Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • פלאנצן קארטאפל

    גרשון קרעמער   עס האט זיך ב"ה אנגעהויבן דער זומער סעזאן, און מען קען געניסן פון די געשמאקע ווארימע וועטערס. מען גייט ארויס אין די נאטור צווישן די גראז און ביימער און מען שמועסט זיך אויס מיט'ן אויבערשטן; וואס קען דען זיין געשמאקער פון דעם?   אזוי ווי א שיינע צאל פון אונזערע ליינער וואוינען אפסטעיט, וואו מען האט א שטיקל הויף ארום דעם הויז, האט מען אונז געבעטן מיר זאלן געבן בעיסיק אנווייזונגען וויאזוי צו פלאנצן פשוטע גרינצייג.   וויבאלד רוב פון אונז האבן נישט קיין שום ערפארונג אין פעלד-ארבעט, האבן מיר באשלאסן אנהויבן דאס ערשטע מיט קארטאפל, היות דאס איז עפעס וואס יעדער קען טון אליינס, מען דארף גארנישט קויפן אין קיין ספעציעלע געשעפטן, און עס וואקסט גוט אין ניו יארק. יעצט (אפריל - מאי למספרם) איז טאקע די פאסיגע סעזאן עס איינצופלאנצן.   די ערשטע זאך נעמט א פשוט'ן קארטאפל און לאזט עס ליגן אויפ'ן קאונטער פאר א וואך-צוויי. ווען איר זעט קליינע ווייסע אדער גרינע ווארצלען ארויסקומען (וואס מען רופט "אויגן"), זענט איר גרייט פאר'ן קומענדיגן שטאפל.   מען נעמט דעם קארטאפל און מען צושניידט אים אין עטליכע שטיקער, און מען מאכט זיכער צו לאזן צוויי "אויגן" אויף יעדן שטיקל. נאכ'ן שניידן לאזט די שטיקער ליגן אינדרויסן פאר 24 שעה, כדי די געשניטענע זייט זאל ווערן אביסל אויסגעטרוקנט, וואס דאס וועט העלפן אז דער קארטאפל זאל נישט פארפוילט ווערן אין די ערד.   יעצט קען מען שוין לייגן די קארטאפל אין דער ערד, אבער עס איז דא א בעסערע עצה: לייגט דעם שטיקל קארטאפל (מיט די "אויגן" ארויף) אויף דער ערד אדער אויף א שטיקל קארדבארד, און דעקט עס איבער מיט א דיקן שיכט (כאטש 6-8 אינטשעס) פון טרוקענע געשניטענע גראז אדער שטרוי. די מעלה פון פלאנצן אין גראז איז אז עס האלט בעסער די פייכטקייט און לאזט נישט די ווילדע גראזן וואקסן. נאך א בענעפיט איז, אז ווען עס קומט די צייט ארויסצונעמען די פארטיגע פירות, דארף מען נישט ניצן קיין שאוול; מען רוקט פשוט אוועק די גראז אין א זייט און מען האט פארטיגע, געשמאקע, פרישע קארטאפל בס"ד.   אביסל אנווייזונגען: קארטאפל האבן ליב זון (בערך 6-8 שעה א טאג) און אסאך וואסער (אבער נישט איבערגעטריבן). וויפיל וואסער? מאכט זיכער אז דער שיכט גראז איז כסדר פייכט. נאך בערך 3-4 חדשים, ווען די בלעטער פון דעם קארטאפל-געוויקס אינדרויסן ווערן געל און הייבן אן צו וועלקן, איז עס א סימן אז די קארטאפל אונטער דער ערד זענען שוין רייף און גרייט.   וואס קענען מיר ארויסנעמען פון די קארטאפל וואס ווערט געפלאנצט? ווען דו האסט א נסיון, און עס קומט דיר אונטער צו זען עפעס וואס דער אויבערשטער לאזט נישט — דו ביסט אין גאס אדער אין אפיס — און דו בייגסט אראפ דיינע אויגן, דו "פלאנצט איין" דיינע אויגן; כאטש דו לייגסט אראפ דיינע אויגן, קוקסטו דאך ארויף צום הימל און דו בעטסט דעם אויבערשטן ער זאל דיר העלפן און באגלייטן. דו מאכסט זיכער עס צו האלטן כסדר פייכט, דו באגיסט עס מיט טרערן, און כאטש קיינער זעט עס נישט, וואקסט עס אונטער די ערד. זאלסטו זיכער זיין אז עס וועלן וואקסן שיינע פירות פון דיין האראווניע; איין קוק ווייניגער איז גאר אסאך ווערט.

    < זעה מער יג אייר תשפ"ו 📝
  • די שטארקייט פון צעמענט

    שאלה: וויאזוי מאכט מען צעמענט? צוערשט וויל איך פארשטיין וואס איז די זאמד-שטויב וואס מען מישט אויס מיט וואסער, און פון וואו קומט עס? צווייטנס, וויאזוי ווערט עס הארט ווי א שטיין נאכדעם וואס עס טרוקנט אויס? און דריטנס, צעמענט איז מצד אחד זייער שטארק &ndash; עס קען האלטן אויף זיך א בריק מיט צענדליגער טראקס און באסעס &ndash; אבער מצד שני קען מען אפברעכן שטיקלעך דערפון מיט די בלויזע הענט. קענט איר מיר ביטע ענטפערן א גוטע תשובה אין די "אלץ און אלעמען" רובריק? &nbsp; גרשון קרעמער &nbsp; ענטפער: האסט געפרעגט אסאך שאלות, לאמיר גיין על ראשון ראשון. וואס איז דער צעמענט-שטויב? ווי איר פארשטייט אליין, איז עס נישט קיין פשוט'ע זאמד; עס באשטייט פון עטליכע קאמפאנענטן. בעיקר איז עס קאלך (Limestone) און ליים (Clay). מען הייצט אן די קאלך און ליים שטיינער גאר הייס (יא, א פשוט'ע "קאלך אויוון") ביז זיי ווערן צולאזט, און דערנאך ווערן זיי צוריק פארהארטעוועט. נאכדעם צומאלט מען דעם שטיין צו שטויב, און דאס איז די "זאמד" מיט וואס מען מאכט צעמענט. &nbsp; יעצט, וויאזוי ווערט עס טאקע הארט ווי א שטיין? עס ווערט נישט הארט ווייל עס ווערט "אויסגעטרוקנט" אזוי ווי עס זעט אונז אויס, נאר עס ווערט הארט דורך א כעמישע רעאקציע. דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין פארשידענע מאטעריאלן א טבע, אז אויב זיי קומען זיך צוזאמען איינס מיט'ן צווייטן, האבן זיי א השפעה און עס ווערט א נייע בריאה; בערך אזוי ווי פון מעל און וואסער ווערט א טייג און דערנאך ברויט. ברויט איז נישט קיין מעל, עס איז א פרישע בריאה וואס ווערט געשאפן נאכדעם וואס דאס מעל און דאס וואסער קומען צוזאמען. ווען די צעמענט-שטויב רירט אן וואסער, פאסירט אן אנדערע סארט כעמישע רעאקציע, און עס הייבן זיך אן צו פארמירן קליינע קריסטאלן וואס קניפן זיך אן איינס אינעם צווייטן גאר שטארק, ביז די גאנצע זאך ווערט איין שטיק הארטע שטיין. &nbsp; פרעגסטו, וויאזוי קען עס זיין שטארק און שוואך אין די זעלבע צייט? אויף דעם איז דער ענטפער, אז צעמענט איז שטארק ווען עס קומט צו אויסהאלטן דרוק, אבער עס איז שוואך ווען מען וויל עס בייגן. דאס איז פארקערט פון אייזן, וואס לאזט זיך טאקע בייגן אבער עס וועט זיך זייער שווער איבערברעכן, בעת צעמענט וועט זיך גאנץ גרינג ברעכן ווען מען לייגט אויף עס א בייגעדיגע דרוק. דאס איז די סיבה פארוואס מען לייגט אריין אייזערנע שטעקענס (ריבאר) אינעם צעמענט, אזוי ארום באקומט מען א גוטן באלאנס פון ביידע כוחות, און עס קען פיל בעסער אויסהאלטן אלע סארטן דרוק. &nbsp; ווען מיר חזר'ן אמונה און מיר גייען אין די וועגן פון אברהם אבינו, וואס האט זיך געהאלטן שטארק מיט זיין אמונה און איז דורכגעגאנגען דעם נסיון פונעם קאלך אויוון, באקומען מיר די כוחות זיך צו האלטן שטארק און זיך נישט בייגן פארן שטערקסטן דרוק; ווייל אויב מיר געבן זיך איבער פארן אויבערשטן, קען אונז קיינער גארנישט טון.

    < זעה מער יא אייר תשפ"ו 📝
  • קאווע און וואוקס

    שאלה: &nbsp; א גוטן ר' גרשון, קודם כל, א גרויסן יישר כח פאר דיינע אלע ארטיקלען יעדע וואך; עס איז זייער שיין און אינטערעסאנט. &nbsp; איך האב געוואלט פרעגן וועגן קאווע, צי עס איז אמת אז עס שטערט פון וואקסן אדער נישט. אויך האב איך געהערט אז די שפאנישע זענען נידעריג ווייל זיי טרינקען אסאך קאווע. ביטע לאזט מיר וויסן ווי שנעלער, ווייל מיין קאווע ווערט שוין קאלט. יישר כח. &nbsp; ענטפער: א גרויסן יישר כח פאר דיין שאלה און עקסטער פאר די שיינע ווארעמע ווערטער. ערשטנס, דו דארפסט נישט ווארטן ביז דו ענדיגסט ליינען דעם ענטפער; דו קענסט שוין יעצט אויסטרינקען דיין קאווע רואיגערהייט, איך וויל נישט עס זאל ווערן קאלט... &nbsp; לגבי דיין שאלה צי עס איז אמת אז קאווע שטערט פון וואקסן, אויסער אלטע איינרעדענישן ליגט גארנישט דערין. סיי דאקטוירים און סיי וויסנשאפטלער זענען איינשטימיג אז קאווע און קאפעין האבן נישט קיין שום השפעה אויף די ביינער אדער אויף דעם פיזישן וואוקס פון א מענטש. די הויכקייט פון א מענטש ווענדט זיך בעיקר לויט די נאטור וואס דער אויבערשטער האט אים באשאפן (גענעטיקס). און דער עיקר וואס מאכט אויס אויסער גענעטיקס, איז געזונטע נעהרונג (שפייז) און שלאף אין די יונגע יארן. &nbsp; מיט וואס מען נעהרט דעם מענטש אין די אינגע יארן האט א געוואלדיגע השפעה אויף שפעטער. ווען א קינד הערט אלס די חשיבות פון ערליכע אידן און ער זעט ווי זיינע עלטערן לעבן פארן אויבערשטן, באקומט ער די וויכטיגע נערונג וואס ער דארף כדי אויפצוואקסן געזונט און שטארק, צו קענען נעמען זיינע שוועריקייטן אז ער זאל נישט אונטערברעכן פון יעדע זאך. &nbsp; דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט געהערט אז שפאנישע מענטשן זענען נידריג צוליב דעם וואס זיי טרינקען קאווע, האט גארנישט מיט'ן מציאות. דער בעסטער באווייז אז דאס איז בלויז זייער נאטורליכע גענעטיקס איז אז די לענדער וואו מען טרינקט די מערסטע קאווע אין דער גאנצער וועלט זענען די סקאנדינאווישע לענדער (פינלאנד, נארוועגיע און שוועדן), און דארט זענען די מענטשן פון די העכסטע אין דער וועלט! &nbsp; דו קענסט רואיג טרינקען קאווע, אבער מאך זיכער צו מאכן אן ערליכע ברכה און דאנקען דעם אויבערשטן פאר די געשמאקע קאווע מיט וואס דו דערקוויקסט זיך טאג-טעגליך. &nbsp; שהכל נהי' בדברו

    < זעה מער ד אייר תשפ"ו 📝
  • דער וועג צו ליבערטי

    א גוטן ר' גרשון קרעמער. איך האב א שאלה בנוגע דעם "ליבערטי מאנטיסעלאו" סיין וואס געפינט זיך ביי עקזיט 19 אויפ'ן טרואוועי, ווען מ'פארט פון קאנאדע קיין קרית יואל. נאכדעם וואס מ'נעמט דעם עקזיט, דארף מען נאך פארן כמעט א שעה צייט ביז מ'קומט אן קיין ליבערטי; מען דארף דורכפארן רוט 28, 209, 42, און 52. יעדע פון די אלע וועגן פירן צו פילע פארשידענע שטעטלעך, און לויט מיין חשבון קען מען פון דעם איינעם עקזיט אנקומען צו איבער הונדערט שטעט. אויב אזוי, בין איך נייגעריג צו וויסן פארוואס זענען דוקא "ליבערטי" און "מאנטיסעלאו" אויסגעקליבן געווארן ארויפצוגיין אויפ'ן סיין. אמת אז פאר אונז אידן האט עס א געוויסע חשיבות, וויבאלד די צוויי שטעט זענען די היים פון גרויסע הייליגע אידישע קהילות, אבער איך וואונדער מיך פארוואס ביי די אלגעמיינע גאס ווערט דאס אויך פאררעכנט פאר אזא וויכטיגע זאך אז מ'זאל עס ארויסשרייבן. &nbsp; י. גוטמאן, מאנטריאל &nbsp; גרשון קרעמער &nbsp; צום ערשט, דאס איז זייער א גוטע שאלה. די אלע סיינס ווערן געשטעלט דורך די "דעפארטמענט אוו טראנספארטאציע" (DOT), וואס האבן זייערע אייגענע רעגולאציעס צו באשלוסן וועלכע שטעט זאלן פיגורירן אויף די גרויסע גרינע וועג-ווייזער שילדן. &nbsp; מיר וועלן דא אויסרעכענען עטליכע פונקטן וואס קענען העלפן פארשטיין וויאזוי דאס ארבעט: די ערשטע זאך זענען די "קאנטראל סיטיס". לויט די פעדעראלע אנווייזונגען, קלויבט די די-או-טי (DOT) אויס פארשידענע שטעט וואס ווערן אנגערופן "קאנטראל שטעט". דאס זענען באקאנטע שטעט וואס דינען אלס אן אנדייטונג פאר דרייווערס צו וויסן אויב זיי פארן אין די ריכטיגע ריכטונג. וויבאלד ליבערטי און מאנטיסעלאו זענען די צוויי גרעסטע שטעט אין די סאליוואן קאונטי ראיאן, זענען זיי באשטימט געווארן אלס קאנטראל שטעט. אפילו אויב עס נעמט נאך א שעה צו פארן ביז אהין, העלפט דער סיין פאר די רייזענדע &mdash; ספעציעל פאר די וואס קומען פון ווייט און קענען נישט גוט דעם געגנט &mdash; צו פארשטיין אז זיי פארן ריכטיג. &nbsp; אויסער דעם איז עקזיט 19 (קינגסטאן) א גאר וויכטיגער שיידוועג, היות עס דינט אלס דער הויפט אריינגאנג וואס פארבינדט דעם "טרואוועי" (I-87) מיט'ן קעטסקילס ראיאן דורך רוט 28 און רוט 209. בכלל, סיי היסטאריש און סיי עקאנאמיש, זענען ליבערטי און מאנטיסעלאו די גרעסטע האנדל און טוריזם צענטערן פונעם גאנצן ראיאן, וואו מיליאנען מענטשן פארן אהין פאר פארשידענע סיבות, אריינגערעכנט די פארקס, טרעילס, און אנדערע פארוויילונג ערטער. &nbsp; דאס דערמאנט אונז די ווערטער פונעם הייליגן רבי'ן, וואס מאנט און פאדערט פון אונז כסדר מיר זאלן קוקן און מאכן א חשבון הנפש, זיך אויסשמועסן מיט'ן אויבערשטן, און זען צי מיר פארן אין די ריכטיגע ריכטונג. מיר דארפן כסדר האלטן פאר די אויגן וואו אונזער ציל איז. עס איז אמת אז כדי צו טרעפן דעם אויבערשטן זענען דא די גאנצע תרי"ג מצוות &ndash; יעדע מצוה ברענגט א מענטש נענטער צום אויבערשטן און יעדע גוטע זאך פירט אים צום ריכטיגן דעסטינאציע &ndash; אבער אויף די הויפט 'הייוועי' דארף מען ארויפשרייבן די וויכטיגסטע שטעט, וואס וועלן דערמאנען דעם מענטשן וואו ער דארף אנקומען. דער רבי האט זיך פארלייגט אויף געוויסע ספעציפישע זאכן, ווייל דאס וועט ברענגען דעם מענטשן צו אלעס אנדערש. צום ערשט איז דאס רעדן צום אויבערשטן; א מענטש זאל זיך קובע זיין א צייט ווען ער עפענט זיין מויל און שמועסט זיך דורך מיט'ן באשעפער. נאכדעם איז וויכטיג א מענטש זאל טון אלעס וואס ער קען נאר כדי צו זיין פרייליך. דאס זענען די צוויי זאכן מיט וואס א מענטש זאל זיך ארומנעמען, וואס דאס וועט אים העלפן אריבערגיין דעם וועג בשלום. "די וועלט איז ווי א שמאלע בריק," האט דער רבי געזאגט, "און דער עיקר איז נישט מורא צו האבן." פלעגט מוהרא"ש זאגן: "וואס זאל א מענטש טון כדי ער זאל נישט מורא האבן? ער זאל לייגן א צוים פון ביידע זייטן: פון איין זייט אמונה, און פון די צווייטע זייט שמחה."

    < זעה מער ד אייר תשפ"ו 📝
  • דער באנק

    שאלה: פארוואס רופט מען די ביזנעס פון האלטן און בארגן געלט א "באנק"? &nbsp; ענטפער: דער ענטפער אויף דיין שאלה איז אן אינטערעסאנטע געשיכטע. &nbsp; מיט יארן צוריק, איידער מענטשן האבן געהאט די היינטיגע פינאנציעלע סיסטעמען, פלעגן סוחרים זוכן א זיכער פלאץ וואו צו האלטן זייער גאלד און זילבער. זיי האבן זיך נישט געשפירט זיכער צו האלטן די ווערטפולע מעטאלן ביי זיך אין שטוב, וויבאלד אסאך פון זיי האבן נישט געהאט קיין סעיפס וואו עס צו האלטן. &nbsp; דערפאר האבן טייל סוחרים אנגעהויבן צו האלטן זייער געלט ביי די שמידן. א שמיד האט געארבעט מיט אייזן און מעטאלן און געהאט שטארקע פייער-פרוף סעיפס. דער שמיד פלעגט זיי געבן א שטר &ndash; א סארט באשטעטיגונג &ndash; אז פלוני האט ביי אים אזויפיל און אזויפיל גאלד. &nbsp; אין אנהייב פלעגט מען נוצן די שטרות פשוט אלס א רעסיט צו קענען שפעטער צוריקנעמען דאס געלט, אבער מיט דער צייט האבן מענטשן געזען אז עס איז אסאך גרינגער צו האנדלען מיט'ן שטר אליין, אנשטאט צו דארפן פיזיש טראגן און ברענגען דאס גאלד פון איין פלאץ צום צווייטן. אזוי איז געבוירן געווארן די ערשטע ווערסיע פון די היינטיגע פאפירענע געלט, וואס איז דאן נאך געווען געדעקט מיט גאלד וואס איז געלעגן אין סעיף. &nbsp; די שמידן האבן באמערקט אז עס זאמלען זיך אן ביי זיי גרויסע סכומים פון גאלד, וויבאלד אסאך מענטשן האבן געלאזט זייערע שפורונגען (Savings) ליגן ביים שמיד. האבן זיי אנגעהויבן א פרישע ביזנעס: זיי האבן אנגעהויבן ארויסצוגעבן הלוואות פון די פקדונות וואס זיי האבן געהאט ביי זיך, און פארשטייט זיך געבעטן אינטערעסט (ריבית) אויף די הלוואות. &nbsp; יעצט, וואו קומט אריין דאס ווארט "באנק"? ווייל מיט די צייט האבן די געלט-הענדלער אנגעהויבן צושטעלן פארשטייער אין מארק און זענען געזיצן אויף א באנק. דארט האבן זיי געטון זייערע געשעפטן: געגעבן און גענומען געלט, אויסגעטוישט מטבעות, און געפירט זייערע חשבונות. &nbsp; מיט דער צייט האבן מענטשן אנגעהויבן זאגן "איך גיי צום באנק". אויב א געלט-סוחר איז געגאנגען קראכן &ndash; ווען צופיל מענטשן האבן געוואלט צוריקנעמען זייערע פקדונות בשעת דאס געלט איז געווען ארויסגעבארגט &ndash; פלעגט מען צעברעכן זיין באנק אינעם מארק. פון דעם איז געבוירן געווארן דאס ווארט "באנקראט" ווען א ביזנעס גייט אונטער. &nbsp; ביי אונז גייט שוין אן די "באנק" ביזנעס פיל לענגער. אנשטאט צו האבן די שווערע דאגות פון "מרבה נכסים מרבה דאגה" &ndash; וואס צו טון מיט דעם פילן גאלד &ndash; האבן אידן שוין לאנג געהאט אן אייגענע און הייליגע באנק: א באנק אין בית המדרש. &nbsp; מיר זענען גליקליך אז מיר קענען זיצן אויף דעם "באנק" &ndash; בחצרות בית ה', אינעם הויז פונעם אויבערשטן, וואו יעדער איד קען זיך אראפזעצן און זיך משתעשע זיין מיט די אמת'ע אוצרות אן קיין שום פחד פון גניבה. &nbsp; ביי דעם באנק זענען די אוצרות אן א שיעור. יעדער ווארט צום אויבערשטן, יעדע תפילה, יעדער קאפיטל תהלים, א בלעטל גמרא אדער א פרק משניות &ndash; אלעס ווערט פארזיכטיג אוועקגעלייגט אין אונזער אייגענעם "אקאונט". און כאטש זיי זענען פיל טייערער פון גאלד און זילבער, "נחמדים מזהב ומפז", דארף מען אבער נישט קיין סעיף, נישט קיין שליסל און נישט קיין וועכטער; דער אויבערשטער געדענקט אלעס און פירט א קלארן חשבון, פון וואס גארנישט ווערט פארגעסן. &nbsp; דער סיסטעם איז נישט היינט געבוירן געווארן; עס גייט שוין אן זינט קבלת התורה, ווען דער אויבערשטער האט אונז געגעבן די תורה הקדושה &ndash; אונזער גרעסטן אוצר. פון דעמאלט אן איז יעדע מצוה און יעדע לימוד ווי א דיפאזיט אין דעם אייביגן באנק. &nbsp; און אנדערש ווי א גשמיות'דיגער באנק, איז דא נישטא קיין שום חשש פון "באנקראט". דער באנק קען קיינמאל נישט צוזאמפאלן, ווייל דאס איז דעם אויבערשטנס באנק.

    < זעה מער כז ניסן תשפ"ו 📝
  • שרייבער מיט אגענדעס

    שאלה: לכבוד ר' גרשון קרעמער, &nbsp; איך הער כסדר רעדן איבער "פעיק ניוז", בפרט אין צוזאמענהאנג מיט אונזער יעצטיגן פרעזידענט, וועלכער האלט אין איין פארהאלטן און פארשרייען די מידיע אז זיי זענען איינזייטיג; אז אנשטאט זיין אומאפהענגיגע "זשורנאליסטן", זענען זיי פשוט'ע פארטיי אקטיוויסטן וואס זוכן אים נאר ארונטערצורייסן. מיין שאלה איז: צי איז עס טאקע אזוי? זענען טאקע אלע צייטונגס-שרייבער בעלי אגענדעס און נגיעות? און במחילת כבודך, אויב מעג איך פרעגן, וויאזוי ווייס איך אז איר שרייבט טאקע יא דעם אמת און איר פארדרייט נישט די נייעס באריכטן? &nbsp; &nbsp; ענטפער: איר פרעגט זייער גוט, און איר מעגט טאקע פרעגן. יעצט האלטן מיר דאך ממש ערב דעם הייליגן יום טוב פסח, ווען יעדער טאטע זוכט אז די קינדער זאלן טאקע פרעגן; ווי חז"ל האבן איינגעפירט צו מאכן פארשידענע זאכן ביים סדר בלויז כדי די קינדער זאלן פרעגן, ווייל א תשובה וואס מען באקומט נאכ'ן פרעגן גייט בעסער אריין אין די קינדער. דער ציל יעצט איז אז מען זאל חזר'ן מיט זיך און מיט די קינדער די הייליגע אמונה, אנגעהויבן פון אברהם אבינו, ווי ער האט איינערקענט אז עס קען נישט זיין אז די וועלט פירט זיך אליינס; ער איז געשטאנען אליינס קעגן די גאנצע וועלט וואס האט געלאכט פון אים, אבער ער איז איבערגעקומען אלע נסיונות. דערנאך זענען ארויסגעקומען פון אים די שבטי ק-ה, וועלכע דער אויבערשטער האט געוואלט זאלן אויסגעפרואווט ווערן מיט'ן גלות מצרים. דער אויבערשטער האט געוואלט זען צו וועם זיי וועלן זיך ווענדן, און ווען זיי האבן געשריגן צום אויבערשטן, האט ער איבערגעדרייט די טבע און געוויזן די גרויסע נסים וואס מיר דערציילן פסח ביינאכט, און אזוי זענען די אידן ארויס פון מצרים. &nbsp; יעצט צו דיין שאלה, צי שרייבער האבן אגענדעס. יא, יעדער שרייבער, אפילו ער זאל באמת פרובירן צו זיין אביעקטיוו, איז עס נישט מעגליך; א בשר ודם האט נגיעות, און עס וועט בהחלט ארויסקומען ביים שרייבן. א שרייבער וואס איז לינק וועט עס נישט קענען באהאלטן, ער וועט שרייבן אויף א וועג וואס וועט פרובירן אויפצואווייזן פאר זיינע ליינער די גערעכטיגקייט פון די לינקע מיינונג, און דאס זעלבע וועט זיין אויף רעכטס. א שרייבער וואס ליינט נארישקייטן און הערט אויס פאדקעסטס פון לצים, וועט אריינגיין א גיפט אין זיין שרייבווערק. דערפאר איז זייער וויכטיג אכטונג צו געבן וואס מען הערט און ליינט. &nbsp; מיר דא אינעם "קרית ברסלב בלעטל" זענען אויך נישט קיין יוצאים מן הכלל; מיר האבן אלע קלארע נגיעות, אריינגערעכנט אונזער ארטיקל. אונזער ציל איז אריינצוברענגען אין אונז די פשוט'ע אמונה א גאנץ יאר, נישט נאר פסח ביינאכט, אויף יעדן מעגליכן אופן. איינע פון די וועגן איז דורך נייעס; פון יעדע נייעס, אויב מען קוקט נאר אביסל טיפער, קען מען זען דעם אויבערשטן.

    < זעה מער ד ניסן תשפ"ו 📝
  • מזרח, מערב און דרום אידן

    גרשון קרעמער &nbsp; שאלה: פארוואס ווערן די טייערע ספרד'ישע אידן אנגערופן "עדות המזרח"? זיי קומען דאך פון תימן, וואס איז לכאורה "דרום", ווי דער טייטש פונעם ווארט "תימנה" אין חומש? &nbsp; ענטפער: דיין שאלה איז זייער גוט, און איך האב הנאה אז דו האסט עס ארויפגעברענגט. אבער צום ערשט לאמיר אביסל מאכן סדר: ווען מען רעדט פון "עדות המזרח", מיינט מען בדרך כלל נישט די אידן פון תימן. ביי אשכנזים זענען דא וואס רופן יעדן וואס איז נישט אשכנזיש "ספרד'יש", וואס איז אויך נישט אינגאנצן ריכטיג, ווייל "ספרד" מיינט שפאניע, בשעת "עדות המזרח" באציט זיך צו עפעס אנדערש. &nbsp; די צעטיילונג צווישן 'מזרח' און 'מערב' שטאמט נאך פון די צייטן פון די רוימישע אימפעריע. במשך די יארן איז די רוימישע אימפעריע צעטיילט געווארן אין צוויי חלקים: די "מערב רוימישע אימפעריע" מיט דער הויפטשטאט אין רוים, און די "מזרח רוימישע אימפעריע" (וואס מען האט שפעטער גערופן די "ביזאנטישע אימפעריע"). וואס זייער הויפטשטאט איז געווען קאנסטאנטינאפאל (היינט הייסט די שטאט "איסטאנבול", די הויפטשטאט פון טערקיי). &nbsp; כאטש די אימפעריעס זענען שוין לאנג צעפאלן, זענען די באגריפן 'מזרח' און 'מערב' פארבליבן אין אונזער לעקסיקאן. 'מערב' (אדער "די וועסט" ווי מען רופט עס אין ענגליש) באציט זיך צו אייראפע &ndash; וואו די אשכנזישע אידן האבן געוואוינט אונטער דער מערב רוימישער אימפעריע, און 'מזרח' ("איסט") באציט זיך צו די לענדער וואס זענען געווען אונטער דער מזרח-אימפעריע, ווי איראק, איראן, סיריע און טערקיי. &nbsp; יעצט בנוגע תימן: די אידן פון תימן האט מען קיינמאל נישט אריינגערעכנט אין די "עדות המזרח". עס איז שטארק מסתבר אז דער נאמען 'תימן' שטאמט דערפון וואס עס געפינט זיך אין דרום &ndash; סיי עס איז דרום פון ארץ ישראל, און סיי עס איז די מערסטע דרום פונעם אראבישן האלב-אינזל. אויסערדעם וואס תימן איז קיינמאל נישט געווען אונטערגעווארפן אונטער די רוימישע אימפעריע, צוליב דעם וואס עס איז געווען זייער שווער אנצוקומען אהין פון אנדערע לענדער, איז זייער קולטור, מנהגים און מסורה געבליבן אפגעהיטן און זייער אייגנארטיג. אויב אשכנזישע אידן און עדות המזרח אידן זענען אנדערש, זענען די תימנער נאך פיל מער אנדערש פון זיי ביידע. &nbsp; דאס וואס מען רעכענט אסאך מאל אריין "ספרדישע אידן" אין די "עדות המזרח", איז בעיקר צוליב דעם וואס נאך גירוש שפאניע און פארטוגאל זענען פילע אידן, ובתוכם פילע גדולי ישראל פון "שפאניע-ספרד", אנטלאפן צו די "מזרח" לענדער, און אין פילע קהילות זענען די צוויי קרייזן געווארן שטארק אויסגעמישט. &nbsp; למעשה קען מען עס יעצט צוטיילן צווישן "מזרח" &ndash; אייראפע/אשכנז, "מערב" &ndash; די אראבישע לענדער, און "דרום" &ndash; די אידן פון תימן. אבער כאטש יעדער האט זיין אייגנארטיגע מסורה מיט אנדערע מנהגים און קולטור, זענען מיר אלע קינדער פון איין טאטן, און מיר דארפן בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן האבן די תמימות פון די מזרח און דרום אידן. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ זאגן אז ער איז מקנא די תמימות פון די טייערע ספרדישע אידן. אבער כאטש מען האט ביי אונז אזויפיל גערעדט איבער די שיינקייט פון תמימות, זאגט דער רבי (שיחות הר"ן סימן נ"א) אז "גם בתמימות אסור להיות שוטה" (אפילו מען איז תמימות'דיג, טאר מען נישט זיין קיין נאר). דאס איז טאקע געווען דער חורבן פון די פילע ערליכע אידן פון עדות המזרח וועלכע די ציונים האבן ארויפגעברענגט קיין ארץ ישראל; זיי האבן אויסגענוצט זייער תמימות און געשטעלט "רבנים מטעם" וואס האבן זיי פארקויפט טריפות אלס כשר, און זיי איינגערעדט כאילו אין ארץ ישראל דארף מען שוין נישט היטן תורה ומצוות רח"ל, און די טייערע הייליגע ספרדישע אידן האבן עס אנגענומען צוליב "כבוד הרב". &nbsp; פון די אנדערע זייט אבער, האבן די ציונים נישט באוויזן אויסצורייסן די אמונה פון די טייערע ספרדישע אידן. נישט קיין חילוק וויאזוי זיי זענען נעבעך געפאלן, לעבן זיי אבער נאך מיט אזא זיסע אמונה, און א דאנק די אמונה, קומען צוריק זייער שנעל. די מפיצים פארציילן ווי צענדליגער טויזנטער אידן מעדות המזרח קומען צוריק צום אויבערשטן דורך נאר אביסל הפצה. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו שפירן דעם אויבערשטן מיט אן אמת, און האבן די ריכטיגע מאס תמימות, וועט אונז זיין גוט אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.

    < זעה מער א ניסן תשפ"ו 📝
  • וועיז פוינטס

    שאלה: איך האלט שוין ביי איבער 7,384 פוינטס וואס איך באקום פון די באקאנטע נעוויגאציע עפפ 'וועיז' (Waze). יעדעס מאל וואס איך באריכט עפעס א צושטאנד אויפן וועג, ווי למשל א פאליציאנט, טרעפיק, נעפל, אדער א פאטהאל, באקום איך פרישע פוינטס. איך וואלט געוואלט וויסן וואו איך קען דאס פארקויפן; וועל איך עפעס קענען פארדינען דערפון ווען איך קום אן צו א גרויסע צאל, למשל צו 12,000 פוינטס? &nbsp; ענטפער: מיין טייערער ידיד, איך וויל דיר נישט אנטוישן, אבער עס איז כדאי דו זאלסט וויסן אז אפילו אויב דו וועסט גרייכן צו א ביליאן פוינטס &mdash; יא, א גאנצע ביליאן מיט א "בּ" &mdash; וועסטו פארדינען דערפון איין גרויסע ריזיגע גארררררררנישט מיט א ביליאן רי"ש'ס. דו קענסט מאכן א ביליאן באריכטן פאר די פירמע, אבער אויסער פוינטס בלייבט דיר גארנישט דערפון. אבער פון די אנדערע זייט, פאר "איין" ווארט צום אויבערשטן פארדינט מען גאר אסאך; זאג איין ווארט "באשעפער" און דו האסט שוין פארדינט מער פון א ביליאן דאלער. זאג איין פרק משניות, איין פסוק חומש, אדער עטליכע שורות גמרא, און דאס וועט דיר בלייבן אויף אייביג. &nbsp; אויב דו נעמסט אבער אריין דעם אויבערשטן בשעת'ן באריכטן, איז עס שוין גאר עפעס אנדערש. ווען דו פארסט און דו זעסט א פאטהאל און דו ווילסט טון א מצוה, א חסד מיט א צווייטן איד, און מקיים זיין די מצוה פון השבת אבידה כדי יענער זאל נישט שאדן האבן קיין געלט &mdash; דאס זענען שוין באמת אסאך פוינטס, און דאס לוינט זיך זיכער. &nbsp; אבער אויסער דעם, סתם צו באקומען פוינטס, איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס. וואס מען קען אבער יא זען דערפון, איז די כח פון א גוט ווארט. די כח פון א "וואַו" &ndash; מיליאנען מענטשן זענען גרייט זיך איינצושטעלן און אפילו באקומען א טיקעט (ווייל לעגאל טאר מען נישט אנרירן דעם טעלעפאן ביים דרייוון), אבער עס לוינט זיך אים, ווייל ער גייט באקומען א העכערע ראנג ביי "וועיז" און זיין סטאטוס גייט זיך הייבן. ווען איינער הייבט אן צו נוצן וועיז, איז זיין סטאטוס א "בעיבי וועיזער", ער קען אבער שטייגן צו א "וועיזער", דערנאך צו א "נייט וועיזער", און דער העכסטער טיטל איז א "ראיאלטי וועיזער". "דו ווייסט ווער איך בין? איך בין נישט סתם אבי ווער, איך בין א יש, איך בין א ראיאלטי וועיזער!" &nbsp; דעם טריק קענען מיר אויסנוצן אויף א פאזיטיוון אופן: צו געבן גוטע ווערטער פאר אלע אונזערע ארומיגע און זען די שיינע זאכן ביי זיי, בפרט ביי די ווייב און קינדער. "וואו, דו ביסט אזא צדיק, דו דאווענסט אזוי שיין!" און די קינדער וועלן מיט'ן אויבערשטענס הילף אויסוואקסן ערליך, געזונט און גוט. &nbsp; און קאמפאניס נוצן טאקע די עצה פאר זייערע אייגענע בענעפיטן. זייער ציל איז געלט, און כדי מען זאל זיך קענען פארלאזן אויף זייער עפפ, מוזן זיי האבן באנוצער וואס באריכטן. אנשטאט צו באצאלן מיט געלט, געבן זיי עפעס וואס איז אסאך מער ווערט פון געלט: עטענטשן. &nbsp; דערפאר מיין טייערער חבר, אנשטאט צו שטיין און רעפארטן יעדע זאך, און באקומען נאך א 'וואו', זיי ענדערש דו דער וואס טיילט ריווארדס; געב פוינטס פאר אלע דיינע ארומיגע, און דו וועסט האבן א זכות מחזק צו זיין אידישע קינדער צו שטייגן אין תורה און אין יראת שמים. &nbsp; גרשון קרעמער &nbsp;

    < זעה מער כג אדר תשפ"ו 📝
  • מורישקעס אויפן דאך

    שאלה: וויאזוי קען א מורישקע זיך האלטן אויפן דאך? ר. זאבעל &nbsp; ענטפער: דאס איז א גאר קלוגע שאלה. וויאזוי קען טאקע א מורישקע שפאצירן אויף א וואנט און אויפן סופיט (דער אינעווייניגסטע זייט פונעם "דאך" הייסט אויף אידיש "סופיט", אויף ענגליש "סילינג", דער דרויסענדדיגע חלק, אויפן גאס, הייסט "דאך" אויף ענגליש "רוף"), מיט קאפ אראפ, אן דעם וואס זי זאל אראפפאלן? &nbsp; דער ענטפער איז, אז דער באשעפער האט איר צוגעשטעלט די כלים וואס זי דארף האבן כדי צו קענען טון וואס זי דארף. אירע פיצעלע פיסלעך פארמאגן גאר קליינע העקעלעך און זענען אויך אביסל קלעבעדיג. זי שטעקט אריין די דאזיגע העקעלעך אין די קלענסטע שפאלטן, וואס קענען זיין אזוי קליין אז אונזערע אויגן באמערקן עס בכלל נישט. פאר אונז קען א שטח אויסזען אינגאנצן גלאט און פלאך, אבער פאר די מורישקע, וואס איז פיצל און וועגט כמעט גארנישט, זעט דער שטח אויס ממש פול מיט "הויכע בערג" און "טיפע טאלן", וואו זי קען דארט אריינשטעקן אירע קליינע קלעבעדיגע פיסלעך און זיך האלטן פעסט, אפילו אויפן סופיט. &nbsp; דער באשעפער האט באשאפן דעם קליינעם מוראשקע מיט א געוואלדיגע חכמה. זיי ארבעטן אינאיינעם מיט א געוואלדיגע אחדות, יעדער איינער טוט זיך זיין פליכט, און אויף דעם וועג קלויבן זיי צונויף שפייז; זיי בויען אויף גאנצע שטעט פול מיט הייזער און צימערן, און מסודר'דיגע סטארעדזשעס אנגעפילט מיט עסן פארן גאנצן לאנגן ווינטער. דאס לערנט אונז א געוואלדיגע לימוד: אפילו ווען מיר פילן זיך אזוי קליין און גארנישט, דארפן מיר ווייטער אנגיין מיט אונזער עבודת השם. יעדער איד דארף טון וואס דער באשעפער וויל פון אים, און דורך דעם וועט ער זיך אויפבויען א הערליכן פאלאץ אויף יענער וועלט, ווי ער גרייט זיך אן אן אוצר אנגעפילט מיט אלעם גוטן. יעדע משנה וועט דעמאלטס זיין פאר אונז די לופט צום אטעמען, יעדער קאפיטל תהילים וועט זיין א געשמאקע טרונק, און יעדער פסוק חומש וועט זיין פרישע, געשמאקע שפייז. &nbsp; לאמיר פאלגן דעם צדיק, וועלן מיר וויסן אז דער אייבערשטער וויל נישט מיר זאלן טון זאכן וואס זענען העכער אונזערע כוחות. אזוי ווי דער רבי טייטשט אויפ'ן פסוק "ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשה" &ndash; אז די אידן האבן ליידער נישט געוואלט אויסהערן משה רבינו, וואס דאס איז געווען א חסרון אין זייער אמונה, און צוליב דעם האבן זיי געמוזט ארבעטן שווער. &nbsp; יעצט מיר גרייטן זיך צום הייליגן זיסן יום טוב פסח, איז די פאסיגסטע צייט צו רעדן איבער חומרות. ווייל אפילו פסח דארף מען זיין פארזיכטיג, ווייל חומרות קען ברענגען מרה שחורה. דער רבי פארציילט, אז ווען ער איז געווען יונג האט ער נישט געוואוסט וואס צו טון מיט זיך; ער פלעגט כסדר טראכטן פון נאך חומרות וואס ער קען צולייגן. דער רבי איז אפילו אוועקגעפארן פון זיין שטאט אויף יום טוב, ווייל ער האט געוואלט האבן א קוואל וואסער כדי צו זיין פארזיכערט אז ס'איז נישטא קיין שום חשש חמץ דערין. אבער למעשה האט דער רבי אויסגעפירט: "ברוך השם אז היינט דארף איך שוין נישט קיין חומרות. היינט ווייס איך שוין אז דער באשעפער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים. היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליין." &nbsp; גרשון קרעמער

    < זעה מער כ אדר תשפ"ו 📝
  • נאסע הענט

    שאלה: וואס איז פשט אז ווען די הענט ווערן נאס ווערן זיי פארקנייטשט, אדער ווי קינדער רופן עס "באבע הענט"? איז דאס א גוטע זאך אדער א שלעכטע זאך? איז דא אן עצה צו פטור ווערן שנעל? &nbsp; ענטפער: דאס איז גאר א וואונדערליכע זאך וואס דער אויבערשטער האט באשאפן אינעם מענטש, אז די הויט ווערט ווי מען רופט עס "באבע הענט", נאכן זיין אין וואסער פאר א לענגערע צייט. &nbsp; אמאל האט מען געמיינט אז די הויט ציט פשוט איין דאס וואסער און ווערט אביסל אויסגעצויגן, און דערפאר ווערט עס פארקנייטשט. אבער וויסנשאפטלער זאגן אז דאס איז גאר עפעס אנדערש. דאס איז א רעאקציע פון דער נערוון סיסטעם ווען די נערוון פילן אז די הויט איז נאס, שיקן זיי א סיגנאל צו די בלוט-אדערן אונטער דער הויט זיי זאלן זיך איינציען. דאס מאכט די הויט שיכטן אונטער דער אויבערפלאך אביסל קלענער, בשעת די אויבערשטע בלייבט די זעלבע גרויס, וואס איז גורם די קנייטשן אין דער הויט. &nbsp; דאס וואס דו פרעגסט צי עס איז גוט אדער שלעכט, איך גלייב אז דו האסט נישט געטראכט פאר א רגע אז עס איז חלילה שלעכט, ווייל אלעס וואס דער אויבערשטער מאכט איז נאר גוטס. האסט מן הסתם געמיינט צו פרעגן צי עס שאדט אדער נישט. און אויך אויף דעם איז די ענטפער, ניין, עס שאדט בכלל נישט פאר א מענטש אז זיין הויט ווערט פארקנייטשט. אמת אז בשעת עס איז נאס, וועט עס נאך זיין אביסל האקל, און וועט גרינגער באקומען א קראץ, אבער דאס איז ממש נאר צייטווייליג, ביז עס טרוקנט זיך אויס. &nbsp; אבער לאמיר אריינגיין אין די זאך, און זען די חסד פון אויבערשטן, וואס איז די טובה פון די קנייטשן, און וואס געבט עס אונז צו. &nbsp; די קנייטשן העלפן א מענטש מען זאל בעסער קענען אנכאפן זאכן און זיי זאלן נישט אזוי שנעל גליטשן (גריפ) ווען די הויט איז נאס. די קנייטשן העלפן אז כאטש נאסקייט מאכט זאכן מער גליטשיג, וועט עס נישט זיין "אזוי" גליטשיג מיט די קנייטשן. די זעלבע זאך ביים גיין. מען וועט זיך נישט אזוי שנעל אויסגליטשן ביים גיין אויף א נאסן פלאר. &nbsp; וויאזוי ווערט מען שנעל פטור דערפון? עס איז נישט קיין קרענק, און עס איז נישט קיין פראבלעם. אבער אויב ווילסטו שנעל צוריקברענגען די הויט צו איר נארמאלן שטייגער, קען מען נוצן די עצות: גוט אפטרוקענען, גיין אויף א ווארימען פלאץ, און לאזן לופט צוקומען. &nbsp; פון יעדן פרט אין די בריאה קען מען זען די חסדים פון אויבערשטן. כאטש מיר פארשטייען גארנישט, און מיר האבן נישט די מינדסטע השגה וואס און פארוואס, קענען מיר אבער איבעראל טרעפן דעם אויבערשטן, און עס אויסנוצן אים צו דאנקען אויף יעדע זאך. &nbsp; כל עצמותי תאמרנה ה' מי כמוך. &nbsp;

    < זעה מער י אדר תשפ"ו 📝
  • לכבוד פורים

    שאלה: איך האב באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך. הצלה האט געקויפט א נייע אמבולאנס, אבער דאס מאל האבן זיי געקויפט א הויכע "ספרינטער" טייפ הצלה אמבולאנס. איך וואונדער מיך פארוואס מען דארף האבן אזא הויכן הצלה קאר. &nbsp; ענטפער: אין די קארידארן האט זיך געטון אסאך אין די לעצטע צייט. עס איז געגאנגען אויף טישן און בענק. זה אומר בכה, וזה אומר בכה. וואס איז געשען? איבער וואס טענה'ט מען זיך? זיי האבן זיך לעצטנס געמוטשעט מיט א נייע אנשיקעניש. עס האט שוין פאסירט מער ווי איין מאל אדער צוויי מאל: פונקט אינמיטן די שענסטע צייטן ביי אידישע קינדער, ווען מען איז זוכה מען פירט אונטער א קינד אונטער די חופה און די קינדער שטעלן אויף א נייע אידישע שטוב, פלוצלינג ווערט א פאניק. אינמיטן די טענץ, דער מחותן אליין, מיט זיין נייע, הויכן לעבעדיגן שטריימל, ווערט פלוצלינג בלאס; ער פילט זיך נישט גוט. ער קוקט זיך ארום אויף זיינע קרובים, זיינע פריינד, שכנים און באקאנטע, ביי וועמען ער האט געמוזט בארגן און שנארן. ער פילט זיך ליידער שלעכט; זיין הארץ קען נישט אויסהאלטן די שרעקליכע פרעשור און די הויפענס חובות, און ליידער מוז מען אים אפפירן אין שפיטאל. &nbsp; די וואלונטירן טוען זייער ארבעט געטריי, און מען באגלייט דעם מחותן ארויס פונעם זאל, אבער דא הייבט זיך אן די עכטע פראבלעם. דער נייער שטריימל פיט פשוט נישט אריין אין דעם אמבולאנס! וויאזוי קען מען דאס צולאזן, אז דער מחותן אינמיטן זיין געהויבענע שמחה, זאל חלילה און חס איבערלאזן זיין שטריימל אז עס זאל קאליע ווערן? דער שטריימל האט דאך שוין געקאסט אזויפיל עגמת נפש און מען איז אריין אין אזעלכע גרויסע חובות דערפאר, און יעצט זאל אלעס גיין לטמיון צוליב אזא זאך? &nbsp; עס זענען אפגעהאלטן געווארן היציגע אסיפות מיט די עסקנים און מיט'ן הצלה קאמיטע. מען האט אראפגערופן דעם ליעזאן פונעם מעיאר'ס אפיס, און אפילו די "חכמי כעלעם פון די פאדקעסטס האט מען אריינגעברענגט אינעם בילד. נאך פילע איבעררעדונגען און שווערע לאביאינג השתדלות, איז מען געקומען צו א באשלוס אז מען מוז טרעפן א לעזונג צום פראבלעם. מען האט געשאפט נדיבים און רעגירונגס פאנדן צו קויפן נייע אמבולאנסן מיט א ספעציעלע הויכע דאך, אזוי אז נישט נאר דער 2026 שטריימל זאל אריינפיטן, נאר מען האט אויך געטראכט פאראויס אויפ'ן עתיד. די עקספערטן זאגן דאך אז אין די קומענדיגע פינף ביז צען יאר וועט דער שטריימל וואקסן מיט לכל הפחות נאך צען אינטשעס, דעריבער האט מען זיכער געמאכט אז די דאך איז גענוג הויך נאכצוקומען די אלע באדערפענישן. &nbsp; עס איז דא נאך אן עצה, וואס איז סיי פיל גרינגער און סיי פיל שווערער. דאס איז זיך צו האלטן און פאלגן די עצות פון צדיקים. הייב אן צו לעבן מיטן אויבערשטן, און דו וועסט שוין מער נישט מורא האבן וואס מענטשן וועלן זאגן. הייב אן רעדן צום באשעפער, און דו וועסט איינזען אז מ'קען סייווי נישט צופרידנשטעלן יעדן איינעם. דעמאלטס וועסטו קענען זיין באמת פרייליך פורים און א גאנץ יאר. &nbsp; א גאנץ יאר, פרייליך, א גאנץ יאר פרייליך, פרייליך זאל מען זיין.

    < זעה מער ב אדר תשפ"ו 📝
  • חובות פון די רעגירונג

    שאלה: &nbsp; איך בין א 16 יעריגער בחור. מיר האבן זיך לעצטנס אריבערגעצויגן פון לאנדאן צו די "גאלדענע אמעריקע". איך האב דא אנגעהויבן הערן די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און איך האב זייער הנאה דערפון. &nbsp; אבער פון דער אנדערער זייט, הער איך לעצטנס אז אמעריקע איז גארנישט אזוי גאלדן ווי איך האב געמיינט. איך הער אז די אמעריקאנער רעגירונג איז שולדיג טריליאנען דאלארן. איך ווייס נישט פונקטליך וויפיל, אבער ס'איז פיל מער וויפיל די גאווערמענט וועט נאר אמאל קענען באצאלן... וואס מיינט דאס? ווען וועלן זיי דאס אמאל קענען אויסצאלן? איך וואוין אין א לאנד וואס איז אזויפיל שולדיג; איז דא בכלל עפעס א פלאן? וועלן מיר אמאל ארויסגיין פון די אלע שווערע חובות איידער די עקאנאמיע גייט קראכן? איך קען ממש נישט שלאפן ביינאכט פאר דאגה, ביטע ענטפערט מיר. &nbsp; תשובה: &nbsp; דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט שלאפלאזע נעכט, בין איך גראדע נישט באזארגט. אז דו הערסט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, וועסטו שוין גאנץ שנעל זען אז ס'איז גארנישט דא וואס צו מורא האבן. אויך האב איך פאר דיר גוטע נייעס: נישט איך און נישט דו וואוינען אין אמעריקע. וואו יא? דו וואוינסט ביי דיר אינדערהיים. אויב דו וועסט נישט אויסהערן קיין העדליינס און נישט ליינען קיין צייטונגען, וועסטו מער נישט זיין באזארגט איבער אמעריקע. &nbsp; אבער דאס וואס דו פרעגסט וועגן חובות, דאס איז טאקע א שטארקע דאגה. אדרבה, העלף מיר ארויס, ווייל איך אליין האב אויך ריזיגע חובות, און איך זע נישט קיין וועג בדרך הטבע וויאזוי איך זאל דאס אמאל קענען באצאלן אין מיין לעבן. &nbsp; איך האב אויגן, ב"ה איך קען זען. איך האב הענט, איך קען טאפן און שפירן. איך האב פיס, איך קען גיין. דו ווייסט בכלל וויפיל מיר זענען שולדיג פארן אויבערשטן? וויפיל געלט וואלט א בלינדער מענטש באצאלט פאר א דאקטאר וואס וואלט אים געקענט צוריקגעבן זיין ראיה? מיר האבן אזויפיל גוטס פונעם אויבערשטן; מיר זענען אזויפיל שולדיג. מיר האבן ריזיגע חובות. דאס זענען חובות וואס מיר קענען קיינמאל נישט באצאלן. &nbsp; לגבי די רעגירונג'ס חובות: ביי די רעגירונגען איז דא א באשטימטע צייט ווען יעדער חוב מוז באצאלט ווערן. אויב א רעגירונג האט נישט גענוג געלט, בארגט זי דאן פון פריש צו באצאלן די אלטע חובות. דאס איז א סיסטעם וואס אלע גרויסע לענדער ניצן. איז דאס דען נארמאל? ניין, ס'איז בכלל נישט געזונט צו לעבן אויף חובות. אבער, דער באשעפער פירט די וועלט. אויב דו דאוונסט און יעדן טאג באצאלסטו אפ א קליינע טראפ פון דיינע חובות צום באשעפער דורך רעדן צו אים און אים דאנקען, וועט דער אויבערשטער דיר העלפן אז דו וועסט האבן פרנסה, און דו וועסט קיינעם גארנישט שולדיג זיין. &nbsp; שכן חובת כל היצורים לפניך ה' אלקינו להודות ולהלל

    < זעה מער כט שבט תשפ"ו 📝
  • וויאזוי ספעיס שיפן פארן

    שאלה יא, גוטן. איך האב געזען וואס איר האט געשריבן איבער סעטעלייטס, עס איז געווען זייער אינטערעסאנט. איך האב א שאלה ספעציפיש איבער סאטעליטן, און בכלל איבער אלע זאכן וואס פליען ארום אין די "ספעיס" (חלל). &nbsp; דא ביי אונז אויף דער וועלט פארשטייען מיר וויאזוי זאכן רוקן זיך. א קאר פארט דורך דעם כח פון די עקספלאזשענס אינעם ענדזשין, דאס דרייט די רעדער, און די גרעוויטי האלט די קאר אויף דער ערד. אן עראפלאן האלט זיך אויף די פליגלען, און דער ענדזשין שטופט עס פאראויס. &nbsp; אבער וויאזוי קען זיך א סאטעליט רירן און דרייען אין ספעיס, דארט ווי עס איז נישטא קיין לופט? &nbsp; יישר כח,א. ליינער &nbsp; תשובה &nbsp; דאס איז טאקע א זייער גוטע שאלה. דער סיבה פארוואס עס איז אונז שווער צו באגרייפן וויאזוי דאס ארבעט, איז ווייל מיר לעבן דא אין אן אטמאספערע וואס איז פול מיט לופט, און מיר האבן נאך קיינמאל נישט געהאט קיין לופטלאזע עקספיריענס דא אויף אונזער וועלטל. &nbsp; בקיצור איז דער תירוץ: מען דארף נישט קיין לופט כדי זיך צו קענען רירן. יעדע פעולה וואס שטופט, שטופט אין ביידע ריכטונגען. &nbsp; עס מאכט זיך אפט ווען א מענטש טרעפט א צדיק און ער פרישט זיך אויף צו דינען דעם אויבערשטן, קען צומאל פאסירן אז ער שפירט ווי ער פאלט צוריק, און ער פארשטייט נישט וואס דא גייט פאר. קודם האט מען געשפירט א געוואלדיגע קרבת אלוקים, מ'הויבט אן צו שפירן דעם אויבערשטן, אבער פלוצלינג פילט מען זיך אינגאנצן "אויסגעלאשן". א מענטש קען ווערן זייער צומישט פון אזא מצב. &nbsp; דער הייליגער רבי שרייבט דערוועגן אין ליקוטי מוהר"ן, אין א קליינע תורה, תורה רס"א: "כְּשֶׁנּוֹפֵל אָדָם מִמַּדְרֵגָתוֹ, יֵדַע שֶׁמִּן הַשָּׁמַיִם הוּא, כִּי הִתְרַחֲקוּת &ndash; תְּחִלַּת הִתְקָרְבוּת, עַל־כֵּן נָפַל, שֶׁיִּתְעוֹרֵר יוֹתֵר לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ. וַעֲצָתוֹ &ndash; שֶׁיַּתְחִיל מֵחָדָשׁ לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, כְּאִלּוּ לֹא הִתְחִיל עֲדַיִן כְּלָל מֵעוֹלָם. וְזֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, שֶׁצְּרִיכִין מַמָּשׁ בְּכָל יוֹם לְהַתְחִיל מֵחָדָשׁ". ווען א מענטש שפירט אז ער פאלט חלילה, זאל ער וויסן אז דאס קומט אויך פונעם באשעפער. ווייל טאקע די דערווייטערונג ברענגט אים נענטער, און דאס איז די גאנצע סיבה פארוואס ער איז אראפגעפאלן, כדי עס זאל אים אויפוועקן צוריקצוקומען צום אייבערשטן, און אויפפרישן זיין עבודת השם כאילו ער הייבט יעצט אן דינען דעם באשעפער צום ערשטן מאל. ווייל דאס איז א גרויסער יסוד אין עבודת השם, אז מ'מוז באמת אנהייבן יעדן איינציגן טאג פון פריש. &nbsp; אין די גשמיות'דיגע וועלט זעט מען אויך ענליך צו דעם: ווען מ'שטופט א זאך פאראויס, שטופט מען זיך אליינס צוריקצווועגס. מ'קען דאס זען זייער קלאר ביים גיין; מ'קען נאר מאכן א טריט פאראויס דורך דעם וואס מ'שטופט דעם פוס צוריקצווועגס. אזוי האט דער אויבערשטער באשאפן די וועלט. &nbsp; א סאטעליט אדער א ראקעט פונקציאנירט אינגאנצן אנדערש ווי א פליגער. ער שטופט נישט קיין לופט; ער פארמאגט קליינע מאטארן וואס פארברענען ברענשטאף. ווען מען וויל א ספעיס-שיף זאל זיך רוקן צו א געוויסע ריכטונג, צינדט מען אן דעם מאטאר פונעם "טראסטער", וואס דאס שטופט ארויס גאזן אויף די פונקט פארקערטע זייט פון וואו מען וויל עס שטופן. &nbsp; דאס זעלבע איז ווען מען וויל זיך אויסדרייען אדער טוישן די ריכטונג: מען צינדט אן דעם מאטאר פון די פארקערטע זייט פון דעם געווינטשענעם דריי. אבער דארט אין "ספעיס" זענען דא נאך זאכן וואס זענען אנדערש ווי דא ביי אונז. דא, ווען מען שטופט אדער מען דרייט עפעס און מען הערט אויף, וועט עס ביסלעכווייז פארלירן דעם שוואונג און זיך צוביסלעך אפשטעלן. אין ספעיס אבער, וועט עס אנהאלטן דעם זעלבן גאנג און ווייטער פארן אדער זיך דרייען אן אויפהער, ביז ווילאנג מען טוט נישט עפעס א פעולה עס אפצושטעלן. &nbsp; דאס ברענגט אונז צו נאך א נקודה למחשבה: דא ביי אונז אויף די גשמיות'דיגע וועלט, דארפן מיר כסדר באקומען פרישע "גאז" און א פרישן "שטופ". מיר דארפן האבן א צדיק און גוטע חברים וואס זאלן אונז שטענדיג דערמאנען מה חובתינו בעולמנו, און נאר אזוי קענען מיר זיך האלטן און פארן ווייטער אינעם ריכטיגן וועג בסייעתא דשמיא.

    < זעה מער כא שבט תשפ"ו 📝
  • די עלעקטערעיק קראכט

    שאלה: &nbsp; וואס איז דאס אז צומאל לעשט זיך אויס די עלעקטריק, און מ'דארף גיין צום "פאנעל" דארט צו דרוקן א סוויטש כדי עס זאל צוריק אנהייבן ארבעטן? &nbsp; אליעזר שלמה טייטלבוים &nbsp; ענטפער: &nbsp; דאס איז א הערליכע און זייער א טיפע שאלה. דער תירוץ איז, אז א "סוירקעט ברעיקער" איז א ספעציעלע סוויטש וואס איז אויסגעשטעלט זיך אליין אפצוהאקן אויב עס מאכט זיך א פראבלעם מיט די עלעקטריק. ווען די לעקטער לעשט זיך אויס, פאסירט דאס קיינמאל נישט סתם אזוי; עס איז אלעמאל דא א גוטע סיבה פארוואס דאס געשעט. דער סוויטש היט אפ די ווייערס פון ווערן געשעדיגט, און עס פארמיידט &ndash; חס ושלום &ndash; אומגליקן אדער שריפות. &nbsp; ביי אונז מענטשן איז דאס פונקט דאס זעלבע. די גמרא אין מסכת תענית (דף כ"א) דערציילט אונז א מעשה וועגן א דאקטער, אבא אומנא, וואס פלעגט באקומען א גרוס (א "שלום עליכם") פון הימל יעדן איינציגן טאג. בעת וואס אביי פלעגט באקומען א גרוס פון הימל נאר איין מאל א וואך, יעדן פרייטאג צונאכטס. אביי האט געהאט א חלשות הדעת און זיך געוואונדערט: "פארוואס איז דער דאקטער מער חשוב ווי מיר? ער באקומט א גוט ווארט יעדן טאג, און איך נאר איין מאל א וואך?" האט מען אים געזאגט פון הימל: "דו קענסט נישט באווייזן דאס וואס אבא אומנא טוט." אבא אומנא האט געהאט זיינע אייגענע שווערע נסיונות וואס ער האט געדארפט איבערקומען. ער פלעגט זיין זייער אפגעהיטן מיט צניעות און היטן די אויגן ווען ער האט געדארפט באהאנלדען פרויען. אזוי אויך האט ער זייער שטארק אכטונג געגעבן אויף די כבוד פון ארימעלייט, וואס פלעגן באקומען זיינע סערוויסעס בחינם, און ער אליין האט אפילו נישט געוואוסט ווער עס האט באצאלט און ווער נישט. &nbsp; אבא אומנא האט נישט געדארפט פארלענערן שיעורים. נישט דאס וויל דער אויבערשטער פון אים. ער האט פשוט געטון דאס וואס דער אויבערשטער האט געוואלט פון אים, און דערפאר איז עס געווען זייער חשוב אין הימל. פונקט אזוי דארף אביי נישט ווערן יעצט קיין דאקטער, אביי דארף ווייטער שרייבן די גמרא און לערנען מיט זיינע תלמידים אזוי אז מיר האבן די הייליגע גמרא ביזן היינטיגן טאג וואס איז אונז מחי' אינעם שווערן גלות ביזן היינטיגן טאג. &nbsp; לאמיר צוריקגיין צו עלעקטריק. די הויפט סיבה פארוואס א ברעיקער קראכט (טריפט) איז ווען מ'שטעקט אן צופיל אפלייענסעס אויף איין ליין. למשל, א מייקראוועיוו, אן עיר קאנדישן, א העיר דרייער, אדער א וועקיום קלינער שלעפן אלע זייער אסאך ענערגיע. ווען דער ברעיקער פילט אז ער ווערט איבערגעהיצט &ndash; וואס דאס קען חס ושלום ברענגען א סכנה &ndash; לעשט ער זיך גלייך אויס. &nbsp; פשוט צוריק אנצונדן דעם סוויטש איז נישט די עצה - אויב עס זענען נאך אלץ איינגעשטעקט צופיל זאכן. מען דארף איבערלאזן נאר איין אפלייענס אויף יענעם ספעציפישן ליין, און אי"ה וועט עס ארבעטן געהעריג. אויב דאס העלפט נישט, איז כדאי צו רופן אן עקספערט וואס זאל פעסטשטעלן וואס מען דארף פארריכטן. &nbsp; אזוי אויך דארף א מענטש זוכן אן עצה ביי א צדיק ווען ער פילט אז ער אליין ווערט "איבערגעהיצט". אסאך מאל מיינען מיר אז מיר דארף טון שווערע עבודות כדי צו זיין ערליכע אידן, וואס איז נישט אלץ ריכטיג. אסאך מאל פארגעסן מיר פון די פשוטע גרינגע זאכן, וואס דער יצר הרע רעדט אונז איין אז דאס איז צו גרינג און צו פשוט. אבער אפילו אויב עס זענען דא מענטשן וואס קענען באווייזן פארשידענע שווערע זאכן, מיינט עס נאכנישט אז מיר דארפן זיי נאכמאכן; יעדער דארף טון דאס וואס ער איז אליין ביכולת. &nbsp; יעדער איינער האט זיין אייגענעם ספעציעלן תפקיד. דער הייליגער רבי ר' אלימלך פלעגט זאגן: "מיילעך וועט מען נישט שטראפן פארן נישט זיין זושא; מיילעך וועט מען שמייסן פארן נישט זיין מיילעך." &nbsp; צו פרעגן א שאלה, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com אדער רופט אדער טעקסט צו 845-445-7447.

    < זעה מער טו שבט תשפ"ו 📝
  • אנערעקסיע

    שאלה: א גוטן, איך וואלט געוואלט פרעגן א שאלה פון ר' גרשון קרעמער: וואס פונקטליך איז דאס "אנארעקסיע"? איך הער אז דאס איז א שרעקליכע מחלה; מענטשן ווערן ממש אויסגעדארט און גייען אויס ווי א ליכט. וואס איז דאס "אנארעקסיע" און וויאזוי באהאנדלט מען עס? &nbsp; ענטפער: אנארעקסיע איז א שווערע "עסן מחלה" וואס קומט כאטש אביסל פון דעם היינטיגן לעבנסשטייגער פון די אלגעמיינע וועלט פון לעבן פאר יענעם. די סביבה קען מאכן מענטשן פילן אז נאר די וואס זענען דאר און שיין זענען עפעס ווערט, און נאר זיי באקומען רעספעקט. דאס קען אמאל פירן א מענטש צו אנטוויקלען געוויסע פאביעס, ער הייבט אן טראכטן: "אפשר בין איך נישט גענוג דאר? איך מוז פארלירן וואג." און וואס טיפער ער גייט אריין אין דעם, קען עס חלילה פירן צו אן עקסטרעמע מורא פון צונעמען וואג, וואס מאכט אז דער מענטש זאל זיך אפהאלטן פון עסן אויף א געפארפולן אופן. דאס קען חלילה ברענגען צו ערנסטע געזונט קאמפליקאציעס וואס זענען ממש א סכנה פארן לעבן. &nbsp; אמאל קען זיך ענטוויקלען א סארט "שטילע אנארעקסיע," ווען א מענטש לעבט פאר אנדערע און דערקענט נישט זיין אייגענעם ווערט אין די פשוט׳ע זאכן. מען פרובירט צו דערגרייכן זאכן וואס עקזיסטירן נאר אין די דמיונות, און מען איז גרייט אלעס מקריב צו זיין אין לעבן נאר ווייל מען מיינט אז דאס וועט אים מאכן פאר א "יש" און אזוי וועט מען אים אקצעפטירן. אבער דער מציאות איז, אז כשם שפרצותיהם אינם דומות, כך אין דעותיהם דומות. אויב דו וועסט צופרידנשטעלן איין מענטש, וועט א צווייטער האלטן פונקט פארקערט. און דאס איז א רעדל וואס ענדיגט זיך קיינמאל נישט. &nbsp; אבער ווען א מענטש לעבט מיט׳ן אויבערשטן, האט ער א תכלית אין לעבן, א ציל וואס ער קען דערגרייכן. ווען מ׳וויל טון דעם רצון הבורא, ברענגט עס אן אמת׳ע סיפוק הנפש. מ׳הויבט אן צו ווערן פרייליך און מ׳ווערט אויסגעלייזט פון אלע גייסטישע דרוק און סאציאלע שוועריגקייטן. מ׳דארף שוין מער נישט אנקומען צו קיינעמ׳ס הסכמה אדער ׳עפרובל׳ צו פילן גוט מיט זיך אליין. פארשטייט זיך אז ס׳איז אנגענעם צו הערן א גוט ווארט; דאס גיט אסאך צו און עס מוטיגט אונטער ווייטער צו גיין מיט כח. אבער ווען מ׳לעבט מיט׳ן אייבערשטן קען מען זיך אן עצה געבן, און דאס לעבן ווערט פיל גרינגער. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען עסן צו דער זעט ברוחניות ובגשמיות, און מ׳זאל נישט מורא האבן פון די אייגענע שאטן.

    < זעה מער י שבט תשפ"ו 📝
« Previous Next »

Showing 1 to 15 of 98 results

1 2 3 4 5 6 7
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com