Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • טויזנטער אידן פועלן ישועות היינט ביומא דהילולא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביים ציון הק' אין קרית יואל

    גרשון קרעמער   היינט טוט זיך א גאר שווערע טרעפיק אין קרית יואל, מען קען שווערן זיך רירן פון איין גאס צום צווייטן. וואס איז? היינט איז כ"ו אב, דער יארצייט פונעם הייליגן רבי'ן דער גרינדער פונעם שטעטל - היינט א שטאט. מען קומט צו פארן פון נאנט און ווייט, אלע קארס און באסעס שטיפן זיך דורך די שמאלע געסלעך, יעדער פארן צום "סקאנעמאנק" גאס, דארט ווי דער הייליגער ציון געפונט זיך, אלע קומען מתפלל זיין און אויסבעטן ישועות און רפואות ביים הייליגן צדיק.   חסידי ברסלב האבן א גרויסע קשר מיט דעם גרויסן צדיק. ווען מען גייט צום ציון אינמיטן יאר, קען מען אלץ טרעפן ברסלבע חסידים ביים ציון, דער רבי שרייבט אין ספר המידות "ווען מען איז מתפלל ביי קבר צדיק ווערט מען געהאלפן אפילו מען איז נישט ראוי דערצו.", מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ זיך אפשטעלן ביים ציון ווען ער איז געקומען קיין קרית יואל, אדער אפילו ווען ער איז נאר דורכגעפארן, און פלעגט אלץ מעורר זיין די תלמידים פון קרית יואל, און זיי מחזק זיין זיי זאלן אויסנוצן דעם "אוצר אינעם בעק-יארד", ער פעלגט אלץ זאגן "כאפ דיך אריבער צום ציון, וועסטו זען גרויסע ישועות".   מוהרא"ש פלעגט רעדן זייער גרויס איבערן הייליגן סאטמארע רבי'ן זי"ע, און פלעגט זאגן אז נאר אין זיין זכות איז געראטעוועט געווארן דאס אידישע פאלק נאכן גרויסן חורבן, מען זאל נישט חלילה פארכאפט ווערן פונעם סמ"ך מ"ם וואס האט אריינגערברענגט אין די וועלט די ציוניסטישע געדאקנען פון כחי ועוצם ידי, ער פלעגט זאגן אז עס האט געפעלט א האר אז אלע ממש זאלן פארכאפט ווערן דערפון, ווען נישט דער גרויסער צדיק דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע איז געשטאנען ממש איינער אליינס קעגן די גאנצע וועלט און אויסגעשריגן די ריינע אמונה, אז עס איז דא א באשעפער וואס פירט די וועלט, און מעודד געווען די צובראכענע אידן וואס זענען ארויסגעקומען נאכן וועלט מלחה און האבן אלעס אלעס פארלוירן, אז זיי זאלן נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן. אזוי האט ער אויפגעבויעט כלל ישראל פונדאסניי, איבערגעפלאנצט די יסודות פון די פריערדיגע צדיקים אויפן טריפה'נעם אמעריקע, און אויף זיינע יסודות לאנען מיר זיך אן ביזן היינטיגן טאג ווען מען בויעט פרישע קהילות און מוסדות אין די גאנצע וועלט און בפרט אין אמעריקע.    יעצט אין דעם געהויבנענעם טאג זעט מען ווי אנשי שלומינו נוצן אויס דעם עת רצון און קומען ארויף צום ציון אין טאג פונעם יארצייט און מען טוט וואס מוהרא"ש האט אויסגעלערענט אז ביי א ציון פון א צדיק דארף מען נישט שטופן ח"ו מענטשן און זוכן צו זיין דווקא ביים מצבה, נאר מען זוכט זיך אויס א שטילע ווינקל פון ווי מען קען זען דעם ציון און מען זאגט קאפיטלעך תהלים, און מען בעט זיך אויס בינו לבין קונו אלע בקשות אויף מאמע לשון, מיט פשוטע ווערטער. און טאקע אנשי שלומינו פארציילן גאר אסאך מופתים וואס מען פועלט ביים הייליגן ציון אין קרית יואל.      אזוי אויך נוצן די טייערע איבערגעגעבענע מפיצים אויס דעם הייליגן טאג און זיי קומען ארויס און נעמען צוזאם געלט פאר צדקה און טיילן אויס די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע וואס חזרט די זעלבע זאכן וואס דער הייליגער סאטמארע רבי האט געלערענט, אז מען זאל זיך קלאמערן צו די ריינע אמונה, און אז מען זאל זיך חס ושלום נישט איינרעדן קיין איין רגע אז די מדינה האט געברענגט עפעס נוצן פארן אידישן פאלק, נאר מען זאל וויסן אז די מדינה שטייט פאר איין זאך, זיי פרובירן אויסצומעקן די אמונה פון אידישע קינדער, זיי מאכן "רבנים" - אדער ווי מוהרא"ש פלעגט רופן די רבנות מטעם: "רע-בנים" - מיטן איינעם ציל אראפ צו פירן ריינע טייערע אידישע נשמות פון אידישקייט און פון אייבערשטן.   די מפיצים פארציילן אז מען נעמט זיי אויף זייער שיין אין קרית יואל, מען געבט זיי צדקה מיט א ברייטע האנט, און מען נעמט די הייליגע ספרים מיט גרויס שמחה. בפרט נעמט דער ציבור דער נייער לוח ברסלב פון תשפ"ו וואס איז נארוואס ארויסגעקומען, וואס האט די טייערע ווערטער פון מוהרא"ש ביי יעדע זמן אויפצואוועקן די נשמה איבער די גרויסקייט פונעם יום טוב אדער צייט אין יאר וואס מען איז.   תורתו מגן לנו, הוא מאירת עינינו!

    < זעה מער כו אב תשפ"ה 📝
  • מסכת תענית פון חמשה עשר באב, די אויסגעפרואווטע סגולה פאר שידוכים

    וואס א יאר שפעטער עס גייט דורך, ווערט די סגולה פון זאגן און ענדיגן יעדן טאג ביז ראש השנה גאנץ מסכת תענית, מער און מער באקאנט. עס איז שוין דורך פערצן יאר, זינט די הבטחה פון מוהרא"ש זי"ע, אבער די ברכה פון א צדיק האט נישט קיין עקספיירעשאן. מען זעט יעדעס יאר, ווי בחורים פאלגן דעם צדיק, און כאפן זיך צו די גמרא, און ווערן געהאלפן מיט שידוכים. &nbsp; די מעשה פון וואס מיר רעדן האט פאסירט אין מחנה תפארת תורה, אינעם דריטן יאר פון די ישיבה, מען איז דאן געווען סטאנציאנירט אין א קעמפ אין עלענוויל ניו יארק. &nbsp; די מצב אין ישיבה איז דאן געווען זייער שווער. מען זעט ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו איבער יענע תקופה "דעמאלט איז נישט געווען קיין איין חתן אין ישיבה, ווייל מען האט זייער מבזה געווען די ישיבה, און מען האט ארויסגעלאזט א שלעכטע נאמען אויף מיר און אויף די ישיבה וכו&rsquo;, וואס דאס האט געברענגט אז מענטשן האבן מורא געהאט צו נעמען א בחור פון ישיבה פאר אן איידעם. יעדעס מאל מען האט אנגעטראגן א שידוך פאר איינעם, און יענער האט געהערט אז דער בחור לערנט אין ברסלב, האט יענער גלייך אראפגעהאקט דעם טעלעפאן." &nbsp; דער ראש ישיבה פלעגט כסדר מזכיר זיין די בחורים ביי מוהרא"ש זי"ע, און האט אים געזאגט "וואס וועט זיין? קיינער וויל נישט נעמען קיין בחורים פון ישיבה", מוהרא"ש פלעגט אים אבער אלץ מחזק זיין, "וועסט נאך זען - עס וועט קומען א צייט וואס די מיידלעך וועלן נאר וועלן בחורים פון דיין ישיבה". עס האט אויסגעזען ווי מוהרא"ש וויל אים פשוט מחזק זיין, מען האט נישט געקענט זען וויאזוי זאכן וועלן זיך קענען טוישן. &nbsp; דער ראש ישיבה שרייבט דארט ווייטער אינעם בריוו "אבער היינט צו טאגס זעט מען וואס הייסט א ברכה פון א צדיק; צענדליגער שידוכים זענען געווארן נאר ווייל די מיידלעך האבן זיך איינג&rsquo;עקשנ&rsquo;ט אז זיי ווילן נאר א בחור פון ישיבה, ווייל זיי הערן די דרשות פון ישיבה, און זיי הערן ווי אזוי די בחורים וואקסן אויף מיט מידות טובות, מיט שכל, וואס מען הערט נישט אין אנדערע פלעצער. " &nbsp; "איך האב דעמאלט געשריבן בריוון פאר מוהרא&rdquo;ש זכרונו לברכה אז די בחורים וויינען צו מיר, זיי ווילן חתונה האבן, און מוהרא&rdquo;ש האט מיר געשריבן אז ער גייט קומען חמשה עשר באב אין קעמפ מאכן א סעודה, און ער גייט ברענגען שידוכים. אזוי איז געווען, מוהרא&rdquo;ש איז געקומען אין קעמפ, און מען האט געמאכט א סעודה לכבוד חמשה עשר באב." &nbsp; "ביי די דרשה האט מוהרא&rdquo;ש געזאגט אזוי: &ldquo;איך זאג צו פאר אלע בחורים וואס זענען זיבעצן יאר און העכער, יעדער בחור וואס וועט יעדן טאג לערנען גאנץ מסכת תענית - פון ט&rdquo;ו אב ביז ראש השנה, זאג איך צו אז ער וועט טרעפן זיין שידוך גלייך נאך ראש השנה&rdquo;; וואס זאל איך דיר זאגן, כאשר אמר כן היה, עס האט זיך גלייך אנגעפאנגען שידוכים איינס נאכן צווייטן, און אלע זענען חתנים געווארן און חתונה געהאט, און זיי האבן א שיינע לעבן. עס זענען געווען אפאר בחורים וואס האבן נישט געטראפן זייער שידוך גלייך דעמאלט, אין אנהייב האבן זיי געהאט קשיות - וואס הייסט? וואו איז מיין שידוך? איך האב דאך געזאגט מסכת תענית פערציג מאל? למעשה, שפעטער ווען זיי האבן געטראפן זייער שידוך, האבן זיי געזען אז זייער כלה איז נאך געווען יונג&rdquo;." &nbsp; זייט דעמאלטס חזר'ט זיך דאס איבער יעדעס יאר חמשה עשר באב, און נישט נאר אין ישיבת תפארת התורה, נאר איבעראל אין אלע ישיבות, א געזונטע בחור וואס וויל חתונה האבן, טוט אלעס אויף דער וועלט ער זאל שוין טרעפן א שידוך, און דא הערט מען אן אויסגעפרואווטע סגולה פון א צדיק. &nbsp; דערפאר זעט מען אין פילע ישיבות ווי בחורים וואס נאכן מיטהאלטן די סדרי הישיבה, נעמען זיי זיך צו די מסכת תענית, אן דעם וואס איינער זאל זיי הייסן אדער שטיין אויפן קאפ, און זאגן אפ די גאנצע מסכת יעדן טאג, מיט די גרעסטע מאס עקשנות, און די ברכה פון א צדיק ווערט מקויים, ווען מען זעט יעדעס יאר גאר וואונדערליכע מעשיות פון בחורים וואס האבן געטראפן גוטע שידוכים אויף גאר אומגעראכטענע וועגן, שנעל און גרינג, און שטעלן אויף שיינע ערליכע אידישע שטובער לשם ולתפארת. חז"ל זאגן טאקע "לא הי&rsquo; ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב" די גרויסע שמחה חמשה עשר באב, אז מען האט געטראפן שידוכים, אזוי אויך זאגן חז"ל אז פון חמשה עשר באב דארף יעדער מוסיף זיין בלימוד התורה, ביי די בחורים וואס פאלגן דעם צדיק - איז דאס ממש איין זאך. מען עס מוסיף בלימוד התורה, און מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף שטעלן מען אויף א בית נאמן בישראל. &nbsp; &nbsp; &nbsp; &nbsp; לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב &nbsp;

    < זעה מער יד אב תשפ"ה 📝
  • ברסלב קאמפיין תשפ"ה - אינוועסט, י"ח - כ' אב הבעל"ט

    אין די יעצטיגע טעג גרייטן זיך אנשי שלומינו ארום די וועלט צום יערליכן קאמפיין צו העלפן און שטיצן דעם ראש ישיבה צו בויען די קהלה, די מוסדות, די שטעטל, די חסד פראיעקטן און אלעס ארום, וואס אלעס האט איין ציל, צו פארשטערקערן אונזער קשר צום אויבערשטן. און מיט'ן אויבערשטענס הילף וועט מען אינאיינעם אויפטרייבן א מיליאן דאלער. &nbsp; היינט דאנעשטאג נאכט וועט פארקומען א ספעציעלר שיינע "מסיבת החתלת הקאמפיין" אינעם בית המדרש הגדול "היכל דוד" אין שטעטל אויף האשקי רד. - א מסיבה צו וואס אלע אנשי שלומינו זענען העפליך געלאדענט. ביים מסיבה וועט סערווירט ווערן א גאר רייכע געשמאקע מאלצייט. &nbsp; ביים היינטיגן מסיבה וועלן זיך די טירן עפענען אום 8:30, און אום 9:00 וועט מען הערן א גאר אינטערעסאנטע היסטארישע פאנעל" בנושא "וויאזוי די סוקסעס האט זיך אנגעהויבן" ווי גאר אינטערסאנטע פאקטן וועלן אויפגעדעקט ווערן צום ערשטן מאל.&nbsp; &nbsp; דער הויכפונקט פונעם מעמד וועט זיין די דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס וועט זיין אום 9:30, ווי מען וועט הערן דברי התחזקות און עצות צום לעבן, און דערמיט וועט זיך אפיציעל אנהייבן דער קאמפיין פון תשפ"ה, וואס טראגט דער נאמען "אינוועסט". &nbsp; אלץ א הכרת הטוב פאר אנשי שלומינו וואס האבן אויפגערטריבן גאר שיינע סכומים פארגאנגענעם יאר, וועט דער ראש ישיבה שליט"א פערזענליך פארטיילן מתנות, קומענדיגע וואך זונטאג פרשת עקב אין שטעטל. &nbsp; א קלוגער מענטש טראכט פאראויס, מען ארבעט יעצט שווער, אבער עס צאלט זיך אויס די ארבעט אין גרויסן, ווען שפעטער שניידט מען די זיסע פירות פון די פריערדיגע האראוואניע. &nbsp; ווען איינער וואלט געזאגט מיט עטליכע יאר צוריק, וויאזוי די הייליגע קהלה וועט אויסזען היינט צו טאגס וואלט מען אים אנגעקוקט ווי אראפגעקומען פון די לבנה. "ווילסט מיר זאגן אז דער ראש ישיבה וועט האבן אן אייגענעם בנין אין אומאן? דו חלומס'ט אז ברסלב קען בויען א שטעטל פון אפילו צוואציג איינוואוינער?" ברוך השם אז דאס און נאך אסאך מער איז היינט צו טאג די רעאליטעט. דאס אלעס איז די פירות און סייעתא דשמיא וואס דער ראש ישיבה מיט אנשי שלומינו וואס האבן זיך געפלאגט פאר אונז אין די פריערדיגע יארן. &nbsp; ווער געדענקט נישט די מעשה וואס מוהרא"ש זי"ע פלעגט פארציילן ווי ער האט געזאגט פאר א ברלסב'ע חסיד אין וויליאמסבורג מיט פופציג יאר צוריק אז "דא וועלן נאך פארן חדר באסעס מיט'ן אויפשריפט ברלסב" און דער האט געענטפערט פאר מוהרא"ש זי"ע "איר חלומ'ט בהקיץ". ב"ה היינט צו טאגס איז ברסלב נישט נאר אין וויליאמסבורג, מוהרא"ש'ס חלום איז קאי וקיים. מוהרא"ש מיט זיינע תלמידים די מפיצים האבן אינוועסטירט יארן לאנג, זיי האבן געאקערט און געגעסן זאמד, אבער ב"ה די ארבעט האט זיך אויסגעצאלט "נצחתי ואנצח, גמרתי ואגמור". &nbsp; יעצט דארף מיר זיך פריש אנגארטלען די כחות, און מיט סייעתא דשמיא ווייטער אינוועסטירן אין די הייליגע מוסדות פון ראש ישיבה שליט"א, און מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועלן מיר בקרוב זען ווי די ביזנעס בליעט און וואקסט נאך שענער און נאך בעסער. &nbsp; דער קאמפיין וועט לויפן פון קומענדיגע וואך דינסטאג פרשת עקב, און וועט זיך ענדיגן דאנערשטאג נאכט אין א הערליכע מעמד אין הורליוויל ארט סענטער. &nbsp; קאפיין דאטום: י"ח - כ' אב תשפ"ה ציל: $1,000,000 שליסט אייך אן אויף https://www.charidy.com/breslev

    < זעה מער יג אב תשפ"ה 📝
  • א מחי' א גרויסע משפחה - א זיסע געשמאקע נייע מוזיק ווידיא

    "א מחי' א גרויסע משפחה, נאך א בעיבי נאך א הצלחה" הערט מען פילע אידן זיך אונטערזינגען אין די לעצטע טעג, דאס קומט נאכדעם וואס עס איז נארוואס ארויסגעקומען א פרישע געלונגענע מוזיק ווידיא מיט'ן נאמען "א מחי' - א גרויסע משפחה", און די שפילער זענען נישט מער און נישט ווייניגער, זיסע קינדערלעך און בעיביס, זיי זינגען שפילן און טאנצן צום ניגון, וואס העלפט ארויסברענגען דעם שטארקן מעסעדזש פונעם ניגון. &nbsp; אין די היינטיגע טעג, וואס מיר געפונען זיך אין גלות צווישן די אומות העולם שוין אזוי פיל יאר, פרובירט דער סמ"ך מ"ם מיט אלע מיטלען צו טוישן אונזער בליק און אונזער צוגאנג צום לעבן, און ליידער קען מען שוין הערן בקצה המחנה, דער גוי'ישער בליק אויף א משפחה לעבן, כאילו דאס איז "אלטמאדיש" און "יאנטשי", און אז עס שטערט פון "ענדשויען לעבן", און דאס קען מאכן שפירן אז א קינדער געבענטשטע משפחה איז לעול ולמשא. &nbsp; דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א קאמפאזירט דער הערליכער ניגון, באגלייט מיט גאר שיינע פראפעסיאנעלע מוזיק, און יעצט האט מען צוגעלייגט די גאר שיינע מוזיק ווידיא עקטס ווי אלעס ווערט לעבעדיג אראפ געשפילט. &nbsp; עס קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די אלע וואס האבן אריינגעלייגט כחות אינעם ניגון, און בסייעתא דשמיא ארויסגעגעבן דעם הערליכן מוזיק ווידיא. דער ראש ישיבה שליט"א האט קאמפאזירט די ווערטער, דער דירעקטאר איז ר' שרולי סאמעט, פילמירט געווארן דורך בייניש סטודיאס. &nbsp; עס קומט זיך א הכרת הטוב פאר פילע וואס האבן צוגעהאלפן און אריינגלייגט אסאך כחות, צום ערשטן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס האט געשריבן די ווערטער, און דארנאך פאר נאך פילע וואס האבן געהלפן מיט זייערע טאלאנטן געדאנקען און געטריישאפט: &nbsp; 🎬 ווידיא דירעקטאר: שרולי סאמעט 🎥 דירעקטאר אסיסטענס: זאבי ראטה, אלי זעלקאוויטש און ש. פעלבערבוים 🎻 קינדער אינסטרומענט דירעקטאר: אשר ראנד 🎶 קינדער טענץ דירעקטאר: נחמן נתן קרויס 📸 פילמינג: בענעש סטודיאס ✂️ עדטיטנג: עולם מידיע 🧊 טרי־די: מאיר וויזעל און יעקב לאפעז 🤟 האנט שפראך לערער: יונה ראזעבלאט 🎼 מוזיק דירעקטאר: סענדי ראטה 🥁 דראמס: אבי אבדני 🎸 גיטאר: יונה קייזער 🎵 באס: אבי יפרח 🎚️ מוזיק מיקס: אלי מלמד 🎨 קאלירן און ארט: נ. געלבאך און ירון אלוש 🎭 פראפס: KB GENRAL 🈯 איבערטייטשער: נחמן פילמער, י. זילבער און ל. יאקאבאוויטש 💄 מעיקאפ: LMP WORKS 👋 האנט שפראך: י. פרידריך &nbsp; אבער דער עיקר הכרת הטוב קומט פאר'ן אויבערשטן, וואס האט אונז איבערגעלאזט דעם הייליגן רבין מיט זיינע תלמידים וואס לערנען אונז דעם זיסער תורה וועג, און דערמאנען אונז כסדר מיר זאלן נישט בלאנדזשען אין פרעמדע פעלדער - בשעת מיר פארמאגן אזא רייכטום. &nbsp; דער ווידיא איז נישט אזוי "ארויסגעקומען" אין אין מינוט, דער פראדוצירער ר' ישראל סאמעט האט באקומען א טעלעפאן רוף מיט דריי יאר צוריק פונעם ראש ישיבה שליט"א, און אים געזאגט אז עס קומט יעצט ארויס דער נייער ניגון, און אים געבעטן מ'זאלן מאכן א גאר שיינע מוזיק ווידיא דערויף, אבער אויף א פרישע שטאפל נאך שענער און בעסער ווי ביז יעצט. &nbsp; ר' ישראל זאגט אז ער האט תיכף אנגעהויבן בעטן דעם אויבערשטן ער זאל וויסן וואס און וויאזוי עס צו מאכן, און דער עיקר איידיע איז אים איינגעפאלן אין אומאן שפאצירנדיג אויפן וועג פונעם בנין היכל הקודש צום ציון פון הייליגן רבין. און במשך די דריי יאר האט מען שווער געארבעט צו מאכן דעם מוזיק ווידיא גאר שיין, ציענד און אויג פארכאפענד, נוצנדיג די בעסטע טאלאטן און שפילער וואס מען האט געקענט. &nbsp; צום ביישפיל בלויז אויסצולערנען די קינדער די אינסטרומענטן, די טענץ, אויסצושטעלן די סצענעס, אויסוועלן די קאלירן, איינקויפן און פעינטן די אלע זאכן עס זאל שטימען, יעדע פון די זאכן האבן פארנומען חדשים פון ארבעט. &nbsp; עקסטער פון דעם האט מען דא אהערגעשעטלט א חידוש וואס איז נאך נישט געווען ביז היינט אין די אידישע וועלט, אז אויך ווער עס קען נישט הערן זאל קענען מיטהאלטן. די סטאטיסטיקס זאגן אז עס זענען דא אזויפיל ווי זיבן פראצענט פון די באפעלקערונג וואס קען נישט הערן, אדער קען נישט גוט הערן. זייער אסאך פון זיי נוצן די "הענט שפראך" (סיין לענגוויטש) צו קאמוניקירן, און זיי קוקן מער די סארט זאכן, ווייל זיי קענען נישט הערן. &nbsp; ר' ישראל האט זיך אריינגעלייגט דערן, ער איז זיך געגאנגען לערנען די שפראך ביי א פראפעסיאנאלע טיטשער, און ער האט פרובירט עס אויסצולערנען פאר עטליכע קינדער, ביז ער האט אנגעטראפן דאס קינד י. פרידריך וואס האט עס ב"ה גוט אויפגעכאפט, און מיט דעם אלעם האט מען געדארפט אפכאפן דאס קינד עטליכע הונדערט מאל ביז עס איז ב"ה געלונגען. &nbsp; מען האט טאקע ארייגעלייגט גאר אסאך כחות געלט און צייט, אבער ב"ה אז מען הערט צוריק אז עס צאלט זיך אויס אין גרויסן, מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן פון די גאנצע וועלט, מענטשן זאגן אז מען קען עס קוקן איינמאל און נאכאמאל און מען ווערט נישט זאט. &nbsp; 🎦 א מחי' א גרויסע משפחה &nbsp; איך גיי נאך די מסורה איך האב א תורה איך גיי נאך די צדיקים די הייליגע חכמים &nbsp; א מחי' א גרויסע משפחה נאך א בעיבי נאך הצלחה &nbsp; א מחי קליינע קינדער א מחי אסאך אסאך קינדער א מחי' קינדער טאנצן קוק ווי זיי שיינען קוק ווי זיי גלאנצן &nbsp; מיינען עס איז גרינגער מיט ווייניג קינדער מען קען נאר רילעקסן רואיג ווען די שטוב איז ליידיג &nbsp; א מחי' א גרויסע משפחה נאך א בעיבי נאך הצלחה &nbsp; נעבעך נעבעך מענטשן מיינען אז עס מאכט נערוועז ווען קינדער וויינען &nbsp; עס איז נישט אמת וואס מען טראכט אז קינדער לאזן נישט שלאפן ביינאכט &nbsp; איך גרייט אן א באטי און צאמי באט וואט אבאוט מי &nbsp; די בעבי וויינט אן א שיעור ווען האב איך צייט פאר מיר &nbsp; א מחי' א גרויסע משפחה נאך א בעיבי נאך הצלחה &nbsp; יעדע בעבי איז נאך א ברכה באלד קומט די נחת באלד קומט הצלחה &nbsp; שפעטער ווערט עס זיסער און גרינגער מען זאגט הלואי וואלט איך געהאט מער &nbsp; הער נישט וואס מענטשן רעדן קעגן די תורה וועג אז די קינדערלעך שטערן פון האבן געשמאקע טעג &nbsp; א מחי' א גרויסע משפחה נאך א בעבי נאך הצלחה &nbsp; נאר אויף תכלית דארף מען קוקן אויף דער עלטער וועסטו זיך דערקוויקן &nbsp; אויף יענע וועלט שעפט מען נחת ווען מען לאזט איבער גרויסע משפחות &nbsp; מ'גיימיר זיך טרעפן אין צען יאר דעמאלט וועסטו זען קלאר &nbsp; נאר דאס בלייבט פון א מענטש אז ער איז מיט קינדער געבענטשט &nbsp; א מחי' א גרויסע משפחה נאך א בעבי נאך הצלחה &nbsp; מזל טוב נאך א יונגעלע מזל טוב נאך א מיידעלע &nbsp; מזל טוב מען קויפט א קאפעלע &nbsp; מזל טוב מען קויפט א קליידעלע &nbsp;

    < זעה מער יב אב תשפ"ה 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א בעט אנ"ש צו באשטייערן לטובת די "חופה" ארגאניזאצע

    אין בארא פארק גייט שוין אן פאר לאנגע יארן א חשוב'ע חסד פראיעקט מיט'ן נאמען "חופה", וואס ווערט געפירט דורך העסקן מו"ה שלום פוקס הי"ו וואס געבט זיך איבער פאר דעם צוועק בלב ונפש, און האלט פאר די אויגן דעם ציל פון העלפן כלות גיין אונטער די חופה בדרך כבוד. &nbsp; דער ארגאניזאציע געבט א גאנצע האוזווער ארדער אין די ווערד פון עטליכע טויזענט דאלער פאר הונדערטער משפחות וואס דארפן צוקומען דערצו, צוגעשטעלט אין זייער הערליכע ווערהאוז, ווי די מחותנת'ע און די כלה קומען "איינקויפן" און אויסוועלן זייערע הויז געברויכן, בסבר פנים יפות מיט'ן שענסטן און בעסטן. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך באגענגעט מיט דעם באשיידענעם ארגאניזאציע נאכדעם וואס עטליכע ברסלב'ע משפחות האבן גענאסן פון זייערע סערוויסעס, און דער ראש ישיבה שליט"א הערנדיג אז זיי מאכן יעצט א קאמפיין האט גערופן ר' שלום זאגענדיג אז ער האט א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר זיי, און ער וויל נעמען א חלק אין די גרויסע מצוה פון הכנסת כלה, און ער וויל ארויפשטעלן א פעידזש אינעם קאמפיין מיט'ן ציל צו שאפן פאר זיי $18,000. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א רופט אז אנשי שלומינו זאלן זיך אנשליסן און באשטייערן שיינע סכומים צום קאמפיין, און מען זעט טאקע פילע באשטייערונגען פאר דעם חשוב'ן און נאבעלן הכנסת כלה ארגאניזאציע. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז אין זכות פון מרבה זיין בצדקה, זאלן מיר זוכה זיין צו מקרב זיין ביאת משיח צדקינו. &nbsp; https://www.dryveup.com/chuppa/92635

    < זעה מער כח תמוז תשפ"ה 📝
  • סיום מסכת שבועות והתחלת מסכת עבודה זרה

    אינעם הייטיגן טאג זענען אנשי שלומינו זוכה צו ענדיגן די לעצטע בלאט פונעם שיינעם מסכת שבועות, און מארגן הייבט מען אן די הערליכע מסכת עבודה זרה. א ברסלב'ע חסיד ווייסט אז מען קען נישט דורכגיין א טאג אן כאטש איין בלאט גמרא, דער הייליגער רבי, און זיינע תלמידים האבן אזויפיל גערעדט דערפון, און עס גייט נישט דורך א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א וואס ער זאל נישט מחזק זיין און מעודד זיין מען זאל היינט אנהייבן צו לערנען א בלאט גמרא. &nbsp; עס איז טאקע ריכטיג אז יעצט ווען מען הייבט אן צו לערנען א פרישע מסכת, א הערליכע מסכת, בפרט די ערשטע עטליכע בלאט איז פול מיט גאר שיינע אגדתא, חיזוק וויאזוי חז"ל האבן געזען די גרויסקייט פון א איד, און וויאזוי מען קען אייביג תשובה טון, איז א זייער פאסיגע צייט זיך מיט צו כאפן, און אנהייבן דער מסכת, און דו וועסט מאכן דיין סיום הש"ס, אין זיבן א האלב יאר ארום ווען מען וועט ענדיגן ביים קומענדיגן מחזור מסכת שבועות. &nbsp; אבער אויב דו ליינסט דעם ארטיקל נישט פונקט היינט, נאר דו באגעגענסט דעם ארטיקל פונקט ווען מען האלט ביי עבודה זרה - לאמיר זאגן - דף כ"א, דארפסטו נישט ווארטן ביז'ן קומענדיגן סיום, זיכער נישט ביזן קומענדיגן סיום הש"ס אין צוויי יאר ארום, אבער אפילו נישט ביזן סיום קומענדיגן ט' אלול הבעל"ט, ווייל דאס איז עצת היצר - קודם נישט היינט ח"ו. נאר ענדערש הייב אן יעצט, היינט, ווען מען האלט ביי די לעצטע בלאט פון שבועות - אדער סיי וואו. &nbsp; אויך טוען אנשי שלומינו מאכן אן עסק פונעם סיום, מען קומט אהיים מיט א שמחה, ברענג אהיים א גוטע זאך, לייג ארויף א ווייסע טישטוך, צינד אן א פרייליכע טעיפ, און זינג צוזאמען מיט די קינדער. "וואס איז די שמחה?" זאג זיי, "טאטי מאכט היינט א סיום", די תורה וועט אריינגיין אין דיינע קינדער אלץ א פאזיטיווע זאך, א געשמאקע זאך. &nbsp; אזוי אויך קען מען נישט בייקומען דעם סמ"ך מ"ם וואס לאזט נישט לערנען, נאר אויב מען נעמט אן דעם סדר דרך הלימוד בפשטיות, מען איז זיך מכניע פאר'ן רבי'ן וואס זאגט "אין צריכים בלימוד רק האמירה בלבד". און ווען דער סמ"ך מ"ם וועט דיר זאגן אז היינט קענסטו נישט לערנען ווייל "ביסט פארנומען", "גייסט אריבער שווערע צייטן, און דיין קאפ איז נישטא", וועסטו אים ענטפערן אז "זאגן קען איך", און אויב ער וועט דיר זאגן, אז זאגן הייסט נישט געלערענט, וועסטו אים זאגן איז נישט, אבער איך פאלג דעם רבי'ן. &nbsp; אז א מענטש איז דבוק אין די תורה, דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי מען קען דורכשווימען די שווערע כוואליעס, און איבערקומען אלע שוועריקייטן, פיזיש, גייסטיש, ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; אשרינו מה טוב חלקינו

    < זעה מער כב סיון תשפ"ה 📝
  • שבועות וועט מען באנייעם דעם גרויסן בית המדרש אין שטעטל

    מיר גרייטן זיך צום הייליגן און פרייליכן יום טוב שבועות, ווען מיר גייען פון פריש מקבל זיין די הייליגע תורה, זיך דערנענטערן פון פריש צום הייליגן באשעפער. &nbsp; ביים הייליגן רבי'ן איז יום טוב שבועות געווען איינע פון די דריי צייטן וואס מען איז זיך צאמגעקומען ביים רבי'ן. דאס איז נישט דווקא אין אומאן, דאס איז וואו עס קומען זיך צוזאם א מנין ברסלב'ער חסידים וואס גלייבן אין רבי'ן און פאלגן דעם רבי'ן, איז דארט מסוגל צו זיין כדי צו ווערן געראטעוועט פון עולם התוהו און צו זוכה זיין צו קבלת התורה. &nbsp; איבעראל ווי עס וואוינען אנשי שלומינו וועט מען זיך צוזאם קומען דאווענען אינאיינעם אויף אלע תפלות פון יום טוב, אנשי שלומינו זענען מכיר טובה פאר די געטרייע גבאים יעדער ביי זיי אין שטאט, וואס אי אפשר לפורטם כי רבים הם, וועלכע זארגן זיך א גאנץ יאר פאר די געברויכן פונעם בית המדרש אין די מתפללים. מען קען זיך פארבינדן מיט די לאקאלע גבאים פאר די פונקטליכע זמנים פון די תפלות. אזוי אויך וועט מען זיך צוזאם קומען זאגן אינאיינעם דעם תיקון ליל שבועות אויף דעם וועג וואס מוהרא"ש זי"ע האט אוועקגעשטעלט, מען זאגט דער ערשטער און דער לעצטער פסוק פון יעדע סדרה, מען זינגט אינאיינעם פרייליכע געהויבענע ניגונים פון די גרויסקייט פון כלל ישראל און די הייליגע תורה. &nbsp; אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי גרייט מען אויך צום הייליגן יום טוב, ווען מיר וועלן האבן די זכי' אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט וויילן אין שטעטל אויף יום טוב, און עס איז ערווארטעט פילע משפחות וואס וועלן קומען צו גאסט אין שטעטל, מיטצוהאלטן א געהויבענעם יום טוב אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; גלייכצייטיג וועט אויך פארקומען דער חנוכת הבית פאר'ן נייעם גרויסן שול און מקוה וואס מען פארענדיגט יעצט צו בויען, וואס וועט פיל צוגעבן פאר די שטעטל איינוואוינער, צו קענען האבן מער הרחבת הדעת ביים דאווענען און לערנען אין שול, נאכדעם וואס די ביז יעצטיגע שול איז שוין צו קליין געווארן פאר'ן גרויסן געברויך. &nbsp; אין א בריוו האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן די וואך: "דעם קומענדיגן יום טוב שבועות וועל איך אם ירצה ה' זיין מיט אנשי שלומינו אין שטעטל, מיר וועלן מאכן די חנוכת הבית פאר'ן נייעם גרויסן שול. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה כז.) וואס מיינט א גרויסע הויז? "מקום שמגדלין בו תורה, ומקום שמגדלין בו תפלה", א פלאץ וואו מען וועט לערנען און דאווענען, און מוצאי יום טוב וועלן מיר טאנצן אינאיינעם, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, מיר זענען נישט פארלוירן, מיר האבן א רבי וואס גייט פאר אונז, מיר דארפן נישט זארגן." &nbsp; ווי איינגעפירט אין די לעצטיגע יארן, שטעלט מען צו שבועות אינדערפרי א מילכיגע קידוש נאכ'ן דאווענען, און דעמאלט קומען ארויף פילע קינדער, בחורים, טאטעס, און זיידעס, וואס מאכן סיומים אויף חלקי התורה וואס זיי האבן זוכה געווען מסיים צו זיין. אנשי שלומינו גרייטן זיך אן סיומים אויף יום טוב שבועות, צו קענען מסיים זיין ברוב עם הדרת מלך. דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו די וואך, "מיר וועלן אינדערפרי נאכן דאווענען האבן א גרויסע איבעראשונג פון קינדער, בחורים און אינגעלייט וואס וועלן ארויפקומען אויפן בימה מאכן זייערע סיומים, אשרי עין ראתה זאת". &nbsp; לאמיר זיך אויפפרישן אינאיינעם צו מקבל זיין די הייליגע תורה, אנהויבן פון פריש לערנען תורה יעדן טאג, אנהויבן פון פריש זיך מחי' צו זיין מיט די מצוות פון די הייליגע תורה, אנהויבן נאכאמאל בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין ערליכע אידן און טון נאר די ווילן פונעם אייבערשטן.

    < זעה מער ה סיון תשפ"ה 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א פארענדיגט א דערהויבענע נסיעה אין ארץ ישראל

    אנשי שלומינו אין ארץ ישראל האבן מיטגעלעבט גאר געהויבענע טעג, מיט'ן באזוך פונעם ראש ישיבה שליט״א, וועלכער איז געקומען פאר א קורצע נסיעה פון א וואך, און איז ארומגעפארן און מחזק געווען אנשי שלומינו אין פארשידענע שטעט. מיר וועלן פרובירן מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף, צו געבן א קורצע כראנאלאגישע באריכט פון די שיינע נסיעה. מעמד פסח שני אין ירושלים ביים אנקומען קיין ארץ ישראל - מאנטאג פרשת אמור - איז דער ראש ישיבה גלייך געפארן קיין ירושלים, וואו עס איז צוגעגרייט געווארן א הערליכער מעמד פסח שני, צו וועלכע עס זענען געקומען צו פארן אנשי שלומינו פון גאנץ ארץ ישראל &mdash; אנשים, נשים וטף. אויף וועג האט זיך דער ראש ישיבה אפגעשטעלט ביים הר המנוחות, ביים ציון פון זיין זיידן הרב יצחק דוד פריעדמאן זצ״ל, און אויך ביים ציון פונעם חיד"א זי"ע. דערנאָך איז דער ראש ישיבה אנגעקומען צום זאל, וואו א ריזן ציבור האט אים אפגעווארט. אלע זענען געווען זייער פרייליך זיך ווידער צו טרעפן מיט'ן ראש ישיבה שליט״א נאכ'ן זיך נישט זען פאר א לענגערע צייט. דער ציבור האט געהאט א געלעגענהייט צו געבן שלום פאר'ן ראש ישיבה, און זיך צו דורכשמועסן מיט שאלות און עצות. דער יושב ראש פונעם מעמד איז געווען דער גבאי צדקה פון מוסדות היכל הקודש בארץ ישראל, מוה"ר אהרן וועבערמאן הי"ו. ער האט ארויפגערופן דעם מנהל המוסדות, מוה"ר יצחק פאפנהיים הי"ו, צו זאגן עטליכע ווערטער. דערנאָך האָט מען געפרעגט שאלות פונעם ראש ישיבה שליט״א, וואס האָט געענטפערט בטוב טעם ודעת. (מען קען עס הערן אויף קול ברסלב.) דערנאך האט דער ראש ישיבה אויפגעטרעטן, מיט פייערדיגע דיבורים איבער פסח שני, און ארויסגעברענגט אַז יעדער איד האָט נאָך אַ צווייטע שאנס צוריקצוקומען צום אייבערשטן און ווערן אַן ערליכער איד. אויך האָט ער ארויסגעברענגט זיינע הרגשים איבער דעם וואנדערליכן אויפבוי פון מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל, און ווי מען זעט די שיינע פירות, ביי די פרישע דור חתנים און כלות וועלכע ווערן צוגעגרייט אין די מוסדות צום לעבן מיט יראת שמים. די מעמד וועט זיכער בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער פון אַלע משתתפים. בני ברק דינסטאג אינדערפרי איז דער ראש ישיבה געפארן קיין היכל הקודש בני ברק. אויפן וועג האָט ער זיך אפגעשטעלט ביים ציון פון דעם הייליגן חזון איש זי״ע און פון הגאון ר׳ חיים קאניעווסקי זי״ע. ביים ציון פון ר׳ חיים האָט דער ראש ישיבה איבערגעגעבן אַ שליחות פון אַ בחור, וועלכער ר׳ חיים זי״ע האָט צוגעזאגט אַ שידוך אויב ער וועט מסיים זיין ש״ס &mdash; און איצט האט דער בחור זוכה געווען און האט מסיים געווען ש"ס. דערנאָך איז מען געגאנגען דאווענען שחרית אין היכל הקודש בני ברק צוזאַמען מיט אנשי שלומינו און די קינדער פונעם תלמוד תורה. נאכדעם האָט מען געלערנט דעם דף גמרא און דערביי גערעדט דברי חיזוק וועגן די חשיבות פון לערנען דעם דף גמרא. דערנאך האט מען ארויפגערופן אלע מסיימים. דער ראש ישיבה האָט דערנאך באזוכט דעם תלמוד תורה און דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אפגעגעבן מיט יעדן קינד באזונדער. אויך האָט דער ראש ישיבה באזוכט די מיידל שולע, און דארט איז מרת לעווי תחי׳ &mdash; אשת מוה"ר יואל לעווי הי"ו &mdash; אויפגענומען געווארן אלס מנהלת פונעם מיידל שולע. שפעטער איז מען געגאנגען צום שטוב פון מוה"ר יואל לעווי הי"ו &mdash; גבאי בית המדרש און מחבר פונעם קונטרס אשית עצות בנפשי &mdash; ווי עס איז צוגעגרייט געווארן אַ געשמאקע פת שחרית. נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה ארויסגעפארן קיין מירון, צוזאַמען מיט די חשובע ישיבה בחורים פון ירושלים, צו זיין מיט זיי ביז ל״ג בעומר. אויפן וועג האט מען זיך אפגעשטעלט צו אַ געשמאקע פארברענגען אונטער די ביימער, און דער ראש ישיבה האָט געשמועסט און אויסגעהערט יעדן בחור. ל״ג בעומר אין מירון מיטוואך אינדערפרי נאכ'ן דאווענען שחרית און פארלערנען דעם דף גמרא מיט די בחורים אין מירון, האט מען אנגעהויבן צוגרייטן עסן פאר די טויזנטער אידן וואס קומען אויף ל״ג בעומר קיין מירון. די בחורים האָבן פלייסיג געהאָלפן שיילן, קאכן, און צוגרייטן אלעס וואס מען דארף. דער טאג ל״ג בעומר איז אריבער גאר געהויבן. די טענץ זענען געווען גאר פרייליך בפרט פאר די וועלכע זענען זוכה לערנען במשך יאר זוהר און תיקונים - עס האט זיך זיי געטאנצט גאר אנדערשט. שבת קודש האָט דער ראש ישיבה פארברענגט אין מירון ביי זיין טאטן שליט״א אין קארלסבורגער הויף. יבנאל און טבריה מוצאי שבת קודש איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבנאל &mdash; ווי ער האט מתפלל געווען און זיך אויסגעבעטן ביים ציון פון אונזער רבי מוהרא״ש זי״ע &mdash; און דערנאָך איז דער ראש ישיבה אריבער צום בית המדרש פון הרב רבי יצחק לעזער שליט״א, וואו עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל, א זון פון הרב ר׳ אליעזר איידעלשטיין שליט״א, ראש ישיבה אין יבנאל. זונטאג אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית מיט אנשי שלומינו ביים ציון פון התנא רבי מאיר בעל הנס אין טבריה. נאך שחרית האט דער ראש ישיבה באקומען א ליסטע פון אלע תומכי המוסדות, און האט מתפלל געווען פאר יעדעם באזונדער פאר ישועות און רפואות.. דערנאָך האָט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט די מוסדות אין טבריה, און זיך אפגעגעבן מיט די טייערע תלמידים, און הנאה געהאט צו פארברענגען מיט די טייערע קינדער. צוריק אין ירושלים זונטאג נאַכט 9:00 האָט דער ראש ישיבה געגעבן אַ שיעור אין היכל הקודש ירושלים, ווי ער האט מחזק געווען אנשי שלומינו זיך צו פירן לויט די עצות פון הייליגן רבי׳ן, ווי אזוי צו גיין אדורך די וועלט בשלום. מאנטאג האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין היכל הקודש ירושלים, און אזוי אויך אריבער צו די מוסדות, ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט צו די קינדער און גערעדט צו זיי איבער די גרויסקייט פון שמועסן מיטן אייבערשטן, און אים בעטן יעדע קלייניגקייט וואס מען דארף נאר. די דערהויבענע נסיעה וועט זיכער זיין צו געדענקען פאר א לענגערע צייט, אנשי שלומינו האבן זיך גוט אנגעזאפט מיט חיזוק און הדרכה, פון וואס מען וועט ווייטער קענען אנציען און זיך מחזק זיין פאר לאנגע טעג.&nbsp;

    < זעה מער כא אייר תשפ"ה 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין ארץ ישראל

    די וואך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין ארץ ישראל, עס איז געפראוועט געווארן אום מאנטאג א שיינע מסיבת פסח שני אין ירושלים עיה"ק, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען אנשי שלומינו פון איבער גאנץ ארץ ישראל, און געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. און דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א ארומגעפארן צו אלע מוסדות און קהלות היכל הקודש איבער'ן גאנצן לאנד, צו מחזק זיין די ארטיגע אידן. &nbsp; אויף ל"ג בעומר און אויף שבת קודש איז דער ראש ישיבה שליט"א אין מירון ביים ציון הק' פון רבי שמעון בר יוחאי, אינאיינעם מיט זיין פאטער הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א. קומענדיגע וואך וועלן מיר אי"ה קענען מעלדן מער דעטאלן איבער די דערהויבענע און רייכע נסיעה. &nbsp; אין א בריוו פאר אנשי שלומינו האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן אז היות יעדער בעט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל בעטן פאר זיי ביי די מקומות הקדושים וואו ער גייט, דעריבער וויל ער אויך עפעס בעטן פון אנשי שלומינו, פאלגנד איז אן אויסצוג פונעם בריוו: &nbsp; "איך בין געפארן קיין ארץ ישראל, איך גיי ארום צו מקומות הקדושים, איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה. &nbsp; אלע בעטן מיר איך זאל בעטן פאר זיי, אבער איך וויל דיר אויך עפעס בעטן, איך בעט דיר נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אפילו אותן האנשים הרחוקים מן הקדשה מאד, שנלכדו במצודה רעה, עד שרגילין בעברות חס ושלום רחמנא לצלן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אף על פי כן, הכח של התורה גדול כל כך, עד שיכולה להוציא אותם מן העברות שרגילין בהם חס ושלום. ואם יעשולהם חק קבוע וחיוב חזק ללמד בכל יום ויום כךוכך, יהיה איך שיהיה, בודאי יזכו לצאת ממצודתם הרעה על ידי התורה, כי כח התורה גדול מאד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס. &nbsp; אפשר דאך זאלסטו זיך אנהויבן העלפן? אפשר ווילסטו עפעס טון פאר דיר פאר דיין נשמה? נעם א משניות, לערן איין פרק נאכן צווייטן, אין אנהויב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - האסטו פארלוירן דיין מח, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סלוקא דיסודא עד אבא ואמא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, גייט דער פגם ביזן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו', אבער אז מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, דורכדעם איז מען זוכה אז מען ווערט אן ערליכער איד, מען הויבט אן לעבן א געזונטע לעבן, א לעבן מיטן אייבערשטן, מען לאזט אפ די מטומטמ'דיגע עבירה, מען הערט אויף צו טון עבירות און מען רייסט זיך ארויס פון די קליפות. &nbsp; איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים."

    < זעה מער יז אייר תשפ"ה 📝
  • דער ראש ישיבה וועט געבן א שיעור אין מאנסי ליל שישי תזריע מצורע

    אין ספרינג וואלי פונקציאנירט דער הערליכער בית המדרש היכל הקודש אויף 37 יונאן רד. שוין פאר לאנגע יארן צום גוטן, ווי אנשי שלומינו און פילע שכנים האבן א געשמאקע הייליגע ווינקל ווי מען פילעוועט אמונה, מען דערמאנט זיך כסדר פארוואס מען דרייט זיך דא אויף דער וועלט, און מען איז זיך מחזק צוריק צו קומען צום אויבערשן, און אים צו טרעפן אין יעדע זאך וואס מען טוט. &nbsp; אין די טעג האט דער גבאי מו"ה הערשל זאבעל הי"ו אונטערגענומען א גרויסע רענאוואציע פראיעקט פאר'ן שול וואס איז שוין געווען זייער אפגענוצט, און מיט די הסכמה פונעם ראש ישיבה שליט"א טוט מען אין די טעג גענצליך איבערפרישן דעם שול. מען מאכט איבער די גאנצע שיטראק, די גאנצע פלאר, און דערנאך וועט מען עס בעז"ה הערליך איבערפעינטן, עס זאל זיין שיין און פרעכטיג כראוי וכיאות לבכוד השם יבתרך און לכבוד זיין בית המקדש מעט. &nbsp; די מאנסי אידענטום נעמט אבער אויף די בשורה איבער דעם באזוך פון ראש ישיבה שליט"א מארגן ליל שישי פרשת תזריע מצורע אינעם בית המדרש מיט א גרויסע שמחה, די גאנצע קהלה ענדיגט אין די טעג מסכת מכות, און דער ראש ישיבה שליט"א וועט פראווען א שיינע סיום בקרב אנשי שלומינו אין מאנסי, ספעציעל צו מחזק זיין די ארטיגע איינוואוינער. &nbsp; מען וועט זיך וואשן צו א סעודה של מצוה, מען וועט זינגען ווארימע ניגונים לכבוד המאורע, און דערנאך וועט מען האבן די זכי' צו הערן א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס וועט איבערלאזן א געוואלדיגע רושם אויף אלע צוהערער. די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א זענען באקאנט צו זיין מלא התחזקות, מלא אמונה, אלעס אויף א שפראך וואס רעדט צו אונזער דור, און געבט עצות וויאזוי צו קענען איבערקומען די היינטיגע יצר הרע'ס, וואס דער רבי זאגט אז די היינטיגע יצר הרע האט א נייע נאמען "דמיונות", מען זעט ווי דער סמ"ך מ"ם ארבעט אויף קעסל און כלים אריינצולייגן אין מענטשן היינט פילע דמיונות, צום ביישפיל אז "איך בין שוין דערנאך", ח"ו, אדער "דער אויבערשטער דארף מיך שוין נישט", חס ושלום, און די ארבעט פונעם צדיק איז אונז ארויסצונעמען דערפון, און דערמאנען איין מאל און נאכאמאל אז מען קען יא, און דער אויבערשטער דארף דיך יא. געלויבט דעם אויבערשטן אז ער האט אראפ געשיקט די נשמה פון הייליגן רבין וואס האט די געוואלדיגע כח צו קענען אויפוועקן א מענטש פון שלאף און אים ארויסנעמען פון זיינע דמיונות, וואס דאס איז היינט דער מכת מדינה. &nbsp; אלע אנשי שלומינו האבן גענומען אן אקטיווע חלק אין צוגרייטן, בפרט האט די לעידיס אקוזילערי גענומען אויף זיך די עיקר חלק אין די הכנות. עס קומט זיך אויך א דאנק פאר מו"ה פייוול ראזענוואסער הי"ו פון "קרעיוו סאוער דאו" וואס האט מנדב געווען א שיינע חלק פון די סעודה. &nbsp; דער סיום וועט פארקומען ווי געזאגט אינעם בית המדרש "היכל הקודש ברסלב" אויף 34 יוניאן רד. אין ספרינג וואלי. נטילת ידים וועט זיין בעז"ה 8:00. און נאך די דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א וועט מען בעז"ה דאווענען מעריב. &nbsp; אזוי עס ווערן ערווארטעט אסאך געסט פון אנשי שלומינו פון מאנסי און פון די אומגעגענט, און עס איז נישטא קיין פארקינג ביים בית המדרש, איז וויכטיג צו וויסן די ווילידזש שלעפט אוועק קארס וואס פארקן דארט אויפן שמאלן ראוד, אזוי אויך איז נישט ערלויבט צו פארקן אין פריוואטע אדער פאבליק (בתי מדרשים אדער שמחה זאלן) פלעצער אין די געגענט, דערפאר איז כדאי אז ווער עס קומט זאל פארקן אויף די ארומיגע גאסן. מען בעט מען זאל אויספאלגן די אנווייזונגען פון די עסקנים וואס זענען געשטלעט געווארן דערויף.

    < זעה מער ב אייר תשפ"ה 📝
  • סיום מסכת סנהדרין והתחלת מסכת מכות

    עס איז א מנהג ביי כלל ישראל אז בכורים מאכן א סיום מסכת ערב פסח, אז מען זאל נישט דארפן פאסטן, אבער פילע אנשי שלומינו פירן זיך צו מאכן א סיום מסכת ערב פסח אפילו מען איז נישט קיין בכור, דער הייליגער רבי לייגט אריין אין זיינע מענטש אזא זיסע טעם אין די תורה, אזא געשמאק אין די הייליגע מצות, און צו יעדע געלעגענהייט קען מען האבן א סיום. &nbsp; דאס יאר תשפ"ה האט דער אויבערשטער צוגעפירט אז אלע האבן א סיום, די גאנצע קהילה האט אין די לעצטע פיר חדשים געלערענט יעדן טאג לכל הפחות איין בלאט גמרא, און היינט איז מען זוכה צו לערנען דעם לעצטן בלאט פונעם הערליכע מסכת סנהדרין, בפרט אין די לעצטע בלעטער איז עס אנגעפילט מיט הערליכע דברי אגדתא פון וואס מען קען אזויפיל ארויסנעמען חיזוק און הדרכה טאג טעגליך. &nbsp; מארגן הייבן אלע אן בסייעתא דשמיא דער מסכת מכות, וואס איז נישט קיין גרויסע מסכת, און איז אסאך לייכטער, וואס איז א געוואלדיגע געלעגענהייט זיך מיטצוכאפן און ארויפטאנצן אויפן וואגן פון ש"ס. &nbsp; אבער ווען מען רעדט פון לערנען יעדן טאג א בלאט קען מען נישט מאכן א שווייג פונעם דרך הלימוד. היינט זענען דא פילע שיינע דרכי הלימוד, זה בכה וזה בכה, אויב איינער זעט ער איז מצליח אויף א געוויסע וועג, איז עס זייער פיין. דער מגיד דערקלערט אז דאס איז דער בעסטער וועג צו לערנען, און דער אנדערער זאגט אנדערש. לאמיר זען וואס דער הייליגער רבי זאגט פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק, ער האט אוועק געשטעלט א סדר דרך הלימוד, וואס איז פאסיג פאר יעדעם איינעם, פונעם גרעסטן למדן, ביז אייער וואס קען נאר עברי, פונעם כולל אינגערמאן, ביז דער פארנומענער ביזנעסמאן, וואס וויל אבער נישט דורכגיין א טאג אן א בלאט גמרא, פונעם פענסינאנער וואס האט די וועלטס צייט, ביזן ישיבה בחור וואס וויל עפעס אריינשטיפן בין הסדרים, ער וויל אויסנוצן זיינע בחור'ישע יארן עפעס אנצוקומען. &nbsp; דער רבי זאגט אין שיחת הר"ן שיחה ע"ו, וזה דבריו הקדושים: ותמיד היה לימודו - ער האט אלץ געלערענט, במהירות גדול מאד - זייער זייער שנעל. והיה לומד כמה דפין פוסק בשעה אחת עם כל הפירושים כולם שסביב הארבעה שלחן ערוך הנדפסים בכרך גדול, שהם הטורי זהב, והמגן אברהם, והבאר הגולה, ופרי חדש, ועטרת זקנים, וכיוצא בהם בשאר החלקים - דער רבי האט געלערנט אין איין שעה עטליכע דפים שלחן ערוך מיט אלע מפרשים. &nbsp; וסיפר שבעת שהעולם מכינים עצמן להתפלל בבקר, בעת שמתחילין להתקבץ עד שמתחילין להתפלל, באותה השעה הוא לומד ארבעה דפין פוסק; - און אין די קורצע צייט וואס מען ווארט אז די מנין זאל זיך צוזאם קומען, פלעגט ער אניאגן פיר בלעטער אין שלחן ערוך. וכן כל מה שלמד גמרא או פוסק וכיוצא, הכל היה במהירות גדול מאד - אלעס וואס ער האט געלערענט, גמרא אדער הלכה א.א.וו. - האט ער געלערנט גאר גאר שנעל. &nbsp; וסיפר עמנו הרבה הרבה בענין זה, שטוב ללמוד במהירות ולבלי לדקדק הרבה בלימודו, רק ללמוד בפשיטות בזריזות. ולבלי לבלבל דעתו הרבה בשעת לימודו מענין לענין, רק יראה להבין הדבר בפשיטות במקומו. ואם לפעמים אינו יכול להבין דבר אחד - אל יעמוד הרבה שם, ויניח אותו הענין וילמד יותר להלן. ועל פי הרוב ידע אחר כך ממילא מה שלא היה מבין בתחילה כשילמד כסדר בזריזות להלן יותר. דער רבי האט אסאך גערעדט פון דעם אז עס איז גוט צו לערנען שנעל און זיך נישט שטעלן ביים לערנען - נאר לערנען פשוט און שנעל, און זיך נישט לאזן ווערן צומישט בשעת'ן לערנען צי עס שטימט מיט אנדערע זאכן, נאר זען צו פארשטיין פשוט אויפן פלאץ, און אויב צומאל פארשטייט מען נישט עפעס - זאל מען נישט בלייבן דארט, נאר פאר ווייטער, און על פיר רוב וועט מען ממילא פארשטיין שפעטער וואס ער האט נישט פארשטאנען פריער אויב מען וועט לערנען שנעל. &nbsp; ואמר שאין צריכין בלימוד רק האמירה לבד, לומר הדברים כסדר, וממילא יבין. און דער רבי האט געזאגט, אז מען מען דארף נישט ביים לערנען גארנישט טון נאר זאגן די ווערטער אויפן סדר, און מען וועט שוין ממילא פארשטיין. &nbsp; ולא יבלבל דעתו בתחילת לימודו שירצה להבין תיכף, ומחמת זה יקשה לו הרבה תיכף ולא יבין כלל, רק יכניס מוחו בהלימוד ויאמר כסדר בזריזות וממילא יבין. מען זאל זיך נישט לאזן פארדרייען דעם קאפ ווען מען הייבט אן לערנען אז מען מוז שוין פארשטיין, און דערפאר וועט אים זיין אסאך שווערער, און ער וועט גארנישט פארשטיין, נאר ער זאל אריינלייגן זיין מח אינעם לימוד, און זאגן שנעל כסדר, און מען וועט שוין ממילא פארשטיין. &nbsp; ואם לא יבין תיכף - יבין אחר כך; ואם ישארו איזה דברים שאף על פי כן לא יוכל לעמוד על כונתו - מה בכך, כי מעלת ריבוי הלימוד עולה על הכל, און אויב מען נישט פאשטיין אויפן יעצט וועט מען עס פארשטיין שפעטער, און אויב עס בלייבט איבער זאכן וואס ער פארשטייט נאך אלץ נישט, איז גארנישט, ווייל די מעלה פון לערנען אסאך איז מער פון אלעם. &nbsp; וכמו שאמרו חכמינו זכרונם לברכה (שבת דף סג.): ״לגמר והדר לסבר״, ואף על גב דלא ידע מה קאמר, שנאמר (תהלים קי"ט, כ'): "גרסה נפשי לתאבה" וכו', - ווי חז"ל זאגן מען זאל קודם זאגן, און נאכדעם פארשטיין, און אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט. &nbsp; כי על ידי ריבוי הלימוד שילמד במהירות ויזכה ללמוד הרבה, על ידי זה יזכה לעבור כמה פעמים אלו הספרים שלומד, לגומרם ולחזור להתחיל ולגומרם פעם אחר פעם. ועל ידי זה ממילא יבין בפעם השני והשלישי כל מה שלא היה מבין בתחילה, כל מה שאפשר להבין ולעמוד על דבריהם. - ווייל דורכדעם וואס מען לערענט אסאך, און מען קומט אן אסאך, קען מען איבערגיין אסאך מאל די ספרים וואס מען לערנט, איינמאל און נאכאמאל, און מען וועט שוין פארשטיין ביים צווייטן אדער דריטער מאל. &nbsp; דער רבי זאגט ווייטער: וכמה בני אדם פסקו מלימודם לגמרי על ידי ריבוי הדקדוקים שלהם, ומאומה לא נשאר בידם. - אסאך מענטשן האבן שוין נעבעך אפגעלאזט דאס לערנען ווייל מען וויל אלעס פארשטיין, און עס איז נעבעך גארנישט געבליבן ביי זיי. &nbsp; אבל כשירגיל עצמו ללמוד במהירות כנזכר לעיל בלי דקדוקים הרבה, התורה תתקיים בידו ויזכה ללמוד הרבה מאד -גמרא, ופוסקים כולם, ותנ"ך, ומדרשים, וספרי הזהר וקבלה, ושאר ספרים כולם. - אבער ווען מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל אן פארשטיין, וועט זיך די תורה האלטן ביי אים, און ער וועט לערנען זייער אסאך גמרא, הלכה, תנ"ך, מדרשים, ספרי הזוהר, קבלה און אלע אנדערע ספרים. &nbsp; דער וואס האט פרובירט דעם סדר דרך הלימוד - דער דארף שוין נישט קיין ראיות, ער הייבט אן שפירן די זיסקייט פון די תורה, אבער דער וואס וויל עס נישט אננעמען, וועט קיין ראיות נישט העלפן. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זיין ערליכער אידן, דינען דעם אויבערשטן און לערענען זיין הייליגע תורה אונזער גאנצער לעבן.

    < זעה מער יא ניסן תשפ"ה 📝
  • קמחא דפסחא פאר אנשי שלומינו אין ארץ ישראל

    אין ארץ ישראל געפונען זיך תלמידים פון ראש ישיבה אין פילע שטעט, אנשי שלומינו זענען מקיים וואס דער רבי האט געבעטן "אנטרונקען ביימער", און דאס ברענגט צו א פלוס פון נאך פרישע תלמידים כסדר. די שליסל צו הצלחה - זאגט דער ראש ישיבה כסדר - ליגט אין אחדות. און געלויבט דעם אייבערשטן אז אלע האבן א הארץ איינער צום צווייטן, מען העלפט זיך ארויס, און מען האט זיך ליב, אלע לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. &nbsp; איינע פון די גרויסע פראיעקטן פון אנשי שלומינו אין ארץ ישראל - שוין פאר די לעצטע דריי יאר, איז דער "קופת יעזורו", א קופה וואס געבט זיך אפ אז אנשי שלומינו זאלן האבן פון אלעם גוטן, דער ראש ישיבה וויל זייער שטארק אז אלע תלמידים זאלן האבן פון אלעם גוטן בפרט אויף יום טוב זאל הערשן הרחבת הדעת אין יעדע שטוב, מען זאל האבן וואס צו עסן, קליידער, שיך, און אזוי ווייטער. אלע דא אין אמעריקע ווייסן אז די מצב הפרנסה אין ארץ ישראל איז שווער, אבער די גבאים פון קופת יעזורו ווייסן דאס אסאך בעסער, זיי לעבן דערמיט, און זיי געבן זיך אפ דערמיט, פאריאר האט מען בסייעתא דשמיא געטיילט גרויסע סכומים פאר פילע משפחות פון אנשי שלומינו, און מען האט צוריק געהערט גאר שטארק גריסן ווי שטארק דאס האט ארויסגעהאלפן, און געראטעוועט דעם מצב בסייעתא דשמיא, און היי יאר איז דער שטארקע פארלאנג פאר הילף ליידער בכלל נישט קלענער געווארן. &nbsp; היינט צוטאגס איז די קהילה שוין פארשפרייט אין גאר אסאך שטעט, און דער קופה וויל זייער שטארק געבן פאר אלעמען, די גבאים זאגן אונז אז מען האפט צו געבן פאר משפחות פון גאנץ ארץ ישראל, ירושלים, בית שמש, בני ברק, טבריה, ביתר, בראכפעלד, חיפה, אלעד, יבנאל, און נאך, וויבאלד עס זענען דא אסאך משפחות וואס זענען באמת אנגעוויזן דערויף, זיי מוטשען זיך א גאנץ יאר צו קענען דעקן זייער הוצאות, און יעצט בעפאר פסח, איז עס נאך שווערער. &nbsp; די גבאים רופן ארום אנשי שלומינו תלמידים פון ראש ישיבה אין ארץ ישראל, אבער דאס קען נישט דעקן, דערפאר רופט מען אויך אנשי שלומינו פון אמעריקע און פון איבער די וועלט, דער גבאי פארקויפט פארשידענע זכותים, מען קען קויפן "א קינדער געבענטשטע משפחה אויף יום טוב" פאר טויזנט דאלער, "א גרויסע משפחה פאר פינף הונדערט דאלער", אדער "א גאסט אויף יום טוב" פאר צוויי הונדערט און פופציג דאלער; עס איז אויך דא דער זעלטענער געלעגנהייט צו קויפן דער זכות פון "פרנס החלוקה" פאר צען טויזנט דאלער. &nbsp; מען הערט צוריק גאר ווארעמע גריסן פון אנשי שלומינו, וואס רופן זיך אן מיט גאר ווארעמע נדבות, אנשי שלומינו רופן זיך אן יעדער יותר כפי יכלתו און ווארטן אפילו נישט מען זאל זיי רופן, די גבאים ווארטן אויף אייער קאל, מען קען זיי רופן אויף 011-971-53-316-5893, אדער קען מען אליינס געבן אויפן לינק https://www.matara.pro/nedarimplus/online/?S=SXpW און מען קויפט זיך איין די זכות פון אריינברענגען א שמחת יום טוב פאר א משפחה וואס לעבט מיטן אייבערשטן אין ארץ ישראל. &nbsp; א ספעציעלע פראמאושן ווערט פארגעשלאגן פאר די וואס געבן פון טויזנט דאלער און העכער, אז אינאיינעם מיט די איינקויף קארטלעך וואס די משפחות באקומען, וועלן זיי באקומען דעם נאמען מיט די מאמע'ס נאמען פון די אלע נדבנים, אז זיי זאלן קענען מתפלל זיין פאר זיי, וואס זיי דארפן.

    < זעה מער ה ניסן תשפ"ה 📝
  • "א פשוטער מיטוואך" - שמועס אויפן קול ברסלב ליין

    צוויי חשובע אנשי שלומינו, הר"ר דוד פוקס שליט"א, וועלכער איז אויפגעוואקסן אין ארץ ישראל, און הר"ר משה שמואל שטעסל שליט"א, וואס שטאמט פון אמעריקע און דינט היינט אלס א מגיד שיעור אין די ישיבה אין ארץ ישראל, פירן יעדן מיטוואך א געשמאקן שמועס אויף די קול ברסלב האטליין. ווי שוין באריכטעט, וויל דער ראש ישיבה שליט"א אז אנשי שלומינו זאלן האבן גוטע, ערליכע תוכן צו ליינען און צו הערן, כדי מען זאל בכלל נישט האבן די נסיון פון אויסצוהערן די פארשידענע לצים-האטליינס. איין האטליין מאכט א מער ערנסטע פנים, און דער צווייטער אביסל ווייניגער, אבער הצד השווה שבהם איז אז אלע זענען אנגעפילט מיט ליצנות און גוי'אישע השקפות, וואס שאדן פאר אן ערליכער איד. געלויבט דעם אייבערשטן, אז עס ווערט ב"ה יעדן טאג צוגעלייגט הערליכע תוכן סיי אויף די קול ברסלב טעלעפאן ליין, סיי אויף די ברסלב סענטער וועבסייט, און סיי וועכנטליך דורך די גליונות און צייטונגען. אידישע קינדער באקומען יעדן טאג לעבן פון די רייכע אינהאלט -&nbsp; דרשות, ארטיקלען, בריוו, אינטערוויוס, נייעס, פאַדקעסטס, שמועסן און נאך &mdash; וואס ברענגען חיזוק אויף אן ערליכער וועג, כדי צו קענען אנגיין אין דעם הייליגן אויסגעטרעטענעם דרך המסורה פון אונזערע עלטערן און רבי'ס. דאָס איז תוכן וואס איז נישט בלויז בלי שום חשש ליצנות, רכילות, פאליטיק און לשון הרע, נאר אויך אנגעפילט מיט תמימות, יראת שמים, אמונה און מידות טובות. אויף דעם וועג ווערט כסדר צוגעלייגט נאך גוטע תוכן כסדר אויף די פארשידענע אויבנדערמאנטע פלאטפארמעס. יעצט איז צוגעקומען א פרישע פראגראם "א פשוטע מיטוואך" אויפן קול ברסלב טעלעפאן ליין, וועלכער גייט שוין אן עטליכע וואכן מיט גרויס הצלחה, און איז שטארק אויפגעכאפט געווארן. יעדע וואך שמועסט מען איבער א געוויסע נושא &mdash; אן אקטועלע פראבלעם מיט וואס אידן מוטשענען זיך כסדר. מען לייגט עס אראפ פון אלע צדדים און מען ברענגט דערנאך דעם דעת תורה פון ספרי אשר בנחל און עצתו אמונה, כדי צו טרעפן דעם קלארן און אויסגעהאלטענעם מהלך וויאזוי זיך צו פירן, און צו באקומען ריכטיגע עצות וויאזוי צו לייזן דעם אישו. דער נאמען "א פשוטע מיטוואך" נעמט זיך פון וואס רבי נתן ז"ל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "וואס אונז רעדן אין א פשוטע מיטוואך, וואונטשן זיך צדיקים צו רעדן בעלמא דקשוט". אין די ערשטע וואך פון דעם פראגראם, איז דער שמועס געווען איבער די פרייזן פון דירות. מען האט ארויסגעברענגט די שוועריקייטן צו קויפן הייזער אין די היימישע געגענטער און דורכגעשמועסט די פארשידענע אפציעס פון זיך אריבערציען צו נייע געגנטער, וואס פילע נעמען אין באטראכט כדי צו קענען האבן א דאך איבערן קאפ. און מען האט אויסגעשמועסט די ריכטיגע מהלך וויאזוי אנצוקוקן דעם נושא על פי דעת תורה. די צווייטע וואך, פרשת כי תשא, ערב פורים, האט מען דורכגערעדט בענינא דיומא וויאזוי צו זיין פרייליך פורים אין אזא שווערע יאר ווען פורים פאלט אויס ערב שבת, און מען קען נישט געהעריג אויסגעבן און טאנצן ביז שפעט ביינאכט. פרשת ויקהל איז געווען א שמועס איבער די ברענענדיגע נושא פון בין הזמנים &mdash; וואס פילע בחורים ווייסן נישט וואס צו טון איין גייען ליידיג אין די טעג ווען די ישיבות זענען פארמאכט. מען האט ארויסגעברענגט די פראבלעם פון בחורים וואס זוכן "עקשן", און מען האט געגעבן עצות און חיזוק וויאזוי צו פארמיידן די חששות און בעסער אויסנוצן די צייט. דער פראגראם גייט בעז"ה ווייטער אנגיין און וועט מחזק זיין אנשי שלומינו, צו קענען אנגיין אין לעבן מיט קלארקייט, תמימות און יראת שמים. צו הערן די שמועסן קען מען רופן קול ברסלב אויף 212-444-9191, און דרוקט 1-4-4

    < זעה מער כה אדר תשפ"ה 📝
  • שושן פורים ביים ראש ישיבה שליט"א

    שושן פורים ביים ראש ישיבה שליט"א &nbsp; מוצש"ק איז מען זיך צוזאם געקומען צום סעודת משתה היין, מען האט געטאנצט און זיך געפריידט אז מען איז זוכה צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיך פרייען מיט די תורה און מיט אידישקייט "הדר קבלוה בימי מרדכי ואסתר". &nbsp; זונטאג נאכמיטאג זענען זיך ווידער צוזאם געקומען אנשי שלומינו פון נאנט און ווייט צום סעודת שושן פורים המשולש, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, דער ראש ישיבה האט געגעבן א שיינע חיזוק שמועס: עס שטייט אין די גמרא "כָּל יִשְׂרָאֵל יֵשׁ לָהֶם חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", א בלאט פריער זאגט די גמרא "אֵיזֶה בֶּן עוֹלָם הַבָּא, לֹא מַחֲזֻק טוּבָא לְנַפְשֵׁיה" ער דארף גארנישט, האט דער ראש ישיבה געפרעגט יעדער האט עולם הבא, אדער נאר דער וואס דארף גארנישט, האט דער ראש ישיבה געזאגט, אויף יענער וועלט האט יעדער עולם הבא, אבער אויף דער וועלט ווילסטו האבן אן עולם הבא'דיגע לעבן, וואס מער דו וועסט לעבן אז דו דארפסט גארנישט, דו ווילסט גארנישט, דו ווילסט נאר וואס דער אייבערשטער וויל, וועסטו האבן א גן עדן אויף דער וועלט. אויך האט דער ראש ישיבה שטארק גערעדט איבער דעם אז עס קומט שוין נענטער צו פסח, מען קויפט איין, זאל מען נישט קרעכצן "אוי עס קאסט מצות" "אוי יום טוב קאסט", מען זאל אריינברענגען פסח מיט א שמחה און געשמאק, אָן קיין נערוועזקייט, אָן קיין קרעכצענישן, ווייל שמחה איז דאס וויכטיגסטע פאר שטוב. &nbsp; דערנאך האט מען געמאכט א הערליכע פארשטעלונג דורך המלמד מומחה מו"ה בערל שניטצלער הי"ו, און דער מלמד מומחה מו"ה אהרן לונגער הי"ו און מו"ה לייבי אפעל הי"ו, מען האט געמאכט ליצנותא דעבודה זרה, וויאזוי עס זעט אויס אויב מ'האט נישט דעם דרך הלימוד און מען בייגט זיך נישט איין דעם קאפ פאר'ן צדיק. &nbsp; לְהוֹדִיעַ שֶׁכָּל קוֹוֶיךָ לֹא יֵבוֹשׁוּ וְלֹא יִכָּלְמוּ לָנֶצַח כָּל הַחוֹסִים בָּךְ!

    < זעה מער כ אדר תשפ"ה 📝
  • הערליכע פורים און שב"ק ביים ראש ישיבה שליט"א

    הערליכע לעכטיגע פורים טעג זענען דורך ביי אנשי שלומינו איבער די גאנצע וועלט, פילע אנשי שלומינו זענען געקומען מיטהאלטן די פורים טעג ביים ראש ישיבה שליט"א, סיי ביים מגילה ליינען וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געליינט מיט גרויס געהויבנקייט און סיי צו די סעודות פורים אלע דריי טעג. &nbsp; ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה צווישן אנדערע געזאגט, המן איז ארויס פון די סעודה "שמח וטוב לב", וויאזוי קען עס זיין די קליפה זאל זיין פרייליך, נאכדעם שטייט, "וכראות המן את מרדכי", דאס איז עס, ער האט געקוקט אויף מרדכי, דאס מאכט אפילו די גרעסטע קליפה פרייליך, דאס גייט ארויף אויף אונז, דער סמ"ך מ"ם צוברעכט אונז אז מיר זענען חלילה בבחינת המן, פארכאפט אין די קליפות רח"ל, אבער מיר האבן נאך האפענונג, מיר קוקן צום צדיק, מיר וועלן נאך ארויסגיין פון די בלאטע און ווערן אמת'ע ערליכע אידן. &nbsp; דער ראש ישיבה איז געווען שטארק בגילופין, אידן זענען געקומען בעטן ברכות, ישועות, דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר איינעם וואס איז געקומען בעטן ער זאל געהאלפן ווערן מיט קינדער "מיינסט איך ווייס נישט אז דו דארפסט קינדער? ווען דו ביסט נאך געשלאפן היינט אינדערפרי האב איך שוין פארגאסן טרערן פאר דיר! הלואי זאלסטו אזוי סאך בעטן פאר דיר וויפיל איך בעט פאר דיר"... &nbsp; ערב שבת נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה ארויס כאפן פרישע לופט, און האט באגריסט די דורכגייער, "שלום עליכם", דער ראש ישיבה האט זיך פארגעשטעלט מיט זיין נאמען, און געזאגט "ווייסט מיר זענען קאזינס", "וויאזוי?", "פון אברהם אבינו", "אבער מיר טארן זיך נישט גריסן ווייל מיר וואוינען אין וויליאמסבורג..." &nbsp; דערנאך איז דער ראש ישיבה געגאנגען אין מקוה, און איז אריינגעקומען אביסל שפעט אבער זייער פרייליך צו דאווענען מנחה, מו"ה יואל משה מייזעלס הי"ו איז געווען בעל תפלה סיי ביי מנחה און סיי ביי קבלת שבת און מעריב. &nbsp; הר"ר ישראל מנחם ראזענבערג הי"ו האט געבעטן דעם ראש ישיבה זאל זאגן אפאר ווערטער ער האט געשטעלט אן עמוד ביים ארון הקודש, מען האט געבעטן דעם ראש ישיבה ער זאל צוגיין צו קבלת שבת, האט ער געזאגט "איך האב נישט קיין קול, אבער איך האב א הארץ"... &nbsp; דער ראש ישיבה איז געווען ביים שטענדער ביים ארון הקודש אויסגעדרייט צום עולם, און צווישן יעדע קאפיטל פון קבלת שבת האט דער ראש ישיבה אויסגעטייטשט די אלע שטיקלעך פון קבלת שבת וואס עס מיינט פאר אונז לעובדא ולמעשה... "ארבעים שנה אקוט בדור", אידן זענען געווען אין מדבר פערציג יאר, איינער פרעגט מיר וויאזוי קען זיין דער דור המדבר וואס הייסט דער דור דעה, הייליגע דור, האט אויסגעפרואווט דעם אויבערשטן צען מאל, זיי האבן זיך כסדר אפגערעדט ווי מען זעט אין חומש. האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט "פערציג יאר און נאר צען קשיות?",וויפיל קשיות האבן מיר ליידער אויפן אויבערשטן? אונז האבן צען קשיות יעדן טאג! &nbsp; אזוי האט דער ראש ישיבה הערליך אריינגעטייטשט אלע קאפיטלעך פון קבלת שבת זייער שיין "אור זרוע לצדיק, ולישרי לב שמחה", האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט ווי לעכטיג און ווי פרייליך איז די לעבן פאר וווער עס האט א צדיק! &nbsp; ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט א שטארקע נקודה, מען האט געזען אנשי שלומינו ווען זיי זענען געווען שיכור אלע ווילן איין זאך, אלע האבן געשריגן פון טיפעניש פון זייער הארץ איך וויל זיין אן ערליכער איד. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט איבער שלום בית, ווי מ'דארף דאנקען דעם אויבערשטן אז מען האט א ווייב, מען האט חתונה געהאט, און געזאגט בדרך צחות, אויב מ'פארגעסט צו זאגן על הנסים ביים בענטשן זאגט מען עס ביי הרחמן, אויב מ'פארגעסט צו דאנקען דעם אויבערשטן פריער, דארף מען שפעטער בעטן דעם אויבערשטן. &nbsp; ביי שלש סעודות, האט דער ראש ישיבה שליט"א פארציילט די מעשה באריכות וויאזוי דער הייליגער רבי נתן האט זייער געוואלט זיין ביים הייליגן רבין פורים, אבער צוליב די שווערע וועטער איז ער הערש אנגעקומען אום שושן פורים, און דער רבי האט אים דאן מחזק געווען "שושן פורים איז אויך פורים". האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז מען דארף אפלאזן חכמות, און זיין פרייליך פורים, שושן פורים, און א גאנץ יאר, זיך פרייען און טאנצן אז מ'איז א איד. &nbsp; דער באריכט פון מוצש"ק שושן פורים וועט בעז"ה נאכפאלגן

    < זעה מער יח אדר תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 31 to 45 of 426 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 28 29
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com