Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • ברסלב סענטער שאפ "גיפט רעפינג" בחנם

    אין א פרישע סערוויס פונעם גרויס ברסלב סענטער אנליין געשעפט, האט מען צוגעלייגט אן אפציע צו קענען קויפן ספרים און קונטרסים פונעם וועבסייט, וואס מען וויל שיקן אלץ א מתנה צו סיי וועלכע געלגענהייט, צו א בר מצוה פון א קרוב, וכודומה, אז מען קען צולייגן אן אפציע מען זאל שיין "רעפּן" דעם ספר, אזוי אויך קען מען באשטעלן מען זאל צושרייבן א וואונטש קארטל וואס וועט בעז"ה ווערן צוגעלייגט צום ספר, דאס אלעס פאר גענצליך בחנם, עס וועט נישט קאסטן קיין צענט דער סערוויס.   נאכדעם וואס איר האט אויסגעוועלט אלע אייערער אייטעם וואס איר דארף וועט איר טרעפן דער רעפניג סערוויס אינעם "קאַרט", ווי איר דארף טשעקן דעם קעסטל "For $0.00 please wrap the products in this order." מיט וואס איר וועט צולייגן דעם "גיפט רעפּינג סערוויס".   דער ברסלב סענטער שאַפּ שיקן ארויס פילע ארדערס יעדן טאג צו די פילע צופרידענע קאסטומערס פון איבער די גאנצע וועלט. און פאר ארדערס העכער פינף און דרייסיג דאלער, באקומען מען דעליווערי בחנם איבער גאנץ אמעריקע.   אין די זעלבע צייט גייט דער קרן הדפסה אן מיט א שטארקייט מיטן דרוקן אינעם נייעם בנין, מען פארשפרייט כסדר צענדליגע טויזנטער נייע ספרים קונטרסים גליונות סידיס און קארטלעך, די פילע טייערע מפיצים קומען כסדר אריבער צו איבערפילן זייערע באגאזשן מיט די פילע סחורה וואס דער בית הדפוס פראדוצירט יעדן טאג, מיט וואס מען איז מחיה און מהנה אומצאליגע אידן איבער די וועלט.   מענטשן גייען דורך אויף דעם עולם שבעה מדורי גהנום ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, טייל מאל דאכט זיך פאר א מענטש אז ער האט שוין נישט קיין וועג ארויס פון זיין פלאנטער, ער זעט נישט קיין שום שאנס פון האפענעונג. אבער פלוצליג שיקט דער אייבישטער צו זיין גוטער שליח אין פארעם פון א "ברסלבע מפיץ" וואס קלאפט אויפן טיר, דער מפיץ איז דארט מיט א גאנצע אויסוואל פון קונטרסים: "ס'איז גוט", "א רבי וואס קען מיך העלפן", "אידישקייט איז שיין", "איינער פארשטייט מיך", "געב נישט אויף", "גלייב אין דיר", "דו ביסט נישט פארלוירן", "די וועג ארויס", "דו האסט אויך אן עצה", "דער באשעפער דארף דיך יא", "דיין שידוך וועט אנקומען", "זיך גט'ן איז נישט דער עצה", "עס וועט דיר נאך ליכטיג ווערן", "רעד צום באשעפער", און אזוי ווייטער, ווי מענשטן זאגן, בלויז פון קוקן אויף די קעפלעך פון די קונטרסים שפירט זיך שוין ווי א גלעזל קאלט וואסער אינעם הייסן זון. ווער רעדט נאך ווען מען קויפט פאקטיש א קונטרס'ל פונעם מפיץ און מען לערנט דאס דורך, איז דאס שוין ממש ביטול הבחירה, מענטשן לעבן אויף תחיית המתים, מען וועקט זיך אויף פונעם חלשות, און מען קומט צוריק צום אייבערשטן.   אין די צייט ווילן מיר דערמאנען צו נעמען א חלק אינעם קאמפיין פאר די הייליגע מוסדות וואס גייט יעצט אן מיטן פולסטן פארע, ב"ה אז דער קאמפיין האט א שטארקע הצלחה, דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער. באזוכט יעצט טשערידי/ברסלב און נעמט א חלק אין בויען די הייליגע מוסדות ברוח נדיבה. אין דעם זכות וועט דער אייבישטער אייך געבן פון אלעם גוטן!

    < זעה מער כג סיון תשפ"ב 📝
  • א שטיקל זוהר מיטן ראש ישיבה

    דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט די וואך אין א בריוו אז ער בעט שוין דעם אייבערשטן פאר איבער צען יאר ער זאל זוכה זיין צו שרייבן א פירוש אויפן הייליגן זוהר. דער אייבערשטער האט געהאלפן אז יעצט איז עס ברוך השם צושטאנד געקומען בפועל. &nbsp; דאס יאר יאר ל"ג בעומר איז דער ראש ישיבה שליט"א געווען אין מירון ביים הייליגן ציון פון תנא האלוקי רשב"י דער מחבר פונעם הייליגן זוהר הקודש, און דארט אין מירון האט דער ראש ישיבה שליט"א געמאכט א סיום אויפן תיקוני זוהר, וואס דער ראש ישיבה לערנט כסדר. אין א בריוו פון מירון דעם יאר האט דער ראש ישיבה געשריבן א חידוש וואס איז אים בייגעפאלן אויפן תיקוני זוהר. &nbsp; נאך ל"ג בעמור האט דער ראש ישיבה געזאגט פארן "מכון עצתו אמונה" אז ער וויל אנהייבן שרייבן יעדע וואך א שטיקל אויף זוהר, אז עס זאל ארויסקומען יעדע וואך, צוערשט האט דער ראש ישיבה געטראכט אז מען זאל עס מיטלייגן מיטן וועכענטליכן עצתו אמונה גליון, אבער דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן אז ער וויל אז עס זאל ערשיינען באזונדער אלץ א גליון פאר זיך. &nbsp; דער פירוש פונעם ראש ישיבה איז א נייע פירוש, וואס צילט צו ווייזן פאר יעדן איד וואס דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי וויל אונז לערנען אינעם זוהר. דער היילגער זוהר איז פול מיט חיזוק ווי שטארק דער אייבערשטער פריידט זיך מיט יעדן איד, און ווי גרויס און חשוב יעדע מצוה איז, וואס פאר א רעש יעדע גוטע מחשבה אדער רצון פון א איד מאכט ביים אייבערשטן, און אזוי ווייטער. אויף דעם שניט לויפט דער פירוש, אלעס איז מיטן ציל עס זאל ליכטיג מאכן פאר אידישע קינדער. &nbsp; דער ראש ישיבה זאגט, אז צומאל טוען היינטיגע מפרשים צולייגן א ווארט דא אדער דארט, וואס אנשטאט דער שטיקל זוהר זאל מחזק זיין און מעודד זיין קען עס ח"ו טון דאס פארקערטע, און וואס מאכן שפירן כאילו דער זוהר רעדט נישט צו זיי. צום ביישפיל אז דער זוהר הקודש שרייבט איבער די גרויסקייט פון א מצוה, קענען זיי צומאל זיך צופייערן און צושרייבן "א מצוה לשמה", אדער "א מצוה ווי עס דארף צו זיין". דער ראש ישיבה שליט"א וויל אז די חיזוק פון הייליגן רבי שמעון זאל גרייכן צו יעדן איד, און זאל אים אויפהייבן, און אים ווייזן דעם וועג צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. &nbsp; די פייערדיגע מפיצים פון ארץ ישראל האבן זיך תיכף צוגעכאפט דערצו, און געטענה'ט למה נגרע, און האבן זיך תיכף גענומען צו די עבודה, און מען טייטשט עס שוין איבער יעדע וואך אויך אויף לשון הקודש. &nbsp; די איינגעשריבענע פריים מעמבערס וואס באקומען אלעס וואס דער קרן הדפסה דרוקט, באקומען עס שוין צוגעשיקט צום טיר יעדע וואך. אויך קען מען עס באקומען יעדע וואך ביי די מפיצים. &nbsp; בהאי חיבורא דאיהו ספר הזהר, יפקון ביה מן גלותא" (זוהר נשא צ)

    < זעה מער טז סיון תשפ"ב 📝
  • נייעס פונעם נייעם בנין קרן הדפסה

    די טייערע בחורים פון די סאטמארע ישיבה אין מאנסי געפונען זיך די טעג אין געגענט פונעם שטעטל ווי זיי פארברענגען פאר צוויי וואכן אין א זומער קעמפ, ווי מען לערנט און מען דאווענט און מען שעפט זיך אן מיט פרישע כחות. נעכטן אינדערפרי זענען זיי געקומען באזוכן צום נייעם ריגיזן בנין פון קרן הדפסה צוזאמען מיט די סטעף די מגידי שיעור און משגיחים. מען האט זיי געגעבן א שטיקל טור אינעם "אמונה פאבריק", און צוגעוויזן ווי אזוי עס גייט צו דאס דרוקן די טויזנטער הייליגע ספרים גליונות און קונטרסים. מען האט זיי פארקויפט פילע ספרים און קונטרסים. די טייערע בחורים זענען געווען זייער פרייליך צו האבן די געלגענהייט צו קענען קויפן די ברסלבע ספרים, די בחורים האבן געזאגט אז די דיבורים פון הייליגן רבין רעדט צו זייער הארץ, און פלאמט אויף זייער נשמה צום אייבערשטן. &nbsp; נאכמיטאג האט מען געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה שליט"א איז געקומען באזוכן אינעם נייעם בנין וואס מען האט זיך נארוואס אריינגעצויגן. דער ראש ישיבה איז ארויס פון התפעלות פונעם נייעם רחבות'דיגן בנין, ער איז ארום געגאנגען און אויסגעפרעגט די עוסקים במלאכת הקודש, ער איז אריין צו יעדן אפיס און געפרעגט ווי די ארבעט גייט, דער ראש ישיבה האט זיך אומגעקוקט אויף די פילע ריזיגע פרינטיג מאשינען זיך אינטערעסירט אויף יעדע סארט מאשין וואס דאס איז וואס דאס מאכט. אויך האט ער באטראכט די ריזיגע מאגאזינען פון ספרים און קונטרסים וואס זענען אנגעגרייט פאר די מפיצים, און האט זיך נאכגעפרעגט איבער וויאזוי עס גייט צו דאס פארקויפן די ספרים פאר די טייערע מפיצים. &nbsp; דער ראש ישיבה איז געווען זייער גוט אויפגעלייגט, ער האט זיך זייער געפרייט זעענדיג דעם נייעם שיינעם בנין, ווי מען קען שוין ברוך השם פארברייטערן דאס דרוקן די הייליגע ספרים. דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן צו אנשי שלומינו וואס זענען מיטגעקומען: "ווער געדענקט נאך ווען די הדפסה האט זיך אנגעהויבן אין ישיבה מיט א פרינטער אין א קלאזעט...?" &nbsp; אויך האט זיך דער ראש ישיבה ספעציעל נאכגעפרעגט איבערן ברסלב סענטער וועבסייט געשעפט, און זיך אינטערעסירט וויאזוי עס גייט צו די ארדערס, און וואס מען האט אלץ דארט. &nbsp; אין די זעלבע צייט קומט די גוטע נייעס אז מען גרייט זיך בעז"ה צו א גרויסע שיינע מעמד חנוכת הבית פונעם נייעם בנין פון קרן הדפסה וואס וועט בעז"ה פארקומען דעם זומער הבעל"ט. פרטים יבואו בעזרת השם יתברך. &nbsp; "אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, ס'זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה'" (פון די לעצטע ווערטער פון הייליגן רבי נתן ערב שב"ק עשרה בטבת)

    < זעה מער טו סיון תשפ"ב 📝
  • ברסלב סענטער געשעפט קומט בקרוב ארויס מיט א נייע טעלעפאן עפּפּ

    א גאר סוסקסעפולע יאר איז דורך אינעם ברסלב סענטער געשעפט, ווען כסדר קומען אריין פילע ארדערס פון איבער די גאנצע וועלט וואס באשטעלן ספרים, קונטרסים און נאך פילע פראדוקטן. וואס הצד השווה שבהן אז אלעס איז מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן, אויף אלע מיני אופנים. און מיטן אייבערשטענ'ס הילף שיקט מען ארויס די אלע ארדערס סיי לאקאל און סיי אינטערנאציאנאל. &nbsp; היינט, מיט די טעכנאלאגישע פארשריט, האבן פילע אידן אין זייער ביזנעס א סמארט פאון, וואס דאס איז ביי זיי די גרינגסטע און פראקטישסטער וועג וויאזוי מען קויפט זיך איין אלע פראדוקטן. אזוי ווי עס גייט היינט, האבן אלע ערנסטע וועבסייט אן "עפפ". דערפאר האט זיך געהערט פילע פארלאנגען, אז מען זאל נעמען דעם וועבסייט א שטאפל ווייטער, און דערפאר האט זיך די שטאב פון ברסלב סענטער גענומען צו די ארבעט פון אהערן שטעלן א גוטע און פראקטישע "עפּפּ" פארן ברסלב סענטער געשעפט. &nbsp; מען האט ברוך השם באוויזן צו רעקרוטירן גאר געלונגענע וועב דייזיינערס פון איבער די וועלט, און מען האט מיט זיי אינאיינעם שווער געארבעט אהערצושטעלן בעזרת השם א שיינע און געשמאקע עפפ, וואס זאל זיין שיין צום אויג און גרינג צום נוצן. &nbsp; אויך וועט מען זיך קענען דערויף איינשרייבן צו באקומען דערפון א "נאטיפיקאציע" יעדעס מאל א פרישע קונטרס אדער סיי וועלכע נייע פראקדוקט קומט ארויס לאור עולם, אזוי אז מען זאל נישט ארויספאלן און האבן די געלעגענהייט עס איינצוהאנלדען פאר זיך און די משפחה ווילאנג עס איז נאך דא. &nbsp; און ברוך השם, אז נאך א לאנגע צייט, איז דער עפפ שוין כמעט פארטיג. פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען, דא אויפן וועבסייט &nbsp; 📰 ברסלב סענטער געשעפט עפענט אירע טויערן &nbsp; 📚 מעשה'לע פאר קינדער #1 &nbsp;

    < זעה מער יג סיון תשפ"ב 📝
  • נייע סידי אין די סעריע פון טאנץ מיט אמונה ערווארטעט בעז"ה אויף חודש תמוז הבעל"ט

    יעדן טאג איז מען עדות צו פילע עפיזאדן ווי די עצות פון הייליגן רבין גייען אריין אין די וועלט און העלפן כסדר אומצאליגע אידן אין פילע תחומים פון לעבן. פילע קערן זיך צוריק צום אייבערשטן, באקומען זעלבסט זיכערקייט, שלום בית, זענען זוכה אנצוהייבן צו לערנען די הייליגע תורה, די חינוך פון די קינדער טוישט זיך צום גוטן, מען ווערט פטור פון שווערע עדיקשאנס, מען קען שוין היטן די אויגן, און נאך אסאך. &nbsp; דערפאר גייט דעם ראש ישיבה שליט"א אין לעבן צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינס עצות פאר נאך אידן, און אזוי זאלן נאך אידן קענען געניסן פון דעם באר מים חיים, פונעם נחל נובע מקור חכמה. &nbsp; ווי באקאנט, איז יעדע מענטש אנדערש, איינער קען מקבל זיין פון א שיעור, איינער דארף א גליון, אן צווייטער וועט נאר קענען נתקרב ווערן דורך א ספר, אנדערע קענען זיך קאנעקטן דורך שמועסן פון א טעלעפאן ליין, ס'איז אפילו דא אזעלעכע וואס עס פעלט זיי אויס מוזיק ווידיאס. דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך אראפ צו אלע סארטן מענטשן צו געבן פאר יעדעם א געלעגענהייט ער זאל אויך קענען געניסן פון די שיינע גוטע עצות. &nbsp; אסאך מענטש זאגן אז א מוזיק אלבום רעדט די שטערקסטע צו זייער הארץ, זיי לייגן אריין דעם סידי אינעם קאר, און לאזן עס אזוי שפילן צענדליגע מאל. &nbsp; דערפאר האט דער ראש ישיבה זיך נישט געפוילט און אנגעהויבן ארויסגעבן מוזיק סידיס, יעדע ניגון איז ממש ווי א שיעור, וואס לייגט אראפ איינע פון די עצות פון הייליגן רבין וויאזוי מען קען דערגרייכן דעם תכלית פארוואס מען איז געקומען אויף דער וועלט. ברוך השם די סידיס גייען זייער שטארק, אזוי ווייט אז כאטש מען קוים א קורצע צייט נאכדעם וואס די פריערדיגע אלבום "איך דארף נישט קיינעם" איז ארויס לאור עולם, זענען שוין אידישע קינדער הונגעריג פאר נאך. &nbsp; דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א געשטעלט מו"ה אברהם צוויבל הי"ו, א גרויסע מומחה אין פראדוצירן אלבומס, ער זאל ארבעטן דערויף בס"ד אז עס זאלן כסדר ארויסקומען פרישע אלבומס. &nbsp; אין א שמועס מיטן פראדוצירער פארציילט ער פאר "ברסלב סענטער" אז מען ארבעט יעצט פעסט אויפן א נייע סידי פונעם פאפולערן סעירע "טאנץ מיט אמונה", וואס וועט אנטהאלטן פילע הערליכע ניגונים הארציג אראפגעזינגען. &nbsp; די מוזיק ווערט אראנדזשירט דורכן מייסטער אראנדזשירער מו"ה סענדי ראטה הי"ו, וואס האט באשטעלט די בעסטע אידישע אינסטרומענט שפילער פון ארץ ישראל, אריינגערעכענט, גיטאר, בעיס, און דראמס, וואס האבן אראפגעלייגט א געוואלדיגע דזשאב. &nbsp; צווישן די גאר געלונגענע טרעקס ציילן זיך עטליכע נייע יצירים ווי "קינדער איז א ברכה", "מכבד זיין די ווייב", "אליינס מיטן באשעפער", "ממלא כל עלמין". וואס וועט בעז"ה אריינגיין אין די ביינער פון אלע צוהערער. &nbsp; מען האפט בעז"ה אז דער נייער סידי וועט זיין אינדרויסן אויף ראש חודש תמוז הבעל"ט.

    < זעה מער י סיון תשפ"ב 📝
  • נייע אפטיילונג "לעובדא ולמעשה" אויף "קול ברסלב" ליין

    גאר שיינע גריסן הערט מען צוריק פון די נייע אפטיילונג אויף "קול ברסלב" מיט'ן נאמען "לעובדא ולמעשה", וואס האט זיך אנגעהויבן מיט עטליכע וואכן צוריק. &nbsp; דער נייער אפטיילונג איז געווידמעט צו הערן וועכנטליך פון די גבאים פון אלע בתי מדרשים היכל הקודש איבער די וועלט, וואס מען האט דארט גערעדט שיינע דיבורים וואס קענען ארויסהעלפן און מחזק זיין נאך אידישע קינדער, צו וויסן וואס זיי האבן צו טון לעובדא ולמעשה, און גלייכצייטיג צו הערן אביסל נייעס און אנטוויקלונגען וואס האבן זיך אפגעשפילט אין יענע געגנט, און נאך פארשידענע אינטערעסאנטע נושאים וואס קומען אריין מענין לענין. &nbsp; דאס איז גאר א שיינע און קאלירפולע אפטיילונג, פילע טויזנטער צוהערער זענען זיך מחי' דערמיט וואך איין וואך אויס, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט עס נאך מער און שענער פארברייטערט ווערן צו די צופרידנהייט פון די מקשיבים. &nbsp; אנצוקומען צו דעם אפטיילונג דארף מען דרוקן 1 פאר אידיש, 7 פאר פאמיליע ווינקל, און נאכאמאל 7 פאר'ן אפטיילונג לעובדא ולמעשה. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם!

    < זעה מער ח סיון תשפ"ב 📝
  • גרויסע הכנות צום "אנשי חיל" קאמפיין, א וואך נאך שבועות

    ווי יאר יערליך טוען די געטרייע עסקנים פון אנשי שלומינו אנגעפירט דורך מו"ה אהרן פיש הי"ו, און הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א אראנדזשירן דעם יערליכן טשערידי קאמפיין לטובת די הייליגע מוסדות. &nbsp; אויף די בקשה פון ראש ישיבה שליט"א וועט דער היי יעריגע קאמפיין לויפן אויף א נייע צוגאנג. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז וויל אז יעדער איינער פון די קהילה זאל האבן א חלק אין די קאמפיין, דאס הייסט אז יעדער זאל נעמען א רעאליסטישער ציל צו וואס ער קען בעזרת השם דערגרייכן. דער היי יעריגער קאמפיין וואס וועט טראגן דעם נאמען "אנשי חיל" וועט נישט האבן א ציל פון געלט וויפיל מען וויל אויפטרייבן, נאר א עס וועט האבן דער ציל אז לכל הפחות 400 "טיעמס" זאלן אנקומען צום ציל וואס זיי האבן גענומען אויף זיך. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט, אז ער וויל מיט דעם צייגן אז יעדע סכום וואס א איד געבט פאר צדקה איז חשוב און טייער. &nbsp; אין די לעצטע וואכן, זענען די עוסקים בצרכי ציבור באמונה ארום געפארן בטירחא דגופא צו אלע שטעט ווי אנשי שלומינו וואוינען, און האבן אנגעווארימט דעם ציבור, הקדוש ברוך הוא ישלם שכרם. מען האט מסביר געווען די וועג וויאזוי דער קאמפיין וועט ארבעטן און געגעבן די געלגענהייט מען זאל זיך נעמען א גאול וויפיל מען וויל דערגרייכן, ביז יעצט זענען שוין אונטער געשריבן געווארן איבער 180 שטרות פון אנשי שלומינו וואס האבן גענומען א ציל בסייעתא דשמיא. &nbsp; עס דארף באטאנט ווערן אז די הייליגע מוסדות שטייען יעצט אין א גאר קריטישע מאמענט, מען דארף יעצט גאר נויטיג האבן פרישע בנינים אין אלע חלקים פון די קהלה און די מוסדות, מען בויעט יעצט פרישע מקוואות טהרה, בתי מדרשים, חדרים פאר אינגלעך, מיידל שולעס, און אלע אנדערע געברויכן פאר די הייליגע קהלה. דער ראש ישיבה שליט"א בעט נישט מען זאל געבן פון די אייגענע געלט, ער בעט מען רופן די קרובים און באקאנטע זיי זאלן צושטייער געבן. מען האט געזען אין די פארגאנגענע יארן ווי אנשי שלומינו האבן זיך איבערגעגעבן און אויפגעטריבן גאר שיינע סכומים, מען האט געזען ווי רוב רובם אידן זענען מכיר טובה דעם ראש ישיבה און די הייליגע מוסדות, און ווארטן ארויס מען זאל זיי רופן, און האבן מיט גרויס ווארימקייט אויפגענומען די גבאי צדקה וואס האבן געבעטן מען זאל זיי העלפן צוזאם שטעלן דאס געלט וואס זיי האבן זיך אונטער גענומען. &nbsp; מיט אייבערשטנ'ס הילף ערווארט מען אויך היי יאר מען זאל שטארק מצליח זיין מיטן קאמפיין, און אנשי שלומינו וועלן ווידער אמאל געבן די געלעגענהייט פאר גאנץ כלל ישראל צו נעמען א חלק אין דעם הייליגן אמונה פארבריק "היכל הקודש" וואס באלייכט די גאנצע וועלט מיט אירע הערליכע פעולות פון פארשפרייטן אמונה, חיזוק, פאר יעדן איד.

    < זעה מער א סיון תשפ"ב 📝
  • דער לאנג ערווארטערטער ביכל "מעשה'לעך פאר קינדער #1" איז שוין דא צו באקומען

    זינט עס איז ארויס די נייעס בעפאר דעם יום טוב פסח הבעל"ט אז דער נייע ביכל גייט שוין אט צום דרוק, האט נישט אויפגעהערט צו קומען די בקשות פונעם ציבור, אלע האבן זיך נאכגעפרעגט "ווען קומט שוין ארויס דער נייער ביכל, מיינע קינדער ווארטן שוין דערויף!". &nbsp; דערפאר איז יום בשורה הוא לנו, מען קען שוין מעלדן מיט פרייד פאר אלעמען אז היינט איז ברוך השם אנגעקומען פונעם דרוק פון ארץ ישראל דער ערשטער שיפמענט פון די נייע ביכל צום די גרויסע שמחה פון די קינדער וואס קענען שוין קוים ווארטן. &nbsp; דער נייער ביכל אנטהאלט די פאלגענדע צען דראמאטישע מעשיות: זאגן תהלים מיט תמימות און פשיטות, ווייל איך בין א ברסלבער הייב איך זיך אויף, בעטן נאר פונעם אייבערשטן, שכוח אייבערשטער אז עס איז נאר די קו, פארשטיין די הייליגע תורה, אסאך מצוות, אויסגעריסן דעם טמא'נעם צלם, אפגעהיטענע אויגן, הפצה הפצה הפצה, דאס גרויסקייט פון א צדיק. ווי איר זעט אליינס, כאפט שוין אן א הרהור תשובה נאר פונעם זען די קעפלעך פון די מעשיות, די ערציילונגען זענען פול מיט חיזוק אויף אמונה, תפלה, אמונת צדיקים, טון מצוות ומעשיות טובים לעובדה ולמעשה, שמירת עינים, מידות טובות, תמימות און נאך, וואס דער ראש ישיבה האט אליינס געשריבן, און אריינגעלייגט דערין פילע מעסעדזשעס פון יראת שמים וואס וועט אריינגיין אין די קינדער נאך אין די וויגן, און וועט מיטוואקסן מיט זיי אלע זייערע יארן. &nbsp; די מדפיסים זענען שוין אין די טעג פארנומען אנצוגרייטן דער צווייטער ביכל אין די סעריע וואס וועט אנטהאלטן די פאלגענדע צען שיינע מעשיות, זיך קיינמאל נישט פארלירן, וויאזוי ווערט מען א צדיק?, איך גיי צום רבין, ביים ציון פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, די פישעלעך טאנצן אריין אינעם שיף, פטור געווארן פון די הינט, ווי אזוי דארף מען בעטן דעם אייבערשטן?, א געפיל אין רבין, זיך דערהאלטן, לאז דיך נישט נארן. &nbsp; די גאנצע ארבעט ווערט דורכגעפירט מיט די כסדר'דיגע הדרכה און איבערזיכט פון ראש ישיבה שליט"א דורך די געטרייע און איבערגעגעבנע "מכון עצתו אמונה" וואס האט אריינגעלייגט טעג און וואכן אז עס זאל מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען א הערליכע געלונגענע ביכל. מען האט אויפגענומען גאר ערפארענע דרוקערס, מעלערס און גראפיקער, מען האט עס געדרוקט אויף גאר גוטע קוואליטעט פאפיר, און עס לעמינעטעד עס זאל זיך האלט לענגער פאר די אינגע קינדער וואס וועלן זיך מחיה זיין מיט די הערליך פאכמאניש געמאלענע בילדער. &nbsp; מען קען שוין באקומען דעם ביכל ביים קרן הדפסה, ביי די מפיצים, און אויפן וועבסייט. &nbsp; 🛒 מעשה'לעך פאר קינדער #1 בלויז $8.99

    < זעה מער כג אייר תשפ"ב 📝
  • ספר "איש אמונות" תשפ"א אויף לשון הקודש גייט שוין צום דרוק

    "גוטע נייעס קומט יעצט אן פון די בית הדפוס אין ארץ ישראל" שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א אין א בריוו פארגאנגענעם ערב שבת קודש, "זיי דרוקן יעצט דעם ספר 'איש אמונות' פון יאר תשפ"א; וואויל פאר די וואס נעמען א חלק אין דרוקן די ספרים וואס דערפרייען אזוי שטארק אידישע קינדער". &nbsp; די גוטע בשורה וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן, האט אויפגעוועקט א געוואלדיגע התרגשות ביי אלע וואס האבן נאר אמאל פארזוכט פונעם זיסן טעם פון די עצות און חיזוק פון ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; יעצט איז א היסטארישע מאמענט, מען גרייט זיך צו דרוקן דעם ערשטן ספר פון ראש ישיבה שליט"א אויף לשון הקודש. דער ספר "איש אמונות" וואס איז שוין כמעט גרייט, וועט אנטהאלטן אלע בריוו פון יאר תשפ"א, און וועט יעצט בעז"ה געדרוקט ווערן אין הערליכע בענדער. &nbsp; די מפיצים האבן נישט געשפארט קיין כח און מיה אנצוגרייטן דעם הערליכן ספר צום דרוק, מען האט איבערגעזעצט און איבערגעארבעט די בריוו אויף א געשמאקע גרינע שפראך. אינעם ספר זענען אריין אלע בריוו פונעם יאר, די מכתבים כלליים, די פריוואטע בריוו, און אויך די בריוו פון "עצתו אמונה" אן די שאלות (ווי מוהרא"ש געטון ווען ער האט געדרוקט די בריוו פון "שו"ת ברסלב" אין "אשר בנחל" אן די שאלות). עס דארף אנגעמערקט ווערן אז פילע פון די בריוו ווערט יעצט געדרוקט צום ערשטן מאל. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען אויף די לעצטע דעטאלן וואס מען דארף נאך ענדיגן צו קענען אריינגעבן דעם ספר צום דרוק. טייערע אידן, זעט די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א "וואויל פאר די וואס נעמען א חלק צו דרוקן די ספרים", און ענטפערט אויפן רוף פון די טייערע מפיצים אין ארץ ישראל און רופט אייך אן מיט ווארימע נתינות און העלפט ארויסגעבן די ספרים לאור עולם, און מיט דעם וועט איר ממש אויפלעבן אידישע קינדער, און ראטעווען דורות. דער זכות וועט איך זיכער ביישטיין צו אלע גוטע ברכות. &nbsp; זיך צו משתתף זיין ביטע רופט 054-848-0941, אדער ביים "הפצה ווינקל" אויף "נדרים פלאס". &nbsp; וואויל פאר די וואס נעמען א חלק אין דרוקן די ספרים!

    < זעה מער טו אייר תשפ"ב 📝
  • גרויסע פארלאנג פאר יו עס בי דרייווס מיט דרשות פון ראש ישיבה

    מיט קוים צוויי חדשים צוריק איז ארויסגעקומען פונעם קרן הדפסה די יו-עס-בי דרייווס אנגעפילט מיט דרשות און ניגונים, וואס זענען אנגעפילט געווארן מלא וגדוש. עס זענען ארויסגעקומען עטליכע ווערסיעס, אלע זענען אנגעפילט מיט בערך 12 ביז 14 גיגאבייט, און אנטהאלט איבער 230 שעה אוידיא צו הערן, פילע מוזיק סידיס פון ישיבה, הונדערטער דרשות פון ראש ישיבה פאר בחורים, אינגעלייט, אדער פרויען, צווישן די יארן תשע"ט און תשפ"א. &nbsp; נאכדעם וואס עס איז שוין דורך א שטיק צייט, האט מען שוין געהאט די געלעגעהיינט צוריק צו הערן פון די מפיצים. ווי זיי זאגן פה אחד, איז עס פון די בעסטע אייטעם וואס דער עולם בעט טאג טעגליך. מען הערט צוריק אז מען האט שוין געווארט דערויף זייער א לאנגע צייט, ווייל רוב רובם האבן שוין היינט נאר יו-עס-בי פלעיערס אין די קארס, און מען כאפט זיך צו דערצו מיט א מורא'דיגע דורשט. &nbsp; נאכדעם וואס די ערשטע שיפמענט פון עטליכע הונדערט שטיק איז זייער שנעל אויסגעגאנגען האט דער קרן הדפסה זיך איינגעקויפט א גוטע מאשין וואס קען קאפיען צענדליגע דרייווס אין עטליכע מינוט, האט מען שוין ב"ה צוריק אנגעפילט די אינווענטארי, און די מפיצים האבן זיך שוין צוריק אנגעפילט זייערע סטאק, און פארשפרייטן די הערליכע דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, וואס געט חיות און עצות פאר אלעמען. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם &nbsp; 🎧 צו קויפן די יו עס בי דרייווס אויפן וועבסייט

    < זעה מער ט אייר תשפ"ב 📝
  • שיינע הערליכע ביכל "מעשה'לעך פאר קינדער" שוין ב"ה אריין אין דרוק

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די נייעס אז דער קינדער ביכל מיט הערליכע מעשיות פארציילט דורכן ראש ישיבה שליט"א איז שוין אריין צום דרוק. אנשי שלומינו קענען קוים ווארטן אויף דעם שיינער ספר מיט די סיפורים פול מיט אמונה און יראת שמים, און לערנט אויס פאר די קינדער אז דער אייבערשטער איז מיט זיי איבעראל, און נאר צו אים קען מען זיך ווענדן. איך בין אן אוצר פון יראת שמים

    < זעה מער כה ניסן תשפ"ב 📝
  • הגדה של פסח אור זרוע און קונטרס א כשרן פסח איז מחיה טויזנטער

    איבעראל ווי די מפיצים זענען אנגעקומען אין די לעצטע טעג, זענען זיי געווארן אויפגענומען מיט גרויס שמחה, ווי אידן האבן זיך געפרייט צו באקומען די הייליגע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע.&nbsp; &nbsp; פילע אידן שפירן זיך אין גלות, משועבד אונטער "פרעה" די פה רע, און זוכן דעם צדיק וואס קען זיי ארויסנעמען פון זייער גלות פונעם "מצר ים" די ענגשאפט און דרוקעניש. די ספרים פון הייליגן רבי'ן געבן די עצות און התחזקות צו באקומען דעם "חירות" און זיך באפרייען פון די נעגל פונעם סמ"ך מ"ם דורך דעם "פה סח" די מויל הייבט אן צו רעדן צום אייבערשטן. &nbsp; בפרט איז גאר שטארק צוכאפט געווארן די "הגדה של פסח אור זרוע" וואס אנטהאלט הערליכע ווערטער אויף די הגדה, און באלייכט אידישע קינדער איבער די גרויסקייט פונעם סדר נאכט. &nbsp; אזוי אויך איז געווען א שטארקע נאכפראגע איבערן קונטרס "א כשר'ן פסח". וואס העלפט זיך צוגרייטן אויף די ריכטיגע וועג צום הייליגן און פרייליכן יום טוב פסח, מיט די ווערטער וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז. דער ספרים וועלן זיכער פארשאפען אן אמת'ן עונג יום טוב פאר די אלע וועלכע וועלן לערנען און מקיים וואס דארט שטייט. &nbsp; די ספרים זענען צו באקומען ביי די מפיצים, און אין ישיבה אויף 27 סקילמאן סט. און אזוי אויך אויפן וועבסייט. &nbsp; כאילו הוא יצא ממצרים! &nbsp; 📖 די ספרים אויפן וועבסייט

    < זעה מער יג ניסן תשפ"ב 📝
  • נייע געשמאקע שיעור אין עצתו אמונה אויפן טעלעפאן

    טויזנטע זענען זיך מחיה יעדע וואך מיט די עצתו אמונה, אויף פארשידענע וועגן, דורך די פאסט, דורך אימעיל, דורך די מפיצים, די וואס האבן עס נאר גענומען נאר איין מאל, קענען נישט ווארטן ווען עס קומט ארויס די נעקסטע וואך, און לערנען דורך די הייליגע בריוו, און נעמען ארויס הדרכה, עצות, התחזקות וויאזוי זיך צו פירן, און ווערן נענטער צום אייבערשטן. &nbsp; די בריוו פון ראש ישיבה שליט"א איז טאקע מחיה אידישע קינדער אין אלע צייטן, אבער ווען עס גייט איבער אויף א מענטש א צרה, ער איז צובראכן, אין אזא צייט זענען די בריוו נאך אסאך וויכטיגער, עס איז ממש ווי לופט צום אטעמען, און העלפט מען זאל זיך קענען דערהאלטן העכערן וואסער און נישט ווערן דערטראנקען. דערפאר זעט מען א עקסטערע דארשט ביי די טייערע בחורים וואס ביי זיי איז יעדע דיבור פון ראש ישיבה שליט"א א געוואלדיגע חשיבות, אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן "ווער איז נאך אזוי צובראכן ווי א בחור, ער וויל זיין ערליך, אבער אנשטאט אים פארשטיין, און אים חתונה מאכן ער זאל קענען זיין אן ערליכער איד, שרייט מען אויף אים לייג זיך אריין אין גמרא תוספות", דארפאר זעט מען אז בחורים האבן אן עקסטערע געפיל צו די ספרים און קוטרסים, און זיי כאפן זיך נאך די מערסטע צו די די היילגיע ספרים און פאלגן די עצות און אזוי דערהאלטן זיי זיך און לאזן זיך נישט צוברעכן פונעם סמ"ך מ"ם וואס זוכט זיי צו פארכאפן. &nbsp; פילע טייערע בחורים לעכצן אזוי שטארק צו לערנען יעדע וואך די הייליגע בריוו, האבן גרויסע שוועריקייט אנצוקומען דערצו, זיי האבן נישט קיין אימעיל, זיי פארמאגן נישט קיין פאסט קעסטל, און געפונען זיך אסאך אין ישיבות און ווייטע שטעט און לענדער צומאל זייער ווייט פון א בית המדרש היכל הקודש. דערפאר איז געקומען א שטארקע פארלאנג אז מען זאל אנהייבן פארלערנען יעדע וואך די פרישע בריוו פון עצתו אמונה און איש אמונות אויפן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין וואס שטעלט שוין היינט צו לאקאלע נומערן אין ניו יארק, אפסטעיט, ענגלאנד און ארץ ישראל, און אזוי קענען אסאך מער האבן די געלעגענהייט אנצוקומען צו די בריוו דורכן טעלעפאן ליין. &nbsp; איינער פון די חשובע אנשי שלומינו האט טאקע גענומען אויף זיך די אויפגאבע פארצולערנען וועכענטליך די נייע עצתו אמונה אויפן טעלעפאן, און דאס גייט שוין ברוך ה' אן פאר די לעצטע צוויי וואכן. און עס ווערט טאקע פארגעלערענט הערליך געשמאק און קלאר, און די גריסן וואס קומען צוריק זענען אין לשער, פילע זענען זיך מחיה, און לעבן אויף און קענען נישט גענוג דאנקען פאר געבן די געלעגענהייט צו קענען הערן די הייליג בריוו. &nbsp; דער פרישער שיעור אין עצתו אמונה וועט מיטן אייבערשטנס הילף ארויפגיין אויפן טעלעפאן יעדע סוף וואך. כדי אנצוקומען דערצו דארף מען דרוקן [1] אידיש, [2] דרשות, [5] בריוו. ווען איר קומט אן צו די בריוו קען מען דרוקן [#] פאר די נעקסטע בריוו, [0] צוריקמישן צום אנהייב בריוו, און [9] צוריקגיין צום פריערדיגן בריוו. &nbsp; די נומערן פון קול ברסלב זענען: אמעריקע (ניו יארק) 212-444-9191 אפסטעיט ניו יארק 845-351-0910 קאנאדא 438-300-8080 ענגלאנד 0330-350-2361 ארץ ישראל 079-704-0066. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם

    < זעה מער ט ניסן תשפ"ב 📝
  • גרויסע קונטרסים פון "בית נצחי" שוין דא צו באקומען אויף די פאסט

    מוהרא"ש פלעגט אלע יארן מעורר און מעודד זיין אנשי שלומינו צו לערנען די הייליגע תורה, דאס ערשטע פלעגט מוהרא"ש זאגן איז מעביר סדרה זיין, מקיים זיין די הלכה אין שולחן עורך דורכצוגיין די סדרה שנים מקרא ואחד תרגום, מוהרא"ש פלעגט אלץ ארויסהייבן די גרויסקייט דערפון, אז חז"ל זאגן אז איז מסוגל צו אריכת ימים, אזוי אויך פלעגט מוהרא"ש אלץ זאגן אז "א וואך וואס מען עס איז נישט מעביר סדרה, וועט מען די קומענדיגע וואך האבן א שאדן", מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז מען זאל נישט ווארטן ביז פרייטאג, ווייל נאכדעם איז מען נישט מעביר סדרה, נאר זונטאג זאל מען ענדיגן ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און דינסטאג ביז רביעי, ווי עס ווערט געפסקענט אין שולחן ערוך "מיום ראשון ואילך נקרא עם הציבור". אנשי שלומינו זענען שטארק נזהר דערין, און מאכן זיכער איבערצוגיין די סדרה יעדע וואך, און מה טוב ומה נעים מיט רש"י. &nbsp; דערנאך פלעגט מוהרא"ש אלץ רעדן פון די גרויסקייט פון משניות, בפרט אויב מען קען זאגן אכצן פרקים משניות. עס איז נישט געווען קיין שיעור כמעט וואס מוהרא"ש זאל נישט רעדן פון משניות, ווי עס איז מטהר די נשמה, און איז ווי סטיל וואל, און ברענגט דעם מענטש צוריק צום אייבערשטן. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן "א סימן פון א תלמוד היכל הקודש, אז ער טראגט אלץ מיט זיך א קליינע משניות". &nbsp; דערנאך פלעגט מוהרא"ש רעדן פון לערנען יעדן טאג א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי, און א פרק תוספתא, מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן דעם שטיקל פון סיפורי מעשיות "ווי לאנג דער בלאט איז אויף דיר מגין דארפסטו פון גארנישט מורא האבן" אז דאס גייט ארויף אויף א בלאט גמרא. מוהרא"ש פלעגט זאגן "דיין ווייב וויל דיר ארויפקוקן, זינג דיך אונטער דעם בלאט אינדערהיים, וועט זי האבן מיט וואס דיר צו שעצן". מוהרא"ש פלעגט מעודד זיין אז מען זאל נישט קוקן צו מען פארשטייט צי נישט, "זאג דעם בלאט גמרא, דאס וועט דיר באשיצן פון אלעם". מוהרא"ש פלעגט זאגן אז בבלי ירושלמי און תוספתא איז ראשי תיבות "בית", און פלעגט זאגן אז פונקט ווי א מענטש וויל האבן א הויז אויף דער וועלט, אזוי דארף מען זיך איינקויפן א הויז פאר יענע וועלט. און דורכדעם וואס מען לערנט די דריי לימודים בבלי ירושלמי און תוספתא, קויפט מען זיך איין א "בית נצחי" לנצח נצחים. &nbsp; מוהרא"ש האט איינגעפירט א סדר פון א בלאט גמרא בבלי און ירושלמי, און א פרק תוספתא א טאג. די אידן וועלכע לערנען אין כולל יעדן טאג, האבן עס גרינגער געקענט אויספירן, מען האט גענומען א פאק ספרים, א חומש, א משניות, א גמרא, א ירושלמי, א תוספתא, און נאך צוגעלייגט די פילע אנדערע שיעורים פון וואס מוהרא"ש פלעגט רעדן, א רמב"ם, א טור, א שלחן עורך, מדרש רבה, מדרש תנחומה, זוהר הקדוש, תיקוני זוהר, דעם רבינ'ס ספרים, און אזוי ווייטער, אבער פאר אידן וועלכע זענען טרוד על המחיה ועל הכלכלה, פלעגט עס זייער שווער אנקומען, מילא א קליינע משניות, קען מען נאך מיטמענען, אבער וויאזוי קען מען זיך מיטשלעפן א בבלי, א ירושלמי, א תוספתא אויפן באס? וואו גייט עס אריין אינעם טראק? &nbsp; דערפאר איז געקומען דער קרן הדפסה און מיט די הילף פון אנשי שלומינו האבן מען אנגעהויבן צוזאם שטעלן א קונטרס מיט די בלעטער גמרא און פרקים תוספתא פונעם קומענדיגן וואך, שיין מסודר, געפינטעלט, און מען האט עס מפיץ געווען ביי די שיעורים יעדע וואך. יעדע וואך גייט אויס עטליכע הונדער שטיק פון די קונטרסים, פון וואס מען איז זיך מחיה, דער קליינער קונטרס פיט גרינג אריין אין טאש צוזאמען מיטן לאנטש, און אזוי ווען מען האט נאר א מינוט צווישן איין דזשאב און די אנדערע כאפט מען אריין בלעטער גמרא. &nbsp; שפעטער האט דער קרן הדפסה צוגעלייגט א סובסקריבשאן מעגליכקייט, מען רופט אריין צום קרן הדפסה 718-387-2691 עקסטענשאן 3, און מען שיקט אפ דעם קונטרס בעזרת השם יעדע וואך אויף די פאסט צו סיי וועלכע אדרעס אין גאנץ אמעריקע. &nbsp; דער קונטרס איז די סייז פון א האלבע פאפיר, אזוי עס זאל זיין "פאקעט סייז", יעצט האט מען צוגעלייגט א פרישע אפציע, אויף די פארלאנג פון פילע אנשי שלומינו, וואס האבן געבעטן מען זאל עס דרוקן גרעסער אויף א גאנצע פאפיר, אזוי קען מען בעסער לערנען מיט גרויסע אותיות, און מען קען עס נאך אלץ מיטנעמען עס איז נאכאלץ נישט צו גרויס. &nbsp; דערפאר איז אונז א גרויסע שמחה צו מעלדן אז מען קען שוין באשטעלן די "גרויסע בית נצחי" קונטרסים, אויף די פאסט. אויב ווילט איר באשטעלן, רופט 718-387-2691 עקסטענשאן 3, אדער שיקט א טעקסט צו 845-640-1743. &nbsp; אויך קען מען באשטעלן די אנדערע סובסקריבשאנס, ווי עצתו אמונה, קרית ברסלב בלעטל, גליון סיפורי מעשיות אויף די אויבנדערמאנטע נומערן. &nbsp; כי הם חיינו ואורך ימינו &nbsp; 📖 תוספתא, דפוס היכל הקודש, מנוקד מיט שיינע גרויסע אותיות

    < זעה מער ד ניסן תשפ"ב 📝
  • פילע נייע הערליכע ספרים נארוואס ערשינען

    אין די לעצטע טעג זענען ארויסגעלייגט געווארן צו פארקויפן אויפן וועבסייט פילע צענדליגע נייע ספרים הערליכע מיט מען קען זיך מחיה זיין און אויפלעבן. &nbsp; פילע נייע הערליכע קונטרסים פון שיעורים פון מוהרא"ש: א געשמאקע לעבן, א גליקליכע לעבן, א מתנה פון רבי'ן, דו ביסט א חידוש, דער טיר איז אפן, וואס איז נייעס?, ווער איז דער חסיד?, זארג זיך נישט, גלייב אין דעם צדיק בתמימות, א פרייליכער איד, זיי קלוג נישט גערעכט, מיך וועסטו נישט צוברעכן, מיר אידן אינאיינעם, נאר אמונה, ראטעוועט מיין לעבן, רעדן צום באשעפער, אויך זיך אויך יענעם. דאס אלעס איז פאר בלויז $1.99-$1.49 יעדע איינע. &nbsp; אויך איז ארויסגעקומען א נייע הערליכע קונטרס "תפלות פאר די אידישע שטוב" תפלות געאייגענט פאר די אשת חיל ביים צינדן שבת ליכט, ארויסגענומען פון די ספרים "עצתו אמונה", פאר בלויז $1.49. &nbsp; בפרט ווערט צוכאפט דעם נייעם הערליכן סידי "איך דארף נישט קיינעם", וואס מ'הערט צוריק געוואלדיגע גריסן פון אידן, ווי עס איז מחיה און מעודד די וואס הערן די הייליגע ניגונים. דאס פארקויפט מען אויפן ברסלב סענטער וועבסייט פאר ממש בחנם $2.99. &nbsp; אויך איז זייער גאנגבאר די נייע הערליכע "יו עס בי" קאלעקשאנס, וואס גייט אין די הונדערטער, ווי מען באקומט פילע צענדליגע דרשות פון ראש ישיבה שליט"א אויף א קליינע "יו עס בי" הערליך מסודר. עס איז דא אן אויסוואל פון פיר יו עס בי'ס פאר בלויז $12.99 יעדע. &nbsp; אזוי אויך כאפט מען זיך זייער צו צו די נייע הערליכע ספרים, אוצר האמונה, הגדה של פסח אידיש, קדושת ישראל, אוצר חינוך הילדים. וואס יעדע איינע גייט פאר בלויז $2.99 &nbsp; מיטן אייבערשנ'ס הילף וועלן ארויפקומען אין די קומענדיגע טעג נאך פילע נייע ספרים און קונטרסים. &nbsp; כי לקח טוב נתתי לכם &nbsp; 🛒 דרוקט דא פאר נאך פילע צענדליגע נייע אייטעמס &nbsp; 📖 פסח אין ברסלב סענטער &nbsp;

    < זעה מער ג ניסן תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 166 to 180 of 309 results

1 2 ... 9 10 11 12 13 14 15 ... 20 21
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com