Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אלגעמיינע וועלט צייכענט היינט אפ די "סעפטעמבער 11" טעראר אטאקעס

    דריי און צוואציג יאר צוריק כ"ג אלול תשס"א, ג' סליחות, האט די וועלט אויפגעטרייסעלט מיט די שרעקליכע נייעס אז טעראריסטן האבן "מצליח געווען" איבערצונעמען 4 פליגערס, און אריינגעשמעטערט דערמיט אין די צוויי בארימטע צווילינג טורעמעס פון די "ווארלד טרעיד סענטער" אין מאנהעטן, אזוי אויך אינעם נערוו-צענטער פון די אמעריקאנער מיליטער דער "פענטאגאן", און א פערטער וואס איז געווען געריכטעט צום ווייסן הויז אין וואשינגטאן איז אראפ געברענגט געווארן דורך די פאסאדזשירן וואס האבן זיך קעגן געשטעלט די טעראריסטן.   אמעריקע איז געווען אין שאק, די אמעריקאנער רעגירונג האט נישט געוויסט וויאזוי צו רעאגירן, די בירגער אין אמעריקע זענען געווען שרעקליך פארפאניקט פונעם פאקט אז אפאר אראבער מיט פארטשייעלעך ארום דעם קאפ האבן באוויזן צו געבן אזעלעכע מיאוסע שלעק פאר די שטאלצע אמעריקע און באוויזן אראפ צו ברענגען די צוויי מעכטיגע בנינים דער שפיגעלע פון אמעריקאנער "ביזנעס".   דער דעמאלטסדיגער אמעריקאנער פרעזידענט דזשארדזש דאבעליו בוש האט דאן אויפגעטרעטן מיט דברי חיזוק און פארגעזאגט אויף טעלעוויזיע (אין ענגליש פארשטייט זיך...) קאפיטל כ"ג פון תהלים, "מזמור לדוד, ה' רועי לא אחסר", און געזאגט פאר זיינע צוהערער "Though I walk through the valley of the shadow of death, I will fear no evil; for You are with me", (גם כי אלך בגיא צלמות, לא אירא רע כי אתא עמדי), "אפילו איך גיי אריבער די טאלן פון די שאטן פון טויט, האב איך נישט קיין מורא, ווייל דו ביסט מיט מיר".   אין אמעריקע גלייבן אסאך אין גאט (בפרט די רעכטע), אבער די אמונה פון די גויים איז גאנץ עפעס אנדערש ווי די אמונה פון אידישע קינדער, פרעזידענט בוש האט געמוזט באקומען צוויי קלונגעדיגע פעטש אין ביידע פנימער כדי ער זאל רעדן פון גאט, ער איז טיף אין דער ערד, מען ווייסט אפילו נישט וויאזוי ער הייסט, יא עס קומט אים טאקע קרעדיט, ער רעדט פון גאט.   דער הייליגער בארדיטשובער רב אלץ אינגערמאן איז ער געפארן צו זיין הייליגן רבי'ן דער מגיד, און זיין שווער וואס האט בכלל נישט פארשטאנען וואס חסידות איז, וואס א רבי מאכט פון זיין חסיד, האט געהאט טענות צו זיין פרישער איידעם, היתכן מען לאזט איבער די ווייב, מען פארט זיך קיין מעזריטש. "לוי יצחק, וואס האסטו דארט אויפגעטון אין מעזריטש!" האט ער גע'טענה'ט. דער איידעלער אינגערמאן וואס איז שפעטער אויסגעוואקסן דער גרויסער צדיק דער קדושת לוי האט געזאגט זיין שווער "איך האב מיך אויסגעלערענט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט", "פאר דעם פארט מען קיין מעזריטש?", ער רופט צו איינע פון די מיידלעך א יתומה וואס האט געהאלפן אין שטוב, "ווער פירט די וועלט?" פרעגט ער איר, "וואס הייסט ווער, גאט פירט די וועלט", האט זי גלייך געזאגט, דער הייליגער קדושת לוי האט דערויף געזאגט, "זי זאגט עס און איך לעב דערמיט".   יעדע איד האט אמונה, אבער עס איז דא ביי וועם עס איז ווי להבדיל ווי ער ווייסט אז אין טשיינע עסט מען רייז, ער ווייסט אויך אז דער באשעפער פירט די וועלט, ער טראכט נישט אז דאס איז אים נוגע אין לעבן, עס זענען דא מענטשן וואס טראכטן מער פון טראמפ און העריס, כאילו דאס וועט אים עפעס העלפן. מיר קומען צום צדיק כדי מיר זאלן באקומען דעם אייבערשטן "לנגדי תמיד", אלץ זאלן מיר געדענקען אז דער באשעפער איז דא מיט אונז, און סיי ווען עס גייט אונז גוט, און סיי ווען עס גייט אונז שווער, און אפילו די קלענסטע דאגה, האט מען נישט קיין מורא וויייל דער באשעפער איז מיט אונז.

    < זעה מער ח אלול תשפ"ד 📝
  • כלל ישראל באוויינט די פטירה פון סקולענער רבי זי"ע

    מיט גרויס צער און טרויער נעמט כלל ישראל ישראל אויף די נייעס איבער די פטירה פון איינע פון די גרויסע צדיקים פון אונזער דור, א איד וואס האט געדינט דעם אויבערשטן מיט מסירת נפש, און האט דערווארעמט אידישע הערצער צום בורא כל עולמים, דער סקולענע רבי זי"ע וואס האט צוריק געגעבן זיין נשמה צום בורא כל עולמים נאך א לענגערע תקופה וואס כלל ישראל האט איינגעריסן וועלטן פאר זיין רפואה, אבער נעכטן מוצאי שבת, (תענית כז עב) כוין ששבת, וי אבדה נפש, האט דער צדיק אויסגעהויכט זיין לויטערער נשמה. &nbsp; דער רבי האט איבערגענומען דער כסא ההנהגה פון די קהלה הקדושה סקולען ווערנדיג דער ממלא מקום פון זיין גרויסן טאטן דער פריערדיגע רבי זי"ע וואס איז נפטר געווארן לחיי העולם הבא מיט בלויז בערך פינף יאר צוריק, און מען האט געהאפט אז דער גרויסער נפטר דער עובד השם בתמימות וועט פירן די עדה הקודשה אויף לאנגע געזונטע יארן, האט אבער אין די קורצע צייט אויפגעטון גדולות ונצורות, טויזנטער אידן האבן זיך מתחמם געווען לאורו, געשעפט יראת שמים און חיזוק פונעם רבי'ן, מען האט צוגעזען א פייערדיגע דאווענען, און בכלל אן עבודת השם וואס האט געפאסט פאר א פארצייטישע רבי, בפרט ביי די הייליגע טישן מיט די ווארימע דיבורים און די הייליגע סקולענע ניגונים וועלכע האבן אויסגעוואשן אידישע הערצער צום אויבערשטן. &nbsp; אין די זעלבע צייט איז דער רבי געווען א דמות פון חסד, ווען ער האט אויסגעטיילט שווערע געלטער פאר צדקה פאר פילע צובראכענע הערצער, בפרט האט ער געטראגן נאנט צו זיין הארץ די הייליגע מוסדות "חסד לאברהם" וואס האט גענומען פאר א ציל צו מקרב זיין אידן צום אויבערשטן, א מוסד וואס האט בכלל נישט געברעגט קיין כבוד פאר'ן רבי'ן אויף דער עולם השקר, עס האט נישט געטראגן דעם "אימעדזש" וואס סקולען שטעלט פאר, עס האט נישט אויפגעשטעלט תלמידים וואס האבן זיך געשאקעלט ביים רבי'נס טיש, אבער דער רבי האט נאר געקוקט אויף יענע וועלט, אויף די גרויסע זכות פון ממשיך זיין אין די וועגן פון זיינע הייליגע עלטערן און האט מחזק געווען און געשטארקט אידישע קינדער וואס ווילן נאנט ווערן צום אויבערשטן, און האט געטון אלעס וואס ער האט געקענט אז נאך א איד זאל וויסן פון שמע ישראל, און פון די הייליגע אמונה. &nbsp; יעצט אז דער הייליגער רבי איז נסתלק געווארן, ליגט אויף אונז דער פליכט צו ערפילן דעם גרויסן חלל וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט, מיר דארפן זיך שטארקן מיט הפצה, און נישט קוקן אויף אונזער כבוד, און טון וואס אימער מעגליך צו מפיץ זיין די הייליגע ספרים וואס האבן שוין א גוטן טרעק רעקארד אז זיי טוען אויף און ראטעווען אידישע קינדער, און ברענגען זיי צוריק צום אויבערשטן, און דאס וועט זיין די גרעסטע זאך וואס מיר קענען טון לעילוי נשמת דעם הייליגן רבי'ן רבי ישעי' יעקב בן ישראל אברהם זי"ע צו גיין אין זיינע הייליגע וועגן וואס ער האט אונז אויסגעלערענט. &nbsp; אין די יעצטיגע שעות קומט פאר די גרויסע לוי' אין בארא פארק ביים סקולענער בית המדרש, און דערנאך גייט דער לוי' פארזעצן אין מאנסי, ווי דער רבי וועט קומען לקבורה סמוך ונראה צו זיין גרויסן טאטן און זיידן אינעם וויזניצן בית החיים.

    < זעה מער ה אלול תשפ"ד 📝
  • חברים פון ראקלענד ראטעוועט אידישע פרוי פון אריינפאלן צו שווינדלער

    א היימישע פרוי אין מאנסי האט פאריגע וואך באקומען א רוף אויפן טעלעפאן, דער רופער האט זיך אנגעגעבן מיט אן אפיצילע שטימע אלס א "דעטקעטיוו" וואס רופט איר אויפצומערקן אז עס גייט פאר שווינדלערייען אין אין באנק קאנטע, און איר געווארענט אז אויב זי נעמט נישט זאפארט שריט, וועט איר די פאליציי ארעסטירן. &nbsp; די פרוי - אריינפאלענדיג אין פאניק - האט געפאלגט אלעס וואס דער "דעטעקטיוו" האט איר געהייסן און צוגעפארן צום נאנטן באנק און ארויסגענומען פינף טויזענט דאלער קעש פון איר באנק קאנטע, דערנאך האט דער שווינדלער איר געהייסן צופארן צו א דערנעבנדיגן פארמאסי איינצוקויפן "גיפט קארטלעך", דער פארמאסיסט האט גלייך פארדעכטיגט אז עפעס איז נישט גלאטיג, און האט פארלאנגט אידענטיפיקאציע צו קענען קויפן אזא ריזן סכום גיפט קארטלעך. די פרוי האט גערופן איר מאן ער זאל איר ברענגען איר איידי פון הויז. &nbsp; בשעת מעשה האט דער מאן פארלוירן קאנטאקט מיט זיין פרוי, און נאכדעם וואס זי האט נישט אויפגעהויבן דעם טעלעפאן האט זי זיך געוואנדן צו די געטרייע "חברים" ארגאניזאציע, וועלכע האבן זיך זאפארט ארויסגעלאזט צו אלע געשעפטן אינעם געגענט וואס פארקויפן אזעלעכע קארטלעך, פרובירנדיג צו ראטווען אידיש געלט זאל נישט אריינפאלן צו די ראפינירטע שווינדלער. &nbsp; עס האט נישט גענומען לאנג, און איינע פון די מעמבערס האבן געטראפן די באטראפענע פרוי אין איינע פון די שאפינג מאלס אינעם געגענט, אבער די פרוי האט שוין דאן געהאלטן נאכן איבערגעבן די נומערן פון עטליכע קארטלעך אין די ווערט פון צוויי טויזענט דאלער, און דער וואלונטיר האט תיכף אינטעווענירט און איר אפגעהאלטן פון ווייטער געבן דאס געלט, און דערמיט געראטעוועט די איבעריגע שווער אפגעשפארטע אידיש געלט פון פארפאלן ווערן. &nbsp; אויב איינער באגעגענט זיך מיט א שווינדלער א סקעמער וואס לייקענט די אמונה, ער האט "קשיות", ער וויל פארשטיין פארוואס, און פארווען, דארף מען זיך תיכף אפשטעלן, און נישט ציען ווייטער דער שמועס. מען זאל נאר זען צו שמועסן מיט מענטשן וואס גלייבן אין אויבערשטן בתמימות ובפשיטות, ווייל אפילו נאר צו הערן כפירה שאדט פארן מענטש. &nbsp; די זעלבע זאך איז בגשמיות, ווען מען געבט איבער די נומערן פון א גיפט קארטל פאר א צווייטן איז עס כמעט אוממעגליך נאכצוגיין ווער עס האט אפגענומען דאס געלט, און ווען סיי ווער פארלאנגט געלט "זאפארט אז נישט וועט מען ארעסטירן", אדער בעט "גיפט קארטלעך" איז עס א קלארע סימן פון שווינדלער און גנבים, און מען דארף זיין געווארענט תיכף אראפ צו האקן דעם טעלעפאן מיט אזעלעכע פארשוינען, און אפילו נישט אריינגיין אין א דין ודברים מיט זיי, ווייל זיי קענען נאך איבערקלוגן. אפילו גאר געלונגענע און פארזיכטיגע מענטשן זענען שוין אריינגעפאלן מיט זיי.

    < זעה מער ב אלול תשפ"ד 📝
  • אמעריקאנער אסטראנאטן שטעקן אין ספעיס אן קיין געהעריגע פלאן

    מיט דריי חדשים צוריק האט דער בארימטע אמעריקאנער פליגער פירמע "באואינג" אפגעצייכענט א פרישע קאפיטל אין זייערע ביכער ווען זיי האבן סוקסעספול באוויזן ארויפצושיסן זייער אייגענע ראקעט מיט צוויי אמעריקאנער אסטראנאטן צו א מיסיע צום אינטערנאציאנאלן ספעיס סטאנציע. &nbsp; לויטן פלאן האבן זיי געדארפט צוריק קומען מיט'ן זעלבן ראקעט מיט בערך א וואך שפעטער, אבער יעצט האלט מען שוין כמעט דריי חדשים, און די אסטראנאטן זענען נאכאלץ דארט אן קיין קלארע פלאן ווען זיי וועלן צוריק קומען צום כדור הארץ. &nbsp; די סיבה דערפאר איז אז עס האט זיך געמאכט א מעכאנישט פראבלעם מיט'ן ראקטע, און אלע פרואוון אז די אסטראנאטן זאלן עס קענען אליינס פאררעכטן זענען דערווייל דורכגעפאלן. &nbsp; ווען א מענטש ווערט מקורב צום צדיק ער אנטפלעקט די געוואלדיגע אור, קען מען ווערן זייער צופלאמט, מען טראכט צו זיך, איך וועל לערנען א גאנצן טאג, רעדן צום אויבערשטן שעות, איך שפיר דאך ביים צדיק א געוואלדיגע קרבת אלקים, און איך דארף מער גארנישט. אבער דער רבי לערנט אונז אז מען טאר נישט שפרינגען צו הויך, ווייל מען דארף זיכער מאכן אז מען האט אויך א וועג צוריק, מען דארף לעבן דא אונטן אויף דער וועלט, און דער אויבערשטער פארלאנגט נישט פון אונז ארויפצופליען צום ספעיס און דארט בלייבן פאר אייביג. עס איז וויכטיג אז א מענטש זאל האבן א מורה דרך וואס זאל אים געבן הדרכה וויאזוי צו דינען דעם אויבערשטן צוביסלעך, קודם אביסל, נאכדעם נאך מער, און אזוי טרעט מען זיך אויס א זיכערע וועג, און מען בלייבט נישט שטעקן אין א דעד ענד אן א וועג צוריק. &nbsp; לויט ווי עס זעט יעצט אויס וועלן זיי מוזן דארט פארבלייבן ביז לכל הפחות עטליכע חדשים, ווען זייער קאנקורענט פירמע "ספעיס עקס" פלאנט ארויפצושיקן א ראקטע צום סטאנציע. דערווייל שיקט מען זיי ארויף זייערע געברויכן צו קענען איבערלעבן מיט קליינע ראקעטן וואס קענען נישט נעמען קיין פאסאשזשירן. &nbsp; און דאס איז אויך א געוואלדיגע לימוד, האסט געמאכט א טעות, ביסט געשפרינגען צו ווייט, בעט דעם צדיק אן עצה, ער וועט דיר אויסלערענען און געבן האפענונג אז איין טאג וועסטו קענען צוריק קומען און פירן א שיינע לעבן דא אויף דער וועלט מיט דיין ווייב און קינדער, ווער נישט פארלוירן אפילו דו האסט געהאט א גרויסע דורכפאל.

    < זעה מער כח אב תשפ"ד 📝
  • שטודיע באשטעטיגט אז אמונה געבט פאר א מענטש לעבן

    א לעצטיגע שטודיע דורכגעפירט דורך עטליכע גאר בארימטע געזונטהייט פארשער אין "מאיא קליניק" זאגט אז מענטשן וואס האבן אמונה, זיי גלייבן אין אויבערשטן, וועלן לעבן אסאך לענגער און געזונטער, און וועלן זיך היילן גיכער און בעסער אין פאל פון א קרענק. &nbsp; די פארשער האב אנגעוויזן אז מען האט קלאר אנגעזען די שטארקע עפעקט וואס די אמונה האט אויף די גייסטישע געזונט, און מענטשן וואס גלייבן אין העכערס וועלן האבן אסאך מער האפענונג, וועלן זיין אסאך מער אפטימיסטיש, און שפירן א סיפוק און טעם אין לעבן, זייער סטרעס שטאפלען זענען אסאך שוואכער, און דאס האט א דירקעטע שייכות מיט זייער גשמיות'דיגע געזונט, וואס אפילו אין פאל מען ווערט חס ושלום אנגעשטעקט פון עפעס, ארבעט זייער אימיון סיסטעם אסאך בעסער, און מיט זייערע אמונה האבן זיי אסאך בעסערע שאנסן צו ווערן אויסגעהיילט און ארויסגיין פון שפיטאל געזונט אין שטארק. &nbsp; דאס איז אויסער דעם וואס די פילע הילף וואס ערליכע אידן געבן איינע פארן צווייטן, וואס שטארקט און געט מוט פאר די חולי ישראל, און געבט זיי די שטופ און מאטיוואציע צו פייטן זייער מחלה, און נעמט זיי ארויס פון קראנקן בעט שנעל און גרינג בעזרת השם יתברך. &nbsp; פאר אונז חסידי ברסלב איז דאס בכלל נישט קיין נייעס, ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין ספר "אשר הי' אל יואל" "ווי מער א מענטש טראכט פונעם אייבערשטן באקומט ער מער כח און שטארקייט. ווען א מענטש ליגט קראנק אין שפיטאל, דער אויבערשטער זאל אפהיטן, אויב האט ער אמונה, ער גלויבט אינעם אויבערשטן, געבט דאס אים כח ער זאל קענען באקעמפן זיין קרענק", דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט ווייטער אז מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס קען מען זען אפילו ביי גויים, אויב איז ער א גלויביגער, וועט ער גרינגער באקעמפן זיין קרענק. ווייל ער האט ביי זיך אין מח אויף וואס ארויס צו קוקן צו ווערן געהאלפן, אבער אויב גלייבט ער נישט אין אויבערשטן, אפילו ער איז א גרויסע קנאקער, ער פירט גרויסע געשעפטן, ער מאכט אסאך געלט, וועט ער עס נישט דורכמאכן. דער ראש ישיבה שליט"א פירט אויס "אמונה געבט לעבן, אמונה מאכט א מענטש זאל קענען דורך טראגן שוועריקייטן." &nbsp;

    < זעה מער כב אב תשפ"ד 📝
  • דריטע פארטיי קאנדידאט קענעדי ציעט זיך ארויס און אינדארסירט טראמפ פאר פרעזידענט

    אין די סעריע פון שטוינענדע נייעס אין די אמערקאנער פרעזידענטליכע פארמעסט, האט דער געוועזענער דעמאקראט און ביז יעצטיגער זעלבסטשטענדיגער קאנדידאט קענעדי דזשוניאר געמאלדן אז אזוי ווי ער אנערקענט אז ער וועט סיי ווי נישט זיגן אינעם פארמעסט, טוט ער זיך אנשליסן מיט טראמפ און מוטיגן זיינע וויילער זאלן אים העלפן אריינוועלן אינעם ווייסן הויז. &nbsp; ער האט געזאגט אז כאטש ער איז אלץ געווען א דעמאקראט, זעט ער אז ער טרעפט זיך איינשטימיג מיט'ן רעפאבליקאנער טראמפ אסאך מער ווי מיט'ן דעמאקראטישן טיקעט, וואס ער זאגט איז שוין לאנג אוועקגעגאנגען פון די אריגינעלע ווירדן וואס די פארטיי האט געדארפט פארשטעלן אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט. &nbsp; מיר דארפן אכטונג געבן נישט צו פאלן דערפאר, עס קען אונז אויסזען כאילו מיר דארפן שאלן מיט די רעכטע אדער קאנסערוואטיווע, אבער ווי דער ראש ישיבה שליט"א שטעלט אונז קלאר איז יעדער גוי לינקס. עס איז נישט קיין רעכטע גוי אדער לינקע גוי, יעדע גוי אפילו די מערסט רעכט איז זייער ווייט לינק. מיר גלייבן אז מיר זענען דער אויסדערוועלטער פאלק פון באשעפער, "אשר בחר בנו מכל עם", גיי זיי עס מסביר פאר א גוי... מיר האבן באקומען א תורה, מיר גלייבן אין משה רבינו אין אלע נביאים און אין אלע צדיקים ביז היינט. מיר וועלן גיין אין פייער פאר הייליגן באשעפער, און זיך מוסר נפש זיין צו גיין אין זיינע וועגן. די אלע באגריפן קען נישט א רעכטע אדער א לינקע גוי פארשטיין... מיר געהערן צו אן אנדערע פארטיי, ניטאמאל צום אינדעפענדענט פארטיי. מיר געהערן צום אויבערשטן, עס קומט שוין אט חודש אלול, וואס איז ראשי תיבות אני לדודי ודודי לי, מיר וועלן אויס אינעם איין איינציגן באשעפער, און ער וועלט אויס אונז, מיר געהערן צו זיין פארטיי. &nbsp; טראמפ אדער ביידען - אנטשולדיגט העריס - וועט מן הסתם ווערן פרעזידענט אין אמעריקע, אבער וואס וועט זיין מיט דיר? אז דו וועסט זיך נישט אננעמען פאר דיר, וועסט בלייבן שמועסן אין די נאכט אריין די "גרויסע נייעס" ווער עס אינדארסט וועם, און צי די אנקעטעס זענען פארלעסליך אדער נישט, וועסטו בלייבן אויסגעשפילט. דו דארפסט געדענקען אז דו האסט א ווייב און קינדער, דו דארפסט ברענגען פרנסה אין שטוב, ווייל אזוי האט דער אויבערשטער באפוילן, און עס איז א שאד זאלסט ארבעטן פאר די קאמפיינס אומזיסט, בשעת דו קענסט אריינכאפן א בלאט גמרא, א פרק משניות, אדער פשוט אויסהערן דיין ווייב ווי זי פארציילט וואס זי האט היינט געהאט מיט איר שוועסטער, און פארוואס עס באדערט איר. דאס און נאר דאס וועט דיר צוניץ קומען לאורך ימים אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. &nbsp; אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו

    < זעה מער כא אב תשפ"ד 📝
  • וועטינג מארקעט הייבט די שאנסן פאר טראמפ קעגן העריס

    אין די אלגעמיינע וועלט איז דא א מארקעט וואס רופט זיך די וועטינג ("בעטינג" אויף ענגליש) מארקעט, דאס איז א פלאץ ווי מענטש אינוועסטירן געלטער וואס זיי גייען פארדינען (אדער פארלירן) אויב עס געשעט אזוי ווי זיי זאגן אדער נישט. &nbsp; אין די צייטן ווען עס ווערט הייסע פאליטישע נייעס זעט מען זייער שטארק אן ווי די וועטינג מארקעט לויפט ארויף אדער אראפ, אסאך מענטשן בויען שטארק אויף דעם ווער עס וועט געווינען אדער פארלירן אן עלעקשאן געוואנדן לויט וויפיל מענטשן וועטן וואס עס וועט געשען. עס איז א געוואלדיגע וואונדער צו זען ווי מיליאנען גויים אינוועסטירן זייער שווער אפגעהארעוועטע געלטער אין אזא צווייפעלהאפטיגע געשעפט. &nbsp; לויט די וועטינג מארקעט זענען די שאנסן פון העריס צו געווינען אסאך בעסער ווי פון ביידענ'ס, אבער אין די לעצטע טעג האט זיך די שאנסן פון טראמפ ווידער געהויבן א משהו העכער העריס. עס איז באמת א וואונדער ווי מענטשן זענען גרייט צו פארלירן זייער אפגעשפארטע פאר דאלער נאר כדי צו צוזאגן אז דער גייט געווינען אדער פארלירן. עס איז שוין געווען זייער אסאך מאל ווי לויט די מארקעט איז איינער געווען א זיכערע געווינער אדער פארלירער, אבער האט זיך אויסגעשטעלט אנדערש, און צענדליגע מיליאנען דאלארן זענען פארלוירן געווארן אינעם נארשין משחק בקוביא שפיל. &nbsp; עס איז אזא שאד צו אינוועסטירן דאס געלט דארט בשעת יעצט איז דא א זיכערע אינוועסטמענט ווי מען קען אריינלייגן דאס געלט. די מוסדות פון ראש ישיבה שליט"א זענען טאקע זייער מצליח מיט סייעתא דשמיא, מען לערנט מיט די קינדער אמונה, און מען גרייט זיי צו צום לעבן, עס ווערן געבויעט פילע בנינים פאר די חדר, שולע, ישיבה, בתי מדרשים, מקוואת טהרה און אלע אנדערע ציבורישע געברויכן, אבער מען פלאגט זיך זייער מיט געלט, פילע פראיעקטן פון די קהלה ווארטן אויף פרישע געלטער עס צו קענען אויספירן מכח אל הפועל. &nbsp; דערפאר איז עס זייער א גוטע געלעגענהייט ווען די מוסדות מאכן איין מאל א יאר א קאמפיין, אז אלע ליינער זאלן זיך משתתף זיין ברוח נדיבה, און צושטייער געבן דאס געלט פאר א צדקה וואס איז א זכות וואס בלייבט אויף אייביג, און בפרט בעטן מיר אז אלע וואס ליינען אונזערע נייעסן און באריכטן זאלן זיך אנשטרענגען און געבן פאר אונזער טיעם פעידזש, וואס וועט זיין א שטארקע חיזוק אנצוגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש. &nbsp; ביטע שטרענגט אייך אן און געבט לכל הפחות $36 דאלער, וכל המוסיף מוסיפין לו, און אויב איר קענט נישט, געבט סיי וועלכע סכום. ביטע דרוקט יעצט דא זיך צו משתתף זיין אויף אונזער פעידזש. טשערידי/ברסלב/גרשון קרעמער ישר כח און תזכו למצוות.

    < זעה מער יז אב תשפ"ד 📝
  • אוקריינע אינוואדירט רוסלאנד

    עס קען זיין אז איר וואונדערט זיך צווייפאכיג ווען איר זעט דעם קעפל, די מלחמה צווישן אוקריינא און רוסלאנד איז אלטע נייעס, און אויב מען שרייבט עס שוין, איז דער קעפל לכאורה א טעות, "רוסלאנד אינוואדירט אוקריינא"... &nbsp; אבער ווער עס האט מיטגעהאלטן די נייעס אין די לעצטע וואך ווייסט אז עס איז שוין גאר שטארקע נייעס, און טאקע יא דאס, אוקריינע האט זיך ארויסגעלאזט אין א דערווייל סוקסעספולע אפענסיווע ווי זיי האבן זיך אריבערגעריסן מיט א שטארק ארמיי דעם רוסן גרעניץ אריין אין "קורסק" ראיאן אין רוסלאנד וואס גרעניצט זיך מיטן "סומי" ראיאן אין אוקריינע. &nbsp; ווי עס שיינט זענען די רוסן געכאפט געווארן אין א גענצליכן שאק, ווען אוקריינע מאכט גאר גרויסע פארשריט און נעמען איין ריזיגע שטחים, און באווייזן צו פאנגען הונדערטער רוסישע זעלנער און פארניכטן פילע צענדליגע רוסישע טאנקען און עראפלאנען. &nbsp; עס איז זייער אומקלאר פאר אנאליסטן וואס דער ציל פונעם נייעם אפענסיווע, מען שפעקולירט עטליכע זאכן, צום ערשט ווילן זיי מעגליך דערמיט צווינגען רוסלאנד אוועקצונעמען כחות פון די שטחים וואס זי האט שוין פארכאפט פון אוקראינע, און אוקראינע האפט דערמיט צו קענען ארויסשטופן רוסלאנד פון זייער לאנד, אדער ווילן זיי פשוט א מאראלישע שטופ, נאכדעם וואס רוסלאנד האט אין די לעצטע חדשים געמאכט פאמעליכע אבער כסדר'דיגע פארשריט איינעמענדיג שטעטל נאך שטעטל אינעם דאנעצק פראווינץ פון אקוראינע. טייל האלטן אז אוקראינע האט געלייגט אן אויג אויף א רוסישע נוקלעארע רעאקטאר וואס איז נישט ווייט פון דארט וואס אוקראינע וויל צונעמען פון רוסלאנד אלץ א קאנטער געוויכט צו צווינגען רוסלאנד זאל מוזן צוריק געבן פאר אוקראינע דעם זאפאריזשע רעאקטאר. &nbsp; וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין קענען מיר זען דערפון וויאזוי א מלחמה גייט צו, וואס דאס וועט אונז העלפן פייטן אונזער פערזענליכע מלחמה וואס מיר דארף פירן קעגן דעם סמ"ך מ"ם. עס געשעט כסדר אז א מענטש שפירט ווי זיין מאראל פאלט, ער זעט ווי דער סמ"ך מ"ם כאפט אוועק פון אים יעדן טאג גאנצע שטיקער טעריטאריע, און ער הייבט אן צו שפירן אז זיין געווער נוצט זיך אויס, עס דאכט זיך אים אז אויב גייט עס ווייטער אזוי איז ער באלד אינגאנצן באזיגט און דער יצר הרע נעמט אים גענצליך איין. &nbsp; עס איז באקאנט די מעשה פון אן אלטע אלמנה וואס איז געקומען פארקויפן עפל אויפן מארק און עטליכע צולאזטע גויים זענען איר איבערגעפאלן און אנגעהויבן צו כאפן עפל, די אלמנה האט זיך גענומען פאניקן און וויינען, דער היילגער בארדיטשובער איז פונקט דאן דורכגעגאנגען, האט ער געזאגט פאר די פרוי, "יעצט איז נישט קיין צייט צו וויינען, אז יעדער כאפט כאפ דו אויך". דאס זעען מיר איז אן אפעקטיווע מיטל ביי א מלחמה, אוקריינע האט געזאגט, נישטא קיין צייט יעצט פאר קיין מרה שחורה, אז רוסלאנד כאפט, כאפ איך אויך. און דאס וועלן מיר אויך טון יעדן טאג, ווען מיר זעען אז דער סמ"ך מ"ם האט אוועקגעכאפט פון אונז א דאווענען, א כעס, א ראי' אסורה, קען מען יעצט נישט אויפגעבן, איך וועל יעצט געבן איין קוק ווייניגער, איך לויף דאווענען מנחה, איך גיי יעצט זיין פרייליך אפילו נאר פאר איין מינוט. &nbsp; לאכן לאכט דער וואס לאכט צום לעצט!

    < זעה מער יד אב תשפ"ד 📝
  • שווערע טראגעדיע אין די קעטסקילס קאסט צוויי טייערער קרבנות

    מיט גרויס צער טיען מיר באריכטן איבער א שרעקליכע טראגישע עקסידענט וואס האט פאסירט פאריגע ליל שישי אין וואס צוויי חשובע חסידישע אינגעלייט זענען נעבעך אומגעקומען אין א אינגן עלטער. &nbsp; דאס איז געשען אין די געגענט פון מאונטעין דעיל געגענט (נישט ווייט פון וואודרידזש) ניו יארק, ווען די קאר אין וואס זיי זענען געפארן ביינאכט אין א שטארק געדרייטע ראוד, האט זיך אראפ געגליטשט פון די ראוד און האט אויפגעריסן אין פלאמען אין די זייט פון די ראוד, די פילע חשוב'ע הצלה מעמבערס וועלכע זענען תיכף געקומען צו פארן, האבן ליידער נישט געקענט מער ווי באשטעטיגן די צוויי טייערע קרבנות וואס דער שוידערליכע עקסידענט האט געקאסט פאר כלל ישראל. &nbsp; די חשובע נפטרים זענען שנעל אידענטיפיצירט געווארן, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אינעם אומגליק זענען אומגעקומען די צוויי חשובע אינגעלייט מו"ה ישראל שלום אשרי ע"ה, א חשובער בעלזער חסיד, וואס לאזט איבער צוויי קליינע יתומים, און מו"ה ישראל מענדל וויינבערגער ע"ה, א חשובער סאטמארער חסיד פון וויליאמסבורג, וואס האט איבערגעלאזט דריי יתומים. &nbsp; די טייערע נפטרים זענען געווען באקאנט פאר זייערע פילע מעשים טובים, בפרט האט מען געהערט רעדן איבער די פילע סכומים צדקה וואס זיי נעמען זיך מיט מיט זיך יעצט ווען זיי האבן איבערגעלאזט די וועלט, און איבער די פילע שמייכלען און גוטע ווערטער וואס זיי האבן נישט געשפארט פאר יעדעם וואס איז געקומען אין בארירונג מיט זיי. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט נעכטן מוצאי שבת קודש גערעדט פון דעם פאסירונג וואס האט אויפגעשוידערט יעדן איד, און דערמאנט אז יעדער דארף זען ארויסצונעמען דערפון חיזוק אויף למעשה וואס מיר האבן צו טון אויף דער וועלט. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ווען מען פארט ארויס אויפן וועג זאל מען אריינלייגן א פרוטה אין די פושקע און בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל פארן און קומען געזונטערהייט, און מען זאל זאגן ערליך תפלת הדרך. דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט אז אפילו מען פארט אויף א וועג וואס מען קען על פי הלכה נישט זאגן תפלת הדרך, זאל מען זאגן די הייליגע תפלה אָן א שם ומלכות, ווייל יעדע תפלה וואס א מענטש בעט ביים אויבערשטן איז מורא'דיגע חשוב. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז א מענטש דארף זיך בארעכענען און אריינטראכטן, א מענטש האט פלענער, איך גיי דאס טון איך גיי יענץ טון, אבער עס קומט א טאג אומגעפלאנט און אומבאשטעלט און מען רופט אהיים. דערפאר דארף מען בעיקר פאקוסן אויף וואס קען איך טון מצוות און מעשים טובים אויף דער וועלט, ווייל דער באנק אקאונט מיט די שליסלעך קען מען נישט מיטנעמען, אבער יעדע צדקה, יעדע תפילין, יעדע שמייכל פאר א איד, יעדע משנה, יעדע פסוק חומש, נאר דאס לאזט מען ארויף און נאר דאס קען מען מיטנעמען אויף יענע וועלט, וואס פון דעם וועט מען האבן וואס צו עסן, און וואו צו וואוינען און וואס אנצטון אויף יענער וועלט. &nbsp; והלך לפניך צדקיך

    < זעה מער יד אב תשפ"ד 📝
  • גוגל ווערט באשולידיגט אין פארלעצן אנטי טראסט געזעצן

    אין א לענגערע קאמף מיט די רעגירונג האט א ריכטער ארויסגעגעבן אן אורטייל קעגן גוגל זאגענדיג אז זי פארלעצט די פעדעראלע אנטי טראסט געזעצן. &nbsp; די רעגירונג האט יארן צוריק איינגעשטעלט געזעצן וואס דארפן האלטן קאנטראל אויף ביזנעסער אז זיי דאמינירן נישט די מארקעט מיט'ן כח פון זיין די גרעסטע, די רעגירונג וויל אז די מארקעט זאל זיין אפן פאר קאנקורענץ און נאר בעסערע פראדקוטן און סערוויסעס זאלן באאיינפלוסן די דאמינאנץ פון א פירמע. &nbsp; אין אונזער פאל האט די רעגירונג אויפגעוויזן אז טראץ גוגל'ס טענות אז זי איז די גרעסטע (האבנדיג איבער 95% פון די "זוך" מארקעט) בלויז ווייל זי איז די בעסטע, האט זי אויסגעגעבן שווערע ביליאנען דאלארן יערליך בלויז צו פארזיכערן אז זי בלייבט די אויסשלוסליכע זוך ענדזשין ביי פילע פלאטפארמעס.&nbsp; &nbsp; די געריכט גייט יעצט באשלוסן וואס מען זאל טון צוליב דעם, איינע פון די אפציעס וואס די רעגירונג טוט אין אזעלעכע פעלער איז צווינגען די פירמע זיך צו צוברעכן אין עטליכע קלענערע קאמפאניס וואס קען העלפן אביסל צו עפענען די מארקעט, אז אויך אנדערע זאלן קענען אריינקומען אינעם פעלד. &nbsp; די הייליגע משנה זאגט אונז "עשה לך רב" א מענטש מוז האבן איינער ווער עס זאל טון פאר אים די ארבעט פון ארויסזוכן די ריכטיגע וועג אין עבודת ה', אפילו איך בין די קלוגסטע מענטש, איך בין די געלונגענסטע מענטש, דארף איך טרעפן א מורה דרך איין מענטש וואס איז קלוגער פון מיר און אים פאלגן, און נאר אזוי קען מען זיין אן ערליכער איד. חז"ל זאגן זייער שארף פאר דער וואס וויל אליינס באשלוסן, און נישט נאר דער וואס זוכט די קולות סיי פון בית שמאי און סיי פון בית הילל איז נישט גערעכט, נאר אפילו דער וואס וועט וועלן זיין א פרומער און טון די חומרות פון ביידע, רופט די גמרא אן א "שוטה". &nbsp; איין טענה פון גוגל האט די רעגירונג אנגענומען, און דער ריכטער זאגט אז עס איז מעגליך אז אז גוגל האט גארנישט געטון שלעכט ווייל זי וואלט ווען סיי ווי געהאט גענוג קאסטומערס, ווייל זיי טויגן און זענען פאקטיש די בעסטע "סוירטש ענדזשין" אויף די מארקעט, און די סיבה פארוואס מענטשן גייען צו זיי איז ווייל מען טרעפט שנעל און גרינג וואס מען דארף, און מען "האט עפעס אין די הענט", די זעלבע זאך איז ברוחניות, דער עיקר זאך וואס איך דארף טרעפן אין א רב אדער מורה דרך איז נישט אז ער איז "עפעס אנדערש", ער עסט נישט/ער עסט זייער אסאך, ער שלאפט נישט/ער שלאפט א גאנצן טאג, אן אייגעבויגענער, א בטלן, די אלע זאכן געבן מיר גארנישט צו, דער עיקר איז אז ער מאכט מיר לעבן מיט'ן אויבערשטן, ער געבט מיר אריין א זיסע טעם אין די תורה, מיין ווייב און קינדער ווערן ביי מיר חשוב. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט זאגן אז אויב איינער האט אנגעהויבן צו לערנען א דאנק דעם הייליגן רבין, ער לערנט יעדן טאג אכצן פרקים משניות, און ער טרעפט א פלאץ ווי מען מאכט אים לערנען ניינצן פרקים משניות זאל ער גלייך אהין לויפן, און נישט נאר דאס, ער בעט אז מען זאל אים אויך רופן, ווייל ער וויל אויך אהין גיין. &nbsp; די רעגירונג וויל אז גוגל זאל נאר מצליח זיין ווילאנג זיי קענען סערווירן זייערע קונדן אויפן בעסטן אופן, און אין די רגע עס איז דא א בעסערע סוירטש ענדישן אויף די מארקעט זאלן די קאסטומערס באשלוסן צו וועמען צו גיין.

    < זעה מער ח אב תשפ"ד 📝
  • וויצע פרעזידענט העריס וועלט אויס טים וואלץ אלס מיטלויפער

    זינט ביידען איז ארויס פונעם פארמעסט פאר צוויי וואכן צוריק האט די מידיע שפעקולירט איבער וועם דער העריס וועט נעמען אלץ מיטלויפער, עס איז געווען א שיינע ליסטע פון פאליטיקאנטן וועלכע זענען לויט די באריכטן געווען אויפן ליסטע. אין די לעצטע עטליכע טעג זענען באקאנט געווארן אז עס זענען געבליבן בלויז צוויי אויף די ליסטע, דער גאווערנאר פון דער "סווינג סעטיט" פּענסילוועניע, א איד מיט'ן נאמען דזשאָש שאפּירא, און דער גאווערנאר פון מינאסאטע טים וואַלץ. די שפעקולאציעס זענען געווארן שטארק אז דער טיקעט וועט נעמען שאפירא, צוליב וואס ער קען צוהעלפן צו רוקן דעם גורל'דיגן סטעיט פּענסילוועניע צום דעמאקראטישער זייט, בשעת וואַלץ קומט פון א שטארק דעמאקראטישער סטעיט, און וועט גארנישט צוגעבן. &nbsp; אסאך אזוי גערופענע אידישע מויל מאכערס זענען געווען פארנומען אראפ צו רייסן העריס אז נאר צוליב וואס שאפירא איז א איד האט זי אים נישט געוואלט, בשעת אנדערע האבן איר פרובירט צו פארענטפערן, מיט'ן ערלקערן די סיבות פארוואס וואַלץ איז געווען א בעסערע אויסוואל פאר איר ווי שאפירא. &nbsp; עס זענען דא מענטשן וואס וואונדערן זיך פארוואס ווען מען קוקט אריין אין די ספרים פון הייליגן רבין און פון זיינע הייליגע תלמידים באגעגענט מען זיך אייביג מיט די זעלבע עטליכע זאכן, רעדן צום אויבערשטן, תורה ותפילה, התחזקות, שלום בית, נישט מאכן קיין חובות, מען קען נאר געטרויען דעם אויבערשטן, תשובה איז נישט שווער, די גרויסקייט פון די פשוטע מצוות, און אזוי ווייטער, און זיי פרעגן פארוואס קען מען נישט רעדן אמאל פון עפעס אנדערש? וויפיל מאל קען מען הערן די זעלבע זאך נאכאמאל, "אלע דיינע צרות קומען נאר ווייל דו ביסט נישט פרייליך" איז א סטעיטמענט וואס דער הייליגער ספר אשר בנחל חזר'ט איבער הונדערטער און טויזנטער מאל. מוהרא"ש - האט לויט זיי - געדארפט שרייבן איין מאל מען זאל זיין פרייליך, רעדן צום אויבערשן, רעדן שיין צו די ווייב, לייגן תפילין, און שוין. &nbsp; לאמיר דיר פרעגן אן אנדערע שאלה שלא מן הענין. וויפיל מאל קענסטו ליינען נאכאמאל און נאכאמאל "טראמפ, העריס, ווענץ, וואלץ, שוממער, פאלאסי און ביידען"? פארוואס יעדעס מאל איך רעד צו דיר קומט אריין געלט? "ער האט יא געלט, ער האט נישט געלט", און וויאזוי קען זיין אז דער וואס היט נישט די אויגן רח"ל ווערט נישט נמאס פון קוקן נאכמאל און נאכמאל די זעלבע גארביטש? &nbsp; און אז מיר זענען סיי ווי אין א באבל ווי מען רעדט כסדר פון די זעלבע זיבן זאכן, לאמיר כאטש רעדן פון זאכן וואס בלייבן מיט אונז. מיר דארפן חזר'ן דאס ווארט וואס דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגט "דער וועלט איז נישט, און מען קען עס נישט האבן; יענער וועלט איז יא, און מען קען עס האבן."

    < זעה מער ג אב תשפ"ד 📝
  • באנגלאדעש פארלאמענט ווערט אויפגעלעזט

    דער פריעמינער מיניסטער אין באנגלאדעש האט געמאלדן אז די פארלאמענט ווערט אויפגעלעזט, און נייע וואלן וועלן ווערן פאררופן, נאכדעם וואס פראטעסטירער האבן איבערגעקערט דאס לאנד, נאכדעם וואס די אלגעמיינע באפעלקערונג האט זיך געשפירט באקריוודעט פון די יעצטיגע פירערשאפט. &nbsp; צו פארשטיין וואס דא גייט פאר דארף מען זאגן עטליכע ווערטער איבער דעם אומבאקאנטע לאנד. באנגלאדעש" איז א מוסלומענער לאנד אין אזיע וואס האט זיך אפגעריסן פון אינדיע נאך א בלוטיגע קריג בערך פופציג יאר צוריק, און כאטש עס איז אפציעל געווען דארט א דעמאקראטישע רעגירונג, האבן אבער רוב רעגירונגס פאזיצעס געדארפט גיין צו די "עליטע". און נאכדעם וואס די לאקאלע עקאנאמיע איז געגאנגען בארג אראפ זינט קאוויד, האט עס געברענגט גרויס אויפברויז אז כמעט אלע שטעלעס זענען אויסגעשלאסן פון די פשוטע בירגער, און כאטש די פארלימענט האט עס לעצטענס פרובירט אביסל צו באפיצן און געעפענט נאך פאזיציעס פאר'ן ברייטן פובליקים איז דער עולם נישט געווארן צופרידן, און עס האבן אויסגעבראכן גאר שטארקע מהומות אויף די גאסן וואס זענען פארוואנדעלט געווארן צו היציגע פראטעסטן, פילע רעגירונג געביידעס זענען געווארן אונטערגעצינדן און דער פרעמיער מיניסטער מיט נאך רעגירונג באאמטע זענען אנטלאפן עוד נשמתם באפם פון לאנד. &nbsp; נאך פופציג יאר פון בויען דאס לאנד, און זיין - אזוי גערופן - פארזיכערט אויף זייערע פאזיציעס זענען פילע פון זיי געבליבן בעירום ובחוסר כל, דאס געשעט ווען מען לעבט נעבעך אן תורה ומצוות, אן דעם אויבערשטן, און אן א צדיק, מען טרעפט זיך נאך פופציג יאר בויען א ביזנעס, און נאכלויפן די בהמות, מיט ליידיגע הענט. אבער די וועלכע האבן געהאט שכל און אריינגעכאפט א דאווענען, א תפילין, א פסוק חומש, זיך אפגעגעבן מיט די ווייב און קינדער, דאס קען זיי קיינער נישט צונעמען. דאס בלייבט מיט זיי אויף אייביג לעד ולנצח נצחים. &nbsp; איר קענט שיקן א שאלה צו askgershon@gmail.com.

    < זעה מער ב אב תשפ"ד 📝
  • מערב וועלט פירט דורך ארעסטאנטן אויסטויש מיט רוסלאנד

    דאנערשטאג מיטאג איז געמאלדן געווארן דורך די ביידען אדמיניסטראציע, אז יעצט אין די מינוטן קומען פאר אויפן ראנוועי אינעם אינסטאנבול לופטפעלד א היסטארישער ארעסטאנטן אויסטויש מיט רוסלאנד, ווען רוסלאנד האט ארויסגעלאזט זעכצן ארעסטאנטן וואס רוסלאנד האט געהאלטן פון עטליכע מערב וועלט לענדער, צווישן זיי אמערקאנער, דייטשע און נאך עטליכע רוסישע פאליטישע ארעסטאנטן, רוסלאנד האט דערפאר באקומען 8 רוסישע בירגער וואס זענען געזיצן אין אמעריקאנער און אייראפעאישע תפיסות אויף הארבע קלאגעס פון מארד און שפיאנאזש. &nbsp; איינע פון די גאר באקאנטע מענטשן וואס זענען געווארן באפרייט איז דער אידיש אפשטאמיגער וואל סטריט דזשורנאליסט איוואן גערשקאוויטש, וועלכע איז ממש לעצטענס פאראורטיילט געווארן אין רוסלאנד אויף זעכצן יאר טורמע, נאכדעם וואס רוסלאנד האט אים - לויט אמעריקע פאלש - באשולדיגט אין שפיאנאדזש. &nbsp; דער הייליגער רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב זי"ע פלעגט אלץ מלמד זכות זיין אויף אידישע קינדער, און אויסגעלערענט אידן זיך אויסצו'טענה'ן מיט'ן אויבערשטן. יעדע מוצאי שבת זינגען אידישע קינדער דעם באקאנטן "רבונו של עולם מיר וועלן מאכן א בייט", ער טענה'ט זיך אויס מיט'ן באשעפער אן אינטערעסאנטן דיעל: מיר ווילן מאכן א געשעפט מיט דיר באשעפער, מיר וועלן דיר געבן וואס מיר האבן, און דו געב אונז וואס דו קענסט. מיר וועלן קויפן פונעם אויבערשטן ער זאל אונז מוחל זיין אויף אונזערע עבירות, און מיר וועלן אים דערפאר באצאלן, מיט וואס? הערטס וואס דער הייליגער צדיק זאגט: מיר וועלן דיר געבן עבירות. &nbsp; להבדיל אלף אלפי הבדלות, עס זעט אויס כמעט ווי דער געשעפט וואס אמעריקע האט געמאכט מיט רוסלאנד, רוסלאנד האט פארקויפט אלע זייערע חטאים עוונות ופשעים, זיי האבן אויסגעלייזט זייערע מערדער, שפיאנען, און באקומען דערפאר מחילה סליחה וכפרה, מען האט זיי מוחל געווען אויף דעם וואס זיי רודפ'ן פאליטשע אפאנענטן, זיי זעצן איין אומשולדיגע רעפארטער אלץ שעדליכע שפיאנען... &nbsp; עס זעט אויס ווי דער געשעפט מאכט נישט קיין סענטס. און עס קען טאקע זיין אז אמעריקע האט געמאכט א שלעכטע דיעל. אבער וויאזוי קען זיין אז מען קען מאכן אזא נישט "פעיר דיעל" מיט'ן אויבערשטן. &nbsp; אבער דער אמת איז מיט'ן אויבערשטן קען מען מאכן אזעלעכע דיעלס. דער אויבערשטער איז א חנון המרבה לסלוח, ער זוכט צו טון חסד מיט אונז, ער ווארט נאר מיר זאלן אריינלויפן צו זיינע אויסגעשטרעקטע הענט וואס ווארט מיר זאלן קומען צו אים, און איינמאל מיר עפענען דאס מויל, מיר זאגן אים "איך האב געזינדיגט, איך וויל עס נישט טון, העלף מיר באשעפער נעם מיך ארויס פון מיין פלאנטער", דאס געבט אונז דירעקט עקסעס צום באשעפער, מיר קענען באקומען דעם געוואליגן געשעפט. און נישט נאר וואס מיר ווערן פטור פון אונזערע חטאים עוונות ופשעים, און מיר באקומען דערפאר מחילה סליחה וכפרה, מיר באקומען נאך א באנוס, ער געבט אונז נאך צו דערפאר "בני חיי ומזוני" נישט סתם, נאר מיר הייבן אן צו לעבן מיט'ן באשעפער, "בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות", און "חי חי יודיך וישבחוך", און "ואכלת ושבעת וברכת את השם אלוקיך".

    < זעה מער כט תמוז תשפ"ד 📝
  • איסמאל האניא אומגעברענגט אין איראן

    דער איראנער רעגירונג האט געמאלדן אז דער הויפט פאליטישע פירער פון כאמאס איסמאל האניא איז נעכטן נאכט אומגעקומען אין זיין געהיימע דירה אין טעהראן וואו ער איז איז איינגעשטאנען די נאכט, וויילענדיגן אין איראן זיך צו באטייליגן צום איינשווערונגס צערעמאניע פונעם נייעם איראנער פרעזידענט וואס איז נעכטן פארגעקומען. &nbsp; די איראנער רערגירונג האט נישט ארויסגעגעבן צופיל דעטאלן וואס עס איז דארט פארגעקומען, אויסער דאס אז ער מיט זיין לייב וועכטער זענען אומגעקומען אין אן אויפרייס, און זיי פארשן עס יעצט אויס, און וועלן באשטראפן די שולדיגע. &nbsp; לאמיר א בליק טאן אויף דעם איסמאל האניא, און אביסל באטראכטן זיין בלוט געווייקטן רעזומעי. דער הרוג איז געבוירן געווארן אין עזה מיט בערך 60 יאר צוריק, און איז אויפגעוואקסן מיט גאר ראדיקאלע איסלאמישע שיטות. ווען ער איז אויפגעוואקסן האט זיך אנגעשלאסן אין די כאמאס טעראר ארגאניזאציע, און האט שטארק מצליח געווען מיט זיין מארד קאריערע דארט. מיט בערך צוואנציג יאר צוריק ווען עס איז די ערשטע (און די לעצטע) מאל פארגעקומען וואלן אין עזה, איז ער ערוועלט געווארן אלץ פרעימיער מיניסטער פון דער פאלעסטינער אויטאריטעט, אבער ווען אבו מאזען האט אים פרובירט ארויסצושטויסן פון זיין אמט א יאר שפעטער, האט ער זיך אפגעבראכן פון די פאלעסטינער אויטאריטעט און געמאכט שבת פאר זיך אין עזה, און זינט דאן האט ער זיך דערקלערט אלץ פירער פון עזה. &nbsp; האניא איז געווען א ברוטאלע מערדער, ער שטארבט מיט בלוטיגע הענט, ער איז געווען פאראנטווארטליך אויף דאס טויט פון טויזענטער מענטשן סיי פון זיין אייגענע פאלק און אזוי אויך פון להבדיל אידישע קינדער, יעצט ווען ער קומט אן אין גיהנום צו באקומען זיין פארדינטע שטראף דארפן מיר זיכער מאכן אז מיר געדענקען פארוואס מיר זענען געקומען אויף דער וועלט. דער רבי לייגט אראפ אין סיפורי מעשיות די פארשידענע שיטות וואס איז דער תכלית אויף דער וועלט, עס זענען דא מענטשן וואס רציחה איז די תכלית, עס זענען דא פעלקער ביי וועם וואס א גרעסערע רוצח, וואס א גרעסערע מערדער איז ער חשוב'ער. ביים אויבערשטן איז אבער נישט אזוי, מיר דארפן פארשפרייטן לעבן אויף דער וועלט. עס ליגט אויף אונז א פליכט אויסצונוצן אונזערע יארן מיט מאכן דאס וועלט א בעסערע פלאץ, מיר דארפן מפיץ זיין דעם רבי'נס אור אויף דער וועלט, מגלה זיין און מפרסם זיין דעם אויבערשטענ'ס נאמען, וואס מיט דעם וועלן מיר זוכה זיין צו אלעס גוטס אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.

    < זעה מער כה תמוז תשפ"ד 📝
  • פראטעסירטער דרייען איבער די גאסן אין ווענעזועלע נאך צווייפעלדיגע וואל רעזולטאטן

    ווענעזועלא - א לאנד אין דרום אמעריקע - גייט יעצט דורך א שטורעמישע צייט, מיט פראטעסטן איבער די גאסן און פראטעסטירער וואס נעמען איין דעם הויפט לופטפעלד פון לאנד. סטאטועס ווערן אומגעווארפן, און די סיטואציע איז זייער אנגעשטרענגט. וואס האט פאסירט? ווער האט ארויסגערופן די אויפברויז פון די מאסן? עס זענען פארגעקומען וואלן, און טוט זיך הויך יום טוב ווער עס איז דער געווינער. דער יעצטיגער פרעזידענט ניקולאס מאדורא באהויפטעט אז ער האט באקומען 51% פון די שטימען און דערפאר בלייבט ער אויפן אמט. אבער פילע אנדייטונגען און זיין היסטאריע צייגן אז ער פרובירט זיך האלטן ביים מאכט, כאָטש ער האט העכסט ווארשיינליך פארלוירן צום אפאזיציע פירער, פרוי קארינא. &nbsp; די שכינות'דיגע לענדער בראשם די פאראייניגטע שטאטן האבן קלאר געזאגט אז זיי וועלן נישט טאלערירן אזעלכע אומלעגאלע שטיקעס, און זיי פארלאנגען אויפריכטיגע און אפענע רעזולטאטן. דער פרעזידענט פון ארגענטינע מיילי האט זיך אויסגעדרוקט שארף און קלאר "דער דיקטאטור מאדורא דארף שוין פליען." &nbsp; וואס איז דער אמת, און וויאזוי קענען מיר וויסן? אבער אויב מיר נעמען היינט ארויס א חומש און הייבן אן די סדרה - וואס מטות און מסעי צוזאמען איז די לענגסטע סדרה, 250 פסוקים - און מיר ענדיגן עס אויף סוף וואך, זענען מיר זיכערע געווינער. דערפאר ווילן מיר דא אויסרופן בשם הרבנים הגאונים שליט"א, איש בל יעדר, יעדער מוז ארויסקומען וועלן. "הבחור בעמו ישראל באהבה", מיר וועלן וואוטן פארן אויבערשטן, און דער אויבערשטער וועט אונז אויסוועלן, און מיר וועלן ארויסגיין דער זיגער, לקדש שם שמים.&nbsp; &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז די מצב אין די וועלט זאל זיך בארואיגן, אלע פראטעסטירער זאלן אהיים גיין, און דער אמת'ער זיגער זאל ארויסקומען. אבער מיר דארפן זיך בעיקר זארגן אז מיר זאלן זיגן אונזער אפאזיציע דעם יצר הרע וואס פרובירט מיט אלע כחות מיר זאלן קאנסידן צו אים, אבער הי' לא תהי' מיר וועלן בלייבן קעמפן פאר'ן אמת'ן זיגער, און בשם השם נעשה ונצליח.

    < זעה מער כג תמוז תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 76 to 90 of 186 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com