Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • געלונגענער מיטינג אין קרן הדפסה מיט די שרייבער פון די גליונות

    א גאר פראדאקטיווע מיטינג איז פארגעקומען אין בית הדפוס פארגאנגענעם זונטאג חקת, מיט אלע ארויסגעבער פון די וועכנטליכע גליונות וואס קומט ארויס אין די קהילה, צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א.   מען איז געזיצן מיט די אינגעלייט וואס געבן ארויס די פילע שיינע גליונות "גליון היכל הקודש", וואס קומט שוין ארויס כמעט צוועלף יאר צום גוטן, "עצתו אמונה", "קרית ברסלב בלטעל", "סיפורי מעשיות", און צום לעצט דער נייער "זוהר מיטן ראש ישיבה". די אלע גליונות ווערן ארויסגעגעבן דורך געטרייע איבערגעגעבענע אנשי שלומינו וואס געבן אוועק זייערע טאלאנטן, זייער שלאף, זייער צייט, און שרייבן יעדע וואך די פילע אינהאלטספולע בלעטער וואס איז מחיה און מעודד צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט. די אלע גליונות ווערט געדרוקט אין די טויזטער וועכענטליך. און ווערן אויך איבערגעטייטשט צו נאך שפראכן, וואס ווערן אויך פארשפרייט אין די טויזנטער.   דער ראש ישיבה איז מעורר אז אנשטאט ליינען די אזוי גערופענע "אידישע" צייטונגען און מאגאזינען וואס איז אין בעסטן פאל א צייט שטופער, און רוב מאל איז עס ליידער פול מיט השקפה וואס די שרייבער האבן צוזאם געקליבן פון נישט גוטע מקורות, פון פרייע ביכער און פון די אינטערנעט, און מיט זייערע בעסטע כוונות בלייבט עס פיל מיט געדאנקען פון די גויאישע קעפ, ווי צום ביישפיל, "תכלית" מיינט "געלט", און "נשמה" מיינט "מענטל העלט"...   דאס איז א גרויסע שאד, ווייל דאס מאכט אסאך דעמעדזש אויף אונזערע נשמות, בפרט אויף אונזערע קינדער, ווען זיי ליינען די ארטיקלען נאך דערצו געשריבן אויף אידיש, גייט די באהאלטענע גיפט פון די גוי'אישע געשרייבעכצער אריין אין זייערע ריינע מוחות.   דער אמת איז אבער אז אלע חכמות און עצות האבן די צדיקים ארויסגענומען פון די הייליגע תורה, פון חז"ל, פון זוהר הקודש, ווי די צדיקים אין אלע דורות האבן אונז געלערנט און אראפ געשריבן אין זייערע ספרים.   דערפאר טוען אפגעהיטענע עלטערן אכטונג געבן וואס מען נעמט אריין אין שטוב. און דער פארלאנג צו באקומען די ריינע גליונות פון היכל הקודש ווערט מיט יעדע וואך מער. און אויפן פארלאנג פון די פילע אנשי שלומינו טוט דער קרן הדפסה אנפירן א גרויסע "סובסקריבשאן" אפאראט, ווי מען טוט וועכענטליך ארויסשיקן די פילע גליונות צו הונדערטער משפחות אויף די פאסט.   ביים מיטינג האט מען איבערגעשמועסט מיט די איבערגעגעבענע אינגעלייט, וואס לייגן אריין שעות על גבי שעות שלא על מנס לקבל פרס, מיט די איינע כוונה, אז אידן זאלן האבן שבת קודש אויסגאבעס און ארטיקלען אנגעפילט מיט אמונה און מיט די מסורה פון די צדיקים, וויאזוי מען קען זיכער מאכן בסייעתא דשמיא אז די גליונות ווערן פארטיג אין צייט אנפאנג וואך, אזוי אז די אלע משפחות וואס ווארטן אזוי ארויס בכליון עינים ערב שבת קודש אויף די ערליכע ליין מאטריאל זאלן נישט בלייבן אויסגעשפילט.   דער מיטינג איז פארריבער מיט גרויס הצלחה, ווען ביים סוף האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיינע מתנה דער ספר הקדוש "ליקוטי מוהר"ן" מיט בריוו אריינגעשריבן אינעם ערשטן עמוד, פאר די אינגעלייט וואס געבן אוועק זייערע טייערע צייט צו אהערשטעלן יעדע וואך די שיינע גליונות.   הֶן־עָם לְבָדָד יִשְׁכֹּן וּבַגּוֹיִם לֹא יִתְחַשָּׁב

    < זעה מער יג תמוז תשפ"ב 📝
  • ספעשל פראמאושען: באקומט דעם "זוהר" גליון בחנם, דורך א סובסקריבשאן פארן קרית ברסלבל בלעטל

    דער אלעמען באקאנטער ברסלבע צייטונג "קרית ברסלב בלעטל" דארף שוין נישט קיין גרויסע הקדמות. מיר באריכטן דא פון צייט צו צייט איבער די פילע אויסברייטערונגען און פארשענערונגען פארן הערליכן פאמיליע מאגאזין וואס איז מלא תוכן ויראת שמים. אינעם לעצטן וואך אליינס איז צוגעקומען נאך א צוויי הערליכע וועכענטליכע פראיעקטן אין די קינדער אפטיילונג, איינס "א מעשה פון תפלה פאר קינדער" ווי קינדער וועלן אריינשיקן א מעשה'לע פון תפלה מיט א בילד פון די מעשה, וואס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף נאך שטערקער אריינבאקן אין די קינדער די זאך פון תפלה, און אמונה. זייט ביי זייט איז צוגעלייגט געווארן נאך א רובריק מיטן נאמען "נאך וועם הייס איך", ווי די קינדער וועלן אריינשיקן וועכענטליך אביסל איבער דעם צדיק אדער צדקת נאך וועמען זיי הייסן, און ווי זיי שטרעבן און האפן צו וואקסן אן ערליכער איד און גיין אין די וועגן פון אונזערע זיידעס און רבי'ס. דאס וועט בעזרת השי"ת אריינגעבן א שטאלץ אין אונזערע קינדער איבער אונזער הייליגער אפשטאם און א בענקעניש צו גיין אין זייערע וועגן. &nbsp; נאכדעם וואס דער וואונדערליכע בלעטל איז אריבער אן אומגלויבליכער סוקסעספולער יאר, ווען מיט סייעתא דשמיא איז מען ארויסגעקומען יעדע וואך מיט א גאר רייכער תוכן, וואס האט געהאלט אין איין פארשענערט און פארבעסערט ווערן, (ועוד ידם נטיה בסייעתא דשמיא...) טוט דער קרן הדפסה וואס דרוקט און פארשפרייט דאס ארויסקומען מיט א מעכטיגע פראמאשען. אז די אלע וואס וועלן זיך איינשרייבן צו באקומען דעם הערליכן צייטונג אויף די פאסט, פון יעצט ביז חמשה עשר באב הבעל"ט, וועלן באקומען אן עקסלוסיוו מתנה בחנם, די נייע קונטרס "א שטיקל זוהר מיטן ראש ישיבה שליט"א" פאר דריי חדשים צוזאמען מיט זייער סובקריבשאן. &nbsp; די נייע גליון "חזית איש" א שטיקל זוהר הקודש מיטן ראש ישיבה, וואס האט אנגעהויבן ערשיינען מיט עטליכע וואכן צוריק, האט שוין געשלאגן טיפע ווארצלען ביי אנשי שלומינו, די מפיצים זאגן אז עס ווערט ממש צוכאפט פון זייער הענט. אנשי שלומינו טרונקען מיט דורשט די הייליגע ווערטער פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי אין זוהר הקודש, נאך דערצו ווען עס קומט באגלייט מיט די זיסע פירוש פונעם ראש ישיבה, וואס געבט אונז צו פארשטיין לעובדא ולמעשה די ווערטער פונעם הייליגן זוהר. &nbsp; טראצדעם וואס עס איז דא א גאר שטארקע פארלאנג פון אנשי שלומינו אז מען זאל זיך קענען איינשרייבן צו באקומען דער הערליכער גליון פון זוהר הקודש מיטן ראש ישיבה. צוליב טעכנישע סיבות, געט מען איבער, וועט מען זיך דערווייל נישט קענען איישרייבן עס צו באקומען באזונדער. אבער אלע נייע סובסקריבשאן פאר קרית ברסלב בלעטל ביז חמשה עשר באב תשפ"ב הבעל"ט וועלן עס אי"ה באקומען בחנם פאר דריי חדשים. &nbsp; כאפט אריין, שרייבט אייך שוין איין, רופט אדער טעקסט 845-640-1743, אדער דורך וואטסעפ 845-747-0832 פארגעסט נישט צו בעטן דעם פראמאשען.

    < זעה מער יא תמוז תשפ"ב 📝
  • קול ברסלב לייגט צו לאקאלע נומערן פאר בעלגיע און ארגענטינא

    די ליניעס פונעם טעלעפאן ליין "קול ברסלב" ווערן פארפלייצט טאג טעגליך מיט צענדליגע טויזנטער רופן פון איבער די גאנצע וועלט, פון אידן וועלכע ווילן שעפן חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן. די פילע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, די פילע דרשות, שיעורי תורה, שיעורי התחזקות, ניגונים, פערזענליכע געשיכטעס, מעשיות פון תפלה, אינטערסאנטע אינטערוויוס, קינדער אפטיילונג, שיעורים מיטצוזאגן ובלכתך בדרך, ווי אויך די באזונדערע ליין "קוואל פון חיזוק" פאר פרויען און מיידלעך וואס איז פול מיט גאר אינהאלטספולע אינטערעסאנטע אפטיילונגען, און נאך פיל מער; זענען א קוואל פון לעבן פאר אזויפיל אידן וואס זוכן אביסל ליכטיגקייט און ווארעמקייט, זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן און צו מצליח זיין אין לעבן ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; פילע פארלאנגען קומען כסדר אריין פון אידן אין פארשידענע לענדער איבער די וועלט וואס זענען זיך מחי' מיט די טעלעפאן ליניעס, אבער עס קאסט זיי פיל געלט צו קענען רופן די נומערן אויף אמעריקא, און זיי בעטן מען זאל זיי צושטעלן באזונדערע לאקאלע נומערן אין זייערע לענדער עס זאל זיי זיין גרינגער אנצוקומען צו די הערליכע זאכן אויפ'ן ליין. &nbsp; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט א חשובער נדבן אויסגעצאלט דאס צושטעלן פרישע לאקאלע נומערן אין בעלגיע און ארגענטינא, פון וואו עס קומט לעצטנס אריין גאר אסאך רופן צו "קול ברסלב", דאס איז אין צוגאב צו די לאקאלע נומערן וואס איז שוין דא ביז יעצט אין אמעריקא, א באזונדערע נומער פאר אפסטעיט ניו יארק, ארץ ישראל, ענגלאנד, און קאנאדא. &nbsp; די לאקאלע נומערן אין בעלגיע זענען "קול ברסלב" 3235003461, "קוואל פון חיזוק" 3235003462. די נומערן אין ארגענטינא זענען "קול ברסלב" 541152354370, "קוואל פון חיזוק" 451152354380. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט דאס פיל פארגרינגערן פאר די ארטיגע אידן זיך צו קענען מחי' זיין מיט'ן לויטערן קוואל פון הייליגן רבי'ן. &nbsp; עס קומען כסדר אריין פילע דאנק מעסעזשעס פון אידן וואס זייער לעבן איז אויפגעראכטן געווארן א דאנק די טעלעפאן ליניעס. פון די גאר ברייטע אויסוואל פון אזויפיל אינטערעסאנטע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, איז דא גענוג פאר יעדן איינעם צו טרעפן זיין ווינקל פון וואס ער האט די מערסטע הנאה, און וואס איז אים מחזק און געבט אים מוט צוריק צו קומען צום אייבערשטן אין אלע אומשטענדן. אויב האט איר נאכנישט אויספרובירט דעם ליין, איז יעצט די צייט דאס צו טון, איר וועט זיך מחיה זיין מיט יעדע אויסוואל באזונדער, און האבן א געוואלדיגע ניצן דערפון אין אלע אספעקטן אין לעבן. &nbsp; "קול ברסלב" נומערן ☎️ אמעריקע (ניו יארק) 212-444-9191 ☎️ אפסעטיט ניו יארק 845-351-0910 ☎️ קאנאדא 438-300-8080 ☎️ ענגלאנד 03303502361 ☎️ ארץ ישראל 0797040066 ☎️ בעלגיע 3235003461 ☎️ ארגענטינא 541152354370 &nbsp; די "קוואל פון אמונה" (פרויען ליין)&nbsp; ☎️ אמעריקע (ניו יארק) 212-444-9169 ☎️ אפסעטיט ניו יארק 845-351-9060 ☎️ קאנאדא 438-320-9090 ☎️ ענגלאנד 03303502363 ☎️ ארץ ישראל 0797040069 ☎️ בעלגיע 3235003462 ☎️ ארגענטינא 451152354380 &nbsp; שמעו ותחי נפשכם! &nbsp;

    < זעה מער ז תמוז תשפ"ב 📝
  • הערליכע נייער וועכענטליכער קאלום אין קרית ברסלב בלעטל מהנה אומצאליגע ליינער

    ווי די פילע ליינער פונעם הערליכן וועכענטליכן ברסלבער צייטונג "קרית ברסלב בלעטל" וועלכע ערשיינט וועכענטליך אנגעפילט מיט הערליכע ארטיקלען, נייעסלעך, חידות, בילדער, און שיינע ארטיקלען מלא תוכן און יראת שמים, איז אין די לעצטע וואך צוגעקומען א הערליכער רובריק, וואס האט אין די ערשטע וואכן געהייסן "גאסט ארטיקל", געשריבן דורך א מייסטער שרייבער מיט א גאלדענעם פעדער אונטערן פענאמען "שמאי שטראוז", אבער ווי נאר עס איז איינמאל אריין, האט זיך ציבור געלאזט הערן פה אחד, אז מען מוז זען אז דער קאלום זאל ווייטער אנהאלטן, דער ציבור אינג און אלט האט געבעטן אז מען גלייכט זייער זיין געשמאקע שפראך, ווי ער טוט ארויסברענגען די לימודים און עצות פון הייליגן רבין אויף א פרישע וועג.&nbsp; &nbsp; ווי באקאנט איז איינע פון די עיקרים פון היכל הקודש "הפצה", ווי מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן, דו ווייסט דאך אליינס ווי לאנג דו האסט זיך געפלאגט און זיך געמוטשעט און זיך נישט געקענט אן עצה געבן אין לעבן, איך האף אז דו האסט נישט פארגעסן ווי דו ביסט געלאפן צו יעדע "באבא", יעדע "הענט ליינער" אדער "כתובה קוקער", און ווי דו ביסט ארויס דערנאך פון דארט בפחי נפש, וואס אויסער אויסמעלקן דיין געלט, האט ער דיר גארנישט דעליווערט, ניטאמאל א פרק משניות, אדער מעביר סדרה זיין. יעצט ווען עס גייט דיר ברוך השם גוט, האסט געטראפן דעם הייליגן רבין, וואס זיינע ווערטער רעדן צו דיין הארץ, א רבי וואס האט עצות אויף די פראבלעמען פון דור; דו פילסט זיך אן מיט אוצרות פון אמונה, תורה, שלום בית, חינוך, דו פיסלט א סיפוק אין לעבן. פלעגט מוהרא"ש אונז פארהאלטן "פארוואס זאלסטו נישט טראכטן פון א צווייטן?", מוהרא"ש פלעגט זיך בעטן מען זאל פארקוקן אויף די אייגענע באקוועמליכקייטן און נישט זיין 'סעלפיש'. איינער האט זיך אוועקגעגעבן פאר דיר, און געטיילט טויזנטער קונטרסים און ספרים, ביז דער אייבישטער האט אזוי געדרייט אז עס איז אנגעקומען צו דיר, טו דו אויך עפעס פאר א צווייטן. &nbsp; דערפאר זיצט נישט דער ראש ישיבה רואיג, נאר דרייט איבער א וועלט און טוט אלע מיני פעולות אז די עצות פון הייליגן רבין זאלן אנקומען צו אלע מיני אידן, עס איז שווער אויסצורעכענען אלע וועגן פון הפצה וואס ווערן געטון, ספרים, סידיס, גליונות, חיזוק יומי, וועבסייט, עפפס, ניגונים, מוזיק ווידיאס, און נאך אסאך. דערפאר האט די רעדאקציע פונעם קרית ברסלב בלעטל באשלאסן, נאכן הערן ווי שטארק דער ארטיקל האט אן אפקלאנג, אז מען וועט בעטן דעם חשובן שרייבער אז ער זאל ווייטער מהנה זיין דעם ציבור און ווייטער לאזן פליסן זיין פּערלנעם פענע, און האבן די זכיה אז נאך אידן וועלן באקומען חיזוק און אינספיראציע צו נעמען די ווערטער פון הייליגן רבין צום נעקסטן לעוול הלכה למעשה. אזוי האט מען טאקע געטון, און אין די לעצטע וואכן גייט אריין דער הערליכער ארטיקל אונטערן קאלום "צום פינטל", ווי דער שרייבער נעמט דעם ציבור מיט מיט זיך אויף א רייזע, און ברענגט ארויס מיט זיין געשליפענעם שפראך א נקודה'לע צוויי אויף למעשה, וואס מען קען אהיים נעמען נאכן צומאכן דעם בלעטל. &nbsp; אזוי זיצן די חשובע מערכת פונעם צייטונג און שלאפן נישט טאג און נאכט, נאר לייגן אריין כחות עצומות צו פארבעסערן, פארגרעסערן און פארשענערן דעם שיינעם בלעטל, וואס איז אנגעפילט מיט אמונה פון דעקל צו דעקל. &nbsp; ליינט און האט הנאה!

    < זעה מער ה תמוז תשפ"ב 📝
  • ברסלב סענטער שאפ "גיפט רעפינג" בחנם

    אין א פרישע סערוויס פונעם גרויס ברסלב סענטער אנליין געשעפט, האט מען צוגעלייגט אן אפציע צו קענען קויפן ספרים און קונטרסים פונעם וועבסייט, וואס מען וויל שיקן אלץ א מתנה צו סיי וועלכע געלגענהייט, צו א בר מצוה פון א קרוב, וכודומה, אז מען קען צולייגן אן אפציע מען זאל שיין "רעפּן" דעם ספר, אזוי אויך קען מען באשטעלן מען זאל צושרייבן א וואונטש קארטל וואס וועט בעז"ה ווערן צוגעלייגט צום ספר, דאס אלעס פאר גענצליך בחנם, עס וועט נישט קאסטן קיין צענט דער סערוויס. &nbsp; נאכדעם וואס איר האט אויסגעוועלט אלע אייערער אייטעם וואס איר דארף וועט איר טרעפן דער רעפניג סערוויס אינעם "קאַרט", ווי איר דארף טשעקן דעם קעסטל "For $0.00 please wrap the products in this order." מיט וואס איר וועט צולייגן דעם "גיפט רעפּינג סערוויס". &nbsp; דער ברסלב סענטער שאַפּ שיקן ארויס פילע ארדערס יעדן טאג צו די פילע צופרידענע קאסטומערס פון איבער די גאנצע וועלט. און פאר ארדערס העכער פינף און דרייסיג דאלער, באקומען מען דעליווערי בחנם איבער גאנץ אמעריקע. &nbsp; אין די זעלבע צייט גייט דער קרן הדפסה אן מיט א שטארקייט מיטן דרוקן אינעם נייעם בנין, מען פארשפרייט כסדר צענדליגע טויזנטער נייע ספרים קונטרסים גליונות סידיס און קארטלעך, די פילע טייערע מפיצים קומען כסדר אריבער צו איבערפילן זייערע באגאזשן מיט די פילע סחורה וואס דער בית הדפוס פראדוצירט יעדן טאג, מיט וואס מען איז מחיה און מהנה אומצאליגע אידן איבער די וועלט. &nbsp; מענטשן גייען דורך אויף דעם עולם שבעה מדורי גהנום ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, טייל מאל דאכט זיך פאר א מענטש אז ער האט שוין נישט קיין וועג ארויס פון זיין פלאנטער, ער זעט נישט קיין שום שאנס פון האפענעונג. אבער פלוצליג שיקט דער אייבישטער צו זיין גוטער שליח אין פארעם פון א "ברסלבע מפיץ" וואס קלאפט אויפן טיר, דער מפיץ איז דארט מיט א גאנצע אויסוואל פון קונטרסים: "ס'איז גוט", "א רבי וואס קען מיך העלפן", "אידישקייט איז שיין", "איינער פארשטייט מיך", "געב נישט אויף", "גלייב אין דיר", "דו ביסט נישט פארלוירן", "די וועג ארויס", "דו האסט אויך אן עצה", "דער באשעפער דארף דיך יא", "דיין שידוך וועט אנקומען", "זיך גט'ן איז נישט דער עצה", "עס וועט דיר נאך ליכטיג ווערן", "רעד צום באשעפער", און אזוי ווייטער, ווי מענשטן זאגן, בלויז פון קוקן אויף די קעפלעך פון די קונטרסים שפירט זיך שוין ווי א גלעזל קאלט וואסער אינעם הייסן זון. ווער רעדט נאך ווען מען קויפט פאקטיש א קונטרס'ל פונעם מפיץ און מען לערנט דאס דורך, איז דאס שוין ממש ביטול הבחירה, מענטשן לעבן אויף תחיית המתים, מען וועקט זיך אויף פונעם חלשות, און מען קומט צוריק צום אייבערשטן. &nbsp; אין די צייט ווילן מיר דערמאנען צו נעמען א חלק אינעם קאמפיין פאר די הייליגע מוסדות וואס גייט יעצט אן מיטן פולסטן פארע, ב"ה אז דער קאמפיין האט א שטארקע הצלחה, דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער. באזוכט יעצט טשערידי/ברסלב און נעמט א חלק אין בויען די הייליגע מוסדות ברוח נדיבה. אין דעם זכות וועט דער אייבישטער אייך געבן פון אלעם גוטן!

    < זעה מער כג סיון תשפ"ב 📝
  • א שטיקל זוהר מיטן ראש ישיבה

    דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט די וואך אין א בריוו אז ער בעט שוין דעם אייבערשטן פאר איבער צען יאר ער זאל זוכה זיין צו שרייבן א פירוש אויפן הייליגן זוהר. דער אייבערשטער האט געהאלפן אז יעצט איז עס ברוך השם צושטאנד געקומען בפועל. &nbsp; דאס יאר יאר ל"ג בעומר איז דער ראש ישיבה שליט"א געווען אין מירון ביים הייליגן ציון פון תנא האלוקי רשב"י דער מחבר פונעם הייליגן זוהר הקודש, און דארט אין מירון האט דער ראש ישיבה שליט"א געמאכט א סיום אויפן תיקוני זוהר, וואס דער ראש ישיבה לערנט כסדר. אין א בריוו פון מירון דעם יאר האט דער ראש ישיבה געשריבן א חידוש וואס איז אים בייגעפאלן אויפן תיקוני זוהר. &nbsp; נאך ל"ג בעמור האט דער ראש ישיבה געזאגט פארן "מכון עצתו אמונה" אז ער וויל אנהייבן שרייבן יעדע וואך א שטיקל אויף זוהר, אז עס זאל ארויסקומען יעדע וואך, צוערשט האט דער ראש ישיבה געטראכט אז מען זאל עס מיטלייגן מיטן וועכענטליכן עצתו אמונה גליון, אבער דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן אז ער וויל אז עס זאל ערשיינען באזונדער אלץ א גליון פאר זיך. &nbsp; דער פירוש פונעם ראש ישיבה איז א נייע פירוש, וואס צילט צו ווייזן פאר יעדן איד וואס דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי וויל אונז לערנען אינעם זוהר. דער היילגער זוהר איז פול מיט חיזוק ווי שטארק דער אייבערשטער פריידט זיך מיט יעדן איד, און ווי גרויס און חשוב יעדע מצוה איז, וואס פאר א רעש יעדע גוטע מחשבה אדער רצון פון א איד מאכט ביים אייבערשטן, און אזוי ווייטער. אויף דעם שניט לויפט דער פירוש, אלעס איז מיטן ציל עס זאל ליכטיג מאכן פאר אידישע קינדער. &nbsp; דער ראש ישיבה זאגט, אז צומאל טוען היינטיגע מפרשים צולייגן א ווארט דא אדער דארט, וואס אנשטאט דער שטיקל זוהר זאל מחזק זיין און מעודד זיין קען עס ח"ו טון דאס פארקערטע, און וואס מאכן שפירן כאילו דער זוהר רעדט נישט צו זיי. צום ביישפיל אז דער זוהר הקודש שרייבט איבער די גרויסקייט פון א מצוה, קענען זיי צומאל זיך צופייערן און צושרייבן "א מצוה לשמה", אדער "א מצוה ווי עס דארף צו זיין". דער ראש ישיבה שליט"א וויל אז די חיזוק פון הייליגן רבי שמעון זאל גרייכן צו יעדן איד, און זאל אים אויפהייבן, און אים ווייזן דעם וועג צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. &nbsp; די פייערדיגע מפיצים פון ארץ ישראל האבן זיך תיכף צוגעכאפט דערצו, און געטענה'ט למה נגרע, און האבן זיך תיכף גענומען צו די עבודה, און מען טייטשט עס שוין איבער יעדע וואך אויך אויף לשון הקודש. &nbsp; די איינגעשריבענע פריים מעמבערס וואס באקומען אלעס וואס דער קרן הדפסה דרוקט, באקומען עס שוין צוגעשיקט צום טיר יעדע וואך. אויך קען מען עס באקומען יעדע וואך ביי די מפיצים. &nbsp; בהאי חיבורא דאיהו ספר הזהר, יפקון ביה מן גלותא" (זוהר נשא צ)

    < זעה מער טז סיון תשפ"ב 📝
  • נייעס פונעם נייעם בנין קרן הדפסה

    די טייערע בחורים פון די סאטמארע ישיבה אין מאנסי געפונען זיך די טעג אין געגענט פונעם שטעטל ווי זיי פארברענגען פאר צוויי וואכן אין א זומער קעמפ, ווי מען לערנט און מען דאווענט און מען שעפט זיך אן מיט פרישע כחות. נעכטן אינדערפרי זענען זיי געקומען באזוכן צום נייעם ריגיזן בנין פון קרן הדפסה צוזאמען מיט די סטעף די מגידי שיעור און משגיחים. מען האט זיי געגעבן א שטיקל טור אינעם "אמונה פאבריק", און צוגעוויזן ווי אזוי עס גייט צו דאס דרוקן די טויזנטער הייליגע ספרים גליונות און קונטרסים. מען האט זיי פארקויפט פילע ספרים און קונטרסים. די טייערע בחורים זענען געווען זייער פרייליך צו האבן די געלגענהייט צו קענען קויפן די ברסלבע ספרים, די בחורים האבן געזאגט אז די דיבורים פון הייליגן רבין רעדט צו זייער הארץ, און פלאמט אויף זייער נשמה צום אייבערשטן. &nbsp; נאכמיטאג האט מען געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה שליט"א איז געקומען באזוכן אינעם נייעם בנין וואס מען האט זיך נארוואס אריינגעצויגן. דער ראש ישיבה איז ארויס פון התפעלות פונעם נייעם רחבות'דיגן בנין, ער איז ארום געגאנגען און אויסגעפרעגט די עוסקים במלאכת הקודש, ער איז אריין צו יעדן אפיס און געפרעגט ווי די ארבעט גייט, דער ראש ישיבה האט זיך אומגעקוקט אויף די פילע ריזיגע פרינטיג מאשינען זיך אינטערעסירט אויף יעדע סארט מאשין וואס דאס איז וואס דאס מאכט. אויך האט ער באטראכט די ריזיגע מאגאזינען פון ספרים און קונטרסים וואס זענען אנגעגרייט פאר די מפיצים, און האט זיך נאכגעפרעגט איבער וויאזוי עס גייט צו דאס פארקויפן די ספרים פאר די טייערע מפיצים. &nbsp; דער ראש ישיבה איז געווען זייער גוט אויפגעלייגט, ער האט זיך זייער געפרייט זעענדיג דעם נייעם שיינעם בנין, ווי מען קען שוין ברוך השם פארברייטערן דאס דרוקן די הייליגע ספרים. דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן צו אנשי שלומינו וואס זענען מיטגעקומען: "ווער געדענקט נאך ווען די הדפסה האט זיך אנגעהויבן אין ישיבה מיט א פרינטער אין א קלאזעט...?" &nbsp; אויך האט זיך דער ראש ישיבה ספעציעל נאכגעפרעגט איבערן ברסלב סענטער וועבסייט געשעפט, און זיך אינטערעסירט וויאזוי עס גייט צו די ארדערס, און וואס מען האט אלץ דארט. &nbsp; אין די זעלבע צייט קומט די גוטע נייעס אז מען גרייט זיך בעז"ה צו א גרויסע שיינע מעמד חנוכת הבית פונעם נייעם בנין פון קרן הדפסה וואס וועט בעז"ה פארקומען דעם זומער הבעל"ט. פרטים יבואו בעזרת השם יתברך. &nbsp; "אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, ס'זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה'" (פון די לעצטע ווערטער פון הייליגן רבי נתן ערב שב"ק עשרה בטבת)

    < זעה מער טו סיון תשפ"ב 📝
  • ברסלב סענטער געשעפט קומט בקרוב ארויס מיט א נייע טעלעפאן עפּפּ

    א גאר סוסקסעפולע יאר איז דורך אינעם ברסלב סענטער געשעפט, ווען כסדר קומען אריין פילע ארדערס פון איבער די גאנצע וועלט וואס באשטעלן ספרים, קונטרסים און נאך פילע פראדוקטן. וואס הצד השווה שבהן אז אלעס איז מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן, אויף אלע מיני אופנים. און מיטן אייבערשטענ'ס הילף שיקט מען ארויס די אלע ארדערס סיי לאקאל און סיי אינטערנאציאנאל. &nbsp; היינט, מיט די טעכנאלאגישע פארשריט, האבן פילע אידן אין זייער ביזנעס א סמארט פאון, וואס דאס איז ביי זיי די גרינגסטע און פראקטישסטער וועג וויאזוי מען קויפט זיך איין אלע פראדוקטן. אזוי ווי עס גייט היינט, האבן אלע ערנסטע וועבסייט אן "עפפ". דערפאר האט זיך געהערט פילע פארלאנגען, אז מען זאל נעמען דעם וועבסייט א שטאפל ווייטער, און דערפאר האט זיך די שטאב פון ברסלב סענטער גענומען צו די ארבעט פון אהערן שטעלן א גוטע און פראקטישע "עפּפּ" פארן ברסלב סענטער געשעפט. &nbsp; מען האט ברוך השם באוויזן צו רעקרוטירן גאר געלונגענע וועב דייזיינערס פון איבער די וועלט, און מען האט מיט זיי אינאיינעם שווער געארבעט אהערצושטעלן בעזרת השם א שיינע און געשמאקע עפפ, וואס זאל זיין שיין צום אויג און גרינג צום נוצן. &nbsp; אויך וועט מען זיך קענען דערויף איינשרייבן צו באקומען דערפון א "נאטיפיקאציע" יעדעס מאל א פרישע קונטרס אדער סיי וועלכע נייע פראקדוקט קומט ארויס לאור עולם, אזוי אז מען זאל נישט ארויספאלן און האבן די געלעגענהייט עס איינצוהאנלדען פאר זיך און די משפחה ווילאנג עס איז נאך דא. &nbsp; און ברוך השם, אז נאך א לאנגע צייט, איז דער עפפ שוין כמעט פארטיג. פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען, דא אויפן וועבסייט &nbsp; 📰 ברסלב סענטער געשעפט עפענט אירע טויערן &nbsp; 📚 מעשה'לע פאר קינדער #1 &nbsp;

    < זעה מער יג סיון תשפ"ב 📝
  • נייע סידי אין די סעריע פון טאנץ מיט אמונה ערווארטעט בעז"ה אויף חודש תמוז הבעל"ט

    יעדן טאג איז מען עדות צו פילע עפיזאדן ווי די עצות פון הייליגן רבין גייען אריין אין די וועלט און העלפן כסדר אומצאליגע אידן אין פילע תחומים פון לעבן. פילע קערן זיך צוריק צום אייבערשטן, באקומען זעלבסט זיכערקייט, שלום בית, זענען זוכה אנצוהייבן צו לערנען די הייליגע תורה, די חינוך פון די קינדער טוישט זיך צום גוטן, מען ווערט פטור פון שווערע עדיקשאנס, מען קען שוין היטן די אויגן, און נאך אסאך. &nbsp; דערפאר גייט דעם ראש ישיבה שליט"א אין לעבן צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינס עצות פאר נאך אידן, און אזוי זאלן נאך אידן קענען געניסן פון דעם באר מים חיים, פונעם נחל נובע מקור חכמה. &nbsp; ווי באקאנט, איז יעדע מענטש אנדערש, איינער קען מקבל זיין פון א שיעור, איינער דארף א גליון, אן צווייטער וועט נאר קענען נתקרב ווערן דורך א ספר, אנדערע קענען זיך קאנעקטן דורך שמועסן פון א טעלעפאן ליין, ס'איז אפילו דא אזעלעכע וואס עס פעלט זיי אויס מוזיק ווידיאס. דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך אראפ צו אלע סארטן מענטשן צו געבן פאר יעדעם א געלעגענהייט ער זאל אויך קענען געניסן פון די שיינע גוטע עצות. &nbsp; אסאך מענטש זאגן אז א מוזיק אלבום רעדט די שטערקסטע צו זייער הארץ, זיי לייגן אריין דעם סידי אינעם קאר, און לאזן עס אזוי שפילן צענדליגע מאל. &nbsp; דערפאר האט דער ראש ישיבה זיך נישט געפוילט און אנגעהויבן ארויסגעבן מוזיק סידיס, יעדע ניגון איז ממש ווי א שיעור, וואס לייגט אראפ איינע פון די עצות פון הייליגן רבין וויאזוי מען קען דערגרייכן דעם תכלית פארוואס מען איז געקומען אויף דער וועלט. ברוך השם די סידיס גייען זייער שטארק, אזוי ווייט אז כאטש מען קוים א קורצע צייט נאכדעם וואס די פריערדיגע אלבום "איך דארף נישט קיינעם" איז ארויס לאור עולם, זענען שוין אידישע קינדער הונגעריג פאר נאך. &nbsp; דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א געשטעלט מו"ה אברהם צוויבל הי"ו, א גרויסע מומחה אין פראדוצירן אלבומס, ער זאל ארבעטן דערויף בס"ד אז עס זאלן כסדר ארויסקומען פרישע אלבומס. &nbsp; אין א שמועס מיטן פראדוצירער פארציילט ער פאר "ברסלב סענטער" אז מען ארבעט יעצט פעסט אויפן א נייע סידי פונעם פאפולערן סעירע "טאנץ מיט אמונה", וואס וועט אנטהאלטן פילע הערליכע ניגונים הארציג אראפגעזינגען. &nbsp; די מוזיק ווערט אראנדזשירט דורכן מייסטער אראנדזשירער מו"ה סענדי ראטה הי"ו, וואס האט באשטעלט די בעסטע אידישע אינסטרומענט שפילער פון ארץ ישראל, אריינגערעכענט, גיטאר, בעיס, און דראמס, וואס האבן אראפגעלייגט א געוואלדיגע דזשאב. &nbsp; צווישן די גאר געלונגענע טרעקס ציילן זיך עטליכע נייע יצירים ווי "קינדער איז א ברכה", "מכבד זיין די ווייב", "אליינס מיטן באשעפער", "ממלא כל עלמין". וואס וועט בעז"ה אריינגיין אין די ביינער פון אלע צוהערער. &nbsp; מען האפט בעז"ה אז דער נייער סידי וועט זיין אינדרויסן אויף ראש חודש תמוז הבעל"ט.

    < זעה מער י סיון תשפ"ב 📝
  • נייע אפטיילונג "לעובדא ולמעשה" אויף "קול ברסלב" ליין

    גאר שיינע גריסן הערט מען צוריק פון די נייע אפטיילונג אויף "קול ברסלב" מיט'ן נאמען "לעובדא ולמעשה", וואס האט זיך אנגעהויבן מיט עטליכע וואכן צוריק. &nbsp; דער נייער אפטיילונג איז געווידמעט צו הערן וועכנטליך פון די גבאים פון אלע בתי מדרשים היכל הקודש איבער די וועלט, וואס מען האט דארט גערעדט שיינע דיבורים וואס קענען ארויסהעלפן און מחזק זיין נאך אידישע קינדער, צו וויסן וואס זיי האבן צו טון לעובדא ולמעשה, און גלייכצייטיג צו הערן אביסל נייעס און אנטוויקלונגען וואס האבן זיך אפגעשפילט אין יענע געגנט, און נאך פארשידענע אינטערעסאנטע נושאים וואס קומען אריין מענין לענין. &nbsp; דאס איז גאר א שיינע און קאלירפולע אפטיילונג, פילע טויזנטער צוהערער זענען זיך מחי' דערמיט וואך איין וואך אויס, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט עס נאך מער און שענער פארברייטערט ווערן צו די צופרידנהייט פון די מקשיבים. &nbsp; אנצוקומען צו דעם אפטיילונג דארף מען דרוקן 1 פאר אידיש, 7 פאר פאמיליע ווינקל, און נאכאמאל 7 פאר'ן אפטיילונג לעובדא ולמעשה. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם!

    < זעה מער ח סיון תשפ"ב 📝
  • גרויסע הכנות צום "אנשי חיל" קאמפיין, א וואך נאך שבועות

    ווי יאר יערליך טוען די געטרייע עסקנים פון אנשי שלומינו אנגעפירט דורך מו"ה אהרן פיש הי"ו, און הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א אראנדזשירן דעם יערליכן טשערידי קאמפיין לטובת די הייליגע מוסדות. &nbsp; אויף די בקשה פון ראש ישיבה שליט"א וועט דער היי יעריגע קאמפיין לויפן אויף א נייע צוגאנג. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז וויל אז יעדער איינער פון די קהילה זאל האבן א חלק אין די קאמפיין, דאס הייסט אז יעדער זאל נעמען א רעאליסטישער ציל צו וואס ער קען בעזרת השם דערגרייכן. דער היי יעריגער קאמפיין וואס וועט טראגן דעם נאמען "אנשי חיל" וועט נישט האבן א ציל פון געלט וויפיל מען וויל אויפטרייבן, נאר א עס וועט האבן דער ציל אז לכל הפחות 400 "טיעמס" זאלן אנקומען צום ציל וואס זיי האבן גענומען אויף זיך. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט, אז ער וויל מיט דעם צייגן אז יעדע סכום וואס א איד געבט פאר צדקה איז חשוב און טייער. &nbsp; אין די לעצטע וואכן, זענען די עוסקים בצרכי ציבור באמונה ארום געפארן בטירחא דגופא צו אלע שטעט ווי אנשי שלומינו וואוינען, און האבן אנגעווארימט דעם ציבור, הקדוש ברוך הוא ישלם שכרם. מען האט מסביר געווען די וועג וויאזוי דער קאמפיין וועט ארבעטן און געגעבן די געלגענהייט מען זאל זיך נעמען א גאול וויפיל מען וויל דערגרייכן, ביז יעצט זענען שוין אונטער געשריבן געווארן איבער 180 שטרות פון אנשי שלומינו וואס האבן גענומען א ציל בסייעתא דשמיא. &nbsp; עס דארף באטאנט ווערן אז די הייליגע מוסדות שטייען יעצט אין א גאר קריטישע מאמענט, מען דארף יעצט גאר נויטיג האבן פרישע בנינים אין אלע חלקים פון די קהלה און די מוסדות, מען בויעט יעצט פרישע מקוואות טהרה, בתי מדרשים, חדרים פאר אינגלעך, מיידל שולעס, און אלע אנדערע געברויכן פאר די הייליגע קהלה. דער ראש ישיבה שליט"א בעט נישט מען זאל געבן פון די אייגענע געלט, ער בעט מען רופן די קרובים און באקאנטע זיי זאלן צושטייער געבן. מען האט געזען אין די פארגאנגענע יארן ווי אנשי שלומינו האבן זיך איבערגעגעבן און אויפגעטריבן גאר שיינע סכומים, מען האט געזען ווי רוב רובם אידן זענען מכיר טובה דעם ראש ישיבה און די הייליגע מוסדות, און ווארטן ארויס מען זאל זיי רופן, און האבן מיט גרויס ווארימקייט אויפגענומען די גבאי צדקה וואס האבן געבעטן מען זאל זיי העלפן צוזאם שטעלן דאס געלט וואס זיי האבן זיך אונטער גענומען. &nbsp; מיט אייבערשטנ'ס הילף ערווארט מען אויך היי יאר מען זאל שטארק מצליח זיין מיטן קאמפיין, און אנשי שלומינו וועלן ווידער אמאל געבן די געלעגענהייט פאר גאנץ כלל ישראל צו נעמען א חלק אין דעם הייליגן אמונה פארבריק "היכל הקודש" וואס באלייכט די גאנצע וועלט מיט אירע הערליכע פעולות פון פארשפרייטן אמונה, חיזוק, פאר יעדן איד.

    < זעה מער א סיון תשפ"ב 📝
  • דער לאנג ערווארטערטער ביכל "מעשה'לעך פאר קינדער #1" איז שוין דא צו באקומען

    זינט עס איז ארויס די נייעס בעפאר דעם יום טוב פסח הבעל"ט אז דער נייע ביכל גייט שוין אט צום דרוק, האט נישט אויפגעהערט צו קומען די בקשות פונעם ציבור, אלע האבן זיך נאכגעפרעגט "ווען קומט שוין ארויס דער נייער ביכל, מיינע קינדער ווארטן שוין דערויף!". &nbsp; דערפאר איז יום בשורה הוא לנו, מען קען שוין מעלדן מיט פרייד פאר אלעמען אז היינט איז ברוך השם אנגעקומען פונעם דרוק פון ארץ ישראל דער ערשטער שיפמענט פון די נייע ביכל צום די גרויסע שמחה פון די קינדער וואס קענען שוין קוים ווארטן. &nbsp; דער נייער ביכל אנטהאלט די פאלגענדע צען דראמאטישע מעשיות: זאגן תהלים מיט תמימות און פשיטות, ווייל איך בין א ברסלבער הייב איך זיך אויף, בעטן נאר פונעם אייבערשטן, שכוח אייבערשטער אז עס איז נאר די קו, פארשטיין די הייליגע תורה, אסאך מצוות, אויסגעריסן דעם טמא'נעם צלם, אפגעהיטענע אויגן, הפצה הפצה הפצה, דאס גרויסקייט פון א צדיק. ווי איר זעט אליינס, כאפט שוין אן א הרהור תשובה נאר פונעם זען די קעפלעך פון די מעשיות, די ערציילונגען זענען פול מיט חיזוק אויף אמונה, תפלה, אמונת צדיקים, טון מצוות ומעשיות טובים לעובדה ולמעשה, שמירת עינים, מידות טובות, תמימות און נאך, וואס דער ראש ישיבה האט אליינס געשריבן, און אריינגעלייגט דערין פילע מעסעדזשעס פון יראת שמים וואס וועט אריינגיין אין די קינדער נאך אין די וויגן, און וועט מיטוואקסן מיט זיי אלע זייערע יארן. &nbsp; די מדפיסים זענען שוין אין די טעג פארנומען אנצוגרייטן דער צווייטער ביכל אין די סעריע וואס וועט אנטהאלטן די פאלגענדע צען שיינע מעשיות, זיך קיינמאל נישט פארלירן, וויאזוי ווערט מען א צדיק?, איך גיי צום רבין, ביים ציון פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, די פישעלעך טאנצן אריין אינעם שיף, פטור געווארן פון די הינט, ווי אזוי דארף מען בעטן דעם אייבערשטן?, א געפיל אין רבין, זיך דערהאלטן, לאז דיך נישט נארן. &nbsp; די גאנצע ארבעט ווערט דורכגעפירט מיט די כסדר'דיגע הדרכה און איבערזיכט פון ראש ישיבה שליט"א דורך די געטרייע און איבערגעגעבנע "מכון עצתו אמונה" וואס האט אריינגעלייגט טעג און וואכן אז עס זאל מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען א הערליכע געלונגענע ביכל. מען האט אויפגענומען גאר ערפארענע דרוקערס, מעלערס און גראפיקער, מען האט עס געדרוקט אויף גאר גוטע קוואליטעט פאפיר, און עס לעמינעטעד עס זאל זיך האלט לענגער פאר די אינגע קינדער וואס וועלן זיך מחיה זיין מיט די הערליך פאכמאניש געמאלענע בילדער. &nbsp; מען קען שוין באקומען דעם ביכל ביים קרן הדפסה, ביי די מפיצים, און אויפן וועבסייט. &nbsp; 🛒 מעשה'לעך פאר קינדער #1 בלויז $8.99

    < זעה מער כג אייר תשפ"ב 📝
  • ספר "איש אמונות" תשפ"א אויף לשון הקודש גייט שוין צום דרוק

    "גוטע נייעס קומט יעצט אן פון די בית הדפוס אין ארץ ישראל" שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א אין א בריוו פארגאנגענעם ערב שבת קודש, "זיי דרוקן יעצט דעם ספר 'איש אמונות' פון יאר תשפ"א; וואויל פאר די וואס נעמען א חלק אין דרוקן די ספרים וואס דערפרייען אזוי שטארק אידישע קינדער". &nbsp; די גוטע בשורה וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן, האט אויפגעוועקט א געוואלדיגע התרגשות ביי אלע וואס האבן נאר אמאל פארזוכט פונעם זיסן טעם פון די עצות און חיזוק פון ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; יעצט איז א היסטארישע מאמענט, מען גרייט זיך צו דרוקן דעם ערשטן ספר פון ראש ישיבה שליט"א אויף לשון הקודש. דער ספר "איש אמונות" וואס איז שוין כמעט גרייט, וועט אנטהאלטן אלע בריוו פון יאר תשפ"א, און וועט יעצט בעז"ה געדרוקט ווערן אין הערליכע בענדער. &nbsp; די מפיצים האבן נישט געשפארט קיין כח און מיה אנצוגרייטן דעם הערליכן ספר צום דרוק, מען האט איבערגעזעצט און איבערגעארבעט די בריוו אויף א געשמאקע גרינע שפראך. אינעם ספר זענען אריין אלע בריוו פונעם יאר, די מכתבים כלליים, די פריוואטע בריוו, און אויך די בריוו פון "עצתו אמונה" אן די שאלות (ווי מוהרא"ש געטון ווען ער האט געדרוקט די בריוו פון "שו"ת ברסלב" אין "אשר בנחל" אן די שאלות). עס דארף אנגעמערקט ווערן אז פילע פון די בריוו ווערט יעצט געדרוקט צום ערשטן מאל. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען אויף די לעצטע דעטאלן וואס מען דארף נאך ענדיגן צו קענען אריינגעבן דעם ספר צום דרוק. טייערע אידן, זעט די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א "וואויל פאר די וואס נעמען א חלק צו דרוקן די ספרים", און ענטפערט אויפן רוף פון די טייערע מפיצים אין ארץ ישראל און רופט אייך אן מיט ווארימע נתינות און העלפט ארויסגעבן די ספרים לאור עולם, און מיט דעם וועט איר ממש אויפלעבן אידישע קינדער, און ראטעווען דורות. דער זכות וועט איך זיכער ביישטיין צו אלע גוטע ברכות. &nbsp; זיך צו משתתף זיין ביטע רופט 054-848-0941, אדער ביים "הפצה ווינקל" אויף "נדרים פלאס". &nbsp; וואויל פאר די וואס נעמען א חלק אין דרוקן די ספרים!

    < זעה מער טו אייר תשפ"ב 📝
  • גרויסע פארלאנג פאר יו עס בי דרייווס מיט דרשות פון ראש ישיבה

    מיט קוים צוויי חדשים צוריק איז ארויסגעקומען פונעם קרן הדפסה די יו-עס-בי דרייווס אנגעפילט מיט דרשות און ניגונים, וואס זענען אנגעפילט געווארן מלא וגדוש. עס זענען ארויסגעקומען עטליכע ווערסיעס, אלע זענען אנגעפילט מיט בערך 12 ביז 14 גיגאבייט, און אנטהאלט איבער 230 שעה אוידיא צו הערן, פילע מוזיק סידיס פון ישיבה, הונדערטער דרשות פון ראש ישיבה פאר בחורים, אינגעלייט, אדער פרויען, צווישן די יארן תשע"ט און תשפ"א. &nbsp; נאכדעם וואס עס איז שוין דורך א שטיק צייט, האט מען שוין געהאט די געלעגעהיינט צוריק צו הערן פון די מפיצים. ווי זיי זאגן פה אחד, איז עס פון די בעסטע אייטעם וואס דער עולם בעט טאג טעגליך. מען הערט צוריק אז מען האט שוין געווארט דערויף זייער א לאנגע צייט, ווייל רוב רובם האבן שוין היינט נאר יו-עס-בי פלעיערס אין די קארס, און מען כאפט זיך צו דערצו מיט א מורא'דיגע דורשט. &nbsp; נאכדעם וואס די ערשטע שיפמענט פון עטליכע הונדערט שטיק איז זייער שנעל אויסגעגאנגען האט דער קרן הדפסה זיך איינגעקויפט א גוטע מאשין וואס קען קאפיען צענדליגע דרייווס אין עטליכע מינוט, האט מען שוין ב"ה צוריק אנגעפילט די אינווענטארי, און די מפיצים האבן זיך שוין צוריק אנגעפילט זייערע סטאק, און פארשפרייטן די הערליכע דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, וואס געט חיות און עצות פאר אלעמען. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם &nbsp; 🎧 צו קויפן די יו עס בי דרייווס אויפן וועבסייט

    < זעה מער ט אייר תשפ"ב 📝
  • שיינע הערליכע ביכל "מעשה'לעך פאר קינדער" שוין ב"ה אריין אין דרוק

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די נייעס אז דער קינדער ביכל מיט הערליכע מעשיות פארציילט דורכן ראש ישיבה שליט"א איז שוין אריין צום דרוק. אנשי שלומינו קענען קוים ווארטן אויף דעם שיינער ספר מיט די סיפורים פול מיט אמונה און יראת שמים, און לערנט אויס פאר די קינדער אז דער אייבערשטער איז מיט זיי איבעראל, און נאר צו אים קען מען זיך ווענדן. איך בין אן אוצר פון יראת שמים

    < זעה מער כה ניסן תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 151 to 165 of 298 results

1 2 ... 8 9 10 11 12 13 14 ... 19 20
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com