Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • מתרגם חיזוק יומי אויף ספאניש – ר' אלכסדר זאיד הי"ו פון מעקסיקא באזוכט אין ישיבה

    אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט א האלבע יאר צוריק נאך סוכות ווען איינער האט אים געשיקט א חיזוק יומי המתורגם פונעם ראש ישיבה שליט"א, "איך האב געהערט מורא'דיגע שיינע דיבורים, פשוטע דיבורים, וואס איך האב געשפירט אז יעדער איד אין די וועלט וואלט געדארפט הערן", האט אונז ר' אלכסנדר געזאגט אין א שמועס מיט אים. זייענדיג אין א סביבה וואס רעדן די שפאנישע שפראך, האט ער זיך פארבינדן מיט ר' נחמן פילמער וואס מאכט די חיזוק יומי המתורגם, ער זאל אים העלפן עס מאכן אויף ספאניש. די חיזוק יומי אויף שפאניש גייט זייט דעמאלטס אן מיט א שטארקייט טאג טעגליך בעזהשי"ת, און ווערט מער און מער צושפרייט צווישן צעדליגע שפאניש רעדנדע לענדער אין דער וועלט, טייל פון זיי איז ליידער דא זייער ווייניג אידישקייט, וואס זענען זיך זייער מחזק און הייבן אן צו לעבן מיטן אייבערשטן דורך די חיזוק יומי איבערגעטייטשט. ער זאגט אז מענטשן וועם ער קען אפילו נישט שטעלן אים אפ אויף די גאסן, און מ'באדאנקט אים אז עס האט ממש געטוישט זייער לעבן צום גוטן, מיט לימוד התורה, עניני קדושה, חינוך פון די קינדער, שלום בית, א.א.וו. איינער האט אים פארציילט ווי ער האט מיטגעהאלטן ווי א אידיש פאר-פאלק האבן זיך ארום געקריגט אין א רעסטוראנט, איינע פון די גויאישע ארבייטער האבן דאס באמערקט, האט דער גוי ארויסגענומען זיין טעלעפאן און צוגעגאנען צום זיי און אנגעצינדן איינע פון די חיזוק יומי וואס איז געווען איבערגעטייטשט אויף ספאניש, ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט דארט פון מכבד זיין איינע דעם צווייטן "קוק וואס דער אידישער ראביי זאגט, אז א פאר-פאלק קען נאר מצליח זיין ווען עס איז דא רעספעקטן וותרנות"... יעצט ווען איז געקומען קיין וויליאמסבורג אויף יום טוב פסח, האט ער אויסגענוצט די געלעגענהייט און אריבערגעקומען אין ישיבה צו שחרית ספעציעל זיך צו באדאנקען פארן ראש ישיבה שליט"א, דערנאך ביינאכט האט ער צום ערשטן מאל מיטגעהאלטן ווי דער ראש ישיבה געבט א שיעור פאר אינגעלייט. מ'קען באקומען די חיזוק יומי אויף ספאניש דורך רופן + 252-84112266 בילדער

    < זעה מער יא ניסן תשע"ח 📝
  • ברכת מזל טוב פאר מו"ה נחמן פילמער הי"ו, עורך חיזוק יומי המתורגם

    די אלע טויזנטער אידן באקומען די חיזוק יומי המתורגם פרייען זיך מיט מיט די שמחת הולדת הבן ביי הרב נחמן פילמער הי"ו פון בני ברק, וואס איז זיך מוסר נפש צו איבערטייטשן און פארשפרייטן די הייליגע דיבורים עצות און חיזוק פון רבי'ן וואס מוהרא"ש ז"ל האט אונז געלערענט וואס ווערט איבערגעגעבן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אידיש &ndash; אז די אלע אידן וואס קענען נישט קיין אידיש זאלן זיך אויך קענען מחי' זיין און קענען לעבן מיט די עצות און שכל, און ווערן נאנט צום אייבערשטן. זאל אים די זכותים ביישטיין צו זען אסאך אידיש נחת ביי זיינע קינדער, און ער זאל האבן ברכה והצלחה בכל מעשי ידיו. אמן.

    < זעה מער ט ניסן תשע"ח 📝
  • הב' החשוב יענקי יאקאבאוויטש הי"ו תלמיד הישיבה איז א חתן געווארן

    מוהרא"ש ז"ל האט געזאגט פארן חתן - אפאר וואכן פאר זיין פטירה - אז אויב ער וועט אריין קומען אין ישיבה און ענדיגן ש"ס וועט ער א חתן ווערן, נעכטן מיטוואך נאכט האט דער חתן געהאט די זכי' צו ענדיגן גאנץ ש"ס און היינט האט דער אייבישטער געהאלפן אז ער איז א חתן געווארן. די חשובע כלה תחי' &lrm;א טאכטער פון הרב מאיר דוד פארקאש הי"ו, איז א איבערגעגעבנע טיטשער אין די ברסלב'ע סקול. די ווארט איז געפארוועט געווארן אין שטוב פונעם מחותן הרב מאיר דוד, ווי די משפחה איז זיך צוזאם געקומען אין זיך געפרייט מיט די שמחה, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך פערזענליך באטייליגט. סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל ! נייעס פונעם סיום הש"ס בילדער פונעם שמחת קישור החיתון

    < זעה מער ז ניסן תשע"ח 📝
  • הערליכע סיום הש"ס אין ישיבה

    די וואך מיטוואך איז פארגעקומען א הערליכע סעודה לכבודה של תורה, ווען הבחור החשוב יענקי יאקאבאוויטש ני"ו&nbsp;האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. עס גלויבט זיך נישט, אבער ס'איז דאך א פאקט, אז פילע בחורים אין ישיבה זענען זוכה צו ענדיגן ש"ס. ס'זעט אויס ווי א&nbsp;געלעכטער, וואס איז שוין ווערד ווען מ'זאגט דורך ש"ס? דער אמת איז אבער אז 'לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטער, ווען עס וועט קומען דעם לעצטן טאג וועט מען זען אויבן אין הימל די חשיבות פון א איד וואס האט זוכה געווען צו זאגן אסאך די הייליגע תורה, אין פארגלייך צו א צווייטן וואס האט פארברענגט זיינע יארן מיט נארישקייטן, מיט'ן פרובירן אויפצואווייזן אז זאגן הייסט נישט געלערנט... ביי די סעודה האט דער חשובער בחור המסיים גערעדט עטליכע ווערטער דאנקענדיג דעם אייבערשטן אז ער האט זוכה&nbsp;געווען אריינצוקומען אין ישיבה וואו ער האט באקומען א חשק צו לערנען די הייליגע תורה, און גלייכצייטיג זיך באדאנקט פאר'ן ראש ישיבה פאר'ן אים אויסלערנען דעם סדר דרך הלימוד, וואס דורך דעם האט ער יעצט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריין אין א לענגערע שמועס איבער די גרויסקייט פון לערנען די הייליגע תורה, וואס דאס מיינט פאר איד, די פילע גוטע זאכן וואס דאס ברענגט אויפ'ן איד ברוחניות ובגשמיות. מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, און נאך ברכת המזון איז דער עולם זיך צעגאנגען מיט א געוואלדיגע התעוררות און&nbsp;התחזקות, זיך צו שטארקן ווייטער אין לערנען די הייליגע תורה מיט גרויס פלייס. בילדער &nbsp;דרשה פון ראש ישיבה שליט"א

    < זעה מער ו ניסן תשע"ח 📝
  • אנ"ש רופן זיך אן ווארעם צום קמחא דפסחא קאמפיין

    ווי איבערגעגעבן דארף ווערן אויפגעטריבן $100,000 אויסצוצאלן אלע איינגעשטעלטע אויף יום טוב, און שטיינעדיג איינס און א האלב וואכן בעפאר'ן יום טוב פסח קומט אריין די גוטע נייעס פון די הנהלה אז דער אייבישטער האט געהאלפן אז עס איז שוין אריינגעקומען פונעם ציבור פאר די קמחא דפסחא קאמפיין אן ערך פון $40,000. עס פעלט נאך אויס בערך $60,000 כדי אלע איינגעשטעלטע זאלן ווערן פולקאם אויסגעצאלט אויף יום טוב, און זיי זאלן קענען אריינברעגען דעם הייליגן יום טוב מיט הרחבת הדעת. איר קענט נאך אריינכאפן, רופט אייך יעצט אן ווארעם און שטיצט די הייליגע ברסלב'ע מוסדות, ווי אפילו קליינע קינדער ווייסן שוין אז אויף יעדע פראבלעם דארף מען נאר גיין צום אייבערשטן, און וואקסן אויף שוין פון אינגערהייט מיט א קלארע אמונה. זייט אייך משתתף יעצט אויף איינע פון די פאלגעדע אופנים: קארדקנאקס פּעיפּעל אדער רופט אריין אין אפיס 718-384-1652 דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אויף די נעמען פון די משתתפים, אנפאנג פונעם קאמפיין דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אויף די נעמען פון די משתתפים, היינט מיטוואך צו

    < זעה מער ד ניסן תשע"ח 📝
  • ספר "עצתו אמונה" ערשיינט וועכענטליך אין א הערליכע באנד

    כאטש די אלע בריוו, פראגעס און ענפערס פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס ווערן מיטן אויבערשטנ'ס הילף פארעפענטליכט טעגליך דא אויפן וועבסייט, ערשיינט שוין לעצטענס אויף א פראוועזארישן פארנעם. די קונטרים "עצתו אמונה", זענען ממש צוכאפט געווארן דורכן ציבור, וועלכע האט זיך מחיה געווען דערמיט. דערפאר האבן די מדפיסים יעצט אנגעהויבן צו דרוקן די בריוו אין קונטרסים מיטן נאמען "עצתו אמונה" אויף א הערליכע אויגפארכאפענדען דרוק, און וועט ארויסקומען בעז"ה וועכענטליך מיט די בריוו פון די פארגאנגענעם וואך. אידן פארציילן אז זיי קענען זיך נישט לייגן שלאפן יעדן טאג, איידער זיי האבן נישט געלערנט כאטש איין בריוו פונעם ספר "עצתו אמונה". דער ספר הייבט זיך אן מיט די טעגליכע בריוו פאר די תלמידים און אנ"ש, און די בריוו געשריבן פאר יחידים, דערנאך קומען די בריוו וואס ווערן געשריבן פאר די שאולים דא אויפן וועבסייט, וואס קודם ווערט אראפ געברענגט די שאלה, און דערנאך די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א ענטפערט דעם דעת תורה הברורה, און קלארט אויס די נושא וואס דער שואל האט געוואלט וויסן, און לערנט אויס דעם ליינער וואס דער אייבישטער וויל פון אים אין זיין יעצטיגער מצב, און אז דער באשפער וויל אז ער זאל גלייבן אין אים, און זיך ווענדן צו אים, און אזוי וועט ער ווערן געהאלפן בעזרת השי"ת. די שאלות ותשובות האבן געמאכט גאר א גרויסע מהפכה אויף דער וועלט, דער ראש ישיבה שליט"א באקומט טעגליך גאר אסאך ווענדונגען פון איבער דער גארער וועלט צו עטפערן יעדער מיט זיין שאלה און זיין פראבלעם, אידן טרעפן זיך אסאך מאל אין א פלאנטער און א צרה וואס זיי ווייסן נישט וואו אהין זיך צו ווענדן, "וועמען קען מען פרעגן אזא שאלה?" פרעגן זיי זיך, אידן זוכן איינער וואס פון איין זייט וועט זיך קענען אראפלאזן צו פארשטיין וואס דער היינטיגער דור מאכט מיט, און פון די אנדערע זייט זוכט ער אויך נישט צו באקומען פון מיר כבוד, געלט, וכדו'. און דאס איז וואס זיי טרעפן ב"ה דא ביים ראש ישיבה שליט"א, וואס האט מקבל געווען פון מוהרא"ש ז"ל וויאזוי מ'דארף זיך באציען צו יעדן איד, און ארויסהעלפן יענעם, און זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס פראבלעם, און נישט קוקן אויף די אייגענע כבוד, "אזא שאלה פאסט מיר נישט זיך צו באפאסן דערמיט", און נישט זוכן צו מאכן געלט אויף אידישע קינדער'ס צרות. וועט זיין צו באקומען אין אלע געשעפטן יעדן זונטאג בעז"ה פאר האלסעיל רופט 347-509-4908

    < זעה מער כז אדר תשע"ח 📝
  • בית הדפוס גרייט זיך אויף פסח

    אין בית הדפוס איז די ערב פסח טעג זייער א פארנומענע סעזאן. עס איז יעצט דא גאר אסאך ארבעט. פאר פסח איז דא גאר א גרויסע פארלאנג אויף ספרים און קונטרסים אויף פסח פון מוהרא"ש ז"ל, בפרט בעט מען די הגדה "אור זורע". מען דרוקט די אריגאנעלע לשה"ק, און אויך די איבערגעטייטשטע אויף אידיש. עס ווערט שיין איינגעפאקט אין א בעג כדי עס זאל בלייבן ריין כשר לפסח צו קענען נוצן ביים סדר. די הגדה אור זרוע איז פול מיט גאר שיינע זאכן צו זאגן ביים סדר, אריינצוברענגען אמונה אין זיך און אין די קינדער, און ווערט ממש צוכאכפט פון אלע מפיצים. אויך ווערט יעצט געדרוקט דער קונטרס "א כשרן פסח", וואס ברענגט ארויס די גרויסקייט פון פסח, און לערנט אויס וויאזוי א מענטש קען זוכה זיין צו האבן א כשר'ן פסח פרייליכערהייט.&nbsp; וויאזוי אריינצוברענגען דעם פסח מיט א שמחה של מצוה, און נישט אז פסח זאל חלילה גיין אינאיינעם מיט כעס און אנגעצויגענקייט. עס איז דא צו באקומען אין ישיבה אויף 27 סקילמאן רד.

    < זעה מער כא אדר תשע"ח 📝
  • קמחא דפסחא קאמפיין איינגעפעדימט

    כאטש וואס מיר האלטן נאך אין די פרייליכע פורים טעג, האט זיך שוין אנגעהויבן די קמחא דפסחא קאמפיין צוזאם צו שטעלן געלט צו קענען אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע אין אונזערע מוסדות אויף פסח . דאס יאר הויבט מען אן דעם קאמפיין פריער ווי געווענליך צוליב דעם אויסנאם שווערע פינאנציעלע מצב אין וואס די מוסדות געפונען זיך יעצט. ברוך ה' אז די מוסדות האבן זיך זייער שטארק צעוואקסן, און מען האט אין די לעצטע חדשים געדארפט צובויען עטליכע פרישע קלאס צימערן, אויסער די נייע קאך און לאנטש רום וואס מ'האט געדארפט אהערשטעלן. עס האלט יעצט ביי א מצב אז מען איז שולדיג איבער הונדערט טויזנט דאלער פאר די איינגעשטעלטע פון די מוסדות, פון די ישיבה, פון די תלמוד תורה און די מיידל סקול. דעריבער האט מען שוין אנהויבן דעם קאמפיין, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן זיך אידישע קינדער אנרופן זייער ווארעם ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות. אין די לעצטע יארן איז דער קאמפיין געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אידן האבן זיך זייער ווארעם אנגערופן מיט גרעסערע סכומים, און מען האט געקענט אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע פאר פסח און זיי פארשאפט א שמחת יום טוב. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן אידן זיך אנרופן ווארעם אויך דאס יאר, און מיט דעם האבן א גלייכע חלק אין די הייליגע ארבעט. אויף זיך צו באטייליגן אינעם קאמפיין, רופט אריין אין אפיס איבערצוגעבן אייער ברייטהארציגע נדבה, 718-384-1652 #101. כל דכפין ייתי ויכול!

    < זעה מער יט אדר תשע"ח 📝
  • שיינער יום טוב פורים און שושן פורים אריבער ביי אנ"ש

    די פילע געסט וועלכע זענען אריינגעקומען פורים אינדערפרי אין ביהמ"ד זענען געווען איבעראשט צו זען ווי דער ביהמ"ד איז מלא וגדיש מיט אידן וועלכע זיצן און לערנען. פילע אנ"ש זענען געקומען פרי אין ביהמ"ד אריינצוכאפן זייערע שיעורים פארן אנהייבן דעם טאג. נאך שחרית און קריאת המגילה האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט א דף גמרא ווי יעדן טאג, און דערנאך זיך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן טאנץ. נאכמיטאג איז מען זיך צוזאמגעקומען צו א גאר געהויבענע סעודת פורים אין ישיבה, דער ראש ישיבה איז געווען זייער גוט אויפגעלייגט און געווינטשן פאר די פילע וואס זענען געקומען נעמען ברכות. אזוי איז מען געטאנצן אינאיינעם און זיך געפריידט ביז שפעט אין די נאכט. מוצש"ק איז מען זיך צוזאם געקומען אין ביהמ"ד צום סעודת שושן פורים, עס האט זיך אנגעזען גאר א גרויסער עולם געסט, וואס זענען געקומען צו פארן פון די נאנט און ווייט. מען האט געגעסן א געשמאקע מלוה מלכה, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט דברות קודש, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענט אז שמחה אין נישט א זאך וואס מ'קען קויפן אדער אנשטעלן, "נתתי שמחה בלבי", שמחה איז אין הארץ, מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן מ'זאל זיין פרייליך, און אויב מ'איז נישט געווען פרייליך פורים, זאלסטו נישט זיין יעצט בעצבות וועגן דעם. זיי כאטש יעצט פרייליך. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענט אז אמונה ברענגט צו זיין פרייליך. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענט אז ווען דער באשעפער זעט אז א מענטש קרעצט "עס גייט מיר שלעכט", זאגט מען פון הימל "דאס מיינט שלעכט? וועסט שוין האבן אויף וואס צו קרעכצן", פארקערט ווען א מענטש דאנקט אלץ דעם אייבערשטן "ברוך ה', דער באשעפער העלפט", זאגט מען אים, "דאס הייסט גוט? מיר וועלן דיר באגיסן מיט גוטס, וועסט שוין האבן אויף וואס צו דאנקען". דערנאך האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענט אז פורים זעט מען מענטשן ארומגיין שרייען "עס איז גארנישט דא, עס איז נאר דא א באשעפער אויף דער וועלט", פורים קען מען הערן מענטשן שרייען צום אייבערשטן "באשעפער העלף מיר" אן קיין בושה, "זייער שיין" האט דער ראש ישיבה געזאגט "דער באשעפער וויל הערן ווי די רעדסט פון אים און צו אים אויך מיט א טרוקן מויל", דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט מיטן ארויסברענגען אז מ'דארף אריינברענגען דעם יו"ט פסח מיט א פרייליכקייט. "דו ביסט מחמיר פסח נישט צו נוצן קיין האנטוכער וואס זענען אראפ געפאלן אויפן פלאר? געזונטערהייט. נאר קויף זיך איין פאר יום טוב כאטש א 50 האנטוכער, ווייל אז דו ווילסט אז דיינע קינדער זאלן וועלן בלייבן ערליכע אידן, טאר דיין חומרה נישט מאכן קיין אנגעצויגענקייט אין שטוב". דערנאך האט מען געהערט געשמאקע דברי בדחנות לכבוד שושן פורים פון הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש. צום לעצט האבן מהנה געווען צוויי חשובע אינגעלייט וואס האבן פארגעשלטעט א שפיל וויאזוי עס זעט אויס ווען אידן מאכן מיט שווערע צרות ל"ע און זיי ווייסן נישט צו וועם זיך צו ווענדן, ווי תמימות'דיגע אידן ווערן אריינגענארט דורך באנדיטן וואס זאגן זיי צו אלע מיני ישועות, "סווייפ נאר דיין קרעיט קארד ביי מיר"...&nbsp;בשעת דער ריכטיגער ישועה קומט נאר דורך דעם וואס א מענטש גייט צום אייבערשטן, און רעדט זיך אויס פאר אים, וואס דאס האט אונז מוהרא"ש זי"ע אויסגעלערנט אלע יארן. בילדער: פורים נאכמיטאג אין ישיבה בילדער: סעודת שושן פורים מוצש"ק בילדער: שיעור דף גמרא עש"ק שושן פורים אינדערפרי דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א מוצש"ק שושן פורים

    < זעה מער יח אדר תשע"ח 📝
  • אידן פון איבער גרעיטער ניו יארק נעמען אויף שיין די תלמדי הישיבה פארגאנגענעם פורים העעל"ט

    ווי באקאנט איז ישיבה תפארת התורה א חידוש אין די וועלט, ישיבת תפארת התורה איז א ישיבה ווי יעדע בחור לערנט יעדן טאג תורה, יעדער בחור רעדט כסדר צום אייבערשטן, און יעדער בחור ווערט אויפגעבויעט און אנגעגרייט צום לעבן פון נאך די חתונה. ישיבה תפארת התורה איז א ישיבה ווי מ'האט נאך קיינמאל נישט ארויסגעווארפן א תלמיד צוליב וואס ער האט נישט געצאלט שכר לימוד. דעפאר זענען דא אסאך אידן תומכי תורה מיט שכל וואס זוכן צו וואו זיי קענען שטיצן און העלפן די ישיבה אנגיין. גאר אסאך אידן פון אלע היימישע געגענטער האבן אריינגערופן צום ישיבה אז זיי ווילן אז די בחורים זאלן ארויפקומען צו זיי אום יום טוב פורים, און זינגען ביי זיי אין שטוב די הערליכע אידישע ניגונים וואס זענען ברייט באקאנט, איבער רעדן צום אייבערשטן, און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן. דערפאר האבן זיך די בחורים ארגאניזירט אין עטליכע גרופעס, עקסטער פאר וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, און קרית יואל, וועלכע זענען ארום געגאנען אום פורים און מהנה געווען די תמוכי הישיבה. דער היימישער ציבור האט שטארק הנאה געהאט און געשטיצט די ישיבה מיט א ברייטע האנט. צוליב מאנגל אין צייט איז מען נישט אנגעקומען צו אלע שטובער ווי מ'האט געדארפט באזוכן.

    < זעה מער יז אדר תשע"ח 📝
  • הערליכע הכנסת ספר תורה אין בית המדרש "היכל הקודש" אין בארא פארק

    &nbsp;גאר א שיינעם מעמד הכנסת ספר תורה האבן אנשי שלומינו מיטגעהאלטן מיט גרויס התרגשות דעם מיטוואך, ווען עס איז אריינגעגעבן געווארן א נייעם ספר תורה אין בית המדרש היכל הקודש אין בארא פארק. דער ספר התורה האט אריינגעגעבן הרה"ג מוהר"ר יצחק לעזער שליט"א, לעילוי נשמת כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע. אין די נאכמיטאג שעה'ן האבן זיך אנשי שלומינו אנגעהויבן צוזאמצוקומען צו די כתיבת האותיות, יעדער האט געוואלט האבן די זכיה אריינצושרייבן אן אות אינעם נייעם ספר תורה. נאכ'ן ענדיגן שרייבן די אותיות האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ מיט גרויס התלהבות צו באגלייטן דעם ספר תורה פונעם הויז ביז'ן בית המדרש. הונדערטער אנשי שלומינו אנגעטון מיט בגדי שבת האבן געטאנצן ברחובה של עיר און זיך געפריידט בשמחת התורה. די פייערדיגע ריקודין האבן אנגעהאלטן פאר א לענגערע צייט, די טענץ האבן זיך אריינגעצויגן אין בית המדרש וואו מען האט אריינגעלייגט דעם נייעם ספר תורה אין ארון הקודש. ביי די סעודת מצוה לכבודה של תורה האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון הרה"ג מוהר"ר יצחק לעזער שליט"א וואס האט דערציילט ווי אזוי גלייך נאך די סתימת הגולל פון מוהרא"ש זי"ע האט ער געטראפן דעם סופר אויפ'ן בית החיים, און דעמאלט האט ער אים שוין באשטעלט אנצוהויבן שרייבן דעם ספר תורה לע"נ מוהרא"ש זי"ע, און יעצט איז עס ב"ה פארטיג געווארן. ווי אויך האט ער ארויסגעברענגט אז די הכנסת ספר תורה קומט אויס אום ז' אדר, דער טאג וואס משה רבינו איז נסתלק געווארן און אין יענעם טאג האט ער געשריבן 13 ספרי תורה, און אזוי ווייטער האט ער מאריך געווען מיט דברי חיזוק והתעוררות און איבער דעם יום טוב פורים הבא עלינו לטובה. דערנאך האט גערעדט דער ראש ישיבה שליט"א איבער ווי אזוי זיך צוצוגרייטן צום פרייליכן יום טוב פורים, המן האט נישט געקענט ליידן צו זען ווי אזוי מרדכי וויל זיך נישט בייגן פאר אים, דער יצר הרע קען נישט ליידן ווען א איד וויל זיך נישט בייגן פאר אים, דער עיקר וואס דער יצר הרע וויל פון א איד איז אז ער זאל ווערן צעבראכן און אויפגעבן, און ווען דער איד האלט זיך שטארק און גייט אן מיט זיין עבודת ה' אן צו קוקן אויף סיי וואס דער יצר הרע זאל אים נאר אראפווארפן, קען דער שטן דאס נישט דערליידן. נאך ברכת המזון איז זיך דער עולם צוגעגאנגען מיט גרויס התרגשות און התחזקות פון דעם געהויבענעם מעמד. &nbsp; שישו ושמחו בשמחת התורה!

    < זעה מער ז אדר תשע"ח 📝
  • בחורים גרייטן זיך אויף פורים

    &nbsp;גאר א גרויסע פארלאנג איז געקומען דאס יאר דורך די חשובע נגידים נדיבי עם אז די בחורי הישיבה זאלן ארויפקומען און משמח זיין בעצם יום הפורים. די הייליגע ברסלבע ישיבה איז שוין גאר שטארק באקאנט אין די היינטיגע טעג, עס איז ברייט באוואוסט די גרויסע פעולות פון די הייליגע ישיבה, סיי וואס מען קען זען אויף די טייערע בחורים, הכרת פניהם ענתה בם, די תורה און תפלה, די יראת שמים און מדות טובות, וואס זיי האבן זיך איינגעקויפט בין כותלי הישיבה; און סיי די געוואלדיגע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט יעדן טאג אין ישיבה, און ווערט געהערט דורך פילע צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט, וועלכע זענען זיך מחי' מיט די דרשות, און גלייכצייטיג מיט די "חיזוק יומי" - טעגליכע קורצע אויסצוגן פון די דרשות, גאר אסאך אידן זאגן עדות אז די דרשות האבן געטוישט זייער לעבן צום גוטן אין אלע הינזיכטן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. ווי אויך די הערליכע ניגונים פון אמונה וואס האט איינגענומען די וועלט עס איז מערקווערדיג צו זען דער חילוק פון ווען די ישיבה איז געעפנט געווארן, ביז היינט צו טאגס צען יאר שפעטער. אין אנהויב האט מען פארטריבן די בחורים און נישט געוואלט הערן בכלל פון די ישיבה, נישט באגרייפנדיג די געוואלדיגע תועלת וואס די הייליגע ישיבה ברענגט פאר די בחורים און פאר יעדן איינעם, און אצינד איז דאס פונקט פארקערט ווען עס הערשט אזא גרויסע נאכפראגע אויף די ישיבה, אידן שפירן פאר א גרויסע זכי' צו קענען האבן א חלק אין די געוואלדיגע פעולות פון די הייליגע ישיבה. די פארגאנגענע יאר האט מען נישט געקענט נאכקומען דער גרויסער פארלאנג, פון אלע זייטן האט מען זיך געבעטן ביי די בחורים ארויפצוקומען אום פורים, און ב"ה אז דאס איז געווען גאר א גרויסע הכנסה פאר די הייליגע ישיבה. דאס יאר וועט מען נישט קענען ארויפגיין צו קיינעם נאר מיט א פאראויס באשטימטע אפוינטמענט, זע בייגעלייגטע קעסטל פאר דעטאלן. &nbsp; אבן מעסו הבונים היתה לראש פנה!

    < זעה מער ז אדר תשע"ח 📝
  • קונטרס "א פרייליכן פורים"

    אריינטרעטנדיג אין חודש אדר, האט מען די וואך איבערגעדרוקט דעם הערליכן קונטרס "א פרייליכן פורים". כשמו כן הוא, דער קונטרס שמועסט אויס גוטע און גרינגע עצות ווי אזוי אויסצונוצן די פרייליכע טעג פון פורים און פון חודש אדר ווי עס דארף צו זיין, און ווי אזוי יעדער איד קען זוכה זיין ארויסנעמען פון די הייליגע טעג דאס בעסטע; אינ'ם קונטרס איז אויך אריינגעדרוקט געווארן די מגילת אסתר וואס וועטצוניץ קומען צו קענען אויסהערן די מגילה פון אינעווייניג. ווי אויך איז יעצט געווארן איבערגעדרוקט דער הייליגער ספר "גנזי המלך", א פירוש אויף מגילת אסתר. די קונטרסים און ספרים און נאך פילע אנדערע איז דא צו באקומען בהיכל הישיבה אויף 27 סקילמען סט. משנכנס אדר מרבין בשמחה!

    < זעה מער ד אדר תשע"ח 📝
  • באשיידענע קידוש לרגל הולדות הבת ביי מו"ה אברהם משה שטראסער הי"ו

    פארגאנגענעם דאנערשטאג האט מו"ה אברהם משה שטראסער הי"ו, מנהל ת"ת ברסלב עולה געווען לתורה און א נאמען געגעבן פאר זיי ניי געבוירענע טאכטער למזל טוב. נאכן דאווענען האט מו"ה אברהם משה הי"ו, צוגעשטלט א לחיים פון געשמאקע לקח און טרונקען, און דער עולם האט ווארעם אנגעווינטשן דעם בעל שמחה. &nbsp;דער ראש ישיבה שליט"א האט זייער מחזק געווען דעם בעל שמחה, און געזאגט אז ממנו ילמדו וכן יעשו, אז מען זאל פראווענען שמחות מיט אן אמת'ן אידישן חן און געשמאק. בילדער

    < זעה מער כח שבט תשע"ח 📝
  • שיעור פון הגה"צ דער ראש ישיבה שליט"א, קומענדיגן ליל שישי תרומה אין לעיקוואוד

    תושבי לעיקוואוד האבן אויפגענומען מיט גרויס שמחה אז דער ראש ישיבה שליט"א האט אנגענומען די איינלאדענונג פון ביהמ"ד ברסלב צו געבן דארט א שיעור. &nbsp; קומענדיגן דאנערשטאג תורמה אווענט, ר"ח אדר, 9:30 אווענט וועט דער ראש ישיבה שליט"א ערשיינען צו מעריב אינעם ברסלבער ביהמ"ד אויף 423 6טע סט. און דערנאך וועט פארקומען דער שיעור.

    < זעה מער כז שבט תשע"ח 📝
« Previous Next »

Showing 1651 to 1665 of 1737 results

1 2 ... 107 108 109 110 111 112 113 114 115 116
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com