Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שיינע "שושן פורים" שפיל אין היכל הקודש וויליאמסבורג

    הונדערטער אידן זענען זיך צוזאם געקומען דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג צום סעודת שושן פורים, וואו מ'האט זיך געוואשן לכבוד סעודת מלוה מלכה און מ'האט געזינגען זמירות פון מוצש"ק, דערנאך האט מען געהערט א שמועס פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט ווי שטארק עס דארף זיין אונזער שמחה אז עס איז אריבער אויף אונז אזא הייליגע יום טוב פורים, און מיר האבן געהאט די זכיה צו טון די מצות היום, ליינען די מגילה, געבן משלוח מנות, מתנות לאביונים, א.א.וו. דערנאך האט מען געזען א שיינע פרעזענטאציע פון מוהרא"ש זי"ע ביי פארשידענע יארן אום פורים, די ריקודין, און מ'האט געהאט די זכיה צו הערן אויסצוגן פון די הייליגע ווערטער פון מוהרא"ש, בשעת עס גיסן זיך פון זיינע אויגן טייכן טרערן, ווען ער רעדט איבער די גרויסע רחמנות וואס ער האט אויף בחורים און מיידלעך, ווי קיינער פארשטייט נישט וואס עס גייט אריבער אויף זיי, און ווי ער האט גענומען אויף זיך זיי צו העלפן מיט די גרעסטע מסירות נפש, און ווי דער סמ"ך מ"ם האט זיך פארלייגט אויף אים, אלעס נאר ווייל ער נעמט ארויס די הייליגע נשמות וואס דער סטרא אחרא האט שוין געהאט אין זיין טאש. דערנאך האבן עטליכע טאלאנטפולע בחורים און אינגעלייט אויפגעשפילט א הערליכע פארשטעלונג פון די מעשה הייליגן רבי'ן וואס ווערט געברענגט אין ספר "כוכבי אור" פון "דער בן מלך וואס איז געווארן אן אינדיג", ווי מ'האט אויף א געשמאקע אופן ארויסגעברענגט גאר שיינע מוסר השכל, ווי אזוי דער הייליגער רבי לאזט זיך אראפ צו אונז, מיט אונזערע דמיונות, און שמועסט מיט אונז און גיט זיך אפ מיט אונז, און אזוי שטאטעלעך, אן דעם וואס מיר כאפן אפילו, ברענגט דער הייליגער רבי אונז צו צו די גרעסטע מדריגות, צו וואס די גרעסטע צדיקים זענען צוגעקומען, ווי רעדן צום אייבערשטן, און לעבן מיט אייבערשטן, א.א.וו. דער שפיל פון וואס אלע האבן שטארק הנאה געהאט, איז געשפילט געווארן דורך הרב יחזקאל סאמעט שליט"א, הרב מרדכי אינדיג שליט"א, מו"ה מיכל ראזענפעלד הי"ו, מו"ה העניך אינדיג הי"ו, הב' משה ראזענבערג הי"ו, הב' נתנאל פארקאש הי"ו, און הב' בערל שניטצלער הי"ו. די אנוועזנדע האבן גאר שטארק הנאה געהאט פונעם שפיל, וואס איז געווען גאר אינטערעסאנט און פרייליך, און צו די זעלבע צייט שטארק ארויסגעברענגט דעם מוסר השכל.   בילדער  

    < זעה מער כא אדר ב' תשע"ט 📝
  • פרייליכע פורים טעג אין ישיבה

    אום פורים נאכמיטאג זענען זיך אנשי שלומינו צוזאם געקומען צו די סעודת פורים בהיכל הישיבה, נאך די סעודה האט מען ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ בתופים ובמחולות, און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים, בימים ההם - וואס מיר זענען ניצול געווארן פון המן הרשע, און מקבל געווען די תורה פון פריש - "קימו וקבלו היהודים". ובזמן הזה - אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פונעם הייליגן רבי'ן, וואס לערנט אונז שטענדיג אנצוהייבן פון פריש, זיך נישט לאזן פארפירן פונעם יצר הרע, נאר שטענדיג נאכאמאל צוריק קומען צום אייבערשטן, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, און אזוי וועלן מיר זיכער שטענדיג מצליח זיין. א גרויסער עולם אנשי שלומנו זענען זיך צוזאם געקומען פון נאנט און ווייט זיך צו פרייען אינאיינעם, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען זיכער גע'פועל'ט ישועות און רפואות פאר די גאנצע יאר. והימים האלה נזכרים ונעשים! בילדער

    < זעה מער כ אדר ב' תשע"ט 📝
  • מסיבת לחיים ביי הגאון פוסק הדור קארסלבורגער רב שליט"א צום שידוך פון עלטסטן אור-אייניקל

    א שיינע ציבור קינדער און אייניקלעך זענען זיך צוזאם געקומען אין שטוב פון הגאון האדיר פוסק הדור קארלסבורגער רב שליט"א, נאכדעם וואס דער זיידע דער קארלסבורגער רב האט זיך צוריק געקעקערט פון ארה"ק נאכן זיין אין מירון פאר עטליכע וואכן. דער ראש ישיבה און די מחותנים זענען אריבערגעקומען צום זיידן שליט"א, ווי עס איז געפאוועט געווארן א לחיים, און איז פארפירט געווארן א שיינע תורה'דיגע שמועס מיטן ראש ישיבה שליט"א. דער זיידע דיין הרב הצעיר שליט"א האט אויפגטרעטן לכבוד די גרויסע שמחה, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה, ווי די גאלדענע קייט ציעט זיך ווייטער אזוי שוין בלעה"ר. דער קארלסבורגער רב שליט"א האט געזאגט דברי תורה און ווארים אנגעווינטשן פארן ראש ישיבה שליט"א בזה הלשון "דער איביישטער זאל העלפן אז פון דעם שידוך זאלן ארויסקומען לעכטיגע דורות ישרים ומבורכים, לויטער אידיש נחת", און צוגעענדיגט מיט א ברכה פארן ראש ישיבה שליט"א, "דער אייבישטער זאל דיר שטענדיג באגלייטן, און זאלסט מצליח זיין מיט א שטארקע הצלחה מיט אלע דיינע תלמידים". דערנאך איז דער עלטער זיידע שליט"א דורכגעגאנען ביי די עזרת נשים, און ווארים אנגעוויטשן פאר די כלה און שושבינין. דער אייבישטער זאל העלפן פון דעם שמחה זאל נשפע ווערן שמחה און ישועות פאר אלע אידן. עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים

    < זעה מער יח אדר ב' תשע"ט 📝
  • ישיבה תפארת התורה פורים גרופעס גרייטן זיך צום הייליגן יום טוב

    צוליב די גרויסע פארלאנג אז די בחורים תלמידי ישיבה תפארת התורה זאלן ארויף קומען דעם קומענדיגע פורים הבעל"ט און משמח זיין און זינגען די באקאנטע הארציגע אידישע ניגונים ביי אייך אין שטוב, האט מען בעז"ה מסדר געווען אז אויף דאס יאר פורים וועלן די בחורים זיין צוטיילט אין עטליכע עקסטרע גרופעס, עס וועט בעז"ה זיין באזונדערע גרופעס פאר וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל און מאנסי. &nbsp; אזוי ווי דער פארלאנג איז זייער גרויס, און עס איז נישט מעגליך אנצוקומען איבעראל, דארף מען באשטעלן אן אפוינטמענט ווי פריער. איר קענט רופן 917-530-2556 צו באשטעלן א צייט ווען מען זאל ארויפקומען צו אייך.

    < זעה מער ו אדר ב' תשע"ט 📝
  • ברסלב סענטער ענגליש וועבסייט בעז"ה אפן

    ברוך שהחיינו וקיימנו, אז היינט האט זיך געעפענט דער טויער פאר דער ברייטער ציבור פון צענדליגער טויזנטער ערליכע אידן אין די גאנצע וועלט וואס ענגלישער שפראך איז זייער מאמע לשון (וואס איז - אגב - א סאך א גרעסערע ציבור פון די אידיש רעדנדע עולם), אז אויך זיי זאלן קענען צוקומען און פארשטיין די אלע חיזוק און עצות פון רבין ווי מוהרא"ש האט אונז געלערענט אלע יארן, וואס דער ראש ישיבה געט אונז כסדר אין פארעם פון דרשות, בריוו, שאלות ותשובות, קליפס א.א.וו. אז אויך זיי זאלן וויסן און געדענקען אז דער אייבישטער איז "ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין" און יעדע זאך וואס מען דארף קען מען און דארף מען נאר בעטן פון אים. דער אדרעס פונעם נייעם וועבסייט איז https://en.breslevcenter.com/. אויך קענט איר טרעפן א לינק צום ענגלישן וועבסייט דא אויפן וועבסייט אויבן נעבן דעם "לאגין" לינק. ביים יעצטיגן געלעגענהייט איז פאסיג צו דערמאנעם דעם ציבור וואס איז נהנה און שעפט חיות פונעם ראש ישיבה'ס חיזוק דורכן וועבסייט, אז מען קען מנדב זיין דא אויפן וועבסייט פאר דעם הייליגן צוועק. סיי צו קענען אויפהאלטן און פארבעסערן דעם סייט, און דורכדעם האבן א חלק אין די אלע מצוות און מעשים טובים וואס אידן ווערן נתעורר פון די אלע בריוו און דרשות פונעם ראש ישיבה וואס ווערט דעליווערט דורכן וועבסייט. אויך קענט איר דא מנדב זיין פאר די הייליגע "ישיבה" תפארת התורה וואס איז פקיע שמיה איבער די גאנצע וועלט, ווי די אלע דרשות און בריוו ווערן דארט ערצייגט און פון וואס מיר אלע זענען נהנה טאג טעגליך. אויך קענט איר אויסוועלט "הדפסה" צו מנדב זיין דאס דרוקן די הייליגע ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, וואס ווערט נאכדעם צושפרייט איבער די גאנצע וועלט, און געט לעבן ברוחניות ובגשמיות פאר טויזנטער אידן. וואס ווען נישט הפצה, וואלטן מיר קיינמאל אפילו נישט געוויסט פון הייליגן רבינ'ס נאמען. צו געבן אייער ברייטהארציגע נדבה, ביטע דרוקט דעם לינק https://breslevcenter.com/donations און וועלט אויס "וועבסייט", "ישיבה", אדער "הדפסה", און דער זכות וועט אייך אוודאי ביישטיין צו געהאלפן ווערן מיט וואס איר דארפט. &nbsp; וישמעו רחוקים ויבואו ויתנו לך כתר מלוכה

    < זעה מער ל אדר א' תשע"ט 📝
  • שיינע שידוכים פון צוויי תלמידי הישיבה

    די וואך זונטאג איז למזל טוב געשלאסן געווארן א פרישע שידוך צווישן צוויי חשובע מחותנים מאנשי שלומינו, ווען הב' נחמן נתן בוים ני"ו, א זון מו"ה עזרה הי"ו פון בארא פארק, איז א חתן געווארן צו די טאכטער פון מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו. דער חתן האט פלייסיג געלערענט אין ישיבה תפארת התורה, ווי ער האט אויסגענוצט די צייט און געענדיג מסכת נאך מסכת, און געהאט שיעורים אין אלע חלקים פון די תורה. אזוי אויך העלפט ער זייער אסאך ארויס אינעם בית הדפוס צו העלפן דרוקן און פארשפרייטן צענדליגע טויזנטער ספרים, וואס איז מחזק און מעודד אידן איבער די גאנצע וועלט. דער מחותן מצד החתן מו"ה עזרא הי"ו איז א זון פון הרב דניאל שליט"א פון די חשובע תלמידים פון מוהרא"ש שוין צענדליגע יארן, וואס איז עוסק אין פארשפרייטן דעם רבינס אור און דערמיט דערנענטערן אידן צום אייבערשטן שוין אסאך יארן. בילדער * יעצט מיטוואך נאכמיטאג איז למזל טוב געשלאסן געווארן א פרישע שידוך, ווען הב' אברהם יצחק אייזנער הי"ו פון קרית טאהש קאנאדע, איז א חתן געווארן צו די טאכטער פון הרב מאיר דוד פארקאש שליט"א דער חתן איז א תלמיד הישיבה די לעצטע פאר יאר, וואו ער האט פלייסיג גלערענט און געענדיגט פילע חלקים פון די תורה, אין די פרייע צייט איז ער אלץ גרייט געווען צו צולייגן א האנט און צו העלפן די הייליגע ישיבה ווי ער האט געלערענט, ער האט נישט געקוקט אויף גארנישט און געטון מיט גרויס חשק אלעס וואס ער האט נאר געקענט צו משמש זיין דעם הייליגן רבין. דער מחותן מצד הכלה מו"ה מאיר דוד הי"ו איז ברייט באקאנט מיט זיינע פעולות צו פארשפרייטן דעם רבי'ס לעכטיגע עצות אויף די גאנצע וועלט אויף פארשידענע אופנים, אזוי אויך מיט זיין מסירת נפש צו העלפן דרוקן און פארשפרייטן די ספרים פון הייליגן רבין ותלמידיו אויף די גאנצע וועלט. * זאל דער אייבישטער העלפן אז זיי זאלן אויפשטעלן אן ערליכן אידישן הויז, א בית נאמן בישראל. עוד ישמע בערי יהודה

    < זעה מער כט אדר א' תשע"ט 📝
  • קול תורה הילכט אפ אין "כולל היכל הקודש"

    כאפנדיג א בליק אריין אין היכל הכולל, וואס איז געגרינדעט געווארן מיט ווייניגער פון א יאר צוריק, זעט זיך ארויס די געוואלדיגע הצלחה און סייעתא דשמיא, ווי די לומדי הכולל לערנען מיט אזא חשק און ברען, דער קול תורה הילכט אפ מיט'ן גאנצן געשמאק. דער ערשטער סדר אין כולל הויבט זיך אן מיט א שיעור גמרא פונעם ראש ישיבה שליט"א, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט איינגעשטעלט אין יבנאל, אז דער כולל זאל זיך אנהויבן מיט'ן לערנען גמרא. נאכ'ן שיעור חזר'ט מען איבער די גמרא בעיון אין כולל, דורכאקערנדיג די גמרא רש"י תוספות און מפורשים, ביז צו הלכה למעשה אין שלחן ערוך. דער צווייטער סדר איז הלכות שבת, דעם ווינטער האט מען דורכגעלערנט אין כולל הלכות שכירות וקבלנות, און יעצט לערנט מען הלכות מוקצה. און דער דריטער סדר פארנאכטס איז הלכות טהרה. במשך דעם טאג געפינען זיך אין כולל נאר די אינגעלייט וואס תורתם אומנתם, וואס זייער ציל אין לעבן איז נאר צו לערנען און קענען די הייליגע תורה. דער ראש ישיבה שליט"א איז אבער מעורר אויך די אנשי שלומינו וואס זענען טרוד א גאנצן טאג צו ברענגען פרנסה, אז זיי זאלן אויך קומען לערנען אין כולל, אפילו פאר נאר איין סדר. די אינגעלייט וואס הויבן אן ארבעטן שפעטער, קומען לערנען אין כולל פאר'ן ערשטן סדר אין גמרא, און די אינגעלייט וואס קענען נישט קומען אינדערפרי, קומען אריין פארנאכטס, מיטצוהאלטן דעם דריטן סדר אין כולל. אפילו אבער די אינגעלייט וואס קומען בכלל נישט אין כולל, מאכן זיי זיך אבער זייער אייגענע כולל ביי זיך אין די ארבעט. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן דעם "סדר דרך הלימוד" וואס אויף דעם וועג קען יעדער איד זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, נישט קיין חילוק אין וואסערע מצב ער איז. עס איז אזוי שיין צו זען אינגעלייט וואס גייען צו די ארבעט מיט זייער פעקל ספרים, אזוי ווי מ'נעמט מיט צו די ארבעט א "לאנטש בעג", צו קענען עפעס עסן אינמיטן טאג, די זעלבע נעמען זיי אויך מיט א רוחניות'דיגע "לאנטש בעג", מ'פאקט זיך איין אין א זעקל א קליין משניות'ל, א חומש'ל, א תהלימ'ל, א גמרא'לע, און אזוי ווייטער נעמט זיך יעדער מיט זיינע ספרים און שיעורים, מ'האלט דאס מיט זיך ביי די ארבעט און אין אפיס, אין די קאר און אויפ'ן באס, סיי וואו ס'קומט נאר אויס צו זיין. במשך דעם טאג קומט אלץ אויס איבריגע צייט, און דעמאלט כאפט מען אריין צו לערנען אביסל די הייליגע תורה. דער רבי זאגט אז מ'קען לערנען תורה אפילו מ'פארשטייט נישט וואס מ'זאגט, און אפילו מ'געדענקט נישט וואס מ'לערנט, דער עיקר איז צו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. אינגעלייט דערציילן וויפיל סיומים זיי האבן שוין געמאכט בלויז פון די פאר מינוטן אינמיטן טאג דא און דארט ווען מ'האט איבריגע ליידיגע צייט. דאס געבט זיי אזויפיל חיות און חשק אין לעבן, דאס געבט צו עסן און סיפוק פאר די נשמה, און דאס ברענגט אויפ'ן מענטש אזויפיל צופרידנהייט און שמחת החיים. &nbsp; וקול התורה נשמע בארצינו!

    < זעה מער כד אדר א' תשע"ט 📝
  • פרישע אפטיילונגען אויף "קול ברסלב" טעלעפאן ליין ציעט גרויס אינטערעסע

    די ליניעס פונעם טעלעפאן ליין "קול ברסלב" ווערן פארפלייצט טאג טעגליך מיט צענדליגער טויזנטער רופער פון איבער די גאנצע וועלט, אידן וועלכע שעפן חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן. די פילע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, די פילע דרשות, שיעורים, ניגונים, און נאך פיל מער, זענען א קוואל פון לעבן פאר אזויפיל אידן וואס זוכן אביסל ליכטיגקייט און ווארעמקייט, זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן און צו מצליח זיין אין לעבן ברוחניות ובגשמיות. אין די לעצטע שטיק צייט איז צוגעלייגט געווארן נאך פארשידענע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, וואס האט געצויגן גרויס אינטערעסע ביי אידן, וועלכע האבן זייער הנאה דערפון. צום ערשט איז די וואך געעפנט געווארן די נייע אפטיילונג "פאמיליע ווינקל", כשמו כן הוא א געשמאקע ווינקל וואו די גאנצע פאמיליע קען הנאה האבן. דארט געפונט זיך די "מעשיות פון תפלה", ווי אידן דערציילן זייערע פערזענליכע איבערלעבענישן, ווי אזוי זיי האבן געהאט א פראבלעם, און זיי האבן מתפלל געווען און געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן. דאס איז איינגעטיילט באזונדער פאר אינגעלייט, פאר בחורים, און פאר אינגלעך. אינעם "פאמיליע ווינקל" קען מען אויך הערן די מעשיות פון הייליגן רבי'ן, פון ספר הקדוש ספורי מעשיות, דערציילט אויף גאר א געשמאקע פארנעם פאר קינדער, פון וואס די קינדער זענען זיך זייער מחי', ווי אויך איז דא אן אפטיילונג פון סיפורי צדיקים, וואו מ'קען הערן גאר הערליכע מעשיות פון צדיקים דערציילט דורך חשובע מלמדים פאר קינדער, פול מיט יראת שמים און מדות טובות, און גאר שיין און געשמאק אראפגעלייגט אז די קינדער זאלן הנאה האבן. די "פאמיליע ווינקל", וואס איז פלאצירט אויף נומער 7 פון די מעין מעניו, האט געמאכט א שטורעם ביים היימישן עולם, און האט געצויגן צו זיך טויזנטער מענטשן וואס קומען אריין צו הערן טעגליך די פרישע פערזענליכע מעשיות ווי אזוי אידן ווערן געהאלפן פשוט דורכ'ן בעטן דעם אייבערשטן. מען הערט ווי אידן נוצן דעם אור אלטע אויסגעפרואווטע סגולה ביי כלל ישראל וואס קאסט גארנישט קיין געלט, עס קאסט נישט קיין כח, פשוט צו בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, יעדער בעט דעם אייבערשטן אויף זיינע זאכן, און מ'שעפט גרויס חיזוק פון דעם צו זען אז ממש אויף יעדע זאך קען מען בעטן דעם אייבערשטן, און מ'ווערט געהאלפן ממש וואונדערליך. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט צוגעלייגט ווערן מיט די צייט נאך פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן צום "פאמיליע ווינקל". צו די זעלבע צייט איז געעפנט געווארן נאך אפטיילונגען אויפ'ן סיסטעם. אויף נומער 6 פון די מעין מעניו איז געשטעלט געווארן דער אפטיילונג פון "שיעורים כסדרן מיטצוזאגן", אזוי ווי פילע אידן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד, צו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, ובפרט צו זאגן משניות און תהלים, קען מען אויף דעם אפטיילונג הערן פארגעזאגט משניות און תהלים אויף גאר א געשמאקן בא'טעמ'טן פארנעם, אז מ'זאל עס קענען מיטזאגן סיי ווען, ביים פארן אויפ'ן וועג אדער ביי די ארבעט, אדער סיי ווי א מענטש האט נישט א ספר צו די האנט, קען ער אריינרופן און מיטזאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. דער אפטיילונג האלט נאך אינמיטן ווערן אפדעיטעט, משניות קען מען שוין הערן גאנץ סדר זרעים, און א גרויס חלק פון סדר מועד, און תהלים קען מען שוין הערן ביז קאפיטל ק', און עס ווערט כסדר צוגעלייגט נאך און נאך. משניות קען מען הערן איינגעטיילט סיי לויט די מסכתות, אדער לויט'ן סדר פון ח"י פרקים א טאג, וואס אויף דעם וועג ענדיגט מען גאנץ ששה סדרי משנה יעדן חודש. תהלים איז אויך איינגעטיילט סיי לויט די קאפיטלעך, אדער לויט'ן יום השבוע, צו קענען ענדיגן תהלים יעדע וואך. גלייכצייטיג קען מען דארט אויך מיטזאגן תיקון הכללי, תפלת הדרך, און פרשת המן. עס איז ערווארטעט צו ווערן צוגעלייגט נאך זאכן פון וואס מענטשן וועלן זייער הנאה האבן. ביי נומער 2 פון די מעין מעניו, ביי די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, איז אויך געווארן צוגעלייגט נאך 2 קנעפלעך. איינס איז אויף 2 און דערנאך 10 וואו מ'קען הערן שיעורים אויף חינוך פונעם ראש ישיבה שליט"א, מ'קען דארט הערן קורצערע שיעורים אין חינוך, ארויסגענומען פון די גמרא שיעורים, ווען דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אסאך מאל דברי חיזוק והדרכה פאר די מלמדים נאכ'ן טעגליכן גמרא שיעור. און אויך קען מען הערן לענגערע שיעורים אין חינוך וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט פון צייט צו צייט. אויף 2 און דערנאך 11 איז דא די אפטיילונג פון בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, מ'קען דארט הערן פארגעליינט שאלות ותשובות און בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א, פול מיט עצות און חיזוק צו יעדן מצב. דאס אלעס איז אין צוגאב צו די ביז יעצטיגע ברייטע אויסוואלן אויפ'ן ליין. אויב האט איר נאכנישט אויספרובירט דעם ליין, איז יעצט די צייט דאס צו טון, איר וועט זיך מחיה זיין מיט יעדע אויסוואל באזונדער, און האבן א געוואלדיגע ניצן דערפון אין אלע אספעקטן אין לעבן. &nbsp; ישמע חכם ויוסף לקח!

    < זעה מער טז אדר א' תשע"ט 📝
  • שיעור התחקות אין קרית יואל דורכן ראש ישיבה היינט נאכט דינסטאג תשא

    היינט נאכט פורים קטן, אום 8:30 וועט דער ראש ישיבה שליט"א בעז"ה געבן א שיעור התחזקות אין בית המדרש היכל הקודש קרית יואל עצי תמרים, אויף 8 פרעמישלאן דרייוו. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם

    < זעה מער יד אדר א' תשע"ט 📝
  • לחיים/ווארט צום שידוך שליסן פון זון פונעם ראש ישיבה היינט נאכט אין שטוב פון אבי הכלה הרב יואל טייטלבוים שליט"א אין קרית יואל

    מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו אויפגענומען נעכטן נאכט די פרייליכע נייעס איבערן שידוך שליסן פון הב' החשוב שלמה ני"ו דער עלטסטער זון פון ראש ישיבה שליט"א, וואס איז א חתן געווארן צום טאכטער פון הרב יואל טייטלבוים שליט"א, גבאי ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב קרית יואל עצי תמרים. תלמידים און גוטע פריינט וועלן האבן די געלעגענהייט אנצואווינטשן פאר די בעלי שמחה היינט נאכט אין שטוב פונעם מחותן הרב יואל טייטלבוים שליט"א אויף 8 פרעמישלאן וועי, אין קרית יואל, ווי עס וועט געפראוועט ווערן דער מסיבת לחיים צום שידוך שליסן. דער תנאים וועט נאך נישט פארקומען היינט ביינאכט, צוליב וואס דער ראש ישיבה'ס זיידע קארלסבורגער רב שליט"א, און דער ראש ישיבה'ס טאטע דער קארלסבורגער רב הצעיר שליט"א געפינען זיך יעצט אין אתרא קדישא מירון. דער תנאים וועט אי"ה פארקומען מיט די באטייליגונג פון די זיידעס און עלטער זיידעס לאיוש"ט ווען זיי וועלן בעז"ה צוריק אהיים קומען קיין ניו יארק. סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל מכתב יומי פון היינט ווי דער ראש ישיבה רעדט פונעם שידוך שליסן

    < זעה מער ט אדר א' תשע"ט 📝
  • פריידיגע געפילן צום שידוך שליסן ביים ראש ישיבה שליט"א

    מיט התרגשות'דיגע געפילן און גרויס פרייד נעמען אנשי שלומינו אויף די פרייליכע בשורה מיט'ן שידוך שליסן פונעם עלטסטן זון פונעם ראש ישיבה שליט"א, הבחור החשוב שלמה ני"ו, מיט די טאכטער פון מוה"ר יואל טייטלבוים שליט"א, גבאי דבית המדרש היכל הקודש ברסלב קרית יואל, שכונת עצי תמרים. דער חתן איז פון די חשובע תלמידים אין ישיבה, וואו ער האט אויסגענוצט זיינע בחור'ישע יארן על התורה ועל העבודה. ער איז באליבט ביי אלע בחורים אין ישיבה מיט זיינע מדות טובות, ער איז באקאנט מיט זיין התמדת התורה, אויסער די שיעורי הישיבה האט ער זוכה געווען צו ענדיגן פאר זיך צענדליגע מאל ששה סדרי משנה, ער האט זוכה געווען מסיים צו זיין ש"ס, און נאך פילע שיעורים. ווי אויך העלפט ער ארויס גאר אסאך אינעם בית הדפוס, צו קענען דרוקן און פארשפרייטן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, און מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן. די כלה תחי' איז א לערערין אין די "בית פיגא" סקול, וואו זי איז באקאנט מיט אירע מדות טובות און מיט איר איבערגעגעבנקייט פאר יעדע תלמידה בלב ונפש. אנשי שלומינו בפרט און אידן איבער די גאנצע וועלט בכלל, פרייען זיך מיט מיט די שמחה בבית הראש ישיבה שליט"א, ווי באקאנט פאר יעדן וויפיל דער ראש ישיבה שליט"א האט שוין אזויפיל ארויסגעהאלפן אידישע קינדער איבעראל מיט די געוואלדיגע דרשות און חיזוק, וואס ער געבט איבער די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, לויט ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע, אויף די היינטיגע שפראך, אויפ'ן היינטיגן פארנעם, אז יעדער איד, אין סיי וועלכע מצב ער איז, זאל זיך קענען אן עצה געבן אין לעבן, און זאל קענען זיין נאנט צום אייבערשטן. זאל דער אייבערשטער העלפן אז ער זאל זוכה זיין צו זען פיל אידיש נחת פון אלע זיינע קינדער, עס זאל זיין א קשר של קימא און א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים. פרטים איבער די לחיים/ווארט/תנאים וועט אי"ה נאכפאלגן. &nbsp; סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער ח אדר א' תשע"ט 📝
  • אידישע וועלט באוויינט פטירה פון הרב משה שארף ז"ל

    היינט אינדערפרי איז אנגעקומען די טרויעריגע נייעס איבער די פטירה פון הרב משה ב"ר שמואל שארף ז"ל, וואס האט אויסגעהויכט די נשמה אין עלטער פון 64 יאר. דער נפטר ער האט נישט געהאט קיין קינדער פאר לאנגע יארן, אלע דאקטוירים און פראפעסארן האבן אים געזאגט אז עס איז נישט מעגליך בדרך הטבע אז ער זאל נאך אמאל האבן קינדער. איין יאר פורים ווען ער איז שוין געווען אסאך יארן נאך די חתונה, האט ער זיך איינגע'עקשנ'ט און געבעטן מוהרא"ש זאל אים צוזאגן קינדער, מוהרא"ש האט יענעם יאר פורים געטרינקן זייער א סאך וויין האט זיך אויפגעשטעלט און געשריגן הויך פאר אלעמען (עס איז דא דער פילם ווי מען קען דאס זען) "איך שווער אז דו וועסט האבן א קינד", עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט, און עס איז אים געבוירן געווארן זיין זון הרב אלימלך שליט"א, וואס איז משפיע און פארשפרייט די לעכטיגע עצות פון הייליגן רבין אויף דער וועלט, אויף די געשמאקע און גרינגע וועג וואס מוהרא"ש האט אונז געלערענט. א פאר יאר שפעטער האט מוהרא"ש געזאגט פאר ר' משה "יעצט וועל איך דיר געבן א טאכטער" און אזוי איז טאקע געווען, צום יאר איז געבוירן געווארן זיין טאכטער תחי' וואס האט חתונה געהאט צו ר' נחמן (המתקתק) סאלמאנוויטש, וואס פלעגט טייפן די בריוו פאר מוהרא"ש לאנגע יארן. דער פארגאנגענעם יום הקדוש איז ר' משה געקומען קיין ווילאמסבורג און מיט געהאלטן די תפילות אין ישיבה. די לויה איז פארגעקומען אין ניו דזשורסי בית החיים, הרב ר' יצחק לעזער שליט"א א מחותן פארן נפטר האט מספד געווען, אויך האט מספיד געווען זיין זון הרב אלימלך, ער האט פארציילט אויף זיין טאטע, וואס טראץ דעם וואס ער האט געהאט שטארקע יסורים, האט ער עס אלץ אנגעומען באהבה, און נישט געהאט קיין תערומות אויפן אייבערשטן. די אלע גוטע מעשים וואס ער האט געטון ביים לעבן קומען אים יעצט צוניץ אויף יענע וועלט, ער נעמט יעצט מיט מיט זיך אלע פרקים משניות, דפים גמרא א.א.וו. וואס ער האט זיך איינגעקויפט בחיים חיותו. &nbsp; תהא נשמתו צרורה בצרור החיים

    < זעה מער ח אדר א' תשע"ט 📝
  • ברסלב סענטער אין די ענגלישע שפראך ווערט שוין אט פערטיג

    עס איז שוין א לאנגע צייט וואס עס איז געזען געווארן א שטארקע פארלאנג צו האבן די אלע לעכטיגע עצות און חיזוק אויך אויף די ענגלישע שפראך, טויזנטער אידן וואס רעדן נאר ענגליש האבן שוין געווארט און געבעטן א לענגערע צייט, "למה נגרע". דערפאר איז אונז א שמחה צו מעלדן אז ברוך ה' נאך די איבערמידליכע ארבעט פון עטליכע חדשים איז שוין בעזהשי"ת די ברסלב סענטער וועבסטייט אויף ענגליש שוין כמעט אינגאצן פערטיג, און וועט ביז עטליכע טעג ווערן געעפענט פארן פובליק. &nbsp; לא רעב ללחם, ולא צמא למים, כי אם לשמוע את דבר ה' &nbsp;

    < זעה מער ז אדר א' תשע"ט 📝
  • הגאון רבי חיים קנייבסקי שליט"א וואונטשט א רפואה שלימה פאר א שידוך

    תפלת ישראל עושה רושם, געלויבט דעם אייבערשטן אז עס זענען געקומען גוטע גריסן פון ארץ ישראל, אז דער מצב פון הבחור החשוב איציק מענדאלוויטש גייט צום בעסערונג, און ער איז שוין ארויס פונעם קריטישן מצב. אין א שמועס נעכטן מיט ראש ישיבה שליט"א, האט ער דערציילט אז ער איז געווען מיט עטליכע וואכן צוריק ביי הגאון רבי חיים קנייבסקי שליט"א, און אים געבעטן א ברכה ער זאל טרעפן א שידוך, האט אים רבי חיים געזאגט 'רפואה שלימה', האט ער נאכאמאל געבעטן א ברכה פאר א שידוך האט ער געזאגט 'בקרוב'. יעצט ווען מען האט פארציילט פאר רבי חיים אז ער האט געהאט אן עקסעדענט און מען פאר שטייט וואס ער האט געזאגט 'רפואה שלימה' ממש רוח הקודש, האט רבי חיים געזאגט "יעצט זאל ער מאכן א סיום הש"ס וועט ער טרעפען א שידוך". איציק האט געזאגט פארן ראש ישיבה אז ער האלט שוין ממש ביי סוף ש"ס, און גייט בקרוב מאכן א סיום ביים שטוב פון רבי חיים. פון די מעשה זעט באשענפערליך אז ווי תפילה העלפט, און געלויבט דעם אייבערשטן אז ער איז שוין ארויס פונעם מצב סכנה. &nbsp; מען בעט מען זאל ווייטער מתפלל זיין פאר הבחור יצחק בן אהובה שושנה פאר א גאנצע רפואה.

    < זעה מער ו אדר א' תשע"ט 📝
  • שבת סיום הש"ס בעז"ה קומענדיגעס יאר אין קראון פלאזא האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקוט

    אנשי שלומינו חסידי ברסלב היכל הקודש גרייטן זיך מיט גרויס שמחה צום גרויסן סיום הש"ס קומענדיגע יאר שבת קודש פרשת ויגש ז' טבת, וואס וועט בעזרת השם יתברך געפראוועט ווערן אינעם שיינעם "קראון פלאזא האטעל", אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א. ביי יעדער אינגערמאן מאנשי שלומינו איז א פשוטע זאך אז איינע פון די ערשטע שיעורים (נאך חומש - מעביר סדרה זיין, און א שיעור משניות) איז צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. מוהרא"ש פלעגט כסדר נאכזאגן פון ספר ווי העמודים אז "א בלאט גמרא א טאג איז א חיוב אויף א מענטש ווי הנחת תפילין". איי דו האסט נישט קיין קאפ? דו האסט טירדות? דיין חבורתא קומט נישט? נעם דיר דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבין (עיין שיחות הר"ן סימן ע"ו), און זאג די הייליגע ווערטער פון די גמרא, אזוי וועסטו זוכה זיין דורכצוגיין כל התורה כולה. בפרט געדענקען אנשי שלומינו די בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט אכט יאר צוריק נאך פסח, נאך דעם שווערן סטראוק ל"ע, וואס עס איז נישט דורך א טאג וואס ער האט נישט געשריבן אינעם בריוו, "היינט לערנט מען מסכת פלוני דף פלוני", הייב היינט אן צו לערנען אויפן גמרא אויפן סדר פון דף היומי, ווייל נאר די בלעטער גמרא וואס מיר לערנען אויף דער וועלט, נאר דאס נעמען מיר מיט אויף יענער וועלט. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דער דף היומי איז א מתנה וואס דער הייליגער רבי האט געגעבן פאר הגאון ר' מאיר שפירא זצ"ל ראש ישיבת חכמי לובלין, אויף דעם וואס ער האט זיך אוועקגעגעבן פאר די ברסלבע חסידים פון פוילן ווען זיי האבן נישט געקענט פארן קיין אומאן אויף ראש השנה צוליב וואס די גרעניצן זענען געווען פארמאכט, האט ער איבערגעגעבן זיין ישיבה וואס איז געווען ליידיג בין הזמנים אז די ברסלבע חסידים זאלן קענען דאווענען אינאיינעם, און ער אליין האט אויך דארט געדאווענט עטליכע יאר, בזכות זה האט אים דער הייליגער רבי מזכה געווען אריינצוברענגען דעם געדאנק פון דף היומי ביי כלל ישראל. אמת אז אין אנפאנג האט א געוויסע פארטיי געוואלט פארכאפן דעם געדאנק פון דף היומי פאר זייער פאליטיק, אבער היינט ווייסט שוין יעדער אז דער דף היומי געהערט פאר יעדער איד באזונדער, און האט נישט קיין שום שייכות מיט קיין שום פארטיי. פאר זיבן יאר צוריק זענען געווען פילע אינגעלייט און בחורים וואס האבן זיך צוגעהערט וואס מוהרא"ש זאגט, און טאג איין טאג אויס האבן זיי זיך נישט געלייגט שלאפן איידערן לערנען א בלאט גמרא. יעצט נאכן הארעווען זיבן יאר, הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, זענען זיי זוכה זיך צו פרייען מיט דעם גרויסן שמחת התורה, צו ענדיגן כל הש"ס כולה. יעצט איז די צייט זיך צו מאכן א ריכטיגע חשבון - וויאזוי גיי איך אויסזען אין ב' סיון תשפ"ז: וועל איך נאך אלץ האלטן אינמיטן שפעקולירן צי מען דארף בויען א וואנט ביים גרעניץ פון מעקסיקא אדער נישט? (וועם וועט דאס דעמאלט אינטערעסירן?...) אדער וועל איך יעצט האבן דעם שכל און פאלגן די עצות פונעם צדיק, און נאך היינט אנהייבן צו לערנען דעם דף גמרא (דאנערשטאג תרומה, חולין דף ע"ב), און בערך זיבן יאר פון היינט ווען מ'וועט נאכאמאל האלטן ביי חולין דף ע"ב וועסטו אויך זוכה זיין צו ענדיגן ש"ס, און דורכדעם זוכה זיין צו א גוט לעבן אויף דער וועלט און יענע וועלט. צו דעם גרויסן געלעגענהייט האט מען אפגעדינגען דעם גאנצן האטעל מיט אלע צימערן, ווי אלע תלמדי היכל הקודש וועלן ארויסקומען מיט זייערע משפחות און פארברענגען דעם גאנצן שבת קודש מיט א רייכע פראגראם. בקרוב וועט געמאלדן ווערן די דעטאלן איבער רעזערווירן צימערן. &nbsp; פרטים יבואו

    < זעה מער ב אדר א' תשע"ט 📝
« Previous Next »

Showing 1456 to 1470 of 1670 results

1 2 ... 95 96 97 98 99 100 101 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com