Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • גליון היכל הקודש גרייכט ציפער פון 400 גליונות

    דער וועלט בארימטער גליון היכל הקודש איז שוין היינט וועלט בארימט איבער די גאנצע וועלט, מיט וואס צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט (בלי גוזמא) זענען זיך מחיה וואך איין וואך אויס, האט נארוואס אפגעצייכעט דער געוואליגער ציפער פון 400 גליונות, דאס איז א קיימא לן פון בערך 8 יאר, וואס עטליכע אידן זענען זיך מוסר נפש בלי שום תשלום גמול און ארבעטן שעות על גבי שעות יעדע וואך אלעס נאר בכדי צו נאך איד זאל מחזק זיין און מחיה זיין און טרעפן עצות און התחזקות, ער זאל זיך ווידער שטארקן אהיים צו גיין און זיך איבערבעטן מיט זיין ווייב, ער זאל זיך אויפוועקן פון שלאף און זיך דערמאנען אז עס איז יא דא צו וועם צו גיין אין אן עת צרה, ער זאל זיך עפענען דאס מויל און געבן א קרעכץ צום אייבערשטן "באשעפער, איך וויל זיין ערליך", ער זאל טראכטן א מינוט פון תכלית, און אנהייבן פון יעצט עפענען א חומש, א משניות, א גמרא, און אריינכאפן עטליכע מינוט יעדן טאג פון לערנען די הייליגע תורה, און עפעס מיטנעמען מיט זיך אויף יענע וועלט. גאר אסאך אידן פארציילן ווי דער גליון האט זיי שוין געראטעוועט אין א שווערע מינוט, ווען זיי האבן "פונקט" (דהיינו בהשגחה עליונה) באגעגענט דעם גליון און געזען א ווארט פון רבין, א מעשה'לע פון מוהרא"ש, א טרעפליכע תשובה פון ראש ישיבה, און דאס האט זיי געכאפט, און האט זיי צוריק געברעגנט, און האט זיי געראטעוועט פון טון נארישקייטן. אִיר מֶעגְט עוֹסֵק זַיין אִין אַנְדֶערֶע פַּרְנָסוֹת אוֹיךְ. נָאר דָאס זָאלְט אִיר זֶען תָּמִיד צוּ טָאן, אָנצוּטְרִינְקֶען בֵּיימֶער (סיפורי מעשיות, מעשה ג' - מחיגר)

    < זעה מער ה אלול תשע"ט 📝
  • גרויס פארשריט ווערט געמאכט אין די מקוה אין אומאן

    ווי שוין איבערגעגעבן אין א פריערדיגע באריכט האט מען באשטעלט א טייערע פארגעשריטענע פילטער פון א אידשע פירמע אין ארץ ישראל, וואס איז ספעציעל געאייגענט צו האלטן מקוואות ריין און זויבער. ווי נאר דער פילטער איז אנגעקומען, האט מען זיך גלייך גענומען צו די ארבעט דאס צו אינסטאלירן, און ב"ה מען קען שוין איבערגעבן אז דער פילטער איז שוין גוט אינסטאלירט, און וועט שוין דינען דעם ציבור בעז"ה אויפן קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט. אזוי אויך ווערט געמאכט אסאך פּראגרעס אין די הייצינג סיסטעם פון די מקוה. מען לייגט יעצט אריין אן "אלומינום ראדיעטאר הייצונג סיסטעם", - א סיסטעם פון געדרייטע פייפס - וואס רוב מקוואות נוצן טאג טעגליך צו הייצן. מען האפט אז ביז א וואך וועט מען פארטיג ווערן מיט די הייצונג ארבעט בעז"ה. אין אנדערע נייעס פונעם בנין אין אומאן: * די פענסטערס (פון די אויבערשטע צוויי - דערווייל אומבאנוצטע - שטאקן) זענען שוין אינסטאלירט געווארן ב"ה. * מ'האט שוין אנגעהויבן צו אינסטאלירן די פלאמבינג פון די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן. * די עלקטריק פון די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן וועט שוין בעז"ה זיין פערטיג די וואך. * מ'דארף נאך קויפן טיילס פאר די האלוועי פון די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן. * קומענדיגע וואך דארף שוין אנצוקומען די גרויסע פענסטערס פאר די סטעפס. &nbsp; מיר זענען שוין ב"ה אריין אינעם חודש הרחמים והרצון, דער חודש אלול, און מיר גרייטן זיך אלע מיט תורה, תפילה, און מעשים טובים צום גרויסן טאג ראש השנה ווען דער אויבערשטערן איז דן יעדעם באזונדער, מי יחיה ומי ימות, מי במים ומי באש וכו' וכו', און מיר זענען מתפלל צו מקיים זיין וואס דער רבי האט געבעטן "ווער עס גלייבט און מיר זאל קומען אויף ראש השנה", און ער האט געזאגט אז ער וועט אונז מתקן זיין "אפילו וועם איך קען נישט א גאנץ יאר", און מיר וועלן פועלן דארט ביים אייבערשטן א גוט און זיס יאר ישועות, רפואות און שידוכים פאר אונז, אונזערע משפחות, און פאר גאנץ כלל ישראל.

    < זעה מער ד אלול תשע"ט 📝
  • ישיבה תפארת התורה האט זיך שוין צוריק געקערט קיין וויליאמסבורג

    געלויבט השם יתברך, אז עס איז דורך א הערליכע זומער אין מחנה תפארת התורה אין מאנטיסעלא, ווי די בחורים און אינגעלייט האבן אויסגענוצט די זומער וואכן מיט טויזנטער בלעטער גמרא, משניות, און נאך פילע לימודים, אזוי אויך האט עס געדינט אלץ א "ריהעב פון אמונה", ווי מען האט זיך אנגעשעפט מיט אמונה אקסיזשען פארן גאנצן קאלטן ווינטער. יעצט ווען דער זומער סעזאן האט זיך שוין געענדיגט, איז די ישיבה גלייך ממשיך מיטן סדר היום אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. ווי די בחורים וועלן זיצן און לערנען פלייסיג א גאנצן טאג, און אזוי אויך וועלן די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א ווייטער פארקומען טעגליך און וועכענטליך מיטן אייבערשטנס הילף. אזוי אויך זענען די בחורים ממשיך מיט'ן לערנען יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, וואס וועט בעז"ה אנהאלטן ביז ראש השנה, און מיט דעם זענען די בחורים מקיים די סגולה וואס מוהרא"ש האט געגעבן פאר די בחורים מיט אכט יאר צוריק ווען ער האט באזוכט אין קעמפ, אז ווער עס וועט ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית פאר פערציג טעג און א ציה, אנגעהויבן פון חמשה עשר באב, וועט טרעפן זיין שידוך. און אזוי האלטן די בחורים אן דעם איינפיר זינט דעמאלטס, און ב"ה זעען אפענע ישועות. די בחורים טרעפן גוטע שידוכים איינע נאכן צווייטן. דער סדר היום אין ישיבה אין וויליאמסבורג איז ווי פאלגענד: אכט אזייגער אינדערפרי הייבט זיך אן די שיעורים; דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר א בלאט גמרא בבלי יעדן טאג, זונטאג איז דאס ניין אזייגער. דעם שבת'דיגן דף לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר מוצאי שבת קודש גלייך נאכ'ן זמן. בערך אכט דרייסיג &ndash; גלייך נאכ'ן בלאט גמרא לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א בלאט ירושלמי; היינט האט מען זוכה געווען מסיים צו זיין תלמוד ירושלמי &ndash; סדר זרעים, מארגן הייבט מען אן ירושלמי סדר מועד, מסכת שבת. נאך די צוויי שיעורים גיבט דער ראש ישיבה שליט"א א שמועס פאר די מלמדים; עצות און חיזוק ווי אזוי צו זיין א גוטע מלמד. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מלמדים דארפן יעדן טאג הערן חיזוק, ווייל זייער אמט אז זייער אן אחריות'דיגער. צען אזייגער דאווענט מען שחרית, נאכדעם לערנען די בחורים &ndash; יעדער פאר זיך &ndash; זייערע שיעורים; חומש רש"י, ח"י פרקים משניות און גמרא; נאכדעם צוויי אזייגער לערט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א שיעור אין גמרא רש"י ביז הלכה. דריי אזייגער דאוונט מען מנחה און פינף אזייגער לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר די טעגליכע וועלט בארימטע שיעור התחזקות, געפלאכטן מיט דיבורים פון רבי'ן און מוהרא"ש. אין דריי וואכן ארום פארט די גאנצע ישיבה בעזר השם אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א קיין אומאן; מיר אלע בעטן דעם אייבערשטן צו קומען, און צעברעכן אלע מניעות. ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לא יֵעָדֵר. כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און עס איז מיר א וואונדער אויף די מענטשן וואס גלייבן אין מיר, און זיי זענען מקורב צו מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מודיע זיין פאר אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה? קיינער טאר נישט פעלן, ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה". &nbsp; נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה; לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּראשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ, תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אז איך ווייס וואס איז 'ראש השנה', און נישט נאר ענק, נאר די גאנצע וועלט איז געוואנדן אין מיין ראש השנה.

    < זעה מער ג אלול תשע"ט 📝
  • א הערליכע זומער איז דורך אין מחנה תפארת התורה

    נאך צוויי לעכטיגע חדשים וואס די בחורים האבן זוכה געווען צו זיין אין קעמפ, און זיך אנגעפילט מיט תורה ותפלה און יראת שמים מיט התחזקות, פארן די בחורים יעצט צוריק אין שטאט, און נעמען מיט אלעס וואס מען האט זיך איינגעזאפט אין די זומער צווישן די בערג צו די&nbsp;שטאט, צו ממשיך זיין ביתר שאת וביתר עז מיט די אלע הייליגע לימודים וואס מען האט אריינגעכאפט אין קעמפ. דער יעצטיגער זומער איז געווען גאר א ספעציעלער זומער, די בחורים האבן אויסגענוצט די צייט און זיך אנגעפילט מיט תורה, עבודה און יראת שמים. טויזנטער פרקים משניות און בלעטער גמרא זענען געלערנט געווארן אין קעמפ, אויסער די פילע אנדערע שיעורי תורה וואס די בחורים האבן אריינגעכאפט. עס פארט זיך אהיים גאר אנדערש וויסענדיג אז מען נעמט עפעס מיט אין די האנט, מען פארט אהיים אנגעפולט מיט תורה ועבודה. יעצט הייבט מען שוין אן דעם סדר הלימודים אין ישיבה אין וויליאמסבורג, און זיך גרייטן צו די געהויבענע נסיעה צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה אין אומאן, די גאנצע ישיבה וועט אי"ה פארן אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה, זיך אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר, און זוכה זיין צו די אלע גוטע הבטחות וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה. אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו!

    < זעה מער א אלול תשע"ט 📝
  • רענאוואציעס אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג

    אין די לעצטע עטליכע וואכן - ווען רוב ציבור האט זיך געפינען אין די קעטסקילס - האבן די עסקנים אריינגעלייגט גרויסע כחות איבערצופרישן דעם בית המדרש, מען האט געסקרעיפט דעם פלאר, און שיין איבערגעמאכט די ווענט, געפארבט און פארראכטן אלעס וואס האט זיך אויסגעפעלט. דער גרויסער היכל וועלכע דינט שוין צענדליגע יארן אלץ א צענטראלע ביהמ"ד פאר די קהילה, ווי מען דאווענט און מען לערנט יעדן טאג, עס קומען דארט פאר פארשידענע כינוסים במשכ'ן יאר, ווי יארצייט סעודות, מסיבות, שמחות, א.א.וו. אזוי אויך דינט עס א גאנצע וואך במשך אלע שעות פון טאג אלץ בית המדרש פון די הייליגע ישיבה ווי די בחורים זיצן און לערנען, אזוי אויך לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר דא אין בית המדרש עטליכע שיעורים א טאג, איין שיעור אין גמרא אינדערפרי פארן דאווענען, א שיעור אין גמרא פאר די בחורים אינמיטן טאג, און א שיעור אין התחזקות יעדן נאכמיטאג, אזוי אויך געבט דער ראש ישיבה שליט"א א שיעור פאר אינגעלייט יעדע דאנערשטאג אווענט, ועל כולם קומט פאר אינעם בית המדרש די וועלט בארימטע חתונות בחנם, ווי די שמחה איז עד לב השמים, און מען טאנץ מיט אזא שמחה אזש די ווענט שפירנגען מיט. דאס אלעס האט צוגעברענגט אז דער בית המדרש איז געווארן אפגענוצט, און דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן מען זאל איבערפרישן דעם בית המדרש דער בית מקדש מעט ווי עס פאסט פאר א הייליג ביהמ"ד. א ספעציעלע דאנק קומט זיך פאר העסקן הדוגל מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו פון "אפעל וואודווארקס" וואס יום ולילה לא ישבות, און האט אריינגעלייגט גאר אסאך צייט, כח און געלט, לפאר ולרומם בית ה'. די זכותים וואס וועט בעז"ה ארויסקומען פון דעם בית המדרש, ווי עס וועט געלערענט ווערן צענדליגע טויזנטער שעות תורה, פילע הונדערטע אידן וועלן באקומען פון דא טאנען פון חיזוק און האפענונג, מיליאנען דאלער אידיש געלט וועט בעז"ה דא געשפארט ווערן, וועט אוודאי גיין אויפן קאנטע פון די אלע עוסקים במלאכת הקודש.

    < זעה מער כח אב תשע"ט 📝
  • פרויען צוזאמקום פון ערב ר"ח אלול

    די חשובע פרויען אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען זיך צו מחזק זיין איינע דעם צווייטן, איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק, אין קרית יואל, אין קעמפ, אין זשערסי סיטי, און אין ירושלים עיה"ק. אזוי אויך וועט מען אויפשפילן א רעקארדירטע דרשה פון די ראש ישיבה שליט"א ספעציעל פאר די חשובע פרויען, צו געבן חיזוק פאר די טייערע אידישע פרויען וואס בויען אויף כלל ישראל מיט מסירת נפש. אזוי אויך וועט מען דארט האבן די געלעגענהייט צו ברענגען וועש און קליידער אין א גוטע צושטאנד, וואס די באטייליגטע וועלן יעדער זיך קענען אויסוועלן וואס זיי דארפן פאר זיך, און אזוי וועט געשפארט ווערן טייערע אידיש געלט. &nbsp; די צייטן און לאקאציעס זענען ווי פאלגענד: * אין קרית יואל: דינסטאג ראה כ"ו אב, 9:00 אווענט, אויף 6 גארפיעלד רד. * אין די קעטסקילס: מיטוואך ראה, 10:00 אווענט, אויף 117 אלד רוט 17, מאנטיסעלא * אין דזשורסי סיטי: מיטוואך ראה, 9:00 אווענט, אויף 54 רענדאלף עוו. * אין ירושלים עיה"ק: מיטוואך ראה, כ"ז אב, רופט 058-327-5645

    < זעה מער כז אב תשע"ט 📝
  • בחורי הישיבה פארן ארויס צום ציון הקדוש פון רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל ביומא דהילולא

    היינט דינסטאג גייען די בחורים בעז"ה ארויספארן אינאיינעם צום ציון הקדוש אין קרית יואל זיך אויסצובעטן אלעס גוטס אין טאג פונעם יארצייט פון רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל. אזוי ווי עס איז שוין איינגעפירט אלע יארן, פארן די בחורים ארויס אינאיינעם יעדעס יאר צו די יארצייט, אויסצונוצן דעם גרויסן טאג און זיך אויסבעטן בדבר ישועה ורחמים ביים ציון הק'. דאס איז אויסער עטליכע מאל במשך די יאר וואס די גאנצע ישיבה כאפט זיך אריבער אינאיינעם זיך אויסצובעטן ביים ציון הק' אין יעדע דערהויבענע געלעגנהייט. פאריאר נאכן פוקד זיין דעם הייליגן ציון אין קרית יואל זענען די בחורים זיך צוזאמגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש אין קרית יואל וואו עס איז פארגעקומען א סעודת הילולא. ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן הר"ר יואל פארקאש שליט"א וואס האט ארומגערעדט שיינע ענינים פונעם בעל הילולא. צווישן אנדערע האט ער דערציילט אז ווען מוהרא"ש איז געקומען אמאל צו א הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דארט אין בית המדרש, בהשתתפות הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש, האט מוהרא"ש געזאגט דעמאלט אז רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל האט זיכער א נחת רוח אז אין זיין שטעטל וואס ער האט געבויעט מיט בלוט און שווייס, געפונט זיך א הייליגע ברסלב'ע שול, וואו אידן דינען דעם אייבערשטן מיט די חיזוק און לימודים פון הייליגן רבי'ן, און גלייכצייטיג רירט מען זיךנישט אוועק פון די הייליגע מסורה וואס ער האט געלערנט אלע יארן. מוהרא"ש פלעגט אסאך נאכזאגן וואס ער האט אליין מיטגעלעבט און געהערט פון רבי'ן פון די יארן ווען ער האט זוכה געווען זיך אסאך צו דרייען ביי אים, צוצוקוקן צו זיין עבודת הקודש, און צו הערן זיינע הייליגע תורות. און מוהרא"ש פלעגט זיך אויך כסדר אריבערכאפן קיין קרית יואל זיך אויסצובעטן ביים ציון הק'. תורתו מגן לנו, הוא מאירת עינינו! &nbsp; אויפן בילד, דער ראש ישיבה שליט"א איז פוקד דעם ציון פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע אין די פריע פארטאגס שעה'ן

    < זעה מער כו אב תשע"ט 📝
  • פארשריט ביים נייעם בנין אין אומאן

    שטיינענדיג שוין ווייניגער פון פינף וואכן ביז מיר וועלן בעזר השם זיך הייבן אין די לופטן צו פליען פון אלע עקן וועלט צום ציון פון הייליגן רבין אין עיר הקודש אומאן, פילן מיר פאר וויכטיג צו האלטן דעם חשובן ציבור אפדעיטעד מיט די פארשריט וואס ווערט געמאכט טאג טעגליך ביים נייעם בנין אין אומאן, ווי הונדערטער אנשי שלומינו וועלן וויילן פאר ראש השנה אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א, ווי מען וועט דאווענען אלע תפילות מיט השתפכות הנפש, און לערנען יעדן טאג די שיעורים כסדר, און עסן די סעודת שבת ויום טוב אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א. אזוי אויך וועלן די קינדער ווערן באגלייט דורך די גאנץ יעריגע איבערגעגעבנע מלמדים, וועלכע וועלן לערנען און דאווענען מיט די קינדער. יעצט ווען די שורות ווערן געשריבן קען מען שוין ב"ה שרייבן אז מען האט שוין אינגאנצן געענדיגט דעם דאך פון אויבן. די רופינג ארבעט איז שוין ב"ה קאמפליט פארטיג, עס וועט שוין בעז"ה נישט אריינרעגענען פונעם דאך. אזוי אויך האט מען שוין באשטעלט די פענסטערס פאר די העכסטע צוויי שטאקן (וואס וועט נאך נישט זיין אין באנוץ היי יאר) אויך איז שוין באשטעלט געווארן די הערליכע שטארקע גלאזענע ווענט פאר די טרעפן צימער פון אונטן ביז אויבן - וואס וועט זיין העליך שיין, עס וועט האבן א ספעציעלע טינט מ'זאל קען געהעריג ארויסקוקן, און אויך וועט די ליכטיגקייט פון די זון הערליכע אריינקומען, אבער פונדרויסן וועט עס זיין ווי א הערליכע שווארצע שפיגל. העכער די טרעפ וועט אינסטאלירט ווערן א הערליכע זעקס פוסיגע רינדיגע שווארצע שפיגל גלאז, דערויף וועט געלייגט ווערן א הערליכע גאלדענע "ברסלב קרוין", וואס וועט צוגעבן א פראכט צום בנין. יעצט ווערט אריינגעלייגט אסאך ארבעט אין די קאך,&nbsp; עס ווערן אינסטאלירן געהעריגע קאמערציאלע סינקס, עס ווערן געבויט געהעריגע שעלפס, און אזוי ווייטער. אזוי אויך ארבעט מען יעצט פעסט אויף די פערטע שטאק (די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן, וואס גייט היי יאר בעז"ה באנייט ווערן), מלייגט ווייטער די טיילס, עס ווערן אינסטאלירט די טירן, עס ווערן געצויגן עלעקטריק און פלאמבינג, און דערנאך וועט מען בעז"ה פעינטן. הראש השנה שלי עולה על הכל בילדער פון די ארבעט &nbsp; א הארציגע מוזיק ווידיא איבער די גרויסקייט פון זיין ראש השנה אין אומאן

    < זעה מער כה אב תשע"ט 📝
  • פרייליכע חתונה אין יבנאל פון א תלמיד הישיבה

    פארגאנגענעם דינסטאג איז פארגעקומען די חתונה פון החתן מו"ה משה ראזענבערג ני"ו בן מו"ה יצחק הי"ו, פון די חשובע תלמידים אין ישיבה, עב"ג בת מו"ה משה נתן שטיינער הי"ו פון ירושלים עיה"ק. די חתונה איז פארגעקומען אינעם ברסלבער שטעטל יבנאל וואס מוהרא"ש זי"ע האט אויפגעשטעלט, אין די זאל אונטער'ן גרויסן בית המדרש, וואס מוהרא"ש האט געבויעט ספעציעל פאר דעם צוועק אז מ'זאל קענען חתונה מאכן די קינדער גרינג און ביליג, אן דעם וואס מ'זאל זיך דארפן אנ'חובות'ן פאר נארישע אומזיסטע הוצאות. דער קלוגער חתן מיט די קלוגע מחותנים האבן זיך געמאכט דעם חשבון אז ס'איז א שאד אוועקצואווארפן אזויפיל אידיש געלט פאר נארישע כבוד המדומה, וואס קיינער האט גארנישט דערפון א טאג נאך די חתונה, און דעריבער האט מען געמאכט די חתונה אינ'ם זאל אין יבנאל. דער זאל זעלבסט ווערט צוגעשטעלט אינגאנצן בחנם, די אנשי הקהלה אין יבנאל האבן געקאכט פאר די שמחה, און ביי די חתונה האבן אויך די ארטיגע אידן ארויסגעהאלפן מיט אלע צוגעהער, אראפצושטעלן דאס עסן אויף די טישן, פון וואו יעדער זאל זיך קענען נעמען לויט זיין באגער אין די פלאסטיק געשיר וואס איז געווען צוגעשטעלט. די מוזיק און זינגער זענען טאקע געווען בלויז א 'די-זשעי סיסטעם', אבער די שמחה וואס מ'האט געשפירט אין די לופטן איז געווען אומבאשרייבלעך. דער עולם האט זיך געהויבן אין די לופטן און משמח געווען חתן כלה, עס איז געווען גאר אן אויסנאם פרייליכע חתונה. ס'האט זיך נאכאמאל ארויסגעשטעלט אז מ'קען מאכן א הערליכע פרייליכע חתונה, וואס דארף זיך גארנישט שעמען פון סיי וועלכע אנדערע חתונה, און עס דארף נישט ברענגען קיין איבריגע חובות און עגמת נפש פאר די מחותנים, נאר עס ברענגט שמחה און פרייד, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אויך אסאך אידיש נחת אויף ווייטער. קול מצהלות חתנים מחופתם!א קליפ פון די פרייליכע חתונה &nbsp; בילדער פון די פרייליכע חתונה

    < זעה מער כד אב תשע"ט 📝
  • סיום אין קעמפ פון מסכת תמורה בבלי און מסכת ערלה ירושלמי

    דעם מיטוואך אינדערפרי, נאכ'ן טעגליכן שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א פון א בלאט גמרא בבלי און ירושלמי, איז פארגעקומען א שיינע סעודת מצוה לכבוד די סיומים פון די וואך, ווען מ'האט געענדיגט גמרא מסכת תמורה און ירושלמי מסכת ערלה. ביים סיום האט דער ראש ישיבה נאכגעזאגט וואס דער הייליגער רמב"ם שרייבט ביים סוף פון הלכות תמורה, א טעם אויף די מצוה פון תמורה, אז ווען א מענטש האט א בהמה וואס איז א קרבן און ער זאגט אז ער וויל עס אויפטוישן אז די קדושה זאל אריבערגיין צו א צווייטע בהמה, זאגט די תורה אז ביידע בהמות ווערן הייליג, זאגט דער רמב"ם אז דער אייבערשטער ווייסט אז א מענטש האט ליב געלט, ער שוינט אויף זיין געלט, און דעריבער האט דער אייבערשטער געוואוסט אז ס'קען זיין אז א מענטש וועט זיך כאפן אז ער האט אוועקגעבן צו א גוטע בהמה פאר א קרבן, און ער וועט דאס וועלן אויפטוישן אויף א שוואכערע בהמה, און דערפאר זאגט די תורה אז ביידע בהמות ווערן קרבנות. האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט מיט דעם אז די אלע געלט וואס א מענטש לויפט אזוי שטארק נאך, וועט נישט בלייבן מיט'ן מענטש, אזוי ווי דער רבי זאגט אז געלט מיט'ן מענטש גייען נישט אינאיינעם פאר צו לאנג, אדער נעמט מען אוועק דעם מענטש פון די געלט, אדער נעמט מען אוועק די געלט פונעם מענטש. וואס עס בלייבט יא אייביג מיט'ן מענטש איז די תורה און מצות וואס ער כאפט אריין. דערפאר דארף מען האבן דעם ריכטיגן שכל און אריינכאפן צו לערנען תורה יעדן טאג, וואס דאס איז אן אייביגע פארמעגן פאר'ן מענטש, דאס וועט אים באגלייטן און אפהיטן סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט. בילדער שיעור כי טוב סחרה מסחר כסף!

    < זעה מער כא אב תשע"ט 📝
  • שיינע שידוך פון א תלמיד הישיבה

    מיט גרויס שמחה האבן אנשי שלומנו אויפגענומען די בשורה פונעם שידוך שליסן פון הב' יעקב ראטטענבערג ני"ו פון די חשובע תלמידים אין ישיבה בן מו"ה יהוסף צבי הי"ו פון קרית יואל, עב"ג הכלה החשובה תחי' בת מו"ה אליעזר פוקס הי"ו פון ירושלים עיה"ק. די מסיבת לחיים איז פארגעקומען היינט אינדערפרי אין הויז פונעם מחותן אין ירושלים עיה"ק מיט די באטייליגונג פון פילע קרובים און גוטע פריינט. סיי דער חתן נ"י און סיי די כלה תחי' זענען ביידע געווען ביי מוהרא"ש'ס ציון אין יבניאל און געפאלגט וואס מוהרא"ש האט געהייסן אויפקריצן אויף זיין מצבה "יעדע בחור און יעדע מיידל וואס וועלן קומען צו מיין ציון און אויסזאגן דארט גאנץ ספר תהלים, וועלן איך נישט רוען אויף יענע וועלט ביז איך וועל טרעפן פאר זיי א שידוך". און ב"ה זיי האבן יעצט ביידע געטראפן זייער שידוך אין זכות פון אמונת צדיקים און פאלגן בתמימות ובפשיטות וואס דער צדיק האט געהייסן. דער חתן איז א געטרייע איבערגעגעבענע תלמיד פון ראש ישיבה, וואס אויסער זיינע גוטע מידות טובות מיט וואס ער איז אויסגעצייכענט, לערנט ער פלייסיג א גאנצן טאג אין ישיבה ווי ער שוין געענדיגט ש"ס צוויי מאל, און גאר אסאך מאל ששה סדרי משנה. עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול חתן וקול כלה &nbsp; בילד אויפן קעפל איז פונעם חתן'ס צווייטער סיום הש"ס

    < זעה מער כ אב תשע"ט 📝
  • פינפטע קידוש גענצליך בחנם אין ביהמ"ד ברסלב היכל הקודש בלומינג גראוו

    אין שטעטל בלומינג גראוו בשכינות פון קרית יואל, איז פארהאן א לעכטיג ווינקל, ווי אלע אינעם געגענט ווייסן, אז סיי ווען מ'דארף נאר א גוט ווארט, מ'זוכט צו שעפן אמונה יראת שמים דארף מען בלויז צוגיין צום שיינעם ביהמ"ד ברסלב היכל הקודש בלומינג גראוו אויף 24 מעריוואוד לעין, ווי מ'וועט אריינבלאזן אין זיי א נייע גייסט, און זיך אויפפרישן נאכאמאל צוריק צוקומען צום אייבערשטן און ווידער אנהייבן פון יעצט. דעם שבת קודש פרשת ואתחנן העבר עלינו לטובה - קנאפע צוויי יאר נאכדעם וואס די טויערן פונעם ביהמ"ד האבן זיך געעפענט - איז אפגעצייכענט געווארן דער פינפטער קידוש גענצליך בחנם, ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז אייביג אויס, אז עס איז א שאד אויסצוגעבן אידיש געלט פאר כבוד המדומה, און איז מעורר אז מ'זאל ענדערש אויסגעבן דאס געלט פאר צדקה, מצוות און מעשים טובים וואס דאס נעמט מען מיט לנצח נצחים, און נישט פארפאטשקען די יארן צו ארבעטן פאר טייערע שמחות. דעפאר פראוועט מען דארט די שמחות מיט נישט ווייניגער פרייד און שמחה ווי דער וואס געבט אויס א פארמעגן און פאר'חוב'עצט זיך דערפאר, אבער אן די אלע נארישע ספענדערייען. &nbsp; דער קידוש קומט פאר אויף קעיק און טשאלענט וואס ווערט סייווי געגעבן אין ביהמ"ד יעדע וואך שבת קודש נאכן דאווענען בהתנדבות פון די מתפללי בית המדרש, ווען דערביי לערנט מען פאר די הייליגע מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט פארציילט, מיט די הקדמות וואס מוהרא"ש ז"ל האט אונז אראפגעברענגט, וואס פון דעם לערנט מען זיך ארויס גוטע עצות וויאזוי צו דינען דעם אייבערשטן און האבן א גוטע לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.

    < זעה מער יט אב תשע"ט 📝
  • שיינער סיום הש"ס אין קעמפ

    נעכט זונטאג פרשת עקב איז פארגעקומען אין קעמפ א שיינער סיום הש"ס, - ווי טייל האבן זיך אויסגעדרוקט "דער יערליכער סיום הש"ס" - ווי הרה"ח ר' יעקב משה אינדארסקי שליט"א האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס צום זיבעטן מאל. ר' יעקב משה האט זיך איינגעפירט שוין פאר עטליכע יאר צו לערנען יעדן טאג זיבן בלאט גמרא און אזוי ארום ענדיגט ער גאנץ ש"ס יעדעס יאר, און דערנאך קומט ער יעדעס יאר ארויס אין קעמפ צו מאכן דעם סיום. א שיינע סעודה איז סערווירט געווארן, עס זענען זיך צוזאמגעקומען די תושבי המחנה, מיט פילע געסט פון אנשי שלומינו און קרובי המשפחה וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט זיך משתתף צו זיין מיט די שמחה. נאכ'ן מסיים זיין, האט ר' יעקב משה גערעדט מיט גרויס התרגשות אפאר ווערטער, דאנקענדיג דעם אייבערשטן, און זאגנדיג א יישר כח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, וואס געבט אים די חיזוק און התעוררות צו לערנען יעדן טאג זיינע פילע שיעורים אין חומש, משניות, גמרא. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט בשבחו פון ר' יעקב משה, וואס טראץ זיין פארנומענקייט, זייענדיג פאריאגט על המחיה ועל הכלכלה, האט ער זוכה געווען אראפצו'גנב'ן צייט צו לערנען אזויפיל תורה, און האט זוכה געווען די לעצטע זיבן יאר צו ענדיגן ש"ס יעדעס יאר, און דאס איז מחייב אלע אינגעלייט. נישט אז מען מוז דווקא נאכמאכן דאס צו ענדיגן ש"ס יעדעס יאר, נאר דאס אז יעדער זאל זען גוט אויסצונוצן די צייט און לערנען וואס און וופיל וויפיל ער קען. "דאס ווייזט אונז ר' יעקב משה" - האט דער ראש ישיבה געזאגט - "כאטש דו ביזט פאריאגט און פארפלאגט און דו קענסט רואיג האבן גוטע תירוצים און דו האסט נישט קיין צייט צו לערנען, אבער ר' יעקב משה ווייזט אונז אז אויב מען מיינט עס אמת'דיג קען מען טרעפן גענוג צייט צו לערנען יעדן טאג אביסל תורה." אזוי אויך זעט מען ווי ברא מזכא אבא, ווען פאר אכט יאר צוריק איז ר' יעקב משה'ס זון ר' אשר בער אריינגעקומען אין ישיבה און האט זיך געזעצט לערנען פלייסיג און האט ביז א קורצע צייט זוכה געווען און געענדיגט ש"ס, פון דעם האט ר' יעקב משה אויך באקומען די התעוררות, און געטראכט "למה נגרע", און האט טאקע זינט דאן זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס נישט איין מאל, נאר זיבן מאל. נאכדעם האט מען געהערט דברי תורה פון זיין חשוב'ן שווער הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א, וואס האט געזאגט שיינע פערל ווערטער און געדאנקען צום דעם געהויבענעם מאמאנט וואס זיין חשוב'ן איידעם איז זוכה נאכאמאל צו מסיים זיין ש"ס. מען האט געזינגען ווארימע הארציגע ניגונים, און דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט פרישע חיזוק און התעוררות זיך שטארקן מיט א פרישקייט צו לערנען די הייליגע תורה. כי הם חיינו ואורך ימינו! בילדער פונעם סיום &nbsp; נ.ב. דער שיעור וועט אי"ה ווערן ארויפגעלייגט היינט נאכמיטאג, ואתכם הסליחה

    < זעה מער יח אב תשע"ט 📝
  • הפצה צענטער אין ירושלים עיה"ק

    עס איז אונז א שמחה צו לאזן וויסן פאר אלע תושבי ארץ הקודש בכלל און פאר תושבי ירושלים בפרט איבער די הפצה צענטער ירושלים עיה"ק. דארט וועט איר בעז"ה קענען באקומען אלע דרשות שיעורים פונעם ראש ישיבה. צום ביישפיל, אַן 'עס-די קארטל', אדער א 'יו-עס-בי סטיק' אנגעפילט מיט אלע הערליכע ניגונים אלבום, נוסחאות אלבום, און ארום 500 דרשות חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א, קענט איר דארט באקומען פאר די נישטיגע סומע פון בלויז 18 שקל (דאס קומט אויס בערך 5 אמעריקאנע דאלער...). אזוי אויך קען מען זיך איינשרייבן פאר נסיעות צום ציון הק' פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל עיר ברסלב. די נסיעות פארן ארויס כסדר פון ירושלים עיה"ק, פון בני ברק און נאך שטעט ברחבי ארצנו הקדושה. (קומענדיגע נסיעה פארט ארויס קומענדיגן דאנערשטאג פרשת ראה, כ"ח אב, אום 11 אינדערפרי הבעל"ט) &nbsp; פאר דאס אלעס און נאך קען מער רופן אויפן נומער 052-7644-664

    < זעה מער יז אב תשע"ט 📝
  • בחורים לערנען פערציג מאל מסכת תענית ביז ראש השנה

    דעם פרייטאג, חמשה עשר באב, הויבט זיך אן דער "מסכת תענית טומל" אין ישיבה, די בחורים ווערן צוגענאגלט צו די בענקלעך, די אויגן צוגעבינדען צו א גמרא מסכת תענית, מ'הויבט אן לערנען פלייסיג מיט חשק, און מ'ענדיגט יעדן טאג נאכאמאל גאנץ מסכת תענית. אין יאר תשע"א, פאר חמשה עשר באב, האט מוהרא"ש געזאגט פאר'ן ראש ישיבה אז ער גייט אריבערקומען אין קעמפ אום חמשה עשר באב, א טאג וואס איז מסוגל פאר שידוכים, און ער וועט פועל'ן שידוכים פאר די בחורים. אום חמשה עשר באב איז מוהרא"ש טאקע געקומען אין קעמפ, מען האט געמאכט א גרויסע סעודה, מוהרא"ש האט גערעדט א לאנגע צייט צו די בחורים, און ביים סוף פון די דרשה האט מוהרא"ש געזאגט פאר די בחורים אז אלע בחורים פון זיבעצן יאר און העכער וואס וועלן ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית אין די פערציג טעג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וועלן זיי אי"ה טרעפן זייער שידוך גלייך נאך ראש השנה. פון דעם קומענדיגן טאג האט מען מער נישט געקענט רעדן צו קיין בחור אין קעמפ, אלע בחורים האבן זיך צוגעכאפט דערצו און אנגעהויבן לערנען מסכת תענית מיט'ן ציל צו ענדיגן די גאנצע מסכת יעדן טאג פון פריש. עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט, דער יצר הרע האט נישט געקענט אויסהאלטן צו זען ווי די בחורים לערנען אזוי פלייסיג, און אז באלד וועלן זיי שוין אלע חתנים ווערן, האט זיך אנגערוקט שווערע שטורעם ווינטן, דער האריקעין "איירין" איז דאן אנגעקומען מיט פולן קראפט, און ווען מען האט זיך אויפגעוועקט איין אינדערפרי, האט מען געזען אז דער טייכל וואס לויפט נעבן קעמפ האט זיך געהויבן מיט איבער צען פיס העכער ווי געווענליך, און די קעמפ ווערט מער און מער פארפלייצט מיט וואסער. די לעקטער און וואסער איז געווארן אפגעהאקט, און די גאנצע קעמפ האט געמוזט זאפארט אוועקואירט ווערן, די שטאטישע רעטונג איינהייטן זענען אנגעקומען מיט פאליציי קארס און פייער טראקס צו נעמען דעם עולם, אזוי ווי די גאסן און וועגן זענען שוין געווען פארפלייצט און מען האט מער נישט געקענט ארויספארן מיט געווענליכע אויטאס. די באאמטע האבן גענומען א טייל עולם צום פייער סטאנציע, און די אנדערע האבן זיך אויסגעשפרייט צו אנדערע געגנטער וואס זענען געווען אביסל העכער און נישט געווארן אזוי שטארק אפעקטירט פונעם האריקעין. יעדער איז ארויסגעלאפן מיט די נשמה אין די הענט, איידער די גאנצע קעמפ געפונט זיך שוין אונטער'ן וואסער. די בחורים האבן אבער מיטגעשלעפט זייער תפלין זעקל אין איין האנט, און די גמרא מסכת תענית אין די אנדערע האנט, ווייל זיי האבן נישט געוואלט פארפאסן אפילו נאר איין טאג פון צו לערנען מסכת תענית. וואו די בחורים זענען נאר אנגעקומען, טייל אין די פייער סטאנציע, טייל אין א גאז סטאנציע, טייל אין אנדערע קעמפ און קאנטריס, האבן אלע געענדיגט די גאנצע מסכת, טראץ די אלע טלטולים און שוועריקייטן. ווען די שטורעמעס האבן נאכגעלאזט און מען האט שוין ענדליך געקענט זיך צוריק קערן אין קעמפ, איז אבער נאכאלץ נישט געווען קיין לעקטער אין קעמפ. אבער די בחורים האבן ווייטער געמוזט ענדיגן די גאנצע מסכת יעדן טאג, און צו די שיין פון ליכט זענען די בחורים געזעסן ביז אין די שפעטע נאכט שעות און געלערנט פלייסיג א בלאט גמרא און נאך א בלאט גמרא. למעשה האבן די בחורים אויסגעפירט און האבן זוכה צו ענדיגן פערציג מאל מסכת תענית, יעדן טאג ביז ראש השנה. צדיק גוזר והקב"ה מקיים, גלייך נאך ראש השנה האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה, און אין לויף פונעם ווינטער זמן תשע"ב, האבן אלע בחורים געטראפן זייער שידוך, זיי האבן ב"ה שיין חתונה געהאט און אויפגעשטעלט ערליכע אידישע שטובער לשם ולתפארת. במשך די יארן זינט דעמאלט, האט עס ווייטער אנגעהאלטן יאר יערליך, די פרישע בחורים האבן יעדעס יאר געענדיגט מסכת תענית פערציג מאל פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, און ב"ה פילע שידוכים זענען געשלאסן געווארן אין דעם זכות אין לויף פון די יארן. אויך פילע בחורים פון אנדערע ישיבות, וואס האלטן מיט די דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, האבן זיך אויך צוגעכאפט צו דעם, זיי האבן אויך געלערנט מסכת תענית פערציג מאל, און זענען ב"ה אויך געהאלפן געווארן מיטשיינע שידוכים. אנהויב די וואך האט דער ראש ישיבה שליט"א נאכאמאל מעורר געווען די בחורים זיך צוצוגרייטן די מסכת תענית, ווייל פרייטאג חמשה עשר באב וועט מען אנהויבן לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה. פארשטייט זיך אז די בחורים האבן קוים געקענט ווארטן אויף דעם טאג, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט דאס יאר אויך קומען פילע חתנים אין ישיבה. "גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן", א צדיק אויף יענע וועלט האט ער נאך א גרעסערער כח, און מוהרא"ש וועט זיכער אויס'פועל'ן פאר די אלע בחורים אז זיי זאלן טרעפן זייערע באשערטע בקרוב ובניקל. &nbsp; אין שמחה כשמחת התורה!

    < זעה מער טו אב תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 1351 to 1365 of 1666 results

1 2 ... 88 89 90 91 92 93 94 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com