Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שטיצט דעם קרן הדפסה בשעתן איינקויפן אויף עמעזאן

    גאר אסאך וועלכע פארמאגן אן עמעזאן אקאונט זענען נישט באקאנט מיטן פאקט אז עמעזאן געט אראפ א האלבע פראצענט פון זייער איינקויף פאר טשעריטי, און זיי געבן די געלעגענהייט פאר אלע קונים און מען קען ביי זיי באשטימען אז די צדקה וואס זיי געבן פון אייער איינקויף זאל גיין פאר א צוועק וואס איר האט אויסגעוועלט.   דאס גאנצע געלט קומט אויסדרוקליך פון עמעזאן, עס קאסט "גארנישט" פארן אייך ביים איינקויפן, די פרייזן וואס איר צאלט טוישט זיך נישט מיט קיין פעני, און עס איז זייער גרינג דאס צו טון.   דערפאר איז אונז א שמחה צו מעלדן אז "קרן הדפסה היכל הקודש" איז פולקאם רעגיסטרירט ביי עמעזאן אלץ א "טשעריטי", און מען קען אויסוועלן ביי עמעזאן סמייל "קרן הדפסה ברסלב". (Keren Hadfusa of Breslev)   אנשי שלומינו וואס קויפן איין אויף עמעזאן ווילן נישט אז זייער געלט זאל גיין פאר עפעס א "טשעריטי" וואס וועט זיך זארגן פאר די פרעש פון די וועלדער, אדער וואס וועט לאביאירן פאר נאך עפעס א לינקע קרומע געזעץ וואס וועט "ראטעווען די וועלט", נאר ווילן זיכער אז זייער געלט זאל גיין פאר אן הייליגע צדקה צוועק, און נאך בעסער פארן קרן הדפסה היכל הקודש וואס ראטעוועט באמת די וועלט, און איז מחזק און מעודד טויזנטער אידן טעגליך אין אלע מצבים דורך די הייליגע ספרים, קונרטסים, גליונות און סידיס וואס ווערן פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט.   מען דארף געדענקען איין זאך ווען מען וויל איינקויפן אויף עמעזאן: אנשטאט נוצן דעם געווענליך לינק דארף מען גיין צו "עמעזאן סמייל" smile.amazon.com און איינקויפן און באצאלן געהעריג ווי געווענליך, און אלעס ווערט געטון אויטאמאטיש.   יעדע עטליכע חדשים וועט עמעזאן שיקן א רעפארט אויף אימעיל וויפיל אייער איינקויפן האט ביישטייערט פארן צוועק וואס איר האט אויסגעוועלט.   די גאנצע זאך איז זייער גרינג: 1.גיי צו עמעזאן דורך https://smile.amazon.com 2. קלויב אויס Keren Hadfusa of Breslev   און פון דא און ווייטער, יעדעס מאל וואס דו קויפסט ביי עמעזאן דורך Amazon Smile, נעמסטו אויטאמאטיש א חלק אין די הייליגע ארבעט פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'נס ספרים און עצות פאר אידישע קינדער אויף די גאנצע וועלט, און מיט דעם דערנענטערן אידישע קינדער צום באשעפער.

    < זעה מער כא חשון תשפ"ג 📝
  • נייע ספרים ארויס פון דרוק צו באקומען אויף ברסלב סענטער

    ברסלב סענטער ברענגט כסדר אריין פרישע ספרים, לויט די פארלאנג פון אנשי שלומינו, אויסער דעם וואס מען דרוקט די פילע קונטרסים און ספרים, זוכט מען ווי מען קען ברענגען נאך פילע ספרים. &nbsp; פאלגענד זענען די פרישע ספרים וואס מען האט לעצטענס ארויפגעלייגט: &nbsp; החוט המשולש. דאס איז א ספר איז משולב דער הייליגער ספר "ליקוטי מוהר"ן" צוזאמען מיט די "קיצור ליקוטי מוהר"ן" וואס דער הייליגער רבי נתן האט געשריבן, ארויסגענומען די תמצית פון די תורה, און דערויף די תפלה וואס געהער צו די תורה פון "ליקוטי הלכות", ווי דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אז ער וויל אז מיר זאלן מאכן פון זיינע תורות תפלות, וואס דערויף האט רבי נתן געשריבן א תפלה אויף די תורות פון הייליגן רבין, ווי מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל קענען פאלגן די עצות וואס דער הייליגער רבי ברענגט אין די תורה. מוהרא"ש זי"ע שרייבט אין אשר בנחל אז הלוואי זאל איינער קומען און מאכן א ספר וואס זאל צוזאם ברענגען די אלע דריי ספרים, אז מען זאל קענען לערנען ליקוטי מוהר"ן צוזמען מיטן קיצור ליקוטי מוהר"ן און דערויף זאגן די תפלה. &nbsp; היט דיינע אויגן. א קונטרס געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע וואס רעדט איבער די גרויסקייט פון זיך היטן די אויגן, און עצות און חיזוק ווי צו קענען האבן ריינע אויגן &nbsp; אוצר לבחורי ישיבה. א ספר ווי עס איז צוזאמגענומען 15 הערליכע קונטרסים וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן פאר בחורים און תלמידי הישיבה. דער ספר אנטהאלט די פאלגענדע קונטרסים: 1. סדר הישיבה &nbsp; 2. בחור ישיבה &nbsp; 3. דרך לבחור ישיבה &nbsp; 4. עצות לבחור ישיבה &nbsp; 5. הצלחה לבחור ישיבה &nbsp; 6. עצה לבחור &nbsp; 7. להיות בחור מוצלח &nbsp; 8. חיזוק לבחור &nbsp; 9. דרך לבחור &nbsp; 10. סדר לבחור &nbsp; 11. התחזקות לבחור &nbsp; 12. התעוררות לבחור &nbsp; 13. מעלת בחור &nbsp; 14. בחור חכם &nbsp; 15. בחור חזק. &nbsp; When Darkness Falls. א קונטרס פון מוהרא&rdquo;ש זי&rdquo;ע אויף ענגליש וואס איז מחזק און מעודד א מענטש ווען ער גייט איבער א קריזיס אין לעבן, און געבט עצות וויאזוי מען קען ארויסקריכן. &nbsp; Wait A Second. א הערליכע קונטרס אויף ענגליש געשריבן דורך מוהרא&rdquo;ש זי&rdquo;ע וואס רעדט איבערדעם אז די עצה מצליח צו זיין איז קונה צו זיין געדולד-סבלנות, און עצות וויאזוי מען קען ווערן א געדולדיגער מענטש. &nbsp; צדיק מה פעל. א ספר געשריבן דורכן באגאבטן בעל מספר הרב דן כהן, וואס אנטהאלט א שלל פון גאר אינטערסאנדע מעשיות און סיפורים פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; ספר שיחות וסיפורים. א ספר געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע מיט אסאך שיינע מעשיות און סיפורים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, אזוי אויך פילע מעשיות פון צדיקים און תלמידי בעל שם טוב הק' וואס מ'קען דערפון ארויסנעמען למעשה וויאזוי צו דינען דעם אייבערשטן. וואס מוהרא"ש האט מקבל געווען פון חסידי ברלסב פון פריערדיגן דור. &nbsp; סעט ספרי רבינו. א סעט פון 8 בענדער פון רבינ'ס ספרים, הערליך ניי איבערגעדרוקט דורך מכון אור הנחל. דער סעט אנטהאלט&nbsp; &bull; ספר המידות &bull; סיפורי מעשיות &bull; שיחות הר"ן &bull; חיי מוהר"ן &bull; ליקוטי תפילות &bull; ליקוטי עצות &bull; עלים לתרופה &bull; השתפכות הנפש ומשיבת נפש. אלעס געדרוקט מיט שיינע לעכטיגע אותיות אויף א גוטע פאפיר. &nbsp; כי לקח טוב נתתי לכם &nbsp; 🛒 דרוקט דא פאר נאך פילע צענדליגע נייע אייטעמס &nbsp; &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער ח חשון תשפ"ג 📝
  • איבער 300 אינטערוויוס אויף קול ברסלב אפגעצייכענט

    אין די יעצטיגע טעג ווערט אפגעצייכענט דער דריי הונדערטסטער אינטערוויו אויפן טעלעפאן ליין "קול ברסלב" וואס איז מהנה צענדליגע טויזנטער אידן איבער די גאנצע וועלט. &nbsp; דער אינטערוויו אפטיילונג ווערט אנגעפירט און באגלייטן דורכן גרויסן מפיץ הרב יואל טייטלבוים שליט"א וואס איז כסדר מהנה די צענדליגע טויזנטער צוהערער טאג טעגליך פון קול ברסלב מיט די כסדרדיגע גאר אינהאלטספולע אינטערוויוס, נאכדעם וואס ער איז א גאנצן טאג אן איבערגעגעבענער מלמד און מנהל, פאר די טייערע צאן קדשים אינעם תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, לייגט ער אריין נאך די חדר שעות גרויסע כחות ארויפצוברענגען כמעט טאג טעגליך נייע באלערנדע און דראמאטישע אינטערוויוס וואס הייבן אויף די געמיטער און דערנענטערן אידישע קינדער צום אייבערשטן. &nbsp; ווי הר"ר יואל פארציילט, איז דער געלונגענער און מערסט פאפולערסטער ווינקל אויפן האטליין פון אינטערוויוס געבוירן געווארן דורך א זאך וואס האט צו אונזערע אויגן געקענט אויסגעזען ווי א גרויסער דורכפאל. פאר עטליכע יאר צוריק איז געווען אפגעשמועסט צו אינטערוויוען עטליכע אנשי שלומינו פאר א פראיעקט וואס מו"ה ישראל סאמעט הי"ו האט געוואלט צושטעלן אויפצושפילן צום יארצייט פון מוהרא"ש, און דער אייבישטער האט אזוי צוגעפירט אז צו א טייל פון די וואס האבן זיך געהאט צוגעגרייט איז מען נישט אנגעקומען. דאס אלעס האט דער אייבישטער אזוי צוגעפירט בהשגה פרטית און האט געעפנט די טירן צו דעם גאר געלונגענעם אפטיילונג וואס האט שוין מחזק און מקרב געווען טויזנטער אידן, ועוד ידם נטויה בסייעתא דשמיא. &nbsp; דער "קול ברסלב" ליין באקומט אריין טעגליך צענדליגע טויזנטער רופער פון איבער די גאנצע וועלט וואס זוכן זיך אויפצופרישן און זיך מחי' זיין מיט די הייליגע ווערטער פון הייליגן רבין אין די פילע געשמאקע אפטיילונגען, וואס בלאזט אריין א פרישע גייסט אנצוגיין אין לעבן, און זיך שטארקן אין אלע מצבים. &nbsp; אנגעהויבן מיט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א וואס זענען א וועג ווייזער פאר פילע אידישע קינדער, וואס מאכן זיכער נישט אויסצולאזן קיין איין שיעור, וועלנדיג הערן ריכטיגע הדרכה אין לעבן, צו דינען דעם אייבערשטן און וויסן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי זיך אומצוגיין אין לעבן אין אונזער שווערע דור, און האבן א גליקליך לעבן ברוחניות און בגשמיות. &nbsp; אויסערדעם ווילן מענטשן אויך מיטהאלטן וואס עס טוט זיך אין די קארידארן פון היכל הקודש, ווי אזוי זאכן גייען צו, ווי אזוי זאכן ווערן געמאכט, ווי אזוי מענטשן נעמען אויף די לימודים, ווי אזוי גייט דאס ארויס אויף דער וועלט, און אזוי ווייטער. און דער חלל צילט דער אינטערוויוס אפטיילונג צו ערפילן, וואו מען שטעלט צו אינטערוויוס מלא תוכן, וואו מ'הערט גאר אסאך אינטערעסאנטע אינפארמאציע אין פילע תחומים. &nbsp; יעצט איז אפגעצייכענט געווארן א חשובער מאמענט, ווען די אינטערוויוס האבן אריבערגעשפרייזט דעם נומער דריי הונדערט אינטערוויוס וואו מ'קען הערן וואס טוט זיך פון הונטער די קוליסן אין אלע צענטערן פון היכל הקודש איבער די וועלט. &nbsp; "קול ברסלב" האט לאקאלע טעלעפאן נומער אין כמעט אלע לענדער ווי אידן געפונען זיך איבער די גאנצע וועלט, און עס קומען כסדר צו נאך פרישע נומערן. די נומערן זענען ווי פאלגענד: אמעריקע (ניו יארק) 212-444-9191, אפסעטיט ניו יארק 845-351-0910, קאנאדא 438-300-8080, ענגלאנד 03303502361, ארץ ישראל 0797040066, בעלגיע (ניי!) 3235003461, ארגענטינע (ניי!) 1152354370 &nbsp; די אינטערוויוס קען מען טרעפן דורך דרוקן&nbsp; 1️⃣ פאר אידיש, 7️⃣ פאר פאמיליע ווינקל, און 5️⃣ פאר אינטערוויוס.&nbsp; &nbsp; דאס איז אין צוגאב צו די פילע פארשידנארטיגע אינטערעסאנטע אפטיילונגען אויף "קול ברסלב", צוגעפאסט פאר יעדן איינעם, יעדער זאל זיך קענען טרעפן זיין געשמאקע ווינקל מיט וואס זיך מחי' צו זיין. אזוי אויך קומען כסדר צו נאך נייע פרישע אפטיילונגען מיט גאר באלערנדע אינטערוויוס, אפהאנדלונגען, שיעורים, ניגונים, נוסחאות און נאך. &nbsp; פאלגענד איז די סדר און וויאזוי מען קען צוקומען צו די פילע אינטערעסאנטע אפטיילונג פון "קול ברסלב" ווי יעדער קען זיך טרעפן מיט וואס צו מחי' זיין לויט ווי זיין הארץ באגערט: &nbsp; דרוקט ① פאר אידיש, און דערנאך: &nbsp; 0️⃣ אפדעיטס און נייעס &nbsp; 1️⃣ חיזוק יומי &bull; נייע שיעורים ◀❶ חיזוק יומי פון ראש ישיבה שליט"א ◀❷ חיזוק יומי פון מוהרא"ש זי"ע ◀❸ שארטקאטס צו די נייעסטע שיעורים ◀◀❶ טעגליכע שיעור ◀◀❷ וועכענטליכע שיעור ◀◀❸ בבלי ◀◀❹ חיזוק פון בבלי ◀◀❺ ירושלמי ◀◀❻ רמב"ם ◀❻ רוסלאנד אוקריינא תשפ"ב ◀❼ קאראנע&nbsp; ◀❾ ענינא דיומא ◀◀❶ ראש השנה ◀◀❷ יום כיפור ◀◀❸ סוכות ◀◀❹ חנוכה ◀◀❺ פורים ◀◀❻ פסח ◀◀❼ ל"ג בעומר ◀◀❽ שבועות ◀◀❾ תשעה באב ◀◀❿ ט"ו באב &nbsp; 2️⃣ שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א ◀❶ טעגליכע דרשות ◀❷ וועכענטליכע דרשות ◀❸ מועדים וזמנים ◀❹ משניות ◀❺ שו"ת און בריוו ◀❻ שולחן ערוך ◀❼ גמרא בבלי ◀❽ שיעורי נ"ך ◀❾ גמרא ירושלמי ◀❿ חיזוק קאלס ◀⓫ משנה תורה להרמב"ם &nbsp; 3️⃣ שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע ◀❶ בראשית ◀❷ שמות ◀❸ ויקרא ◀❹ במדבר ◀❺ דברים ◀❻ מועדים וזמנים ◀❼ פארשידענע דרשות ◀❽ שיעורים אין ליקוטי מוהר"ן ◀❾ שמועסן פון פריערדיגע יארן &nbsp; 4️⃣ מלמדים שטיבל &bull; אנדערע שיעורים ◀❶ שיעורים פון הרב יצחק לעזער שליט"א ◀❷ מלמדים שטיבל &bull; שיעורי חינוך &bull; אינטערוויוס ◀◀❶ מלמדים שטיבל ◀◀❷ חינוך שמועסן פון די גמרא שיעורים פון ר"י ◀◀❸ חינוך שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א ◀◀❹ חינוך שיעורים אין ת"ת היכל הקודש וומ"ס ◀◀❺ אינטערוויוס מיט מלמדים און מחנכים ◀❸ הלכה &nbsp; 5️⃣ היכל נגינה ◀⓿ אלע ניגונים שאפל רענדאם&nbsp; ◀❶ ווארימע ניגונים ◀❷ גראמען ◀❸ לעבעדיגע ניגונים ◀❹ נוסח ◀❺ סינגלס ◀❻ ניגונים אן מוזיק לימי הספירה &nbsp; 6️⃣ שיעורים מיטצוזאגן ◀❶ משניות ◀❷ תהילים &bull; תיקון הכללי &bull; תפילת הדרך &bull; פרשת המן ◀❸ חומש ◀❹ בבלי, ירושלמי, תוספתא נצחי ◀❺ ליקוטי מוהר"ן &nbsp; 7️⃣ פאמיליע ווינקל ◀❶ מעשיות פון תפלה ◀❷ סיפורי מעשיות ◀❸ סיפורי צדיקים ◀❹ הפצה בליצן ◀❺ אינטערוויוס ◀❻ לאנטש ברעיק שמועסן ◀❼ לעובדא ולמעשה (ניי!) ◀❽ א בליק מיט די ברסלבע ברודער (ניי!) &nbsp; 8️⃣ קאמפיינס ◀❷ זיך איינצושרייבן צו באקומען עצתו אמונה (ניי!) 9️⃣ נדבות &bull; אנווייזונגען &bull; הוקאפ &bull; מערכת ◀❶ נדבות ◀❷ אנווייזונגען ◀❸ צו באקומען חיזוק יומי&nbsp; ◀❹ די טעלעפאן נומערן פון קול ברסלב ◀❺ לייוו הוקאפ ◀❾ לאזן א מעסעדזש &nbsp; שמעו ותחי נפשכם!

    < זעה מער כט תשרי תשפ"ג 📝
  • געלונגענע ברסלב סענטער עפפ נארוואס געלאונטשט מיט גרויס הצלחה

    מיר לעבן אין א זייער שווערע און ביטערע דור, מען קען פרובירן "ארויסצוטרייבן די טונקלקייט" מיט א שטעקן, אבער עס וועט נישט מצליח זיין, דער רבי לערנט אונז אויס אריינברענגען א קליין לעכטעלע, און די חשכות וועט גלייך פארשוואונדן ווערן. &nbsp; אינעם היינטיגן דור קומט אויס אז זייער אסאך אידן דארפן האבן פארשידענע דיווייסעס וואס קומען מיט עפפס, ווי טעלעפאנען און טעבלעטס, דער סמ"ך מ"ם וויל עס אנפילן מיט אלע מרעין בישין, און דורכדעם אוועקנעמען דעם איד פונעם אויבערשטן, ער זאל פארגעסן פונעם תכלית אויף וואס ער איז געקומען אויף דער וועלט, אין די שווערע צייט ברענגט דער הייליגער רבי'ס עצות אריין ליכטיגקייט ביי אידישע קינדער, מען פארשפרייט די שיעורים פון היייליגן רבי'ן וואס באלייכט און דערפרייט אידישע קינדער. &nbsp; יעצט איז ברוך השם געקומען די צייט אז נאך אן איבערמידליכע ארבעט פון איבער צוויי און א האלב יאר וואס מען האט אריינגעלייגט גאר אסאך מח, כח, צייט און געלט איז דער נייער הערליכער "ברסלב סענטער" עפפ שוין ארויס לאור עולם. &nbsp; גלייך אויפן מעין סקרין קען מען זען אלע פרישע אקטיוויטעטן אפ-טו-דעיט צו די מינוט ווי צום ביישפיל די לעצטע בריוו, שאלות ותשובות, בילדער, און נייעס. יעדע זאך קען מען מיט א קליק טרעפן גלייך אויפן פלאץ. מען האט אריינגעלייגט אסאך קאפ און מח אויפן אויסשטעל אז מען זאל זיך פילן גלייך היימיש אינעם עפפ. אזוי אויך האט מען געלייגט א שטארקע געוויכט אז דער עפפ זאל ארבעטן שנעל פליסיג און גרינג, אזוי אויך אז עס זאל זיין זייער "יוזער פרענדלי" מען זאל מיט איין בליק גלייך זען וואס מען קען טרעפן און וואו. &nbsp; צווישן די פילע געשמאקע פיטשורס קען מען גרינג טרעפן יעדע שיעור אדער בריוו וואס מען זוכט דורך די פראקטישע "טעג פילטערס", אזוי אויך קען מען אנשטעלן מען זאל באקומען א נאטיפיקאציע - צום ביישפיל מען קען זיך אויסקלויבן צו באקומען א נאטיפיקאציע אויף יעדע חלק פונעם עפפ עקסטער, יעדער וואס ער גלייכט, ביי ארטיקלען, אוידיא שיעורים, טעגליכע בריוו, בילדער, בריוו, נייעס ארטיקלען, פראגעס און ענטפערס, ספרים, ווידיאוס. &nbsp; מען קען בוקמארקן יעדע בריוו, בילדער אלבום, ווידיא אלבום, נייעס, עקסטער אז מען וויל עס זען, ליינען אדער הערן שפעטער. &nbsp; אזוי אויך קען מען פרעגן שאלות אויפן עפפ - פונעם ראש ישיבה, וואס וועט בעז"ה ענטפערן דעם דעת תורה אויף אלע אייערע ספקות און פראגעס. &nbsp; אין די קומענדיגע וואכן וועלן בעז"ה צוקומען נאך פארשידענע נייע פיטשוירס, ווי צום ביישפיל, מען וועט קענען טוישן די "פאנט סייז" גרעסער און קלענער, אזוי אויך וועט מען האבן צוויי סקרין מאודס, א געהעריגע מאוד געאייגענט פאר בייטאג, און א "נאכט מואָד", וואס וועט פארגריגערן פאר די אויגן ביינאכט. אזוי אויך וועט צוקומען די "שעיר" אפציעס, צו קענען מיטטיילן א בריוו, בילד אא"וו מיט סיי וועם. &nbsp; דערווייל קען מען עס באקומען אויף די "גוגל עפפ" פלאטפארמע, און אין די נאנטע טעג וועט עס בעזרת השם זיין צו באקומען אויך אויף די "עפל סטאר".

    < זעה מער כז אלול תשפ"ב 📝
  • געשמאקע אפדעיטס צום ברסלב עפפ

    &nbsp; ווי שוין באריכטע א צייט צוריק האט דער ברסלב סענטער שאפ לעצטענס גלאונטשט דער פרישער "עפפ", וואס ווערט שוין באנוצט דורך פילע צופרידענע באנוצער. דער עפפ קען מען דאונלאודן בחנם סיי פון "גוגל פלעי" און סיי ביי עפפל'ס "עפפ סטאר". &nbsp; דער עפפ איז ברוך השם א געוואלדיגע הצלחה, די פילע באנוצער זענען זיך מחיה דערמיט כסדר, ווי מען קען טרעפן אלע ספרים, קונטרסים, סידיס און אזוי ווייטער גאר גרינג און געשמאק. עס האט א זייער פארגעשניטענע "סוירטש ענדזשין", מען קען סארטירן די אייטעמס אויף פילע וועגן. &nbsp; מען ארבעט כסדר אויף נייע גוט פיטשערס פארן עפפ, יעצט איז צוגעקומען א נייע פיטשער אז ווער עס וויל קען זיך איינשרייבן צו באקומען א "נאטיפיקאציע" אויפן טעלעפאן פון יעדע פרישע אייטעם וואס קומט ארויף. אויך שיקט מען כסדר ארויס נייעס אימיעלס ווי די איינגעשריבענע באקומען אלע פרישע אפדעיטס און אייטעמס.&nbsp; &nbsp; אין גאר גוטע נייעס, גייט מען בקרוב קענען אויפן אויפן ברסלב סענטער וועבסייט און אויפן עפפ א גאנצע אויסוואל פון דזשודעיקע אייטעמס. בפרט ווארטן שוין פילע צו קענען קויפן "ציצית מיט תכלת" ווי עס איז דער מנהג ביי ברסלב'ע חסידים. &nbsp; צו דאונלאודן דעם עפפ קען מען דרוקן די לינקס דא: א לינק צום עפפ אויפן "גוגל פלעי" סטאר דער לינק צו עפל'ס עפפ סטאר. &nbsp; 💿 נייע סידי איך בין נישט אליין &nbsp; 🛒 צענדליגע נייע אייטעמס פרישע סחורה &nbsp;

    < זעה מער יט אלול תשפ"ב 📝
  • נייער אלבום "איך בין נישט אליין" שוין דא צו באקומען

    מיט גרויס שמחה נעמען אויף אנשי שלומינו די נייעס אז דער נייער אלבום איז שוין ארויסגעקומען. דאס איז שוין די פערטע אין די סעריע פון "טאנץ מיט אמונה" אלבומס, די ניגונים זענען נישט סתם ניגונים, דאס זענען ניגונים פון התבודדות; רוב ניגונים זענען געמאכט געווארן ביים שמועסן מיט'ן אייבערשטן, און בשעת'ן בענקען צום אייבערשטן. &nbsp; די נייע סידי "איך בין נישט אליין" האט צען ניגונים, הערליך אראפ געזונגען דורכן ראש ישיבה שליט"א מיט די באגלייטונג פון גאר פראפעסיאנאלע מוזיק, מענער און קינדער כאארס, און אלע ניגונים זענען פול מיט חיזוק אויף אלע נקודות וואס מען לערנט אין היכל הקודש. &nbsp; דער ערשטער ניגון "תפילה". דער ניגון דערמאנט אז מען זאל וויסן אז עס איז דא מיט וועם צו שמועסן, "דער באשעפער הערט מיך אויס, איך בין נישט אליין, איך האב וואו צו גיין, דער באשעפער הערט מיך שטענדיג אויס". &nbsp; דער צווייטער ניגון איז "תורה". דער ניגון איז געבויט אויפן שיחה אין שיחות הר"ן, סימן עו; דאס גרויסקייט פון לערנען, "אין צריכין בלימוד רק האמירה", דער עיקר איז לערנען, זאגן די ווערטער פון תורה, אפילו אן פארשטיין. &nbsp; דער דריטער ניגון איז "שלום בית". דער ניגון זאגט אונז וואס איז אן עובד השם? דער וואס העלפט אין שטוב. ווער איז אן ערליכער איד? דער וואס פירט זיך מיט שלום און מיט ליבשאפט אין שטוב. &nbsp; דער פערטער ניגון איז "אמונה". דער ניגון זאגט אונז וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, מיר זאלן חזר'ן אמונה, אלעס איז דער אייבערשטער; דאס בארואיגט פון אלע שרעקעדיגע נייעס וכדומה. &nbsp; ניגון נומער פינף איז "ממלא כל עלמין". דער ניגון ברענגט ארויס דאס שיינקייט פון לעבן מיט'ן אייבערשטן, ווען מען ווייסט אז דער אייבישטער איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות מבלעדיך יתברך כלל, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם. עס איז גארנישט פארהאן אויסער דער אייבישטער. מוהרא"ש זאגט, דער ניגון וועט משיח זינגען מיט די גאנצע וועלט, יעדער וועט וויסן אז אלעס איז נאר אייבערשטער, די גאנצע בריאה איז אייבערשטער. &nbsp; דער זעקסטער ניגון איז "תיקון הכללי". דער ניגון שרייט אויס די עצה און תיקון פאר ווער עס איז נעבעך אראפגעפאלן אין פגם הברית, צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ; דאס פאררעכט דעם מענטש, מען ווערט אפגעוואשן פון אלעם שלעכטס, מען ווערט ריין. &nbsp; ניגון נומער זיבן "קינדער". דער ניגון זינגען ערליכע משפחות וואס גייען נאך די תורה, די צדיקים; מען גייט נישט נאך די לינקע גאס פון נישט ברענגען קינדער מיט'ן טענה אז מען קען נישט האבן צייט פאר זיך אויב מען האט א גרויסע משפחה, דער ניגון זינגט: "א מחי' גרויסע משפחה, יעדע קינד ברענגט נאר הצלחה". &nbsp; ניגון אכט איז "אליינס מיט'ן באשעפער". מענטשן זענען צעבראכן, און זאגן 'איך בין אליין, איך האב נישט קיינעם', מען פארגעסט אז מען איז נישט אליין, מען איז אליינס מיט'ן אייבערשטן, און אז מען איז אליינס מיט'ן באשעפער, מען שמועסט זיך אויס מיט'ן אייבערשטן אליינס, דעמאלט איז אליין א גוטע זאך. מען קען טראכטן שלעכט 'איך בין אליין', מען קען אבער טראכטן טיפער, 'איך בין אליינס מיט'ן באשעפער', דאס איז שוין א גרויסע מדריגה. &nbsp; דער ניינטער ניגון איז "שכוח אייבערשטער". דער ניגון איז דער מקור הישועות, ווייל ווען מען זינגט און זאגט: "שכוח אייבערשטער פאר מיין לעבן, שכוח אייבערשטער פאר מיין ווייב און קינדער" - דאס עפנט אויף די הימלען און עס גיסט ישועות און רפואות; ווי מער מען זינגט "שכוח אייבערשטער", מען רעכנט אויס נאך און נאך פרטים - ווערט מען נענטער צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כִּי כָל מַה שֶּׁיּוֹדְעִין וּמַכִּירִין אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּיוֹתֵר", ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן, "סְמוּכִין אֵלָיו בְּיוֹתֵר", ווערט מען מער און מער נענטער. &nbsp; דער צענטער ניגון הייסט "כל הנשמה". דער ניגון רעדט אויך איבער "תודה והודאה", דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף יעדע אטעם, אויף יעדע פרט אין לעבן. &nbsp; עס איז א סידי וואס איז נישטא זיינס גלייכן, אלע ניגונים זענען געבויט אויף די ווערטער פון הייליגן רבין, און מען ארויסנעמען דערפון לימודים למעשה, מען חזר'ט מיט זיך אז איך בין נישט אליינס דער אייבישטער איז מיט מיר, מען דאנקט דעם אייבערשטן פאר די גוסט וואס ער געבט אונז, מען הערט נאכאמאל אז מען דארף רעדן שיין צו די ווייב, מען הערט ווי דער ראש ישיבה רעדט פון סדר דרך הלימוד. &nbsp; אויך מיט די פראפעשאנעליזם האט עס זיך נישט מיט וואס צו שעמען פון אנדערע אלבומס. מען האט נישט געשוינט קיין מיה און פלאג צו אויסקלויבן צום אלבום פון דאס בעסטע און דאס שענסטע וואס איז פארהאן.&nbsp; &nbsp; אט איז די ליסטע פון מוזיקאנטן, שפילער און זינגער פארן נייעם הערליכן אלבום:&nbsp; 🎵 ארעינדזשמענטס: סענדי ראטה 🎵 מענער כאאר: אברמי צוויבל 🎵 קינדער כאאר: שיר ושבח 🎵 קיבארד: סענדי ראטה, דוד ביתן, שמואל סאן 🎵 דראמס: אבי אבידני 🎵 גיטאר: יוני קיזר 🎵 בעיס: אבי יפרח 🎵 מיקס און מעסטער: אלי מלמד &nbsp; מען קען עס הערן אויף די ברסלבע וועבסייטס, אזוי אויך וועט מען עס קענען באקומען ביי די מפיצים. &nbsp; 💿 איך בין נישט אליין אויף ברסלב סענטער 💿 איך בין נישט אליין אויף ברסלב עניטיים

    < זעה מער יב אלול תשפ"ב 📝
  • חנוכת הבית בנין הגדול והמפואר קרן הדפסה קרית ברסלב ליבערטי

    א גאר געהויבענעם מעמד חנוכת הבית איז פארגעקומען נעכטן זונטאג שופטים נאכמיטאג נאכדעם וואס דער אייבישטער האט געהאלפן אז עס איז מקויים געווארן דער פסוק כי עתה ה' הריחב לנו ופרינו בארץ, עס איז אונטערגעקומען אפצוקויפן א גרויסע קאמערשאל געביידע מיט אלע נויטיגע איינרינכטונגען פאסיג פארן גרויסן הפצה פאבריק, און מען האט יעצט זוכה געווען צו באנייען דעם גרויסן בנין לשמחת לב אלע אנשי שלומינו. &nbsp; כדי דאס צו קענען אפקויפן האט זיך געפאדערט גרויסע סכומים, או אנשי שלומינו וואס רוב רובם זענען נתקרב געווארן טאקע דורך די הייליגע ספרים, דורך די לעכטיגע דיבורים זענען זייער ווארעם דערפאר. זיי שפירן א געוואלדיגע הכרת הטוב פארן רבונו של עולם אז נאכדעם וואס זיי האבן געזוכט א צדיק וואס פארשטייט זיי, און נאך יארן פון נישטערן האבן זיי זוכה געווען צו טרעפן דעם אור פון הייליגן רבין דורך די קונטרסים, שפירן זיי פאר א חיוב צו העלפן נאך אידן טרעפן זייער גליק. און אנשי שלומינו האבן זיך טאקע זייער ווארעם אנגערופן און האבן מנדב געווען ברוח נדיבה. יעצט ווען מען האט שוין געהאלטן דא, האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז עס איז נישטא קיין פאסיגערע דאטום דערפאר ווי ראש חודש אלול, ווען מען גרייט זיך שוין צו פארן צום הייליגן רבין, און אזוי אויך איז די פאסיגסטע פלאץ אינעם גרויסן זאל פונעם פאבריק ווי די הפצה גייט אן כסדר, די טראקס מיט פאפיר קומען כסדר אן פון איין זייט, און די מפיצים קומען אויפפיקן פארטיגע ספרים און קונטרסים פון די אנדערע זייט. &nbsp; מען האט פרובירט אוועקצוריקן די פילע מאשינען כדי צו מאכן פלאץ פאר די טישן און בענקלעך אבער פארט איז נישט געווען גענוג פלאץ דערפאר האט מען בלויז געקענט רופן אלע נדבנים וואס האבן צושטייער געגעבן גרעסערע סכומים, כדי זיי זאלן קענען זען מיט די אייגענע אויגן וואס דארט טוט זיך אפ. &nbsp; מען האט סערווירט פארן גרויסן ציבור געלאדענטע געסט א געשמאקע סעודה, און מען האט הנאה געהאט פון א געשאמקע פראגראם. &nbsp; דער יושב ראש איז געווען מו"ה העניך אינדיג הי"ו איינע פון די ענערגישע חברי הנהלה וואס האט איינגעלייטעט דעם מסיבה מיט פאסיגע ווערטער. אויפן אויבן אן האט זיך אנגעזען דער כהן שדעתו יפה מו"ה יואל הכהן ראזענבערג הי"ו וואס האט געהאט די זכיה צו מייסד זיין און באגלייטן דעם קרן הדפסה פונעם ערשטן טאג, און האט יעצט זוכה געווען אפצוקויפן דעם שם הבנין וואס טראגט מיט שטאלץ דעם נאמען "בנין יואל הכהן ראזענבערג". &nbsp; צום ערשט איז ארויפגעקומען מו"ה יואל שניצלער הי"ו וואס האט פארציילט די השתלשלות פונעם דרוקן און שרייבן די אלע בריוו און שאלות ותשובות פון ראש ישיבה וואס ווערט געדרוקט אין "עצתו אמונה" און אין "איש אמונות" וואס האט שוין אויפגעלעבט און מחיה מתים געווען טויזנטער אידן. &nbsp; דערנאך האט מען געהאט די געלעגענהייט צו הערן די ווערטער פונעם גרויסן מפיץ מו"ה ראובן בירנבוים הי"ו וואס האט אראפגעלייגט וואס דער קרן הדפסה מיינט פון די פערספעסטיוו פון א מפיץ, ער האט פארציילט גאר אינטערעסאנטע און באלערענדע עפיזאדן וואס ער איז דורכגעגאנגען במשך די יארן וואס ער גייט הפצה. &nbsp; דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון דרוקן די ספרים, און ווי שטארק מוהרא"ש פריידט זיך בעולם העליון ווען ער זעט אזא גרויסע הפצה פאבריק וואס קומט ארויס פון דא אן א שיעור ספרים גליונות און קונטרסים, דער ראש ישיבה האט גערעדט פון די פילע נייע פראיעקטן אין וואס די הפצה האט זיך אריינגעלייגט לעצטענס. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה געטיילט פאסיגע מתנות פאר אלע וואס האבן זיך משתתף געווען מיט שיינע סכומים פארן בנין, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געקלאפט א מזוזה אויפן טיר, אזוי אויך אלע הויפט נדבנים זענען נתכבד געווארן מיט אנקלאפן א מזוזה אויף איינע פון די טירן. &nbsp; דער ציבור איז זיך צוגאנגען פונעם מסיבה מיט א פרישע בליק אויף הפצה און אויף מפיצים. דער מסיבה וועט לאנג געדענקט ווערן ביי אלע משתתפים.

    < זעה מער ב אלול תשפ"ב 📝
  • לוח ברסלב תשפ"ג איז שוין דא צו באקומען

    דער ברסלבער לוח געפונט זיך אין טאש פון יעדן תלמוד היכל הקודש, אויף יעדע זייט איז דא הערליכע מאמרים פון מוהרא"ש זי"ע איבער די זמן פון יאר וואס מ'שטייט, וואס וועקט אויף דעם מענטש איבער די אוצרות וואס מען קען אריינכאפן אין דעם וואך אדער חודש. &nbsp; אזוי אויך איז צוגעצייכענט יעדן טאג אלע שיעורים כסדרן, דער בלאט גמרא, ירושלמי און תוספתא פאר יענעם טאג, וואס איז א ממש א הכרח פאר יעדן תלמוד היכל הקודש צו וויסן. &nbsp; דער לוח איז געווארן נאך מער אויפגעכאפט אין די לעצטע יארן, ווען דער קרן הדפסה האט אריינגעלייגט גרויסע כחות און הערליך איבערגעמאכט דעם לוח מיט שיינע געשמאקע קלארע אותיות, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א געהייסן צולייגן די נ"ך און רמב"ם פונעם טאג, אזוי אז דער לוח וועט זיכער צוגעבן פאר יעדעם אסאך הרחבת הדעת. &nbsp; און אזוי ווי אין די לעצטע יארן האט דער קרן הדפסה אריינגעלייגט גרויסע כחות אז דער לוח היי יאר זאל ארויסקומען בסייעתא דשמיא א דבר נאה ומתוקן אן קיינע גרייזן. &nbsp; דער נייער לוח פארן יאר תשפ"ג הבעל"ט קען מען שוין באשטעלן אויפן ברסלב סענטער געשעפט, און איז דא צו באקומען אין אידיש אדער לשון הקודש פאר בלויז $1.99 צו די צופרידענהייט פון אנשי שלומינו. &nbsp; היום אם בקולו תשמעו 📖 לוח ברסלב תשפ"ג 📖 ספרי מוהרא"ש אויף ראש השנה &nbsp;

    < זעה מער כא אב תשפ"ב 📝
  • פילע פרישע קונטרסים געדרוקט אינעם בית הדפוס

    דאס שווארץ אפל פון היכל הקודש דער בארימטער "קרן הדפסה" שלאפט נישט, מען דרוקט און מען דרוקט טאג און נאכט. מען פרובירט נאכצוקומען דעם גרויסן פארלאנג. געלויבט דעם אייבערשטן אז עס זענען אויפגעשטאנען א פרישע דור פון מפיצים, אנגעהויבן פון די אינגעלייט, גאר אסאך בחורים תלמידי הישיבה און אפילו די קינדער פון חדר אלע ווילן איין זאך, האבן די זכיה צו מפיץ זיין די ליכטיגע דיבורים פון הייליגן רבין, דורך די קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן. &nbsp; אויסער דעם וואס די אלע קונטרסים ווערן כסדר איבערגעדרוקט, בפרט פאר יעדע יום טוב אדער סעזאן ווערן די פארשידענע ספרים און קונרסים וואס זענען נוגע צו יענע זמן פריש איבער געדרוקט, אזוי אויך ווערן די קונטרסים פולקאם איבער געפרישט פון צייט צו צייט סיי פון אינעווייניג און סיי די דעקלעך פון דרויסן אז עס זאל זיין שיין לעכטיג און געשמאק צו לערנען דערין. מוהרא"ש האט געשריבן אזויפיל קונטרסים, אז וויפיל מען זאל נאר דרוקן האט מען נאך אפילו נישט אנגעהויבן. אין די זעלבע צייט דרוקט מען אין עטליכע שפראכן, די קונטרסים האט האט מוהרא"ש האט אליינס געשריבן מיט זיין הייליגע שפראך אין לשון הקודש, און מען טייטשט עס איבער בעיקר אויף אידיש און ענגליש, וואס דאס גייט דאס מערסטע דא אין אמערקיקע. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג איז ארויס פון גאנצע פאק פרישע קונטרסים פון דרוק וואס די מפיצים כאפן זיך צו דערצו און שפרייטן עס אויס, וואס מיט אייבערשטנ'ס הילף וועט עס באלייכטן נאך פילע אידישע שטיבער, זיי וועלן זען וויאזוי מען קען גרינגערהייט דורכגיין דאס לעבן מיטן אייבערשטן. זיי וועלן וויסן וויאזוי מען קען זיך דורכקומען און זיך ליב האבן אינדערהיים, מען קען ערציען קינדער אויף א פריילכע און ערליכע פארנעם, און אז דער אייבישטער האט דיך נאך אלץ ליב טראץ אלעס וואס איז געווען. און אזוי ווייטער. &nbsp; די פאלגענדע קונטרסים זענען נארוואס ארויסגעקומען:&nbsp; Don't Complain From Bitter To Sweet&nbsp; Make Your Marriage Work No Longer Alone שאקלען לולב Illusions יום טוב סוכות די זיסקייט פון תמימות אין שאטן פון די סוכה א ברסלבער חסיד שמחה איז די גרעסטע זאך א צופרידן לעבן א גאנצע אמונה הפצה קארטלעך - עצות און חיזוק חיי מוהרא"ש (הנחה $5.00) מעשה'לעך פאר קינדער #1 &nbsp;

    < זעה מער יא אב תשפ"ב 📝
  • פרישע אפדעיטס איבערן גראנדיעזע חנוכת הבית פארן נייעם בנין פונעם קרן הדפסה

    מיט גרויס שמחה גרייטן זיך אנשי שלומינו צום גרויסן מסיבה ווי מען וועט פייערן דעם באנייאונג פון דעם נייעם גרויסן בנין ווי די ארבעט פון דרוקן און פארשפרייטן די ספרים גייען אן מיטן גאנצן פלייס און ברען. &nbsp; ווי שוין געמאלדן, האט דער ראש ישיבה שליט"א באשטימט די צייט פונעם חנוכת הבית אויף ראש חודש אלול הבעל"ט זאגענדיג אז די חנוכת הבית פונעם בנין קרן הדפסה היכל הקודש איז די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג. &nbsp; היות עס איז נישטא גענוג פלאץ אינעם בנין, און דער ראש ישיבה וויל נישט מען זאל חס ושלום שטערן די הדפסה פון אנגיין מיט אירע קריטיש וויכטיגע אקטיוויטעטן, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מען זאל מאכן דעם מסיבה בלויז פאר די וואס האבן מנדב געווען אכצן הונדערט דאלער און העכער. &nbsp; די אלע וואס האבן שוין געגעבן זייער נדבה פון אכצן הונדערט דאלער און ארויף וועלן בעזרת השם באקומען א פערזענליכע איינלאדענונג און האבן די געלגעגענהייט מיטצוהאלטן דעם הערליכע פראגראם, אזוי אויך וועלן זיי האבן די מעגליכקייט ארומצוגיין און זיך אומקוקן און זען מיט די אייגענע אויגן דעם גרויסן שיינעם פלאץ מיט די פילע טייערע עקוויפמענט, די פילע סארטן סאפיסטיקירטע מאשינען וואס דרוקן, קנייטשן, שניידן, סטעיפלען און בינדן יעדן טאג טויזנטער ספרים און קונטרים. &nbsp; מיר גרייטן זיך דאך מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו פארן אויף ראש השנה קיין אומאן, און ווי די סדר איז אז מען קומט צו גאסט צו איינעם ברענגט מען עפעס א מתנה. מאכט זיכער צו קומען קיין אומאן מיט שיינע מתנות פארן רבין. היי יאר וועט איר קענען זאגן פארן רבין "איך האב גענומען א חלק אין קויפן א בנין פון וואו מען וועט פארשפרייטן דיינע זיסע עצות פאר אידן אויף דער וועלט". &nbsp; די אלע וואס ווילן זיך נאך משתתף זיין אדער ווילן נאך אויסצאלן זייערע אפענע באלאנסן ביז ראש חודש אלול זאלן זיך וואס שנעלער ווענדן צום גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449 כדי מען זאל צוגרייטן גענוג פלאץ פאר אלע חשובע נדבנים. &nbsp; גדול יהיה כבוד הבית הזה

    < זעה מער ו אב תשפ"ב 📝
  • הדרן עלך ששה סדרי תוספתא

    עס איז גרויס די פרייד ביי אנשי שלומינו אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען דעם שבת קודש זוכה זיין צו ענדיגן די איין און צוואנציגסטע מחזור פון ששה סדרי תוספתא, און אום זונטאג תשעה באב הויבט מען אן דעם פרישן מחזור אין תוספתא. &nbsp; שוין פילע צענדליגע יארן וואס ס'איז איינגעפירט ביי אנשי שלומינו צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא פון תלמוד בבלי און א דף פון תלמוד ירושלמי, אזוי ווי עס איז געדרוקט אין די לוח ברסלב. &nbsp; אין יאר תשנ"ח לפ"ק, אינעם יום טוב שבועות, דער טאג וואס מיר זענען מקבל די תורה פון דאסניי, האט מוהרא"ש צוגעלייגט אז מען זאל אויך לערנען יעדן טאג א פרק פון תוספתא, און מיט דעם האט מען א גאנצע "בית", ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא. &nbsp; עס איז מערקווירדיג אז דער נייער מחזור הויבט זיך אן אום תשעה באב, דער לימוד יומי אין ירושלמי לערנט מען נישט אום תשעה באב, ווייל מוהרא"ש האט געזאגט אז אזוי ווי עס איז דא א חשובע קהלה וואס האט איינגעפירט צו לערנען א דף ירושלמי יעדן טאג, זאל מען מיטגיין מיט דעם סדר, און ווי זיי האבן עס אויסגעשטעלט לערנט מען נישט דעם דף ירושלמי אום תשעה באב. כאטש וואס מוהרא"ש האט שוין געשריבן איבער לערנען א דף ירושלמי יעדן טאג, פילע יארן איידער די קהלה האט עס איינגעפירט ביי זיי (ליינט איבער דעם אינעם "קרית ברסלב בלעטל" צייטונג פון די וואך, ביי די בריוו צו רעדאקציע), אבער דער לימוד יומי אין תוספתא וואס מוהרא"ש האט אליין איינגעפירט אין היכל הקודש, לערנט מען אויך אום תשעה באב. &nbsp; אין א בריוו האט דער ראש ישיבה שליט"א אמאל געשריבן, "בנוגע לערנען שיעורים כסדרן [אום תשעה באב]; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיך געפירט נאכמיטאג נאך מנחה צו לערנען די שיעורים כסדרן. אזוי אויך האט מוהרא"ש מיר געזאגט אז איך זאל זאגן פאר די בחורים אז מען קען לערנען פון נאך מנחה אלע שיעורים וואס מען לערנט יעדן טאג". &nbsp; אין אן אנדערע געלעגנהייט האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן, "בנוגע צי מען קען זאגן ח"י פרקים משניות אום תשעה באב; תשעה באב טאר מען נישט לערנען, אזוי ווערט גע'פסק'עט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן תקנד, סעיף א) ווייל תורה מאכט פרייליך דעם מענטש, און תשעה באב איז א טאג וואס מיר טרויערן אויפ'ן חורבן בית המקדש, אבער די פוסקים זאגן (עיין נטעי גבריאל סימן עה, סעיף קטן יט) אז נאכמיטאג קען מען לערנען שיעורם כסדרן; דער וואס לערנט יעדן טאג זיינע שיעורים קיבועים, מקרא, משנה, גמרא וכו' וכו', מעג עס לערנען תשעה באב נאכמיטאג. &nbsp; אז מען רעדט שוין פון לערנען משניות תשעה באב, איז כדאי צו דערמאנען וואס דער הייליגער בני יששכר זאגט (חודש תמוז אב - מאמרי חדשי תמוז אב, מאמר ב): "סך כל השעות מן הכ"ב ימים הם תקכ"ח", די שעות פון די דריי וואכן איז סך הכל פינף הונדערט אכט און צוואנציג, "על כן יש במשניות תקכ"ח פרקים מנין מפת"ח", דערפאר איז דא אין ששה סדרי משנה פינף הונדערט אכט און צוואנציג פרקים, "כמנין מפתח הגאלה", ווייל דאס איז דער שליסל מיר זאלן דורכדעם ארויס גיין פון גלות, וואס דאס איז אנטקעגן די פינף הונדערט אכט און צוואנציג שעה פון די דריי וואכן וואס מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אין הגליות מתכנסות אלא בזכות המשניות", משיח וועט קומען נאר אינעם זכות פון די וואס לערנען משניות, "וכשמדברין ושונין במו פינו התורה שבעל פה, אזי נפתח הסתום", ווען מען חזר'ט משניות וועט געעפנט ווערן די פארמאכטקייט פון אונזער גלות, אזוי ווי עס שטייט (הושע ח, י): "'גם כי יתנו בגוים עתה אקבצם', לשון מתניתין", יתנו איז א לשון פון משניות, אז מען וועט לערנען משניות אין גלות, "עתה אקבצם", וועט אונז דער אייבערשטער אויסלייזן; זעט מען דאס גרויסקייט פון לערנען משניות, בפרט יעצט אין די טעג וואס מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש, און דאס וועט ברענגען די גאולה. &nbsp; מען זעט אז בגשמיות זוכט יעדער צו האבן א שיינע געשמאקע גרויסע הויז פאר זיך און פאר די משפחה מיט ישוב הדעת, און אזוי זאגן חז"ל (סוכה נ"ז:) אז א דירה נאה איז איינס פון די זאכן וואס זענען מרחיבין דעתו של אדם. און אויב אזוי דארף דאך א מענטש זיכער זוכן אז ער זאל האבן א שיינע גוטע הויז אויך אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט אויף אייביג, און מיט דעם וואס מען לערנט יעדן טאג ב'בלי י'רושלמי און ת'וספתא, וואס איז די ראשי תיבות "בית", און מען גייט עס איבער איין מאל און נאכאמאל, מיט דעם בויעט מען זיך אויף א שיינע הערליכע געשמאקע הויז אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט פ ארן מענטש אויף אייביג. &nbsp; מען זעט ליידער מענטשן וואס עס קען זיי דורכגיין די גאנצע זיבעציג יאר און זיי האבן נישט זוכה געווען אפילו איין מאל אדורך צו גיין און ענדיגן בבלי ירושלמי און תוספתא, און זיי גייען אוועק פון די וועלט אן קיין תורה, און עס איז א גרויס רחמנות אויף זייערע נשמות. דעריבער דארף מען האבן שכל און זען אריינצוכאפן צו לערנען יעדן טאג כאטש א דף בבלי, א דף ירושלמי און א פרק תוספתא, און מיט גרייט מען זיך אן גוטע שפעזן מיטצונעמען אויף יענע וועלט. &nbsp; אויך אויף די וועלט דערציילן פילע אנשי שלומינו אז זיי האבן זיך פארגענומען צו לערנען יעדן טאג בבלי ירושלמי און תוספתא, און דורך דעם האבן זיי זוכה געווען גרינגערהייט צו באקומען שיינע הערליכע גרויסע הייזער מיט הרחבת הדעת. &nbsp; דער נייער מחזור אין תוספתא ברענגט א פרישע חשק פאר פילע אנשי שלומינו זיך אנצושליסן אין די לימודים. יעדע וואך קומט ארויס דער קונטרס "בי"ת נצחי", אין וואס עס איז אריינגעדרוקט די דריי לימודים פאר די גאנצע וואך, און אזוי קען מען עס גרינגערהייט מיטנעמען וואו מען גייט נאר, און אזוי וועט מען נישט פארפאסן א טאג אן די לימודים. &nbsp; דער קונטרס "בית נצחי" קען מען באשטעלן צו באקומען וועכענטליך אויף די פאסט דורך רופן 845-640-1743 אדער דורך שיקן א וואטסעפפ צו 845-747-0832. &nbsp; דער "קרן הדפסה" האט געדרוקט די גאנצע סעט תוספתא, אין דריי בענדער, מיט הארטע דעקלעך, אינגנאצן מנוקד מיט שיינע גרויסע אותיות. מען קען עס קויפן אויפן ברסלב סענטער וועבעסייט. ששה סדרי תוסתפא &nbsp; גדול יהיה כבוד הבי"ת הזה! &nbsp;

    < זעה מער ה אב תשפ"ב 📝
  • זוהר הקדוש מיטן פירוש פון ראש ישיבה שוין דא צו באקומען אויף סובסקריבשאן

    אין די לעצטע וואכן האבן שוין פילע געהאט די געלעגענהייט צו לערנען אין די נייע וועכענטליכע קונטרסים "חזית איש" וואס איז א הערליכע פירוש פון ראש ישיבה פול מיט פערל ווערטער אויף די הייליגע ווערטער פון רבי שמעון בר יוחאי אינעם זוהר. די פריים מעמבערס וואס באקומען אלעס וואס ווערט געדרוקט יעדע וואך אינעם קרן הדפסה האבן דאס שוין באקומען וועכענטליך אינאיינעם מיט זייער פריים פעקל וואס זיי באקומען צוגעשיקט צום טיר; אויך גייט יעצט אן א פראמאושען אז אלע וואס שרייבן זיך איין ביז חמשה עשר באב צו באקומען וועכענטליך דעם הערליכן צייטונג "קרית ברסלב בלעטל" וועלן באקומען דעם וועכענטליכן "זוהר" קונטרס בחנם פאר דריי חדשים אינאיינעם מיט זייער סובסקריבשאן. &nbsp; דער קונטרס - זאגן אלע - איז מחיה און מעודד די וואס לערנען דערין, דער ראש ישיבה ערקלערט אזוי זיס די ווערטער פון הייליגן זוהר, וואס האלט אין איין ארויסברענגען די שיינקייט פון די תורה, די זיסקייט פון אידישקייט, און ווי שטארק דער אייבישטער האט ליב יעדן איד, און ווי השי"ת איז זיך משתשע און טשאטשקעט זיך מיט יעדע ווארט וואס א איד רעדט צו אים. &nbsp; יעצט איז געקומען די גוטע נייעס, אז דער סובסקריבשאן אפציע איז שוין געווארן געעפענט פאר אלעמען. פארבינדט זיך שוין מיטן קרן הדפסה דורך רופן אדער טעקסטן 845-640-1743, אויף וואטסעפ קען מען זיך ווענדן צום נומער 845-747-0832. &nbsp; בהאי חיבורא דילך דאיהו ספר הזוהר יפקון ביה מן גלותא ברחמי' (זוהר נשא)

    < זעה מער כח תמוז תשפ"ב 📝
  • איבערבליק פון די וואך - א שמועס מיט די צוויי ברסלב'ע ברודער

    א נייע גאר אינטערעסאנטע אפטיילונג איז נארוואס געעפענט געווארן אויפן בארימטן קול ברסלב טעלעפאן ליין מיטן נאמען "איבערבליק פון די וואך - א שמועס מיט די צוויי ברסלב'ע ברודער". &nbsp; דאס וועט בעז"ה אנגיין יעדע וואך, א גאר אינטערעסאנטע אינהאלטספולע שמועס מיט די צוויי חשובע ברודער מ"ה יואל הי"ו און מו"ה אברהם הערש הי"ו וועבערמאן, דער שמועס וועט מען מען אי"ה קענען טרעפן אויף טעלעפאן ליין דורך דרוקן 7 דערנאך 8 פון די מעין מעניו, דער שמועס וועט זיך קאנצעטרירן איבערצוגיין די נייעס פון היכל הקודש, און נייעס פון די וועלט, מיט אינטערוויוס פון פארשידענע מענטשן. &nbsp; כדי צו געבן אביסל צו טועם זיין דער נייער שמועס, וועלן מיר אין קורצן איבערגיין דעם שמועס פון די וואך וואס האט גענומען בערך פערציג מינוט. &nbsp; מען האט צום ערשט איבערגעשמוסט די געשמאקע שיעור פונעם ראש ישיבה יעדע נאכט 8:30 אינעם ספר סיפורי מעשיות וואס ציעט אנשי שלומינו פון נאנט און ווייט. אויך האט מען גערעדט פון די געשמאקע דף שיעור פונעם ראש ישיבה יעדן אינדערפרי פארן דאווענען טיעף אין וואלד, וואס דערנאך איז דא א חיזוק שמועס. ר' יואל וועלכע באטייליגט זיך אין דעם שיעור אינדערפרי האט נאכגעזאגט פון ראש ישיבה א ווארט; איינער האט געפרעגט וויאזוי מען האנדעלט מיט א קליין קינד וואס דארף א גאנצן טאג "האגס". ר' אברהם הערש וועלכע קומט כסדר צום שיעור ביינאכט האט איבערגעזאגט א ווארט פון ראש ישיבה אין די מעשה פון "דער חכם מיטן תם", דער רבי פארציילט אז מען האט געוואלט מאכן לצנות, האט דער תם געפרעגט "דו מיינסט אן ליצנות"? ווען מען האט געזאגט יא, האט ער עס אנגענומען. דאס איז דער תם האט דער ראש ישיבה געזאגט. ער טראכט נישט איבער. דער ראש ישיבה האט פארציילט איינער האט אים געפרעגט האסט נישט מורא דיין זון זאל זיך דרייען מיט בחורים וואס האבן קורצע ערמל, האט דער ראש ישיבה געזאגט, מיין זון וועט זיך נישט אנטון קורצע ערמל ווייל א בחור גייט אזוי, איך האב סאך מער מורא ער זאל זיך דרייען מיט בחורים וואס גייען אנגעטון מיט לאנגע ערמל אבער זענען פול מיט ליצנות. &nbsp; מען האט פארציילט איבער די סיום הש"ס פון הב' בנימין זאב זוסמאן א בחור'ל פון קוים דרייצן יאר, וואס איז פארגעקומען אינעם נייעם ברסלב'ער אינגל קעמפ "אילן החיים" מיט די באטיילינגונג פון ראש ישיבה, מען האט ארויפגעברעגט דעם טאטן מו"ה אשר לעמל הי"ו צום שמועס, וואס האט איבערגעגעבן א באריכט פונעם סיום, ער האט פארציילט די גאנצע השתלשלות פונעם סיום הש"ס, וויאזוי עס האט זיך אנגעהויבן ביים סיום הש"ס צוויי יאר צוריק. און ווי ער איז נתפעל געווארן פון די דרך ארץ פון די קינדער, אויך וויאזוי מען זעט די ליבשאפט פון די מלמדים צו די קינדער. ער האט פארציילט אז דער ראש ישיבה האט גערעדט ביים סיום צו די קינדער איבער אהבת חברים, די קינדער זאלן זיך פארגינען, מען זאל זיך דורכקומען איינער מיטן צווייטן. און אויב איינער ווערט פארשעמט זאל מען אפשווייגן. &nbsp; ר' יואל האט נאכגעזאגט נקודות פועם שיעור אינדערפרי, מען האט גערעדט פונעם זוהר מיטן פירוש פון ראש ישיבה, איינער האט געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה שרייבט איבער ביי "תא חזי", יעדעס מאל די זעלבע זאך, אז "דער זוהר הקודש עפענט די אויגן און מען הייבט אן זען דעם אייבערשטן" האט דער ראש ישיבה געענטפערט אז די גאנצע זוהר איז באמת נאר איבער ווי די אייבערשטער איז גרויס, און די שיינקייט פון אידישקייט, און די זיסקייט פון די מצוות, און אינמיטן איז דא קשיות און תירוצים, אבער מען זאל נישט פארגעסן פונעם עיקר. &nbsp; מען האט פארציילט איבער די נייע פראמאשען אז מען קען באקומען די זוהר מיטן פירוש פון ראש ישיבה אויף די פאסט בחנם פאר דריי חדשים פאר ווער עס שרייבט זיך איין צו באקומען דעם קרית ברסלב בלעטל ביז חמשה עשר באב. &nbsp; מען האט דערמאנט אז דער ראש ישיבה גייט שרייבן א פירוש אויפן הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, און אז דער ראש ישיבה זאגט אז ער האט נאך אפילו נישט אנגעהויבן מיט וואס ער וויל נאך טון. &nbsp; מען האט גערעדט איבער דעם וואס מען האט צוטיילט די ישיבה פון בית המדרש, אינגעלייט זענען אויבן, און די בחורים אונטן. און זונטאג האבן פילע אינגעלייט וואס ארבעטן נישט געוואלט קומען מיטהאלטן אין ישיבה, און דער ראש ישיבה האט זיי ארויס געשיקט זאגענדיג אז דאס איז נאר פאר די בחורים. מען האט גערעדט איבער דעם צי ווען דער ראש ישיבה פארשיקט איינעם מיינט עס אז מען דארף טאקע אוועקגיין, און מען האט געבעטן אז די צוהערער זאלן אריינשיקן זייער מיינונג דורכן אימעיל. &nbsp; מען האט גערעדט איבער די שמחות אין שטעטל, עס איז געווען א וואך נאכט און א ברית ביי מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, חתן הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א.&nbsp; &nbsp; דערנאך האט מען געשמועסט אז דער גבאי פון ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים מו"ה שמעון עוזר פערל הי"ו האט חתונה געמאכט א טאכטער. מען האט פארציילט איבער די שמחה פון די חתונה, און די "מעשה פון תפלה" אז ער האט געקענט חתונה מאכן אן קיין חובות. מען האט פארציילט איבער די שיינע שבע ברכות פארן בעל שמחה, ווי דער ראש ישיבה האט געגעבן א שיעור. און ארויסגעברענגט די הכרת הטוב וואס היכל הקודש האט פאר גבאי, וואס געבט זיך אוועק מיט די אויסשטעלן די גליונות, איבערטייטשן, די חדר, און די בית המדרש. פון דא איז מען אביסל אריין אין א שמועס איבער נישט מאכן קיין חובות ביי שמחות. &nbsp; מען האט נאכגעזאגט פון ראש ישיבה אז חוזק מאכן פון טייערע שמחות איז "לצנותא דעבודה זרה" וואס איז א מצוה. ר' יואל האט פארציילט איבער משוגע'נע פעקלעך פון אן אפשערן וואס "נארמאלע" מענטש האבן געמאכט, און וויאזוי א ברסלבע אינגל נעמט עס אויף ווען ער זעט עס. &nbsp; מען האט גערעדט איבער די נייעס אז דער אמעריקאנער פרעזידענט איז יעצט געפארן קיין ארץ ישראל, און וואס מען קען זיך ארויסלערנען פון דעם. מען האט גערעדט איבער דעם וואס פארא רעש עס טוט זיך אין הימל ווען א איד טוט א מצוה, לייגט תפילין. &nbsp; מען האט ארויפגעברעגנט אויפן טעלעפאן מו"ה יוחנן שור הי"ו פון ירושלים, מען האט אים געפרעגט איבער די שמחה פון מו"ה שמעון עזור פערל הי"ו, ער האט פארציילט ווי ער האט נאך קיינמאל נישט געזען אזא פרייליכע בעל שמחה, ער האט פארציילט איבער די שיינע שבע ברכות צו וואס דער עולם האט זיך זייער ווארים צוגעשטעלט, אנשי שלומינו האבן זיך זייער ליב. ער האט געזאגט אז דער ראש ישיבה האט זייער משבח געווען ביים שיעור מו"ה שמעון עוזר און זיין ווייב פאר אלעם וואס זיי טוען פאר הפצה אין ארץ ישראל, וואס אנשטאט אויסוועפן, ווערט עס נאר שטארקער. און אפילו די וואך פון די שמחה איז אלעס ווייטער אנגעגאנגען. אלעס אן א ישר כח, אן באצאלט, אויב עפעס באקומט ער נאר קריטיק. &nbsp; מען האט אים געפרעגט איבער פרעזידענט ביידענ'ס באזוך. ער האט געפרעגט "וועמען אינטערעסירט ביידען בכלל?", מען האט אים געפרעגט צי עס מאכט נישט קיין טרעפיק? האט ער געזאגט אז פונקט פארקערט, מענטש פארן נישט, ווייל די נייעס שרעקט אָן איבער די געפערליכע טרעפיק וואס גייט זיין... מען האט גערעדט איבער די הילולא פונעם הייליגן אור החיים הקודש.&nbsp; &nbsp; ר' יוחנן האט פארציילט אז דער ביהמ"ד היכל הקודש אין ירושלים איז פריש, עס איז דא א נייע שיעור אין א דף גמרא יעדע נאכט דורך מו"ה משה שמואל שטעסל, און אויך אז דער בית המדרש איז שוין אפן אויך אינדערוואכן, מען דאווענט מנחה מעריב, און מען לערנט זיך יעדער זיינע שיעורים. &nbsp; צום סוף האט מען געבעטן דעם עולם זאל אריינשיקן זייערע הערות און קאמענטארן צום אימעיל אויף bbbreslev@gmail.com.

    < זעה מער יח תמוז תשפ"ב 📝
  • קרן הדפסה שטארק פארנומען אין די זומער טעג

    יעצט אין די הייסטע זומער טעג, פלאקערט דער יצר הרע אין גאס און דער סמ"ך מ"ם זוכט מכשיל זיין אידישע קינדער, און דערמיט זיי צוברעכן און זיי מאכן טראכטן אז זיי זענען שוין דערנאך, און דערמיט אריינכאפן נאך א אידישע נשמה אין זיין נעץ. יעצט איז די צייט וואס מען קען זיך בשום אופן נישט אן עצה געבן אן דעם צדיק וואס האט די חיזוק און עצות וויאזוי ניצל צו ווערן פון די שלעכטע געוואוינהייט פון מוזן אלעס זען. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע האט זיך אראפ געלאזט צו אונז, און געשריבן עטליכע קונטרסים איבער דעם, און זאגט אונז וואס מיר זאלן טון מען זאל נישט פארכאפט ווערן ח"ו אינעם גרוב וואס דער יצר הרע גרייט אונז אן. און אפילו מיר זענען שוין חלילה דורכגעפאלן מיט קוקן אדער טון שלעכטע זאכן און מיר שפירן ווי דער סטרא אחרא האט אונז שוין אין זיין טאש, געבן אונז די קונטרסים און ספרים פון הייליגן רבין מעסערלעך מיט וואס מיר קענען "אויפשניידן" דעם טאש פונעם סמ"ך מ"ם און ארויסקריכן צו אונזער פרייהייט. &nbsp; די הייליגע קונטרסים אויף שמירת עינים וואס האט שוין אויפגעראכטן אומצאליגע אידן, און ראטעוועט כסדר פילע אידישע נשמות פון די טיפסטע אפגרונד. &nbsp; יעצט זענען אלע ספרים פון סטאק אויסגעכאפט געווארן דורך די מפיצים וואס זאגן אז דאס זענען די בעסט גייענדיגע קונטרסים אין די זומער חדשים, פון ערליכע אידן וואס דראפען זיך אויף די גראדע ווענט, און זוכן וויאזוי מען קען זיך אן עצה געבן. דערפאר זענען שוין די ספרים "ריינע אויגן" אויסגעגאנגען ביים בית הדפוס, און מען האט תיכף פריש געדרוקט עטליכע טוינט שטיק וואס מען קען שוין פריש באקומען. &nbsp; דער ספר "ריינע אויגן" איז א ליקוט פון אכט קונטרסים פון מוהרא"ש: געזונטע אויגן, היט דיינע אויגן, הייליגע אויגן, זויבערע אויגן, לויטערע אויגן, ליכטיגע אויגן, ריינע אויגן, שיינע אויגן. &nbsp; אויך קען מען עס קויפן אויפן ברסלב סענטער וועבסייט פאר בלויז $2.99 &nbsp; 📖 ריינע אויגן &nbsp; 🛒 20 ספרים און קונטרסים איבער שמירת עינים &nbsp;

    < זעה מער טו תמוז תשפ"ב 📝
  • חנוכת הבית פארן קרן הדפסה היכל הקודש

    ברוך שהחיינו וקיימנו, מיט גרויס פרייט גרייט מען זיך שוין ענדליך אויף דעם חנוכת הבית פארן נייעם הערליכן גיגאנטישן בנין קרן הדפסה היכל הקודש אין ליבערטי, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט באשטימט דער דאטום פון זונטאג, ראש חודש אלול הבעל"ט אלץ די פאסיגע טאג צו פייערן דעם חנוכת הבית. &nbsp; ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו פארגאנגענעם מאנטאג פרשת חקת "די פאסיגע צייט פאר'ן חנוכת הבית פונעם נייעם בנין "קרן הדפסה היכל הקודש" - איז ראש חודש אלול, זונטאג פרשת שופטים." &nbsp; "זונטאג איז א טאג וואס די אלע וואס ארבעטן קענען דאס מיטהאלטן, אויך קען עס זיין א ראש חודש סעודה, און אויך א הכנה צום רבינ'ס ראש השנה." &nbsp; "די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין רבינ'ס ראש השנה (כמובא בחיי מוהר"ן, סימן תה); די בעסטע פלאץ וואו זיך צו גרייטן אויף ראש השנה - וועט זיין אינעם נייעם בנין וואו מען דרוקט הונדערטער טויזנטער ספרים צו ברענגען אלעמען קיין אומאן." &nbsp; "איך בעט דיר זייער, טייל נישט קיין טייערע מתנות. אנשי שלומינו דארפן נישט די זאכן, בפרט די וואס געבן פאר הדפסה, די וואס האבן אן הרגשה אינעם רבינ'ס זאך - די דארפן נישט טייערע זאכן. איך זאג דיר, עס איז א שאד די צייט, א שאד די געלט." &nbsp; אין אפיס פון בית הדפוס קאכט און רודערט מיט די צוגרייטונג צום זעלטענעם מסיבה, וואס מאכט זיך נישט יעדן טאג, ווען עס איז אנגעקומען דער גרויסער מאמענט צו באנייען דעם גרויסע שיינעם בנין נאר פאר דעם ציהל פון דרוקן ספרים און קונטרסים, גליונות און נאך, און פארשפרייטן דעם אייבערשטענ'ס נאמען אויף די גאנצע וועלט. &nbsp; דער מסיבה פארשפרעכט מיטן אייבערשטנ'ס הילף גאר שיין, מיט א הערליכע רייכע פראגראם, וואס לוינט נישט צו פארפאסן. אויך וועט מען צווישן אנדערע באערן די וואס האבן צושטייער געגעבן פארן אפקויף פונעם בנין. &nbsp; די אלע נדבנים וואס האבן נאך נישט אויסגעצאלט זייער התחייבות, אדער די וואס ווילן זיך נאך משתתף זיין, קענען זיך פארבינדן מיט'ן גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו, אויף 347-578-4449. &nbsp; מער פרטים וועט מען מעלדן אין די קומענדיגע טעג בעזרת השם יתברך.

    < זעה מער יד תמוז תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 136 to 150 of 298 results

1 2 ... 7 8 9 10 11 12 13 ... 19 20
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com