שיינע שבת אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א
א שבת נאך פסח האט מען געהאט די זכיה צו האבן דעם ראש ישיבה אין שטעטל. שבת אינדערפרי האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט זוהר הקדוש פרשת ואתחנן, וויבאלד ער צילט צו ענדיגן דעם גאנצן זוהר הקדוש אויף ל"ג בעומר, און פראווען א סיום ברוב פאר והדר אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר ביי די סעודה אין שטעטל, כדי אריינצוברענגען אז אנשי שלומינו זאלן זיך קובע זיין א שיעור אין זוהר הקדוש. גאר שיינע שטיקלעך זענען פארגעלערנט געווארן, מיר וועלן געבן איין ביישפיל: עס ווערט אויסגעשמועסט וויאזוי דער יצר הרע מאכט זיך באקוועם ביים איד, פונקט ווי א איד נעמט אריין אן אורח צו זיך אין שטוב; אין אנהייב פירט ער זיך אויף ווי אן אורח, אן אריינצוגריבלען צו פיל אינעם בעל הבית, אבער אויב ער זעט אז דער בעל הבית לאזט אים דארט ווערן דער בעל הבית, גייט ער אלץ איין טריט ווייטער און מאכט זיך מער און מער באקוועם אין די דירה, ביז ער ווערט גאר דער בעל הבית און ער זאגט פארן עכטן בעל הבית וויאזוי זיך צו פירן אין זיין אייגענער דירה. אזוי איז אויך מיטן יצר הרע: קודם קומט ער צום מענטש ווי אן אומשולדיגער אורח, ער וויל נאר דו זאלסט געבן א שלעכטן קוק אומגעוואלט, אבער אויב דער מענטש לאזט זיך פירן פון אים און טוט נישט תשובה, גייט ער אלץ איין טריט נאך א טריט, ביז ער ווערט שוין דער בעל הבית, אזוי אז דער איד פילט שוין כאילו ער האט מער נישט קיין בחירה, און דער יצר הרע איז דער בעל הבית אויף אים רח"ל. דערפאר דארף א איד אלעמאל זען צו בלייבן דער בעל הבית, און נישט לאזן דעם יצר הרע געוועלטיגן אויף אים. אויך האט מען געלערנט איבער די גרויסקייט פון א מזוזה, אז דאס היט פון די שלעכטע קליפות וואס שטייען ביים טיר פון א אידיש הויז און ווילן ח"ו שעדיגן די מענטשן. דערפאר דארף מען זען צו האבן גוטע כשר'ע מזוזות, און נישט זוכן ביי דעם צו צאלן ביליג. דאס דאווענען איז אריבער גאר ווארעם, אינאיינעם מיט'ן ליינען פונעם ראש ישיבה שליט"א. ביי דעם קידוש האט מען פארגעלערנט די מעשה פונעם בעל תפילה, איבער די אלע כיתות וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן אין זייערע תאוות, ווי למשל תאוות ממון אדער תאוות ניאוף. דער ראש ישיבה האט דערציילט, אז אין איינע פון די חול המועד טעג ביי שחרית, האט זיך אראפגעזעצט אן אינטערעסאנט אידל ממש נעבן זיין זיץ אין שול. געוויסע מענטשן האבן אים געוואלט פארשיקן פון דארט, אבער דער ראש ישיבה האט נישט געלאזט, זאגנדיג אז ער איז דער וואס שיקט די טשעקלעך אין די פאסט פארן מוסד די לעצטע שטיק צייט... מען האט געזען ווי געוויסע מענטשן האבן דאן געטוישט זייער בליק אויף דעם אידל, נאר צוליב דעם פאקט וואס ער האט געלט. פאר א צווייטן האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז אפשר איז ער גאר אליהו הנביא וואס האט זיך פארשטעלט ווי אזא פשוט'ן אינטערעסאנטן אידל. שפעטער האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז מ'דארף נישט צוקומען צו די צוויי טעמים כדי ליב צו האבן א איד; מ'דארף אים פשוט ליב האבן ווייל ער איז א איד און ער האט א אידישע נשמה. אבער פון דא זעט מען, אז געלט רעדט צו א מענטש פיל מער ווי דער פאקט אז יענער איז א איד. אויף דעם דארף מען בעטן דעם אייבערשטן אז מ'זאל נישט זיין פארזונקען אין תאוות ממון. בנוגע די תאוות ניאוף האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז די פראבלעם הייבט זיך אן ווען מען מאכט א "שיטה" פון די עבירה, אזוי ווי מען זעט אין די מעשה פונעם בעל תפילה, אז זיי האבן געמאכט א שיטה פון תאוות ניאוף רח"ל. דאס איז די גרעסטע פראבלעם, אז ער בעט שוין ניטאמאל דעם אייבערשטן ארויסצוגיין פון די שרעקליכע עבירה, ווייל ער פילט זיך שוין ליידער באקוועם דערין. דערפאר זענען מיר דא ביים רבי'ן, ער זאל אונז ארויסנעמען דערפון דורך דעם וואס מיר רעדן צום אייבערשטן און בעטן אים מען זאל זוכה זיין ארויסצוגיין דערפון. נאכן קידוש האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז פאר שלש סעודות וועט מען זיך צאמקומען לערנען ח"י פרקים משניות און א יום תהילים; דאס איז דער עיקר און דער יסוד, און נאכן האבן די צוויי שיעורים קען מען צולייגן נאך און נאך שיעורים. דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט, אז ער האט זייער הנאה געהאט פון א טאטע וואס האט געזאגט פאר זיין זון, אז ער צאלט אים געלט פאר יעדן טאג וואס ער זאגט ח"י פרקים פאר דריי אזייגער נאכמיטאג – דאס איז א קלוגער טאטע. אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז ער האט זייער הנאה צו זען אז לעצטנס זעט מען אנשי שלומינו ארומגיין מיט די נייע "ח"י פרקים משניות סעט", ארויסגעגעבן דורך ר' מאיר דוד פארקאש הי"ו. ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פונעם ענין פון "וידם אהרן", אז ער האט נישט געהאט קיין קשיות אויפן אייבערשטן אפילו פאר איין רגע. דאס איז די גרעסטע מדריגה, אז וואס א מענטש זאל נאר דורכגיין זאל ער נישט האבן קיין קשיות, נאר ער זאל וויסן אז אלעס ווערט געפירט מיט א פונקטליכן חשבון פונעם אייבערשטן. אויך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבערן וויכטיגקייט פון האבן אן אפגעהיטענע שטוב, און נישט אריינצוברענגען קיין שום כלי וואס מ'קען דורך דעם צוקומען צו עבירות רח"ל. מ'קען זיך נישט באהאלטן פון די ווייב און קינדער, און זיכער קען מען זיך נישט באהאלטן פונעם אייבערשטן וואס זעט אלעס איבעראל. מוצאי שבת האט איינער באדאנקט דעם ראש ישיבה פארן זאגן מוסר, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דאס איז נישט קיין מוסר, נאר עס איז מלא חיזוק.