Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אנקעטעס ווייזן טראמפ שטארק פאראויס פון אלע אנדערע קאנדידאטן

    דער געוועזענער 45סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאנאלד דזשעי טראמפ איז אנדערשט מיט כמעט יעדע זאך פון אלע אנדערע פרעזידענטן אין די אמעריקאנער היסטאריע. צווישן אנדערע איז ער דער איינציגסטער פרעזידענט מיט זירא ערפארונג אין פאליטיק צו ערוועלט ווערן אלץ פרעזידענט, בכלל איז ער גענצליך אן אנדערע טיפ פון א געווענליכע פאליטישאן. אלץ האט ער האט זיך געוואגט צו טון זאכן וואס קיין שום פאליטישע ראטגעבער וואלט אים געראטן צו טון, צום ביישפיל זיין איבערגעאיילטע "מוז האבן א מיינונג" אויף כמעט יעדע זאך צוגאנג, איז א זאך וואס וואלט אים שוין צענדליגע מאל - לויט די פאליטישע אנאליסטן - געדארפט אונטערברענגען. זיין אבסעסירטע מלחמה מיט די מידיע - א זאך וואס איז לויט די אנגענומענע כללים פון ביז היינט האט אלץ געהייסן א "זיכערע פאליטישע זעלסבט מארד", און אויך דאס האט אים נאך נישט אונטערגעברענגט. והעולה על כולנה, די פילע פאליטישע און יורידישע רדיפות; אנגעהויבן פון די פילע אויספארשונגען נאך ווען ער איז געלאפן צום ערשטן מאל אלץ פרעזידענט, און די פילע אינוועסטיגעשאנס בשעת'ן דינען אויפן פרעזידענטליכע שטול, וואס האבן זיך געענדיגט מיט - ווייטער פרעצעדענטלאז - צוויי מאל (!) אימפיטשט ווערן, א זאך וואס האט אים נאך אלץ נישט אומגעווארפן.   און ווער רעדט נאך ווען ער האט - יא אדער נישט - פארלוירן די וואלן פאר צוויי יאר צוריק, דאס וואלט אים לויט אלע פארשטייערס געדארפט אריינלייגן אין א טיפע מרה שחורה "אזא נארסיסיסט ווי ער קען נישט דערהייבן קיין דורכפאל" האבן זיי אלע געשריגן. און די "טשערי אָן די פיי" איז נאך ווען ביז יעצט טוען נאך פילע פראסעקיוטערס און "ספעציעלע אויספארשער" אים אנקלאגן אויף כל מיני באשולדיגונגען פון האלטן פרעזידענטליכע רעקארדס, אריינלייגן נאציאנאלע זיכערהייט אין א סכנה, ביז די יאנואר 6 רעוואלוציע, ווען ער האט לויט זייער קעגנער געהעצט זיינע געשוואוירענע שטיצער צו אומווארפן די אמעריקאנער רעגירונג און דערקלערן לעבנסלענגלעכיגע קעניג אויף אמעריקע...   און דאס איז נאר אויפן שפיץ גאפל די פילע רדיפות און דורכפעלער וואס דער טראמפ איז דורכגעגאנגען, און דאס אלעס אין בלויז עטליכע יאר צייט, און פארגעסט נישט דא רעדט מען שוין פון א מענטש וואס איז שוין יעצט אין די הויכע 70'ער יארן, א צייט וואס רוב מענטשן זענען שוין לאנג ריטייערט.   מיר דארפן נישט צוקומען צום גוי זיך צו לערנען וויאזוי זיך צו פירן, אבער אפגעזען וואס אייער מיינונג אויף דעם גוי טמא דאנאלד טראמפ איז, איז דא דא עפעס וואס מיר קענען זיך לערנען דערפון. האסטו שוין צענדליגע מאל צוגעזאגט דעם אויבערשטן "מער וועל איך שוין נישט זינדיגן" און עודך טרעפסט זיך דערין ווידער? דו הערסט דעם סמ"ך מ"ם שרייען "דו ביסט איין שטיק דורכפאל", דו הערסט שוין אין דיין קאפ ווי אלע זאגן אויף דיר "דו ביסט שוין דערנאך", אבער ניין הייב דיך אויף און קוק נישט אויף קיינעם. זאג דעם סמ"ך מ"ם "אויב טראמפ גייט נאך ארום שטאלץ און קאמפיינט צו ווערן ווידער פרעזידענט, מעג איך אויך נאך זיך אויפהייבן און זאגן פארן באשעפער געב מיר נאך א שאנס."   די זעלבע זאך בגשמיות, קוק נישט אויף צוריק, ביסט טיף אין חובות? גיי אן מיט דיין לעבן ווייטער. טרעף א דזשאב הייב אן אפצאלן צוביסלעך, און עס וועט נישט לאנג נעמען און דו וועסט זיך זען אינדרויסן פון דיינע חובות.   טראמפ'ס קאמבעק איז אונז אלע מחייב. מיר קענען אויך צוריק קומען. מיר וועלן נאכאמאל פרובירן צו היטן די אויגן, היינט - זאגט איך דיר צו רבונו של עולם - וועל איך רעדן שיין צו מיין ווייב. פון יעצט וועל איך לערנען כאטש איין פרק משניות יעדן טאג. עס וועט נישט לאנג נעמען און דיין קאמבעק וועט זיין אסאך שענער און ווייטער ווי פון דאנאלד טראמפ.

    < זעה מער ז אב תשפ"ג 📝
  • חלומות פון מיליאנען אמעריקאנער פארפאלן אין איין מינוט

    אין די יעצטיגע טעג איז די גאנצע מידיא אויף מיט די לאטערי נייעס. זיי הערן נישט אויף צו רעדן איבער דעם גרויסן לאטערי וואס האט זיך געהויבן צו ריזיגע ציפערן, אזש ביז איבער א ביליאן דאלער, און ווערט באצייכעט ווי איז איינע פון די העכסטע לאטערי ציפערן אין די אמעריקאנער היסטאריע, די סיבה פארוואס עס איז אנגעקומען דאס מאל אזוי הויעך איז צוליב וואס עס איז שוין דורך 38 מאל אין א צי וואס עס איז נישט געווען קיין געווינער פארן העכסטן פרייז. &nbsp; אויף די אלגעמיינע גאס, האט די לאטערי משוגעת איבערגעדרייט אמעריקע, און טראצדעם וואס אפילו די לאטערי באאמטע אליינס האבן מודה געווען, אז די שאנסן צו באקומען דעם געווינס, איז ווייניגער פון איינס פון דריי הונדערט טויזנעט, זענען מענטשן ווי אראפ פון זינען און געלאפן קויפן טיקעטס, און זייער קאפ האבן זיי זיך שוין געזען ווי ביליאנערן, און האבן שוין געהאט חשבונות און חלומות וואס מען וועט טון מיט דאס געלט, מען האט דן געווען צי מען וועט נעמען דער געווינס אויף איין מאל און דארפן פארציכטן אויף א האלבע ביליאן דאלער, אדער וועט מען נעמען פעימענטס פון עטליכע פאר דרייסיג יאר, מענטשן האבן געחלומט און געדמיונט איך גיי מיר קויפן א הויז, א קאר, א פליגער, און מען האט זיך אייגערעדט אז מארגן בין איך ביליאנער... &nbsp; אבער אלע זייערע חלומות זענען נעבעך צערינען אין די סעקונדע די זייגער האט געקלאפט צעוועלף נעכטן חצות הלילה, ווען די לאטערי באאמטע האבן אויסגערופן די נומערן, און מיליאנען אמעריקאנער בירגער זענען נעבעך געבליבן אויסגעשפילט מיט זייערע אלע דמיונות אין מיסט. &nbsp; ביי אידישע קינדער האט מען אבער געדענקט אז מיט געלט קען מען נישט קויפן קיין סיפוק, מיט געלט קען מען נישט קויפן קיין נחת, שלום בית אדער געזונט. "וואס קען מען קויפן מיט געלט?" זאגט אלץ דער ראש ישיבה, "איין זאך קען מען טון מיט געלט: געבן פאר די ווייב זאל קענען באשטעלן א רוימערקע". &nbsp; דער אמת'ער לאטערי האט דער אויבערשטער געגעבן מיר זאלן עס קענען קויפן בחנם, און דער וואס קויפט עס איז א זיכערע געווינער. "די עשירות" - זאגט דער ראש ישיבה כסדר - "איז ביי דיר אין בוזעם טאש", אז דו האסט דארט א משניות, א תהלים, א גמרא'לע און דו כאפסט ארויס א פסוק דא, און א פרק דארט, דאס איז אמת'ע עשירות. &nbsp; עס דרייען זיך ברוך השם צווישן אונז גאר גרויסע עשירים, אידן וואס האבן שוין דורכגעלערענט גאנץ ש"ס, ירושלמי, תוספתא, מדרשים, זוהר הקדוש, רמב"ם, טור, שולחן ערוך, חסידישע ספרים, הלכה ספרים, און דעם רבי'נס ספרים, דאס איז אמת'ע עשירות, און דאס איז רייכטום וואס קיינער וועט אונז קיינמאל נישט קענען צונעמען. און דער פארמעגן וועט אונז היטן אויף דער וועלט און וועט מיטגיין מיט אונז אויך אויף יענע וועלט. &nbsp; אין מלווין לו לאדם לא אלא מצוות ומעשים טובים

    < זעה מער ב אב תשפ"ג 📝
  • דער טיטאניק דערמאנט ווידער אז דער אויבערשטער פירט די וועלט

    פאר איבער הונדערט יאר צוריק איז די וועלט געווען אויף מיט די נייעס אז עס פארט ארויס א שיף פון א שטאט ענגלאנד קיין ניו יארק, "א שיף וואס די וועלט האט נאך אזאנס נישט געזען" האט מען גערעדט. די פירמע האט אריינגעבאכעט אויף די שיף אלע לוקסוס וואס די וועלט האט דאן געהאט, און די גרעסטע עשירים האבן זיך געריסן צו קויפן טיקעטס, און די וואס האבן זוכה געווען האבן זיך געשפירט ווי די וועלט איז זייערס, "איך האב א טיקעט אויפן טיטאניק" האבן זיי שטאלצירט. &nbsp; די פירמע האט זיך ברייט אויפגעטון מיט זייער מעכטיגע שיף, און האבן הייס פארשפראכן אז דער שיף איז אזוי שטארק און פארזיכערט אז "עס קען ממש נישט זינקען", זיי האבן יעדעם מסביר געווען ווי פארגעשריטן דער שיף איז, און וויפיל זיכערהייט מיטלען עס פארמאגט, אז קיין שום זאך קען עס נישט בייקומען. &nbsp; איין זאך האבן זיי פארגעסן, ווי דער ראש ישיבה זאגט אלץ, ווען א מענטש דרוקט זיך אויס "עס איז ערלעדיגט, פארלאז דיך אויף מיר!" דארף מען זייער מורא האבן, ווען מענטשן פארגעסן פונעם אויבערשטן, מען מיינט אז מענטש קענען עפעס "פארזיכערן", וועט דער אויבערשטער ווייזן ווער איז בעל הבית, א מענטש דארף אייביג זאגן, "מיטן אויבערשטענ'ס הילף", און און אויב ער האלט אז עפעס וועט זיין, זאגט א איד א מאמין "מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט אזוי און אזוי זיין", אדער "איך פארלאז מיך אויפן אויבערשטן אז ער וועט עס פירן צום גוטן", וכדומה. &nbsp; בשעת די איבער צוויי טויזענט פאסאנזשירן זענען געווען פארנומען מיט זייער שוואוילטאג, מען האט געהוליעט, געשיכור'ט און געפרעסן האט דער באשעפער צוגעפירט א גרויסע אייזבארג זאל שווימען אינעם ריכטונג ווי דער שיף האט געדארפט דורכפארן, און דער קאפיטאן מיט זיין גאווה - האלטענדיג אז דער שיף קען סייווי נישט זינקען - האט איגנארירט אלע ווארענונגען פון אנדערע שיפן וואס זענען נישט לאנג בעפאר דורכגעפארן אז מען דארף דארט זיין פארזיכטיג, און האט מיט א שטארקייט אריינגעזעצט אין א בארג וואס איז באשטאנען פון נישט מער ווי פארפרוירענע וואסער וואס האט דורגעריסן דעם שיף, וואס האט ניטאמאל געהאט גענוג רעטונג שיפלעך פאר אלעמען זייענדיג זיכער אז אפילו דאס ביסל איז גענצליך איבעריג. &nbsp; עס האט גענומען נישט מער פון בערך צוויי און א האלב שעה, און דער גאנצער מעכטיגער שיף האט זיך געטראפן אונטערן ים. דער אויבערשטער האט געשיקט א שטארקע דערמאנונג פאר די מענטשן פון דער וועלט אז "יש מנהיג לבירה", ער דער רבונו של אולם פירט די וועלט. &nbsp; זעט אויס אז עס איז שוין דורך צופיל יארן זינט דעם טיטאניק טראגעדיע, און די מענטשן האבן שוין ווידער פארגעסן ווער עס אין טשארדזש, ווער עס איז דער אמת'ער וועלט פירער, און עס האט זיך געמאכט א פירמע וואס האט ערצייגט א קליין אונטערוואסער שיפל און האט עס א נאמען געגעבן "טיטאן" וואס דערמיט האבן זיי אנאנסירט וועלן זיי פירן טוריסטן טויזנטער פיס אונטער די וואסער און ווייזן דעם גרויסן מעכטיגן שיף ווי עס ליגט אזוי הילפלאז אונטערן די וואסער שוין אזוי פיל יארן, און ווידעראמאל האבן מענשטן געהאט די חוצפה אויסצורופן אז זייער שיף קען נישט דורכפאלן, "עס איז אזוי סעיף אז עס קען נישט זינקען" האט דער אייגענטומער אויסגערופן, און די גרעסטע עשירים האבן זיך געיאוועט און געצאלט א פערטל מיליאן דאלער צו האבן די זכי' צו קענען פארן מיט'ן דעם סובמארין און וועלן זיך קענען אויפטון פאר זייערע חברים אז "איך בין שוין געפארן מיט דעם מעכטיגן סובמארין". &nbsp; פאריגע וואך האט ווידער אמאל פאסירט די זעלבע זאך, דער אויבערשטער האט געוויזן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויפן קיין מענטשן, און בשעת עטליכע גרויסע ביליאנערן האבן זיך געפונען דערין האט עס פלוצלינג פאסירט, זייער געלט און זייערע פארבינדונגען האט זיי גארנישט געהאלפן, אלע מעכטיגע מיליטערישע רעטונג שיפן און מאשינען וואס מען האט גערופן האבן זיי גארנישט געקענט העלפן, דער באשעפער האט אויפגעקראכט דעם שיפל, און פון איין סעקונדע אויפן צווייטן זענען זיי אלע פארלוירן געווארן אין די טיפענישן פונעם ים. &nbsp; יעדע זאך וואס פאסירט אויף דער וועלט איז עס ווייל דער אויבערשטער וויל עפעס פון אונז, דער באשעפער וויל אז מיר זאלן אים אריינעמען אין אונזער לעבן, ער וויל זיין א שותף אין אונזער ביזנעס, ער וויל וואוינען אין אונזער שטוב, ער וויל מיר זאלן וויסן אז נישט איך און נישט מיין ווייב זענען בעל הבית אין אונזער הויז, ער איז דער אמת'ער בעל הבית, און נאר אים גייען מיר ביידע פאלגן. &nbsp; אזוי אויך אין אלע תחומים פון לעבן וויל דער באשעפער אז מיר זאלן אים שטענדיג מיטנעמען, דורך דעם וואס מיר וועלן אלעס דורכשמועסן מיט אים, און טון אלעס וואס ער בעט פון אונז.

    < זעה מער ו תמוז תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 241 to 243 of 243 results

1 2 ... 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com