Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • וויכטיגע אונטערוואסער קאמיוניקאציע קעיבל צווישן פינלאנד און דייטשלאנד געשעדיגט

    רוב פון די קאמוניקאציעס וואס פילסן פון איין עק וועלט צו די אנדערע, ווערן דורכגעפירט דורך פיזישע קעיבלס (דרונטן), דאס רעכענט אריין סיי טעלעפאן, איטערנעט און פילע אנדערע שנעלע קאמיוניקאציע מיטלען וואס די וועלט באנוצט זיך. דאס איז אנדערש ווי אסאך מיינען, אז היינט גייען זיי אלע דורך די סעטעלייטס.   גאר אסאך קעיבלס זענען דורכגעצויגן צווישן די לענדער און קאנטינענטן אוטערן די ריזיגע אקעאנען, און לענדער זענען באזארגט איבער זייער זיכערהייט, נאכדעם וואס עס זענען פארגעקומען עטליכע אינצידענטן ווי פארשידענע לינעס זענען געווארן געשעדיגט.   בשעת די וועלט איז פארנומען מיט'ן "פארזיכערן" די ווייערס וועלכע לויפן אונטער'ן וואסער, וועלן מיר לויפן זיך איינטינקען אונטערן וואסער, גיין אין מקוה יעדן טאג, און זיך פארנעמען פון יעצט צו זיין גוט, דאס איז "פארזיכערט" פון יעדע פגע, און אפילו מען ווערט חלילה געשעדיגט, דער יצר הרע ווארפט אראפ, האבן מיר דעם פארזיכערטן עצה פון הייליגן רבין, צו לויפן אונטערן וואסער, זיך איינטינקען און זיך מכניע זיין פאר'ן אויבערשטן, און תיכף זאגן דעם תיקון הכללי. ווען א מענטש זאל ווען וויסן וואס דער תיקון הכללי טוט פאר זיין נשמה, וואלט ער עס יעדן טאג געזאגט. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז אנשי שלומינו פירן זיך צו זאגן דעם תיקון הכללי יעדן טאג נאכן דאווענען, נאך איידער מען טוט אויס די תפילין. ווייל אויסער דעם וואס דאס פארעכעט אלעס, מען קומט ארויס פריש אפגעבאדן, איז עס מסוגל צו אלע ישועות, בפרט פרנסה.   די נאטא באאמטע האבן שוין געלאזט וויסן אז זיי קוקן איבער די זיכערהייט פון די פילע לינעס וואס לויפן פון און צו זייערע לענדער, סיי פון קאמיוניקאציע און אזוי אויך פון פייפס וואס ברענגען און טראגן גאזן און אנדערע זאכן.  

    < זעה מער יז חשון תשפ"ה 📝
  • טראמפ שטעלט איין נייע דעפארטמענט אף גאווערמענט עפישינסי

    אין איינע פון זיינע ערשטע מעלדונגען נאכן ווערן ערוויילט צו ווערן דער קומענדיגער פרעזידענט פון אמעריקע האט טראמפ געמאלדן אז ער שטעלט אויף אן ארגאניזאציע אינדרויסן פון די רעגירונג מיט'ן נאמען "דעפארטמענט אף גאווערמענט עפישינסי" וואס ער רופט אויפן ראשי תיבות DOGE "דאדזש", ער האט געשטעלט זיין פריינט דער אייגענטומער פון טעסלא, עקס, און ספעיס עקס אילאן מאסק צוזאמען מיט'ן ענעריגשן ביזנעסמאן און אינדיאנער אפשטאמיגער טראמפ שטיצער וויוועק ראמאסוואמי זיי זאלן עס פירן. &nbsp; יעדע בר דעת פארשטייט אז נאך יארן וואס די רעגירונג פירט זיך עולם כמנהגו נוהג אן קיין אחריות און אן קיין חשבון הנפש ווערן די באאמטע צוביסלעך מער און מער באקוועם, יעדער וואס האט נאר געהאט אמאל א מגע ומשא מיט די רעגירונג זעט אז דער חילוק צווישן א פריוואט געפירטע אונטערנעמונג און די רעגירונג איז זייער גרויס, די ארבעט שעות זענען מינימאל, די בענעפיטן זענען דאס מערסטע, יעדע שני וחמישי איז דער אפיס פארמאכט צוליב דעם אדער יענעם חגא, ביי לאנטש איז נישטא צו וועם צו רעדן, בשעת זייערע סערוויסעס ווערן ערגער און ערגער שטייגן אבער די אויסגאבן פון די ביוראקטיעס מיט יעדן טאג. &nbsp; ווען א מענטש לעבט זיין לעבן אן קיין חשבון הנפש, ער גייט קיינמאל נישט איבער זיין טאג צווישן זיך אונעם אויבערשטן מיינט ער אז אלעס איז וואויל אלעס איז גוט, ער איז זיכער אז ער דאווענט יעדע תפלה מיט מנין, ער איז מעביר סדרה יעדע וואך, ווייל ער האט זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט טראכטן וויאזוי זעה איך אויס. &nbsp; יעצט ווילן זיי איבערמאכן די גאנצע סטרוקטור פון די רעגירונג, מאסק האט דערקלערט אז ער האפט צו שניידן צוויי טריליאן דאלער פון די פעדעראלע בודזשעט (וואס איז בערך 30% פון די גאנצע אויסגאבן פון א יאר) און דערמיט שוין לייזן דעם דעפיציט וואס שטייט היי יאר ביי בערך 1.8 טריליאן דאלער. ער זאגט אז ער וועט איבערקוקן יעדע ווינקל פון די בוזשעט. זיי ווילן איבערארבעטן די מיליטערישע קאנטראקטן, פארבעסערן די פינאנצן ביי מעדיקעיד און מעדיקער, שניידן איבעריגע פראגראמען, עלימינירן פילע ביוראקאטישע אדמיניסטראטיווע איבעריגע פאזיציעס און רעגולאציעס, שניידן שטיקער פון סובסידיעס וואס אמעריקע שענקט פאר ביזנעסער און אויסלענדישע רעגירונגען. &nbsp; ער האט טאקע גרויסארטיגע פלענער, עס וועט זיין אינטערעסאנט צו זען וויפיל דער אונטערנעמונג וועט מצליח זיין, דאס איז אבער זיכער אז דו קענסט גאר שטארק מצליח זיין אויב דו וועסט נעמען דעם סטראטעגיע, יעדן טאג אוועקגעבן עטליכע מינוט און איבערגיין דעם טאג, וויאזוי האט אויסגעזען מיין שמירת עינים, מיין דאווענען, האב איך געלערענט היינט, און אזוי ווייטער, אויב קומט דער באריכט אריין פאזיטיוו, דאנק דעם אויבערשטן, אויב נישט בעט דעם אויבערשטן אז מארגן זאל עס זיין גוט. דער מיטל וועט העלפן אז דיין גאווערמענט אויף זיך אליינס וועט ווערן אסאך מער עפישינט בעזר השם יתברך.

    < זעה מער יב חשון תשפ"ה 📝
  • וואלד פייערן אין צפון מזרח אמעריקע

    ווי שוין באריכטעט הערשט א געוואלדיגע טרוקעניש אין די מזרח צפון שטאטן פון אמעריקע, נאכדעם וואס עס האט כמעט נישט גערעגענט אין די לעצטע צייט, יעצט קומען אריין באריכטן פון ערנסטע וואלד פייערן וואס בוזשעווען אין די געגענט. &nbsp; טייל שרייבן עס צו צו גלאבעל ווארעמינג אדער גאר צו "קליימעט טשענידזש", וויאזוי עס זאל נישט זיין, ווען מען באקומט נישט גענוג רעגן, דאס איז די הייליגע תורה, ווערט מען פארטרוקענט, און אויסגעדארשט, און יעדע קליינע פונק צינדט אן א פייער, וואס איז זייער שווער צו פארלעשן. היינט ווען עס הערשט אזא טרוקעניש, דארף מען זען צו טרונקען יעדן טאג אביסל חומש, משניות, גמרא, שולחן ערוך. און זיכער זאל מען חלילה נישט שטערן די פייערלעשער וואס קומען מפיץ זיין די וואסער - די ווערטער פון די הייליגע צדיקים וואס זענען בכח ארויסצונעמען א איד פון די נידעריגסטע פלאץ ווי ער זאל זיך נישט געפונען. אפילו עס איז שוין שטארק פארשפרייט. &nbsp; צענדליגע פייער קאמפאניס - אריינגערעכענט מצילי אש פון קרית יואל - ארבעטן שווער צו באקעמפן דעם פייער וואס האט שוין באוויזן צו פארשפרייטן א שווערע רויעך אינעם גאנצן אומגעגעט. דער אויבערשטער האט געהאלפן אז נעכטן האט זיך אראפ געלאזט א שטיקל רענגדל אינעם געגענט וואס האט אביסל אויסגעקלארט די לופט, אבער דערווייל גייען נאך די פייערן אן זייער שטארק. &nbsp; עס איז זייער שווער צו אויסלעשן א וואלד פייער, איינע פון די עיקר וועגן איז צו אפשטלען דעם געלויף דורך אויסשניידן א גרויסע ליידיגע שטח אין וואלד איידער די פייער קומט אן אהין, וואס דינט ווי א מויער פאר די פייער וואס קען נישט אריבערטאנצן די ליידיג שטח. דא איז דאס זייער שווער צו טון צוליב די בערג און טאלן פונעם פייער, און מען בעט דעם אויבעשטן דער "משיב הרוח ומוריד הגשם" זאל שיקן א גוטע רעגן און אויסלעשן דעם שווערן פייער.

    < זעה מער י חשון תשפ"ה 📝
  • היסטארישע וואל אויסגאנג אין אמעריקע

    נאָך דער גאנצער איבערקערעניש, איז ארויסגעשטעלט געוואָרן די אומגלויבליכע רעזולטאטן: טראמפ האָט געווינען גענוג עלעקטאָראַלע שטימען, וואָס געבן אים די מעגלעכקייט צוריקצוקומען קיין וואשינגטאן די.סי און נעמען דעם קאָפּ וויי פון דינען אלץ פרעזידענט פון אמעריקע. אבער נאָך מער שטוינענד איז געווען, אַז ער האָט אויך געווינען מער פאפולערע שטימען ווי דער דעמאָקראַט. אַלע וואונדערן זיך אויף די שטוינענדע רעזולטאטן און שפעקולירן מיט אלע סארטן סברות וואס איז אנדערש געגאנגען ווי געפלאנט. &nbsp; וויפיל מאָל מען האָט שוין געזאגט הספדים אויף טראמפ, איז שווער צו ציילן. מען האט אים ניטאמאל געלאזט אטעמען צווישן איין אטאקע און די נעקסטע. נאך איידער זיין פאליטישע קאריערע איז געבוירן געווארן, האָט מען שוין געמאכט "סתימת הגולל" אויף אים. "א ביזנעסמאן אָן קיין פאליטישע ערפארונג וויל לויפן פאר פרעזידענט?" זענען געווען די קאמענטארן. "דער רעפובליקאנער קלאון," האָט מען אים גערופן דעמאלטס. אבער קעגן יעדע סברא האָט ער דעמאלט ארויסגעשטויסן אַלע ערפארענע רעפובליקאנער פאליטיקאנטן און באקומען די רעפובליקאנער נאמינאציע. "טראמפ קעגן קלינטאן איז א שאד אפילו צו פּראָבירן," האָט מען ווידער מספיד געווען, אָבער ער האָט דעמאלט געווינען זיין ערשטע טערמין אלץ 45'סטן פרעזידענט פון אמעריקע. &nbsp; דאן האט זיך אנגעהויבן א סעריע פון פּרעצעדענטלאזע קלאגעס, קאנספיראציעס, אויספארשונגן קעגן אים. די עף.בי.איי. האט אים געפארשט צי ארבעט נישט מיט מיט די רוסן, דערנאך איז געקומען צוויי אימפיטשמענטס, ער האט פארלוירן (?) זיין ווידער ערוויילונג, און דערנאך האט זיך אנגעהויבן זיינע צרות פון "יאנואר 6" ווען מען האט אים באשוליגט אין מאכן א באוואפענטע אויפשטאנד קעגן די רעגירונג. און אפילו נאכן אראפ גיין פון בענקל האבן זיך זיינע צרות נישט אפגעשטעלט. ער איז געווארן ממש ווי א מצורע ביי די סאציאלע מידיע, ווען ער איז געווארן אראפ געווארפן פון אלע פלאטפארמעס, אלעס אין א פרואוו צו פארמאכן זיין מויל איין מאל פאר אלעמאל. ער איז נאך דורכגעגאנגען צוויי אטענטאטן אים אומצוברענגען, אפילו דעם פרעצעדענטלאזע אקט פון טוישן דעם אפאנענט אינמיטן א פארמעסט האט מען געטון, א זאך וואס האט אויסגעזען וועט אים באזיגן, אבער דער האט נישט אויפגעגעבן, "איך לויף און איך גיי געווינען". &nbsp; מיינסט אז איך רעד פון טראמפ? ניין, בכלל נישט איך רעד פון דיר. אינדרויסן זעט אלעס אויס פיין, דו גייסט מיט א שיינעם אנצוג, דו קויפסט זיך א גרויסע קאווע בשעת דיין שאל איז געווארפן אויף צוריק, יעדער מיינט אז עס גייט דיר גוט, אבער דו ווייסט ביי דיר וויפיל חצים ובלסטראות זענען שוין דורך אויף דיר, נאך איידער דו האסט געהאט א שאנס ארויסצוזאגן דאס ווארט "מאמי" אלץ פיצלס קינד, ביסטו שוין געווען אפגעסטעמפלט אלץ א דורכפאל, יעדע רבי האט בלויז געשאקעלט מיט'ן קאפ אין דיין ריכטונג, ווי צו זאגן אז דער קינד דארף פשוט דורכשטיפן די פאר יאר, וויפיל מאל ביסטו געווען צושאנד און צושפאט און דו האסט געשפירט אז דו וועסט קיינמאל מצליח זיין? ווער רעדט נאך אין די בחורישע יארן, וויפיל טרערן האסטו פארגאסן אויף דיינע פילע דורכפעלער, דו האסט נאר געוואלט חתונה האבן. אזוי קענסטו דורכגיין דיין לעבן ביז היינט און זיך מספיד זיין וואס פארא רחמנות דו ביסט, און ווי שטארק דו ביסט דערנאך. אבער ניין, דער אויבערשטער האט דיר געגעבן כחות, דו קענסט שיינען און לייכטן, דו ביסט א מוצלח וואס אזוינס איז נאך נישט געווען, בעט דעם אויבערשטן זאלסט אנהייבן גלייבן אין דיר, וועסטו זען ווי אז נישט קיין חילוק וואס דו ביסט אלץ דורך, גייט מיר נישט אן וואס אלע האבן געזאגט אויף דיר, היינט הייבט זיך אן דיין הצלחה בסייעתא דשמיא. דו וועסט צוריק באקומען דיין טראן, דו וועסט בעזרת השם קענען פירן דיין לעבן אויפן הערליכן ערליכן וועג. נאר געב נישט אויף. &nbsp;

    < זעה מער ו חשון תשפ"ה 📝
  • די עלעקטראלע סיסטעם פון די פרעזידענטליכע וואלן אין אמעריקע

    היינט דער ערשטער דינסטאג פון נאוועמבער איז באשטימט פאר די "דזענעראל עלעקשאנס" אין אמעריקע, אין דעם טאג יעדע פיר יאר קומען פאר די וואלן ווי מען געבט די אויסוואל צווישן אנדערע צו קלויבן וועם מען וויל פאר פרעזידענט. &nbsp; ערליכע אידן נעמען אויך אנטייל אין די וואלן, אבער מיט א גראדן קאפ. מען ווייסט אז נאר דער אויבערשטער פירט אלעס, אריינגערעכענט אמעריקע. &nbsp; אין געווענליכע וואלן גייט עס אז ווער עס באקומט דער רוב, דער געווינט, ביי אונזער פאל גייט עס צוליב פארשידענע סיבות אנדערש. עס זענען פארהאן 539 "עלעקטאראלן" (וואס מיינט וואל פונקטן), און יעדע שטאַט (סטעיט) באקומט עלעקטארס לויט זייער פאפולאציע (וויפיל מענטשן עס וואוינען דארט), די גרויסע סטעיטס טראגן א גרעסערע געוויכט, ווייל זיי פארטרעטן מער מענטשן, און די קלענערע - וויינגער. קאליפארניע - דער גרעסטער סטעיט - פארמאגט 54 עלעקטארלן, בשעת נארט דאקאטע, ווערמאנט, און דאלווער - די קלענסטע סטעיטס פארמאגן יעדע איינע נאר 3 עלעקטאראלן. יעדע שטאַט וועלט אויס וועם זיי ווילן פאר פרעזידענט, און אויב זיי וועלן פאר איינעם, באקומט יענער "אלע" עלעקטאראלן פון יענע שטאַט. אזוי ארום קען אויסקומען (און האט שוין עטליכע מאל פאסירט) אז איין קאנדידאט באקומט רוב שטומען (דאס הייסט ער האט געווינען די פאפולערע שטומען) אבער דער צווייטער ווערט פרעזידענט, דורכן אנציען גענוג עלעקטאראלן. &nbsp; מאנכע וועלן זיך וואונדערן צי דאס איז יושר. איך ווייס נישט, אבער וויבאלד אלע צדדים ווייסן פון אנפאנג אז דאס זענען די רולס פונעם שפיל, צילן זיי בכלל נישט צו געווינען רוב שטימען פון אמעריקע, זיי צילן נאר צו כאפן אביסלע מער פון רוב פון וואס מער שטאַטן, ווייל דאס איז וואס עס ווערט גערעכענט. מיר דארפן האלטן קאפ וואס מאכט א חילוק ביי די ענד אף די דעי, און וואס איז סתם שיינע ציפערן. שלום בית, משניות, רעדן צום אויבערשטן, מעביר סדרה זיין - דאס ברענגט מיר צו זיין א געווינער, אזוי זאגן די צדיקים, בשעת שיינע בילדער אין די מאגאזינען ברענגען מיר גארנישט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט היינט געשריבן אינעם בריוו: "ווען דו גייסט שטימען זאלסטו דאס מאכן לאר לפנים, פארגעס נישט פאר איין סעקונדע ווער דער פירער איז, ווער עס מאכט די פרייזן, די שטייער וכו' וכו' אלעס איז דער אייבישטער אליין." &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א בעט ווייטער אינעם בריוו מען זאל אויסנוצן די לאנגע גאלדענע ווינטער נעכט צו דינען דעם אויבערשטן, און נישט האלטן אין שטוב קיין קאמפיוטער סמטארפאון, אדער טעבלעט, נישט קוקן קיין מואוויס וואס פארברענט די נשמה.

    < זעה מער ד חשון תשפ"ה 📝
  • יערליכע ניו יארק סיטי מאראטאן פארגעקומען היינט זונטאג

    יעדעס יאר פארזאמלען זיך א געשאצטע פופציג טויזענט מענטשן צו איינע פון די מערסט באקאנטסטע מאראטאן געלויפן אין די וועלט.&nbsp; &nbsp; דאס איז א גוי'אישע משוגעת וואס איר ווארצלען גייען נאך צוריק ביז צו די יוונים וואס האבן פארגעטערט ספארטס, און האבן זיך אוועקגעגעבן דאס לעבן פאר די אלע שפילערייען, וואס פילע פון זיי גייען נאך אן אין די גויאישע וועלט. &nbsp; דער מאראטאן איז ווי א חי' וואס לויפט נאך איר אייגענע וויידל, און ווי די רייסערס וואס רייסן זיך אויף ווייל דער אנדערער רייסער האט זיך אויך אויפגעריסן, מען לויפט און מען לויפט און מען קומט אין ערגעץ נישט אן. אנו רצים והם רצים, מיר לויפן אין בית המדרש, מען קויפט זיך איין צו עסן און צו טרונקען לעד ולנצח נצחים, און דער גוי לויפט ווייל יעדער לויפט... &nbsp; דער מאראטאן אין ניו יארק גייט שוין אן זינט יארע 1970 למספרם, און איז מיט די צייט אויסגעשטיגן אלס איינע פון די גרעסטע אזוינע געלויפן אין דער גארער וועלט. טויזנטער קומען צו פארן צו האבן די זכיה צו קענען מיטלויפן מיט "יעדעם" (און נישט אנקומען אין ערגעץ אזוי ווי "יעדער"), און דערפאר טוט עס די שטאט שטיצן ווייל עס העלפט ארויס די שטאטישע עקאנאמיע, צוליב די פילע טוריסטן וואס קומען באזוכן. &nbsp; דער לויפעריי ברענגט אבער אסאך קאפ וויי און טראפיק פאר די שוין אזוי אויך אנגעלייגטע שטאט, ווי צום ביישפיל דער היימישער וויליאמסבורג ווי דער מאראטאן לויפט דורך ווערט צוטיילט אין צוויי, אן קיין מעגליכקייט דורכצוגיין בעדפארד עוועניו במשך די גאנצע צייט. &nbsp; דער מאראטאן לויפט דורך אלע פינף באראס פון די שטאט, אנגעהויבן אין סטעטן איילענד, פון ווי די לויפער כאפן זיך אריבער קיין ברוקלין (און שפעטער קיין וויליאמסבורג) דורך די ווערעזאנא בריק, דערנאך גייט עס דורך דעם פולאסקי בריק קיין קוווינס, דערנאך כאפט זיך עס אריבער קיין מאנהענטן, פון דארט קיין בראנקס און עס ענדיגט זיך ביי די פינפטע עוועניו. &nbsp; עס איז זייער מאדנע צו זען טויזנטער מענטשן לויפן און לויפן אן קיין צוועק און אן קיין ציל, אבער לאמיר אויך זיכער מאכן אז מיר לויפן נישט אן קיין תכלית. לאמיר נישט זיין ווי דער נארישער גוי וואס לויפט אן קיין ציל. מיר האבן געלויבט דעם אויבערשטן באקומען א תורה, און מצות פונעם אויבערשטן, וואס דאס איז אונזער וועג ווייזער, און דאס איז דער לעבנ'ס מאראטאן אויף וועלכע מיר שפאנען. &nbsp; אנו רצים לחיי העולם הבא

    < זעה מער ב חשון תשפ"ה 📝
  • טראמפ קאמפיינט אויף א גארביטש טראק

    אין א לעצט מינוטיגע פרואוו אראפצוברענגען טראמפ טוען זיינע קעגנער אים באשולדיגן מיט ראסיזם, נאכדעם וואס א בדחן ביי זיין גרויסן ראלי אין ניו יארק סיטי האט אנגערופן "פארטא ריקא" - "אן אינזל פון שמוץ". &nbsp; גרויסע מבינים און אנאלאזירער האבן אנגהויבן צו זינגען דעם ניגון אז דאס וואס די אלע ביז יעצטיגע אטאקעס קעגן טראמפ, די געריכט קלאגעס, אימפיטשמענטס, אטענטאטן, האבן נישט געקענט טון, וועט דער ראסיזם קלאגע ארבעטן. &nbsp; אזוי ארבעט דער סמ"ך מ"ם, כאטש א מענטש זעט אז אלע זיינע דאגות האבן זיך אויסגעלאזט א זייפן בלאז, אלץ קינד האט ער זיך געזארגט וויאזוי זיין בר מצוה וועט אויסזען, אלץ בחור האט ער מורא געהאט אז ער וועט נישט ווערן א חתן, נאך די חתונה איז ער ארום געגאנגען מיט א דאגה ווער וועסט צו ער וועט האבן קינדער, און כאטש אויב מען קוקט צוריק זעט מען אז אלע זארגן זענען געווען אומזיסט, קומט אלץ דער ס"ך מ"ם פון פריש און זאגט אים אז דער יעצטיגער צרה איז געפערליך, און דער פלאנטער וועט דיר אונטערברענגען. &nbsp; אבער דער אויבערשטער פירט די וועלט, און ווען א ריפארטער האט געפרעגט ביידען וואס ער זאגט צו דעם סקאנדאל אז איינער האט געזאגט מיסט אויפן פאטריקאנער אינזל, האט זיך ביידען אנגערופן, "גארביטש? טראמפ שטיצער זענען גארביטש", מער האט נישט אויסגעפעלט, און טראמפ האט זיך צוגעכאפט דערצו ווי א הונגעריגער בער נאכן ווינטער, און האט זיך ארויפגעזעצט אויף א "מיסט טראק" מיט ריזיגע אויפשריפטן דערויף פון זיין באקאנט קאמפיין סלאגאן "מאך אמעריקע געוואלדיג נאכאמאל", און שרייט און פארפירט אז העריס מיט ביידען האלטן אז זיינע שטיצער זענען מיסט, און אז זיי זענען נישט ראוי צו ווערן ערוועלט. &nbsp; ווען עס גייט דיר איבער עפעס, ווער נישט דערשראקן, פארלאז דיך אויפן אויבערשטן אז ער קען דיר ארויסנעמען דערפון, נאך מער פון דעם, פון דעם צרה קען נאך ארויסקומען דיין ישועה. אנטלויף נישט פאר שולחן עורך, עס קומט גוטע צייטן. גלייב אז צום סוף עס וועט אלעס זיין גוט!

    < זעה מער כט תשרי תשפ"ה 📝
  • היציגע וואל פארמעסט אין אמעריקע קומט אן צום הויכפונקט

    עס קאכט און רוישט אין די אמעריקאנער גאסן, ווי מען פארט נאר ארום (אין די אלגעמיינע שטעט) זעט מען גאסן שילדן "טראמפ" און ביי אנדערע "העריס", עס טוט זיך אויף קעסל און כלים, די מידיע דרייט אן דעם אמעריקאנעם פאלק איבער די וואלן וואס איז ווי אייביג "אזאנס וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען&hellip;" &nbsp; עס איז מעגליך אז ווען איר וועט ליינען די שורות וועט מען שוין וויסן די אויסגאנג פון די וואלן, אבער בעת מיר שרייבן די שורות יאווען זיך די פילע אנאליזירער, פאראויסשאצער, אנקעטע נעמער מיט די פילע ציפערן וויפיל פראצענט די דעמאקראטן און די רעפאבליקאנער דארפן צו באקומען, וועלכע סטעיטס זענען זיכערע בלויע אדער רויטע, וויפיל זענען גענויגט, און וויפיל זענען ממש אייניג אז מען קען נישט וויסן צו וועמען עס וועט גיין. &nbsp; איך האף אז איר לאכט מיר שוין יעצט אויס, מיט וואס פארא נארישקייטן איז דער שרייבער פארנומען... וועם גייט אן די וואלן? מען קען גארנישט טון מיט דעם נייעס... מען קען נישט באקומען א בעסערע שלום בית דערפון, מען קען דערמיט נישט באצאלן די רענט, און עס מאכט נישט דעם איד פאר א בעסערע איד. &nbsp; אבער אויב זאגט מען דאס יעצט אין די הויכפונקט פון די וואל סעזאן אין די לעצטע טעג איידער די וואלן, וועט מען מיר אנקוקן ווי געפאלן פון די לבנה, איין צד שרייט אז טראמפ איז היטלער, "די נאציס האבן אויך געמאכט א ראלי אין מעדיסאן סקווער גארדען!", און דער אנדערע זאגט אז העריס איז א וויסטער אנטיסעמיט און א קאמוניסט, "אויב זי געווינט מוף איך ארויס פון אמעריקע, איך מוף מיר קיין מאנסי!". &nbsp; פאר די וואס זענען נייגעריג, פילע זאכן טוען אנדייטן אז טראמפ וועט עס מאכן דאס מאל, צוליב עטליכע סיבות: ערשטנס די פאולס ווייזן אז ער שטייט עטוואס פאראויס אין די קריטישע סווינג שטאטן. צווייטענס, לויט פילע אנאליסטן האט מען זיך געקענט רישן אז טראמפ וועט געווינען גענוג "עלעקטראלא שטימען" צו ווערן ערוויילט, אפילו אויב ער באקומט ביז 3-4 פראצנט ווייניגער "פאפולערע שטימען פון זיין קעגנער. לויט די יעצטיגע מצב שטייען זיי ביידע בערך אייניג אין דעם פעלד אויך. און דער דריטער אנדייטער איז אז מען זעט די טראמפ לאגער זענען אויפגעהייטערט ערווארטן א זיג, בעת די העריס לאגער זעט אויס אין פאניק און פארלוירן. &nbsp; עס מוז נישט זיין אז טראמפ וועט זיין דער 47'סטער פרעזידענט פון אמעריקע, אבער אזויפיל איז זיכער אז אפטימיזם איז א שטארקע שליסל צו מצליח זיין, א מענטש וואס איז פרייליך און אויפגעלייגט - זאגט דער הייליגער רבי - וועט האבן הצלחה אין וואס ער טוט נאר. עס איז אזוי אינטערעסאנט צו לערנען די הייליגע בריוו פון מוהרא"ש אין שו"ת ברסלב, אלע סארטן מענטשן מיט אלע מיני שאלות און פראבלעמען, און כמעט אייביג שרייבט מוהרא"ש בערך די זעלבע ווערטער "דיין פראבלעם איז אז דו ביסט נישט פרייליך, טו אלע פעולות שבעולם זאלסט זיין פרלייך וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה". &nbsp; און בנוגע די וואלן, לאמיר זיכער מאכן אז מיר האבן עפעס אין די הענט. "מה שביד בטוח", פלעגט מוהרא"ש זאגן. לאמיר זיכער מאכן אז מיר ווערן נישט פארבלענדעט פון די מידיע און זייערע נארישקייטן, טראמפ וועט נישט אויפשטעלן קיין גאז קאמערן, און העריס וועט אונז נישט פארשיקן קיין סיביר. גיי אהיים צו דיין ווייב און קינדער, לערן א פסוק חומש, אביסלע משניות און גמרא, וואס דאס בלייבט אין מיין האנט.

    < זעה מער כו תשרי תשפ"ה 📝
  • איראנע באמבעס שרעקן נישט אפ אידישע קינדער

    אין די יעצטיגע מינוטן איז אריינגעקומען א באריכט פון ארץ ישראל איבער הונדערט אכציג ביאליסטישע מיסלס וואס זענען געקומען צו פליען, וואס האט אלעמען אריינגעטריבן אין די שעלטערס זיך צו באשיצן פון די באמבעס, עס זענען דורך עטליכע מינוטן פון שרעק ווען די ליפן שאקלען זיך מיט א תפלה צום אויבערשטן אז דער ער זאל שיקן זיין שמירה אויף אידישע קינדער, און קיין שום איד זאל חלילה נישט געשעדיגט ווערן. &nbsp; דער אויבערשטער האט טאקע געהאלפן אידישע תפלות האבן געשפאלטן הימלען און טראץ וואס מען האט געהערט איבער גאנץ ארץ ישראל שטארקע קולות פון באמבעס וואס פאלן אראפ אדער וואס ווערט צושמעטערט אין די לופט, האט מען נישט געהערט פון קיין קרבנות פון דעם אטאקע, און מען דאנקט דעם אויבערשטן אז הקדוש ברוך הוא מצלינו מידם. &nbsp; מען קען הערן געוויסע מענטשן זענען פארפאניקט און זענען דערציטערט, און קענען נישט פארשטיין וויאזוי מענטשן האלטן זיך רואיג, זיי זאגן "עטס זעטס נישט די וועלט ברענט?!", אדער "עטס זעטס אויס ווי די אידן פון אונגארן בשעת די צווייטע וועלט מלחמה", וואס האבן געמיטליך פארברענגט און אנגעגאנגען מיטן לעבן, זיי האבן געגעסן און געטרונקען, בשעת אין די דערנעבנדע פוילן האבן די נאציס רח"ל פארברענט אידישע קינדער על קידוש השם אין די קאלך אויוונס. &nbsp; עס לוינט זיך נישט צו טענה'ן מיט מענטשן, אבער פאר זיך אליינס דארף מען ענטפערן, מיר האבן אמאל געהאט די זכי' צו הערן פון הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, "מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז 'זארגן' העלפט נישט, ווייל מה-דאך יעצט ווען זארגן העלפט נישט זארגט מען זיך אזויפיל, ווען זארגן וואלט געהאלפן וויאזוי וואלטן מיר אויסגעזען...", אפשר קענען די פאניקער אונז זאגן וואס זיי ווילן פון אונז, מיר גלייבן באמונה שלימה אז דאס וואס דארף פאסירן, וועט פאסירן, דער אויבערשטער פירט די וועלט, אלעס אנדערש איז נאר א פארשטעלאכסט, דער אויבערשטער באהאלט זיך אין די וועלט מיט אלע פאסירונגען. &nbsp; וואס בלייבט איבער פאר אונז צו טון? לערנען און דאווענען. יעצט קען מען זאגן א ווארט צום אויבערשטן? "איראן סטראשעט...", נאכאמאל, יעצט קען איך עפענען א משניות? "די עקאנאמיע איז ממש...", וואס ווילסוט פון מיר? האסט תפילין? האסט פיאות? "וואס זארגסטו פרעמדע זארגן?". &nbsp; יעצט ערב ראש השנה גייען מיר אריינכאפן א תפלה ביים הייליגן רבי'נס ציון, מיר זענען נישט געקומען קיין אומאן צו טרעפן מציאות אויף פושקינא, אדער אויף אפצוציילן וויפיל זיצן דער אדער יענער קלויז האט. מיר זענען דא ביים רבי'ן, א גאנץ יאר ווארטן מיר דערויף, און יעצט לאמיר עס אויסנוצן. טאנץ אריין אין מקוה, געב א פרוטה לצדקה, כאפ דעם שאטל צום ציון, קוק נישט אויף קיינעם, יענער מעג האקן, ער מעג זינגען, און דער מעג טאנצן, איך עפן אויף דעם תיקון הכללי, קוק אפילו נישט צי דו האסט געפילן, א קאלטע תיקון הכללי איז אויך א תיקון אויף אלעמען. דערנאך זאג עטליכע ווערטער, דאנק דעם אויבערשטן אויף די מתנות וואס דו האסט באקומען. אויב דו האסט נאך כח, בעט דעם אויבערשטן פאר די ישועות וואס דו דארפסט, און אויב דו האסט נאך אלץ כח שמועס דיך אויס, פארצייל וואס דו ביסט דורך, דו ביסט יעצט ביים גרעסטן טעראפיסט, האב נישט קיין מורא, עפן דיך אויף דיין הארץ זאג אים ארויס אלע דיינע בלבולים, אלע חלישות הדעת, אז עס קומט ארויס טרערן איז אויך גוט, קוועטש נישט ארויס גיין געפילן. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן תכלה שנה וקללתיה, תחל שנה וברכותיה.

    < זעה מער כט אלול תשפ"ד 📝
  • יו ען גענעראל פארזאמלונג וואך אין מאנהעטן

    אין די יעצטיגע טעג קומען ארויס פילע פרעזידענטן, פרעימיער מיניסטארן, קעניגן, דיקטאטארן און סתם שוויצערס פון די מעכטיגע שווארצע קארס, זיי באווייזן זיך די פנים מיט פארקנייטשטע שטערס און געביגלטע נעקטייס, אלע קומען אן צו אונזער שכינות אין מאנהעטן צום גרויסן "יו ען" קאמפלעקס, ווי עס וועט פארקומען א גרויסע פארזאמלונג פון די אזוי גערופענע "וועלט פירער"... &nbsp; מען וועט ווארפן הערליכע פראזן, ווי די וועלט דארף "צוזאמען ארבעטן" (ארבעטן מיט מיר...) כדי צו פארבעסערן די וועלט, און בשעת זיי פארן מיט פריוואטע דזשעטס וועלן זיי שארף רופן צו מינימיזרן די די פאלושן וואס די געז פאראורזאכט, וואס דאס איז גורם קליימעט טשעינדזש, וואס איז גורם אז די וואסער זאל זיך הייבן, שטורעמעס זאלן זיך פארמירן, ווינטן זאלן בלאזן, פייערן זאלן ברענען, אלעס ביסטו שולדיג! &nbsp; דערנאך וועט מען רופן פאר "אלע צדדים" (אויסער איך...) פון "אלע קאנפליקטן" פון "אלע לענדער" זאלן "זיין איינגעהאלטן" און אז מען זאל חלילה "נישט עסקעלעיטן" די מלחמות. און אפילו רוסלאנד וועט שרייען אז "לענדער טארן נישט פארלעצן די יו ען אנערקענטע גרעניצן פון אן אנדערן לאנד" וואס דאס וועט חלילה צושטערן די "וועלטס רואיגקייט"... &nbsp; און אזוי וועט מען רעדן דברי "התעוררות" פאר אלע פארזאמעלטע, וואס וועלן זיך ממש ווישן די אויגן פאר געלעכטער, מען וועט הערן פון פוטין איבער נישט רודפן פאליטישע קעגנער, פון איראן איבער זייער וויכטיגע ראלע אין אנהאלטן די שלום און פרידן אויף דער וועלט, און פון כינע ווי זיי העלפן די וועלט זיך האלטן געזונט. &nbsp; דאס דערמאנט אונז א דיבור וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט אז עס זענען דא מענטשן וואס ווען עס קומט אלול, זיי ברענען און ברענען אבער טוען גארנישט, מען שרייט "אלול!!!", "מען דארף תשובה טון", "אוי וויי א פחד א שרעק, דער יום הדין קומט", אבער ווען עס קומט למעשה, טוען זיי גארנישט. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ זאגן אז דאס קומט פון דעם וואס א מענטש מיינט אז תשובה איז א בער, מען ווייסט נישט וואו אנצוהייבן, דער אויבערשטער - זאגט זיי דער סמ"ך מ"ם פארשטעלט מיט א ווייסע בעקישע - איז אזוי ברוגז אויף דיר, קוק דיך אן, ביסט אזוי ווייט פונעם אויבערשטן, און זיי טראכן אז זיי מוזן טון עפעס וואס זיי קענען נישט, און דערפאר נעבעך טוט מען גארנישט. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט זאגן אז תשובה טון איז ממש גרינג, מען זאגט פאר'ן באשעפער - מיט טרערן אדער אָן - איך האב חרטה וואס איך האב געטון, און איך גיי שוין זיין ערליך. דערנאך טו עפעס. לייג צו עטליכע קאפיטלעך תהלים א טאג לכבוד חודש אלול, לערן אביסל מער משניות אדער גמרא, מאך דיך א שיעור אין תיקוני זוהר. טו עפעס א קלייניקייט, וועסטו אנקומען גאר ווייט!

    < זעה מער יט אלול תשפ"ד 📝
  • טויזנטער ביפּערס פון כיזבאלא קעמפער רייסן אויף

    שוין זיבעציג יאר וואס די עירוב רב זענען ארויס אין א מלחמה על ה' ועל משיחו, זיי זענען געגאנגען מיט טעראר און ארויסגעטריבן די בריטן פון ארץ ישראל, און דערנאך זיך דערקלערט ככל הגוים בית ישראל, אידן זאלן זיין א פאלק ווי אלע פעלקער, רחמנא ליצלן. &nbsp; און ווי דער פסוק זאגט אונז שוין "ויאמר משה, למה זה אתם עברים את פי ה' והוא לא תצלח", מען קען נישט גיין קעגן רצון ה', און טראץ זייערע פילע אזוי גערופענע הצלחות און מלחמות איז דארט ליידער קיינמאל שטיל, זיי גייען אן מיט'ן מלחמה קעגן די תורה בכלל, יעדן טאג זענען זיי גוזר פרישע גזירות קעגן ערליכע אידן, והעולה על כולנה דער יעצטיגער שווערער מצב מיט די גזירות הגיוס, ווען זיי ווילן אריינשלעפן יעדן איד אין זייער כפירה מיליטער, און אזוי ליידן זיך אידישע קינדער אפ פון זיי יעדן טאג, ליידער פאלן כסדר קרבנות ברוחניות ובגשמיות, בפרט ווען פארגאנגענעם שמחת תורה זענען זיי געווען בלינד, שטום, און געלעמט און עס זענען אויסגע'שחט'ן געווארן ליידער הונדערטער אידן מיט אלע מיתות משונות הי"ד. &nbsp; בשעת עס גייט נאך אן א מלחמה אין עזה מיט כאמאס, איז אויך אין צפון שטארק אנגעצויגן, טויזנטער איינוואוינער זענען שוין אנטלאפן פון זייערע הייזער כמעט א יאר, ווען כיזבאלא שיקט כסדר אריין מיסלס און באמבעס פון לבנון. יעצט איז אנגעקומען די נייעס אז די ציונים האבן אויפגעריסן טויזנטער ביפערס און ראדיאס פון די כיזבאלא קעמפער, פון וואס צענדליגע זענען געשטארבן, הונדערטער זענען קריטיש, און טויזנטער זענען פארוואונדעט. &nbsp; מיר ערליכע אידן דארפן געדענקען אז ביידע זענען אונזערע פיינט, יעדע גוי האט פיינט א איד, אבער אויך ליידן מיר זיך ליידער צוזאם פון דער שנאת עם הארץ לתלמוד חכם, וואס ווילן אונז פארלענדן ברוחניות, וגדול המחטיאו יותר מן ההרגו. &nbsp; אבער וואס קענען מיר ארויסנעמען פון דער פאסירונג, אז די כיזבאלא קעמפער האבן זיך איינגערעדט אז זיי האבן א באהאלטענע כלי מיט וואס זיי שפירן זיך פארזיכערט, קיינער ווייסט נישט דערפון. די זעלבע וואס דער יצר הרע פרובירט אונז איינרעדן, א מענטש מיינט אז ער האט א כלי מיט וואס מען קען זען שלעכטע זאכן, און קיינער ווייסט נישט דערפון, ער באהאלט זיך אין אן אפיס, אבער דער אויבערשטער זעט, דער אויבערשטער ווייסט, און דער כלי קען נאך איין טאג רחמנא ליצלן אויפרייסן. דער רבי זאגט, אדער א נסיון אדער א בזיון. &nbsp; יעצט אין די הייליגע טעג דארפן מיר זיך פארנעמען ארויסצואווארפן אלע כלים וואס קענען אויפרייסן, און זיך פארנעמען זיך צו היטן די אויגן, נישט קוקן אויף קיין דיווייס וואס מען קען זיך דערמיט פארבינדן צו נישט גוטע פלעצער, כלים וואס מען קען זען דערויף שלעכטע זאכן.

    < זעה מער טו אלול תשפ"ד 📝
  • צווייטע אנטענטאט אויף טראמפ אין צוויי חדשים

    "מי יחי' ומי ימות, מי בקיצו ומי לא בקיצו", ווען מען הערט די פרישע נייעס ווי ווידעראמאל האט זיך געיאוועט א שיסער מיט א מיליטערישע עי קעי 47 ביקס און געפראואווט צו שיסן דעם געוועזענעם פרעזידענט טראמפ, דערמאנט מען זיך פון דעם שיינעם הארציגן נוסח וואס מען זינגט ראש השנה. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט זאגן אז וואס איז דער "מי מי מי" וואס מען זאגט ביי די אלע זאכן (אויף די ברסלב'ע נוסח)? וואס איז שלעכט מיט פשוט "מי יחיה ומי ימות", וואס זינגט מען "מי מי יחיה, ומי מי ימות" און אזוי ווייטער, פלעגט מוהרא"ש זאגן אז די אלע זאכן ווי לעבן אדער פארקערט, געזונט אדער פארקערט, פרנסה אדער פארקערט זענען בלויז די ראשי פרקים פון וואס מען שרייבט אונז אן ראש השנה, און און די איבעריגע "מי'ס" ליגן די פילע אנדערע שיקזאלן וואס וועלן נגזר ווערן אויף דעם מענטש לטב ולמוטב, און אויף דעם זענען מיר מתפלל מיר זאלן פארשריבן ווערן לחיים, ולשלום, צו פרנסה און רואיגקייט. &nbsp; דעם געוועזענעם פרעזידענט טראמפ איז היינט זונטאג דורך א פרישע אטענטאט פרואוו, ווען דער געוועזענער פרעזידענט האט זיך געפונען אויף זיין גאלף קורס אין מאר-א-לאג אין וועסט פאלם ביעטש אין פלארדיע, האט זיך א פארשוין אין די זעכציגער יאר שווער באוואפענט געשטעלט נישט ווייט פון דארט. &nbsp; כאטש דער שפיל ארט איז געווען פארשלאסן, האט ער געטראפן א פלאץ וואו מען האט געקענט אריינקוקן און זען וואס טוט זיך אינעם גאלף קורס. &nbsp; אבער אז עס איז באשערט צו לעבן, וועט דער אויבערשטער מאכן אז די סיקרעט סערוויס אגענטן זאלן באמערקן דעם פארדעכטיגטער פארשוין. דער זעכציג יעריגער - זעענדיגט אז ער איז באמערקט געווארן - האט שנעל אריינגעשטעלט דעם שפיץ פונעם ביקס אינעם צוים האפענדיג אז ער וועט קענען אין די שנעלעקייט שיסן אויפן פרעזידנעט. &nbsp; די לייב וועכטער פונעם פרעזידענט האבן אבער תיכף גענומען שיסן - נאך איידער ער האט געהאט א שאנס צו טון עפעס בייזענס - ער האט תיכף אפגעיאגט פון שטח, און אראפגעווארפן זיין געצייגט דארט צווישן די ביימער, און אפגעפוצט מיט זיין קאר. בערך פערציג מינוט שפעטער האבן די פאליציי געטראפן און ארעסטירט דעם שיסער. &nbsp; דער פרעזידענט האט מען תיכף אוועקגעפירט צו א זיכערע ארט, ווען ער איז ווידעראמאל געראטעוועט געווארן פון אן אטענטאט פראוו. &nbsp; דאס איז געקומען אין א צייט קוים צוויי וואכן איידער מיר פארן ארויס צום הייליגן רבי'נס ציון אין אומאן, און דאס דינט ווי א פאסיגע דערמאנוג וואס פארא יאר עס איז דורך אויף אונז, "מי יניח ומי ינוע", ווער וועט זיין רואיג, און ווער וועט זיין צושאקעלט, וויאזוי וועט אויסזען אונזער קומענדיגער יאר? וועלן זאכן פארן סמוד, אדער וועלן זיין באמפס? מיר ווילן האבן א סטאבילע יאר ברוחניות ובגשמיות, די באנק זאל זיין געקאווערט, און די מוח זאל זיין מסודר, וואס ווייסט א מענטש וואס ווארט אים? דערפאר וועלן מיר אלע איבערקומען אלע מניעות און נישט קוקן רעכטס אדער לינקס, קויפן א טיקעט און זיך ארויסלאזן אויף דעם לאנגן וועג צום גרויסן לאיער וואס וועט איינרייסן פאר אונז מיר זאלן האבן אונזערע ישועות ברוחניות ובגשמיות.

    < זעה מער יב אלול תשפ"ד 📝
  • אלגעמיינע וועלט צייכענט היינט אפ די "סעפטעמבער 11" טעראר אטאקעס

    דריי און צוואציג יאר צוריק כ"ג אלול תשס"א, ג' סליחות, האט די וועלט אויפגעטרייסעלט מיט די שרעקליכע נייעס אז טעראריסטן האבן "מצליח געווען" איבערצונעמען 4 פליגערס, און אריינגעשמעטערט דערמיט אין די צוויי בארימטע צווילינג טורעמעס פון די "ווארלד טרעיד סענטער" אין מאנהעטן, אזוי אויך אינעם נערוו-צענטער פון די אמעריקאנער מיליטער דער "פענטאגאן", און א פערטער וואס איז געווען געריכטעט צום ווייסן הויז אין וואשינגטאן איז אראפ געברענגט געווארן דורך די פאסאדזשירן וואס האבן זיך קעגן געשטעלט די טעראריסטן. &nbsp; אמעריקע איז געווען אין שאק, די אמעריקאנער רעגירונג האט נישט געוויסט וויאזוי צו רעאגירן, די בירגער אין אמעריקע זענען געווען שרעקליך פארפאניקט פונעם פאקט אז אפאר אראבער מיט פארטשייעלעך ארום דעם קאפ האבן באוויזן צו געבן אזעלעכע מיאוסע שלעק פאר די שטאלצע אמעריקע און באוויזן אראפ צו ברענגען די צוויי מעכטיגע בנינים דער שפיגעלע פון אמעריקאנער "ביזנעס". &nbsp; דער דעמאלטסדיגער אמעריקאנער פרעזידענט דזשארדזש דאבעליו בוש האט דאן אויפגעטרעטן מיט דברי חיזוק און פארגעזאגט אויף טעלעוויזיע (אין ענגליש פארשטייט זיך...) קאפיטל כ"ג פון תהלים, "מזמור לדוד, ה' רועי לא אחסר", און געזאגט פאר זיינע צוהערער "Though I walk through the valley of the shadow of death, I will fear no evil; for You are with me", (גם כי אלך בגיא צלמות, לא אירא רע כי אתא עמדי), "אפילו איך גיי אריבער די טאלן פון די שאטן פון טויט, האב איך נישט קיין מורא, ווייל דו ביסט מיט מיר". &nbsp; אין אמעריקע גלייבן אסאך אין גאט (בפרט די רעכטע), אבער די אמונה פון די גויים איז גאנץ עפעס אנדערש ווי די אמונה פון אידישע קינדער, פרעזידענט בוש האט געמוזט באקומען צוויי קלונגעדיגע פעטש אין ביידע פנימער כדי ער זאל רעדן פון גאט, ער איז טיף אין דער ערד, מען ווייסט אפילו נישט וויאזוי ער הייסט, יא עס קומט אים טאקע קרעדיט, ער רעדט פון גאט. &nbsp; דער הייליגער בארדיטשובער רב אלץ אינגערמאן איז ער געפארן צו זיין הייליגן רבי'ן דער מגיד, און זיין שווער וואס האט בכלל נישט פארשטאנען וואס חסידות איז, וואס א רבי מאכט פון זיין חסיד, האט געהאט טענות צו זיין פרישער איידעם, היתכן מען לאזט איבער די ווייב, מען פארט זיך קיין מעזריטש. "לוי יצחק, וואס האסטו דארט אויפגעטון אין מעזריטש!" האט ער גע'טענה'ט. דער איידעלער אינגערמאן וואס איז שפעטער אויסגעוואקסן דער גרויסער צדיק דער קדושת לוי האט געזאגט זיין שווער "איך האב מיך אויסגעלערענט אז עס איז דא א גאט אויף דער וועלט", "פאר דעם פארט מען קיין מעזריטש?", ער רופט צו איינע פון די מיידלעך א יתומה וואס האט געהאלפן אין שטוב, "ווער פירט די וועלט?" פרעגט ער איר, "וואס הייסט ווער, גאט פירט די וועלט", האט זי גלייך געזאגט, דער הייליגער קדושת לוי האט דערויף געזאגט, "זי זאגט עס און איך לעב דערמיט". &nbsp; יעדע איד האט אמונה, אבער עס איז דא ביי וועם עס איז ווי להבדיל ווי ער ווייסט אז אין טשיינע עסט מען רייז, ער ווייסט אויך אז דער באשעפער פירט די וועלט, ער טראכט נישט אז דאס איז אים נוגע אין לעבן, עס זענען דא מענטשן וואס טראכטן מער פון טראמפ און העריס, כאילו דאס וועט אים עפעס העלפן. מיר קומען צום צדיק כדי מיר זאלן באקומען דעם אייבערשטן "לנגדי תמיד", אלץ זאלן מיר געדענקען אז דער באשעפער איז דא מיט אונז, און סיי ווען עס גייט אונז גוט, און סיי ווען עס גייט אונז שווער, און אפילו די קלענסטע דאגה, האט מען נישט קיין מורא וויייל דער באשעפער איז מיט אונז.

    < זעה מער ח אלול תשפ"ד 📝
  • כלל ישראל באוויינט די פטירה פון סקולענער רבי זי"ע

    מיט גרויס צער און טרויער נעמט כלל ישראל ישראל אויף די נייעס איבער די פטירה פון איינע פון די גרויסע צדיקים פון אונזער דור, א איד וואס האט געדינט דעם אויבערשטן מיט מסירת נפש, און האט דערווארעמט אידישע הערצער צום בורא כל עולמים, דער סקולענע רבי זי"ע וואס האט צוריק געגעבן זיין נשמה צום בורא כל עולמים נאך א לענגערע תקופה וואס כלל ישראל האט איינגעריסן וועלטן פאר זיין רפואה, אבער נעכטן מוצאי שבת, (תענית כז עב) כוין ששבת, וי אבדה נפש, האט דער צדיק אויסגעהויכט זיין לויטערער נשמה. &nbsp; דער רבי האט איבערגענומען דער כסא ההנהגה פון די קהלה הקדושה סקולען ווערנדיג דער ממלא מקום פון זיין גרויסן טאטן דער פריערדיגע רבי זי"ע וואס איז נפטר געווארן לחיי העולם הבא מיט בלויז בערך פינף יאר צוריק, און מען האט געהאפט אז דער גרויסער נפטר דער עובד השם בתמימות וועט פירן די עדה הקודשה אויף לאנגע געזונטע יארן, האט אבער אין די קורצע צייט אויפגעטון גדולות ונצורות, טויזנטער אידן האבן זיך מתחמם געווען לאורו, געשעפט יראת שמים און חיזוק פונעם רבי'ן, מען האט צוגעזען א פייערדיגע דאווענען, און בכלל אן עבודת השם וואס האט געפאסט פאר א פארצייטישע רבי, בפרט ביי די הייליגע טישן מיט די ווארימע דיבורים און די הייליגע סקולענע ניגונים וועלכע האבן אויסגעוואשן אידישע הערצער צום אויבערשטן. &nbsp; אין די זעלבע צייט איז דער רבי געווען א דמות פון חסד, ווען ער האט אויסגעטיילט שווערע געלטער פאר צדקה פאר פילע צובראכענע הערצער, בפרט האט ער געטראגן נאנט צו זיין הארץ די הייליגע מוסדות "חסד לאברהם" וואס האט גענומען פאר א ציל צו מקרב זיין אידן צום אויבערשטן, א מוסד וואס האט בכלל נישט געברעגט קיין כבוד פאר'ן רבי'ן אויף דער עולם השקר, עס האט נישט געטראגן דעם "אימעדזש" וואס סקולען שטעלט פאר, עס האט נישט אויפגעשטעלט תלמידים וואס האבן זיך געשאקעלט ביים רבי'נס טיש, אבער דער רבי האט נאר געקוקט אויף יענע וועלט, אויף די גרויסע זכות פון ממשיך זיין אין די וועגן פון זיינע הייליגע עלטערן און האט מחזק געווען און געשטארקט אידישע קינדער וואס ווילן נאנט ווערן צום אויבערשטן, און האט געטון אלעס וואס ער האט געקענט אז נאך א איד זאל וויסן פון שמע ישראל, און פון די הייליגע אמונה. &nbsp; יעצט אז דער הייליגער רבי איז נסתלק געווארן, ליגט אויף אונז דער פליכט צו ערפילן דעם גרויסן חלל וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט, מיר דארפן זיך שטארקן מיט הפצה, און נישט קוקן אויף אונזער כבוד, און טון וואס אימער מעגליך צו מפיץ זיין די הייליגע ספרים וואס האבן שוין א גוטן טרעק רעקארד אז זיי טוען אויף און ראטעווען אידישע קינדער, און ברענגען זיי צוריק צום אויבערשטן, און דאס וועט זיין די גרעסטע זאך וואס מיר קענען טון לעילוי נשמת דעם הייליגן רבי'ן רבי ישעי' יעקב בן ישראל אברהם זי"ע צו גיין אין זיינע הייליגע וועגן וואס ער האט אונז אויסגעלערענט. &nbsp; אין די יעצטיגע שעות קומט פאר די גרויסע לוי' אין בארא פארק ביים סקולענער בית המדרש, און דערנאך גייט דער לוי' פארזעצן אין מאנסי, ווי דער רבי וועט קומען לקבורה סמוך ונראה צו זיין גרויסן טאטן און זיידן אינעם וויזניצן בית החיים.

    < זעה מער ה אלול תשפ"ד 📝
  • חברים פון ראקלענד ראטעוועט אידישע פרוי פון אריינפאלן צו שווינדלער

    א היימישע פרוי אין מאנסי האט פאריגע וואך באקומען א רוף אויפן טעלעפאן, דער רופער האט זיך אנגעגעבן מיט אן אפיצילע שטימע אלס א "דעטקעטיוו" וואס רופט איר אויפצומערקן אז עס גייט פאר שווינדלערייען אין אין באנק קאנטע, און איר געווארענט אז אויב זי נעמט נישט זאפארט שריט, וועט איר די פאליציי ארעסטירן. &nbsp; די פרוי - אריינפאלענדיג אין פאניק - האט געפאלגט אלעס וואס דער "דעטעקטיוו" האט איר געהייסן און צוגעפארן צום נאנטן באנק און ארויסגענומען פינף טויזענט דאלער קעש פון איר באנק קאנטע, דערנאך האט דער שווינדלער איר געהייסן צופארן צו א דערנעבנדיגן פארמאסי איינצוקויפן "גיפט קארטלעך", דער פארמאסיסט האט גלייך פארדעכטיגט אז עפעס איז נישט גלאטיג, און האט פארלאנגט אידענטיפיקאציע צו קענען קויפן אזא ריזן סכום גיפט קארטלעך. די פרוי האט גערופן איר מאן ער זאל איר ברענגען איר איידי פון הויז. &nbsp; בשעת מעשה האט דער מאן פארלוירן קאנטאקט מיט זיין פרוי, און נאכדעם וואס זי האט נישט אויפגעהויבן דעם טעלעפאן האט זי זיך געוואנדן צו די געטרייע "חברים" ארגאניזאציע, וועלכע האבן זיך זאפארט ארויסגעלאזט צו אלע געשעפטן אינעם געגענט וואס פארקויפן אזעלעכע קארטלעך, פרובירנדיג צו ראטווען אידיש געלט זאל נישט אריינפאלן צו די ראפינירטע שווינדלער. &nbsp; עס האט נישט גענומען לאנג, און איינע פון די מעמבערס האבן געטראפן די באטראפענע פרוי אין איינע פון די שאפינג מאלס אינעם געגענט, אבער די פרוי האט שוין דאן געהאלטן נאכן איבערגעבן די נומערן פון עטליכע קארטלעך אין די ווערט פון צוויי טויזענט דאלער, און דער וואלונטיר האט תיכף אינטעווענירט און איר אפגעהאלטן פון ווייטער געבן דאס געלט, און דערמיט געראטעוועט די איבעריגע שווער אפגעשפארטע אידיש געלט פון פארפאלן ווערן. &nbsp; אויב איינער באגעגענט זיך מיט א שווינדלער א סקעמער וואס לייקענט די אמונה, ער האט "קשיות", ער וויל פארשטיין פארוואס, און פארווען, דארף מען זיך תיכף אפשטעלן, און נישט ציען ווייטער דער שמועס. מען זאל נאר זען צו שמועסן מיט מענטשן וואס גלייבן אין אויבערשטן בתמימות ובפשיטות, ווייל אפילו נאר צו הערן כפירה שאדט פארן מענטש. &nbsp; די זעלבע זאך איז בגשמיות, ווען מען געבט איבער די נומערן פון א גיפט קארטל פאר א צווייטן איז עס כמעט אוממעגליך נאכצוגיין ווער עס האט אפגענומען דאס געלט, און ווען סיי ווער פארלאנגט געלט "זאפארט אז נישט וועט מען ארעסטירן", אדער בעט "גיפט קארטלעך" איז עס א קלארע סימן פון שווינדלער און גנבים, און מען דארף זיין געווארענט תיכף אראפ צו האקן דעם טעלעפאן מיט אזעלעכע פארשוינען, און אפילו נישט אריינגיין אין א דין ודברים מיט זיי, ווייל זיי קענען נאך איבערקלוגן. אפילו גאר געלונגענע און פארזיכטיגע מענטשן זענען שוין אריינגעפאלן מיט זיי.

    < זעה מער ב אלול תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 91 to 105 of 213 results

1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 ... 14 15
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com