Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • מען גרייט זיך צו די צווייטע חתונה בהיכל הבית המדרש

    מיט פרייד און עקסטאז גרייט מען זיך צו די פרישע חתונה וואס וועט פארקומען דעם וואך דאנערשטאג (וירא) אין היכל הישיבה, ווען עס וועט גיין אונטער די חופה החתן הערשי בן מו"ה עזרא בוים הי"ו, עב"ג בת מוה"ר משה קורץ שליט"א, גאב"ד יבנאל. די ערשטע חתונה וואס איז פארגעקומען אין ישיבה פאר די זומער, האט אויפגעשטורעמט דאס גאנצע יהדות החרדית. עס האט געעפנט די אויגן פון אידישע קינדער צו זען אז עס פעלט בכלל נישט אויס צו מאכן טייערע שמחות, עס פעלט נישט אויס אריינצופאלן אין טיפע שווערע חובות ביי יעדע שמחה פון א קינד, עס פעלט נישט אויס אז דאס הארץ זאל אנהויבן דרוקן אין די צייט וואס מען וויל צוגיין צו א פרייליכע שמחה. דער עיקר איבעראשונג איז געווען ביי מענטשן צו זען ווי אזוי די חתן כלה אליין האבן געהאט דעם קאפ אויפ'ן פלאץ, זיי האבן פארשטאנען אז זייערע עלטערן באדן זיך נישט אין געלט, זיי האבן נישט א בוים וואס וואקסט אויף דעם געלט, זיי מוטשען זיך אויס די נשמה אהיימצוברענגען אפאר דאלער אין שטוב צו קענען אנגיין מיט'ן טאג טעגליכן לעבן; און דעריבער האבן זיי אליין זיך געבעטן ביי די עלטערן צו שפארן ווי מער געלט מעגליך, וויפיל די עלטערן האבן געפלאנט זיך צו שפארן, האבן די חתן כלה געבעטן אז מען זאל נאך מער אראפציפן פון די הוצאות. פארוואס זאלן די עלטערן דארפן כאפן אן הארץ אטאקע ח"ו, בלויז אויף צו האבן פרישע טייערע בלומען צו קענען ווארפן אין די מיסט עטליכע שעה נאכ'ן עס באקומען? ווען מען זיצט ביי א טייערע חתונה, און מען ווייסט אז די מחותנים קענען זיך דאס באמת נישט ערלויבן, זיי האבן זיך געמוזט אנבארגן געלט און אריינפאלן אין חובות, בלויז זיך צו קענען שפירן ווי א שיינער מחותן פאר עטליכע שעה, צו שפירן און זיך איינרעדן אז מענטשן וועלן טראכטן אז ער איז עפעס, אז ער האט עפעס; זיצנדיג ביי אזא חתונה האט מען א ספק וועלכע ברכה צו מאכן אויף די עסן, די פאסיגסטע ברכה וואלט געווען "על אכילת דם"... און ווען דער מחותן גייט אהיים נאך די שיינע חתונה, דאן הויבט ער אן טראכטן פון וואו אין די וועלט וועט ער צאמקראצן דאס געלט דאס צו באצאלן, און ווען מען געבט זיך נאר איין דריי, האלט מען שוין ביי די קומענדיגע שמחה ב"ה. א קלוגער מחותן ווייסט אז עס לוינט זיך מוותר צו זיין אויף די דמיונות זיך צו שפירן גוט פאר עטליכע שעה ווי א ברייטער מחותן, און זיך איינרעדן אז מענטשן וועלן דאס ארויפקוקן, ענדערש זאל מען זיך שפארן דאס מערסטע וואס מעגליך, און בלייבן א שיינער מחותן אויף נאך די חתונה. וואס מאכט פרייליך א חתונה? נישט די טייערע זאל, נישט די טייערע עסן, נישט די טייערע בלומען, נישט די טייערע קליידער, נישט די טייערע מוזיק און זינגער, און נישט די אלע אנדערע טייערע נארישקייטן. מען קען האבן די אלע זאכן און די חתונה איז בכלל נישט פרייליך. אלעס ווענדט זיך אין די מח, אויב די מחותנים זענען נאר פארנומען אז אלעס זאל קלאפן מיט א פונקטליכקייט אזוי ווי אויסגעפלאנט, דאן וועלן זיי נאר האבן א חתונה נאכט אנגעפולט מיט צער און עגמת נפש. ווידער קען זיין א פשוטע ביליגע חתונה, און די מחותנים זענען פרייליך ביז'ן הימל אז זיי זענען זוכה חתונה צו מאכן זייערע קינדער, אז די קינדער גייען שוין אויפשטעלן אן ערליכע שטוב, און דאס איז זייער גאנצע חיות און שמחה, נישט די עטליכע שעה וואס מען פארברענגט אינעם חתונה זאל. מענטשן קומען מיט טענות אז צדיקים האבן געזאגט אז ווען עס קומט א שמחה עפענען זיך די פענסטער פון הימל און עס קומט אראפ אלע גוטע השפעות, און מען דארף זיין ממש א נאר צו זאגן אז מען וויל זיך שפארן. די שאלה איז וואו עס שטעלט זיך אפ די השפעות, אפשר זאל מען אויך קויפן א נייע קאר אזוי ווי די השפעות גיסן סיי ווי? פארוואס קויפן נאר דריי פאר שיך אין די צייט וואס מיט די השפעות קען מען שוין קויפן צוואנציג פאר שיך? עס איז זייער נאריש צו זאגן אז א איד זאל זיך אנ'חובות'ן אויף דעם סמך. אז עס איז באשערט פאר'ן מענטש צו האבן חובות, וועט עס שוין אנקומען אויף א וועג, מען מוז נישט גיין טון אלע השתדלות אריינצוקריכן אין חובות. "נע, א שטריימל קויפט מען נאר איין מאל אין לעבן, זאל עס כאטש זיין אזוינס און אזעלעכס", ווער זאגט? זאל מען קויפן אויף די חתונה א ביליגן שטריימל, און ווען דער אינגערמאן וועט עלטער ווערן, ער וועט אי"ה שיין מצליח זיין אין פרנסה, וועט ער זיך קויפן א הערליכן שטריימל צו די בר מצוה פון זיין בכור. ווער איז אויפגעקומען מיט דעם געדאנק אז וועש און זאקן דארפן געהאלטן ווערן אין הערליכע אויסגעשניצטע האלצענע מעבל געברענגט פון איטאליע? דאס זענען נישט קיין מעבל, נאר דאס איז די בלוט פון די עלטערן וואס זענען פארגליווערט געווארן און האט זיך אויפגעשטעלט אין פארם פון מעבל... יעדן טאג קען מען זען אין די בלעטער אז מענטשן האבן אוועקצוגעבן מעבל לשם מצוה, פרישע פאר-פעלקער באקומען הערליכע גרויסע טייערע מעבל, די מחותנים האבן געקויפט די מעבל לויט זייער געשמאק, און פאר די פאר-פאלק שמעקט עס אינגאנצן נישט, און ווען די קינדער הויבן אן צו קומען ב"ה, דאן האט מען שוין נישט קיין פלאץ פאר די מעבל אינדערהיים, לייגט מען זיי קודם ארויס אינדרויסן אין קארידאר עס זאל נישט שטיין אין וועג, און ווען עס הויבט אן צו שטערן אויך דארטן, די קינדער קענען נישט געהעריג שפילן אינדרויסן, שטעלט מען ארויס א מודעה ווער עס וויל עס קומען אפנעמען לשם מצוה, די גרעסטע מצוה וועסטו טון אז דו וועסט קומען נעמען מיינע מעבל וואס איך קען זיך נישט אן עצה געבן דערמיט. לעצטנס זעט מען ביי חתונות, וואו עס איז נאך דא א געהעריגער שפילער און זינגער, ווי ביי די סעודה ווילן די שפילער און זינגער זיך אביסל אפרוען, גייען זיי אביסל ארויס זיך אויסצולופטערן, און אין די צייט שטעקן זיי אריין עפעס א רעקארדירונג וואס זאל זינגען און שפילן און אונטערהאלטן דעם עולם. אויב אזוי קען מען שוין לכתחילה מאכן אזוי די גאנצע חתונה, יעדער וועט זיין זייער פרייליך, און די מחותנים וועלן זיך שפארן נאך אפאר טויזנט דאלער. ביי די פריערדיגע חתונה אין ישיבה האבן מענטשן רעקארדירט חלקים פון די היסטארישע חתונה און עס ארומגעשיקט צו פריינד און באקאנטע, די וועלכע האבן דאס באקומען האבן נאר געוואלט וויסן ווער ס'איז געווען דארט דער שפילער און זינגער, ווייל עס איז געווען אזוי שיין און זיי ווילן זיי באשטעלן אויך ביי זייערע שמחות. אין די צייט וואס מען האט פשוט אויפגעשפילט א רעקארדירונג פון א חתונה, און עס איז געווען גאר שיין און פרייליך און עס האט קיינעם גארנישט געפעלט. ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט ביי די פריערדיגע חתונה, איז דאס געווען א געוואלדיגער סוקסעס. די חתן און די כלה אינאיינעם מיט די מחותנים זענען אהיים פון די חתונה זייער פרייליך און צופרידן. יעצט שטייענדיג עטליכע חדשים נאך די חתונה, פעלט פאר קיינעם גארנישט צוליב דעם וואס די חתונה איז פארגעקומען אין א שול און נישט אין א זאל, די איינציגסטע זאך וואס פעלט איז די גרויסע חובות וואס די מחותנים וואלטן זיך געקענט איינקויפן זייער גרינג מיט גרויס שפע. דעריבער איז גאר גרויס די פרייד אז עס גייט שוין פארקומען די צווייטע חתונה אין בית המדרש. צו די סעודה זענען געלאדענט בלויז די נאנטע קרובי המשפחה; און אלע פעטערס, קאזינס, קרובים, און גוטע פריינד, וועלן אי"ה עסן א פיינעם נאכטמאל ביי זיך אינדערהיים, און דערנאך אריבערקומען צו די חתונה זיך מיטצופרייען מיט די שיינע שמחה, און משמח זיין די חתן כלה. דער אייבערשטער זאל העלפן אז די שמחה זאל משפיע זיין שמחות פאר גאנץ כלל ישראל, אז מען זאל שוין קענען מאכן שמחות נאר מתוך שמחה, נישט אויסגעמישט מיט פיל צער און עגמת נפש. און דער זכות וועט זיכער ביישטיין פאר די חתן כלה אז זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן אן ערליכע אידישע שטוב לשם ולתפארת, עס זאל זיין א קשר של קימא און א בנין עדי עד, בנים ובני בנים עוסקים בתורה וביראה, מיט געזונט פרנסה און נחת פאר לאנגע יארן. ומשוש חתן על הכלה ישיש עליך אלוקיך!

    < זעה מער ז חשון תשע"ח 📝
  • תושבי לעיקוואד קוקן ארויס צום ליל שישי שיעור דאנערשטאג פר' לך לך

    א גרויסער ציבור תושבי עיר התורה לעיקוואוד יצ"ו וועלן&nbsp;זיך צוזאם קומען דעם קומענדיגן ליל שישי הבעל"ט (פ' לך לך) צום שיעור פון הגה"צ דער ראש ישיבה שליט"א. דער שיעור וועט פארקומען אין ביהמ"ד ברסלב 423 6טע סטריט, וואו דער ראש ישיבה שליט"א וועט זאגן א הערליכע שיעור, ווי דער לעיקוואודער עולם וועט האבן די זעלטענע געלגענהייט פערזענליך צו הערן וויאזוי מיר קענען לעבן טאג טעגליך מיט די עצות פון רבין און זוכה זיין זיך צו פרייען אז מיר זענען אידן און זיין אמת'דיגע ערליכע אידן. און אויסנוצן אונזערע יארן איינצוקויפן נצחיות'דיגע סחורה.

    < זעה מער ד חשון תשע"ח 📝
  • צענטע יאר אנגעהויבן אין ישיבה

    מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען יעצט אנגעהויבן דעם פרישן זמן, און מען האפט עס אנצופילן מיט אסאך תורה ותפלה&nbsp;ומעשים טובים. עס גלויבט זיך נישט צו זען אז מען האלט שוין ביי&nbsp;די צענטע יאר&nbsp;זינט די ישיבה האט זיך געעפנט, נאך אזויפיל שוועריקייטן און מניעות וואס מען איז דורך די גאנצע צייט, און די ישיבה שטייט נאך מיטן פולן פראכט און עס קומען נאך צו מער און מער בחורים וואס ווילן אויך שעפן פון דעם ריינעם קוואל, זיך לערנען א וועג אין לעבן אזוי ווי דער רבי לערנט אונז. פאר צען יאר צוריק, ערב יום כיפור, האט מוהרא"ש ז"ל געשריבן א בריוו פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אז אזוי ווי מען האט אים ארויסגעווארפן פון די ישיבה וואו ער איז געווען דער מנהל, בלויז פאר דעם חטא אז ער האט מעורר געווען די בחורים צו לערנען אסאך משניות און גמרא, דעריבער זאל ער עפענען אן אייגענע ישיבה, און נאך מער מעורר זיין די בחורים אויף התמדה אין לימוד התורה הקדושה. אינעם בריוו האט מוהרא"ש געשריבן אז די נייע ישיבה דארף נישט הייסן א ברסלב'ע ישיבה, כדי נישט צו מאכן קיין מחלוקת, דער עיקר איז נאר אריינצוברענגען אין די בחורים די אלע הייליגע געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן. און אזוי האט דער ראש ישיבה געטון, ער האט געעפנט א נייע ישיבה מיט מסירת נפש, און אנגעהויבן מיט א פרישקייט אריינצולייגן אין די בחורים די ריינע אמונה, צו שפירן און וויסן אז דער אייבערשטער איז שטענדיג מיט אונז, און אז מען קען אייביג רעדן צו אים, און גלייכצייטיג אריינגעלייגט אין די בחורים א געוואלדיגע געשמאק צו זיצן און לערנען די הייליגע תורה מיט א געוואלדיגע התמדה. אין א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטנס געשריבן פאר איינעם, זעט מען אביסל ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען די בראשית-יארן פון די ישיבה, פאלגנד איז אן אויסצוג פונ'ם בריוו:&nbsp;"מוהרא"ש ז"ל האט מיר געשריבן א בריוו איך זאל עפענען א ישיבה, מוהרא"ש ז"ל שרייבט אין די בריוו, עס דארף נישט זיין מיט'ן נאמען "ברסלב", ווייל דער רבי האט בפירוש געזאגט מען זאל רעדן דיבורי אמונה מיט מענטשן נישט אין זיין נאמען, "וואס גייט מיר אן א מענטש וועט בענטשן ברכת המזון בכוונה ווען ער וועט נישט וויסן אז דאס קומט פון מיר" -&nbsp; האט דער רבי געזאגט. און אזוי האב איך געטון, איך האב געעפענט די ישיבה מיט'ן נאמען "תפארת צבי" אויפ'ן נאמען פונעם קרעטשניפער רבי ז"ל, ווייל קיינער האט מיר נישט געוואלט פארדינגען א פלאץ וואו צו לערנען מיט די בחורים, איך האב נישט געהאט קיין ברירה, איך האב נישט געהאט וואו צו גיין, מיר זענען געגאנגען אין א זאל וואו מען מאכט שמחות, מיר האבן צעטיילט די זאל מיט מחיצות אויף כיתות און אזוי געלערנט. נאך א וואך האט איינער געזאגט ער איז מסכים אריין צו נעמען די ישיבה בתנאי זיך צו בויען א חסידות, איך האב געפרעגט מוהרא"ש ז"ל איבער דעם, "אוודאי" - האט מוהרא"ש געזאגט - "דער עיקר לייג אריין אין די בחורים לימוד משניות, די בחורים זאלן זאגן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין", דאס פלעג איך הערן טאג און נאכט פון מוהרא"ש ז"ל, "לייג אריין אין די בחורים לימוד משניות, די בחורים זאלן זאגן פרקים משניות אפילו אן פארשטיין". "נאך א פאר וואכן איז מען געקומען צו דעם רב און מען האט אים געסטראשעט אז מען גייט אים באשמוצן מיט כתבי פלסתר וכו', דער רב האט זיך דערשראקן און אונז ארויס געווארפן און אראפ גענומען די נאמען "תפארת צבי", האט מוהרא"ש מיר געזאגט צו געבן דעם נאמען "תפארת התורה", אבער עס האט נאך אלץ נישט געהייסן ברסלב, ביי די שיעורים וואס איך פלעג געבן אין ישיבה האב איך נישט גערעדט בשם דעם רבי'ן, נאר "עס שטייט אין די הייליגע ספרים... צדיקים האבן געזאגט... איך האב קיינמאל נישט נאכגעזאגט בשם דעם רבי'ן, די בחורים האבן ניטאמאל געוואוסט ווער מוהרא"ש איז, ווער רבי נתן איז וכו'. "נאכדעם האבן זיי אנגעהויבן צו פארשפרייטן, מען האט מפרסם געווען אז איך בין ברסלב, און איך מאך מיינע תלמידים ברסלב, מען האט ארויס געגעבן ספרים און קונטרסים קעגן מיר אז איך בין פארכאפט אין ברסלב און איך בין זייער סכנה'דיג ווייל איך מאך די בחורים ברסלב, האב איך געטראכט צו מיר, אז עס איז יא אזוי אז מען שרייבט אויף מיר איך בין ברסלב, פארוואס זאל איך זיך פארשטעקן? בעסער געזאגט, פון וועמען זאל איך זיך פארשטעקן? האבן מיר געטוישט די נאמען פון די ישיבה צו "תפארת התורה היכל הקודש ברסלב". "דאס אלעס שרייב איך דיר, דו זאלסט נישט אנקוקן מיט א זלזול א ברסלב'ער אינגערמאן וואס עס זעט אויס ווי ער זוכט ארויס צו שטארן, ווען אונטער דאס וואס ער שטארט ארויס ליגט אסאך פארגאסענע בלוט. וויפיל איך זאל דיר שרייבן וואס עס איז אריבער אויף מיר בזיונות, וועסטו קיינמאל נישט גלייבן וואס א ברסלב'ער איד גייט אריבער ווען ער קומט צום רבי'ן, ווי די גאנצע משפחה נעמט זיך אויף אים, מען הייבט אן רודפ'ן, מען הייבט אן טרינקן זיין בלוט שטילערהייט, בשעת ווען די אנדערע קינדער טון וואס זיי ווילן וכו'. "מוהרא"ש ז"ל איז מקורב געווארן ביי די פופצן יאר צום הייליגן רבי'ן, ער האט געלעבט פאר זיך ער איז געווען דבוק צום אייבערשטן, נאך מוהרא"ש'ס חתונה איז געקומען א פעטער פון מוהרא"ש'ס ווייב, ער איז געוואויר געווארן אז מוהרא"ש לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן, האט ער געשוואוירן אז ער גייט אים אוועק נעמען פון ברסלב, ער האט אנגעהויבן רודפ'ן מוהרא"ש, דער אייבערשטער זאל אפהיטן. ביז מוהרא"ש האט געזען אז עס רירט אן זיין שלום בית, האט מוהרא"ש געטון א זאך, און מוהרא"ש פלעגט זאגן אז עס איז געווען א ווילדע זאך, ער האט געדרוקט אלע ספרים פון רבי'ן, און אונטן וואו מען שרייבט נדפס על ידי... האט מוהרא"ש געשריבן "נדפס על ידי אליעזר שלמה ברסלבער ני"ו"... (מיר האבן דא אין ישיבה נאך פון די אלטע ספרים וואו מען קען דאס זען), מוהרא"ש האט אים געוואלט זאגן מיט דעם, אז מיר קענסטו נישט אוועק נעמען פון רבי'ן, דאס איז מיין לעבן דאס איז מיין נאמען, דעמאלט האט דער פעטער געזען אז עס איז נישט דא וואס צו טון. דאס אלעס שרייב איך דיר דו זאלסט וויסן אז נישט אלעס ווייסטו, ווען דו זעסט ווי א מענטש גייט און קומט און עס זעט אויס כאילו ער זוכט צו מאכן מחלוקות, אז אונטער די "ארויס שטארן", ווי דו רופסט דאס, ליגט אסאך רדיפות. "דערפאר איז זיכער נישט כדאי צו מאכן מחלוקות ווען מען ווערט מקורב, אז מען קען עס אויס באהאלטן איז זיכער כדאי, אבער מען דארף געדענקען וואס דער רבי האט געזאגט אויף זיין חולק, ווען ער האט אנגעפאנגען קריגן אויף אים: "אויב וועט ער מיר לאזן א וועג פון דער זייט, וועל איך אים גארנישט טון; אבער אז ער וועט מיר אינגאנצן שטערן, וועל איך אים צושניידן אויף שטיקער". דאס גייט ארויף אויף יעדן מקורב, אויב קען מען לערנען דעם הייליגן רבי'נס ספרים בהצנע לכת, מען קען מקיים זיין אלעס וואס דער רבי זאגט אן קיין מחלוקות, מה טוב ומה נעים; אבער אז מען זעט אז מען גייט פארלירן דעם רבי'ן וכו', דעמאלט איז נישט שייך צו קוקן אויף א צווייטן עס איז א בחינה פון חייך קודמין". ברוך ה', יעצט אז מען איז שוין אריינגעגאנגען אין די צענטע יאר פון די הייליגע ישיבה, זעט מען באשיינפערליך די סייעתא דשמיא וואס באגלייט די ישיבה אויף טריט און שריט, ווי שיין די ישיבה האט זיך צעוואקסן. און אויסער די בחורים וואס לערנען אין ישיבה, זענען דא נאך טויזנטער בחורים און אינגעלייט פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע האלטן אויך מיט אלע דרשות פון ישיבה, און זיי פרובירן אויך זיך צו שטארקן מיט די הייליגע און געוואלדיגע עצות פון רבי'ן וואס דער ראש ישיבה געבט איבער אין זיינע טייערע שיעורים. יעדן טאג אינדערפרי פאר'ן דאווענען לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א שנעלער שיעור פון א דף גמרא, און נאכ'ן דאווענען און פת שחרית לערנט דער ראש ישיבה פאר יעדן טאג א שיעור אין גמרא רש"י תוספות בעיון ביז להלכה למעשה אין שלחן ערוך, און דערנאך א הערליכער שיעור אין נ"ך געפלאכטן מיט הערליכע דיבורים. שפעטער נאכמיטאג קומט פאר א שיעור התחזקות, ווי אזוי זיך צו דערהאלטן אויף די וועלט מיט די לימודים פון רבי'ן. אין די פתיחה דרשה האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט איבער די גרינד פרונציפן אויף וואס די ישיבה איז געשטעלט, בעיקר אויף די הויפט צוויי עצות פונעם רבי'ן, די ערשטע צו רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, ווען א איד ווייסט אז דער אייבערשטער איז איבעראל, וועט ער עפענען די מויל און אנהייבן רעדן צו אים, און אים דערציילן אלעס וואס עס ליגט אים אויפ'ן הארץ, און מען זעט טאקע בחוש אז די אלע וואס געוואוינען זיך איין צו רעדן צום אייבערשטן, האבן גאר אן אנדער סארט לעבן, מען איז רואיג און פרייליך, וויסנדיג אז דער אייבערשטער איז ביי מיין זייט און ער וועט מיר שטענדיג העלפן. די צווייטע זאך וואס דער רבי האט אונז געגעבן, איז דער "סדר דרך הלימוד", וואס אויף דעם וועג קען יעדער איד זוכה זיין צו לערנען תורה, אז מען קען בלויז זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ווען מען פארשטייט נישט, און ווער עס וועט זאגן אסאך תורה וועט מיט די צייט זיין קאפ זיך עפענען און ער וועט אלעס פארשטיין. און דערפאר איז נישטא קיין תירוץ "איך פארשטיי נישט קיין לערנען", "איך האב נישט קיין געדולד צו לערנען", ווייל מיט דעם וועג קען יעדער לערנען די הייליגע תורה. און מען זעט ווי די בחורים ניצן אויס די צייט, יעדער לערנט זיך זיינע אייגענע שיעורים אין די אייגענע צייטן, איינער אין משניות איינער אין גמרא, א.א.וו. יעדער לויט זיין דרגא, און במשך די יארן וואס די ישיבה שטייט האט מען געזען ווי די בחורים וואס האבן געפאלגט און געלערנט אויף דעם וועג, האבן גאר שטארק מצליח געווען, און זענען בקי אין אסאך חלקי התורה. בחורים ענדיגן צענדליגע מאל ששה סדרי משנה, בחורים ענדיגן ש"ס, בחורים לערנען אסאך אנדערע שיעורים יעדער אויף זיין שטייגער, טייל ענדיגן א מסכת הונדערט און איין מאל, און דאן נעמען זיי נאך א מסכת צו ענדיגן 101 מאל, און אזוי ווייטער. עס דערפריידט דאס הארץ צו זעהן די שיינע פירות וואס זענען שוין ארויסגעקומען פון ישיבה, די צענדליגע אינגעלייט יוצאי ישיבתינו וואס האבן זוכה געווען אויפצושטעלן בתים נאמנים לה' לשם ולתפארת, מיטנעמענדיג די אלע לימודים וואס זיי האבן געלערנט אין ישיבה אויך אויף נאך די חתונה. והתפארת זו מתן תורה!

    < זעה מער ג חשון תשע"ח 📝
  • זיבעטע יאר אין בית חינוך לבנות "בית פיגא"

    &nbsp; מיט'ן אייבערשטנ'ס&nbsp;הילף&nbsp;האט&nbsp;מען&nbsp;אנגעהויבן&nbsp;די פרישע יאר אין אונזער מיידל שולע "בית פיגא ברסלב". די געוואלדיגע הצלחה פון די מיידל שולע האט א ווייטע אפקלאנג. אין די קורצע פאר יאר וואס די סקול שטייט שוין, האט זיך עס ערהארבן גאר א גוטע נאמען. עלטערן וועלכע ווילן וועלכע האבן אן ערליכע און גוטע חינוך פאר זייערע קינדער, אויפ'ן וועג ווי אזוי דער הייליגער רבי לערנט אונז, שיקן זיי די קינדער צו אונז אין שולע. די גאנצע שטאב פון די שולע איז צוזאמגעשטעלט פון גאר גוטע ערפארענע מחנכות, וואס זייער גאנצער ציל איז נאר אריינצוברענגען אין די קינדער ערליכקייט און יראת שמים, אז זיי זאלן אויסוואקסן אמת'ע ערליכע אידישע מאמע'ס. עס דערמאנט זיך צוריק ווען מוהרא"ש האט געהייסן עפענען די מיידל שולע. דאן האט נישט אויסגעזען ווי עס וועט עפעס צופיל ווערן פון דעם. אינ'ם מכתב קודש האט מוהרא"ש מחזק געווען די הנהלה אז אפילו מען הויבט אן אויף א קליינעם פארנעם, אויב אבער מען מיינט עס אמת'דיג, וועט דער אייבערשטער העלפן אז עס וועט הערליך אויסוואקסן, מוהרא"ש האט ארויסגעברענגט אינעם מכתב קודש דאס וואס רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל האט געטון, ווען ער האט געעפנט זיין מיידל שולע מיט בלויז צוויי מיידלעך, אזוי ווי ער האט דאס אבער געטון מיט מסירת נפש, האט דאס אזוי שיין געוואקסן, און ס'האלט שוין היינט ביי צענדליגע טויזנטער מיידלעך קע"ה; און די זעלבע וועט אויך דא פאסירן, אזוי ווי מען עפענט אויף א מיידל שולע מיט מסירת נפש, וועט עס זיכער האבן א גרויס הצלחה. און דאס איז טאקע מקוים געווארן, ווען היינט צו טאגס האט זיך די סקול אזוי הערליך אהער געשטעלט לשם ולתפארת. די קינדער לעבן מיט'ן אייבערשטן אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט, און גלייכצייטיג רירט מען זיך נישט אוועק קיין זוז כל שהוא פון די הייליגע מסורה אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל. בלייבט נאר איבער צו בעטן ביים אייבערשטן אז מיר זאלן ווייטער מצליח זיין, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו גיין קעגן משיח צדקינו בב"א. והיה ראשיתך מצער ואחריתך ישגה מאד!

    < זעה מער כח תשרי תשע"ח 📝
  • הערליכע יום טוב סוכות ביי אנשי שלומינו

    גאר א שיינער יום טוב איז אריבער אויף אנשי שלומינו דעם סוכות, ווען מיר האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פונעם יום טוב, וואס דאס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר. אויף די צווייטע טעג יום טוב זענען אריינגעקומען פילע אנשי שלומינו אויף וויליאמסבורג מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג פון יום טוב צווישן אנשי שלומינו. די הקפות האט מען געטאנצן מיט גרויס פרייד, מיר האבן זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה, אז מיר האבן זוכה געווען די גאנצע יאר צו לערנען אסאך די הייליגע תורה, און אז עס קומט א פרישע יאר וואס מען וועט אנפילן מיט אסאך לימוד התורה און מיט מצות ומעשים טובים. במשך דעם יום טוב האבן מיר געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. ביי נעילת החג האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט אז אזוי ווי עס הויבט זיך אן דער נייער יאר, זאלן מיר זיך נישט לאזן נארן, נאר מיר זאלן אנהויבן מיט א פרישקייט צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, און דאן ווען עס וועט קומען דעם קומענדיגן יאר שמחת תורה וועלן מיר זיך האבן מיט וואס צו פרייען אז מיר האבן אנגעפילט דאס יאר מיט גוטע זאכן, און ווען עס וועט קומען דער לעצטער טאג פונעם מענטש וועט ער האבן מיט וואס צו גיין צום טיש, ווייל נאר די תורה און מצות וואס דער מענטש כאפט אריין אויף די וועלט, נאר דאס בלייבט פון אים, און נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט. ספעציעל דער ענין פון מעביר סדרה זיין די פרשת השבוע יעדע וואך, א זאך וואס איז ליידער זייער נאכגעלאזט ביי אסאך מענטשן, און די סיבה דערצו איז ווייל מען וויל עס טון דוקא פרייטאג, און מען יאגט נישט אן דאס צו פארענדיגן. ווען מען זאל ווען אבער טון אזוי ווי דער שלחן ערוך לערנט אונז, אז פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין די וואכעדיגע פרשה, וואלט דאס יעדער איד געקענט באווייזן. זונטאג לערנט מען ביז שני און מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער די גאנצע וואך, און ווען עס קומט סוף וואך האט מען געענדיגט די גאנצע סדרה. אויסער דער חיוב וואס ס'איז דא צו לערנען די פרשה יעדע וואך שנים מקרא ואחד תרגום, איז מען אויך זוכה צו די געוואלדיגע הבטחה וואס חז"ל זאגן צו: "כל המשלים פרשיותיו עם הציבור, משלימין לו ימיו ושנותיו"- אז ווען א איד איז מעביר סדרה איז ער זוכה צו א גוטע לאנגע לעבן. דער הערליכער יום טוב האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אנשי שלומינו וועלכע האבן געשעפט פרישע חיזוק והתעוררות צום נייעם יאר.

    < זעה מער כה תשרי תשע"ח 📝
  • גרויסע ציבור באטייליגטע ביים סעודת הילולא פון רבינו ז"ל אין היכל הקודש וויליאמסבורג

    א הערליכע ציבור פון אנ"ש מיט פילע געסט זענען זיך צוזאם געקומען פארגאנגעם מוצש"ק מוצאי שבת חוה"מ אינעם גרויסן סוכה פון ישיבה תפארת התורה אויף 27 סקילמאן סט. לכבוד די הילולא פונעם רבין ז"ל. א שיינע רייכע סעודה איז געווען צוגעשטעלט. דער ציבור האט זיך צוגעהערט מיט דורשט צו די דברות קודש וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט. "וואס הייסט א ברסלבע חסיד? איז דא עפעס א ברסלבע הוט אדער קאפל? פארן קיין אומאן ראש השנה מאכט איינעם פאר א ברסלבער?" האט דער ראש ישיבה געפרעגט, "דאס אלעס מאכט נישט איינעם פאר א ברסלבע חסיד, פאר קיין אומאן אויף ראש השנה געהערט צו גאנץ גאנץ כלל ישראל, קענסט זיין אין וועלכע חסידות דו ביסט, בלייב מיט די זעלבע לבוש, די זעלבע מאכלים, און די זעלבע מנהגים וואס דיין טאטע האט זיך געפירט. ברסלבע חסידות איז אז זאלסט געדענקען אז דער אייבישטער איז מיט דיר און דו קענסט רעדן צו אים יעדע רגע וואס עס דרוקט דיר נאר&hellip;" דער ראש ישיבה האט אויסגערופן אז "מיר גייען גרינדן א כולל ערב יעדע נאכט, מ'גייט לערנען א שיעור אין גמרא, און עס וועט זיין דארט צוגעשטעלט פיינע טיי, קאווע וכו'" און דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט "יעדע נאכט אנשטאט 'גיין אין ביהמ"ד לערנען...' [וואס דיין ווייב ווייסט זייער גוט אז עס מיינט 'שמועסן מיט חברים' - א ווייב קען מען נישט פאפן...] גיי אהיים צו דיין ווייב און קינדער, און דארט וועט זיין די כולל ערב. נעם ארויס די גרויסע ש"ס וואס דיין שווער האט דיר געקויפט ביי דיין חתונה, און לערן אויפן קול א בלאט גמרא. וויסלט אויך שמועסן מיט איינעם אין כולל? נעם א גלאז טיי אדער קאווע און שמועס מיט דיין ווייב..." דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט ווי שטארק מוהרא"ש זצ"ל האט געברענט אריינצוברענגען אין אונז די הערליכע הנהגה פון רעדן און בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך, וואס די וועלט מיינט אז עס באלאנגט נאר פאר יחידי סגולה אדער גרויסע צדיקים. "לעצטענס" האט דער ראש ישיבה פארציילט, "האט מען געהערט פון א גאסט דא אין ביהמ"ד וואס האט פארציילט אז מען האט אונטערגעהערט א געוויסע צדיק ווי ער האט ערב יום כיפור געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל קענען גרינג פאסטן יום כיפור, און אז ס'זאל נישט רעגענען סוכות - ביי אונז", האט דער ראש ישיבה געזאגט "איז דאס פשוטע זאכן, מוהרא"ש זצ"ל האט אריינגעברענגט אין אונז אז מיר זאלן נישט פארשטיין וואס איז די חידוש פון די מעשה? וואס איז דא דא צו פארציילן? - אמאל" האט דער ראש ישיבה פארציילט, "האבן די תלמידים פון רבי פנחס'ל קאריצער זי"ע זיך אונטער געהערט ווי זייער רבי בעט דעם אייבערשטן ביים סוף פון שמו"ע אז זיין ווייב זאל טרעפן א גוטע דינסט, די תלמדים האבן זיך זייער געוואונדערט: 'וואס האט דאס געקענט מיינען?' זיי האבן זיך אנגעהויבן צו טענה'ן וואס דער רבי האט געמיינט, אפשר איז די שכינה געגליכן צו א שפחה אין גלות, אדער גייט עס ארויף אויף כנסת ישראל א.א.וו. און דער רבי האט געבעטן אויף די גאולה - ווען דער רבי האט געהערט ווי זיי טענה'ן זיך ארום האט ער זיי געזאגט, 'מיין רביצין האט זיך מיר באקלאגט אז די דינסטן - די קלינינג גויטעס - האלטן זיך נישט ביי איר, אדער טויגן זיי נישט און זי מוז זיי פארשיקן, אדער טרעפן זיי זיך אנדערע הייזער וואו מ'באצאלט זיי בעסער, און זי פלאגט זיך זייער ארום דערמיט, האב איך פשוט געבעטן דעם אייבערשטן אז זי זאל טרעפן א גוטע קלינינג גויטע - דאס אלעס." האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט "דאס וויל דער רבי פון אונז. אלע צדיקים וקדושים האבן אזוי געטון, ביי די וועלט איז דאס א חידוש, ביי אונז איז דאס פשוט - און וואס זאל מען בעטן דעם אייבערשטן?" האט דער ראש ישיבה געפרעגט, "פשוט, אלעס וואסט דרוקט מיר". דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט מיט מעורר זיין אז מ'זאל זיך נישט לאזן נערן, און אנהייבן מעביר סדרה צו זיין יעדע וואך פון זונטאג און זיך נישט פארלאזן אויף פרייטאג. "מוהרא"ש זצ"ל פלעגט דאס דערמאנען ביי יעדע שיעור - וואך איין וואך אויס" האט דער ראש ישיבה געזאגט. "בפרט יעצט ווען מ'האלט ביי די אנהייב לאנגע סדרות און עס קומען די קורצע ווינטער ערב שבת טעג". דערנאך איז מען ארויף אין ביהמ"ד און געטאנצט לכבוד שמחת בית השואבה מיט א געוואלדיגע שמחה ביז 3:00 פארטאגס. ווען דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט געהויבענע געמיטער.

    < זעה מער יח תשרי תשע"ח 📝
  • העכער 75,000 אידן געוויילט אין אומאן ראש השנה תשע"ח

    כאטש א גאנץ יאר, 24 שעה ארום-דעם-זייגער, איז דער ציון הקדוש אויך געווען א תל תלפיות וואו אידן פון די גאנצע וועלט זענען געקומען זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים ציון פון רבין, און געפועלט ביים אייבערשטן אלע ישועות - האבן אבער אין די טעג בעפאר ראש השנה אויך די אומאנער גאסן אנגעהויבן צו ווירבלען אלץ מיט מער און מער מיט אלע סארט מענטשן פון יעדע קרייז פון אלע עקן וועלט. צענדליגע געשעפטן, האטעלן, בתי מדרשים, און הכנסות אורחים טענטס וואס זענען געשטאנען ליידיג א גאנץ יאר האבן זיך אנגעהויבן עפענען איינע נאך די אנדערע. דינסטאג נאכמיטאג, זענען שוין די גאסן געווען איבערגעפילט מיט צענדליגע טויזנטער אידן. פון מינוט צו מינוט איז די שטראם געווארן אלץ גרעסערע און גרעסער. מ'האט געזען ווי אידן קומען אן מיט די פעק און זעק, לויפן גראד צום אכסניה בלויז אויף אראפ צו לייגן דעם שווערע רענצל, "וואו איז דא א מקוה וואס איז יעצט אפן?" איז געווען די ערשטע פראגע וואס מ'האט געפרעגט, געלאפן אין מקוה, און גראד צום ציון. "דיינע פעקלעך זענען אנגעקומען?" הער איך א פראגע ווי איינער האט איינעם געפרעגט "אוי, פרעג נישט" הער איך זיין ענטפער, "מיינע פעקלעך האט דערווייל מיר קיינער נישט געקענט צונעמען. איך בין יעצט אויפן וועג צום ציון און דארט וועל איך אראפ פאקן אלע מיינע פעקלעך, און איך נעם עס נישט צוריק...". ביים ריזיגן היכל פון ציון זעט זיך אן א גרויסע געדערנג. טויזנטער אידן שטייען יעדער ביי זיין ווינקל. דער זאגט תיקון הכללי מיט בכיות, און דער אנדערער שטייט און גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, ער פארציילט יעצט פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אים אריבער, און בעט זיך אויס ישועות פארן קומענדיגן יאר. אן אנדערער דאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט געטראפן א רבי וואס פארשטייט אים, א רבי וואס מאכט אים לערנען און דאווענען, ער פארציילט וויפיל מסכתות ער האט געענדיגט, וויפיל מאל ער האט געענדיגט ששה סדרי משנה, וויפיל מאל ער האט געקענט מוותר זיין אין שטוב, און וויפיל זיין שלום בית האט זיך געבעסערט. אנדערע זיצן ביי די הונדערטע זיץ פלעצער און לערנען זיך יעדער זיינע&nbsp;שיעורים. דער איז מעביר סדרה, דער זאגט תהלים, דער משניות, דער גמרא, א.א.וו. אין די לופט שפירט זיך שוין די הייליגע לופט פונעם יום הדין וואס קומט. עס איז שוין באלד חצות הלילה. ווען די מנינים פון סליחות "זכור ברית" הייבן זיך אן. ווי באקאנט, האט מוהרא"ש זי"ע געבעטן אז די תלמדי היכל הקודש זאלן זיך האלטן איאיינעם אויך אין אומאן, אז מ'זאל נישט דארפן פארברענגען די צייט מיט גיין און קומען צום דירה, מקוה, בית המדש, און עסן, און אודאי נישט מיט איינקויפן ביי די לאקאלע געשעפטן אדער חלילה ביי די נידעריגע אוקריינער גוים, נאר מ'זאל קענען אויסנוצן די פאר טעג נאר צו גיין צום ציון און זיך אויסבעטן פאר א גאנץ יאר. דערפאר האבן אנ"ש תלמידי היכל הקודש בראשות פונעם ראש הישיבה שליט"א אפגעדיגנען א ריין ווינקל אין אומאן - אינדרויסן פונעם טומל און פון די הויפט גאס "פושקינא", אבער גענוג נאנט צום ציון - ווי עס איז געווען צוגעשטעלט פולע אש"ל, צימערן צו שלאפן, סעודות יום טוב און שבת, א לאקאלע בית המדרש, און א ריינע מקוה. ווי אין די פארגאנגענע יארן, האט "שיינער" אויפגעשטעלט אין צענטער פון די פושקינא גאס זיינע גיגאנטישע הכנסת ארוחים טענטס מיט צענדליגער טויזנטער זיצן, היי יאר האט ער עס נאך מער פארברייטערט, צו קענען אנטפאנגען די פארגרעסערטע פלייץ פון געסט. אויך האט ער צוגעשטעלט 2 גרויסע טעימה צענטערן, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט מזונות און טרונקען 24 שעה א טאג בחנם. דארט אויפן פלאץ האט ער אויך אויפגעבויעט 4 גיגאנטישע בתי מדרשים: "בית משולם פייש" לע"נ הרה"ק מטאהש זי"ע, "חזון עובדיה" לע"נ רבי עובדיה יוסף, "בית חב"ד", און "סאטמאר". אינעם לאקאלן היכל הקודש בית המדרש זענען זיך הונדערטער אידן צוזאם געקומען ליל זכור ברית צו סליחות, ווי דער ראש ישיבה איז געווען דער שליח ציבור, און מען האט געזאגט די סליחות מיט גרויס ווארימקייט. ערב ראש השנה אינדערפרי האבן אנ"ש געהאט די זכי' צו געבן פדיון נפש פארן ראש ישיבה שליט"א, וואס האט באשטימט דאס געלט צו מפיץ זיין דעם הייליגן רבינס אור אויף די גאנצע וועלט. ווי איינגעפירט אין די לעצטע פאר יאר, איז ערב ראש השנה ביי חצות היום פארגעקומען א "תיקון הכללי העולמי", ווי איבער 30,000 אידן זענען זיך צוזאם געקומען, און שווארץ געמאכט אלע גאסן ארום דעם ציון, און צוזאמען געזאגט דעם תיקון הכללי וואס האט געשפאלטן הימלען, און איז מיטגעהאלטן געווארן דורך צענדליגע טויזנטער משפחה ווייבער און קינדער וואס זענען געבליבן אינדערהיים אויף יום טוב. ערב ראש השנה נאכמיטאג, יעדער איילט זיך צוצוענדיגן די הכנות צום הייליגן טאג, מ'לויפט אין מקוה, און יעדע איבעריגע מינוט, לויפט מען צום ציון &ndash; ווי קען מען פארפאטשקען די מינוטן אין אזא הייליגע טאג? דא און דארט, זעט זיך אן&nbsp;אידן מיט רענצלעך&nbsp;וואס האבן נארוואס באוויזן אנצוקומען אין די לעצטע מינוט. אין לאקאלן בית המדרש היכל הקודש האבן הונדערטער אידן געדאווענט. נאכן דאווענען האבן זיך די הונדערטע אידן געווינטשן "לשנה טובה" איינער פארן צווייטן מיט גרויס ווארימקייט. פון די אנדערע זייט זעט זיך אן א געוואלדיגע ערנסטקייט. קיינער רעדט נישט קיין איבעריגע ווערטער ראש השנה. די גאסן פון אומאן זענען איבערגעפילט פון די צענדליגע טויזנטער אידן וואס קומען ארויס פון אלע בתי מדרשים. צענדליגע טויזנטע גייען צו די גיגאנטישע "שיינער" טענטס, הונדערטער שפאנען צו "פעדער", און אויך צו פילע אנדערע הכנסות אורחים'ס וואס זענען צוזייט אין צושפרייט איבער גאנץ אומאן. אין חצר פון היכל הקודש זענען אלע תיכף נאכן דאווענען געגאנגען צום עס זאל, ווי עס איז סערווירט געווארן א געשמאקע סעודה, מ'זינגט ניגוני התעורוות לכבוד יום טוב, די לופט איז זייער ערנסט, יעדער שפירט וואס דער רבי זאגט אז ביז מ'בלאזט נישט קיין שופר איז א געוואלדיגע ערנסטע צייט, די ספרי מתים וספרי חיים זענען אפן. עס איז נישט קיין צייט צו זינגען פרייליכע ניגונים. און אוודאי נישט צו שמועסן. נאך די סעודה האט דער ראש ישיבה אויסגערופן אז "יעדער זאל שוין אנגרייטן נעגל וואסער, ליינען קריאת שמע און זיך לייגן שלאפן, צו קענען אויפשטיין פארטאגס ווי עס שטייט אין שלחן ערוך, און ביזן דאווענען וועט זיין גענוג צייט צו גיין צום ציון". ביידע טעג ראש השנה, איז מען אויפגעשטאנען זייער פרי פארטאגס, יעדער איז געלאפן אין מקוה, און דער ראש ישיבה האט פארגעלערענט א שיעור אין א בלאט גמרא בעיון (אזוי ווי יעדן טאג) און דערנאך האבן אנ"ש אויסגענוצט די הייליגע צייט ביזן דאווענען און געלאפן צום ציון. אן אינטערעסאנטע זאך האבן די געסט אנגעמערקט: כאטש טויזנטער קענען שוין קוים ווארטן צו צוקומען צום ציון, דאך טוט קיינער קיינעם נישט שטופן. יעדער ווארט אויס מיט געדולד ביז עס וועט קומען זיין רייע. מ'קען אפילו זען ווי צוויי טענה'ן זיך "גיי דו יעצט", ניין," טענה דער אנדערער צוריק "עס איז דיין רייע". ווי דער רבי האט געזאגט "ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פארא דרך ארץ איך לערן אויס מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען דרך ארץ ביי מיר". אדון עולם האט זיך אנגעהויבן אום 8:00 אינעם גרויסן קלויז היכל הקודש נעבן ציון, ווי מוהרא"ש זי"ע פלעגט דאווענען אלע יארן. און ווי אין די פארגאנגענע יארן האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית און הרה"צ רבי דניאל בוים שליט"א האט געדאווענט מוסף, און הרה"צ רבי יצחק לעזער שליט"א איז געווען דער בעל קורא. א ריזיגער ציבור פון טויזנטער אידן האבן געדאווענט אינאיינעם, און ווי אין די פארגענע יארן האט די קאפעליע פון די ישיבה מהנה געווען דעם עולם. די וועטער אין אומאן איז געווען זייער הייס היי יאר &ndash; ווי נאך קיינמאל בעפאר &ndash; איבער 85 דעגריס. און פרייטאג און שבת זענען געווען זייער רעגענדיג. אבער דאס האט נישט אפגעהאלט די צענדליגע טויזנטער פון אויסנוצן יעדע מינוט צו גיין צום הייליגן ציון. די בייטאג סעודות זענען אפגעהאלטן געווארן מיט גרויס געהויבענקייט. דעם ערשטן טאג ראש השנה איז מען תיכף נאך די סעודה געגאנגען צום נאנטן טייכל צו זאגן תשליך צוזמען מיטן ראש ישיבה שליט"א. נאך תשליך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א קורצע רקידה'לע. דעם צווייטן טאג ראש השנה האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט א הערליכע דרשה, ווי א ריזיגער ציבור איז זיך צוזאם געקומען און געשליגן די ווערטער מיט דורשט. עס האט זיך אנגעזען טויזנטער געסט פון די גאנצע וועלט וואס הערן אויס א גאנץ יאר די דרשות און זענען זיך מחי' דערמיט. און האבן אויסגענוצט די געלעגענהייט צו קומען זיך באדאנקען פערזענליך פאר די עצות און חיזוק מיט וואס זיי זענען זיך מחיה א גאנץ יאר. היי יאר האבן אנ"ש געהאט א באנוס &ndash; א שבת ביים רבין. א הערליכע שבת איז אפגעראכטן געווארן אין אומאן. פרייטאג צו נאכטס זענען זיך הונדערטער צוזאם געקומען צום באטע, ווי מען האט געזונען זמירות שירות ותשבחות אינאיינעם, און דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט ווארימע דיבורים, און מחזק געווען אז מ'זאל נישט אהיים גיין מיט ליידיגע הענט. מ'זאל נאך ווייטער אריינכאפן און גיין צום ציון וויפיל מ'קען, און אהיים נעמען מיט זיך די מתנות וואס דער רבי וויל אונז געבן. יעדער זאל זיך פארנעמען צו מעביר סדרה זיין יעדן טאג אביסל, נעמען א משניות און זאגן א פרק נאך א פרק אפילו מ'פארשטייט נישט, זיין שטארק מיט א בלאט גמרא יעדן טאג. און בעיקר צו זיין א וותרן אין שטוב. "ביים ציון קען מען אלעס פועלן, אבער צו האבן שלום בית מוז מען האבן שכל און זיין א וותרן" האט דער ראש ישיבה געזאגט. אביסל שפעטער האט דער ראש ישיבה צוגעלייגט "אוודאי קען מען פועלן ביים רבין שלום בית אויך. אבער מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן אז "איך" זאל האבן שכל און זיין א וותרן". אויך שבת בייטאג זענען די תפלות און די סעודות אפגעהאלטן געווארן מיט גרויס געהויבענקייט. און ביי שלש סעודות זענען זיך ווייטער צוזאם געקומען הונדערטער אידן צו הערן די דברות קודש פונען ראש ישיבה שליט"א. ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט הערליכע חיזוק ווערטער מיט צו נעמען א גאנץ יאר. ויום טוב היו עושין בצאתם בשלום מן הקודש. א געוואלדיגע שמחה האט געהערשט ביי אנשי שלומינו מוצאי יום טוב, ווי מען האט זיך געפריידט זיך אז מען האט געהאט די זכי' צו זיין ביים רבין אויף יום טוב - ווי דער רבי האט געזאגט "מי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה", און דער עולם איז זיך אהיים געפארן יעדער אויף זיין וועג זייענדיג זיכער אז מען האט געפועלט א גוט געבענטש יאר.

    < זעה מער ו תשרי תשע"ח 📝
  • הערליכע "אומאן פארברענג" פארגעקומען די וואך

    די וואך מיטוואך איז פארגעקומען די יערליכע "אומאן פארברענג", וואו די חשובע פרויען פון אנשי שלומינו זענען זיך צוזאם געקומען זיך צו שטארקן אינאיינעם אויף די גרויסע זכי' אז זייערע מענער פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, אהיימצוברענגען ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. וועמענס הארץ ציטערט נישט פונעם פארכטיגן יום הדין, ווען דער אייבערשטער שרייבט אן פאר יעדן איינעם אלעס וואס עס וועט פאסירן מיט אים במשך די גאנצע יאר, און דא זאגט דער רבי אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה וועט ער אים פארטיידיגן און זען דערצו אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר, איז דאך זיכער אז יעדע פרוי וויל האבן די זכי' זאל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר. עס איז געווען א שיינער פראגראם, א רייכע מאלצייט איז סערווירט געווארן, עס איז געהערט געווארן שיינע דרשות, עס איז געווען א פאנעל פון דריי פרויען וואס האבן געענטפערט פראגעס איבער אומאן, און ס'איז געוויזן געווארן אן אינטערעסאנטע סלייד פרעזענטאציע, פון וואס די פרויען האבן גאר שטארק הנאה געהאט. איש את רעהו יעזורו! &nbsp; צו זען די דרשה פונעם ראש ישיבה ביי די פארברענג

    < זעה מער כג אלול תשע"ז 📝
  • לעצטע הכנות צו אומאן ראש השנה

    ווען מיר שטייען יעצט עטליכע טעג פאר'ן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, זענען אידן פארנומען צו מאכן די לעצט מינוטיגע הכנות אויף די געהויבענע נסיעה. די גאנצע ישיבה גרייט זיך איינאיינעם מיט פילע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט צו פארן אויף ראש השנה קיין אומאן, צו נעמען דעם הייליגן רבי'ן פאר א גוטן אדוואקאט, אזוי ווי דער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט ארויסהעלפן יעדן וואס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה, און זען אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר. די פארגאנגענע יאר האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א גרויסע סוקסעס דער רחבת'דיגער פלאץ וואס מיר האבן אהערגעשטעלט אין אומאן, וואו אלע אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש האבן פארברענגט דעם יום טוב אינאיינעם, בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א. מען האט געגעסן די סעודות שבת ויום טוב אינאיינעם אינ'ם גרויסן עס זאל, עס איז צוגעשטעלט געווארן פילע פלעצער צו שלאפן, מיט אן אייגענע פריוואטע מקוה אויפ'ן ארט. און במשך די הייליגע טעג אין אומאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן דרשות התעוררות און התחזקות פונ'ם ראש ישיבה שליט"א. די תפלות דאווענט מען אינעם גיגאנטישן קלויז "היכל הקודש", וואס געפונט זיך הארט נעבן דעם ציון הקדוש אין אומאן. איינס פון די זאכן וואס מוהרא"ש האט אונז אנגעזאגט אין זיין צוואה איז אז מיר זאלן זיך האלטן אינאיינעם, נאר זיך שטארקן און מחזק זיין איינער דעם אנדערן, און נאר אזוי וועלן מיר ווייטער מצליח זיין. דעריבער קומען זיך צוזאם אלע אנשי שלומינו צו דאווענען אינאיינעם אינעם קלויז "היכל הקודש&rdquo; אין אומאן, און צוזאמען איז מען ממשיך אלע גרויסע תיקונים פון הייליגן רבי'ן. די הערליכע הארציגע תפלות האבן א גרויסן אפקלאנג, טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן קומען מיטהאלטן און דאווענען די תפלות מיטן היימישן געשמאק און מיט גרויס השתפכות הנפש. אזוי ווי עס איז ערווארטעט דאס יאר גאר א גרויסער ציבור מתפללים, האט מען פריש אויסגעשטעלט דעם גרויסן בית המדרש מיט פילע צוגעלייגטע זיצן, צו קענען ארייננעמען דעם גרויסן ציבור. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר זוכה זיין צו די אלע הבטחות פון הייליגן רבי'ן, און אהיים קומען מיט פילע זעק ישועות און רפואות. ראש השנה שלי עולה על הכל!

    < זעה מער כב אלול תשע"ז 📝
  • "אומאן פארברענג" דורך די פרויען פון אנשי שלומינו

    נאכפאלגענדיג די גרויסע צופרידנהייט פון די פרויען פון אנשי שלומינו די פארגאנגענע יארן פאר ראש השנה, ווען די פרויען האבן זיך צוזאמגענומען אינאיינעם און געהערט דרשות און זיך געפריידט צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי' אז די מענער זענען זוכה צו וויסן פון הייליגן רבי'ן און זענען זוכה צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, וועט דאס יאר נאכאמאל פארקומען די "אומאן פארברענג", זיך צו שטארקן צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי'. וועמענס הארץ ציטערט נישט פונעם פארכטיגן יום הדין, ווען דער אייבערשטער שרייבט אן פאר יעדן איינעם אלעס וואס עס וועט פאסירן מיט אים במשך די גאנצע יאר, און דא זאגט דער רבי אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה וועט ער אים פארטיידיגן און זען דערצו אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר, איז דאך זיכער אז יעדער וויל האבן די זכי' צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר. דעריבער וועלן זיך די פרויען צוזאמנעמען און זיך שטארקן אינאיינעם צו שיקן די מענער אויף אומאן און אהיימברענגען ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. די פארברענג וועט פארקומען אי"ה דעם מיטוואך פ' נצבים-וילך הבעל"ט אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג, און עס איז ערווארטעט די באטייליגונג פון הונדערטער פרויען פון אנשי שלומינו. די חשובע פרויען קוקן ארויס מיט שפאנונג אויף דעם געשמאקן פארברענג, זיך צו פרייען אינאיינעם אויף אונזער גרויסע זכי'. &nbsp;ולאחיו יאמר חזק!

    < זעה מער כ אלול תשע"ז 📝
  • אנשי שלומינו וועלן זיך האלטן אינאיינעם ראש השנה אין אומאן

    שטייענדיג געציילטע וואכן אפגערוקט פונעם הייליגן יום טוב ראש השנה, דערקענט זיך גאר שטארק די הכנות פון די צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט, וועלכע גרייטן זיך צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו די געוואלדיגע הבטחות וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט פאר די אלע וועלכע וועלן קומען צו אים אויף ראש השנה. ווי באקאנט פלעגן מיר דאווענען ראש השנה אין אומאן אינאיינעם מיט מורינו ורבינו עטרת ראשינו כ"ק מרן מוהרא"ש זצוקללה"ה אינעם גיגאנטישן בית המדרש "היכל הקודש", וואס געפונט זיך הארט נעבן דעם ציון הקדוש אין אומאן. איינס פון די זאכן וואס מוהרא"ש האט אונז אנגעזאגט אין זיין צוואה איז אז מיר זאלן זיך האלטן אינאיינעם, נאר זיך שטארקן און מחזק זיין איינער דעם אנדערן, און נאר אזוי וועלן מיר ווייטער מצליח זיין. דעריבער וועלן אלע אנשי שלומינו ווייטער דאווענען אינאיינעם אינעם גרויסן בית המדרש "היכל הקודש&rdquo; אין אומאן, אזוי ווי אלע יארן בהלו נרו על ראשינו, און אינאיינעם וועלן מיר ממשיך זיין אויף אונז די אלע גרויסע תיקונים פון הייליגן רבי'ן. אין די לעצטע יארן האט מוהרא"ש געשטעלט דעם ראש הישיבה הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א צו דאווענען ביי אים די תפלות שחרית ראש השנה, אינאיינעם מיט די הערליכע קאפעליע פון בחורי הישיבה, און די תפלות מוסף האט געדאווענט הרה"ג ר' דניאל בוים שליט"א, אויך אינאיינעם מיט די קאפעליע בחורים. די הערליכע הארציגע תפלות האבן געהאט א גרויסן אפקלאנג, טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן פלעגן קומען מיטהאלטן און דאווענען די תפלות מיטן היימישן געשמאק און מיט גרויס השתפכות הנפש. אזוי ווי עס איז ערווארטעט דאס יאר גאר א גרויסער ציבור מתפללים, האט מען פריש אויסגעשטעלט דעם גרויסן בית המדרש מיט פילע צוגעלייגטע זיצן, צו קענען ארייננעמען דעם גרויסן ציבור. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר זוכה זיין צו די אלע הבטחות פון הייליגן רבי'ן, און אהיים קומען מיט פילע זעק ישועות און רפואות. ראש השנה שלי עולה על הכל!

    < זעה מער טז אלול תשע"ז 📝
  • הערליכע חתונה פון א תלמיד הישיבה

    דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט (תבא) איז פארגעקומען א הערליכע שמחת החתונה, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן מו"ה ברוך הי"ו, בן המפיץ הגדול מוה"ר נתן יאקאבאוויטש שליט"א, עב"ג בת מו"ה הערש אלימלך דים הי"ו. די חתונה איז פארגעקומען אין די זאלן פון ווילחאוויץ אין מאנסי, אלע בחורים זענען אהיימגעפארן פון קעמפ און זענען געפארן קיין מאנסי זיך משתתף צו זיין אין די פרייליכע חתונה. די בחורים האבן שיין געטאנצן און משמח געווען דעם חתן, אויסער די שמחה פון א חבר וואס האט חתונה, איז דא געווען א ספעצילע שמחה ווען דער מחותן, ר' נתן יאקאבאוויטש, איז דער באקאנטער גרויסער מפיץ וואס האט שוין מקרב געווען טויזנטער אידישע קינדער צו די לימודים פון הייליגן רבי'ן, און מיט דעם זיי דערנענטערט צום אייבערשטן. אסאך אידן בכלל און פילע אנשי שלומינו בפרט זענען געקומען צו די חתונה צו אנוואונטשן און זיך באדאנקען פאר דעם חשובן מחותן וואס האט זיי אזויפיל געהאלפן אין לעבן מיט דעם וואס ער האט זיי געגעבן די הייליגע קונטרסים וואס זיי געעפנט די אויגן און זיי געוויזן דער ריכטיגער וועג אין לעבן. נאך די הערליכע חתונה איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט פרייליכע הערצער אין א שפעטע שעה. דעם דינסטאג איז פארגעקומען א שיינער שבע ברכות אין ישיבה, ספעציעל געווידמעט פאר אלע מפיצים. עס זענען זיך צוזאמגעקומען א גרויסע צאל מפיצים זיך מיטצופרייען מיט די שמחה. ביי די סעודה האט מען געהערט עטליכע חשובע רעדנער וואס האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון הפצה, וואס דאס מיינט צו גיין טיילן ספרים און קונטרסים פאר אידישע קינדער, וואס כאטש וואס דאס איז נישט אלעמאל אזוי בא'טעמ'ט, איז דאס אבער א געוואלדיגע גרויסע זכות צו העלפן אידישע קינדער וואס מוטשען זיך אין לעבן, און די הייליגע קונטרסים קען זיי אזוי שטארק ארויסהעלפן, און דער מחותן איז א מוסטער פאר אלע מפיצים וואס גייען אין זיינע פיס טריט. דערנאך האט גערעדט דער ראש ישיבה שליט"א, ער האט ארום גערעדט איבער דעם וואס מיר לערנען אין די וואכעדיגע פרשה די מצוה פון ביכורים, וואס דאס ווייזט אויף די מדה פון הכרת הטוב, מען דארף ברענגען ביכורים אין בית המקדש זיך צו באדאנקען פאר'ן אייבערשטן אויף די פרוכט וואס מען האט באקומען, און דעריבער האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער וויל זיך אויך באדאנקען פאר'ן חשובן מחותן ר' נתן וואס ער האט אים געגעבן דעם הייליגן ספר "אשר בנחל" מיט יארן צוריק, און דאס איז געווען דאס וואס האט אים מקרב געווען צו מוהרא"ש און צום הייליגן רבי'ן. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די חשיבות פון גיין הפצה, און האט מסיים מיט דברי ברכה פאר די חתן כלה, פאר די מחותנים, און פאר אלע מפיצים. צום לעצט האט מען געהערט עטליכע ווערטער פונעם חשובן מחותן ר' נתן, וואס האט אויך שטארק מחזק געווען די מפיצים. נאכ'ן בענטשן האט מען געטאנצן און משמח געווען דעם חתן. מיטוואך נאכט איז פארגעקומען א קלענערע שבע ברכות אין הויז פונעם ראש ישיבה שליט"א. זאל דער אייבערשטער העלפן אז דער מחותן זאל זען אסאך אידיש נחת פון אלע זיינע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט, און די פרישע פאר-פאלק זאלן זוכה אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל מיט דורות ישרים ומבורכים. צו זען די ווידיא דרוקט דא.

    < זעה מער יד אלול תשע"ז 📝
  • הערליכע שמחת בר מצוה פון א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א

    דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג (פ' שופטים) איז פארגעקומען די הערליכע שמחת בר מצוה פון הבחור החשוב אלחנן חיים ראטה ני"ו, א זון פונעם ראש ישיבה שליט"א. די בר מצוה איז פארגעקומען בבית מדרשו פונעם גרויסן זיידן פונעם ראש ישיבה, כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א, וואס האט באשיינט די שמחה. דער בית המדרש איז געווען איבערגעפולט מיט געסט, די קרובי המשפחה מיט פילע אנשי שלומינו פון נאנט און ווייט, וועלכע זענען געקומען זיך משתתף זיין ביי די שיינע שמחה. ביי די סעודה האט מען געהערט דברי תורה פון הרה"ג מוה"ר מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, דער שווער פונעם ראש ישיבה, וואס האט שיין ארומגערעדט טרעפליכע דיבורים לכבוד די שמחה. דערנאך האט דער ראש ישיבה אויפגעטרעטן מיט דברי תורה און מכבד געווען דעם חתן הבר מצוה צו זאגן דעם פשעטל. נאכ'ן זאגן דעם פשעטל האט גערעדט דער חשובער זיידע הרה"ג מוה"ר משה ראטה שליט"א, דומ"ץ קארלסבורג, וואס האט א לענגערע צייט מאריך געווען מיט הערליכע דברי תורה, מיט הדרכות פאר'ן בר מצוה בחור ווי אזוי ער זאל אויסנוצן זיינע טעג און יארן ווי עס דארף צו זיין, מיט דברי ברכה פאר זיין זון, דער ראש ישיבה שליט"א, אז ער זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש צו מחזק זיין אידישע קינדער און זיי דערנענטערן צום אייבערשטן. אחרון אחרון חביב האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם גרויסן זיידן, דער קארלסבורגער רב שליט"א, וואס האט גערעדט דברי תורה און דברי ברכה. מען האט געזינגען שיינע ניגונים לכבוד די שמחה, און נאכ'ן בענטשן איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט א דערהויבנקייט, בלייבנדיג אונטער די איינדרוק פון די הערליכע שמחה. דעם קומענדיגן טאג, פרייטאג אינדערפרי, איז דער ראש ישיבה אריבערגעגאנגען מיט'ן בר מצוה בחור צום גרויסן זיידן, דער קארסלבורגער רב שליט"א, צו לייגן תפלין צום ערשטן מאל. א געפיל פון העכערקייט האט זיך געשפירט אין שול ווען דער רב האט ארויפגעדרייט די תפלין אויפ'ן האנט פונ'ם בר מצוה בחור, און דערנאך אים אנגעטון די תפלין של ראש. נאכ'ן דאווענען האט מען געגעבן לחיים, און דער רב האט געזאגט שיינע דברי ברכה. ומשפע מצות תפלין יתמשך עלי חיים ארוכים ושפע קודש! צו זען די ווידיא דרוקט דא צו זען די בילדער דרוקט דא

    < זעה מער ב אלול תשע"ז 📝
  • די בוי ארבעט ביים נייעם בנין אין אומאן רוקט זיך ווייטער

    די בוי ארבעט ביים נייעם בנין אין אומאן גייט ווייטער אן מיט א פעסטקייט, די וואך האט מען שוין ארויפגעצויגן די צעמענטענע זוילן וואס וועלן האלטן דעם בנין, ווי עס זעט אבער אויס וועט דער בנין נאכנישט זיין גרייט צום באנוץ אויף דעם קומענדיגן ראש השנה, דעריבער וועלן מיר דאס יאר ווייטער זיין אינ'ם זעלבן פלאץ ווי די לעצטע פאר יאר. דערווייל ווערט דער צייטווייליגער פלאץ אויך אויפגעפרישט און פארראכטן צו די באקוועמליכקייט פון אנשי שלומינו. די פארגאנגענע יאר האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א גרויסע סוקסעס דער רחבת'דיגער פלאץ וואס מיר האבן אהערגעשטעלט אין אומאן, וואו אלע אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש האבן פארברענגט דעם יום טוב אינאיינעם, בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א. מען האט געדאווענט די תפלות אינאיינעם מיט גרויס השתפכות הנפש אין אונזער שיינעם בית המדרש, מען האט געגעסן די סעודות שבת ויום טוב אינאיינעם אינ'ם גרויסן עס זאל, עס איז צוגעשטעלט געווארן פילע פלעצער צו שלאפן, מיט אן אייגענע פריוואטע מקוה אויפ'ן ארט. און במשך די הייליגע טעג אין אומאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן דרשות התעוררות און התחזקות פונ'ם ראש ישיבה שליט"א. יעצט ווען מען האלט שוין ביים לעצטן וואך פון קעמפ אין "מחנה תפארת התורה", נוצן די בחורים אויס ווי עס דארף צו זיין די לעצטע פאר טאג אין קעמפ, דער קול תורה הילכט אפ אין קעמפ, ווען די צענדליגע טייערע בחורים זיצן און הארעווען אויף די הייליגע תורה, און נוצן אויס די טייערע צייט זיך אנצופולן מיט תורה און יראת שמים. ווער עס קומט נאר אריין אין קעמפ קען גלייך שפירן די לויטערע לופט, די לופט וואס איז אנגעפולט מיט תורה, מיט תפלה, מיט אסאך רעדן צום אייבערשטן. די אכט וואכן פון קעמפ איז די ריכטיגע הכנה צו די ימים נוראים ווען מיר גייען שוין אט אט אריינטרעטן אין די הייליגע פארכטיגע תשובה טעג ווען עס גייט פארקומען דער פארכטיגער משפט, מען גייט אנשרייבן פאר יעדן מענטש ווי אזוי זיין יאר וועט דורכגיין. די גאנצע ישיבה גרייט זיך איינאיינעם מיט פילע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט צו פארן אויף ראש השנה קיין אומאן, צו נעמען דעם הייליגן רבי'ן פאר א גוטן אדוואקאט, אזוי ווי דער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט ארויסהעלפן יעדן וואס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה, און זען אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר. ראש השנה שלי עולה על הכל! מיר האבן ארויפגעשטעלט פרישע בילדער און קליפס פון די אנגייענדיגע ארבעט ביים בנין אין אומאן. צו זען די בילדער צו זען די קליפס

    < זעה מער א אלול תשע"ז 📝
  • ספר ארך אפים אין אידיש הערליך איבערגעדרוקט

    אין די יעצטיגע טעג האט מען איבערגעדרוקט פון פריש דעם הייליגן ספר ארך אפים איבערגעזעצט אויף אידיש. דער ספר איז געווען פון די ערשטע ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, עס איז שוין איבערגעדרוקט געווארן הונדערטער מאל און איז שוין פארשפרייט געווארן אין די הונדערטער טויזנטער איבער די גאנצע וועלט, און האט שוין מחזק געווען און מקרב געווען פילע טויזענטער אידישע קינדער צום אייבערשטן. דער ספר און נאך פילע ספרים און קונטרסים איז דא צו באקומען ביי די קרן הדפסה היכל הקודש אין וויליאמסבורג. כי הם חיינו ואורך ימינו!

    < זעה מער כט אב תשע"ז 📝
« Previous Next »

Showing 1666 to 1680 of 1705 results

1 2 ... 105 106 107 108 109 110 111 112 113 114
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com