Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • דער לאנג ערווארטערטער אלבום "איך דארף נישט קיינעם" ערשינען!

    נאך חדשים וואס דער ראש ישיבה שליט"א ארבעט אויפן נייעם אלבום "איך דארף נישט קיינעם", האט דער אייבישטער געהאלפן, אז דער נייער אלבום איז היינט ערשינען לאור עולם, צו די גרויסע שמחה פון אלע אונזערע ליינער.   אין דעם פראיעקט איז אריינגענומען געווארן דאס בעסטע פון דאס בעסטע. דער ראש ישיבה האט אויסגעוועלט און געקליבן די בעסטע ניגונים פון ישיבה, און ב"ה עס איז געלונגען צוזאם צו שלעפן א פראפעסיאנאלע סטעף פון די בעסטע מוזיקאלישע עקספערטן פון אמעריקע און ארץ ישראל וואס האבן באגלייט און ארענדזשט דעם גאנצן פראיעקט, און אויסגעשטעלט די מוזיק מיט די באגלייטונג פון א גאר רייכע היימישע כאאר. עס איז געווארן אראפגעכאפט אין די פארגעשניטענסטע רעקארדינג סטודיאס, און געווארן געמיקסט דורך די בעסעטע מיקסינג מומחים.   דער אייבישטער האט געהאלפן, אז עס ארויסגעקומען א גאר גאר רייכער אלבום, מיט א קאלעקציע פון ניגונים וואס בארירן די טיפסטע סטורנעס פון הארץ, פלאקערן אויף די אידישע נשמה, און בלאזט אריין חיות אין אידישע קינדער.   די וואס האבן עס אויסגעהערט זאגן עדות, אז אזא סידי איז נאך נישט געווען אויף די אידישע מארקעט, א סידי וואס איינמאל מען לייגט עס אריין אינעם פּלעיער, קומט עס נישט ארויס פון דארט, עס ציעט דאס הארץ, און צינדט א אומאויפערליכע בענקעניש צום אייבערשטן, וואס מען קען נישט אויסלעשן.   💿 צו קויפן דער סידי פאר בלויז $2.99 🎧 צו הערן דעם סידי אנליין אויף "ברסלב סענטער" 💿 שיינע סידיס פון ישיבה פאלגענד זענען די עלף טרעקס פון דעם נייעם הערליכן אלבום:   1 - באניי מיר באשפער באניי מיר מיין הארץ, איך וויל זיך צו דיר צוריק קערן,  באשפער באניי מיר מיין הארץ, איך וויל שוין א צדיק ווערן, באשפער באניי מיר אינגאנצן, פלאקער מיר אויף מיין הארצן, איך הייב יעצט אן פון ניי!   2 - איך דארף נישט קיינעם מי לי בשמים, ועמך לא חפצתי בארץ, איך דארף נישט קיינעם, נאר דיר באשעפער אליין! נישט דער וועלט, נישט יענער וועלט, נאר דיר באשעפער אליין!   3 - נארישקייטן ווילאנג נאך - רבונו של עולם, וועל איך טון נארישקייטן, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד!   4 - טאטע טאטע, איך וויל זיין אן ערליכער איד, דער יצר הרע ברענט און בריעט, ער לאזט מיר נישט אפ, ער ווארפט מיר כסדר אראפ.   טאטע - וויפיל איך פרוביר, ס'געט זיך גארנישט קיין ריר, איך ווער נאר אלץ ווייטער און ווייטער פון דיר.   טאטע - איך בין אזוי צובראכן, אזוי ווייט בין איך פארקראכן,  מיין נשמה - צושניטן און צוריסן, אין די זייט, אזוי ווייט, אזא לאנגע צייט.   טאטע - איך פאלג נאר דעם יצר דעם שלעכטן, אוי - ווער קען מיין נשמה פאררעכטן, יעדן טאג - איך ווער נאר ערגער פון נעכטן.   טאטע - איך גייט טון וואס דער רבי זאגט, רעדן צו דיר יעדן טאג, דאס איז די איינציגסטע עצה וואס איך פארמאג,   טאטע - די עצה פון רעדן צו דיר, דערציילן א יעדע ריר, קיין אנדערע עצה איז נישטא פאר מיר.   טאטע - דער רבי טוט אונז דערמאנען, קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען, מ'דארף זיך מיטן אייבערשטן אויס'טענה'ן, נישט אפלאזן, נישט אויפגעבן, א גאנצן לעבן.   טאטע - איך לאז אפ די וועג דעם שלעכטן, איך גיי מיינע מעשים פאררעכטן, איך וועל היינט זיין בעסער פון נעכטן.   5 - א גוטע עצה ותקנינו בעצה טובה מלפניך, רבונו של עולם, טאטע זיסער, געב מיר א גוטע עצה, איך זאל וויסן - וויזאוי זיך צו פירן.   6 - איך שריי טאטע איך שטיי אליינס צומישט, איך ווייס נישט די וועג, וואו אנצופאנגען,   ארויסגיין פון מיין שלעכסט, פון מיין יצר הרע, וואו איך בין געפאנגען.   איך בין אינגאצן פארלוירן, וואס גייט פאר מיט מיר, טאטע עפן מיר מיין מויל, איך וויל רעדן צו דיר!   טאטע, איך שריי צו דיר טאטע, איך בעט פון דיר טאטע, נעם אן מיין געבעט, אוי!   רבונו של עולם, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך וויל זיין ערליך.   די יצר הרע ברענט, איך האלט עס מער נישט אויס,   ס'איז אזוי געפערליך!   רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל באמת תשובה טון, עפן מיר די טיר!   טאטע, איך שריי צו דיר טאטע, איך בעט פון דיר טאטע, נעם אן מיין געבעט, אוי!   איך פיל מיך אזוי גוט, איך פיל מיך אזוי פיין, ווען איך טראכט פון דיר.   אפילו איך בין אליין, קיינער קען מיר נישט פארשטיי, אבער דו ביסט מיט מיר.   אין א יעדע מצב, נישט קיין חילוק וואס איך טו, פיל איך אזוי גוט, ווייל דו ביסט מיט מיר!   טאטע, איך שריי צו דיר טאטע, איך בעט פון דיר טאטע, נעם אן מיין געבעט, אוי!   7 קיין יאוש ברודער הער זיך צו, וואס דער הייליגער רבי טוט אונז זאגן: "געוואלד, זייט אייך נישט מייאש, וואס ס'זאל נאר זיין!"   ס'וועט נאך קומען גוטע צייטן, ס'וועט נאך זיין גוט, ברודער ברודער - זייט אייך נישט מייאש!   8 - אין ברסלב אין ברסלב ברענט א פייער, צינד עס אן אין מיין הארץ,   איך האב אויסגעפירט, און איך וועל אויספירן, איך האב געענדיגט, און איך וועל ענדיגן, איך בין א טייך וואס רייניגט, פון אלע שמוציגע פלעקן.   איך בין א וואונדער, און מיין נשמה איז א גרויסע וואונדער, אזא חידוש ווי איך בין, איז נאך קיינמאל נישט געווען.   9 - קשיות רבנו של עולם, איך בין אינגאנצן אליין. רבונו של עולם, קיינער קען מיר נישט פארשטיין! העלף מיר - רבונו של עולם: איך זאל נישט האבן קיין קשיות אויף דיר, איך זאל אייביג גלייבן אין דיר.   אוי אוי - העלף מיר שוין, העלף מיר - רבונו של עולם, איך זאל נישט האבן קיין קשיות אויף דיר, איך זאל אייביג גלייבן אין דיר.   10 - דע דע, שעיקר הדביקות והתחברות להשם יתברך, הוא על ידי התפלה.   אזוי זאגט דער היילגער רבי, אין ליקוטי מוהר"ן די צווייטע חלק סימן פ"ד, וויאזוי קען א מענטש ווערן נאנט צום הייליגן באשעפער, קען מען נאר דורך תפלה.   11 - געוואלד היילגער באשעפער, וואס וועט זיין מיט מיר, הייליגער באשפער, איך וויל זיך צוריק קערן צו דיר, געוואלד, טאטע אוי געוואלד, איך גיי דאך שוין אהיים צו דיר באלד! געוואלד, טאטע אוי געוואלד,   וואס וועל איך נעמען מיט מיר אין די האנט.  

    < זעה מער ז אדר ב' תשפ"ב 📝
  • נייע דראמאטישע מוזיק ווידיא: רוסלאנד אדער אוקריינא

    לאור די אנגעצויגענע מצב וואס די נייעס לייגט אראפ, ווי מען הערט וואס טוט זיך אין די שטעט אין אוקראינע, און פילע אידן ווערן זייער איבערגעשראקן, און עס כאפט זיי אן א פחד "וואס גייט זיין?", "וויאזוי גייט זיך דאס אויסלאזן?", האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעגעבן א נייע חיזוק ניגון, א מוזיק ווידיא וואס צילט אריינצובלאזן אמונה און חיזוק אין אידישע הערצער, מען זאל געדענקען אז "דער אייבישטער איז דא", און ער האט געפירט די וועלט ביז יעצט, און ער וועט עס ווייטער פירן זייער שיין, און אז מען קען נאר אנטלויפן צום אייבערשטן, און אז די עצה פטור צו ווערן פון אלע שרעקן און פאביעס, איז צו פארציילן פארן אייבערשטן אלע מחשבות און פחדים וואס פּאַראַליזירן דעם מח, און אזוי וועט מען זוכה זיין צו די רואיגקייט וואס נאר אמונה און בטחון קען געבן. &nbsp; דער ראש ישיבה זאגט, אז די בעסטע איז בכלל נישט צו הערן און ליינען קיין נייעס, ווייל זיי לייגן אריין די שרעק און פאביעס אין זייערע ליינער און צוהערער, נאכן ליינען די נייעס קען זיך חס ושלום דאכטן אז פּוטין, ביידען, נאַטאָ אדער די יו-ען זיי פירן ח"ו די וועלט, און מען פארגעסט אז אז עס פארהאן נאר איין "וועלט פירער", דער אייבישטער דער מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, וואס לב מלכים ושרים איז נאר אין זיינע הענט.&nbsp; &nbsp; אין די יעצטיגע צייט ווען אונזערע אידישע ברודער אין אוקראינא און אין די ארומיגע לענדער מאכן מיט א שווערע פעקל, ווארט דער אייבישטער אז מיר זאלן זיך אויפוועקן און זיך דערמאנען פון אים, און ווענדן צו אים אונזערע תפילות, אז אלע אידן זאלן ארויסגיין פון זייער שווערע מצב. פאלגענד איז די ווערטער פונעם ניגון: &nbsp; ס'פאלן באמבעס, מ'זעט חורבנות, מ'שלאגט זיך, און מ'שיסט אין אוקראינא, מענטשן דערשראקן, משפחות אנטלאפן, א גאנצע נאכט בין איך אויף, איך הייב אָן וויינען. &nbsp; אלעס איז טונקל, איך זיץ אין מיין ווינקל, און איך טראכט, מיט פארדאכט, עס קומט א גרויסע קראך, עס קומט אַן אַטאם, ס'סטאַפּט זיך מיין אָטעם, איך ווער נערוועז און צוקאכט, איך כאפּ א נערוון-בראך. &nbsp; דער אייבישטער איז דא, דער אייבישטער איז דא, זאג אים אויס דיין גאנצע שרעק, גייט אלעס אוועק. &nbsp; נישטא וואו צו גיין, נאר צו אים אליין, זאג אים אויס דיין גאנצע שרעק, גייט אלעס אוועק. &nbsp; פוטין געבט מכות, ערנסטע אטאקעס, איך בין באזארגט - וואס איז דארט, קיעוו ערעפּאָרט, איך האב נישט קיין מנוחה, איך גיין מאכן א בריחה, אין א הייל - אפגעטיילט, פון די גאנצע וועלט. &nbsp; ביטער איז די נייעס, עס קריגן זיך די דיעות, וואס צו טון מיט רוסלאנד, יעדער איז באקאנט, וואדקע בויקאטירן - מער נישט אימפּארטירן, רוסישע פראדוקציע, גייט מען פרירן. &nbsp; דער אייבישטער איז דא, דער אייבישטער איז דא, זאג אים אויס דיין גאנצע שרעק, גייט אלעס אוועק. &nbsp; נישטא וואו צו גיין, נאר צו אים אליין, זאג אים אויס דיין גאנצע שרעק, גייט אלעס אוועק. &nbsp; 🎼 מוזיק ווידיא: רוסלאנד אדער אוקריינא&nbsp;&nbsp; 📰 אנשי שלומינו זענען מתפלל אז מען זאל קענען פארן אויף אומאן אויף ראש השנה 💬 וויאזוי האלט מען זיך רואיג אין א צייט פון מלחמה?

    < זעה מער כח אדר א' תשפ"ב 📝
  • קרן הדפסה פושקע דרייוו

    קרן הדפסה היכל הקודש פאררופט אין די טעג א מאסיוון "פושקע דרייוו" אויסצוליידיגן די פושקעס פון אנשי שלומינו פון אלע געגנטער. &nbsp; פילע ווילן וויסן וואו מען קען איינטוישן די פולע פושקעס וואס מען האט אינדערהיים, אין קאר אדער אין אפיס, אדער וואו מען קען באקומען א נייע פושקע, האט מען צוליב דעם אויפגענומען פושקע גבאים צוזאם צו נעמען די פושקעס פונעם קרן הדפסה היכל הקודש פאר אלע געגנטער, וואס זיי וועלן זיין גרייט אויפצופיקן די פושקעס פונעם עולם און עס ברענגען צום בית הדפוס, כדי מען זאל קענען ממשיך זיין דאס דרוקן נאך און נאך ספרים. &nbsp; די ליסטע פון די גבאים איז ווי פאלגנד: וויליאמסבורג &ndash; מו"ה אשר יעקב בלום 917-657-4669 בארא פארק &ndash; החתן משה בוים 646-328-8483 מאנסי &ndash; מו"ה זושא פריעדמאן 845-213-7325 קרית יואל &ndash; מו"ה יצחק יונה זאבעל 640-1743 845 קרית ברסלב &ndash; מו"ה אהרן לונגער 347-988-5253 לעיקוואד &ndash; מו"ה עמרם רייכמאן 347-374-0966 &nbsp; אויב זעט איר קיין גבאי אין אייער געגנט און איר זענט וויליג צו האבן די זכיה צו ווערן א גבאי אין אייער געגנט, ביטע אריין רופן אין אפיס פון קרן הדפסה היכל הקודש, און לאזן וויסן אייער גרייטקייט, און מיר וועלן עס מעלדן אם ירצה השם. &nbsp; עס איז וויכטיג צו געדענקען אז יעדע פרוטה וואס מען גיבט וועט בעז"ה ווערן גענוצט צו קענען דרוקן נאך א קונטרס און נאך א ספר, וואס דאס וועט מחי' זיין נאך א איד און אים ווייזן די וועג ארויס פון אלע צרות און פראבלעמען, און אים ברענגן צו די גרעסטע מדריגות. &nbsp; על ידי הפצה ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו

    < זעה מער כז אדר א' תשפ"ב 📝
  • דרשות פון ראש ישיבה אויף יו. עס. בי איז שוין פארטיג בשטו"מ

    נאך אן אימערמידליכע ארבעט פון חדשים לאנג, איז א פרייד צו מעלדן אז עס איז שוין ארויסגעקומען די ערשטע פיר "יו-עס-בי"ס מיט פילע שיעורים, דרשות, און מוזיק סידיס פון ישיבה. &nbsp; די מפיצים זאגן, אז זיי הערן נישט אויף צו הערן בקשות פון אינג און אלט "איך דארף א יו-עס-בי פון שיעורים", און כאטש עס איז שוין געווען איינס, איז עס שוין געווען פון עטליכע יאר צוריק, און אויך גאנץ ווייניג. דערפאר האט זיך דער קרן הדפסה אריינגעלייגט אין די ארבעט צו מסדר זיין און ארויסגעבן יו עס בי'ס וואס וועט פארשפרייט ווערן אין כלל ישראל דורך די הייליגע מפיצים. &nbsp; דערווייל האט ארויסגעגעבן פיר יו עס בי'ס ועוד ידם נטויה בעזרת השם יתברך, ארויסצוגעבן בקרוב נאך יו-עס-בי'ס פון נאך שיעורים, דרשות, און מוזיק אלבומס. &nbsp; פאלגענד זענען די תוכן פון די יעצטיגע יו-עס-בי'ס: יו-עס-בי #10: אנטהאלט בערך 12.5 גיגאבייט, און בערך 230 שעה אוידיא: &bull; 21 מוזיק אלבומס (3 טאנץ מיט אמונה אלבומס - טאנץ מיט קאראנע - פון יעצט - סינגלס - 8 ניגונים פון תשובה אלבומס - 4 גראמען אלבומס - 3 נוסח אלבומס) &bull; טעגליכע דרשות זומער תשפ"א (98 דרשות) &bull; דרשות פאר אינגעלייט תשע"ט (33 דרשות) &bull; דרשות פאר אינגעלייט תש"פ (30 דרשות) &bull; דרשות פאר אינגעלייט תשפ"א (42 דרשות) &nbsp; יו-עס-בי #11: אנטהאלט כמעט 14 גיגאבייט, און נאנט צו 250 שעה אוידיא: &bull; 21 מוזיק אלבומס (3 טאנץ מיט אמונה אלבומס - טאנץ מיט קאראנע - פון יעצט - סינגלס - 8 ניגונים פון תשובה אלבומס - 4 גראמען אלבומס - 3 נוסח אלבומס) &bull; טעגליכע דרשות זומער תשפ"א (98 דרשות) &bull; טעגליכע דרשות ווינטער תשפ"א (115 דרשות) &bull; קריאת מגילת אסתר פון ראש ישיבה &bull; דרשות פאר אינגעלייט תש"פ (30 דרשות) &nbsp; יו-עס-בי #12: אנטהאלט נאנט צו 14 גיגאבייט, און בערך 250 שעה אוידיא: &bull; 21 מוזיק אלבומס (3 טאנץ מיט אמונה אלבומס - טאנץ מיט קאראנע - פון יעצט - סינגלס - 8 ניגונים פון תשובה אלבומס - 4 גראמען אלבומס - 3 נוסח אלבומס) &bull; טעגליכע דרשות זומער תשפ"א (98 דרשות) &bull; טעגליכע דרשות ווינטער תשפ"א (115 דרשות) &bull; דרשות פאר פרויען תשע"ט (15 דרשות) &bull; דרשות פאר פרויען תש"פ (16 דרשות) &bull; דרשות פאר פרויען תשפ"א (19 דרשות) &nbsp; יו-עס-בי #13: אנטהאלט איבער 13 גיגאבייט, און בערך 230 שעה אוידיא: &bull; 21 מוזיק אלבומס (4 טאנץ מיט אמונה אלבומס - טאנץ מיט קאראנע - פון יעצט - סינגלס - 8 ניגונים פון תשובה אלבומס - 4 גראמען אלבומס - 3 נוסח אלבומס) &bull; טעגליכע דרשות זומער תשע"ט (100 דרשות) &bull; טעגליכע דרשות זומער תש"פ (93 דרשות) &nbsp; שמעו ותחי נפשכם 🎧 יו-עס-בי #10 שוין דא צו באקומען אויפן וועבסייט 🎧 יו-עס-בי #11 שוין דא צו באקומען אויפן וועבסייט 🎧 יו-עס-בי #12 שוין דא צו באקומען אויפן וועבסייט 🎧 יו-עס-בי #13 שוין דא צו באקומען אויפן וועבסייט &nbsp; 💿 הערליכע סידיס פון ישיבה &nbsp;

    < זעה מער כב אדר א' תשפ"ב 📝
  • קרן הדפסה גרייט זיך צו פורים הבעל"ט

    דער אלעמען באקאנטער קרן הדפסה היכל הקודש גייט ווייטער אן מיט זייער הייליגע ציל פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים. פילע ספרים ווערן כסדר געדרוקט מיט די גאנצע פלייס, און אידן פון איבער די גאנצע וועלט צוכאפן עס און זענען זיך מחיה מיט די אלע הייליגע ספרים. לעצטענס זענען געדרוקט געווארן פילע נייעס ספרים וואס זענען שוין נישט געווען צו באקומען פאר א לאנגע צייט, און עס איז געווען א גרויסע פארלאנג עס ווידער צו דרוקן. &nbsp; צווישן די ספרים ציילן זיך צוויי בענדער אשר בנחל אידיש וואס איז שוין נישט געווען צו באקומען חלק א', חלק ו', לכבוד פורים האט מען יעצט איבערגעדרוקט דעם מגילת אסתר עם פריש גנזי המלך, אויך גרייט מען זיך שוין צו פסח, מיטן איבערדרוקן דעם הגדה של פסח אור זרוע אידיש, און אויף לשון הקודש, אזוי אויך זענען ארויס לאור עולם נאך פילע שיינע ספרים פול מיט אמונה, חיזוק און עצות, צום ביישפיל די ספרים פארליר זיך נישט, א אידישע שטוב, אוצר האמונה, קדושת ישראל, א גוטע וואך, א נייע וועלט, קלאפ זיך נישט אראפ, A system of learning, און נאך פילע ספרים. &nbsp; די אלע ספרים זענען דא צו באקומען ביים קרן הדפסה היכל הקודש, ביי די מפיצים, אזוי אויך קען מען עס קויפן אויפן ברסלב סענטער געשעפט, וואס שיקט כסדר ארויס פילע ארדערס איבער די גאנצע וועלט פון ספרים און קונטרסים פונעם הייליגן קוואל פונעם הייליגן רבין. &nbsp; אזוי אויך האט מען ארויסגעלייגט א שיינע פורים קאלעקשאן אויפן וועבסייט, וואס האט א שיינע אויסוואל פון זאכן לכבוד פורים, צווישן זיי הפצה קארטל אויף פורים, א פרייליכן פורים, שמחת פורים, פורים שמח, און מגילת אסתר עם פריש גנזי המלך. &nbsp; אין די זעלבע צייט גרייט מען שוין צו דעם פסח קאלעקשאן, וואס וועט אנטהאלטן פילע גאר שיינע ספרים און קונטרסים בעזרת השם יבתרך. &nbsp; ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר &nbsp;

    < זעה מער כא אדר א' תשפ"ב 📝
  • נייע סידי פון ישיבה "איך דארף נישט קיינעם", ערווארטעט גאר בקרוב

    מיט יעדן דורכגייענדן טאג, גייט די ארבעט אויפן די צוויי נייע מוזיק אלבום פונעם ראש ישיבה ווייטער, ברוך השם אז נעכטן איז מען ווייטער געגאנגען ווען מען האט פארברענגט א גאנצע טאג אין סטודיא, צוערשט האבן די קווייער געזונגען פילע ניגונים אינעם סטודיא פאר עטליכע שעה, דערנאך איז דער ראש ישיבה אריבער געקומען און געזונגען פילע שטיקלעך וואס עס האט נאך געפעלט פאר נאך עטליכע שעה. &nbsp; געלויבט דער אייבישטער אז די ארבעט איז ארויסגעקומען הערליך שיין, און יעצט ארבעט מען אויס און מען "מיקסט" און מען באארבעט אלע רעקארדינגס עס אריינצולייגן אויפן ריכטיגן פלאץ און אזוי אויך מאכט מען זיכער אז די שטומעס זאל ארויסקומען שיין און קלאר. &nbsp; לויט ווי עס זעט יעצט אויס, האפט מען אז דער איין אלבום, (וועט זיין אויף אן ענליכן פארמאט ווי דער געלונגענער סידי "פון יעצט") וואס דער ראש ישיבה האט א נאמען געגעבן "איך דארף נישט קיינעם", וועט שוין ארויסקומען לאור עולם, אויף ראש חודש אדר ב' הבעל"ט. &nbsp; עקסטער פון דעם ארבעט מען יעצט אויף א צווייטע אלבום, וואס וועט זיין דער פערטער אינעם סעריע פון טאנץ מיט אמונה, אויף וואס עס ווערט יעצט אריינגלייגט אסאך צייט און כח. &nbsp; די שיינע סידיס פון ישיבה קען מען הערן איינמאל און נאכאמאל אן אויפהער, און יעדעס מאל שפירט מען פון פריש ווי די חיזוק און אמונה פון די הייליגע ניגונים גייען אריין אין זיך און פרישט אויף דעם מענשט, און בלאזט אריין פרישע חיות און כחות ווייטער אנצוגיין מיטן לעבן, און ווידער זיך צוריק קערן צום אייבערשטן. 💿 שיינע סידיס פון ישיבה &nbsp;

    < זעה מער טז אדר א' תשפ"ב 📝
  • נייע אפטיילונג "נוסח שבת ויום טוב" אויף קול ברסלב

    אין נאך א רינגעלע אין דעם הערליכע קייט פון דברי חיזוק, שיעורים, דרשות, ניגונים, סיפורים, שמועסן, און פיל מער, וואס מען קען הערן אויפ'ן בארימטן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין, פון וואס די צענדליגע טויזנטער צוהערער פון די גאנצע וועלט שעפן חיות, ווי שוין ברייט באריכטעט דא נישט לאנג צוריק, איז יעצט צוגעקומען א פרישע אפטיילונג אויפן ליין: "נוסח שבת ויום טוב", פון וואס פילע אידן האבן זיך שוין מחי' געווען און וועלן זיך נאך מחי' זיין. &nbsp; מען קען עס טרפען אויפן סיסטעם דורכן דרוקן 1️⃣ פאר אידיש, 5️⃣ פאר היכל נגינה, און 4️⃣ פאר נוסח. דא וועט איר טרעפן א הערליכער אויסוואל פון נוסח לשבת ויום טוב, אין צוגאב צו די נוסח פון ימים נוראים וואס איז שוין געווען ביז יעצט אויפ'ן ליין. &nbsp; דערווייל האט מען שוין ארויפגעלייגט צו קענען הערן די נוסח פון קבלת שבת, קידוש שבת קודש, שוכן עד שבת צופרי, שחרית לשבת, ממקומך, ברכות הפטורה, און ראש חודש בענטשן; אויף יום טוב האט מען שוין געלייגט מערבית און קידוש; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען בקרוב צולייגן נאך אסאך שיינע נוסחות, פון וואס פילע וועלן מיטן אייבערשטנס הילף שטארק הנאה האבן. &nbsp; אויך קען מען דארט הערן "זמירות" פאר שבת קודש און מוצאי שבת קודש, אזוי ווי מען זינגט עס אין ברסלב, מיט נאך שיינע ניגונים וואס מען קען זינגען לכבוד שבת קודש. מען הערט צוריק ברוך השם פילע גוטע גריסן פון אידן וואס האבן גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם נייעם אפטיילונג. &nbsp; כבד את ה' מגרונך! 📰 200 אינהאלטספולע אינטערוויוס אויף "קול ברסלב" 🛒 קול ברסלב הפצה קארטלעך 📖 שבת קאלעקשאן אויף ברסלב סענטער

    < זעה מער יב אדר א' תשפ"ב 📝
  • איבער 200 אינטערוויוס אויף קול ברסלב אפגעצייכענט

    לכבוד דעם צוויי הונדערטסטן אינטערוויו אויפן פאפולערן קול ברסלב האטליין, האט דער באקאנטער איש החסד מו"ה ארי פיש הי"ו אינטעריוויוט הרב יואל טייטלבוים שליט"א וואס איז מהנה א גאנץ יאר די צענדליגע טויזנטער צוהערער טאג טעגליך פון קול ברסלב מיט די כסדרדיגע גאר אינהאלטספולע אינטערוויוס, ווי ער געבט איבער פון זיין ערפארונג וואס עס מיינט צוצושטעלן די אינטערוויוס טאג טעגליך, נאכדעם וואס ער איז א גאנצן טאג אן איבערגעגעבענער מלמד און מנהל, פאר די טייערע צאן קדשים אינעם תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, אויסער דעם לייגט ער אריין גרויסע כוחות ארויפצוברענגען כמעט טאג טעגליך נייע באלערנדע און דראמאטישע אינטערוויוס וואס הייבן אויף די געמיטער און דערנענטערן אידישע קינדער צום אייבערשטן. הר"ר יואל פארציילט, אז דער געלונגענער און מערסט פאפולערסטער ווינקל אויפן האטליין פון אינטערוויוס איז געבוירן געווארן דורך א זאך וואס האט צו אונזערע אויגן געקענט אויסגעזען ווי א גרויסער דורכפאל. פאר צוויי יאר צוריק איז געווען אפגעשמועסט צו אינטערוויוען עטליכע אנשי שלומינו פאר א פראיעקט וואס מו"ה ישראל סאמעט הי"ו האט געוואלט צושטעלן אויפצושפילן צום יארצייט פון מוהרא"ש, און דער אייבערשטער האט אזוי צוגעפירט אז אסאך פון די וואס האבן זיך געהאט צוגעגרייט איז מען נישט אנגעקומען. דאס אלעס האט דער אייבערשטער אזוי צוגעפירט בהשגחה פרטית און האט געעפנט די טירן צו דעם גאר געלונגענעם אפטיילונג וואס האט שוין מחזק און מקרב געווען טויזנטער אידן, ועוד ידם נטויה בסייעתא דשמיא. דער "קול ברסלב" ליין באקומט אריין טעגליך צענדליגע טויזנטער רופער פון איבער די גאנצע וועלט וואס זוכן זיך אויפצופרישן און זיך מחי' זיין מיט די הייליגע ווערטער פון הייליגן רבין אין די פילע געשמאקע אפטיילונגען, וואס בלאזט אריין א פרישע גייסט אנצוגיין אין לעבן, און זיך שטארקן אין אלע מצבים. אנגעהויבן מיט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א וואס זענען א וועג ווייזער פאר פילע אידישע קינדער, וואס מאכן זיכער נישט אויסצולאזן קיין איין שיעור, וועלדיג הערן ריכטיגע הדרכה אין לעבן, צו דינען דעם אייבערשטן און וויסן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי זיך אומצוגיין אין לעבן אין אונזער שווערע דור, און האבן א גליקליך לעבן ברוחניות און בגשמיות. אויסערדעם ווילן מענטשן אויך מיטהאלטן וואס עס טוט זיך אין די קארידארן פון היכל הקודש, ווי אזוי זאכן גייען צו, ווי אזוי זאכן ווערן געמאכט, ווי אזוי מענטשן נעמען אויף די לימודים, ווי אזוי גייט דאס ארויס אויף דער וועלט, און אזוי ווייטער. און דער חלל צילט דער אינטערוויוס אפטיילונג צו ערפילן, וואו מען שטעלט צו אינטערוויוס מלא תוכן, וואו מ'הערט גאר אסאך אינטערעסאנטע אינפארמאציע אין פילע תחומים. יעצט איז אפגעצייכענט געווארן א חשובער מאמענט, ווען די אינטערוויוס האבן אריבערגעשפרייזט דעם נומער צוויי הונדערט אינטערוויוס וואו מ'קען הערן וואס טוט זיך פון הונטער די קוליסן אין אלע צענטערן פון היכל הקודש איבער די וועלט. "קול ברסלב" האט לאקאלע טעלעפאן נומער אין אלע לענדער ווי אידן געפונען זיך איבער די גאנצע וועלט. אמעריקע (ניו יארק) 212-444-9191, אפסטעיט ניו יארק 845-351-0910, קאנאדא 438-300-8080, ענגלאנד 03303502361, ארץ ישראל 0797040066. די אינטערוויוס קען מען טרעפן דורך דרוקן&nbsp; 1️⃣ פאר אידיש, 7️⃣ פאר פאמיליע ווינקל, און 5️⃣ פאר אינטערוויוס.&nbsp; דאס איז אין צוגאב צו די פילע פארשידנארטיגע אינטערעסאנטע אפטיילונגען אויף "קול ברסלב", צוגעפאסט פאר יעדן איינעם, יעדער זאל זיך קענען טרעפן זיין געשמאקע ווינקל מיט וואס זיך מחי' צו זיין. &nbsp; 📰 מפתח פון די ערשטע הונדער אינטערוויוס 🛒 קול ברסלב הפצה קארטלעך &nbsp; פאלגענד איז די ליסטע פון די פילע אינטערעסאנטע אפטיילונגען פון "קול ברסלב" ווי יעדער קען זיך טרעפן מיט וואס צו מחי' זיין לויט ווי זיין הארץ באגערט: &nbsp; דרוקט ① פאר אידיש, און דערנאך: &nbsp; 0️⃣ אפדעיטס און נייעס &nbsp; 1️⃣ חיזוק יומי &bull; נייע שיעורים ◀❶ חיזוק יומי פון ראש ישיבה שליט"א ◀❷ חיזוק יומי פון מוהרא"ש זי"ע ◀❸ שארטקאטס צו די נייעסט שיעורים ◀◀❶ טעגליכע שיעור ◀◀❷ וועכענטליכע שיעור ◀◀❸ בבלי ◀◀❹ חיזוק פון בבלי ◀◀❺ ירושלמי ◀◀❻ רמב"ם ◀❼ קאראנע&nbsp; ◀❾ ענינא דיומא ◀◀❶ ראש השנה ◀◀❷ יום כיפור ◀◀❸ סוכות ◀◀❹ חנוכה ◀◀❺ פורים ◀◀❻ פסח ◀◀❼ ל"ג בעומר ◀◀❽ שבועות ◀◀❾ תשעה באב ◀◀❿ ט"ו באב &nbsp; 2️⃣ שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א ◀❶ טעגליכע דרשות ◀❷ וועכענטליכע דרשות ◀❸ מועדים וזמנים ◀❹ משניות ◀❺ שו"ת און בריוו ◀❻ שולחן ערוך ◀❼ גמרא בבלי ◀❽ שיעורי נ"ך ◀❾ גמרא ירושלמי ◀❿ חיזוק קאלס ◀⓫ משנה תורה להרמב"ם &nbsp; 3️⃣ שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע ◀❶ בראשית ◀❷ שמות ◀❸ ויקרא ◀❹ במדבר ◀❺ דברים ◀❻ מועדים וזמנים ◀❼ פארשידענע דרשות ◀❽ שיעורים אין ליקוטי מוהר"ן ◀❾ שמועסן פון פריערדיגע יארן &nbsp; 4️⃣ מלמדים שטיבל &bull; אנדערע שיעורים ◀❶ שיעורים פון הרב יצחק לעזער שליט"א ◀❷ מלמדים שטיבל &bull; שיעורי חינוך &bull; אינטערוויוס ◀◀① מלמדים שטיבל ◀◀② חינוך שמועסן פון די גמרא שיעורים פון ר"י ◀◀③ חינוך שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א ◀◀④ חינוך שיעורים אין ת"ת היכל הקודש וומ"ס ◀◀⑤ אינטערוויוס מיט מלמדים און מחנכים ◀❸ הלכה &nbsp; 5️⃣ היכל ניגנה ◀⓿ אלע ניגונים שאפל רענדאם&nbsp; ◀❶ ווארימע ניגונים ◀❷ גראמען ◀❸ לעבעדיגע ניגונים ◀❹ נוסח ◀❺ סינגלס ◀❻ ניגונים אן מוזיק לימי הספירה &nbsp; 6️⃣ שיעורים מיטצוזאגן ◀❶ משניות ◀❷ תהילים &bull; תיקון הכללי &bull; תפילת הדרך &bull; פרשת המן ◀❸ חומש ◀❹ בבלי, ירושלמי, תוספתא נצחי ◀❺ ליקוטי מוהר"ן &nbsp; 7️⃣ פאמיליע ווינקל ◀❶ מעשיות פון תפלה ◀❷ סיפורי מעשיות ◀❸ סיפורי צדיקים ◀❹ הפצה בליצן ◀❺ אינטערוויוס ◀❻ לאנטש ברעיק שמועסן ◀❼ שיחת חברים &nbsp; 9️⃣ נדבות &bull; אנווייזונגען &bull; הוקאפ &bull; מערכת ◀❶ נדבות ◀❷ אנווייזונגען ◀❸ צו באקומען חיזוק יומי&nbsp; ◀❹ די טעלעפאן נומערן פון קול ברסלב ◀❺ לייוו הוקאפ ◀❾ לאזן א מעסעדזש &nbsp; שמעו ותחי נפשכם!

    < זעה מער ה אדר א' תשפ"ב 📝
  • ספר אוצר שלום בית

    אין די יעצטיגע טעג האט מען איבערגעדרוקט פון פריש דעם הייליגן ספר "אוצר שלום בית", וואס איז איינע פון די פאפולערסטע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע. דער ספר איז שוין איבערגעדרוקט געווארן הונדערטער מאל במשך די יארן, און איז שוין פארשפרייט געווארן אין די הונדערטער טויזנטער איבער די גאנצע וועלט, און האט שוין מחזק געווען פילע טויזענטער אידישע קינדער מיט עצות און חיזוק צו טרעפן די גליק ביי זיך אינדערהיים, און צו וויסן וויאזוי מען קען איבערדרייען די שווערסטע מצב אין שטוב צו ממש א גן עדן אויף דער וועלט. &nbsp; דער ספר איז א ליקוט פון פופצן הערליכע קונטרסים: ▪️ כבוד הבעל, ▪️ כבוד האשה, ▪️ שלום בביתך, ▪️ שלום באהלך, ▪️ שלום בבית, ▪️ שלימות הבית, ▪️ טוב בבית, ▪️ חיזוק הבית, ▪️ נישואין מוצלחים, ▪️ זוג מאושר, ▪️ זוג מוצלח, ▪️ תפסיקו לריב, ▪️ חיים משותפים, ▪️ למה להתגרש?!, ▪️ שלום במשפחה. &nbsp; ווי באקאנט איז ביים הייליגן רבין געווען "שלום בית" גאר א וויכטיגע יסוד, דער רבי האט געזאגט אז דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך זייער אויף פארפעלקער און אינגעלייט צו צוברעכן די ליבשאפט, און אזוי ארום זיי פארכאפן אין זייער נעץ. די זעלבע איז פארקערט, ווען עס איז דא ליבשאפט צווישן די פאר פאלק, אזוי קען מען זיין אן אמתער ערליכע איד, און אזוי אויך וואקסן די קינדער אויף געזונט און ערליך. &nbsp; דער ספר וועט בעזר השם געבן די ריכטיגע הדרכה און עצות וויאזוי צו עררייכן שלום אין שטוב, און וועט ערלקערן פארוואס זיך גט'ן ח"ו איז נישט די עצה, און די ריכטיגע עצות וואס צו טון וויאזוי צוריק צו ברענגען די ריכטיגע אהבה אחוה שלום ורעות צווישן די פארפאלק. &nbsp; דער ספר און נאך פילע ספרים און קונטרסים איז דא צו באקומען ביים קרן הדפסה היכל הקודש, אזוי אויך קען מען עס קויפן פיר און צוואנציג שעה אויפן ברסלב סענטער געשעפט וועבסייט, וואס וועט עס אייך שיקן אין שטוב, איבעראל אין די גאנצע וועלט. &nbsp; לא מצא הקדוש ברוך הוא כלי מחזיק ברכה אלא השלום &nbsp; 📖 אוצר שלום בית פאר בלויז $2.99 🛒 ספרים, קונטרסים, קארטלעך, אין אידיש, ענגליש איבער "שלום בית" 🎦 הערליכע שיעור פון ראש ישיבה איבער שלום בית - תולדות תשפ"ב 📚 נייע ספרים לעצטענס געדרוקט אין קרן הדפסה

    < זעה מער א אדר א' תשפ"ב 📝
  • פילע שיינע הפצה קארטלעך שוין דא צו באקומען

    צווישן די פילע ספרים קונטרסים און סידיס אויפן ברסלב סענטער וועבסייט שטארט ארויס אן אייגענארטיגע קאלעקשאן פון "הפצה קארטלעך", במשך די לעצטע יארן ערשיינט כסדר נייע און פרישע קארטלעך מיט וואס די מפיצים פלעגן ארומגיין און פארשפרייטן צווישן אידן. &nbsp; די וועלט בלייבט נישט שטיין. דער בעל דבר ארבעט אויף קעסל און כלים אריינצושלעפן אידן אין זיין נעץ, זה לעומת זה עשה אלקים, דער אייבערשטער האט אראפ געשיקט דעם הייליגן רבין וואס האט די עצות און מיטלען זיך צו שלאגן מיטן סמ"ך מ"ם, און זיינע תלמידים די הייליגע מפיצים רוען אויך נישט. פאר עטליכע אינגעלייט פון אנשי שלומינו איז בייגעפאלן א געדאנק צו מאכן פארשידענע "קארטלעך", די מפיצים וועלכע גייען ארום און פארטיילן עס פון מענטש צו מענטש זאגן אז דאס האט שוין געראטעוועט אומצאליגע אידישע קינדער פון אריינפאלן אין טיפן אפגרינד ר"ל. &nbsp; צוליב די גרויסע פארלאנג, האט דער "ברסלב סענטער געשעפט" ארויפגעלייגט א שיינע קאלעקשאן פון "הפצה קארטלעך", וואס ווערט כסדר אפדעיטעד מיט פרישע ווערסיעס, מיט וואס פילע אידן פון איבער די וועלט זענען זיך מחיה ווען זיי קענען עס באשטעלן אויפן וועבסייט, און עס באקומען צוגעשיקט צו זייער טיר פאר די מינימאלע פרייז פון $2.99 א פעקל פון 100 הערליך קאלירטע ציענדע קארטלעך. &nbsp; די קארטלעך זענען געמאכט פאר פארשידענע צייטן, אדער מענטשן, עס זענען דא קארטלעך פאר פסח, און פורים, אזוי אויך א קארטל פאר פרויען, א קארטל אויף ענגליש, און עטליכע קארטלעך וואס איז גוט פאר יעדעם א גאנץ יאר. &nbsp; קלויבט אייך אויס וואס איר דארפט און באקומט עס דעליווערט צום טיר בעזרת השם. &nbsp; 💳 א ברסלבע חסיד ווערט נישט נערוועז פון זיין ווייב 💳 א ברסלבע חסיד הייבט אויף די טעלעפאן ווען זיין ווייב רופט 💳 א ברסלבע חסיד רעדט שיין צו זיין ווייב 💳 זיך גט'ן איז נישט די עצה 💳 א כשרן פסח 💳 פורים אויף קול ברסלב 💳 הפצה קארטלעך פאר פרויען 💳 זייט אייך מחיה - עצתו אמונה &nbsp; 💳 ענגליש חיזוק יומי קארטל &nbsp;

    < זעה מער כד שבט תשפ"ב 📝
  • מען גרייט זיך צום ענדיגן דעם מקח פונעם בנין קרן הדפסה היכל הקודש

    גאר פרייליכע נייעס קומט אריין פון די אפיסעס פון "קרן הדפסה היכל הקודש" אז אין געציילטע וואכן גייט מען שוין ענדיגן דעם מקח אויפן נייעם בנין, אויף וואס מען קוקט שוין אזוי שטארק ארויף פאר די לעצטע האלבע יאר, כדי צו קענען מרחיב זיין גבולי הקדושה ביתר שאת וביתר עז. &nbsp; יעצט אז מען האלט שוין ברוך השם דא, בעט מען אנשי שלומינו זאלן אנטקעגן קומען די עסקנים פון "קרן הדפסה" און געבן פאר דעם גרויס צדקה, ווייל עס פעלט נאך ארום הונדערט טויזענט דאלער צו קענען שליסן דעם דיעל. &nbsp; אין דעם בנין וועט מען מיט אייבערשטנ'ס הילף נאך אסאך מער פארברייטערן די הייליגע ארבעט פון דרוקן פאר פארשפרייטן די הייליגע ספרים. יעצט האט מען די איינמאליגע געלעגענהייט צו קויפן א זכות אין דעם בנין, און די אלע הפצה אקטיוויטעטן וואס וועלן ארויסקומען פון דעם נייעם בנין וועט גיין אויף אייער זכות. &nbsp; פארן פארן קיין אומאן האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן א בריוו ווי ער בעט אנשי שלומינו אנטייל צו נעמען אין די קויפן דעם בנין, אט איז אויסצוגן פון דעם בריוו: &nbsp; "הודו לה' כי טוב אז מיר זענען אריין אין קאנטראקט צו קויפן א גרויסער בנין פאר קרן הדפסה היכל הקודש, וואו מען וועט פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ליכטיגקייט פאר די גאנצע וועלט. &nbsp; איך בעט אייך אלע, נעמט א חלק אין די מצוה; זייט א שותף אין די הייליגע ארבעט. טייערע חברים תלמידי היכל הקודש, נעמט א חלק אין די גרויסע ירושה, נעמט א חלק אינעם נייעם בנין לקרן הדפסה וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט. &nbsp; מוהרא"ש שרייבט אפאר טעג פאר זיין הסתלקות: איך האב איבערגעלאזט א ירושה 'שאלות ותשבות אשר בנחל' זיבעציג טויזנט בריוו,&nbsp; בעט איך אלע אנשי שלומינו, העלפט מיר דרוקן אלע בענדער אשר בנחל, &nbsp; יעדער זאל נעמען א באנד צו דרוקן, "וְזֶה הַיְרוּשָׁה הַיְחִידִית שֶׁהִשְׁאַרְתִּי מִמֶּנִּי", דאס איז די איינציגסטע ירושה וואס איך לאז איבער נאך מיר; זאלסטו העלפן דרוקן אשר בנחל, וועסטו האבן א חלק אין די ירושה" &nbsp; רופט אריין און נעמט א שותפות אינעם בנין Ext 103 718-387-2691 פתח לנו שער בעת נעילת שער!&nbsp; &nbsp; 💳 מען קען זיך משתתף זיין אנליין דא 📰 א הערליכע בראשור צום קאמפיין "המזכים" לטובת דעם בנין פון קרן הדפסה 🤡 גרייט אייך אויף פורים מיט ברסלב סענטער

    < זעה מער כד שבט תשפ"ב 📝
  • ספר "קדושת ישראל" פון מוהרא"ש הערליך איבערגעדרוקט שוין דא צו באקומען

    הודו לה' כי טוב, אז נאך אסאך יאר זינט מוהרא"ש זי"ע האט צום ערשטן מאל געדוקט דעם הייליגן ספר "קדושת ישראל" אויפן בעסטן און שענסטן אופן וואס מען האט דעמאלטס געקענט, איז עס יעצט איבערגעדרוקט געווארן מיט די היינטיגע מעגליכקייטן גאר גאר שיין. נאך שווערע ארבעט פון עטליכע חדשים, וואס מען האט איבערגעטייפט דעם גאנצן ספר, מען האט פריש מנקד געווען און פריש איבערגעקוקט אלע מראי מקומות און מגיה געווען פון אלע טעותים וואס האט זיך נאר געקענט מאכן, האט מען יעצט ב"ה מצליח געווען, אז עס איז ארויסגעקומען א הערליכע ספר, סיי דער דרוק, און סיי דער הערליכע דעקל וואס ציעט צום אויג. דער ספר "קדושת ישראל" רעדט זייער שטארק איבערן ענין פון "קדושת הברית", אלע וואס האבן געלערענט דעם הייליגן ספר זענען עדות, אז דער ספר איז ממש "ביטול הבחירה". כאטש אלע ספרים פון מוהרא"ש זענען זייער שטארק, איז אבער דער ספר ממש אן אויסנאם. עס ווערט פארציילט אז מוהרא"ש האט געזאגט פאר דער וואס האט געדרוקט דעם ספר צום ערשטן מאל, "וועסט האבן דערויף גאר אסאך מניעות... ביסט גרייט דערויף?"... דער פריש איבערגעדרוקטע ספר "קדושת ישראל" קען מען שוין קויפן אויפן וועבסייט, ווי מען קען עס באקומען דעליווערט צום טיר ביז געציילטע טעג. אזוי אויך זענען דא פילע נייע ספרים אויפן וועבסייט צווישן אנדערע קען מען יעצט טרעפן: 📖 ספר קדושת ישראל $16.99 📖 ספר אשר בנחל אידיש חלק ו' $2.99 📖 ספר אשר בנחל אידיש חלק ה' $2.99 📖 ספר אשר בנחל אידיש חלק ד' $2.99 📖 ספר ארך אפים - אוצר הסבלנות $2.99 📚 קונטרס אן אנגעמענע לעבן $1.49 📚 קונטרס The Sky Is The Limit $1.99 📚 קונטרס קלאפ זיך נישט אראפ $1.49 📚 קונטרס עס וועט דיר נאך לעטיג ווערן $1.49 📚 קונטרס לאז נישט נאך $1.49 📚 קונטרס הכרת הטוב $1.49 📚 קונטרס דערלעבט ברך השם $1.49 📚 קונטרס דער ריכטיגער שלום $1.49 📚 קונטרס דער אוצר איז ביי דיר $1.49 📚 קונטרס הייבט אייך אידעלעך $1.49 &nbsp;

    < זעה מער יח שבט תשפ"ב 📝
  • עצתו אמונה חלק ה' שוין דא צו באקומען

    מיט גרויס פרייד נעמען אויף אנשי שלומינו די גוטע נייעס אז דער נייער באנד עצתו אמונה חלק ה' איז נארוואס אנגעקומען צום בית הדפוס, און ווערט שוין פארשפרייט און געשיקט צו אדרעסן לויטן פארלאנג. דער הייליגער ספר עצתו אמונה זענען אלע בריוו פון סיי שאלות און תשובות און סיי די אנדערע בריוו געשריבן דורכן ראש ישיבה פאר אידן פון איבער די גאנצע וועלט אין אלע מצבים פון לעבן, ווי דער ראש ישיבה ענטפערט פאר די שואלים בטוב טעם ודעת אויפן וועג פונעם הייליגן רבין ווי געלערענט ביי מוהרא"ש זי"ע. די הייליגע בריוו האבן שוין באלאכטן אן א צאל אידישע קינדער, און געראטעוועט פילע אידישע שטובער פון אונטערגאנג ברוחניות ובגשמיות. עס האט שוין אויפגעהויבן פילע ערליכע אידן מיט עצות און הדרכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, דורך גיין אויף א שפאציר און זיך אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, און צוגעבינדן טויזנטער אידישע נשמות צום אייבערשטן און זיין הייליגע תורה, מיט די זיסע עצה פון סדר דרך הלימוד און "זאגן" גמרא און משניות טאג טעגליך. עס ראטעוועט טאג טעגליך אידישע שטובער דעם שלום בית, ווען אידן נעמען טעגליך א טעגליכע דאזע פון התחקות און עצות, און ווערן דערמאנט דורך די הייליגע בריוו צו האבן סבלנות, און רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, און נישט אויפגעבן. הונדערטער אידן איבער די וועלט שלינגען מיט דורשט די הייליגע בריוו, און איז ביי זיי א חוק קבוע צו לערנען יעדן טאג א פארציע פון דעם הייליגן ספר, וואס איז זייער פלייצע און חיזוק זיך צו האלטן שטארק, איז זייער פאנצער פאר אלע זייערע שווערע נסיונות, און איז זייער מעדיצין פאר אלע זייערע גייסטישע פראבלעמען. יעצט אז דער ספר איז שוין ב"ה אנגעקומען צום בית הדפוס, איז דער שטאב זייער פארנומען ארויסצושיקן די ספרים צו אלע וואס האבן עס באשטעלט. אזוי אויך איז יעצט דא די זעלטענע געלעגענהייט זיך איינצוקויפן זכותים נצחיים אינעם קומענדיגן באנד "עצתו אמונה חלק ו'" וואס האלט שוין אין די גאר ווייטע שטאפלען, און מען האפט צו גיין צום דרוק אין די קומענדיגע וואכן בעזהשי"ת. צו קויפן א זכות רופט אדער טעקסט הר"ר ישעי' איידליס הי"ו, אויף 347-831-1391. פון אויסלאנד קען מען זיך פארבינדן דורכן אימעיל campaignkibeilimsuro@gmail.com. 📖 צו קויפן דעם נייעם באנד "עצתו אמונה חלק ה'" פאר בלויז $4.99 💬 דער ראש ישיבה ענטפערט אויף שאלות איבער עצתו אמונה 📜 דער ראש ישיבה שרייבט איבער עצתו אמונה 📸 דער ראש ישיבה טיילט דעם ספר עצתו אמונה פאר תלמידים 🗞️ יא, איר קענט אויך זיין א מפיץ! 📰 עצתו אמונה וועכענטליך אויף די פאסט פאר בלויז $2.99 א וואך 📰 וועכענטליכע עצתו אמונה: מעשיות און גורלות פאר קינדער, און מפתח פון קול ברסלב &nbsp;

    < זעה מער ז שבט תשפ"ב 📝
  • קרן הדפסה נעמט זיך אונטער מזכיר זיין ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבניאל

    אין א פרישע באגריסנדע שריט פונעם "קרן הדפסה", האבן די עסקנים אינעם הדפסה אונטערגענומען א נייע אונטערנעמונג. דהיינו א שליח מיוחד פונעם קרן הדפסה, וועט ספעציעל אראפגיין און מזכיר זיין ביים הייליגן ציון פון מוהרא"ש און פועל'ן ישועות פאר אלע וואס וועלן מנדב זיין פון $100 א חודש און העכער. דער ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבניאל, איז שוין היינט גוט באקאנט אלץ א מקום מסוגל צו פועל'ן ישועות, וואו טויזנטער אידן קומען כסדר צו פארן, און מען גיסט זיך דארט אויס דאס הארץ און מען גייט אהיים מיט פילע זעק פון ישועות. ווי די עסקנים אינעם קרן הדפסה געבן איבער, טוען זיי דאס אלץ הכרת הטוב, זעענדיג ווי אנשי שלומינו נעמען אויף מיט גרויס ווארימקייט די עסקנים וואס זענען עוסק אין די הייליגע ארבעט און דרוקן די הייליגע קונטרסים און ספרים, וואס ווערט פארשפרייט אויף די גאנצע וועלט. דער קרן הדפסה האלט יעצט אינמיטן ענדיגן דעם גרויסארטיגן פראיעקט פון שאפן די נויטיגע פאנדן צו קענען אפקויפן א נייעם בנין פארן דרוקעריי, וואס וועט ערמעגליכן ארויפצוברענגען דעם הדפסה מיט נאך עטליכע שטאפלען ארויפצו, און אזוי ארום קענען נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג פון די די מפיצים וועלכע לאזן נישט נאך, און בעטן און פארלאנגען נאך און נאך קונטרסים, גליונות און ספרים צו פארפלייצן און פארשפרייטן איבעראל אויף דער גאנצער וועלט וואו נאר עס געפונען זיך אידישע קינדער. מען זעט פון טאג צו טאג ווי די פארלאנג פאר די הייליגע ספרים, קונטרסים, און סידיס ווערט כסדר נאר גרעסער און שטערקער, פילע פרישע מקורבים ווערן אליינס מפיצים, אזוי אז מען דארף שוין עמוירזשענסי אריינשפרינגען אינעם נייעם פראיעקט כדי צו נאכיאגן דעם גרויסן פארלאנג, וויבאלד דער גרויסער בנין פון קרן הדפסה אונטערן בית המדרש איז שוין פשוט קליין געווארן. אלע וואס ווילן נעמען א חלק אין די הייליגע ארבעט פונעם קרן הדפסה, אזוי אויך ווער עס וויל זיך מזכיר זיין ביים הייליגן ציון פון מוהרא"ש אין יבניאל, זאל רופן צום קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט 103, וואַטסעפּ איז 1-518-966-2370 אדער אימעיל newbuilding@kerenhadfusa.org. א גרויסע טייל זכותים אינעם בנין איז שוין אויספארקויפט געווארן, עס איז נאך דא עטליכע שיינע זכותים פארבליבן, וכל הקודם זכה. פארפאסט נישט דעם זעלטענעם געלעגנהייט צו נעמען א חלק אין קויפן דעם בנין ווי מען גייט דרוקן מיליאנען הייליגע ספרים, וואס וועלן בעז"ה נענטער ברענגען אומצאליגע אידן צום אייבערשטן. על ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו 📰 קרן הדפסה שטעלט ארויס צענדליגע פרישע ספרים זיך צו דערקוויקן די נשמה 📰 המזכים קאמפיין גייט אן מיט גרויס הצלחה &nbsp; 🖱️ אנליין פלאטפארמע צו מנדב זיין פארן קרן הדפסה &nbsp;

    < זעה מער כה טבת תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו שטיצן הדפסה והפצה אינעם יארצייט פון הייליגן רבי נתן

    גאר פרייליכע נייעס הערט מען פון קרן הדפסה היכל הקודש אז מען האט שוין געשאפן קרוב צו דריי הונדערט טויזענט דאלער פאר'ן נייעם בנין וואס מען איז יעצט אין קאנטראקט אין קרית ברסלב ליבערטי. מען דארף שאפן בערך נאך דריי הונדערט און צוואנציג טויזענט דאלער, צו קענען ענדיגן דעם מקח ווי אמשנעלסטן. היינט אין טאג פונעם יארצייט פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו, רופט זיך אנשי שלומינו אן ווארים, און נעמען א חלק אינעם איינמאליגן זכות, וואס דאס מאכט זיך נישט יעדן טאג. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט שטענדיג ביים יארצייט פון רבי נתן מעורר זיין אנשי שלומינו מען זאל אנטייל נעמען אין דעם גרויסן זכות פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און זיינע תלמידים אויף די גאנצע וועלט. אנשי שלומינו טוען טאקע דאס, און זענען זיך משתתף און קויפן זיך זכותים אדירים אינעם נייעם הערליכן בנין וואס ווערט יעצט אפגעקויפט. צו קויפן א זכות קען מען רופן אין קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט 103 אדער אויף וואַצעפּ 1-518-966-2370 אדער אויף אימעיל newbuilding@kerenhadfusa.org. אזוי אויך קען מען קויפן זכותים אינעם בנין אויפן אנליין פּלאַטפאָרמע דורך דרוקן דעם לינק דא אייער עובדא זאל זיין יפוצו מעיינותיך חוצה. &nbsp;

    < זעה מער י טבת תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 181 to 195 of 309 results

1 2 ... 10 11 12 13 14 15 16 ... 20 21
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com