Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • מאנטאג נאכמיטאג: קאמפיין דערגרייכט שוין איבער 17,000,000 - 68% פונעם ציל - נאך 7 שעה צו גיין

    די הייליגע ברסלבע מוסדות איז שוין באקאנט אויף די גאנצע וועלט, אבער וויפיל אידן די הייליגע מוסדות די דרשות און גליונות האבן שוין צוריק געברענגט צום אייבערשטן איז אוממעגליך צו וויסן. די צענדליגע מעסעדזשעס וואס קומען אריין צום אפיס טעגליך נעמט איבער דאס הארץ: * וויפיל אידן פארציילן ווי זיי האבן אנגעהויבן האבן אן אמתדיגע לעבן אינדערהיים מיט זייער משפחה, זיי זענען געוואר געווארן אז אויך זיי קענען האבן שלום בית און זיך דורכקומען מיט די בני בית. * וויפיל בחורים לאזן מעסעדזשעס ווי א דרשה האט זיי געראטעוועט אין די לעצטע מינוט פון אריינפאלן אין שאול תחתית ר"ל. * וויפיל משפחות געבן איבער אז זיי האבן זיך אויסגעלערענט אז די געשוויסטער קענען זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן אפילו מ'האט חילוקי דעות. * וויפיל טויזנטער אידן האבן אנגעהויבן צו לערנען יעדן טאג, נאכן געוואר ווערן אז אפילו זיי האבן נישט די כשרות / מוט / קאפ וכו' וכו' איז נאך אלץ דא א וועג פאר זיי צו זיין צוגעבינדן צו די תורה, און דורך די גרויסע כח פון די הייליגע תורה זענען זיי ארויסגעקראכן פון אלע זייערע פלאנטערנישן אין וואס זיי זענען אריינגעפאלן * ועל כולם, וויפיל קינדער בחורים אינגעלייט מיידלעך ווייבלעך האבן אנגעהויבן צו לעבן יעדן טאג מיטן אייבערשטן. זיי האבן אנגעהויבן צו וויסן און געדענקען אז דער אייבישטער איז דא און פירט זיי אויף טריט און שריט, און ווען איינער בעוול'ט זיי ווערן זיי שוין נישט אזוי אנטוישט, און ווען זיי האבן א הצלחה אדער א דורכפאל ווייסן זיי שוין צו וועמען זיי דארפן זיך באמת ווענדן, און גיסן זיך אויס דאס הארץ כסדר צום אייבערשטן, און הייבן אן א נייע לעבן. דער ראש ישיבה וואס געט זיך אזוי שטארק איבער צו אויפלעבן און מחזק זיין אידן, און געבט כסדר די ווארימע דרשות אין ישיבה וואס פלאמט אויף צענדליגע טויזנטער אידישע הערצער פון איבער די גאנצע וועלט, ער טוט די אלע פעולות און פירט אן די הייליגע מוסדות שלא על מנת לקבל פרס, אין דעם איז אריינגערעכט די חדר, די סקול, און די ישיבה, און נאך פילע וואוילטעטיגע פעולות וואס די הייליגע מוסדות טוען פאר אידישע קינדער. דער ראש ישיבה האט נאך קיינמאל נישט ארויסגעשיקט אדער אפילו פארשעמט א קינד צוליב דעם וואס די עלטערן צאלן נישט קיין שכר לימוד, נישט קיין חילוק פארוואס. די בנינים זענען שוין לאנג אויסגעוואקסן און צו קליין, און עס פעלט זיך גאר נויטיג אויס א נייע בנין פאר די הייליגע מוסדות. לאמיר ארויסווייזן אונזער הכרת הטוב, און אנטקעגן קומען דעם געטרייען ראש ישיבה און צושטייער געבן ביים יעצטיגן קאמפיין, אז ער זאל זיך ווייטער קענען אפגעבן מיט די הייליגע פעולות פון פירן די מוסדות, און נישט דארפן טראגן דעם פינאנציעלן עול. יעצט מאנטאג מיטאג קומט אריין די אפדעיטס פונעם קאמפיין, אז דער סכום האלט יעצט ביי ארום 17,000,000 פרוטה'לעך, עס איז נאר געבליבן נישט מער פון 7 שעה ביז די קאמפיין וועט פארטיג ווערן, רופט אייך אן ווארים, מען זאל אנקומען צום ציל פון נאך 8,000,000 פרוטה'לעך און געט צושטייער לכבוד איינע פון אייערע ידידים אדער באקאנטע און מאכט דעם קאמפיין פאר א קנאקעדיגע סוקסעס. בשם השם נעשה ונצליח

    < זעה מער ל סיון תשפ 📝
  • טיי אווענט אין קרית יואל פארן ברסלבע כולל אין וויליאמסבורג

    א שיינע ציבור איז זיך צוזאם געקומען נעכט אווענט אין שטוב פון הר"ר יואל פארקאש שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש בסלב העיס צום טיי אווענט פארן כולל ברסלב אין וויליאמסבורג ווי מען איז געקומען שטיצן די תלמידי חכמים וואס זיצן און לערנען יעדן טאג פלייסיג און זענען זיך משלים בש"ס ופסוקים ובהוראה. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט א שיינע שיעור ווי ער האט אפעלירט ביים ציבור צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, "עס וועט דורכגיין צען יאר, ווער עס וועט פאלגן וועט אין די צייט האבן אפגעלערענט גאנץ ש"ס, און נאך אסאך מער, און דער וואס וועט מאכן חשבונות, און שפעקולירן, וועט דעמאלטס נאך אלץ האלן אינמיטן שפעקולירן". דער ראש ישיבה האט ארויסגענומען פון שאנק דעם "אוצר יומי" און געוויזן פאן ציבור, "אין בלויז עטליכע מינוט א טאג, קענט איר ענדיגן כל התורה כולה אין זיבן א האלב יאר ארום" האט דער ראש ישיבה אויסגערופן פארן ציבור. דערנאך האט זיך אנטוויקעלט א שיינע שמועסן מיט אנשי שלומינו וואס זענען געקומען, מען האט זיך דערמאנט זכרונות פון מוהרא"ש זי"ע, הר"ר מענדל ווייס שליט"א האט פארציילט א מעשה ווי ער האט געפועלט א ישועה ביי מהרא"ש זי"ע אין זכות פון מנדב זיין צו דריקן א באנד אשר בנחל. בילדער זעט די דרשה פון ראש ישיבה

    < זעה מער כז אייר תשפ 📝
  • זכרו הבהיר פון מסירת נפש איד מו"ה ראובן וויינבערג ע"ה ווערט געדענקט לטובה דורך חסידי ברסלב

    פארגאנגענעם חול המועד העעל"ט איז אוועק פון דער וועלט דער מסירת נפש איד מו"ה ראובן ב"ר נתן נטע וויינבערג ז"ל אין עלטער פון 97 יאר. ר' ראובן איז געווען פון די שטענדיגע מתפללים אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב קרית יואל אויף די פרעמישלאן גאס, וואס האט אלץ געהאט א גוט ווארט פאר יעדעם, און שטענדיג יעדעם מקבל געווען בסבר פנים יפות, און אפילו אין טיפן עלטער ווען ער האט געהאט בתי מדרשים נענטער צו זיין הויז, האט ער נאר געוואלט קומען אין ביהמ"ד היכל הקודש, ווי ער איז געווען זייער באליבט ביי אלעמען. ער האט געקומען אין ביהמ"ד מיט די גרעסטע שמחה נאר כדי צו קענען זוכה זיין צו ענטפערן נאך אן אמן, זאגן נאך איין קריאת שמע, און זאגן נאך איין קדיש. ר' ראובן ז"ל איז געבוירן געווארן אין קאמוניסטישע רוסלאנד ווי ער איז נתנסה געווארן בעשר נסיונות, און האט געהאלטן אידישקייט מיט מסירת נפש, פילע ברית'ן זענען פארגעקומען אין גרעסטן געהיימניס אין זיין שטוב. ער האט זוכה געווען איבערצולאזן נאך זיך שיינע לעכטיגע דורות, קינדער און אייניקלעך יראים ושלמים, פילע פון זיי ברסלבע חסידים תלמידי היכל הקודש. יעצט ווען ר' ראובן געפינט זיך שוין אויפן עולם האמת באקומט ער זיין פארדינטע שכר פאר אלע זיינע מצוות און מעשים טובים און מסירות נפש וואס ער האט זיך איינגעקויפט אויף דער וועלט. מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת

    < זעה מער כו אייר תשפ 📝
  • לעצטע געלעגנהייט זיך משתתף צו זיין אינעם "קמחא דפסחא" קאמפיין

    אין די לעצטע וואך פאר דעם יום טוב פסח, גייט ווייטער אן די קמחא דפסחא קאמפיין צוזאם צו שטעלן געלט צו קענען אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע אין אונזערע מוסדות אויף פסח. עס האלט יעצט ביי א מצב אז מען איז שולדיג איבער הונדערט טויזנט דאלער פאר די איינגעשטעלטע פון די מוסדות, פון די ישיבה, פון די תלמוד תורה און די סקול. אין די יעצטיגע שווערע צייט, ווען די מוסדות זענען אפגעשלאסן, איז נאך פיל וויכטיגער צו שטיצן די חשובע מלמדים און איינגעשטעלטע וועלכע געבן זיך איבער בלב ונפש פאר די קינדער במשך די גאנצע יאר אין די פרידנס צייטן, און יעצט מוטשען זיי זיך צו קענען איינקויפן לכבוד יום טוב. מיט אייער ברייטע נדבה וועט איר קענען אריינברענגען א ליכטיגקייט אויף יום טוב אין פילע אידישע שטיבער. אין די לעצטע יארן איז דער קאמפיין געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אנשי שלומינו האבן זיך זייער ווארעם אנגערופן מיט גרעסערע סכומים, און מען האט געקענט אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע פאר פסח און זיי פארשאפט א שמחת יום טוב. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן אידן זיך אנרופן ווארעם אויך דאס יאר, און מיט דעם האבן א גלייכע חלק אין די הייליגע ארבעט. רופט אריין צו געבן אייער ברייטהארציגע נדבה, 718-384-1652 - #101 . און לאזט איבער א מעסעדזש, אדער קענט איר טעקסטן צו 917-746-7317 כל דכפין ייתי ויכול! &nbsp;

    < זעה מער ח ניסן תשפ 📝
  • מסיבת מלוה מלכה הכרת הטוב קומענדיגע מוצש"ק תרומה

    די "רענט קאמפיין" געבט איבער אז זיי טוען איינלאדענען צו א הערליכע מלוה מלכה און מסיבת הכרת הטוב די אלע טייערע אינגעלייט וואס נעמען אנטייל און העלפן צו צו באצאלן די רענט פאר די בנינים פון די הייליגע מוסדות. די מסיבה מסיבה וואס אנשפרעכט צו זיין מיט א הערליכע געשמאקע פראגראם פון וואס אלע וועלן בעז"ה זייער הנאה האבן וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגע מוצש"ק פרשת תרומה אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. &nbsp; די רענט קאמפיין ווערט אנגעפירט מיט גרויס איבערגעגעבענקייט דורך מו"ה שבתי דוד מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וואס טראגן דעם עול און העלפן באצאלן די חודשליכע רענט פאר די הייליגע ישיבה. און די אלע וואס לייגן צו א פלייצע און העלפן צו נעמען זיי מיט דעם אראפ דעם פינאנציעלע עול וואס איז געליגן אויפן ראש ישיבה שליט"א, אזוי אז דער ראש ישיבה שליט"א קען זיך אפגעבן מיט מער הרחבת הדעת מיט אונז זיינע תלמידים און אריינלייגן און אונז אלע תורה און תפלה און אונז געבן עצות און חיזוק אנצוגיין.

    < זעה מער כד שבט תשפ 📝
  • מען גרייט זיך צום יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע

    קומענדיגן מיטוואך, י"ז שבט, פאלט אויס די פינפטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע. עס דערקענט זיך גאר שטארק די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו בפרט, און ביי אידן איבער די וועלט בכלל, צו דעם געהויבענעם טאג. די צענטראלע סעודת הילולא וועט פארקומען דעם קומענדיגן דינסטאג נאכט פרשת יתרו, אור ליום י"ז שבט, בבית מדרשינו אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. דער ראש ישיבה שליט"א וועט רעדן איבער וואס עס איז אונזער פליכט זיך צו שטארקן אין דעם גרויסן טאג. אין קרית ברסלב ליבערטי וועט זיין צוגעשטעלט א לייוו הוקאפ פון די סעודה און די דרשות. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ביי די יומא דהילולא פון א צדיק, דעמאלט קומט ארויס און מען זעט וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט, די לימודים און עצות וואס ער האט אויסגעלערנט וואס זענען ווייטער חי וקים און זענען ווייטער מחזק און מעורר אידישע קינדער און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן. מיר ווייסן דאך זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר אונז אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט אונז געשטארקט אין יעדן מצב און אונז מחזק געווען צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין. און דעריבער איז דער טאג אזוי גרויס, ווען מען נעמט זיך צוזאם און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען איז ווייטער ממשיך צו גיין אין זיינע וועגן. פילע אנשי שלומינו פארן ארויס קיין ארץ ישראל, זיך צו משתטח צו זיין אויפ'ן ציון הקדוש אין יבנאל אינ'ם טאג פון די יארצייט, אנדערע אידן וועלן זיך צוזאמנעמען בכל מקומות מושבותיהם און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן, און די פילע ספרים וואס ער האט אונז איבערגעלאזט בירושה. אנשי שלומינו וועלן אויך אויסנוצן דעם געהויבענעם טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן איבער די גאנצע וועלט. מ'וועט זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם בית הדפוס וואו מ'דרוקט די ספרים און קונטרסים.&nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. &nbsp; הוא ימליץ טוב בעדינו!

    < זעה מער יב שבט תשפ 📝
  • הצלחה'דיגער טיי אוונט פאר'ן כולל היכל הקודש

    דעם מאנטאג איז פארגעקומען א טיי אווענט אין שטוב פון מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, לטובת די כולל היכל הקודש אין וויליאמסבורג, וואו אינגעלייט וואס תורתם אומנתם זיצן און לערנען פלייסיג און זענען זיך משלים בש"ס ופוסקים ובהוראה. א שיינער עולם האט זיך משתתף געווען און זיך אנגערופן מיט ווארעמע סכומים, אז דער כולל זאל ווייטער קענען אנגיין מיט א שטארקייט. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט ביים טיי אווענט איבער די גרויסקייט פון לימוד התורה וואס האלט דעם מענטש אין יעדן מצב, און דאס זעט זיך ספעציעל אן אין די עלטערע יארן; איינער וואס האט געהאט א שיעור אין תורה יעדן טאג, ווען ער קומט אין די עלטערע יארן, ווען ער ארבעט שוין נישט, לעבט ער ווייטער מיט די הייליגע תורה און ער האט א געשמאקע לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, ווידער איינער וואס איז נאר געווען פארנומען זיין גאנץ לעבן נאכצולויפן געלט, ער האט נישט געלערנט קיין תורה, ווערט ער פארשווארצט אין די עלטערע יארן, ער פארלירט זיין טעם אין לעבן. &nbsp; ובהם נהגה יומם ולילה!

    < זעה מער ג שבט תשפ 📝
  • הערליכע שיעורים אינעם דף גמרא טעגליך אין אלע שטעט ווי אנשי שלומינו געפינען זיך

    מען האט שוין ברוך השם אנגעהויבן דעם פרישן מחזור פון ש"ס, און אלע בעלי בתים, אינגעלייט און בחורים, האבן זיך אנגעשלאסן מיט א פעסטע קביעות צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט. דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט אין אלע לאקאציעס ווי אנשי שלומינו וואוינען אז מען זאל דארט פארלערנען דעם בלאט דורך מגידי שיעור בעלי הסבר בטוב טעם ודעת, ווי די אינגעלייט זענען זיך מחיה יעדן טאג נאך די ארבעט, און שלינגען מיט דורשט די הייליגע ווערטער פון חז"ל אין די הייליגע גמרא. דער ראש ישיבה שליט"א אליינס לערט פאר דעם בלאט גמרא א טאג פריער מיט א שטארקע קלארקייט, און מען לייגט עס ארויף אויפן וועבסייט, אזוי אז אלע אידן און מגידי שיעור זאלן זיך קענען פארקוקן, און מען זאל שוין קענען מיטהאלטן דעם שיעור גלייך אינדערפרי דעם נעקסטן טאג אפילו אין די ווייטע שטעט אין אויסלאנד ווי עס ווערט פריער טאג. פאלגענד איז א ליסטע פון די שיעורים אין אלע געגענטער. וויליאמסבורג, דורכן ראש ישיבה שליט"א, אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב, 27 סקילמאן סט. אום 8:00 אינדערפרי. קרית יואל, מגיד שיעור מו"ה יעקב הלל פארקאש, אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב, 8 היעס קאורט. טעגליך 8:30 אווענט. מאנסי, מגיד שיעור מו"ה שאול גאנץ, אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב, 32 דאלסאן סט., זונטאג אום 10:30 אינדערפרי, טעגליך מאנטאג ביז דאנערשטאג, 7:30 אווענט, און פרייטאג אום 8:00 אינדערפרי. בארא פארק, מגיד שיעור הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, אויף 4615 14 עוו. (צווייטע שטאק - ווייבער שול) אום 9:15 אוונעט. קרית ברסלב ליבערטי, אין ארטיגן בית המדרש - מו"ה הערשל שניטצלער, אום 5:30 פארטאגס, מו"ה יוסף שניטצלער, אום 8:30 ביינאכט. בלומינג גראוו, מגיד שיעור הר"ר בערל לעווי שליט"א, טעגליך אום 8:45 אווענט. שיעור אין ענגליש: אין כולל היכל הקודש אין וויליאמסבורג, דורך הרב יעקב לעססער שליט"א, אום 10:00 פארמיטאג דער שיעור וואס ווערט פארגעלערענט טעגליך דורכן ראש ישיבה שליט"א

    < זעה מער טז טבת תשפ 📝
  • סעודת הילולא פון הייליגן רבי נתן אין ביהמ"ד ברסלב אין מאנסי

    א גאר גרויסער ציבור פון מאנסי און ארום האבן זיך פארזאמעלט נעכטן ערב עשרה בטבת אווענט צו פראווען דעם יארצייט פונעם גרויסן תלמוד פון הייליגן רבין רבי נתן זצ"ל, אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער דעם וואס דער רבי האט געזאגט אז ווען נישט רבי נתן וואלט גארנישט ח"ו געבליבן פון הייליגן רבין, דער ראש ישיבה האט פארציילט דעם גאנצן סיפור וויאזוי דער הייליגער רבי נתן איז נתקרב געווארן צום הייליגן רבין, וויאזוי ער האט זיך געחלומט ווי איינער זאגט אים "דראפע זיך און דערהאלט זיך", און דערנאך ווען ער איז אנגעקומען צום רבין האט ער געזען אז דאס איז געווען דער הייליגער רבי. און וואס האט אים בעיקר געכאפט פון הייליגן רבין איז געווען ווען דער רבי האט אים געזאגט "נתן, און ווייטער איז גוט אז מ'רעדט זיך אויס צום אייבערשטן אזוי ווי מ'רעדט זיך אויס צו א גוטן חבר". האט ער געזאגט "איך האב פארשטאנען איך האב שוין א וועג אין לעבן. ווייל וואס וועט נאר אויף מיר אריבערגיין וועל איך דאס פארציילן פארן אייבערשטן". דער ראש ישיבה שליט"א האט שטארק מחזק געווען דעם ציבור צו נוצן די עצה פון התבודדות, רעדן און פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אויף אונז דורך, און אויב מ'וועט נישט נאכלאזן אפילו מ'שפירט גארנישט, ווען מען צום סוף זען גרויסע זאכן, און מען וועט זען גרויסע ישועות. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א שטארק ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון לערנען א דף גמרא יעדן טאג. און וואס די גרויסע צדיקים האבן געזאגט דערויף "א דף גמרא איז דער אייבישטער", און מחזק געווען דעם ציבור אז מ'זאל זען יעצט אנצוהייבן צו לערנען דעם בלאט גמרא. דאן האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פון די געוואלדיגע מתנה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן דער "סדר דרך הלימוד", וואס א דאנק דעם קען יעדער איד וויאזוי ער זעט נאר אויס און אין וועלכע מצב ער איז נאר, זוכה זיין דורכצוגיין כל התורה כולה. דער ראש ישיבה האט דאן ארויסגעברעגנט אז אסאך מאל זעט מען אז ווי נאר א בחור'ל - וואס האט קיינמאל א אידיש ספר נישט געעפענט - כאפט זיך צו צום רבני'ס סדר דרך הלימוד, וועלן אלץ זיין "גוטע אידן" וואס וועלן זיכער מאכן אים צו דרייען א קאפ "ס'הייסט יא געלערענט, ס'הייסט נישט געלערענט...", האט דער ראש ישיבה געפרעגט "זיצן ליידיג הייסט געלערענט?! רעדן פאליטיק און ווער משוגע פאר ליידיגיין הייסט געלערענט?! וואו ביסטו געווען ווען ער האט קיין אידיש ספר נישט געעפענט?!" דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מוהרא"ש פלעגט זאגן אז אנשי שלומינו פלעגן זיך פירן אז ביים יארצייט פון רבי נתן פלעגט מען מאכן אן אפיעל מען זאל העלפן דרוקן דעם הייליגן רבינס ספרים. האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מוהרא"ש'ס קונטרסים זענען צוזאם גענומען דעם הייליגן רבינס ספרים און פון זיינע תלמידים. "מען זעט גרויסע ישועות" האט דער ראש ישיבה געזאגט "ווען מענטשן זענען מנדב צו דרוקן די הייליגע בריוון וואס ברענגען צוריק אידן צום אייבערשטן". די קרן הדפסה האט דארט אויפן פלאץ געמאכט א גרויסע אויספארקויף פון ספרים און אויך געגעבן די געלגענהייט אפצוקויפן געוואלדיגע זכותים פון דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים. מ'קען מנדב זיין פארן קרן הדפסה דא אויפן וועבסייט אויף דעם לינק לינק צום שיעור &nbsp; לינק צו בילדער

    < זעה מער י טבת תשפ 📝
  • אומבאשרייבליכע שבת סיום הש"ס אריבער מיט הונדערטער באטייליגטע אין קראון פלאזא האטעל

    די פענע איז צו ארים, און די שפראך איז צו קורץ צו קענען ארויסברענגען דעם שיינעם שבת קודש וואס איז אריבער אויף די פילע הונדערטער אנשי שלומינו מיט זייערע משפחות, וועלכע זענען זיך געקומען פרייען אינאיינעם בשמחת התורה, ווען די גאנצע קהלה סיי די טייערע בחורים, די אינגעלייט, און די בעלי בתים, האבן אלע אינאיינעם זוכה געווען דורכצוגיין במשך די לעצטע זיבן-און-א-האלב יאר יעדן טאג, טאג איין טאג אויס איין בלאט פון ש"ס, און יעצט זוכה געווען צו מסיים זיין די גאנצע ששה סדרי הש"ס. וויבאלד עס איז אוממעגליך אראפ צו שרייבן און ארויסצוברענגען די געוואלדיגע געהויבענע שבת, וועלן מיר בלויז געבן א קורצע באריכט פון די טעכנישע פרטים וויאזי דער שבת איז אריבער. מען האט זיך איינגעשריבן אינעם האטעל ערב שבת קודש אום 1:00, דאן איז געווען אביסל צייט צו שווימען אינעם אינדאר סווימינג פול, קודם פאר די פרויען, און דערנאך די מענער. טועמיה איז געווען אום 2:00. מען האט זיך געשטעל דאווענען מנחה און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעטן פאר קבלת שבת. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון דעם שבת אז א גרויסער עולם האט מסיים געווען ש"ס, און דער גאנצער עולם הייבט יעצט אן ש"ס. ווי אויך האט ער ארויסגעברענגט די חשיבות פון די טאטעס פון די אינגעלייט וואס זענען געקומען זיך באטייליגען מיט די שמחה פון זייערע קינדער וואס ענדיגן ש"ס. בשעת'ן דאווענען איז געווען א שיעור פאר די פרויען דורך מרת שארף תחי', וואס האט גערעדט פון די גרויסקייט און די חשיבות וואס די פרויען האבן בשעת'ן לעכט צינדן, וואס דעמאלטס איז א מורא'דיגע שעת הכושר פאר א אידישע פרוי צו בעטן אלעס וואס זי דארף ובפרט קען זי דאן בעטן פאר גוטע קינדער. ווי אויך האט זי גערעדט אז מען זאל האלטן חשוב די מאן אז ער לערנט יעדן טאג און אים מחזק זיין פאר דעם דערנאך איז געווען די סעודה אינעם גרויסן עס זאל. און אום 9:30 איז געווען די באטע. ביים באטע האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט איבער די לעצטע אנטיסעמיטישע געשעענישן, און מען קען נאר בארואיגן זיך און די קינדער מיטן חזר'ן אז דער אייבערשטער איז דא, און ער היט אונז. שב"ק אינדערפרי איז געווען פרישטאג פאר די פרויען אום 9:30, דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט פאר די מענער א שיעור אין פעולות הצדיק פארן דאווענען און גערעדט איבער די גרויסקייט פון פארציילן שטענדיג מעשיות פון צדיקים, בפרט א מלמד פאר קינדער, און דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט באריכות וויאזוי דער הייליגער בעל שם טוב איז געווארן א צדיק און ווען דער הייליגער רבי האט דאס געהערט אלץ קליין קינד האט אים עס אין אים ערוועקט א מורא'דיגע תשוקה צו זיין א צדיק. נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט סיפורי מעשיות ביים קידוש, די זיבעטע מעשה פון "די פליג מיט'ן שפין" ווי דער רבי זאגט דארט: "ווילאנג דער דף איז מגין אויף דיר דארפסטו נישט מורא האבן פון קיינעם". דערנאך איז געווען די סעודה פון בייטאג. שבת נאכמיטאג פאר מנחה האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט תהלים מיט די קינדער, נאך תהלים האט דער ראש ישיבה שליט"א געפרעגט די קינדער "ווער האט א מעשה פון תפלה"?, אפאר קינדער האבן זיך אויפגעשטעלט איינער נאכ'ן צווייטן און פארציילט זייער פערזענליכע מעשה פון תפלה וואס זיי האבן געהאט. נאך מנחה איז געווען של"ס, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט ארום גערעדט ביי די תורה וואס די רבי האט געזאגט "ויגש אליו יהודה ויאמר בי אדוני", איך אָן דיר אייבערשטער בין איך א טויטער, אָן דיין כח קען איך גארנישט, במילא זיי מיר מוחל אויף די עבירות וואס איך טוה וכו'. און מרת לעסער האט פארגעלערנט פאר די פרויען. מרת לעסער האט גערעדט אז די פרויען זענען די גרעסטע מחותנים ביים סיום ווייל אין זייער זכות קענען די מענער לערענען. אויך האט די מנהלת געזאגט, אז מען האט געפרעגט אויב די מיידליך פון בית פיגא זאלן קומען 'זיי האבן דאך גארנישט קיין שייכות מיטן סיום'?, האט זי געזאגט זיי זענען געקומען ווייל זייערע צוקנופטיגע חתנים וועלן ענדיגן דעם קומענידעג מחזור ש"ס, און דער שבת איז דאך אויך א "שבת התחתלת הש"ס". מוצש"ק איז די גאנצע עולם ארויס און פרייליכע ריקודין, דאן האט דער ראש ישיבה געמאכט הבדלה פארן גאנצן ציבור און דערנאך איז געווען אבות ובנים. דאן האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט דעם לעצטן דף אין ש"ס. דערנאך איז געווען צייט צו גיין שווימען, קודם פאר די פרויען, דערנאך פאר די מענער.&nbsp; מוצש"ק איז פארגעקומען דער גרויסער מעמד סיום הש"ס. אום 9:30 איז געווען נטילת ידים, הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א מנהל תלמוד תורה איז געווען דער יושב ראש, וואס האט מיט גרויס געניטשאפט אנגעפירט דעם גאנצן מעמד. מען האט געזינגען זמירות, און דערנאך האט הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א אויפגעטרעטן, און האט ארויסגעברענגט דעם גרויס הכרת הטוב וואס מיר אלע האבן צום ראש ישיבה, וואס באווייזט אונז איבערצורעדן און איבערצייגן אז מיר קענען יא לערנען יעדן טאג, און מיר קענען יא ענדיגן ש"ס און כל התורה כולה, מיר קענען יא האבן שלום בית, מיר קענען יא אויפצוען שיינע הערליכע דורות אויפן וועג פון הייליגן רבין, מיר קענען יא זוכה זיין צו האבן אמונה און רעדן צום אייבערשטן. דערנאך האט מו"ה דוד לאקס הי"ו אויפגעטרעטן און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נסים וואס דער אייבישטער האט געטון מיט אים, און אז נאר א דאנק די אמונה וואס ער האט מקבל געווען פון ראש ישיבה שליט"א האט ער און זיין ווייב געקענט דורכגיין דעם גרויסן טראומע אן דארפן באקומען "טעראפי" אדער "העלפ". דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געמאכט דעם סיום מיטן פארלערנען דעם לעצטן שטיקל פון ש"ס, און דערנאך האט מען געזאגאט קדיש. דערנאך האט אויפגעטרעטן איינע פון די חשוב'ע כולל יונגעלייט הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט אז "מאמתי קורין את שמע בערבית" האט ער געטייטש "וויאזוי קען מען געדענקען דעם אייבערשטן אפילו ווען עס גייט שווער, "משעה שהכהנים נכנסים", דער צדיק ווערט אנגערופן "כהן", ווען מען גייט צום צדיק, דאן דערמאנט ער דער מענטש צוריק צו גיין צום אייבערשטן, און אנטלויפן נאר צו אים און צו זיין תורה. דערנאך איז גווען א הערליכע סלייד פרעזענטאציע, ווי מען האט געזען פילע פון די צענדליגע סיומי הש"ס פון תלמידי הישיבה במשך די לעצטע צען יאר, וואס האט געלאזט א מורא'דיגע רושם אויף אלע באטייליגטע, וואס האבן געזען אז יעדער איד אין יעדן מצב קען זוכה זיין צו ענדיגן ש"ס. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט די זיסקייט פון די תורה, און אז נאר מיט די תורה קען מען און וועט מען האבן א גוטע לעבן. אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט אסאך דברי חיזוק אין פארשידענע ענינים. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכן טאנץ "שישו ושמחו בשמחת התורה", מיטן באקאנטן סאטמארן חסידישן זינגער הר"ר עמרם אקער הי"ו וואס האט געהויבן דעם ציבור אין די לופטן. דערנאך האט מען געזען א סלייד פרעזענטאציע פון ר' יוסי גרין נ"י פון די גרעסטע היינטיגע קאמפאזיטער, וואס האט פארציילט וויאזוי ער האט אנגעהויבן צו לערנען אדאנק די הפצה פון א אינגערמאן מיט איבער דרייסיג יאר צוריק, וואס האט איבערגעלאזט א קליין קונטרס'ל "סדר דרך הלימוד" וואס האט אים געמוטיגט אנצוהייבן צו לערנען יעדן טאג אביסל גמרא, און א דאנק דעם האט ער שוין ב"ה זייט דעמאלטס זוכה געווען צו ענדיגן עטליכע מאל ש"ס. נאכן בענטשן האט מען זיך ווייטער געפרייט און געטאנצט ביז אין די פריע פארטאגס שעה. פקודי ה' ישרים משמחי לב בילדער פונעם הערליכן מעמד סיום הש"ס מוצש"ק &nbsp;

    < זעה מער י טבת תשפ 📝
  • סעודת הילולא פון רבי נתן זצ"ל קומענדיגע מאנטאג נאכט ויחי אין מאנסי

    אי"ה קומענדיגע וואך מאנטאג נאכט וועט דער ראש ישיבה פראווען דעם יארצייט סעודה פון הייליגן רבי נתן זי"ע, דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבין, וואס געפאלט אויס אום עשרה בטבת. דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אויף רבי נתן: "מען דארף דאנקען רבי נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר בלעטל שמות" (חיי מוהר"ן, סימן שע): אזוי אויך האט דער רבי געזאגט, "פון מיר ווייסט נאר נתן, און נפתלי אביסל". היי יאר וועט דער ראש ישיבה פראווען דעם יארצייט אין ביה"ד היכל הקודש ברסלב אין מאנסי אויף 32 דאלסאן רד. - ווי מען וועט זיך מחזק זיין מיט די עצות וואס דער בעל הילולא האט אונז איבערגעלאזט. אום 8:30 אווענט וועט מען זיך וואשן צום סעודה, און דערנאך וועט ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט שיינע דברי התחזקות וואס מיר קענען ארויסנעמען פונעם הייליגן רבי נתן אויף למעשה. כל הקהל מזומנים א הערליכער בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א פאר איינער וואס פרעגט "ווער איז געווען רבי נתן זצ"ל?" דברות קודש פון מוהרא"ש זי"ע ביים יארצייט פון רבי נתן תשע"ג

    < זעה מער ה טבת תשפ 📝
  • היסטארישן שבת סיום הש"ס איז שוין בלויז עטליכע טעג אוועק

    גרויס התרגשות הערשט צווישן אנשי שלומינו ווען מען גרייט זיך צום גרויסארטיגן שבת התוועדות - סיום הש"ס, וואס איז געענדיגט געווארן נאך זיבן יאר, דורך אלע אנשי שלומינו עלטערע אידן, אינגעלייט, בחורים, און קינדער. דאס מאכט די סיום הש"ס אייגענארטיג, זייענדיג א סיום פון א גאנצע קהילה וואס לערנען&nbsp; יעדן איינציגן טאג א דף גמרא, און יעצט איז מען זוכה צו שניידן די פירות פון די הארעוואניע און&nbsp; ענדיגן דעם גאנצן ש"ס. א שטארקער פאקטאר וואס שפילט אין דעם סיום הש"ס איז דער פאקט וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט אונז כסדר דערמאנען אזש עס גייט כמעט נישט דורך א טאג, וואס דער ראש ישיבה זאל נישט מאנען און בעטן אלע תלמידים אז מען זאל נישט גיין שלאפן איידער מען האט געלערנט א דף גמרא, און אז מען קען נישט גיין צו א שיעור, אדער מען איז פאריארגט, מען האט נישט קיין קאפ און מען קען נישט לערנען, האבן מיר דאך די ווערטער פון הייליגן רבי'ן (שיחות הר"ן סימן ע"ו) אז די עיקר ביים לערנען איז זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין. דער ראש ישיבה מיט די תלמידים וועלן פייערן דעם גרויסן "שבת התוועדות - שבת סיום הש"ס" אינעם פראכטפולן "קראון פלאזא האטעל" אין סעמפארד קאנעטיקוט, וואס איז ארויסגעדינגען געווארן מיט אלע צימערן, ווי אלע תלמידים וועלן זיך צאמקומען אינאיינעם מיט זייערע משפחות, מענער פרויען און&nbsp; קינדער, ווי מען וועט פראווען א הערליכן שבת אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א. דער שבת פארשפרעכט צו זיין א הערליכע און היסטארישע שבת, וואס לוינט זיך אלע געלטער און טירחא צו קומען דאס מיט האלטן. דער שיינער שבת וועט בעז"ה בלייבן איינגעקריצט אין זכרון פון אלע באטייליגטע וואס וועלן אי"ה מיטהאלטן די געהויבענע תפילות, סעודת שבת און באטע'ס אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, און די אינהאלטסרייכע שיעורים וואס דער ראש ישיבה וועט געבן במשך דעם שבת, וואס וועט פארזיכערן אז מיר כאפן זיך מיט מיט'ן באן נאכאמאל אנהייבן ש"ס אויפ'ן דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, בפרט וועט עס בעז"ה געבן א שטארקע חשק און שטופ פאר אונזערע קינדער, נאכצומאכן זייערע עלטערן, און אויך אנהייבן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, און אזוי ארום וועלן זיי אויך זוכה זיין צום גרויסן זכות און מסיים זיין ש"ס אין זיבן יאר ארום. ממש געציילטע צימערן זענען נאך עוועליבעל, און ווער ס'האט זיך נאכנישט געמאלדן זאל רופן וואס שנעלער צו רעזעווירן א צימער, וכל הקודם זכה. בארא פארק: ר' אלי' קנאלל 718-506-4341 וויליאמסבורג: ר' ליפא שווארץ 917-541-1197 מאנסי: ר' ברוך יאקאבאוויטש 917-789-3095 קרית יואל: ר' יואל שניטצלער 845-248-8044 &nbsp; מיר האבן מקבל פון הייליגן רבי'ן אז ער האט געזאגט: "ווען מען ענדיגט ש"ס איז מען ממשיך אויף זיך א צלם אלקים" (פון א בריוו פון ראש ישיבה - י"ג מר-חשון, שנת תשע"ט)

    < זעה מער ג טבת תשפ 📝
  • בליץ באזוך פונעם ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל

    דער ראש ישיבה שליט"א איז ארויסגעפארן מאנטאג נאכט פון ניו יארק. דינסטאג פארנאכטס אום 6 אזייגער האט דער ראש ישיבה שליט"א געלאנדע בשטו"מ אין ארץ ישראל, פון וואו דער ראש ישיבה שליט"א איז תיכף אריבערגעפארן קיין "בית שמש" צום בית המדרש היכל הקודש דארטן, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט צוערשט פארגעלערענט דעם בלאט בבלי און ירושלמי, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיעור התחזקות פאר די תלמידים פון ארץ ישראל ביז 9 א זייגער. דערנאך איז דער ראש ישיבה געפארן קיין ירושלים עיה"ק ווי דער ראש ישיבה האט אויך געגעבן א שיעור אינעם דארטיגן ביהמ"ד היכל הקודש. מיטוואך איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבניאל, צום ציון הק' פון מוהרא"ש, ווי דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעבעטן ביים הייליגן ציון. דארט אין יבניאל האט דער ראש ישיבה געטראפן אסאך תלמידים פון מוהרא"ש און מחזק געווען די אידן מיט די ווערטער פון הייליגן רבין. מיטוואך נאכמיטאג אום 3 אזייגער האט דער ראש ישיבה שליט"א זיך אריבערגעכאפט קיין עיה"ק צפת, ווי עס איז דא א שיינע חבורה פון אינגעלייט תלמידי היכל הקודש, ווי דער ראש ישיבה האט צוערשט פארגעלערענט דער בלאט בבלי און ירושלמי, און דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט שיינע דיבורי התחקות. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין בני ברק, זיך צו באטייליגן ביים חתונה פון החתן יעקב ראטטענבערג ני"ו פון די חשובע תלמידים אין ישיבה בן מו"ה יהוסף צבי הי"ו פון קרית יואל, וואס איז געגאנגען אונטער די חופה מיט הכלה החשובה תחי' בת מו"ה אליעזר פוקס הי"ו. דער חתן איז א געטרייע איבערגעגעבענע תלמיד פון ראש ישיבה, וואס אויסער זיינע גוטע מידות טובות מיט וואס ער איז אויסגעצייכענט, לערנט ער פלייסיג א גאנצן טאג אין ישיבה ווי ער שוין געענדיגט ש"ס צוויי מאל, און גאר אסאך מאל ששה סדרי משנה. &nbsp; דער ראשי ישיבה שליט"א איז היינט דאנערשטאג צוריק געקומען בשלום פון ארץ ישראל. און דער ראש ישיבה שליט"א וועט שוין בעז"ה היינט דאנערשטאג געבן דעם וועכענטליכע שיעור פאר אינגעלייט אום 9:00.

    < זעה מער כז כסלו תשפ 📝
  • כינוס תלמידי היכל הקודש אין ירושלים היינט דינסטאג וישלח ביינאכט

    מיט גרויס שמחה נעמען די ירושלימ'ער איינוואוינער אויף די בשורה אז בעז"ה היינט ביינאכט וועט פארקומען א "כינוס תלמידי היכל הקודש" אין ירושלים עיה"ק פאר די פילע בחורים און אינגעלייט פון ירושלים עיר הקודש וואס לעבן מיטן ראש ישיבה'ס שיעורים און פרובירן צו גיין מיט דעם, ווי מ'וועט זיך בעז"ה צוזאם נעמען זיך מחזק צו זיין אינאיינעם. דער כינוס וועט בעז"ה פארקומען היינט דינסטאג וישלח י"ב כסלו אום 7:00 אווענט אין ביהמ"ד ביאלא ב"ב, אויף רחוב אבינדב 20. &nbsp; איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק

    < זעה מער יב כסלו תשפ 📝
  • געציילטע צומערן נאך געבליבן ביים שבת התוועדות - סיום הש"ס

    אנשי שלומינו חסידי ברסלב היכל הקודש גרייטן זיך מיט גרויס שמחה צום גרויסן "שבת התוועדות - סיום הש"ס", דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת ויגש הבעל"ט, וואס וועט בעזרת השם יתברך געפראוועט ווערן אינעם שיינעם "קראון פלאזא האטעל", אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. ביי יעדן אינגערמאן מאנשי שלומינו איז א פשוטע זאך אז איינע פון די ערשטע שיעורים איז צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. מוהרא"ש ז"ל פלעגט כסדר נאכזאגן פון ספר ווי העמודים אז "א בלאט גמרא א טאג איז א חיוב אויף א מענטש ווי הנחת תפילין". איי דו האסט נישט קיין קאפ? דו האסט טירדות? דיין חבורתא קומט נישט? נעם דיר דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן און זאג די הייליגע ווערטער פון די גמרא, אזוי וועסטו זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס און גלייכצייטיג דורכגיין כל התורה כולה. פאר זיבן יאר צוריק זענען געווען פילע אינגעלייט און בחורים וואס האבן זיך צוגעהערט וואס מוהרא"ש האט געזאגט, און טאג איין טאג אויס האבן זיי זיך נישט געלייגט שלאפן איידערן לערנען א בלאט גמרא. יעצט נאכ'ן הארעווען זיבן יאר, הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, וועלן זיי יעצט זוכה זיין זיך צו פרייען מיט דעם גרויסן שמחת התורה, צו ענדיגן כל הש"ס כולה. צו דעם גרויסן געלעגנהייט האט מען אפגעדינגען דעם גאנצן האטעל מיט אלע צימערן, וואו אלע תלמידי היכל הקודש וועלן ארויסקומען מיט זייערע משפחות און פארברענגען דעם גאנצן שבת קודש מיט א רייכער פראגראם. די אלע וואס האבן שוין מיטגעהאלטן אמאל א שבת התוועדות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, ווייסן די געשמאק דערפון; אזא הערליכע שבת איז ממש מעין עולם הבא. געציילטע צימערן זענען נאך עוועליבעל, און ווער ס'האט זיך נאכנישט געמאלדן ווערט געבעטן צו רעזעווירן א צימער ווי שנעלער, ביי די חשובע אינגעלייט וואס געבן זיך אפ מיט די הכנות צו דעם געהויבענעם שבת, וכל הקודם זכה. בארא פארק: ר' אלי' קנאלל 718-506-4341 וויליאמסבורג: ר' ליפא שווארץ 917-541-1197 מאנסי: ר' ברוך יאקאבאוויטש 917-789-3095 קרית יואל: ר' יואל שניטצלער 845-248-8044 השבת נועם הנשמות!

    < זעה מער טז חשון תשפ 📝
« Previous Next »

Showing 331 to 345 of 428 results

1 2 ... 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com