Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שיינער יום טוב שבועות אריבער אויף אנ"ש אין וויליאמסבורג מיטן ראש ישיבה שליט"א

    מוצש"ק דער ערשטער נאכט יום טוב איז מען זיך צוזאם געקומען אין ביהמ"ד אום 1:45, און געזאגט אינאיינעם דעם "תיקון ליל שבועות", און מען האט געזינגען אינצווישן שיינע אידישע ניגונים, וואס איז מעורר צו לערנען די הייליגע תורה און זיין אן ערליכער איד. דעם ערשטן טאג יום טוב האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית אום 11:00, צו שחרית איז צוגעגאנגען די ראש ישיבה שליט"א, וואס האט געדאווענט מיט גרויס געשמאק און ווארימקייט, מען האט געזינגען צוזאמען די באוויסטע "סאטמארע אהבה רבה ניגון" מיט גרויס דביקות, אויך האט מען געזינגען צוזאמען הלל שטיקל ביי שטיקל. אקדמות איז פארגעזאגט געווארן מיט גרויס ווארעמקייט דורך הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב. מוסף האט געדאווענט פארן עמוד מו"ה איתמר טובי' אינדיג הי"ו, וואס האט מהנה געווען דעם ציבור מיט זיין זיסע שטימע. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דעם ברית לבן הנולד צו מו"ה נחמן נתן קרויס הי"ו, דער ראש ישיבה שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, ויקרא שמו בישראל "אברהם מאיר". דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דעם הייליגן ספר "סיפורי מעשיות" (מעשה ז'), ווי מען האט ארום גערעדט אויף די ווערטער פונעם הייליגן רבין "אז ווילאנג די דף איז מגין אויף דיר, דארפסטו פון גארנישט מורא האבן", ווי מוהרא"ש פלעגט אייביג זאגן אז דאס גייט ארויף אויף לערנען א דף גמרא יעדן טאג, און האט שטארק ארויסגעברענגט אז דער "דף גמרא" איז מגין אויפן מענטש פון אלע זיינע צרות. אום 8:00 פארנאכטס איז מען זיך ווידער צוזאם געקומען, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט דעם דף גמרא, דערנאך האט הר"ר מרדכי אינדיג פארגעליינט דעם "תנאים" צווישן כנסת ישראל און דער אייבישטער, מען האט געזונגען שיינע ניגונים, און דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט אין ספר הקדוש "שיחות הר"ן" (שיחה י"ט), ווי דערהייליגער רבי רעדט די גרויסקייט פון לערנען, און אז א מענטש מאכט ביי זיך א חק קבוע צו לערנען יעדן טאג"כך וכך", וועט דאס ארויסשלעפן דעם מענטש פון יעדע בלאטע און פלאנטער ווי ער איז נאר אריינגעפאלן, בגשמיות אדער ברוחניות. און ווי מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן, אז "כך וכך" גייט ארויף אויף "אכצן פרקים משניות א טאג".‎ דעם צווייטן טאג יום טוב אינדערפרי האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט פאר שחרית אינעם הייליגן ספר "פעולת הצדיק", ווי מען האט געלערענט איבער די אינגע יארן פונעם הייליגן רבין, ווי דער האט זיך מסגף געווען. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז מען ווערט נישט קיין צדיק איבער נאכט, נאר עס נעמט טעג און אסאך מאל יארן ווילאנג מען ווערט א צדיק, און א מענטש דארף האבן סבלנות, און עקשנות און ווייטער לערנען און דאווענען אפילו ער פילט גארנישט, ווייל אויב ער וועט זיך דערהאלטן וועט ער צום סוף זוכה זיין צו אלע מדריגות. כמעשהו בראשונה כך מעשה בשניה, דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט שחרית, צו מוסף איז צוגעגאנען מו"ה מרדכי ראזענפעלד הי"ו. נאך שחרית, האט דער ראש ישיבה שליט"א ווייטער פארגעלערנט אינעם הייליגן ספר "סיפורי מעשיות", מעשה ז, און שטארק ארום גערעדט דער ענין פון "הגבל את ההר", אז מען זאל נישט ברענען צופיל. למשל מען זעט איינער איז נארוואס געווארן א בעל תשובה און ער וויל שוין תיכף ומיד זיך פירן אזוי ווי א חסידישער איד מיט אלע הנהגות, ער טוט זיך אן חסידישע מלבושים, ער דרייט איבער זיין שטוב, נאכדעם פלאצט עס אבער. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענט אז מען דארף גיין שטאטליך, טריט ביי טריט. און אזוי וועט מען אנקומען זייער ווייט. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט אז מען זאל נעמען דעם רבינ'ס סדר הלימוד מיט א געשמאק, און נישט נעמען דאס לערנען פאר א פרעשור "איך מוז אנקומען", "איך מוז ענדיגן", נאר לערנען כסדר וויפיל מ'קען. דערנאך האט הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, פארגעליינט די "כתובה", מען האט געזינגען ניגונים מענינא דיומא און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט אינעם הייליגן ספר "חיי מוהרן" (סימן תר"א) "אל יהיה רשע בפני עצמך"‎, אז א איד וויל זיין אן ערליכער איד דארף ער זיך דרייען צווישן ערליכע אידן, און אזוי וועט ער סוף כל סוף אויך ווערן אן ערליכער איד, ווייל אויב זעט מען אז מען איז בבחינת "רשע", איז עס ווייל מען איז "בפני עצמך", אליינס בלאנדזשעט מען. מוצאי יום טוב גלייך נאך מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א ווייטער פארגעלערנט א פרישע דף גמרא, און מיט דעם האט מען ארויסבאגלייט דעם הייליגן יום טוב.   עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני

    < זעה מער ט סיון תשע"ח 📝
  • הערליכע יום טוב שבועות אריבער אין ביהמ"ד היכל הקודש בארא פארק מיט הרה"ג ר' יצחק לעססער שליט"א

    א גאר שיינער ציבור איז זיך צוזאם געקומען צום דאווענען און תיקון ליל שבועות, דערנאך האט מען געדאווענט אינאיינעם פארטאגס כותיקין. נאכן דאווענען איז געווען א מילכיגער קידוש ווי הרה"ג ר' יצחק שליט"א האט געזאגט עטליכע ווערטער לכבוד יום טוב. די ערשטע טאג שבועות נאך מנחה האט הרה"ג ר' יצחק שליט"א געזאגט שיינע דברי חיזוק וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די לעבן פון דוד המלך ע"ה, וואס האט מיטגעמאכט אלע צרות וואס א מענטש קען נאר טראכטן, אבער האט נישט אפגעלאזט דעם אייבערשטן פאר א רגע, און די גרויסקייט פון זאגן תהלים. &nbsp; ביי נעילת החג מוצאי יו"ט האט הרה"ג ר' יצחק שליט"א צווישן אנדערע זייער שיין געטייטשט דאס וואס חז"ל זאגן "ביותר צריך להזהר במקום שיש חסרון כיס", אז מ'דארף האבן א טאש וואו צו לייגן א קליינע משניות'ל, אז מ'האט נישט קיין משניות מיט זיך, און מ'ווארט צ.ב. ביי א דאקטער'ס אפיס, איז מען זייער איינגעשטעלט, אדער ווען מ'ווארט אז די ווייב זאל ארויסקומען פון א געשעפט, וויאזוי קען מען זיך שטארקן מיט סבלנות אן א משניות?

    < זעה מער ח סיון תשע"ח 📝
  • אלע 3 בתי מדרשים פון קהלת היכל הקודש קרית יואל וועלן בעז"ה זיין אפן אויף יו"ט שבועות הבעל"ט

    קרית יואל. &ndash; &nbsp;אין א מודעה וואס קהילת היכל הקודש ברסלב&nbsp;אין קרית יואל האט ארויסגעשטעלט מעלדן זיי אז אלע זייערע בתי מדרשים אין שטאט וועלן זיין אפן&nbsp;צום דינסט פונעם ציבור אנ"ש און געסט אויף אלע תפלות פון גאנץ יום טוב שבועות הבעל"ט בעז"ה. די בתי מדרשים אין קרית יואל זענען באקאנט אין די גאנצע שטאט, פאר א פלאץ ווי א איד קען אריינקומען פאר א געשמאקע דאווענען, און בפרט איז באקאנט די חיזוק דיבורים וואס ווערט געהערט יעדע שב"ק ביי סיפורי מעשיות נאך שחרית, און ביי שלש סעודות. ווי אידן, שכנים, געסט קומען אלץ ארויף צו הערן חיזוק אויף צו קענען אנגיין ווייטער, און זיך שטארקן אין לעבן מיט אייבערשטן. די סדר פון שב"ק וועט זיין ווי א געווענליכע שבת, אויסער אז שלש סעודות וועט מען נישט עסן אין ביהמ"ד מוצש"ק פאלט אויס די ערשטע נאכט יו"ט, און מען פירט זיך צו צוטיילן די סעודה פון שב"ק בייטאג. צו מנחה שב"ק נאכמיטאג וועט מען אי"ה קומען אום 8:50, און דערנאך מעריב. די בתי מדרשים וועלן בעז"ה זיין אפן צו זאגן "תיקון ליל שבועות" א גאנצע נאכט. דער ערשטער טאג שבועות וועט מען בעז"ה דאווענען כותיקין אום 4:35, און דערנאך וועט זיין בעז"ה צוגעשטעלט א מילכיגע קידוש. מנחה דער ערשטער טאג יו"ט וועט בעז"ה זיין אום 8:30. שחרית דער צווייטער טאג וועט זיין אום 10:00. נאכמיטאג וועט מען זיך אי"ה צוזאם קומען אום 8:30 צו מנחה און נעילת החג. ובאו כולם בברית יחד, נעשה ונשמע אמרו כאחד.

    < זעה מער ד סיון תשע"ח 📝
  • בנין פון בביהמ"ד אין אומאן רוקט זיך ב"ה מיט א מורא'דיגע שנעלקייט

    אויף די גרויסע נאכפראגע פונעם ציבור, האט די וועד קרן הבנין איבערגעגעבן אז די ארבעט גייט אן ברוך השם מיטן פולן אימפעט, און עס איז אין סקעדזשול צו ווערן פארטיג אין צייט אויף ראש השנה הבעל"ט, און אנשי שלומינו וועלן שוין ענדליך היי יאר בעז"ה האבן א הערליך אפגעהיטן ווינקל ארויס פונעם געפילדער פון שטאט, ווי מיר וועלן קענען זיין ביים רבין אויף ראש השנה, און זיך מחזק זיין און זיך אויפפרישן מיט די עצות פון רבין אויף א גאנץ יאר. מען האט שוין ב"ה ארויפגעצויגן אלע דריי שטאקן, די עלעקטריק און פלאמבינג ווערט יעצט פארענדיגט אויף אלע שטאקן, די בעיסמענט האט מען שוין באדעקט די פלאר מיט צעמענט, דער ערשטער שטאק (דער ריזיגער היכל הבית המדרש) ווערט יעצט פארענדיגט די פראכטפולע רינדעכיגע פענסטערס. אויף צווייטן שטאק (ווי עס וועלן זיין די שלאף צימערן) זענען שוין אינסטאלירט געווארן די פענסטערס, אויך ווערן די אינעוויינגסטע ווענט שוין פארענדיגט. איר קענט האבן די זכי' צו מנדב זיין פארן בנין, נדבות קען מען איבערגעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א. בילדער ג' סיון תשעח

    < זעה מער ג סיון תשע"ח 📝
  • דער באקאנטער "תיקון ליל שבועות דפוס היכל הקודש", צו באקומען ביי פארקאש טליתים

    מוהרא"ש ז"ל האט געזאגט אז דאס זאגן "תיקון ליל שבועות" אין די הייליגע נאכט פון יו"ט שבועות איז א מורא'דיגער תיקון אויף די עבירה פון ביטול תורה פון א גאנץ יאר, און איז מסוגל אריינצוברענגען אין א מענטש א שטארקע ליבשאפט צו די תורה, "טועמי' חיים זכו", מען פארזוכט פון אלע 24 ספרים פון תנ"ך וואס מען גייט מקבל זיין קומענדיגע צופרי, מען זאגט דער ערשטער און לעצטער פסוק פון יעדע פרשה, און אזוי שפירט מען די זיסקייט פון די הייליגע תורה. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס וואס מען האט צוגעלייגט אסאך שטיקלעך פון פארשידענע פרשיות, איז נישט דער עיקר פונעם תיקון ליל שבועות, און אסאך מאל איז עס גורם אז א מענטש זאגט שוין בכלל נישט קיין תיקון ליל שבועות, ווייל עס איז אים צו שווער צו זאגן אזא גרויסער תיקון. אבער ווען מען ווייסט אז דער עיקר תיקון איז דער ערשטער און לעצטער פסוק פון יעדע פרשה און ספר, וועט יעדער עס זיכער זאגן מיט א געוואלדיגע חשק, וואס דאס איז בכלל נישט שווער, און דאס מאכט א גרויסער תיקון אין אלע וועלטן. מוהרא"ש האט געזאגט אז נאכן זאגן תנ"ך איז כדאי צו זאגן די "תרי"ג מצוות", ווייל דעם קומענדיגן אינדערפרי גייט מען מקבל זיין די תורה און די מצוות פון אייבערשטן, דארף מען דאך וויסן וואס זענען די מצוות, וועט דער קבלת התורה זיין א ריכטיגע קבלה. (שיחות מוהרא"ש חלק ט"ז) דערפאר האט דער בית הדפוס פון היכל הקודש אין וויליאמסבורג אפגעדרוקט דער תיקון אויף דעם נוסח, און מוהרא&rdquo;ש האט דאן גאר שטארק הנאה געהאט דערפון, זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן כאטש זאגן דעם עיקר תיקון, און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים. און זייט דעמאלט האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל. שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יו&rdquo;ט שבועות , האט מען עס נאכאמאל איבערגעדרוקט פון פריש. דער "תיקון ליל שבועות" איז דא דא צו באקומען אין ישיבה תפארת התורה וויליאמסבורג &ndash; 27 סקילמאן סט. פארקאש טליתים בארא פארק &ndash; 4529 16 עוו. פארקאש טליתים קרית יואל - 8 העיס קט.

    < זעה מער ב סיון תשע"ח 📝
  • שיינע נייע פענסטער אינסטאלירט אינעם הערליכע חתונה זאל אולם אפפעל

    ווי באקאנט האט מוהרא"ש אלץ מעורר געווען זיינע תלמידים זאלן רחמנות האבן אויף זייערע קינדער, און נישט אוועקגעבן אזויפיל קריטישע צייט פון די האקעלע בחורישע יארן זיך צו קלויבן מחותנים, געלט אדער אנדערע זייטיגע נארישקייטן, נאר חתונה מאכן די טייערע קינדער וואס שנעלער. איינע פון די גרויסע שטערונגען פארוואס מענטשן שטופן אלץ אפ דאס חתונה מאכן זייערע קינדער &ndash; פלעגט מוהרא"ש זאגן &ndash; איז, אז עס קאסט א הון תועפות צו חתונה מאכן די קינדער, און מענטשן &ndash; וואס זענען שוין אזוי אויך איבערגעשטרענגט מיט גרויסע הוצאות &ndash; האבן זיך נישט געקענט זען יעצט מיט א פרישע לאסט פון א גאנצע יאר געהאלט, וואס דארף גיין אויף צו חתונה מאכן די קינדער בדרך כבוד. מוהרא"ש פלעגט פרעגן: "ווער בעט דיך אויסצוגעבן אזויפיל געלט וואס דו האסט נישט אויף חתונה מאכן? ענדערש האב אמתע רחמנות אויף דיינע קינדער, מאך א פשוטע חתונה, און שטופ עס נישט אפ אויף ווען עס וועט שוין אפשר זיין צו שפעט". דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעשטעלט א חתונה זאל אין וויליאמסבורג, ווי מחותנים קענען חתונה מאכן זייער קינדער "אינגאנצן בחנם". יא, איר האט גוט געליינט, אינגאנצן בחנם. און ב"ה קלוגע מחותנים און חתנים און כלות האבן שוין אויסגענוצט די געלעגענהייט און דארט חתונה געמאכט זייערע קינדער, און זענען ב"ה ארויס העכסט צופרידן. די מחותנים האבן געהאט די רואיגקייט און אמת'ע שמחה און שלוות הנפש ביי זייער פרייליכסטע טעג אין לעבן, ווען זיי האבן זוכה געווען צו חתונה מאכן זייערע קינדער, און די חתן כלה האבן זיך געפילט גליקליך אז זיי האבן זיך איינגעקויפט די געוואלדיגע זכות פון איינשפארן פאר זייערע עלטערן בושות פון אויסשטרעקן זייערע הענט צו צוזאם קלויבן געלט צו חתונה מאכן "בדרך כבוד", און די לחץ און עול פון חובות וואס זיי וועלן דארפן טראגן אויף זייערע פלייצעס אויף אסאך יארן. וואס דער זכות פון "כיבוד אב", וואס זיי האבן זיך איינגעשאפט וועט זיי זיכער ביישטיין צו באקומען די ברכה וואס די תורה זאגט דערויף "למען יאריכון ימיך, ולמען יטב לך". דער זאל איז געווארן הערליך אויסשטאפירט מיט רייכע פירהענג, און שיינע דעקאראציעס ווי עס פאסט פאר א חתונה זאל. דאס אלעס איז נתנדב געווארן דורך מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו, וואס האט זיך איינגעקויפט די זכות פון די גרויסע מצוה פון געבן די געלעגענהייט חתונה צו מאכן אידישע קינדער גרינגערהייט, און האט דערפאר באקומען דעם נאמען "אולם אפפעל". יעצט קומט די פריידיגע נייעס אז עס זענען נארוואס אינסטאלירט געווארן דארט הערליכע נייע פענסטער, וואס וועט זיכער צוגעבן צו די שיינקייט און געשמאק פונעם חתונה זאל. עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה.

    < זעה מער א סיון תשע"ח 📝
  • קורצע “תיקון ליל שבועות” איבערגעדרוקט

    די וואך האט מען פון פריש איבערגעדרוקט דעם &ldquo;תיקון ליל שבועות&rdquo; , אזוי ווי מוהרא&rdquo;ש פלעגט זאגן אז דאס איז דער עיקר תיקון. אלע יארן פלעגט מוהרא&rdquo;ש רעדן פון דעם בעפאר דעם יום טוב שבועות , אז דער עיקר תיקון איז אזוי ווי עס שטייט בפשטות אז מען זאל זאגן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה. דאס וואס מיר האבן אזא לאנגע תיקון ליל שבועות איז שפעטער צוגעקומען דורך די צדיקים וועלכע האבן צוגעלייגט נאך אסאך זאכן צו זאגן במשך די נאכט. למעשה זעט מען אבער אז פיל מענטשן האבן נישט קיין געדולד צו זאגן אזא לאנגער תיקון , און דעריבער זאגן זיי גארנישט. און דעריבער דארף מען וויסן אז אויב מען קען נישט זאגן די גאנצע תיקון , זאל מען כאטש זאגן דער עיקר תיקון וואס דאס איז די ערשטע און לעצטע פסוקים , און אויך די תרי&rdquo;ג מצות זיך צוצוגרייטן צו קבלת התורה ווען מען איז מקבל אויף זיך צו מקיים זיין די אלע מצות. ווען מען האט צום ערשטן מאל געדרוקט דעם תיקון ליל שבועות אויף דעם וועג , האט מוהרא&rdquo;ש גאר שטארק הנאה געהאט דערפון , זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן כאטש זאגן דעם עיקר תיקון , און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים. און זייט דעמאלט האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל. שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יו&rdquo;ט שבועות , האט מען עס נאכאמאל איבערגעדרוקט פון פריש , און עס איז דא צו באקומען אין ישיבה אין וויליאמסבורג. כי הם חיינו ואורך ימינו!

    < זעה מער כז אייר תשע"ח 📝
  • הב' שמעון ענדצווייג ענדיגט ש"ס צום צווייטן מאל אין צוויי יאר

    מיט גרויס שמחה איז געפראוועט געווארן א שיינע סיום צום געלגענהייט וואס הב' שמעון ענדצווייג לרפו"ש האט זוכה געווען צום צווייטן מאל צו ענדיגן ש"ס, מען האט געזונגען שיינע ניגונים, און דערנאך האט דער בעל שמחה הב' שמעון ני"ו זיך באדאנקט פארן ראש ישיבה שליט"א, און געווינטשן אז אלע בחורים זאלן אויך זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס. דערנאך האט ער געזונגען דער ניגון וואס ער האט פארפאסט, "משיח וואו ביסטו? משיח איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר", וואס דער גאנצער עולם האט ווארעם מיטגעזינגען. נאכדעם האבן אויפגעטרעטן עטליכע חברים פונעם בעל שמחה. החתן שמחה בלאך, האט ארויסגעברענגט אז אונזער שמעון כאטש ער וואלט געקענט נוצן אלע תירוצים צו זיין א רחמנות און קוקן פלעיס און מואוויס א גאנצן טאג, וואס ער וואלט גארנישט געהאט פון דעם, אנשטאט דעם זיצט ער אין ישיבה און האקט שטיקער א גאנצן טאג, שמייכעלט און איז פרייליך. "מיר דארפן זיך אפלערנען פון אים, מיר זענען ב"ה געזונט דארפן מיר אוודאי אויסנוצן אונזערע טעג צו לערנען און דינען דעם אייבערשטן" האט ער אויסגעפירט. ר' אברהם לאנגער, האט פארציילט ווי ער האט פארברענגט מיט שמעון ני"ו אין "קעמפ שמחה" צוויי וואכן, "שמעון איז געווען דער איינציגסטער בחור, וואס האט "יעדן טאג" געלערענט", האט ער געזאגט. ער האט פארציילט אז שמעון האט געזאגט אז ער טוט &nbsp;גארנישט איידער ער לערנט זיין בלאט גמרא, 18 פרקים משניות, זאגט דעם יום תהלים, און לערנט אביסל חומש, "איך האב עס אויך געמוזט נאכמאכן". האט ער געזאגט. הב' אליעזר שמן, האט געזאגט ווי שמעון מאכט יעדעם פרייליך מיט זיין שמייכל, בשעת ווען איינער צוברעכט זיך נאר זיין פיס, ווי שווער מ'קרעכצט, "אוי אויך יעצט דארף איך גיין אין ישיבה?". ר' יושע אליעזר גליק, האט פארציילט אז אמאל פלעגט ער נישט יעדן טאג אניאגן גאנצע 18 פרקים משניות, אבער זינט שמעון איז אריינגעקומען אין ישיבה, און ער זעט ווי ער ענדיגט אפילו א גאנצע סדר משניות, האט עס אים געמאכט טראכטן "וואו בין איך?", און זייט דעמאלטס - טאקע אדאנק שמעון, איז נישט דורך א טאג וואס ער האט האט נישט געענדיגט 18 פרקים משניות. החתן יענקי יאקאבאוויטש, האט געזאגט אז פון זיין אייגענע עקספריענס, "ענדיגן ש"ס נעמט מינימום 15,000 שעה, אפילו מ'זאל עס נאר זאגן. ענדיגן ש"ס איז שוין איינמאל א גרויסע זאך". נאכדעם האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט ווי שמעון איז מחייב יעדעם איינעם. "האסט א שווערע שטוב? האסט פראבלעמען? האסטו דען מער תירוצים פון שמעון? ער קומט די ערשטע אין בית המדרש. ער מאכט זיך א הויפן ספרים, אנדערע דארפן אים עס ברענגען, ער קען עס אפילו נישט אליינס טון, ער וואלט געקענט האבן אלע תירוצים. מיט דעם אלעם האט ער יעצט שוין צום צווייטן מאל געענדיגט גאנצע צוויי טויזענט זיבן הונדערט און עלף בלאט גמרא". האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט. דערנאך האט מען געזונגען נאך ניגונים איבער די גרויסקייט פון די הייליגע תורה. בילדער די סיום

    < זעה מער כא אייר תשע"ח 📝
  • שיינע סיום הש"ס דורך בעל מנגן מו"ה חיים מאיר ערפס הי"ו פארגעקומען אין ישיבה

    פאריגע וואך איז פארגעקומען א גאר שיינע סיום הש"ס דורכן באקאנטן בעל מנגן מו"ה חיים מאיר ערפס הי"ה (CME). מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, און געזונגען שיינע ניגונים, און דערנאך האט דער בעל שמחה מו"ה חיים מאיר הי"ו געזאגט א שיינע דרשה. ער האט ארויסגעברענגט ווי ער איז נתעורר געווארן פאר עטליכע יאר צוריק זעענדיג ווי אינגע בחורים זענען זוכה דורכן הייליגן רבינס עצות צו ענדיגן מסכת נאך מסכת און זענען זוכה נאך א קורצע צייט צו ענדיגן גאנץ ש"ס. אזוי האט ער אנגעהויבן צו לערנען בלאט נאך בלאט, און האט ב"ה נאך 22 חדשים, זוכה געווען צו ענדיגן. דערנאך האט מען געהערט שיינע ווערטער פונעם ראש ישיבה וואס האט מחזק געווען די תלמידים צו גיין ווייטער אויף דעם וועג וואס דער רבי האט אונז געלערענט, און אזוי וועט מען האבן א שיינע לעבן.

    < זעה מער יט אייר תשע"ח 📝
  • שיינע סעודת ל"ג בעומר אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג

    נעכטן דאנערשטאג נאכט זענען זיך אנשי שלומנו זיך צוזאם געקומען זיך צו פרייען לכבוד די הייליגע הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי, אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג. מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, און געזינגען די פיוטים לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי און נאך שיינע ניגונים, דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה האט אנגעהויבן מיטן ארויסברענגען די גרויסקייט פון דעם טאג, און פון דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, און זיין הייליגן ספר זוהר און תיקוני זוהר. דער ראש ישיבה האט מעורר געווען אז יעדער זאל אנהייבן צו לערנען זוהר, וואס אפילו נאר זאגן די הייליגע ווערטער איז מורא'דיג מסוגל צו אויפוועקן א מענטש, ער זאל זיך אנהייבן פרייען מיט די מצות וואס מען טוט. דער ראש ישיבה האט אויפגעמישט אין זוהר הק' און נאכגעזאגט ווי רבי שמעון בר יוחאי זאגט "יעדע ווארט תורה וואס א איד זאגט אפילו ער פארשטייט נישט גארנישט, נעמט עס דער אייבישטער און פלאנצט עס איין אין א גארטן און עס ווערט דערפון שיינע ביימער", וואס מיינט &ndash; האט דער ראש ישיבה געזאגט &ndash; אז קודם זאגסטו נאר די ווערטער, אבער צוביסלעך וועסטו זען ווי דו פארשטייסט שוין דא און דארט, דו קענסט שוין נאכזאגן עפעס, און די ווילסט שוין פארשטיין וואס מיינט דאס. דערפאר &ndash; האט דער ראש ישיבה געזאגט &ndash; דארף יעדע איז זיכער מאכן יעדן טאג צו לערנען אביסל יעדן טאג. אביסל חומש, משניות, גמרא, א.א.וו. &ndash; נישט קיין חילוק צו די פארשטייסט יא, אדער נישט. דערנאך האט זיך דער ראש ישיבה אפגעשטעלט און שטארק גערעדט איבערן ענין פון די טעכנאלאגישע כלים. "אז דיין מוסד פארלאנגט אז דו זאלסט נישט אריינברענגען אין שטוב קיין כלים וואס מ'קען זען דערויף נישט גוטע זאכן, און דו ווייזט זיי א כשר'ע טעלעפאן, און די שפילסט זיי אויס, דו ברענגסט אריין די אלע זאכן אין דיין שטוב, - וועמען שפילסטו אויס?! &ndash; האט דער ראש ישיבה געשריגן &ndash; וועמענ'ס שטוב מאכסטו חרוב? אז דיין קינד קומט אהיים פון חדר אדער סקול און די ביסט ביזי דעמאלטס מיט דיינע חברים אויף סאשעל מידיע, און דיין ווייב מיט איר שאפינג, פארוואס מיינסטו אז דיין קינד גייט האבן א געשמאק אין אידישקייט?!" דער ראש ישיבה האט אביסל ארומגערעדט איבער דעם אז ווען א קינד קומט אהיים פון חדר אדער סקול, זאסלטו זיך אפגעבן מיט אים, רעד מיט אים אביסל, הער אים אויס, פרעג אים 'וואס האסטו געגעסן פאר לאנטש? &ndash; האסט עס ליב געהאט?, פרעג אים 'וואס האט מען געשפילט? מיט וועם האסטו געשפילט? &ndash; עס קען זיין &ndash; האט דער ראש ישיבה געזאגט &ndash; אז ער האט עפעס וויכטיג דיר צו זאגן, און ער ווארט צו זען אז דו ביסט דא אים אויסצוהערן. דער ראש ישיבה האט אויך גערעדט פון דעם אז א מענטש דארף זיך דן זיין לכף זכות, אזוי וועט ער קענען אנקוקן אנדערע אויך מיט א גוט אויג. דער ראש ישיבה האט פארציילט א מעשה פון הייליגן רבי נתן זי"ע איבער דעם ענין. צום לעצט האט דער ראש ישיבה געזאגט, "וואס האט רבי שמעון געטון ווען ער איז ארויסגעקומען פון הייל? &ndash; ער האט געזאגט, 'אז דער אייבישטער האט האט מיר געהאלפן אז איך בין געראטעוועט געווארן פון די רומיים, איך בין געזונט, לאמיר עפעס מתקן זיין פאר די וועלט' &ndash; האט דער ראש ישיבה געזאגט &ndash; "דער אייבישטער האט דיר געהאלפן, האסט געטראפן דעם הייליגן רבין, און דו האסט געטראפן דיין לעבן. דו ווייסט שוין אז דער אייבישטער איז דא מיט דיר ביי דיר, דו קענסט רעדן צו אים, דו ווייסט שוין אז די תורה איז אויך געגעבן געווארן פאר דיר, דו האסט זיך אויסגעלערענט אז אויך דו קענסט האבן שלום בית, כאטש דו האסט זיך אויפגעגעבן דערויף. יעצט געב פאר איינעם א קונטרס ער זאל אויך וויסן דערפון, ער זאל אויך האבן א גוט לעבן. דערנאך האט מען געזונגען נאך שיינע ניגונים לכבוד התנא רבי שמעון בר יוחאי און מען האט געבענטש, דערנאך איז יעדער אהיים צו זיין שטוב און אריינגענומען אין זיך די הייליגע דיבורים, און עצות צו קענען אויספירן למעשה.

    < זעה מער יח אייר תשע"ח 📝
  • בנין החדש היכל הקודש אין אומאן וועט בעזר ה' זיין פארטיג נאך היי יאר אויף ראש השנה

    די וועד קרן הבנין האט איבערגעגעבן אז אזוי ווי דער אייבישטער האט געהאלפן און די ארבעט רוקט זיך ב"ה זייער שנעל, וועט דער נייער הערליכע בית המדרש בנין מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיין פארטיג נאך היי יאר, און וועט שוין בעז"ה באנוצט ווערן דורך די הונדערטער אנשי שלומינו הי"ו וואס וועלן באלאגערן דעם שטאט אומאן צו פוקד זיין דעם ציון הקדוש אויף ראש השנה תשע"ט הבעל"ט און זיך אויסבעטן א גוט יאר. ווי איר קענט זען אויף די בילדער, זענען שוין געווארן ארויפגעצויגן דריי שטאקן צעמענטענע זוילן און דעכער, און יעצט ווערט געלייגט ציגל צו פארמאכן די אויסערליכע ווענט פון די העכערע צוויי שטאקן. אינעם אונטערשטן שטאק ווערט יעצט געמאכט די פלאמינג און עלעקטעריק. אנ"ש קענען נאך אריינכאפן זיך צו משתתף זיין מיט נדבות פאר'ן בנין. מען קען איבערגעבן נדבות פארן בנין פארן ראש ישיבה שליט"א. מען בעט אנשי שלומינו זאלן זיך משתתף זיין מיט תפלות אז דער בנין זאל קענען פארטיג ווערן אין צייט, יעדע תפלה פועלט. בילדער אפדעיט זונטאג אחרי קדושים תשע"ח בילדער אפדעיט דאנערשטאג טהרה תשע"ח בילדער אפדעיט מאנטאג טהרה תשע"ח בריוו פון ראש ישיבה שליט"א עש"ק טהרה איבערן בנין אין אומאן

    < זעה מער ח אייר תשע"ח 📝
  • "כולל היכל הקודש" געגרינדעט אין וויליאמסבורג

    אין היכל הקודש וויליאמסבורג איז נארוואס געגרינדעט געווארן בעזהשי"ת א כולל פאר אינגעלייט וואס תורתם אומנתם וואס האבן געזוכט א פאסיגן פלאץ זיך משלים צו זיין בתורה. די סדר הכולל הייבט זיך אן מיט א שיעור אין גמרא, יעצט לערנט מען מסכת זבחים. דערנאך לערנט מען א גאנצן טאג שלחן ערוך הלכה למעשה. יעצט לערנט מען הלכות שבת. די זמן האט זיך ב"ה אנגעהויבן מיט הצלחה, און די אינגעלייט זיצן און לערנען מיט גרויס התמדה. פקודי ה' ישרים משמחי לב בילדער בריוו פון ראש ישיבה שליט"א איבערן גרינדונג פון כולל &nbsp;

    < זעה מער ג אייר תשע"ח 📝
  • שיינע שידוך געשלאסן צווישן אנ"ש חסידי ברסלב

    מיט גרויס שמחה האבן אנ"ש אויפגענומען די נייעס איבער די פרישע שידוך וואס איז געשלאסן געווארן. דער חתן איז הבחור החשוב יואליש קרויס ני"ו פון די תלמדים פון&nbsp;די הייליגע ישיבה תפארת התורה ברסלב וויליאמסבורג, א זון פון הרה"ח ר' משה קרויס שליט"א פון מאנשעסטער, די חשובע כלה איז א טאכטער פון הרה"ח המשפיע רבי פנחס בונקער שליט"א פון ירושלים עיה"ק. דער חתן ני"ו האט&nbsp;זוכה געווען&nbsp;מפיץ זיין אן א שיעור ברסלבע&nbsp;ספרים און קונטרסים טאג טעגליך. אזוי אויך&nbsp;האט ער געלערענט אין ישיבה מיט גרויס התמדה ווי ער האט שוין געענדיגט אומצאליגע מאל משניות, דורכגעלערענט גאנץ ש"ס, מדרשים, זוהר, וכו'. די עלטערן פונעם חתן זענען די עורכים פונעם גליון היכל הקודש אויף ענגליש&nbsp;און געבן זיך אוועק שעות יעדע וואך צו פארשפרייטן דעם רבי'נס אור פאר ענגליש רעדנדע ליינער. דער גליון האט געמאכט א געוואלדיגע מהפכה ביי טויזנטער אידן איבער די וועלט. יעצט ווען דער חשוב'ער חתן איז זוכה און האט געטראפן זיין שידוך, איז דער וואונטש פון אנ"ש אז ער זאל זוכה זיין צו אויפשטעלן א שיינע ערליכע אידישע שטוב, און ווייטער פארשפרייטן און פארפלייצן דעם רבי'נס ספרים און קונטרסים מיט גרויס פלייס, און באקומען אלע ברכות וואס חז"ל זאגן אז מען באקומט ווען מען האט חתונה. בילדער

    < זעה מער ב אייר תשע"ח 📝
  • יערליכע פארטי פאר די מוסדות

    &nbsp; דעם קומענדיגן זונטאג קומט פאר די יערליכע פארטי פאר אונזערע הייליגע מוסדות. אין די לעצטערע יארן, ווען מ'האט אנגעהויבן מאכן די פארטי, האט זיך עס ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א גרויסער סוקסעס. הונדערטער פרויען האבן אנטייל גענומען ביי די און זיך משתתף געווען מיט גאר שיינע סכומים, פארשטייענדיג די געוואלדיגע מצוה פון ארויסהעלפן אזעלכע הייליגע מוסדות אין וואס די טייערע קינדער ווערן מחונך מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן, און איז א לייכט טורעם פאר די גאנצע וועלט, ווען צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט שעפן חיות און התחזקות פון אט די הייליגע מוסדות.&nbsp;דאס יאר איז ערווארטעט פיל א גרעסערע באטייליגונג ביי די פארטי. די חשובע פרויען וועלן אנטייל נעמען און זיך משתתף זיין מיט גרויסע סכומים. די פארטי וועט פארקומען אין די זאלן פון "עטרת אפפעל", וואס געפונט זיך אינעם בנין הישיבה אויף 27 סקילמאן סט. דעם קומענדיגן זונטאג פ' תזריע מצורע, פון 11 אינדערפרי, ביז 10 ביינאכט. די אלע פרויען וועלכע קענען נישט אנטייל נעמען ביי די פארטי, קענען אריינרופן אין אפיס איבערצוגעבן זייער ברייטהארציגע נדבה, אויף 718-384-1652 עקס. 101. אדער קען מען מנדב זיין מיט א קרעדיט קארד אויפ'ן אויטאמאטישן סיסטעם, דורכ'ן רופן די פרויען האטליין 212-444-9169 און דערנאך דרוקן 9 און 1. בזכות נשים צדקניות! &nbsp; &nbsp; &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער כז ניסן תשע"ח 📝
  • נייע אפטיילונג אויפן וועבסייט: ספרים שאנק

    אין די יעצטיגע טעג איז מיטן אייבערשטנ'ס הילף געעפענט געווארן די ספרים אפטיילונג פונעם וועבסייט, ווי איז דא די מעגליכקייט צו זען און דאונלאונדען הונדערטע ספרי ברסלב. עס איז אריינגעלייגט געווארן גאר אסאך כחות אינעם ספרים אפטיילונג. יעצט האט מען שוין די אויסוואל צו זען דעם ספר אָנליין, אדער קען מען עס דאונלאודן. בקרוב וועט אויך צוגעלייגט ווערן די מעגליכקייט צו באשטעלן די ספרים און עס באקומען דעליווערט אהיים. עס ווערט יעצט אריינגעלייגט כוחות צו צולייגן א "סוירטש" אפשען; דאס הייסט, מ'זאל קענען זוכן אין די טעקסט פון די ספרים. אויך וועט מען בקרוב בעזהשי"ת צולייגן די מעגליכקייט צו זען א פי-די-עף פייל פון אלע שיעורים פון יענע טאג ביי די לוח השיעורים פעידזש. אזוי אויך וועט בעזהשי"ת דארט זיין א לינק צום שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א פונעם דף פון יענע טאג. דער פעידזש איז איינגעטיילט אין עטליכע הויפט קאטאגרעיס: ספרי רבינו, ספרי רבי נתן, ספרי מוהרא"ש, ספרי הראש ישיבה, שיעורים כסדרן, און גליונות. אונטער דעם זענען דא סוב-קאטאגאריעס ווי איר וועט קענען זען. די ספרים שאנק ווערט יעצט מער און מער אנגעפילט. ספרים שאנק

    < זעה מער יב ניסן תשע"ח 📝
« Previous Next »

Showing 1636 to 1650 of 1737 results

1 2 ... 107 108 109 110 111 112 113 114 115 116
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com