Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שיינע שמחת בר מצוה פון הב' נחמן יואל וועבערמאן בן הר"ר אהרן שליט"א

    פארגאנגענעם שב"ק איז אריינגעגאנגען לעול התורה והמצות הבחור החשוב הב' נחמן יואל וועבערמאן הי"ו פון די תלמידים פון די הייליגע ברסלבער חדר אין וויליאמסבורג, א זון פון הר"ר אהרן שליט"א, א זון פון הר"ר שלום וועבערמאן שליט"א, מנהל בית רחל סאטמאר קרית יואל. די סעודת הבר מצוה איז פארקומען נעכטן מוצש"ק אין ביהמ"ד בנין אריאל אין קרית יואל, ווי עס איז סערווירט געווארן א באשיידענע סעודה, און מ'האט זיך געפרייט מיט די גרויסע שמחה פונם חתן בחור וואס איז אריין לעול התורה והמצות. דער טאטע האט אויפגעטרעטן און זיך באדאנקט פאר זיינע חשובע עלטערן, און ארויסגעברענגט אז דאס קומט אלץ פון די חינוך וואס זיינע עלטערן האבן אריינגעלייגט אין אים, און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון חינוך, אריינלייגן אין די קינדער אז די אמת'ע תכלית אויף דער וועלט איז נאר תורה און מצות. אויך האט ער ארויסגעברענגט אז פונקט ווי די בר מצוה איז געווען אין שול, זאל דער אייבישטער העלפ ער זוכה זיין אז אויך די חתונה זאל פארקומען אין א שול. היינט זונטאג אינדערפרי איז געווען א גרויס שמחה אין קעמפ ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געלייגט תפילין פארן בחור צום ערשטן מאל.   ומשפע מצות תפילין יתמשך עלי להיות לי חיים ארוכים ושפע קודש

    < זעה מער יח תמוז תשע"ט 📝
  • סיום מסכת תענית, הונדערט און איין מאל

    די וואך מאנטאג איז פארגעקומען אין קעמפ א שיינע סיום מסכת תענית, הונדערט און איין מאל, דורך הבחור החשוב לייבי ראטה ני"ו. נאכדעם וואס ער האט זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס, האט ער זיך גענומען צו מסכת תענית, עס איבערצוגיין הונדערט און איין מאל, אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט פאר די בחורים, און די וואך האט ער זוכה געווען עס צו ענדיגן. מאנטאג נאכט נאך מעריב איז זיך דער עולם צוזאמגעקומען אין בית המדרש זיך מיטצופרייען מיט די שמחה של תורה. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט און ארויסגעברענגט אז אויסער די געוואלדיגע התמדת התורה פונעם בחור המסיים, דארף מען ארויסהייבן זיין איבערגעגעבנקייט פאר די ישיבה, אז ער גרייט צו דאס עסן פאר די בחורים, און אזוי ווייטער העלפט ער ארויס מיט וואס עס פעלט נאר אויס. און דאס וועט אים זיכער באגלייטן זיין גאנץ לעבן, אז ער וועט מצליח זיין אויך נאך די חתונה, צו וויסן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין יעדן מצב. &nbsp; כי הם חיינו!

    < זעה מער יד תמוז תשע"ט 📝
  • שיינע ברית ביים ראש ישיבה שליט"א

    מיט גרויס שמחה איז אפגעהאלטן געווארן פארגאנגענעם מוצש"ק די וואך-נאכט ביים ראש ישיבה, ביים מלוה מלכה אין קעמפ, ווי דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע דרשות חיזוק, ווי דער ראש ישיבה'ס שטייגער איז יעדע וואך אין קעמפ, ווי פילע אידן פון די גאנצע קעטסקיל בערג קומען צו פארן צו קענען הערן דברי התחקות, צו קענען אנגיין ווייטער. דער ברית איז פארגעקומען אין בארא פארק ביים גרויס זיידן כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א,&nbsp;ווי דער זיידע קארלסבורגער רב איז געווען סנדק, ויקרא שמו בישראל "מנחם".&nbsp; די סעודה איז געווען אין ביהמ"ד, ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט, און ארויסגעברענגט צווישן אנדערע אז "כשם שנכנס לברית", אז פונקט ווי די ברית איז אין שול "כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים", אזוי אויך זאל די בר&nbsp; מצוה און די חתונה פארקומען אין שול. דערנאך האבן ביידע געהויבענע זיידעס הגה"צ רב הצעיר דקאלרסבורג שליט"א און הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א גערעדט דברי תורה וברכה, און דערנאך האט דער עלטער זיידע כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי תורה וברכה. דער אייבישטער זאל העלפן דער ראש ישיבה זאל זען נחת פון דעם קינד און אלע אנדערע קינדער, און זאל זוכה זיין ווייטער צו קענען איבערגעבן די הייליגע עצות און חיזוק פון הייליגן רבין פאר אידן איבער די גאנצע וועלט אזוי ווי ער האט מקבל געווען פון מוהרא"ש ז"ל. &nbsp; כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים

    < זעה מער יג תמוז תשע"ט 📝
  • שמחות ביים ראש ישיבה - וואך נאכט מוצש"ק אין קעמפ, ברית זונטאג אין בארא פארק

    אין נאמען פון די פילע טויזנטער אידן איבער די וועלט וועלכע שעפן חיזוק און התעוררות פון די חיזוק און עצות, שיעורים און דרשות; וואונטשן מיר א הארציגע ברכת מזל טוב פאר'ן ראש ישיבה שליט"א צו די געבורט פון א אינגל למזל טוב. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זען אסאך אידיש נחת פון דעם קינד און פון אלע זיינע קינדער און תלמידים, דורות ישרים ומבורכים, געזונט און פרנסה מיט פיל אידיש נחת. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש צו מחזק זיין אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט, אריינברענגען די עצות פון הייליגן רבי'ן אין אידישע קינדער, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, מיט בני ברוכי חיי אריכי ומזוני רויחי וסייעתא דשמיא. ווי עס זעט אויס וועט די ברית אי"ה פארקומען בזמנו. די וואכנאכט וועט אי"ה פארקומען דעם מוצאי שב"ק פ' חקת אין מחנה היכל הקודש ברסלב, 177 אלד רוט 17, מאנטיסעלא.&nbsp; די ברית וועט אי"ה פארקומען זונטאג פ' בלק, אין בארא פארק אין ביהמ"ד יראי ה' קארלסבורג, ביים גרויסן זיידן כ"ק הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א, אויף 1556 53 סט. שחרית וועט זיין אי"ה אום 8:30, און דער ברית אום 9:30. די זמנים וועלן בעז"ה זיין גאר פונקטליך. פאלגענד איז א ציטאט פון א בריוו פון מוהרא"ש (דאטירט ד' שבט תשע"ד) איבער די גרויסקייט פון זיך באטייליגן ביי א ברית (איבערגעטייטש אויף אידיש): "איך בין אייביג מעורר מ'זאל זיך גיין צו א ברית, ווייל אליהו הנביא איז דארט, און מ'קען דאן פועל'ן אלעס וואס מ'דארף. וויפיל וואלט א מענטש באצאלט צו האבן גילוי אליהו? און ביי א ברית, איז אליהו הנביא זיכער דארט, דערפאר וואויל איז דער וואס גייט צו יעדע ברית, וועט מען אים זיכער מוחל זיין אלע עבירות..." (שו"ת ברסלב)

    < זעה מער ח תמוז תשע"ט 📝
  • היינט נאכט: רייכע נאכטמאל אין וויליאמסבורג לטובת די בארימטע כולל היכל הקודש ברסלב

    היינט מיטוואך נאכט פרשת חוקת וועט בעז"ה פארקומען א שיינע מסיבה לטובת די בארימטע ברסלבע כולל וואס ווערט אנגעפירט דורכן ראש ישיבה, ווי עס הארעווען אינגעלייט און זענען זיך ממית באהלה של תורה מתוך הדחק, טייערע אברכים וואס תורתם אומנתם, און זענען זיך משלים אין די הייליגע ווענט פון כולל מיטן לערנען ש"ס ופוסקים. דער נאכטמאל וועט אי"ה פארקומען אין שטוב פון מו"ה יצחק אייזיק ראטה הי"ו אויף 517 דיקאלב עוו. אין ניי וויליאמסבורג אום אכט אזייגער. עס וועט אי"ה סערווירט ווערן א רייכע נאכטמאל פאר אלע משתתפים. עס וועט אי"ה זיין א רייכע פראגראם. אום 7:45 וועט זיין א טשאלענט באפעי, אום 8:00 וועט מען עסן א געשמאקע נאכטמאל בשבת אחים גם יחד, אום 8:25 וועט מען הערן פון מו"ה יענקי פיש הי"ו איבער "מיין ערשטע ראש השנה אין אומאן", אום 8:45 וועט מען אי"ה הערן פון מו"ה יואלי מאשקאוויטש אי"ה איבער זיין ערשטע זומער מיטן ראש ישיבה, און אום 9:00 וועט מען אי"ה הערן פון מו"ה משה יחיאל פעלדמאן הי"ו איבער "מיין זשאב איז גרינגער ווייל איך לעב מיטן אייבערשטן, אום 9:20 וועט מען אי"ה דאווענען מעריב, און אום 9:30 ווען מען האבן א סופרייז גאסט וואס וועט פארשטעלן "איך האב פארלוירן מיין רעצל אין קיעוו". &nbsp; הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד

    < זעה מער ז תמוז תשע"ט 📝
  • ארטיקל: פון היינט און ווייטער פאר איך נאר אויף אן ערשטע קלאס זיץ אויפן פליגער

    איר האט שוין אמאל אריינגעטראכט, איר דארפט ערגעץ פארן אין די מרחקים, איר רופט אן דעם טראוועל אגעט, איר בעט גלייך אָן טראכטן אַן "עקאנאמי קלאס" טיקעט אויפן פליגער, איר קויפט דאס פאר א טויזנט דאלער. איר קומט ארויף אויפן פליגער, איר טרעפט אייער זיץ ערגעץ אין די בעק צוזאם געפרעסט ווי סארדינס, קוים וואס מ'קען דארט זיצן, נישטא קיין פלאץ אפילו פאר דיין פיס, ליגן? חלומ'ט אפילו נישט דערוועגן. אבער איין רגע, פארוואס נישט חלומען? עטליכע פיס אוועק פון דא זיצן אידן ווי אין א פאלאץ, זיי האבן ברייטע באקוועמע לעדערנע פאטעלן, וואס קען ווערן מיט איין קוועטש פון א קנעפל א געהעריגע בעט, זיי קענען פארמאכן די לייטס ווען זיי שמעקט נאר, זיי באקומען זייער עסן סערווירט ווי פאר א קעניג. פארוואס זאל איך נישט קענען האבן דארט א זיץ? איך בין עפעס א שלעפּער? בין איך דען א דריטע קלאס בירגער? ווי איז יושר? איך האב טאקע קוים געקענט צוזאם קראצן ס'געלט פארן טיקעט אין דריטע קלאס, מיט דעם אלעם, פּאסט דאס דען פאר מיר? "די מחסורו אשר יחסר לו" עפעס אזוי זאגט מען... איך וועל נישט איינרוען ביז איך וועל בארגן, שנארן, גנב'ענען (דהיינו בארגן און באצאלן כשירחיב...) כ'מיין, איך גיי דאך דא פליען א גוטע צען שעה, איך מיין אז עס איז ווערט דאס געלט. אז דער איד וועט קומען צו מיר נאך געלט, גלייב איך אז איך וואלט אים געגעבן לכל הפחות א צוואנציגער, אבער נישט פארן טיקעט, נאר איך וואלט אים געשיקט מיט'ס געלט צום דאקטער. "וואס?" וואלט איך געשריגן אויף אים - "פאר די נישטיגע צען שעה פליען דארפסטו אזוי פארפירן?", "אבער מיין שכן פארט מיט די ערשטע קלאס! וואס איז יושר? פארוואס קומט עס נישט פאר מיר? וואס בין איך שולדיג אז איך האב נישט דאס געלט?" שרייט ער... איך מיין אז איך וואלט אים געזאגט "טאקע ביסט א גרויסע רחמנות, אבער נישט ווייל דו קענסט נישט פארן אויף די ערשטע קלאס, נאר ווייל דו פארשטייסט נישט די פשוטסטע זאכן אין לעבן וואס יעדע קינדערגארטן אינגל פארשטייט... דיר האט דער אייבישטער געגעבן אזא לעבן, דו קענסט זיך ערלויבן א דריטע קלאס טיקעט, פריי דיך מיט דעם. דיין שכן דאקעגן, האט דער אייבישטער געגעבן אביסל מער געלט, קען ער זיך עס יא ערלויבן... ער קען יא, און דו קענסט נישט, דו דארפסט נישט האבן וואס יענער האט. לעב פאר דיך וועסטו האבן א גוט לעבן." זייער פשוטע ווערטער, און מ'דארף נישט זיין קיין איינשטיין עס צו באגרייפן. אבער איין מינוט. אפשר איז דער איד וואס מוז פארן מיטן ערשטע קלאס נישט אזא חסר דעה. אפשר... אפשר... איז ער גאר גערעכט. מיט בלויז עטליכע וואכן צוריק האב איך - געלויבט דעם אייבערשטן - א שידוך געטון. איך בין אין זיבעטן הימל. מ'דארף קויפן א ברעיסלעט. יעדער קויפט עכטע שטיינער מיט טייערע צירונג. מ'דארף קויפן איטאליענע פוירניטשור, טייערע מתנות, א בדחן פאר לכל הפחות טויזנט דאלער, א פאפולערע זינגער, א שיינע זאל זאל וכו', איך קען זיך עס נישט ערלויבן. פינטל. אבער - איך מוז עס טון. וואס הייסט? מיין שכן טוט אזוי, מיין שוועסטער מאכט אזוי חתונה, און בכלל איז עס דאך א "אידישע שמחה", און א אידישע שמחה דארף אויסזען לייטיש! (איך זוך נאך די מקור אויף דעם מאמר, ווער עס ווייסט וועלכע יענטע האט דאס אויסגעטראפן וועט בעקומען די אינטערנאציאנאלע יענטע מעדאל) איך בין דען א שלעפער? בין איך דען א דריטע קלאס בירגער? "די מחסורו" שרייען די א.ג. תלמידי חכמים אריין אין מיין אויער, איך האב טאקע קוים דאס געלט אויף א באשיידענע חתונה מיט די וויכטיגסטע געברויכן פאר חתן כלה, אבער מען וועט אויפרודערן א וועלט, מען גייט יעדעם איינשפאנען, אלע שכנים קרובים ידידים יעדער גייט שנארן געלט פאר די חתונה. וואס הייסט, מען קען אים נישט לאזן ווי א שנארער חתונה מאכן! דאס הייסט "בלוט וועט זיך גיסן, אבער שלום וועט זיין..." דערפאר האב איך באשלאסן, אז יעבור עלי מה, איך פאר נאר מיטן ערשטן קלאס. און - ביטע - ווען איך וועל קלאפן אויף אייער טיר פאר א "איד וואס דארף אן ערשטע קלאס טיקעט אויפן פליגער" - געט מיר א שיינע נתינה. איר קענט מיר נישט אזוי פארשעמען, צו דארפן זיצן צווישן אלע שלעפערס אויף די דריטע קלאס פון הונטן. &nbsp; און פון היינט און ווייטער פאר איך נאר אויף אן ערשטע קלאס זיץ אויפן פליגער!

    < זעה מער ו תמוז תשע"ט 📝
  • תלמידים וואונטשן מזל טוב פאר ראש ישיבה לרגל הולדת הבן

    א גרויס שמחה הערשט ביי אלע תלמידים וידידים צום פרייליכן בשורה אז היינט זונטאג אינדערפרי איז געבוירן געווארן צום ראש ישיבה א אינגל. אלע גרייטן זיך צום גרויסן געלעגענהייט ווען דער ראש ישיבה ווען פירן זיין ניי געבוירן אינגל צום פרייליכן גרויס מצוה פון ברית מילה וואס וועט האפענטליך פארקומען קומענדיגע וואך זונטאג פרשת בלק, וואס וועט זיין א געוואלדיגע געלעגענהייט - ווען אליהו הנביא קומט צום ברית און דער אייבישטער איז מוחל אלע עבירות - זיך צו אויסבעטן אלעס גוטס. אלע תלמידים און ידידים ווינטשן א הערצליכן מזל טוב פאר ראש ישיבה און זיין ווייב תחי'. דער אייבישטער זאל העלפן אז דער זיי זאלן זוכה זיין צו זען אסאך אידיש נחת פון דעם קינד און פון די אנדערע קינדער, זיי זאלן זוכה זיין צו מגדל זייערע זיינע קינדער לתורה לחופה ולמעשים טובים געזונטערהייט, און זיי זאלן מכניס זיין דעם רך הנולד בבריתו של אברהם אבינו בעתו במזנו. &nbsp; "רבי שמעון בן גמליאל אומר, כל מצוה שקבלו עליהם בשמחה, עדיין עושים בשמחה, כגון מילה" (שבת קל ע"א) א ברית ביי איינע פון די זון פון ראש ישיבה (כ"ט אייר תשע"ז) א ברית ביי איינע פון די זון פון ראש ישיבה (ר"ח אב תשע"ד)

    < זעה מער ד תמוז תשע"ט 📝
  • דער ראש ישיבה קלאפט מזוזות אין ברסלב כולל קאנטרי

    יעצט ווען מען פארט ארויס צו די מאונטענס און די מיילדעך האבן זיך אריינגעצויגן אין א נייע קעמפ, האט דער ראש ישיבה באשטימט די באנגעלאוס פון נייע מיידל קעמפ פאר די טייערע כולל אינגעלייט פונעם ברסלבן כולל, וואס איז א יחיד במינה, ווי נאר אינגעלייט וואס זענען באמת תורתם אומנתם, זיצן און לערנען פלייסיג און הארעווען און זענען זיך משלים בתורה בש"ס ופוסקים. &nbsp; מען האט זיך אריינגעלייגט וואס שנעלער צו צוגרייטן דאס פלאץ עס זאל זיין פאסיג פאר ערליכע אידן, מען האט באשטימט איין בנין פארן בית המדרש, און דער ראש ישיבה איז געקומען און געשעפט נחת ווי די אינגעלייט זיצן און לערנען פלייסיג, טראץ דעם וואס דער בנין איז נאך בכלל נישט פארטיג און נישט באקוועם צו לערנען דערין. דערנאך האט דער ראש ישיבה געקלאפט מזוזות אויף די טירן.

    < זעה מער א תמוז תשע"ט 📝
  • געביידע אין אומאן מאכט פארשריט יעדן טאג בעז"ה

    געלויבט דעם אייבערשטן אז אין בלויז 3 חדשים פון יעצט וועלן מיר זיך אלע געפינען אין שטאט אומאן בצל הקודש פון הייליגן רבין אויף ראש השנה תש"פ הבעל"ט. די בוי מייסטערס שטרענגען זיך אן און איילן זיך צו צו ענדיגן דעם בנין, אזוי אז אנשי שלומינו זאלן האבן א רואיגע און ריינע ווינקל אינעם ווירבלענדיגן שטאט אומאן, ווי מיר זאלן קענען פארברענגען די פאר טעג מיט הרחבת הדעת. זינט דעם פארגאנגעם ראש השנה איז שוין געמאכט געווארן אסאך פארשריט:* מען האט ארויפגעצויגן די סטרוקטור פון שטאק 5 און 6.* מען האט שוין ב"ה געענדיגט די דרויסענדיגע ווענט פון אלע 6 שטאקן.* די טרעפ פון פארנט און פון הונטן זענען שוין געענדיגט ביז אויבן.* די עלעוועטער שעפט איז שוין פארענדיגט.* מען האט ארויפגעצויגן די קוימען פאר די צוויי גיגאנטישע בוילערס ביזן דאך. יעצט גייט ווייטער אן די ארבעט פלייסיג:* מ'לייגט יעצט די פעך אויפן דרויסנדיגע דאך, עס זאל נישט אריינרעגענען.* מעענדיגט די 12,500 גאלאנדיגער וואסער טאנק.* מארבט אויף די זעקס קוועלער עס זאל בעז"ה שפורדלען פרישע וואסער גענוג פארן געברויך.* מ'עענדיגט צו אינסטאלירן די צוויי גיגאנטישע הייס וואסער בוילערס.* מ'ענדיגט די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן, די טיילס, און בית הכסא'ס. מיר אלע הערן דעם הייליגן רבינ'ס רוף "ווער עס גלייבט אין מיר זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה", מיר גלייבן מיט אמונת חכמים אין הייליג רבין וואס האט געזאגט "יעדער זאל קומען, קיינער טאר נישט פעלן", "אויך וועם איך קען נישט פאררעכטן א גאנץ יאר, קען איך פאררעכטן ראש השנה", און מיר אלע בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאל האבן די זכי' צו פאלגן דעם הייליגן רבין בתמימות ובפשיטות און קומען קיין אומאן אויף קומענדיגן ראש השנה הממשמש ובא, און אויסנוצן די הייליגע טעג זיך אויסצובעטן א גוט יאר פאר זיך און די גאנצע משפחה. פילע האבן זיך שוין טאקע איינגעהאנדלט טיקעטס צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה קיין אומאן, אזוי אויך האבן שוין פילע ארויסגענומען א בעט אינעם נייעם בנין, צו פארברענגען דעם יום טוב צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין א היימישע ערליכע אטמספער. צו דינגען א בעט קען מען רופן 347-452-1936. &nbsp; "מי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה"

    < זעה מער ל סיון תשע"ט 📝
  • ערשינען הערליכע סידיס פון שיעורים פון ספר שמואל א' און ב' פון ראש ישיבה שליט"א

    עס איז א גרויסע שמחה צו לאזן וויסן אז עס איז נארוואס ערשינען די הערליכע וועלט בארימטע שיעורים אין תנ"ך פונעם ראש ישיבה שליט"א. די שיעורים אין תנ"ך ספעצילע בארימט מיט די קלארקייט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערענט, און ווי ער נעמט ארויס די חיזוק און מוסר פון די הייליגע פסוקים וואס מיר דארפן מיטנעמען אויפן טאג טעגליכן לעבן. יעצט זענען מיר צופרידן צו מעלדן אז עס איז שוין דא צו באקומען ביי די מפיצים. אין קעמפ אויף 177 אלד רוט 17, מאנטיסעלא.&nbsp; אדער קען מען רופן אויף 347-509-4908. אזוי אויך קען מען עס דאונלאודן פון דראפ באקס. בעזר ה' וועלן די איבעריגע ספרי תנ"ך פארגעלערענט דורכן ראש ישיבה ערשיינען בקרוב. לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה'

    < זעה מער כח סיון תשע"ט 📝
  • ערשטע שבת אין קעמפ דורך זייער שיין

    פארגאנגעם סוף וואך זענען שוין די משפחות ארויסגעקומען אין קעמפ, צו וויילן אויפן קומענדיגן זומער הבעל"ט. עס איז דורך א זייער שיינעם שבת. נאך די סעודה איז מען זיך צוזאם געקומען צום באטע, ווי דער ראש ישיבה האט געשמוסט שיינע התחזקות. ער האט נאכגעזאגט פון רבין "אִיבֶּער דֶעם הָאבִּן דִי כִּיתָּה גִעקְלֶערְט. אוֹיבּ סֶ'גִעפִינְט זִיךְ אַזאַ בּוֹים וָואס אַלֶע חַיוֹת אוּן אַלֶע עוֹפוֹת זָאלִן וֶועלִן רוּעֶן אִין דֶעם שאטִן פוּן דֶעם בּוֹים, ווַייל דֶער תַּעֲנוּג וָואס סֶ'אִיז דָארְט בַּיי דֶעם בּוֹים הָאט קֵיין שִׁיעוּר נִישט". (מעשה י"ג פון די זיבן בעטלערס) האט דער ראש ישיבה געזאגט עס זענען פארהאן קאנטריס וואס אזא קראוד געפינט זיך דארט אין פלאץ, און אנדערע קעמפס וואס איז געמאכט פאר דער געוויסער קרייז אן אזוי ווייטער, אבער ביים רבין - האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט - איז דער בוים וואס אין איר שאטן ווילן אלע חיות און עופות רוען, נישט קיין חילוק פון וועלכע אפשטאם, קראוד, געזעלשאפלטיכע שטאנד, שבט, אדער גזע, ווייל אלע קומען דא בלויז צו הערן דעם הייליגן רבינס דיבורים, און דער תענוג וואס געפינט זיך ביי דער בוים האט קיין שיעור נישט שבת קודש אינדערפרי נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט סיפורי מעשיות (מעשה י"ב - דער בעל תפלה) "וִוי דֶער בַּעַל תְּפִלָּה אִיז אַזוֹי גִיגַאנְגֶען. הָאט עֶר דֶערְזֶעהְן אַז סֶ'גֵייעֶן מֶענְטשְׁן אוּן בֶּעטִן גָאט בָּרוּךְ הוּא אוּן זֶענֶען מִתְפַּלֵל, אוּן זֵיי טְרָאגִן סְפָרִים פוּן תְּפִילוֹת. הָאט עֶר זִיךְ דֶערשְׁרָאקִן פַאר זֵיי. אוּן זֵיי הָאבִּן זִיךְ פַאר אִים אוֹיךְ דֶערְשְׁרָאקִן. הָאט עֶר זִיךְ גִעשְׁטֶעלְט מִתְפַּלֵל זַיין, אוּן זֵיי הָאבִּן זִיךְ אוֹיךְ גִעשְׁטֶעלְט מִתְפַּלֵל זַיין." האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז דאס איז די עצה פאר די שוועריקייטן פחדים, ענקזייעטיס, פאבעיס א.א.וו. וואס מענטשן גייען היינט דורך. אז דו האסט מורא פון עפעס אנשטאט גיין צו טערעפי, בעט עס דעם אייבערטשן "באשפער, איך האב מורא פון דאס און דאס, העלף מיר עס זאל צו מיר נישט געשען דאס און דאס" אזוי וועט א מענטש ארויסגיין פון אלע זיינע פראבלעמען. תפלה קען ארויס נעמען דעם מענטשפון די גרעסטע תאוות, נסיונות, און עדיקשאנס, נאר בתנאי אז דו געסט נישט אויף, לייג נאך א תפלה און נאך א תפלה, וועסטו זיכער פועלן. דער ראש ישיבה האט דערנאך פארציילט אסאך פערזעליכע מעשיות ווי אידן זענען ארויס פון די גרעסטע צרות דורך תפלה. מוצש"ק ביי מלוה מלכה האט דער ראש ישיבה געזאגט אז מ'פירט זיך צו פארציילן מעשיות פון צדיקים ביי מלוה מלכה ווייל אז מ'וויל א וואך פון הצלחה דארף מען האבן אמונת חכמים, ווי מ'זינגט ביים דעם ניגון "גאט פון אברהם", די וועלט ווינטשט "א וואך פון ישועות, א וואך רפואות, א וואך פון אסאך געלט", האט דער ראש ישיבה געפרעגט, וואס וועט דיר "אסאך געלט" העלפן, אנשטאט דעם דארף מען וויכטיג האבן א וואך פון אסאך אמונת חכמים, ווייל די עצות פון די צדיקים דאס ברענגט אונז אלע ישועות. די בחורים וועלן בעז"ה ארויסקומען אין די קומענדיגע טעג, ווי זיי וועלן מיטן אייבערשטן הילף פארברענגען א זומער אויף די פרישע ריינע לופט אינעם קעמפ וואס דער ראש ישיבה גלייכט צו רופן "א ריהעב פון אמונה", און זיך אנשעפן פרישע כחות צו דינעם דעם אייבערשטן פאר א גאנץ יאר. &nbsp; אט איז דער סדר היום אין קעמפ: ערשטע מנין שחרות 7:15 (זונטאג 8:15) דערנאך אום 8:00 גמרא בבלי ירושלמי דורכן ראש ישיבה (זונטאג 9:00) צווייטע מנין שחרית אום 10:00 (זונטאג 11:00) &nbsp; 2:30 שיעור גמרא דורכן ראש ישיבה מנחה 4:00 שווימען 4:20 סאפער 7:00 שיעור התחקות דורכן ראש ישיבה 8:30 מעריב 9:45 &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה

    < זעה מער כז סיון תשע"ט 📝
  • ניינטע חתונה אין היכל בית המדרש

    דעם דינסטאג איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אליעזר שלמה גרינבלאט הי"ו בן מו"ה מאיר הי"ו, עב"ג בת מו"ה ברוך ברדוגו הי"ו. די פרייליכע חתונה איז פארגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, וואו א שיינע ציבור משפחה און באקאנטע זענען זיך צוזאם געקומען זיך מיטצופרייען מיט די שמחת חתן וכלה. ברוך השם, אז די חתונות אין בית המדרש איז שוין בכלל נישט קיין נייעס, עס איז שוין יעצט די ניינטע חתונה וואס קאסט "גארנישט" פאר די מחותנים. כמעשהו בראשונות כך מעשהו בשניות, אזוי ווי די פריערדיגע חתונות האט מען יעצט נאכאמאל געזען באשיינפערליך אז מ'קען מאכן א הערליכע פרייליכע חתונה, וואס דארף זיך גארנישט שעמען פון סיי וועלכע אנדערע חתונה, און עס דארף נישט ברענגען קיין חובות און עגמת נפש פאר די מחותנים, נאר עס ברענגט שמחה און פרייד, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אסאך אסאך אידיש נחת אויף ווייטער. &nbsp; קול מצהלות חתנים מחופתם!

    < זעה מער כה סיון תשע"ט 📝
  • חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש ברלסב וויליאמסבורג

    א שיינער ציבור איז זיך צוזאם געקומען דעם זונטאג אין תלמוד תורה היכל הקודש אין וויליאמסבורג, צום "חומש סעודה" פאר די קינדערלעך די צאן קדשים פון כיתה א' וואס גייען יעצט אנגעהייבן צו לערנען די הייליגע חומש. עס האט געהערשט א געוואלדיגע שמחה און התרגשות ווען די קינדער זענען אריינגעקומען מיט שטראלענדע געזיכטער אנגעטון מיט בגדי שבת און מיט א קרוין אויפן קעפל, מיט זייער נאמען דערויף. די טאטעס און מאמעס, זיידעס און באבעס, קרובים און באקאנטע, האבן געשעפט נחת צו זען ווי די טייערע קינדערלעך זינגען די שיינע הארציגע ניגונים, און זאגן די הייליגע חומש ויקרא, אזוי ווי דער מנהג איז. דערנאך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פון הר"ר אהרן וועבערמאן הי"ו, וואס האט קינדער און אייניקלעך וואס לערנען אין די ברסלבע תלמוד תורה, ער האט ארויסגעברענגט בשם אלע עלטערן און זיידעס די געוואלדיגע הכרת הטוב וואס זיי האבן פאר די פילע כוחות וואס מען לייגט אריין אין די טייערע קינדער. נאכדעם האט גערעדט דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, ארויסברענגען אז די עיקר נחת וואס מ'נעמט מיט איז נישט דאס וואס די קינדער שטעלן זיך אויף זינגען אזוי שיין, נאר די פילע תורה און תפלה, אמונה און יראת שמים, וואס די קינדער באקומען דעם גאנצן יאר יעדן טאג אין חדר, וואס דאס בלייבט איינגעקריצט אין זייערע ביינער פאר'ן גאנצן לעבן. דערנאך האבן די קינדערלעך באקומען א שיינעם סידור אריינגעקריצט מיט זייער נאמען, און א פעקל נאש. יבואו טהורים ויתעסקו בטהורות! בילדער

    < זעה מער כד סיון תשע"ט 📝
  • נייע מיידל קעמפ ווערט באנייט

    דאס יאר האט מען ברוך השם באוויזן צו קויפן א נייעם קעמפ פאר די מיידלעך, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען עס שוין באנייען אויף דעם זומער. די מיידלעך וועלן אי"ה פארברענגען אינאיינעם דעם זומער אין אן אטמאספער פון אמונה און יראת שמים, אויף א געשמאקן און ערליכן פארנעם, מיט די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן, וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן די מיידלעך גאר שטארק הנאה האבן די ניין וואכן אין קעמפ, און אהיימקומען מיט פילע פעק פון יראת שמים, תפלה, אמונה, און מדות טובות. &nbsp; כה תאמר לבית יעקב!

    < זעה מער כג סיון תשע"ט 📝
  • פרייליכע חתונה היינט נאכט אין בית המדרש

    היינט דינסטאג נאכט שלח וועט בעזרת השם פארקומען א פרייליכע חתונה אין ביהמ"ד, ווען החתן אליעזר שלמה גרינבלאט נ"י א תלמוד פון ישיבה תפארת התורה וועט גיין אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת עב"ג די טאכטער פון מו"ה ברוך ברדוגו הי"ו מחשובי אנשי שלומינו פון בארא פארק. אזוי ווי אלע פריעדרדיגע אכט חתונות אין בית המדרש ווערט דער חתונה ערווארטעט צו זיין גאר פרייליך און געשמאק, ווען אש שיינע ציבור קרובים און ידידים וועלן זיך צוזאם קומען און זיך משמח זיין בשמחת חתן וכלה. עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים

    < זעה מער כב סיון תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 1381 to 1395 of 1666 results

1 2 ... 90 91 92 93 94 95 96 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com