Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • דער ראש ישיבה שליט"א טיילט פּלעקס פאר די וואס האבן זיך משתתף געווען מיט גרעסערע סכומים פארן ביהמ"ד החדש אין אומאן

    מאנטאג אווענט נאכן שיעור פאר די אינגעלייט האט דער ראש ישיבה שליט"א אריינגערופן אין זיין צימער אלע וואס האבן זיך אנגעשטרענגט און זיך משתתף געווען מיט גרויסע סכומים פאר ניים בנין אין אומאן. דער ראש ישיבה האט געגעבן פאר יעדעם א פערזענליכע ברכה, און געזאגט אז דער אייבישטער האט געמאכט א נס אז מ'איז אנגעקומען ביז אהער, און דער אייבישטער וועט זיכער העלפן ווייטער אויך. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון זיין ארויס פונעם הו הא, אזוי אז מ'קען זיין אפגעהיטן זיך מיט די קינדער פון אלע מרעין בישין פון די גאס. איינער האט געפרעגט, צי מ'דארף נישט מורא האבן צו גיין ארויס פון געגענט, וואו די סקעיוריטי איז שוואכער, האט דער ראש ישיבה געענטפערט אז מ'דארף נישט מורא האבן, "א גוי טשעפעט נישט אויב מ'טשעפעט אים נישט, רייץ דיך נישט מיט אים וועט ער דיר נישט טשעפען". גלייכצייטיג געבן מיר איבער א באריכט פונעם וועד קרן הבנין איבער די פארשטריט פונעם בנין. זיי געבן איבער אז מ'גייט שוין גיסן די דאך פונעם צווייטן שטאק וואו עס וועט זיך געפינען דער ריזיגער שיינער רחבות'דיגער בית המדרש. און מ'האפט אין די גאר נאנטע טעג ארויפצוציען די העכערע שטאקן. אויך – זאגן זיי - גרייט מען זיך יעצט אריינצוציען פלאמבינג און עלעקטעריק אין די ערשטע שטאק, ווי עס וועט זיך געפינען די עס זאל, די מקוה און די גרויסע קאך. עס איז געווארן אראפגערופן א ספעציעלע אינדשעניר צו אויסשטעלן דעם ביהמ"ד אויף אן אופן אז די קול פונעם בעל תפלה זאל זיך גוט הערן אין גאנצן ביהמ"ד. דער געביידע - וואס אגב געפינט זיך אויף א הויכע בארג, און האט דערפאר זייער א שיינע וויו, און מ'וועט קענען זען זייער ווייט, אריינגערעכענט דער ציון הקדוש. עס וועט זיין צוגעשטעלט שטארקע און ברייטע עלעוועיטארס, צו קענען ארויפברענגען און אראפטראגן די רענצלעך צו די צימערן. די צימערן גייען זיין ברייטע רחבות'דיגע צימערן אבער מיט נאר א קליינע צאל בעטן, און יעדע צימער וועט אי"ה האבן אן אייגענע שויער אין בית הכסא. מען געט אונז איבער אז מ'האט שוין באשטעלט די בעטן – און זיי האבן זיכער געמאכט צו באשטעלן ברייטע באקוועמע אמעריקאנע סטאנדארט בעטן, נישט קיין אוקריינער דינע שמואלע בעטן. דער בנין וועט האבן א גרויסע מעלה, אז די באסעס וואס ברענגען און טראגן דעם עולם פון און צום עירפארט וועלן קענען צופארן ביזן טיר פונעם געביידע אויפצונעמען און אראפצולייגן דעם ציבור, וויבאלד דער בנין געפינט זיך אינדרויסן פון די עטליכע גאסן ארום דעם ציון וואס איז אפגעשפארט אין די טעג ארום ראש השנה. מ'גרייט זיך שוין ממש בקרוב צו ארויסשטעלן די בעטן צו פארדינגען. אזוי ווי דער פאראלאנג איז זייער גרויס, דארף מען זען צו דינגען וואס פריער, וכל הקודם זכה. בילדער

    < זעה מער ז שבט תשע"ח 📝
  • סיום מסכת שבועות וויליאמסבורג מיט הגה"צ דער ראש ישיבה שליט"א

    אין וויליאמסבורג קומען זיך צוזאם די חשובע בעלי בתים אנ&rdquo;ש יעדן אינדערפרי גלייך נאכן ערשטן מנין שחרית אום 8:15 אינדערפרי צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג. דער שיעור וואס ווערט פארגעלערענט דורך הגה&rdquo;צ דער ראש ישיבה שליט&rdquo;א, ציעט צו גאר אסאך אידן פון גאנץ וויליאמסבורג, וואס מאכן זיכער אריינצוכאפן א דף גמרא מתובל מיט דברי חיזוק יעדן טאג וואס גיט זיי די חיות אויף א גאנצן טאג ווען זיי זענען פארנומען על המחיה ועל הכלכלה. פארגאנעם דינסטאג ווען מען האט ב&rdquo;ה געהאלטן ביים לעצטן בלאט פון מסכת שבועות, האט מען פארגעלערענט די שיעור אביסל פריער פון יעדן טאג, כדי די &nbsp;אינגעלייט זאלן קענען זיין באצייטענס איןדי ארבעט. די אינגעלייט וואס זענען זיך משתתף ביים שיעור האט יעדער איינער געברענגט עפעס צום סיום. דער ראש ישיבה שליט&rdquo;א האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון לערנען א דף גמרא יעדן טאג וואס נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט, אויך איז עס מגין אויף דער מענטש פון אלע וואס ווילן אים שלעכטס טון, ווי דער רבי זאגט אין סיפורי מעשיות (מעשה ז', מעשה מזבוב ועכבוש) "אַז דָאס בְּלֶעטִיל אִיז אוֹיף דִיר מֵגִין. בַּאדַארְפְסְטוּ קֵיין מוֹרָא נִיט צוּ הָאבִּין פַאר קֵיין שׁוּם זַאךְ וָוארִין אוֹיף מִיר שְׁטֵייעֶן אוֹיךְ אוֹיף אַסַאךְ שׂוֹנְאִים. נָאר דָאס בְּלֶעטְל אִיז אוֹיף מִיר מֵגִין". דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז אלע רפואות און אלע ישועות ליגט אין די תורה. א מענטש דארף זיכער מאכן יעדן טאג צו זאגן א בלאט גמרא, אדער גיין צו א שיעור. דערנאך האט מען געזינגען שיינע ניגונים. בילדער פונעם סיום דרשה ביים סיום

    < זעה מער א שבט תשע"ח 📝
  • סיום מסכת שבועות אין בלומינג גראוו

    יעדע נאכט אום 8:45 קומען זיך צוזאם אנ"ש אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו, וואו הר"ר בערל לעווי שליט"א לערנט פאר א שיינער שיעור אין א דף גמרא. נעכטן דינסטאג האט מען בעז"ה געענדיגט מסכת שבועות, האט מען נאכן שיעור געפראוועט א שיינער סיום, ווי מען האט זיך געפרייט מיט דעם וואס מען האט געענדיגט נאך א מסכת. מען האט זיך מחזק געווען מיט די דיבורים פון רבין, מען האט גערעדט דאס וואס מען האט שטענדיג געהערן פון מוהרא"ש ז"ל אז ווען א איד איז דבוק אין אייבערשטן, ער געדענקט אז אלעס ווערט געפירט פון אייבערשטן, קען מען אנגיין מיט א שטארקייט מען האט נישט מורא פון קיינעם, און מען קען אנגיין טראץ אלע דאגות און איבערגייעכצער וואס א מענטש גייט דורך. בילדער פונעם סיום

    < זעה מער א שבט תשע"ח 📝
  • בלומינג גראוו אונטערן רושם פון הערליכע שבת מיטן ראש ישיבה שליט"א

    פארגאנענעם שבת קודש וארא העעל"ט האט דער יונגער ישוב בלומיג גראוו געהאט די זכיה אויף וואס די גאנצע שטאט האט שוין לאנג ארויס געקוקט, אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל וויילן ביי זיי אויף א גאנצן שבת קודש. דער ראש ישיבה שליט"א האט געהאט זיין אכסניה ביי הרבני הנגיד מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, מגדולי תומכי המוסדות, ווי אויך האט דער ראש ישיבה געפראוועט ביים אים אין שטוב דעם באטע פרייטאג צו נאכטס און אויך דעם מלוה מלכה מוצש"ק. די תפלות און שלש סעודות איז אפגעהאלט געווארן אינעם לאקאלן הערליכן ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב ווי א גאר גרויסער ציבור איז זיך צוזאם געקומען צו די תפלות און דרשות. דער בית המדרש איז שוין אפן כמעט א יאר, ווי די תפלות ווערן אפגעראכן יעדן שב"ק אויף א הערליכן פארנעם. אויך ווערט פארגעלערענט אין ביהמ"ד יעדע נאכט א שיעור אין גמרא, ווי א שיינע ציבור באטיילגט זיך. דער ראש ישיבה שליט"א איז ארויסגעקומען מחזק זיין אנשי שלומינו אין בלומינג גראוו לרגל דאס געבורט פון א מיידל ביי הר"ר בערל לעווי שליט"א וואס איז דער בעל אכסניא פונעם ביהמ"ד. &nbsp; פרייטאג צו נאכטס צו מנחה איז צוגעגאנען הר"ר בערל לעווי, דער בעל אכסני' פונם ביה"מ, קבלת שבת האט געדאווענט דער בעל תפלה קבועה הר"ר אברהם הערש וועבערמאן, דער גבאי פון ביהמ"ד. נאכן דאווענען האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ כמנהג היכל הקודש ברסלב, אויך האט מען געזינגען "סימן טוב ומזל טוב" לכבוד די שמחה ביי הר"ר בערל. שב"ק ביינאכט נאך די סעודה איז מען זיך צוזאם געקומען צום באטע, ווי מ'האט געזינגען שיינע זמירות צוזאמען פאר א שטיק צייט. ביי די באטע האט דער ראש ישיבה שליט"א שטארק גערעדט איבער די גרויסקייט פון הפצה, וואס יעדער איינער קען טון אויף זיין אופן. די אינגעלייט האבן פארציילט מעשיות פון תפלה, און מעשיות פון הפצה. מ'האט גערעדט אז אין היכל הקודש לערנט מען אויס די קינדער צו גיין הפצה שוין פון אינגערהייט, אזוי וואקסן זיי אויף אָן די סטיגמע אז עס איז א בושה צו גיין הפצה, אזוי ווי אין די בראשית יארן אין אמעריקע ווען ריבה"ק מסאטמאר זי"ע האט אריינגעלייגט אין די קינדער זיך נישט צו שעמען מיט אידישקייט, בפרט צו גיין מיט די פיאות בריש גלי. אויך האט מען גערעדט פון די וויכטיגקייט פון באצאלן חובות, און אז מ'האט נישט צו באצאלן זאל מען גיין נאך געלט, אבער דאך דארף מען געדענקען אז מען דארף נישט ווערן משוגע פאר אן עושר, און זיך חלילה חנפ'ענען צו אים. &nbsp; שבת קודש אינדערפרי 8:00 אינדערפרי איז דער ראש ישיבה שליט"א געגאנגען אין מקוה אין ביהמ"ד קהל יטב לב דסאטמאר, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער האט זיך זייער מחיה געווען מיט די מקוה, און נאכדעם אין ביהמ"ד האט ער מעורר געווען די אינגעלייט אז אויך זיי זאלן מקפיד זיין צו גיין שטענדיג אין מקוה. און ער האט געזאגט אז רבי נתן זי"ע האט געזאגט אז ווער עס וועט גיין אין מקוה וועט זיכער האבן א תקוה - דאס הייסט אז ער וועט זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד. דערנאך האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א געזעצט לערנען גמרא מיט זיינע צוויי זון הב' שלמה און הב' אלחנן, מיט וועם דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך פארגעקוקט די טעגליכע שיעור וואס ער לערנט פאָר פאַר אנ"ש. אום 9:30 האט מען זיך געשטעלט דאווענען, צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן, צו שחרית איז צוגעגאנען הרה"ג ר' ברוך לעווי שליט"א אב"ד בנין אריאל אמסטערדאם, און מיט מוסף איז געווארן מוכבד הר"ר בנציון לעווי. הרה"ג ר' ברוך לעווי שליט"א איז געווארן מכובד מיט ראש חודש בענטשן. אויך איז הרה"ג ר' ברוך שליט"א געווארן מכובד מיט קריאת השם לכבוד די געבורט פון א מיידל ביי זיין זון הר"ר בערל שליט"א. נאכן דאווענען איז געווען א שיינער קידוש, ווי א גרויסער עולם איז געקומען אנווינטשן פארן בעל שמחה הר"ר בערל, און אויסגענוצט די געלעגענהייט אים צו מכיר טובה צו זיין פארן מנדב זיין א חלק פון זיין שטוב פארן בית המדרש, מיט וואס די גאנצע געגענט איז זיך מורא'דיג מחיה. &nbsp; שלש סעודות צו סעודה שלישית איז זיך צוזאם געקומען גאר א גרויסער עולם, אויך פון קרית יואל זענען געקומען צו גיין צענדליגער אידן א וועג פון כמעט א שעה. דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט די תורה (ליקוטי מוה"רן ח"א סימן י"א) ווי דער הייליגער רבי זאגט אז משה רבינו האט ארויס גענומען די אידן פון מצרים דורך אמירת התורה, ער האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון זאגן משניות און די גרויסקייט פון לערנען א דף גמרא אינדערהיים יעדן טאג, וואס מיט דעם איין שאס כאפט מען אסאך פייגלעך. סיי די תורה וועט אים ארויס נעמען פון בלאטע, און סיי זיין ווייב וועט אים אנהייבן ארויף צו קוקן, און אויך פאר חינוך פון די קינדער איז דאס זייער גוט. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון רעדן צום אייבערשטן. דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט איבער אן אנטערוויו וואס איז געווען אויף קול מבשר, ווי איינער האט פארציילט ווי ער איז אויפגעשטאנען מיט א געשווילעכץ אויף זיין אויג, און מ'האט עס געדארפט אפערירן, אבער עס האט געהאט גרויסע שאנסן אז ער זאל חלילה פארלירן זיין זע קראפט. ער האט פארציילט אז אויפן וועג אהיים האט ער געגעבן צדקה און האט צוגעדעקט זיין פנים מיט זיין הוט, און האט אנגעהויבן צו בעטן דעם אייבערשטן, "איך האב נישט קיינעם, קיינער קען מיר נישט העלפן" און האט שטארק אנגעהויבן צו וויינען "באשעפער העלף מיר, הייל מיר אויס מיין אויג", אזוי האט ער גערעדט און געוויינט צום אייבערשטן א גאנצע וועג. אנקומענדיג אהיים האט ער געקוקט אין שפיגל אין געזען אז עס זעט שוין אויס אסאך בעסער. און צוריק קומענדיג צום דאקטער האט ער נישט געקענט מער ווי באשטעטיגן אז ער איז ב"ה אינגאנצן אויסגעהיילט. אזוי אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז אויב מ'געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש און מען פארציילט אים אלעס אויס, דארף מען שוין נישט צוקומען צו קיין טעראפיסטן &ndash; וואס איז ליידער זייער איינגעריסן צוליב די פילע צרות וואס מ'גייט אריבער. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט "ברסלב איז נישט קיין שרעקעדיגע זאך, סך הכל איז דער רבי א שדכן א בראוקער וואס ברענגט דעם מענטש צום אייבערשטן". דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז בלומינג גראוו איז ממש געאייגענט צו רעדן צום אייבערשטן, ווי מ'קען זיך מחיה זיין און רעדן צום אייבערשטן צווישן די גראז, ביימער, הימל און ערד. &nbsp; גמרא שיעור נאך מעריב נאך מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט א שיינע שיעור גמרא. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט "איך קום צו ענק נאר ווייל מען קומט זיך צוזאם יעדע נאכט צו לערנען א שיעור אין א דף גמרא", ווען איינער האט געפרעגט "איך ארבעט שווער און עס איז מיר שווער צו קומען צום שיעור" האט ער געענטפערט, "פארוואס ארבעטסטו? ווייל דו פארשטייסט אז דאס איז דאס לעבן, מען מוז ברענגען פרנסה. די זעלבע דארף מען אויך וויסן אז א דף גמרא א טאג איז מיין לעבן!". דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ווער עס זעט דעם נייעם קליפ "פארברענג מיט דיין קינד", פארגייט אים דעם אפעטיט פון אריינברענגען א סמארטפאון אין שטוב. &nbsp; מלוה מלכה מוצאי שבת קודש מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען א שיינער מלוה מלוה אין שטוב פונעם בעל אכסניה מו"ה שבתי מזרחי, וואס האט אוועקגעגעבן זיין שטוב דעם גאנצן שבת קודש פארן ראש ישיבה שליט"א און זיין משפחה. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער אריינלייגן אמונת חכמים אין די קינדער, און איבער פארציילן מעשיות פון צדיקים פאר קינדער, ווייל נאר דאס בלייבט אין קינד'ס קאפ דעם גאנצן לעבן. דער ראש ישיבה האט פארציילט די באוויסטע מעשה וויאזוי דער רבי איז געקומען צו זיינע מדריגות, ווען ער האט געהערט די מעשה וויאזוי זיין זיידע דער היייליגער בעל שם טוב זי"ע איז געווארן א יתום ביי די פינעף יאר און זיין טאטע האט אים געזאגט פאר זיין פטירה אז ער בלייבט נישט אליין ווייל דער אייבישטער איז דא און וואס ער דארף קען ער בעטן פון אים. ווי נאר דער רבי האט געהערט דעם מעשה האט ער שוין פארשטאנען וויאזוי מ'ווערט אן ערליכער איד, איז ער תיכף געלאפן צום ציון פון זיין הייליגן זיידע און אנגעהויבן צו רעדן צום אייבישטן, וואס מיט דעם איז ער גאגאנען זיין גאצן לעבן, און איז צוגעקומען צו וואס ער איז צוגעקומען. דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעפירט אז אזא מעשה קען א מלמד פארציילן פאר די קינדער מיט א פרישקייט יעדן טאג. &nbsp;דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט פון הרה"ק רבי יענקעלע פון פשעווארסק זי"ע אז מען קען זען די גרויסקייט פון פארציילן מעשיות אז שוין אין די ערשטע משנה אין מסכת ברכות (פרק א' משנה א'), שטייט שוין "מעשה ברבן גמליאל". ווייל תורה מוז גיין צוזאמען מיט סיפורי צדיקים. בילדער פונעם מלוה מלכה דרשה ביים מלוה מלכה

    < זעה מער כז טבת תשע"ח 📝
  • צוגרייטונגען צו די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זצוק"ל

    שטייענדיג ווייניגער א חודש בעפאר די דריטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זצוק"ל וואס געפאלט אום י"ז שבט, דערקענט זיך שוין די צוגרייטונגען צו דעם געהויבענעם טאג. אין יבנאל גרייט מען זיך צו אקאדאמירן די פילע טויזנטער וואס זענען ערווארטעט צו קומען צום ציון הק' ביומא דהילולא און אין די טעג ארום די יארצייט. א גרויסער עולם אנשי שלומינו פון אמעריקע פלאנען אריבערפארן קיין ארץ ישראל צו פוקד זיין דעם הייליגן ציון אין דעם געהויבענעם טאג. און פון ארץ ישראל אליין איז ערווארטעט גאר א גרויסער ציבור פון איבער'ן גאנצן לאנד צו קומען צו די יארצייט. זינט די הסתלקות פון מוהרא"ש איז דער ציון הק' געווארן א תל תלפיות שהכל פונים אליו, דער ציון הק' שטייט קיינמאל נישט ליידיג, פון איבעראל קומען אידן צו פארן זיך אויסצובעטן בדבר ישועה ורחמים, און מען זעט טאקע אפענע ישועות למעלה מדרך הטבע, אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ער וועט זיך משתדל זיין פאר די אלע וועלכע קומען מתפלל זיין ביי זיין ציון. ספעציעל פאר שידוכים זעט מען גאר גרויסע ישועות ביים ציון הק'. מוהרא"ש האט צוגעזאגט, און ער האט געהייסן דאס איינקריצן אין זיין מציבה, אז יעדעס בחור אדער מיידל וואס וועט אויסזאגן גאנץ תהלים ביי זיין קבר, וועט געהאלפן ווערן מיט א שידוך. און דאס זעט מען ממש בחוש, ווען פילע אידישע שטובער זענען אויפגעראכטן געווארן אין דעם זכות. יעצט, צו די יארצייט, וועלן פילע אידן ווייטער פוקד זיין דעם ציון הק', און זיכער זען גרויסע ישועות. דאהי אין אמעריקע וועט פארקומען די צענטראלע יארצייט סעודה בבית מדרשינו אין וויליאמסבורג, וואו מען וועט זיך צוזאמקומען צו הערן און איבער'חזר'ן די לימודים וואס מוהרא"ש האט געלערנט מיט אונז די אלע יארן. ווי באקאנט האט מוהרא"ש זיך אוועקגעגעבן זיין גאנץ לעבן צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות און לימודים פאר די גאנצע וועלט, און דעריבער איז באשטימט געווארן אז אין דעם געהויבענעם טאג פון די יארצייט וועלן זיך אנשי שלומינו אנשטרענגען צוצולייגן א פלייצע אז מען זאל ווייטער קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש פון דרוקן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און עס צושפרייטן פאר אלע אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם. דער הערליכער דרוקעריי "קרן הדפסה היכל הקודש ברסלב" אין וויליאמסבורג איז שוין ברייט באקאנט. &nbsp;מיליאנען ספרים און קונטרסים זענען שוין געדרוקט געווארן אינעם בית הדפוס און צענדליגע טויזנטער אידן האבן זיך אומגעקערט צום אייבערשטן נאכ'ן באקומען די הייליגע ספרים און מקיים זיין די געוואלדיגע עצות. יעצט ביי די יומא דהילולא קדישא וועלן אנשי שלומינו זיך משתתף זיין מיט גרויסע סכומים צו קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש און ווייטער קענען דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים. &nbsp; תורתו מגן לנו, היא מאירת עינינו!

    < זעה מער טו טבת תשע"ח 📝
  • הילולת רבי נתן זצ"ל אין ביהמ"ד ברסלב היכל הקודש פרעמישלאן קרית יואל, בהשתתפות הגה"צ דער ראש ישיבה שליט"א

    א שיינע ציבור אנשי שלומינו פון קרית יואל והגלילות, און שכנים פון בית המדרש פון די עצי תמרים געגענט זענען זיך צוזאם געקומען מוצאי תענית עשרה בטבת צו פראווען די יארצייט פון רבי נתן זצ"ל, ווי מען האט געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה איז ספעציעל געקומען צו פארן און מחזק זיין דעם גרויסן ציבור וואס איז זיך צוזאם געקומען. נאכמיטאג ווי נאר עס איז באשטעטיגט געווארן אז דער ראש ישיבה קומט איז שנעל אראנדזשירט געווארן א באשיידענע סעודה צום אויספאסטן, ווי דער עולם האט זיך צוגעזעצט גלייך נאך מעריב, ווי מען האט אויסגעווארט אויף ראש ישיבה וואס האט אביסל געשפעטיגט צוליב די טרעפיק. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט דאס וואס מוהרא"ש האט אמאל געזאגט "ויחי יעקב" יעקב האט געלעבט - וואס געלעבט? אלע צרות וואס א מענטש קען מיטמאכן האט יעקב מיטגעמאכט, קודם מיט עשיו, דינה און שכם, דער שידוך פון רחל און לאה, לבן פאפט אים ארום מיט די שאף, דערנאך ווי לבן האט אים געוואלט הרגענען, יעצט עשיו לויפט אים נאך, ביקש יעקב לישב בשלוה קפץ עליו רוגזו של יוסף, אזוי איז דורך די גאצע לעבן פון יעקב מיט צרות צרורות. אבער יא "ויחי יעקב", יעקב האט זיך געהאלטן פריש און זיך נישט נאכגעלאזט. דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט פון די עצה וואס דער רבי האט אונז געגעבן, אז ווען אויף א מענטש גייט עפעס איבער, זאל ער תיכף לויפן צום אייבערשטן, נאר ער קען העלפן. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז די אלע וואס רופן זיך ברסלב'ע חסידים און טרעטן אויף אנדערע, לויפן אוועק פון די היים צו "פליען אין הימל" ביי די מקומות הקדושים, רעדן מיט חוצפה קעגן יעדן ערליכן איד, זיי זענען גורם אז מענטשן זאלן קריגן &ndash; מיט רעכט &ndash; אויף ברסלב. עס זענען דא מענטשן וואס מיינען אז א ברסלב'ער איז, אדער א היפּי וואס טאנצט אין די גאסן, אדער א פרומער וואס מאכט אוועק יעדן "מנהיג של שקר". "וואס איז א ברסלב'ע חסיד?" &ndash; האט דער ראש ישיבה געפרעגט "א ברסלב חסיד שלונגט און ענפטערט נישט צוריק ווען די ווייב שריידט! א ברסלבע חסיד טשעפעט נישט א צווייטן, און אוודאי נישט זיין ווייב!!! א ברסלבע חסיד רעדט צום אייבערשטן ווען קיינער זעט נישט!!! ער מישט זיך נישט מיט קיין פאלטיקס!". דער ראש ישיבה האט געענדיגט מיט מחזק זיין דעם ציבור מיט לערנען חומש רש"י מעביר סדרה זיין זאגן תהלים משניות, גמרא און אזוי ווייטער. צו זען דעם שיעור

    < זעה מער יב טבת תשע"ח 📝
  • סעודת הילולא פון רבי נתן זצוק"ל

    דעם מיטוואך נאכט זענען אנשי שלומינו זיך צוזאמגעקומען צו די יארצייט סעודה פון רבי נתן זצוק"ל בבית מדרשינו אין וויליאמסבורג. פילע אנשי שלומינו זענען זיך צוזאמגעקומען, זיך צו שטארקן אינאיינעם מיט די עצות און התחזקות וואס רבי נתן האט אונז איבערגעלאזט. דער ראש ישיבה שליט"א האט א לענגערע צייט ארומגערעדט דברי התחזקות והתעוררות וואס מיר דארפן ארויסנעמען פון אזא טאג, צום ערשט האט ער דערציילט דער גאנצער סיפור התקרבות, ווי אזוי רבי נתן איז אנגעקומען צום הייליגן רבי'ן, און דער עיקר וואס עס האט אים געכאפט ביים רבי'ן איז געווען דאס וואס דער רבי האט אים געזאגט די ווערטער: "און ווייטער איז גוט אז מען רעדט זיך אויס צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס צו א גוטער פריינד", ווען רבי נתן האט געהערט די ווערטער האט ער פארשטאנען אז דאס וואס אים שוין באגלייטן און ארויסהעלפן אין סיי וועלכע מצב ער וועט זיך נאר געפונען אין לעבן, ווייל אלעס וועט ער אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן. און מיר דארפן זייער דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן געהאט רבי נתן, ווייל אלעס וואס מיר ווייסן היינט פון הייליגן רבי'ן איז נאר דורך רבי נתן וואס ער האט אלעס אפגעשריבן און איבערגעגעבן פאר די ווייטערדיגע דורות. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט איבער דעם וואס דער הייליגער רבי לערנט אויס אז מ'קען לעבן דא אויף דער וועלט מיט'ן אייבערשטן, מ'דארף זיך נישט אפשיידן פון די וועלט, מ'קען זיין א מענטש צווישן מענטשן, און פון דעסט וועגן זאל מען זיין אינגאנצן דבוק צום אייבערשטן, צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, און צו אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן יעדע זאך. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט ווי אזוי מ'דארף אריינברענגען א געשמאק אין אידישקייט, אריינברענגען א שמחה אין שטוב ביי יעדע מצוה, ביי יעדע שבת ויום טוב, און דאן וועלן די קינדער דאס אויך וועלן נאכמאכן, זיי וועלן שפירן אז ס'איז געשמאק און גוט צו זיין אן ערליכער איד, ס'לוינט זיך צו לעבן מיט'ן אייבערשטן און זיך אויפפירן ווי אזוי דער אייבערשטער וויל. אזוי ווי דעם מיטוואך האט מען אנגעהויבן א פרישע מחזור אין תוספתא, האט דער ראש ישיבה שליט"א אויך גערעדט פון דעם געוואלדיגן סדר דרך הלימוד וואס מיר האבן באקומען פון הייליגן רבי'ן, ווי אזוי יעדער איד אן אויסנאם קען זוכה זיין לכתרה של תורה, יעדער איד קען לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, אפילו ווען ער האט נישט די צייט און כח צו לערנען בעיון. &nbsp;נאכ'ן בענטשן ברכת המזון איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט פרישע קבלות זיך צו שטארקן אינעם רבינ'ס לימודים אזוי ווי רבי נתן האט אונז איבער געגעבן. &nbsp;תורתו מגן לנו, היא מאירת עינינו! בילדער די דרשה פון ראש ישיבה שליט"א

    < זעה מער י טבת תשע"ח 📝
  • ביהמ"ד ברסלב היכל הקודש, שיעפּסהעד בעי, קומט זיך צוזאם לכבוד הילולת רבי נתן זצ"ל

    ברוך השם מ'זעט ווי מוהרא"ש צוואה ווערט מקוים, ווען נעכטן איז מען זיך צום ערשטן מאל צוזאם געקומען ביים נייעם ביהמ"ד ברסלב היכל הקודש אויף עוועניו ווי אין שיפּסהעד בעי געגענט פון ברוקלין (צווישן פלעטבוש און סי-געיט) לכבוד די יארצייט פונעם גרויסן תלמוד פון רבין מורינו רבי נתן זצ"ל. מען האט גערעדט פון די גרויסע ירושה וואס ער האט אונז איבערגעלאזט, אז יעדער קען זיך מחי' זיין מיט זיין נקודה וואס ער דייקא האט. אויך איבער די גרויסע אהבה וואס מען זעט צווישן די תלמדים פון רבי'ן. מ'האט גערעדט פון מוהרא"ש, וואס איז ביי יעדע שוועריקייט אייביג אנטלאפן צו רבי נתן'ס ספרים וואס נאר דארט האט ער געטראפן די ריכטיגע התחזקות איבערצוקומען זייע פילע צרות. אנגעהויבן פון ווען מוהרא"ש איז מקורב געווארן צום רבין אלס בחור און געענדיגט ביזן לעצטן טאג פון זיין לעבן, וואס מוהרא"ש האט אלץ מיטגעמאכט צרות מבית ומבחוץ, האט מוהרא"ש אייביג געחזרט רבי נתן'ס דיבורים און עס צולייגט אויף קליינגעלט און ווערט ווייטער צושפרייט דורך זיינע תלמידים אויף אלע שפראכן אין אלע עקן פון די וועלט. ווי יעדער קען זיך מחזק און מחיה זיין מיט יעדע קליינקייט, וואס זעט אויס דא קליין אבער ביים באשעפער איז עס שוין גאר א גרויסע זאך. בעיקר האט מען גערעדט ווי מ'דארף זיך מחזק זיין צו מקיים זיין די לעצטע צוואה פון רבי נתן "אייער עובדה זאל זיין הפצה", אז מיר זאלן מחזק זיין בגוף ובממון די בית הדפוס פון די הייליגע ישיבה אין וויליאמסבורג, וואס טוט די ארבעט פון דרוק און פארשפרייטן די הייליגע ספרים פון רבין און זיין גרויסן תלמיד רבי נתן און זיינע תלמידי תלמידים. &nbsp; ולא נתן למוט רגלינו

    < זעה מער י טבת תשע"ח 📝
  • הרה"ח ר' שלום מרדכי רובאשקין הי"ו באפרייט פון טורמע

    כלל ישראל איז איינגעהילט אין א געהויבענע שטימונג פון גרויס שמחה און פרייד אויף די גוטע בשורה אז ר' שלום מרדכי רובאשקין הי"ו, פאר וועמען גאנץ כלל ישראל האט אזויפיל מתפלל געווען און געטון אלע סארט פעולות און השתדלות, איז באפרייט געווען פון טורמע דעם מיטוואך, זאת חנוכה, נאכדעם וואס דער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט אונטערגעשריבן די פארארדענונג אים צו באפרייען זאפארט פון טורמע. עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן די געפילן פון אידישע קינדער איבעראל וועלכע האבן מיטגעטרויערט און מיטגעפילט אזוי שטארק מיט ר' שלום מרדכי וואס האט אזויפיל געליטן די גאנצע צייט על לא עול בכפו, און יעצט קען מען זיך שוין מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה. א ספעציעלע שמחה הערשט ביי די קינדער אין תלמוד תורה "היכל הקודש", און אין די מיידל סקול "בית פיגא". אזוי ווי עס איז איינגעפירט דארט אז די קינדער האבן א "תפלה צעטל", א ליסטע מיט זאכן וואס מען בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף דעם, און ווען דער אייבערשטער העלפט אז א תפלה ווערט געהאלפן, נעמט מען עס נישט אראפ פון די ליסטע, נאר מען מאכט א צייכן אז אויף דעם איז מען שוין געהאלפן געווארן, און פון יעצט דארף מען מער נישט בעטן אויף דעם, נאר דאנקען אויף דעם. דער נאמען "ר' שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין" געפינט זיך שוין אויף דעם "תפלה צעטל" פאר אסאך יארן, און יעצט איז עס ברוך ה' געטוישט געווארן פון תפלה צו הודאה. עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז ביים טעגליכן שיעור דעם מאנטאג ויגש, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געוואלט ארויסברענגען ווי אזוי א איד דארף רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א מענטש וואס מ'זעט פאר די אויגן, האט דער ראש ישיבה גענוצט אלס ביישפיל ווען מיר זאלן האבן די געלעגנהייט אריינצוגיין צו פרעזידענט טראמפ און רעדן צו אים פאר פינף מינוט, וואלטן מיר אים זיכער געבעטן אז ער זאל באפרייען ר' שלום מרדכי פון טורמע, די זעלבע דארפן מיר וויסן אז מיר שטייען שטענדיג פאר'ן אייבערשטן און מיר קענען אים שטענדיג בעטן אלעס וואס מיר דארפן. געלויבט השי"ת אז דאס איז טאקע מקוים געווארן אויף אזא פלוצימדיגער פארנעם, און דאס איז א געוואלדיגער חיזוק פאר יעדן איד, אין וועלכע שווערע ער געפונט זיך נאר, און ער זעט נישט קיין שום וועג בדרך הטבע ווי אזוי ער קען געהאלפן ווערן און זיך ארויסדרייען פון זיין פראבלעם, דארף ער געדענקען אז ישועת ה' כהרף עין, ביים אייבערשטן איז גארנישט שווער, די ישועה קען אנקומען יעדע רגע אויף גאר אן אומגעראכטענעם וועג. &nbsp;יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם! &nbsp;

    < זעה מער ג טבת תשע"ח 📝
  • קורצע באזוך פון הגה"צ הראש ישיבה שליט"א קיין א"י צום לוי' פון זיין באבע הרבנית מקארלסבורג ע"ה

    מאנטאג מיטאג איז אנגעקומען די ביטערע בשורה איבער די פלוצלימדיגע פטירה פון הרבנית הצדיקת מקארלסבורג ע"ה. דער ראש ישיבה שליט"א האט תיכף געשאפן טיקעטס צו פליען קיין ארץ ישראל זיך צו באטייליגן ביים לוי'. די לוי' איז פארגעקומען אין עיה"ק מירון אין חצר פון התנא הלקי רשב"י, ווי איר גרויסער מאן הגה"צ דער קארלסבורגער רב שליט"א איז דבוק בתורתו, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט צווישן אנדערע מספיד געווען זיין גרויסע באבע ע"ה, ארויסברענגענדיג&nbsp;די גרויסקייט פון זיין חשובע באבע וואס איז געשטאנען א גאנץ לעבן מיט א מוראדיגע מסירת נפש לימין פון איר מאן שליט"א ער זאל קענען זיצן באהלו&nbsp;של תורה. קליפ פון הספד בילדער פון לוי' בילדער ביים ציון אין יבנאל

    < זעה מער יז כסלו תשע"ח 📝
  • הערליכער סיום געפראוועט אין היכל קודש בלומינג גראוו

    א שיינע ציבור אנשי שלומינו פון קרית יואל והגלילות זענען זיך נעכטן צוזאם געקומען צום סיום פון מסכות מכות וואס ווערט פארגעלערענט דארט אין ביהמ"ד. דער טעגליכער שיעור פון א בלאט גמרא א טאג ווערט פארגעלערנט יעדע נאכט מיט א מורא'דיגע געשמאק אום 8:45 דורך הר"ר בערל לעווי שליט"א און דויערט בערך א האלבע שעה, און ציעט צו זיך אסאך אנ"ש פונעם גאנצן געגענט. נעכטן איז מען זיך צוזאם געקומען צום סיום, וואס איז געפראוועט געווארן אויף א באשיידענעם פארנעם, מ'האט געזונגען שיינע ניגונים פון אהבת התורה, ווען אינמיטן האבן מען געהאט אן אנגענעמען איבעראשונג, דער ראש ישיבה שליט"א האט געמאכט א סופרייז באזוך. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז עס אים א געוואלדיגע שמחה צו הערן אז די תלמידים &ndash; כאטש זיי וואוינען שוין נישט נעבן די ישיבה &ndash; האלטן זיך אינאיינעם, און קומען זיך צוזאם טעגליך, נאך די ארבעט, מיעד און אפגעמוטשעט, צו "לערנען א בלאט גמרא". "במחשכים הושבני כמיתי עולם" האט דער ראש ישיבה נאכגעזאגט פון מוהרא"ש זצ"ל, "זאגט די גמרא &ndash; זה תלמוד בבלי, וויאזוי קען מען זאגן אויף תלמוד בבלי 'במחשכים הושבני'? - נאר" האט דער ראש ישיבה געזאגט, "עס איז דיר טונקל? האסט א טונקעלע זשאב, א חושך'דיגע דירה, א פינסטערע בעל הבית? 'זה תלמוד בבלי' &ndash; די גמרא איז געמאכט טאקע פאר דיר. אנטלויף צו די גמרא, וועט דיר ליכטיג ווערן". נאכן שיעור האט זיך אנטוויקעלט א שיינע שמועס איבער די הייליגע ספרים וואס רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט איבערגעלאזט דער ויואל משה און על הגאולה, ווי דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי ער פלעגט אלץ בחור אין צעלימער ישיבה פארלערנען "ויואל משה" ביי לאנטש, און עס זענען געווען בחורים וואס האבן געהאט טענות אויף אים. "ווילסט לערנען ויואל משה? גיי קיין סאטמאר" האבן זיי געטענהט. דער ראש ישיבה האט אויך פארציילט ווי ער האט אראנדזשירט ביי זיי אין ישיבה אז מ'זאל הערן די באקאנטע "שובבי"ם תורות". דער ראש ישיבה האט ווייטער מחזק געווען אז מ'זאל זיך האלטן אינאיינעם, און בעיקר מיט לערנען און דאווענען. צו זען בילדער פונעם סיום צו הערן די שיעור פונעם ראש ישיבה ביים סיום

    < זעה מער יב כסלו תשע"ח 📝
  • נייער בית המדרש "היכל הקודש" אין בארא פארק

    דער נייער הערליכער בית המדרש "היכל הקודש" אין בארא פארק, האט געברענגט גרויס צופרידנהייט און פרייד ביי אנשי שלומינו. זינט די הסתלקות פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע, איז דער בארא פארקער בית המדרש געגאנגען אין גלות, יעדע פאר וואכן האט מען געמוזט זוכן א פרישער פלאץ פאר די שול, וואס דאס האט געמאכט אסאך עגמת נפש פאר אנשי שלומינו תושבי בארא פארק. יעצט האט מען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף געעפנט דעם נייעם פערמענאנטן בית המדרש "היכל הקודש" אין בארא פארק, אויף 1011 41סטע סט.&nbsp;צו די צופרידנהייט פון יעדן איינעם. שבת קודש קומען אלע אנשי שלומינו דאווענען אינעם נייעם שול, אינדערפרי נאכ'ן דאווענען איז דא א שיעור אינעם הייליגן ספר "ספורי מעשיות", געפלאכטן מיט די געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן, ווי אויך ביי שלש סעודות לערנען מען פאר דעם הייליגן רבי'ן ספרים, מען חזר'ט איבער זיינע לימודים און חיזוק. יעדע וואך מוצאי שבת איז דא אין שול "אבות ובנים", וואו די טאטעס לערנען איבער מיט די קינדער וואס זיי האבן געלערנט די גאנצע וואך אין חדר, פון גלייך נאך מעריב לערנט מען א דריי-פערטל שעה. באגלייט מיט מתנות און גורלות פאר די קינדער וואס לערנען פלייסיג. אויך קומט פאר יעדע וואך דאנערשטאג, אום 9:00 ביינאכט, דער ליל שישי שיעור פון הרה"ג מוה"ר יצחק לעזער שליט"א. א הערליכער שיעור פול מיט חיזוק און התעוררות מיט די לימודים פון הייליגן רבי'ן, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. פילע אנשי שלומינו קומען צו פארן פון איבעראל מיטצוהאלטן דעם שיעור יעדע וואך, ווי אויך קען מען מיטהאלטן דעם שיעור אויף א לייוו הוק אויפ'ן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין (זע די נומערן אין א באזונדערע נייעס). אויך במשך די וואך קומען פאר שיעורי תורה טעגליך אינעם נייעם בית המדרש. דער נייער בית המדרש וועט זיין א מגדול אור פאר אלע אנשי שלומינו בפרט, און פאר אלע תושבי בארא פארק בכלל, א הערליכע ווינקל זיך צו ווארעמען מיט די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן. &nbsp;בבית אלקים נהלך ברגש! בילדער פונעם בארא פארקער נייער בית המדרש

    < זעה מער כח חשון תשע"ח 📝
  • הערליכע חתונה אין היכל הבית המדרש

    די פארגאנגענע וואך דאנערשטאג אין פארגעקומען א הערליכע חתונה אין היכל הישיבה, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן הערשי בן מו"ה עזרא בוים הי"ו, עב"ג בת מוה"ר משה קורץ שליט"א, גאב"ד יבנאל. די שמחה איז געווען גאר גרויס; אויסער די גרויסע שמחת חתן וכלה, איז נאך גרעסער געווען די פרייד אז עס טרעפן זיך מחותנים וואס נוצן זייער געלט און שכל אויף די ריכטיגע וועג, און זוכן נישט אויסצוגעבן געלט אין די וועלט אריין, זיי ווילן נישט אריינצופאלן אין חובות אין אזא פרייליכע צייט, און זיי מאכן די חתונה אין בית המדרש, וואס דאס קאסט זיי גארנישט. עס איז ב"ה געווען די חתונה זייער פרייליך, אזוי ווי ביי די פריערדיגע חתונה וואס איז געלונגען אויף אן אויסערגעווענליכן שיינעם פארנעם. די חתן און די כלה אינאיינעם מיט די מחותנים זענען אהיים פון די חתונה זייער פרייליך און צופרידן. עס פעלט פאר קיינעם גארנישט צוליב דעם וואס די חתונה איז פארגעקומען אין א שול און נישט אין א זאל, די איינציגסטע זאך וואס פעלט איז די גרויסע חובות וואס די מחותנים וואלטן זיך געקענט איינקויפן זייער גרינג מיט גרויס שפע. די ערשטע חתונה וואס איז פארגעקומען אין ישיבה פאר די זומער, האט אויפגעשטורעמט דאס גאנצע יהדות החרדית. עס האט געעפנט די אויגן פון אידישע קינדער צו זען אז עס פעלט בכלל נישט אויס צו מאכן טייערע שמחות, עס פעלט נישט אויס אריינצופאלן אין טיפע שווערע חובות ביי יעדע שמחה פון א קינד, עס פעלט נישט אויס אז דאס הארץ זאל אנהויבן דרוקן אין די צייט וואס מען וויל צוגיין צו א פרייליכע שמחה. ליידער זעט מען ווי מענטשן געבן אויס אזויפיל געלט אויף שמחות, און נאכדעם האבן זיי גארנישט פון דעם. ס'זענען דא מענטשן וואס טענה'ן אז זיי ווילן צושטעלן אסאך עסן ביי א שמחה ווייל זיי האבן פשוט ליב צו געבן צו עסן פאר אידישע קינדער... ווען דאס וואלט אבער געווען אמת וואלטן זיי אריינגערופן צו זייער לאקאלער גראסערי און אויסגעצאלט א חוב פון א איד וואס האט אים נישט מיט וואס איינצוקויפן עסן לכבוד שבת, עס איז נעבעך פארהאן פיל אידן וואס מוטשען זיך צו ברענגען ברויט אין שטוב טאג טעגליך, און זיי וועלן זיך זיכער פרייען ווען מען מ'וועט זיי ארויסהעלפן צו קענען האבן וואס צו עסן בשפע. דא ביי די חתונה, איז אלעס געווען צוגעשטעלט אויפ'ן פשוט'סטן און ביליגסטן אופן, דאס עסן איז געליבן ביי די זייט און יעדער האט זיך אליין סערווירט אין פשוטע פלאסטישע עסצייג. איין זאך האט געפעלט: דאס וואס מען זעט אסאך ביי חתונות אז א סארווירער לאזט אראפ בטעות א טאץ מיט טעלערס אדער גלעזלעך, און דאס קול פון די צעבראכענע גלאז ווערט נאכגעפאלגט מיט קולות פון "מזל טוב" פון די צושויער... אלס טייל פונעם פלאן אז די חתונה זאל זיין די גרינגסטע און די ביליגסטע, האט מען אנגעהויבן די חתונה גאנץ פרי. 5 אזייגער פונקטליך האט זיך אנגעהויבן די קבלת פנים, ווען מען האט אויך געמאכט דעם תנאים און טעלער ברעכן, דער חשובער מחותן ר' משה קורץ שליט"א האט גערעדט אפאר ווערטער ארויסברענגנדיג זיין גרויסע שמחה, אום 6 אזייגער איז פארגעקומען די חופה אויפ'ן גאס אין פארנט פון בית המדרש. נאך די חופה איז דער עולם אריינגעגאנגען אין שול ווי בלויז די נאנטע קרובי המשפחה זענען געווען געלאדענט צו די סעודה; און אלע פעטערס, קאזינס, קרובים, און גוטע פריינד, זענען אריבערקומען צו די חתונה צו שמחת חתן וכלה און זיך מיט געפרייט &nbsp;מיט די שיינע שמחה, און משמח זיין די חתן כלה. אויף די טישן איז געווען צוגעגרייט בילקעלעך און געפילטע פיש. ביי די זייט איז געווען צוגעשטעלט ווארימע מאכלים, פלייש, קוגל, און נאך. עס זענען נישט געווען קיין סערווירער, נאר יעדער האט אליין גענומען וואס אים האט געשמעקט. דער עולם האט זיך געוואשן און זיך געזעצט צו די סעודה, און יעדער האט גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם געדאנק אז מען האט נישט אראפגעלייגט אויף יעדן פלאץ א טעלער, וואס פילע דערפון גייען געווענליך אין די מיסט, נאר יעדער האט געקענט אליין נעמען וואס זיין הארץ באגערט. דער חתן איז אריינגעקומען אום 8 אזייגער צום טאנצן, הערליכע מוזיק האט געשפילט אויף די ספיקערס, רעקארדירונג פון היימישע זינגער אין שפילער. מען האט אפילו נישט געמאכט קיין "די דזשעי", אז איינער זאל דארפן שטיין און קאנטראלירן די ניגונים, עס האט בלויז געשפילט א רעקארדירונג פון אנדערע חתונות. דער עולם האט זיך געהויבן און געטאנצן מיט גרויס פרייד און משמח געווען דעם חתן פאר צוויי שעה. אום צען אזייגער איז די כלה אריינגעקומען צום בענטשן, און דערנאך איז פארגעקומען די מצוה טאנץ. עס איז נישט געווען קיין גראמער, דער שמש האט געמאכט א שיינעם יעמוד; אויפרופנדיג בלויז די זיידעס און די מחותנים, און דערנאך די חתן כלה. אום 10:45 איז די חתונה שוין געווען פארטיג, און דער עולם איז זיך צוגעגאנגען מיט די געשמאקע געפיל אז מען וועט קענען אנהויבן דעם קומענדיגן טאג נארמאלערהייט. אום 11:15 האט מען שוין אנגעהויבן אויפרוימען דעם שול, אז ס'זאל קענען זיין גרייט אויפ'ן מארגנדיגן טאג לתורה ולתפלה, אויפ'ן געווענליכן סדר. עס האט זיך ארויסגעוויזן צום צווייטן מאל אז מען קען באווייזן צו מאכן א חתונה וואס זאל קאסטן ממש גארנישט. די זאל האט נישט געקאסט, די סעודה האט כמעט גארנישט געקאסט, קיין סערווירער איז נישט געווען, קיין זינגער און שפילער איז נישט געווען, קיין גראמער איז אויך נישט געווען, די בלומען פאר די כלה זענען נישט געווען קיין עכטע, און אזוי ווייטער אז אין סך הכל האט די חתונה נאכט געקאסט נישט מער ווי עטליכע הונדערט דאלער. און דער גרעסטער חידוש איז געווען אז עס איז געווען גאר א ספעציעלע שיינע פרייליכע חתונה; די מחותנים, די חתן כלה, און אלע באטייליגטע זענען געווען באמת פרייליך, מען האט געקענט טאנצן און זיך פרייען מיט א רואיגע געוויסן, וויסנדיג אז אונטער די שיינע חתונה האט זיך נישט געגאסן קיין אידיש בלוט. די צווייטע חתונה אין שול האט געהאט א געוואלדיגער אפקלאנג ביים היימישן ציבור, און דאס וועט זיכער משפיע זיין אויך אויף אנדערע אידן צו וויסן אז מען קען חתונה מאכן פאר ביליג, און עס דארף נישט דרוקן אויפ'ן הארץ יעדע חתונה. דער זכות וועט זיכער ביישטיין פאר די חתן כלה און פאר די מחותנים אז זיי זאלן זען נאר אידיש נחת, עס זאל זיין א קשר של קיימא און בנין עדי עד, דורות ישרים ומבורכים, פרנסה בריווח, מיט אריכת ימים ושנים געזונטערהייט. קול מצהלות חתנים מחופתם, ונערים ממשתה נגינתם! &nbsp;א קליפ פון די חתונה בילדער פון די חתונה

    < זעה מער יב חשון תשע"ח 📝
  • מען גרייט זיך צו די צווייטע חתונה בהיכל הבית המדרש

    מיט פרייד און עקסטאז גרייט מען זיך צו די פרישע חתונה וואס וועט פארקומען דעם וואך דאנערשטאג (וירא) אין היכל הישיבה, ווען עס וועט גיין אונטער די חופה החתן הערשי בן מו"ה עזרא בוים הי"ו, עב"ג בת מוה"ר משה קורץ שליט"א, גאב"ד יבנאל. די ערשטע חתונה וואס איז פארגעקומען אין ישיבה פאר די זומער, האט אויפגעשטורעמט דאס גאנצע יהדות החרדית. עס האט געעפנט די אויגן פון אידישע קינדער צו זען אז עס פעלט בכלל נישט אויס צו מאכן טייערע שמחות, עס פעלט נישט אויס אריינצופאלן אין טיפע שווערע חובות ביי יעדע שמחה פון א קינד, עס פעלט נישט אויס אז דאס הארץ זאל אנהויבן דרוקן אין די צייט וואס מען וויל צוגיין צו א פרייליכע שמחה. דער עיקר איבעראשונג איז געווען ביי מענטשן צו זען ווי אזוי די חתן כלה אליין האבן געהאט דעם קאפ אויפ'ן פלאץ, זיי האבן פארשטאנען אז זייערע עלטערן באדן זיך נישט אין געלט, זיי האבן נישט א בוים וואס וואקסט אויף דעם געלט, זיי מוטשען זיך אויס די נשמה אהיימצוברענגען אפאר דאלער אין שטוב צו קענען אנגיין מיט'ן טאג טעגליכן לעבן; און דעריבער האבן זיי אליין זיך געבעטן ביי די עלטערן צו שפארן ווי מער געלט מעגליך, וויפיל די עלטערן האבן געפלאנט זיך צו שפארן, האבן די חתן כלה געבעטן אז מען זאל נאך מער אראפציפן פון די הוצאות. פארוואס זאלן די עלטערן דארפן כאפן אן הארץ אטאקע ח"ו, בלויז אויף צו האבן פרישע טייערע בלומען צו קענען ווארפן אין די מיסט עטליכע שעה נאכ'ן עס באקומען? ווען מען זיצט ביי א טייערע חתונה, און מען ווייסט אז די מחותנים קענען זיך דאס באמת נישט ערלויבן, זיי האבן זיך געמוזט אנבארגן געלט און אריינפאלן אין חובות, בלויז זיך צו קענען שפירן ווי א שיינער מחותן פאר עטליכע שעה, צו שפירן און זיך איינרעדן אז מענטשן וועלן טראכטן אז ער איז עפעס, אז ער האט עפעס; זיצנדיג ביי אזא חתונה האט מען א ספק וועלכע ברכה צו מאכן אויף די עסן, די פאסיגסטע ברכה וואלט געווען "על אכילת דם"... און ווען דער מחותן גייט אהיים נאך די שיינע חתונה, דאן הויבט ער אן טראכטן פון וואו אין די וועלט וועט ער צאמקראצן דאס געלט דאס צו באצאלן, און ווען מען געבט זיך נאר איין דריי, האלט מען שוין ביי די קומענדיגע שמחה ב"ה. א קלוגער מחותן ווייסט אז עס לוינט זיך מוותר צו זיין אויף די דמיונות זיך צו שפירן גוט פאר עטליכע שעה ווי א ברייטער מחותן, און זיך איינרעדן אז מענטשן וועלן דאס ארויפקוקן, ענדערש זאל מען זיך שפארן דאס מערסטע וואס מעגליך, און בלייבן א שיינער מחותן אויף נאך די חתונה. וואס מאכט פרייליך א חתונה? נישט די טייערע זאל, נישט די טייערע עסן, נישט די טייערע בלומען, נישט די טייערע קליידער, נישט די טייערע מוזיק און זינגער, און נישט די אלע אנדערע טייערע נארישקייטן. מען קען האבן די אלע זאכן און די חתונה איז בכלל נישט פרייליך. אלעס ווענדט זיך אין די מח, אויב די מחותנים זענען נאר פארנומען אז אלעס זאל קלאפן מיט א פונקטליכקייט אזוי ווי אויסגעפלאנט, דאן וועלן זיי נאר האבן א חתונה נאכט אנגעפולט מיט צער און עגמת נפש. ווידער קען זיין א פשוטע ביליגע חתונה, און די מחותנים זענען פרייליך ביז'ן הימל אז זיי זענען זוכה חתונה צו מאכן זייערע קינדער, אז די קינדער גייען שוין אויפשטעלן אן ערליכע שטוב, און דאס איז זייער גאנצע חיות און שמחה, נישט די עטליכע שעה וואס מען פארברענגט אינעם חתונה זאל. מענטשן קומען מיט טענות אז צדיקים האבן געזאגט אז ווען עס קומט א שמחה עפענען זיך די פענסטער פון הימל און עס קומט אראפ אלע גוטע השפעות, און מען דארף זיין ממש א נאר צו זאגן אז מען וויל זיך שפארן. די שאלה איז וואו עס שטעלט זיך אפ די השפעות, אפשר זאל מען אויך קויפן א נייע קאר אזוי ווי די השפעות גיסן סיי ווי? פארוואס קויפן נאר דריי פאר שיך אין די צייט וואס מיט די השפעות קען מען שוין קויפן צוואנציג פאר שיך? עס איז זייער נאריש צו זאגן אז א איד זאל זיך אנ'חובות'ן אויף דעם סמך. אז עס איז באשערט פאר'ן מענטש צו האבן חובות, וועט עס שוין אנקומען אויף א וועג, מען מוז נישט גיין טון אלע השתדלות אריינצוקריכן אין חובות. "נע, א שטריימל קויפט מען נאר איין מאל אין לעבן, זאל עס כאטש זיין אזוינס און אזעלעכס", ווער זאגט? זאל מען קויפן אויף די חתונה א ביליגן שטריימל, און ווען דער אינגערמאן וועט עלטער ווערן, ער וועט אי"ה שיין מצליח זיין אין פרנסה, וועט ער זיך קויפן א הערליכן שטריימל צו די בר מצוה פון זיין בכור. ווער איז אויפגעקומען מיט דעם געדאנק אז וועש און זאקן דארפן געהאלטן ווערן אין הערליכע אויסגעשניצטע האלצענע מעבל געברענגט פון איטאליע? דאס זענען נישט קיין מעבל, נאר דאס איז די בלוט פון די עלטערן וואס זענען פארגליווערט געווארן און האט זיך אויפגעשטעלט אין פארם פון מעבל... יעדן טאג קען מען זען אין די בלעטער אז מענטשן האבן אוועקצוגעבן מעבל לשם מצוה, פרישע פאר-פעלקער באקומען הערליכע גרויסע טייערע מעבל, די מחותנים האבן געקויפט די מעבל לויט זייער געשמאק, און פאר די פאר-פאלק שמעקט עס אינגאנצן נישט, און ווען די קינדער הויבן אן צו קומען ב"ה, דאן האט מען שוין נישט קיין פלאץ פאר די מעבל אינדערהיים, לייגט מען זיי קודם ארויס אינדרויסן אין קארידאר עס זאל נישט שטיין אין וועג, און ווען עס הויבט אן צו שטערן אויך דארטן, די קינדער קענען נישט געהעריג שפילן אינדרויסן, שטעלט מען ארויס א מודעה ווער עס וויל עס קומען אפנעמען לשם מצוה, די גרעסטע מצוה וועסטו טון אז דו וועסט קומען נעמען מיינע מעבל וואס איך קען זיך נישט אן עצה געבן דערמיט. לעצטנס זעט מען ביי חתונות, וואו עס איז נאך דא א געהעריגער שפילער און זינגער, ווי ביי די סעודה ווילן די שפילער און זינגער זיך אביסל אפרוען, גייען זיי אביסל ארויס זיך אויסצולופטערן, און אין די צייט שטעקן זיי אריין עפעס א רעקארדירונג וואס זאל זינגען און שפילן און אונטערהאלטן דעם עולם. אויב אזוי קען מען שוין לכתחילה מאכן אזוי די גאנצע חתונה, יעדער וועט זיין זייער פרייליך, און די מחותנים וועלן זיך שפארן נאך אפאר טויזנט דאלער. ביי די פריערדיגע חתונה אין ישיבה האבן מענטשן רעקארדירט חלקים פון די היסטארישע חתונה און עס ארומגעשיקט צו פריינד און באקאנטע, די וועלכע האבן דאס באקומען האבן נאר געוואלט וויסן ווער ס'איז געווען דארט דער שפילער און זינגער, ווייל עס איז געווען אזוי שיין און זיי ווילן זיי באשטעלן אויך ביי זייערע שמחות. אין די צייט וואס מען האט פשוט אויפגעשפילט א רעקארדירונג פון א חתונה, און עס איז געווען גאר שיין און פרייליך און עס האט קיינעם גארנישט געפעלט. ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט ביי די פריערדיגע חתונה, איז דאס געווען א געוואלדיגער סוקסעס. די חתן און די כלה אינאיינעם מיט די מחותנים זענען אהיים פון די חתונה זייער פרייליך און צופרידן. יעצט שטייענדיג עטליכע חדשים נאך די חתונה, פעלט פאר קיינעם גארנישט צוליב דעם וואס די חתונה איז פארגעקומען אין א שול און נישט אין א זאל, די איינציגסטע זאך וואס פעלט איז די גרויסע חובות וואס די מחותנים וואלטן זיך געקענט איינקויפן זייער גרינג מיט גרויס שפע. דעריבער איז גאר גרויס די פרייד אז עס גייט שוין פארקומען די צווייטע חתונה אין בית המדרש. צו די סעודה זענען געלאדענט בלויז די נאנטע קרובי המשפחה; און אלע פעטערס, קאזינס, קרובים, און גוטע פריינד, וועלן אי"ה עסן א פיינעם נאכטמאל ביי זיך אינדערהיים, און דערנאך אריבערקומען צו די חתונה זיך מיטצופרייען מיט די שיינע שמחה, און משמח זיין די חתן כלה. דער אייבערשטער זאל העלפן אז די שמחה זאל משפיע זיין שמחות פאר גאנץ כלל ישראל, אז מען זאל שוין קענען מאכן שמחות נאר מתוך שמחה, נישט אויסגעמישט מיט פיל צער און עגמת נפש. און דער זכות וועט זיכער ביישטיין פאר די חתן כלה אז זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן אן ערליכע אידישע שטוב לשם ולתפארת, עס זאל זיין א קשר של קימא און א בנין עדי עד, בנים ובני בנים עוסקים בתורה וביראה, מיט געזונט פרנסה און נחת פאר לאנגע יארן. ומשוש חתן על הכלה ישיש עליך אלוקיך!

    < זעה מער ז חשון תשע"ח 📝
  • הערליכע דרשה געהערט געווארן אין לעיקוואוד פארגאנגענעם ליל שישי

    א געפאקטער ביהמ"ד האט זיך פארזאמעלט נעכטן ליל שישי פר' לך לך אין ביהמ"ד ברסלב אין לעיקוואד לשמוע את דבר ה' צו הערן א דרשה פון הגה"צ דער ראש ישיבה שליט"א. דער עולם איז געזיצן בערך איינס און א האלב שעה צוגענאגעלט צו די פלעצער צוהערנדיג די עצות און חיזוק וואס דער רבי גיט אונז. דער ראש ישיבה האט שטארק ארויסגעברענגט אז מ'זאל לעבן מיט "לך לך", א איד זאל טון פאר זיך, קיינער דארף נישט קוקן אויף א צווייטן. ער קען לערנען עטליכע שעה, אסאך פרקים משניות. ווייל איך קען לערנען קוים אפאר מינוט, און קוים עפעס זאל איך גארנישט לערענען? טו וויפיל און וואס "דו" קענסט. דער עולם אין ביהמ"ד האט זיך מחי' געווען מיט די דרשה, און געבעטן דעם ראש ישיבה זאל קומען נאכאמאל און מער אפט. צו זען בילדער פון די דרשה &nbsp; צו הערן די שיעור

    < זעה מער ז חשון תשע"ח 📝
« Previous Next »

Showing 406 to 420 of 425 results

1 2 ... 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com