סטעיט דעפארטמענט פארגרינגערט פאספארט פראצעדורן
יעדע ברסלב'ע חסיד שפירט א געוואלדיגע בענקעניש צום ציון פונעם הייליגן רבי'ן. מיר שפירן אן קשר אמיץ צום הייליגן רבי'ן, וואס האט באוויזן אריינצולייגן א פרישע גייסט און א נייע האפענונג אין אונזערע הערצער, אפילו ווען מיר האבן נישט געזען קיין ליכטיגקייט, האבן מיר דעטראפן די עצות פון הייליגן רבין, איינער דורך א קונטרס, א צווייטער דורך א שיעור, און מיט די הייליגע עצות און חיזוק, האט ער אונז צוריקגעברענגט צום אויבערשטן. דערפאר ברענט א פייער אין די הערצער פון יעדן ברסלב'ע חסיד באשר הוא שם, צו פאלגן דעם הייליגן רבינס בקשה, בפרט ווען עס ווערט נענטער צום הייליגן יום הדין. און דעם הייליגן רבי'נס אזהרה און בקשה פון איבער צוויי הונדערט יאר צוריק, "מיין ראש השנה איז העכער פון אלעס" און "קיינער טאר נישט פעלן," קלינגט נאך אין אונזערע אויערן. דעריבער איז דא א געוואלדיגע אינטערעסע צו הערן יעדן אפדעיט אין די טרעוול וועלט וואס קען אראפנעמען מניעות און פארגרינגערן די פראצעדורן פונעם רייזע. עס קומט יעצט אריין א פרישע באריכט פון די סטעיט דעפארטמענט אז זיי האבן שטארק פארבעסערט זייער אנליין פראגראם צו באנייען פאספארטן. ביז היינט האט מען געדארפט אראפגיין צו א פאספארט צענטער אדער א פאסט אפיס, דארפן כאפן א פראפעסיאנאלע בילד אין א ספעציעלע געשעפט, און דאס דערנאך ארויסשיקן מיט די פאסט. מיט דעם נייעם פלאן וועט מען דאס אין אסאך פעלער קענען מסדר זיין איבעראל. אפליקאנטן וואס דארפן בלויז באנייען דעם פאספארט קענען דאס יעצט טון אינגאנצן אנליין. די נייע אפגרעיד לאזט דעם אפליקאנט אליינס כאפן דאס בילד סיי ווי אימער מען איז אויף א קאמפיוטער. דער קאמפיוטער סיסטעם וועט תיכף אליינס איבערקוקן און באשטעטיגן צי דער בילד איז גענוג קלאר און צי עס שטימט מיט זייערע רעגולאציעס. מען פילט אויס די אפליקאציע אנליין, מען לייגט ארויף דעם בילד, מען באצאלט וויפיל עס קאסט, און מען ווארט דער נייער פאספארט זאל אנקומען בעזרת השם אין דער פאסט. פאר אנשי שלומינו איז דאס א געוואלדיגע בשורה. קודם כל שפארט עס איין אסאך צייט און עגמת נפש, וואס מען קען אנדערש אויסנוצן צו מרבה זיין מיט מצוות און מעשים טובים אין די פארבליבענע צייט ביז די נסיעה. אבער דער עיקר מעלה איז, אז דאס היט אונז אפ פון דארפן ארום קלעטערן אין די גאסן אדער שטיין אין רייעס, וואס מאכט דעם מענטש מער אויסגעשטעלט צו די נסיונות פון די גאס. מיט די נייע פארגרינגערונג קענען די גאנצע הכנות גיין סאך רואיגער, געשמאקער, און ריינער. דער אויבערשטער זאל העלפן אז מען זאל מצליח זיין צוברעכן אלע מניעות, אלע טעכנישע הכנות זאלן אנקומען גרינג, און מען זאל זוכה זיין אנצוקומען בשלום צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה. פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.