Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • דראמאטישע פארזעצונג "יאקאב" בארייכערט דעם קרית ברסלב בלעטל

    ילכו מחיל אל חיל, דער באליבטער ברסלב'ער וועכענטליכער מאגאזין ווערט אלץ שענער און בעסער, מיט יעדע וואך ווערט צוגלייגט נאך פרישע רובריקן און אפטיילונגען, מיט'ן ציל אז יעדער זאל דארט טרעפן עפעס אינטערעסאנט.   דער ראש ישיבה שליט"א פאדערט כסדר אויף אנשי שלומינו אז מען זאל אכטונג געבן וואס מען נעמט אריין אין שטוב, אפגערעדט אז מען זאל נישט אריינעמען קיין צייטונגען און מאגאזינען, נישט קיין חילוק צי זיי זענען געאייגענט פאר ערוואקסענע אדער פאר קינדער, ווייל ווער ווייסט ווער די שרייבער זענען, וואס זייערע השקפות זענען, נאר אפילו פון אדווערטייזמענט ביכלעך דארף מען אכטונג געבן, ווייל ווי באקאנט פלעגן צדיקים זאגן אז "ביכל" איז ראשי תיבות "כל באיה לא ישובון" ווייל די השקפה און די וועלט בליק פונעם שרייבער גייט אומדירעקט אריין טיף אינעם מח פונעם ליינער, און בפרט ביי קינדער וואס זייער מח איז אפן און זאפן איין אלעס וואס זיי ליינען.   דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א זאל ארויסגעבן א וועכענטליכע אויסגאבע פאר די משפחה מיט אלע סארטן ארטיקלען, געשריבן דורך שרייבער וועלכע טרונקען פונעם קוואל פונעם הייליגן רבי'ן און פון זיינע תלמידים, און אזוי ארום וועט מען קענען הנאה האבן פון געשמאקע ארטיקלען, נייעס, מעשיות און בילדער גענומען פון ריינע מקורות.   אנגעהויבן פון די וואך פרשת וירא האט דער באגאבטער שרייבער ש. טראכטער אנגעהויבן א גענצליך נייע קאלום, א חידוש וואס איז נאכנישט געווען אינעם בלעטל, א זאך וואס פילע ליינער בעטן שוין א לאנגע צייט, "א מעשה אין פארזעצונגען", דער מעשה וועט זיך ציען א לאנגע צייט און וועט דורכגיין קאנטיענטן לענדער און תקופות. פון די מעשה וועט מען זיך קענען לערנען וואס דאס מיינט תמימות און מסירות נפש פון ערליכע אידן, און וועט זיין געשריבן אויף א גאר דראמאטישע וועג אבער אין די זעלבע צייט וועט מען זיך קענען לערנען אויף למעשה היינטיגע צייטן ווען דאס לעבן איז רעלאטיוו גרינג אויך צו קענען דינען דעם אויבערשטן מיט די זאכן וואס היינט איז אסאך שווערער פון אמאל.   עס קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די רעדאקציע פאר די אלע שרייבער, גראפיקער, און מגיהים וואס לייגן אריין וועכענטליך גאר אסאך כחות, מיט'ן ציל צו העלפן אנשי שלומינו. אזוי אויך קומט זיך א געוואלדיגע אנערקענוג פאר הר"ר אשר יעקב בלום שליט"א וואס פירט די "קרן הדפסה" וואס האט גענומען די גאנצע קאסט אויף אירע פלייצעס. ישלם ה' פעלם ותהי משכורתם שלימה מעם ה'.

    < זעה מער יג חשון תשפ"ה 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך מיט גרויסע זכותים צו קומען צום רבי'ן

    אין די יעצטיגע טעג זענען אלע פארנומען זיך צו גרייטן צום לאנג ערווארטעטן נסיעה. אויסער אנגרייטן דעם פאספארט, קויפן עראפלאן און באן טיקעטס, איז דא נאך ארבעט. מען איז מרבה מיט מצוות און מעשים טובים, מען זאגט מער תהלים, מען לייגט צו נאך א שיעור אין תיקוני זוהר, אלעס כדי צו פארמערן זכותים מיט וואס צו קענען צוגיין צום יום הדין. די צענדליגע טויזנטער אידן וועלכע קומען צום רבי'ן שפירן אז מען דארף פארשטערקערן דעם קשר מיט'ן צדיק, בעפאר מען קומט צו זיין ציון, וואס דערמיט וועט דער הייליגער רבי קענען שתדלען פאר אונז פאר א כתיבה וחתימה טובה, מען לייגט צו נאך שיעורים אין רבי'נס ספרים, בפרט די פינף ספרים ליקוטי מוהר"ן, סיפורי מעשיות, ספר המידות, שיחת הר"ן און חיי מוהר"ן און מען פרובירט מקיים צו זיין די עצות און הדרכות וואס דער רבי שרייבט אונז. &nbsp; העולה על כולנה, אז מען קומט צום רבי'ן, זאגט דער ראש ישיבה שליט"א, וואס קען זיין בעסער ווי אז מען האט געפאלגט זיין הייליגע צוואה און געטון פאר הדפסה והפצה? דער בעסטער זכות פאר'ן יום הדין איז צו צוריק ברענגען נאך א איד צום אויבערשטן, ווי דער זוהר הקדוש (חלק ב', קכח) שרייבט, און מוהרא"ש ברענגט עס צו אין זיינע הייליגע בריוו הונדערטער צי טויזנטער מאל "תא חזי, כל מאן דאחיד בידא דחייבא (ותב לגביה), ואשתדל ביה למשבק ארחא בישא, איהו אסתלק בתלת סלוקין, מה דלא אסתלק הכי בר נש אחרא, גרים לאכפייא סטרא אחרא, וגרים דיסתלק קודשא בריך הוא ביקריה, וגרים לקיימא כל עלמא בקיומיה לעילא ותתא, ועל האי בר נש כתיב, בריתי היתה אתו החיים והשלום, וזכי למחמי בנין לבנוי, וזכי בהאי עלמא, וזכי לעלמא דאתי, כל מארי דינין לא יכלין למידן ליה בהאי עלמא, ובעלמא דאתי עאל בתריסר תרעי ולית מאן דימחי בידיה, ועל דא כתיב (תהלים קיב ג) גבור בארץ יהיה זרעו דור ישרים יבורך, הון ועשר בביתו וצדקתו עומדת לעד, זרח בחשך אור לישרים וגו'." א הבטחה פון הייליגן רבי שמעון, אז איינער וואס העלפט מקרב זיין אידן צום אויבערשטן, איז זוכה צו גאר גרויסע זאכן, צווישן אנדערע אז די מקטריגים קענען זיך נישט עפענען דאס מויל קעגן אים, ער איז זוכה צו גוטע ערליכע קינדער און אייניקלעך, צו עשירות און אלע טויערן אין הימל ווערן געעפענט פאר אים. &nbsp; מען קען נאך אריינכאפן די גרויסע זכותים דורך קויפן א זכות אינעם קרן הדפסה, וואס איז אגב פארנומען ביז איבערן קאפ אין די טעג צו צוגרייטן הונדערטער טויזנטער קונטרסים פאר אומאן. פרנס השנה פאר'ן קומענדיגן יאר תשפ"ה, קען מען קויפן פאר $10,000, אדער $200 א וואך. פרנס החודש איז $5,000 אדער $100 א וואך. פרנס השבוע $2,600 - $50 א וואך, און פרנס היום קען מען קויפן פאר $1,000 - א נישטיגע צוואנציגער א וואך. &nbsp; ומתן שכרה בצדה, ווער עס שליסט זיך אן און געבט א מינימום פון $1,000 ביז ערב ראש השנה הבעל"ט גייט אריין אין דעם זעלטענעם גורל צו געווינען דער הערליכער פאכמאנישן האנט געשריבענעם "תיקון הכללי" אויף קלף פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; רופט שוין אן דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449, און וועלט אויס דעם פרנס וואס איר קענט זיך ערלויבן, און דער זכות וועט אייך ביישטיין זוכה צו זיין בדין, און צו באקומען די אלע השפעות וואס דער זוהר הקדוש איז מבטיח.

    < זעה מער כא אלול תשפ"ד 📝
  • ברסלב ספרים צענטער אין קרית יואל באלייכט דער שטאט

    דער ברסלב ספרים צענטער אין קרית יואל איז א הפצה געשעפט וואס איז נישטא איר'ס גלייכן. דער געשעפט איז אויסגעשטאט מיט הונדערטער ספרים און קונטרסים אנגהויבן פון ספרים פון הייליגן רבי'ן, דער הייליגער רבי נתן, און בעיקר פון די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש, ספרים וואס מען קען אין ערגעץ נישט באקומען. און דאס אלעס פאר גאר גאר ביליגער פרייזן, ממש קאסט פרייז. רוב ספרים זענען געפרייזט פאר בערך 3 ביז 5 דאלער. &nbsp; ממש יעצט איז אנגעקומען א פרישע שיפמענט פון ספרים וואס מען האט באשטעלט פון ארץ ישראל, עס איז דא דארט א ריזיגע אויסוואל, צום ביישפיל עס איז דא די ספרי אשר בנחל פון חלק א' ביז קכ"ד, גאנצע סעטס פון שו"ת ברסלב, גאנצע סעטס פון "אוצר קוטרסים", פילע ספרים אויף ראש השנה, און אנדערע ימים טובים, ספרי ברית שלום, אוצר הקדושה, אוצר שלום בית, ארך אפים, אלעס הערליכע נייע דרוק מיט הארטע דעקלעך. &nbsp; מען קען אויך דארט קויפן די ספרים וואס אנשי שלומינו וואס לערנען אויפן סדר דרך הלימוד וועלן זיך מחי' זיין, צום ביישפיל די "אוצר היומי" די פופצן שיעורים (חומש, תנ"ך, משניות, ש"ס בבלי, ש"ס ירושלמי, תוספתא, רמב"ם, מדרש רבה, מדרש תנחומא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, זוהר הק', תיקוני זוהר, ליקוטי מוהר"ן, און ליקוטי הלכות) וואס מוהרא"ש האט אהערגעשטעלט, געדרוקט מסודר עס צו ענדיגן צוזאמען מיט ש"ס. &nbsp; אנשי שלומינו וועלכע זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג, ווי מוהרא"ש זי"ע פלעגט אייביג מעודד זיין, וועלן זיך מחי' זיין מיט די נייע משניות וואס איז יעצט דא צו באקומען. דאס איז א סעט פון 29 קליינע בענדער, וואס יעדעס איינע פארמאגט די ח"י פרקים פאר איין טאג אין חודש, און איז גענוג קליין אריינצוגיין אין טאש, וואס דערמיט וועט מען שטארק פארגרינגערן דאס ענדיגן די פרקים משניות טעגליך. &nbsp; דער געשעפט געפונט זיך אין צענטער פון שטאט, אין חצר פון בית המדרש היכל הקודש ברסלב אויף 8 העיס קאורט, און איז אפן טעגליך צווישן 2:00 און 4:00 נאכמיטאג, פאר אנדערע שעות קען מען רופן דעם געטרייען גבאי פון בית המדרש הר"ר יואל פארקאש שליט"א אויף 845-662-4888. &nbsp; עס איז ממש א נחת אריינצוקומען אינעם געשעפט ווען מען זעט די ריזיגע אויסוואל פון ספרים אזוי שיין מסודר, די ספרים גייען אויס זייער שנעל, דערפאר איז כדי אריינצוכאפן יעצט ווען דער אויסוואל איז נאך גרויס. &nbsp; מיט'ן לערענען און פאלגן וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערענט וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן אמת'ע ערליכע אידן.

    < זעה מער ט אלול תשפ"ד 📝
  • בלויז צוויי וואכן פארבליבן צום גורל אויף דעם ראש ישיבה'ס תיקון הכללי אויף קלף

    עס קומען אריין גאר פאזיטיווע גריסן פונעם גבאי קרן הדפסה מו"ה לייבי ראטה הי"ו וויאזוי אנשי שלומינו רופן זיך אן ווארעם צו שטיצן דעם קרן הדפסה. יעדער איינער זוכט צו האבן א חלק אין הדפסה והפצה, פילע נעמען ספרים און גליונות און מאכן הפצה בגוף, און דער וואס שפירט אז ער קען עס נישט טון, פריידט זיך צו העלפן די חשובע אינגעלייט וואס זענען זיך מוסר נפש און שטיצן מיט א ברייטע האנט די אלע פעולות. &nbsp; אלץ א מיטל צו העלפן געבן א שטופ און ארויסהעלפן דעם קרן הדפסה דעקן די פילע הייליגע פעולות האט דער ראש ישיבה אוועקגעגעבן זיין תיקון הכללי אויף קלף וואס ער האט באקומען א מתנה פאר עטליכע יאר צוריק, מען זאל עס קענען אויסראפלען, און די אלע וואס האבן זיך משתתף געווען מיט סכומים הגונים פאר'ן קרן הדפסה וועלן באקומען א שאנס דער תיקון הכללי זאל ווערן זייערס. &nbsp; דער תיקון הכללי אויף קלף איז געשריבן אויף פארמעט בכתב אשורית מיט שיינע גרויסע אותיות, אזוי ווי א מגילה פון 11 שורות. צו לאזן שרייבן אזא מגילה קאסט אויף די פרייע מארקעט פופצן טויזענט דאלער, און מיט דעם וואס דאס איז געווען דעם ראש ישיבה'ס, איז בכלל נישט מעגליך צו אפשאצן די ווערט פונעם דעם חפץ קודש. &nbsp; די אלע וואס וועלן זיך האבן משתתף געווען פון נאך פורים העעל"ט ביז'ן קומענדיגן ערב ראש השנה הבעל"ט מיט טויזענט דאלער פאר'ן קרן הדפסה, וועלן אריינגיין אינעם זעלטענעם גורל, און עס קען זיין אז אויף דעם ראש השנה תשפ"ה הבעל"ט וועט איר האבן די זכי' צו זיין דער אייגענטומער פונעם זעלטענעם "תיקון הכללי" פונעם ראש ישיבה שליט"א. פון טויזענט דאלער און ווייטער, וועט יעדע $250 געבן נאך א שאנס אינעם גורל. &nbsp; רופט שוין דעם גבאי מו"ה לייבי הי"ו, צו טשעקן וויפיל איר האט שוין געגעבן פאר'ן קרן הדפסה במשך די לעצטע חדשים, און וויפיל איר דארפט נאך משלים זיין ביז טויזענט דאלער, רופט אים שוין אויף 347-578-4449. &nbsp; דערמיט וועט איר האבן די זכי' צו נעמען א חלק אינעם ריזיגן הפצה פארבריק וואס געבט ארויס טויזנטער ספרים, קונטרסים, גליונות, סידיס, און פירט אן מיט די קרית ברסלב בלעטל, דרוקן אשר בנחל, דרוקן קונטרסים, און נאך ספרי הראש ישיבה שליט"א, די ברסלב סענטער וועבסייט, שאפ ברסלב, קול ברסלב. און די אלע חיזוק און הדרכה וואס צענדליגע טויזנטער מענטשן באקומען דורכדעם וועט אלעס גיין אויף אייער זכות, צו געבענטש ווערן מיט אלע ברכות, און זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה און שנת גאולה וישועה.

    < זעה מער ח אלול תשפ"ד 📝
  • עצתו אמונה חלק י' ברוך השם ארויס פון דרוק

    מכון עצתו אמונה גייט אן מיט'ן גאנצן פרישקייט, מען געבט ברוך השם איין באנד נאכן צווייטן. אין די יעצטיגע טעג האט דער מכון געלאזט וויסן, אז חלק י' איז שוין ארויס פון דרוק, און וועט בקרוב פארטיילט ווערן פאר די חשובע נדבנים. &nbsp; אבער אין די זעלבע צייט לאזט מען נישט אפ די פריערדיגע בענדער, ברוך השם געלויבט דעם אויבערשטן אז די ספרים גייען זייער שטארק, די מפיצים זאגן אז עס איז דא א שטארקע פארלאנג, און כאטש מען האט געדרוקט גאר אסאך פון די ערשטע בענדער זענען שוין פילע בענדער מער נישטא צו באקומען. אין די יעצטיגע טעג גרייט מען זיך אויך איבערצודרוקן די ערשטע באנד וועלכע איז שוין נישטא צו באקומען פאר א לענגערע וויילע. &nbsp; עס איז אינטערעסאנט צו זען א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אום חודש אלול שנת תשע"ט, ווען מען האט געדרוקט עצתו אמונה חלק א' דעם ערשטן מאל, שרייבט דער ראש ישיבה צווישן אנדערע אז מען זאל דאס דרוקן און איבערדרוקן. &nbsp; "לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר. איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע בשורה אז עס איז יעצט ארויס פון דרוק די ערשטע חלק פון ספר "עצתו אמונה", שאלות ותשובות וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו ענטפערן פאר בחורים און מיידלעך, זיי מחזק זיין זיי זאלן נישט זיין ביי זיך געפאלן און אויפגעגעבן, נאר זיי זאלן זיך צוריק קערן צום אייבערשטן. &nbsp; באמת האב איך גארנישט מחדש געווען, איך האב נאר גענומען די ווערטער וואס מוהרא"ש האט מיט אונז געלערנט, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן און דאס אראפגעשריבן אויף א שפראך וואס די היינטיגע דור פארשטייט, אבער אלעס וואס שטייט אין די בריוו איז פון מוהרא"ש; עצות און הדרכה פון הייליגן רבי'ן. &nbsp; שטארק זיך ווייטער מיט די הייליגע ארבעט, ווייטער אנגרייטן און מגיה זיין די בריוו פון עצתו אמונה און דאס דרוקן און נאכאמאל דרוקן. וואויל איז פאר אלע וואס העלפן דרוקן די ספרים וואס איז מחזק אידישע קינדער, דער וועט זוכה זיין צו די הבטחה וואס מוהרא"ש האט מבטיח געווען פאר ווער עס וועט דרוקן דעם ספר אשר בנחל, אז מען וועט זען גרויסע ישועות. &nbsp; א כתיבה וחתימה טובה" &nbsp; עס איז יעצט דא דער געוואלדיגער געלעגענהייט צו קענען קויפן א זכות ווען מען דרוקט דעם הייליגן ספר וועלכע גייט צום דרוק ממש בקרוב, רופט שוין מוה"ר ישעי' איידליס הי"ו אויף: 347.831.1391 אדער מוה"ר שמואל אייכנשטיין הי"ו אויף: 917.589.3382. &nbsp; גלייכצייטיג טוט מכון עצתו אמונה מעלדן אז מען קען נאך קויפן דעם זעלטענעם "זכות מהדורה". &nbsp; דער זכות פון העלפן דרוקן די הייליגע ספרים וואס זענען מגלה און מפרסם דעם אויבערשטן וועט זיכער מגין זיין פאר אלע משתתפים צו פארשריבן ווערן מיט א כתיבה וחתימה טובה און א זיס געבענטשט יאר.

    < זעה מער ו אלול תשפ"ד 📝
  • מיין חלק הפצה - קרן הדפסה קאמפיין תשפ"ה

    דער שפיגעלע פון היכל הקודש איז בלי ספק דער קרן הדפסה. נאך אנגעהויבן פון די צייטן פון הייליגן רבין און רבי נתן איז הדפסה געווען א גאר שטארקע יסוד אין ברסלב, ווי דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט "איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע זאכן, אבער דער עיקר עסק דארף זיין צו אנטרונקען ביימער", דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט אז נאך אסאך התבודדות איז ער געקומען צום מסקנה אז דער עיקר הפצה דארף זיין דורך דרוקן און מפיץ זיין. מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן פון הפצה, מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ חזר'ן זיין אייגענע סיפור התקרבות, וויאזוי ער איז געטוישט געווארן פון א ווילדע בחור וואס האט נישט געהאלטן ביים לערנען, איז ער נאכן זיך אנטרעפן מיט א קליין ספר משיבת נפש, געווארן א גרויסער מתמיד, און עובד השם, ביז ער איז אויסגעוואקסן דער גרויסער צדיק וואס האט געשריבן די אלע הייליגע ספרים און קונרטסים געבויעט אויף די ווערטער פון אונזערע הייליגע רבי'ס. &nbsp; ווען מוהרא"ש איז אריינגעקומען דער ערשטער מאל אינעם ערשטן קליינעם בית הדפוס וואס האט זיך דאן געפונען אינעם בנין הישיבה אויף 27 סקילמאן סט. איז מוהרא"ש געווען אזוי פרייליך, ווען איינער האט זיך אנגערופן אז דער הייליגער רבי נתן וואלט זיכער געווען זייער פרייליך צו האבן אזא בית הדפוס, האט מוהרא"ש געזאגט נישט ער וואלט געווען, נאר דער הייליגער רבי נתן פריידט זיך זיכער מיט דעם וואס זיינע הייליגע פעולות פון פארשפרייטן די זיסע און לעכטיגע עצות זעצן פאר. &nbsp; המפורסמות אינם צריכות ראיה, יעדער זעט דעם ריזן בנין אין וואס דער בית הדפוס געפונט זיך, דאס איז נישט קיין טרוקענע קאלטער בנין, דארט קאכט זיך אויף קעסל און כלים, עס טוט זיך און עס לעבט זיך מען טייפט, מען שרייבט, מען שטעלט אויס, מען איז מגיה, מען דיזיינט, מען רעקארדירט, מען באשטלעט, און מען שיקט. פילע היימישע אינגעלייט געבן זיך אוועק יומם ולילה צו באגלייטן און העלפן מיט די הייליגע ארבעט, און פון דארט גייט ארויס הפצה אויף יעדן מעגליכן וועג וואס מען קען נאר טראכטן. &nbsp; זאל עס זיין קונטרסים, ספרים, אויסגאבעס, אדער גליונות, צי זאל מען רעדן פון די כתבים פון הייליגן רבין, רבי נתן, מוהרא"ש אדער יבדלחט"א דער ראש ישיבה שליט"א, מען קען רעדן פון סידיס פון דרשות, הערליכע פראפעסיאנאלע מוזיק סידיס, אדער מוזיק ווידיאס, אפשר קען מען אריינקוקן צו די אפיסעס פונעם וועבסייט, קול ברסלב, אדער שאפ ברסלב. כאפט א שפאציר אין די אפיסעס פונעם קרית ברסלב בלעטל אדער די גליונות, אלע ארבעטן פלייסיג יעדער מיט זיין אויפגאבע, שרייבער, טייפער, מגיהים, דיזיינערס, רעדאקטארן. און מען קען נאך ווייטער זען פיל מער, אלע מיט איין ציל: צו טרעפן א שליסל צו עפענען נאך א אידיש הארץ אז דער אויבערשטער זאל דארט טרעפן א פלאץ צו וואוינען. מיט אונזער גלות אמעריקע, מיט די נסיונות פון נערוון, און טעראפי. מיט די שווערע טשעלענדזעס פונעם הייטיגן אינסטענט דור, זוכט דער אויבערשטער א וואוינונג. &nbsp; דאס אלעס קאסט אסאך געלט צו קענען אויפהאלטן, נאך אלע הכנסות וואס עס קומט אריין אינעם בית הדפוס בלייבט נאך איבער א חודש'ליכע דעפעציט פון כמעט פערציג טויזענט דאלאר. אבער דאס האלט נישט אפ די געטרייע אינגעלייט פון ווייטער אנגיין. אבער דערפאר קומט דער בית הדפוס ארויס מיט א רוף צו אנשי שלומינו מען זאל זיך אנשליסן אינעם קאמפיין וואס ווערט יעצט אייגעפעדימט צו שטיצן און אויפהאלטן די אלע הייליגע פעולות וואס טראגט דער נאמען "מיין חלק הפצה", ווייל נישט יעדער קען פיזיש טון אין הפצה אויף די זעלבע וועג, אבער יעדער תלמיד היכל הקודש קען נעמען זיין חלק אין הפצה דורך קויפן איינע פון די זכותים. &nbsp; אין די קומענדיגע טעג וועט דער גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אנפאנגען צו פארקויפן די גרויסע זכותים, מען וועט קענען קויפן דער זכות פרנס השנה פאר בלויז $200 דאלאר א וואך, און פרנס החודש פאר בלויז $100 א וואך, פרנס השבוע פאר בלויז $50 א וואך, און פרנס היום פאר א נישטיגע $20 א וואך, ווייניגער וויפיל עס קאסט א טעגליכע קאווע. &nbsp; און בעזרת השם יתברך וועט פארקומען א הערליכע מעמד הכרת הטוב קומענדיגעס יאר ראש חודש אלול תשפ"ה פאר אלע וואס נעמען א חלק אין שטיצן דעם הייליגן מוסד, וואס וועט פארקומען אינעם גיגאנטישן בנין פונעם קרן הדפסה. עס וועלט פארטיילט ווערן שיינע פרסים פאר אלעמען און מען וועט האבן די זכי' בעז"ה צו הערן דברי התחזקות פונעם ראש ישיבה שליט"א.

    < זעה מער ו אלול תשפ"ד 📝
  • פרישע גליון ברענגט אריין פרישע האפענונג אין צובראכענע הערצער

    כאטש עס קומען שוין ארויס זייער אסאך געשמאקע אויסגאבעס, קונטרסים, גליונות פון היכל הקודש וואס דעקט א ברייטע ספעקטרום פון נושאים, צום ביישפיל דער "גליון היכל הקודש" דינט הויפזעכליך ווי דער שבת'דיגער גליון וואס יעדער איד נעמט אהיים פון בית המדרש, און מען האט עפעס אקטועל הלכה למעשה נאכצוזאגן וואס אפילו פרויען און קינדער קענען פארשטיין, "קרית ברסלב בלטעל" איז דער באליבטער פאמיליע מאגאזין פול מיט אינטערעסאנטע נייעסלעך, ארטיקלען, מעשה'לעך פאר אלעמען אין די משפחה פון גרויס ביז קליין, דער ענגלישע גליון "דער ראש ישיבה זאגט" (די ראש ישיבה סעיז) קעיטערט פאר די ענגליש רעדנדע ציבור מיט אינספרירנדע ווערטער חיזוק אויף למעשה מיט וואס אלע זענען זיך מחיה, פון "גליון שיעורי חינוך" איז ממש א שאד צו רעדן, דער גליון ווערט צוכאפט דורך אלעמען, ווייל אפילו איינער איז נישט קיין מלמד, דארף מען חיזוק כסדר צו קענען וויסן וויאזוי זיך אומצוגיין אין שטוב, דער ענלישער "הבית" מאגאזין קומט ארויס יעדע עטליכע חדשים פול מיט געשמאקע ארטיקלען אינטערוויוס און חיזוק פאר די וואס ענגליש איז זייער מאמע לשון, "אשית עצות בנפשי" איז אפגעשריבן אויף לשון הקודש אויף א געשמאקע שפראך די דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, און איז כסדר מחי' אלע וואס לערנען דערין. און אויב מען מעג שרייבן "העולה על כולנה" דער נייער גליון "טערעפי" וואס קומט אנצופילן דער ריזיגער חלל אויף דעם הארץ רייסענדע אישו פון מענטל העלט. &nbsp; עס איז נישט קיין סוד דער מצב פון די גייסטישע געזונט היינטיגע צייטן, ווי מיר האבן שוין לעצטענס שטארק צולייגט ווי מען זעט אז אלע אויסגאבעס זענען פול מיט אדעווערטייזמענטס אויף דעם נושא, וואס ווייזט ווי דעספערט מענטשן זענען, מענטשן זענען גרייט אנצונעמען סיי וואס פון סיי וועם, אבי מען זאל שוין האבן האפענונג איינמאל ארויסצוגיין פונעם שווארצן טונעל, זאל עס הייסן ענקזייעטי, דאס מיינט אז א מענטש שפירט זיך אן א שטענדיגע אנגעצויגענקייט און דאגה, און קען נישט ארויסקריכן דערפון, אדער א מענטש פאלט אריין אין א דיפרעשאן, וואס גאר אסאך ווערן דיאגנאזירט דערמיט, דאס מיינט אז דער מענטש זעט אלעס שווארץ, און וויל שוין אויפגעבן, אדער זאל מען רעדן פון פאביעס, דאס איז פחדים, א מענטש גייט ארום דערשראקן, יעדע נייעס מאכט אויף אויפשפרינגען, ער שרעקט זיך פון יעדע בלעטל וואס פליעט, אדער זאל מען רעדן פון די יסורי הנפש וואס רופט זיך או.סי.די. - דאס זענען פייניגדע מחשבות וואס לאזן נישט צורי דעם מענטש, און דער מענטש שפירט זיך ממשך געבינדן צו זיין מוח וואס לאזט אים נישט לעבן. דערנאך זענען דא וואס ליידן אויף "פאניק אטאקעס" דאס איז א מצב וואס א מענטש פאלט אריין א געפערליכע פאניק, אז ער מיינט אז ער גייט אויס, און דערנאך הייבט ער שוין אן מורא צו האבן און ווערט אין פאניק "אפשר באקום איך א פרישע פאניק אטקאקעס", און מען ווייסט נישט וויאזוי צוברעכט מען דעם צויבער קייט פון פחדים און פאניק. דערנאך זענען דא "טראומעס" וואס איז ליידער זייער באוויסט היינט, מענטש טראגן ארום מיט זיך דער גאנצע עבר וואס ער האט געליטן פון די יונגעט, און קען נישט אנגיין און הנאה האבן פון זיין יעצטיגן לעבן, און ווער רעדט נאך פון די מכת מדינה וואס הייסט "לאו סעלף קאנפידענץ" אז א מענטש גלייבט נישט אין זיינע כחות, ער שפירט זיך אראפ געקלאפט. &nbsp; און פון די אנדערע זייט איז אויך נישט קיין סוד אז אין די תורה קען מען טרעפן די ריכטיגע עצה אויף די אלע זאכן, מענטשן געבן אויס אסטראנאמישע סומעס פון געלט, צייט און כחות, אבער אן ערפאלג, ווען מען קען אלעס טרעפן בחנם אין די הייליגע תורה, בפרט ווער עס לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים זעט ווי ער האט גערעדט צו אונז מיט אונזערע שוואכע מוחות און האקעלע נערוון, דער רבי רעדט פון די אלע פראבלעמען און אפפערט עצות און הדרכה צו קענען ארויסקריכן פון די אלע זאכן. &nbsp; מענטשן פרעגן צומאל דעם ראש ישיבה "איר זענט אפשר א כישוף מאכער? וויאזוי האט איר געקענט נעמען דעם בחור מיט די אלע עי בי סי'ס און אלע דיסארדערס און אים שטעלן אויף די פוס ווען אלע מומחים האבן שוין אויפגעגעבן"?, דער ראש ישיבה ענטפערט דערויף אז בסך הכל געבט ער איבער דאס וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, וואס דארט ליגט די ענטפער, עס איז נישט קיין כישוף, עס איז דער הייליגער באשעפער וואס האט געגעבן אלע רפואות בפרט ווען מען רעדט פון רפואות הנפש, און עס אריינגעלייגט אין די תורה, און ווען מען פאלגט די צדיקים וואס האבן אריינגעלייגט די אלע עצות און הדרכה, זעט מען ממש וואונדער. &nbsp; מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועלן די אלע זיסע ווירקזאמע עצות פארעפענטליכט ווערן אין די אלע גליונות, יעדע וואך אביסל, און מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט דאס זיין א געוואלדיגע תועלות פאר אלע וואס נעמען דאס אין די הענט אריין.

    < זעה מער כח אב תשפ"ד 📝
  • קרן הדפסה גרייט זיך פאר אומאן ראש השנה

    אין די יעצטיגע טעג גייט אן די ארבעט אינעם קרן הדפסה בנין אויף אווער דרייוו, אלע פרינטינג מאשינען זענען איינגעשפאנט, ריזיגע פאלעטן פון פאפיר ווערן אויפגענומען, מען דרוקט צענדליגע טויזנטער קונטרסים, און די ריזיגע ווערהואז ווערט אנגהויפנעט הערליך מסודר מיט צענדליגע סארטן קונטרסים. &nbsp; וואס גייט פאר? ווער האט דאס אלעס באשטעלט? איר פרעגט וואס איז געשען? אומאן איז געשען! מען גרייט זיך אויף אומאן ראש השנה, וואס איז פון די הייסטע צייטן פאר הפצה. עס קומען צו פארן קרוב צו הונדערט טויזענט אידן מארבע כנפות הארץ אויפן רוף פון הייליגן רבין וואס האט געבעטן מיט מער פון צוויי הונדערט יאר צוריק, און האט צוגעזאגט צו געבן א תיקון פאר אלע וואס קומען צו אים, צווישן זיי זענען דא זייער אסאך וואס כאטש זיי ווייסן קוים פון אידישקייט, נאכדעם וואס די עמלקים האבן זיי נעבעך אויסגעריסן דאס אידישקייט נאך די הקמת המדינה, אבער פילע זענען געבליבן מיט די פשוטע אמונה, בפרט די אידישע קינדער פון עדות המזרח, וואס זייער ריינע תמימות'דיגע אמונה פונק האבן די גרויסע רשעים נישט ב"ה נישט באוויזן אויסצולעשן. &nbsp; אין גאנץ כלל ישראל איז דא א צמאון נאך די הייליגע רבינ'ס דיבורים, אבער די אלע אידן בפרט זענען נאך מער הונגעריג און דרושטריג נאכן דבר ה', זיי זוכן די מפיצים און כאפן וויפיל מען קען, און דאס איז מקרב טויזענטער און טויזנטער אידן צום אויבערשטן. &nbsp; פאר ראש השנה וועלן אנשי שלומינו זיך איינפאקן א פעקל קונטרסים צו טראגן קיין אומאן, וואס וועט זיין די בעסטע שמירה אז די וועגן זאלן דורכגיין געשמאק און גרינג, און אין אומאן וועלן קומען די געטרייע מפיצים און שטיין ביי די פרשת דרכים ביים ציון און וואו נישט, און נישט קוקן אויף קיין רעגן, היץ אדער קעלט, און מפיץ זיין די הייליגע עצות פון הייליגן רבי'ן און דערמיט אויפלעבן נאך א איד און נאך א משפחה. &nbsp; אני נהר המטהר

    < זעה מער כה אב תשפ"ד 📝
  • הערליכע נייע מוזיק ווידיא "טאטע" ערשינען

    אין די יעצטיגע טעג איז ארויס געקומען א פרישע מוזיק ווידיא פונעם הארציגן ניגון "טאטע" וואס ברענגט ארויס די ווערטער צום לעבן. דער מוזיק ווידיא איז הארציג געזונגען דורכן ראש ישיבה שליט"א, און איז גאר פראפעסיאנאל אפגעכאפט און אפגעשפילט געווארן. &nbsp; אויפן ווידיא שפילט מען אויף ווי אזוי עס זעט אויס ביי אידישע קינדער ווען דער סמ"ך מ"ם פרובירט זיי צו אראפ ווארפן און אראפ קלאפן, און ווען זיי ווער געוואר פון די הייליגע עצה פון הייליגן רבי'ן וואס זאגט זיי אז עס איז דא א וועג אנצוהייבן פון פריש, דער אויבערשטער איז פרייליך מיט דיינע פשוטע ווערטער וואס דו רעדסט צו אים, און מיט דיינע פרקים משניות וואס דו זאגסט פלעין, טוישט זיך זייער לעבן, און דאס ראטעוועט זיי ארויס ברוחניות ובגשמיות פונעם סמ"ך מ"ם'ס לאפעס. &nbsp; די הארץ רייסענדע ווערטער פונעם ניגון ווי א איד טענה'ט זיך אויס מיט'ן אויבערשטן איז ווי פאלגענד: &nbsp; טאטע! איך וויל זיין אן ערליכער איד, דער יצר הרע ברענט און בריעט, ער לאזט מיר נישט אפ, ער ווארפט מיר כסדר אראפ. &nbsp; טאטע! וויפיל איך פרוביר, עס געט זיך גארנישט קיין ריר, כ'ווער נאר אלץ ווייטער און ווייטער פון דיר!&nbsp; &nbsp; טאטע! איך בין אזוי צובראכן, אזוי ווייט בין איך פארקראכן, מיין נשמה צושניטן און צוריסן, אין די זייט, אזוי ווייט, אזא לאנגע צייט! &nbsp; אוי טאטע! איך פאלג נאר דעם יצר דעם שלעכטן, אוי ווער - קען מיין נשמה פאררעכטן? יעדן טאג, איך ווער נאר ערגער פון נעכטן. טאטע! איך גיי טון וואס דער רבי זאגט, רעדן צו דיר יעדן טאג, דאס איז די איינציגסטע עצה וואס איך פארמאג. טאטע! די עצה פון רעדן צו דיר, דערציילן יעדע ריר, קיין אנדערע עצה איז נישטא פאר מיר. &nbsp; טאטע! דער רבי טוט אונז דערמאנען, קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען, מ'דארף זיך מיט'ן אויבערשטן אויסטענה'ן, נישט אפלאזן, נישט אויפגעבן, א גאנצע לעבן. &nbsp; אוי טאטע! איך לאז אפ די וועג דעם שלעכטן, איך גיי מיינע מעשים פאררעכטן, איך וועל היינט זיין בעסער פון נעכטן. &nbsp; עס קומט זיך א געוואלדיגע קרעדיט פאר די מאנשאפט פון KB GROUP וואס האט געספאנערט די הוצאות פונעם ליד, אזוי אויך דארף מען שטארק מכיר טובה זיין פאר די פילע עדיטארס און פראדוסערס, ר' אליעזר דייטש, Power on Studios, ר' לייבי לענאראוויטש, און ר' ישראל העסקעל און אלע אקטיארן, וואס האבן אריינגעלייגט זייער הארץ און נשמה אז דער מעסעדזש וואס דער מוזיק ווידיא דארף ארויסברענגען זאל ארויסקומען קלאר און שארף. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען מקיים זיין די לעכטיגע עצות פון הייליגן רבי'ן וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן אמת'ע ערליכע אידן. &nbsp; דער נייער מוזיק ווידיא "טאטע"

    < זעה מער יח אב תשפ"ד 📝
  • הערליכע קארטל "3 שטאפל מעטאד" ווערט פארשפרייט

    ווען מען קוקט זיך אום אויף די אדווערטייזמענטס אין די אידישע מארקעט זעט מען אז מענטל העלט איז פון די מערסט פארשפרייטסטע עדס אומעטום, יעדער אנאנס וועט דיר צוזאגן גאלדענע גליקן, "פרוביר דער פייף סטעפ מעטאָד פון ראביי פייערבערג וועסט ווערן א נייע מענטש" פארשפרעכט איינער, דער צווייטער לאדענט אלעמען צו קומען הערן א סעריע שיעורים אין א צוועלף סטעפ סעסיע וואס וועט דיר איבערמאכן דיין מוח און דיר געבן דיין געגארטע דאזע פון זעלבסט זיכערקייט. אט קומט אפיר א שרייעדיגע צעטל מיט קידוש לבנה אותיות וואס שרייעט דיר אריין אין אויגן אז יעצט איז דא אן איינמאליגע געלעגעהיינט זיך צו איינשרייבן צו א פופצן וואכן טעלעקאנפערעץ דורכן גרעסטן מומחה אין תורת הנפש וואס וועט ממש איבערמאכן דיין מח, און וועט דיר אויסמעקן אלע דיינע טראומאטישע זכרונות וואס ליגן נאך דארט פון ווען דו ביסט געבוירן און נאך אפילו פארדעם, ער אפפערט נאך א פינף הונדערט דאלער דיסקאונט פאר די ערשטע הונדער מענטשן, וואס איז ממש א שאד צו פארפאסן. &nbsp; דאס ווייזט אונז אז מיר דארפן זיך איבערקלערן וואו מיר שטייען אויף דער וועלט, וואס גייט פאר מיט אונז אז יעדער זוכט סיפוק, אזויפל מענטשן שפירן זיך ליידיג, און אז אזא ריזיער ציבור לויפט נאך עפעס וואס מען קען נישט כאפן, און אז עס איז דא א גאר א גרויסע חלל אין מענטשנ'ס הערצער וואס שפירן זיך ליידיג און צוועקלאז אויף דער וועלט. &nbsp; דערפאר איז זייער באגריסענד די נייע קארטל וואס אנשי שלומינו האבן ארויסגעגעבן אין די טעג וואס וועט אדרעסירן אט דעם נושא, דער קארטל רופט זיך "דריי סטעפ מעטאָד" וואס איז געצילט צו העלפן מענטשן טרעפן זיך אליינס, און קענען וואקסן און שטייגן מיט די ריכטיגע מאס סעלף קאנפידענץ און קענען שפירן סיפוק און קענען פירן א שטוב על מי מנוחות. &nbsp; אויפן צווייטן זייט שטייט די ראשי פרקים וויאזוי דער מעטאד ארבעט, דאס איז א מיטל וואס ארבעט וואונדער, און באווייזט ממש אותות ומופתים, אבער - צום גרויסן אנטוישונג פון די וואס ווילן נאר באקומען אן עצה פאר איינעם וואס מען צאלט אסאך געלט, קאסט עס בכלל נישט קיין געלט, עס געדויערט בלויז איין מינוט, אבער דארף געטון ווערן בתימדות יעדן טאג, פאר די בעסטע רעזולטאטן. מיר וועלן עס דא נאכברענגען: ערשטע שטאפל, נעמט צוואנציג סעקונדעס, מען דאנקט דעם אויבערשטן אויף אידיש פאר אלע זיינע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, דער צווייטער שטאפל נעמט אויך בלויז צוואנציג סעקונדעס, מען בעט איבער דעם אויבערשטן אויף מאמע לשון, און מען דרוקט אויס חרטה אויף וואס מען האט געטון, און מען נעמט זיך פאר צו זיין גוט פון יעצט. דער דריטער און לעצטער שטאפל נעמט אויך בלויז צוואנציג סעקונדעס, מען בעט דעם אויבערשטן אויף להבא אויף אלעס וואס מען דארף, און מען רעדט זיך אויס דאס הארץ אויף אלעס וואס באדערט. &nbsp; מומחים וואס האבן דאס פרובירט זאגן אז עס ארבעט אייזן, בפרט אויב מען טוט דאס אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און נאך מער, צוביסלעך באקומט מען אזא גוטע טעם אין אויספירן דעם מעטאד, אז מען לייגט שוין צו נאך סעקונדעס און מינוט, וואס דאס מאכט עס נאך בעסער ארבעט, וואס דאן באקומען נאך א בעסערע טעם און מויל, און אזוי קייקעלט זיך עס צו א גאר גוטע געשמאקע סייקל פון א פאזיטיווע לעבן מיט אויבערשטן, וואס בעסערס פון דעם קען מען נישט האבן.

    < זעה מער יז אב תשפ"ד 📝
  • קונטרס "שפתי תפתח" פירוש אויף תורה ד' פון ליקוטי מוהר"ן ערשיינט בעז"ה

    אשרינו שזכינו! שרייט זיך ארויס פון אנשי שלומינו הערנדיג די נייעס וואס קומט אריין פון מכון עצתו אמונה, דער מכון האט היינט געמאלדן אז תורה ד' פון ליקוטי מוהר"ן מיטן הערליכן אידישן פירוש "שפתי תפתח" פונעם ראש ישיבה שליט"א איז שוין אריין אין דרוק און וועט זיין צו באקומען סוף וואך, סיי געדרוקט, און אזוי אויך אויפן "ברסלב סענטער" וועבסייט. די היסטאריע פון דעם פירוש הייבט זיך אן אנהויב יאר תשפ"ג נאך סוכותת, דער ראש ישיבה שליט"א האט דעמאלט אנגעהויבן שרייבן א לייכטער פירוש אויף אידיש אויפן הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, אויף אן אופן אז אפילו פרויען און קינדער זאלן קענען פארשטיין די קאפליצירטע תורות פון הייליגן רבי'ן, דער ראש ישיבה האט דעמאלט געשריבן א פירוש אויף די ערשטע דריי תורות און עס א נאמען געגעבן "שפתי תפתח", נאכדעם איז דורך א צייט אפשניט פון איבער א יאר וואס דער ראש ישיבה האט צוליב טרדות הזמן נישט אנגעיאגט צו שרייבן ווייטער דעם פירוש אויף וואס אנשי שלומינו האבן אזוי געגארט און געבענקט, דעם פארגאנגענעם יום טוב שבועות האט דער ראש ישיבה שליט"א פארציילט פאר אנשי שלומינו אז ער האט אסאך מתפלל געווען אז ער זאל קענען זיך אויפפרישן מיט דעם הייליגן פראיעקט און ער זאל האבן צייט צוריק אנצוהייבן שרייבן דעם ליכטיגן פירוש. דער אייבערשטער האט געהאלפן אז דער ראש ישיבה האט טאקע צוריק אנגעהויבן שרייבן דעם פירוש, און ב"ה מען האלט שוין יעצט דא, אז עס קומט ארויס דער הערליכער פירוש אויף תורה ד'. דער ראש ישיבה שליט"א האט אוועקגעשטעלט א כולל וואס זאל גרונטליך דורכלערנען דעם פירוש און דאס מגיה זיין בי"ג נפה, און זיכער מאכן אז יעדע השגה און ענין וואס דער רבי ברענגט אין די תורות איז קלאר און פארשטענדליך. מכון עצתו אמונה &nbsp; טוט זיך באדאנקען פאר די חשוב'ע כולל אינגעלייט פון כולל היכל הקודש בפרט פאר הרב אלחנן רוטה, מו"ה אלי פערל, מו"ה לוי יצחק הורוויץ, מו"ה אשר הכהן ראנד, און&nbsp; מו"ה יואל פריעדלענדער, וועלכע זענען איבערגעגאנגען די תורה און דאס גוט מגיה געווען, דער קונטרס איז געווארן פאכמאניש אויסגעשטעלט אויפן זעלבן פארמאט ווי דער ספר "שפת הנחל" פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דורך מו"ה נחמן ניישטיין הי"ו, און דאס אלעס איז געמאכט געווארן אונטער די אויפזוכט פון מו"ה יואל שניצלער הי"ו מנהל מכון עצתו אמונה. &nbsp; מגלגלין זכות על ידי זכאי, דער גרויסער מפיץ מו"ה אלי ציג הי"ו האט געהאט די זכי' און אפגעקויפט די זכות מהדורה, ועל שמו יקרא, "מהדורת ציג". "אָמַר שֶׁהַסֵּפֶר הַקָּדוֹשׁ שֶׁלּוֹ לִקּוּטֵי מוֹהֲרַ"ן שֶׁיָּצָא בָּעוֹלָם הוּא אַתְחַלְתָּא דִגְאֻלָּה" &nbsp;

    < זעה מער טו אב תשפ"ד 📝
  • שיינע הכרת הטוב מסיבה פאר אלע וואס טוען אין הדפסה והפצה

    זונטאג מיטאג זענען זיך צוזאם געקומען א שיינע ציבור אידן וועלכע זענען עוסק אין די עבודת הקודש הדפסה והפהצה. דאס רעכענט אריין די וואס טוען אין דרוקן, שרייבן, מגיה זיין, די ספרים, קונטרסים, גליונות, מאגאזינען, וועבסייט, שיעורים און אזוי ווייטער. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעטרעטן און אנגעהויבן מיט די ווערטער פונעם הייליגן רבי נתן, אז ער האט נאך אסאך התבודדות געזען אז די עיקר וועג וויאזוי מען קען אריינברענגען דעם הייליגן רבינ'ס עצות אויף דער וועלט איז נאר דורכן שרייבן, דרוקן, און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט איבער דעם וויאזוי מען זאל זיך האלטן שטארק און נישט ווערן צופאלן, און כאטש דער סמ"ך מ"ם פרובירט מיט אלע כחות צו מאכן חלישת הדעת פאר אלע וואס טוען די הייליגע ארבעט, דארף מען געדענקען אז מען טון פאר'ן אויבערשטן און דאס זאל געבן כח ווייטער אנצגיין און נישט ווערן שוואך. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז יעדע וואך קומען ארויס גאנצע ביכער פארשידענע אויסגאבעס, אנגעפילט מיט הבלי הבלים, ארטיקלען און געשרייבעכצער וואס מען קען גארנישט ארויסנעמען דערפון, אבער זיי האבן נישט קיין חלישת הדעת... זיי שפירן זיך גוט מיט זייער ארבעט, ווייל דער סמ"ך מ"ם האט נישט קיין מורא פון זיי. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז די סיבה פארוואס ער שטרענגט זיך אן יעדע וואך צו שרייבן אזויפיל בריוו, וואס קומט אים אן זייער שווער, און דאס איז אויך די סיבה פארוואס עס איז וויכטיג ווייטער אנצוהאלטן די גליונות און צייטונג יעדע וואך איז ווייל אנשי שלומינו פאלגן, און ווען ער האט געזאגט אז מען זאל האלטן די שטוב ריין, און נישט אריינלאזן די פרעמדע ווינטן וואס זוכן אריינצוקומען אין תמימות'דיגע שטובער דורך די אלע אזוי גערופענע "היימישע" אויסגאבעס וואס קומען ארויס כסדר אויף אפילו אויף א היימישע אידיש, האבן אסאך געפרעגט וואס זאלן זיי יא ארייננעמען, זיי זענען צוגעוואוינט פון די יוגענט - בפרט ביי די פרויען - אז שבת ביינאכט נאך לעכט צינדן, ווען די טאטע גייט אין שול, נעמט מען א צייטונג א מאגאזין און מען ליינט אביסל. &nbsp; דערפאר דארפן די אלע וואס זענען עוסק דערין זיך שטארקן און אנגיין ביתר שאת. און אויב מען שפירט אז מען דארף חיזוק, זאל מען נישט ווארטן אויף קיין כבוד, קענסט צוגיין אין שול און בעטן פיעדבעק, פרעג "האסט געליינט די בלעטל די וואך, וויאזוי האסטו הנאה געהאט?", "וואס זאגסטו צו מיין ארטיקל?", און דאס איז א לימוד פאר יעדעם איינעם, עס איז א שאד זיך צו עסן דאס געזונט ווייל קיינער זאגט נישט א גוט ווארט, ווען מען איז בקטנות הדעת דארף מען נישט מורא האבן און פרעגן. &nbsp; מען קען הערן די גאנצע דרשה אויף קול ברסלב האטליין.

    < זעה מער ח אב תשפ"ד 📝
  • קרן הדפסה גייט שוין צום דרוק מיט'ן "לוח ברסלב" תשפ"ה

    יעדער תלמוד היכל הקודש דרייט זיך ארום מיטן "לוח ברסלב", אינעם לוח וועט מען טרעפן אויף יעדע זייט הערליכע מאמרים פון מוהרא"ש זי"ע איבער די זמן פון יאר וואס מ'שטייט, וואס איז בכח ערוועקן א מענטש פון שלאף און אים ווייזן די אוצרות וואס ער קען אריינכאפן אין דעם וואך אדער חודש. &nbsp;אזוי אויך איז צוגעצייכענט יעדן טאג אלע שיעורים כסדרן, דער בלאט גמרא, ירושלמי און תוספתא פאר יענעם טאג, וואס איז א ממש א הכרח פאר יעדן תלמוד היכל הקודש צו וויסן. דער לוח איז געווארן נאך מער אויפגעכאפט אין די לעצטע יארן, ווען דער קרן הדפסה האט אריינגעלייגט גרויסע כחות און הערליך איבערגעמאכט דעם לוח מיט שיינע געשמאקע קלארע אותיות, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א געהייסן צולייגן די נ"ך און רמב"ם פונעם טאג, אזוי אז דער לוח וועט זיכער צוגעבן פאר יעדעם אסאך הרחבת הדעת. דאס יאר לייגט דער קרן הדפסה אריין גרויסע כחות אז דער לוח זאל ארויסקומען בסייעתא דשמיא הערליכע איבערגעארבעט א דבר נאה ומתוקן אן קיינע גרייזן בסייעתא דשמיא. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן אז מען זאל עס שוין טון, ווייל פון נאך תשעה באב באקומען די מפיצים כסדר בקשות אז מען וויל שוין קויפן דעם נייעם לוח פונעם קומענדיגן יאר. &nbsp;

    < זעה מער כו תמוז תשפ"ד 📝
  • פעולת הצדיק ענגליש חלק א' מהדורת אונגאר

    מען דארף פאר קיינעם נישט זאגן איבער'ן ראש ישיבה ווארימקייט פאר הדפסה און הפצה. מוהרא"ש פלעגט אלץ בעטן און מעודד זיין אנשי שלומינו זאלן מקיים זיין די בקשה פון הייליגן רבי'ן איבער "אנטרוקנען ביימער" און פארציילן די מעשה פון די פטירה פון רבי'נס גרויסע תלמוד דער הייליגער רבי נתן וואס האט געבעטן ממש פאר זיין פטירה לחיי העולם הבא אז מען זאל ווייטער דרוקן און פארשפרייטן די תורות און עצות פון הייליגן רבין וואס איז מקשר אידישע קינדער לאבינו שבשמים און מיט דעם איז מען מקרב די גאולה. &nbsp; דערפאר ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געהערט אז מו"ה בניהו אונגאר הי"ו וויל אונטערשרייבן א שטר שותפות מיט'ן קרן הדפסה, און אפקויפן די זכות פונעם ספר "די צדיק'ס עקאמפלישמענטס" חלק א', האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א זייער געפריידט דערצו, און איז טאקע ארויפגעקומען אין שטוב פון מו"ה בניהו הי"ו ווי ער האט מיט א געוואלדיגע שמחה אויפגענומען דעם ראש ישיבה שליט"א און געשמועסט איבער די גרויסקייט פון דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים. &nbsp; דער ספר פעולות הצדיק איז א הערליכע ווערק געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע וואו עס ווערט אראפ געשריבן אין א הערליכע סדר און מיט א געשמקע שפראך די גאנצע לעבן פון הייליגן רבין אנגעהויבן מיט'ן שידוך ווי דער הייליגער בעל שם טוב האט צוגעזאגט אז ער וועט זיך משדך זיין מיט'ן הייליגן רבי נחמן הארידענקער זי"ע ביז נאך די פטירה פון הייליגין רבין. מוהרא"ש האט צוזאם גענומען אויף א גאר שיינע וועג די גאנצע לעבנ'ס געשיכטע פון רבי'ן אלעס וואס ער איז דורך פון קינדווייז אן, די חתונה, און ווי דער רבי האט אנגעהויבן צו פירן אן עדה, די נסיעה קיין ארץ ישראל, די גרויסע מדריגות צו וואס דער רבי האט דערגרייכט, די הייליגע תלמידים, און אזוי ווייטער, אלעס געשריבן אויף א וועג אז ווער עס לערנט עס זאל עס קענען מיטנעמען אויף למעשה, פול מיט עצות און הדרכות אויף עבודת ה'. &nbsp; דער ספר איז פאכמאניש איבערגעזעצט געווארן דורכ'ן חשובן און געטרייען מנהלת פון בית פיגא שולע מרת לעססער תחי', וואס האט אריינגעלייגט איר הארץ און נשמה אין דעם ספר, און געמאכט א הערליכע ארבעט. אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען איבער דעם ספר, מיט א פרישע אויפלאגע, שיינע און קלארע דרוק, וואס וועט זיכער העלפן אלעמען לערנען אין דעם ספר. &nbsp; דער זכות פון העלפן דרוקן דעם ספר וועט זיכער ביישטיין פארן נדבן, דער אויבערשטער וועט אים בענטשן מיט אלע ברכות האמורות בתורה, אידיש נחת. The Tzadik's Accomplishments, Part I, Ungar Edition &nbsp; The Rosh Yeshiva has always been passionate about printing and distributing the Rebbe&rsquo;s seforim. Mohorosh consistently encouraged us to fulfill the Rebbe&rsquo;s request to spread his teachings, a mission Morharnat always emphasized. &nbsp; When the Rosh Yeshiva learned that R&rsquo; Binyahu Ungar wanted to partner with the Keren Hadfusa and acquire the rights to "The Tzadik's Accomplishments," Part I, he visited his house to sign the deal. They discussed the importance of printing and dissemination. &nbsp; "The Tzadik's Accomplishments" is a beautifully written work by Mohorosh, detailing the Rebbe&rsquo;s life from his birth, engagement, marriage, leadership, journey to Israel, spiritual achievements, and more. The book is practical and filled with advice for serving Hashem. &nbsp; Mrs. Lesser, the dedicated principal of Beis Feiga School, expertly translated the book. Now, the Keren Hadfusa is preparing a new edition to enhance the learning experience. &nbsp; Supporting this project will surely bring blessings to the donor and their family.

    < זעה מער טז תמוז תשפ"ד 📝
  • ברסלב בלטעל לייגט צו געשמאק הלכה ווינקל

    אנשי שלומינו זענען שטארק דאנקבאר פאר'ן קרן הדפסה בכלל און פאר'ן עורך הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א בפרט, וואס צוזאמען מיט די גאנצע שטאב פון שרייבער, מגיהים און דיזיינער געבן זיי זיך אוועק וואך נאך וואך און ארבעטן יומם ולילה צו צושטלען פראפעסיאנאלע און געשמאקע ארטיקלען אנגעפילט מיט תוכן פאר אלעמען, מענער, פרויען, קינדער, אינגלעך און מיידלעך. יעדער טוט זיין חלק בנאמנות, דער שרייבט הומאר, דער אנדערע שרייבט נייעס, אדער וויסענשאפט, מען קלויבט צוזאם שיינע בילדער, מען איז עס מגיה, און מען שטעלט אוועק א הערליכע אויסגאבע יעדע וואך מיט א הערליכע "דעקל" וואס זאל ציען דאס אויג, אז מען זאל נישט דארפן נישטערן אין די מיסטן צו ליינען זאכן וואס רעדן פון געלט און כבוד אנשטאט פון אויבערשטן און זיין תורה. &nbsp; די עורכים האלטן פאר זייערע אויגן זייער ציל, און ארבעט שווער צו פארבעסערן און פארגרעסערן דעם אויסגאבע מיט תוכנ'פולע און געשמאקע ארטיקלען. איינע פון די אפטיילונגען וואס האבן זיך לעצטענס שטארק פארברייטערט און פארבעסערט איז די "קינדער אפטיילונג" וואס איז שטארק בארייכערט געווארן מיט געשמאקע אקטיוויטעטן פאר די קינדער, מיט פרייזעס און גורלות פאר די קינדער וואס שיקן אריין ענטפערס אויף די חידות און פראגעס. &nbsp; די וואך איז צוגעקומען א פרישע פערל אינעם קייטל, ווען מען האט די זכי' אז דער חשובער דיין פון שטעטל הגאון רבי יונה זינגער שליט"א האט באוויליגט צו בארייכערן דעם בלעטל מיט א "הלכה ווינקל", וואס ווי באקאנט האט דער הייליגער רבי שטארק פארלאנגט אז מען דארף לערנען הלכה, וואס נאר אזוי קען מען וויסן וואס א איד דארף צו טון. דער ווינקל האט די וואך אנגעהויבן מיט די הלכות פון "הדלקת נרות שבת", ווי דער דיין לייגט עס אראפ אזוי שיין און געשמאק, און לייגט צו פראקטיש למעשה וואס מען דארף צו וויסן, מיט די הקדמות פון הייליגן רבין. &nbsp; מיר האפן צום אויבערשטן אז דער ווינקל וועט גיין לויטן פלאן און במשך די צייט וועט מען דורכלערנען מיט'ן דיין שליט"א הלכה למעשה "גאנץ הלכות שבת", וואס זענען זייער וויכטיגע הלכות וואס איז נוגע יעדע שבת ויום טוב, וואס באשטייט פון א גאר שיינע חלק פון יאר, און פילע פרטים פון די הלכות זענען שטארק אומבאקאנט, וואס איז גורם אז מען זאל חלילה וחס קענען בשוגג נכשל ווערן אין די הארבע זינד פון "חילול שבת". אבער מיט'ן אויבערשטנעס הילף די וואס וועלן מיטהאלטן וועלן קענען זוכה זיין צו היטן דעם הייליגן שבת כהלכתו, וואס אין איר זכות וועט מען זוכה זיין צו די פילע ברכות וואס דער הייליגער שבת געבט. &nbsp; ואם יצא אדם חובת היום אשרי לו

    < זעה מער יב תמוז תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 46 to 60 of 298 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 19 20
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com