Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אלטע פארלאזטע באמבע, שטעלט אפ באן סערוויס צווישן פאריז און לאנדאן

    אין די צענטראלע גרויסע באן סטאנציע אין פאריז פראנקרייך איז דעם פארגאנגענעם ערב שבת קודש אנטשטאנען א גרויסע פאניק. וואס האט פאסירט? באאמטע אינעם געגענט האבן געפונען אן אלטן באמבע, אן איבערבלייבעניש נאך פון אכציג יאר צוריק פון די צווייטע וועלט מלחמה, וואס מען האט געטראפן א קארגע מייל אוועק פונעם באן סטאנציע פון ווי די יורא סטאַר באן פארט ארויס קיין לאנדאן ענגלאנד, און האט געפירט אז די באן סערוויס צווישן די צוויי לענדער זאל טאטאל אפגעשטעלט ווערן פאר עטליכע שעה.   די דייטשן האבן געווארפן מיליאנען באמבעס איינצונעמען די שכינות'דיגע לענדער, טייל האבן אויפגעריסן, אבער פילע האבן "איבערגעלעבט" דעם פאל און זענען געליבן גאנץ און איינגעגעסן אין די ערד ווארטנדיג אז איינער זאל עס חס ושלום אנרירן, און האט די פאטענציאל חרוב צו מאכן גאנצע גאסן פאר איבער אכציג יאר שפעטער, דאס איז א זאך וואס האט שוין ליידער פאסירט פילע מאל אין לענדער וואס אסאך אסאך יארן נאך א מלחמה, קען מען זיך אנשטויסן אין אן אומאויפגעריסענע באמבע וואס רייסט פלוצלינג אויף.   זה לעומת זה עשה אלקים, דער אויבערשטער וויל זיך טרעפן מיט זיינע קינדער, עס זענען ליידער דא קינדער וואס זענען גענצליך פארלוירן, זיי ווייסן ניטמאל אז זיי שטאמען פון אידן, עס זענען אויך דא אידן וואס ווייסן אז זיי זענען אידן, אבער מיינען נעבעך אז אידישקייט באשטייט פון פראווען א "באר מיצווע" מיט ליינען די "האפטוירע" ביים "דרייצנטן בוירטדעי" און אויך חלילה נישט פארגעסן פון עסן קניידלעך אום פסח. ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו, מיר גייען אין די וועגן פון אונזערע גרויסע רבי'ס די תלמידי החתם סופר זי"ע וואס האבן אראפגעשטעלט די ארטאדאקסיע, און אראפ געשטעלט א יסוד אז אידישקייט איז "שולחן ערוך" און פון דעם קען מען זיך נישט אוועק רירן, און אזוי אויך תלמידים פון די שפעטערדיגע צדיקים גאונים וקדושים נ"ע דער בעל שם טוב זי"ע און זיינע הייליגע תלמידים זי"ע, אבער מיר קענען אויך פארגעסן "פארוואס" מיר האלטן דעם שלחן ערוך, דער הו הא פונעם לעבן, ביזנעס, פעישן, כבוד, נייעס און פאליטיק קען אונז מאכן פארלוירן, מיר ווייסן טאקע אז דער אויבערשטער איז גאט און מיר דארפן אים פאלגן, אבער מיר פארגעסן טייל מאל פון אים. און דערפאר האט דער אויבערשטער אראפ געשיקט דעם גרויסן צדיק דער הייליגער רבי מיט זיינע תלמידים, בפרט דער צדיק וואס האט נאך געלעבט אין אונזער דור מוהרא"ש זי"ע וואס האט גענומען אויף זיך א ציל א מטרה צו ווארפן פאזיטיווע באמבעס, הייליגע באמבעס, און אייננעמען די וועלט צום אויבערשטן, דערמאנען אלע קינדער אז דער טאטע וויל ענק זען, ער ווארט אויף דיין באזוך, ביסט פארנומען מיט ביזנעס און האסט פארגעסן פון דיין טאטן. טייל פון די הייליגע ספרים און קונטרסים טוען א פעולה תיכף ומיד, עס וועקט אויף דעם מענטש צו רעדן צו זיין טאטן וואס בענקט זיך שוין אזוי שטארק צו אים, און טייל ווערן פארגעסן אין בוזעם טאש, אין ספרים שאנק אדער אפילו אין שמות באקס, און נאך פילע יארן שפעטער פירט דער אויבערשטער צו אז איינער זאל עס אנרירן און נתעורר ווערן צום אויבערשטן.   לאמיר אויסנוצן די הייליגע פרייליכע טעג פון אדר און ניסן זיך צו דערנענטערן צום אויבערשטן, וועלן מיר זיין אמת'ע ערליכע אידן.

    < זעה מער י אדר תשפ"ה 📝
  • עלטסטע קריגס איבערלעבערין נפטר געווארן

    נעכטן איז נפטר געווארן אין ניו יארק א הונדערט און דרייצן יעריגע אידישע פרוי מיט'ן נאמען רויזא גיראָון. קיינער בלייבט נישט דא אויף דעם עולם פאר אייביג, זינט בריאת העולם האט יעדער איין טאג צוריק געגעבן די נשמה פאר'ן אויבערשטן. די סיבה פארוואס די פטירה פון די פרוי איז אין די נייעס איז צוליב זי איז געווען גערעכנט צו זיין די עלטסטע קריגס איבערלעבער אין די וועלט. &nbsp; די פרוי - וואס איז נעכטן נפטר געווארן אין א מושב זקנים נארט בעלמאור - אין נעסאו קאונטי - ניו יארק, איז געבוירן געווארן אין אין פוילן, זי האט געוואוינט א שטיק צייט אין דייטשלאנד, ביי די מלחמה איז זי אנטלאפן קיין שאנכיי, כינע. און שפעטער האט זי זיך אריבערגעצויגן קיין קווינס ניו יארק, ווי זי האט געוואוינט ביז צען יאר צוריק. אין יאר תשע"ה איז זי אריבער צו א נוירסינג היים, ווי זי האט זיך אויפגעהאלטן ביז איר פטירה אין טיפן עלטער פון הונדערט און דרייצן יאר. &nbsp; מען קען ליינען די נייעס פשוט, און זען די היסטארישע מאמענט, די עלסטע קריג איבערלעבער איז אוועק, אדער קען מען נתפעל ווערן אז א מענטש לעבן הונדערט און דרייצן יאר, אבער ווייניג כאפן אז די נייעס דארף געבן א טרייסל פאר א מענטש, ווייל דאס זאגט אז סוף כל סוף וועלן מיר אלע דארפן צוריק געבן אונזער נשמה צום אויבערשטן. &nbsp; מוהרא"ש פארציילט אז ווען ער איז געווען א קינד, איז ער געווען א ווילד קינד, און איין מאל ביי א לויה האט זיך געשטופט צו מיטהאלטן וואס טוט מען מיט'ן נפטר, ער האט געזאגט אז ער האט געזען אז יא, מען נעמט דעם נפטר, מען לייגט אים אריין אין א גרוב אין דער ערד, מען לאזט אים דארט איבער אליינס, און מען דעקט עס צוריק איבער, און דאס האט אים איבערגעלאזט א טיפער רושם, און געמאכט טראכטן, "פארוואס זענען מיר דא אויף דער וועלט"?, "וואס איז דער תכלית"? געדאנקען וואס האבן אים אלעמאל געדרוקט. אבער ווען ער האט געטראפן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים איז אים לעכטיג געווארן, אוועקגיין פון דער וועלט איז נישט אזוי שרעקעדיג - עס איז ווי מען גייט אריבער פון איין צימער צו א צווייטן. &nbsp; אבער מיר דארפן בעטן דעם אויבערשטן מיר זאלן נישט פארשפילט ווערן פון די הבלי עולם הזה בשעת מיר זענען נאך דא, ווייל יעצט איז ממש גרינג זיך איינצופאקן צידה לדרך פאר'ן עולם הנצחי, אין די פאר יאר קענען מיר איינקויפן גאנצע סטארעדזשעס מיט עסן, טרונקען, קליידער און הייזער פון וואס מיר וועלן נהנה זיין לנצח נצחים, א באגריף וואס אונזער באגרעניצטע מח קען נישט באגרייפן. וויאזוי קענען מיר בייקומען די גלאנציגע וועלט וואס זוכט נאר צו פארדעקן דעם אויבערשטן, דאס גייט נאר דורך תפלה, אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו בעטן דעם אויבערשטן אז ער זאל זוכה זיין אויסצונוצן זיינע טעג, וועט ער זוכה זיין דערצו. עס גייט טאקע נישט אין איין מינוט, אבער מיט סבלנות, יעדן טאג פריש בעטן דעם אויבערשטן און נישט אויפגעבן, וועסטו זוכה זיין צו זיין אן אמת'ער ערליכער איד.

    < זעה מער כח שבט תשפ"ה 📝
  • גרויסער נס ראטעוועט הונדערטער אידן פון א גרויסע אומגליק רח"ל אין ארץ ישראל

    פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט האט דער אויבערשטער באוויזן גרויסע נסים פאר אידישע קינדער אין ארץ ישראל, ווען עטליכע טעראריסטן האבן געוואלט אויפרייסן פילע באסעס אין די פריע פארמיטאג שעות פון ערב שבת קודש ווען זיי זענען פול מיט פאסאדזשירן, און דער אויבערשטער האט געהאלפן, און געראטעוועט אידישע קינדער פון דעם גרויסן אומגליק. &nbsp; עס האט זיך אנגעהויבן ווען איינער האט באמערקט דאנערשטאג עטליכע מינוט פאר ניין אזייגער אווענט אז עס אזי דא א פעקל איבערגעלאזט אויפן באס, און האט אויפגעמערקט דעם דרייווער וועלכע האט תיכף אראפגעשיקט אלעמען פונעם באס, און עטליכע מינוט דערויף האט דער באס עקספלאדירט אין א גרויסע פייער באל, דאס האט אנגעצינדן אן אלארם ביי די אינסטאנצן וועלכע האבן זיך געיאגט צו אונטערזוכן אלע אנדערע באסעס, און מען האט געטראפן נאך פינף באמבעס וואס זענען אלע געווען אנגעשטעלט צו אויפרייסן ניין אזייגער AM פרייטאג, דער אויבערשטער וועלכע האלט אויף אונז זיין רעכטע האנט, האט געמאכט אז דער רוצח זאל מאכן א טעות און אויף איין באמבע האט ער אנגעשטעלט דעם זייגער אז עס זאל אויפרייסן דעם באמבע 9:00 PM וואס האט אויפגעוועקט אלעמען צו די סכנה, און אזוי האט אונז דער אויבערשטער געראטעוועט. און קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן דערפון ב"ה. &nbsp; מיר זענען מתפלל יעדן טאג "השיבה שופטינו כבראשונה, ויועצנו כבתחלה, והסר ממנה יגון ואנחה" אז דער אויבערשטער זאל שיקן פאר אונז ערליכע מנהיגים געטרייע פאסטוכער, וואס האבן רחמנות אויף זייערע שאף, ווי דער רבי זאגט, אז אזוי ווי ביי משה רבינו, און דוד המלך, און נאך האט דער אויבערשטער זיי אויסגעוועלט אלץ פאסטוך פאר זיינע שאף זעענדיג ווי זיי האבן די מדה פון רחמנות, וואס דאס איז די וויכטיגסטע מדה וואס א מנהיג דארף האבן, ער דארף קוקן מיט רחמנות ווי מיר פלאגן זיך, עס גייט שווער מיט פרנסה, שידוכים, שלום בית, חתונה מאכן די קינדער, און דער צדיק דער בעל הרחמים איז אונז מקרב און געבט אונז עצות, אפעקטיווע עצות וואס העלפט, פראקטישע עצות וואס מיר קענען נאכטון. און דער עיקר רחמנות איז וואס מיר גייען דורך ברוחניות, דער יצר הרע ברענט אין אונז, מיר שפירן נישט קיין טעם אין דאווענען, מיר האבן נישט קיין קאפ און קיין געדולד צו לערנען, קומט דער צדיק און לערנט אונז אויס א וועג, ער כאפט אונז אן און געבט אונז אריין דעם לעפל "עפל סאוס" אין מויל, דאוון און טו מצות אפילו אן געפיל, לערן אפילו אן פארשטיין, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז דאס וועט אונז ארויסנעמען פון אלעם שלעכטס. &nbsp; און אין די זעלבע צייט בעטן מיר דעם אויבערשטן אז די מלכות הרשעה, מלכות הרצח, מלכות האכזריות זאל שוין אונטערגיין, און מיר זאלן שוין מער נישט ליידן פון די ערב רב אין ארץ ישראל, וואס זוכט נאר איין זאך, אני אמלוך, און אויסרייסן די אמונה פון אידישע קינדער. &nbsp; אבער מיט דעם אלעם וואס מיר גייען דורך פון זיי דאנקען מיר דעם אויבערשטן "ועל נסיך שבכל יום עמנו", דא האבן מיר געזען דער נס שלא על פי דרך הטבע, ווי די רוצחים האבן זיך געגרייזט און אנגעשטעלט דעם זייגער שלעכט, און דערמיט געראטעוועט זיינע שעפעלעך פון א גרויסע אומגליג רחמנא ליצלן.

    < זעה מער כו שבט תשפ"ה 📝
  • פיר וואכן פונעם טראמפ 47 אדמיניסטראציע

    שטייענדיג פיר וואכן אריין אין די צווייטע טראמפ טערמין אלץ זיבן-און-פערציגסטע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן איז אינטערעסאנט צו באטראכטן וואס עס טוט זיך אין זיין אדמיניסטראציע. &nbsp; די לעצטע נייעס וואס איז ארויסגעקומען פונעם ווייסן הויז זענען פאזיטיוו לטובת אחינו בני ישראל, צוויי עקזעקוטיווע באפעלן וואס דער פרעזידענט האט אונטערגעשריבן, איינס אז אינשורענס זאל באצאלן פאר דאקטאר באזוכן פאר מענטשן וואס ווארטן געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, און די צווייטע צו מבטל זיין די "קאנדזשעקטשאן פרייסינג טאלס" אריינצופארן קיין מאנהעטן. &nbsp; בנוגע די מלחמה אין אוקריינא מיט רוסלאנד, וואס מיר זענען מתפלל אז דאס זאל זיך שוין ענדיגן וואס שנעלער, די נארישע מלחמה וואס ברענגט גארנישט אויסער טויט און פארניכטונג האט געברענגט אסאך שוועריקייטן צו קענען פארן צו קברי צדיקים, אנשי שלומינו האבן טאקע נישט געקוקט אויף די אלע שוועריקייטן, עס קאסט צייט געלט און כחות, אבער זענען מתפלל אז דער שוועריקייט זאל שוין אוועקגיין. באאמטע פון די טראמפ אדמיניסטראציע האבן זיך געטראפן אין סאודי אראביע מיט רוסישע באאמטע און האבן אנגעקניפט שטארקערע באציאונגען, דערנאך האט טראמפ שארף אטאקירט דעם אוקראינער פרעזידענט אים באשלודיגדיגן אין די מלחה, און אים רופנדיג א דיקטאטור וואס האט נישט קיין שטיצע פון זיינע בירגער, און דערפאר האט ער אפגעשטיפט די וואלן. &nbsp; ביים גרעניץ זענען זאכן אסאך שטילער, טראמפ האט דערקערט אן "עמוירזשענסי צושטאנד" און געשיקט הונדערטער זעלנער צו באשיצן דעם גרעניץ, אין די זעלבע צייט זענען פארשיקט געווארן פילע פארברעכער אימיגראנטן צו זייערע היימלענדער, וואס דאס אלעס האט געשיקט א שטארקע מעסעדזש צו פאטענציאלע אימיגראנטן אז יעצט איז נישט די צייט. די סטאטיסטיקס ווייזן אן איבער נייציג פראצענט רעדוקציע אין פרישע אומלעגאלע אימיגראנטן אין פארגלייך צו די פאריגע חודש אונטער ביידען. &nbsp; אין פילע אינדוסטריעס קראצן זיך די סוחרים די קאפ וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די פילע טאריפס וואס טראמפ לייגט ארויף אויף אימפארטן פון אנדערע לענדער, צווישן אנדערע איז ארויפגעלייגט געווארן טאריפס אויף כינע, אויף אימפארטירטע קארס, אויף שטאל און פארמאסיוטיקל אימפארטן. טראמפ טענה'ט אז אנדערע לענדער נעמען אדוועטענדזש אויף אמעריקאנער פרייע האנדלס פאליסיס, זיי העלפן זייערע ביזנעסער מאכן ביליגערע פראדוקטן, און נעמען הויכע שטייערן פאר פראדוקטן וואס קומען פון אמעריקע. &nbsp; אינעם דאדזש אגעטור אנגעפירט דורך אילאן מאסק גייען זיין דורך אגענטור נאך אגעטור, זיי שניידן גרויסע שטיקער פון די רעגירונג, מאכן צו גאנצעטע אפטיילונגען, פארשיקן אומנויטיגע ארבעטער. די יו-עס עיד אגענטור איז געווען פון די ערשטע צו ווערן פארמאכט, מאסק האט געזאגט אז יו עס עיד איז נישט אן עפל וואס האט א ווארעם, נאר איז א קאנע פון ווערים, די אגענטור איז אנגענגאנען יארן לאנג אן דעם וואס איינער זאל זיך קימערן מיט וואס זיי טוען, און האבן געשיקט מיליאנען פאר פיינטליכע לענדער, נארישע צוועקן, און ליבראלע לינקע אקטיוויזם. לויט ווי די דאדזש אגעטור זאגט האבן זיי שוין געשפארט פאר די רעגירונג פינף און פופציג ביליאן דאלער, וואס איז בערך דריי פראצענט פון זייער ציל פון צוויי טריליאן דאלער. זיי זאגן אז דאס קומט אויס צו איבער דריי הונדערט פופציג דאלער פער שטייער צאלער. &nbsp; ווען מען רעדט פון די נייעס אין די רעגירונג און מען הערט פון טראמפ, און מאסק, מען רעדט כאילו זיי זענען "מאכטפול", "רייך", "קלוג", אדער אפשר גאר פארקערט, זיי זענען "נאריש", "ווילד", "דיקטאטורן", דארפן מיר געדענקען אז דאס איז נישט די ווארהייט, דאס אלעס איז בלויז א שפיל, דער אויבערשטער האט די גאנצע מאכט, ער איז קלוגער און רייכער פון סיי וועם, און נישט קיין חילוק פון וועלכע זייט פונעם פאליטישן שפיל מען קוקט עס אן, איז עס דער אויבערשטער וואס לייגט אריין אין זיי פונקט ווי אין אונז זייערע איידיעס, און געבט זיי די כח יא אדער נישט אויסצופירן זייערערע פלענער. אויב הערט איר פון א פלאן וואס געפעלט אייך, בעט דעם אויבערשטן עס זאל מצליח זיין, אויב האלט איר אז זייערע פלענער זענען געפערליך, און עס טאר נישט דורכגעפירט ווערן, זייט נישט אין פאניק, בעט דעם אויבערשטן, און אלעס וועט זיין גוט.

    < זעה מער כא שבט תשפ"ה 📝
  • דעלטא פליגער לאנדעט מיט'ן קאפ אראפ אין טאראנטא קאנאדע

    מ'האלט שוין דא נאך דעם שלשים יום קודם לחג, און ווי עס שיינט האט א דעלטא פליגער זיך שוין געשפירט אביסל בגילופין, און האט זיך געשטעלט אויפן קאפ בשעת'ן לאנדן אין קאנאדא. &nbsp; דער פליגער האט געמאכט דער "ונהפוך הוא" אויף א זייער נישט בא'טעמ'טע וועג, און יעצט ווען מיר גרייטן זיך צו פורים דארף מיר זיך גרייטן מיט די ריכטיגע "ונהפוך הוא", אז מיר וועלן איבערדרייען אלע אונזערע עצבות, עצלות און מרה שחורה צו שמחה של מצוה, לעבן מיט'ן אויבערשטן, אנשטאט קריטיקירן ווי עס קומט אריין, אויפקלערן די ווייב, וועלן מיר שיסן קאמפלימענטן אין די וועלט אריין אפילו עס שטימט נישט, מיר וועלן זיין דער וואס וועט איבערבעטן אפילו זי איז גערעכט. ווייל דער סמ"ך מ"ם ארבעט אויך אויף קעסל און כלים צו מאכן אן אנדערע ונהפוך הוא, ער וויל מיר זאלן איבערדרייען דעם פליגער מיט'ן קאפ אראפ און ער וויל מיר זאלן חלילה אפברענען, מאכן א כלי' פון כלל ישראל היל"ת. די גמרא אין מסכת מגילה דף טו זאגט, "תנו רבנן: ארבע נשים יפיפיות היו בעולם: שרה רחב ואביגיל ואסתר", עס זענען געווען פיר שיינע פרויען אויף דער וועלט, שרה, רחב, אביגיל, און אסתר, זאגט די גמרא ווייטער "ולמאן דאמר אסתר ירקרוקת היתה", עס זענען דא וואס זאגן אז אסתר איז געווען א גרינע - קומט דאך אויס אז זי איז נישט געווען פון די שיינע פרויען, "מפיק אסתר ומעייל ושתי", דעמאלסט נעם ארויס פון די ליסטע אסתר, און לייג אנשטאט איר וושתי. שטעלט זיך א קשיא, קודם כל וואס וויל מיר די גמרא דא זאגן? וואס איז אונז נוגע וועלכע פרויען זענען שיין? און בכלל קען מען דען זיך קריגן מיט א פאקט, איז אסתר געווען אויף די ליסטע, אדער ושתי? זאגט דער ראש ישיבה שליט"א אז די גמרא וויל אונז דא זאגן גאר עפעס אנדערש, עפעס וואס מיר דארפן זייער וויכטיג וויסן, ווייל דאס קען מאכן א חילוק צי מיר לעבן אויף דער וועלט אין גן עדן אדער חלילה מיר בראטן זיך אין גיהנום נאך ביים לעבן. מ'קען הערן נעבעך מענטשן וואס מאכן חוזק פון שלום בית, זיי האבן נישט ליב צו זיין אינדערהיים, זיי ווייסן נישט פארוואס זייער ווייב איז נישט אויף די שיינע ליסטע אין זייער אויגן, זיי טראכטן נעבעך "אסתר ירקרקות היתה", אין זייערע אויגן זענען זיי נעבעך אריינגעפאלן מיט אזא נעבעכדיגע יאנטשי גרינע ווייב, אויף דעם זאגט די גמרא "מפיק אסתר ומעייל ושתי", ווייל דו היטסט נישט דיינע אויגן נעבעך, דו טראכסט אז ושתי - די שמוציגע גאס איז שיין, דערפאר ווערט נעבעך אסתר דיין הייליגע ערליכע אידישע אשת חיל ארויסגענומען. &nbsp; יעצט ווען עס קומט פאר פורים זאגט דער הייליגער רבי נתן די עצה מען זאל געראטוועט ווערן פון דעם גהנום - אז א מענטש זאל בעטן דעם אויבערשטן מען זאל געראטעוועט ווערן פון קליפת המן עמלק, וואס דאס מיינט בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל זיך פארמיאוסן אין די מיאוסע אינטערנעט בילדער, די גויאישע ווידיאס, וואס דאס איז קליפת המן ושתי און עמלק, און מען זאל באקומען א געפיל צו מרדכי ואסתר, מען זאל ליב האבן אהיים צו גיין און לעבן באהבה אחוה שלום וריעות אזוי ווי די תורה האט געזאגט. &nbsp; דער דעלטא פליגער וואס איז אפגעפלויגן פון מיניאפעליס - אינדיאנע, אפערירט דורך ענדיוואר עירליינס, האט זיך אנגעשטויסן אין גאר שטארקע ווינטן בשעת'ן לאנדן אין טאראנטא פיערסאן לופטפעלד אין קאנאדע, און האט זיך איבערגעדרייט מיט'ן קאפ-אראפ-פוס-ארויף בשעת'ן לאנדן, דער צוזאם שטויס מיט'ן ראנוועי האט גורם געווען אז דער פליגער האט אנגעהויבן צו ברענען פון דרויסן, אבער דער אויבערשטער האט געהאלפן אז אלע פאסאנדזשירן האבן באצייטענס עוואקואירט, און טראץ דעם שווערן עקסידענט איז קיינער פון די אכציג מענטשן אויפן פליגער נישט אומגעקומען. עס זענען באריכטעט געווארן פופצן פארוואונדעטע, צווישן זיי דריי ערנסט פארוואנדעט, און איינער גאר ערנסט, אבער קיינער זעט נישט אויס צו זיין אין א לעבנ'ס געפאר. &nbsp; הצליני מקליפת המן עמלק, וזכני לקדושת מרדכי ואסתר

    < זעה מער כ שבט תשפ"ה 📝
  • טראמפ סטראשעט כאמאס מיט גהינום אויב זיי באפרייען נישט די משכונות ביז שבת

    "איך וועל עפענען אויף זיי די טויערן פון גהנום" האט טראמפ געשריגן רעדנדיג צו רעפארטערס וואס האבן אים געפרעגט איבער דעם וואס כאמאס האט אנגעהויבן צעגערן איבער זיך האלטן צום פייער אפשטעל דורך וואס זיי דארפן איבערגעבן יעדן שבת דריי משכונות אין אויסטויש פאר הונדערט פופציג ארעסטירע פאלעסטינער אין מדינת ישראל, "אויב ביז שבת צוועלף אזייגער ווערט נישט יעדע פון די משכונות ארויסגעלאזט, וועלן זיי געווארן ווערן וואס גהנום מיינט" האט ער געשוימט, "די משכונות וועלכע זענען ארויסגעלאזט געווארן פאריגע וואך שבת האבן אויסגעזען ווי מלחמה איבערלעבער, עס קען ווייטער נישט אזוי גיין, איך פארליר מיין געדולד". &nbsp; טראמפ ווי זיין שטייגער האט אין א שטוינענדע מעלדונג געלאזט וויסן אז ער וויל מער נישט הערן פון קיין אפמאך מיט כאמאס איבער משכונות, און האט נישט געוואלט זאגן קיין פרטים וואס ער מיינט מיט "גהנום", זאגענדיגט "זיי זאלן בעסער נישט פרובירן". אזוי אויך האט ער גענומען א גאר פרישע צוגאנג צו עזה, א געוואגטע פלאן וואס קיינער האט זיך ביז היינט נישט געוואגט צו דערמאנען, ער וויל ארויסטרייבן אלע פאלעסטינער פון דארט, און זאגט אז די ארומיגע אראבישע מדינות וועלן זיך מוזן צושטעלן און זיי אריינעמען, "זיי באקומען ביליאנען יעדעס יאר פון אמעריקע" זיי זאלן בעסער קאאפערירן. ער זאגט אז ער פלאנט זיי נישט צוריק צו לאזן נאכדעם וואס אמעריקע בשותפות מיט נאך לענדער וועלן עס איבערבויען, "עס איז א חורבן דארט, מען דארף אלעס צואווארפן, יעדער דארף עוועקואירן". &nbsp; "וואס איז ערגער פון אן אטאם באמבע"? האט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א אמאל געפרעגט אין בית המדרש היכל הקודש, דער עולם האט זיך געוואונדערט "וואו ווילסטו צוקומען?", האט ער געזאגט, עס איז היינט ווייסט מען אז ווען אמעריקע האט ערצייגט די אטאם באמבע סוף פון די צווייטע וועלט מלחמה, האבן זיי בלויז געהאט צווי פארטיגע באמבעס, ווען יאפאן האט זיך נישט געוואלט אונטערגעבן און ענדיגן די קריג, דער ערשטער אטאם באמבע וואס אמעריקע האט געווארפן אויפן שטאט היראשימע אין יאפאן אום כ"ז אב תש"ה האט אין סעקונדעס אומגעברענגט די אומגעהויערע צאל פון איבער אכציג טויזענט מענטשן, אבער יאפאן איז געבליבן עקשנות'דיג, עטליכע טעג שפעטער אום ג' אלול האט אמעריקע געשיקט דעם צווייטן באמבע וואס האט אומגעברענגט תיכף א געשאצטע פערציג טויזענט יאפאנעזער, אבער יאפאן שרעקט זיך ווייטער נישט. וויאזוי האבן זיי זיך געבראכן, אמעריקע האט דאן געזאגט פאר יאפאן אז זי גייט שיקן א דריטע באמבע, און דאס האט זיי געבראכן, זיי האבן זיך גענצליך אונטערגעגעבן אן קיין שום תנאים. "שרעק און פאניק איז ערגער פון אן אטאם באמבע" האט הר"ר יואל געזאגט, "אויב וואלטן זיי זיך געהאלטן נאך אביסל, וואלטן זיי געזען אז די סטראשערייען זענען סתם אין די וועלט אריין, אמעריקע וואלט דאן גענומען כאטש צוויי חדשים צו ערצייגן א פרישע באמבע, אבער די פאניק אז מען גייט שיקן א פרישע האט זיי געבראכן". &nbsp; ביי אונזער פאל, די כאמאסניקעס, זענען מיר מתפלל אז זיי זאלן זיך טאקע ברעכן, און פאניקן און באפרייען אלע משכונות, זיי זאלן אהיים גיין בשלום צו זייערע משפחות, אבער ווען דער סמ"ך מ"ם סטראשעט אונז, פרובירט אונז אנצושרעקן אויב מיר גייען צום צדיק וועט מען נישט קענען טון קיין שידוכים (ער האט פארגעסן אז א מינוט פריער האט ער געסטראשעט אז דארט טוט מען זייער אינג שידוכים - אבער צו זיין דערשראקן דארף מען נישט רעדן מיט שכל...) אויב מען גייט צום צדיק וועט מען ווערן פארכאפט... מיר דארפן זיך נישט טענה'ן מיט'ן סמ"ך מ"ם, אויב איך וועל אויפווייזן אז ב"ה אלע טוען פיינע שידוכים, וועט ער האבן א פרישע שרעק, מיר דארפן בלויז זוכן צו טון דעם רצון השם, און דער אויבערשטער וועט שוין טון דאס זייניגע. איך גלייב באמונה שלימה אז אויב איך גיי צו א פלאץ וואס העלפט מיר אין עבודת השם, עס העלפט מיר באקומען א קשר מיט'ן אויבערשטן, עס העלפט מיר זיין א בעסערע טאטע צו מיינע קינדער, א בעסערע מאן אדער ווייב אין שטוב, וועט עס נאר העלפן ברוחניות ובגשמיות!

    < זעה מער יג שבט תשפ"ה 📝
  • טראמפ'ס גראנדיעזע פלענער פאר'ן וועלט ארדענונג

    ווען מען קוקט אויף די העדליינס זינט טראמפ האט זיך געזעצט אויפן פרעזידענט'ס שטוהל, זעט עס אויס ווי אן ADHD קינד האט נארוואס אריינשפאצירט אין קלאס. זיינע פלענער וואס ער שטעלט פאר שוועבט ערגעץ צווישן פאנטאזיע און אילוזיע... טייל פון זיי האט ער ערלעדיגט דורך אן "עקזעקוטיוו ארדער" וואס איז ווי א קעניגליכע דעקרעט אויף וואס די באדינער ענטפערן צוריק "צום באפעל", ווי צום ביישפיל ער האט געטוישט דעם נאמען פונעם "גאלף אף מעקסיקא" צו "גאלף אף אמעריקע", זאגענדיג אז דער גאלף גרענציט זיך אסאך מער מיט אמעריקע ווי מיט מעקסיקא. ער סטראשעט פאנאמע מיט צוריק כאפן דעם פאנאמע קאנאל, ווייל קארטער האט זיך באנארישט מיט'ן עס אוועקגעבן, און פאנאמע לייגט אין געפאר אמעריקע'ס זיכערהייט, מיט'ן איבערגעבן די קאנאל פירערשאפט פאר כינע. טראמפ רעדט אין גרויסן פון זיין טרוים צו פארוואנדלען קאנאדע אלץ דער איין און פופציגסטער שטאַט פון אמעריקע, ווען ער באשוליגט קאנאדא אז זיי ווערן סייווי אויסגעהאלטן דורך אמעריקע, איז נישט מער ווי יושר אז אמעריקע זאל געניסן פון אירע פילע נאטורליכע אוצרות. דער פרעזידענט פארהאנדלעט מיט דענמארק אפצוקויפן פון זיי דעם ריזיגן קאלטן אייזיגן "גרינלאד" אינזל. און צום לעצט האט ער אויסגערופן אז אמעריקע וועט איבערנעמען פון מדינת ישראל די עזה שטח, און וועט עס גענצליך איבערבויען, צוליב וואס קיינער פון די אראבישע שכנות'דיגע לענדער קימערן זיך נישט אמת'דיג וואס עס גייט דארט פאר. איך בין זיכער אז טראמפ טראכט עכט אז ער פירט די וועלט, ער איז זיך מחי' ווען די לענדער רעגן זיך אויף זיינע ווילדע שריט און קומען זיך דערנאך בוקן און לעקן צו אים, ער האט שוין פארגעסן וואס האט פאסירט מיט אים פאר נישט לאנג צוריק ווען איין צורידערטער פארשוין האט טראץ די ריזיגע זיכערהייט פון די בעסטע שוץ סיסטעם וואס די וועלט פארמאגט די "סיקרעט סערוויס" אים געשאסן א קויל איין מילימעטער אוועק פון זיין מח. ער האט דאן מודה געווען אז דער אויבערשטער האט אים געראטעוועט. די שאלה איז אבער צי מיר געדענקען עס. ווערן מיר אויך פארשלעפט פון די נייעס? טראכטן מיר אז טראמפ און מאסק ראטעווען אמעריקע, אדער געדענקען אז זיי זענען נישט מער ווי פשוטע פארשטעלטע מענטשן אויף א פלעי וואס עס זעט באמת אויס שרעקעדיג, דער איז א מעכטיגער פריץ, א קעניג פון פילע לענדער, א העלדישער גענעראל וואס געווינט מלחמות, וואס האבן באמת נישט קיין שום מאכט מער ווי מיר און דיר. &nbsp; עס טוט זיך גאנצע שפעקולאציעס אין די קרעמלעך, צי טראמפ איז א גרויסער בעל דמיון, און רעדט ברייט ווייל ער מיינט אז וואס ער וויל איז די מציאות, אדער טענה'ט דער אנדערער ער איז א געניאלער סטראטעגיסט וואס ווייסט וואס צו זאגן און וויאזוי צו אנדרייען כדי צו מאכן אנדערע טון וואס ער וויל באמת. &nbsp; מיר דא וועלן הנאה האבן פונעם שיינעם פלעי און זען וויאזוי דער אויבערשטער פירט אזוי שיין די וועלט, און אונטער די אלע מעכטיגע מענטשן געפונען זיך בלויז שוואכע מענטשעלעך פאפעטס וואס דער אויבערשטער פירט זיי, טראגט זיי, און לאזט זיי זיך איינרעדן אז זיי האבן עס ארויס, און פירן אלעמען ביי די נאז. &nbsp; יש מנהיג לבירה.

    < זעה מער יא שבט תשפ"ה 📝
  • אייראפע וועט ערלויבן צו לייגן ווערים אין ברויט

    די פאלגענדע נייעס איז נישט רעקאמענדירט צו ליינען איידער מען עסט - אויסער אויב איר ווילט גיין אויף דייעט, און איר ווילט עס זאל אייך פארגיין דער אפטעטיט... &nbsp; די קאמיסיע וואס באשטימט די רעגולאציעס פון עסנווארג אין די אייראפעאישע פאראיין האט געמאלדן אז אנגעהויבן פון פעברואר 10 וועלן פירמעס אין אייראפע זיין ערלויבט אריינצולייגן ווערים פוידער אין די עסן, ביז אזויפיל ווי פיר פראצענט פון די עסן. &nbsp; עס ווילט זיך כאפן א טענצל ווען מען הערט די נייעס, ווען מען הערט וואס די גויאישע עסן מארקעט לייגט אריין אין זייערע עסן, און ווי דער אויבערשטער האט אונז אפגעשיידט פון די אלע גרויליגע זאכן. זיי זענען בלויז פארנומען מיט די אינווייראמענט און זיי זאגן אז זייער ליסטע פון שרצים זענען א ביליגע פראטין וואס זיי ווילן מען זאל פיטערן דעם המון אנשטאט פיש פלייש און אייער וויבאלד עס איז גוט פאר די ענווייראמענט... &nbsp; אנגעהויבן פונעם אויבנדערמאנטען דאטום וועלן פילע טריפה'נע ברויטן קרעקערס לאקשן און דאס גלייכן קענען פארמאגן צומאלענע ווערים אדער היישעריקן. &nbsp; ברוך השם אז פאר אונז מאכט עס נישט אויס, ווייל מיר ערליכע אידן עסן נישט אן קיין גוטע הכשר, און אויסער דעם זאגט דער נייער רעגולאציע אז די פירמעס וועלן עס מוזן קלאר ארויסשרייבן צווישן די ליסטע פון באשטאנדטיילן, אבער עס דערמאנט אונז מיר זאלן זיך וויסן ווי וויכטיג עס איז אכטונג צו געבן וואס מען נעמט אריין אין מויל - אן אומשולדיג אויסזעענדע שטיקל ברויט אין אייראפע קען האבן אין זיך שקצים ורמשים לויטן ארטיגן געזעץ. &nbsp; א בעל מכשיר האט אמאל פארציילט ווי א ירקות פירמע האט זיך געבעטן ביי אים און גרייט געווען צו צאלן אסאך געלט ער זאל לייגן זיין נאמען אויף זיינע ירקות וואס איז געווען קלאר מוחזק בתולעים, זאגענדיג אז ער קען שרייבן אונטער זיין הכשר וואס ער וויל אויף לשון הקודש, קענסט שרייבן מוחזק בתולעים און אז מען דארף עס באקוקן, פרעגנדיג פונעם בעל הפירמע "אויב אזוי צי וואס דארפסטו א הכשר? ירקות זענען סייווי כשר", האט יענער געזאגט "זייער אסאך מענטשן ליידער קוקן בלויז אויב עס האט אידישע אותיות, און מען קויפט עס אלס כשר". פארשטייט זיך דער רב איז א ירא שמים האט נישט מסכים געווען, אבער דאס ווייזט אונז ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן און נישט אננעמען יעדע זאך וואס האט א סימבאל אדער אידישע אותיות אז עס איז טאקע כשר. &nbsp; די צדיקים האבן אונז געזאגט אז עסן שרצים שאדט פאר די אמונה, אזוי שרייבט דער רמב"ם, און נאך, און נאכדעם פארשטייט נישט דער מענטש פארוואס ער האט קשיות אויף די אמונה, דער אויבערשטער האט אונז געגעבן די תרי"ג מצוות כדי מיר זאלן האבן א קשר מיט אים. וויאזוי קען מען טאקע זיין אפגעהיטן פון מאכלות אסורות? אויף דעם דארף מען תפלה, ווען מען גייט איינקויפן איז גוט אריינצולייגן צווישן די תפלות א בקשה "הייליגער באשעפער העלף איך זאל טרעפן וואס איך דארף, עס זאל זיין כשר, עס זאל זיין געזונט, איך זאל עס קענען באצאלן".

    < זעה מער ט שבט תשפ"ה 📝
  • תפלה פון אידישע מאמע באפרייט פארכאפטע משכון אָן חילול שבת

    שוין פופצן חדשים וואס מרת בערגער שלאפט נישט, איר באליבטע טאכטער געפונט זיך נעבעך פארכאפט אלץ משכון אין עזה אונטער די נעגל פון גרויזאמע טעראריסטן, זי ווייסט נישט וואס די קומענדיגע מינוט וועט ברענגען, אבער ווען מרת בערגער האט געהערט אז איר טאכטער איז אויף די ליסטע צו ווערן באפרייט שבת קודש, האט זי געבעטן פון די מידיע און פון די צייטונגען זיי זאלן פארמיידן פון חילול שבת דאס מערסטע וואס איז שייך, און האט געבעטן אז די מידיע זאל זיי נישט באגלייטן און מען זאל נישט כאפן קיין בילדער אדער באשרייבן די נייעס, וואס די אלע זאכן גייען זיכער נישט אריין בגדר פיקוח נפש, וואס דער אויבערשטער לאזט נישט טון אום שבת. &nbsp; אזוי אויך האט זי געזאגט אז אויב איר טאכטער ווערט טאקע באפרייט אום שבת - כאטש זי קען שוין קוים ווארטן איר צו זען, וועט זי אויסווארטן ביז נאך שבת צו צופארן צו זען איר באליבטע טאכטער. אויך נאכדעם וואס זי האט זיך דורכגערעדט מיט א רב, וואס האט איר געזאגט אז זי מעג פארן אום שבת אפצונעמען איר טאכטער אויב עס פעלט אויס, האט זי ווייטער געזאגט אז זי איז מתפלל אז מען זאל וואס ווייניגער מחלל שבת זיין צוליב איר באפרייאונג. און זי האט ווייטער געזאגט פאר די מידיע און מחזק געווען אז יעדער איינער אנדערש דארף זיך פרייען אויף די זכי' אז זיי קענען היטן דעם הייליגן שבת אינאיינעם מיט די משפחות, און ווידערהאלט איר בקשה צו די מידיע אז זיי זאלן זיך צוריק האלטן פון באריכטן און מיטקומען. "די בילדער און די באריכטן קען מען טון נאך שבת אויך" האט זי געזאגט. &nbsp; במשך די וואך האט זיך איבערגעדרייט די מידיע איבער א פארכאפטע מיטן נאמען "ארבעל" וואס כאמאס וויל יא אדער נישט באפרייען, די מדינה האט פארהאנדעלט איבער דעם סאלדאט'ס באפרייאונג און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די תפילות פון די ערליכע אידישע מאמע האט אנגעדרייט א גאנצע שטורעם וואס האט אויסגעלאזט אז ארבעל מיט די טאכטער פון מרת בערגער וועלן ביידע באפרייט ווערן דאנערשטאג. &nbsp; ברוך השם יעצט קען מען שוין באריכטן די פריידיגע נייעס, אז דער אויבערשטער האט געהאלפן אז זיי זענען שוין אינדערהיים מיט די משפחה - א דאנק די פילע תפלות פון אידישע קינדער. דאס האט אויפגעוועקט פילע אידישע קינדער זאלן זען די חשיבות און שיינקייט פון שבת, די זיסע מתנה וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן, אז איין טאג אין וואך לאזן מיר אפ אלע ביזנעס, אלע טעלעפאנען, אלע וויכטיגע מיטינגען און נייעס, און מען פארברענגט מיט די משפחה, מען עסט און מען טרונקט גוטע זאכן, מען זינגט שירות ותשבחות צום אויבערשטן. אזוי אויך זעט מען די כח פון תמימות די כח פון תפלות וואס קען איבערדרייען א וועלט.

    < זעה מער כט טבת תשפ"ה 📝
  • אמעריקע אונטער טראמפ ווערט שטרענג אויף אימיגראציע

    ווי ערווארטעט, טוט דער נייער פרעזידענט כסדר זיכער מאכן אז ער איז אין די נייעס, אין די געציילטע טעג וואס ער איז אין אפיס, האט ער שוין באוויזן צו ארויסנעמען די מידיע פון די כלים אזויפיל מאל. &nbsp; בפרט האט זיך טראמפ מיט זיין "גרעניץ צאר" פארלייגט אויף צו פארשפארן די גרענצין, אפשטעלן אומלעגאלע אימיגראציע, און זיך אפגעבן מיט די אלע וואס זענען דא אומלעגאל. די פעדעראלע "אייס אגענטור" האט שוין געמאכט פילע אבלאוועס אויף צענטערן ווי די אומלעגאלע אימיגראנטן האלטן זיך אויף, און א דין קדימה צו ווערן פארשיקט ווערט געגעבן פאר די אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע זענען באגאנגען סיי וועלכע פארברעכן. &nbsp; איינע פון קאנטראוועסיאלע זאכן וואס טראמפ האט געמאלדן אין באצוג צו די אימיגראנטן איז אפשטעלן די לאנג יעריגע "געבורט רעכטן" וואס אמעריקע פלעגט אייביג געבן. דאס מיינט אז א קינד וואס ווערט געבוירן אין אמעריקע ווערט אויטאמאטיש א בירגער, וואס זייער אסאך ווייסן נישט, איז אמעריקע פון די געציילטע לענדער אין די וועלט וואס געבן נאך היינט צו טאגס אזא רעכט. אין רוב לענדער דארפן כאטש איינע פון די עלטערן זיין א בירגער, אז דאס קינד זאל אויך ווערן א בירגער. &nbsp; דער עקזעקוטיווע באפעל וואס טראמפ האט געשריבן אפצושטעלן "געבורט רעכטן" האט שוין געברענגט געריכט קלאגעס, וואס טענה'ן אז לויט ווי מען האט ביז יעצט אויסגעטייטשט די קאנסטיטוציע, ווערט יעדער מענטש געבוירן אין אמעריקע א בירגער. &nbsp; טראמפ האט אויך געמאלדן אז ער פארארדענט זיין יוסטיץ דעפארטמענט מען זאל צוגרייטן דעם ריזיגן לאגער וואס אמעריקע פארמאגט אין גואטאמאנע בעי אין קובא, עס זאל דינען אלץ א שעלטער פאר דרייסיג טויזענט שעדליכע אימגראנטן, וואס ער וויל דארט האלטן. &nbsp; אזוי האט האט ער געמאלדן אז יעדע אויסלענדישע סטודענט וועלכע שטיצט כאמאס וועט פארלירן זיין וויזע, און וועט פארשיקט ווערן פון אמעריקע. &nbsp; די אלע אימיגראנטן האבן אינוועסטירט גרויסע כחות אנצוקומען קיין אמעריקע, און האבן געארבעט שווער און געטריי, צו פרובירן אנוצקומען צום אמריקאנעם חלום, אבער אלעס האט זיך זיי אויסגעלאזט ווי א זייפן בלאז. מיר דארפן געדענקען זיך נישט צו לאזן ארייננארן אינעם זאק פונעם יצר הרע וואס פרובירט אונז איינצורעדן אז מען קען אנקומען און כאפן עולם הזה, ווייל איין טאג וועלן מיר אלעס דארפן איבערלאזן, מען וועט אונז נישט פרעגן צי מיר זענען גרייט, ווייל מען דארף זיך פאקן פעק און צוריק גיין צום אויבערשטן. און אויף דעם דארפן מיר לייגן אונזער דגוש, אז אונזערע פעק זאלן זיין גרייט מיט סחורה וואס מען לאזט דורך יענע גרעניץ, דארט קען מען נישט מיטנעמען קיין קאר, קיין הויז, קיין ביזנעס, קיין באנק אקואנט, דארט לאזט מען דורך שלום בית, משניות, מקוה, מנין.

    < זעה מער כח טבת תשפ"ה 📝
  • אמעריקע גרייט זיך צום פרישן טראמפ טערמין אלס 47סטע פרעזידענט

    מארגן מאנטאג פרשת וארא, למספרם יאנואר 20 2025 איז דער טאג וואס איז באשטמיט אז עס קומט אריין דער נייער אדמיניסטראציע, וועט טראמפ ווערט ווידער איינגעשוואוירן - דאס מאל אלץ 47'סטער פרעזידענט, און נעמט איבער די לייצעס פונעם יעצטיגן פרעזידענט ביידען. &nbsp; אנדער ווי אכט יאר צוריק ווען טראמפ איז אריינגעקומען אין אמט צום ערשטן מאל, איז ער שוין נישט קיין נייער פנים אין וואשינגטאן, און מיט דעם אלעם זעט אויס ווי די מידיע פאלט פאר זיינע שטיקעס כאילו מען ווייסט נישט ווער ער איז. און די סיבה איז פשוט, זיי לעבן אויף סענזאציע, און טראמפ וואס פארשטייט דאס גוט, פיטערט זיי דערמיט טאג טעגליך. &nbsp; שטעלט אייך פאר א צייטונג וואס זאגט אז אלעס איז גוט, די סענזאציע איז נישט ממש אזוי געפערליך, וואס ברענגען זיי צום טיש? די צייטונגען רייטן אויף די געפילן פון א מענטש, און מאכן שפירן די ליינער ווי זיי ראטעווען די וועלט מיט'ן ברענגען יעדן טאג "געפערליכע אויפדעקונען" וואס זענען ממש "פרעצעדענטלאז". &nbsp; דערפאר איז גוט צו האלטן דעם קאפ גראד, און וויסן פון פאראויס, אז מען קען זיך רישן אז אין די קומענדיגע פיר יאר וועט יעדן טאג ארויסשפראצן סקאנדאלן, שרעקליכע סטעיטמענטס, ליעקס און טוויטס (כ'מיין טרוטס) איינס שרעקליכער פון צווייטן, אבער מען קען רואיג שלאפן, כך דרכם כסל למו, די צייטונגען טוען דאס זייעריגע, פרובירן צו פארפּאניקן און צו דערשרעקן זייערע ליינערס, און מיר וועלן טון אונזעריגע און וויסן אז דאנאלד טראמפ איז א בשר ודם וואס קען גארנישט טון אליינס, ער איז א פאפעט אין די הענט פונעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער וויל זען צי מיר געדענקען אז ער איז דער וואס שטייט אונטער אלעם, איבער אלעם, און מיט אלעם. &nbsp; דער אויבערשטער האט נישט מיטגעשפילט מיט די פאמפע און טראסק וואס דער פרעזידענט האט געוואלט מאכן פאר זיך, דער אויבערשטער האט געשיקט קיין צפון אמעריקע א סיבירישע פראסט וואס וועט קומען פונקט אין די טעג פונעם איינשווערונגס צערעמאניע. דערפאר וועט דער צערעמאניע אפגעהאלטן ווערן אינעווייניג אינעם "קעפיטל" געביידע, אנשטאט פון דרויסן. דאס לעצטע מאל מען האט עס אפגעהאלטן אינעווייניג איז געווען מיט כמעט פערציג יאר צוריק, ווען ראנאלד רעיגען איז געווארן אייגעשוואוירן, און אויך דאן איז געווען זייער קאלט. &nbsp; לב מלכים ושרים ביד ה'

    < זעה מער יט טבת תשפ"ה 📝
  • פייער אפשטעל און משכונות אויסטויש צווישן מדינת ישראל און כאמאס

    אין די יעצטיגע טעג ווערט באקאנט אז נאך ארבעט פון לאנגע חדשים איז אויסגעארבעט געווארן א שטיקל פייער אפשטעל און משכנות און ארעסטאנטן אויסטויש צווישן מדינת ישראל און כאמאס. דאס איז בלויז די ערשטע פאזע, און אויב וועט עס מצליח זיין וועט מען גיין ווייטער מיט'ן צווייטן און דריטן פאזע וואס אנטשפרעכט גענצליך צו ענדיגן די מלחמה, און ארויסלאזן אלע איבעריגע משכונות אויף דער פריי. &nbsp; לויט באריכטן איז עס צושטאנד געקומען דורך די זעלטענע צוזאמען ארבעט פון די צוויי אמעריקאנער קענגזייטיגע אדמיניסטראציעס די ארויסגייענדע ליבעראלע ביידען אדמיניסטראציע מיט'ן אריינקומענדיגן אויסגעשפראכענע טראמפ אדמיניסטרציע, וואס ברענגט ווידער צום אויבערפלאך וואס מען קען אויפטון ווען מען לייגט אין א זייט די מחלוקת. &nbsp; לויטן אפמאך וועט יעצט זיין א 42 טאג פייער אפשטעל, ווען אין די טעג וועלן צוביסלעך ארויסגעלאזט ווערן א סך הכל פון 33 משכונות, רוב פרויען, קינדער אדער מיט געזונט פראבלעמען, און אין אויסטויש וועט מדינת ישראל ארויסלאזן טויזענט פאלעסטינע ארעסטאנטן פון זייערע טורמעס. &nbsp; אזוי אויך וועט די איזראעלי מיליטער זיך צוביסלעך ארויסצוען פון צפון עזה און ערלויבן די איינוואוינער זיך צוריק צו קערן צו זייערע היימען.&nbsp; &nbsp; אונז אידישע קינדער זענען מתפלל אז אלע פארכאפטע זאלן זיך צוריק קערן און באפרייט ווערן ווי אמשנעלסטן, און אז דעם אויבערשטענ'ס נאמען זאל שוין גרויס ווערן אויף דער וועלט דורך משיח צדקינו, און אלע וועלן קלאר זען אז נאר ער קען באשיצן אידישע קינדער, און אזוי אויך זאל שוין אפגעטון ווערן פון דער וועלט די שנאה פון די פעלקער צום אידישן פאלק. &nbsp; עס איז נישט קלאר וויפיל פון די פארכאפטע זענען נאך ביים לעבן, און וויפיל זענען שוין ליידער אומגעקומען, אבער מיט דעם אלעם איז עס א גרויסע שמחה ווען מען באווייזט ארויסצוכאפן עפעס. מיר וועלן זיך אפלערנען דערפון אז אפילו דער סמ"ך מ"ם צוברעכט אונז אז אונזערע מצוות זענען נישט לעבעדיג, אן קיין חיות, איז עס א געוואלדיגע שמחה ווען מיר קענען ארויסכאפן א שחרית, א כיבוד אב ואם, א תפילין, א מקוה'לע, נישט קיין חילוק לעבעדיג אדער נישט, אלעס איז זייער חשוב און טייער.

    < זעה מער טז טבת תשפ"ה 📝
  • וואלמארט צאלט נאנט צו פיר מיליאן דאלער פאר א ריברענד

    דער ראש ישיבה שליט"א חזר'ט מיט אונז כסדר אז זאכן וואס פאר אונז פשוט'ע מענטשן זעט עס אויס ווי נישטיג און קלייניגקייטן, צום ביישפיל בארד און פיאות, זינגען זמירות שבת, א טבילה אין מקוה, און די אלע טאג טעגליכע מצוות וואס "יעדער" טוט, ביים אויבערשטן אבער איז עס ווערט א פרייז וואס מיר קענען נישט באגרייפן. &nbsp; א גוטע ביישפיל דערפאר האבן מיר געזען די וואך, ווען דער ריזיגער ריטעיל פירמע "וואלמארט" האט איבערגעמאכט זייער באקאנטע לאגא. דער פירמע פארמאגט איבער צען טויזענט געשעפטן איבער נייצן לענדער, בערך האלב דערפון אין אמעריקע, זייער איינקונפט אינעם יאר 2024 למספרם איז געוען איבער זעקס הונדערט טריליאן דאלער, זיי פארמאגן איבער צוויי מיליאן ארבייטער אין די גאנצע וועלט, היבש מער פון האלב דערפון אין אמעריקע. זייער באקאנטע לאגא וואס איז געווען דאס ווארט "וואלמארט" אין א הימל בלויער קאליר, און א געלער שטערן אין א בלויער בעקגראונד, זיי האבן עס יעצט געטוישט צו א מער שארפע בלוי, און געמאכט דאס ווארט "וואלמארט" אביסל דיקער. &nbsp; ווען מיר קוקן דאס אן זעט עס אויס פאר אונז אז א צען יעריג קינד וואלט געקענט מאכן דעם טויש, אויסער טוישן דעם קאליר צו א פשוטער בלוי, און דרוקן "קאנטראל-בי" אויף די ווארט וואלמארט זעען מיר גארנישט דא. וואלמארט אבער זאגט אז דער טויש וועט זיי קאסטן א געשאצטע $3,700,000 דאלער. איר האט גוט געליינט דריי פוינט זיבן מיליאן דאלער. אמת אז אין דעם איז אריינגערעכענט אסאך זאכן ווי צום ביישפיל אויפנעמען גאר טייערער דיזיינערס וואס נעמען געפעפרטע פרייזן פאר דאס מינדעסטע ריר, ריסוירטשערס סטראטעגיסטן, קאנסאלטענטס, און לאיערס וואס זאלן עס באגלייטן. אזוי אויך רעכענט עס אריין דאס וואס זיי וועלן יעצט דארפן טוישן דעם לאגא אויף יעדן פלאץ ווי זיי נוצן עס, אריינגערעכעטן די טויזנעטער פיזישע סטארס, אנליין סטארס און אזוי ווייטער. &nbsp; אבער דאס ווייזט אונז עפעס. ווען דער צדיק אונזער קאנסאלטענט, אונזער עקספערט, וואס האט געמאכט די נויטיגע ריסוירטש, ער האט די נויטיגע "קרידענשעלס" און ווייסט די קליינע זאכן וואס עס מאכט אויס. ער זאגט אונז צו טוישן דעם קאליר אביסלעלע. קוק ארויף אויפן הימל, געב א שמייכל, רעד א ווארט צום אויבערשטן, א ווייב איז א חשובע זאך, אין די קינדער לוינט זיך צו אינוועסטן, מאך נישט קיין חובות, מען קען נישט יוצא זיין פאר מענטשן און אזוי ווייטער - גלייב אים, די קליינע חילוקים זענען גאר גרויס.&nbsp; &nbsp; דער רבי זאגט אין חיי מוהר"ן סימן תק"ד "מֵעִנְיַן הַפְלָגַת גְּדֻלַּת הָאָדָם אָמַר כְּשֶׁהָאָדָם עוֹשֶׂה כָּךְ בְּיָדָיו נַעֲשֶׂה כָּךְ בְּכָל הָעוֹלָמוֹת, וּכְשֶׁעוֹשֶׂה כָּךְ בְּיָדָיו נַעֲשֶׂה כָּךְ בְּכָל הָעוֹלָמוֹת. וְאָמַר בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן: "וָואס טַייטְשׁ אַמֶענְשׁ אַז עֶר טוּט אַזוֹי אַמַאךְ מִיט דֶער הַאנְד וֶוערְט אַזוֹי גִיטָאן אִין כָּל הָעוֹלָמוֹת, אִין אַז עֶר טוּט אַזוֹי אַמַאךְ מִיט דֶער הַאנְד וֶוערְט אַזוֹי גִיטָאן אִין כָּל הָעוֹלָמוֹת":" די טייערע עקספערטן וואס האבן שטודירט לאנגע יארן האלטן אז עס לוינט זיך פאר וואלמארט צו צאלן כמעט פיר ביליאן דאלער פאר דעם פיצעלען טויש, ווייל דאס וועט זיי ברענגען הונדערטערער מיליאנען דאלאר רווחים מער במשך די קומענדיגע יארן.

    < זעה מער יג טבת תשפ"ה 📝
  • ערגסטע פייער אין היסטאריע פון לאס אנדזשעלעס

    אין א רייכע געגענט אין שטאט לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע וואס הייסט "פאסיפיק פאליסיידס" האט נעכטן אויסגעבראכן א שרעקליכע פייער, דער פייער האט זיך אנגעהויבן נעכטן דינסטאג, און ביז היינט האט עס שוין פארניכטעט בערך 16,000 סקווער עיקערס, און טראץ די שטארקע באמיאונגען פון די עמוירזשענסי באאמטע, איז דער פייער דעווייל זירא פראצענט אונטער קאנטראל. &nbsp; די שטאט האט אריינגעשיקט אינעם געגענט בערך פופצן הונדערט פייערלייט, זיבן לעשער העליקאפטער, איבער צוויי הונדערט פייער טראקס, און נאך פילע מאשינען און עקוויפמענט.&nbsp; &nbsp; צוליב די גרויסע סכנה זענען יעצט כמעט פערציג טויזענט מענטשן אונטער באלדיגע עוועקיאציע באפעלן. אויפן מינוט זענען שוין באשטעטיג געווארן צוויי מענטשן אומגעקומען אין רעזולטאט פון די פייערן, איבער טויזענט הייזער דערווייל פארברענט געווארן, און אסאך פארוואונדעטע, טייל שווער. &nbsp; מען קען אויסנוצן פייער אויף גוטע זאכן, און פייער קען ווערן אויסגענוצט צו חרוב מאכן. אין יענעם געגענט זענען אויך דא אידן, און אפילו שולן. מען האט ב"ה ארויסגענומען די ספרי תורה פון די שולן אין פאל די פייערן קומען חלילה אן אהין. דערווייל האט מען געזען א שטארקע השגחה פרטית, ווען די פייער האבן זיך אוועקגעדרייט פון איינע פון די שולן ווען עס איז געקומען נאנט אהין. דער אויבערשטער זאל האלטן זיין רעכטע האנט ווייטער. דאס ווייזט אונז די כח פון פייער, מיר שטייען יעצט ערב דעם יארצייט פון הייליגן רבי נתן זי"ע, דער פיאניר פון הפצה, דא קען מען זען די כח פון הפצה, מיר דארפן פארשפרייטן דעם פייער די ליכטיגקייט פון הייליגן רבי'ן. מען צינדט אן איין ליכטעלע, נאך א ליכטעלע, דער סמ"ך מ"ם פרובירט צו צעברעכן די מפיצים און מאכט זיי טראכטן אז זיי טוען גארנישט אויף. אבער עס איז נישט אזוי, דער פייער קען זיין אויף די גוטע וועג, דער וואס האט געגעבן דעם ספר פאר מוהרא"ש'ס טאטע אדער פאר'ן ראש ישיבה האט נישט גע'חלומ'ט וואס פאר א פייער ער צינדט דערמיט אונטער, דער פייער וואס דער הייליגער רבי האט אנגעצינדן פאר איבער צוויי הונדערט יאר צוריק פלאקערט און ברענט, און קיין שום וואסער קען עס נישט אויסלעשן. &nbsp; די רויך פון די פייער פארשפרייט זיך איבער גאנץ לאס אנדשעלעס און שטערט ממש די שיין פון די זון. דער עיקר שוועריקייט פארוואס זיי קענען זיך נישט אן עצה געבן איז די גאר שטארקע ווינטן וואס פיטערן כסדר פרישע אקסיגען פאר די פייערן, און ווארפן אריבער ברענעדיגע ברוכווארג פון איין הויז צום אנדערן. &nbsp; זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן נאר פארכאפט ווערן אין גוטע פייערן און קיין שום איד זאל נישט האבן קיין שום שאדן.

    < זעה מער ט טבת תשפ"ה 📝
  • נייע געדרענג אפצאל איינגעפירט פאר קארס וואס פארן אריין קיין מאנהעטן

    נאך לאנגע דעבאטעס, געריכט קלאגעס דורכפעלער און הצלחה איז נעכטן מוצאי שבת קודש ביי חצות הלילה אריין אין קראפט דער "געדרענג זאנע אפצאל" (גערופן "קאנדזשעסטשן זאון פרייסינג") וואס איז צום ערשטן מאל פארגעשלאגן געווארן דורכן פריערדיגן ניו יארק סיטי מעיאר בלומבערג מיט כמעט צוואנציג יאר צוריק, נאכדעם וואס דער ביידען אדמיניסטראציע האט געגעבן דערפאר דעם אנטגילטיגן באשטעטיגונג פאר צוויי יאר צוריק. &nbsp; ניו יארק גייט דערמיט אין די פיסטריט פון לאנדאן וואס האט איינגעפירט אן ענליכן זאך מיט עטליכע יאר צוריק און האט בשעתו געזען א שטארקע רעדוקציע אין טרעפיק, אבער זייט דעמאלטס איז די טרעפיק פולקאם צוריק געקומען און איז נאך אפילו ערגער ווי בעפאר דעם געדרענג שטייער. &nbsp; מיט'ן יעצטיגן איינפיר וועלן אלע קארס וואס האבן איזי פעס און פארן אריין צו די נידעריגערער גאסן פון מאנהעטן (לאוער מאנהעטן - נאך די זעכציגסטע סטריט) דורכאויס די פארנומענע שעות (א גאנצע וואך צווישן פינף פארטאגס ביז ניין ביינאכט, אדער ניין אינדערפרי און ניין ביינאכט מוצאי שבת און זונטאג). די וואס פארמאגן נישט איזי פעס וועלן באקומען א ביל אויף די פאסט פון דרייצן א האלב דאלער. &nbsp; מען וועט קענען אויסמיידן דעם שטייער אויב האלט מען זיך אויף די עף די אר דרייוו, וועסט סטריט, וועסט סייד הייוועי אדער די הו על קערי פארבינדונגען צום וועסט. לויטן פלאן וועט זיך די פרייז הייבן צו צוועלף דאלער אין דריי יאר ארום, און צו פופצן דאלער אין זעקס יאר ארום. &nbsp; דורכאויס די נישט פארנומענע צייטן (צווישן ניין ביינאכט און פינף פארטאגס במשך די וואך, און צווישן ניין ביינאכט און ניין אינדערפרי מוצאי שבת קודש) וועט דער אפצאל זיין $2.25 פאר איזי פעס באנוצער און $3.30 פאר די אלגעמיינע קארס, וואס וועט אויך ארויפגיין צוביסלעך אין די קומענדיגע יארן. &nbsp; אויב איינער פארט אריין אינעם זאנע מער פון איין מאל אינעם זעלבן מעת לעת (גערעכענט לויט די גוי'יאשע טאג - פון צוועלף חצות הלילה ביז קומענדיגן חצות) וועט מען נישט דארפן צאלן צוויי מאל דעם טאל, און מען וועט אפקומען מיט'ן ערשטן מאל, אפילו אויב די צווייטע מאל פארט מען אריין אין די פארנומענע שעות. &nbsp; עס זענען דא נאך פארשידענע רעגולאציעס און חילוקים וואס קענען אויסמאכן וויפיל מען באצאלט, צום ביישפיל עס וועלן זיין עפעס הנחות אויב מען פארט אריין דורכן לינקאלן טונעל דורכן האללאנד טונעל, און נאך, אזוי אויך וועלן זיין הנחות פאר אובער ליפט און טעקסי דרייווער. &nbsp; פילע אידישע ארגאנציזאציעס וועלן שטארק ליידן דערפון פינאנציעל, צום ביישפיל הצלה וואלונטירן וואס פארן אריין קיין מאנהעטן צו א הצלה רוף, אדער חסד מעמבערס וואס טאגן פאציעטן און משפחה קיין מאנהעטן צו דאקטוירים און שפיטעלער. כאטש וואס פארשידענע עסקנים ארבעטן אויף מהלכים אז מען זאל זיי נישט רעכענען קיין געלט פאר זייער מסירת נפש און חסד, און מיר זענען מתפלל אז דער אויבערשטער זאל העלפן זיי זאלן מצליח זיין דערמיט, זענען מיר זיכער אז סיי וויאזוי עס וועט זיין וועלן אידישע קינדער רחמנים בני רחמנים זיך נישט צוריק האלטן פון טון חסד און העלפן אידישע קינדער אין צייט פון נויט. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע פלעגט אסאך מאל רעדן פון די גרויסע נחת רוח וואס דער אויבערשטער האט פון דעם וואס מיר טוען חסד איינע מיט'ן צווייטן, זאל עס זיין מיט געלט, מיט טרחה, מיט געבן הארץ און אן אויער פאר א צווייטן. ער פלעגט זאגן אז נאר אין זכות פון די פילע חסדים וואס אידן טוען איינע מיט'ן צווייטן וועט משיח קומען.

    < זעה מער ה טבת תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 61 to 75 of 213 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 14 15
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com