Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • טראמפ מעלדט פלאן צו מבטל זיין זומער זייגער

    היינט איז עס א פשוטע זאך: אז די זייגערס זענען פאריקט במשך רוב חדשים פון יאר, דאס האט מען איינגעפירט מיט בערך הונדערט פופציג יאר צוריק כדי מען זאל זיך לייגן א שעה שפעטער במשך די חלק פון יאר וואס די זון איז אינדרויסן פאר לענגערע שעות, מיט'ן ציל אויסצונוצן די ליכטיגקייט פון די זון יעדן אווענט.   היינט צו טאגס איז דער גאנצער זייגער רוקעריי זייער נישט פאפולער אין אמעריקע, עס זענען שוין דא אסאך לענדער וואס האבן עס מבטל געווען. רוב רובם ווילן טאקע מען זאל אויפהערן דעם איינפיר פון רוקן די זייגערס צוויי מאל א יאר, אבער עס איז זייער שווער זיך צו פאראייניגן וועלכע זייגער מען זאל לאזן.   מיט עטליכע יאר צוריק איז געווען א פארשלאג אין די געזעץ הייזער אין אמעריקע ווען מען האט געוואלט מבטל זיין דעם "ווינטער זייגער", אזוי אז דער פאריקטער זייגער זאל אנהאלטן א גאנץ יאר, וואס איז גאנץ לייכט דורך אין קאנגרעס, אבער איז דורכגעפאלן אין סענטאט.   די צייט איז דער גרעסטער שונא פאר'ן מענטש אויב מען איז נישט וואכזאם צו אים, דאס לעבן פליעט דרוך זייער שנעל, און עס נעמט נישט לאנג און מען דערזעט זיך אז עס איז דורך פילע יארן וואס איך האב עוסק געווען אין "וויכטיגע" זאכן, אבער עס איז גארנישט געבליבן. היינט - ווען מיר שרייבן די שורות - כ"א כסלו דאנקט מען דעם אויבערשטן אז דער אויבערשטער האט געראטעוועט דעם הייליגן סאטמארן רבי'ן זי"ע, ווען דער קאנדאקטער האט באשלאסן אריבער צו פארן דעם גרעניץ קיין שווייץ. אבער וואס וועט זיין מיט דיר? וואו קען מען טרעפן דעם באן וואו זיך ארויפצוכאפן און זיך ראטעווען דערמיט פון די נאציס, פון די כפירה, פון די שמוץ שטורעמעס וואס בוזשעווען? דער אויבערשטער האט דיר אויך אנגעגרייט א באן. דער באן האט זיך נארוואס אפגעשטעלט אויף א סטאנציע וואס הייסט "מסכת סנהדרין", כאפ זיך ארויף דערויף היינט, און ווילאנג דו וועסט זיך האלטן אויף דעם באן, וועסטו בלייבן אן ערליכער איד.   דער פריערדיגער פארשלאג וואס וואלט איינגעפירט דער גערוקטער זומער זייגער א גאנץ יאר וואלט שטארק אויסגעמאכט פאר אונז לגבי שחרית אין די ווינטער חדשים, צום ביישפיל אין די יעצטיגע צייט איז דער נץ החמה ווען מען קען דאווענען שמונה עשרה פון שחרית בערך 7:15 אין ניו יארק, אויב וואלט מען געלאזט דעם זומער זייגער אויך אום ווינטער וואלט מען נישט געקענט דאווענען שמונה עשרה פאר בערך 8:15 וואס וואלט זייער שווער געמאכט פאר די ארבייטער וואס דארפן זיין אין די ארבעט זייער פרי. פון די אנדערע זייט וואלט עס אפשר געהאלפן די וואס שטייען אויף שפעטער זיי זאלן קענען דאווענען טעגליך ביים נץ.   דער יעצטיגער פארשלאג וואס טראמפ וויל דורכפירן וועט טוישן די זמנים פון זומער. צום ביישפיל ווען די זמן ווערט דאס שפעטסטע אום זומער, קען מען נישט דאווענען מעריב (רבינו תם) פאר בערך 9:45, אבער לויטן נייעם ביל וועט דער זמן זיין בערך 8:45, וואס וועט שטארק ארויסהעלפן די וואס ווילן זיך לייגן פריער צו קענען אויפשטיין פריער.   נישט קיין חילוק צי דער פרישער פארשלאג וועט דורכגיין אדער דורכפאלן, מאך זיכער אז דו ביסט נישט קיין דורכפאל. נעם דיר נאר אפאר מינוט יעדן טאג, הייב אן צו מעביר סדרה זיין פון זונטאג, און דו וועסט אנקומען זייער ווייט, "וועסט וויסן וואו דער אויבערשטער וואוינט" (הרה"ק רבי מרדכי מנודבורנא זי"ע) און וועסט ווערן אן ערליכער איד.

    < זעה מער כא כסלו תשפ"ה 📝
  • אילאן מאסק דערקלערט אלס רייכסטער מענטש אין דער וועלט

    די פילע ביזנעסער פונעם דער באקאנטער ביזנעסמאן אילאן מאסק זענען לעצטענס שטארק געשטיגן אין ווערט, און בסך הכל ווערט עס היינט צו טאגס געשאצט אז עס האט א מארקעט ווערט פון נאנט צו א האלבע טריליאן דאלער. &nbsp; ער ווערט פאררעכענט אין דער וועלט אלץ א גאר סוקסעספולער מענטש וואס האט אויפגעבויט פילע אייגענארטיגע און געוואגטע ביזנעסער וואס האבן געטוישט פארשידענע אינדרוסטיעס און באוויזן פארשידנע אויפטרעפונגען אסאך ווייטער ווי די פילע סקעפטיקער האבן געטראכט. &nbsp; דער שאלה ווערט אבער צי דאס הייסט סוקסעס. לאמיר זען וואס די פסוק זאגט (בראשת לט, ב) "וַיְהִי יְהֹוָה אֶת יוֹסֵף וַיְהִי אִישׁ מַצְלִיחַ וַיְהִי בְּבֵית אֲדֹנָיו הַמִּצְרִי", וויפיל ביזנעסער האט יוסף געהאט? וויפיל געלט האט ער געהאט אין זיין באנק אקאונט? האט ער געהאט עפעס א פאליטישע פאזיצע אין מצרים? אז נישט מיט וואס איז ער סוקסעספול? ניין ער האט בכלל נישט געהאט די אלע זאכן, אפשר האט ער געהאט א שטוב מיט קינדער וואס אלע האבן זיך געשאקעלט די זעלבע, און אלע זענען געזיצן מיט רויטע בעקעלעך ביים שבת טיש און זיך נישט גערירט, ניין בכלל נישט, ער איז געווען דאן געווען אן אלטער בחור א קנעכט ביים עקלדיגן פוטיפר, לאמיר זען דעם קומענדיגן פסוק "וַיַּרְא אֲדֹנָיו כִּי יְהֹוָה אִתּוֹ וְכֹל אֲשֶׁר הוּא עֹשֶׂה יְהֹוָה מַצְלִיחַ בְּיָדוֹ" דער טמא'נער פוטיפר האט געזען אז דער אויבערשטער איז מיט אים, אפשר קענט איר מיר מסביר זיין וויאזוי דער גוי טמא ווייסט אז דער אויבערשטער איז מיט אים? לאמיר זען וואס רש"י זאגט: "שם שמים שגור בפיו", דא ליגט דער סוד, און אזוי אויך פארשטייט מען שוין פארוואס דער פסוק זאגט "וַיְהִי אִישׁ מַצְלִיחַ", און "וְכֹל אֲשֶׁר הוּא עֹשֶׂה יְהֹוָה מַצְלִיחַ בְּיָדוֹ" און אזוי אויך פון "וַיִּמְצָא יוֹסֵף חֵן בְּעֵינָיו", ווייל א מענטש וואס געדענקט דעם אויבערשטן וואו נאר ער געפונט זיך, דער איז איז א סוקסעספולער מענטש, און אזא מענטש האט חן אין אלעמענס אויגן. &nbsp; דער אילאן מאסק האט געבויעט פילע פירמעס ווי "טעסלא" וואס פארקויפט עלעקטראנישע קאַרן, און "ספעיס עקס" וואס שיקט ארויף כסדר ראקעטס צו די ספערן, "ניורא לינק" וואס ארבעט צו קענען אריינפלאנצן א טשיפ אין א מענטשליכע מח, און נאך, אזוי אויך האט ער געגרינדעט פירמעס וואס ער האט שוין פארקויפט, ווי "פעי פאל", אזוי אויך האט ער אפגעקויפט פירמעס וואס ער האט געטוישט ווי "טוויטער - עקס". &nbsp; לעצטענס האט ער זיך צוגעשארט צום נארוואס פריש ערוועלטן פרעזידענט טראמפ וואס דאס האט שטארק געהויבן די ווערט פון זיינע סטאקס, און דערמיט האט זיך געדאפלעט זיין ווערט פון אביסל מער פון 200 טריליאן דאלער פאר צוויי יאר צוריק, ביז היבש איבער 400 טרילאן היינט צו טאגס. &nbsp; מיר קענען אבער זיין אסאך מער סוקסעספול ווי אים, מיר קענען אנטון תפילין יעדן טאג. וויפיל איז ווערט תפילין? דא זעט עס נישט אויס ווערטפול, אילאן מאסק אינוועסטירט נישט דערין, אבער באלד גייען מיר אהיים, דאן וועלן מיר זען ווי גליקליך מיר זענען אז מיר האבן אריינגעכאפט א בלעטל גמרא, א פרק משניות, א שמחה של מצוה. &nbsp; די פארבס ליסטע פון די רייכסטע מענטשן קענען שוין קוים ווארטן ארויפצולייגן דעם ערשטן "טריליאנער" אויף זייער ליסטע, עס זעט זיי אויס אז עס וועט נישט לאנג נעמען און זיי וועלן פובליצירן די ליסטע פון די צען רייכסטע טרילאנערן. זאגט זיי נישט אויס דעם סוד, איך און דו זענען שוין פון לאנג טריליאנערן, און מען דארף אפילו נישט ווארטן אויף נאך די הונדערט און צוואנציג עס צו זען פובליצירט, אפילו דא אויף דער וועלט איז דער פשוטער איז דער אמת'ער "איש מצליח".

    < זעה מער יח כסלו תשפ"ה 📝
  • פינף אידן אומגעקומען אין שרעקליכע טראגעדיע אין מאראקא

    א שרעקליכע טראגעדיע האט פאסירט דעם פארגאנגענעם פרייטאג אין מאראקא, ווען א קאר וועלכע האט געטראגן מיט זיך פינף טייערע אידן פון שטאט צפת, אינטערוועגנס אויף קברי צדיקים, איז געווען פארמישט אין א שווערע עקסידענט, און ליידער זענען אלע פינף אומגעקומען רחמנא ליצלן. &nbsp; די שווערע נייעס האט אויפגעציטערט יעדעס אידיש הארץ, אויף די טייערע אידישע קרבנות וואס זענען אזוי טראגיש און פלוצים אוועקגעריסן געווארן פון די וועלט. אין א בריוו האט א איד אנגעפרעגט דעם ראש ישיבה שליט"א ווי אזוי מען קען זיך שטארקן אין אזא שווערע מצב, ווי אזוי קען מען זיך טרייסטן אין א צייט וואס דאס הארץ צאפלט פאר די טייערע נפטרים ז"ל. "דעם פארגאנגענעם פרייטאג" שרייבט דער איד פארן ראש ישיבה שליט"א, "זענען אזוי טראגיש אומגעקומען פינף טייערע אידן פון שטאט צפת, אין א שרעקליכן עקסידענט אין מאראקא. איך פלעג דאווענען זיי אין איין בית המדרש, איך האב זיי גוט געקענט און זיך געטראפן מיט זיי יעדן טאג, און איך בין געווארן שרעקליך צעטראגן און צעבראכן פון די שוידערליכע טראגעדיע. איך מוז האבן חיזוק אנצוגיין, איך האב נישט קיין מח צו קיין שום זאך, איך שפיר ווי איך קען גארנישט טון מער. אלע אידן אין צפת זענען שרעקליך צעבראכן פון די מעשה, פרייטאג האבן דא מענטשן געוויינט אויפ'ן גאס. אין מקוה האב איך געהערט ווי איינער פרעגט דעם צווייטן ווי אזוי מען וועט קענען זיין פרייליך דעם שבת, און יענער האט אים געענטפערט, "מען קען נעמען עפעס א גרינע זאך, אדער קען מען זיך אנטרינקען מיט אלקאהאל", איך נעם נישט ביידע זאכן ברוך ה'. מוצאי שבת בין איך אריבער קיין מירון און זיך אויסגעוויינט דאס הארץ ביים ציון פון רבי שמעון בר יוחאי, מיר האט מען אויסגעלערנט אז ווען עס דרוקט אויפ'ן הארץ גייט מען צו א ציון פון א צדיק און מען גיסט זיך אויס דאס הארץ, אבער עס איז מיר נאכאלץ זייער שווער. איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר עפעס מחזק זיין. יישר כח". דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אים צוריק "די הייליגע חכמים זאגן (שבת קו.): "אחד מבני חבורה שמת תדאג כל החבורה כולה", ווען איינער פון די חבורה גייט אוועק פון דער וועלט דארפן אלע תשובה טון; אריינכאפן גוטע זאכן, מצוות ומעשים טובים, וואס מען וועט מיט נעמען אויף אייביג. &nbsp; מוהרא"ש זאגט, ווען מען הערט די נייעס אז דער איז געשטארבן, יענער איז געשטארבן &ndash; זענען דא מענטשן וואס טראכטן 'עס איז דא א חברה של מתים', א חברה שטארבערס, אנשטאט תשובה טון און טראכטן 'ווער ווייסט ווער איז דער קומענדיגער אין די רייע? בין איך אין די רייע?' טרייבט מען אוועק די מחשבות, און מען טראכט 'די זאכן פאסירן נאר מיט די חברה שטארבערס. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שם, לא:) אויפן פסוק (תהלים מד, יד): "זה דרכם כסל למו", דאס איז זייער נארישע וועג, זיירעדן פון שטארבן אבערזיי טראכטן אז דאס האט נישט מיט זיי. &nbsp; וואויל איז דער מענטש וואס ווען מען הערט וואס פאסירט אויף דער וועלט טוט מען תשובה, און מען הויבט אן לעבן מיט תכלית. אזוי ווי עס שטייט )קהלת ז, ב(: "טוב ללכת אל בית אבל" עס איז גוט צו גיין מנחם אבלזיין, "מלכת אל בית משתה", ווי צו גיין צו חתונות, "באשר הוא סוף כל האדם", אזוי פארשטייט מען וואס איז דער סוף פונעם מענטש, "והחי יתן אל לבו", און מען טוט תשובה. &nbsp; זע צו לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא, הלכה ואגדה, און זיי זיך מתבודד. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוואוסט פון מיר אבער האבן מיך נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיך נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיך געפאלגט, וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף דער וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען דערצו, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט נוצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט". &nbsp; די נעמען פון די טייערע אידן זענען ר' נתן שפירא ע"ה, ר' שמעון תפילינסקי ע"ה, זיין ברודער הב' יוסף חיים ע"ה, הב' משה גאלאנט ע"ה, און הבח' ישראל מאיר שאשא ע"ה. &nbsp; תהא נשמתם צרורה בצרור החיים

    < זעה מער יא כסלו תשפ"ה 📝
  • ביטקוין גרייכט איבער $100,000

    ביטקוין, די וועלט'ס גרעסטע קריפטא-וואלוטע, איז לעצטענס שטארק געוואקסן אין ווערט, און איז אריבערגעגאנגען איבער $101,000. א יאר צוריק אין די זעלבע צייט איז א ביטקוין געווען אונטער האלב פון דעם פרייז, און אסאך מענטשן טראכטן יעצט מיט באדויער "וואו איז געווען מיין שכל? איך האב פארפאסט א גאלדענע געלעגנהייט." &nbsp; א מענטש קען יעצט טראכטן "וואו איז געווען מיין שכל? פאר זעקס חדשים צוריק וואלט איך געקענט קויפן ביטקוין פאר אונטער זיבעציג טויזענט, און איך וואלט געמאכט אסאך געלט". אבער א מענטש כאפט נישט אז די זעלבע זאך וועט זיין נאך זיין הונדערט און צוואנציג, יעדע מצוה'לע יעדע שמייכל וועט זיין ווערט אן א שיעור, יעצט זעט עס אפשר אויס ביליג, וואס קאסט שוין א ציצית? וואס קאסט צו היטן שבת? אבער דעמאלטס וועט זיך א מענטש רייסן די האר פון קאפ, פארוואס האב איך נישט אינוועסטעט אין די נצחית'דיגע פארמעגנס, יעצט וואלט איך געווען אן עושר אדיר. אבער עס איז נישט צו שפעט, דו אטעמסט נאך, דו לעבסט, אינוועסטיר יעצט אין מצוות, אינוועסט אין דיין שלום בית, אינוועסט אין דיינע קינדער, איין טאג וועסטו צוריק קוקן מיט צופרידנהייט און זאגן מיט א פולע מויל, געלויבט דעם אויבערשטן אז איך האב געהאט די ריכטיגע "פיינענשל עדווייזערס" וואס האבן מיר אנגעוויזן וואו צו אינוועסטירן, און יעצט שנייד איך די פירות. &nbsp; ביי ביקטקוין איז דער אמת אז די מחשבות פון חרטה זענען נישט לאגיש. יעצט ווען מיר האלטן נאך בעפאר דעם צוקונפט איז נישט מעגליך פאר א ילוד אשה צו וויסן וויאזוי דער אויבערשטער וועט פירן דעם מארקעט. פאר אונזערע אויגן איז דא די זעלבע מעגליכקייט אז ביטקוין וועט ווייטער שטייגן, און אויב איינער וועט יעצט אינוועסטן וועט ער שיין פארדינען דערפון, און פון די אנדערע זייט קען פונקט אזוי זיין אז דער יעצטיגער הויכקייט איז איבערגעטריבן און וועט שטארק פאלן, און די וואס קויפן יעצט וועלן שטארק איבערצאלן און וועלן דערלייגן שפעטער. &nbsp; אנדערש איז אבער ביי תורה ומצוות וואס איז אן איוועסטמענט אן קיין ריזיקעס. יעדע ווארט תורה, יעדע ווארט צום אויבערשטן, יעדע מצוה'לע, זאל עס זיין השבת אבידה, הכנסת אורחים, כיבוד אב ואם און אזוי ווייטער ווערט נישט פארלוירן, די מעשים טובים ווערן אוועקגעלייגט אין א זיכערע סעיף וואס קען נישט געבראכן ווערן דורך קיין גנבים. ווער רעדט נאך אויב א מענשט אינוועסטירט אין זאכן וואס וואקסן, ווי צום ביישפיל מען שמועסט מיט די ווייב, מען ענטפערט נישט צוריק, מען גייט שפאצירן, מען געבט זיך אפ מיט די קינדער מען בויעט זיי אויף, אדער גאר א מענטש נעמט עס צום נעקסט לעוול, ער געבט א טעלעפאן נומער פאר א איד וואס לעבט אויף דערפון, ער איז מזכה א אינגערמאן מיט א קונטרס וואס ראטעוועט זיין שטוב, די זכותים וואקסן כסדר מיט יעדן טאג וואס גייט דורך, און נאך זיין הונדערט און צוואנציג וועט ער זען א רייכטום וואס ער האט נישט געקענט חלומ'ען און טראכטן. &nbsp; אנשטאט דער קאפ זאל ליגן ווי קען איך קויפן נאך א הויז, ווי קען איך עפענען נאך א ביזנעס, לאמיר גיין צום הייליגן רבי'ן וואס וועט אונז קאוטשן צו עוסק זיין אין די ביזנעס וואס וועט אונז ברענגען רווחים לעד ולנצח נצחים. &nbsp; &nbsp; 📰 ביטקוין הייבט זיך צו איבער $35,000

    < זעה מער י כסלו תשפ"ה 📝
  • מיליאנען ניו יארקער וועלן באקומען איינמאליגע "אינפלאציע הילף טשעקלעך"

    נאכדעם וואס עס איז אריינגעקומען אסאך מער געלט אין די קאסע פון ניו יארק סטעיט רעגירונג צוליב וואס מער מענטשן האבן איינגעקויפט און געצאלט שטייערן, האט גאווערנאר האוקאול געמאלדן אז מען גייט צוריק געבן געלט פאר די בירגער פון די סטעיט. &nbsp; פון די פילע שאפינגס וואס מענטשן האבן איינגעקויפט פאר צענדליגע טויזנטער דאלארן וועלן זיי יעצט צוריק באקומען אפאר הונדערט דאלער, אבער פון דעם וואס א מענטש כאפט אריין די גמרא'לעך, משניות'לעך, רעדן צוים אויבערשטן, א גוט ווארט פאר א צווייטן, זיין פרייליך א מינוטקעלע, פאר דעם ווארט אפ פאר'ן מענטש אזעלכע ריבעיט טשעקלעך וואס עין לא ראתה, פאר דעם וועט דער מענטש זוכה זיין צו א נחלה בלי מצרים, פון וואס מען וועט שעפן תענוג לנצח נצחים. &nbsp; די גאָווערנאָר האט ביים מעלדן דעם נייעס געזאָגט אז "ניו יאָרקער איינוואוינער זענען שווער באַטראָפן געוואָרן פון די אינפלאציע קריזיס אין די לעצטע פּאָר יאָר, דעריבער וויל איך פאַרטיילן די טשעקס פון בסך הכל 3 ביליאָן דאָלער פאַר ניו יאָרקער שטייערצאָלער."&nbsp; &nbsp; עס איז באמת מער פון דעם ווי דער שכר וואס א מענטש קען באקומען, ווען א מענטש איז פרייליך מיט די מצוות, ער פריידט זיך מיט'ן שבת, ער האט ליב תורה ומצוות, דארף ער נישט קיין ריבעיט, ער ברויך נישט קיין שכר, ער דארף שוין גארנישט, בשעת געלט קען נישט געבן פאר א מענטש צופרידנהייט, ווען די רעגירונג וואלט געמאלדן פאר א מענטש אז ער וועט באקומען א מיליאן דאלער ריבעיט, וואלט ער געווארן זייער פרייליך, ווייל ער טראכט ווען איך וועל האבן די מיליאן דאלער וועלן זיך אלע מיינע פראבלעמען ענדיגן. אבער דאס איז לגמרי נישט אמת. מען קען נישט איינקויפן שלום בית מיט געלט, מען קען נישט קויפן געזונט מיט געלט, און מען קען נישט קויפן צופרידנקייט מיט געלט. עס איז פונקט פארקערט, יעדע דאלער וואס א מענשט האט איז עס נאך א קאפ וויי און נאך א צרה. דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטענס געזאגט, "ווען דיין בוילער צוברעכט זיך, דארפסטו יעצט האבן די קאפ וויי פון זיך זארגן אז דער בלויער זאל זיין צוריק געשטעלט, פארוואס דארפסטו נעמען דריי בוילערס?". &nbsp; לויטן פּלאַן וועלן מער פון אכט און א האלב מיליאן מענטשן אין ניו יארק וועלן באקומען די טשעקס. די וואָס האבן פארדינט אונטער 150 טויזנט דאָלער לעצטע יאָר וועלן באַקומען א טשעק פון 300 דאָלער, און משפחות וועלן באקומען א טשעק פון 500 דאלער, אויב זיי האבן פארדינט ביז 300,000 דאָלער א יאָר. וואס וועט זיכער צוניץ קומען פאר ערליכע אידן וואס לעבן מיט'ן אויבערשטן און זענען צופרידן מיט וואס עס פאסירט מיט זיי אז זיי זאלן האבן נאך עפעס אויף וואס צו דאנקען דעם אויבערשטן.

    < זעה מער ט כסלו תשפ"ה 📝
  • תפלת ישראל וועלן זיכער צושטערן די גזירות קעגן די אידישע חינוך

    די וואך איז אנגעקומען א שטרענגע אימעיל פון די לאקאלע סקול דיסטריקטן פאר די ישיבות און חדרים וואס האבן נישט אויסגעוועלט קיין "פעטוועי", אינעם אימעיל באקלאגן זיי זיך הלמאי מען איגנארט זיי און מען וועלט נישט אויס קיין וועג וויאזוי מען וועט פאלגן דעם געזעץ, און דעריבער וויבאלד מען האט נישט אליינס אויסגעוועלט קיין פעטוועי לייגט זיי ארויף דעם מוסד מדעת עצמם אויף "פעטוועי נומער 7". &nbsp; בקיצור וואס דא גייט פאר, די ניו יארק סטעיט האט זיך לעצטענס פארלייגט אויף די מוסדות התורה און פאדערן זיי אויף מען זאל זיי אויפווייזן אז מען קומט נאך דעם געזעץ אז יעדע אפיציעלע סקול אין די סעיט מוז זיין - נישט מער און נישט ווייניגער - אזוי ווי א פאבליק סקול(!), אויך פריוואטע און רעליגיעזע שולעס פאלן אונטער דעם געזעץ. דער פלאג גייט שוין אן אין די לעצטע יארן, דער געזעץ איז שוין אפילו געווען אין געריכט עטליכע מאל, און דערפאר האט זיך עס פארשלעפט ביז יעצט &nbsp; אויספאלגן דעם געזעץ כמו שהוא קען נישט קומען אין באטראכט. מיר זענען מחנך אונזערע קינדער אויף די וועגן פון די תורה, אויף דעם הערליכן אויסגעטרעטענעם וועג וואס מיר גיין שוין פון מעמד הר סיני, און דא אין אמעריקע איז דער וועג שטאנדהאפטיג אוועקגעשטעלט געווארן דורך די פריערדיגע צדיקים ובראשם דער הייליגער סאטמארע רבי זי"ע. און ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געגרינדעט די ברלסב'ע מוסדות, האט מוהרא"ש געהייסן פארן ראש ישיבה שליט"א אז ער זאל איבערשמועסן די יסודות וויאזוי אן ערליכער מוסד דארף זיף פירן מיט די עלטערע תלמידים פון הייליגן סאטמאר'ן רבי'ן זי"ע און אזוי זאל ער פירן דעם מוסד, און זיך נישט אוועק רירן פון דעם קיין זוז כל שהוא. &nbsp; געלויבט דעם אויבערשטן אז די הייליגע ערליכע חינוך ברענגט זיסע פירות, עס קומען ארויס פון די ערליכע אידישע חדרים שיינע דורות פון ערליכע בעלי בתים יראי השם וואס לעבן מיט א ציל, זיי זענען עוסק אין ברענגען פרנסה ערליכערהייט מיט'ן ציל צו ברענגען אויף דער וועלט א פרישע דור אידן וואס לעבן מיט'ן אויבערשטן, עס קומען ארויס געטרייע אידישע צניעות'דיגע מאמעס מיט יראת שמים, וואס זענען זיך מוסר נפש פאר זייערע קינדער'ס וועגן און געבן זיך אפ מיט זייערע קינדער זיי אויפצוברענגען לתורה ויראת שמים. &nbsp; פון די אנדערע זייט זענען די פאבליק סקולס א דורכפאלן וואס איז נישטא איר'ס גלייכן, ביי די טויערן פון יעדע פאבליק סקול שטייען באוואפענטע וועכטער צו היטן אויף די צעווילדעוועטע אינגעטליכע, און זייערע ווענט זענען אנגעפילט מיט אלע מיני פארברעכערערישע אקטיוויטעטן, אזוי ווייט אז א טיטשער איז נישט פארזיכערט אהיים צו קומען לעבעדיג ביינאכט, ווער ווייסט וואס אן אויפגערעגטע סטודעט וועט ברענגען אין שולע. &nbsp; ווען די ליבעראלן וואלט געהאט נאר אביסעלע שכל וואלטן זיי געמאכט א געזעץ אז די פאבליק שולעס דארפן נאכמאכן די מסודות התורה, זיי זאלן קומען פרעגן די רבנים וויאזוי מען קען מחנך זיין קינדער זאל זיין געזונט פיזיש און גייסטיש. א אידישע מוסד זאל זיך פארגלייכן צום פאבליק סקול? קומט אפילו נישט אין באטראכט! &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז אונזערע קינדער האבן נישט קיין פרייז, און אויב די רעגירונג וועט אוועקנעמען עטליכע מיליאן דאלער פון די מוסדות צוליב מען קומט נישט נאך דעם געזעץ, איז נישט עק וועלט. עס איז נישט קיין אפציע מיר זאלן פארקויפן אונזערע קינדער צו די סטעיט. אונזערע קינדער זענען נישט פאר סעיל... &nbsp; מען בעט אנשי שלומינו זאלן ווייטער אינזין האבן אונזערע טייערע קינדערלעך און בעטן דעם אויבערשטן אז די השתדלות וואס פארשידענע עסקנים לייגן אריין אין פילע פראנטן זאלן מצליח זיין, און די גזירה קעגן דעם ערליכן חינוך זאל בטל ווערן.

    < זעה מער ח כסלו תשפ"ה 📝
  • אסאד רעזשים פון סיריע געפאלן

    היסטאריע שפילט זיך אפ אין סיריע: די רעבעלן גרופע "האַיאַיט טאַכריר אַל-שאַם" האבן איבערגענומען די הויפט שטאט דמשק, און דער לאנג-יעריגער דיקטאטור באשאר אל-אסאד איז געווען געצווינגען צו אנטלויפן, לויט טייל באריכטן קיין רוסלאנד. &nbsp; אביסל בעקגראונד: נייציג פראצענט סיריע באשטייט פון סוני-מוסלמענער, און בלויז בערך צען פראצענט זענען שיא-מוסלמענער, הויפטזעכליך אלאוויטן. די אלאוויטן זענען שטארק פארפיינטעט ביי די סוניס, וועלכע באטראכטן זיי אלס "כופרים". די אסאד משפחה, וועלכע שטאמט פון די אלאוויטן, האט געפירט דאס לאנד מיט אייזענע פויסט מער ווי פופציג יאר, ערשט דורך כאפעז אל-אסאד, און דערנאך דורך זיין זון באשאר. &nbsp; די צוזאמפאל פון אסאד'ס רעזשים ברענגט אונז צו טראכטן ווי וויכטיג עס איז ריכטיג אויסצונוצן א צייט פון רואיגקייט. אסאד האט געהאט גענוג צייט געהאט צו פארבעסערן זיין מיליטער און זיך גרייטן פאר א פרישע אפענסיווע, אבער ער האט אויסגענוצט די רואיגע צייט צו שלאָפן. און ער איז געכאפט געווארן אין סורפרייז ווען די רעבעלן האבן זיך גענומען איבער זיינע קרעפטן מיט א בליץ-אפענסיווע און אים ארויסגעווארפן. &nbsp; מיר דארפן דאס אריינעמען אין אונזער לעבן. און דוקא ווען מיר שפירן אז עס גייט אונז גוט, און מיר קענען טראכטן "ווער דארף חיזוק? וואס דארף איך דעם צדיק?" אבער דווקא דעמאלטס איז דאס דער בעסטער צייט זיך צו אנצושעפן מיט חיזוק, הדרכה און אמונת צדיקים. מיר קענען קיינמאל וויסן ווען דער קומענדיגער נסיון גייט אנקומען. מיר דארף זיין גרייט מיט די נויטיגע כלים און געווער. &nbsp; די סירישע בירגער-קריג, ציט זיך שוין דרייצן יאר, און עס איז אינטערערסאנט צו זען די קאלירפולע אויסוואל פון פילע לענדער האבן געשטיצט די קעגנזייטיגע צדדים, פיל מאל האבן זיך פיינטליכע לענדער זיך געטראפן אין א מאדנע סיטואציע ביים ביים שטיצן די זעלבע זייט פון איינע פון די צוויי צדדים. אסאד האט געהאט די מערסטע שטיצע פון רוסלאנד און איראן, יעדער איינער מיט זייערע חשבונות וואס מיט זייער הילף האט ער אנגעהאלטן זיין שליטה כאטש טיילווייז ביז יעצט. &nbsp; אין די לעצטע וואכן האבן די רעבעלן באשלאסן אז יעצט איז זייער צייט, נאכדעם וואס זיי האבן זיך צוגעגרייט אין די לעצטע יארן שטילערהייט, האבן זיי געמאכט דעם חשבון אז כיזבאלא פון איראן און רוסלאנד זענען יעצט ביידע פארנומען מיט זייערע אייגענע פראבלעמען און מלחמות, און ווי דער ראש ישיבה זאגט אייביג, א חבר איז נאר דא ווען ער קען עפעס בענעפיטירן, אבער אין צייט פון קריזיס זעט מען ווער עס האט נאר געמיינט זיך, און אזוי איז טאקע געווען די רוסן און די איראנער זענען שנעל אנטלאפן און די רעבעלן האבן גרינגערהייט ארויסגעשופט די אסאד קרעפטן פון די גרויסע שטעט און האבן בליץ שנעל איבערגענומען די מאכט, ביז אסאד האט געמוזט אנטלויפן. &nbsp; לאמיר אויך אויסנוצן די צייט ווען עס איז שטיל, די קאפ איז אפן און מען קען פארנעמען צו הערן הדרכה און חיזוק פונעם צדיק, יעדער גייט דורך א צייט אין לעבן ווען ער דארף די חיזוק ווי אקסיגען צום אטעמען, און מען קען קיינמאל נישט וויסן ווען עס וועט אנקומען. לערן נאך א בריוו אשר בנחל, הער אויס נאך א חיזוק שיעור פון ראש ישיבה שליט"א, דאס איז דיין געווער וואס וועט דיר געבן די כחות צו געווינען דיין קריג. &nbsp;

    < זעה מער ז כסלו תשפ"ה 📝
  • פרעזידענט ביידען פארדאנירט זיין זון

    דער אמטירענדערע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דזשאו ביידען, וואס איז שוין מיט איין פיס אינדרויסן האט באשלאסן אין די לעצטע טעג פון זיין קאדענץ צו באגנאדיגן זיין זון האנטער. &nbsp; די געשיכטע פון האנטער ביידען גייט צוריק א לאנגע צייט, עס איז שווער איבערצוגיין אלע דעטאלן, אבער בשעת טראמפ איז באשולדיגט געווארן אין זיך אננעמען פאר רוסלאנד, און אז רוסלאנד האט אים צוגעהאלפן געווינען זיין ערשטער טערמין, האבן זיינע קעגנער באשולדיגט ביידען אין זיין משוחד פון אוקריינע, ווען ער איז געווען אין די באורד פון די אוקראינישער באריסמע אויל פירמע בשעת זיין טאטע איז געווען וויצע פרעזידענט. דער פאזיציע איז געווען בלויז א טיטל אן א מיטל, און זיינע באשולדיגער טענה'ן אז די סיבה פארוואס די פירמע האט אים באצאלט אזויפיל געלט איז בלויז צו קענען שטופן די אבאמא-ביידען אדמיניסטראציע צו אינטעווינירן אין אוקראינע לטובת דער פירמע. &nbsp; כאטש ביידען האט פארשפראכן אז טראץ וואס ער אלץ פרעזידענט האט די כח צו פארדאנירן וועם ער וויל, וועט ער עס נישט טון פאר זיין זון, צוליב "קאנפליקט אף אינטערעסט", און ער וועט נאטורליך אלס טאטע נאר זען די אומשולד פון זיין זון, האט ער היינט ארויסגעגעבן א דעקרעט וואס טוט ריינוואשן זיין זון און אים באגנאדיגן פון סיי וועלכע פארברעכן ער זאל נאר האבן געטון אין אמעריקע אין די לעצטע עלעף יאר. &nbsp; טראץ וואס פילע פאלטיקאנטן - בעיקר אויף די לינקע זייט - ברויזן, איז עס אבער געווען צו ערווארטן, ווייל א טאטע בלייבט א טאטע, טראצדעם וואס עס איז באקאנט אז דער האנטער האט געמאכט אסאך בזיונות פאר זיין טאטן, ער האט געליטן פון אים אסאך צער גידול בנים, קען קיינער נישט אוועקנעמען די רחמנות פון א טאטע צו זיינע קינדער. &nbsp; דאס דארפן מיר אויך געדענקען אין אונזער לעבן, מיר זענען טאקע נישט געווען וואויל, אבער דער אויבערשטער איז דער בעל הרחמים, דער מקור החסד, און זיין רחמנות איז אומבאגרענציט, אז מיר וועלן אים נאר איבערבעטן און מודה זיין אז מיר זענען נישט געווען גוט, וועט דער "חנון המרבה לסלוח" אונז באגנאדיגן נאך אסאך שטערקער און בעסער פון דעם פרעזידענט צו זיין זון. דער באשעפער וועט אונז שטעלן אויף א פלאץ ווי אפילו צדיקים גמורים קענען נישט גרייכן. דאס קען א פרעזידענט נישט טון. &nbsp; ווי דער ספעשל קאנסול וואס איז געשטעלט געווארן אויף דעם קעיס האט געזאגט אז ער גייט ווייטער מיט די קלאגעס, זאגענדיג אז ער האט טאקע באקומען פארדאן ער זאל נישט קענען באשטראפט ווערן, אבער ער קען נאך אנגעקלאגט ווערן. &nbsp; בשעת די אויספארשונגען זענען ארויפגעקומען נאך פילע באשולדיגונגען אויף אים, איינס אז ער האט ליגט געזאגט אויף זיין אפליקאציע צו קויפן א ביקס, שרייבענדיג אז ער נעמט נישט קיין דראגס, בשעת ער האט שטארק געליטן פון צוגעבינדעקייט צום סם המות. אזוי אויך ווערט ער באשוליגט אין שטייער שווינדל, אז ער האט נישט באצאלט באצייטענס זיינע שטייערן פאר די אמעריקאנער רעגירונג. &nbsp; מיר אבער וועלן ארויסגיין דורך וודוי דברים צום אויבערשטן מיט א פולקאמע פארדאן, א גענצליכע מחילה סליחה וכפרה, אן קיין שום פלעק.

    < זעה מער א כסלו תשפ"ה 📝
  • דער שווארצער פרייטאג

    קומענדיגע ערב שבת קודש ווערט אין די אלגעמיינע אמעריקאנער גאס גערופן דער "שווארצער פרייטאג" (בלעק פריידעי), דאס איז נישט ווייל עפעס שווארץ און שלעכט האט דאן פאסירט, נאר ווייל דאס איז דער סעזאן ווען די אלגעמיינע באפעלקערונג גרייטן זיך צו זייערע חגאות פייערונגען, דערמיט וואס זיי קויפן איין געשאנקען איינע פארן צווייטן, און דערפאר וואס די געשעפטן קאנקורירן איינע מיט'ן צווייטן יעדער וויל כאפן די קונדן זאלן קויפן ביי זיי, ווערט ארויסגעלייגט גאר ספעציעלע ביליגע פרייזן אין די טעג, וואס דערמיט האפן זיי אריינצוכאפן דעם ציבור צו זייער געשעפט. &nbsp; עס איז נאריש צו טראכטן אז מען קען אפקויפן די ווייב/מאן און קינדער מיט א מתנה, די מארקעטערס ווילן אונז איינרעדן אז אזוי קען מען זיך איבערבעטן, און אפילו א גאנץ יאר רעדט מען נישט און ווען יא קריגט מען זיך, קען מען אלעס פארגיטיגן מיט א שיינע "גיפט", בפרט אויב מען נעמט עס נאך ארום מיט שיינע איינפאק (רעפינג) פאפיר. &nbsp; טאקע ריכטיג, ווען די פאר פאלק רעדן שיין איינע צום צווייטן, מען איז מוותר, און דערנאך קומט א מתנה, איז נישט קיין שלעכטע זאך, עס שאדט נישט; אבער דאס וועט עס נישט מאכן. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אייביג אז דער עיקר איז דאס הארץ, אז דו געסט א מתנה, טראכט נישט אז דער ברענד נעים וועט ברענגען די הערצער נענעטער, רעד זיך נישט איין אז דער שטאקיגער איינפאק מיט די שיינע בענדלעך און שלייפן וועלן אלעס פארגלעטן; וואס יא? שרייב צו עטליכע גוטע ווערטער. מאך נישט ווידער קיין טעות אז דו דארפסט לויפן צום בארימטן חרוזים מומחה וואס וועט אריינפלעכטן די שענסטע מליצות און די קונסליכסטע ראשי תיבות און גימטריאות וואס אפילו ער פארשטייט נישט, אויסדרוקליך נישט, שרייב פשוטע ווערטער וואס גראמען נישט, אבער שטימט, שפאר נישט קיין גוטע ווערטער ווי שטארק דו שעצט און דו ביסט מכיר טובה. דאס ברענגט א קירוב לבבות און בויעט אויף א שטארקע קשר. &nbsp; די זעלבע זאך ווען עס קומט צו רעדן צום אויבערשטן, דארפסט נישט זאגן קיין קונצליך חרוזים און רעדן אויף לשון הקודש, רעד נישט פארמאל. רעד צום אויבערשטן וואס מער פשוט, זאג אים ווי שטארק דו האסט אים ליב, זאג אים ווי שטארק דו גלייבסט אז ער האט דיר ליב, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, פארצייל אים ווי שטארק עס טוט דיר וויי אז דו ביסט דורכגעפאלן. דארפסט נישט גיין צו עפעס א ספעצילע פלאץ אדער זיך אנטון מיט ספעציפישע מלבושים, ווארט נישט אז דו זאלסט האבן א התעוררות, און דו שפירסט אז דיין הארץ איז אפן, סטאפ יעצט ווי דו ביסט, און זאג אים א ישר כח פאר דיין לעבן, דאנק אים אז דו ביסט געזונט, זאג אים ווי שטארק דו ביסט אים מכיר טובה פאר דיין טאטע/מאמע/מאן/ווייב/קינדער. דאס וועט מאכן דיין קשר מיט'ן אויבערשטן א קשר של קיימא, וואס וועט דיר צובינדן אויף א וועג וואס דו וועסט זיך נישט קענען אפרייסן פון אים אויף אייביג. פרוביר עס אויס, וועסט נישט דערלייגן. &nbsp; לגבי בלעק פריידעי איז גוט צו זיין וואכזאם און נישט קויפן זאכן וואס מען דארף נישט. בעסער צו זיין שולדיג די אלע שיינע זאכן וואס די געשעפטן טוען יעצט אפערן פאר זיך אליינס, ווי איידער מען זאל זיך אנמאכן חובות און זיין שולידג פארן קרעדיט קארד אויף לאנגע חדשים.

    < זעה מער כז חשון תשפ"ה 📝
  • אומגעראכטענע שניי לאזט איבער שיינע ווייסע צודעק אויפן אפסטיעט ראיאן

    אידישע קינדער דאנקען דעם אויבערשטן אויף די רעגן און שניי וואס איז געקומען פאריגע וואך סוף וואך, בפרט נאכדעם וואס עס איז דורך א לאנגע תקופה אן קיין רעגנס, און מען האט געשפירט וואס דאס מיינט אז עס קומט נישט קיין רעגן א לאנגע צייט, וואס האט נאכגעפאלגט מיט די שטארקע טרוקעניש און די פייערס און רויעך. &nbsp; א מענטש קען צומאל פארגעסן וואס פארא טובה עס איז אז דער באשעפער שיקט אונז כסדר רעגן, און ווען עס גייט דורך א תקופה וואס עס רעגנט כסדר קען מען חלילה בועט זיין בטובה. דער אויבערשטער האט אונז אבער דאס מאל געשיקט א דערמאנונג אז רעגן איז א גרויסע טובה פאר אונז. &nbsp; די יעצטיגע תקופה איז נאך אביסל פרי פאר שניי, געווענליך שנייעט נאך נישט אין אונזער געגענט אזא צייט פון יאר, און ווען יא, כאפט עס ממש נישט. ווען די וועטער האט פארגעזאגט א שטיקל רעגן-שניי אויף סוף וואך, האבן זיי טאקע געזאגט אז כאטש עס וועט אפשר זיין אויסגעמישט פון שניי פון צייט צו צייט וועט עס אבער בכלל נישט כאפן. &nbsp; ווען מען האט געקוקט אויף די ביימער האט מען אויך געזען אז נישט אלע זענען שוין גרייט, דער אויבערשטער האט ברוב רחמיו וחסדיו איינגעשטעלט זיין וועלט אויף א הערליכע סדר, ווען עס קומט די ריכטיגע צייט, עס קומט שוין ווינטער, באפרייען די בוימער זייערע בלעטלעך, זיי לאזן עס גיין פריי, און אזוי ארום ווען עס קומט אן די שנייען, וועגן נישט די שניי צו שטארק אויף די ביימער, ווייל זיי האבן נאר די דינע צווייגן וואו זיך אראפ צו שטעלן. &nbsp; אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט אנדערש ווי די וועטער מומחים האבן געהאט געזאגט, דער אויבערשטער האט געשיקט א שטערקערע קעלט ווי די פאראויסשאצער האבן געמיינט, און דאנערשטאג נאכט האט זיך אראפ געלאזט א שטארקע שניי וואס האט האט איבערגעלאזט עטליכע אינטשעס שווערע נאסע שניי אויף פילע ראיאנען אין אפסטיעט. &nbsp; מען האט אבער געזען אן אינטערעסאנטע זאך, כאטש רוב ביימער האבן שוין געהאט באפרייט זייערע בלעטער און האבן גרינג דורכגעמאכט דעם שטורעם, זענען אבער געווען ביימער וואס האבן זיך מחמת איזה סיבה שהוא נישט געקענט שיידן פון זייערע באליבטע בלעטער, זיי האבן זיך געשפריט - זעט אויס - זייער צוגעטשעפעט צו זייערע בלטערע און האבן נישט געקענט פועלן ביי זיך זיי צו לאזן גיין, זיי האבן אפשר געטראכט - מען מוז זיי "שוין" יעצט לאזן גיין? אפשר קען מען עס לאזן אויף מארגן, כ'מיין וואס וועט שוין זיין אויב מען ווארט נאך א טאג צוויי? &nbsp; זיי האבן אבער געמאכט א טעות, ווען מען פארט דורך די גאסן זעט מען נעבעך די אלע ביימער וואס זענען געווען אזוי שיין באדעקט מיט די הערליכע בא'טעמ'טע רויטע בעקעלעך בלטעלעך שטייען יעצט ארעם און צובראכן, זיי ווייסן נישט וואס פארא שלאק האט זיי באטראפן, פלוצלינג איז אנגעקומען א ווינט מיט א שטורעם און נאך פאר וואס ווען האבן זיי זיך געטראפן אינגאנצן צובראכן און צוקלאפט, זייערע שיינע צווייגן זענען נעבעך אינגאצן אוועקגעפאלן. &nbsp; די אלע ביימער וואס האבן זיך אבער געמאכט דעם חשבון אז מען דארף לאזן די שיינע בלטער גיין ווען עס איז דער ריכטיגער צייט, זענען אבער געבליבן גאנץ און פרעכטיג.

    < זעה מער כג חשון תשפ"ה 📝
  • גרויסע אמעריקאנער ביליגע עירליין "ספיריט" באנקראטירט

    איינע פון די פראמינענטע אמעריקאנער ביליגע עירליינס "ספיריט עירליינס" האט געפיילט פאר בענקראט שוץ, נאכדעם וואס זייער פראבע זיך צוזאם צו שטעלן מיט אן אנדערע ביליגע עירליין "פראנטיער עירליין" איז דורכגעפאלן. &nbsp; די וועג וויאזוי די פירמע האט אפערירט איז געווען דורך פרובירן צו צושטלען די ביליגסטע פרייז אויף די מארקעט, אבער חוץ אויב קאסטומערס זענען געקומען אן קיין פעקלעך זענען זיי געווענליך געווארן אנטוישט ביים עירפארט ווען זיי האבן געדארפט צוצאלן פאר יעדע זאך, ווי פקעלעך, אויסוועלן א זיץ, אדער באקומען צו עסן אויפן פליגער. &nbsp; כאטש זיי האבן געהאט מער קאסטומערס פון פאריאר, און זייערע טיקעטס זענען געווען ביליגער, זענען אבער זייערע קאסטן שטארק ארויף, און היינט צו טאגסט טראגט זי א לאסט פון א ביליאן דאלער חובות, א זאך וואס האט ווייטער נישט געקענט אנגיין. די פירמע האט געזאגט אז זינט פינף יאר צוריק זענען ארויס יעדעס יאר אן קיין שום ריווח, און ביזדערווייל האט זיך אנגעזאמעלט דער גרויסער בארג פון חובות, פון וואס זיי קענען זיך נישט ארויסזען. &nbsp; דער עירליין האט געזאגט אז כאטש זיי האבן געפיילט באנקראט, גייט דער עירליין ווייטער אן, און אלע וואס האבן געקויפט טיקעטס וועלן ווייטער סערווירט ווערן, און נאך מער, מען קען נאך אויך בוקן טיקעטס אויף ווייטער. &nbsp; "אויב מען זוכט בלויז דער גרויסער נומער וואס יעדער זעט, איז עס א גוטע רעצעפט פאר באנקראט" האט זיך א פראמינענטער אנאליסט אויסגעדרוקט, "די קאסטומערס זענען נישט נאריש, זיי זעען זייער שנעל אז דער ביליגער פרייז איז געפאפּט, ווען באמת צאלט מען ארויף אויף די פעקלעך", די זעלבע זאך טוט דער סמ"ך מ"ם מיט אונז, ער פרובירט אונז אויסצונארן צו כאפן א גוטע דיעל וואס זעט אויס שיין, "שייד זיך אפ פון דיין משפחה, לעב מיט פרישות און חומרות", אבער מיר טארן זיך נישט לאזן פון אים, ווייל דערנאך צאלט מען ארויף א טייערע פרייז. צדיקים זאגן אונז אז מען קען נישט דינען דעם אויבערשטן אויב מען האט נישט קיין שלום בית. די זעלבע זאך מיט מחלוקת, ער פרובירט אונז צו דרייען דעם קאפ אז מען דארף קעיר נעמען פון דעם אדער פון יענעם, אבער מיר דארפן געדענקען אז אן ערליכער איד קען מען נישט דערקענען פון דרויסן, ער קען אויסזען פונקט ווי א פשוטער מענטש, אבער ווען מען טשעפעט אן ערליכער איז איז די פרייז זייער טייער. דערפאר דארפן מיר שטיין ווייט פון מחלוקת ווי פון פייער, און בעטן דעם אויבערשטן יעדן טאג מיר זאלן ארויסגיין מיט ריווח פון דער וועלט און זיך נישט לאזן נארן פון די גלאנציגע פאלשע גליקן.

    < זעה מער יט חשון תשפ"ה 📝
  • וויכטיגע אונטערוואסער קאמיוניקאציע קעיבל צווישן פינלאנד און דייטשלאנד געשעדיגט

    רוב פון די קאמוניקאציעס וואס פילסן פון איין עק וועלט צו די אנדערע, ווערן דורכגעפירט דורך פיזישע קעיבלס (דרונטן), דאס רעכענט אריין סיי טעלעפאן, איטערנעט און פילע אנדערע שנעלע קאמיוניקאציע מיטלען וואס די וועלט באנוצט זיך. דאס איז אנדערש ווי אסאך מיינען, אז היינט גייען זיי אלע דורך די סעטעלייטס. &nbsp; גאר אסאך קעיבלס זענען דורכגעצויגן צווישן די לענדער און קאנטינענטן אוטערן די ריזיגע אקעאנען, און לענדער זענען באזארגט איבער זייער זיכערהייט, נאכדעם וואס עס זענען פארגעקומען עטליכע אינצידענטן ווי פארשידענע לינעס זענען געווארן געשעדיגט. &nbsp; בשעת די וועלט איז פארנומען מיט'ן "פארזיכערן" די ווייערס וועלכע לויפן אונטער'ן וואסער, וועלן מיר לויפן זיך איינטינקען אונטערן וואסער, גיין אין מקוה יעדן טאג, און זיך פארנעמען פון יעצט צו זיין גוט, דאס איז "פארזיכערט" פון יעדע פגע, און אפילו מען ווערט חלילה געשעדיגט, דער יצר הרע ווארפט אראפ, האבן מיר דעם פארזיכערטן עצה פון הייליגן רבין, צו לויפן אונטערן וואסער, זיך איינטינקען און זיך מכניע זיין פאר'ן אויבערשטן, און תיכף זאגן דעם תיקון הכללי. ווען א מענטש זאל ווען וויסן וואס דער תיקון הכללי טוט פאר זיין נשמה, וואלט ער עס יעדן טאג געזאגט. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז אנשי שלומינו פירן זיך צו זאגן דעם תיקון הכללי יעדן טאג נאכן דאווענען, נאך איידער מען טוט אויס די תפילין. ווייל אויסער דעם וואס דאס פארעכעט אלעס, מען קומט ארויס פריש אפגעבאדן, איז עס מסוגל צו אלע ישועות, בפרט פרנסה. &nbsp; די נאטא באאמטע האבן שוין געלאזט וויסן אז זיי קוקן איבער די זיכערהייט פון די פילע לינעס וואס לויפן פון און צו זייערע לענדער, סיי פון קאמיוניקאציע און אזוי אויך פון פייפס וואס ברענגען און טראגן גאזן און אנדערע זאכן. &nbsp;

    < זעה מער יז חשון תשפ"ה 📝
  • טראמפ שטעלט איין נייע דעפארטמענט אף גאווערמענט עפישינסי

    אין איינע פון זיינע ערשטע מעלדונגען נאכן ווערן ערוויילט צו ווערן דער קומענדיגער פרעזידענט פון אמעריקע האט טראמפ געמאלדן אז ער שטעלט אויף אן ארגאניזאציע אינדרויסן פון די רעגירונג מיט'ן נאמען "דעפארטמענט אף גאווערמענט עפישינסי" וואס ער רופט אויפן ראשי תיבות DOGE "דאדזש", ער האט געשטעלט זיין פריינט דער אייגענטומער פון טעסלא, עקס, און ספעיס עקס אילאן מאסק צוזאמען מיט'ן ענעריגשן ביזנעסמאן און אינדיאנער אפשטאמיגער טראמפ שטיצער וויוועק ראמאסוואמי זיי זאלן עס פירן. &nbsp; יעדע בר דעת פארשטייט אז נאך יארן וואס די רעגירונג פירט זיך עולם כמנהגו נוהג אן קיין אחריות און אן קיין חשבון הנפש ווערן די באאמטע צוביסלעך מער און מער באקוועם, יעדער וואס האט נאר געהאט אמאל א מגע ומשא מיט די רעגירונג זעט אז דער חילוק צווישן א פריוואט געפירטע אונטערנעמונג און די רעגירונג איז זייער גרויס, די ארבעט שעות זענען מינימאל, די בענעפיטן זענען דאס מערסטע, יעדע שני וחמישי איז דער אפיס פארמאכט צוליב דעם אדער יענעם חגא, ביי לאנטש איז נישטא צו וועם צו רעדן, בשעת זייערע סערוויסעס ווערן ערגער און ערגער שטייגן אבער די אויסגאבן פון די ביוראקטיעס מיט יעדן טאג. &nbsp; ווען א מענטש לעבט זיין לעבן אן קיין חשבון הנפש, ער גייט קיינמאל נישט איבער זיין טאג צווישן זיך אונעם אויבערשטן מיינט ער אז אלעס איז וואויל אלעס איז גוט, ער איז זיכער אז ער דאווענט יעדע תפלה מיט מנין, ער איז מעביר סדרה יעדע וואך, ווייל ער האט זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט טראכטן וויאזוי זעה איך אויס. &nbsp; יעצט ווילן זיי איבערמאכן די גאנצע סטרוקטור פון די רעגירונג, מאסק האט דערקלערט אז ער האפט צו שניידן צוויי טריליאן דאלער פון די פעדעראלע בודזשעט (וואס איז בערך 30% פון די גאנצע אויסגאבן פון א יאר) און דערמיט שוין לייזן דעם דעפיציט וואס שטייט היי יאר ביי בערך 1.8 טריליאן דאלער. ער זאגט אז ער וועט איבערקוקן יעדע ווינקל פון די בוזשעט. זיי ווילן איבערארבעטן די מיליטערישע קאנטראקטן, פארבעסערן די פינאנצן ביי מעדיקעיד און מעדיקער, שניידן איבעריגע פראגראמען, עלימינירן פילע ביוראקאטישע אדמיניסטראטיווע איבעריגע פאזיציעס און רעגולאציעס, שניידן שטיקער פון סובסידיעס וואס אמעריקע שענקט פאר ביזנעסער און אויסלענדישע רעגירונגען. &nbsp; ער האט טאקע גרויסארטיגע פלענער, עס וועט זיין אינטערעסאנט צו זען וויפיל דער אונטערנעמונג וועט מצליח זיין, דאס איז אבער זיכער אז דו קענסט גאר שטארק מצליח זיין אויב דו וועסט נעמען דעם סטראטעגיע, יעדן טאג אוועקגעבן עטליכע מינוט און איבערגיין דעם טאג, וויאזוי האט אויסגעזען מיין שמירת עינים, מיין דאווענען, האב איך געלערענט היינט, און אזוי ווייטער, אויב קומט דער באריכט אריין פאזיטיוו, דאנק דעם אויבערשטן, אויב נישט בעט דעם אויבערשטן אז מארגן זאל עס זיין גוט. דער מיטל וועט העלפן אז דיין גאווערמענט אויף זיך אליינס וועט ווערן אסאך מער עפישינט בעזר השם יתברך.

    < זעה מער יב חשון תשפ"ה 📝
  • וואלד פייערן אין צפון מזרח אמעריקע

    ווי שוין באריכטעט הערשט א געוואלדיגע טרוקעניש אין די מזרח צפון שטאטן פון אמעריקע, נאכדעם וואס עס האט כמעט נישט גערעגענט אין די לעצטע צייט, יעצט קומען אריין באריכטן פון ערנסטע וואלד פייערן וואס בוזשעווען אין די געגענט. &nbsp; טייל שרייבן עס צו צו גלאבעל ווארעמינג אדער גאר צו "קליימעט טשענידזש", וויאזוי עס זאל נישט זיין, ווען מען באקומט נישט גענוג רעגן, דאס איז די הייליגע תורה, ווערט מען פארטרוקענט, און אויסגעדארשט, און יעדע קליינע פונק צינדט אן א פייער, וואס איז זייער שווער צו פארלעשן. היינט ווען עס הערשט אזא טרוקעניש, דארף מען זען צו טרונקען יעדן טאג אביסל חומש, משניות, גמרא, שולחן ערוך. און זיכער זאל מען חלילה נישט שטערן די פייערלעשער וואס קומען מפיץ זיין די וואסער - די ווערטער פון די הייליגע צדיקים וואס זענען בכח ארויסצונעמען א איד פון די נידעריגסטע פלאץ ווי ער זאל זיך נישט געפונען. אפילו עס איז שוין שטארק פארשפרייט. &nbsp; צענדליגע פייער קאמפאניס - אריינגערעכענט מצילי אש פון קרית יואל - ארבעטן שווער צו באקעמפן דעם פייער וואס האט שוין באוויזן צו פארשפרייטן א שווערע רויעך אינעם גאנצן אומגעגעט. דער אויבערשטער האט געהאלפן אז נעכטן האט זיך אראפ געלאזט א שטיקל רענגדל אינעם געגענט וואס האט אביסל אויסגעקלארט די לופט, אבער דערווייל גייען נאך די פייערן אן זייער שטארק. &nbsp; עס איז זייער שווער צו אויסלעשן א וואלד פייער, איינע פון די עיקר וועגן איז צו אפשטלען דעם געלויף דורך אויסשניידן א גרויסע ליידיגע שטח אין וואלד איידער די פייער קומט אן אהין, וואס דינט ווי א מויער פאר די פייער וואס קען נישט אריבערטאנצן די ליידיג שטח. דא איז דאס זייער שווער צו טון צוליב די בערג און טאלן פונעם פייער, און מען בעט דעם אויבעשטן דער "משיב הרוח ומוריד הגשם" זאל שיקן א גוטע רעגן און אויסלעשן דעם שווערן פייער.

    < זעה מער י חשון תשפ"ה 📝
  • היסטארישע וואל אויסגאנג אין אמעריקע

    נאָך דער גאנצער איבערקערעניש, איז ארויסגעשטעלט געוואָרן די אומגלויבליכע רעזולטאטן: טראמפ האָט געווינען גענוג עלעקטאָראַלע שטימען, וואָס געבן אים די מעגלעכקייט צוריקצוקומען קיין וואשינגטאן די.סי און נעמען דעם קאָפּ וויי פון דינען אלץ פרעזידענט פון אמעריקע. אבער נאָך מער שטוינענד איז געווען, אַז ער האָט אויך געווינען מער פאפולערע שטימען ווי דער דעמאָקראַט. אַלע וואונדערן זיך אויף די שטוינענדע רעזולטאטן און שפעקולירן מיט אלע סארטן סברות וואס איז אנדערש געגאנגען ווי געפלאנט. &nbsp; וויפיל מאָל מען האָט שוין געזאגט הספדים אויף טראמפ, איז שווער צו ציילן. מען האט אים ניטאמאל געלאזט אטעמען צווישן איין אטאקע און די נעקסטע. נאך איידער זיין פאליטישע קאריערע איז געבוירן געווארן, האָט מען שוין געמאכט "סתימת הגולל" אויף אים. "א ביזנעסמאן אָן קיין פאליטישע ערפארונג וויל לויפן פאר פרעזידענט?" זענען געווען די קאמענטארן. "דער רעפובליקאנער קלאון," האָט מען אים גערופן דעמאלטס. אבער קעגן יעדע סברא האָט ער דעמאלט ארויסגעשטויסן אַלע ערפארענע רעפובליקאנער פאליטיקאנטן און באקומען די רעפובליקאנער נאמינאציע. "טראמפ קעגן קלינטאן איז א שאד אפילו צו פּראָבירן," האָט מען ווידער מספיד געווען, אָבער ער האָט דעמאלט געווינען זיין ערשטע טערמין אלץ 45'סטן פרעזידענט פון אמעריקע. &nbsp; דאן האט זיך אנגעהויבן א סעריע פון פּרעצעדענטלאזע קלאגעס, קאנספיראציעס, אויספארשונגן קעגן אים. די עף.בי.איי. האט אים געפארשט צי ארבעט נישט מיט מיט די רוסן, דערנאך איז געקומען צוויי אימפיטשמענטס, ער האט פארלוירן (?) זיין ווידער ערוויילונג, און דערנאך האט זיך אנגעהויבן זיינע צרות פון "יאנואר 6" ווען מען האט אים באשוליגט אין מאכן א באוואפענטע אויפשטאנד קעגן די רעגירונג. און אפילו נאכן אראפ גיין פון בענקל האבן זיך זיינע צרות נישט אפגעשטעלט. ער איז געווארן ממש ווי א מצורע ביי די סאציאלע מידיע, ווען ער איז געווארן אראפ געווארפן פון אלע פלאטפארמעס, אלעס אין א פרואוו צו פארמאכן זיין מויל איין מאל פאר אלעמאל. ער איז נאך דורכגעגאנגען צוויי אטענטאטן אים אומצוברענגען, אפילו דעם פרעצעדענטלאזע אקט פון טוישן דעם אפאנענט אינמיטן א פארמעסט האט מען געטון, א זאך וואס האט אויסגעזען וועט אים באזיגן, אבער דער האט נישט אויפגעגעבן, "איך לויף און איך גיי געווינען". &nbsp; מיינסט אז איך רעד פון טראמפ? ניין, בכלל נישט איך רעד פון דיר. אינדרויסן זעט אלעס אויס פיין, דו גייסט מיט א שיינעם אנצוג, דו קויפסט זיך א גרויסע קאווע בשעת דיין שאל איז געווארפן אויף צוריק, יעדער מיינט אז עס גייט דיר גוט, אבער דו ווייסט ביי דיר וויפיל חצים ובלסטראות זענען שוין דורך אויף דיר, נאך איידער דו האסט געהאט א שאנס ארויסצוזאגן דאס ווארט "מאמי" אלץ פיצלס קינד, ביסטו שוין געווען אפגעסטעמפלט אלץ א דורכפאל, יעדע רבי האט בלויז געשאקעלט מיט'ן קאפ אין דיין ריכטונג, ווי צו זאגן אז דער קינד דארף פשוט דורכשטיפן די פאר יאר, וויפיל מאל ביסטו געווען צושאנד און צושפאט און דו האסט געשפירט אז דו וועסט קיינמאל מצליח זיין? ווער רעדט נאך אין די בחורישע יארן, וויפיל טרערן האסטו פארגאסן אויף דיינע פילע דורכפעלער, דו האסט נאר געוואלט חתונה האבן. אזוי קענסטו דורכגיין דיין לעבן ביז היינט און זיך מספיד זיין וואס פארא רחמנות דו ביסט, און ווי שטארק דו ביסט דערנאך. אבער ניין, דער אויבערשטער האט דיר געגעבן כחות, דו קענסט שיינען און לייכטן, דו ביסט א מוצלח וואס אזוינס איז נאך נישט געווען, בעט דעם אויבערשטן זאלסט אנהייבן גלייבן אין דיר, וועסטו זען ווי אז נישט קיין חילוק וואס דו ביסט אלץ דורך, גייט מיר נישט אן וואס אלע האבן געזאגט אויף דיר, היינט הייבט זיך אן דיין הצלחה בסייעתא דשמיא. דו וועסט צוריק באקומען דיין טראן, דו וועסט בעזרת השם קענען פירן דיין לעבן אויפן הערליכן ערליכן וועג. נאר געב נישט אויף. &nbsp;

    < זעה מער ו חשון תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 121 to 135 of 254 results

1 2 ... 6 7 8 9 10 11 12 ... 16 17
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשפ״ד
  • תשפ״ה
  • תשפ״ג
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com