Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • סדר פון תשעה באב אין קעמפ

    אויפן פארלאנג פונעם ציבור וואס וויל וויסן דער סדר אין קעמפ פון מוצש"ק, ווילן מיר איבערגעבן דעם סדר היום פון תשעה באב. מוצש"ק בערך א האלבע שעה נאכן זמן וועט מען דאווענען מעריב, דערנאך ווען מען זאגן אינאיינעם מגילת איכה. נאכן דאווענען וועט דער ראש ישיבה שליט"א געבן - מיטן אייבערשטנ'ס הילף - א לאנגע שמועס פאר אין מדרש איכה ובעניני דיומא. אינדערפרי איז דער מנהג אז מען זאגט אויך איכה נאכן דאווענען. (כמנהג הגר"א) דער אייבישטער זאל העלפן אז הימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה בביאת גוא"צ. אמן. השבינו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם   דער שיעור פון ראש ישיבה ליל תשעה באב פאריאר תשע"ח

    < זעה מער ח אב תשע"ט 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט די ברסלבע כולל קאנטרי

    פארגאנגענעם דינסטאג פרשת דברים האט זיך דער ראש ישיבה אריבערגעאכפט פונעם בחורים קעמפ צום ברסלב כולל קאנטרי, ווי דער ראש ישיבה האט געשעפט נחת פון די אינגעלייט וואס נפשם חשקה בתורה און זענען לערנען בתמדה א גאנצן טאג און זענען זיך משלים בש"ס ופוסקים. קליפ פוענם באזוך

    < זעה מער ז אב תשע"ט 📝
  • טאנץ מיט אמונה 4# איז בעזר ה' אויפן וועג

    עס איז אונז א פרייד צו לאזן וויסן פארן חשובן ציבור, אז די ארבעט אויפן לאנג ערווארטעטער אלבום דער פערטער אין דער סעריע פון "טאנץ מיט אמונה" גייט אן אין פולן שוואונג, און עס איז שוין בעז"ה נענטער ווי ווייטער די ערשיינונג פונעם העליכן אלבום. טראץ דעם וואס די פריערדיגע אלבומס זענען אויך אריינגעלייגט געווארן גרויסע כחות, סיי אין די מוזיק, סיי אין די ניגונים, סיי אין די אינהאלט איז אבער ביי דעם נייעם אלבום אריינגעלייגט געווארן נאך פיל מער כחות. מען האט ב"ה באוויזן צוזאם צושלעפן די בעסטע מוזיקאנטן אין די אידישע מארקעט פון אמעריקע און ארץ ישראל, עס וועט זינגען דערויף א הערליכע כאר, אזוי אויך ווערן צוגעגרייט הערליכע ניגונים, ועל כולם א גאר גאר רייכע תוכן פון ניגונים, וואס וועקן אויף א מענטש זיך צוריקצוקערן צום אייבערשטן, בלאזן אריין א חיות אין אידישע קינדער, און געבן אריין א ליבשאפט צום אייבערשטן און זיין תורה. &nbsp; "ניגון וכלי שיר יש להם כח גדול להמשיך את האדם לה' יתברך. על כן טוב לאדם להרגיל את עצמו להחיות את עצמו בכל פעם על ידי איזה ניגון לשמח את נפשו ולדבק את עצמו לה' יתברך"&nbsp;

    < זעה מער ו אב תשע"ט 📝
  • די וועגן און שטעגן אין מיידל קעמפ פריש איבערגעפלאסטערט

    ווי שוין באריכטעט האט דער ראש ישיבה דעם אנפאנג זומער אפגעקויפט א נייע מיידל קעמפ, נאכדעם וואס - געלויבט דער הייליגער באשעפער - דער ציבור אנשי שלומינו איז שטארק נתרבה געווארן, און עס איז געווארן אוממעגליך אריינצושטעלן סיי די אינגל קעמפ און סיי די מיידל קעמפ אינעם פריערדיגן לאקאל. שוין תיכף פון אנפאנג זומער ווען מען האט אפגעקויפט דעם נייעם קעמפ, האט מען געזען אז מען דארף אריינלייגן אסאך ארבעט מען זאל קענען הנאה האבן פונעם נייעם פלאץ. מען האט טאקע איבערגעמאכט באנגעלאוס, מען לייגט אריין אסאך כחות אין די סווימינג פול, מען האט פארוואנדעלט איינע פון די בנינים אין קעמפ פאר א בית המדרש. אזוי אויך די וועגן וואס פירן צו אלע בנינים אינעם קעמפ, האבן געדארפט א גרויסער תיקון, נאכדעם וואס נאך יעדע רעגן איז געווארן א שווערע בלאטע אין גאנצן קעמפ, און עס איז נישט שייך געווען ווייטער אנצוגיין אזוי. דער ראש ישיבה, וואס איז זיך מוסר נפש פאר די הייליגע מוסדות, אלעס נאר כדי די טייערע קינדער זאלן האבן א פלאץ ווי זיי זאלן קונה זיין אמונה, יראת שמים, גוטע מידות, און זיין אויפגעבויטע קינדער גרייט פיזיש און גייסטיש פאר זייער עכטע לעבן, האט זיך געלאזט קאסטן שווערע געלטער איבערצופלאסטערן אלע וועגן און שטעגן אינעם קעמפ, און אזוי אויך נאך אסאך טייערע און קאסטבארע פאררעכטיגונגען וואס פעלט זיך וויכטיג אויס. &nbsp; כְּשֶׁתִּרְצֶה לֵילֵךְ בַּדֶּרֶךְ, תְּקַשֵּׁר אֶת עַצְמְךָ קדֶם בְּמִדַּת הַבִּטָּחוֹן (ספר המידות - דרך)

    < זעה מער ה אב תשע"ט 📝
  • ברית אין קעמפ לבן הנולד ביי מו"ה אלי קנאלל הי"ו

    פארגאנגעם ליל שישי זענען זיך א שיינע ציבור געקומען אנווינטשן די בעלי שמחה ביים וואך נאכט אין מאנסי. דערנאך ערב שבת קודש האבן די תלמדים אין קעמפ געהאט די זכי' אז מען האט געפראוועט דער ברית מילה אין ביהמ"ד פון קעמפ. דער ראש ישיבה איז מכובד געווארן מיט סנדקאות, דער טאטע פון בעל שמחה מו"ה יצחק דוב הי"ו איז מכובד געווארן מיט סנדק מעומד.&nbsp; ויקרא שמו "ישראל". מען האט געזען ווי דער ציבור ענוצט אטעס די געוואלדיגע געלעגענהייט בשעת דעם ברית ווען אליהו הנביא קומט, און יעדער האט גערעדט צום אייבערשטן שטילערהייט, און איבערגעבעטן דעם אייבישטער דאן ווען דער אייבשטער איז מוחל די עבירות אין זכות פון אליהו הנביא. דערנאך איז פארגעקומען סעודת ברית אין בית המדרש, דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט צווישן אנדערע אז יעצט איז ערב שבת קודש פרשת מטות מסעי די לענגסטע סדרה אין פסוקים און מיט דעם ענדיגט מען ספר במדבר, קען מען זען אז ווער עס האט געפאלגט מוהרא"ש ז"ל און מעביר סדרה געווען יעדן טאג אביסל, האט זוכה געווען און מסיים געווען יעדע וואך די סדרה, און יעצט איז אים א שמחה "חזק חזק ונתחזק" ער ענדיגט יעצט גאנץ ספר במדבר, און פארקערט אז מ'וויל נאר שלימות, מ'איז א פערפעקשאניסט, איך מוז יוצא זיין אלע שיטות און אלע חומרות, און די הנהגות פון אלע צדיקים, טוט מען דערנאך גארנישט. כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים בילדער פון ברית

    < זעה מער ד אב תשע"ט 📝
  • שיינע שידוך פון א תלמיד הישיבה

    מיט גרויס שמחה האבן אנשי שלומנו אויפגענומען די בשורה פונעם שידוך שליסן פון הב' אהרן ישראל פיש ני"ו בן מו"ה פנחס זעליג שלום הי"ו פון די חשובע תלמידים אין ישיבה, עב"ג הכלה תחי' בת מו"ה משה שטיינבערג הי"ו. די מסיבת לחיים איז פארגעקומען פארגאנגענעם ערב שבת קודש אין סקאליע קאנטרי ביים סקאליע רבי שליט"א, מיט די באטייליגונג פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז גלייכצייטיג אויך געווען דער שדכן. ביים לחיים האט דער סקאליע רבי שליט"א ווארעם אנגעווינטשן פארן ראש ישיבה אז ער זאל ווייטער זוכה זיין צו מרבה זיין גבולי קדושה. סיי דער חתן נ"י און סיי די כלה תחי' זענען ביידע געווען ביי מוהרא"ש'ס ציון אין יבניאל און געפאלגט וואס מוהרא"ש האט געהייסן אויפקריצן אויף זיין מצבה "יעדע בחור און יעדע מיידל וואס וועלן קומען צו מיין ציון און אויסזאגן דארט גאנץ ספר תהלים, וועלן איך נישט רוען אויף יענע וועלט ביז איך וועל טרעפן פאר זיי א שידוך". און ב"ה זיי האבן יעצט ביידע געטראפן זייער שידוך אין זכות פון אמונת צדיקים און פאלגן בתמימות ובפשיטות וואס דער צדיק האט געהייסן. דער חתן איז א געטרייע איבערגעגעבענע תלמיד פון ראש ישיבה, וואס אויסער זיינע גוטע מידות טובות מיט וואס ער איז אויסגעצייכענט, האט ער די זכיה אז ער האט שוין געענדיגט ש"ס צוויי מאל ביז יעצט, און יעצט פלאנט דער חתן מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו ענדיגן ש"ס צום דריטן מאל אויף זיין חתונה בשטו"מ. די כלה איז א טיטשער אין די בית פיגא סקול, ווי זי גיט זיך אוועק פאר די טייערע קינדער,&nbsp; און לייגט אריין אין זיי יראת שמים און גוטע מידות. עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול חתן וקול כלה

    < זעה מער ג אב תשע"ט 📝
  • וואסער טענק, וואסער קוועלער, און פאמפ קאנטראל מאשין פון נייעם בנין אין אומאן שוין פערטיג ב"ה

    מיט יעדן טאג וואס גייט דורך, ווערן מיר ב"ה נענטער און נענטער צום הייליגן פארכטיגן יום הדין, וואס מ'משפט יעדעם איינעם, מי יחיה ומי ימות, וכו' וכו', און מיר אלע פארן בעז"ה צום הייליגן רבין וואס האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין די אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה. מיר אלע קומען איבער אלע מניעות און שטיינער וואס שטעלן זיך אין וועג, און מיר מאכן א טיקעט און מיר פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, ווי מיר וועלן זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן א גוט געבענטשט יאר. זעענדיג דעם געברויך צוצשטעלן אין עיר הקודש אומאן א הייליגע ריינע און רואיגע ווינקל פאר אנשי שלומינו, האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א אריינגעלייגט מיט מסירת נפש אין דעם קאסטבארן און שווערן פראיעקט, און האט אויפגעבויעט א הערליכן ריזיגן בנין אויף א שטילע ווינקל וואס איז שוין באנוצט געווארן פאריאר. איינע פון די פראבלעמען אין שטאט אומאן איז ווי באקאנט, די שטאטישע וואסער סיסטעם. זייער סיסטעם קען נישט דערהייבן צוצושטעלן גענוג וואסער פאר די צוגעקומענע איבער 70,000 אידן קע"ה וואס קומען אויף יום טוב צום הייליגן רבין אין אומאן, און דערפאר פארלירן אסאך געביידעס די וואסער אין די פארנומענע ערב שבת און ערב יו"ט טעג, ווען מ'נוצט גאר אסאך וואסער. דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן אז מען זאל גראבן אייגענע קוועלער ביים נייעם בנין, פון וואס מ'זאל שעפן פרישע ריינע קוואל וואסער פון פאראויס, און מ'זאל אינסטאלירן ריזיגע וואסער טענק, מ'זאל עס קענען סטארעדזשן. פאריאר האט מען זיך גענומען צו די ארבעט פון זוכן קוועלער, און מיטן אייבערשטנס הילף האט מען שוין ביז יעצט מצליח געווען צו טרעפן און פארטיגן אזויפיל ווי זעקס (!) שפרולדעדיגע קוועלער, וואס פראדוצירן אינאיינעם דעם ריזיגן סומע פון בערך 10,000 גאלאן וואסער א טאג. אזוי אויך האלט מען שוין אויך ב"ה נאכן בויען דעם ערשטן ריזיגן 12,000 גאלאנדיגע וואסער טאנק, ווי די וואסער וועט ווערן געסטארדזשד, וואס וועט בעז"ה ערמעגליכן א באקוועמע סכום וואסער פאר די פארנומענע ערב שבת און ערב יו"ט טעג. און אזוי ווי בעז"ה קומענדיגע יאר וועט גענוצט ווערן נאך שטאקן פונעם בנין צום שלאפן, דערפאר ווערן שוין יעצט געמאכט פלענער צו בויען נאך א גיגאנטישע וואסער טאנק פון קרוב צו 50,000 גאלאן, וואס וועט בעז"ה געבן א גאר הרחבה'דיגע וואסער סופליי פאר אלע הונדערטע אידן וואס וועלן זיך באנוצן מיט דעם בנין בעז"ה. יעצט האט מען ב"ה זוכה געווען לברך על המוגמר פאר די אלע איינריכטונגען, די זעקס קוועלער שפרודלען שוין מיט וואסער, די 12,000 גאלאנדיגער טאנק איז שוין אינגאצן פארטיג, און מען פילט עס שוין אן מיט פרישע קוואל וואסער. אזוי אויך איז שוין אינסטאלירט געווארן די פאמפ קאנטראל מאשין (בילד פון קעפל), וואס וועט בעז"ה אנצינדן און אויסלעשן די פאמפס פאר די קוועלער לויטן געברויך. &nbsp; ויחפרו ... בנח"ל, וימצאו שם באר מים חיים (בראשית כ"ו י"ט)

    < זעה מער כט תמוז תשע"ט 📝
  • שיינע באזוך פון הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א שווער פון ראש ישיבה, אין מחנה תפארת התורה ברסלב

    פארגאנגעם ערב שבת קודש פרשת פנחס, האט די קעמפ די געהאט די זכי' צו מקבל פנים זיין דעם חשובן שווער שליט"א פון ראש ישיבה וואס איז געקומען באזוכן אין קעמפ. עס האט זיך אנטוויקעלט זייער א שיינער שמועס מיטן ראש ישיבה שליט"א, און הגה"צ ר' מרדכי אהרן שליט"א האט זייער הנאה געהאט פונעם באזוך, און ער האט זיך אויסגעדרוקט וואס פארא תענוג און קורת רוח ער האט געהאט פונעם באזוך אינעם קעמפ, און וואס פארא ריינע לופט ברוחניות ובגשמיות מ'שעפט דא. &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה

    < זעה מער כח תמוז תשע"ט 📝
  • שיינע שפיל מלא תוכן געשפילט אין בית פיגא מיידל קעמפ

    די טייערע קינדער פון מחנה בית פיגא נוצן אויס די זומער וואכן מיט גאר אינהאלטספולע פראגמאען, וואס גרייט זיי צו צום לעבן מיטן אייבערשטן, די קינדער זאלן וויסן אז דער תכלית אין לעבן איז נאר טון דעם רצון ה', מען לייגט אריין כחות אין כיבוד אב ואם, שמחת החיים, אמונה, א.א.וו. נעכטן מאנטאג איז געווען זייער א תוכנ'דיגער שפיל, וויאזוי עס זעט אויס ווען מ'דארף נעבעך גיין צו טערעפיסט וואס לעבט נישט מיטן אייבערשטן, ווי זיין ערשטע דאגה איז צי דער פאציענט האט געברענגט זיין קרעדיט קארד, ווייל אן דעם קען מען אפילו נישט רעדן. וויאזוי דער אזוי גערופענער טערעפיסט מאכט ליצנות פונעם פאציענט. לעומת זה איז ארויסגעברענגט געווארן אז אמונה גלייבן אז דער אייבישטער איז דא און הערט אויס וואס מ'רעדט צו אים, שפארט מען זיך איין די אלע זאכן. מ'האט ארויסגעברענגט אז דער אייבישטער דארף נישט דיין געלט, ער דארף נישט קיין אפוינטמענט, ער קען דיר העלפן, און ער וויל דיר העלפן, און ער וועט דיר העלפן. דו דארספט בלויז רעדן צו אים, און וואס פשוטער אלץ בעסער, און אזוי וועט דיין ישועה זיכער קומען. &nbsp; כי אתה שומע תפלת כל פה

    < זעה מער כח תמוז תשע"ט 📝
  • הבחור אלחנן ראטה נ"י זון פון ראש ישיבה שליט"א איז מסיים מסכת תענית 101 מאל

    פארגאנגענעם דאנערשטאג איז פארגעקומען אין קעמפ א שיינע סיום מסכת תענית הונדערט און איין מאל, דורך הבחור החשוב אלחנן ראטה ני"ו דער זון פון ראש ישיבה שליט"א. נאכדעם וואס ער האט זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס, נאך פאר זיין בר מצוה האט ער זיך גענומען צו מסכת תענית, עס איבערצוגיין הונדערט און איין מאל, אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט פאר די בחורים, און די וואך האט ער זוכה געווען עס צו ענדיגן. נאך מעריב איז זיך דער עולם צוזאמגעקומען אין בית המדרש זיך מיטצופרייען מיט די שמחה של תורה. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט און ארויסגעברענגט זיין גרויסע שמחה אז אז זיין זון האט זוכה געווען צו ענדיגן מסכת תענית 101 מאל, ווי מוהרא"ש האט אויסגעלערענט, און האט זיך יעצט גענומען צו ענדיגן מסכת ברכות - וואס איז די לענגסטע מסכת אין ש"ס מיט ווערטער - 101 מאל. אזוי אויך האט דער ראש ישיבה פארציילט אז שוין עטליכע יאר וואס ער מיט זיין זון האבן צוזאמען געלערענט בחברותא דעם הייליגן זוהר הקדוש. דערנאך האט דער מנהל הרב מרדכי אינדיג ארויסגעברענגט אז אלחנן - אויסער זיין גרויס התמדה - איז ער אלץ גרייט ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות מיט וואס נאר עס פעלט אויס. &nbsp; כי הם חיינו!

    < זעה מער כו תמוז תשע"ט 📝
  • נייע הויך קוואליטעט מקוה פילטער אנגעקומען אין אומאן פאר נייעם בנין

    ביים נייעם בנין היכל הקודש אין אומאן גייט אן פיבערהאפטיג די ארבעט צוצוגרייטן אלעס על צד היותר טוב צו זיין גרייט אויף ראש השנה פאר אנשי שלומינו וואס ווילן פארברענגען דעם יום טוב אין אן אפגעזונטערטן אפגעהיטענעם פלאץ, צוזאמען בדיבוק חברים, מיט דרשות און התחזקות פונעם ראש ישיבה שליט"א. פון די וועד קרן הבנין געט מען איבער אז עס איז שוין אנגעקומען די נייע פילטער וואס מ'האט באשטלעט פון א פירמע אין ארץ ישראל פאר קרוב צו 10,000$. פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע פון אפדעיטס צום בנין אין אומאן אין די לעצטע וואכן: * דער דאך פון דרויסן איז שוין כמעט אינגאנצן פארטיג דרך אגב, דער דאך וואס איז ספעציעל דיזיינט געווארן אויף אזא אופן אז מ'זאל קענען נוצן און הנאה פונעם דאך. אין די צוקונפט וועט דער דאך בעז"ה ארומגענומען ווערן מיט א שיינע שטארק צוים, און מען וועט זיך דארט קענען אראפ זעצן אויפן דאך צו לערנען און הנאה האבן פון די הערליכע פאנארמע וואס מ'קען פון דארט זען. - די אייזענעס פארן צוים זענען שוין אינסטאלירט געווארן. * מ'אארבעט אויף די לעקטער, פלאמבינג און טיילס פון די צווייטע שטאק פון די שלאף צימערן. * מ'ארבעט אויף די אינסטאלירונג פון די נייע סאפיסטיקירטע פילטער - ווי אויבן דערמאנט - צו האלטן ריין די וואסער פון די מקוה. * מ'ארבעט יעצט אויס די פלענער ארום צו צוימען דעם דעם גאנצן שטח ארום, כדי די קינדער זאלן האבן א גרויסע פלאץ וואו זיך צו שפילן אונטער די אויפזיכט פון די מלמדים. * מ'ארבעט יעצט אויס די פלענער צו באשטעלן נייע טישן און בענק פאר די לאנטש רום, נאכדעם וואס פאראיאר האט זיך ארויסגעשטעלט אז די טישן און בענק זענען נישט געווען באקוועם. * בעז"ה וועט מען היי יאר נוצן צוויי שטאק פון די שלאף צימערן, און עס וועט נאר זיין אכט בעטן אין א צימער. אזוי ווי עס איז שוין גאנץ נאנט צו יום טוב, און עס דארף נאך אריינגעלייגט ווערן אסאך געלט אינעם בנין עס זאל זיין געהעריג צוגעשטעלט, האט דער ראש ישיבה געבעטן אינעם בריוו נעכט מיטוואך כ"א תמוז אז ער זוכט ווער עס קען בארגן געלט פאר א קורצע צייט, כדי ער זאל קענען ענדיגן דעם בנין בעזר השם. פאלגענד איז די בריוו. מיט יעדן טאג נענטער צו ראש השנה, ווערט גרעסער די התרגשות און התעוררות ביי אידישע קינדער צו פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, זוכה צו זיין צו די געוואלדיגע הבטחות וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, צו נעמען דעם הייליגן רבי'ן פאר אן אדוואקאט ביים גרויסן יום הדין, צו ווערן אנגעשריבן אין הימל פאר א זיס ליכטיג יאר אן קיין פראבלעמען און צרות חס ושלום. אלע בעטן אינ'ם בנין זענען שוין אפגעדינגען געווארן אויף דעם יאר, און יעצט קען מען שוין דינגען זיצן אינעם גרויסן היכל בית המדרש פאר די ווארעמע תפלות אום שבת ויום טוב. צו דינגען א זיץ קען מען רופן אדער טעקטסן 347-770-2290. &nbsp; ויאמרו הנה יום הדין!

    < זעה מער כב תמוז תשע"ט 📝
  • פרישע אפדעיטס קומען ארויף בקרוב בעז"ה צום וועבסייט

    געלויבט השי"ת אז נאך אסאך האראווניע און געלט וואס איז אריינגעלייגט געווארן, קומען בעז"ה אין די נאנטע טעג פרישע אפדעיטס צום וועבסייט. געשעפט בעז"ה וועט געעפענט ווערט דער "געשעפט" פעידזש דא אין וועבסייט, וואס דארט וועט מען בעז"ה קענען קויפן אלע ספרים און סידיס, עס די קארדס א.א.וו. וואס ווערט ערצייגט אינעם בית הדפוס, און מען וועט עס באקומען דעליווערט צום טיר. שפעטער וועט בעז"ה צוקומען די מעגליכקייט צו באשטעלן די גליונות, און די בית נצחי, און עס באקומען וועכענטליך אויף די פאסט. און מיט די צייט וועט אי"ה אויך צוקומען די אפציעס צו קענען דארט קויפן זיצן אין ביהמ"ד אין אומאן, קויפן טיקעטס צו פארן קיין אומאן, א.א.וו. ברסלב סענטער עפּפּ מען לייגט יעצט אריין אסאך כחות צו מאכן א ברסלב סענטער עפּפּ פארן טעלעפאן, וואס אין דעם דארף נאך אריינגעלייגט ווערן אסאך געלט און ארבעט, און מיר האפן בקרוב צו קענען אפדעיטן וואו עס האלט. אוידיא שיעורים עס איז ב"ה פארראכטן געווארן די טעכנישע פראבלעמען ביי די אוידיא שיעורים אפטיילונג, וואס האט צוריק געהאלטן די מעגליכקייט פון אפדעיטן די שיעורים כסדר. יעצט האט מען שוין ב"ה אנגהויבן ארויפצולייגן שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע, און בע"ה וועט עס ווערן כסדר אפדעיטעד מיט נייע שיעורים פון מוהרא"ש און פון ראש ישיבה שליט"א. נאך אסאך בעז"ה עס איז נאך דא גאר אסאך גראנדיעזע פלענער פארן וועבסייט אויפן צוקונפט בעז"ה. מיר האפן אייך&nbsp; כסדר צו קענען אפדעיטן מיט די אנטוויקלונגען. מהיכן ירק זה חי? די אלע פעולות ציען אריין אין גאר אסאך הוצאות, יעצט האט איר די געוואלדיגע געלעגענהייט ארויסצוהעלפן דעם וועבסייט פינאנציעל, איר איר וועט האבן א טייל אין די געוואלדיגע פעולות וואס האבן שוין מקרב געווען גאר אסאך אידן צום אייבערשטן, און איז מחזק און מעודד טויזטנטער אידן כסדר. &nbsp; צו מנדב זיין דרוקט דעם לינק דא

    < זעה מער כ תמוז תשע"ט 📝
  • שיינע שמחת בר מצוה פון הב' נחמן יואל וועבערמאן בן הר"ר אהרן שליט"א

    פארגאנגענעם שב"ק איז אריינגעגאנגען לעול התורה והמצות הבחור החשוב הב' נחמן יואל וועבערמאן הי"ו פון די תלמידים פון די הייליגע ברסלבער חדר אין וויליאמסבורג, א זון פון הר"ר אהרן שליט"א, א זון פון הר"ר שלום וועבערמאן שליט"א, מנהל בית רחל סאטמאר קרית יואל. די סעודת הבר מצוה איז פארקומען נעכטן מוצש"ק אין ביהמ"ד בנין אריאל אין קרית יואל, ווי עס איז סערווירט געווארן א באשיידענע סעודה, און מ'האט זיך געפרייט מיט די גרויסע שמחה פונם חתן בחור וואס איז אריין לעול התורה והמצות. דער טאטע האט אויפגעטרעטן און זיך באדאנקט פאר זיינע חשובע עלטערן, און ארויסגעברענגט אז דאס קומט אלץ פון די חינוך וואס זיינע עלטערן האבן אריינגעלייגט אין אים, און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון חינוך, אריינלייגן אין די קינדער אז די אמת'ע תכלית אויף דער וועלט איז נאר תורה און מצות. אויך האט ער ארויסגעברענגט אז פונקט ווי די בר מצוה איז געווען אין שול, זאל דער אייבישטער העלפ ער זוכה זיין אז אויך די חתונה זאל פארקומען אין א שול. היינט זונטאג אינדערפרי איז געווען א גרויס שמחה אין קעמפ ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געלייגט תפילין פארן בחור צום ערשטן מאל. &nbsp; ומשפע מצות תפילין יתמשך עלי להיות לי חיים ארוכים ושפע קודש

    < זעה מער יח תמוז תשע"ט 📝
  • סיום מסכת תענית, הונדערט און איין מאל

    די וואך מאנטאג איז פארגעקומען אין קעמפ א שיינע סיום מסכת תענית, הונדערט און איין מאל, דורך הבחור החשוב לייבי ראטה ני"ו. נאכדעם וואס ער האט זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס, האט ער זיך גענומען צו מסכת תענית, עס איבערצוגיין הונדערט און איין מאל, אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט פאר די בחורים, און די וואך האט ער זוכה געווען עס צו ענדיגן. מאנטאג נאכט נאך מעריב איז זיך דער עולם צוזאמגעקומען אין בית המדרש זיך מיטצופרייען מיט די שמחה של תורה. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט און ארויסגעברענגט אז אויסער די געוואלדיגע התמדת התורה פונעם בחור המסיים, דארף מען ארויסהייבן זיין איבערגעגעבנקייט פאר די ישיבה, אז ער גרייט צו דאס עסן פאר די בחורים, און אזוי ווייטער העלפט ער ארויס מיט וואס עס פעלט נאר אויס. און דאס וועט אים זיכער באגלייטן זיין גאנץ לעבן, אז ער וועט מצליח זיין אויך נאך די חתונה, צו וויסן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין יעדן מצב. &nbsp; כי הם חיינו!

    < זעה מער יד תמוז תשע"ט 📝
  • שיינע ברית ביים ראש ישיבה שליט"א

    מיט גרויס שמחה איז אפגעהאלטן געווארן פארגאנגענעם מוצש"ק די וואך-נאכט ביים ראש ישיבה, ביים מלוה מלכה אין קעמפ, ווי דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע דרשות חיזוק, ווי דער ראש ישיבה'ס שטייגער איז יעדע וואך אין קעמפ, ווי פילע אידן פון די גאנצע קעטסקיל בערג קומען צו פארן צו קענען הערן דברי התחקות, צו קענען אנגיין ווייטער. דער ברית איז פארגעקומען אין בארא פארק ביים גרויס זיידן כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א,&nbsp;ווי דער זיידע קארלסבורגער רב איז געווען סנדק, ויקרא שמו בישראל "מנחם".&nbsp; די סעודה איז געווען אין ביהמ"ד, ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט, און ארויסגעברענגט צווישן אנדערע אז "כשם שנכנס לברית", אז פונקט ווי די ברית איז אין שול "כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים", אזוי אויך זאל די בר&nbsp; מצוה און די חתונה פארקומען אין שול. דערנאך האבן ביידע געהויבענע זיידעס הגה"צ רב הצעיר דקאלרסבורג שליט"א און הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א גערעדט דברי תורה וברכה, און דערנאך האט דער עלטער זיידע כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי תורה וברכה. דער אייבישטער זאל העלפן דער ראש ישיבה זאל זען נחת פון דעם קינד און אלע אנדערע קינדער, און זאל זוכה זיין ווייטער צו קענען איבערגעבן די הייליגע עצות און חיזוק פון הייליגן רבין פאר אידן איבער די גאנצע וועלט אזוי ווי ער האט מקבל געווען פון מוהרא"ש ז"ל. &nbsp; כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים

    < זעה מער יג תמוז תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 1426 to 1440 of 1723 results

1 2 ... 93 94 95 96 97 98 99 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com