Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • דער "קִיבֵּל וּמְסָרָהּ" קאמפיין, צו דרוקן די ספרים "איש אמונות" - גייט אריין אין גאנג

    מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין ספר "רגעי מוהרא"ש" (סימן י"ח): "ווען איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבין... איז געווען גאר שווער צו טרעפן דעם רבי'נס ספרים... האב איך זיך דעמאלטס מקבל געווען... אז איך וועל דרוקן אלע ספרים פון הייליגן רבין און דאס פארשפרייטן פאר פרוטות, און איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אויף דעם יעדן טאג... ווייל איך האב געזען וואס די ספרים טוען; ווי דאס האט אינגאנצן איבערגעדרייט א אינג בחור, און איך האב געזען דאס גוטס וואס איך האב באקומען פון רבינס ספרים, האב איך באשלאסן אז נאך די חתונה וועל איך אסאך עוסק זיין אין הדפסה און הפצה"   יעצט ווען מיר האבן די געלעגענהייט צו העלפן דרוקן די ערשטע קרוב צו טוינזט בריוו פון ראש ישיבה שליט"א וואס וועט ווערן פארשפרייט אין די גאנצע וועלט, ליגט אויף אונז א חוב זיך אנצושליסן אינעם פראיעקט און זיך איינהאנדלען זכותים אינעם הייליגן ספר "איש אמונות - שנת תש"פ", און דורכדעם איבערגעבן פאר אנדערע די עצות, לימודים און שכל וואס מיר באקומען פון ראש ישיבה שליט"א.   דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו: דער הייליגער אהבת ישראל זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "וואס איז דער סימן אז א מענטש האט ליב דעם טאטן? אז ער האט ליב די קינדער"; דאס זעלבע איז ביים אייבערשטן, יעדער שרייט: "הייליגער באשעפער, מיר האבן דיר זייער ליב", אבער ווי אזוי ווייסט מען אז עס איז טאקע אזוי? נאר ווען מען זעט אז דו טוסט פאר דעם אייבערשטנ'ס קינדער, דו גייסט הפצה, און עס גייט דיר אין לעבן אז נאך א איד זאל האבן א לעבן, פאר נאך א איד זאל גיין גוט - דאס איז א סימן אז מען האט טאקע ליב דעם אייבערשטן.   ווען דו זאלסט וויסן וואס הפצה איז, וואלסטו געלאפן אין די גאסן און עוסק געווען אין הפצה, ווייל ווען דו געבסט א ספר פאר א מענטש וואס ער איז שוין ביי זיך אפגע'פסק'נט אז ער קען שוין נישט האבן קיין תקנה, ער זוכט נאר ווי אזוי ער קען ענדיגן זיין לעבן השם ישמרינו, און פלוצלינג באקומט ער א ספר, א סי די, אדער א קארטל מיט א נאמבער וואו ער קען רופן און הערן חיזוק - האסטו פשוט געראטעוועט דאס לעבן פון א מענטש און דאס איז אזוי ווי דו האסט אויפגעשטעלט אן עולם מלא.   בפרט יעצט ווען מיר שטייען פאר דעם יום טוב שבועות, וואס איינס פון די הויכפונקטן איז דאס מאריך זיין ביי אהבה רבה מיט א ווארעמער ניגון, ווי פאסיג איז צו נעמען א חלק אין דרוקן די ספרים און אזוי ארום קומען צום אייבערשטן מיט א געבעט: "רבונו של עולם, מיר האבן דיך ליב, והא ראי' מיר געבן פאר דיינע קינדער לעבן, האב דו אונז אויך ליב און זיי אונז משפיע פון דיין רחמנות, געב אונז ישועות און רפואות, ברוחניות ובגשמיות".    די מדפיסים זענען ארויסגעקומען מיט א רוף צו אלע וואס שעפן חיות פון די בריוו אז זיי זאלן נעמען א חלק אין דרוקן די הייליגע ספרים. מען האט ארויסגעשטעלט פארשידענע זכותים וואס מען קען קויפן: "זכות מהדורה" (א באנד) קאסט $5000 (5 בענדער עוועיליבל, 3 שוין פארקויפט), "זכות ימים טובים" איז $1500 (4 ימים טובים אוועיליבל, 3 שוין פארקויפט), זכות פון "א פרשה" איז $1000 (45 פרשיות אוועליבל, 3 פארקויפט). כאפט אריין, שטופט עס נישט אפ, פארבינדט זיך שוין מיט די מערכת דורך אימעיל campaignkibeilimsuro@gmail.com, אדער קען מען רופן אויף 845-320-2388 און לאזן א מעסעדזש.   אויסער די געוואלדיגע זכותים וואס מען קויפט זיך איין; און אויסער די די ספעציעלע מתנה וואס די נדבנים וועלן באקומען ווען דער ספר וועט בעזרת השם ארויסקומען, איז יעצט ארויסגעשטעלט געווארן אן "אירלי בוירד ספעשל", אז אלע וואס קויפן א זכות אינעם ספר ביז ראש חודש תמוז הבעל"ט, וועלן באקומען א ספעצילע קונטרס א פריש געפונענע אוצר פון בריוו וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן אין יאר תשס"ט, וואס איז נאכנישט געווען געדרוקט אין ערגעץ, און איז פון די ערשטע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א.   מֹשֶׁה קִיבֵּל תּוֹרָה מִסִּינַי, וּמְסָרָהּ לִיהוֹשֻׁעַ   📌 אריינבליק אינעם קאמפיין "קִיבֵּל וּמְסָרָהּ" 📖 The Light of Emunah 📖 ספר אשר בנחל אידיש חלק ב' 📖 ספר ארך אפים אידיש, און עצתו אמונה 📸 דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט בריוו אין ירושלים - מאנטאג בה"ב תשפ"א 📰 הפצה ראטעוועט - דער ראש ישיבה שליט"א מחזק די מפיצים אין ארץ ישראל 💬 ווי אזוי קענען מיר נעמען "היכל הקודש ברסלב" פאר אונזער וועגווייזער? 📜 איך וועל ווייטער שרייבן בריוו און מחזק זיין אידישע קינדער 📸 ביים שרייבן צענדליגע התחזקות בריוון - מוצ"ש אמור אין מירון  💿 סידיס מיט הערליכע ניגונים פון אמונה, תשובה, שמחה און חיזוק 📚 קונטרס "הייליגע אויגן" עצות און חיזוק צו היטן די אויגן

    < זעה מער ט סיון תשפ"א 📝
  • ערשטע באנד עצתו אמונה אין ענגליש ערשינען

    אין די טעג איז ארויס פון דרוק דער ערשטער באנד פון "עצתו אמונה" איבערגעטייטשט אין ענגליש. איבער די וועלט זענען פארהאן הונדערטער טוינזטער אידן וואס רעדן נאר ענגליש, אויך זענען פארהאן פילע וואס כאטש זיי פארשטייען אידיש, קענען זיי שווער ליינען אידיש. זיי אלע האבן געפרעגט כסדר "למה נגרע"? דער אייבישטער האט געהאלפן אז דער ראש ישיבה מיט די טייערע מפיצים, וואס טראכטן נאר וויאזוי מ'קען העלפן נאך א איד און נאך א איד צו האבן א בעסערע לעבן, האבן זיך אריינגעלייגט דערין, און ברוך השם מען האט באוויזן ארויסצוגעבן א הערליכע חיבור פון כמעט 300 זייטן, אנגעפילט מיט די שכל און עצות פון הייליגן רבין, געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א פאר פילע שואלים פון איבער די גאנצע וועלט, יעדער מיט זייערע אייגענארטיגע שאלות, און ספיקות. דער ספר קען מען שוין באשטעלן אויפן וועבסייט, און עס באקומען דעליווערט אהיים. אונטן קענט איר טרעפן דעם תוכן פון די שאלות וואס ווערן געענטפערט אין דעם באנד. First volume of &ldquo;The Light Of Emuna&rdquo; is published It is a great pleasure for us to announce that the first volume of &ldquo;The Light Of Emuna&rdquo; - which is &ldquo;Atzusoi Emuna&rdquo; translated in English - has been published and is already available to the public. &nbsp; In particular, the joy is great among the many English-speaking Jews from all over the world who have asked "למה נגרע"? The Rosh Yeshiva, with the dear מפיצים, who always think &ldquo;how can we help another fellow Jew should have a better life?&rdquo;, just finished - with Hashem&rsquo;s help - publishing the first volume of &ldquo;The Light Of Emuna&rdquo; with a glorious essay of almost 300 pages, filled with advice and chizzuk, written by Rosh Yeshiva Shlita for many questioners from all over the world, everyone with their own and unique questions and doubts. &nbsp; The book can already be ordered thru the website, and it will be delivered to your home. &nbsp; 📖 The Light Of Emuna - Volume One 📰 The Light of Emunah, is available for subscription 🎞️ The Light Of Emunah - to your door 📰 עצתו אמונה איבערגעזעצט אויף ענגליש ווערט צוכאפט 📀 DVD Play in for woman and girls - &ldquo;Der berger and der uriman&rdquo; 📖 Huge selection of Kuntreisim in English 📜 Atzosi Emuno in English is beutifull 🎦 Shiurim in English 🎞️ The Rosh Yeshiva Speaks in Lakewood (partualy in English)&nbsp; 📌 Heichal Hakodesh Weekly Newsletter (in English) &nbsp; Following is a summary of the questions answered in the first volume: ◾ My neighbor does things that bother me; how should I approach the situation? ◾ My wife spends too much time talking to her sister. ◾ I need chizuk before it is too late. ◾ Should I allow my son to drive a motorcycle? ◾ How can I remain b&rsquo;simcha even while going through difficult times? ◾ I have a difficult relationship with my father. How should I conduct myself? ◾ How do I get rid of bad thoughts? ◾ What is important when considering a shidduch? ◾ If it&rsquo;s important to save money on chasunahs, why splurge when it comes to going to Uman? ◾ How do you teach children to have trust in Hashem? ◾ Should I reveal everything to my wife? ◾ Nachas for whose sake? ◾ Will he be a good husband for my daughter? ◾ Why are certain important topics avoided when being mechanach children and bochurim? ◾ My husband spends lots of time with his niece; what can I do about it? ◾ My life is full of pain and suffering. How can I remain strong despite everything I&rsquo;m going through? ◾ What was the Rebbe&rsquo;s position on spending time with one&rsquo;s children? ◾ Is there no such thing as a good friend? ◾ Is it necessary to have more children? ◾ How did you remain strong despite all the opposition? ◾ How do I get rid of my smartphone? ◾ How can I create a relationship with my husband? ◾ My wife acts like a police officer. What can I do about it? ◾ Am I also considered a talmid of Heichal Hakodesh? ◾ When will Moshiach redeem us from galus? ◾ How can I enjoy Shabbos when my father creates such a tense atmosphere? ◾ How can I achieve sholom bayis? ◾ May one use a swimming pool for a mikvah? ◾ The Rosh Yeshiva&rsquo;s shiurim give me life. ◾ Can a mother daven for her child instead of him? ◾ How can I bring the Rebbe into my home? ◾ How can I deal with my emotions? ◾ Am I ehrlich? ◾ How can I contend with feelings of emptiness? ◾ What can we do to merit children? ◾ How much can one spend on a simchah? ◾ At what age may boys no longer play together with girls? ◾ My son left Yiddishkeit; should I still learn with him? ◾ Guidance on Tznius. ◾ Does one need a specific location for hisbodedus? ◾ How can I have a fulfilling marriage despite the difficulties of my youth? ◾ Is there another way to resolve the tension between me and my niece? ◾ When will I find my shidduch? ◾ How can I always remain happy? ◾ Why shouldn&rsquo;t one davka travel to the fields for התבודדות? ◾ Can I travel to Uman for Erev Rosh Hashonah? ◾ How can I remain calm despite the alarming events going on in the news? ◾ How can I repair my relationship with my son? ◾ How can I work on the middah of כעס? ◾ What can a girl do instead of the segulah of Mesechtas Taanis? ◾ Is it possible to make hisbodedus through מחשבה only? ◾ How can I improve the situation in my home? ◾ Is it sufficient to merely daven for righteous children? ◾ Doesn&rsquo;t chinuch play a vital role? ◾ I suffer from mental illness; how can I remain positive in my situation? ◾ Why is the Breslov shtetl of Yavniel so far from Yerushalayim? ◾ My husband desires to travel to Uman for Rosh Hashonah. ◾ What is the story the Rebbe relates regarding a shield? ◾ My life is full of pain and suffering; why should I remain alive? ◾ The shiurim infuse me with life. ◾ Which chumros must a person be meticulous with, and which ones are not necessary? ◾ Why doesn&rsquo;t the Torah protect me from becoming angry? ◾ What was Mohorosh&rsquo;s position regarding Dor Yeshorim? ◾ Which Breslov seforim should I learn? ◾ I feel alone in the world; how can I remain strong? ◾ Why do you accuse bochurim of talking ניבול פה? ◾ View your child positively. ◾ Why doesn&rsquo;t the Rosh Yeshiva state explicitly what he wants from his talmidim? ◾ Is the Seder Derech Halimud the correct way to learn Torah? ◾ How can we live in harmony when our finances are stretched? ◾ Should I switch my dress mode from Chabad to Breslev? ◾ Should I daven with a minyan? ◾ Should I turn down a shidduch if the boy isn&rsquo;t Chassidish? ◾ Does my teshuvah have any value if I know I will continue doing aveiros? ◾ How can I make it easier for my wife when I travel to Uman? ◾ How can I merit to do teshuvah completely? ◾ Is it possible to take my wife with me to Uman for Rosh Hashanah? ◾ Are there segulos that can help me find my shidduch? ◾ How can I overcome my Yetzer Hara and dress modestly? ◾ Does the benefit outweigh the harm for me to travel to Uman? ◾ If I couldn&rsquo;t uphold last year&rsquo;s resolutions, what chances do I have for this year? ◾ How soon must one get married? ◾ I am so attached to my aveiros; is there a way out? ◾ How can I remain strong while being so far from a Jewish community? ◾ How does one know where the truth lies? ◾ Which comes first, hachnosas orchim or chinuch? ◾ Can you give me a path to teshuvah? ◾ Should I leave my current Chassidus and switch to Breslev? ◾ Is it possible for the Rosh Yeshiva to give more shiurim for women? ◾ May one give tzedakah at night? ◾ How can I please my husband? ◾ How can I have pure thoughts? ◾ How can I create a minyan in which Ashkenazim and Sephardim can daven in unison? ◾ How should I proceed after completing Shas? ◾ How can my wife and I find common ground? ◾ How can I retain the calm in my home? ◾ Is bedtime supposed to be a strict affair? ◾ How does one discipline a disrespectful child? ◾ Was the tragedy a result of my aveirah? ◾ Can one learn Torah in comfort? ◾ How can I share my newfound inspiration with others? ◾ How can one remain b'simcha even while going through difficulties? ◾ How can I create a pleasant atmosphere at home? ◾ I&rsquo;m drowning in aveiros &mdash; is there a way out? ◾ Is Yavniel symbolic for a &ldquo;zivug sheini&rdquo;? ◾ How can I do teshuvah when I don&rsquo;t even want to stop doing aveiros? ◾ Should I insist that I don&rsquo;t need expensive jewelry? ◾ Our son is addicted to his smartphone; what can we do? ◾ How does one begin speaking to Hashem? ◾ Is there a way for me to achieve shalom bayis? ◾ How can I find a shidduch later in life? ◾ How can we merit more children?

    < זעה מער כד אייר תשפ"א 📝
  • קורצע תיקון ליל שבועות איבערגעדרוקט דורך קרן הדפסה שוין דא צו באקומען

    מיט גרויס פרייד ווילן מיר מעלדן אז דער פריש הערליך איבערגעדרוקטער "תיקון ליל שבועות", איז שוין דא צו באקומען. אלע יארן בעפאר יום טוב שבועות פלעגט מוהרא"ש זאגן אז דער עיקר תיקון איז אז מען זאל זאגן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה, און די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע ספר פון נ"ך. און דאס וואס מיר האבן אזא לאנגע תיקון ליל שבועות איז שפעטער צוגעקומען דורך די צדיקים וועלכע האבן צוגעלייגט נאך אסאך זאכן צו זאגן במשך די נאכט. אסאך מענטשן האבן נישט קיין געדולד צו זאגן אזא לאנגער תיקון, און זיי זאגן דערפאר גארנישט. דעריבער - פלעגט מוהרא"ש זאגן - דארף מען וויסן אויב מען קען נישט זאגן די גאנצע תיקון, זאל מען כאטש זאגן דער עיקר תיקון וואס דאס איז דער ערשטער און לעצטער פסוק, אזוי אויך - האט מוהרא"ש געזאגט - איז כדאי צו זאגן די תרי"ג מצות שבועות ביינאכט, און מיט דעם זיך צוגרייטן צו מקבל זיין אויף זיך צו מקיים זיין די אלע תרי"ג מצות וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר די אידן אום יום טוב שבועות. (זעה בריוו פון מוהרא"ש זי"ע אונטן פונעם נייעס) ווען דער בית הדפוס האט צום ערשטן מאל געדרוקט דער קורצער "תיקון ליל שבועות" וואס האט אנטהאלטן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון אלע סדרות און ספרי התנ"ך, האט מוהרא"ש זייער הנאה געהאט, זאגענדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן אנהייבן זאגן דעם תיקון ליל שבועות, און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים. און זינט דעמאלטס האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל. שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יו"ט שבועות, האט מען שוין ב"ה געדרוקט אויף א הערליכע פארמאט, אויף דעם אופן ווי מען האט געדרוקט דעם הגדה "אור זרוע" בעפאר דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח. מען קען עס שוין באקומען ביים קרן הדפסה און אויפן וועבסייט. שאלה: "וואס דער מנהג איז אין ברסלב צו זאגן ביי תיקון ליל שבועות?" - שמואל ענטפער פון מוהרא"ש זי"ע (איבערגעזעצט אויף אידיש) בעזה"י יום ה' לסדר במדבר ג' סיון ה'תשע"ב שלום וברכה אל שמואל נ"י איך האב ערהאלטן דיין בריוו. א ישר כח אויף די תפלות וואס דו בעטס פאר מיין שנעלע ערהוילונג, דער אייבישטער זאל העלפן אז אלע דיין תפלות זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון פארן אייבערשטן. מיר פירן זיך נאר צו זאגן די פסוקים פון תנ"ך שבועות ביינאכט. דאס הייסט אז מען הייבט אן די ערשטע פסוק און מען ענדיגט מיטן לעצטן פסוק פון יעדן פרשה, אזוי אויך פון אלע ספרים פון נ"ך, און מ'זאגט בכלל נישט משניות, דאס ווערט נישט געברענגט אין זוהר. נאכדעם זאגט מען די גאנצע תרי"ג מצוות, און דאס איז עס.&nbsp; די איבעריגע צייט רעדט מען אסאך צום אייבערשטן, און מ'בעט דעם אייבערשטן זוכה צו זיין צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי, ווייל שבועות ביינאכט איז א גרויסער עת רצון אין הימל. פארטאגס פארן עלות גייט מען זיך טובל'ן אין מקווה, וואס דאן איז מען ממשיך אויף זיך די מח פון שער החמישים, און מען דאווענט וותיקון, דערנאך מאכט מען קידוש, און מען עסט א מילכיגע סעודה, און מען לייגט זיך שלאפן. מיטאג צייט שטייט מען אויף און מען עס די יום טוב'דיגע פליישיגע סעודה. דער עיקר זאלסטו זיך זייער זייער שטארק אנשטרענגען צו זיין פרייליך אויפן גרויסן זכי' אז דו ביסט געבוירן א איד, און ביסט נישט קיין גוי, וואס איז די גרעסטע שמחה. און ב"ה דאס אידישע פאלק האט מיט וואס זיך צו פרייען אז מיר האבן זוכה געווען צו מקבל זיין די תורה אויף בארג סיני, און אויך יעצט וועלן מיר פריש מקבל זיין די תורה פונדאסניי. דער אייבישטער וואס הערט די תפלות פון אידישע קינדער, זאל אויסהערן די תפלות וואס איך בעט און איך מתפלל פאר דיר שטענדיג, זאסלט מצליח זיין אין אלעס וואס דו טוסט. המאחל לך ברכה והצלחה מן השמים &nbsp; 📖 דער נייער הערליכער איבערגעדרוקטער קורצער "תיקון ליל שבועות" 📰 קרן הדפסה פארנומען ארויסצושיקן די פילע באשטעלונגען פונעם נייעם אנליין געשעפט 📰 חידוש אין עולם ההפצה - דראפבאקס אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו 📰 וועד האש"ל גרייט זיך אויפצונעמען די פילע געסט אין שטעטל 📰 הכנסת ספר תורה אין שטעטל דורכן ראש ישיבה קומענדיגן שבועות הבעל"ט 💬 איך וויל אנהויבן לערנען, ווי אזוי הויבט מען אן? 📸 קרן הדפסה דרוקט איבער דעם תיקון ליל שבועות 📜 דאווענען שבועות מיט ברסלב'ע חסידים, און איבער די קורצע תיקון ליל שבועות 📰 דער ראש ישיבה וועט בעז"ה וויילן אום שבועות תשפ"א אין שטעטל קרית ברסלב 📰 דער ראש ישיבה באזוכט דעם בית הדפוס אין שטעטל ניסן תשפ"א 📰 קרן הדפסה דרוקט איבער "הגדה של פסח אור זרוע אויף אידיש" ניסן תשפ"א 📜 צוגרייטן מילכיגס פאר די מילכיגע סעודה, און באצירן דעם בית המדרש 📸 ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג באצירט לכבוד שבועות תש"פ 📸 ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל פרעמישלאן ווערט באצירט מיט בלומען שבועות תשע"ט 📸 ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל העיס אויסגעצירט לכבוד שבועות תשע"ח&lrm;

    < זעה מער כג אייר תשפ"א 📝
  • חידוש אין עולם ההפצה - דראפבאקס אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו

    דער הייליגער רבי פארציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ג): "אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער, און זיי געלאזט צוואה אז זיי זאלן 'אנטרינקען ביימער'. איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: 'אנטרינקען ביימער'". אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, זענען מקיים די צוואה פון הייליגן רבין, און אויסער וואס מען האט זיך יעדער א פרנסה, איז אבער דער עיקר עסק "אנטרינקען ביימער", געבן פאר אידישע קינדער אויף אלע מיני אופנים צו טרינקן פונעם יין המשומר די אונגארישע וויין, די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין. יעצט האט דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש אין בלומינגראוו הר"ר בערל לעווי שליט"א געמאכט א פרישע חידוש אין די וועלט פון הפצה, ער האט אינסטאלירט באקסעס אינדרויסן פון בית המדרש, און יעדע ערב שבת קודש קען מען דארט טרעפן די נייעסטע גליונות און אויסגאבעס פון יענע וואך. אזוי איז מען מזכה פילע אידן פון די גאנצע אומגעגענט זיי זאלן אנשטאט נעמען די אדווערטייזמענט ביכלעך וואס אפילו עס איז געשריבן אויף אידיש איז עס פול מיט שטותים און הבלים - נעמען יעדע וואך די הייליגע קונטרסים וואס איז מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן, און זענען זיך מחזק מיט פשטות יהדות, און אמונה אין אייבערשטן, אין שלום בית, אין לימוד התורה, וכו'. דער ראש ישיבה וואס האט די וואך באזוכט אין בית המדרש לרגל וואס דער גבאי האט מסיים געווען די צווייטע מאל הונדערט און איין מאל משניות, ער האט אין זיין דרשה שטארק באווינדערט דעם געדאנק, און געזאגט אז אנדערע גבאים זאלן זיך אפלערנען דערפון, און מפיץ זיין יעדער אויף וועלכע וועג מ'קען נאר. לִקְרַאת צָמֵא הֵתָיוּ מָיִם! 📸 ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו לייגט ארויס באקסעס מפיץ צו זיין די גליונות 📜 קענסט עוסק זיין אין נאך א פרנסה, אבער דיין עיקר זאך זאל זיין הפצה 💬 וואס איז די ריכטיגע וועג צו גיין הפצה? 🛒 אֲשֶׁר בֲּנַחַל אִידִישׁ - חֵלֶק ב 🛒 עֲצתָוֹ אֱמוּנָה - חֵלֶק ד 📸 סיום משניות די צווייטע מאל 101 בביהמ"ד היכל הקודש בלומינגראוו - פסח שני תשפ"א 📸 די נייע מקוה אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו 📜 די חברים פון בלומינג גראוו זענען טייערע אינגעלייט 📜 איך בין זיך מחי' פון די שיעור וואס מען לערנט פאר אין בלומינגראוו&nbsp; 📰 ברית אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו - אלול תשע"ט 📰 קורצע תיקון ליל שבועות ווערט פריש איבערגעדרוקט דורך די קרן הדפסה &nbsp; 🗞️ מפתח פון די ערשטע 100 אינטערוויוס אויף קול ברסלב

    < זעה מער טז אייר תשפ"א 📝
  • קורצע תיקון ליל שבועות ווערט פריש איבערגעדרוקט דורך די קרן הדפסה

    צוליב די גרויסע פארלאנג ווערט יעצט פריש הערליך איבערגעדרוקט דעם "תיקון ליל שבועות", וואס וועט איבערגעפרישט ווערן הערליך און שיין. אלע יארן בעפאר שבועות פלעגט מוהרא"ש רעדן פון דעם, אז דער עיקר תיקון איז ווי עס שטייט בפשטות אז מען זאל זאגן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה, און די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע ספר פון נ"ך, און דאס וואס מיר האבן אזא לאנגע תיקון ליל שבועות איז שפעטער צוגעקומען דורך די צדיקים וועלכע האבן צוגעלייגט נאך אסאך זאכן צו זאגן במשך די נאכט. למעשה שטעלט זיך ארויס אז פיל מענטשן האבן נישט קיין געדולד צו זאגן אזא לאנגער תיקון, און זיי זאגן דערפאר גארנישט. דעריבער - פלעגט מוהרא"ש זאגן - דארף מען וויסן אז אויב מען קען נישט זאגן די גאנצע תיקון, זאל מען כאטש זאגן דער עיקר תיקון וואס דאס איז דער ערשטער און לעצטער פסוק, אזוי אויך - האט מוהרא"ש געזאגט - איז כדאי צו זאגן די תרי"ג מצות שבועות ביינאכט, און מיט דעם זיך צוגרייטן צו מקבל זיין אויף זיך צו מקיים זיין די אלע תרי"ג מצות וואס דער אייבערשטער האט געגעבן אום יום טוב שבועות. (זעה בריוו פון מוהרא"ש זי"ע אונטן פונעם נייעס) ווען דער בית הדפוס האט צום ערשטן מאל געדרוקט דער קורצער "תיקון ליל שבועות" וואס האט אנטהאלטן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון אלע סדרות און ספרי התנ"ך, האט מוהרא"ש זייער הנאה געהאט, זאגענדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן אנהייבן זאגן דעם תיקון ליל שבועות, און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים. און זינט דעמאלטס האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל. שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יו"ט שבועות, גרייט מען זיך עס פריש איבערצוארבעטן אויף א הערליכע פארמאט, אויף דעם זעלבן אופן ווי מען האט איבערגעדרוקט דעם הגדה "אור זרוע" בעפאר דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח. פראגע "וואס דער מנהג איז אין ברסלב צו זאגן ביי תיקון ליל שבועות?" &nbsp; ענטפער פון מוהרא"ש זי"ע (איבערגעזעצט אויף אידיש) &nbsp; בעזה"י יום ה' לסדר במדבר ג' סיון ה'תשע"ב שלום וברכה אל שמואל נ"י איך האב ערהאלטן דיין בריוו. א ישר כח אויף די תפלות וואס דו בעטס פאר מיין שנעלע ערהוילונג, דער אייבישטער זאל העלפן אז אלע דיין תפלות זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון פארן אייבערשטן. מיר פירן זיך נאר צו זאגן די פסוקים פון תנ"ך שבועות ביינאכט. דאס הייסט אז מען הייבט אן די ערשטע פסוק און מען ענדיגט מיטן לעצטן פסוק פון יעדן פרשה, אזוי אויך פון אלע ספרים פון נ"ך, און מ'זאגט בכלל נישט משניות, ווייל דאס ווערט נישט געברענגט אין זוהר, און נאכדעם זאגט מען די גאנצע תרי"ג מצוות, און דאס איז עס. אין די איבעריגע צייט רעדט מען אסאך צום אייבערשטן, און מ'בעט דעם אייבערשטן אז מ'זאל זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי, ווייל שבועות ביינאכט איז א גרויסער עת רצון אין הימל. פארטאגס פארן עלות גייט מען זיך טובל'ן אין מקווה, וואס דאן איז מען ממשיך אויף זיך די מח פון שער החמישים, און מען דאווענט וותיקון, דערנאך מאכט מען קידוש, און מען עס א מילכיגע סעודה, און מען לייגט זיך שלאפן, און מיטאג צייט שטייט מען אויף און מען עס די יום טוב'דיגע פליישיגע סעודה. דער עיקר זאלסטו זייער זייער שטארק זיך אנשטרענגען צו זיין פרייליך אויף דעם גרויסן זכי' אז דו האסט זוכה געווען צו געבוירן ווערן א איד, און דו ביסט נישט קיין גוי, וואס דאס איז די גרעסטע שמחה, און ב"ה דאס אידישע פאלק האט מיט וואס זיך צו פרייען אז מיר האבן זוכה געווען צו מקבל זיין די תורה אויף בארג סיני, און אויך יעצט וועלן מיר פריש מקבל זיין די תורה פונדאסניי. דער אייבישטער וואס הערט די תפלות פון אידישע קינדער, זאל אויסהערן די תפלות וואס איך בעט און מתפלל פאר דיר שטענדיג אז דו זאסלט מצליח זיין אין אלעס וואס דו טוסט. &nbsp; המאחל לך ברכה והצלחה מן השמים &nbsp; "על ידי שהוא ער בליל שבועות, ממשיך על עצמו הארת השגחה שלימה ממנו יתברך". (ליקוטי הלכות משא ומתן הלכה ד')&nbsp; 📜 דאווענען שבועות מיט ברסלב'ע חסידים, און איבער די קורצע תיקון ליל שבועות 📰 דער ראש ישיבה וועט בעז"ה וויילן אום שבועות תשפ"א אין שטעטל קרית ברסלב 📰 דער ראש ישיבה באזוכט דעם בית הדפוס אין שטעטל ניסן תשפ"א 📰 קרן הדפסה דרוקט איבער "הגדה של פסח אור זרוע אויף אידיש" ניסן תשפ"א 📜 צוגרייטן מילכיגס פאר די מילכיגע סעודה, און באצירן דעם בית המדרש 📖 דער קורצער "תיקון ליל שבועות" דער ערשטער דרוק

    < זעה מער ב אייר תשפ"א 📝
  • מסודר'דיגע מפתח פון די ערשטע 100 אינטערוויוס אויף קול ברסלב

    עס איז שוין לאנג דא א גרויסע נאכפראגע ביים ציבור צו האבן א געשריבענע מפתח, נאכדעם וואס עס קומען כסדר צו פרישע אינטערוויוס כמעט אויפ א טעגליכן פארנעם, און פילע האב פארפאסט פילע פון די גאר אינטערעסאנטע און באלערענדע אינטערוויוס, און עס האט גענומען זייער לאנג צו הערן אויפן מעניו די ליסטע פון אלע אינטערוויוס, די ליסטע אליינס נעמט אויסצוהערן בערך א האלבע שעה, און צוליב טעכנישע סיבות קען עס נישט האבן קיין אפשען צו מישן, אזוי ארום איז זייער שווער צו וויסן וועלכע אינטעריוויו איז וואס. אויסער די לעצטע פאר נייע אינטערוויוס. דערפאר האט מען מסדר געווען און אפגעשריבן אלע אינטערוויוס אויף א שיינע מסודרדיגע וועג, כדי עס זאל זיין א דבר השווה לכל נפש. שמעו ותחי נפשכם!&nbsp; די נומער פון "קול ברסלב" זענען: ניו יארק 212-444-9191 אפסטעיט 845-351-0910 קאנאדא 438-300-8080 ענגלאנד 03303502361 ארץ ישראל 0797040066 דעם "אינטערוויו אפטיילונג" טרעפט מען דורך דרוקן 1️⃣ 7️⃣ 5️⃣ פון מעין מעניו שִׁמְעוּ וּתְחִי נַפְשְׁכֶם 📰 הונדערט אינטערוויוס אפגעצייכענט אויף קול ברסלב - אדר תשפ"א 📰 ברסלב סענטער וועסבייט גרייכט איבער 100,000 קליקס א חודש 1 &bull; ר' ברוך אפעלדארפער&nbsp;&bull;&nbsp;אמונה, תפלה, שלום בית, געטוישט דורכן ראש ישיבה 2 &bull; ר' נחום כ"ץ &bull; איינדרוקן פון שבת סיום הש"ס &bull; השמורים קארטלעך 3 &bull; ר' אברהם חיים וויזעל &bull; געטוישט זיין לעבן 30 יאר נאך די חתונה 4 &bull; ר' יוסי גרין &bull; דער קונטרס וואס ער האט געטראפן 30 יאר צוריק און זינט דאן קיינמאל אראפגעלייגט &bull; איבער זיינע ניגונים 5 &bull; הב' לייבי ראטה &bull; וואס האט אים געמאכט גיין אין ישיבה? &bull; געפילטערט זיין פאון 6 &bull; ר' אייזיק אפעל &bull; 3 טיפס אין חינוך וואט געטוישט זיין לעבן 7 &bull; ר' יעקב יאקאבאוויטש &bull; איבער די חיזוק יומי קארטלעך 8 &bull; ר' יעקב משה אינדארסקי &bull; וויאזוי צו ענדיגן יעדעס יאר ש"ס &bull; אן עצה פטור צו ווערן פון חובות 9 &bull; ר' מנחם שטיינבערג &bull; וויאזוי מ'האלט זיך פריש &bull; וויאזוי רעדט מען צו קינדער נאך אן אנטיסעמיטישע אטאקע 10 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; וויאזוי זיין זון בערל האט געענדיגט ש"ס &bull; שמעוס מיט המסיים בערל 11 &bull; ר' יצחק מענדלאוויטש, בני ברק &bull; חיזוק יומי המתורגם 12 &bull; ר' אהרן וועבערמאן און ר' יעקב פיש &bull; אינטערעסאנטע מעשיות פון צוויי מפיצים 13 &bull; ר' אלימלך שארף &bull; וואס דארף א דיין צוקומען צום סדר דרך הלימוד? &bull; טיפס אין חינוך 14 &bull; המלמד ר' יחזקאל סאמעט &bull; שיינער חינוך שמועס 15 &bull; ר' אברהם יושע וועבערמאן &bull; זיינע קינדערישע יארן אין די ברסלבע מוסדות 16 &bull; ר' אברהם הערש וועבערמאן &bull; הפצה און נאך 17 &bull; המלמד ר' הערשי שניטצלער &bull; וויאזוי זיך אן עצה געבן מיט שווערע קינדער, און נאך 18 &bull; ר' יואל טייטלבוים &bull; וויאזוי ער איז נתקרב געווארן צום רבין &bull; דער סאטמאר רבי בעל ברך משה בעט אים צו מתפלל זיין פאר אים ראש השנה אין אומאן 19 &bull; ר' ישראל מאיר ראטענבערג &bull; וויאזוי א ביזנעסמאן איז געראטעוועט געווארן פון טויט א דאנק הפצה 20 &bull; ר' חיים ברייער &bull; איבער זיינע בחורישע יארן אין ישיבה 21 &bull; ר' אברהם יעקב סופר, צפת &bull; וויאזוי ער איז פריש מקורב געווארן צו ברסלב 22 &bull; המלמד ר' נחמן נתן קרויס &bull; שלעכטע קינדער האבן נישט קיין פלאץ אין חדר &bull; א שארפע מעסעדזש צום טאטן טוישט דאס קינד צום גוטן 23 &bull; א שמועס מיט 2 בחורים לכבוד פורים 24 &bull; ר' יואל שניטצלער &bull; וויאזוי ער איז נתקרב געווארן דורך מוהרא"ש און דורכן ראש ישיבה 25 &bull; הב' גדליה אפעל &bull; מעשה פון תפלה פון נייע שיך 26 &bull; א אינגעמאן פון מאנטריאל איז נתקרב געווארן דורך א צעטל וואס ר' יצחק יונה זאבעל האט געשריבן 27 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; פארוואס זאל מען גיין הפצה? וויאזוי מעג מען פארכאפן מענטשן? 28 &bull; ר' יודל דעפריס &bull; א טעקנישן פון טעסלא פארענפערט קשיות פון סדר דרך הלימוד 29 &bull; ר' ישראל שלום זעלקאוויטש &bull; זיין זון האט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס &bull; ברסלבע חדר און סקול &bull; א שמועס מיט הב' המסיים אברהם אליה 30 &bull; הילד שלום שניטצלער &bull; וואו ער האלט אין ש"ס 31 &bull; ר' גדליה דוד בלום, בית שמש &bull; וויאזוי גליונות האבן געעפענט שולן און געמאכט שידוכים 32 &bull; א שמועס מיט א טאטע און זיין זון &bull; "ישר כח אייבערשטער" ווען דער לעדל דרייט זיך איבער 33 &bull; ר' שלום שניטצלער &bull; קאראנע און הפצה 34 &bull; ר' אייזיק אפעל &bull; סענדוויטש מעשה 35 &bull; ר' יוסי שניטצלער &bull; וויאזוי זיך צו גרייטן אויף פסח אין קאראנע 36 &bull; ר' מנשה איצקאוויטש &bull; וואס טוט א באס דרייווער ביים רויט לייט? &bull; הפצה 37 &bull; פורימ'דיגע אינטערוויו, איטערוויו פון א זיידע און אייניקל אין 45 יאר ארום 38 &bull; ר' יחיאל הורוויץ &bull; עצות פון רבין טרייסטן אים נאך די פטירה פון זיין קינד 39 &bull; ר' יצחק משה רייך &bull; עצות פאר די פחד פון קאראנע 40 &bull; ר' משה אריה שניטצלער און ר' יואל טייטלבוים &bull; וואזוי מען מאכט שמחה מיט שמחה 41 &bull; ר' ישראל סאמעט &bull; די מוזיק ווידיאס וואס ער מאכט 42 &bull; ר' אברהם שעכטער, ארץ ישראל &bull; מוהרא"ש'ס ציון 43 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; וויאזוי צו לעבן א געשמאקע לעבן פון גן עדן 44 &bull; ר' מענדל באלאבאן &bull; א וואונדערליכע שידוך פון א בחור און א מיידל וואס זענען געווארן מקורב 45 &bull; ר' יעקי פיש &bull; די שיינקייט פון הפצה &bull; פארגינען &bull; א פאליציאנט ווערט געהעכערט אין ראנג דורך הפצה 46 &bull; ר' אהרן וועבערמאן &bull; 25 מיליאן פרוטה'לעך קאמפיין 47 &bull; ר' אשר יעקב בלום &bull; אונטערן די קוליסן פון קרן הדפסה 48 &bull; ר' אהרן וועבערמאן, ר' יעקב פיש, יאסי פרערא &bull; פרוטה'לעך קאמפיין, עצות 49 &bull; ר' אייזיק אפעל &bull; פרוטה'לעך קאמפיין, היסטארישע קאפיטלען 50 &bull; הערשי דערציילט אן אינטערעסאנטע חלום פון מוהרא"ש 51 &bull; ר' יואל שניטצלער &bull; עצתו אמונה חלק ג', קרישקעלעך 52 &bull; ר' ישעיה איידליס &bull; וויאזוי שאפט מען שפילצייג פאר די קינדער? 53 &bull; סדר דרך הלימוד 54 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; וויאזוי יעדער קען האבן א חלק אין די תורה 55 &bull; ר' אליה קרויס, טאהש &bull; געווינער פון $25,000 ראפעל פון די מוסדות 56 &bull; ר' יחיאל הורוויץ, לאנדאן &bull; קול ברסלב געווארן אויפגעכאפט אין לאנדאן &bull; פאליציי נאכגעלאפן ראש ישיבה 57 &bull; ר' יואל מנחם גרשון שניטצלער &bull; עצתו אמונה &bull; שיינע אלטע אידישע ניגונים 58 &bull; ר' שמואל אליעזר פערל, לאנדאן &bull; הפצה מיט בזניונות, האט מקרב געווען אידן צום אייבערשטן 59 &bull; ר' שמאי וועקס &bull; דער כח פון ראש ישיבה'ס דרשות 60 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; אומאן &bull; א מעשה מיט א בחור 61 &bull; ר' מיכל ראזענפעלד &bull; וויאזוי דעם רבינ'ס עצות זאלן נישט ווערן אלט 62 &bull; ר' יואל מנחם גרשון שניטצלער &bull; אידישע ניגונים, חלק ב' 63 &bull; דער שדכן ר' ישראל קרויס &bull; וויאזוי עס גייט שידוכים און שלום בית 64 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; די שיינע בר מצה פון זיין זון 65 &bull; הב' רפאל הכהן כ"ץ &bull; זיין סיום הש"ס &bull; מתנות וואס ער האט פון ישיבה &bull; פארוואס ער האט באוואשן א טאטע פון א בחור 66 &bull; הב' שלומי שווארטץ &bull; וויאזוי בני ברק איז נענטער צו וויליאמסבורג ווי קרית יואל &bull; פשטות יהדות 67 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; וויפיל געלט האט מוהרא"ש געהאט? 68 &bull; ר' ישראל פארסט &bull; אינטערעסאנטע איבערלעבעניש 69 &bull; ר' שלום פון קאנאדא &bull; ווינטער נעכט 70 &bull; ר' ישראל שלום זעלקאוויטש &bull; ברסלבע דייעט 71 &bull; ר' פנחס מרדכי טייטלבוים &bull; עצה אפצושטעלן א פאליצייאישע אויספארשונג 72 &bull; ר' יואל מנחם גרשון שניטצלער &bull; מיטנעמען חנוכה א גאנץ יאר &bull; די היינטיגע חשמונאים 73 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; דער חילוק פון לעבן מיט א צדיק אדער אן דעם 74 &bull; ר' יצחק פאפענהיים &bull; וויאזוי היכל הקודש ירושלים האט זיך געעפענט &bull; הפצה 75 &bull; מגיד שיעור הרב יואל פאללאק &bull; וויאזוי זיין קלאס האט אויסגעזען פאר און דערנאך 76 &bull; זיסע אינטערוויו מיט קינדער פון ברסלבע חדר 77 &bull; ר' פנחס מרדכי טייטלבוים &bull; סידור קידושין, ברכה אחריתא 78 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; די סוגיא פון "מסורה" &bull; וואס בחורים מאכן מיט 79 &bull; ר' יואל מנחם גרשון שניטצלער &bull; סרח בת אשר &bull; עצתו אמונה 80 &bull; המפיץ הגדול ר' נתן יאקאבאוויטש &bull; הפצה 81 &bull; ר' שלום פון קאנאדא &bull; הפצה אין קאנאנדא 82 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; סדר דרך הלימוד, אינטערעסאנטע עפיזאדן 83 &bull; ר' יוסף לייב קויפמאן מיט זיין אינגל חיים שלמה &bull; אויפן וועג צו ענדיגן ש"ס 84 &bull; ר' יעקב איידליס &bull; וויאזוי מיטצונעמען עצות פון ראש ישיבה אויף א גאנץ לעבן 85 &bull; הרה"ח שמואל קליין &bull; צו וואס זעצט זיך אן עלטער זיידע אריין אין ישיבה? 86 &bull; ר' בערל לעווי &bull; יעדער קען טון חסד של אמת 87 &bull; ר' יעקב פיש &bull; די 70 שפראכן וואס ער האט זיך אויסגעלערענט 88 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; שובבי"ם 89 &bull; ר' שלום פון קאנאדא &bull; הפצה &bull; פשוט'ע חתונות 90 &bull; אינטערוויו מיט א אינגערמאן פון בני ברק וואס איז געזיצן אין תפיסה פארן נישט גיין אין מיליטער, וואס ער האט דארט געטון, און וויאזוי ער איז ארויס 91 &bull; ר' הערשי שניטצלער &bull; מעשה פון אם ירצה השם 92 &bull; ר' יחיאל הורוויץ &bull; עצה בדוק ומנוסה אויפצוהערן רייכערן 93 &bull; ר' שלום פון קאנאדא &bull; הפצה און חינוך 94 &bull; ר' משה רייך, לעיקוואוד &bull; דינען השי"ת מיט פאטעיטע טשיפס און זכר באנדלעך 95 &bull; ר' שמואל אליעזר פערל &bull; וואו קען מען טרעפן עסן אין מאנסי? 96 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; 3 מתנות פון מוהרא"ש 97 &bull; ר' יואל שניטצלער &bull; ספר עצתו אמונה, וויאזוי עס האט זיך אנגעהויבן, און איבער סובסקריבשאנס 98 &bull; הילד שמעון פארקאש ב"ר מ"ד &bull; איבער זיין סיום הש"ס 99 &bull; ר' אהרן עקיבא קויפמאן, בית שמש &bull; וויאזוי זעט אויס א שבת טיש מיט די עצות פון ראש ישיבה 100 &bull; ר' משה אריה שניטלער &bull; אפצייכענונג פון 100 אינטערוויוס, און וואס זיי טוען אויף &bull; וויאזוי מ'ווערט פטור פון ענקזייעטי &nbsp;

    < זעה מער כו ניסן תשפ"א 📝
  • הגדה של פסח אור זרוע אויף אידיש הערליך איבערגעדרוקט

    לכבוד פסח - דער יום טוב פון אמונה, איז נישטא קיין פאסיגערע הגדה ווי דער בארימטער הגדה "אור זרוע" וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן, וואס איז אנגעפילט מיט הערליכע ווערטער פון אמונה&nbsp; אויבערשטן, חיזוק, שמחה של מצוה, און לייגט אריין די ווערטער אין מויל פאר דער וואס פירט א סדר, מען זאל עס קענען איבערגעבן די הייליגע אמונה ווייטער פאר די קינדער אין די הייליגע סדר נאכט. דער קרן הדפסה האט שוין געדרוקט די הגדה עטליכע מאל, און איז אלץ צוכאפט געווארן תיכף דורך אנשי שלומינו, היי יאר האט מען אריינגעלייגט דערין אסאך כחות, מען האט עס ווידער מגיה געווען, און הערליך מסדר געווען, און צוגעלייגט שיינע זאכן. מען קען עס באקומען בחנם אויפן וועבסייט און דאונלאדן. 📖 ספרים פון מוהרא"ש אויף פסח 📖 הגדה של פסח אור זרוע אויף אידיש צו דאונלאודן בחנם פונעם וועבסייט 📸 מוהרא"ש ז"ל ביי בדיקת ושריפת חמץ ערב פסח, און הבדלה מוצאי פסח אויף ביר 🎧 מ'גרייט זיך אויף פסח - ה' ויקהל פקודי תשפ''א לאברכים ▶️ מ'גרייט זיך אויף פסח - ה' ויקהל פקודי תשפ''א לאברכים ▶️ א פרייליכן כשר'ן פסח - ה' ויקרא תשפ''א לאברכים 📸 פסח פעקלעך תשפ"א דורכן בית התבשיל היכל הקודש 📰 בית התבשיל פסח פעקלעך תשפ"א 📸 שיעור בהלכות פסח אין שטעטל דורכן דיין שליט"א - ב' ויקרא תשפ"א 📜 הלכות שבת ערב פסח 📰 עצתו אמונה חלק ד' ארויס פון דרוק 📰 קמחא דפסחא, אויסצוצאלן די מלמדים פאר יום טוב

    < זעה מער ט ניסן תשפ"א 📝
  • די מפיצים פון בית שמש, עפענען אן אייגענעם בית דפוס

    א געהויבענע מעמד איז פארגעקומען פאריגע וואך דינסטאג אין בית שמש, ווען צענדליגע מפיצים זענען זיך צוזאם געקומען מיטן ציל אויפצושטעלן א לאקאלער בית הדפוס צו קענען דרוקן גליונות און קונטרסים אין שטאט. די מפיצים אין בית שמש זענען ענערגישע פלייסיגע בחורים און אינגעלייט וואס וואוינען ארום דער שטאט, און פארשפרייטן טאג און נאכט די היילגע ברסלבע ספרים, גליונות, קונטרסים עצתו אמונה, קארטלעך, דיסקס, איבעראל ווי נאר מעגליך, אין די בתי מדרשים, אין די הייזער, און ביי די קברי צדיקים אין די געגענט. ביז יעצט פלעגן די מפיצים קומען צו פארן יעדע וואך צום גרויסן הפצה צענטער אין ירושלים און נעמען פון דארט הונדערטער גליונות היכל הקודש, און פילע אנדערע הפצה מאטריאל. די מפיצים פארציילן ווי ווייט אידין לעבן אויף מיט די זאכן, און ווי פון וואך צו וואך קומען צו פרישע מפיצים, ביז מען האט שוין דערגרייכט צו מפיץ זיין איבער טויזנט גליונות יעדע וואך. צוליב דעם, האבן די מפיצים פון בית שמש באשלאסן אז עס איז צייט צו קויפן אן אייגענעם דרוק מאשין פאר די שטאט, און אזוי וועט מען גרינגער קענען צושטעלן טויזנטער גליונות יעדע וואך לכל דכפין. איינע פון די אינגעלייט הרב יצחק ראטה הי"ו האט דאן פארגעשלאגן זיין שטוב, מען זאל קענען דארט פלאצירן דער מאשין, און אז ער נעמט זיך אונטער בעז"ה אנצופירן דאס דרוקן. דערנאך האט הרב אהרן גאלדשטיין הי"ו זיך אנגערופן אז ער נעמט אויף זיך בעז"ה די פינאנציעלער עול אויסצוהאלטן דער בית הדפוס מיט געלט. געזאגט און געטון מיטן אייבערשטנ'ס הילף, דער נייער דרוק מאשין איז שוין ב"ה אויפן וועג. עס דארף באצייכענט ווערן אז דאס איז שוין דער פערטער בית הדפוס וואס די תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א עפענען אין די לעצטע יאר אין ארץ ישראל. בשעת דעם מעמד האבן זיך פילע אינגעלייט און בחורים אונטערגענומען צו שאפן שיינע סכומים יעדע חודש פאר די הוצאות, אויך האט מען ארומגעשמועסט פון די גרויסקייט פון הפצה און מחיה זיין אידן. און איבער דעם אז "ברסלב זוכט נישט צו ווערן גרעסער, נאר אז נאך א איד'ס לעבן זאל ווערן בעסער". מיט דעם אלעם, דארף מען נאך אסאך פינאנציעלע הילף. ווער עס וויל זיין א טייל פון דעם הייליגן אונטערנעמענוג, קען זיך פארבינדן מיט די אנפירער פונעם בית הדפוס, הרב יצחק ראטה 011-972-50-4199-751 אדער הרב אהרן גאלדשטיין 011-972-55-6757-807. אויך קען מען מנדב זיין דורך די "נדרים פלוס" פלאטפארמע. 💳 צו מנדב זיין פאר בית הדפוס אין בית שמש 📸 דער שיינער מעמד 📸 דער ראש ישיבה שליט"א גיבט א שיעור אין בית שמש - טבת תש"פ 📸 הפצה אקטיוויטעטן אין צפת 📜 איבער עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין בית שמש 📰 בחורים אין ארץ ישראל זענען מפיץ פארגאנגענעם פורים 📰 מרכז הפצה ירושלים פארברייטערט זיך - שבט תשפ"א 📰 בני ברק עפענט אן אייגענע בית הדפוס - שבט תשפ"א 📰 ירושלימער בית הדפוס ווערט געעפענט - אייר תש"פ 📰 דער ראש ישיבה מיט תלמדים אין ארץ ישראל - ניסן תשע"ט

    < זעה מער ה ניסן תשפ"א 📝
  • עצתו אמונה חלק ד' שוין דא צו באקומען

    מיט גרויס פרייד נעמען אויף אנשי שלומינו די גוטע נייעס אז דער נייער באנד עצתו אמונה חלק ד' איז נארוואס אנגעקומען צום בית הדפוס, און ווערט שוין פארשפרייט און געשיקט צו אדרעסן לויטן פארלאנג. דער הייליגער ספר עצתו אמונה זענען אלע בריוו פון סיי שאלות און תשובות און סיי די אנדערע בריוו געשריבן דורכן ראש ישיבה פאר אידן פון איבער די גאנצע וועלט אין אלע מצבים פון לעבן, ווי דער ראש ישיבה ענטפערט פאר די שואלים בטוב טעם ודעת אויפן וועג פונעם הייליגן רבין ווי געלערענט ביי מוהרא"ש זי"ע. די הייליגע בריוו האבן שוין באלאכטן אן א צאל אידישע קינדער, און געראטעוועט פילע אידישע שטובער פון אונטערגאנג ברוחניות ובגשמיות. עס האט שוין אויפגעהויבן פילע ערליכע אידן מיט עצות און הדרכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, דורך גיין אויף א שפאציר און זיך אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, און צוגעבינדן טויזנטער אידישע נשמות צום אייבערשטן און זיין הייליגע תורה, מיט די זיסע עצה פון סדר דרך הלימוד און "זאגן" גמרא און משניות טאג טעגליך. עס ראטעוועט טאג טעגליך אידישע שטובער דעם שלום בית, ווען אידן נעמען טעגליך א טעגליכע דאזע פון התחקות און עצות, און ווערן דערמאנט דורך די הייליגע בריוו צו האבן סבלנות, און רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, און נישט אויפגעבן. הונדערטער אידן איבער די וועלט שלינגען מיט דורשט די הייליגע בריוו, און איז ביי זיי א חוק קבוע צו לערנען יעדן טאג א פארציע פון דעם הייליגן ספר, וואס איז זייער פלייצע און חיזוק זיך צו האלטן שטארק, איז זייער פאנצער פאר אלע זייערע שווערע נסיונות, און איז זייער מעדיצין פאר אלע זייערע גייסטישע פראבלעמען. יעצט אז דער ספר איז שוין ב"ה אנגעקומען צום בית הדפוס, איז דער שטאב זייער פארנומען ארויסצושיקן די ספרים צו אלע וואס האבן עס באשטעלט. עס איז דא נאך דא צו באקומען ביי קרן הדפסה פאר בלויז $13 אריינגערעכענט שיפינג צום שטוב. רופט אריין ווילאנג עס איז נאך דא, וכל הקודם זכה. קרן הדפסה היכל הקודש 718-387-2691 עקסט. 2, אדער שיקט אן אימעיל צו info@kerenhadfusa.org. &nbsp; 💬 דער ראש ישיבה ענטפערט אויף שאלות איבער עצתו אמונה 📜 דער ראש ישיבה שרייבט איבער עצתו אמונה 📸 די ספרים קומען אן צום בית הדפוס 📸 דער ראש ישיבה טיילט דעם ספר עצתו אמונה פאר תלמידים 🗞️ יא, איר קענט אויך זיין א מפיץ! 📰 עצתו אמונה אויף די פאסט פאר בלויז $2.99 א וואך 📰 וועכענטליכע עצתו אמונה: מעשיות און גורלות פאר קינדער, און מפתח פון קול ברסלב

    < זעה מער כז אדר תשפ"א 📝
  • צום ערשטן מאל: בחורים וועלן משמח זיין אין אייער שטוב פורים תשפ"א אין ארץ ישראל

    חדש! המשמחים בארץ ישראל השנה מפתיעים בארץ הקודש &ndash; אחרי שבשנה החולפת ההפצה פרצה גבולות ודבר ראש הישיבה שליט"א התפשט לאורכה ולרוחבה, כבר אין זה סוד, שרבבות יהודים שואבים חיות לנפשם וחמצן יומיומי לנשמתם מחיזוקי ראש הישיבה שליט"א, עוטים בשקיקה על הגיליונות, החוברות, הניגונים, השיעורים והחיזוקים, ובולעים בצמא את מילות ראש הישיבה היחיד שמבין לליבו של כל אחד ואחד, וסולל דרך לחיים מתוקים שכמותם לא טעמו מעולם. וכעת, לעונג רב יהיה להזמין את המפיצים בכבודם ובעצמם, תלמידי הישיבה בארץ הקודש &ndash; לבוא לשמח אתכם בעצם יום הפורים המסוגל. נא תאמו תור מראש והמפיצים הנודעים המכניסים שמחה בלבבות לאורך כל השנה, יעלו לביתכם ויכניסו עימם ששון ושמחה עצומה, ותוכלו ליטול חלק ביד נדיבה בתנופת ההפצה בארץ הקודש. כידוע נפתחו בשנה האחרונה 3 בתי דפוס להדפסת הגליונות והחוברות של הראש ישיבה שליט"א, כאשר בכל שבוע מתרגמים את הגליונות והחוברות ללשון הקודש ומודפסים בירושלים, בני ברק וצפת בלמעלה מ 10000 עותקים, ומשם נלקחים להפצה בכל ערי הארץ, וכעת זה ההזדמנות להיות שותפים לדבר גדול זה. להזמנת ה'משמחים' תלמידי ראש הישיבה שליט"א לביתכם בעצם יום הפורים: התקשרו עכשיו להבטיח את תורכם: 052-7644-664 📰 חדשות במרכז הפצה בארץ הקודש בחודש העבר 📰 התרגשות בבני ברק המפיצים מתחדשים הבית הדפוס החדש 📰 בחורים אין אמעריקע וועלן קומען משמח זיין 🎦 שושן פורים תשע"ג אין ישיבה 🎦 פורים תשע"ג ביי מוהרא"ש זי"ע 📸 שושן פורים פלעי תש"פ אין ישיבה ------------------------------------------------------------------------------------- אין ארץ ישראל איז היי יאר איז דא אן אנגענעמע איבעראשונג - נאכדעם וואס עס איז אריבער א יאר וואס די הפצה האט געבראכן אלע גרעניצן, די עצות און שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א האבן זיך פארשפרייט אין די לענג אין די ברייט פון ארץ ישראל, איז שוין היינט בכלל נישט קיין סוד, אז צענדליגע טויזנטער אידן שעפן זייער חיות און לופט צום אטעמען פון די שיעורים פון ראש ישיבה, מען לערנט דורך פון דעקל צו דעקל יעדע גליון, יעדע קונטרס, יעדע סידי, און מען שלינגט מיט דורשט די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א, וואס איז דער איינציגער וואס מען שפירט ווי ער פארשטייט וואס עס גייט דורך אויף אונזער שווערע דור, און געבט פאר יעדעם אזא שיינע און זיסע וועג צום לעבן, וואס אזא זיסער טעם האט מען נאך קיינמאל נישט געשפירט. יעצט היי יאר פורים תשפ"א, וועט מען האבן די ערשטע מאל די געלענגעהייט צו איינלאדענען די הייליגע מפיצים - די תלמידים פון ישיבה אין ארץ ישראל - צו קומען און משמח זיין ביי אייך אין שטוב אינעם מסוגל'דיגן טאג פון פורים. ביטע באשטעלן אן אפוינטמענט פון פאראויס, און די מפיצים וואס דערפרייען טויזטער אידישע הערצער במשך א גאנץ יאר, וועלן קומען צו אייך אין שטוב און מיטברענגען מיט זיך א שמחה און געשמאק, און וועלן זינגען די הערליכע ניגונים וואס דערווארימען דאס הארץ, און ברענגען נאנט אידישע קינדער צום אייבערשטן. און גלייכצייגיג וועט איר האבן די געלעגעהייט צו שטיצן מיט א ברייטע האנט די הפצה אפאראט אין ארץ ישראל. ווי באקאנט האט זיך געעפעט במשך די לעצטע יאר דריי נייע בתי הדפוס צו דרוקן די גליונות און קונטרסים פונעם ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל. יעדע וואך איז מען צוערשט מתרגם די גליונות און קונטרסים צו לשון הקודש, מען דרוקט עס דערנאך אין ירושלים, בני ברק, און צפת איבער 10,000 קאפיעס, נאכדעם פארשפרייט מען עס פון דארט צו אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל. יעצט האט איר די געלעגענהייט צו זיין א שותף אין דעם הייליגן פראיעקט. צו באשטעלן די גרופע "משמחים", תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א צו אייך אין שטוב אין פורים, פארבינדט אייך שוין צו פארזיכערן אייער אפוינטמענט: 052-7644-664 והעיר שושן צהלה ושמחה

    < זעה מער יא אדר תשפ"א 📝
  • אשר בנחל אידיש חלק ב' - יעצט צו באקומען צום טיר

    אשר בנחל אידיש חלק ב' קען מען באקומען דעליווערט עס איז זייער שווער צשרייבן איבער דער הייליגער ספר "אשר בנחל". דער ספר וואס מוהרא"ש האט נישט געשריבן מיט טינט נאר מיט בלוט פון זיין הארץ. מען רעדט פון דעם הייליגן ספר וואס פלאמט אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. דער הייליגער ספר וואס וועקט אויף א מענטש פון זיין שלאף. דער ספר וואס שרייט אויס "אין עוד מלבדו, עס נישט פארהאן עפעס אנדערש אויסער דער אויבערשטער". "הייב אן פון יעצט, קוק נישט אויף צוריק", "דער אייבישטער דארף דיר יא, הער נישט אויס די וואס זאגן אז נישט", מען קען נישט אנטלויפן נאר צום אייבערשטן", א.א.וו. - וויפיל מען זאל רעדן איבער דעם הייליגן ספר, קען מען אפילו נישט אנהייבן. אין די לעצטערע יארן ווען עס האט זיך אנגהויבן צו פארמערן תלמידים וואס האבן נישט פארשטאנען קיין לשון הקודש, האט מוהרא"ש אנגעהויבן צו שרייבן מערערע בריוו אויף מאמע לשון, אויף אידיש ספעציעל פאר אנשי שלומינו אין אמעריקע. פון די אלע בריוו האט זיך צוזאם געקליבן עטליכע הונדערט בריוו, וואס דער קרן הדפסה האט הערליך מסדר געווען און אפגערוקט אין 6 הערליכע בענדער. יעצט איז אנגעקומען אין בית הדפוס א נייע שיפמענט פונעם ספר "אשר בנחל אידיש חלק ב'". און עס ווערט געגעבן די מעגליכקייט צו באקומען דעם ספר ביים טיר פאר קאסט פרייז בלויז $13 אריינגערעכענט דעליווערי. כאפט אריין ווילאנג עס איז נאך דא, און הייבט אן לעבן א פרישע לעבן, א לעבן פון שלום בית, א לעבן פון לעבן מיטן אייבערשטן, א לעבן פון זיין דבוק אין די תורה, א לעבן פון זיך פרייען מיט יעדע קלייניקייט. רופט אריין אין קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט. 2אדער שיקט אן אימעיל צו office@kerenhadfusa.org. 🌆 שיפמענט אשר בנחל קומט אָן אין קרן הדפסה 📜עצתו אמונה איבערן הייליגן ספר "אשר בנחל" 📬 איש אמונות איבערן הייליגן ספר "אשר בנחל" כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים

    < זעה מער ו אדר תשפ"א 📝
  • נייע ספר "איש יהודי" פונעם ראש ישיבה שליט"א ערשיינט בעז"ה אויף די חתונה

    מיט גרויס פרייד נעמען אנשי שלומינו אויף דאס ערשיינונג פונעם נייעם ספר "איש יהודי" א שיינער פירוש אויף מגילת אסתר פונעם ראש ישיבה שליט"א. דער ספר וועט בעז"ה ארויסקומען לאור עולם לכבוד די שמחה ווען דער ראש ישיבה שליט"א מאכט חתונה זיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א עב"ג בת הרב מרדכי אינדיג שליט"א. לקראת די גרויסע ימי הפורים הממשמשים ובאים, איז דער פאסיגסטער צייט ארויסצוגעבן דעם נייעם ספר וואס איז א זאמלונג פון שיינע געדאנקען אויף די מגילה, און געקליבענע בריוו געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א. דער ספר איז פול מיט שיינע געדאנקען, חיזוק און עצות וויאזוי אויסצונוצן די הייליגע און פרייליכע טעג פון פורים אויפן ריכטיגן פארנעם, און וויאזוי מיטצונענמען די השפעות פונעם יום טוב אויף א גאנץ יאר. עס וועט אי"ה זיין צו באקומען דעם מיטוואך פרשת תרומה ביי די חתונה אין בית המדרש אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סטריט. אדער דורך רופן 845-418-3026. &nbsp; לְקַיֵּם אֵת יְמֵי הַפֻּרִים הָאֵלֶּה בִּזְמַנֵּיהֶם

    < זעה מער ג אדר תשפ"א 📝
  • ☎️ הונדערט אינטערוויוס אפגעצייכענט אויף "קול ברסלב"

    &nbsp; מסודר'דיגע מפתח פון אלע אפטיילונגען אויף "קול ברסלב" מיט אומגעפער א יאר צוריק האט זיך געעפנט די אינטערוויוס אפטיילונג אויפן פאפולערן "קול ברסלב" האטליין. דער נייער אפטיילונג איז גאר שנעל געווארן זייער אויפגעכאפט דורך די פילע טויזנטער טעגליכע אריינרופער. די "קול ברסלב" טעלעפאן ליין באקומט אריין טעגליך צענדליגע טויזנטער אריינרופער פון אידן פון איבער די גאנצע וועלט וואס זוכן זיך אויפצופרישן און זיך מחי' זיין מיט די הייליגע ווערטער פון הייליגן רבין אין די פילע געשמאקע אפטיילונגען, וואס בלאזט אריין א פרישע גייסט אנצוגיין אין לעבן, און זיך שטארקן אין אלע מצבים. אנגעהויבן מיט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א וואס זענען א וועג ווייזער פאר פילע אידישע קינדער, וואס מאכן זיכער נישט אויסצולאזן קיין איין שיעור, וועלדיג הערן ריכטיגע הדרכה אין לעבן, צו דינען דעם אייבערשטן און וויסן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי זיך אומצוגיין אין לעבן אין אונזער שווערע דור, און האבן א גליקליך לעבן ברוחניות און בגשמיות. אויסערדעם ווילן מענטשן אויך מיטהאלטן וואס עס טוט זיך אין די קארידארן פון היכל הקודש, ווי אזוי זאכן גייען צו, ווי אזוי זאכן ווערן געמאכט, ווי אזוי מענטשן נעמען אויף די לימודים, ווי אזוי גייט דאס ארויס אויף דער וועלט, און אזוי ווייטער. און דער חלל צילט דער אינטערוויוס אפטיילונג צו ערפילן, וואו מען שטעלט צו אינטערוויוס מלא תוכן, וואו מ'הערט גאר אסאך אינטערעסאנטע אינפארמאציע אין פילע תחומים. יעצט איז אפגעצייכענט געווארן א חשובער מאמענט, ווען די אינטערוויוס האבן אריבערגעשפרייזט דעם נומער הונדערט. איבער הונדערט אינטערוויוס וואו מ'קען הערן וואס טוט זיך פון הונטער די קוליסן אין אלע צענטערן פון היכל הקודש איבער די וועלט. די נומער פון "קול ברסלב" איז 212-444-9191, אין אפסטעיט 845-351-0910, אין קאנאדא 438-300-8080, אין ענגלאנד 03303502361, אין ארץ ישראל 0797040066. אנצוקומען צו די אינטערוויוס דרוקט 1 פאר אידיש, 7 פאר פאמיליע ווינקל, און דערנאך 5 פאר אינטערוויוס.&nbsp; מיר האפן אין די קומעדיגע צייט ארויפצולייגן די גאנצע ליסט פון אלע אינטערוויוס, מען זאל קענען גרינג טרעפן וועלכע אינטערוויו מען וויל. דאס איז אין צוגאב צו די פילע פארשידנארטיגע אינטערעסאנטע אפטיילונגען אויף "קול ברסלב", צוגעפאסט פאר יעדן איינעם, יעדער זאל זיך קענען טרעפן זיין געשמאקע ווינקל מיט וואס זיך מחי' צו זיין. יעדע וואך גייט אריין אין די עצתו אמונה א הערליכע מפתחי פון אלע נייע שיעורים וואס ווערן ארויפגעלייגט אין די פארגאנגענע וואך. &nbsp; פאלגענד איז די ליסטע פון די פילע אינטערעסאנטע אפטיילונג פון "קול ברסלב" ווי יעדער קען זיך טרעפן מיט וואס צו מחי' זיין לויט ווי זיין הארץ באגערט: &nbsp; דרוקט ① פאר אידיש, און דערנאך: &nbsp; 0️⃣ אפדעיטס און נייעס &nbsp; 1️⃣ חיזוק יומי &bull; נייע שיעורים ◀❶ חיזוק יומי פון ראש ישיבה שליט"א ◀❷ חיזוק יומי פון מוהרא"ש זי"ע ◀❸ נייעסטע שיעור פאר בחורים ◀❹ נייעסטע שיעור פאר אינגעלייט ◀❺ נייעסטע שיעור אין בבלי ◀❻ נייעסטע שיעור אין ירושלמי ◀❼ קאראנע אפטיילונג ◀❾ ענינא דיומא &nbsp; 2️⃣ שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א ◀❶ טעגליכע דרשות ◀❷ וועכענטליכע דרשות ◀❸ מועדים וזמנים ◀❹ חינוך שיעורים ◀❺ שו"ת און בריוו ◀❻ שולחן ערוך ◀❼ גמרא בבלי ◀❽ שיעורי נ"ך ◀❾ גמרא ירושלמי ◀❿ חיזוק קאלס ◀⓫ משנה תורה להרמב"ם &nbsp; 3️⃣ שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע ◀❶ בראשית ◀❷ שמות ◀❸ ויקרא ◀❹ במדבר ◀❺ דברים ◀❻ מועדים וזמנים ◀❼ פארשידענע דרשת ◀❽ ליקוטי מוהר"ן ◀❾ שמועסן פון פריערדיגע יארן &nbsp; 4️⃣ מלמדים שטיבל &bull; אנדערע שיעורים ◀❶ שיעורים פון הרב יצחק לעזער שליט"א ◀❷ מלמדים שטיבל &bull; שיעורי חינוך &bull; אינטערוויוס ◀◀① מלמדים שטיבל ◀◀② חינוך שמועסן פון די גמרא שיעורים פון ר"י ◀◀③ חינוך שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א ◀◀④ חינוך שיעורים אין ת"ת היכל הקודש וומ"ס ◀◀⑤ אינטערוויוס מיט מלמדים און מחנכים &nbsp; 5️⃣ היכל ניגנה ◀⓿ אלע ניגונים שאפל רענדאם&nbsp; ◀❶ ווארימע ניגונים ◀❷ גראמען ◀❸ לעבעדיגע ניגונים ◀❹ נוסח ◀❺ סינגלס ◀❻ ניגונים אן מוזיק לימי הספירה &nbsp; 6️⃣ שיעורים מיטצוזאגן ◀❶ משניות ◀❷ תהילים &bull; תיקון הכללי &bull; תפילת הדרך &bull; פרשת המן ◀❸ חומש ◀❹ בבלי, ירושלמי, תוספתא נצחי ◀❺ ליקוטי מוהר"ן &nbsp; 7️⃣ פאמיליע ווינקל ◀❶ מעשיות פון תפלה ◀❷ סיפורי מעשיות ◀❸ סיפורי צדיקים ◀❹ הפצה בליצן ◀❺ אינטערוויוס ◀❻ 15 מינוטיגע לאנטש ברעיק שמועסן ◀❼ שיחת חברים &nbsp; 9️⃣ נדבות &bull; אנווייזונגען &bull; הוקאפ &bull; מערכת ◀❶ נדבות ◀❷ אנווייזונגען וויאזוי צו נוצן דעם האטליין ◀❸ וויאזוי צו באקומען די חיזוק יומי און די שיעורים ◀❹ די טעלעפאן נומערן פון קול ברסלב אין אנדערע לענדער ◀❺ לייוו הוקאפ ◀❾ צו לאזן א מעסעדזש פארן מערכת &nbsp; שמעו ותחי נפשכם! &nbsp;

    < זעה מער ב אדר תשפ"א 📝
  • מרכז הפצה אין ירושלים עיה"ק פארברייטערט מיט פרישע אקטיוויטעטן

    אין מרכז הפצה אין ארץ הקודש, איז די וואך געווארן אפגעצייכענט דאס ארויסגעבן דער 50סטער איבערגעטייטשטע "עצתו אמונה" אויף לשון הקודש. מען האט אנגעהויבן איבערצוטייטשן די בריוו פון ראש ישיבה אין "עצתו אמונה" נאך די גרויסע פארלאנג פון יהודת ארץ הקודש, וואס א גרויס חלק פון זיי קען נישט ליינען קיין אידיש. די מפיצים לייגן אריין יעדע וואך אומגעהויערע כחות און צייט איבערצייטשן די הייליגע קונטרסים, פון וואס טויזנטער לשון-הקודש-רענדנע אידן איבער די וועלט און בפרט אין ארץ ישראל זענען זיך מחיה יעדע וואך. בפרט איז די שמחה גרויס ווען מען מען האט שוין אנגעויבן אנצונעמען סובסקריבשאנס אויך פאר תושבי ארץ ישראל. אין ארץ ישראל איז די פרייז 18 שקל א חודש. צו באקומען די עצתו אמונה אין ארץ ישראל רופט 03-957-0220 עקסטענשאן 7. &nbsp; אין אנדערע נייעס פונעם מרכז הפצה אין ארץ הקודש: ◾ פילע ספרי "גנזי המלך" אויף מגילת אסתר זענען אנגעקומען פאריגע וואך צום מרכז הפצה, אבער אלעס איז גלייך צוכאפט געווארן. מען ערווארט בעז"ה אין די נאנטע טעג א פרישע שיפמענט. ◾ די וואך וועט פארקומען אין ירושלים א גרויסע "כינוס המפיצים" ווי מען וועט אויפשפילן ווי אלע מפיצים פון איבער גאנץ ארץ ישראל פארציילן יעדער איינער זייער חלק אין הפצה. פאר מער פרטים קען מען רופן אויף קול ברסלב ארץ ישראל 03-957-0220. ◾ עס וועט בעז"ה פארקומען א גרויסע סיום פאר די פילע בחורים אין ארץ ישראל וואס האבן מסיים געווען יעדן טאג פון שובבי"ם גאנץ מסכת תענית ווי מוהרא"ש האט איינגעפירט אלץ א סגולה צו טרעפן א גוטע שידוך שנעל. דער סיום וועט בעז"ה פארקומען ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל אום ליל שישי משפטים. זיך איינצושרייבן קען מען רופן 052-7644-664. ◾ מען קען שוין באקומען אין ארץ ישראל די הייליגע שיעורים, ספרים, און ניגונים פון ראש ישיבה שליט"א אויף א "יו-עס-בי דרייוו", אדער אויף "עס-די קארד" געשיקט צו טיר. צו בעטן שיקט אן אימעיל צו ae.148.148@gmail.com. &nbsp; 📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖 &nbsp; במרכז הפצה בארץ הקודש, צוין בשבוע את פרסום "עצתו אמונה" בלשון הקודש מספר ה50. החלו לתרגם את המכתבים של הראש הישיבה ב"עצת האמונה" לאחר הדרישה הגדולה של יהודי ארץ הקודש, שחלק גדול מהם אינם דוברי יידיש. מדי שבוע משקיעים המפיצים מאמצים רבים לתרגם את המכתבים, שמחיה אלפי יהודים דוברי לשון הקודש ברחבי העולם ובמיוחד בארץ ישראל. במיוחד השמחה גדולה שהם כבר התחילו לקבל מנויים גם לתושבי ארץ ישראל. המחיר 18 ₪ בלבד לחודש. להרשמה חייגו: 03-957-0220 בשלוחה 7. &nbsp; בחדשות אחרות ממרכז ההפצה בארץ הקודש: ◾ הרבה ספרי "אוצרות המלך" על מגילת אסתר הגיעו למרכז ההפצה בשבוע שעבר, אך כולם נתפסו מיד. משלוח חדש צפוי בימים הקרובים. ◾ השבוע יתקיים בירושלים "כינוס מפיצים" גדול, בו כל המפיצים מכל רחבי ארץ ישראל יספרו את חלקם בהפצה. לפרטים נוספים חייגו לקול ברסלב בארץ ישראל 03-957-0220. ◾ תתקיים בעז"ה מעמד סיום נהדר לתלמדים הרבים בארץ ישראל שסיימו בכל יום את כל מסכת תענית בכל יום מימי השובבי"ם, כפי שהנהיג מרן מוהרא"ש זי"ע ואמר שהוא סגולה בדוק ומנוסה למצוא שידוך טוב בקרוב ובנקל. האירוע יתקיים בהציון הקדוש של מוהרא"ש זי"ע ביבנאל בליל שישי פרשת משפטים. ניתן להרשם בטלפון 052-7644-664. ◾ ניתן לקבל את ספרי עצתו אמונה ודיסק און קי / כרטיס זיכרון עם שיעורי וניגוני הראש ישיבה שליט"א, עד הבית: לשלוח מייל - ae.148.148@gmail.com.

    < זעה מער כה שבט תשפ"א 📝
  • “The Light of Emunah”, English version of “עצתו אמונה” is available for subscription

    עצתו אמונה אויף ענגליש נעמט שוין אן סובסקריבשאנס שוין א לאנגע תקופה וואס פילע זענען זיך מחיה וואך איין וואך אויס מיט די הייליגע קונטרסים "עצתו אמונה", וואס אנטהאלט די פילע בריוון און ענטפערס אויף שאלות געשריבן געווארן אין די לעצטע וואך דורכן ראש ישיבה שליט"א. דאס אלעס איז געבויט אויף די הייליגע לימודים און עצות פון הייליגן רבין און זיין תלמיד רבי נתן, לויט ווי מוהרא"ש האט אונז איבערגעגעבן אלע יארן. אין די בריוו טרעפט זיך דארט יעדער איינער פאר זיך פאסיגע עטנפערס אויף אלע זייערע פערזענליכע קשיות, ספיקות און בלבולים, און געפונען דארט א טרייסט צו אלע זייערע יסורים און אנגסט, ווען דער ראש ישיבה דערמאנט זיי איינמאל און נאכאמאל, אז די עצה אויף אלע עצות איז רעדן צום אייבערשטן, און אנטלויפן נאר צו אים. אויף די גרויסע נאכפראגע פון די פילע ענגליש רענדנע אידן וואס האבן געפרעגט "למה נגרע", איז אונז א פרייד איבערצוגעבן אז די ענגלישע ווערסיע פון עצתו אמונה "the light of emunah" וועט בעז"ה אנהייבן ארויסצוקומען רעגלמעסיג יעדן חודש, און וועט זיין בעז"ה צו באקומען דורך סופבסקריבשאן פאר בלויז 3.99 א חודש. זיך איינצושרייבן רופט 718-387-2691 אדער אויף אימעיל, subscribtion@kerenhadfusa.org &nbsp; &ldquo;Light of emunah&rdquo; is starting to take subscribers For a long time now, many have been reviving themselves every week with the booklets &ldquo;Atzosi Emunah&rdquo;, which contains the many letters and answers to questions written in the last week by the Rosh Yeshiva Shlita. All this is based on the teachings and advice of Holy Rebbe and his disciple Rebbe Nathan, according to how Mohorosh has passed on to us all these years. In the letters, everyone finds appropriate answers to all their personal questions, doubts and confusions, and finds comfort in all their torments and anxieties, when the Rosh Yeshiva repeatedly reminds them that the advice for all advice is to speak to the Creator, and flee only to Him. In response to the great demand from the many English-speaking Jews who asked &ldquo;למה נגרע?&rdquo;, we are pleased to announce that the booklets &ldquo;The Light of Emunah&rdquo; the English version of &ldquo;Atzosi Emunah&rdquo; will be published with Hashem's help on a regular basis each month and will be - with Hashem's help, available to subscribe to, for only $3.99 per month. &nbsp; For subscriptions please call 718-387-2691 or email, subscribtion@kerenhadfusa.org.

    < זעה מער טו שבט תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 211 to 225 of 299 results

1 2 ... 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com