Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אנ"ש רופן זיך אן ווארעם צום קמחא דפסחא קאמפיין

    ווי איבערגעגעבן דארף ווערן אויפגעטריבן $100,000 אויסצוצאלן אלע איינגעשטעלטע אויף יום טוב, און שטיינעדיג איינס און א האלב וואכן בעפאר'ן יום טוב פסח קומט אריין די גוטע נייעס פון די הנהלה אז דער אייבישטער האט געהאלפן אז עס איז שוין אריינגעקומען פונעם ציבור פאר די קמחא דפסחא קאמפיין אן ערך פון $40,000. עס פעלט נאך אויס בערך $60,000 כדי אלע איינגעשטעלטע זאלן ווערן פולקאם אויסגעצאלט אויף יום טוב, און זיי זאלן קענען אריינברעגען דעם הייליגן יום טוב מיט הרחבת הדעת. איר קענט נאך אריינכאפן, רופט אייך יעצט אן ווארעם און שטיצט די הייליגע ברסלב'ע מוסדות, ווי אפילו קליינע קינדער ווייסן שוין אז אויף יעדע פראבלעם דארף מען נאר גיין צום אייבערשטן, און וואקסן אויף שוין פון אינגערהייט מיט א קלארע אמונה. זייט אייך משתתף יעצט אויף איינע פון די פאלגעדע אופנים: קארדקנאקס פּעיפּעל אדער רופט אריין אין אפיס 718-384-1652 דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אויף די נעמען פון די משתתפים, אנפאנג פונעם קאמפיין דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אויף די נעמען פון די משתתפים, היינט מיטוואך צו

    < זעה מער ד ניסן תשע"ח 📝
  • ספר "עצתו אמונה" ערשיינט וועכענטליך אין א הערליכע באנד

    כאטש די אלע בריוו, פראגעס און ענפערס פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס ווערן מיטן אויבערשטנ'ס הילף פארעפענטליכט טעגליך דא אויפן וועבסייט, ערשיינט שוין לעצטענס אויף א פראוועזארישן פארנעם. די קונטרים "עצתו אמונה", זענען ממש צוכאפט געווארן דורכן ציבור, וועלכע האט זיך מחיה געווען דערמיט. דערפאר האבן די מדפיסים יעצט אנגעהויבן צו דרוקן די בריוו אין קונטרסים מיטן נאמען "עצתו אמונה" אויף א הערליכע אויגפארכאפענדען דרוק, און וועט ארויסקומען בעז"ה וועכענטליך מיט די בריוו פון די פארגאנגענעם וואך. אידן פארציילן אז זיי קענען זיך נישט לייגן שלאפן יעדן טאג, איידער זיי האבן נישט געלערנט כאטש איין בריוו פונעם ספר "עצתו אמונה". דער ספר הייבט זיך אן מיט די טעגליכע בריוו פאר די תלמידים און אנ"ש, און די בריוו געשריבן פאר יחידים, דערנאך קומען די בריוו וואס ווערן געשריבן פאר די שאולים דא אויפן וועבסייט, וואס קודם ווערט אראפ געברענגט די שאלה, און דערנאך די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א ענטפערט דעם דעת תורה הברורה, און קלארט אויס די נושא וואס דער שואל האט געוואלט וויסן, און לערנט אויס דעם ליינער וואס דער אייבישטער וויל פון אים אין זיין יעצטיגער מצב, און אז דער באשפער וויל אז ער זאל גלייבן אין אים, און זיך ווענדן צו אים, און אזוי וועט ער ווערן געהאלפן בעזרת השי"ת. די שאלות ותשובות האבן געמאכט גאר א גרויסע מהפכה אויף דער וועלט, דער ראש ישיבה שליט"א באקומט טעגליך גאר אסאך ווענדונגען פון איבער דער גארער וועלט צו עטפערן יעדער מיט זיין שאלה און זיין פראבלעם, אידן טרעפן זיך אסאך מאל אין א פלאנטער און א צרה וואס זיי ווייסן נישט וואו אהין זיך צו ווענדן, "וועמען קען מען פרעגן אזא שאלה?" פרעגן זיי זיך, אידן זוכן איינער וואס פון איין זייט וועט זיך קענען אראפלאזן צו פארשטיין וואס דער היינטיגער דור מאכט מיט, און פון די אנדערע זייט זוכט ער אויך נישט צו באקומען פון מיר כבוד, געלט, וכדו'. און דאס איז וואס זיי טרעפן ב"ה דא ביים ראש ישיבה שליט"א, וואס האט מקבל געווען פון מוהרא"ש ז"ל וויאזוי מ'דארף זיך באציען צו יעדן איד, און ארויסהעלפן יענעם, און זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס פראבלעם, און נישט קוקן אויף די אייגענע כבוד, "אזא שאלה פאסט מיר נישט זיך צו באפאסן דערמיט", און נישט זוכן צו מאכן געלט אויף אידישע קינדער'ס צרות. וועט זיין צו באקומען אין אלע געשעפטן יעדן זונטאג בעז"ה פאר האלסעיל רופט 347-509-4908

    < זעה מער כז אדר תשע"ח 📝
  • בית הדפוס גרייט זיך אויף פסח

    אין בית הדפוס איז די ערב פסח טעג זייער א פארנומענע סעזאן. עס איז יעצט דא גאר אסאך ארבעט. פאר פסח איז דא גאר א גרויסע פארלאנג אויף ספרים און קונטרסים אויף פסח פון מוהרא"ש ז"ל, בפרט בעט מען די הגדה "אור זורע". מען דרוקט די אריגאנעלע לשה"ק, און אויך די איבערגעטייטשטע אויף אידיש. עס ווערט שיין איינגעפאקט אין א בעג כדי עס זאל בלייבן ריין כשר לפסח צו קענען נוצן ביים סדר. די הגדה אור זרוע איז פול מיט גאר שיינע זאכן צו זאגן ביים סדר, אריינצוברענגען אמונה אין זיך און אין די קינדער, און ווערט ממש צוכאכפט פון אלע מפיצים. אויך ווערט יעצט געדרוקט דער קונטרס "א כשרן פסח", וואס ברענגט ארויס די גרויסקייט פון פסח, און לערנט אויס וויאזוי א מענטש קען זוכה זיין צו האבן א כשר'ן פסח פרייליכערהייט.&nbsp; וויאזוי אריינצוברענגען דעם פסח מיט א שמחה של מצוה, און נישט אז פסח זאל חלילה גיין אינאיינעם מיט כעס און אנגעצויגענקייט. עס איז דא צו באקומען אין ישיבה אויף 27 סקילמאן רד.

    < זעה מער כא אדר תשע"ח 📝
  • קמחא דפסחא קאמפיין איינגעפעדימט

    כאטש וואס מיר האלטן נאך אין די פרייליכע פורים טעג, האט זיך שוין אנגעהויבן די קמחא דפסחא קאמפיין צוזאם צו שטעלן געלט צו קענען אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע אין אונזערע מוסדות אויף פסח . דאס יאר הויבט מען אן דעם קאמפיין פריער ווי געווענליך צוליב דעם אויסנאם שווערע פינאנציעלע מצב אין וואס די מוסדות געפונען זיך יעצט. ברוך ה' אז די מוסדות האבן זיך זייער שטארק צעוואקסן, און מען האט אין די לעצטע חדשים געדארפט צובויען עטליכע פרישע קלאס צימערן, אויסער די נייע קאך און לאנטש רום וואס מ'האט געדארפט אהערשטעלן. עס האלט יעצט ביי א מצב אז מען איז שולדיג איבער הונדערט טויזנט דאלער פאר די איינגעשטעלטע פון די מוסדות, פון די ישיבה, פון די תלמוד תורה און די מיידל סקול. דעריבער האט מען שוין אנהויבן דעם קאמפיין, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן זיך אידישע קינדער אנרופן זייער ווארעם ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות. אין די לעצטע יארן איז דער קאמפיין געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אידן האבן זיך זייער ווארעם אנגערופן מיט גרעסערע סכומים, און מען האט געקענט אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע פאר פסח און זיי פארשאפט א שמחת יום טוב. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן אידן זיך אנרופן ווארעם אויך דאס יאר, און מיט דעם האבן א גלייכע חלק אין די הייליגע ארבעט. אויף זיך צו באטייליגן אינעם קאמפיין, רופט אריין אין אפיס איבערצוגעבן אייער ברייטהארציגע נדבה, 718-384-1652 #101. כל דכפין ייתי ויכול!

    < זעה מער יט אדר תשע"ח 📝
  • שיינער יום טוב פורים און שושן פורים אריבער ביי אנ"ש

    די פילע געסט וועלכע זענען אריינגעקומען פורים אינדערפרי אין ביהמ"ד זענען געווען איבעראשט צו זען ווי דער ביהמ"ד איז מלא וגדיש מיט אידן וועלכע זיצן און לערנען. פילע אנ"ש זענען געקומען פרי אין ביהמ"ד אריינצוכאפן זייערע שיעורים פארן אנהייבן דעם טאג. נאך שחרית און קריאת המגילה האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט א דף גמרא ווי יעדן טאג, און דערנאך זיך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן טאנץ. נאכמיטאג איז מען זיך צוזאמגעקומען צו א גאר געהויבענע סעודת פורים אין ישיבה, דער ראש ישיבה איז געווען זייער גוט אויפגעלייגט און געווינטשן פאר די פילע וואס זענען געקומען נעמען ברכות. אזוי איז מען געטאנצן אינאיינעם און זיך געפריידט ביז שפעט אין די נאכט. מוצש"ק איז מען זיך צוזאם געקומען אין ביהמ"ד צום סעודת שושן פורים, עס האט זיך אנגעזען גאר א גרויסער עולם געסט, וואס זענען געקומען צו פארן פון די נאנט און ווייט. מען האט געגעסן א געשמאקע מלוה מלכה, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט דברות קודש, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענט אז שמחה אין נישט א זאך וואס מ'קען קויפן אדער אנשטעלן, "נתתי שמחה בלבי", שמחה איז אין הארץ, מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן מ'זאל זיין פרייליך, און אויב מ'איז נישט געווען פרייליך פורים, זאלסטו נישט זיין יעצט בעצבות וועגן דעם. זיי כאטש יעצט פרייליך. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענט אז אמונה ברענגט צו זיין פרייליך. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענט אז ווען דער באשעפער זעט אז א מענטש קרעצט "עס גייט מיר שלעכט", זאגט מען פון הימל "דאס מיינט שלעכט? וועסט שוין האבן אויף וואס צו קרעכצן", פארקערט ווען א מענטש דאנקט אלץ דעם אייבערשטן "ברוך ה', דער באשעפער העלפט", זאגט מען אים, "דאס הייסט גוט? מיר וועלן דיר באגיסן מיט גוטס, וועסט שוין האבן אויף וואס צו דאנקען". דערנאך האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענט אז פורים זעט מען מענטשן ארומגיין שרייען "עס איז גארנישט דא, עס איז נאר דא א באשעפער אויף דער וועלט", פורים קען מען הערן מענטשן שרייען צום אייבערשטן "באשעפער העלף מיר" אן קיין בושה, "זייער שיין" האט דער ראש ישיבה געזאגט "דער באשעפער וויל הערן ווי די רעדסט פון אים און צו אים אויך מיט א טרוקן מויל", דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט מיטן ארויסברענגען אז מ'דארף אריינברענגען דעם יו"ט פסח מיט א פרייליכקייט. "דו ביסט מחמיר פסח נישט צו נוצן קיין האנטוכער וואס זענען אראפ געפאלן אויפן פלאר? געזונטערהייט. נאר קויף זיך איין פאר יום טוב כאטש א 50 האנטוכער, ווייל אז דו ווילסט אז דיינע קינדער זאלן וועלן בלייבן ערליכע אידן, טאר דיין חומרה נישט מאכן קיין אנגעצויגענקייט אין שטוב". דערנאך האט מען געהערט געשמאקע דברי בדחנות לכבוד שושן פורים פון הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש. צום לעצט האבן מהנה געווען צוויי חשובע אינגעלייט וואס האבן פארגעשלטעט א שפיל וויאזוי עס זעט אויס ווען אידן מאכן מיט שווערע צרות ל"ע און זיי ווייסן נישט צו וועם זיך צו ווענדן, ווי תמימות'דיגע אידן ווערן אריינגענארט דורך באנדיטן וואס זאגן זיי צו אלע מיני ישועות, "סווייפ נאר דיין קרעיט קארד ביי מיר"...&nbsp;בשעת דער ריכטיגער ישועה קומט נאר דורך דעם וואס א מענטש גייט צום אייבערשטן, און רעדט זיך אויס פאר אים, וואס דאס האט אונז מוהרא"ש זי"ע אויסגעלערנט אלע יארן. בילדער: פורים נאכמיטאג אין ישיבה בילדער: סעודת שושן פורים מוצש"ק בילדער: שיעור דף גמרא עש"ק שושן פורים אינדערפרי דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א מוצש"ק שושן פורים

    < זעה מער יח אדר תשע"ח 📝
  • אידן פון איבער גרעיטער ניו יארק נעמען אויף שיין די תלמדי הישיבה פארגאנגענעם פורים העעל"ט

    ווי באקאנט איז ישיבה תפארת התורה א חידוש אין די וועלט, ישיבת תפארת התורה איז א ישיבה ווי יעדע בחור לערנט יעדן טאג תורה, יעדער בחור רעדט כסדר צום אייבערשטן, און יעדער בחור ווערט אויפגעבויעט און אנגעגרייט צום לעבן פון נאך די חתונה. ישיבה תפארת התורה איז א ישיבה ווי מ'האט נאך קיינמאל נישט ארויסגעווארפן א תלמיד צוליב וואס ער האט נישט געצאלט שכר לימוד. דעפאר זענען דא אסאך אידן תומכי תורה מיט שכל וואס זוכן צו וואו זיי קענען שטיצן און העלפן די ישיבה אנגיין. גאר אסאך אידן פון אלע היימישע געגענטער האבן אריינגערופן צום ישיבה אז זיי ווילן אז די בחורים זאלן ארויפקומען צו זיי אום יום טוב פורים, און זינגען ביי זיי אין שטוב די הערליכע אידישע ניגונים וואס זענען ברייט באקאנט, איבער רעדן צום אייבערשטן, און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן. דערפאר האבן זיך די בחורים ארגאניזירט אין עטליכע גרופעס, עקסטער פאר וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, און קרית יואל, וועלכע זענען ארום געגאנען אום פורים און מהנה געווען די תמוכי הישיבה. דער היימישער ציבור האט שטארק הנאה געהאט און געשטיצט די ישיבה מיט א ברייטע האנט. צוליב מאנגל אין צייט איז מען נישט אנגעקומען צו אלע שטובער ווי מ'האט געדארפט באזוכן.

    < זעה מער יז אדר תשע"ח 📝
  • הערליכע הכנסת ספר תורה אין בית המדרש "היכל הקודש" אין בארא פארק

    &nbsp;גאר א שיינעם מעמד הכנסת ספר תורה האבן אנשי שלומינו מיטגעהאלטן מיט גרויס התרגשות דעם מיטוואך, ווען עס איז אריינגעגעבן געווארן א נייעם ספר תורה אין בית המדרש היכל הקודש אין בארא פארק. דער ספר התורה האט אריינגעגעבן הרה"ג מוהר"ר יצחק לעזער שליט"א, לעילוי נשמת כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע. אין די נאכמיטאג שעה'ן האבן זיך אנשי שלומינו אנגעהויבן צוזאמצוקומען צו די כתיבת האותיות, יעדער האט געוואלט האבן די זכיה אריינצושרייבן אן אות אינעם נייעם ספר תורה. נאכ'ן ענדיגן שרייבן די אותיות האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ מיט גרויס התלהבות צו באגלייטן דעם ספר תורה פונעם הויז ביז'ן בית המדרש. הונדערטער אנשי שלומינו אנגעטון מיט בגדי שבת האבן געטאנצן ברחובה של עיר און זיך געפריידט בשמחת התורה. די פייערדיגע ריקודין האבן אנגעהאלטן פאר א לענגערע צייט, די טענץ האבן זיך אריינגעצויגן אין בית המדרש וואו מען האט אריינגעלייגט דעם נייעם ספר תורה אין ארון הקודש. ביי די סעודת מצוה לכבודה של תורה האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פון הרה"ג מוהר"ר יצחק לעזער שליט"א וואס האט דערציילט ווי אזוי גלייך נאך די סתימת הגולל פון מוהרא"ש זי"ע האט ער געטראפן דעם סופר אויפ'ן בית החיים, און דעמאלט האט ער אים שוין באשטעלט אנצוהויבן שרייבן דעם ספר תורה לע"נ מוהרא"ש זי"ע, און יעצט איז עס ב"ה פארטיג געווארן. ווי אויך האט ער ארויסגעברענגט אז די הכנסת ספר תורה קומט אויס אום ז' אדר, דער טאג וואס משה רבינו איז נסתלק געווארן און אין יענעם טאג האט ער געשריבן 13 ספרי תורה, און אזוי ווייטער האט ער מאריך געווען מיט דברי חיזוק והתעוררות און איבער דעם יום טוב פורים הבא עלינו לטובה. דערנאך האט גערעדט דער ראש ישיבה שליט"א איבער ווי אזוי זיך צוצוגרייטן צום פרייליכן יום טוב פורים, המן האט נישט געקענט ליידן צו זען ווי אזוי מרדכי וויל זיך נישט בייגן פאר אים, דער יצר הרע קען נישט ליידן ווען א איד וויל זיך נישט בייגן פאר אים, דער עיקר וואס דער יצר הרע וויל פון א איד איז אז ער זאל ווערן צעבראכן און אויפגעבן, און ווען דער איד האלט זיך שטארק און גייט אן מיט זיין עבודת ה' אן צו קוקן אויף סיי וואס דער יצר הרע זאל אים נאר אראפווארפן, קען דער שטן דאס נישט דערליידן. נאך ברכת המזון איז זיך דער עולם צוגעגאנגען מיט גרויס התרגשות און התחזקות פון דעם געהויבענעם מעמד. &nbsp; שישו ושמחו בשמחת התורה!

    < זעה מער ז אדר תשע"ח 📝
  • בחורים גרייטן זיך אויף פורים

    &nbsp;גאר א גרויסע פארלאנג איז געקומען דאס יאר דורך די חשובע נגידים נדיבי עם אז די בחורי הישיבה זאלן ארויפקומען און משמח זיין בעצם יום הפורים. די הייליגע ברסלבע ישיבה איז שוין גאר שטארק באקאנט אין די היינטיגע טעג, עס איז ברייט באוואוסט די גרויסע פעולות פון די הייליגע ישיבה, סיי וואס מען קען זען אויף די טייערע בחורים, הכרת פניהם ענתה בם, די תורה און תפלה, די יראת שמים און מדות טובות, וואס זיי האבן זיך איינגעקויפט בין כותלי הישיבה; און סיי די געוואלדיגע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט יעדן טאג אין ישיבה, און ווערט געהערט דורך פילע צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט, וועלכע זענען זיך מחי' מיט די דרשות, און גלייכצייטיג מיט די "חיזוק יומי" - טעגליכע קורצע אויסצוגן פון די דרשות, גאר אסאך אידן זאגן עדות אז די דרשות האבן געטוישט זייער לעבן צום גוטן אין אלע הינזיכטן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. ווי אויך די הערליכע ניגונים פון אמונה וואס האט איינגענומען די וועלט עס איז מערקווערדיג צו זען דער חילוק פון ווען די ישיבה איז געעפנט געווארן, ביז היינט צו טאגס צען יאר שפעטער. אין אנהויב האט מען פארטריבן די בחורים און נישט געוואלט הערן בכלל פון די ישיבה, נישט באגרייפנדיג די געוואלדיגע תועלת וואס די הייליגע ישיבה ברענגט פאר די בחורים און פאר יעדן איינעם, און אצינד איז דאס פונקט פארקערט ווען עס הערשט אזא גרויסע נאכפראגע אויף די ישיבה, אידן שפירן פאר א גרויסע זכי' צו קענען האבן א חלק אין די געוואלדיגע פעולות פון די הייליגע ישיבה. די פארגאנגענע יאר האט מען נישט געקענט נאכקומען דער גרויסער פארלאנג, פון אלע זייטן האט מען זיך געבעטן ביי די בחורים ארויפצוקומען אום פורים, און ב"ה אז דאס איז געווען גאר א גרויסע הכנסה פאר די הייליגע ישיבה. דאס יאר וועט מען נישט קענען ארויפגיין צו קיינעם נאר מיט א פאראויס באשטימטע אפוינטמענט, זע בייגעלייגטע קעסטל פאר דעטאלן. &nbsp; אבן מעסו הבונים היתה לראש פנה!

    < זעה מער ז אדר תשע"ח 📝
  • קונטרס "א פרייליכן פורים"

    אריינטרעטנדיג אין חודש אדר, האט מען די וואך איבערגעדרוקט דעם הערליכן קונטרס "א פרייליכן פורים". כשמו כן הוא, דער קונטרס שמועסט אויס גוטע און גרינגע עצות ווי אזוי אויסצונוצן די פרייליכע טעג פון פורים און פון חודש אדר ווי עס דארף צו זיין, און ווי אזוי יעדער איד קען זוכה זיין ארויסנעמען פון די הייליגע טעג דאס בעסטע; אינ'ם קונטרס איז אויך אריינגעדרוקט געווארן די מגילת אסתר וואס וועטצוניץ קומען צו קענען אויסהערן די מגילה פון אינעווייניג. ווי אויך איז יעצט געווארן איבערגעדרוקט דער הייליגער ספר "גנזי המלך", א פירוש אויף מגילת אסתר. די קונטרסים און ספרים און נאך פילע אנדערע איז דא צו באקומען בהיכל הישיבה אויף 27 סקילמען סט. משנכנס אדר מרבין בשמחה!

    < זעה מער ד אדר תשע"ח 📝
  • באשיידענע קידוש לרגל הולדות הבת ביי מו"ה אברהם משה שטראסער הי"ו

    פארגאנגענעם דאנערשטאג האט מו"ה אברהם משה שטראסער הי"ו, מנהל ת"ת ברסלב עולה געווען לתורה און א נאמען געגעבן פאר זיי ניי געבוירענע טאכטער למזל טוב. נאכן דאווענען האט מו"ה אברהם משה הי"ו, צוגעשטלט א לחיים פון געשמאקע לקח און טרונקען, און דער עולם האט ווארעם אנגעווינטשן דעם בעל שמחה. &nbsp;דער ראש ישיבה שליט"א האט זייער מחזק געווען דעם בעל שמחה, און געזאגט אז ממנו ילמדו וכן יעשו, אז מען זאל פראווענען שמחות מיט אן אמת'ן אידישן חן און געשמאק. בילדער

    < זעה מער כח שבט תשע"ח 📝
  • שיעור פון הגה"צ דער ראש ישיבה שליט"א, קומענדיגן ליל שישי תרומה אין לעיקוואוד

    תושבי לעיקוואוד האבן אויפגענומען מיט גרויס שמחה אז דער ראש ישיבה שליט"א האט אנגענומען די איינלאדענונג פון ביהמ"ד ברסלב צו געבן דארט א שיעור. &nbsp; קומענדיגן דאנערשטאג תורמה אווענט, ר"ח אדר, 9:30 אווענט וועט דער ראש ישיבה שליט"א ערשיינען צו מעריב אינעם ברסלבער ביהמ"ד אויף 423 6טע סט. און דערנאך וועט פארקומען דער שיעור.

    < זעה מער כז שבט תשע"ח 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א וועט געבן א שיעור אין מאנסי היינט נאכט

    אויפ'ן פארלאנג פון פילע אנשי שלומינו תושבי מאנסי יצ"ו, וועט הרה"ג דער ראש ישיבה שליט"א געבן א שיעור היינט נאכט, מיטוואך פ' משפטים, אינעם ברסלב'ער בית המדרש אין מאנסי אויף&nbsp;32 דאלסאן רד. אום 9:30 ביינאכט. דער ברסלב'ער בית המדרש אין מאנסי איז ברייט באקאנט אין די גאנצע אומגעגענט אלס א תל תלפיות וואו מ'קומט זיך צוזאם יעדן שבת קודש צו דאווענען אינאיינעם און זיך מחזק צו זיין מיט די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. פילע אידן תושבי מאנסי שעפן הויפענעס חיזוק יעדן שבת קודש אין דעם בית המדרש. די מאנסי אידן האבן גע'טענה'ט 'למה נגרע?', מיר ווילן אויך האבן א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א ביי&nbsp;אונז אין שטאט, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער ראש ישיבה שליט"א ארויספארן דעם מיטוואך נאכט צו געבן דארט א שיעור. עס איז ערווארטעט א גרויסער עולם פון מאנסי וואס זענען מתחזק מיט די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אנטייל צו נעמען ביים שיעור. שמעו ותחי נפשכם!

    < זעה מער כב שבט תשע"ח 📝
  • אנ"ש זענען זיך מחזק אין "הפצה" ביים יארצייט פון מוהרא"ש ז"ל

    א הערליכע ציבור איז זיך צוזאם געקומען נעכט אווענט אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג, צו די יארצייט סעודה פון מוהרא"ש ז"ל וואס פאלט אויס היינט עש"ק יתרו-קבלת התורה, י"ז שבט. דער עולם האט זיך געוואשן צו א שיינע סעודה, און געזינגען ווארימע ניגונים, און דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, ווי דער ראש ישיבה האט ארויסגעברעגט וואס דארפן מיר ארויסנעמען פון אזא טאג, "וואס האט דיר מוהרא"ש געגעבן?" פרעגן מענטש, "א מענטש איז געווען בלינד, און ער האט געטראפן א דאקטער וואס האט אים אויסגעהיילט זיינע אויגן, פרעג דעם מענטש: 'וואס האט דיר דער דאקטער געגעבן?', 'וואס'? וועט ער דיר פרעגן, 'אלעס'!, 'איך קען אלעס זען, אלעס וואס איך האב, אלעס וואס איך טו, אלעס קומט זיך אים א דאנק!'," האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט, "וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן? אלעס, ער האט אונז געעפענט די אויגן, צו זען אז דער אייבישטער איז דא, און איך האב נאר אים און איך האב נישט קיינעם אויסער אים, און אז ווייס שוין אז דער אייבישטער איז דא נעבן מיר און מיט מיר, רעד צו אים". דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז עס איז אוממעגליך ארפצולייגן ווער מוהרא"ש איז געווען, אבער אויב מען וויל צוזאם נעמען וואס מוהרא"ש איז געווען און מאכן א סך הכל אין איין ווארט, דאן איז דער ווארט "הפצה", מוהרא"ש איז געווען איין שטיק הפצה. דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט די גמרא (תענית כג, ע"א), אז רבי יוחנן האט געזען איינעם פלאנצן א באקסער בוים, האט אים רבי יוחנן געפרעגט "ווי לאנג נעמט אז דער באקסער בוים זאל ארויסגעבן פירות?" האט יענער געענטפערט "זיבעציג יאר", האט ער אים געפרעגט "דו האלטס אז דו גייסט נאך לעבן זיבעציג יאר ארום?" האט אים יענער געענטפערט "ווען איך בין געבוירן האב איך געטראפן פארטיגע ביימער מיט פירות, וואס מיינע עלטערן האבן געפלאנצט פאר זיבעציג יאר צוריק, וועל איך יעצט פלאנצן ביימער אז מיינע קינדער זאלן האבן פירות זיבעציג יאר ארום", א מורא'דיגער ענטפער וואס מיר דארפן גוט אריינעמען אין אונז. "מוהרא"ש האט געאקערט און זיך געפלאגט נאר אז פאר אונז זאל גיין גוט", וויפיל געלט איז ווערט אז מיר לעבן היינט מיטן אייבערשטן? מיט וואס קענען מיר באצאלן פאר מוהרא"ש ז"ל פארן אונז אויסלערנען די וועג צו האבן שלום בית? א.א.וו. נישט קיין געלט אויף דער וועלט. מוהרא"ש פלעגט זאגן "ווילסט מיר באצאלן? געב פאר נאך איינעם די געלגענהייט צו האבן א גוט לעבן &ndash; דאס וועט זיין מיין באצלונג". דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז מ'דארף נישט נאכמאכן א צווייטן אפילו אין עבודת ה', אפילו מיט הפצה זאל יעדער זען וואס "ער" קען טון פאר הפצה, עס זענען דא אזעלעכע וואס קענען נעמען פעקלעך ספרים און ארום גיין צו די טירן, און אזוי מפיץ זיין, אבער עס זענען דא נאך אסאך וועגן צו מפיץ זיין. העלף א מפיץ, זיי מנדב א פעלעט פאפיר, קענסט ארויפברענגען די פאפיר, שלעפן באקסעס ספרים, שניידן און פאקן די ספרים, געב א גוט ווארט פאר א מפיץ. א.א.וו. יעדער קען איינער קען בעטן דעם אייבערשטן ער זאל טרעפן וואו ער קען זיין א מפיץ אויף זיין אייגענארטיגע וועג. פארן ענדיגן זיינע ווערטער האט דער ראש ישיבה זיך באדאנקט פאר עטליכע פון אנ"ש וואס יומם ולילה לא ישבותו, און העלפן אז דער רבינ'ס אור זאל ווייטער שיינען און לייכטן אויף דער וועלט. נאכן ראש ישיבה'ס ווערטער האט מען געזען סליידס וואס האט געוויזן די כח פון הפצה, וואס די ספרים און די סידיס ראטעווען ממש גאנצעטע משפחות פון אראפ גיין ברוחניות אדער בגשמיות. דער עולם איז זיך צעגאנגען מיט א פעסטע קבלה צו טרעפן וואו מ'קען מפיץ זיין, און זיין שטארק אין הפצה מיט געלט, טירחא און רצון. בילדער דברות קודש פון ראש ישיבה שליט"א היסטארישע בילדער פון מוהרא"ש ז"ל

    < זעה מער יז שבט תשע"ח 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א איז מנחם אבל האברך מו"ה שלום יצחק מאסרי ני"ו

    פארגאנגעם דאנערשטאג אינדערפרי איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין מאסי צו מנחם אבל זיין האברך החשוב מו"ה שלום יצחק מאסרי הי"ו, מחשובי אנ"ש וועלכער זיצט שבעה ל"ע, צו די פלוצימדיגע פטירה פון זיין שוועסטער ע"ה וועלכע פלעגט אסאך זיך מחזק זיין מיט די דרשות און שיעורים וואס זי פלעגט אלץ הערן אויפן טעלעפאן, וואס זי פלעגט טרינקען מיט דורש, און אלץ פרובירט וואס זי קען ארויסנעמען למעשה צו שטייגן מיט יראת שמים און מידות טובות. די אלע גוטע מעשים וואס זי האט אריינגעכאפט האט זי מיט גענומען מיט זיך יעצט ווען זי האט צוריק געקערט אין נשמה. &nbsp; דער אייבישטער זאל טרייסטן און אויפרעכטן איר חשובע משפחה וועם זי האט איבערגעלאזט. ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבילינו אמן.

    < זעה מער טז שבט תשע"ח 📝
  • מו"ה שמחה בלאך הי"ו באזוכט דעם נייעם ביהמ"ד אין אומאן

    נעכטן זונטאג האט מו"ה שמחה בלאך הי"ו אפגעשטאט א באזוך אין אומאן, בשליחות פון די וועד קרן הבנין כדי זיך אומצוקוקן אויף די פארשריט וואס ווערט געמאכט ביים נייעם געביידע, וואס וועט ארייננעמען אין זיך דער נייער הערליכע בית המדרש פאר חסידי ברסלב היכל הקודש מיט אלע געברויכן וואס אנ"ש וועלן דארפן בשעת'ן וויילן אין אומאן אין די טעג פון ראש השנה. ווי שוין היינט באקאנט האט דער הייליגער רבי ז"ל געהייסן מאכן א כרוז אז "מיין ראש השנה איז העכער פון אלעם", "יעדער מוז קומען צו מיר אויף ראש השנה &ndash; קיינער טאר נישט פעלן", "יעדער וואס איז געווען ביי מיר אויף ראש השנה דארף זיך פרייען א גאנץ יאר", "אפילו איינעם וואס איך קען נישט פאררעכטן א גאנץ יאר, אבער אויב וועט ער קומען צו מיר אויף ראש השנה וועט ער זיכער האבן א תיקון", און דערפאר קומען צו פארן צענדליגער טויזנטער אידן יעדעס יאר אויף ראש השנה קיין אומאן, ווער וויל דען נישט זוכה זיין צו האבן א גוט יאר? און דער קיבוץ וואקסט קע"ה פון יאר צו יאר מיט צעדליגע טויזנטער. עד כדי כך אז דער ציבור וואס האט זיך געציילט פארגאנעם יאר כמעט 100,000, האט שוין נישט קיין פלאץ אין די עטליכע גאסן ארום דעם ציון, וואו אלעס איז שוין פארבויעט מיט ריזיגע הויך שטאקיגע געביידעס פאר די ריזיגע ציבור געסט וואס קומען צו פארן מארבע כנפות הארץ, און מען צושפרייט זיך אלץ מער און מער צו נאך און נאך גאסן ארום און ארום. מיט עטליכע יאר צוריק - נאכדעם וואס מוהרא"ש ז"ל האט געהייסן פארן ראש ישיבה שליט"א ער זאל טרעפן א פלאץ אין אומאן וואו ער וועט קענען זיין צוזאמען מיט די תלמידים - האט מען יערליך געדינגען א ריין ווינקל אין אומאן ווי עס איז געווען צוגעשטעלט אש"ל, מיט א מקוה, כדי די תלמידים זאלן זיך קענען האלטן אינאיינעם און נישט דארפן ארום וואנדערן אויף די טמא'נע גאסן ביים גיין און קומען. אזוי ווי דער ציבור קע"ה וואקסט פון יאר צו יאר, איז געווארן וואס א יאר שווערער און שווערער אריינצושטופן דעם ריזיגן ציבור ביי דעם געדינגענעם הויף. איז דער ראש ישיבה שליט"א פאריאר אריינגעשפרינגען און גענומען אויף זיך דעם שווערן עול צו אויפבויען אן אייגענעם בנין וואס זאל זיין גענוג גרויס אריינצונעמען דעם גאנצן ציבור אנ"ש מיט אלע געברויכן. מען האט געזוכט א פלאץ וואס זאל זיין סיי גענוג נאנט צום ציון הק' כדי עס זאל זיין אין די "וואלקינג דיסטענץ" - וואס דאס איז דאך דער עיקר ציל צו וואס מען קומט קיין אומאן, פון די אנדערע זייט ארויס פון די הו הא פון די געפלידער און די טמא'נע מארק פלעצער, וואו עס איז נישט כדי פאר אן ערליכער איד דארט אריינצוטרעטן. ב"ה מען האט געטראפן אזא פראפערטי, און מען האט זיך תיכף גענומען צו די מלאכה, מען האט אויסגעארבעט די פלענער, וואס עס דארף זיך אלץ געפונען און ווי גרויס עס דארף צו זיין. און ווי דער ציבור דא האלט כסדר מיט אויפן וועבסייט, האלטן מיר אין איין אפדעיטן דעם ציבור מיט די פרייליכע אנטוויקלונגען, ווי די ארבעט רוקט זיך מיט גרויס שנעלקייט. יעצט קומען מיר מיט די גוטע נייעס, אז דער דאך פונעם בית המדרש איז שוין געווארן ארויפגעצויגן, און די ארבעט אינעם היכל הבית המדרש גייט אן מיטן פולן שוואונג צו קענען ענדיגן די ווענט און אלע אינערליכע ארבעט, און אין די זעלבע צייט ווערט אריינגעלייגט גאר אסאך כחות צו ענדיגן דעם אונטערשטן שטאק, דער גרויסער שיינער מקוה, די עס זאל און די קאך. בעזרת השי"ת וועט מען זיך גאר בקרוב נעמען צו די ארבעט פונעם דריטן שטאק, ווי עס וועלן זיך געפינען די אכסיות צו שלאפן, און וועט ווערן צוגעשטעלן פונעם שענסטן און בעסטן קוואליטעט. געלויבט השי"ת אז מער פון האלב פון די מיליאן דאלער וואס דאס דארף צו קאסטן אזא בנין איז שוין אריינגעקומען. געדענקט וואס דער הייליגער רבי נתן ז"ל האט געזאגט פאר'ן רבי'נס אייניקל רבי אברהם בערניו ז"ל "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אָן דיר אויך, וואויל איז דיר אז דו וועסט האבן א חלק דערין". געבט איבער נדבת לבכם הטוב פאר ראש ישיבה שליט"א, אחד המרבה ואחד הממעיט, און דער זכות וועט אייך אודאי ביישטיין לנצח נצחים. &nbsp; בילדער

    < זעה מער יג שבט תשע"ח 📝
« Previous Next »

Showing 1801 to 1815 of 1883 results

1 2 ... 117 118 119 120 121 122 123 124 125 126
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com