Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • פרישער קונטרס "א כשר'ן פסח"

    מיט פרייד איז געווארן אויפגענומען ביי אידן איבעראל די גוטע בשורה איבער די ערשיינונג פונעם פרישן קונטרס "א כשר'ן פסח". יעצט אין די צייט ווען מען גרייט זיך צו דעם הייליגן און פרייליכן יום טוב פסח, איז די בעסטע צייט צו חזר'ן וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז, ווי אזוי זיך צוצוגרייטן צום יום טוב ווי עס דארף צו זיין, און ווי אויסצונוצן דעם יום טוב אויפ'ן בעסטן אופן. דער קונטרס געבט א קלארן בליק אויף די אלע זאכן, און וועט פארשאפען אן אמת'ן עונג יום טוב פאר די אלע וועלכע ליינען דעם קונטרס, און זענען מקיים וואס דארט שטייט. דער קונטרס, ווי אויך די הערליכע הגדה של פסח "אור זרוע" אין אידיש, און  נאך פילע אנדערע ספרים און קונטרסים, איז דא צו באקומען בהיכל הישיבה אויף 27 סקילמען סט. כאילו הוא יצא ממצרים!

    < זעה מער א ניסן תשע"ז 📝
  • פרייליכע פורים און שושן פורים אין ישיבה

    אום פורים נאכמיטאג זענען זיך אנשי שלומינו צוזאם געקומען צו די סעודת פורים בהיכל הישיבה, נאך די סעודה האט מען ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ בתופים ובמחולות, און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים, בימים ההם - וואס מיר זענען ניצול געווארן פון המן הרשע, און מקבל געווען די תורה פון פריש, "קימו וקבלו היהודים". ובזמן הזה - אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פונעם הייליגן רבי'ן, וואס לערנט אונז שטענדיג אנצוהייבן פון פריש, זיך נישט לאזן פארפירן פונעם יצר הרע, נאר שטענדיג נאכאמאל צוריק קומען צום אייבערשטן, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, און אזוי וועלן מיר זיכער שטענדיג מצליח זיין. גאר א גרויסער עולם אנשי שלומנו זענען זיך צוזאם געקומען פון נאנט און ווייט זיך צו פרייען אינאיינעם, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האבן מיר זיכער גע'פועל'ט ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. צומארגנס, אום שושן פורים, איז פארגעקומען א סעודה אין ישיבה, אינאיינעם מיט די שמחת שבע ברכות פאר החתן יצחק לעווי הי"ו. פילע אנשי שלומינו זענען זיך צוזאמגעקומען, מען האט געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער ווי אזוי מיר דארפן מיטנעמען דעם פורים אויך אויף די גאנצע יאר, ווי אויך איבער דאס איבערגעטריבנקייט פון די טייערע שמחות, מענטשן געבן אויס אזויפיל געלט פאר טייערע און רייכע שמחות און מען האט גארנישט דערפון, דאס נעמט נאר אוועק דעם אפעטיט פון אידישע קינדער צו וועלן מאכן א שמחה, דאס בעסטע איז ווען מען מאכט א שמחה גאר באשיידן און נישט זוכן זיך אויפצורייסן און ווייזן פאר יעדן אז מען האט געמאכט א גאר מעכטיגע און טייערע שמחה. נאכ'ן בענטשן האבן עטליכע אינגעלייט און בחורים אהערגעשטעלט א שיינע פארשטעלונג פון וואס יעדער האט זייער הנאה געהאט. דערנאך האט מען זיך ווידער ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ, מען האט משמח געווען דעם חתן, און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים. והימים האלה נזכרים ונעשים!

    < זעה מער יח אדר תשע"ז 📝
  • בחורי הישיבה שיין אויפגענומען דורך נדיבי עם בעצם יום הפורים

    אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן זענען די בחורים פון ישיבה אויך דאס יאר ארומגעגאנגען אום יום טוב פורים צו די נדיבים בעם, צוזאמנעמען באשטייערונגען פאר די הייליגע מוסדות. די בחורים זענען אויפגענומען געווארן מיט גרויס פרייד, וויסענדיג פון וועלכע ישיבה עס האנדעלט זיך, א ישיבה וואו די בחורים לעבן מיטן אייבערשטן, א ישיבה וואו יעדער בחור לערנט יעדן טאג בהתמדה רבה, בחורים וואס זענען אויסגעצייכנט מיט יראת שמים, מדות טובות, און איידלקייט, וואס מען טרעפט נישט. עס זענען געווען דריי גרופעס, א גרופע אין וויליאמסבורג, א גרופע אין בארא פארק. און א גרופע אין קרית יואל. די בחורים זענען ארויף געגאנגען און געזינגען די אלע באקאנטע אידישע ניגונים צום אייבערשטן. עס זענען צוריק געהערט געווארן גאר גוטע גריסן, ווי די חשובע נגידים האבן גאר שטארק הנאה געהאט, און זיך אנגערופן מיט ווארימע סכומים. מיטן אייבערשטנ'ס הילף איז עס אריבער מיט גאר גרויס הצלחה, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער. ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר!

    < זעה מער טז אדר תשע"ז 📝
« Previous Next »

Showing 1681 to 1683 of 1683 results

1 2 ... 104 105 106 107 108 109 110 111 112 113
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com