Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שאק און שוידער: מירון ווערט פארמאכט אויף ל"ג בעומר

    אין די אידישע וועלט האט מען אויפגענומען מיט גרויס ווייטאג די מודעה פון די אינסטאנצן אז זיי גייען אפשפארן דעם גאנצן מירון געגענט אויף די אלע טעג פון ארום ל"ג בעומר, און זיי פלאנען אפצוהלאטן די אלע וואס וועלן פרובירן ארויפצוקומען, זאגענדיג אז צוליב די מצב המלחמה, און די נאנטקייט צו לבנון קען מען נישט פארזיכערן דאס ארט, און זיי האבן מורא צו ערלויבן אין אזא צייט אזא גרויסע פארזאמלונג.   ערליכע אידן ווייטאגן אויף די גאנצע קיום המדינה, און מען דארף נישט זייער ממשלה, און זיכער נישט זייערע מלחמות, און מען איז מתפלל אז מען זאל יא קענען צוקומען און מתפלל זיין ביי דעם גרויס מקום קדוש, דעם מקום מסגול לתשובה, און דערנאך זיך קענען פרייען מיטן שמחת הילולא פון הייליגן רבי שמעון אויפן פלאץ פון זיין הייליגן ציון.   לאור זה ווערן געפלאנט אין פילע שטעט אין ארץ ישראל און אין חוץ לארץ אסאך מער און אסאך גרעסערע מעמדי הדלקה, צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער טויזנטער אידן וואס וואלטן געוואלט פארן צום הייליגן רבי שמעון, אבער בלייבן דא.   דער ראש ישיבה האט געהאט גרויסע ספקות צי ער זאל פארן ווי יאר יערליך קיין מירון, אבער למעשה האט דער אויבערשטער געפירט אז דער ראש ישיבה שליט"א האט יא געקענט פארן. און יעצט געפונט זיך שוין דער ראש ישיבה אין מירון, ווי די בחורים פון די ישיבה היכל הקודש אין ארץ ישראל האבן זיך אלע אריבערגעצויגן פאר די עטליכע טעג קיין מירון, ווי זיי ווייל במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלכע איז זיי מדריך און מחזק, לערנט מיט זיי און געבט שיעורים.   אין אזא צייט איז וויכטיג צו געדענקען אז דער עיקר וועג וויאזוי זיך מקשר צו זיין מיט'ן הייליגן רבי שמעון איז דורך לערנען זיינע הייליגע ספרים, מען לערנט די הייליגע זוהר, תיקוני זוהר, מען לערנט משניות גמרא, און אזוי איז מען זיך מקשר מיטן הייליגן תנא פון וואו מען איז נאר אויף דער וועלט, און מען קען זיך דערביי אויסבעטן און פועלן אלעס גוטס.   תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו

    < זעה מער יג אייר תשפ"ד 📝
  • אידישע וועלט איז מרבה בתפלה ווען איראן שטופט אפ טויט אורטייל אויף אידישע בחור

    אין א שטארק נאכגעפאלגטע געשיכטע, קומט ארויס א באריכט פון איראן איבער דעם וואס זיי אפגערוקט זייער פלאן צו דערמארדן א אידישע בחור, נאכפאלגענדיג פילע תפילות פון אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט. &nbsp; די באריכטן פארציילן אז דער בחור נתנאל בן ציונה (ביטע צייכענט אייך אן דעם נאמען און דערמאנט אים אין אייערע תפלות) איז געווען געסקעדזושלט צו ווערן אומגעברענגט רח"ל פארגאנגענעם שבת קודש, לויט די באריכטן פון די איראנע מידיע. האב תפלות ישראל עשתה רושם, ווי חז"ל זאגן שוין אפילו חרב חדה מנחת על צאוורו של אדם, קען נאך דער אויבערשטער מאכן א נס, און צוערשט איז דער דאטום אפגעשטופט געווארן. &nbsp; ווי די באריכטן פארציילן האט זיך די מעשה אנגעהויבן מיט א געפעכט צווישן אים און א גוי אין איראן, וואס האט זיך ליידער געענדיגט מיט'ן דעם אומקום פונעם גוי, אויף וואס די לאקאלע געריכט האט אים געפונען שולדיג, און אים דן געווען למיתה ר"ל. די מעשה איז בכלל נאך נישט פארטיג, דער אויבערשטער האט אונז אבער געגעבן נאך א געלעגענהייט צו מתפלל זיין, און ראטעווען דעם איד ממות לחיים. &nbsp; אסאך מאל מאכט זיך א מענטש טראכט צו זיך "איך שפיר מיך ווי ער איז אזא פינפטע ראד צום וואגן, איך בין ווי א נאר אין מארק, קיינער דארף מיר נישט, קיינער קוקט נישט אויף מיר", קען זיין אז דער בחור האט אויך אזוי געשפירט, דאס איז זיכער אז דאס איז די נאטור אז א בחור זאל אזוי שפירן, צוקלאפט, און צובראכן. מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט דער בחור געראטעוועט ווערן, אבער אפילו שוין יעצט נאך איידער מען זעט די ישועה, קענען מיר נעמען דערפון א געוואלדיגע לימוד, עס איז נישטא אזא זאך ווי עפעס א פשוט'ער בחור. מען מעסט אים נישט צי ער גייט מיט אזא הוט אדער מיט אזא הוט. "וועלכע מנוחה ושמחה זינגט מען ביי זיי?", מן הסתם זינגען זיי בכלל נישט קיין מנוחה ושמחה שבת, ער זינגט די שבת'דיגע ניגונים לויט די מסורה פון יהדות איראן, ער ווייסט נישט פונעם רבי'ן זכרונו לברכה, (נישט קיין חילוק וועם איר רופט "רבי זכרונו לברכה", ווייסט מען לכאורה נישט ביי זיי פון וועם מען רעדט) און מן הסתם ווייסט ער אפילו נישט נישט פונעם הייליגן בעל שם טוב, און נישט פונעם הייליגן גר"א. אבער ער איז א חלק פונעם אידישן פאלק. אלע דאווענען פאר אים, אלע שפירן ווי איך וואלט געצאלט די וועלטס געלט אים צו ראטעווען.&nbsp; &nbsp; טייערע איד, סיי וואו אויף די וועלט דו ביסט, און סיי וויאזוי דו זעסט אויס. ביסט אסאך מער ווערט ווי דו קענסט טראכטן. זאל זיין וואס זאל זיין, א איד ביסטו, און דאס אליינס איז שוין גענוג אז דו זאלסט זיך פרייען, טאנצן און שפרינגען פאר שמחה.&nbsp; &nbsp; אויסער דעם וואס מיר זענען ווייטער מרבה בתפלה פאר דעם טייערן בחור נתנאל בן ציונה, נעמען מיר זיך פאר אלץ א זכות ער זאל ארויסגיין מאפלה לאורה אז מיר וועלן אנהייבן קוקן גוט אויף יעדן איד, מיר וועלן צוברעכן אלע קנאה שנאה, אויפהערן מחזיק זיין במחלוקת. &nbsp; מיר האבן געהערט א געשמאקע ווארט פון א ברסלב'ע חסיד פארגאנגענעם שבת קודש: מען האט נארוואס געזאגט די הפטורה אחרון של פסח "ויצא חטר מגזע ישי", די פסוק לייגט אראפ ווי שיין עס וועט זיין ווען משיח וועט קומען "ופרה ודוב תרעינה יחדיו, ירבצו ילדיהן ואריה כבקר יאכל תבן" דער קוה און דער אקס וועלן פאשען צוזאמען, די קינדער וועלן שפילן מיט זיי, און דער לייב וועט עסן גראז ווי די בהמות", אביסל שפעטער זאגט דער פסוק "וסרה קנאת אפרים וצוררי יהודה יכרתו, אפרים לא יקנא את יהודה, ויהודה לא יצור את אפרים", פרעגט זיך די קשיא, פארוואס הייבט ער אן מיט די בהמות, זיי וועלן זיך מער נישט טשעפען? קען זיין פשט, אז די פסוק וויל באמת אונז זאגן גראד, דו וויסלט משיח זאל קומען? די אשכנזים זאלן אויפהערן זיך האלטן גרעסער פון די ספרדים, און די ספרדים זאלן נישט אראפקוקן די אשכנזים", אבער מען האט פשוט מורא געהאט אז מיר וועלן עס נישט קענען נעמען, מען וועט חלילה צוקלאפן דעם ספר "עס איז צו שארף" וועט מען אפשר טראכטן, הייבט דער פסוק אן מיט א זיסע משל וואס מיר קענען נעמען. "דער לייב וועט מאכן שלום מיטן הערש, דער קאץ וועט מער נישט נאכלויפן דער מייז", און אזוי פארכאפט אונז דער פסוק, מיר טראכן ווי שיין איז עס ווען דער לייב מיט בער מאכן שלום מיט'ן קוה, און אזוי קען אונז דער פסוק אריינגעבן אין מח, שעפעלע מען מיינט דיר. הער אויף רודפ'ן די חסידים פון דיין רבי'נס ברודער. און סטאפ שוין מיט די עקלדיגע ראסיזם: קוק נישט אראפ א איד צוליב וואס זיין הויט קאליר איז אנדערש ווי דיינס, און אזוי וועלן מיר מקרב זיין די גאולה במהרה בימינו אמן. &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער יב אייר תשפ"ד 📝
  • איראנער פרעזידענט אומגעקומען אין העליקאפטער קראך

    נעכטן זונטאג איז אריינגעקומען די נייעס איבערן אומקום פונעם איראנער פרעזידענט איבראהים ראַאיסי ימח שמו (63 יאר אלט), צוזאמען מיטן אויסערן מיניסטער און נאך אנדערע הויכע באאמטע, נאכדעם וואס זיין העליקאפטער האט אראפגעקראכט ביים אדורכפארן א שווערן נעפל. אין די יעצטיגע טעג גייען אן העפטיגע זוכערייען נאך די העליקאפטער אין וואס דער איראנער פרעזידנעט ראַאיסי האט גערייזט צוזאמען מיט נאך הויך ראנגיגע באאמטע פון די איראנער רעגירונג. &nbsp; אנגעהויבן האט זיך עס וועט א דעלעגאציע פון די איראנע העכסט ראנגיגע רעגירונגס פירער האבן זיך ארויסגעלאזט צו א רייזע צום דערנעבנדיגע אוזבעקיסטאן, ווען זיי זענען געכאפט געווארן אינעם בעריגן ראיאן אין א שווערע וועטער אין וואס מען האט פארלוירן קאנטאקט מיטן דעלעגאציע. &nbsp; עס האבן זיך ארומגעדרייט פילע שמועות איבער די סיטואציע, עס האט גענומען זייער לאנג צו באשטעטיגן אז דער פרעזידענט איז אומגעקומען אין א קראך, עס זענען געווען אנדערע וואס האבן פרובירט צו פארשפרייטן נייעס כאילוא נאך עטליכע זוך העליקאפטער האבן געקראכט אין די שווערע וועטער. די אלע זאכן קענען אבער נישט באשטעטיגט ווערן, בשעת די איראנער רעגירונג שטייט אליינס צומשיט און ווייסט נישט וויאזוי זיך אן עצה צו געבן, טוען זיי אבער שטרענג אנווארענען זייערע בירגער איבער ארויסגעבן "מיסאינפארמאציע" (אין געווענליכע פעלער מיינט דאס פאלשע אינפארמאציע, אבער אין דעם פאלן מיינט דאס אינפארמאציע וואס עס שמעקט זיי נישט....). &nbsp; בשעת מיר לאזן די איראנער זיך ספראווען מיט זייערע גאר ערנסטע דאגות קענען מיר אבער אריינטראכטן וואס מיינט דאס "אמת'ע אינפארמאציע" און וואס מיינט "שקר"; מאנכע וועלן שרייען אז נאר זייער מנהיג און בלויז זייער דרך איז דער אמת, און אז די גאנצע וועלט מוז זיך איבערדרייען און ווערן ווי זיי. די איראנער שרייען דאס שוין יארן. אלע וואס ווילן נישט מיטגיין מיט זייער גלויבן, און אננעמען זייער נביא שקר, איז מחויב מיתה בידי אדם. צי דורך סקילה, שריפה הרג אדער חנק, נישט קיין חילוק, אלא אכבאר, און אלע וואס גלויבן אנדערש זענען כופרים און אפיקורסים. &nbsp; וואס טוט זיך ביי אונז? מיר זענען דען בעסער? מוהרא"ש פלעגט זאגן אז איין זאך איז קלאר אמת, אמת איז נוטריקון "אהי' מת" איין טאג וועלן מיר דארפן איבערלאזן די וועלט און געבן א דין וחשבון פאר'ן באשעפער וואס מיר האבן געטון אין אונזער לעבן. און אויב לעב איך מיט דעם, איך רעד פון באשעפער, און טראכט פון באשעפער, און טו תשובה צום באשעפער, איז נישט קיין חילוק צי איך בין פון אשכנזישער אפשטאם, צו ספרדישע אפשטאם, תימן אדער בוכארע, בין איך ביים אמת, אויב ביים ליטווישן ראש ישיבה לערן איך תורה, און דאווען צום באשעפער בין איך ביים אמת, אויב בין איך אין פראקרייך און דארט לעבן איך מיט'ן באשעפער בין איך אין גוטע הענט. דער הייליגער רבי קומט נישט אוועק נעמען א מענטש פון זיין חסידות אדער קרייז, דער רבי נעמט בלויז דעם מענטש און דערמאנט אים ער זאל טון די אלע גוטע זאכן, זיין מסורה און מנהגים, זיינע ניגונים און נוסחאות, און עס טון מיט א שמחה של מצוה, און זיך קאנעקטן צום באשעפער. ווייל איבעראל ווי מען דינט דעם באשעפער, איז דארט די אמת.

    < זעה מער יא אייר תשפ"ד 📝
  • וואס איז גלאז און איז עס די זעלבע ווי כלי זכוכית פון חז"ל?

    שאלה: וואס איז גלאז און וויאזוי מאכט מען עס? איז גלאז די זעלבע ווי "כלי זכוכית" וואס ווערט דערמאנט אין חז"ל, אדער די היינטיגע גלאז איז עפעס אנדערש? &nbsp; ענטפער: גלאז היינט איז נישט קיין סאך אנדערש ווי די "כלי זכוכית" וואס ווערט געברענגט אין חז"ל. פארשטייט זיך אז אין די פראצעדור וויאזוי פראדוצירן גלאז אין מאסן שטאב איז דורכגעגאנגען גרויסע שינויים, אנדערש ווען אין צייטן פון חז"ל ווען עס איז געמאכט געווארן ביים "אומן" דער פאכמאן אינדערהיים, וויפיל ער האט געקענט. &nbsp; די הויפט באשטאנדטיילן זענען "זאמד", אדער ווי עס ווערט גערופן אין חז"ל "חול" אדער "חול המדבר", וואס מען פלעגט ברענגען פון די מדבר'דיגע געגענטער אדער פון די ים ברעגעס, און דערנאך האט מען גענוצט א געוויסע "אַש", אין די גמרא שפראך הייסט עס "נתר", וואס מען האט באקומען דורך פארברענען געוויסע סארטן געוויקסן, און דערנאך קומט "ליים", וואס די גמרא רופט עס "סיד", וואס דאס פלעגט מען אויסהאקן פון צווישן די שטיינער. &nbsp; דערנאך האט מען גענומען די אויבנדערמאנטע מאטיריאלן יעדע איינע אין א באשטימטע מאס, און מען האט עס אריינגעלייגט אין א קאלך אויוון, ווי עס איז געווארן אנגעהייצט גאר שטארק (איבער 1,700 גראד סעלציוס / איבער 3,000 פערנהייט) ביז איז געווארן צולאזט, צו א ברענעדיג הייסע פליסיגע גלאז. &nbsp; דערנאך האט מען גענוצט פארשידענע כלים צו מאכן די פארשידענארטיגע פארמען פון פלעשער, אדער פענסטער און אזוי ווייטער. און נאכן אויספארמען האט מען עס געדארפט לאזן זייער פאמעליך נידערן דעם טעמפעראטור, כדי די פארם זאל בלייבן שיין און זיך נישט שפאלטן דורכאויס די צייט. &nbsp; אין כל חדש תחת השמש, דער אויבערשטער פירט שוין זיין וועלט כמעט זעקסט טויזעט יאר, אויף א וועג וואס מיר קענען נישט פארשטיין און באגרייפן, און אלץ וועלן קומען אויבער חכמים און וויינען אויפן ביטערן מצב הדור, אנגעהויבן פון אברהם אבינו, משה רבינו, און אזוי ווייטער די שופטים, נביאים, מלכים, תנאים, אמוראים, גאונים, ראשונים און אחרונים, וועלן זיי זאגן אז ביז יעצט איז געווען אזוי פיין, אבער היינט איז ביטער, די וועלט ווערט חרוב. דער רבי זאגט אבער אז עס איז נישט אזוי, "דער אויבערשטער פירט זיין וועלט אלץ שענער און שענער", דאס איז געזאגט געווארן בגשמיות, ווען אמאל האבן זיך נאר גאר רייכע מענטשן געקענט ערלויבן א גלאזענע בעכער אדער פלאש, און ווער רעדט נאך פון א גלאזענע פענסטער וואס נאר קעניגן האבן זיך געקענט ערלויבן, פארמאגט היינט דער גרעסטער ארימאן גלאזענע כלים פאר עטליכע פרוטות. אין די זעלבע זאך ברוחניות, אין די פריערדיגע דורות האבן זיך נאר גאר רייכע מענטשן געקענט ערלויבן אן אייגענע סידור אדער א משניות, ווער רעדט נאך פון א גמרא, דאס איז געווען איינס אין בית המדרש וואס האט געהערט פאר גאנץ קהל צוזאמען. בשעת היינט קען מען קויפן די שענסטע סעט גמרא פאר ביליגער ווי א נייע טעלעפאן. &nbsp; עס איז טאקע א שווערע דור די כחות הטומא זענען זייער שטארק, אבער לעומת זה האט דער אויבערשטער אראפ געשיקט די צדיקים פון אלע דורות ביז היינט וואס האבן געגעבן עצות און וועגן איבערצוקומען די אלע נסיונות. אז א מענטש לערנט יעדן טאג די הייליגע תורה, און לערנט די ספרים פון צדיקים, קען מען אריבערגיין די אלע שטורמישע ווינטן, און ארויסגיין א זיגער קעגן דעם סמ"ך מ"ם וחיילותיו. &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער ח אייר תשפ"ד 📝
  • קאנאדישע וואלד פייערן שיקן אריבער רויך צו די פאראייניגטע שטאטן

    עטליכע סטעיטס אין צענטער-צפון פון די פאראיינגטע שטאטן זענען אין די טעג אונטער א לופט קוואליטעט אלערט צוליב רויעך פון די פרישע וואלד פייערן וואס ברענען אין די ענדלאזע וועלדער פון קאנאדע. אין די יעצטיגע צייט ברענען נאנט צו הונדערט פופציג ווילדע פייערן ארויס פון קאנטראל אין די דרום פראווינצן פון קאנאדע וואס די ווינטן דירעקטירן זיי צו די אויבנדערמאנטע סטעיטס אין אמעריקע. געזונטהייט באאמטע אין אמעריקע האבן אויסגעדרוקט זארג איבער די געפאר פון אריינאטעמען די רויך פאר א לענגערע צייט, און אפילו די רויך קומט פון הונדערטע מיילן אוועק - זאגן זיי - אז עס קען זיין זייער שעדליך פאר מענטשן - בפרט פאר די וואס האבן אטעמען אדער אסטמא פראבלעמען. &nbsp; דאס איז איינע פון די ערשיינונגען פונעם זומער, ווען אינאיינעם מיט די ווארימע וועטערס, און די מער טרוקענע סעזאנען קען יעדע קליינע פייער ארויסגיין פון קאנטראל, אזש מען קען עס שפירן און שעדיגן אפילו הונדערטער מיילן אוועק. &nbsp; דאס איז א דערמאנונג פאר אונז ווי שטארק מיר דארפן זיך היטן פון א שלעכטע קוק, וואס איז אן ערשיינונג וואס קומט אויך מיט די ווארימע וועטערס, די גויים וואס לעבן אן די תורה אן דעם אויבערשטן האבן אראפ גענומען פון זיך יעדע מאראלישע ווירד, יעדע זעלבסט רעספעקט, און ווי נאר די וועטער ערלויבט גייען זיי ארום ממש ווי די חיות פון וואלד. אין די זעלבע צייט וואס מיר דארפן זיך ספראווען מיט די נסיונות ווי די אידישע קינדער אין מצרים מען דראפעט זיך אויף גראדע ווענט, דער סמ"ך מ"ם איז מכשיל אידישע קינדער, האט דער אויבערשטער אונז אויך צוגעגרייט די תבלין, די עצה דערצו, צום ערשט דארפן מיר אין אכט נעמען די גרויסע שאדן וואס א קוק קען אונז אנברענגען, פון איין זייט קען זיך דאכטן פאר א מענטש וואס איז שוין א קוק, אבער א שלעכטע קוק פארדרייט די מח פון א מענטש, און ער הייבט אן צו האבן קשיות אויף די אמונה, און דער מענטש וואונדערט זיך "וואו קומט עס צו מיר, איך זאל האבן שוועריקייטן מיט די פשוטע אמונה", דארף א מענטש וויסן אז דאס איז צוליב וואס מען האט זיך רח"ל נישט געהיטן די אויגן, וואס שאדט פאר די רוחניות'דיגע געזונט. אבער מיר האבן אן עצה, די ערשטע זאך איז תפלה, דער רבי זאגט (ספר המדות אות ראיה) אז איידער מען גייט ארויס אויפן גאס, זאל מען זאגן די פסוק פון ספר ישעי' (ל"ג ז) "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן." און מען זאל מתפלל זיין מען זאל זיין אפגעהיטן פון א שלעכטע קוק. אבער פון די אנדערע זייט טאר מען זיך נישט לאזן צוברעכן פונעם סמ"ך מ"ם וואס וויל אראפ ווארפן א מענטש אין תהום דורכן אים איינרעדן אז נאכן דורכפאל איז ער שוין דערנאך. עס איז טאקע אמת אז א קוק איז זייער שעדליך, אבער מיט זאגן אסאך תורה, אסאך רעדן צום אויבערשטן, אסאך תהלים, קען א מענטש צוריק ברענגען זיין מח, ער זאל אנהייבן צו שפירן דעם אויבערשן, ער זאל אנהייבן צו פארשטיין די הייליגע תורה. &nbsp; בראתי תורה תבלין &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער ז אייר תשפ"ד 📝
  • וואס באדייטן די ליינס אויף די שטאטישע גאסן?

    שאלה: איך וואונדער מיר וואס מיינט די פארשידענע קאלירן געספרעיטע ליינס אויף די גאסן אין שטאט, נאך מער זע איך אז אפילו ווען מען פעיווט איבער די גאסן, מאכן די ארבעטער זיכער איבערצושרייבן די ליינס. איך וואלט געוואלט וויסן וואס דאס מיינט. ישר כח, נפתלי הירצקא. &nbsp; די ליניעס וואס זענען ארויפגעספריעט אויף די גאסן זענען בכלל נישט קיינע געהיימע קאודס, איך האף אז איר וועט נישט זיין אנטוישט געוואר צו ווערן אז דער תירוץ אויף דיין שאלה איז בכלל נישט קיין דראמאטישע אויפדעקונג. די ליינס קומען פשוט צו אנדייטן אז דארט אונטער די ערד געפונען זיך "יוטיליטי ליניעס". ווי מיר וועלן באלד אביסל ערקלערן. די קאלירן קומען צו לאזן וויסן וועלכע ליניעס געפונען זיך דארט אונטער די ערד. און וויבאלד זיי זענען פיל מאל זייער וויכטיג, דארף מען זיי תיכף ווידער פארבן, אויב זיי זענען געווארן איבערגעדעקט ווען מען מאכן איבער די גאסן. &nbsp; אין ניו יארק סידי באדייטן די קאלירן ווי פאלגענד: רויט ווייזט אויף פייער ליינס. דארט אונטער די ערד לויפן די פייפס וואס פירן וואסער צו די פייער היידרעינטס. געל איז פאר געפארפולע זאכן ווי נאטורליכע גאז, און אראנדזש איז פאר קאמיוניקאציע ליניעס, ווי טעלעפאן, פייבער קעיבלס וכדומה. עס זענען דא נאך קאלירן וואס מען זעט צומאל, ווי ווייס וואס די קאנסטראקשען ארבעטער צייכענען אן ווי זיי דארפן גראבן, בלוי, ווי עס לויפן טרונק וואסער פייפס. &nbsp; די אלע קאלירן וועט מען מער זען אין געגענטער ווי עס קומען פאר קאנסטראקשען, וואס דארף אנדייטן פאר די ארבעטער ווי זיי דארפן זיין פארזיכטיג נישט איבערצורייסן די וויכטיגע ליניעס, וואס אויב מען רייסט זיי איבער קענען זיי אין בעסטן פאל זיין א גרעסערע שאדן, אדער אין ערגסטן פאל קען עס זיין גאר געפארפול, ווי צום ביישפיל אויב מען רייסט איבער א גאז ליניע איז עס א געפאר פון אן ערנסטע אויפרייס ח"ו. &nbsp; פאר אונזערע אויגן זעען די קאלירן אויס ווי סתם זיינע אילוסטראציעס און אבי געקאטשקעטע זאכן אויפן גאס, אבער באמת האט עס א טיפערער באדייט, אונטער דעם געפונען זיך גרויסע אוצרות, פון וואסער, ענערגיע, און קאמיוניקאציע, וואס אויב מען פארבינדט זיך דערמיט, קען מען זייער אסאך נהנה זייין דערפון. &nbsp; פארוואס האבן צדיקים געלייגט א דגוש אויף דעם און דעם סעיף און שולחן ערוך? צום ביישפיל מיר זעען ווי מוהרא"ש זי"ע האט כסדר גערעדט איבער די גרויסקייט פון מעביר סדרה זיין, און כסדר געחזרט דעם פראקטישן און לכתחילה'דיגן וועג פון אנהייבן פון זונטאג. אדער ער פלעגט אלץ רעדן איבער די וויכטיגקייט פון שלום בית, זאגענדיג אז דאס איז דער יסוד צו קענען זיין אן ערליכער איד. און אזוי ווייטער. מיר פשוטע מענטשן קענען טראכטן אז אפשר וואלט מען געדארפט רעדן פון אנדערע נושאים, אפשר וואלט מען געדארפט רעדן פון תאוות אכילה, פון סיגופים און תעניתים. אבער דער צדיק איז דער וואס צייכענט אונז אן און ווייזט אונז ווי מיר דארפן ספעציעל זיין געווארענט, ווייל דער צדיק זעט וואס טוט זיך אין הימל. די אלע זאכן וואס די צדיקים האבן אונז געזאגט איז ווייל דווקא דארט קענען מיר טרעפן אונזער אוצר. אויב מיר וועלן לערנען יעדן טאג אביסל, רעדן צום אויבערשטן, זאגן אביסל תהלים דאס וועט אונז פארבינדן מיט די גרויסע אוצרות פון רוחניות'דיגע ענעריגע, רוחניות'דיגע אוצרות, און וועט אונז עפענען די קאמיוניקאציע ליניעס מיטן אויבערשטן, און מיר וועלן זוכה זיין צו א גוטע לעבן. &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער כז ניסן תשפ"ד 📝
  • וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?

    שאלה: איך וואלט געוואלט פארשטיין וואס מיינט דאס "די מאגן ברענט", וואס איז די גורם דערפון, און וואס קען איך טון צו פארמיידן די גרויסע יסורים וואס דאס ברענגט, ישר כח. הערשל נ. &nbsp; מאגן ברענען, אדער ווי עס ווערט גערופן אויף ענגליש "הארץ ברענען", איז א סימפטאם פון עסיד ריפלאקס, וואס מיינט אז די עסיד (די שארפע כעמיקאלן וואס די מאגן לייגט אריין אין די שפייז צו "פארדייען" דאס עסן) פון די מאגן רייסט זיך דורך די טיר וואס דארף אים האלטן אינעם מאגן, און גיסט זיך איבער ארויף אינעם וושט. די שארפע עסיד מיט וואס די וושט באגעגענט זיך שאפט די געפיל ווי די הארץ אדער דער מאגן "ברענט". עס זענען דא עטליכע מיטלען וואס קענען העלפן קורץ טערמיניג, דאס מיינט אז עס דארף העלפן אפשטעלן די יסורים אויפן פלאץ. דאס ערשטע דארף מען פרובירן פשוט א גלעזל צוויי קאלטע וואסער וואס וועט אראפ שווענקען די עסיד פונעם וושט, וואס דאס האט בכלל נישט קיין שעדליכע סייד עפעקטס. אויב דאס העלפט נישט, דארף מען פרובירן מיט טאמס, וואס באשטייט פון קאלציום, וואס שטילט אביסל איין די עסיד, אז עס זאל זיך קענען האלטן אין די ראמען. אבער דאס איז אויסדרוקליך נישט גוט אויפן לאנגן טערמין. אויב עס מאכט זיך א מאגן ברענעריי פון צייט צו צייט, איז עס זייער גוט. אויב א מענטש זעט אז ער דארף ממש טאג טעגליך נעמען טאמס, איז צייט צו נעמען מער שריט. &nbsp; די ערשטע זאך איז תפלה, מען זאל בעטן דעם אויבערשטן מען זאל מצליח זיין צו טרעפן דעם פראבלעם. דערנאך איז כדי צו אידענטיפיצירן די מאכלים צו וואס זיין מאגן איז האקל דערויף, פילע וועלן ליידן דערפון נאך שארפע, פעטע, אדער זויערע מאכלים, וכדומה. און פארמיידן ווי ווייט מעגליך די יענינגע זאכן וואס די מאגן גלייכט נישט. טייל זענען האקל צו קעפין, אלקאהאל, ציטרוס פרוכט, אדער סאדע. אויך קען מען ענדערש באקומען מאגן ברענעריי אויב מען עסט זיך איבער, איז כדי צו עסן מיט דרך ארץ ענדערש מערערע מאל קלענע סעודות, ווי איידער זיך איבערעסן. אויך איז כדי נישט צו עסן נאנט צום גיין שלאפן, ווייל זיך אראפ לייגן נאכן עסן קען פארגרינגערן די עסיד ארויסצוגיין פון די ראמען. איבערוואג איז אויך כדאי צו נעמען אין באטראכט. איבעריגע פונטן לייגן דרוק אויף מאגן, און קען ארויסשטיפן עסיד צו וואו עס געהער נישט. טרונקען גענוג: ווען די מאגן האט גענוג פליסיגקייט, איז די עסיד נישט אזוי שארף און נישט אזוי אקטיוו. אבער נאך אלעמען און מיט אלעמען דארף מען בעטן דעם אויבערשטן, און גלויבן אז נישט די השתדלות ברענגט די רעזולטאטן, נאר דער אויבערשטער פירט די וועלט אזוי ווי ער וויל. &nbsp; יעצט ווען מיר שטייען נאך דעם הייליגן יום טוב פסח, זענען מיר אלע פרייליך אז דער מאגן האט פאר גאנצע אכט טעג (אדער אין ארץ ישראל זיבן) נישט אריינגענומען א ברעקל חמץ, אבער האט אריינגענומען די פילע כוסות וויין, מצה, און מרור. דארפן מיר זיך זייער פרייען דערויף. און שמחה איז די בעסטע רפואה פאר אלע מחלות. און סטרעס איז די שעדליכסטע פאר אלע מרעין בישין. א ברסלב'ע חסיד איז געווען זייער פרייליך אין בית המדרש נאך פסח זאגענדיג "איך האב אכט טעג נישט געגעסן קיין משהו חמץ", פרעגט אים א איד "פון וואו ווייסטו?", פאר דעם איד איז געווען א שאד צו ענטפערן. אבער שפעטער האט דער איד געזאגט פאר די ארומיגע "פון וואו ווייסטו אז דיין פלייש האט נישט קיין בלוט נאכן זאלצן?", ווייל אז מען האט געזאלצן כהלכה, האט עס שוין נישט קיין בלוט. און אפילו דו וועסט מיר אויפווייזן אין א לאבראטאריע אז די רויטע זאפט וואס מען זעט צומאל אויף געזאלצענע פלייש אז דאס איז סייענטיפיש בלוט. זאג איך דיר אז דאס איז נישט קיין בלוט. ווייל אז די הלכה זאגט אז דאס איז נישט קיין בלוט, איז עס נישט קיין בלוט. מיר האבן אלע אויפגערוימט די הייזער ווי די הלכה פארלאנגט, מיר האבן געבאקן די מצות אונטער אכצן מינוט ווי די הלכה פארלאנגט. דערפאר בין איך זיכער אז איך האב נישט געהאט קיין ברעקעלע חמץ, און דערפאר בין איך זייער פרייליך. און די שמחה של מצוה אז איך האב נישט געהאט קיין חמץ וועט מיר אפהיטן די גאנצע יאר איך זאל זיין אפגעהיטן פון יעדע עבירה רח"ל, און פון יעדע מחלה. &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער כד ניסן תשפ"ד 📝
  • איראן אטאקירט מדינת ישראל

    פארגאנגענעם שבת קודש האט איראן געשאסן אויף מדינת ישראל טעריטאריע איבער הונדער פופציג שאהיד דראונס, איבער הונדטערט באליסטישע מיסלס, און צענדליגע קרוז מיסלס, אויך די פארשידענע איראנער פּראקסיס (איראנע פארבינדעטע גרופעס, וואס זענען אפציעל נישט א חלק פון איראן) ווי די כוטיס פון תימן, און כיזבאלא פון לבנון האבן צוגעהאלפן מיט שיסן פון זייערע טעריטאריע פארשידענע מיסלס און באמבעס. &nbsp; געלויבט דעם אויבערשטן אז עס זענען נישט געווען קיין געשעדיגטע, דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין הארץ פון די מערב וועלט אז זיי זאלן קומען צו הילף, און די אלע הונדערטע מיסלס און דראונס זענען אראפ געשאסן געווארן דורך די פארשידענע פארטיידיגונג סיסטעמען. &nbsp; עס קען נישט געשריבן וועגן אן דערמאנען אז מיר פארלאזן זיך נישט אויף די מזרח וועלט, און נישט אויף די מערב וועלט, נישט אויף פראנקרייך, נישט אויף אמעריקע, נישט אויף ביידען, און אויך נישט אויף טראמפ, און זיכער נישט אויף די ציוניסטישע ממשלה. מען דארף ווייטער מתפלל זיין דער אויבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אונז אידישע קינדער אין די גאנצע וועלט, און בפרט אויף תושבי ארץ הקודש, וואס שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו, א גוי האט פיינט א איד, ער קען נישט צוקוקן ווי אידישע קינדער לעבן מיט די תורה, לעבן מיט'ן אויבערשטן, און זוכט אים אויסצורייסן ברוחניות ובגשמיות, אין די גאנצע וועלט שטייען ערליכע אידן אויס גזירות פון די דעמאקראטישע רעגירונגען וואס "זארגן זיך זייער" אויף אונזער וואוילזיין, און ווילן צווינגען אידישע מוסדות מען זאל לערנען מיט זיי אלע שמוץ און ליבעראלע איידיעס, מינות און אפיקרוסות, רחמנא ליצלן. אבער מיר וועלן ווייטער טון דאס וואס האט אונז געהאלפן איבערלעבן אלע גזירות און השמדות, מיר וועלן זיך ווענדן צום באשעפער שעמדה לאבותינו ולנו, און הקדוש ברוך הוא מצלינו מידים. &nbsp; דאס קומט אלץ נקמה אויף דעם וואס מדינת ישראל האט צוויי וואכן צוריק באמבאדירט דעם איראנער אמבאסאדע אין סיריע, אומברענגענדיג זעכצן איראנער, צווישן זיי הויכראנגיגע גענעראלן. דאס קומט צוליב וואס איראן טוט כסדר שיקן זייערע שליחים וואס טעראריזירן מדינת ישראל צילן, צי זאל עס זיין אין סיריע, לבנון, עזה, תימן און אזוי ווייטער. דאס קומט נאכדעם וואס אמעריקע - וואס איראן קוקט אן אלץ שותף מיט מדינת ישראל - האט אומגעברענגעט איינע פון די העכסטע גענעראלן פון איראן קאסאם סולימאני ארויספארנדיג פונעם באגדאד לופטפעלד אין איראק. דאס איז געווען נאכדעם וואס טראמפ האט באשולדיגט סולימאני אז ער איז געשטאנען אונטער פילע אטאקעס קעגן אמעריקאנער אינטערעסן איבער די וועלט. דאס איז געווען צוליב... זאל איך גיין ווייטער? אדער איך קען שוין אויספירן חד גדיא, חד גדיא? דער אמת איז אז אויך דער דאזיגער חד גדיא וועט זיך ענדיגן די זעלבע ווי דער פיוט חד גדיא וואס מיר וועלן זינגען פסח אויפדערנאכט נאכן סדר. אז צום סוף וועט זיין אז ואתה מלאך המוות ושחט לכומעני, וואס האט געשאסן אויף ביבי, וואס האט מלחמה געהאלטן מיט כאמאס, וואס האט טעראריזירט די מדינה, וואס האט זיך גערייצט מיט איראן, וואס האט טערארירזירט אמעריקע וועלכע האט אומגעברענגט סולימאני, חד גדיא חד גדיא. און צום סוף וועט דער אויבערשטער העלפן אז די צדיקים וועלן מגלה זיין דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט, און משיח וועט קומען און די וועלט וועט איינזען אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אויבערשטן און דאן וועט געשען אז "ואתא הקדוש ברוך הוא ושחט למלאך המוות". &nbsp; חד גדיא חד גדיא

    < זעה מער ו ניסן תשפ"ד 📝
  • זעלטענע איבערלעבעניש ווי די לבנה פארשטעלט דעם זון מיטגעהאלטן דורך מיליאנען אין אמעריקע

    אין צענדליגע שטעט איבער צפון אמעריקע האט מען אין דעם פארגאנגענעם מאנטאג מיטגעהאלטן דעם זעלטענעם מחזה ווי די צוויי באדינערס פון באשעפער די צוויי כוכבי לכת את המאור הגדול דער זון און דער מאור הקטן לממשלת הלילה דער לבנה שפאצירן דורך איינע דעם צווייטן, און די לבנה "לעשט אויס" די זון פאר עטליכע מינוטן. &nbsp; דער שרייבער פון די שורות האט געהאט די געלעגענהייט מיטצוהאלטן דעם ליקוי פערזענליך ארויפפארנדיג ארויף צום שטעטל פּאָטסדעם ניו יארק, ווי מיר האבן געפונען א שטילע ווינקל. באמת וואלטן מיר עס געקענט מיטהאלטן אסאך פריער אנגהויבן פון סיריקיוז, און דערנאך אין וואטערטאון, און דערנאך אין גאווערנאר, אבער אזוי ווי די וועטער האט געזאגט אז וואס מער רעכטס וועט זיין מער טונקל האבן מיר באשלאסן צו פארן ווייטער ארויף ווי ווייט מעגליך די צייט האט ערלויבט, און עס האט אויסגעזען א גאנצן צייט ווי מיר האבן א פארמעסט צווישן די לבנה און די וואלעקענס ווער עס וועט פריער באדעקן דעם זון. במשך דעם וועג האבן מיר מיט די משפחה וואס זענען מיטגעקומען כסדר מתפלל געווען אז די פלאג זאל זיך האבן אויסגעצאלט, און מיר זאלן קענען זעם זעלעטענעם געשעעניש. &nbsp; מיר זענען אנגעקומען נעבן א גאז סטאנציע וואס איז געשטאנען נעבן א וואסערל ווי עס זענען נישט געווען קיין סאך אנוועזענדע, א רואיג ווינקל, מיר האבן געקוקט מיט די ספעציעלע גלעזער און געזען ווי אלע פון גאנץ ניו יארק סטעיט ווי די זון ווערט "אריינגעביסן" און דערנאך ווערט עס קלענער און קלענער, מען האט געזען די אינטערעסאנטע "לבנה" שאטענס, און שפעטער האט אנגעהויבן צו ווערן אביסל מער טונקל, אזוי ווי ווען עס איז פארוואלקענט, ביז די זון האט ווי געגעבן א פלאקער אויף און מיט א מינוט שפעטער איז געווארן טונקל. מען האט געקענט זען מיט די פשוטע אויגן די לבנה וואס האט זיך געשטעלט פונקט אינמיטן פון די זון, עס האט אויסגעזען ווי א שווארצע באל וואס שיינט ארויס דערפון א שטארקע ווייסע שיין. נאך א גרויסע אויסגעשריי דורך אלעמען, איז געווארן שא שטיל, אלע האבן געקוקט מיט בייז ווינדער ווי די זון איז "שווארץ געווארן" אינמיטן העלן טאג, דאס האט אנגעהאלטן אביסל מער פון דריי מינוט, ביז די זון האט פריש ווי אויפגעפלאקערט און עס איז צוריק געווארן ליכטיג. &nbsp; די זון שיינט יעדן טאג און מאכט אונז ליכטיג, אזוי אויך די לבנה טוט איר פליכט וואס דער באשעפער האט אויף איר ארויפגעלייגט צו באלייכטן די נאכט, אבער ווער קוקט אויף זיין, אויסער די קורצע בליק ביי קידוש לבנה, טראכט קיינער נישט פון זיי, און דוקא ווען עס גייט נישט גוט פארן זון, עס קומט א לבנה און שטערט איר שיין, ווערט די זון אינטערעסאנט. דו שיינסט און לייכטס, דו טוסט זיין פליכט וואס דער באשעפער געבט דיר, עס דאכט זיך דיר אז עס איז גארנישט ווערט, ווער באמערקט דיין דאווענען? ווער איז מחשיב דיין נעגל וואסער? אבער ווען עס גייט דיר איבער, דו האסט שוועריקייטן און דו גייסט ווייטער אן, דיין קומט דיין שיינקייט ארויס. &nbsp; טייערע לעכטיגקייט, דו שיינסט ווי די זון, גיי אן ווייטער, האב נישט מורא פון די וואס פארשטעלן דיין וועג, פאלג דעם רצון ה', טוה וואס דער צדיק הייסט דיר, און פאלג אפילו עס זעט דיר אויס ווי די וועג איז שווארץ, דיין שיין גייט נישט דורך, ווייל נאכדעם וועסטו זען אז דיין שיין וועט זיין אסאך שענער און זיסער ווי אייביג.

    < זעה מער ב ניסן תשפ"ד 📝
  • ערד ציטערניש געשפירט אין די מזרח שטאטן פון אמעריקע

    ערב שבת קודש 10:20 אינדערפרי האבן מיליאנען מענטשן אין די סטעיטס פון ניו יארק און נוי דזשערסי אריינגערעכענט אין אלע געגענטער ווי היימישע אידן וואוינען, פון לעיקוואוד ניו דזשערסי ביז צו די קעטסלקילס אין ניו יארק, געשפירט א שטארקע טרייסל פאר בערך צוואנציג סעקונדעס. מענטשן האבן זיך געוואונדערט וואס די טרייסלענישן מיינען, אבער עס איז באשטעטיגט געווארן אז די געגענט איז באטראפן געווארן פון א מילדע ערד ציטערניש, געמאסטן 4.8 אויפן ריכטער וואג. &nbsp; ווען די ציטערניש איז אין די געגענט צווישן 4 און 5 אויפן ריכטער וואג ווערט עס גערעכעט ווי א מידלע ערד ציטערניש. יעדן טאג פאסירן טויזנעטער פיצעלע עדר ציטערנישן וואס נאר סאפיסטיקירטע מאשינען כאפן אויף, אויך פאסירן טויזנטע לייכטע ערד ציטערנישן וואס כמעט קיינער כאפט נישט אויף, אבער מילדע ערד ציטערנישן זענען נישט קיין טעגליכע ערשיינונג אין די געגענט פון ניו יארק, דאס זענען ערד ציטערנישן וואס רוב מענטשן וועלכע געפונען זיך אינעווייניג אין הייזער שפירן, אבער רוב מענטשן אין גאס וועלן נישט אויפכאפן. &nbsp; פאריגע וואך האט דער אויבערשטער געשיקט א גאר שטארקע ערד ציטערניש אויף טייוואן, אלעס וואס פאסירט אויף דער וועלט איז נאר אויפצואוועקן אונז אידישע קינדער, און ווי עס זעט אויס האט דער אויבערשטער מיט זיין גרויסע חסד געוואלט אויפוועקן מיר זאלן כאפן באצייטענס אז מען מיינט אונז, האט דער אויבערשטער געשיקט נאך א פריינטליכע דערמאנונג אין די פארעם פון א מילדע ערד ציטערניש וואס האט נישט געמאכט קיין שאדענס, אבער האט אלעמען אויפגעשאקעלט. &nbsp; עס איז באקאנט די משל פון דעם מענטש וואס איז געווען פארשפארט אויפן דאך פון א וואלקן קראצער אין שטאט, און האט געוואלט מען זאל אים באמערקן מען זאל אים קומען ראטעווען, האט ער געווארפן קענדיס, דערנאך קוואדערס, דאלערס און הונדערטערס פון אויבן, אז מענטשן זאלן באמערקן ווער עס ווארפט עס, אבער די דורכגייער האבן בלויז גענומען די שיינע מתנות פון הימל און זיך בכלל נישט וויסנדיג געמאכט. בלית ברירה האט ער גענומען ביר פלעשלעך וואס זענען דארט געליגן און אנגעויבן ווארפן איינע נאך די אנדערע אויף די דורכגייער, און הפלא ופלא עס איז געווארן א ויצעקו און ביז עטליכע סעקונדעס האבן זיך שוין געפונען פאליציי אויבן אויפן דאך מיט די רעוואלווערס אויסגעשטרעקט "ביסט א מזיק אן אזכר, ווארפן גלאז אינעם רשות הרבים", האט דער מענטש זיי געפרעגט, "ווען איך האב געווארפן קענדיס און געלט, וואו זענט עטס געווען? ווען ענק וואלטן מיר באמערקט און געקוקט צו מיר דעמאלטס וואלטן ענק נישט געדארפט ליידן". &nbsp; דער אויבערשטער געבט אונז אזא גוטע לעבן, און מיר נעמען אלעס פאר גרענטעד. עס קומט זיך אונז פרנסה, געזונט, קינדער, א הויז, און אזוי ווייטער, מיר קאמפלעינען א גאנצן צייט, עס פעלט אונז דאס און יענץ. דער אויבערשטער וויל מיר זאלן אים טרעפן דורך זיינע חסדים, ער וויל אונז נישט דערשרעקן, און זיכער נישט חלילה שטראפן. יעצט ווען מיר האבן געהערט זיך ערד ציטערניש אין ווייטן טייוואן, און דערנאך די מילדע ערד ציטערניש דא ביי אונז, איז די צייט מיר אנהייבן דאנקען און אנערעקענען דעם אויבערשטן וואס איז דא מיט אונז און געבט אונז נאך אן אטעם, נאך א טאג, מיר קענען לייגן תפילין, רעדן א ווארט צו אים. אז מיר וועלן קוקן צו אים ווען ער ווארפט אונז צוקערלעך, וועלן מיר נישט דארפן ליידן.

    < זעה מער כח אדר ב' תשפ"ד 📝
  • אמעריקע אין שפאנונג צום בעפארשטיינעדע היסטארישע ליקוי החמה

    קומענדיגע וואך מאנטאג וועלן זיך מיליאנען אין פילע שטאטן פון אמעריקע מעקסיקא און קאנאנדע פארזאמלען אין די גאסן צו בייוואוינען דעם זעלטענעם ליקוי החמה, ווי דער זון וואס איז איז ריזיג גרויס מען שאצט אז מען וואלט געדארפט א שטריק פון בערך דריי מיליאן מייל (4.5 מיליאן קילאמעטער) לאנג ארום צו נעמען די זון, וועט באדעקט ווערן דורך די לבנה וואס איז נישט מער פון בערך זיבן טויזענט מייל (עלף טויזענט) די ארומקרייז. &nbsp; אין די בערך צוויי שעה פארן די מאסימום (יעדע שטאט אן אנדערע צייט) וועט מען זען ווי עפעס "בייסט" אריין אין די זון, און די בייס ווערט גרעסער און גרעסער ביזן מאסימום, און דערנאך ווי דער זון דער "בייס" הייבט און "ארויסצופארן" פון די צווייטע זייט. &nbsp; אלע עקספערטן ווארענען אן אז חלילה צו קוקן מיט די אויג דירעקט אויף די זון, ווייל די זון איז אזוי שטארק אז אפילו נאר אביסל קוקן דערויף קען חלילה קאליע מאכן די ראי' זייער שטארק. דאס איז א פאסיגע דערמאנונג פאר אידישע קינדער ווי שטארק מיר דארפן היטן די אויגן, און בעטן דעם אויבערשטן אז מיר זאלן זיך קענען שטארקן אויף די נסיונות פונעם זומער הבעל"ט, אז עס זאל דורכגיין אן קיין שום מכשול ח"ו. &nbsp; עס איז זייער אינטערעסאנט צו זען ווי אזא "קליינע" זאך ווי די לבנה קען באדעקן און פארשטעלן דעם גאנצן ריזיגן מעכטיגן זון. וואס דערמאנט אונז וואס דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט דער וואונדער ווי די קליינע האנט קען פארדעקן דעם גרויסן ליכטיגקייט, זער זון קען שיינען און ליכטיג מאכן די גאנצע וועלט, אבער אויב איינער לייגט זיין הענט נעבן די אויגן, וועט אים זיין טונקל. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז דאס גייט ארויף ווי דער רבי קען ליכטיג מאכן און אויפלעבן די גאנצע וועלט, אידן קומען צום צדיק און מען הערט די לעכטיגע דיבורים מען באשלוסט אז מען גייט נאכאמאל מאכן א פרישע התחלה, וואס איז געווען איז געווען, מען הייבט אן צו גלייבן אין די גרויסע רחמנות פונעם אויבערשטן וואס ווארט אויף אונז, אפילו עס איז דורך וואס איז דורך. אבער מען קומט ארויס, און א לץ געט א קליינע מאך מיט די הענט, "דו ביסט געווען ביי זיי? ביסט דאך א נארמאלע מענטש" און אויב די מענטש לאזט די האנט די ליצנות נעבן זיינע אויגן ווערט אים נעבעך טונקל. ער פאלט צוריק אריין אין זיין חשכות ר"ל. &nbsp; פילע עספערטן האבן געפלאנט צו פארן צו די שטאטן נענטער צו מעקסיקא ווייל דארט דארף ענדערש זיין א גוטע וועטער אן קיין וואלקענעס, קעגן דא ניו יארק וואס איז די צייט פון יאר אפריל געווענליך מער פארוואלקענט און רעגענדיג (עס האט טאקע אביסל גערעגענט די וואך דא אין ניו יארק...). אבער דער אויבערשטער פירט זיין וועלט, און די שטאטן ווי טעקסאס זעט אויס וועלן זיין אויסגעשפילט דאס מאל, ווייל דארט ווערט ערווארטעט צו זיין גענצליך פארוואלקענט און שטארק רעגנדיג אויף קומענדיגע מאנטאג, און אידישע קינדער האבן געפויעלט ביים אויבערשטן אז דא אין ניו יארק ווי עס זעט אויס וועט זיין א שיינע וועטער און א שיינע זון. &nbsp; משנה עתים ומחליף את הזמנים &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער כה אדר ב' תשפ"ד 📝
  • מאסיווער ערדציטערניש טרייסעלט אויף טייוואן

    נעכטן אווענט צוויי מינוט פאר אכט ניו יארקער זייער, (וואס איז היינט אינדערפרי צוויי מינוט פאר אכט טייוואנער זייגער) האט א גאר ערנסטע 7.4 ריכטער מאס ערדציטערניש דורכגעריסן דעם טייוואער שטאט הואַליען וואס פארמאגט א פאפולאציע פון בערך הונדערט טויזענט וואס שטייט ביים מזרח ברעג פונעם פאציפישן אקעאן. &nbsp; דער ערציטערניש האט אפעקטירט נאך פילע שטעט ארום, פילע זענען פארוואונדעט געווארן, צען זענען געווארן באשטעטיג צו זיין אומגעקומען, אויבער טויזענט פארוואנדעט, און צענדליגע זענען פארכאפט אין טונעלן אדער אונטער געביידעס. &nbsp; אין איינע פון די טיפע טונעלן אינדרויסן פון שטאט זענען פארכאפט געווארן 25 מינע ארבעטער אן קיין שום וועג ארויס, די רעטונג ארבייטער ארבעטן שווער צו טרעפן א וועג ארויס פאר זיי, איינער פון די ארבעטער האט באוויזן צו מאכן א פארבינדונג צו די וועלט אנרופענדיג א חבר דורך זיין טעלעפאן, זוכענדיג הילף אין זיין שווערע מצב. דער חבר האט זיך נאגעפרעגט און איז געקומען קוקן וואס עס גייט פאר, און האט געזען אז די מצב איז האפענונגסלאז. עס איז דא אזויפיל ארבעט צו ראטעווען מענטשן פון צופאלענע געביידעס, קעיר נעמען פון די הונדערטער פארוואונדעטע, און די קליינע צאל אויפמערזאמקייט וואס די גרופע ארבייטערס באקומען צוליב די גאר שעדליכע פלאץ ווי זיי זענען פארכאפט. &nbsp; דער חבר האט נישט געטראכט קיין צוויי און צוריק גערופן צום טעלעפאן ווילאנג די בעטעריעס ארבעטן נאך, און זיי געלאזט וויסן קלאר אומצוויידייטיג אז זיי האבן נישט קיין האפענונג, זיי דארפן זיין רעאליסטיש, און זיי זאלן זיך גרייטן צו ענדיגן זייער לעבן צען מייל אונטער די ערד. &nbsp; איר רייבט זיך יעצט די אויגן, און וואונדערט זיך אויף די גאנצע געשיכטע. קודם כל, ווי קומט אזא אכזריות צו דעם אזוי גערופענעם חבר? אויך ווילט איר מן הסתם פארשטיין פארוואס די מעשה ווערט נישט באריכטעט אין די וועלט'ס מידיע, מען וואלט דאך געדארפט אויפשטורמען א וועלט, מענטשן זענען פארכאפט און קיינעם גייט עס נישט אן? און צום לעצט ווילט איר לכאורה וויסן וואס האט זיך אויסגעלאזט דארט מיט די חברה. איר הייבט שוין אן חושד צו זיין דעם שרייבער, צי ער חלומ'ט בהקיץ, דערפאר ווילן מיר אייך קלארשטעלן אז יא דאס איז אן אמת'ע געשיכטע, מיט בלויז עטליכע דעטאלן געטוישט. עס האט נישט פאסירט אין טייוואן, ביי א ערד ציטערניש, ביי מינע גרעבער. &nbsp; אבער עס פאסירט ליידער דא צווישן אונז, און איך וואונדער מיך אויך פארוואס קיינער באריכטעט עס נישט. קיינעם גייט טאקע נישט אן אז מענטשן ווערן פארכאפט טאג טעגליך ביי די נישט גוטע? עס בארירט אייך נישט אז אידישע קינדער פאלן אראפ טיף טיף און אנשטאט מען זאל זיי העלפן טרעפן די וועג צוריק, רייסט מען אפ די שטריק פון די לייף גארדס? &nbsp; טויזנטער אידישע קינדער זענען צובראכן, זיי שפירן ווי זייער מצב איז פארפאלן, עס איז דערנאך, יעדער האט פארגעסן פון זיי, זיי זענען זיכער ביי זיך אז "קיינער דארף מיך נישט", ער איז נעבעך אראפ געפאלן זייער ווייט ער האט זיך אויסגעגראבן א טיפער הייל אונטער די ערד, און ער זעט נישט קיין וועג ארויס, די וועלט איז אים צוזאם געפאלן. פארוואס זאגטסו אים "וועסט ברענען אין גהינום"? פארוואס שרייסטו אויף אים שייגעץ ארויס? לאמיר אויפשטורמען די וועלט און נישט איינרוען לאמיר פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות וואס זענען מער אפעקטיוו ווי ריזיגע בולדאזערס און נישט אפלאזן הפצה ביז אלע פארכאפטע וועלן געראטעוועט ווערן מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף. &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער כד אדר ב' תשפ"ד 📝
  • די מיטל מזרח

    מיר זענען שוין אריינגעפארן אין אזיע, וועלן מיר גיין באזוכן דעם "מיטל מזרח" דאס איז א געגענט וואס באשטייט פון פילע לענדער וואס זענען בעיקר אין אזיע, אבער נעבן ווי אייראפע אין אזיע ענדיגן זיך. די וויכטיגסטע פלאץ ביי אונז איז ארץ ישראל וואס געפונט זיך אין יענעם שטח, ווען מיר לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים זעען מיר כסדר ווי ארץ ישראל און אמונה גייען צוזאמען, מען זעט וואס דער רבי שרייבט איבער די גרויסע השגות וואס ער האט דערגרייכט נאכדעם וואס ער איז געווען אין ארץ ישראל, ארץ אשר עיני ה' אלוקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה. רבי נתן שרייבט פילע מאל אז דאס גייט ביידע וועגן, אמונה איז ארץ ישראל, און ארץ ישראל איז אמונה, ווען מיר לעבן מיט אמונה, זענען מיר זוכה צו די אלע גרויסע זאכן וואס ארץ ישראל ברענגט. דאס דארף מען אפילו נישט שרייבן אז מען רעדט חלילה נישט פון די ממשלת הציונים, וואס דאס איז היפך אמונה, היפך שמירת התורה והמצוות רחמנא ליצלן. מען קען נישט שרייבן איבער דעם אן דערמאנען וויפיל מאל מוהרא"ש זי"ע האט געבליטיגט זיין גאנץ לעבן אויף די מיליאנען אידן וואס ווערן דורך זיי נתחנך אן קיין שמע ישראל, מיט א שנאת הדת, און וויפיל מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן צו מפיץ זיין די אמונה צו די קינדער פונעם אויבערשטן וואס זענען נעבעך פארלוירן געווארן. &nbsp; די מיטל מזרח איז א ראיאן וואס איז מער ווייניגער הייס און מדבר'דיג, צווישן די באקאנטע לענדער דארט ציילן זיך מצרים (וואס איז אין אפריקע.) אזוי אויך זענען צווישן זיי די לענדער פון איראן, איראק, סאודי אראביע, די עמיראטן, תימן, וואס זיי אלע זענען אין אזיע, און אזוי אויך טערקיי וואס געפונט זיך רוב אין אזיע אבער אויך אין אייראפע. &nbsp; רוב איינוואוינער אין מיטל מזרח זענען מוסלמענער, אבער נישט אלע זענען אראבער, די טערקן ווערן גערעכנט אלץ א פאלק פאר זיך, "טערקן" און כאטש זיי זענען מוסלמענער, זיי פאלגן נאך דעם צודרייטן מוכאמאד, זענען זיי אבער נישט קיין אראבער. אזוי אויך די איראנער זענען "פּערסן" און נישט קיין אראבער. &nbsp; דער שטח הייבט זיך אן פון אויבן רעכטס אין אזיע צווישן די "סטאן" לענדער ביי אפגאניסטאן און איראן, דערנאך קומען אלע לענדער אינעם אראבישן האלב אינזל, ארויף ביז טערקיי, און דערנאך די לענדער פון אפריקע וואס גרעניצן זיך מיטן ים סוף און מיט'ן מיטלענדישן ים. דער מיטל מזרח איז ארום גענומען מיט פילע טייכן און ימים, פון אויבן רעכטס איז דער קאספישער ים, דערנאך דער שווארצער ים (דורך וועלכע מען קען פארן מיט א שיף צווישן טערקיי און אדעסא אוקריינא), און נאך טערקיי קומט דער באקאנטער מיטלענדישער ים וואס איז צווישן אייראפע אזיע און אפריקע, און פונקט אינמיטן דעם שטח קומט אריין דער ים סוף (אדער דער "רויטער ים") אויף וועלכע מיר וועלן פארציילן פאר אונזערע קינדער פסח ביינאכט די נסים וואס דער אויבערשטער האט געטון מיט אונזערע עלטערן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים. &nbsp; און באמת נאר דאס איז אונז נוגע. שטודירן די אלע מלחמות און איבערקערענישט מיט וואס דער שטח איז וואויל באקאנט וועט אונז גארנישט רייכער מאכן. נאר דאס רעדן פון די אמונה און ווי דער אויבערשטער געבט זיך אפ מיט אונז און ווארט מיר זאלן זיך ווענדן צו אים דאס איז אויף וואס מיר דארף פאקוסן. &nbsp; ראתה שפחה על הים מה שלא ראה יחזקאל בנבואה &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער כג אדר ב' תשפ"ד 📝
  • וואס איז ראבער, און וויאזוי מאכט מען עס?

    טאג טעגליך באגעגענען מיר ראבער אין אומצאליגע פראדוקטן. יעדע קאר, טראק, ביציקל, פליגער פארמאגן ראבערנע רעדער, זייענדיג די מערסט פאסיגע מאטריאל וואס איז סיי בויגזאם, שטארק, לאזט נישט דורך קיין לופט און וואסער, און קען זיך גוט "אנכאפן" אינעם ראוד. אזוי אויך ווערט שיך און סניקער זוילן רוב מאל געמאכט פון ראבער, פארמאגענדיג די אויבענדערמאנטע מעלות, איז עס באקוועם און דויערהאפטיג איינצוזאפן די פילע שטיינער פון די וועגן. רוב קאמערציאלע פארענדיגע פאסיקס (אזוי ווי מען זעט ביים רעדזשיסטער) וואס די פאבריקן זענען פול מיט זיי ווערן געמאכט פון ראבער, זייענדיג שטארק און בויגזאם און נישט גליטשיג וואס זאל קענען פירן די פילע מאשינען און סופליי ליניעס פאר א לאנגע צייט. איבעראל ווי מען וויל פארזיגלען האלטערס וועט מען געווענליך לייגן א ראבבער צווישן דעם דעקל און דעם קאנטעינער זייענדיג א מאטריאל וואס לאזט זיך דרוקן און ווערן אויספארמירט פונקטליך לויט די פלאץ צווישן די צוויי אן איבערלאזן קיין שום שפאלט און גארנישט זאל קענען אריין און ארויס. אזוי אויך ווערן נאך פילע טאג טעגליכע זאכן געמאכט פון ראבער, ווי צום ביישפיל רייניגונגס הענטשיך, ראבער בענדס, מעקערס, און הענטלעך פאר פילע כלים ווערן איבערגעדעקט מיט א שיכט פון ראבער, בפרט טעפ וואס די ראבער לאזט נישט דורך די היץ, אבער לאזט זיך שטארק אנהאלטן אז דער טאפ זאל זיך נישט אראפ גליטשן. &nbsp; עס איז דא וואס מיינען אז עס איז א שפיל צו ארויפלייגן די ראבער בענדס אויף די פינגער מען ציעט עס אויס, מען האלט עס אן מיט איין פינגער, און מען לאזט עס אויס און עס פליעט צו א חבר און געבט אים א געזונטע פליק, דאס איז אבער בכלל נישט קיין שפיל, און איינמאל וועט עס נישט געלונגען און זיי וועלן כאפן א געזונטע ציפ, אז מען וועט עס געדענקען. א מענטש מיינט ער האט א הפקר מויל, ער פליקט ער שטעכט, יעדער איז גארנישט קעגן אים, אויב וועט ער נישט תשובה טון, און זיך דערמאנען אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, וועט עס אים איין טאג אהיים קומען, און ער וועט כאפן אזא פליק, אז ער וועט עס געדענקען. &nbsp; פון וואו קומט דער ראבער? פון וואס מאכט מען דאס? די ערשטע ראבער איז נאטורליכע ראבער וואס איז זאפט פונעם "ראבער בוים", וועלכע וואקסט אין די טראפישע ערטער אין די וועלט, ווי דער אמאזאן וואלד אין סאוט אמעריקע. מען שטעקט אריין שטרויען אין די ראבער ביימער און עס רינט ארויס דערפון א ווייסע פליסיגקייט ענדליך צו מילך וואס ווערט גערופן "לעטעקס", די זאפט רינט אריין אין שיסלעך וואס ווערן דערנאך צוזאם גענומען. &nbsp; מען לייגט אריין אין די זאפט פארשידענע כעמיקאלן וואס טיילן אפ די ראבער חלקים פון די וואסער, דערנאך שפרייט מען עס אויס דין ווי עס ווערט "אויסגעוועלגערט" כדי אויסצוקוועטשן דערפון יעדע פייכטקייט, דערנאך דארף מען עס שטארק אנהייצן וואס דאס טוט עס שטארקן צו קענען אויסהאלטן די פילע וואלגערנישן וואס עס וועט דארפן דורכגיין ביים ווערן באנוצט. &nbsp; דאן איז שוין דער ראבער מער ווייניגער פארטיג, און דערפון קען מען שוין אנהייבן פראדוצירן די פילע סארטן זאכן. מען קען אויך מאכן ראבער סינטעטיש, בעיקר פון פעטראליום (נאטורליכע גאז), וואס גייט דורך פארשידנע פראצדעדורן צו קענען ווערן ראבער. &nbsp; ראבער האט א נאטור אז ער לאזט זיך ציען און עס ווערט צוריק צום פריערדיגן שטאפל. אבער אלעס האט א שיעור, אז דו וועסט עס צופיל ציען וועט זיך עס סוף כל סוף צורייסן. ווען א מענטש טרעפט א צדיק וואס ווייזט אים די וועג צום אויבערשטן, זיין נשמה הייבט אן ברענען און ער וויל נאר א גאנצן טאג לערנען און דאווענען, דארף מען אכטונג געבן עס זאל נישט זיין קיין רבוי אור, גיי נישט ווייטער ווי דו קענסט, פרעג אן ערליכער איד ווי שנעל דו זאלסט גיין, ווייל אויב דו וועסט איבערציען די שטריק וועסטו צוריק פאלן ערגער פון פריער. &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער יז אדר ב' תשפ"ד 📝
  • חשובע ראש ישיבה אין ירושלים האלזט ערשטע קינד ביי די אכט און אכציג

    די אידישע וועלט איז אויף מיט די גרויסע נייעס. א איד אין ארץ ישראל האט האט זוכה געווען ביי די עלטער פון נאנט צו ניינציג יאר אז עס איז געבוירן געווארן צו זיי א בן זכר.&nbsp; דער בעל שמחה איז אן ערליכער איד א גרויסער תלמוד כחם הגאון הגדול רבי צבי קאשאלעווסקי שליט"א, וועלכע דינט כהיום אלץ ראש ישיבת היכל התורה. &nbsp; פרובירט זיך פארצושטעלן א איד ווארט ביז די דרייסיג צו האבן א קינד, ווי שטארק ער דארף זיך שלאגן מיט יצר הרע וואס איז אים מייאש אז ער וועט שוין נישט האבן קיין קינדער, און אויב איז ער שוין פערציג, פופציג. ווער וואלט נאך געגעבן א שאנס פאר א איד איבער די זיבעציג אז ער וועט נאך געהאלפן ווערן מיט א קינד? דער ראש ישיבה פון ארץ ישראל איז שוין געווען פינף און אכציג יאר, אן עלטער וואס רוב היימישע אידן מאכן שוין לאנג חתונה די אור אייניקלעך. קיינער וואלט זיך נישט דערוואגט צו זאגן אז ער האט נאך האפענונג. אבער דער אויבערשטער קען אלעס מאכן. &nbsp; די ערשטע לימוד פון דעם נייעס איז אז נישט קיין חילוק ווי שווארץ עס קוקט אויס, קען דער אויבערשטער נאך אלץ אלעס איבערדרייען אין איין רגע. געב נישט אויף, גלייב און האף צום אויבערשטן וועסטו זען אז עס וועט נאך לעכטיג ווערן. &nbsp; ווען עס ווערט געבוירן א קינד צו א איד נאך ווארטן לאנגע יארן, פארשטייט יעדער אז די שמחה איז גרויס. אבער במחילת כבודך, דו ביסט געהאלפן געווארן מיט א קינד ביי די צוואנציג, פארוואס ביסטו נישט פרייליך דערמיט. נאר אויב דער אויבערשטער וואלט דיר געמאכט ווארטן ביז די אכט און אכציג און דערנאך וואלסטו געהאלפן געווארן מיט א קינד, איז עס א שמחה, נאר דעמאלטס קומט זיך א הכרת הטוב פארן אויבערשטן? מיר אלע דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר זענען נישט אין תפיסה, אפילו מיר זענען נישט רובאשקין וואס איז אויסגעלייזט געווארן פון תפיסה מיט א נס, מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר האבן קינדער אפילו מיר זענען נישט קאשאלעווסקי. &nbsp; לאמיר ארויסגיין אין א טענצל און דאנקען דעם אויבערשטן פאר אלעס גוסט וואס ער געבט אונז. &nbsp; משנכנס אדר מרבין בשמחה &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער ד אדר ב' תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 136 to 150 of 213 results

1 2 ... 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com