Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • הערליכע שיעורי התחזקות פאר אינגעלייט ערב יום כיפור און ערב סוכות

    מאנטאג נאכט ערב יום כיפור איז פארגעקומען א מורא'דיגער שיינער שיעור פון ראש ישיבה שליט"א אין שטעטל - קרית ברסלב ליבערטי פאר די אינגעלייט, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט גאר שטארקע חיזוק ווערטער פאר די טייערע אינגעלייט, זיי זאלן וויסן וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז, און געדענקען אייביג פונעם תכלית צו וואס מיר זענען געקומען אויף דער וועלט. מען האט זיך מחזק געווען מיט די דיבורים פון הייליגן רבין אויפן וועג וויאזוי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז געגעבן, און מיט דעם האט מען זיך צוגעגרייט צום הייליגן טאג יום הקדוש.   אי"ה דעם דאנערשטאג נאכט האזינו נאך יום כיפור וועט בעז"ה פארקומען נאך א שיינער שיעור התחזקות פאר אינגעלייט. דער שיעור וועט בעז"ה פארקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. אום 9:00 ביינאכט, ווי מען וועט בעז"ה הערן שיינע דיבורים פון ראש ישיבה שליט"א וויאזוי מען דארף אויפנעמען די הייליגע יום טוב סוכות, און נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פונעם עיקר א טפל.

    < זעה מער ט תשרי תשפ 📝
  • ראש השנה תש"פ אריבער מיט גרויס געהויבענקייט אין עיר הקודש אומאן

    א הערליכער יום טוב איז אריבער אויף די איבער הונדערט טויזנט אידן וואס האבן זוכה געווען צו קומען צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה, היי יאר האט זיך ספעציעל אנגעזען א גאר גרויסע העכערונג פון צענדליגע טויזנטער אידן וואס זענען געקומען צום ערשטן מאל. פון יעדן ווינקל פון איבער די גאנצע וועלט זענען אידן געקומען צו פארן צום הייליגן רבי'ן, אויסצופאלגן זיין בקשה אז מ'זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, אויסצו'פועל'ן א זיס ליכטיג יאר, און אהיימצופארן מיט א ריינע נשמה און מיט פילע זעק מיט ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. דער ריזיגער ציבור האט זיך אויסגעשפרייט איבער גאנץ אומאן. פילע טויזנטער דירות, אכסניות, און האטעלן זענען געווארן איבערגעפילט מיט אידן אין לויף פון די טעג פאר ראש השנה; הונדערטער שולן און בתי מדרשים איבער גאנץ אומאן זענען געווען געפאקט מיט אידן במשך דעם יום טוב וועלכע האבן זיך צוזאמגעקליבן צו דאווענען און אויסבעטן א גוט יאר; אבער דאס הארץ פון די אלע אידן זענען אלע געווען געוואנדן צו איין פלאץ, צום ציון הקדוש פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט זיך אונטערגענומען צו זיין א מליץ יושר פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, אויסצו'פועל'ן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. תלמידי היכל הקודש האבן זיך אויסגעשפרייט אין די פיר בתי מדרשים "היכל הקודש" אין אומאן. אויף יעדן פלאץ באזונדער האבן אנשי שלומינו גאר שיין אויסגענוצט דעם יום טוב, מיט די הארציגע תפלות, שיינע סעודות, און דרשות התעוררות, אויף גאר א געהויבענעם פארנעם. ביים נייעם בנין "היכל הקודש", אויף די בילעצערקאווסקיע גאס, אנגעפירט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, זענען זיך צוזאמגעקומען פילע הונדערטער אנשי שלומינו. כאטש וואס דער בנין איז טאקע נאכנישט פארענדיגט אויף הונדערט פראצענט, איז עס אבער שוין געווען גאר שיין צוגערישט יעצט צום צווייטן יאר אין באנוץ, עס איז געווען ב"ה צוגעשטעלט אלע געברויכן ברוחניות ובגשמיות, דער ריזיגער היכל בית המדרש איז געווען צוגערישט מיט הונדערטער זיץ ערטער, און איז געווען ליכטיג און לופטיג. עס זענען געווען פיינע באקוועמע בעטן, געשמאקע מאכלים בהרחבה, און א פיינע גרויסע מקוה, און אזוי ווייטער אלע צוגעהער פאר יום טוב פאר די באקוועמליכקייט פונעם גרויסן ציבור. דער יום טוב ראש השנה ביים ראש ישיבה שליט"א איז אריבער גאר שיין אויף אן הערליכן פארנעם, עס איז געווען אן אנגעפילטער סדר היום, מען האט אויסגענוצט יעדע מינוט פון ווען מ'איז אנגעקומען ביז'ן אהיימגיין, מיט דאווענען און לערנען, גיין צום ציון, סעודות, און שיעורי תורה. רוב ציבור איז אנגעקומען קיין אומאן דאנערשטאג מיטאג. גלייך ביים אנקומען איז געווען צוגעשטעלט א פיינעם מיטאג, מיט וואס מ'האט זיך מחי' געווען פונעם לאנגן וועג, דער עולם האט זיך מסדר געווען אינעם בנין, די מקוה איז שוין געווען אנגעווארעמט און גרייט פאר'ן באנוץ, און פילע אידן האבן געכאפט א מקוה און גלייך אריבערגעלאפן צום ציון הקדוש, צו זאגן תיקון הכללי און זיך אויסבעטן אלעס גוטס. פארנאכטס האט מען געדאווענט מנחה מעריב און דערנאך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם בארימטן שיעור אין א בלאט גמרא בבלי און ירושלמי. - סליחות זכור ברית און פדיון נפש&nbsp; מוצש"ק אום 1:00 אזייגער איז געווען סליחות "זכור ברית", דער בעל תפלה איז געווען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א. עס האט זיך געצויגן ביז בערך 3:00, דערנאך האט מען געגעבן פדיון נפש פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר עטליכע שעה, ביז צו די פארטאגס שעה'ן. אינדערפרי נאך שחרית האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דער שיעור גמרא, און דערנאך גענומען פדיון נפש פאר אלע וואס האבן נישט אנגעיאגט נעכטן. - די ווארימע תפילות הונדערטער אידן האבן זיך געשלעפט איבער א האלבע שעה מיטצוהאלטן די שיינע תפלות. דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט די תפילות פון שחרית און מוסף ביידע טעג יום טוב מיט גרויס התעוררות, וואס איז געווען אין באגלייטונג פון די הערליכע קינדער כאאר - די תלמידים פון די הייליגע ברסלבע מוסדות אין אמעריקע. דער ראש ישיבה האט געזאגט א קורצע תקיעת שופר דרשה ביידע טעג, ווי ער האט מעורר געווען אז מ'זאל נישט האבן קיין שנאה אויף קיין שום איד. - דרשות חיזוק והתערררות דער ראש ישיבה שליט"א האט במשך דעם יום טוב געזאגט פארשידענע דרשות צו וואס עס זענען געקומען צו גיין א גרויסער עולם.&nbsp; שב"ק ביינאכט איז געווען א שיינע באטע, ווי דער ראש ישיבה האט ספעציעל ארויסגעברענגט די זכיה וואס מען האט צו זיין אויף א שבת ביים רבי'ן, וואס דער רבי זאגט אז דאס איז אזוי ווי פאסטן זיבן מאל משבת לשבת. און דער ראש ישיבה האט מעודד געווען מ'זאל אויסנוצן יעדע מינוט וואס מ'וויילט דא אין אומאן, זיך אויסצובעטן א גוט געבענטשט יאר. און דער ראש ישיבה שליט"א האט נאכגעזאגט פון הייליגן רבי'ן פארוואס ס'איז דא אמאל ווען מ'קומט צו א צדיק, און דוקא דעמאלט פארלירט מען די חשק און געפיל, אז דאס קומט ווייל כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, ווי גרעסער א מענטש ווערט, אלץ מער שטארקט זיך אויף אים דער יצר הרע, דעריבער טאר מען נישט ווערן צעבראכן אויב קומט מען קיין אומאן און פלוצלינג האט זיך אויסגעלאשן די געפיל און בענקשאפט וואס מ'האט געהאט א גאנץ יאר צו קומען צו רבי'ן, נאר זיך שטארקן אויסצונוצן די צייט ווי עס דארף צו זיין, און זיך אויסבעטן א גוט יאר. שב"ק אינדערפרי נאכ'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט סיפורי מעשיות (מעשה ה', "דער בן מלך פון דימאנט שטיינער"), און צווישן אנדערע אויך ארומגערעדט אז דאס גרויסקייט פון א איד שיינט ארויס דוקא ווען עס גייט אויף אים איבער א שוועריקייט, אזוי ווי מ'זעט אין די מעשה אז ווען דער בן מלך האט זיך צעשניטן זיין פינגער, דוקא דעמאלט האט זיך ארויסגעוויזן אז ער איז גאר אינגאנצן פון דימאנט שטיינער; א איד נעמט אן יעדע שוועריקייט מיט אמונה און תפלה, ער גלויבט אז דער אייבערשטער פירט אלעס נאר צום גוטן, און ער בעט דעם אייבערשטן ער זאל געהאלפן ווערן. דער רבי דערציילט דארט אז דער צדיק האט געזאגט פאר'ן מלך מיט די מלכה אז זיי זאלן צורייבן אלע טייערע שטיינער און עס אריינלייגן אין א גלאז וויין, און געבן א האלבע גלאז פאר'ן קעניג צו טרינקען, און די אנדערע האלב פאר די קעניגן, און אזוי וועלן זיי האבן א קינד וואס איז אינגאנצן בלויז פון דימאנט שטיינער. האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט אז ווען טאטע און מאמע לעבן בשלום, זיי טיילן זיך איינער מיט'ן צווייטן גלייך אויף גלייך, קיינער גרויסט זיך נישט אויפ'ן צווייטן, דאן איז דא א רואיגע געשמאקע אטמאספער אין שטוב, און די קינדער וואקסן אויף געזונט און ערליך. ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אויסצונוצן דעם "אונטערשטן טאג" דעם לעצטן טאג פון יאר ווי עס דארף צו זיין, נישט צו פארברענגען דאס ביסל צייט וואס מ'געפונט זיך אין אומאן, נאר לויפן צום הייליגן רבינ'ס ציון, זיך מתוודה זיין און תשובה טון, און אריינקומען צום נייעם יאר מיט פרישע קבלות צו זיין נאר ערליך און וואויל. פאר תקיעת שופר, האט דער ראש ישיבה מעורר געווען אויסצונוצן די געהויבענע מינוטן ווי עס דארף צו זיין, בשעת מען בלאזט שופר צומישט מען די טענות פונעם שטן, און ער קען נישט מקטרג זיין, און דערפאר איז עס זייער א גוטע צייט וואס מ'קען בעטן דעם אייבערשטן וואס מ'וויל, און איבערבעטן דעם אייבערשטן. אויך האט דער ראש ישיבה זייער שטארק געבעטן אז קיינער זאל נישט פיינט האבן א צווייטן, מען זאל זיך זייער דערווייטערן פון מחלוקת, אפילו ווען מ'האלט אנדערש פון יענעם, דארף מען זיך נאך אלץ ליב האבן, דער ראש ישיבה שליט"א האט זייער אנגעווארעמט דעם ציבור אז ווער ס'האט א שווער הארץ אויף א צווייטן, איז יעצט די ריכטיגע צייט יעדן מוחל צו זיין, און אנהויבן א נייעם בלאט אין לעבן, צו זיין בשלום ושלוה מיט אלע אידישע קינדער. דעם ערשטן טאג יום טוב נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט איבער די גרויסקייט פון זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, ער האט נאכגעזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן מיטל-נאכט, אז דער צווייטער טאג יו"ט איז שוין דינא רפיא, מ'איז שוין נישט אזוי אויסגעמוטשעט ווי מ'איז געווען ביים אנקומען קיין אומאן נאך א שווערע נסיעה, און דעריבער זאל מען זען אויסצונוצן דעם טאג מיט תפלות ותחנונים און פועל'ן א גוט געבענטשט יאר, און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט דברי חיזוק והתעוררות מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. דעם צווייטן טאג יום טוב נאכמיטאג צום געזעגענען פון יום טוב, האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברעגנט אז מען דארף זיין זייער פרייליך אז מען האט זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה. דער ראש ישיבה האט געזאגט מען זאל אהיים נעמען פון אומאן די דריי לימודים פון ראש השנה, חנוכה און שבועות (וואס דאן פלעגט מען קומען צום רבין בחיים חיותו), ראש השנה, ממליך זיין דעם אייבערשטן אויף זיך, געדענקען צו וועם זיך צו ווענדן ביי יעדע זאך אין לעבן. חנוכה, הלל והודאה, דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב, מאך איר נישט קראנק מיט קאמפלעינען און באשולדיגן. און שבועות, סדר דרך הלימוד, זאג משניות, גמרא, א.א.וו. וואס דאס וועט טוישן דיין לעבן. - ציון קודש הקדשים די תלמידים האבן אויסגענוצט די צייט, און כסדר זיך ארויסגעלאזט די האלבע שעה'דיגע וועג צום ציון פון הייליגן רבין דארט זיך אויסצובעטן און פועלן אלע ישועות. אין די וואכן טעג איז געווען צוגעשטעלט א ספרינטער שאטל, וואס איז געפארן פונעם בנין היכל הקודש צום הייליגן רבינ'ס ציון, יעדע האלבע שעה אהין און צוריק, וואס דער עולם האט גוט אויסגעוצט. דער שאטל איז געספאנסערט געווארן דורך די "רענט קאמפיין", פאר וועם אנ"ש זענען זייער מכיר טובה. - תלמוד תורה היכל הקודש אומאן דער גרעסטער ווינדער האט ארויסגערופן די "חדר פאר די קינדער" וואס איז אנגעגאנגען במשך די אלע טעג, סיי אין דער וואכן, און סיי שבת און יום טוב, ווי די צענדליגע קינדער, זענען באגלייט געווארן דורך זייער גאנץ יעריגע איבערגעגעבענע מלמדים, ווי מען האט געלערנט, געדאווענט, געזאגט תהלים, געגאנגען ציום הייליגן ציון, געזאגט דעם תיקון הכללי, און פארציילט סיפורי צדיקים. אזוי אויך ביים דאווענען שבת ויו"ט האבן די קינדער געדאווענט אינאיינעם אונטער די אויפזיכט פון די חשובע מלמדים, ביים ווינקל פון מזרח-דרום פון היכל הבית המדרש. אלע קינדער האבן באקומען קארטלעך פאר זייער וואוילע אויפפירונג, און מוצאי יו"ט האבן זיי געקענט קויפן דערמיט שיינע מתנות. - מקוה מפוארה אזוי אויך די מקוה איז געווען הערליך פארטיג, א ריזיגער בור, מיט פיינע ווארימע קריסטאל קלארע וואסער, געפילטערט דורך די בעסטע פילטער. אזוי אויך איז געווען א גרויסע פלאץ און בענק וואו אראפ צו לייגן די וועש, און אויך איז געווען גענוג און גוטע שויערס צוגעשלטעט. - שיעור אין גמרא דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערענט "יעדן טאג" דעם בלאט גמרא בבלי, און דעם בלאט גמרא ירושלמי פאר א געפאקטע עולם פון אינגעלייט, בחורים, און קינדער. דער שיעור לערנט דער ראש ישיבה לערנט פאר מיט א מורא'דיגע געשמאק, און איז ספעציעל באקאנט מיט די שיינע דברי חיזוק וואס דער ראש ישיבה נעמט ארויס פון יעדן בלאט גמרא. סעודת שבת ויום טוב די סעודות איז געווען אן עקטסערע פרשה. עס איז געווען גאר געשמאקע עסן געקאכט דורכן קעכער מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, ווי מען האט געגעסן אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א, און מען האט געזונגען איינאיינעם שבת'דיגע זמירות אום שבת, און שיינע ניגונים פון יום טוב אום יום טוב. דעם לעצטן טאג יום טוב איז געווען אן עקסטערע געשמאקע פארברענג ביי די סעודה, ווען דער ראש ישיבה האט מכבד געווען פילע תלמידים צו זינגען פארשידענע שיינע ניגונים און חזנות שטיקלעך פון וואס דער עולם האט געהאט א געוואלדיגע עונג יום טוב. &nbsp; ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש

    < זעה מער ד תשרי תשפ 📝
  • סדר היום פון די ראש השנה טעג ביים בנין פון ראש ישיבה שליט"א אין אומאן

    מיט פיל דאנק צום אייבערשטן לאזן זיך צענדליגע טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט ארויס קיין אומאן צו וויילן אין די הייליגע ראש השנה טעג אין אומאן, ווי דער הייליגער רבי האט געבעטן, און צוגעזאגט צו מתקן זיין די אלע וואס וועלן קומען. ביים נייעם הערליכן בנין פון ראש ישיבה שליט"א וואס געפונט זיך אויף די בילאצערקאווסקע גאס ווייט ארויס פון די הו הא פונעם צענטער פון שטאט, וועט מיט אייבערשטנ'ס הילף אפגעראכטן ווערן א הערליכע יום טוב. די מקוה איז הערליך אויסגערישט, אין די קאך גייט אן די ארבעט מיטן פולסטן פארע צוצוגרייטן אלע סעודות פון שבת ויום טוב, דער בית המדרש איז מאיעסטיש צוגעגרייט, אויסגע'שורה'ט הונדערטער בענקלעך, אויף א שיינעם סדר, אין די שלאף צימערן זענען אלע בעטן שוין גרייט, ווארטן נאר אויפצונעמען די הונדערטער געסט וואס וועלן אנקומען בעז"ה אין די קומענדיגע צוויי טעג. דאנערשטאג נאכט וועט בעז"ה סערווירט ווערן א געשמאקע סאפער, פאר אלע וואס האבן געדינגען א בעט אינעם בנין, זיך צו דערכאפן דאס הארץ נאכן לאנגן רייזע, און פרייטאג אינדערפרי וועט בעז"ה סערווירט ווערן א נארהאפטיגע פרישטאג. אזוי אויך איז ערווארטעט בעז"ה גאר שיינע סעודות צוזאמען מיטן ראש ישיבה שליט"א. צו די סעודות קענען נאר קומען די וואס האבן געדינגען א בעט אינעם בנין. דער ראש ישיבה וועט בעז"ה געבן גאר שיינע דרשות חיזוק, וואס וועט בעז"ה זיין אפן פארן גאנצן ציבור, ווי דער ראש ישיבה וועט מעורר זיין און אונז אויפוועקן מיר זאלן נישט פארגעסן פארוואס מיר זענען געקומען, און נישט פארפאטשקען די צייט, נאר לויפן צום הייליגן ציון און זיך דארט אויסבעטן אלעס גוטס. ליל שבת קודש דער זמן הדלקת הנרות שב"ק פרשת נצבים איז 6:30. מען וועט בעז"ה דאווענען מנחה קבלת שבת מעריב ביים זמן הדלקת הנרות. נאך די סעודה אום 9:30 וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן א שיינע באטע בשירה וזמרה און דברי חיזוק פונעם ראש ישיבה. יום שבת קודש שב"ק אינדערפרי אום 9:30 וועט מען בעז"ה דאווענען שחרית. מנחה ושל"ס מיט דברי תורה פונעם ראש ישיבה שליט"א וועט זיין אי"ה בשעה 6:30. זמן מוצש"ק פרשת נצבים איז 7:57. ערב ראש השנה סליחות ליל זכור ברית וועט זיין בעז"ה אום 1:00 ביינאכט, און נאך סליחות וועט בעז"ה זיין א מעגליכקייט צו געבן פדיון נפש פארן ראש ישיבה שליט"א. שחרית ערב ראש השנה וועט זיין בעז"ה אום 8:00 אינדערפרי, און נאך שחרית וועט זיין בעז"ה נאך א מעגליכקייט פאר פדיון נפש. ראש השנה תש"פ זמן הדלקת הנרות ראש השנה איז אום 6:25, מנחה ערב ראש השנה וועט זיין ביים זמן פון הדלקת הנרות. שחרית ביידע טעג ראש השנה וועט זיין בעז"ה אום 8:00. מנחה ביידע טעג וועט זיין בעז"ה אום 6:00. נאך מנחה אום 6:30 וועט בעז"ה זיין א דרשה פון ראש ישיבה שליט"א. זמן מוצאי יום טוב איז 7:51 דערנאך וועט מען זיך ארויסלאזן אין א ריקוד, און זיך פרייען אויף די גרויסע זכיה אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה. &nbsp; מי שהיה אצלי על ראש השנה ראוי לו לשמוח כל השנה

    < זעה מער כה אלול תשע"ט 📝
  • נייע מוזיק ווידיא פון ראש ישיבה: "איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן"

    נייע מוזיק ווידיא פון ראש ישיבה: "איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן" דער ראש ישיבה שליט"א מיט די תלמידים האבן יעצט לכבוד ראש השנה ארויסגעגעבן א נייע הערליכע מוזיק ווידיא "איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן",&lrm; ווי מען ברענגט ארויס ווי מיר גלייבן מיט אמונת צדיקים אין די הבטחה וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט אז אום ראש השנה ביים אים קען מען פועלן אפילו זאכן וואס מ'קען נישט פועלן א גאנץ יאר. און ווי מיר בעטן זיך אויס ביים הייליגן רבינס ציון א גוט יאר פאר זיך און די גאנצע משפחה. די ווערטער זענען ווי פאלגענד: נאך א יאר איז אריבער מיט שרעק, ווי מאכט מען צום גלות אן עק? צרות עס פעלט נישט ביי קיינעם, וואו נעמט מען א הארץ א ריינעם? נעבעך, ס'איז פול דער שפיטאל, דאגות גענוג אן א צאל, שידוכים, פרנסה, שלום בית, קינדער וואס שניידן די פיאות. מיט'ן רענצל איך לויף, אין אומאן מוז איך זיין, אויפן ציון וועל איך בעטן, רבי רייס איין! עס כאפט א ציטער, ראש השנה, יעדן איז מען דן. נישטא קיין צייט, איך נעם דעם נעקסטן עראפלאן. עס בענקט אזוי שטארק מיין נשמה, ס'איז זייער שווער די מלחמה, איך וויל אזוי שטארק זיין ערליך, די ניסיונות זענען געפערליך. מיט'ן רענצל איך לויף, אין אומאן מוז איך זיין, אויפן ציון וועל איך בעטן, רבי רייס איין! עס כאפט א ציטער, ראש השנה, יעדן איז מען דן. נישטא קיין צייט, איך נעם דעם נעקסטן עראפלאן. ווער קען פאר מיר טענה'ן? ווען וועט די ליכטיקיייט אויפשיינען? איך וויל באמת זיין גוט, עס איז מיר שווער אויף טריט אין שריט. הוא עושה בראש השנה עניינים ותיקונים &ndash; מה שבכל השנה גם הוא אינו יכול לעשות. (חיי מוהר"ן סוף סימן ת"ו) &nbsp; איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן

    < זעה מער כד אלול תשע"ט 📝
  • העפטיגע לעצט מינוטיגע הכנות גייען אָן אין אומאן

    אויפן בילד: דער עולם שטייט אין די רייע ערב ראש השנה תשע"ט, אינעם נייעם בנין, צו געבן פדיון נפש פאר ראש ישיבה שליט"א יעצט אין די וואך פון ערב ראש השנה, קומען פאר אין אומאן גאר גרויסע הכנות צו אויפנעמען דעם ריזיגן ציבור פון צענדליגע טויזנטער אידן מכל קצוי תבל וואס וועלן קומען פאר איין ציל, צו באקומען דעם גרויסן תיקון וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט, און ווערן נאנט צום אייבערשטן. אין די ריזיגע הכנסות אורחים צענטערן, און אזוי אויך אין אלע האטעטלן, און עס זאלן פון די פארשידענע קהילות קדושות, קומען יעצט פאר ריזיגע צוגרייטונגען, א גאנצן טאג קומען טרעילארס איינס נאכן אנדערן אנצופילן די סטארעדזשעס און די פריזערס מיט אלע מאכלים משקאות. אין די צענדליגע נייע בנינים וואס זענען געבויעט געווארן אין די לעצטע יאר, ארבעטן הונדערטער ארבייטער רונדע דעם זייגער 24 שעה צו פארעדיגן די לעצטע זאכן. טראקס קומען איינע נאכן צווייטן אפצולאדענען בעטן, טיש, בענק, ספרים, און אזוי ווייטער. צום בנין פון ראש ישיבה שליט"א זענען אראפ געפארן א גרויסע צאל אינגעלייט, אנצוגרייטן דעם פלאץ פאר אלע בחורים און אינגעלייט תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א. מען מאכט זיכער אז אלע צימערן זענען פולקאם גרייט, אלע בעטן זענען מסודר, די וואסער, די לעקטער ארבייטן גוט. מען זעט אז דער בנין זאל זיין שיין זויבער. מען גרייט צו דעם היכל הבית המדרש, מען שטעלט אויס די בענקלעך, און די טישן. אינעם בעיסמענט ווערט אריינגעלייגט גאר אסאך כחות יעצט. מען הייבט אן אנצוגרייטן דעם קאך, מען ברענגט אריין אלע געברויכן פאר די סעודות, חלות, פיש, פלייש, גרינצייג, א.א.וו. אזוי אויך פרישט מען איבער דעם גרויסן מקוה, ווי מען האט היי יאר ב"ה אינסטאלירט א סאפיטיקירטע פילטער וואס ארבעט שוין ב"ה. מען מאכט זיכער אז אלעס ארבעט בעז"ה. דער ציבור אנשי שלומינו גרייט זיך צו אינדערהיים, יעדער פאקט זיך איין זיינע ביסל וועש, און זיינע וויכטיגע געברויכן, יעדער מאכט זיכער זיך איינצופאקן אביסל צידה לדרך, א משניות, א חומש, א קליינע טאשן גמרא, א.א.וו. און מען בעט דעם אייבערשטן אז מען זאל אנקומען בשלום, און אויסנוצן די צייט ריכטיג, און זיך אויסבעטן א גוט יאר פאר זיך פאר די משפחה, און פאר גאנץ כלל ישראל, און אהיים קומען בשלום, צו א פרישע גוטע יאר. תחל שנה וברכתיה &nbsp; &nbsp; וועטער אפדעיט: דערווייל איז נישט קיין גרויסע חילוק אין די וועטער שאצונגען. ווי עס זעט יעצט אויס וועט פרייטאג זיין אביסל רעגנדיג, און אויסער דעם וועט אין די נאכט שעות זיין בערך 45-50 און בייטאג 70-75. עס איז כדי מיטצוברענגען רעגן מלבושים, און א סוועטער.

    < זעה מער כג אלול תשע"ט 📝
  • הערליכע פראגראם ערווארט די חשובע פרויען מארגן מאנאטג נאכט בעז"ה ביים "אומאן פארברענג"

    מיט גרויס שפאנונג ווארטן די חשובע פרויען צום מארגנדיגן טאג, ווען זיי וועלן זיך בעז"ה צוזאם קומען צום יערליכן "אומאן פארברענג" ווי מען וועט פארברענגען אינאיינעם און זיך פרייען אויף דעם גרויסן זכיה און דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע זכיה אז זייערע מענער זענען נתקרב צום הייליגן רבין, און האבן א דאנק דעם געטרייע מענער וואס העלפן אין שטוב, און פירן ערליכע שיינע שטובער, לערנען יעדן טאג, זענען מקפיד צו דאווענען מיט מנין, ברענגען אריין א שמחה אין שטוב. און אזוי ווי יעצט דערנענטערט זיך די הייליגע ראש השנה טעג וואס דער הייליגע רבי האט געבעטן און געפאדערט אז יעדער זאל קומען צו אים אויף יום טוב, פארקוקט יעדער איינער אויף די שוועריקייטן, די מענער פארקוקן אויף זייער באקוועמליכקייט פון זיין אין זייער שטוב ווי זיי האבן אזוי ליב צו פארברענגען, בפרט אום שבת ויום טוב, און זיי פארן שעות ארוכות און וויילן אויף יום טוב ווי בחורים אין א דארמיטארי, שלאפן אויף א פרעמדע בעט, וכו' וכו', און די פרויען פארקוקן אויף זייער באקוועמליכקייט און לאזן זייערע מענער פארן, און דארפן זיך אפגעבן מיט זייערע קינדער אליינס אן זייער הילף, און פירן די שבת און יום טוב טישן אליינס אן דעם מאן, און דאס אלעס טוט מען מיט א גרויס שמחה, וויסענדיג אז די אלע שוועריקייטן צאלט זיך אויס בכפל כפלים, נאכן הערן דעם הייליגן רבינס צוזאג צו העלפן די אלע וואס קומען צו אים, אז זיי זאלן האבן א גוט יאר. דערפאר קומען זיך די טייערע פרויען צוזאם זיך מחזק זיין איינע דעם צווייטן, מען זאל זיך צוגרייטן צום הייליגן יום טוב מיט א גרויסע שמחה, און זיך פרייען אויף די גרויסע זכיה. א רייכע סאפער וועט סערווירט ווערן ביים פארברענג, עס וועלן זיין הערליכע געשמאקע דרשות, אזוי אויך וועט פארגעשטעלט ווערן א הערליכע שפיל פון וואס אלע פרויען וועלן מיט אייבערשטנס הילף שטארק הנאה האבן. דער אומאן פארברענג וועט בעז"ה פארקומען מארגן מאנטאג נאכט פרשת נצבים אין ישיבה תפארת התורה ברסלב, אויף 27 סקילמאן סט. אין וויליאמסבורג אום 9:00 אווענט &nbsp; "ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה, דארף זיך זייער פרייען" (שיחת הר"ן)

    < זעה מער כב אלול תשע"ט 📝
  • פדיון נפש אפציע געעפענט אויפן וועבסייט

    ווי באקאנט פלעגן אנשי שלומינו זיך פירן צו געבן פאר מוהרא"ש יעדעס יאר אום ערב ראש השנה אין אומאן "פדיון נפש", אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רי"ד) אז ערב ראש השנה זאל מען געבן א פדיון. מוהרא"ש האט געזאגט אז די גרעסטע צדקה וואס עס איז פארהאן איז צו געבן געלט צו קענען מער און מער פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף דער וועלט, דאס איז די בעסטע וועג ווי אזוי מחי' צו זיין מענטשן, און דאס בלייבט פאר די מענטשן אויף אייביג. דעריבער פלעגט מוהרא"ש נוצן די געלט פון די פדיונות אויף צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און צו בויען דעם רבינ'ס מוסדות, צו קענען מיט דעם ווייטער פארשפרייטן דעם רבינ'ס אור אויף דער וועלט. דאס יאר וועלן אנשי שלומינו ווייטער געבן "פדיון נפש" אין אומאן פאר דעם זעלבן צוועק, מען וועט קענען געבן דעם "פדיון נפש" פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ערב ראש השנה אין אומאן, מ'קען זען די זמנים פאר פדיון נפש אין אומאן אין א באזונדערע קעסטל אינעם גליון, ווי אויך וועט זיין טישלעך ביים ציון הקדוש און אויף די הויפט גאסן אין אומאן, וואו מ'וועט קענען געבן די פדיון נפש. מ'קען שוין אויך מנדב זיין פדיון נפש דא אויפן וועבסייט העלפן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף דער וועלט, איז די בעסטע הכנה צום הייליגן ראש השנה. &nbsp; פדה בשלום נפשי!

    < זעה מער כ אלול תשע"ט 📝
  • אומאנ'ער עירוב נעמט אריין דעם נייעם בנין

    דער יושב ראש וועד העירוב ד'אומאן הרב אליעזר יודא קעניג שליט"א האט געמאלדן פארן ראש ישיבה שליט"א אז ער ברייטערט אויס דעם עירוב אין אומאן עס זאל ארייננעמען דעם נייעם בנין אין אומאן פון ראש ישיבה שליט"א.&nbsp; די אלע הונדערעטער אידן וואס וועלן זיך בע"ה איינקוואטירן אין דעם בנין, און אזוי אויך נאך פילע אידן פון איבער די גאנצע וועלט וואס וועלן וויילן איבער די לענג און ברייט פון אומאן וואס ווילן קומען מיטהאלטן די תפילות און דרשות פון ראש ישיבה שליט"א זענען זייער מכיר טובה דעם וועד העירוב אין אומאן, פארן זיי אנטקעגן קומען מיטן אונטערגענומען אזא קאסטבארן פראיעקט און האבן אויסגעברייטערט דעם עירוב עס זאל אויך ארייננעמען דעם נייעם בנין היכל הקודש אין אומאן אויף די בילאצערקאווסקע גאס. דער עירוב קומט ספעציעל צוניץ אין אזא יאר ווי יעצט וואס ראש השנה געפאלט אויס זונטאג נאכט, און דער עולם קומט שוין אויף שבת קודש. דער עולם וועט בעז"ה אויסנוצן דעם עירוב צו קענען קומען אין גיין פון בנין צום הייליגן ציון און אויסגיסן דאס הארץ ביים אייבערשטן און פועלן א גוט געבענטשט יאר ביים הייליגן ציון. שמחים לשמרו ולערב עירובו

    < זעה מער יט אלול תשע"ט 📝
  • הערליכע וועטערס ווערן ערווארטעט בעז"ה אין אומאן אין די ראש השנה טעג

    בעת עס ווערן געמאכט די לעצטע הכנות אין אומאן זיך אנצוגרייטן פארן גרויסן פלייץ פון אידישע קינדער וואס וועלן איבערפולן יעדעס ווינקל אינעם גאנצן אומגעגענט, קומט אריין די גוטע נייעס פון די וועטער מבינים אז עס ווערט ערווארטעט בעז"ה גאר שיינע וועטערס אין אומאן אין די טעג פון ראש השנה. די וועטער זאגט פאר פאר די אלע טעג טרוקענע וועטערס, די טעמפעראטור ווערט ערווארטעט צו זיין בערך 65-70 בייטאג, און בערך 45-50 ביינאכט. מיט איין אויסנאם פון ערב שב"ק נצבים פארמיטאג וואס האט לעת עתה א 30% שאנס פאר רעגן. עס דארף אנגעמערקט ווערן אז א וועטער באריכט פון א וואך פריער, איז נישט גענוג פארלעסליך, און בפרט אין אוקריינע איז די וועטער שאצונג א גאנץ יאר נישט זייער קראנט. דערפאר דארף מען נאך ווייטער מתפלל זיין אז אויסער וואס מיר זאלן אנקומען קיין אומאן בשלום און אהיים קומען בשלום, די פעקלעך זאלן אנקומען, און אזוי ווייטער אלעס זאל פארן גלאטיג, זאל מען אויך מתפלל זיין אז די וועטערס זאלן זיין פיינע געשמאקע וועטערס אין די פאר טעג. און דער עיקר דארף מען געדענקען צו וואס מען קומט צו פארן צום הייליגן רבין, ווייל ער האט געבעטן און געפאדערט אז מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער וועט אונז פאררעכטן. דארף מען אויסנוצן די מורא'דיגע געלעגענהייט ווען מיר זענען פאר די פאר טעג ביים הייליגן ציון, נישט צו ווערן פארטושט די מוח מיט אלע נארישקייטן, פון גיין זען די מארק פלעצער, אדער וועלכע שול איז שענער און גרעסער, אדער גיין דעם דעם זינגער אדער דעם שפילער, וכו' וכו', נאר האלטן די קאפ אויפן פלאץ און אויסנוצן די הייליגע מינוטן מיטן לויפן צום הייליגן ציון און אויסבעטן א גוט יאר פאר זיך, פאר די גאנצע משפחה, און פאר גאנץ כלל ישראל. ונתנה תוקף קדושת היום כי הוא נורא ואיום

    < זעה מער יח אלול תשע"ט 📝
  • וויכטיגע אנווייזונגען אויפ'ן וועג קיין אומאן

    וויכטיגע אנווייזונגען פאר די רייזע קיין אומאן, צוגעשטעלט דורך אייער געטרייע טרעוול אגענט&nbsp; Plan-it-Rite וואס שטעלט אייך צו אלע טרעוול געברויכן קיין אומאן, און סיי וואו איר פארט א גאנץ יאר. &nbsp; צום ערשט דארפט איר זיכער מאכן, אז אייער לעגאלער נאמען (די לעצטע און די ערשטע) וואס שטייט אויפ'ן פאספארט, זאל זיין ארויסגעשריבן ממש די זעלבע אויפ'ן טיקעט. עס איז ראטזאם און גרינגער אריין-צו-טשעקן אנליין. מ'קען אריין-טשעקן פון פיר-און-צוואנציג שעה ביז צוויי שעה פאר די פליגער הייבט זיך. אריין-טשעקן אין עירפארט נעמט אסאך צייט און קען צומאל זיין א פראבלעם אויב קומט מען שפעט, אזוי אויך קען עס צומאל קאסט א טשארדזש (ביי יוקרעין עירליינס קאסט עס $17 דאלער). אזוי אויך זיך אליינס אויסוועלן דעם זיץ אויפן פליגער, קען קאסטן א באזונדערע פרייז. (ביי יוקרעין עירליינס זענען די פרייזן הייבן זיך צווישן $15 און $50 דאלער א וועג - געוואנדען אינעם זיץ). אז איינער וויל נעמען געפאקטע באקסעס אויפן פליגער, זאל מען עס ארומגענומען מיט סארען רעפּ (Saran wrap), און יעדע באקס דארף זיין באזונדער, נישט צוויי באקסעס צוזאמען. אויב האט מען מער רענצלעך פון וויפיל מ'איז בארעכטיגט צו מיטנעמען מיט'ן פליגער, וועט עס אויסקומען ביליגער, אויב מען באשטעלט עס כאטשיג 48 שעה פאר די פליגער הייבט זיך. די טשעק-אין אין עירפארט גייט אן אנגעהייבן פון דריי שעה פאר די פליגער פארט, און ענדיגט זיך א שעה פאר די פליגער הייבט זיך. דערנאך ווערט&nbsp; שוין קיינער נישט אריינגעלאזט. עס איז גוט צו מאכן טרעוול אינשורענס. דאס וועט בעז"ה פארמיידן שאדנס פון צעבראכענע אדער פארלוירענע חפצים/בגדים. אזוי אויך איז גאר וויכטיג צו האבן מעדיקעל אינשורענס, כדי אויב מען דארף (נישט אויף קיין שום איד געדאכט) ח"ו צוקומען צו סיי וועלכע מעדיצין אדער דאקטוירים דורכאויס די רייזע, אדער חלילה אריין גיין אין שפיטאל, זאל מען זיין געדעקט. אויב איינער פון די עלטערן פארן אליין, און מען נעמען מיט א קינד/קינדער אונטער די עלטער פון זעכצן, דארף מען מיטברענגן א צעטל וואס האט א בילד פון די מאן'ס/ווייב'ס אידענטיפיקאציע (ID) און אויף דעם זאל זיין א חתימה אז זיי געבן רעכט פאר'ן קינד מיט צו פארן. אסאך עירליינס - אריינגערעכענט יוקרעין אינטערנעשענאל - זענען זייער שטרענג מיט די האנט באגאזשן וועלכע מען נעמט ארויף אויפן פליגער. עס מעג וועגן א מאקסימום פון 15 פונט. אזוי אויך די ברייט הייך און לענג קען זיין מאקסימום 15.7 אינטשעס (40 סענטימעטער) ביי 21.6 אינטשעס (55 סענטימעטער). זע אינעם בילד אויבן. דער אייבערשטער זאל העלפן אז יעדער זאל פארן געזונטערהייט און צוריק קומען געזונטערהייט, און פועל'ן אלעס גוטס ביים הייליגן רבי'ן, א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר. &nbsp; Plan-it-Rite 718-506-4341

    < זעה מער טז אלול תשע"ט 📝
  • איבער 100,000 אידן ערווארטעט אין אומאן אויף ראש השנה תש"פ

    לב מי לא יחרד, וועמענ'ס הארץ ציטערט נישט ווען עס קומט דער גרויסער יום הדין. מען זעט ווען א מענטש האט באקומען א טיקעט פון א פאליציאנט פאר טרעפיק פארלעצונגען און ער פארכט זיך אז ער וועט באקומען עטליכע פוינסט, און אפשר גאר וועט מען אים חלילה צונעמען זיין לייסענס, וועט ער איבערדרייען א וועלט, ער וועט זיך נאכפרעגן און נאכזון דעם בעסטן לאיער, און צאלן א גרויסע סכום געלט אבי אז ער זאל האבן א גוטע לאיער וואס אפשר וועט ער מצליח זיין און מעורר זיין רחמים ביים דזשאדזש און ער וועט אפקומען מיט בלויז א פארקינג טיקעט. וואס זאל מען זאגן ביי אונזער פאל ווען דער שופט כל הארץ וואס וועט וועט אונז משפט'ן אויף אונזערע מעשים פון א גאנץ יאר, וואס מיר ווייסן זייער גוט וויאזוי זיי האבן ליידער אויסגעזען, און אונזער ריכטער דער הייליגער באשעפער אליין וועט דן זיין דעם מענטש אויפן קומענדיגן גאנצן יאר, נישט נאר צו ער וועט באקומען א געלט שטראף, צי מ'וועט אים צונעמען די לייסענס, נאר אויך אויף אלעס וואס נעמט ארום דעם מענטש, זיין געזונט, זיין פרנסה, מי יחיה ומי ימות, מי בקוצו ומי לא בקוצו, מי במים ומי באש וכו' וכו'. דארפן מיר דאך אלע נעמען דעם בעסטן לאיער, און אים בעטן ער זאל אונז פארטרעטן ביים משפט, און ממליץ טוב זיין פאר אונז. און וואס בעט ער דען פון אונז, בלויז אז מיר זאלן קויפן א טיקעט און פארן צו אים אויף די פאר טעג ווען דער משפט קומט פאר. ווער קען זיך ערלויבן צו פארפאטשקען אזא געלעגענהייט? דערפאר זעט מען טאקע, ווי די ווארימקייט און התעוררות ביים ציבור שטייגט פון יאר צו יאר, און צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט, קוקן נישט אויף קיין שום שטערונגען און שווערקייטן וואס קומען אונטער, און כאפן דעם רענצל און פליען אפ צום ציון קודש הקדשים אין אומאן צו וויילן אויף ראש השנה צוזאמען מיטן הייליגן קיבוץ. ווי וואונדערליך עס צו זען ווי מען קומט אן קיין אומאן יעדעס יאר עקסטער, איז דער שטאט ממש נישט צו דערקענען, ווי עס וואקסן ארויס אויף יעדע ווינקל און יעדע גאס נייע ריזיגע בתי מדרשים פון פארשידענע קהילות הקודש, און פילע האטעלן, געשעפטן, הכנסות אורחים'ס יעדע מיט זיין אייגענארטיגן חן צוגעפאסט פאר יעדע קרייז און יעדע שבט פון כלל ישראל. ווי די טראוועל אגענטן געבן איבער, ווערן די זיצן אויף די פליגעס צוכאפט ווי קיינמאל בעפאר, און לויט די טיקעסט וואס ווערן פארקויפט ווערט געשאצט אז היי יאר וועלן זיין אין אומאן אויף ראש השנה דער אומגעהויערע ציפער פון איבער הונדערט טויזנט אידן, וואס האבן זיך מוסר נפש געווען און איבערגעקומען זייערע מניעות, דער פון זיין קרייז, דער פון משפחה, דער פון געלט, דער פון געזונט, און געקומען פאלגן דעם רבין בתמימות ובפשיטות, און רעכטן אפ דעם היילגן יום טוב ראש השנה צוזאמען מיטן הייליגן קיבוץ אין אומאן, אז דער רבי זאל זיי פאררעכטן און גייען אהיים מיט פילע זעק ישועות און רפואות ברוחניות ובגשמיות. ראש השנה שלי עולה על הכל - איש בל יעדר! &nbsp; אויפן בילד: מוהרא"ש ז"ל בענטשט דעם ראש ישיבה שליט"א מיט זיינע קינדער אין אומאן ראש השנה תשע"א

    < זעה מער טו אלול תשע"ט 📝
  • ערשטע באנד ספר עצתו אמונה - שו"ת פון ראש ישיבה שליט"א, ווערט צוגעגרייט צום דרוק

    ספר וועט אנטהאלטן די ערשטע קרוב צו הונדערט בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א - וועט בעז"ה ארויסקומען לאור עולם אין די קומענדיגע וואכן ווער עס האט שוין אמאל באגעגענט די קונטרסים פון "עצתו אמונה" דעם דארף מען שוין נישט ערלקערן פון וואס מען רעדט. אין דעם הייליגן ספר טרעפט יעדער טרעפליכע ענטפערס אויף אלע שאלות און ספקות מיט וואס יעדער מוטשעט זיך. און אלעס בלויז מיטן תורה'דיגע צוגאנגט געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל, פוסקים, פון הייליגן רבין און זיינע הייליגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז איבערגעגעבן. דאס אלעס איז געשריבן געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א אין בריוו פאר אידן און ענטפערס אויף שאלות וואס אידן האבן אריינגעשיקט. זייער אסאך ווערט גערעדט פון אמונה פשוטה אין אייבערשטן, און אז דאס איז די וועג וויאזוי אידישע קינדער דערהאלטן זיך אין גלות נאר דורך גלייבן אין אייבערשטן און קיין חקירות און פילאזאפיע א פלעינע ריינע אמונה אזוי ווי פרויען און קינדער האבן. גאר א גרויס חלק פון די שאלות קומען פון בחורים, וואס ווי באקאנט פלעגט מוהרא"ש אייביג זאגן, אז זיין זאך איז בחורים, און אז קיינער פארשטייט נישט דעם צער פון א בחור, וואס וויל חתונה האבן, ער וויל זיין ערליך און זאגט צו צום אייבערשטן אז ער גייט שוין פון יעצט זיין ערליך, און ווידער איז ער אראפ געפאלן ר"ל, און זיין הארץ דרוקט אים און ער וויינט "וואס וועט זיין מיט מיר?", "וויפיל מאל קען מען זיך אויפהייבן?", "ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?" און פרעגן אן דעם ראש ישיבה שליט"א זייערע ספיקות און שאלות, און דער ראש ישיבה שליט"א איז זיי מחזק זיי זאלן נישט אויפגעבן נאר אנהייבן נאכאמאל פון פריש, און גיט זיי עצות וויאזוי זיך ארויסצודרייען פונעם ברענעדיגן יצר הרע, און סגילות פון צדיקים צו טרעפן זייער שידוך. זייער אסאך רעדט דער ראש ישיבה שליט"א ארום אין די בריוו פון די גרויסקייט פון "הפצה", ווי דער ראש ישיבה שליט"א דרוקט זיך אויס אין איינע פון די בריוו בזה"ל "איר זענט זיך מחיה מיט די שיעורים פון ישיבה וכו'; די שיעורים האבן געטוישט אייער לעבן, אייער גאנצער בליק אויפן לעבן וכו'; פאר וועם קומט דאס צו פארדאנקען, פון וואו נעם איך די תוכן וואס מיר זאגן ביי די שיעורים, אויב נישט פאר דעם גרויסן מפיץ ר' נתן יאקאבאוויטש ני"ו. פאר פופצן יאר צוריק שנת תשס"ד לפ"ק האט ער מיך באגעגנט אין א בית המדרש און ער האט מיר געגעבן א קליין ספר'ל: "אשר בנחל", דאס האט געטוישט מיין לעבן, און דאס האט געטוישט זייער אסאך מענטשנס לעבנ'ס, ווייל אזוי ווי איר שרייבט מיר אז אייער לעבן האט זיך געביטן, אזוי באקום איך יעדן טאג בריוו ווי מענטשן שרייבן אז זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן. וואס איז דער מפיץ וואס האט מיר געגעבן דעם ספר "אשר בנחל", ווי אזוי דארף זיין מיין בליק אויף דעם איד?" און בכלל זענען די בריוו פול מיט התחזקות פאר יעדן איד אין יעדן מצב, מען זאל זיך נישט פארלירן, און געדענקען אז די איינציגסטע פלאץ צו וואו צו אנטלויפן איז נאר צום אייבערשטן. מען זאל גיין צו א פלאץ ווי קיינער איז נישט דארט, און זיך דארט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף אידיש, וואס נאר ער קען און וועט דיך העלפן. ועל כולם זענען גאר א גרויס חלק פון די בריוו איבער די ענין פון שלום בית, דער ראש ישיבה שליט"א געט עצות און הדרכה פאר א ריכטיגע אהבה אחוה שלום וריעות צווישן די פאר-פאלק, זיי זאלן וויסן אז די וועג צו האבן שלום בית איז נאר אז מ'איז מוותר איינע דעם צווייטן, מ'קוקט גוט אויף די מאן/ווייב. אזוי אויך לערנט דער ראש ישיבה אויס, אז חומרות און פרושות ברענגט נישט קיין גוטס, ווי מוהרא"ש פלעגט אייביג חזר'ן מיט אונז דאס ווארט פון רבי אברהם ב"ר נחמן ז"ל, ווען מ'פלעגט אים פרעגן הנהגות פון אינגעלייט "קינדערלעך, היט איך פון כריתות", "ווען מ'מעג מעג מען אלעס, ווען מ'טאר נישט טאר מען גארנישט". אזוי אויך רעדט דער ראש ישיבה זייער אסאך איבער "חינוך", מ'זאל וויסן אז דער עיקר וואס מ'דארף אריינלייגן אין די קינדער פון גאר קליין איז אמונה און תפלה, און אזוי אויך אז מידות טובות דארף מען אויסלערנען דאס קינד נאך פון קליינווייז אויס. הזמן יכלה והם לא יכלו, עס איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע ענינים בפרטיות פון וואס דער ראש ישיבה רעדט אלץ ארום אין די בריוו, דאס איז א תמצית פון אלע ענינים וואס ווערן ארום גערעדט: אומאן - אחדות - אידיש געלט - איינזאם - אינטערנעט - אמונה - אמונת חכמים - אשר בנחל - בארד און פאות - בושה - בזיונות - בחור - בין אדם לחבירו - בין המצרים - בית דין - בית המדרש - ברכת המזון - בר מצוה - גמרא - געזעץ - געמבלינג - געפילן - דראגס - דרייוון - דרשות - הדרכות - היטן די צייט - היכל הקודש - היסטאריע - הלכה - הפצה - התחדשות - התחזקות - וואקסינען - זומער - זיכוי הרבים - זריזות - חב"ד - חברים - חובות - חומרות - חידושי תורה - חיזוק פאר מיידלעך - חיזוק פאר פרויען - חינוך הילדים - חסידות ברסלב - חתונה - חתן - טלית - טערעפי - טשעפען - יאוש - יבנאל - יום טוב - יום כיפור - ישיבה - כולל - כיבוד אב ואם - כעס - כשרות - לבוש - לימוד התורה - לימודי חול - לערערין - לצנות - מאוויס - מדות טובות - מוהרא"ש - מוהרנ"ת ז"ל - מוסדות - מוסר - מועדים וזמנים - מחלוקת - מחשבות - מלמדים - מנהגים - מנין - מעביר סדרה - מעשר - מקוה - משיח - משניות - משפחה - משקה המשכר - נאטורן - ניבול פה - ניגונים - נייעס - נסיונות - נעגל וואסער - סבלנות - סגולות - סדר דרך הלימוד - סוכות - סיום - סיום הש"ס - סיפורי צדיקים - סכנה - סמארטפאון - ספיקות - ספירה - ספרי ברסלב - עבודת השם - עבירות - ענינים שונים - עצבות - עצות - פורים - פחדים - פירושים - פסח - פרנסה - צדיקים - צדקה - ציצית - צניעות - צרות - קאמפיוטער - קברי צדיקים - קדושה - קינדער - קללות - קנאה - קעמפ - קריאת שמע - קשיות - ראש השנה - רענט - רפואה - שאלות - שבת קודש - שובבי"ם - שווער און שוויגער - שידוכים - שיחות - שיעורים כסדרן - שכחה - שכנים - שכרות - שלאפן - שלום - שלום בית - שמחה - שמחות - שמירת עינים - שנה ראשונה - שערן די האר - תהלים - תודה והודאה - תיקון הכללי - תלמיד - תמימות - תפילה והתבודדות - תפלות אויף אידיש - תפלין - תשובה - תשעה באב &nbsp; בילד אויפן קעפל: דער ראש ישיבה שרייבט א בריוו, אין פליגער אויפן וועגן קיין ארץ ישראל

    < זעה מער יג אלול תשע"ט 📝
  • סיום הש"ס אין ישיבה דורך מו"ה יודל דעפריס הי"ו פון קענווי איילענד, ענגלאנד

    נעכט מאנטאג תצא איז פארגעקומען א שיינע סיום הש"ס אין ישיבה ווען מו"ה יודל דעפריס הי"ו איז געקומען צו פארן מיט זיין משפחה און עלטערן צו מאכן זיין סיום הש"ס ביים ראש ישיבה שליט"א אין ישיבה. דער ראש ישיבה האט פארציילט אז אלעס האט זיך אנגעהויבן פונקט עלף חדשים צוריק אום שב"ק ט' חשון תשע"ט, ווען ער איז געקומען צו פארן צו שמועסן מיטן ראש ישיבה, און דער ראש ישיבה האט אים מחזק געווען ער זאל נעמען אויף זיך דעם רבי'נס סדר דרך הלימוד, און ער האט עס גענומען מיט א שטארקייט, און יעצט פונקט עלף חדשים שפעטער איז מען זוכה אז מען שטייט שוין דא ביי א סיום הש"ס. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז כאטש אנדערע וועלן חוזק מאכן פונעם הייליגן סדר דרך הלימוד "וואס? דו דאווענסט גמרא?", אבער ווען א מענטש קוקט מיט אן אמת'ע אויג, און ער קוקט זיך אן וויאזוי ער האט שוין אלעס פרובירט און עס גייט דורך טעג, וואכן און יארן, און כאטש די "פיקטשער" זעט אויס שיין, ער האט א "חברותא", אבער מען לערנט נישט, צי ווייל מ'שמועסט, צי ווייל די קאפ איז נישטא, א.א.וו. און ווען א מענטש מאכט זיך א חשבון הנפש, און ער הערט דעם הייליגן רבינס ווערטער אין שיחת הר"ן סימן ע"ו, אז "אין צריכים בלימוד רק האמירה בלבד", דאס הייסט אז "מען דארף נישט מער ווי זאגן די ווערטער ווען מ'לערנט", און ער פרובירט עס אויס, דארף ער שוין גארנישט מער פון דעם, ער ווערט צוגעקלעבט צו די תורה, ער לערנט דורך כל התורה כולה אין א קורצע צייט, און ער הייבט אן צו באמערקן צוביסלעך אז ער פארשטייט דאס לערנען אפילו מיטן בלויז זאגן. דער ראש ישיבה שליט"א האט אנגעווינטשן פאר ר' יודל'ס עלטערן וואס זענען זיך אויך געקומען זיך באטייליגן אסאך נחת פון אלע קינדער. דערנאך האט ר' יודל פאטער הרה"ח ר' אליעזר מרדכי שליט"א אנגעווינטשן פאר זיין זון און פארן ראש ישיבה שליט"א ער זאל האבן הצלחה מיט די תלמידים. דערנאך האט ר' יודל אויפגעטרעטן, און ארויסגעברענגט אז דער ראש ישיבה שליט"א'ס ווערטער זענען נישט עפעס א בלויזע "טעאָריע", נאר מיר דארפן עס נעמען לעובדא ולמעשה, נעמען די משניות און זאגן פרקים, און דאס וועט אונז ארויסנעמען פון אלע פראבלעמען, אזוי אויך רעדן צום אייבערשטן, און האט זיך באדאקנט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א. דערנאך האט מען געזונגען שיינע ניגונים לכבוד די מאורע. &nbsp; תורת ה' תמימה משיבת נפש

    < זעה מער י אלול תשע"ט 📝
  • ברית לבן מו"ה נחום ברילל הי"ו אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו

    היינט איז פארגעקומען א שיינע שמחה אין ביהמ"ד היכל הקודש אין בלומינג גראוו, ווען מו"ה נחום ברילל הי"ו האט מכניס געווען זיין זון בבריתו של אברהם אבינו ע"ה. פילע משפחה און אנ"ש זענען זיך צוזאם געקומען היינט מאנטאג אינדערפרי צום דאווענען, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען די פרייליכע שמחה, דער מוהל איז געווען הרב אהרן ווייס שליט"א, און מען האט א נאמען געגעבן דאס קינד "נחמן נתן" נאכן הייליגן רבין און זיין גרויסן תלמוד. דערנאך איז פארגעקומען א שיינע סעודת ברית אין ביהמ"ד, ווי מען האט זיך געפרייט אינאיינעם און געזונגען שירות ותשבחות צום אייבערשטן. זאל דער אייבישטער העלפן אז דער בעל שמחה זאל זען רב תענוג ונחת פון אלע זיינע קינדער. כשם שנכנס לברית, כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים &nbsp; בילדער

    < זעה מער ט אלול תשע"ט 📝
  • פרויען פון אנשי שלומינו קוקן ארויס מיט שפאנונג אויף א הערליכע אומאן פארברענג

    נאכפאלגענדיג די גרויסע צופרידנהייט פון די פרויען פון אנשי שלומינו די פארגאנגענע יארן פאר ראש השנה, ווען די פרויען האבן זיך צוזאמגענומען אינאיינעם און געהערט דרשות און זיך געפריידט צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי' אז די מענער זענען זוכה צו וויסן פון הייליגן רבי'ן און זענען זוכה צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, וועט דאס יאר נאכאמאל פארקומען די "אומאן פארברענג", זיך צו שטארקן צוזאמען אויף די געוואלדיגע זכי' אז זיי שיקן זייערע מענער צום הייליגן רבינ'ס ציון אויף ראש השנה. וועמענס הארץ ציטערט נישט פונעם פארכטיגן יום הדין, ווען דער אייבערשטער שרייבט אן פאר יעדן איינעם אלעס וואס עס וועט פאסירן מיט אים במשך די גאנצע יאר, און דא זאגט דער רבי אז ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה וועט ער אים פארטיידיגן און זען דערצו אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר, איז דאך זיכער אז יעדער וויל האבן די זכי' צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר. דעריבער וועלן זיך די פרויען צוזאמנעמען און זיך שטארקן אינאיינעם צו שיקן די מענער אויף אומאן און אהיימברענגען ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. די פארברענג וועט פארקומען אי"ה מאנטאג נאכט פ' נצבים הבעל"ט אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג, ווי מ'וועט הערן שיינע דרשות, און מ'וועט מיטהאלטן א שיינעם פראגראם. עס איז ערווארטעט די באטייליגונג פון הונדערטער פרויען פון אנשי שלומינו. די חשובע פרויען קוקן ארויס מיט שפאנונג אויף דעם געשמאקן פארברענג, זיך צו פרייען אינאיינעם אויף די גרויסע זכי'. ולאחיו יאמר חזק! דרשה פון ראש ישיבה שליט"א פאר די פרויען ביים פארברענג תשע"ז דרשה פון ראש ישיבה שליט"א פאר די פרויען ביים פארברענג תשע"ח

    < זעה מער ח אלול תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 1336 to 1350 of 1666 results

1 2 ... 87 88 89 90 91 92 93 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com