Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • דער נייער "קרית ברסלב בלעטל": שענער, בעסער און גרעסער

    קרעדיט: מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו ווען דער בארימטער "קרית ברסלב בלעטל" איז ערשינען צום ערשטן מאל פאר פונקט צוויי יאר צוריק אויף ראש השנה שנת תש"פ האט מען זיך נישט געראכטן אויף אזא הצלחה בס"ד. געלויבט דער אייבישטער אז מען הערט צוריק פון פילע אידן ווי סאך דער בלעטל האט שוין אויפגעטון אין די קארגע צוויי יאר. גאר שטארק האט געכאפט דאס אויג "די מעשיות פון תפלה" אינעם גליון, מענטשן האב געזען "אינגעלייט" שרייבן פערזענליכע מעשה וואס זיי האבן געהאט, ווי דער אייבישטער הערט אויס יעדעם איינעם אויף יעדע זאך, און האבן זיך געעפענט די אויגן אז בעטן דעם אייבערשטן "מיינט מיר אויך", איך קען אויך בעטן יעדע זאך דעם אייבערשטן, איך דארף נישט שרייען און זיך רעגן אויף מיינע ארומיגע ווען עפעס גייט נישט ווי איך וויל, קיינער איז נישט שולדיג אויף מיינע פראבלעמען, עס איז פשוט דער אייבישטער וויל מיר דערמאנען איך זאל רעדן צו אים און אים בעטן וואס איך וויל, און דער אייבערשטער העלפט. באזונדער האבן פילע אידן זייער הנאה געהאט פון די "נייעס אין שטעטל", מענטשן גלייכן נייעס, מען וויל מיטהאלטן וואס ס'טוט זיך, בפרט ווען עס בויעט זיך א נייע שטאט, און נאך מער ווען עס רעדט זיך פון א "ברסלבע שטעטל", א זאך וואס איז נישט געווען ביז היינט אין אמעריקע, א שטעטל וואו אלע לעבן מיטן אייבערשטען, קינד און קייט לעבן מיט די עצות פונעם הייליגן רבי'ן. גאר שטארק האבן זיך אידן צוגעכאפט צו די "בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א" ווי מען ליינט יעדע וואך א פאסיגע בריוו פאר די צייט, פון וואס אלע נעמען הדרכה חיזוק און עצות, און שטייגן אין עבודת ה' מיט די הייליגע ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א. אלע טייערע קינדער האבן דאס מערסטע ארויסגעקוקט אויף די "חידות אפטיילונג", וואס איז געשטעלט אריינצוברענגען אין די קינדער, צו קענען די שיחות און לעבן די שיחות פון הייליגן רבין. דאס איז אלעס געווען ביז יעצט. אבער יעצט האבן מיר א גוטע בשורה, אז נאך גאנצע צוויי יאר פונעם שיינעם בלעטל, האט דער וועד פונם בלעטל האט באשלאסן אז איז צייט צו גיין מעלין בקודש און ארויפגיין א שטאפל מיט דעם בלעטל, וואס איז גאר וויכטיגט בפרט ווען עס קומט אריינצוברענגען דעם הייליגן רבינ'ס עצות דארף מען אלץ זען וויאזוי מען קען מאכן בעסער און שענער, אז נאך א מענטש זאלן וועלן הערן פון די עצות וואס דער הייליגער רבי האט אונז צו פארקויפן. צום ערשט איז דער בלעטל שטארק פארשענערט געווארן מיט א גאר פראפעסיאנאלן אויסשטעל וואס איז געשמאק צום אויג צום ליינען, און אויך האט מען צוגלייגט נאך בלעטער און אנגעפילט מיט פילע נייע אפטיילונגען מיט שיינע און רייכע תוכן. צום ערשט איז צוגעקומען דער פרישע אפטיילונג "היכל הקודש נייעס", וואס דארט וועט ווערן געדעקט די נייעס אינערהאלב קהילות היכל הקודש. אויך איז געווארן צוגעלייגט אן אפטיילונג "א מעשה פון א צדיק", וואס וועט אנטהאלטן בעז"ה יעדע וואך א שיינע מעשה פון א צדיק שיין און דראמאטיש ארארפגעלייגט. ווי באקאנט רעדט דער דער ראש ישיבה שליט"א כסדר איבער די שטארקע וויכטיגקייט שטענדיג ליינען און פארציילן מעשיות פון צדיקים, וואס וועקט אויף דעם איד ער זאל וויסן אז אויך ער קען נאכמאכן דעם צדיק. דערנאך איז צוגעלייגט געווארן א "פארזעצונג אפטיילונג", וואס וועט האבן א לאנגע שפאנענדע אמת'ע מעשה צוטיילט אין וועכענטליכע פארזעצונגען. אלץ דער ערשטער מעשה אינעם אפטיילונג וועט פארציילט ווערן די העכסט דראמאטישע מעשה פון די נסיעה פון הייליגן רבינ'ס קיין ארץ ישראל. וואס וועט האלטן געשפאנט קינד און קייט פאר א לאנגע וואכן, ביז די דראמאטישע ענדע, וואס וועט בעז"ה גלייך נאכפאלגן מיט א נייע שפאנענדע פארזעצונג. אזוי זענען אויך צוגעלייגט געווארן נאך פילע אינטערסאנטע אפטיילונגען, וואס אלע ליינער וועלן מיטן אייבערשטענ'ס הילף שטארק הנאה האבן. פילע האבן זיך סובסקרייבט צו באקומען דעם שיינעם גליון יעדע וואך, מיט וואס אלע אין שטוב די טאטע, מאמע קינדער זענען זיך מחיה יעדע וואך. זיך איינצושרייבן צו באקומען דעם גליון אדער די אנדערע גליונות רופט אין אפיס פון קרן הדפסה 718-387-2691 עקסטענשאן 3. פאר הערות און קאמענטארן וויאזוי צו פארבעסערן דעם גליון קענט איר שטענדיג רופן 347-379-1161 📌 דער נייער קרית ברסלב בלעטל 📰 פדיון נפש פאר ראש השנה 💳 לינק צו פדיון נפש  📸 א' סליחות ביים ראש ישיבה אין וויליאמסבורג 📸 פדיון נפש ביים ראש ישיבה ערב ראש השנה תשע"ט 📰 לעצטע אפדעיטס פון די נסיעה קיין אומאן 📚לוח ברסלב תשפ"ב אידיש 📰 ברסלב פריים שטארק פאפולער ביי אנשי שלומינו 📰 איבערזיכט איבער די גליונות פון היכל הקודש - טבת תשפ"א

    < זעה מער כד אלול תשפ"א 📝
  • ניסי נסים: צדקה ראטעוועט די מפיצים פון אראבישע לינטש ר"ל

    קרעדיט: מו"ה יושע העשיל דובדבני הי"ו דער פאלגענדע סיפור וואס האט פאסירט פאריגע וואך האט אויפגעטרייסעלט גאנץ ארץ ישראל שפעט אינמיטן די נאכט, דער מפיץ הרב בעריש קרויס הי"ו, פון די מתפללים קביעים אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים, לאזט זיך ארויס אויף א נסיעה צו די קברי צדיקים אין צפון ארץ ישראל, מיטנעמענדיג מיט זיך א גרופע טייערע בחורים, כדרכו בקודש האט ער מזכה געווען אלע מיטרייזענדע אריינצולייגן עטליכע פרוטות פאר צדקה אינעם פושקע פונעם מרכז הפצה וואס ליגט אלץ אין זיין קאר, און שטילערהייט מתפלל געווען אז אין זכות פון צדקה זאל מען גיין און קומען געזונטערהייט. נישט חלומענדיג אין וואס פארא דראמאטישע פאסירונג זיי וועלן באלד אריינפאלן, זענען זיי צום ערשט צוגעפארן צום ציון פון רבי יושע דסכנין, וואס געפינט זיך אין א געפארפולע אראביש דערפל. אבער צוליב דער שפעטע נאכט שעה, האבן זיי נישט קיין סאך געקווענקעלט אריינצוגיין. ווען זיי זענען אנגעקומען צום פארלאזטן דערפל, האבן זיי באגעגענט א גרופע אראבער - וועם זיי האבן געפרעגט דירעקציעס וואו מען פארט צום ציון. דערנאך האבן זיי געזען די גרופע אראבער גייען זיך אוועק צו א געוויסע הויז. די מפיצים זענען אנגעקומען צום ציון און זיך געשטעלט מתפלל זיין, ארויסקומענדיג דערזעען זיי פאר זיך די זעלבע גרופע אראבער, וואס האבן זיי יעצט צוגעוויזן צו פארן צו א געסל ווי מען פארט כלומר'שט ארויס פון דערפל. ר' בעריש האט געזאגט דעם עולם זאל זיך גלייך אריינזעצן אינעם קאר, ווען פלוצלינג זענען אנגקומען נאך און נאך אראבער מיט גרויסע שטעקענעס אין די הענט און רינגלען ארום דעם קאר, און זיי האבן אנגעהויבן האקן און זעצן אויפן קאר, זיי האבן צוהאקט די פענסטער, און האב נישט אויפגעהערט צו האקן און שרייען אן רחמנות מיט קולי קולות. דער דרייווער צוזענדיג דעם מצב האט גלייך פארשטאנען אז אויב ער טוט נישט עפעס דראסטיש תיכף, קען עס צוקומען צו סכנת נפשות, און זעענדיג אז ער איז געבלאקט פון פארן, האט ער אנגעשטעלט דעם קאר צו "ריווערס" אראפגעדוקט דעם געז פעדל ביז אונטן, און אנגעהויבן צו בעקן אינעם פארקערטן דירעקציע - אריינהאקענדיג עטליכע מאל אין געפארקטע קארס, און אפגעצויגן פון דארף. געלויבט דעם אייבערשטן אז די אראבער וואס האבן אנגעהויבן נאכלויפן דעם קאר האבן זיי נישט געקענט דערגרייכן, און מיט גרויסע נסים זענען אלע ארויס אן קיין שום קריץ. "אלעס אין זכות פון הפצה. איך פאר קיינמאל נישט ארויס אן דעם וואס אלע רייזענדע לייגן אריין א פרוטה אין פושקע פון מרכז הפצה", "מיר האבן אלע געהאט די קמיע פון מוהרא"ש, און מיר האבן נישט אויפגעהערט מתפלל זיין צום אייבערשטן אז מיר זאלן ארויסגיין בשלום. &nbsp; א שיינע הפצה צימער אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים - חנוכת הבית בקרוב בעז"ה אין אנדערע נייעס פון הפצה אין ירושלים האט מען אין ליכט פונעם גרויסן פארלאנג און אויף די אנווייזונגען פונעם ראש ישיבה שליט"א, געמאכט גרויסע רענאווציעס אינעם גרויסן בית המדרש היכל הקודש ירושלים. דער גרויסער צימער וואס האט ביז יעצט געדינט אלץ ווייבער שול, וועט פון היינט דינען אלץ הפצה צימער, וואס דארט וועט מען פארקויפן די פילע הונדערטע ספרים און קונטרסים. און דער קליינע צימער דערנעבן וועט דינען אלץ א סטארעדזש פאר די פילע ספרים אין סטאק. מרכז הפצה איז שטארק דאנקבאר פארן איבערגעגעבענעם גבאי מו"ה יצחק פאפענהיים הי"ו פארן זיין גרויסע הילף מיטן פראיעקט. דער אייבישטער זאל אים באצאלן מיט אלעס גוטס. 📚 היינט ערשינען! לוח ברסלב תשפ"א אידיש &nbsp; 📸 דער נייער הפצה צימער אין ירושלים &nbsp;

    < זעה מער ד אלול תשפ"א 📝
  • לוח ברסלב תשפ"ב שוין דא צו באקומען

    דער "לוח ברסלב" וועלכע קומט שוין ארויס פילע יארן, איז וואויל באקאנט פאר אנשי שלומינו און געפונט זיך אין טאש פון יעדע תלמוד היכל הקודש, עס האט א באזונדערע בלאט פאר יעדע וואך אין יאר, און אין די זייט איז דא הערליכע מאמרים פון מוהרא"ש זי"ע איבער די זמן פון יאר וואס מ'שטייט, וואס וועקט אויף דעם מענטש איבער די אוצרות וואס מען קען אריינכאפן אין דעם וואך אדער חודש. און אין צוגאב צום דאטום, קען מען זען די שיעורים כסדרן פאר יעדן טאג, דער בי"ת נצחי די בלאט גמרא, ירושלמי און תוספתא פאר יענעם טאג, וואס איז א ממש א הכרח פאר יעדן תלמוד היכל הקודש צו וויסן. דער לוח איז געווארן נאך מער אויפגעכאפט אין די לעצטע יארן, ווען דער קרן הדפסה האט אריינגעלייגט גרויסע כחות און הערליך איבערגעמאכט דעם לוח מיט שיינע געשמאקע קלארע אותיות, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א געהייסן צולייגן די נ"ך און רמב"ם פונעם טאג, אזוי אז דער לוח וועט זיכער צוגעבן פאר יעדעם אסאך הרחבת הדעת. אזוי אויך האט דער קרן הדפסה אריינגעלייגט גרויסע כחות אז דער לוח זאל ארויסקומען בסייעתא דשמיא א דבר נאה ומתוקן אן קיינע גרייזן. דער נייער לוח פארן יאר תשפ"ב קען מען שוין באשטעלן אויפן ברסלב סענטער געשעפט, צו די צופרידענהייט פון אנשי שלומינו. דרך אגב, קומט אריין א פרישע נייעס פון ברסלב סענטער געשעפט, אז אויפן גרויסן פארלאנג האט מען אריינגעברענגט פילע ספרים פון הייליגן רבין און רבי נתן, וואס מ'קען טרעפן אין די אפטיילונג פון ספרים/לשון הקודש אויפן וועבסייט. מען האפט אין די נאנטע טעג צו משלים זיין און אריינברענגען "אלע" ספרים פון היליגן רבין.&nbsp; היום אם בקולו תשמעו 🛒 צו באשטעלן דעם לוח 📖 ליקוטי מוהר"ן 📖 ספר המידות 📖 ליקוטי עצות 📖 ימי מוהרנ"ת 📖 ליקוטי תפילות 📖 חיי מוהר"ן

    < זעה מער כ אב תשפ"א 📝
  • ברסלב סענטער צייכענט אפ די צוויי און א האלב טויזנטסטער בריוו פון ראש ישיבה שליט"א

    אין בלויז אביסל מער פון איינס און א האלב יאר זינט די מערכת פונעם וועבסייט האט ארויפגעלייגט דער טויזנסטער בריוו, צייכענען מיר אפ מיט פרייד דאס ארויפלייגן דעם בריוו נומער 2,500 געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א אויף אונזער "בריוו" אפטיילונג. דאס איז אויסער די בערך 1,370 הונדערט בריוו אינעם "פראגעס" אפטיילונג, און נאך הונדערטער בריוו אין די "מכתב יומי" אפטיילונגען. די אלע בריוו זענען אנגעפילט מיט קלארע הדרכה, אינספירירנדע חיזוק און פראקטישע עצות פאר פילע שואלים וואס פרעגן אן דעם דעת תורה פון די ראש ישיבה שליט"א, ביי זייערע פילע ספיקות און צוויייפלענישן וואס עס מאכט זיך זיי נאר. דאס אלעס ווערט געדרוקט בעז"ה וועכענטליך אין די "עצתו אמונה" קונטרסים, וואס איז אגב פון די הייסטע אייטעמס און ווערט צוכאפט פון די מפיצים. די עצתו אמונה קען מען אויך דאולונדן בעז"ה וועכענטליך פון "ברסלב סענטער" וועבסייט. און צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען ערמעגליכט עס צו קענען באקומען וועכענטליך אויף די פאסט. פאר סובסקריבשאנס קען מען רופן אין "קרן הדפסה" אויף 718-387-2691 עקסטענשאן 3, אדער דורך אימעיל subscribe@kerenhadfusa.org. אזוי אויך קען מען קויפן פאר א מינימאלע פרייז די געדרוקט קונטרסים און ספרים עצתו אמונה אויף דעם נייעם הערליכען וועבסייט: shop.breslevcenter.com. וואס ווערט כסדר אפדעיטעד מיט פרישע ספרים, קונטרסים און סידיס און נאך. אויך ווערט יעדע וואך ארייינגעלייגט אין די גליון געקליבענע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א. דער גליון - וואס האט אנגעהויבן בשנת תשע"ב מיט נישט מער פון 500 קאפיס א וואך, ווערט היינט פארשפרייט שווערע טוינטער קאפיעס פון די גליון אין דער אידישער שפראך אליינס. אין די שולן אלע אידישע געגנטער אין גרעיטער ניו יארק. - וואס דאס איז אויסער די צענדליגע טויזנטער וואס באקומען דעם גליון אויף די אימעיל איבער די גאנצע וועלט. און חוץ מזה ווערן נאך טויזנטער פארשפרייט אין די ענגלישע שפראך און אויף לשון הקודש. לדעת את המעשה אשר יעשון 🎞️ צו אייער טיר אויף די פאסט 📚 עצתו אמונה פון די לעצטע וואכן 📖 עצתו אמונה חלק ד'&nbsp;

    < זעה מער יג אב תשפ"א 📝
  • הכתרה פאר'ן ראש הכולל הרב הגאון רבי יונה זינגער שליט"א קומענדיגן זונטאג תצא הבעל"ט

    קרעדיט: מו"ה ארי פיש הי"ו מיט גרויס פרייד גרייטן מען זיך אין קהילת היכל הקודש, צום גרויסן "מעמד ההכתרה", ווען דער ראש ישיבה שליט"א גייט מכתיר זיין דעם ראש הכולל הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א אלץ דיין ומורה צדק פאר די גרויסע קהילה. דער פרישער דיין שליט"א וואס האט שוין ארויסגענומען היתר הוראה פון גרויסע מורי הוראה, האט אויך גענומען שימוש ביי גרויסע דיינים מומחים, וועט מיטן אייבערשטנס הילף שטיין צום דינסט פון די קהילה, צו פסק'נען שאלות און ענטפערן פאר אלע שואלים בדבר ה' זו הלכה. אזוי אויך לערנט דער דיין שליט"א פאר א גרונטליכע שיעור פאר די בחורים טאג טעגליך אין ישיבה היכל התורה ווי תלמידים מבקשים וואס ווילן זיך משלים זיין בהלכה, קומען צום שיעור פונעם דיין ווי מען לערנט יעצט הלכות שבת, און הערן זיך צו צום דיינ'ס שיעור ווי ער לערנט מיט די בחורים שולחן עורך אויפן וועג וואס מוהרא"ש האט אראפגעשטעלט, אז מען הייבט אן מיט די דברי חז"ל אין די גמרא, און דערנאך לערנט מען די ראשונים דערויף, און הערשט דאן לערנט מען עס אין שולחן ערוך, און דערנאך שמועסט מען אויס די הלכות וואס קומען ארויס דערפון למעשה בזמנינו, ווי די פוסקים אין די פילע תשובה ספרים זענען מכריע. דער גרויסער מעמד, ווי דער גאנצער ציבור אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען אפצוגעבן דעם ריכטיגן כבוד התורה, וועט מיטן אייבערשטנס הילף פארקומען אינעם גרויסן זאל אין תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב אין ליבערטי, אויף 39 טשעסטנאט סטריט, קומענדיגן זונטאג פרשת כי תצא ז' אלול הבעל"ט. מיטן אייבערשטנס הילף איז ערווארטעט א גאר שיינער מעמד, מיט די באטייליגונג פון גאר חשובע רבנים הגה"צ שליט"א, בפרט פון די גרויסע דיינים ביי וועמען דער דיין שליט"א האט גענומען שימוש. יגדיל תורה ויאדיר 📰 סיום דורכן דיין אין שטוב פון ראש ישיבה 📜 שיעור כללי פון דיין אין הלכות פסח

    < זעה מער יב אב תשפ"א 📝
  • קונטרס "צושנייד מיך נישט", לע"נ הילד לייבי קלעצקי ז"ל, וועקט אויף די אידישע וועלט

    קרעדיט: מו"ה יושע העשיל דובדבני הי"ו אפילו עס זענען שוין דורכגעגאנגען צען יאר פונעם טראגעדיע פונעם טייער קינד לייבי קלעצקי ע"ה פון בארא פארק וואס האט בשעתו אויפגעטרייסעלט דאס אידישע וועלט, הילכט נאך אפ די ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע וואס האט דאן געזאגט א שיעור און האט דורכגענומען די ביינער פון אלע צוהערער, מוהרא"ש זי"ע רעדט דארט איבערן שוידערליכן אומגליק וואס האט פאסירט אז א אידיש אינגל האט אומשילדיג שפאצירט אין גאס, אויפן וועג אהיים פון חדר, און א איד האט אים לא עלינו פארכאפט אויפן גאס, און אים רחמנא ליצלן אומגעברענגט אויף אן אכזריות'דיגן אופן. מוהרא"ש גייט דערנאך צו און רעדט איבער די אומגליקן פון אידישע קינדער וואס ווערן צושניטן אין חדר טאג טעגליך פון קאליקע מלמדים, מוהרא"ש פארציילט דארט האר אויפשטעלנדע עפיזאדן וואס אידן האבן אים פארציילט, וואס זיי זענען דורכגעגאנגען אלץ קינד פון מלמדים וואס טויגן נישט, און טוט אויפפאדערן עלטערן זאלן זיכער מאכן אז זייערע קינדער לערנען ביי מלמדים מומחים יראי ה' וואס וועלן העלפן די קינדער וואקסן און שטייגן בתורה ויראת שמים. מען האט דאן געמאכט דערפון א קונטרס "צושנייד מיך נישט", וואס ווערט כסדר פארשפרייט דורך די מפיצים איבער די גאנצע וועלט, און יעצט צום צענטן יארצייט האט מען ווידער אפגעדרוקט דעם קונטרס טויזנטער שטיק, מיט קלארע שיינע אותיות, סיי אין ליבערטי ביים קרן הדפסה, און אזוי אויך ביים מרכז הפצה אין ירושלים ווי מען האט עס געדרוקט אויף לשון הקודש מיטן נאמען "אל תחתוך אותי", און ווערט יעצט פריש פארשפרייט ביי אידישע קינדער און וועקט זיי אויף צום אייבערשטן. לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה' כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים. (ישעיה יא, ט) 📚 קונטרס צושנייד מיך נישט

    < זעה מער יא אב תשפ"א 📝
  • ברסלב פריים סערוויס שלאגט ווארצלען ביי אנשי שלומינו

    קרעדיט: מו"ה יצחק יונה זאבעל הי"ו נאך בלויז איין וואך וואס דער בארימטער קרן הדפסה האט אנאנסירט דעם פריים מעמבערשיפ, הערט מען שוין צוריק אויסטערלישע גוטע גריסן פון אנשי שלומינו וואס האבן זיך שוין אנגעשלאסן און געווארן פריים מעמבערס.אין א שמועס מיט איינע פון אנשי שלומינו - א פריים מעמבער, דרוקט ער אויס זיין גרויסע צופרידנקייט: "פאריגע וואך דאנערשטאג קלאפט אריין צו מיר א דעליווערי מאן מיט א גרויסע פעקל, דערין אלע גליונות און קונטרסים פון די וואך, אריינגערעכענט די נייע קונטרסים פון מוהרא"ש וואס דער קרן הדפסה האט געדרוקט די וואך; מיין גאנצע משפחה האט זיך מחיה געווען דערמיט, מיר האבן אלעס דורכגעליינט פון דעקל צו דעקל במשך דעם שבת, עס איז ווערד אלע געלטער, עס האט אונז געמאכט אן אמת'ע עונג שבת" האט ער זיך אויסגעדרוקט מיט גרויס איבערגענומענקייט. דער קרן הדפסה געבט טאקע פארן יעדן פריים מעמער א ריכטיגע VIP סערוויס, מען שטעלט אים צו אלע גליונות און קונטרסים פון די וואך, פלאס אנלימיטעד צען פראצענט הנחה אויפן ברסלב סענטער געשעפט, אויסער נאך פארשידענע סורפרייזעס וואס וועט קומען פון צייט צו צייט. דער עיקר מיט וואס די פריים מעמבערס זענען זיך מחיה יעדע וואך, איז די שנעלע און פרעזענליכע סערוויס פון דעליווערי צום טיר יעדע וואך, און אין די צייט וואס די פאסט (אזוי ווי אלע רעגירונגס אגענטורן לעצטענס) קען שלעפן מיט די דעליווערי סערוויס, יעדע צווייטע וואך, און מען קען זיך מיט זיי נישט קיין עצה געבן, באקומען זיי אלעס וואס קרן הדפסה דרוקט אויף א גאלדענעם טאץ ביים טיר פון שטוב. די פרייז פאר ברסלב פריים איז $24.99 א וואך, צו ווערן א מעמבער רופט 718-387-2691 עקסטענשאן 3. * אין אנדערע נייעס אין קרן הדפסה, גרייט מען זיך שוין צו דרוקן דעם נייעם לוח ברסלב תשפ"ב, מען ארבעט שווער זיכער צו מאכן בעז"ה אז עס האט נישט קיין טעותים, מען פולט אויס אלע זמנים, און מען שרייבט אריין אלע שיעורים כסדרן פאר יעדן טאג, מען שטעלט עס אויס מיט א הערליכע שיינעם אויסשטעל. די אלע צענדליגע טויזנטער בלעטער בבלי, ירושלמי, און צענדליגע טויזנטער פרקים תוספתא, רמב"ם און נ"ך וועלן גיין אויפן זכות פונעם נדבן וואס וועט האבן די זכיה צו מנדב זיין די הוצאות צו קענען דרוקן דעם לוח. צו קויפן דעם זכות פונעם לוח תשפ"ב רופט אריין אין קרן הדפסה 718-387-2691 עקסטענשאן 103. * קרן הדפסה פרשת דברים תשפ"א אין רויע ציפערן: 26,350 קונטרסים פון מוהרא"ש; 3,700 וועכענטליכע עצתו אמונה; 13,600 גליונות היכל הקודש; 3,300 פון אנדערע היכל הקודש גליונות וואס רעכענט אריין בית נצחי, אשר היה אל יואל, גליון סיפורי מעשיות, קרית ברסלב בלעטל, און נאך. ועל ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו

    < זעה מער י אב תשפ"א 📝
  • ערשטע סיום מסכת דורך קבוצה תלמידים פון באוויסטע ישיבה אין אפסטעיט ניו יארק

    קרעדיט: הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א אין א געוויסע חשובע ישיבה אויף די בערג פון ניו יארק, געפונט זיך א חשובע חבורה פון טייערע בחורים, די בחורים האבן אלץ געוואלט מיטהאלטן אלע שיעורי הישיבה, אבער פאר זיי איז עס נישט געגאנגען. כאטש זיי האבן שטארק פרובירט, אבער ווי עס שיינט האבן זיי נישט געהאט די כלים, די קאפ, אדער די געדולד צו לערנען בעמקות, אזוי האבן זיי זיך נעבעך געמוטשעט מיט זייערע שווערגקייטן טאג טעגליך, און זיך געדארפט ספראווענען מיט די שווערע פראבלעם פון "וויאזוי שטופט מען דורך אזוי סאך שעות אין טאג"?... דער משגיח פון ישיבה פארציילט ווי שטארק עס האט אים וויי געטון צוזעענדיג די צער פון די טייערע בחורים, ווי ער האט נישט געקענט צוקוקן ווי יעדן טאג איז פריש אן אפקומעניש, און בעיקר האט ער מורא געהאט פאר די צוקונפט פון די טייערע בחורים, וויסנדיג אז ליידיג גיין ברענגט צו רחמנא ליצלן צו דאס ערגסטע.&nbsp; ביז איין טאג האט דער אייבישטער מיט זיין גרויס רחמנות געשיקט א טייערע מפיץ מאנשי שלומינו, וואס האט באזוכט ביי דעם ישיבה, ווי מען האט אים זייער שיין אויפגענומען, און ער האט דארט איבערגעלאזט אביסל פון די ליכטיגקייט פון הייליגן רבין. די טייערע בחורים האבן זיך צוגעכאפט צו די הייליגע ספרים ווי א דורשטיגער צו פרישע וואסער, זיי האבן געשלונגען די ווערטער פון הייליגן רבין, וואס האט זיי מחיה געווען און מחזק געווען. זיי האבן גענומען די עצות פון די קונטרסים לעובדא ולמעשה, זיי האבן זיך צוגעכאפט צום געשמאקן סדר דרך הלימוד, און זענען געווארן גרויסע מתמידים, און האבן אנגעהויבן שפירן דעם זיסן טעם פון די תורה, וואס זיי האבן נאך קיינמאל אזאנס געשפירט. דער משגיח פון ישיבה זאגט "די גאנצע לופט אין ישיבה האט זיך געטוישט מן הקצה אל הקצה, די בחורים זענען ממש נישט צום דערקענען; היינט צו טאגס זיצן אלע בחורים אין בית המדרש און לערנען מיט גרויס התמדה, איך דארף שוין כמעט נישט טרייבן". אזוי האט זיך עס געצויגן פאר עטליכע וואכן, ביז דעם פארגאנגענעם ליל שישי מטות מסעי תשפ"א, ווען עס איז פארגעקומען דער ערשטער פרייליכער סיום מסכת פון די טייערע בחורים, וואס האבן געענדיגט זייער ערשטע מסכת. עס איז נישט צום באשרייבן די שמחת התורה פון די טייער בחורים. זייערע פנימער האבן אויפגעלעבט מיט א פרישע חיות, און עס דערקענט זיך אויף זייער גאנצע התנהגות, אפילו זייער דאווענען האט באקומען א פרישע פנים, זיי זענען געווארן צופרידענע בחורים. אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם סיום, וואס די טייערע בחורים האבן אפגעהאלטן ביי זיי אין ישיבה, ווי זיי שפירן זיך נאנט צום ראש ישיבה שליט"א מריחוק מקום וקירוב הלב. שישו ושמחו בשמחת התורה 📚 קונטרס "סדר הישיבה" אידיש 📚 קונטרס "עצתו לבחור ישיבה"

    < זעה מער ג אב תשפ"א 📝
  • הפצה אין ירושלים גייט אן מיט א פרישע חיות

    די מפיצים פון ירושלים קומען קיין בית שמש ווי יעדע וואך, איז מען אויך די וואך פרשת פנחס זיך צוזאם געקומען צום "כינוס המפיצים" ליל שישי אין אפיס פון מו"ה גדלי' בעלער הי"ו אויפן דולב גאס אין בית שמש. אבער די וואך זענען אויך די מפיצים פון ירושלים עיה"ק געקומען צו פארן קיין בית שמש, ווי מען האט זיך מחזק געווען אינאיינעם, און געהערט א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א. * מען דרוקט אשר בנחל אין ירושלים צוליב די גרויסע פארלאנג פון אידן וואס ווילן מקיים זיין די צוואה וואס מוהרא"ש האט געבעטן צו דרוקן זיין ספר אשר בנחל, און האט צוגעזאגט גאר גרויסע הבטחות פאר ווער עס וועט נעמען א חלק דערין אז מען וועט זיכער האבן די ישועה וואס מען דארף, האט מען יעצט געדרוקט עטליכע הונדערט בענדער פון אשר בנחל חלק כ"ה מיט א ווייכע דעקל. עס איז נארוואס אנגעקומען צום מרכז הפצה אין ירושלים פון ווי עס ווערט פארשפרייט פאר גאנץ ארץ ישראל. * סעטס תוספתא ביים ציון פון רבין אין אומאן דער מרכז הפצה אין ירושלים האט פארקויפט אין די לעצטע חודש איבער 250 סעטס תוספתא. עס איז געקומען א ווענדונג פונעם מנהל בית הדפוס אין אומאן, הרב ישראל פוקס הי"ו אז ער דארף עטליכע סעטס פאר זיך און פאר די איינוואוינער פון אומאן, אזוי אויך צו לייגן ביים אוצר הספרים פון ציון, וואס וועט גענוצט ווערן דורך די די צענדליגע טויזנטער אידן וואס קומען כסדר צום ציון פון הייליגן רבין אין אומאן. מו"ה דוד יעקב יאקאבאוויטש הי"ו וואס איז געפארן קיין אומאן, האט מיטגענומען מיט זיך די ספרים און האט עס אפגעשיקט צו מו"ה ישראל פוקס הי"ו, וואס האט עס הערליך געבינדן און מנדב געווען צום ציון הקדוש. * נייער אויסשטעל פון גליון היכל הקודש לשון הקודש דער נייער אויסשטעל פונעם גליון האט געגעבן א פרישע חיות פארן גליון היכל הקודש, און א פרישע שטראם פון נייע מפיצים האבן גענומען אויף זיך צו מפיץ זיין די גליונות. די גליונות ווערן געדורקט יעדע וואך ביי די פיר בתי הדפוס אין ארץ ישראל, פון וואו די מפיצים פארשפרייטן עס אין גאנץ ארץ ישראל. צוליב די פרישע פארלאנג האט מו"ה שמעון עוזר פערל הי"ו שוין געדארפט אנהייבן אנצוגרייטן פאריגע וואך די פיר גליונות פון דינסטאג. די פיר גליונות וואס מען געט ארויס איבערגעטייטשט אויף לשון הקודש זענען: גליון היכל הקודש, עצתו אמונה, סיפורי מעשיות, אשר היה אל יואל. 📜 צענדליגע טויזנטע זענען זיך מחיה מיט די איבערגעטייטשטע גליונות

    < זעה מער כד תמוז תשפ"א 📝
  • ווארימע ניגונים צוגעפאסט פאר די דריי וואכן אויף קול ברסלב

    אריינטרעטענדיג אין די בין המצרים טעג, האט די באקאנטע "קול ברסלב" האטליין צוגעלייגט א גאר נוצבארע קנעפל, מיט ווארימע און הערליכע ניגונים אן מוזיק ספעציעל פאר בין המצרים, דער אפטיילונג געפינט זיך אויף >① אידיש>⑤ פארשידענס >⑥ ניגונים לימי הספירה >① ניגונים פון תשובה (1561) פון די מעין מעניו, דערנאך קען מען זיך אויסוועלן פארשידענע ניגונים, אדער דרוקן ⓪ פאר שאָפל (אלע ניגונים). דער אפטיילונג אנטהאלט הערליכע ניגונים פאר בין המצרים געזינגען דורכן ראש ישיבה שליט"א וואס טוט אנווארעמען דאס הארץ זיך צוריק צו קערן צום באשעפער און דערמיט אויפבויען דעם אייגענעם בית המקדש וואס ליגט ביי יעדן איד אין הארץ, ווי דער הייליגער רבי זאגט אז ווען מען קלאגט אויפן חורבן בית המקדש וויינט מען נישט אויף די חורבן וואס איז געשען פאר צוויי טויזנט יאר צוריק, נאר מ'וויינט אויף די אייגענע חורבן בית המקדש, יעצט אין דריי וואכן קלאגט מען דערויף אז "ביי מיר אין מח איז נישטא קיין השראת השכינה, איך פארגעס פונעם אייבערשטן". דערפאר האט "קול ברסלב" צוגעשטעלט ספעציעלע ניגונים אן מוזיק, צוגעפאסט פאר די דריי וואכן, ווען מען הערט נישט קיין מוזיק, און דורכן דרוקן 0 ביים בין המצרים ניגונים מעניו קען מען הערן ניגונים פון מער פון א שעה, און איז זייער געאייגענט איינשלעפן די קינדער ביינאכט, און איינוועגס זיי אויפוועקן צום אייבערשטן. די נומערן צו רופן קול ברסלב איז: מעין נומער: 212-444-9191 אפסטעיט 845-351-0910 קאנאדא 438-300-8080 ענגלאנד 03303502361 ארץ ישראל 0797040066 כל רודפיה השיגה בין המצרים 🎙️ ניגונים פון תשובה - וואקאליש 📰 הונדער אינטערוויוס פון קול ברסלב 📰 קול ברסלב האטליין 📚 קונטרסים פאר די זומער טעג 📜 מסדר זיין די האטליין קול ברסלב

    < זעה מער יח תמוז תשפ"א 📝
  • נעקסט לעוול הפצה: ביזנעס קארטלעך

    קרעדיט: מו"ה יעקב יאקאבאוויטש הי"ו די וועלט בלייבט נישט שטיין. דער בעל דבר ארבעט אויף קעסל און כלים אריינצושלעפן אידן אין זיין נעץ, זה לעומת זה עשה אלקים, דער אייבערשטער האט אראפ געשיקט דעם הייליגן רבין וואס האט די עצות און מיטלען זיך צו שלאגן מיטן סמ"ך מ"ם, און זיינע תלמידים די הייליגע מפיצים רוען אויך נישט. פאר עטליכע אינגעלייט פון אנשי שלומינו איז בייגעפאלן א געדאנק צו מאכן פארשידענע "קארטלעך", עקסטער פאר מענער, פאר פרויען, און ענינים שונים, וואס די מפיצים גייען ארום און פארטיילן פון מענטש צו מענטש. וואס דאס האט שוין געראטעוועט אומצאליגע אידישע קינדער פון אריינפאלן אין טיפן אפגרינד ר"ל. איין אזא עפיזאד האט זיך לעצטענס אפגעשפילט ביי א איד, וואס האט עס פערזעליך פארציילט פאר איינע פון אנשי שלומינו: ביי איינעם אין זיין משפחה פון קרית יואל, איז נעבעך אריינגעפאלן א פראבלעם אין מח, און וואס א טאג שפעטער האט עס זייער שלעכט אפעקטירט די גאנצע משפחה אויף גאר א נעגאטיוון פארנעם, אויף אזוי ווייט אז די משפחה אנגעהויבן אראפפארן פון די רעלסן ר"ל... געטרייע חשובע עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אין די פרשה מיטן ציל צו ראטעווען די חשובע משפחה, און אלע האבן באשלאסן פה אחד, אז די איינציגע עצה פאר זיי איז "טעראפי", און האבן דערקלערט אז פאר בלויז בערך צוואנציג טויזנט דאלער א חודש וועט מען קענען אויסהיילן דעם פאציענט. עס איז דורך א חודש נאך א חודש, ביז נאך א גאנצע יאר האט מען זיך דערזען, אז טראץ וואס מען האט שוין אויסגעגעבן א פערטל מיליאן דאלער האלט מען נאך ביי "סטעפּ זיראָ". "גארנישט" האט זיך געטוישט. דער אייבירשטער וואס פירט די גאנצע וועלט, און גארנישט קען געשען אויסער וואס ער באשליסט, האט געזען די צער פון די משפחה, און האט געשיקט זיינע שליחים זיי צו העלפן. איין טאג, האט דאס ליידענדע ווייבל געטראפן א קליין קארטעלע, וואס איז געשטאנען דערויף פאר עצות און חיזוק רופט 212-444-9191 אדער פאר די קוואל פון חיזוק פרויען האטליין רופט 212-444-9169, זי האט אריינגעלייגט דאס קארטל אין טאש, און גערופן דעם נומער. עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט און די גאנצע משפחה די עלטערן מיט די קינדער, האבן זיך אלע געשטעלט אויף די פיס, און אנגעהויבן צו לעבן מיטן אייבערשטן, און זענען ב"ה ארויס פון זייער פלאנטער אן קיין שום סייד עפעקטס. מען האט די וואך געדרוקט פינף און צוואנציג טוינזט פרישע קארטלעך, ווער עס וויל באקומען קארטלעך צו טיילן, זאל זיך ווענדן צו די מפיצים. אם הבנים שמחה הללוקה

    < זעה מער יד תמוז תשפ"א 📝
  • דער ראש ישיבה ביי קביעת מזוזות ביים בית הדפוס אין קרית ברסלב ליבערטי

    פארגאנגענעם ערב שבת קודש איז דער ראש ישיבה אריבער געקומען צום בנין פון קרן הדפסה ווי ער האט מיט געהאלטן די אקטיוויטעטן פונעם קרן הדפסה. צום ערשט האט דער ראש ישיבה געלייגט מזוזות אויף די נייע טירן, דערנאך האט דער ראש ישיבה זיך אומגעקוקט אויף די פילע מאשינען און געהערט א באריכט איבער די נייע מאשינען וואס קומען צו בעזרת השם. מען האט אויסגעשמועסט מיטן ראש ישיבה איבער נאך פארשידענע געדאנקען מיט וואס מ'קען העלפן די מפיצים. אזוי אויך האט מען געוויזן פארן ראש ישיבה איבער די ארבעט וואס ווערט יעצט דורכגעפירט אינעם בית הדפוס איבערצומאכן די עלעקטריק אינעם בנין, כדי עס זאל קענען דערהייבן די פילע פרישע מאשינען וואס מ'גייט מיטן אייבערשטנס הילף אריינברענגען. דער קרן הדפסה איז דער צענטער פון ווי די פילע הדפסה און הפצה אקטיוויטעטן גייען ארויס. פון דא ווערט געדרוקט טויזנטער קאפיעס פון די פולע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש וואס ווערט פארשפרייט דורך די חשובע מפיצים, און ברענגט אריין די ליכטיגקייט און עצות פון הייליגן רבין צו טויזנטער שטובער. אזוי אויך ווערט דא געמאכט די צענדליגע טויזנטער קאפיעס פון די פילע גליונות און קונטרסים וואס ווערט פארשפרייט כסדר אין די בתי מדרשים און אזוי אויך געשיקט אויף די פאסט דורך סובסקריבשאנס און דורכן נייעם אויפגעכאפטן וועבסייט. &nbsp; 📸 דער ראש ישיבה ביים באזוך אין קרן הדפסה - עש"ק נשא 📰 וועלט בארימטער גליון היכל הקודש גרייכט פינף הונדערטסטער גליון

    < זעה מער טז סיון תשפ"א 📝
  • צענדליגע טויזנטער אידן זענען זיך מחי' מיט "קול ברסלב"

    די ליניעס פונעם טעלעפאן ליין "קול ברסלב" ווערן פארפלייצט טאג טעגליך מיט צענדליגע טויזנטער רופן פון איבער די גאנצע וועלט, פון אידן וועלכע ווילן שעפן חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן. די פילע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, די פילע דרשות, שיעורי תורה, שיעורי התחזקות, ניגונים, פערזענליכע געשיכטעס, מעשיות פון תפלה, און נאך פיל מער, זענען א קוואל פון לעבן פאר אזויפיל אידן וואס זוכן אביסל ליכטיגקייט און ווארעמקייט, זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן און צו מצליח זיין אין לעבן ברוחניות ובגשמיות. ביים אריינרופן דעם ליין דרוקט מען 1 פאר אידיש, און דערנאך קען מען הערן אויף נומער 0 אלע פרישע זאכן וואס ווערן טעגליך ארויפגעלייגט אויפ'ן ליין. נומער 1 - קורצע דברי חיזוק פאר'ן טאג: דאס מערסט אויפגעכאפטע קנעפל אויפ'ן סיסטעם איז די באקאנטע "חיזוק יומי" פון ראש ישיבה שליט"א און מוהרא"ש זי"ע. נישט יעדער האט צייט צו הערן לאנגע שיעורים. טויזנטער אידן זענען זיך מחי' מיט די צוויי דריי מינוט חיזוק, דאס געבט זיי די כוחות אנצוהויבן יעדן טאג מיט א פרישקייט. אונטער נומער 1 געפונט זיך אויך די קנעפלעך אנצוקומען שנעל צו די לעצטע שיעורים, ווי אויך געפונט זיך דארט די אפטיילונג פון "עניני דיומא", וואו מ'קען הערן א גרויסע אויסוואל פון שיעורים, שמועסן, מעשיות, און נאך, איינגעטיילט לויט די ימים טובים און יומי דפגרא. נומער 2 - א גאר רייכע אויסוואל פון שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א: איינגעטיילט לויט די יארן: טעגליכע און וועכנטליכע שיעורים, מועדים וזמנים, פארגעליינטע בריוו, חיזוק קאלס, שיעורים אין גמרא בבלי און ירושלמי, שיעורים אויף גאנץ נ"ך, משנה תורה להרמב"ם, און נאך גאר פיל. די שיעורים האבן שוין אויפגעראכטן אזויפיל אידן איבער די גאנצע וועלט, וועלכע האבן דארט געפונען זייער סיפוק אין לעבן, א מהלך פון לעבן מיט'ן אייבערשטן געאייגנט פאר יעדן איינעם מקטן ועד גדול, אין אלע תחומים אין לעבן. נומער 3 א ריזיגער אויסוואל פון שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע: איינגעטיילט אויף די פרשיות השבוע און מועדים וזמנים, א קוואל פון שפורדלדיגע וואסער וואס שטילט דאס דארשט פון אידן הצמאים לדבר ה', די דיבורים זענען מחי' און מחזק אין אלע אומשטענדען. נומער 4 - פארשידענע שיעורים: וועכנטליכע שיעורים פון הרה"צ מוה"ר יצחק לעזער שליט"א, מיט וואס פילע אידן זענען זיך מחי' און מחזק. ווי אויך דער חינוך אפטיילונג, לענגערע און קורצע שיעורים אין חינוך, ווי אויך א מלמדים שטיבל, וואו מלמדים שמועסן זיך דורך מיט עצות און טיפס ווי אזוי זיך אפצוגעבן מיט די קינדער אויפ'ן ריכטיגן וועג, זיי אויפצובויען צו ווערן אמת'דיגע ערליכע אידן. נומער 5 - היכל נגינה. פילע הונדערטער הערליכע ניגונים אויף אידיש, ווארעמע און לעבעדיגע, נוסח און גראמען, מיט אדער אן מוזיק, צוגעפאסט פאר יעדנ'ס געשמאק. ניגונים פון אמונה און תשובה, וואס הערן זיך אזוי געשמאק צום אויער, און רעדן צום הארץ פון יעדן איד, צוריק צו קומען צום אייבערשטן פון סיי וואו מ'געפונט זיך נאר. נומער 6 - מיטצוזאגן אויפ'ן וועג: א גרויסער אויסוואל פון שיעורים כסדרן - תהלים, משניות, חומש, טעגליכע "בי"ת נצחי" בבלי ירושלמי תוספתא, תיקון הכללי, תפלת הדרך, פרשת המן. דער נומער ווערט כסדר אפדעיטעט מיט פרישע שיעורים. פילע אידן באנוצן זיך מיט דעם קנעפל צו קענען לערנען זייערע שיעורים זייענדיג אויף די וועגן און שטעגן. נומער 7 - פאמיליע ווינקל. מעשיות פון תפלה, אידן דערציילן זייערע פערזענליכע געשיכטעס ווי אזוי זיי זענען געהאלפן געווארן דורכ'ן בעטן דעם אייבערשטן אויף אידיש אלעס וואס זיי האבן געדארפט. ספורי מעשיות, דער ראש ישיבה שליט"א דערציילט די מעשיות פון הייליגן רבי'ן, באגלייט מיט מוזיק, פון וואס די קינדער האבן גאר שטארק הנאה. ספורי צדיקים, א גרויסער אויסוואל פון ספורי צדיקים דערציילט פאר קינדער. הפצה בליצן, פערזענליכע געשיכטעס וואס אידן דערציילן איבער זייערע מיטלעבענישן ביים טון הפצה, צו געבן פאר נאך אידן טועם צו זיין פון דעם לויטערן קוואל פון הייליגן רבי'ן. אינטערוויוס, גאר רייכע און אינטערעסאנטע אינטערוויוס מיט פילע אידן (א מפתח פון די ערשטע 100 רייכע אינטערוויוס), איבער אלץ און אלעמען. לאנטש ברעיק, וועכנטליכע שמועסן זיך אויסצולופטערן, מיט א ברסלב'ע געשמאק. שיחות חברים, די חשובע חברים מקשיבים שמועסן זיך דורך און זענען זיך מחזק אינאיינעם. דאס איז געדעקט א גרויס חלק פונעם ליין, בנוסף צו נאך פארשידנס וואס קומט צו כסדר צום ליין. עס קומען כסדר אריין פילע דאנק מעסעזשעס פון אידן וואס זייער לעבן איז אויפגעראכטן געווארן א דאנק דעם טעלעפאן ליניע. פון די גאר ברייטע אויסוואל פון אזויפיל אינטערעסאנטע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, איז דא גענוג פאר יעדן איינעם צו טרעפן זיין ווינקל פון וואס ער האט די מערסטע הנאה, און וואס איז אים מחזק און געבט אים מוט צוריק צו קומען צום אייבערשטן אין אלע אומשטענדן. אויב האט איר נאכנישט אויספרובירט דעם ליין, איז יעצט די צייט דאס צו טון, איר וועט זיך מחיה זיין מיט יעדע אויסוואל באזונדער, און האבן א געוואלדיגע ניצן דערפון אין אלע אספעקטן אין לעבן. די נומערן צו רופן "קול ברסלב" זענען: ניו יארק 212-444-9191 אפסטעיט 845-351-0910 קאנאדא 438-300-8080 ענגלאנד 03303502361 ארץ ישראל 0797040066&nbsp; ישמע חכם ויוסף לקח! 📰 הונדערט אינטערוויוס אפגעצייכענט אויף קול ברסלב - אדר תשפ"א 📰 מסודר'דיגע מפתח פון די ערשטע 100 אינטערוויוס אויף קול ברסלב 📰 מפתח פון "קול ברסלב" אפדעיטס וועכענטליך אין "עצתו אמונה"

    < זעה מער טו סיון תשפ"א 📝
  • וועלט בארימטער גליון היכל הקודש גרייכט פינף הונדערטסטער גליון

    צען יאר צוריק ווען דער מנהל פונעם ברסלב'ער תלמוד תורה, הרב מרדכי אינדיג הי"ו, האט אפגעטייפט אפאר שיינע שטיקלעך פון רבינ'ס ווערטער אויף א גליון, האט ער נישט גע'חלומ'ט ווי ווייט דאס וועט דערגרייכן. אבער עס האט נישט גענומען קיין סאך צייט, ביז די גריסן האבן אנגעהויבן צו קומען, מענטשן - ברסלב'ע חסידים און אפילו אידן פון אנדערע שולן - האבן זיך זייער צוגעכאפט דערצו, מען האט זייער הנאה געהאט פון די פשוטע שפראך פונעם גליון, פון די געשמאקע עצות און חיזוק, און בפרט פון די תורות אויף די פרשה מיט א למעשה'דיגער מוסר השכל. און וויבאלד דער געדאנק אז רוב שולן לייגן ארויס גליונות פון פילע קהילות איז שוין דאן געווען א אנגענומענע זאך כמעט איבעראל, האבן אנגעהויבן אריינצוקומען בקשות פון פארשידנע קהלות קדושות אז מען זאל עס ברענגען אויך ביי זיי אין בית המדרש. אזוי האט זיך אנגעהויבן די הפצה פון די גליונות. א הפצה וואס האט נישט זיינ'ס גלייכן, אן הפצה וואס האלט שוין אן פאר גאנצע צען יאר אן אפשטעל. יעדע וואך און יעדע יום טוב, ערשיינט דער גליון אנגעפאקט מיט א רייכער תוכן און שיינע שפראך, און איז מחיה און מחזק צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט בלי שום גוזמא. מען הערט כסדר גריסן ווי דער גליון האט געשטעלט אויף די פוס גאנצע משפחות. מען באקומט פידבעק ווי עס מאכט דער שבת טיש ביי פילע משפחות, מען זאגט נאך די תורות ביים טיש, און מען דערציילט די מעשיות פאר די משפחה.&nbsp; היינט צו טאגס ווערט דער גליון צושיקט פאר צענדליגע טויזנטער אימעיל אדרעסן איבער די גאנצע וועלט, עס ווערט געדוקט יעדע וואך אין דריי שפראכן, אין אידיש, לשון הקודש און ענגליש, און אידן איבער די וועלט מאכן גוזמאות פון קאפיעס וואס ווערט דערנאך אראפ געלייגט אין שולן דורך די מפיצים. די מפיצים זענען זיך מחיה מיט די גליונות, זיי זאגן אז עס איז פון די גרינגסטע זאכן מפיץ צו זיין, ווייל ווי אויבן דערמאנט, זענען גליונות אין שולן א זייער אנגענומענע זאך היינט צו טאגס, און רוב שולן האבן גליונות פון פילע קהילות קדושות בישראל, און די מפיצים זאגן אז אויב זיי פארפאסן נאר איין וואך פון לייגן די גליונות אין א שול באקומען זיי תיכף נאך שבת א רוף פון די גבאים "וואו ביסטו געווען? מען האלט אין איין זוכן דעם ברסלבער גליון!".מיט די צייט איז דער גליון געווארן בארייכערט און פארברייטערן מיט פארשידענע שיינע קאלומס. היינט צו טאגס באשטייט דער גליון פון די פאלגענדע קאלומס: "א ווארט אויף די פרשה", ווי עס ווערט געברענגט קורצע שיינע געדאנקען, וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די פרשה, חיזוק אויפן טאג טעגליכן לעבן. "מוהרא"ש דערציילט" דא ווערט געברענגט גאר אינטערעסאנטע שמועסן פון מוהרא"ש זי"ע, יעדע וואך אויף פארשידענע ענינים באגלייט מיט גאר אינטערעסאנע עובדות און סיפורים. ביים ווינקל ערשיינט א קורצע קעסטל "א גוט ווארט" דארט ווערט געברענגט א קורצע און אינספרירינדע שטיקל צו ערוועקן די נשמה פון א מענטש ארויסגענומען פון "עצתו אמונה". אויפן צווייטן זייט וועט געווענליך זיין א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א בענינים העומדים על הפרק, און אויפן דריטן זייט אן אינטערעסאנטע אקטועלע שאלה געוואנדן צום ראש ישיבה שליט"א, מיט א וואונדערליכע תשובה פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס העלפט דעם שואל אין זיין פראבלעם און ווייזט אים דער וועג וויאזוי ארויסצוגיין פון זיין פראבלעם און וואס צו טון על פי תורה. דערנאך קומט דער קאלום "די לעבנס געשיכטע פון הייליגן רבי'ן" וואס לויפט שוין איבער הונדערט וואכן, ווי עס ווערט דערציילט אין קורצן דאס לעבן פון הייליגן רבי'ן און אלץ וואס איז אויף אים אדורך, ארויסגענומען פון ספר "פעולת הצדיק". דערנאך אויפ'ן לעצטן זייט ערשיינט דער רובריק "נייעס אינערהאלב מוסדותינו הקדושים" וואו עס ווערט באריכטעט אין קורצן די לעצטע נייעסן און אפדעיטס מהנעשה והנשמע אין די הייליגע מוסדות. פון דעם גליון זענען זיך צואוואקסן פילע שיינע גליונות פון אנשי שלומינו, מיט וואס פילע זענען זיך מחיה, און טייל קען מען אפילו באקומען אויף די פאסט. כהיום קומען ארויס אויף א וועכענטליכע פארנעם די פאלגענדע גליונות פון היכל הקודש 1) גליון היכל הקודש (אין דריי שפראכן) 2) קרית ברסלב בלעטל 3) גליון סיפורי מעשיות (אין צוויי שפראכן) 4) עצתו אמונה (דריי שפראכן) 5) שיחות פון ראש ישיבה (צוויי שפראכן) 6) א גריס פון בית פיגא 7) גליון אשר היה אל יואל (צוויי שפראכן) 8) בית נצחי. די גליונות "היכל הקודש", "קרית ברסלב בלעטל", "עצתו אמונה", און "בית נצחי" קען מען באקומען צוגעשיקט אויף די פאסט פאר א צוגענגליכענע פרייז דורכן קרן הדפסה (718-387-2691 עקסטענשאן 3, אדער subscribe@kerenhadfusa.org). 📰 ערשטע באנד עצתו אמונה אין ענגליש ערשינען 📰 ברסלב סענטער געשעפט אפן 📰 די מפיצים פון בית שמש, עפענען אן אייגענעם בית דפוס 📰 צו באקומען גליון "עצתו אמונה" ענגליש אויף די פאסט 📰 וועכענטליכע עצתו אמונה באקומט נייע אפטיילונגען פאר קינדער 📰 אידישע שטובער ווערן אויפגעלאכטן וועכענטליך מיט פילע גליונות און אויסגאבעס ארויסגעגעבן דורך היכל הקודש 📌 די גליונות צו דאונלאדן אויפן וועבסייט 🔗 זיך איינצושרייבן צו באקומען די גליונות אויף אימעיל 📧 זיך איינצושרייבן צו באקומען די גליונות אויף די פאסט 📜 דאס גרויסקייט פון איבערטייטשן דעם גליון אויף ענגליש 📜 דער גליון פון שטעטל לעבט אויף דעם שבת טיש 📸 ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו לייגט ארויס באקסעס מפיץ צו זיין די גליונות

    < זעה מער יג סיון תשפ"א 📝
  • דער "קִיבֵּל וּמְסָרָהּ" קאמפיין, צו דרוקן די ספרים "איש אמונות" - גייט אריין אין גאנג

    מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין ספר "רגעי מוהרא"ש" (סימן י"ח): "ווען איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבין... איז געווען גאר שווער צו טרעפן דעם רבי'נס ספרים... האב איך זיך דעמאלטס מקבל געווען... אז איך וועל דרוקן אלע ספרים פון הייליגן רבין און דאס פארשפרייטן פאר פרוטות, און איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אויף דעם יעדן טאג... ווייל איך האב געזען וואס די ספרים טוען; ווי דאס האט אינגאנצן איבערגעדרייט א אינג בחור, און איך האב געזען דאס גוטס וואס איך האב באקומען פון רבינס ספרים, האב איך באשלאסן אז נאך די חתונה וועל איך אסאך עוסק זיין אין הדפסה און הפצה" &nbsp; יעצט ווען מיר האבן די געלעגענהייט צו העלפן דרוקן די ערשטע קרוב צו טוינזט בריוו פון ראש ישיבה שליט"א וואס וועט ווערן פארשפרייט אין די גאנצע וועלט, ליגט אויף אונז א חוב זיך אנצושליסן אינעם פראיעקט און זיך איינהאנדלען זכותים אינעם הייליגן ספר "איש אמונות - שנת תש"פ", און דורכדעם איבערגעבן פאר אנדערע די עצות, לימודים און שכל וואס מיר באקומען פון ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו: דער הייליגער אהבת ישראל זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "וואס איז דער סימן אז א מענטש האט ליב דעם טאטן? אז ער האט ליב די קינדער"; דאס זעלבע איז ביים אייבערשטן, יעדער שרייט: "הייליגער באשעפער, מיר האבן דיר זייער ליב", אבער ווי אזוי ווייסט מען אז עס איז טאקע אזוי? נאר ווען מען זעט אז דו טוסט פאר דעם אייבערשטנ'ס קינדער, דו גייסט הפצה, און עס גייט דיר אין לעבן אז נאך א איד זאל האבן א לעבן, פאר נאך א איד זאל גיין גוט - דאס איז א סימן אז מען האט טאקע ליב דעם אייבערשטן. &nbsp; ווען דו זאלסט וויסן וואס הפצה איז, וואלסטו געלאפן אין די גאסן און עוסק געווען אין הפצה, ווייל ווען דו געבסט א ספר פאר א מענטש וואס ער איז שוין ביי זיך אפגע'פסק'נט אז ער קען שוין נישט האבן קיין תקנה, ער זוכט נאר ווי אזוי ער קען ענדיגן זיין לעבן השם ישמרינו, און פלוצלינג באקומט ער א ספר, א סי די, אדער א קארטל מיט א נאמבער וואו ער קען רופן און הערן חיזוק - האסטו פשוט געראטעוועט דאס לעבן פון א מענטש און דאס איז אזוי ווי דו האסט אויפגעשטעלט אן עולם מלא. &nbsp; בפרט יעצט ווען מיר שטייען פאר דעם יום טוב שבועות, וואס איינס פון די הויכפונקטן איז דאס מאריך זיין ביי אהבה רבה מיט א ווארעמער ניגון, ווי פאסיג איז צו נעמען א חלק אין דרוקן די ספרים און אזוי ארום קומען צום אייבערשטן מיט א געבעט: "רבונו של עולם, מיר האבן דיך ליב, והא ראי' מיר געבן פאר דיינע קינדער לעבן, האב דו אונז אויך ליב און זיי אונז משפיע פון דיין רחמנות, געב אונז ישועות און רפואות, ברוחניות ובגשמיות".&nbsp; &nbsp; די מדפיסים זענען ארויסגעקומען מיט א רוף צו אלע וואס שעפן חיות פון די בריוו אז זיי זאלן נעמען א חלק אין דרוקן די הייליגע ספרים. מען האט ארויסגעשטעלט פארשידענע זכותים וואס מען קען קויפן: "זכות מהדורה" (א באנד) קאסט $5000 (5 בענדער עוועיליבל, 3 שוין פארקויפט), "זכות ימים טובים" איז $1500 (4 ימים טובים אוועיליבל, 3 שוין פארקויפט), זכות פון "א פרשה" איז $1000 (45 פרשיות אוועליבל, 3 פארקויפט). כאפט אריין, שטופט עס נישט אפ, פארבינדט זיך שוין מיט די מערכת דורך אימעיל campaignkibeilimsuro@gmail.com, אדער קען מען רופן אויף 845-320-2388 און לאזן א מעסעדזש. &nbsp; אויסער די געוואלדיגע זכותים וואס מען קויפט זיך איין; און אויסער די די ספעציעלע מתנה וואס די נדבנים וועלן באקומען ווען דער ספר וועט בעזרת השם ארויסקומען, איז יעצט ארויסגעשטעלט געווארן אן "אירלי בוירד ספעשל", אז אלע וואס קויפן א זכות אינעם ספר ביז ראש חודש תמוז הבעל"ט, וועלן באקומען א ספעצילע קונטרס א פריש געפונענע אוצר פון בריוו וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן אין יאר תשס"ט, וואס איז נאכנישט געווען געדרוקט אין ערגעץ, און איז פון די ערשטע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; מֹשֶׁה קִיבֵּל תּוֹרָה מִסִּינַי, וּמְסָרָהּ לִיהוֹשֻׁעַ &nbsp; 📌 אריינבליק אינעם קאמפיין "קִיבֵּל וּמְסָרָהּ" 📖 The Light of Emunah 📖 ספר אשר בנחל אידיש חלק ב' 📖 ספר ארך אפים אידיש, און עצתו אמונה 📸 דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט בריוו אין ירושלים - מאנטאג בה"ב תשפ"א 📰 הפצה ראטעוועט - דער ראש ישיבה שליט"א מחזק די מפיצים אין ארץ ישראל 💬 ווי אזוי קענען מיר נעמען "היכל הקודש ברסלב" פאר אונזער וועגווייזער? 📜 איך וועל ווייטער שרייבן בריוו און מחזק זיין אידישע קינדער 📸&nbsp;ביים שרייבן צענדליגע התחזקות בריוון - מוצ"ש אמור אין מירון&nbsp; 💿 סידיס מיט הערליכע ניגונים פון אמונה, תשובה, שמחה און חיזוק 📚 קונטרס "הייליגע אויגן" עצות און חיזוק צו היטן די אויגן

    < זעה מער ט סיון תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 196 to 210 of 298 results

1 2 ... 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com