Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • הארץ קאמפיין פון ברסלב וויליאמסבורג גרייכט האלב מיליאן דאלער ציל - באנוס גאול פון 750,000$ ווערט ארויפגעלייגט

    געלויבט השי"ת אז טויזנטער אידן פון איבער די וועלט האבן זיך אנגערופן מיט זייער ווארים הארץ און ביישטייערט צום קאמפיין, און האט היינט אינדערפרי 10:00 שוין דערגרייכט דעם ארגינעלן ציל פון א האלבע מיליאן דאלער. תיכף האבן זיך פרישע מעטשערס אנגערופן אויפצוהייבן דעם ציל ביז 750 טויזענט. און ב"ה אז דער עולם רופט זיך ווארעם אן און יעצט 2:40 נאכמיטאג איז שוין אריינגעקומען איבער האלב פונעם באנוס גאול. דער קאמפיין קומט שוין נענטער און נענטער צום ענדיגן, מורי ורבותי: איר האט יעצט א זעלטענע געלעגענהייט צו מנדב זיין פאר די הייליגע ברסלבע מוסדות וואס פארשפרייט אזויפיל ליכטיגקייט אויף דער וועלט, אזויפיל אמונה, אזויפיל שטארקייט אין אידישע הערצער, און יעדע דאלער וואס איר געט וועט ווערן 4 דאלער. 50 דאלער וועט ווערן 200. כאפטס אריין ווילאנג דער קאמפיין האלט אן. איר קענט געבן דעם נדבה לכבוד איינע פון די איבער הונדערט טיעמס פון עסקנים וואס האבן אויף זיך גענומען א ציל. איר קענט צושרייבן עטליכע ווארימע ווערטער לכבוד, אדער לכבוד וועם נאר איר ווילט Arele Shapiro Ari Fisch Ari Kraus Ari Weberman Avraham Baruch Lazarovitsh Avraimel Tikolski Avrum Duvid Lax Avrum Eli Friedrich Avrum Hersh Weberman Avrum Moshe Strasser Avrum Shia Altman Avrum Shia Weberman Avrumy Ruttner Bentzi Cziment Bentzi Jacobowitz Bentzi Landau Binyamin Bleich Burech Jacobowitz Burech Mordechai Fekete Chaim Meir Erps Chaim Yitzchok Goldstein Chaim Yoel Fischer Chaim Yosef Rosenberg Chaim Zanvil Appeldorfer Chesky Samet Chizik Yomi Members Chizik Yomi Status Devorie Neuman / Fromer Duddy Deutch Duddy Ruttner Duvid Pamerantz Duvid Rabinowitz Efraim Levy Efroiyem Frommer Eli Knoll Eli Mizrahi Family Levy - Chesky, Yoely, Ushy, Lipa Gedalya Appel Heinech Indig Hershy Baum Hershy Katz Hershy Sabel Hershy Schnitzler Hillel Lebowitz Isaac Appel Isaac Roth Issac Roth Leiby Appel Leiby Roth Leivy Yitzchok Zafer Lipa Mandel Lipa Schwartz Mechy Rosenfeld Meilech Gross S.E.G. Meilech Sharf Meilich Weiser Meir Reinitz Menachem Steinberg Menashe Itzkowitz Michoel Altman Mordechai Aron Halpern Mordechai Caplan Mordechai Heimlich Moshe Arya Schnitzler Moshe Einhorn Moshe Farkas Moshe Rosenberg Moshe Yechial Feldman Motty Herzog Motty Rosenfeld Nachman Nussen Kraus Nachmen Yakobovitch Nachmen Yisroel Jacobowitz Nuchem Brill Nussen Shwartz Pinny Glick & Mendy Gold R' Yiddel Lichtenshtein Reuven Berenbaum Sendy Roth Shabsi Marcus Shabsi Mizrachi Shaul Yitzchok Gantz Shaya Eidlis Shia Lazer Glick Shimmy Endsweig Shimmy Portugal Shimmy Schwartz Shimmy Ziegler Shimon Levy Shimshon Hersh Teitelbaum Shloimy Kraus Shlome Jacobowitz Shlome Shtrau Shlomo Dana Shlomy Shwartz Shmiel Duvid Braun Shmilly Schmeltzer Shmily Sabovitz Shulem Follman Shulem Schnitzler Shuly Pinter Sol Gross Sruly Kraus Usher Ber Indorsky Usher Yakov Blum Yaakov Fried Yaakov Jacobowitz Yakov Tzvi Jungreisz Yanky Fisch Yanky Lesser Yida Leib Weiss Yiddy Freund Yisroel Menachem Rosenberg Yisroel Moshe Goldman Yitzchok Aron Weinberg Yitzchok Hersh Hoffman Yitzchok Levy Yitzchok Moshe Reich Yitzchok Ruttner Yoel Feder Yoel Landau Yoel Mendlowitz Yoel Moskowitz Yoel Rosenberg Yoel Teitelbaum Yoel Weberman Yoelish Krausz Yoina Zabel Yoinah Zinger Yosef Shaul Friedman Yossi Jacobowitz Yossi Mermelstein Yossy Lunger Yossy Prero YSFR Zalmen Leib Zilber Zevy Deutsch איציק מנדלוביץ חיזוק יומי מתורגם נתנאל פארקאש שומר שבת שמוליק בלעדי  

    < זעה מער ו תמוז תשע"ח 📝
  • ברסלב טשערידי "הארץ" קאמפיין גרייכט איבער 25 פראצענט פון די האלבע מיליאן דאלער קאמפיין!

    בחסדי ה' יבתרך האבן זיך אידן פון איבער די גאנצע וועלט זייער ווארעם אנגערופן צום "ברסלב הארץ קאמפיין", און בלויז אין די ערשטע 2 א האלב שעה איז שוין נתנדב געווארן איבער 130 טויזענט דאלער דורך ווארימע הערצער. פון דא גייט ארויס די רוף צו אלע וואס ליינען דעם נייעס, און האבן הנאה פון דעם וועבסייט וואס בסך געבן מיר נישט מער ווי איבער ווייטער וואס דער ראש ישיבה שליט"א געט אונז. ביטע העלפט ארויס אז די ווארימע הארץ וואס קלאפט זאל ווייטער קענען אנגיין. דער הארץ וואס געט חיות פאר אזויפיל אידישע הערצער, און בלאזט אריין אקסיגען צו אטעמען, פאר אידן פון נאנט און ווייט, נישט קיין חילוק ווי חשוב אדער חלילה ווי געפאלן מען איז. ווייזט ארויס אייער הכרת הטוב, און מאכט זיכער אז דער האלבע מיליאן דאלער ציל ווערט דערגרייכט. געדענקט: פרוטה ופרוטה מצרפת. יא, "אייער דאלער מאכט אויס!". בפרט יעצט ווען איר האט די געלעגענהייט אז יעדע דאלער וואס איר געט פאר די ברסלבע מוסדות איז 4$ ביז די קומענדיגע 33 איבערגעליבענע שעה. אזוי אויך קענט איר געבן אייער נדבה לכבוד איינע פון די איבער הונדערט אידן וואס האבן זיך אונטערגענומען א ציל. אחד המרבה, ואחד הממעיט ובלבד שיכיון לבו לשמים. https://www.charidy.com/breslev

    < זעה מער ה תמוז תשע"ח 📝
  • פרישע ספרים און גליונות ווערן בעז"ה אפדעיטעד יעדן דאנעשטאג

    "בית נצחי", די פרישע קונטרס פאר די קומענדיגע וואך; דער "בית נצחי" אנטהאלט די "בית" ב'בלי, י'רושלמי, ת'וספתא, אין גרויסע שיינע אותיות. "גליון היכל הקודש",&nbsp;די פרישע גליון פאר שב"ק; דאס איז דער באקאנטער גליון אויף אידיש וואס ווערט פארש&lrm;פרייט יעדע וואך שבת אין אלע שולן, מיט וואס דער עולם איז זיך מחיה. "עצתו אמונה", די פרישע קונטרס&nbsp; מיט די בריוו, די שאלות און תשובות פונעם ראש ישיבה פונעם פארגאנענעם וואך. וואס אנטהאלט הויפענעס פון חיזוק און עצות פאר אידן וואס פרעגן אן. אויפן פארלאנג פונעם ציבור, וועט דאס אלעס בעז"ה ארויפגעלייגט ווערן יעדע וואך דאנערשטאג (אדער ווי נאר עס וועט ווערן פארטיג פון דרוק) ביי די ספרים אפטיילונג. הנה ימים באים&nbsp;נאם ה' והשלחתי&nbsp;רעב&nbsp;בארץ&nbsp;לא רעב ללחם&nbsp;ולא צמא למים כי אם לשמע את דברי ה' גליון היכל הקודש אידיש בית נצחי קונטרס עצתו אמונה

    < זעה מער א תמוז תשע"ח 📝
  • טשערידי וועבסייט פיעדזש פאר "ברסלב הארץ קאמפיין" ווערט צוביסליך אויפגעבויעט

    אזוי פיל אידן פון איבער די וועלט שעפן זייער גאנצע חיות, זייער גאנצע אידישקייט, זייער גאנצע שייכות מיטן באשעפער, פונעם הייליגן ברסלבן ישיבה.&nbsp;יעדער שפירט פאר א זכיה צו&nbsp;העלפן און שטיצן דעם געוואלדיגן פראיעקט. "דער ישיבה מיטן ראש ישיבה האבן מיר געטוישן מיין לעבן", איז א סטעיטמענט וואס מ'הערט זייער אפט. דער פארציילט ווי ער האט זיך געמוטשעט מיט די קינדער, און א דאנק א דרשה, אדער א קונטרס האט ער באקומען א קלארע מהלך וויאזוי צו גיין, דער פארציילט דאס זעלבע איבער זיין שלום בית, אויף וועלכע ער האט שוין לאנג אויפגעגעבן. א דריטער האט שוין זייט זיין חתונה זיך געזעגענט פון יעדע ספר, און האט באקומען א ליבשאפט צו די תורה, דורך די עצות פון ראש ישיבה. און ליסטע גייט ווייטער און ווייטער. יעצט דארפן די מוסדות האבן א נייע פלאץ פאר די מיידלעך, וואס האבן נישט ווי צו גיין קומענדיגע זמן. אזוי אויך איז די חדר פון די אינגלעך שוין אויסגעוואקסן. בעזרת ה' יתברך וועט מען אויפטרייבן די געלט צו קענען אהערשטלן א פרישע פלאץ פאר די סקול און פאר די חדר. דער קאמפיין האט א ספעציעלע חשיבות, ווייל חשובע נדבנים האבן זיך אונטערגענומען צו "מעטשן" 3 מאל יעדע דאלער וואס ווערט געגעבן. דאס הייסט אז יעדע&nbsp;דאלער וואס וועט געגעבן ווערן פארן קאמפיין קומענדיגן מאנטאג און דינסטאג וועט ווערן 4 דאלער. און ווי די טשערידי סיסטעם ארבעט, וועט עס זיין "אלעס אדער גארנישט", אויב אין 36 שעה וועט נישט ווערן אויפגעטריבן די גאנצע סומע ביז $500,000&nbsp;וועט אלעס צוריק גיין. דערפאר&nbsp;וואס א טאג נענטער עס קומט צום קאמפיין ווערט מען מער און מער געשפאנט, און מען קוקט ארויס אויפן הצלחה פונעם קאמפיין, בעזהשי"ת. די עסקנים ארבעטן יעצט אויפן פעידזש פונעם וועבסייט, איר קענט זען וואו די ארבעט האלט יעצט אויפן פאלגענדן לינק charidy.com/breslev

    < זעה מער ל סיון תשע"ח 📝
  • "הארץ קאמפיין" אויף "טשערידי דאט קאם" פאר מוסדות ברסלב וויליאמסבורג ווערט איינגעפעדעמט

    די צענדליגע טויזנטער אידן וואס באקומען חיזוק און חיות פון די הייליגע ברסלבע מוסדות, פון די ישיבה און פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלן האבן דעם זעלטענעם געלעגענהייט צו קענען העלפן מיטן גאנצן הארץ, כדי עס זאל ווייטער קענען אנגיין בעזרת ה' יתברך. די מוסדות הקדושים האבן זיך ב"ה קע"ה זייער שטארק צואוואקסן, עס מוז עמוירדזשענסי געשאפן ווערן א פלאץ פאר די מיידל סקול. אויך די חדר פאר די אינגלעך איז שוין קע"ה לאנג אויסגעוואקסן דאס פלאץ. די הנהלה פלאנט יעצט בעז"ה צו קויפן א געביידע פאר די חדר און פאר די סקול, וואס דאס וועט אריינציען אין שווערע הונדערטער טויזנטעער דאלארן. דער ציל פון דעם קאמפיין איז אויפצוטרייבן 500 טויזענט דאלער אין 36 שעה. און בעזרת ה' וועט מען מצליח זיין. אבער אויב ח"ו גרייכט מען נישט דעם ציל, וועט מען נישט באקומען קיין איין דאלער פון דעם קאמפיין. געדענקט: עס איז אלעס אדער גארנישט. די הנהלה האט ב"ה באוויזן צו שאפן נדבנים וואס גיין 'מעטשן' יעדען נדבה דריי מאל. דאס מיינט אז יעדע דאלער וואס וועט געגעבן ווערן פארן קאמפיין, איז באמת 4 דאלער. די תלמידים, ידידים און אנ"ש נעמען זיך אונטער א "ציל" וויפיל געלט זיי קענען זיך אונטערנעמען אריינצוברענגען פון זייערע קרובים און ידידים, יעדער וואס וויל שטעלן פאר זיך א ציל און אזוי אויך אלע וואס ווילן איבערגעבן זייערע קאנטאקטן (אימעילס, און טעלעפאן נומערן פון זייערע באקאנטע) פאר די עסקנים וואס וועלן זיך פארבינדן צו זיי און בעטן אין זייער נאמען זיך צו באשטייערן פאר די ישיבה, ווערן געבעטן צו רופן דעם קאמפיין הויפטקווארטיר אויף 718-906-2769, צו באקומען אנווייזונגען וויאזוי עס צו טון. בשעת'ן קאמפיין וועט אויפגעשטעלט ווערן א "קאמפיין הויפטקווארטיר", ווי אלע וואס ווילן צוהעלפן אויפהייבן טעלעפאנען, אדער אנרופן נדבנים. זאלן רופן אויף 718-906-2769. דער קאמפיין וועט זיין אי"ה קומענדיגן מאנטאג און דינסטאג פרשת חקת הבעל"ט. &nbsp;"רק תנו לי את לבכם ואוליך אתכם בדרך חדשה אשר הלכו בה אבותינו אברהם ויצחק ויעקב ואעפ"כ היא דרך חדשה". (חיי מהור"ן) ביי איינע פון די מיטינגען פון די עסקנים מיט "טשערידי דאט קאם"

    < זעה מער כח סיון תשע"ח 📝
  • חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג

    א שיינע ציבור איז זיך צוזאם געקומען זונטאג אינדערפרי פר' קרח אין אולם אפעל פון קהלת היכל הקודש וויליאמסבורג, צום "חומש סעודה" פאר די קינדערלעך די צאן קדשים פון כיתה א' וואס גייען יעצט אנגעהייבן צו לערנען די הייליגע חומש. עס האט געהערשט א געוואלדיגע שמחה און התרגשות ווען די קינדערזענען אריינגעקומען מיט שטראלענדע געזיכטער אנגעטון מיט בגדי שבת און מיט א קרוין אויפן קעפל, מיט זייער נאמען דערויף. דער זאל האט זיך צוביסלע אנגעפילט מיט טאטעס און זיידעס, אזוי אויך די עזרת נשים האט זיך אנגעפילט מיט מאמעס און באבעס, וואס זענען געקומען שעפן נחת פון זייערע אייניקלעך וואס גייען שוין אט בעז"ה אנהייבן חומש. דער חשובער מנהל הר"ר מרדכי אנדיג שליט"א האט אריינגעפירט דעם מעמד, און ארויסגעברענגט דעם "והיה ראשיתך מצער", אז מיט גענוי אזויפיל קינדער וויפיל די גאנצע כיתה א' איז יעצט, איז מיט בלויז עטליכע יאר צוריק געווען דער גאצער תלמוד תורה ווען עס האט זיך געעפענט. און יעצט קע"ה האט זיך דער הייליגער מוסד אזוי שיין צובליעט. דערנאך האט דער חשובער מלמד הר"ר ישראל יוסף שניצלער שליט"א, אליינס פון די ערשטע תלמידים פונעם חדר ארויסגעברענגט די כחות וואס מ'לייגט אריין אין די קינדער נאך פון גאר קליינערהייט, אריין צו לייגן אין זיי די ריינע אמונה, און א געשמאק און אידישקייט, אז זיי זאלן בעז"ה אויסוואקסן ערליכע אידן. דערנאך האבן די קינדערלעך געזונגען שיינע ניגונים מיט זייערע זיסע שטימעס, אויך האבן עטליכע קינדער געזונגען סאלא. דערנאך האט הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א, וואס האט קינדער און אייניקלעך וואס לערענען אין די ברסלבע תלמוד תורה, ארויסגעברענגט בשם אלע עלטערן און זיידעס די געוואלדיגע הכרת הטוב וואס זיי האבן פארן ראש ישיבה שליט"א פאר די כחות וואס ער לייגט אריין. דערנאך האבן די קינדערלעך באקומען א סידור אריינגעקריצט זייער נאמען, און א פעקל נאש. &nbsp;יבואו טהורים ויתעסקו בטהורות בילדער פון די זיסע קינדערלעך ביים חומש סעודה א קליפ פון חומש סעודה

    < זעה מער כז סיון תשע"ח 📝
  • שידוך שליסן / תנאים פון הב' יעקב הלל ני"ו בן מוה"ר יואל פארקאש הי"ו

    מיט גרויס שמחה האבן אנ"ש אויפגענומען די פרייליכע בשורה פונעם שידוך שליסן פון הב' החשוב יעקב הלל פארקאש הי"ו תלמיד הישיבה, בן מוה"ר יואל הי"ו, עב"ג הכלה החשובה בת מוה"ר מנחם גאלדשטיין הי"ו אב"י בעיר מאנסי. דער שידוך שליסן / לחיים איז פארגעקומען נעכט שפעט אויף דער נאכט אויף א שיינע באשיידענע אופן, מיט די באטייליגונג פון אן ענגע צאל קרובים און ידידים, וועלכע זענען זיך געקומען מיטפרייען און אנווינטשן פאר'ן חתן און די מחותנים. די מחותנים האבן געהאט חשק שוין אויפן פלאץ צו פארליינען דעם תנאים, אזוי מוהרא"ש זי"ע האט אלץ געוואלט. איינע פון אנ"ש וואס האט זיך באטייליגט, האט פארשאפט אויפן פלאץ א "שטר התנאים", וואס איז פארגעליינט געווארן דורך מו"ה מאיר דוד פארקאש הי"ו, א פעטער פונעם חתן ני"ו. די מחותנים דארפן אויסגעלויבט ווערן פארן האבן דעם קאפ אויפן פלאץ בעת די גרויסע שמחה, און האבן זיך געשפארט די אלע קאפ וויי וואס די אלע מסיבות ברענגען געווענליך מיט. די מחותנים, די חתן כלה און די געשוויסטער דארפן זיך פריש אויסשטאפירן, מ'דארף דינגען א זאל, קויפן בלומען, מטריח זיין די קרובים און ידידים איינמאל און נאכאמאל ארויס צו קומען, נאר אנשטאט דעם האבן זיי געמאכט דעם שידוך שליסן / לחיים / ווארט / תנאים וכו' אויף איין מאל אויף א בא'חנ'טע און באשיידענע פארנעם. "ווען מ'פאלגט מוהרא"ש, האט מען נחת פון די קינדער, און די שידוכים קומען אן גרינג אן קיין קאפ וויי און דאגות", האט זיך דער מחותן אויסגעדריקט. "ווילאנג מ'האט א בחור אין ישיבה, איז דא עקספענסעס, שכר לימוד א.א.וו. אבער, ווען מ'טוט א שידוך בשטו"מ, איז מער נישטא קיין הוצאות". דער חתן ני"ו איז געווען נישט לאנג צוריק ביים ציון הק' פון מוהרא"ש זי"ע און אויסגעזאגט גאנץ תהלים, ווי ער האט אויסגעבעטן און אויסגעפועלט אזא שיינעם שידוך. &nbsp; דער מחותן מוה"ר ר' יואל הי"ו איז דער גבאי אין ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל אין צענטער פון שטאט אויף העיס קט. ווי דער מחותן לערנט פאר יעדע וואך סיפורי מעשיות און זאגט ד"ת ביי שלש סעודות, וואס איז א מאגנעט פאר אידן פון די גאנצע אומגעגענט צו הערן דברי חיזוק און עצות וויאזוי זיך אומצוגיין אין טאג טעגליכן לעבן.

    < זעה מער כה סיון תשע"ח 📝
  • הערליכע פארשטעלונג דורך די "בית פיגא" תלמידות

    הונדערטער פרויען זענען זיך צוזאמגעקומען די וואך דינסטאג און מיטוואך מיטצוהאלטן די הערליכע פלעי וואס איז אהערגעשטעלט געווארן דורך די תלמידות פון "בית פיגא", וועלכע האבן פארגעשטעלט די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט פון "די פארלוירענע בת מלך", די ערשטע מעשה פונעם ספר הקדוש ספורי מעשיות, אויף וואס דער רבי האט געזאגט, "ווער ס'האט געהערט די מעשה, האט געהאט אן הרהור תשובה". אזוי עס איז געווען ערווארטעט גאר א גרויסע באטייליגונג, האט מען געמאכט די פלעי צוויי מאל, דינסטאג און מיטוואך, און מיט דעם אלעם האט מען נישט געקענט נאכקומען דעם גרויסן ציבור בלי עין הרע. די פארזאמעלטע זענען גאר שטארק באאיינדרוקט געווארן פון די פאכמאנישע ארבעט ווי אזוי די קינדער האט אראפגעשפילט די פלעי אויף אזא שיינעם און פראפעסיניאלן אופן. די פלעי האט געדויערט נאנט צו דריי שעה אנגעפולט מיט הנאה און געשמאק פון וואס יעדער האט גאר שטארק הנאה געהאט. דער מוסר השכל איז שטארק ארויסגעברענגט געווארן, ווי אזוי יעדער איד איז באליבט ביים אייבערשטן, און ווען דער איד פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, פאלט ער נעבעך אריין אין די הענט פון די "נישט גוטע", אין די הענט פונעם יצר הרע, און ער ווארפט אריין דעם מענטש אין א טיפן שלאף, נישט דער גוף שלאפט, נאר די נשמה שלאפט, דער מענטש דרייט זיך ארום ווי אן אויסגעלאשענער ליכט, און האט נישט קיין סיפוק אין לעבן, ער זוכט א וועג ווי אזוי ער קען צוריק קומען צום אייבערשטן און האבן א גליקליך לעבן, יעדער לאכט אפ פון אים, מ'זאגט אים אז ער איז שוין דערנאך און ער וועט שוין קיינמאל נישט קענען מצליח זיין, אבער דער איד געבט נישט אויף, ער האלט זיך זייער שטארק און שרייט, "ס'איז זיכער יא דא", ס'איז זיכער דא א וועג אויך פאר מיר מצליח צו זיין, און דאן העלפט אים דער אייבערשטער אז ער טרעפט זיין נשמה, ער ווערט צוריק נאנט צום אייבערשטן, ער ווערט א פרייליכער און צופרידענער איד, און ס'איז אים גוט אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. די באטייליגטע האבן זיך גאר שטארק באדאנקט פאר די איבערגעגעבענע מחנכות און די חשובע תלמידות פאר'ן אהערשטעלן דעם גאר געלונגענעם פארשטעלונג. &nbsp;עורו ישנים משינתכם! מען גרייט זיך צום ערשטן שפיל דער צווייטער שפיל

    < זעה מער כד סיון תשע"ח 📝
  • דרשה פאר די מסיבה פון די "אחוות תורה" ארגאניזאציע אין ארץ ישראל

    "אחוות תורה" איז א נעץ פון צענדליגער כוללים פאר ארבעטס אינגעלייט אין די לענג און די ברייט פון ארץ ישראל, וואו מ'לערנט אינאיינעם גמרא און הלכה. אין יעדער בית מדרש איז דא א ראש הכולל וואס איז אחראי אויפן פלאץ. די כוללים נעץ איז געגרינדעט געווארן צו לעזן צו דעם פּראָבלעם אַז אסאך אינגעלייט וואס זענען געגאנען ארבעטן, האבן אינגאצן איבערגעלאזט די גמרא. און שטעלט צו פארן ציבור אַרבעטס-אינגעלייט אַ וואַרעמער פלאץ צו קענען שטייגן אין תורה און יראת שמים. יעדעס יאר מאכט דער חשובער ארגאניזאציע א גרויסער מסיבה, ווי רבנים און בעלי דרשנים זענען מחזק זיין דעם ציבור אינגעלייט צו ווייטער אנגיין און לערנען תורה טראץ זייערע גרויסע טירדות פון פרנסה א.א.וו. היי יאר איז אראפ געקומען צום ראש ישיבה א דעלעגאציע פון די הנהלה פונעם ארגאניזאציע, און געבעטן פונעם ראש ישיבה שליט"א, אז אזוי ווי זיי און אסאך אינגעלייט נעמען זייער חיזוק און חיות פונעם ראש ישיבה שליט"א, בפרט פון די חיזוק יומי המתורגם וואס ווערט געהערט דורך טויזנטער אין ארץ ישראל, און די אינגעלייט ווילן אז דער ראש ישיבה זאל זאגן אפאר ווערטער זיי מחזק צו זיין ביים היי יאריגן מסיבה. דער ראש ישיבה שליט"א אנגענומען זייער פארלאנג און האט טאקע געזאגט א שיינע דרשה, וואס איז אויפגעשפילט געווארן ביים גרויסן מסיבה וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם י"ז סיון העעל"ט אין ירושלים, וואו איבער הונדערט טויזנט אידן האבן זיך באטייליגט, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט מחזק און מעודד געווען אז תורה היילט אויס פון אלע שמוץ וואו מ'איז נאר אריינגעפאלן ר"ל, און אויך געט עס א חן פאר א מענטש, אז זיינע תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון. &nbsp;דרשה

    < זעה מער כג סיון תשע"ח 📝
  • פלעי "די פארלוירענע בת מלך" דרוך די בית פיגא סקול

    די מיידלעך פון "בית פיגא" סקול גייען אויפשפילן די מעשה פון די פארלוירענע בת מלך, די פלעי וועט זיין צוויי מאל דינסטאג נאכט און מיטוואך נאכט, אום 7:45 אויף 27 סקילמאן סט. די פרייז איז צען דאללער, עס ערווארט א גאר שיינע שפיל, עס לוינט זיך צו קומען.אינעם בית פיגא סקול לערט מען אויס די קינדער פון יונגט אן די ריינע אמונה, און די קינדער וואקסן אויף מיט א בחנ'טע תמימות וואס דערקענט זיך אויף די קינדער. &nbsp; די אלע וואס זענען געווען ביי די שפילן אין די פארגאנגענע יארן, האבן מורא'דיג הנאה געהאט, צו זען ווי די קינדער לעבן מיטן רבינס עצות. די שפיל האט אויפגעשפילט די מעשה און מוסר השכל די געוואלדיגע עצות וואס מיר קענען ארויסנעמען אויפן טאג טעגליכן לעבן.

    < זעה מער כ סיון תשע"ח 📝
  • ברית של הילד אליעזר שלמה בן מו"ה אברהם צבי וועבערמאן הי"ו אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב בלומינג-גראוו

    פילע אנ"ש זענען זיך צוזאם געקומען צום דאווענען היינט דינסטאג אינדערפרי צום ברית פוענם אינגל וואס איז געבוירן צו מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו, גבאי אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב בלומינג גראוו. א שטילקייט האט געהערשט אין ביהמ"ד ווען דער מוהל איז צוגעגאנגען צום ברית, אלע אנשי שלומינו וועלכע זענען געווען פארזאמעלט האבן אויסגענוצן די געלעגענהייט, ווען אליהו הנביא קומט צום ברית, און מתפלל געווען צום אייבערשטן יעדער איינער וואס ער דארף און וואס עס קוועטשט אים. דער מוהל איז געווען מו"ה אהרן ווייס הי"ו, און מ'האט א נאמען געגעבן פארן קינד "אליעזר שלמה", נאך מוהרא"ש ז"ל. ביים ברית האט מען געהערט דברי תורה פון הרב שלום וועבערמאן שליט"א מנהל בית רחל קרית יואל, זיידע פונעם קינד, וואס האט געזאגט טרעפליכע ווערטער לכבוד דעם ברית. דער אייבישטער זאל העלפן אז כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים, און זאל גיין אין די וועגן פונעם צדיק מוהרא"ש ז"ל נאך וועמען דער קינד הייסט. בילדער

    < זעה מער טו סיון תשע"ח 📝
  • גאר פרייליכע חתונה פון החתן יענקי יאקאבאוויטש, אין וויליאמסבורג

    נעכטן זונטאג נאכט איז געגאנגען אונטער די חופה החתן המופלג בתוי"ש יענקי יאקאבאוויטש ני"ו (פון די תלמידים פון הייליגן ישיבה "תפארת התורה ברסלב") א זון פון הרה"ח ר' שמחה יאקאבאוויטש הי"ו מחשובי אנ"ש פון בארא פארק, מיט די חשובע כלה שתחי' (א טיטשער אין די הייליגע סקול "בית פיגא ברסלב") די טאכטער פון הרה"ח ר' מאיר דוד פארקאש הי"ו, מחשובי אנ"ש פון וויליאמסבורג. די פרייליכע חתונה איז פארגעקומען אין די "ויואל משה" זאל אין וויליאמסבורג, ווי הונדערטער אנ"ש און ידידים פון ביידע מחותנים, די בחורים פון די הייליגע ישיבה מיטן ראש ישיבה שליט"א, און אלע תלמידים פון מוהרא"ש ז"ל פון נאנט און ווייט, זענען זיך געקומען מיטפרייען ביי די שמחה, און אנווינטשן פאר די בעלי שמחה. ביי איין ווינקל פונעם זאל האט זיך ספעציעל אנגעזען סעמפלס פון די ספרים וואס דער מחותן מו"ה מאיר דוד פארקאש הי"ו האט געספאנסערט צו דריקן, און האבן באקומען דעם נאמען "מהדורת פארקאש": ליקוטי מוהר"ן, די ערשטע 50 בענדער אשר בנחל, די נייע "אוצר יומי" (וואס האט - דרך אגב - אויפגעשטורעמט די וועלט), די קליינע טאשן משניות מיט גרויסע אותיות (ספעציעל געאייגענט צו זאגן ח"י פרקים משניות), און נאך, געדרוקט אין די וועלט-בארימטע בית הדפוס אין יבניאל "ניצוני קודש", אנגעפירט דורך מו"ה מאור בניזרי הי"ו. פילע באטייליגטע האבן זיך אפגעשטעלט און באווינדערט די הערליכע דרוק, און אויפן פלאץ באשטעלט וואס זיי דארפן. דער חתן נ"י האט זוכה געווען אז צו די חופה האט ער שוין געענדיגט ש"ס, א זאך צו וואס ווייניג זענען זוכה. אזוי אויך די באקאנטע "חיזוק יומי" קארטלעך, מיט וואס טויזנטער אידן האבן זיך שוין מחי' געווען, איז די געווען ארבעט פון אונזער חתן ני"ו, און מ'האט זיך זייער משמח געווען מיט די "חיזוק יומי קארטלעך". דערנאך האט הרה"ג ר' יצחק לעזער שליט"א - וואס דער חתן און די מחותנים באטיילגן זיך יעדע וואך ביים ליל שישי שיעור - געטאנצט א געהויבענע מצוה טאנץ. &nbsp;כל המשמח חתן וכלה זוכה לתורה (ברכות ו ע"ב) בילדער פון די פרייליכע חתונה

    < זעה מער יד סיון תשע"ח 📝
  • בית התבשיל אין היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג

    ווי באקאנט פלעגט מוהרא"ש ז"ל אסאך מאל זאגן אז מ'דארף האבן א ספעציעלע זכי' אז די צדקה וואס מ'געט זאל גיין אויף א גוטע צוועק, "עס איז נישטא א גרעסערע צדקה ווי געבן צו עסן פאר א הונגעריגן" פלעגט מוהרא"ש שטענדיג זאגן. אין וויליאמסבורג האבן זיך עטליכע אינגעלייט אריינגעלייגט צו צושטעלן יעדן טאג פאר משפחות וואס זענען איבערשטרענגט מיט טירדות ווי שמחות וכדו', אדער קענען זיך נישט ערלויבן די הוצאות, און דעליווערן טאג טעגליך סאפערס פאר צענדליגע משפחות און סעודות שב"ק יעדע וואך, און די משפחות זענען זיך ממש מחי' דערמיט. דאס אלעס גייט שוין אן פאר א לענגערע צייט. &nbsp;ווער עס וויל ארויסהעלפן און מנדב זיין פאר די הייליגע "בית התבשיל" זאל רופן אויף 718-384-1652 בילדער פון די עסן וואס ליגט גרייט צו דעליווערט ווערן נאך בילדער

    < זעה מער יג סיון תשע"ח 📝
  • פייער אין בנין התלמוד תורה, מיט גרויס ניסים זענען אלע צייטליך ארויס ב"ה

    פארגאנגענעם דינסטאג פרשת נשא בערך 12:30 מיטאג, האט זיך די פייער אלארם פונעם בנין צעקלינגען. פאר די בחורים אין ביהמ"ד האט עס אויסגעזען ווי א פייער דריל, ווייל עס האט גארנישט געשמעקט, און עס איז בכלל נישט געווען קיין רויעך. די הנהלה האט געהייסן אז אלע בחורים אין קינדער דארף ארויסגיין פון בנין, און אלע קינדער זענען ארויס פונעם בנין מיט די באגלייטונג פון די מלמדים מיט א שיינע סדר. נאך עטליכע מינוט זענען די פייערלעשער אנגעקומען, נאך א קורצע אונטערזיכונג האבן זיי באמערקט אז די עלעקטריק רום איז פארייכערט, זיי האבן אויסגעשאלטערט די עלקעטריק, און האבן אונטערגעזוכט דעם גאנצן געביידע זיכער צו מאכן אז עס האט זיך נישט אנגעכאפט אין ערגעץ, און ב"ה אז דער פייער האט זיך נאך בכלל נישט געהאט צושפרייט. עס האט נאר שאדן געמאכט די עלקטעריק פון די עלעוועיטער. ווי די פייערלערשער האבן געזאגט איז עס געווען אן ערנסטער עלעקטריק פייער, און איז געווען גאר א גרויסער נס, אז דער געביידע האט נישט אויפגעריסן אין פלאמען, און מען איז ב"ה אפגעקומען מיט גאר קליינע שאדענס. דער הייליגער רבי נתן שרייבט אין חיי מוהר"ן (שנ"ה), אז "דער רבי האט געזאגט אז אפילו נאר האלטן זיינע ספרים אין שאנק איז א מורא'דיגע טובה פאר א מענטש, ווייל האלטן זיינע ספרים אין הויז איז א געוואלדיגע שמירה צו אפילו אפהיטן דאס געלט און די עשירות פון א מענטש פון אלע שאדנעס", און מוהרא"ש פלעגט אלץ ארויף שרייבן דעם שיחה אויף אלעס ספרים וואס ער פלעגט דרוקן. נאכן בערך א האלבע שעה האבן זיי צוריק געלאזט אין בנין, און מען האט זיך צוריק געקערט לערנען די הייליגע תורה מיט גרויס שמחה. צו מארגענס ביים שיעור האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאנקט דעם אייבערשטן ברבים אויף זיינע גרויסע חסדים, אז מען איז גרינג אפגעקומען און מען אזוי שנעל געקענט ב"ה זיין צוריק און מען האט א דאך איבערן קאפ. &nbsp;כי הם חיינו ואורך ימינו די פייערלערשער ביים בנין פון מוסדות היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג

    < זעה מער יא סיון תשע"ח 📝
  • נייע עירקאנדישאנס אינסטאלירט אין יבניאל ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש ז"ל

    ווי באקאנט האט מוהרא"ש ז"ל געשריבן אין זיין צוואה אז מען זאל ארויפרייבן אויף זיין מצבה "איך זאג צו אז יעדע בחור און יעדע מיידל וואס ווען קומען דא צו מיין קבר און וועט אויסזאגן גאנץ תהלים פון אנפאנג ביזן סוף פאר מיין זכות, וועל איך איינלייגן וועלטן זיי זאלן טרעפן זייער שידוך, און דאס איז א שטארקע הבטחה פון מיר". אויך האט מוהרא"ש ז"ל געשריבן אין טאג פון זיין פטירה אז ער בעט מ'זאל קומען מתפלל זיין ביי זיי קבר, און ער זאגט צו צו זיין א מליץ יושר פאר אלע. און מ'הערט כסדר מעשיות פון אידן פון בחורים און מיידלעך וואס זענען געפארן צום ציון און געבעטן ביים אייבערשטן און זענען געהאלפן געווארן מיט שידוכים און אלע מיני ישועות. דערפאר איז דער הייליגער ציון געווארן א מאגנעט פאר אידן פון אומעטום וואס קומען כסדר יעדן טאג און זענען מתפלל ביים ציון און בעטן זיך אויס ביים אייבערשטן ביים ציון פון דעם הייליגן צדיק וואס האט געבעטן מ'זאל קומען מתפלל זיין ביי זיין קבר, און צוגעזאגט גרויסע ישועות, און פועלן טאקע דארט אויס ישועות, רפואות, שידוכים וכו' למעלה מדרך הטבע. צוליב די גרויסע היצן אין ארץ ישראל אין די טעג, איז געווען זייער שווער פאר די אידן וואס קומען דארט מתפלל זיין אין די הייסע זומער טעג, און ב"ה טייערע עסקנים פון יבניאל האבן זיך אריינגעלייגט צוצושטעלן עיר קאנדישאנס, וואס איז שוין ב"ה אינסטאלירט געווארן. על-ידי השתטחות על קברי צדיקים, הקדוש ברוך הוא עושה לו טובות אף על פי שאינו ראוי לכך (ספר המידות ערך "צדיק" סעיף קע"ג)

    < זעה מער י סיון תשע"ח 📝
« Previous Next »

Showing 1621 to 1635 of 1737 results

1 2 ... 106 107 108 109 110 111 112 ... 115 116
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com