתעוררות צום נייעם יאר. &nbsp; שישו ושמחו בשמחת התורה!

    < זעה מער כה תשרי תשע"ט 📝
  • סעודת הילולא פונעם הייליגן רבין אין וויליאמסבורג

    א גרויסע ציבור פון אנ"ש זענען זיך צוזאם געקומען צום סעודת הילולא מיטוואך אווענט אין די גרויסע סוכה פון ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג, מען האט זיך געוואשן צו א שיינע סעודה, די קאפעליע האט מהנה געווען מיט שירה וזמרה. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויפגעטרען מיט טרעפליכע ווערטער. דער ראש ישיבה האט ארום גערעדט וואס דער רבי געט אונז, ער געט אריין א חיות אין אונזער לעבן, און טוישט אונזער לעבן צו פאזיטיוו. דערנאך איז מען אריין אין היכל הבית המדרש, ווי מען האט זיך משמח געווען לכבוד שמחת בית השואבה. דערנאך איז אהיים געגאנגען מיט פילע זעק פון אוצרות פונעם רבין. תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו.

    < זעה מער יח תשרי תשע"ט 📝
  • סעודת הילולא פונעם הייליגן רבין אין קרית יואל

    א שיינער ציבור פון אנ"ש זענען זיך צוזאם געקומען צום סעודת הילולא דאנערשטאג נאכמיטאג אין די גרויסע סוכה פון ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב קרית יואל אויף 8 פרעמישלאן, מען האט זיך געגעסן א סעודה, און געזונגען שיינע ניגונים. דערנאך האט מען געשמועסט שיינע דיבורים און זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון הייליגן רבין, הרה"ח ר' יואל פארקאש שליט"א האט ארום גערעדט וואס דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מיר קענען זיך אייביג אויפפרישן פון דאסניי. דערנאך איז מען אריין אין היכל הבית המדרש, ווי מען האט זיך משמח געווען לכבוד שמחת בית השואבה. &nbsp; תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו.

    < זעה מער יח תשרי תשע"ט 📝
  • יארצייט סעודה אין וויליאמסבורג מיטוואך נאכט ליל ב' דחוה"מ

    אנ"ש וועלן זיך צוזאם קומען אי"ה מיטוואך אווענט צו מנחה און מעריב אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט., און תיכף נאך מעריב וועט מען בעז"ה אריבערגיין אויפן גרויסן פארקינג לאט קעגן איבער ווי עס איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסע שיינע סוכה ווי מען וועט זיך וואשן צו א שיינע סעודה און פראווען די יארצייט סעודה פונעם הייליגן רבין זי"ע וואס פאלט אויס אינעם צווייטן טאג חוה"מ סוכות אושפיזא דמשה רעיה מהימנא. ביי די יארצייט וועלן מיר זיך צוטיילן מיט די גרויסע ירושה וואס דער רבי האט אונז איבערגעלאזט, דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט דברי הדרכה און חיזוק, אויך וועט מהנה זיין בזהשי"ת א שיינע קאפעליע. נאכן בענטשן וועט מען זיך בעז"ה צוריק קערן צום היכל בית המדרש, ווי מען טאנצן בתופים ובמחולות לכבוד שמחת בית השואבה. &nbsp; תאו והתכנשו להילולא דרבינו

    < זעה מער יז תשרי תשע"ט 📝
  • שיינער ערשטע טעג סוכות אריבער אויף אנ"ש

    אין אלע שולן פון היכל הקודש ברסלב זענען די ערשטע טעג יום טוב אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט און שמחה, מען האט מקיים געווען די מצוות היום סוכה און ד' מינים, און שמחת החג. אין וויליאמסבורג איז דורך א שיינע יום טוב, עס איז אויפגעשטעלט געווארן א שיינער גרויסער סוכה אינעם אויף קעגן איבערן בית המדרש, דורך אליעזר שמן און שלמה ראטה. דער ערשטער נאכט איז צוגעגאנגען צו מערבית הרה"ח ר' אהרן וועבערמאן שליט"א, נאכן דאווענען האט מען זיך ארויסגעלאזט מיט רקידה וואס האט אנגעהאלטן פאר לאנגע מינוטן. דער צווייטער נאכט האט דער גבאי פונם ביהמ"ד, הרה"ח ר' העניך אינידיג שליט"א געדאווענט מעריב. צו די שחרית און הלל ביידע טעג איז דער ראש ישיבה שליט"א צוגעגאנגען, וואס האט אראפגעלייגט א ווארימע דאווענען. ביי די הושענות האט דער ראש ישיבה שליט"א גאר שטארק איינגעריסן פאר ישועות פאר גאנץ כלל ישראל, און האט קוים געקענט קומען צום ווארט פון גרויס בכיות. דער ערשטער טאג יום טוב נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער קידושא רבה לרגל דאס געבורט פון א קינד ביי הרה"ח ר' מרדכי היימליך נ"י, ווי מ'האט געזינגען פרייליכע ניגונים. פאר מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' הערשל שניטצלער שליט"א צו פארלערנען דעם טעגליכן שיעור אין גמרא, און דעם צווייטן טאג איז מכובד געווארן פארצולערנען הרה"ח ר' יעקב לעססער שליט"א. דער עולם האט זיך צוגעהערן צום שיעור מיט גרויס פארגעניגן. &nbsp; ושמחת בחגך והיית אך שמח

    < זעה מער יז תשרי תשע"ט 📝
  • שמחת ווארט-לחיים-תנאים פון החתן הילל בן ר' ישראל אשר ווייס נ"י עב"ג ר' יואל טייטלבוים נ"י גבאי ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב פרעמישלאן קרית יואל‎

    א גרויסע שמחה האט געהערשט נעכטן דאנערשטאג אווענט אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב קרית יואל שכונת עצי תמרים ווען עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן הילל ני"ו בן מוה"ר ישראל אשר ווייס הי"ו מחשובי אנ"ש אין קרית יואל, מיט די טאכטער פון מוה"ר יואל טייטלבוים הי"ו, מחשובי אנ"ש און גבאי פון ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב - פרעמישלאן. בפרט איז געווען גרויס די שמחה ביי די מתפללים פון ביהמ"ד ווען ביידע מחותנים און דער חתן זענען לאנג יעריגע מתפללים אין דעם ביהמ"ד. עס האבן זיך משתתף געווען א גרויסער ציבור אנ"ש, שכנים, ידידים און קרובים פון ביידע מחותנים, וואס זענען זיך געקומען מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה. דער עולם האט זייער אויסגעלויבט ביידע מחותנים וואס האבן געהאט די שכל און בשעת'ן שליסן דעם שידוך האבן זיין שוין אויפגעליינט דעם תנאים, אזוי ווי מוהרא"ש ז"ל האט אלץ פארלאנגט, און מיט דעם זיך געשפארט ארויסווארפן איבעריגע אידיש געלט, צייט און טירחא. הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א איז געווארן מכובד מיט ליינען דעם התנאים. אויך האט מען געהערט שיינע ווערטער פון הגה"צ ר' יוסף פאנעט שליט"א, רב הצעיר דעעש קרית יואל. דערנאך האט הרה"ג מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א א זיידע פון די כלה, אויפגעטערעטן און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויסע חסדים. דער עולם האט געזונגען שיינע ניגונים און אנגעווינטשן אלע גוטע ברכות פאר די מחותנים און חתן-כלה. &nbsp; עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים.

    < זעה מער טז תמוז תשע"ח 📝
  • "הארץ קאמפיין" אויף "טשערידי דאט קאם" פאר מוסדות ברסלב וויליאמסבורג ווערט איינגעפעדעמט

    די צענדליגע טויזנטער אידן וואס באקומען חיזוק און חיות פון די הייליגע ברסלבע מוסדות, פון די ישיבה און פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן האבן דעם זעלטענעם געלעגענהייט צו קענען העלפן מיטן גאנצן הארץ, כדי עס זאל ווייטער קענען אנגיין בעזרת ה' יתברך. די מוסדות הקדושים האבן זיך ב"ה קע"ה זייער שטארק צואוואקסן, עס מוז עמוירדזשענסי געשאפן ווערן א פלאץ פאר די מיידל סקול. אויך די חדר פאר די אינגלעך איז שוין קע"ה לאנג אויסגעוואקסן דאס פלאץ. די הנהלה פלאנט יעצט בעז"ה צו קויפן א געביידע פאר די חדר און פאר די סקול, וואס דאס וועט אריינציען אין שווערע הונדערטער טויזנטעער דאלארן. דער ציל פון דעם קאמפיין איז אויפצוטרייבן 500 טויזענט דאלער אין 36 שעה. און בעזרת ה' וועט מען מצליח זיין. אבער אויב ח"ו גרייכט מען נישט דעם ציל, וועט מען נישט באקומען קיין איין דאלער פון דעם קאמפיין. געדענקט: עס איז אלעס אדער גארנישט. די הנהלה האט ב"ה באוויזן צו שאפן נדבנים וואס גיין 'מעטשן' יעדען נדבה דריי מאל. דאס מיינט אז יעדע דאלער וואס וועט געגעבן ווערן פארן קאמפיין, איז באמת 4 דאלער. די תלמידים, ידידים און אנ"ש נעמען זיך אונטער א "ציל" וויפיל געלט זיי קענען זיך אונטערנעמען אריינצוברענגען פון זייערע קרובים און ידידים, יעדער וואס וויל שטעלן פאר זיך א ציל און אזוי אויך אלע וואס ווילן איבערגעבן זייערע קאנטאקטן (אימעילס, און טעלעפאן נומערן פון זייערע באקאנטע) פאר די עסקנים וואס וועלן זיך פארבינדן צו זיי און בעטן אין זייער נאמען זיך צו באשטייערן פאר די ישיבה, ווערן געבעטן צו רופן דעם קאמפיין הויפטקווארטיר אויף 718-906-2769, צו באקומען אנווייזונגען וויאזוי עס צו טון. בשעת'ן קאמפיין וועט אויפגעשטעלט ווערן א "קאמפיין הויפטקווארטיר", ווי אלע וואס ווילן צוהעלפן אויפהייבן טעלעפאנען, אדער אנרופן נדבנים. זאלן רופן אויף 718-906-2769. דער קאמפיין וועט זיין אי"ה קומענדיגן מאנטאג און דינסטאג פרשת חקת הבעל"ט. &nbsp;"רק תנו לי את לבכם ואוליך אתכם בדרך חדשה אשר הלכו בה אבותינו אברהם ויצחק ויעקב ואעפ"כ היא דרך חדשה". (חיי מהור"ן) ביי איינע פון די מיטינגען פון די עסקנים מיט "טשערידי דאט קאם"

    < זעה מער כח סיון תשע"ח 📝
  • בית התבשיל אין היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג

    ווי באקאנט פלעגט מוהרא"ש ז"ל אסאך מאל זאגן אז מ'דארף האבן א ספעציעלע זכי' אז די צדקה וואס מ'געט זאל גיין אויף א גוטע צוועק, "עס איז נישטא א גרעסערע צדקה ווי געבן צו עסן פאר א הונגעריגן" פלעגט מוהרא"ש שטענדיג זאגן. אין וויליאמסבורג האבן זיך עטליכע אינגעלייט אריינגעלייגט צו צושטעלן יעדן טאג פאר משפחות וואס זענען איבערשטרענגט מיט טירדות ווי שמחות וכדו', אדער קענען זיך נישט ערלויבן די הוצאות, און דעליווערן טאג טעגליך סאפערס פאר צענדליגע משפחות און סעודות שב"ק יעדע וואך, און די משפחות זענען זיך ממש מחי' דערמיט. דאס אלעס גייט שוין אן פאר א לענגערע צייט. &nbsp;ווער עס וויל ארויסהעלפן און מנדב זיין פאר די הייליגע "בית התבשיל" זאל רופן אויף 718-384-1652 בילדער פון די עסן וואס ליגט גרייט צו דעליווערט ווערן נאך בילדער

    < זעה מער יג סיון תשע"ח 📝
  • שיינער יום טוב שבועות אריבער אויף אנ"ש אין וויליאמסבורג מיטן ראש ישיבה שליט"א

    מוצש"ק דער ערשטער נאכט יום טוב איז מען זיך צוזאם געקומען אין ביהמ"ד אום 1:45, און געזאגט אינאיינעם דעם "תיקון ליל שבועות", און מען האט געזינגען אינצווישן שיינע אידישע ניגונים, וואס איז מעורר צו לערנען די הייליגע תורה און זיין אן ערליכער איד. דעם ערשטן טאג יום טוב האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית אום 11:00, צו שחרית איז צוגעגאנגען די ראש ישיבה שליט"א, וואס האט געדאווענט מיט גרויס געשמאק און ווארימקייט, מען האט געזינגען צוזאמען די באוויסטע "סאטמארע אהבה רבה ניגון" מיט גרויס דביקות, אויך האט מען געזינגען צוזאמען הלל שטיקל ביי שטיקל. אקדמות איז פארגעזאגט געווארן מיט גרויס ווארעמקייט דורך הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב. מוסף האט געדאווענט פארן עמוד מו"ה איתמר טובי' אינדיג הי"ו, וואס האט מהנה געווען דעם ציבור מיט זיין זיסע שטימע. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דעם ברית לבן הנולד צו מו"ה נחמן נתן קרויס הי"ו, דער ראש ישיבה שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, ויקרא שמו בישראל "אברהם מאיר". דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דעם הייליגן ספר "סיפורי מעשיות" (מעשה ז'), ווי מען האט ארום גערעדט אויף די ווערטער פונעם הייליגן רבין "אז ווילאנג די דף איז מגין אויף דיר, דארפסטו פון גארנישט מורא האבן", ווי מוהרא"ש פלעגט אייביג זאגן אז דאס גייט ארויף אויף לערנען א דף גמרא יעדן טאג, און האט שטארק ארויסגעברענגט אז דער "דף גמרא" איז מגין אויפן מענטש פון אלע זיינע צרות. אום 8:00 פארנאכטס איז מען זיך ווידער צוזאם געקומען, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט דעם דף גמרא, דערנאך האט הר"ר מרדכי אינדיג פארגעליינט דעם "תנאים" צווישן כנסת ישראל און דער אייבישטער, מען האט געזונגען שיינע ניגונים, און דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט אין ספר הקדוש "שיחות הר"ן" (שיחה י"ט), ווי דערהייליגער רבי רעדט די גרויסקייט פון לערנען, און אז א מענטש מאכט ביי זיך א חק קבוע צו לערנען יעדן טאג"כך וכך", וועט דאס ארויסשלעפן דעם מענטש פון יעדע בלאטע און פלאנטער ווי ער איז נאר אריינגעפאלן, בגשמיות אדער ברוחניות. און ווי מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן, אז "כך וכך" גייט ארויף אויף "אכצן פרקים משניות א טאג".&lrm; דעם צווייטן טאג יום טוב אינדערפרי האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט פאר שחרית אינעם הייליגן ספר "פעולת הצדיק", ווי מען האט געלערענט איבער די אינגע יארן פונעם הייליגן רבין, ווי דער האט זיך מסגף געווען. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז מען ווערט נישט קיין צדיק איבער נאכט, נאר עס נעמט טעג און אסאך מאל יארן ווילאנג מען ווערט א צדיק, און א מענטש דארף האבן סבלנות, און עקשנות און ווייטער לערנען און דאווענען אפילו ער פילט גארנישט, ווייל אויב ער וועט זיך דערהאלטן וועט ער צום סוף זוכה זיין צו אלע מדריגות. כמעשהו בראשונה כך מעשה בשניה, דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט שחרית, צו מוסף איז צוגעגאנען מו"ה מרדכי ראזענפעלד הי"ו. נאך שחרית, האט דער ראש ישיבה שליט"א ווייטער פארגעלערנט אינעם הייליגן ספר "סיפורי מעשיות", מעשה ז, און שטארק ארום גערעדט דער ענין פון "הגבל את ההר", אז מען זאל נישט ברענען צופיל. למשל מען זעט איינער איז נארוואס געווארן א בעל תשובה און ער וויל שוין תיכף ומיד זיך פירן אזוי ווי א חסידישער איד מיט אלע הנהגות, ער טוט זיך אן חסידישע מלבושים, ער דרייט איבער זיין שטוב, נאכדעם פלאצט עס אבער. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענט אז מען דארף גיין שטאטליך, טריט ביי טריט. און אזוי וועט מען אנקומען זייער ווייט. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט אז מען זאל נעמען דעם רבינ'ס סדר הלימוד מיט א געשמאק, און נישט נעמען דאס לערנען פאר א פרעשור "איך מוז אנקומען", "איך מוז ענדיגן", נאר לערנען כסדר וויפיל מ'קען. דערנאך האט הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, פארגעליינט די "כתובה", מען האט געזינגען ניגונים מענינא דיומא און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט אינעם הייליגן ספר "חיי מוהרן" (סימן תר"א) "אל יהיה רשע בפני עצמך"&lrm;, אז א איד וויל זיין אן ערליכער איד דארף ער זיך דרייען צווישן ערליכע אידן, און אזוי וועט ער סוף כל סוף אויך ווערן אן ערליכער איד, ווייל אויב זעט מען אז מען איז בבחינת "רשע", איז עס ווייל מען איז "בפני עצמך", אליינס בלאנדזשעט מען. מוצאי יום טוב גלייך נאך מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א ווייטער פארגעלערנט א פרישע דף גמרא, און מיט דעם האט מען ארויסבאגלייט דעם הייליגן יום טוב. &nbsp; עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני

    < זעה מער ט סיון תשע"ח 📝
  • הערליכע יום טוב שבועות אריבער אין ביהמ"ד היכל הקודש בארא פארק מיט הרה"ג ר' יצחק לעססער שליט"א

    א גאר שיינער ציבור איז זיך צוזאם געקומען צום דאווענען און תיקון ליל שבועות, דערנאך האט מען געדאווענט אינאיינעם פארטאגס כותיקין. נאכן דאווענען איז געווען א מילכיגער קידוש ווי הרה"ג ר' יצחק שליט"א האט געזאגט עטליכע ווערטער לכבוד יום טוב. די ערשטע טאג שבועות נאך מנחה האט הרה"ג ר' יצחק שליט"א געזאגט שיינע דברי חיזוק וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די לעבן פון דוד המלך ע"ה, וואס האט מיטגעמאכט אלע צרות וואס א מענטש קען נאר טראכטן, אבער האט נישט אפגעלאזט דעם אייבערשטן פאר א רגע, און די גרויסקייט פון זאגן תהלים. &nbsp; ביי נעילת החג מוצאי יו"ט האט הרה"ג ר' יצחק שליט"א צווישן אנדערע זייער שיין געטייטשט דאס וואס חז"ל זאגן "ביותר צריך להזהר במקום שיש חסרון כיס", אז מ'דארף האבן א טאש וואו צו לייגן א קליינע משניות'ל, אז מ'האט נישט קיין משניות מיט זיך, און מ'ווארט צ.ב. ביי א דאקטער'ס אפיס, איז מען זייער איינגעשטעלט, אדער ווען מ'ווארט אז די ווייב זאל ארויסקומען פון א געשעפט, וויאזוי קען מען זיך שטארקן מיט סבלנות אן א משניות?

    < זעה מער ח סיון תשע"ח 📝
« Previous Next »

Showing 376 to 390 of 423 results

1 2 ... 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com